בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#162 - אינוועסטיר נאר אינדערהיים, וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער
חינוך הילדים, שלום בית, פרנסה, אידישע שטוב, נחת, אינוועסטמענט, געלט, פאליטיק, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מן הסתם קומט מען צו דיר אויך מיט די חלומות אז מען קען יעצט אינוועסטירן און מאכן אסאך רווחים וכו' וכו'; אלעס איז איין גרויסער דמיון, הער נישט אויס, לאז זיך נישט פארנארן; אינוועסט אין דיין שטוב, אינוועסט אין דיינע קינדער, אינוועסט אין דיין נשמה.


גיי אהיים צייטליך, בלייב נישט אין גאס, גיי אהיים העלפן דיין ווייב. זיי מחנך דיינע קינדער צו מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע, אנגרייטן נעגל וואסער. אז דו וועסט נישט אינוועסטירן - וועסטו נאך אביסל זיך זען מיט א גרויסער ביק אין שטוב, דו וועסט נישט וויסן וואס צו טון מיט אים, ער וועט דיך נישט אויסהערן, ער וועט דיר שפייען און לאכן אין פנים.


אזוי אויך דיינע טעכטער, אז דו וועסט נישט אינוועסטירן אין זיי יעצט ווען זיי זענען נאך קליין, דו וועסט זיי לאזן הפקר, דו וועסט ווייטער זיין אין דיין טעלעפאן מיט דיינע כלומר'ישע חברים - וועסטו זיך נאך אביסל זען מיט א גרויסע מיידל וואס וועט דיר איינטיילן וואס צו טון; זי וועט דיר דערביטערן דאס לעבן חס ושלום.


איך וויל דיר נישט אנשרעקן, איך וויל דיר אבער אויפוועקן פון שלאף, פון דיין טיפע חלום, פון אינוועסטירן און פון מאכן נאך געלט און נאך געלט און פארברענגען מיט חברים; גיי אהיים, זיץ אין שטוב, ביינאכט גייט מען נישט ארויס אין גאס. קודם זאלסט העלפן מיט די קינדער און אביסל רעדן און שמועסן מיט זיי, נאכדעם, ווען זיי גייען שלאפן - זאלסטו אביסל רעדן מיט דיין ווייב, און אביסל אסאך לערנען דיינע שיעורים.


לאז זיך אפ פון די פאליטיק, עס וועט דיר גארנישט אויסמאכן ווער עס איז געווארן פרעמיער מיניסטער אין מדינת ישראל און ווער עס גייט ווערן גאווערנאר אין ניו יארק, אלעס וועט בלייבן די זעלבע. אלעס איז הבל הבלים; אלעס איז נאר אוועק צו שלעפן דעם מענטש ער זאל פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס, מאכט אלעס און אין אים ווענדט זיך אלעס.


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געוואונען, דו ביסט געווארן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#161 - א הערליכע שבת בראשית אין ישיבה מיט אנשי שלומינו
הפצה, צדקה, הדפסה, שבת קודש, פרנסה, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, ישיבה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, חסידות, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א הערליכע שבת איז געווען אין ישיבה מיט אנשי שלומינו. אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג צו נאכטס, די תפילות איז געווען זייער שיין, נאכן דאווענען זענען מיר ארויס אין א ריקוד כמנהג אנשי שלומינו.


שבת אינדערפרי איז געווען א שיינע שמועס וועגן חתונה מאכן אין ישיבה און נישט מאכן טייערע שמחות. איינער האט נישט פארשטאנען וואס פעלט אויס אזוי סאך צו רעדן פון דעם, האב איך אים געזאגט: "גיי ברענג מיר איינעם וואס האלט שוין נאכן חתונה מאכן צוויי דריי קינדער וואס האט נישט קיין איין דאלער חובות... איך רעד נישט פון גרויסע עשירים, איך רעד פון דורכשניטליכע אינגעלייט, ברוך ה' איך האלט נאכן חתונה מאכן דריי קינדער און איך קום נישט קיין איין פרוטה פאר קיינעם, נאר ווייל איך פאלג מוהרא"ש, איך מאך פשוט'ע שמחות, איך מאך זיך נישט נאריש. דעריבער רעד איך צו מיינע תלמידים אזוי סאך פון דעם, ווייל איך וויל ענק זאלן אויך קענען לעבן אן קיין איין פרוטה חובות".


עס איז א שאד מען שרייבט נישט אפ די שיינע שמועסן; אזוי וואלטן אלע געקענט מיטהאלטן די שיינע זאכן.


שחרית האב איך געדאווענט פאר'ן עמוד, איך האב עולה געווען די זיבעטע עלי', שביעי. ביי מיין עלי', בשעת דער בעל קורא האט געליינט דעם פסוק (בראשית ה, כט): "זֶה יְנַחֲמֵנוּ מִמַּעֲשֵֹנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ" - האב איך געוואלט אנהויבן טאנצן פאר שמחה, ווייל דא איז דאך מרומז דער הייליגער רבי'ן; די תורה זאגט זֶה יְ'נַחֲמֵנ'וּ, דער רבי וועט אונז טרייסטן און אונז ארויסנעמען פון אונזער עצבות.


שבת אינדערפרי ביי ספורי מעשיות האבן מיר גערעדט נאכאמאל פון זיך אכטונג געבן פון חובות, מיר האלטן ביי די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג). דער רבי זאגט: "די פארלוירענע קינדער האבן זיך געמאכט גרויסע טארבעס, און געגאנגען אין די הייזער בעטן עסן"; דא זעט מען די עצה, אז אויב מען האט נישט קיין געלט - זאל מען גיין אין די הייזער קלייבן געלט צו קענען לעבן, און חס ושלום מאכן חובות.


מיר האבן גערעדט אז מען קען דאס טון אינאיינעם מיט הפצה. מען גייט ביי די הייזער, מען בעט צדקה פאר "א משפחה וואס האט נישט צו לעבן", און מען געבט א שיינע מתנה; אזוי איז מען א משפיע.


איך האב דערציילט פאר די אינגעלייט, א בחור איז צו מיר צוגעקומען פאריאר ראש השנה אין אומאן און מיר געזאגט אז ער וויל מנדב זיין דעם שער הבנין פונעם נייעם בית הדפוס. דער אינגערמאן וואס העלפט צאמנעמען די געלט פאר'ן נייעם בנין האט מיך געפרעגט אויב ער זאל דאס יענעם אוועקגעבן, האב איך אים געזאגט: "דו קענסט דא נישט גארנישט דערלייגן, אדער וועט ער דיר ברענגען געלט - אדער נישט". למעשה איז אריבער א יאר, און דער בחור נרו יאיר האט געברענגט במשך די יאר פאר'ן בית הדפוס פופציג טויזנט דאלער. דאס האט ער געטון אין די צייט פון נאך ישיבה, נאך זיבן אזייגער - פאר אפאר שעה.


איך האב אויפגעוויזן פאר די אינגעלייט, דו קענסט זיין אן ארבעטער, קענסט זיין אין כולל; אז דו גייסט הפצה אפאר שעה, אדער נאכמיטאג אדער פארנאכטס - קענסט פארדינען מער וואס א צווייטער פארדינט דורך ארבעטן א גאנצן טאג.


א צווייטע מעשה האב איך דערציילט, איך רוף אן א אינגערמאן אין שטעטל: "אפשר זוכסטו אן ארבעט? איינער זוכט אן ארבעטער", זאגט ער מיר: "איך דארף גיין ארבעטן? אויב דער ראש ישיבה הייסט מיר ארבעטן - גיי איך ארבעטן, איך וויל אבער זאגן פאר'ן ראש ישיבה, איך פאר ארויס פון שטעטל יעדן טאג דריי אזייגער - הפצה, איך גיי פאר צוויי שעה און איך ברענג אהיים איבער צוויי הונדערט דאלער א טאג, וואס פעלט מיר אויס ארבעטן?" זעט מען אז ווען מען גייט אין די הייזער מיט ספרים קען מען לעבן א שיינע ברייטע לעבן אן חובות.


נאכמיטאג אויפ'ן וועג צום שול האבן מיך קינדער נאכגעשריגן, אזוי ווי כסדר, איך האב דאס יעדן טאג, מען שפעט פון מיר. איך בין זייער פרייליך, אז מען שפעט פון מיר נישט ווייל איך האב איינעם בא'גנב'ט, נאר ווייל איך ברענג אריין דעם רבינ'ס עצות אין אידישע קינדער.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט, עס שטייט די וואך אין די פרשה (בראשית ג, כד): "וַיְגָרֶשׁ אֶת הָאָדָם וַיַּשְׁכֵּן מִקֶּדֶם", מען האט פארטריבן אדם הראשון פון גן עדן, מען האט אים געלייגט מקדם. זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה כא, ט): 'מִקֶּדֶם' דאס איז דער 'גֵּיהִנֹם', דער אייבערשטער האט אים געוויזן דעם גיהנום, זאגן די הייליגע חכמים, אדם הראשון האט זיך זייער דערשראקן, ער האט געפרעגט דעם אייבערשטן: "מִי מַצִּיל אֶת בָּנַי מֵאֵשׁ לוֹהֶטֶת זוֹ", ווי אזוי וועלן מיינע קינדער זיך ראטעווען פון דעם שרעקליכן גיהנום? האט אים דער אייבערשטער געזאגט, דורך "חֶרֶב תּוֹרָה", דורך די שווערד פון לערנען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה איז מען זוכה זיך צו ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


אזוי אויך, ווער עס לערנט תורה - ראטעוועט זיך פון די ברענעדיגע יצר הרע וואס ברענט מיט אלע תאוות און אלע שלעכטס. ווייל מען קען נישט פארלעשן די פייער - נאר דורך לערנען תורה, אז מען מאכט זיך א שיעור אין חומש רש"י, משניות און גמרא וכו' - קען מען אויסלעשן די גיהנום.


אויך האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט דרייען ביינאכט אינדרויסן פון שטוב, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער אביסל העלפן, אביסל שמועסן און אסאך לערנען.


נאך מעריב האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, און שפעטער איז געווען א שיינע מלוה מלכה ביי מיר אין שטוב מיט א מנין בחורים, יעדער האט דערציילט זיינע מעשיות פון הפצה און זיינע מעשיות פון תפילה.


ישיבה הויבט זיך אן ראש חודש חשון, זאג דיינע בחורים זאלן ברענגען א מסכת נדרים; ראש חודש הויבן מיר אן א פרישע מסכתא, מסכת נדרים, יעדן טאג לערנען מיר א בלאט גמרא. און דיין ישיבה קטנה בחור זאל אויך ברענגען א מסכת סוכה, מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאר נאך פרישטאג מסכת סוכה. איך וועל אם ירצה ה' פארלערנען יעדן טאג איינס דרייסיג דעם בלאט גמרא, און נאכמיטאג נאך מנחה לערנט דער מגיד שיעור פאר שלחן ערוך הלכות שבת, דיין זון זאל ברענגען א שולחן ערוך הלכות שבת, דעם זמן וועלן זיי לערנען די הלכות פון בישול בשבת, סימן שי"ח.


מארגן ערב ראש חודש זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#160 - דאווען אינעווייניג, רעד נישט ביים דאווענען, וועסטו האבן אסאך געלט
שטעטל, פרנסה, דאווענען, דירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ארויפקומען נאך דירות אין שטעטל, וועסטו האבן א דירה.


זיי נישט ברוגז וואס האט פאסירט; איך האב געמאכט א טעות, איך האב געזאגט פאר נאך צוויי משפחות זאלן גיין קוקן די דירה וואס מען האט אפגעשמועסט דיר צו געבן; איך בין אזוי איבערגעשטרענגט אז איך אליינס האלט נישט קאפ.


איך האף דיר צו ברענגען א גוטע דירה בקרוב.


שטארק זיך מיט'ן דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען.


מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען; אז מען רעדט ביים דאווענען פארשעמט מען דעם באשעפער, עס איז א חילול השם.


נעם זיך פאר צו דאווענען אין א סידור און נישט רעדן פון אנהויב דאווענען ביז'ן סוף, וועסטו האבן אסאך געלט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#159 - מעביר סדרה זיין יעדן טאג, וועט דיר ברענגען גרויס הצלחה
פרנסה, מעביר סדרה, הצלחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די בעסטע סגולה פאר הצלחה - איז צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט'ן תרגום איינגעטיילט אויפ'ן וואך; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


אויך איז דאס א תיקון הברית (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יט).


אויך איז דאס מסוגל ליראת שמים; ווייל אין הלכה ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך אורח חיים סימן רפה, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל לערנען סיי תרגום און סיי רש"י; זעט מען אז דאס ברענגט יראת שמים.


די צען יאר וואס איך האב זוכה געווען צו זיצן ליל שישי ביי מוהרא"ש איז נישט געווען קיין שיעור וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן און מחזק זיין אויף די מצוה פון מעביר סדרה זיין; זעט מען פון דעם אז דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך, עפעס גאר גרויסע זאכן ליגט אין דעם.


זיי מקפיד אויף דעם, הויב נישט אן דיין טאג אן לערנען אביסל חומש רש"י מיט תרגום, וועסטו זען, עס וועט זיך אנהויבן גרויסע זאכן ביי דיר אין דיינע געשעפטן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#158 - וואויל איז דעם וואס די ווייב זאגט עדות אויף אים
שלום בית, פרנסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב יעצט געזען א בריוו וואו דיין ווייב תחי' שרייבט ווי שיין דו פירסט זיך, און ווי דו לערנסט אין שטוב, זי שרייבט אז דו רעדסט צו איר אזוי ווייך און הארציג.


אמאל בין איך געווען אין צימער ביי מוהרא"ש מיט נאך איינעם פון אנשי שלומינו, יענער האט דערציילט פאר מוהרא"ש עפעס פון זיין ווייב, ווי זי זאגט פאר אלעמען אז איר מאן איז גוט און ערליך, רופט זיך מוהרא"ש אן הויך: "חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (מדרש משלי ה, יח): 'אשרי אדם שאשתו מעידתו', וואויל איז דעם וואס די ווייב זאגט עדות, 'מיין מאן איז אן ערליכער איד'"; די ווייב זעט דאך דעם מענטש אין אלע צייטן, אין צייטן וואס אלעס פירט זיך כהוגן, און אין צייטן וואס עס פירט זיך שלא כהוגן, זי זעט אויב דער מאן פארלירט זיך, ער שרייט אויף איר, אדער ער פארלירט זיך נישט.


גיי ווייטער מיט דיין גוטע וועג, לערן שיעורים כסדרן און זיי זיך מתבודד - וועסטו זוכה זיין צו שפירן טעם גן עדן בזה העולם.


דיין ווייב וויל וויסן אויב עס איז א גוטע עצה זי זאל פארקויפן פערפיום; זאג איר אדרבה ואדרבה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#157 - זאלסט נישט גיי צו די בחירות
פרנסה, מלכות הרשעה, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט נאך די ימים טובים גייט זיין נאכאמאל וואלן, וויל איך דיר זאגן זאלסט נישט גיי צו די בחירות. מוהרא"ש שרייבט הונדערטער בריוו אין ספר הקדוש אשר בנחל ווער די רשעים זענען און וואס פאר א צרות זיי מאכן; האב נישט קיין שייכות מיט די גאנצע זאך.


אזוי אויך זאלסטו זיך זוכן א בעסערע פרנסה און נישט האבן צוטון מיט די טמאים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#156 - ליבשאפט אין א אידישע שטוב, ברענגט גרויס שפע און ברכה
שלום בית, צדקה, מוסדות, אומאן, פרנסה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין אזוי פרייליך אז דו לעבסט בשלום מיט דיין ווייב, עס איז דא ליבשאפט צווישן ענק. איך זע דו געבסט לעצטנס אסאך צדקה, סיי פאר די רענט, פאר די כולל און פאר הדפסה; יעצט פארשטיי איך שוין פון וואו די שפע קומט, דער רבי זאגט דאך (ספר המדות אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם", דורך שלום איז דא ברכות, (שם, סימן כב): "הַשָּׁלוֹם סִימָן לְשֹבַע", שלום ברענגט זעטיגקייט.


געב איבער פאר דיין ווייב א דאנק פאר'ן העלפן אנגרייטן די פארשטעלונג, די פלעי, וואס בית פיגא האט געמאכט.


יעדע זאך וואס וואס מען העלפט די סקול, די חדר - איז א גרויסע זכות פאר יעצט, פאר שפעטער און פאר אייביג.


איך האף וואס שנעלער צו באצאלן מיינע טיקעטס און די טיקעטס פון מיינע קינדער, און א יישר כח פאר'ן מיר מאכן די טיקעטס אויף בארג.


א כתיבה וחתימה טובה.

#155 - מ'דארף זיך דרייען מיט גוטע חברים צו געדענקען פונעם תכלית
פרנסה, תכלית, חתונה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו גייסט שוין נאך אביסל צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת, דארפסטו זיך מיישב זיין און זיך פרעגן 'מה התכלית מכל עולם הזה?' וואס איז די תכלית פון די גאנצע וועלט? אלעס וואס מען זעט, אלעס וואס גייט אריבער - איז דאך נאר צו ברענגען א מענטש נענטער צום אייבערשטן, מען זאל אנערקענען דעם אייבערשטן מער און מער. למעשה, גאר ווייניג מענטשן טראכטן די פראגע, מען איז אזוי אריינגעטון אין וועלטליכע זאכן, מען פארגעסט פונעם באשעפער.


ווי אזוי קען מען מאכן מען זאל זיך קענען מיישב זיין און נישט פארגעסן פון תכלית? אז מען לעבט מיט'ן רבי'ן, אז מען האט גוטע חברים וואס רעדן פון רבי'ן, חברים וואס בענקען, ווילן און האפן צו זיין גוט, מען רעדט פון נאך אן עצה און נאך אן עצה; דאס מאכט מען זאל נישט פארגעסן פון תכלית.


געב זיך אכטונג פון ניבול פה, דארט וואו דו ארבעטסט איז אנגעפילט מיט ניבול פה; אדער מאך א טומל מען זאל נישט רעדן ניבול פה, אדער זוך א נייע פרנסה; עס איז נישט ווערד צו ארבעטן דארט וואו מען רעדט ניבול פה.


האב נישט מורא פון קיינעם.


א כתיבה וחתימה טובה.

#154 - גיי דאווענען מיט מנין, וועסטו האבן א ברכה אין דיין געלט
חברים, התחזקות, פרנסה, היכל הקודש, לימוד התורה, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר טאמס ריווער, ניו דזשערסי


איך האב זייער הנאה געהאט אז דו ביסט געקומען אויף א שבת אין שטעטל, איך בין זיכער אז דו האסט אויך הנאה געהאט, דו האסט זיך אויך אויפגעפרישט.


עס איז זייער וויכטיג צו זיין צווישן אנשי שלומינו, אזוי באקומט מען א פרישקייט צו דינען דעם אייבערשטן, צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אביסל חומש יעדן טאג, משניות וגמרא; אויך באקומט מען חיזוק צו רעדן צום אייבערשטן און צו היטן תורה ומצוות.


זיי שטארק מיט שחרית, מנחה מעריב - צו דאווענען דוקא מיט מנין. זוך אויף א בית המדרש נעבן דיין שטוב און גיי דאווענען מיט מנין, אזוי וועסטו האבן שפע, דו וועסט האבן א ברכה אין דיין געלט. מען קען אמאל פארדינען געלט, אבער עס איז נישטא קיין ברכה אין דעם, עס בלייבט גארנישט פונעם גאנצן ריווח, נאר אז מען פירט זיך מיט די תורה, מען גייט אין שול דאווענען יעדן טאג דריי מאל - איז דא א ברכה אין די געלט.

#153 - עס לוינט נישט די פרנסה אויב די לופט איז פאר'סמ'ט מיט ניבול פה
חברים, פרנסה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האף דו ביסט ערליך, איך האף דו האסט גוטע חברים, חברים וואס רעדן איידל, חברים וואס זענען אפגעהיטן פון ניבול פה; קוק עס נישט אן ווי א דזשאוק, קוק עס נישט אן ווי א קלייניקייט, ווייל ניבול פה הרג'עט מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.): "בעון נבלות פה", צוליב די עבירה פון רעדן שמוציג, "צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות", קומען ביטערע גזירות, "ובחורי שונאי ישראל מתים", יונגע קינדער שטארבן חס ושלום.


איך האב זיך פאר דיר אזוי אוועק געגעבן, איך בין געווען דיין שדכן מיט מסירות נפש, יעצט וויל איך עס זאל האבן א קיום, איך וויל נישט דיין לעבן זאל צוזאמפאלן.


הער אויס וואס איך זאג דיר, אויב דו וועסט רעדן ניבול פה וועט דיין לעבן זיך נישט גוט ענדיגן; נאר אויב מען היט זיך קען מען האבן א גוט לעבן.


עס לוינט זיך נישט די פרנסה אויב די גאנצע לופט איז פאר'סמ'ט מיט ניבול פה.

#152 - ערב שבת איז נישט קיין צייט פאר ארבעט
שלום בית, שבת קודש, פרנסה, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אזוי געטריי ווי דו העלפט מיר - אזוי געטריי דארפסטו זיין אין שטוב, העלפן דיין ווייב און קינדער.


דיין ווייב תחי' שרייבט מיר אז זי שפירט ווי זי קען נישט מער, די ארבעט איז איבער'ן קאפ, בפרט ערבי שבתות, דעמאלט דארף זי מער הילף.


דערפאר בעט איך דיר, לאז אפ די ארבעט; ערב שבת איז נישט קיין צייט פאר ארבעט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נ:) עס איז נישטא דערביי קיין סימן ברכה, ווייל מען דארף אנגרייטן דעם שבת קודש.


איך שפיר שלעכט פאר איר, איך וועל איר אויך דארפן שרייבן, זי זאל מיר מוחל זיין פאר'ן דיר אוועק שלעפן פון שטוב אזוי סאך מיר צו העלפן בויען די מוסדות.


אויך בעט איך דיר, שרייב מיר דיינע סיומים; אמאל פלעגסטו מיר מער דערציילן וואס דו לערנסט און וואס דו ביסט מסיים - וועסטו מיר מאכן א נחת רוח.


א גוט שבת.

#151 - א שאד צו לויפן ארבעטן, קום ענדערש אין ישיבה
בחור, פרנסה, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך פריי זיך אזוי שטארק יעדעס מאל דו קומסט אין ישיבה, עס איז אזוי וויכטיג זאלסט קומען אין ישיבה הערן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן.


וועסט נאך גענוג ארבעטן אין לעבן, יעצט אין די יונגע יארן איז א שאד צו לויפן ארבעטן, יעצט קום אין ישיבה. דריי זיך נעבן דעם ראש ישיבה, זיי פון די בחורים וואס זיצן נעבן דעם ראש ישיבה און שלינגען נאך א ווארט און נאך א ווארט. דיין ראש ישיבה האט דיר אסאך וואס צו פארקויפן, ער האט אסאך מקבל געווען פון מוהרא"ש, דיין ראש ישיבה האט דיר זייער ליב, ער ווארט דו זאלסט קומען מער אין ישיבה.


שרייב מיר א בריוו מזמן לזמן, דערצייל מיר דיינע שיעורים, דיינע סיומים.

#150 - אנשטאט טראכטן פון די גרויסע חובות, טראכט פונעם גרויסן באשעפער
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, צרות, ישועות, אמונה, התחזקות, פרנסה, חובות, געלט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


פארליר זיך נישט, גיי נישט אריין אין א קטנות הדעת; דו וועסט נישט בלייבן אין די לאך פון חובות, נאך אביסל וועסטו ארויסקריכן דערפון.


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; אנשטאט טראכטן טאג און נאכט ווי גרויס זענען די חובות וואס דו האסט - זאלסטו טראכן ווי גרויס דער באשעפער איז; מעגסט שוין טראסטן דעם אייבערשטן, אזויפיל ניסים האסטו שוין געזען אין לעבן, אזויפיל האסטו שוין גע'דאגה'עט און ביים סוף האט זיך אויסגעלאזט פון אלע דאגות - איין גרויסער בוידעם, איז פארוואס זאלסטו ווייטער דאגה'נען? טראכט פונעם אייבערשטן - וועסטו זען ניסים.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כג) די אלע וואס טראכטן פון געלט האבן א טונקלקייט אויפ'ן פנים, אן אויסגעלאשנקייט, עצבות ומרה שחורה, אנפין חשוכין.


טראכט פון באשעפער, טראכט פון רבי'ן, פון צדיקים; גיי אביסל שפאצירן מיט דיין ווייב און קינדער, און זינג זיך: "שכוח אייבערשטער פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין ווייב און קינדער", וועט שוין אויך זיין שפע.

#149 - נעם נישט קיין אמט פון ארויסשיקן מענטשן
שידוכים, מוסדות, מחלוקת, שלום, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין זכות איז זייער גרויס מיט'ן העלפן די מוסד וואס איז על שם רבינו, וואו מען לערנט מיט די קינדער די ריינע אמונה על טהרת הקודש.


איך בעט דיר זייער, נעם נישט קיין אמט פון ארויסשיקן מענטשן, פארטרייבן מענטשן - בפרט מיינע טייערע מלמדים.


אז מען זאגט דיר: "לאז נישט אריין קיין מלמדים אין קאך" זאלסטו שיינערהייט זאגן אז דאס איז נישט פאר דיר, דו ווילסט ענדערש העלפן קאכן און רייניגן; לאז א צווייטן טון די ארבעט.


אויך ווען דו וועסט גיין ארבעטן וואו אימער און מען וועט דיר מכבד זיין מיט די ארבעט פון פארטרייבן מענטשן אדער אפזאגן ארבעטערס - זאלסטו דאס בשום אין אופן טון.


נאך אביסל ווערסטו א חתן און מן הסתם וועסטו שיקן דיינע קינדער ביי אונזער מוסד, נו, ווי אזוי וועסטו קענען קומען צו דיין זון'ס מלמד און רעדן מיט אים, ווען דו האסט אים נעכטן ארויסגעווארפן פון קאך...


ברענג אריין ליבשאפט אין תלמוד תורה, מען זאל זיך ליב האבן, מען זאל ארבעטן אינאיינעם, מען זאל געדענקען 'פארוואס און פארוועם ארבעט איך דא? איך בין דא משמש דעם רבי'ן, איך בין דא אין בית המקדש'; איין כהן איז אויפ'ן מזבח, איין כהן איז אין קאך, איין כהן מאכט תרומת הדשן, ער טראגט ארויס די מיסט, און אלע קומען זיך צאם אין לשכת הגזית ליינען קריאת שמע, אויסשרייען אז עס איז דא איין באשעפער (תמיד ד, ג).


 

#148 - גוטע גרוסן פון די אינגל קעמפ
מוסדות, הכרת הטוב, קעמפ, סיום, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך באקום זייער גוטע גרוסן פון די אינגל קעמפ, אויך דערציילט מען מיר ווי געטריי דו ביסט פאר די קינדער. די עלטערן זאגן אז די קינדער רופן אהיים אזוי צופרידן - עס גיסט זיך שמאלץ ווען זיי דערציילן וואס טוט זיך אין קעמפ, ווי מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין פאריגע וואך ביי די סיום הש"ס פון הבחור ... נרו יאיר, און איך ווארט ווען מען וועט מיך איינליידענען צו נאך סיומים.


אויב דו שפירסט ווי די ארבעט איז דיר זייער שווער, בעט איך דיר, כאפ א שמועס מיט אינגעלייט; פרעג זיי אויס אויב פאר זיי איז גרינגער... ווייל וויפיל איך הער פון אינגעלייט - הער איך פון יעדן איינעם ווי שווער מען ארבעט, ווי שווער עס איז זיי; ביי יעדן איז שווער, ביי דיר וועט כאטשיג בלייבן די יראת שמים, די מידות טובות און די אמונה וואס דו לייגסט אריין אין זיי.

#147 - די וואס בארגן פאר די מוסד, וועלן כאטש צוריקזען זייער געלט
צדקה, מוסדות, פרנסה, חובות, אינוועסטמענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן שאפן הלוואות צו קענען אפקויפן די קאנטרי; געב איבער פאר אלע וואס האבן געבארגט זיי זאלן זיך פרייען אז זיי האבן א חלק אין בויען די הייליגע מוסדות.


דיר בעט איך, שטארק זיך און זיי ממשיך צו העלפן די מוסד. באמת טוסטו א גרויסע טובה פאר אנשי שלומינו, אויסער די גרויסע מצוה וואס זיי האבן צו העלפן בויען מוסדות, בנוסף לזה, טוסטו זיי א טובה אז זיי וועלן צוריק זען זייער געלט; עס איז אזוי שרעקעדיג צו הערן איין מעשה נאכן צווייטן ווי אינגעלייט פארלירן זייער געלט דורך שווינדלער און גנבים.


די וואך האט מיר א אינגערמאן דערציילט מיט א רויטע פארשעמטע פנים אז איינער האט אים איינגערעדט ער זאל מאכן מיט אים א שותפות, ער גייט פארקויפן וכו'; ער האט אריינגעלייגט צוויי הונדערט טויזנט דאלער און לא דובים ולא יער, נישטא גארנישט; ער זאגט מיר מיט א פארשעמטע פנים: "איך שעם זיך פאר'ן טון אזא זאך אן קומען פרעגן וכו'".


ווען איך האב דאס געהערט האב איך גלייך געטראכט פון דיר, איך גיי דיר פארהאלטן היתכן א אינגערמאן ביי אונז זיצט מיט געלט און דו האסט עס נאכנישט געבארגט פאר די מוסד; לכל הפחות זאל יענער צוריק זען די געלט.


אזעלכע מעשיות הער איך כסדר; עס דרייען זיך ארום שווינדלערס מיט שמייכלדיגע, זיסע און האניגדיגע ווערטער און נארן ארויס געלט פון מענטשן.


וואויל איז דעם וואס העלפט בויען די מוסדות, ער העלפט בויען אידישקייט; וועט ער האבן די קרן און פירות אוועקגעלייגט בזה ובבא.

#146 - נעמען וואס די עלטערן ווילן געבן, און זיך באדאנקען
כיבוד אב ואם, משפחה, פרנסה, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב אייער מאן איז מסכים איר זאלט העלפן אייער טאטע מיט'ן ארייננעמען אייער ברודער אויף שבתים, און אז אייער טאטע וויל אייך צאלן - זאלט איר עס נעמען און אים דאנקען.


נישטא קיין גרעסערע מצוה ווי העלפן די אייגענע משפחה; אייער טאטע זוכט א ווארעמע שטוב וואו אייער ברודער זאל זיין שבת - איז דאס די גרעסטע מצוה! דאס איז כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, ומבשרך אל תתעלם, הפצה, פדיון שבויים און וואס נישט.


עס איז וויכטיג פאר קינדער צו וויסן אז ווען עלטערן געבן געלט אדער מתנות - זאגט מען נישט "איך דארף נישט", "עס פעלט נישט אויס", נאר מען זאגט איין ווארט: "שכוח". עלטערן ווילן געבן פאר קינדער; ווען איר וועט חתונה מאכן אייערע קינדער וועט איר אויך זוכן א וועג ווי אזוי צו געבן בדרך כבוד. אז זיי ווילן אייך העלפן – זאלט איר עס נעמען און זאגן: "שכוח", און אויב מען זאגט צו און עס לאזט זיך אויס א בוידעם - וועט דער אייבערשטער באצאלן בכפלי כפליים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#145 - ווערט נישט א קנעכט פאר'ן טעלעפאן
צדיקים, פרנסה, טעלעפאן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער פראבלעם איז נישט "וואטס-עפפ", דער פראבלעם איז אז דער מענטש אנטלויפט פון זיין לעבן. טעקסט מעסעדזש איז אויך שעדלעך ווען מען נוצט דאס אוועק צו לויפן פונעם לעבן; איך זע ביי בחורים, ווי נאר זיי באקומען א טעלעפאן - שרייבן זיי זיך איין אויף גרופס, עס גייט אוועק די טאג, די קאפ און די מח, מען ווערט א קנעכט פאר'ן טעלעפאן.


אז דו דארפסט האבן וואטס-עפפ פאר פרנסה, פאר קאר סערוויס - איז דאס נישט קיין פראבלעם, קענסט דאס האבן, אבער זאלסט זען נאר צו האבן די איינע קאנטעקט, די איין גרופ און נישט מער. אז דו וועסט האבן נאך קאנטעקטס; דער וועט דיר שיקן נאר איין בילד, א צווייטער וועט דיר שיקן נאר א גענעץ און א דריטער א סניס - ביסטו פערטיג, ביסטו פארקנעכטעט, דיין ווייב אן אלמנה און דיינע קינדער יתומים.


די שפראך פון "צדיק אמת", "אמת לאמיתו", "אמת'ן אמת'ן אמת" - לאז איבער דארט וואו דו ביסט, דא קום דינען דעם אייבערשטן, לערנען, דאווענען און רעדן שיין אין שטוב צו די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#144 - מזל טוב פאר דיין פערטע סיום הש"ס
פרנסה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין פערטע סיום הש"ס!


איך בין אזוי איבערגענומען פון דיר, דאס איז דאך אזא וואונדער; א אינגערמאן, א פשוט'ער איד וואס ארבעט רוב טאג צו ברענגען פרנסה האט די שכל צו לערנען די הייליגע תורה, כאפט ארויס יעדע איבריגע מינוט צו לערנען; דו ביסט שוין אריבער פיר מאל גאנץ ש"ס.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו בלייבן דיין גאנץ לעבן צוגעקלעבט צו די תורה, און דיינע קינדער זאלן אויך זיין דבוק צו די תורה.


 

#143 - גיין מיט די ציצית פון אינדרויסן
עבודת השם, פרנסה, בארד און פאות, זעלבס זיכערקייט, קליידער, ציצית

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער הארציגער טייערער ... נרו יאיר


בלייב מיט דיין חסידי'שע לבוש, מאך נישט נאך די וואס טוען זיך אויס די ציצית פונדרויסן.


מילא די וואס ארבעטן מיט ארבעט וואס מאכט שמוציג; בויען וכו' – זיי ווילן נישט שמוציג מאכן די הייליגע ציצית, אדער עס זאל זיך נישט צערייסן – איז איין זאך, אבער אז דו האסט א גרינגע ארבעט, דו ווערסט נישט שמוציג און עס צערייסט זיך נישט – פארוואס זאלסטו זיך באהאלטן מיט די ציצית?


ציצית דערמאנט פונעם באשעפער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות א, י) אויפ'ן פסוק (במדבר טו, לט): "וּרְאִיתֶם אֹתוֹ", דאס גייט ארויף אויפ'ן אייבערשטן; ווען מען קוקט אויף די ציצית זעט מען דעם אייבערשטן; ציצית איז א שיינע זאך, זיי שטאלץ מיט דיינע חסידי'שע קליידער.


דו האסט א מתנה א טייערע ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג:): "אִשָּׁה טוֹבָה מַתָּנָה טוֹבָה לְבַעֲלָהּ", א גוטע פרוי איז א מתנה פאר'ן מאן; דו האסט א גוטע פרוי, אן ערליכע פרוי, זי האט ליב חסידישקייט, זי וועט דיר העלפן אויפשטעלן ערליכע דורות.


זאלסטו בלייבן שטאלץ מיט דיין ציצית און קאפל, בארד און פאות; לאז די אנדערע וואס שעמען זיך מיט די ציצית זיך שעמען מיט דעם וואס זיי שעמען זיך.

#142 - מען דארף בויען נאך דירות אין שטעטל
שטעטל, פרנסה, דירה

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין היינט געווען אין שטעטל, איך האב געמיינט איך וועל דיך טרעפן; איך דארף מיט דיר רעדן וואס צו טון בנוגע בויען נאך דירות. איך האב יעצט א שיינע צאל משפחות וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל און מיר האבן נישט קיין דירות.


אין אנהויב האסטו מיר געזאגט אז מען דארף מתפלל זיין די באאמטע זאלן געבן רשות צו בויען, יעצט ווען מיר האבן גע'פועל'ט ביי זיי, מיר האבן באקומען רשות - דארפן מיר מתפלל זיין אז עס זאל שוין געבויט ווערן.


איך האב גערעדט צו האברך ... נרו יאיר, ער איז גרייט צו העלפן מיט וואס מען דארף נאר אז זאכן זאלן זיך אנהויבן רוקן אויף למעשה.


איידער דו נעמסט אן נאך דזשאבס און איידער דו עפנסט נאך ביזנעס וכו' - זאלסטו טראכטן צי דאס וועט גיין אויפ'ן חשבון פון בויען דעם שטעטל, ווייל דיין גאנצע הצלחה איז נאר דורכ'ן אויפבויען דעם שטעטל קרית ברסלב; זאלסטו ענדערש משקיע זיין אינעם שטעטל.


איך האף דו האלסט נאך אן דיין קבלה נישט צו גיין שלאפן איידער דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן; מקרא, משנה, גמרא, מדרש וספרי רבינו.

#141 - אויב מ'האט נישט קיין געפיל אין שטוב, איז דאס די אייגענע פראבלעם
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, שלום בית, קברי צדיקים, תשובה, פרנסה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא (בא"י בהעלותך), י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ביי מיר איז יעצט פרייטאג אינדערפרי, אבער ביי ענק איז שוין כמעט שבת, וועל איך זיך צויאגן און ענק שרייבן אפאר ווערטער, וואס מיר האבן נעכטן גערעדט ביים ליל שישי שיעור.


ביי אונז אין אמעריקא גייט די וואך פרשת נשא, מיר זענען נאכאלץ אפגעררוקט פון אייך א פרשה. די וואך האבן מיר אין די פרשה, דער אייבערשטער בענטשט אונז (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", זאגט רש"י, 'יברכך' - איך בענטש דיר מיט דיין פארמעגן, 'וישמרך' - איך היט דיר פון מזיקין זיי זאלן נישט אוועקנעמען דיין געלט; מוהרא"ש זאגט, דא איז מרומז וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סח): "יֵשׁ מִדָּה אַחַת שֶׁמַּפְסֶדֶת וּמְאַבֶּדֶת מֵהֶם הַמָּמוֹן, וְהִיא מִדָּה רָעָה מְגֻנָּה" עס איז דא א שלעכטע מידה וואס איז גורם מען זאל נישט באקומען קיין געלט, ווייל לעולם וואלט דאך יעדער איד געדארפט האבן געלט, פארוואס האט מען נישט קיין געלט? ווייל געלט קומט פון די זעלבע פלאץ פון וואו כעס קומט, און ווען עס איז באשערט פאר דעם מענטש געלט, קומט דער יצר הרע און שטעלט אונטער א נסיון פון כעס און עס ווערט פון געלט – כעס, השם ישמרינו.


דאס זאגט די תורה "יְבָרֶכְךָ ה'" - דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט געלט, און גלייך געבט די תורה נאך א ברכה "וְיִשְׁמְרֶךָ", - און ער זאל דיך היטן פון כעס כדי דו זאלסט נישט פארלירן דאס געלט.


ווי אזוי איז מען זוכה צו דעם - זיך נישט אויפרעגן? נאר דורך אמונה! ווי מער מען חזר'ט אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס וואס פאסירט איז ער אליינס, אלעס שטעלט מען מיר א נסיון צו זען אויב איך וועל זיך פארלירן, נישטא גארנישט אויסער דעם אייבערשטן; עס איז נישט מיין ווייב, עס איז נישט מיינע קינדער, עס איז נישט די שכינים און חברים, עס איז אלעס דער אייבערשטער; ווי מער מען חזר'ט דאס, מען לעבט מיט אמונה - דאס נעמט אוועק כעס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:): "כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה", ווער עס איז בכעס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה; פארוואס איז דאס אזוי ווי עבודה זרה? ווייל מען קען נישט זיין בכעס נאר ווען מען פארגעסט פון אייבערשטן, מען מאכט א מציאות פון אנדערע זאכן, דאס איז ממש עבודה זרה.


די עצה צו אמונה איז לערנען דעם רבינ'ס ספרים, זיך מאכן שיעורים אין רבינ'ס ספרים און פאלגן די עצות. כאפט אן א משל, די עצה פון התבודדות; אזא ליכטיגע עצה, אזא זיסע עצה, אזא גרינגע עצה - מען זאל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אים אלעס דערציילן, אים בעטן: "הייליגער באשעפער, וואס וועט דא זיין, וואס וועט זיין מיט מיר, וואס וועט זיין פון מיר, איך בין אזוי ווייט פון דיר, העלף מיר, געב מיר אמונה, געב מיר דעת, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר; הייליגער באשעפער, וואס רעג איך זיך? וואס גיפט איך זיך? וואס איז מיט מיר?!


רבונו של עולם, העלף מיר, שיין אריין אין מיר א שטארקע אמונה, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, דו ביסט מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדֶךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, דער אייבערשטער איז איבעראל, אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן, אין יעדע איינציגסטע תנועה געפונט זיך דער אלופו של עולם".


דאס איז אביסל וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט. אויך האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן אין שטוב, מען זאל רעדן שיין אין שטוב, ווייך און הארציג; מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט, מיט א ווייב טענה'ט מען נישט. אויב מען שפירט ווי מען האט נישט קיין געפיל אין שטוב - איז דאס די אייגענע פראבלעם, דאס איז נישט איר פראבלעם. אזוי ווי דער גיבור האט געזאגט פאר די מענטשן פון די מדינה פון עשירים, ווען זיי האבן געזאגט עפעס שטינקט, האט ער זיי געזאגט (מעשה יב, די מעשה פונעם בעל תפילה): "איר זעט דאך אז עס איז גארנישט פארהאן א זאך וואס זאל שטינקען, מוז בודאי זיין אז איר אליינס שטינקט, ווארן דא איז נישט דא קיין שום זאך וואס זאל שטינקען"; אזוי אויך, ווען מען ווערט פארעקלט אין שטוב, מען האט נישט מער קיין געפיל; וואס איז געשען פלוצלונג?!


איך האב אינגעלייט וואס זאגן מיר: "איך האב אזא שיינע לעבן, איך בין אזוי צופרידן פון מיין ווייב, פון מיינע קינדער", א טאג שפעטער טרעף איך אים מיט א לאנגע נאז, ברוגז, אנגעבלאזן; פרעג איך אים: "וואס גייט פאר?" זאגט מיר: "איך ווער צעדריידט פון מיין ווייב, איך זיך א וועג פטור צו ווערן פון איר, אלעס האט א שיעור!" פרעג איך אייך: "ווי קען דאס זיין, נעכטן האט ביי אים געשיינט אלע ש"י עולמות, ער איז געווען אזוי פרייליך, אזוי צופרידן, ווי קען זיין א טאג שפעטער זאל זיין דאס פארקערטע? מוז זיין אז ער אליינס שטונקט"; דארף מען תשובה טון, גיין שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות, איך וויל היטן מיין מח מחשבה, איך וויל זיין ערליך" - דעמאלט שיינען צוריק אלע ליכטיגקייטן.


עס ווערט שוין שבת ביי אייך, איך דארף נאך אניאגן צו שיקן די בריוו אויף אימעיל מען זאל דאס נאך קענען ארויספרינטן און ברענגען אין שול.


די וואך שבת יער איך זיך, מיין געבורטס טאג איז י"ב סיון, עס איז אין די טעג פון די ימי תשלומין. דאס לערנען מיר אין ישיבה, מען זאל וויסן אז מען קען נאך משלים זיין, מען קען נאך פאררעכטן.


איך בעט אייך, ווען איר זענט ביי מקומות הקדושים בעטס פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן, משמש זיין מוהרא"ש.


די וואך וועט ביי ענק זיין א חתונה פון א תלמיד הישיבה, זייער א חשוב'ער חתן. ער ווערט אן איידעם ביי ר' שמעון שפירא. דער מחותן האט מיר געשריבן א בריוו וואו ער בעט זיך איך זאל אים מאכן א שידוך פאר זיין טאכטער א בחור פון ישיבה, ער פארשטייט וואס דא טוט זיך, ער האט א געפיל אין ישיבה.


א גוט שבת.

#140 - א שווערע נסיון זיך צו היטן די אויגן, אבער עס לוינט זיך
שמחה, סגולות, פרנסה, שמירת עינים, סיפוק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אז דו ווילסט שפע, עס זאל זיך גיסן שפע, דו זאלסט האבן בריווח, נישט בצמצום – זאלסטו היטן דיינע אויגן, אז מען היט זיך די אויגן – קומט שפע.


מוהרא"ש זאגט אויפ'ן פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין 'יְשַׁבֵּרוּ', א לשון פון שבירה, דעמאלט "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" – קומט שפייז אין צייט.


עס איז א שווערע נסיון זיך צו היטן די אויגן, אבער עס לוינט זיך, מען האט אלעס אין לעבן; מען האט אמונה, שמחה, צופרידנקייט, שלום בית, געדולד צו די קינדער, מנוחה און ישוב הדעת.


שרייב מיר דיינע סיומים.

#139 - מען קען זוכן א גרינגערע פרנסה
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בארגט געלט צו פארמאכן אייערע פענסטערס, אזוי וועט איר זיין רואיג, איר וועט האבן ישוב הדעת; איר וועט קענען גרינגער אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


בנוגע אייער מאן'ס ארבעט; ער דארף נישט בלייבן ארבעטן דארט, זאגט אים ער זאל זוכן א גרינגערע פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#138 - מיט'ן אייבערשטן אלס שותף, וועסטו זייער מצליח זיין
שבת קודש, פרנסה, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין פריינט ... האט מיר דערציילט אז דו שטארקסט זיך זייער און אז דו דארפסט יעצט א ברכה פאר'ן מקח וואס דו קויפסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלעס וואס דו טוסט, זאלסט האבן גרויס שפע, זאלסט ענדיגן דעם מקח מיט גרויס הצלחה.


דאס ווייסטו זיכער, אז אויב מען נעמט אריין אינעם דיל א גוטן שותף פארט אלעס געשמירט, א בעסערער שותף פונעם בורא כל עולמים איז נישטא; נעם אריין דעם אייבערשטן אינעם דיל, לייג תפילין יעדן טאג און היט שבת - וועסטו גאר שיין מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.