בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#200 - נישט אלעס איז געלט; האסט א משפחה, ווען וועסטו קוקן אויף זיי?
חינוך הילדים, עבודת השם, משפחה, פרנסה, געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער הייליגער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יא), דער מענטש פון וואלד (דאס איז דער צדיק) - האט געזאגט פארן אמת'ן בן מלך (דאס איז דער איד וואס ווייסט נישט זיינע כוחות און פון וואו ער שטאמט): "הער אויף נאכלויפן דיינע עבירות, האסט שוין גענוג געארבעט", עיין שם.


ביי דיר איז אויך אזוי, האסט שוין גענוג געארבעט ביטער שווער, וואס דארפסטו צוריק גיין ארבעטן ביטער שווער? נישט אלעס איז געלט; האסט א משפחה, ווען וועסטו קוקן אויף זיי? ענדערש ארבעט פאר דיר און אין די איבריגע צייט זאלסטו לערנען און דאווענען, און מחנך זיין דיינע קינדער.


נאך אביסל גייען מיר אלע אוועק פון די וועלט, און וואס וועט בלייבן פון אונז? נאר חינוך הילדים און תורה ותפילה.


 

#199 - טשעפע נישט דיין ווייב וועסטו ארויסגיין פון חובות און האבן פרנסה בשפע
שלום בית, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


ווען דו ביסט געווען ביי מיר זונטאג מיט דיין ווייב און זיך באקלאגט אויף דיינע חובות, אז וויפיל דו פרובירסט צו מאכן און שאפן נאך געלט - בלייבסטו אלץ אינעם גרוב פון חובות; איך האב פאר דיר אן ענטפער, איך האב נישט געוואלט רעדן צו דיר פון דעם אין פארנט פון דיין ווייב, וואס דארף זי הערן ווי איך געב דיר מוסר, איך האב אבער פאר דיר אן ענטפער.


אויב דו נעמסט זיך פאר נישט צו טשעפען דיין ווייב - זאג איך דיר צו אז דו וועסט ארויסגיין פון אלע דיינע חובות, דו וועסט האבן פרנסה בשפע, דו וועסט האבן אן אייגענע הויז וכו' וכו'.


א ווייב טאר מען נישט טשעפען, און אז מען האט זוכה געווען צו א ווייב מיט ספיקות - מאכט מען נישט שפאס פון איר, מען טאר נישט טשעפען, און אז מען האט זוכה געווען צו א ווייב וואס וויינט, שרייט און בייסט - טאר מען נישט טשעפען און זאגן: "גיי וויין!" "יעצט גייסטו וויינען אזוי ווי דיין מאמע?" וכו' וכו'.


איך דארף מקצר זיין, איך גיי זאגן יום כיפור קטן. איך מאך מיט דיר א געשעפט, אז דו וועסט מער נישט אוועקמאכן, אראפקלאפן דיין ווייב - קומט שפע מיט עשירות.


א פרייליכן פסח.


 

#198 - אז דו וועסט גיין הפצה, וועסטו נישט דארפן צוקומען צו קיינעם
הפצה, צדקה, תשובה, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויף דיין פראגע אויב דו מעגסט נעמען פון די צדקה קאסע וואס טיילט אויס לכבוד פסח פאר אנשי שלומינו; אז דו וועסט גיין הפצה - וועסטו נישט דארפן נעמען פון קיינעם, וועסט האבן שפע פאר דיר און דו וועסט קענען העלפן די וואס גייען נישט הפצה.


איך זע מיט מיינע אויגן, די וואס גייען הפצה - די לאכן זיך גוט אויס, די האבן שפע, און אז נישט - דארף מען אנקומען צו יענעמ'ס טובות.


הלואי וואלסטו גענומען אפאר אינגעלייט און געמאכט א חבורה, גיין יעדן טאג אין די הייזער, ישיבות און כוללים. דאס איז תיקון הברית, קירוב הגאולה און מתן שכרה בצידה - מען קען לעבן אן חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#197 - דאווען מיט מנין און טשעפע נישט דיין ווייב, וועסטו האבן שפע
שלום בית, תשובה, פרנסה, דאווענען, פסח, מנין, יום כיפור קטן, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש ניסן איז א צייט פון תשובה. מיר זאגן אלע חדשים יום כיפור קטן, אבער היינט ערב ראש חודש ניסן, און ערב ראש חודש אלול - זאגן אלע יום כיפור קטן, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך בארעכענען און תשובה טון, סיי אויף בין אדם למקום און סיי אויף בין אדם לחבירו. נעם זיך פאר צו דאווענען מיט מנין און נישט טשעפען דיין ווייב; ביי די צוויי זאכן דארפסטו א גרויסער תיקון, דו דאווענסט טאג איין טאג אויס ביחידות, און דו פליקסט און שטעכסט דיין ווייב; די צוויי זאכן נעמט אוועק די שפע.


איך שרייב דיר דאס, עס איז מיר נישט גרינג. איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער און אנהויבן דאווענען מיט מנין אלע דריי תפילות און נישט נעמען דעם טעלעפאן ביים דאווענען, און זיך פארמאכן דאס מויל אין שטוב, נישט ענטפערן; וועסטו האבן גרויס שפע, דו וועסט נישט זיין קיין נצרך לבריות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#196 - אנטלויפן פון א ישיבה וואו מען רעדט ניבול פה
חברים, קדושה, חינוך הילדים, בחור, פרנסה, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז די פראגע, אודאי זאל ער אוועקגיין פון די ישיבה; אז די בחורים רעדן טאג און נאכט ניבול פה - זאל ער פון דארט אנטלויפן!


ליידער ווערט מקוים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן, וואס וועט זיין איידער משיח צדקינו וועט קומען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מב:): "בעקבות משיחא ... בית וועד יהיה לזנות", די ישיבות וועלן זיין א פלאץ פאר עבירות; ליידער ווערט דאס מקוים, מען רעדט צווישן די בחורים עבירות, ניבול פה, רחמנא לצלן.


ענדערש זאלסטו נעמען דיין זון מיט דיר צו די ארבעט ווי איידער ער זאל זיך דרייען צווישן בחורים וואס רעדן ניבול פה.


בעט דעם אייבערשטן דיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר זיי; דיינע קינדער זאלן האבן גוטע חברים, ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#195 - נעם אריין דעם אייבערשטן אינעם געשעפט, וועסטו האבן גרויס הצלחה
אמונה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיין נייע געשעפט, זאלסט האבן גרויס שפע.


נעם אריין דעם אייבערשטן אינעם געשעפט - וועסטו האבן גרויס הצלחה. אלע דיבורים זאלן זיין פון אייבערשטן; אז מען פרעגט דיר: "האסט העמעדער?" זאלסטו זאגן: "געלויבט דעם אייבערשטן, מיר האבן העמעדער. און אז עס דארף אנקומען פרישע, זאלסטו זאגן: "מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין מארגן"; אזוי זאלסטו אלץ מזכיר זיין דעם אייבערשטן אינעם געשעפט - וועסטו האבן שטארקע הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#194 - הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פון כעס, איך זאל נישט שלאגן די קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, פרנסה, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


דיין ווייב בעט מיר איך זאל דיך מחזק זיין זאלסט נישט שלאגן די קינדער; ליבער ברודער, דו ווייסט דאך אז דער רבי האט אונז געזאגט נישט שלאגן די קינדער, ווער רעדט נאך שלאגן בחורים פון העכער די בר מצוה, דאס איז א לאו אין די תורה. עס ווערט גע'פסק'נט (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל" (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ), אויך זאלסטו וויסן, אז מען גייט אריין אין א כעס - פארלירט מען דאס געלט.


בעט דעם אייבערשטן, גיי התבודדות, רעד זיך אויס דאס הארץ, בעט אויף דעם באזונדער, דו זאלסט זיך נישט אויפרעגן און חס ושלום שלאגן די קינדער, בעט:


"הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פון די שלעכטע מידה פון כעס. איך פארליר זיך אויף מיינע קינדער ביז איך פארליר מיין שכל, איך שלאג און צעברעך שטעקנס אויף זיי. הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל זיך נישט פארלירן, איך זאל וויסן און געדענקען אז דו ביסט נעבן מיר, דו ביסט אין שטוב און דו זעסט אלעס וואס איך טו. העלף מיר איך זאל נישט נערוועז ווערן פון מיינע קינדער, אנא זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף די מידה מגונה פון כעס".


טייערער ברודער גיי התבודדות, האסט א שיינעם פעלד ארום דיין שטוב, גיי צווישן די גראז, שמועס מיטן אייבערשטן; דאס וועט דיר געבן א שטארקע אמונה, דו וועסט נישט ווערן פארלוירן און נערוועז פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#193 - א אידישע פרוי, א מאמע פון קינדער, דארף נישט ארבעטן
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א אידישע פרוי, א מאמע פון קינדער - דארף נישט ארבעטן; עס איז נישט איר זארג צו ברענגען געלט און אויסהאלטן די שטוב. דער מאן, ער שרייבט אונטער די כתובה אז ער וועט ברענגען געלט צו שפייזן די שטוב.


אז עס איז אייך שווער די ארבעט, איר קומט נישט אן צו רייניגן די שטוב און מאכן עסן פאר די מאן און קינדער - וואס דארפט איר ארבעטן?


יונגע ווייבלעך וואס האבן נאכנישט קיין קינדער - איז גוט זיי זאלן ארבעטן, זיין באשעפטיגט, נישט גיין ליידיג, און ווען מען ווערט געבענטשט מיט קינדער - איז די חשוב'סטע זאך זיין א מאמע פאר די קינדער און א געטרייע ווייב פאר'ן מאן, דאס איז רצון השם.


איר וואוינט אין שטעטל צווישן די גראז און ביימער, זאלט איר זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן. גייט יעדן טאג א שפאציר צווישן די גראזעלעך און דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און בעטס אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#192 - אין די יונגע יארן איז יעדן טאג מער פון א גאנצע יאר אין די עלטערע יארן
בחור, הפצה, ריינקייט, פרנסה, בית המדרש, לימוד התורה, יונגע יארן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים


איך דאנק דיך זייער פארן העלפן אין שול, די גבאים שרייבן מיר אז דו העלפסט אין שול; עס איז זייער א גרויסע זאך צו העלפן רייניגן א שול.


בנוגע וכו'; יעצט ביסטו יונג - זאלסטו אויסנוצן דיין צייט צו לערנען און דאווענען, מאך נישט קיין ביזנעס, מאך נישט גארנישט. וועסט חתונה האבן - וועסטו דעמאלט פרעגן וואס צו טון, יעצט אין די יונגע יארן איז יעדן טאג מער ווערד פון א גאנצע יאר אין די עלטערע יארן.


אז דו ביסט שוין אפגעמאטערט פון לערנען, דו ווילסט זיך אויסלופטערן - זאלסטו גיין הפצה, גיי פארשפרייט די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן, און די געלט געב פאר די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#191 - אז דו דאווענסט אן מנין, פון וואו זאל קומען די שפע?
רפואה, פרנסה, בית המדרש, דאווענען, פסח, מנין, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאווענסט טאג איין טאג אויס - אן מנין, נו וואס ווילסטו? פון וואו זאל קומען די שפע? פון וואו זאל קומען די פרנסה?! מוהרא"ש זאגט: "דאווענען מיט מנין - ברענגט שפע".


גיי דאווען מיט מנין, זיי נישט מזלזל אין דעם - וועסטו זען דו וועסט האבן גרויס שפע.


אויך זאלסטו נישט רעדן אין שול ביים דאווענען; וועסטו זיין געזונט און שטארק, דו וועסט אויסגעהיילט ווערן פון אלע קרענק.


ובחנוני נא בזאת, וועסט זען; אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען מיט מנין און נישט רעדן ביים דאווענען - וועט זיך גיסן ביי דיר שפע און דו וועסט זיין געזונט און שטארק.


זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין צו די פרויען צאמקום. מען גייט רעדן וויכטיגע זאכן, ווי אזוי מען מאכט פסח'דיג און נאך שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#190 - די קראך פון די בענק
פחדים, אמונה, צדקה, מוסדות, פרנסה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט טוט זיך אין די נייעס, צוויי בענק האבן געקראכט. מענטשן זענען דערשראקן ווי צום טויט, די גאנצע אמונה זייערע איז צעפאלן; מען לייגט זיך אוועק געלט אין באנק, מען פארלאזט זיך אויפן באנק אדער אויף די רעגירונג און פלוצלונג אין איין סעקונדע איז גארנישט דא, מענטשן גייען ארום אן א קאפ.


יעצט זעט מען ממש וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "הָעוֹלָם הַזֶּה מַטְעֶה אוֹתָנוּ לְגַמְרֵי", די וועלט נארט אונז זייער שטארק, "שֶׁמַּרְאֶה אֶל הָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַרְוִיחַ בְּכָל פַּעַם", עס זעט אויס פאר'ן מענטש ווי ער פארדינט געלט, "וּבַסּוֹף אֵינוֹ כְּלוּם", און ביים סוף זעט מען אז מען האט גארנישט. "כַּאֲשֶׁר נִרְאֶה בְּחוּשׁ בְּרֹב בְּנֵי אָדָם", אזוי ווי מען זעט דאס קלאר ביי רוב מענטשן, "שֶׁעוֹסְקִים וְעוֹבְדִים יָמִים וְשָׁנִים בִּסְחוֹרוֹת וּמַשָּׂא וּמַתָּן", וואס זענען פארנומען זייערע טעג און יארן מיט ביזנעס און געשעפטן, "וּלְבַסּוֹף כְּשֶׁבָּאִין לְחֶשְׁבּוֹן אֵין נִשְׁאָר בְּיָדָם כְּלוּם", און ביים סוף זעט מען אז זיי האבן גארנישט, "וְאִם אֲפִלּוּ מַשִּׂיג מָעוֹת לוֹקְחִין אוֹתוֹ מִן הַמָּעוֹת", און אפילו מען האט יא עפעס פארדינט געלט, נעמט מען דעם מענטש אוועק פון די געלט, "וְהַכְּלָל: שֶׁשְּׁנֵיהֶם אֵין לָהֶם קִיּוּם בְּיַחַד, דְּהַיְנוּ הָאָדָם עִם הַמָּעוֹת", ווייל ביידע אינאיינעם בלייבן נישט, "רַק אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הַמָּעוֹת מִן הָאָדָם", אדער נעמט מען אוועק די געלט פונעם מענטש, "אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הָאָדָם מֵהַמָּעוֹת", אדער נעמט מען אוועק דעם מענטש פון די געלט, "וּמֵעוֹלָם לֹא נִמְצָא שֶׁיִּשָּׁאֵר אֶחָד עִם הַמָּעוֹת, רַק כַּנַּ"ל", עס איז נאכנישט געווען אזא זאך אין די וועלט אז דער מענטש זאל בלייבן מיט זיין געלט.


טייערער ברודער, זיי נישט דערשראקן אז די געלט איז נישט פארזיכערט, און רעד זיך נישט איין אז אויב די רעגירונג וועט קומען ראטעווען די באנק - דעמאלט זענען מיר יא פארזיכערט; פארזיכער זיך אויפ'ן אייבערשטן. וויי און ביטער ווער עס פארזיכערט זיך אויף געלט, ווייל אפילו אויב יעצט וועט קומען די רעגירונג אויסקויפן דעם באנק און ראטעווען אלע דעפאזיטס, וואס וועסטו טון מארגן ווען די רעגירונג וועט איינפאלן? וואו וועסטו דעמאלט לויפן?


וואויל איז דעם וואס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן און ער פארזיכערט זיך אין אים, ער לייגט אוועק אין סעיווינגס פרקים משניות און בלעטער גמרא, דאס וועט קיינמאל נישט גיין קראכן; די פרקים משניות, די פסוקים חומש - דאס בלייבט אייביג.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום אין שטעטל און מארגן וועט זיין אין ישיבה, זע דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין פון שטוב זיך אנשעפן פרישע כוחות צו קענען ארייננעמען דעם יום טוב פסח.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט עוסק זיין אין צדקה. גיי נאך געלט - אדער פאר דיר אדער פאר מיר; פאר מיר מיין איך נישט פאר 'מיר', איך דארף נישט דיין געלט, איך מיין 'די מוסד'; די מוסד קען זיך ביז דערווייל נישט דעקן, כל זמן א מלמד זיצט מיט אונטער צוואנציג קינדער קען מען זיך נישט דעקן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רנח): "איך זע איר זענט נישט עוסק אין מצוות", רבי נתן זאגט: "דער רבי האט געמיינט צו זאגן אין 'גיין נאך געלט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - אז מען איז פרייליך, איז מען ממשיך אויף זיך פרנסה
תפילות אויף אידיש, שמחה, אמונה, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, נתני'


שטארק זיך במדת השמחה, דאס איז מסוגל לפרנסה. מוהרא"ש ברענגט פון צדיקים, די סופי תיבות פונעם פסוק (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'" איז דער שם "חַתָּ"ךְ", די שם פון פרנסה; אז מען איז פרייליך - איז מען ממשיך אויף זיך פרנסה.


פארליר זיך נישט, בלייב שטארק מיט אמונה. פרנסה געבט דער אייבערשטער, און נאר אז מען האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן האט מען פרנסה.


דערפאר אז עס איז דיר אזוי שווער מיט פרנסה זאלסטו זיך איבערגעבן יעדן אינדערפרי צום אייבערשטן, זאג די תפילה:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן פרנסה בשפע, איך זאל ארויסקריכן פון אלע מיינע חובות, איך זאל קענען שפייזן מיין ווייב און קינדער.


הייליגער באשעפער, איך ווייס אז אלעס ווענדט זיך אין מיר, איך דארף תשובה טון, איך דארף אכטונג געבן נישט צו טון קיין שלעכטס; בעט איך דיר, זיי מיר מוחל; איך גיי שוין זיין גוט, איך הויב אן פון יעצט זיין ערליך. איך וויל אלץ זיין גוט, נאר דער יצר הרע קומט צו מיר כסדר און ווארפט מיך נאכאמאל און נאכאמאל אראפ, איך בעט דיר זייער, נעם אן מיין תשובה, פארגעב מיר מיינע עבירות און געב מיר שפע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#188 - דו קענסט אויסוועלן זיך גוט אויסצולאכן, אדער צו ווערן אויפגערעגט
שמחה, אמונה, פרנסה, נסיונות, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר קיין איין רגע אז דער אינגערמאן ... געבט פרנסה, פרנסה געבט דער אייבערשטער. ראש השנה איז שוין געווארן אנגעשריבן די גאנצע געשיכטע, אז דו וועסט אנהויבן בויען און ער וועט דיך אפזאגן, אבער ווי אזוי דו וועסט עס אננעמען - דאס איז דיין בחירה; דו קענסט בוחר זיין צו זיין פרייליך און זיך גוט אויסלאכן, אדער ווערן בכעס און חס ושלום אריינפאלן אין א מרה שחורה.


ליבער ברודער, לאך זיך גוט אויס. נעם אריין אין זיך די אמונה, גלייב אז דיין פרנסה, דיין שפע - קומט נאר פונעם אלמעכטיגער גאט; ער וויל דיך אויספרואוון צו וועם דו וועסט לויפן און וואס דו וועסט טון ווען עס פאסירט אזא מעשה.


וועסט זען, עס וועט ארויסקומען פון דעם נאר א טובה.

#187 - זיץ נישט צופיל מיט אידן וואס היטן נישט קיין תורה ומצוות
חברים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א מענטש ווערט גרינג איבערגערעדט דורך די מענטשן ארום זיך; אז דו וועסט דארפן זיצן טאג און נאכט מיט אידישע קינדער וואס היטן נישט קיין תורה ומצוות - וועסטו זיין אין א סכנה פון ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי, השם ישמרינו.


דערפאר, אויב איז די ארבעט צו זיצן טאג און נאכט מיט אים - איז נישט כדאי, אבער אויב איז די ארבעט נאר פון צייט צו צייט זיצן מיט זיי - איז יא כדאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - דארף א פרוי גיין ארבעטן?
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, ל"ג שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע אויב א פרוי דארף ארבעטן וכו'; דארפן דארף מען נאר איין זאך, מען וועט איין טאג דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן; דארף מען זיך אנגרייטן מיט תורה תפילה און גוטע מעשים.


מען קען נישט זאגן א פרוי דארף ארבעטן, אבער עס איז זיכער גוט פאר א יונגע פרוי וואס האט נאכנישט קיין קינדער צו ארבעטן, נישט גיין ליידיג, און פון ווען מען האט קינדער - ווענדט זיך שוין לויט אירע כוחות און לויט דער מצב וכו'.


ביז דערווייל זאל דיין ווייב בלייבן ארבעטן.

#185 - לייג תפילין איידער דו גייסט אין ארבעט
פרנסה, בית המדרש, דאווענען, תפלין

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, ל"ג שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו שטארקסט זיך און דו לייגסט תפילין יעדן טאג; וויל איך דיר יעצט בעטן, פון היינט און ווייטער זאלסטו לייגן תפילין איידער דו גייסט אין ארבעט. גיי אין שול, לייג טלית ותפילין און דאווען שחרית; דאס וועט דיר ברענגען פרנסה בשפע, דו וועסט זיין באשיצט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - הערליך שיינע חתונה אין ישיבה, א גרויסע הפצה
אמונה, הפצה, פרנסה, אידיש געלט, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן איז געווען נאך א חתונה אין ישיבה, עס איז געווען הערליך שיין, עס איז געווען א גרויסע הפצה. ביי חתונות קומען משפחה וואס וואלטן קיינמאל נישט ארויפגעקומען אין ברסלב, און אלע לשון הרע'ס צעפאלט; אלע דמיונות וואס מען דמיונ'ט אויף ברסלב, אלעס צעפאלט, מען ווערט געכאפט אין שאק, מען זעט א ריינע הייליגע פלאץ.


איך געדענק ביי די חתונה פון מיין זון הרב שלמה נרו יאיר, מיין זיידע קארלסבורג'ער רב זכרונו לברכה האט זיך באטייליגט און ער איז געווען אזוי פרייליך, ער האט מיך צוגערופן אינמיטן טאנצן זאגן: "מען שפירט דא א ריח טהרה", ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל.


איך בעט דיך זייער, רעד זיך נישט איין פאר איין רגע אז דיין פרנסה איז געוואנדן אין פלוני אלמוני; דיין פרנסה ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט. דעריבער איז א שאד צו זיין דערשראקן און פארלוירן, פארלאז זיך אויפן אייבערשטן, און מיט שמחה וועסטו האבן גרויס שפע.


מארגן נאכט וועט זיין א סעודה אין ישיבה לכבוד די יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. די סעודה וועט זיין פינקטליך אכט אזייגער, איך וועל אם ירצה ה' רעדן פינקטליך ניין אזייגער, ווייל מיין שוואגער מאכט חתונה, וועל איך מוזן אוועק גיין צען אזייגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#183 - אז מען האט חובות איז מען מקיים מצות צדקה מיט פרוטות
צדקה, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היט זיך פון חובות. כל זמן מען האט חובות קען מען נישט טיילן קיין גרויסע געלטער פאר צדקה, אז מען האט חובות איז מען מקיים מצוות צדקה מיט פרוטות. צדקה דארף מען געבן יעדן טאג, אבער אויב מען איז שולדיג געלט פאר מענטשן און עס איז שוין אריבער דער זמן פון באצאלן - טאר מען נישט טיילן צדקה, שפילן עושר; מען דארף קודם באצאלן אלע חובות און מקיים זיין צדקה מיט פרוטות.


דאס איז איינס פון די שווערסטע זאכן פאר'ן מענטש ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען דארף אנהויבן לעבן אין רעאליטעט; געענדיגט מיט שפילן די שפיל פון ליגנט, פון קרעדיט קארד'ס וכדומה.


וואויל איז דעם וואס פאפט זיך נישט און פאפט נישט אנדערע, ער לעבט וויפיל ער האט, ער שפילט נישט פאר די חבירים מעשה עושר, ער לעבט שפארזאם, ער איז צופרידן וויפיל דער אייבערשטער געבט אים, און לייגט אריין זיין קאפ און מח אין טון מצוות ומעשים טובים ולימוד התורה.


היט זיך פון חובות ווי מען היט זיך פון די שרעקעדיגסטע זאך.

#182 - א שיינע גרוס פונעם בעל הבית וואו דו ארבעסט
רעדן, פרנסה, לימוד התורה, היטן די צייט, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב באקומען א גרוס פון דער בעל הבית וואו דו ארבעסט, ער שרייבט מיר אז ער קען זיך נישט איבערקומען פון דיין איידלקייט און דיין התמדת התורה, דו קומסט אין ארבעט מיט א זעקל ספרים, און יעדע איבריגע מינוט ביסטו שוין מיט דיינע ספרים.


אויך דיין איידלקייט; ער שרייבט אז דער גוי וואס ארבעט דארט זאגט אים אז דו ביסט אנדערש פון אנדערע, דו רעדסט נאר איידל, דו רעדסט נישט ניבול פה, און ווען איינער דערווייגט זיך צו רעדן ניבול פה – ביסטו זייער שטרענג, דו לאזט דאס נישט.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט לערנען און דאווענען און יראת שמים, כי זה כל האדם.


איך קוק זייער ארויס אויף דיר, וכו' וכו'.

#181 - זיך האלטן שטארק, אין די צייט וואס אנדערע פאלן
חברים, התחזקות, פרנסה, גמרא, תעניתים, הלכה, חומש רש"י, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט זיך מיטכאפן מיטן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, לערנען גמרא איז מטהר און מתקן דעם מענטש. מוהרא"ש דערציילט פון הרב הקדוש רבי בנציון פון באבוב זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן פאר זיינע תלמידים: "אויב וועל איך ענק זאגן צו פאסטן און צו מאכן סיגופים, עבודות קשות - וואלט איר מיר געגלייבט אז דאס איז מתקן דעם מענטש פון אלע חטאים, און אז איך זאג ענק איר זאלט לערנען א בלאט גמרא - דאס גלייבט איר נישט אז דאס איז מתקן דעם מענטש, עס זעט אויס צו פשוט"; ער האט זיי געזאגט אז דאס איז נאך מער מתקן פון אלע סיגופים.


קוק נישט אויף אנדערע, קוק וואס שטייט אין שלחן ערוך. איך האב היינט געהאט א שרעק פון א מעשה, איך פרעג א בחור ווי אזוי ער פאסט, זאגט ער מיר: "איך האב היינט געגעסן א פיינעם פרישטאג"; איך פרעג אים: "וואס גייט פאר מיט דיר? דו ביסט דאך אן ערליכער איד!" פרעגט ער מיר: "וואס, מען דארף פאסטן? עס איז אן עכטע תענית?! איך זע אזויפיל מענטשן ביים ארבעט וואס עסן!"


איך האב זיך זייער דערשראקן צו זען וואס פאסירט אז מען דריידט זיך מיט געפאלענע מענטשן, מען פאלט אליינס אראפ; דעריבער בעט איך דיר זייער, קוק נישט אויף אנדערע, פיר זיך מיט די הייליגע תורה, וואס שטייט אין שלחן ערוך, און אז דו זעסט ביי דיין ארבעט מענטשן וואס זענען נישט מקיים די תורה - זאלסטו בלייבן שטארק און נישט פאלן פאר זיי.


די וואך ענדיגן מיר די ערשטע ספר פון חמשה חומשי תורה, מיר האבן קוים אנגעהויבן פרשת בראשית און מיר האלטן שוין פרשת ויחי. וואויל איז דעם וואס לערנט יעדן טאג אביסל חומש מיט'ן תרגום, אזוי איז ער פארזיכערט צו לערנען יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום, און ער וועט זוכה זיין צו אריכת ימים און פרנסה בשפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#180 - איך מוז ווייטער אנהאלטן די מוסד, איך זוך א פאנדרעיזער
צדקה, מוסדות, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין ליבער חבר ... נרו יאיר


איך האב היינט געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו אז איך זוך א פאנדרעיזער.


זיי נישט ברוגז אויף מיר, איך זוך נישט אוועק צו נעמען פון דיר די אמט, אבער איך וויל זיין אפן מיט דיר; די אנדערע פאנדרעיזערס ביי אונז אין די מוסד, אלע פון זיי - טוען זייער ארבעט בשלימות. משה ארי' דעקט די כולל; די אינגעלייט ווערן באצאלט יעדע דריי וואכן. שבתי דוד און אשר בער טוען זייער ארבעט בשלימות; די רענט פאר אונזערע בנינים אין שטאט ווערן באצאלט חודש'ליך. אזוי אויך לייבי טוט זיין ארבעט; מען דרוקט ספרים, קונטרסים און גליונות - אן אפשטעל, אבער די מוסד האט א גרויסע לאך.


איך האב נעכטן נאכט גערעדט מיט אברהם שבתי, איך האב אים געזאגט: "געענדיגט מיט צאלן די איינגעשטעלטע, איך לאז נישט בארגן קיין געלט". איך האב אים געזאגט: "די ערשטע פרינציפ אין אפיס איז געווען אלע יארן, 'נישטא אזא זאך בארגן געלט, איז דא געלט צאלט מען און אז נישט - צאלט מען נישט', און היות עס איז ליידיג די קאסע קען מען נישט בארגן".


נאכאמאל, איך זוך נישט צוצונעמען פון דיר דיין אמט; האסט מיר געהאלפן אלע יארן אזוי געטריי, מיר האבן צוזאמען געעפנט די מוסד, און הלואי זאלסטו ווייטער שטיין צו די האנט. לעצטנס האסטו אנגעהויבן שרייבן ארטיקלען, איך רעד נישט אריין אין וואס דו טוסט, מן הסתם האסטו געמאכט אויף דעם אסאך התבודדות, אויב דו זאלסט אוועקגעבן דיינע טעג און יארן פאר שרייבן. איך מוז ווייטער אנהאלטן די מוסד, און איך זוך א פאנדרעיזער זאל מיר העלפן אנפילן די לאך.


איך בין נישט ברוגז אויף דיר אז דו וועסט ענדערש שרייבן וכו'; איך האב דיך זייער ליב, ונפשי קשורה בנפשך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#179 - דו זעסט אויס זייער גוט מיט דיין בארד און פיאות
פרנסה, בארד און פאות, ראש ישיבה, בטחון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארלאז זיך אויפ'ן אייבערשטן, האב נישט מורא; דער אייבערשטער איז זייער גרויס, דו וועסט גיך ארויסגיין פון אלע פראבלעמען.


שטארק זיך מיט דיין צלם אלקים - דיין בארד און פיאות; דאס וועט דיר ברענגען גרויס שפע. דו זעסט אויס זייער גוט מיט דיין בארד און פיאות, שנייד נישט, ציפ נישט און מאך נישט גארנישט, לאז וואקסן דיין בארד און פיאות און זיי שטאלץ מיט דעם.


בארד און פיאות איז דער עיקר אידישקייט. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בֵּרַךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד, "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל חס ושלום לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", די ערשטע זאך וואס ער טוט - אז ער נעמט אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק נאך דארט מער באריכות.


היינט נאכט וועט זיין דער שיעור אין שטעטל אין ליבערטי.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#178 - קינדער דארפן האבן די מאמע ווען זיי שפירן נישט גוט
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייערע קינדער שפירן זיך נישט גוט - זאלט איר נעמען א צווייטער זאל אייך איבערנעמען ביי אייער ארבעט, און איר זאלט בלייבן אין שטוב מיט די קינדער.


עס איז וויכטיג פאר קינדער צו האבן די מאמע אין די טעג וואס זיי שפירן זיך נישט גוט. די ארבעט וועט זיך אן עצה געבן אן אייך, געזונט פון קינדער קומט פאר ארבעט.


דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן איז א רפואה פאר אלע פראבלעמען; ווי מער מען דאנקט און מען לויבט, מען זינגט און מען טאנצט צום אייבערשטן - קומט גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#177 - לערנען ספר המדות מיט די קינדער
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, פרנסה, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


דער מלמד האט מיר געשריבן אז ביים לערנען ספר המידות, האסטו געפרעגט וואס איז דער פשט וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות אכילה חלק ב, סימן יד): "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה", עסן און טרינקען, "בָּא עַל יְדֵי חֹק וּמִשְׁפָּט", קומט דורך חק ומשפט.


ערשטנס וויל איך דיר זאגן, איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז דער ספר המידות האט אים געמאכט פאר א איד; דעריבער האט מוהרא"ש איינגעפירט מען זאל לערנען מיט די קינדער - סיי מיט די אינגלעך און סיי אין סקול מיט די מיידלעך - ספר המידות, אזוי וועלן אלע קינדער אויסוואקסן גרויסע צדיקים. און ביי יעדע אות וואס מען לערנט זאל מען בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קומען צו די גוטע זאך און אויסרייסן די שלעכטע זאכן.


פשט איז, דער אייבערשטער געבט דעם מענטש שפע; דער מענטש באקומט עסן און טרינקען בזכות וואס ער היט די הייליגע תורה און בזכות וואס ער גלייבט אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס ער טוט איז גערעכט. די הייליגע חכמים זאגן (שמות רבה כה, ז) אויפן פסוק (שמות טז, ד): "'הִנְנִי מַמְטִיר לָכֶם לֶחֶם מִן הַשָּׁמָיִם', אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" דער אייבערשטער זאגט אונז: "מִי גָּרַם לָכֶם לֶאֱכֹל מִן הַמָּן וְלִשְׁתּוֹת מֵהַבְּאֵר", אין וואס פאר א זכות האט איר זוכה געווען צו באקומען די מן און די באר? "מִפְּנֵי שֶׁקִּבַּלְתֶּם אֶת הַחֻקִּים וְאֶת הַמִּשְׁפָּטִים", ווייל איר האט מקבל געווען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה - איז מען זוכה צו האבן שפע.


ניץ אויס דיינע קינדער יארן; גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין א צדיק. און ווען דער מלמד אין חדר דערציילט מעשיות פון צדיקים - זאלסטו גיין אין א ווינקעלע און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך זיין א צדיק, הייליגער באשעפער ווי אזוי ווערט מען א צדיק?" ביז דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#176 - אויסלערנען דרך ארץ פאר די קינדער
שכר לימוד, מקוה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, שטעטל, פרנסה, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה, דאווענען, יראת שמים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי אין מקוה און גיי אין שול, טו אן טלית ותפילין; דאס איז דיין פארמעגן, נאר דאס וועט דיר בלייבן, עפעס אנדערש איז נאר צייטווייליג. טו גארנישט איידער דו גייסט אין מקוה זיך טובל'ן, טו גארנישט איידער דו גייסט אין שול מיט טלית ותפילין. דאווען דוקא מיט מנין און מיט א סידור, שנייד נישט שטיקלעך פונעם דאווענען, זאג די ווערטער ווי א תם, פון אנהויב ביזן סוף.


שבת בין איך געווען אין קרית ברסלב, דארט איז א ריינע פלאץ, עס וואוינען דארט שוין איבער הונדערט משפחות; פשוט'ע מענטשן, פשוט'ע ארבעטארערס, אבער זיי פירן זיך ווי גרויסע צדיקים. יעדער איינער - מקטן ועד גדול - איז אנגעפילט מיט אמונה, יעדער האט שיחות פון רבי'ן, מען לעבט מיטן אייבערשטן, איך האב אזוי הנאה געהאט.


איך וואלט געבליבן דארט וואוינען, נאר לעת עתה איז די ישיבה אין שטאט, אין וויליאמסבורג - בין איך צוריקגעקומען; מיין ווייב תחי' וויל דארט בלייבן, מיינע קינדער וויינען יעדע מאל מען פארט אוועק אז זיי ווילן דארט בלייבן; איך בעט דעם אייבערשטן די ישיבה זאל שוין קענען אהין גיין.


א גאנץ שבת האבן מיר גערעדט נאר דיבורים פון רבי'ן. פרייטאג צו נאכטס האבן זיך צאמגעקליבן אנשי שלומינו, מיר האבן געשמוסט פון חינוך הבנים והבנות, אז דער עיקר איז אויסלערנען די קינדער דרך ארץ.


איך האב זיי דערציילט, א מלמד דערציילט מיר וואס ער האט געהאט די וואך. איינער פון די קינדער האבן זיך געשטעלט אין כיתה אונטער אים, אונטער זיין רוקן און געמאכט א פאקס מיט די האנט אויפ'ן נאז, אויפ'ן מלמד. דער מלמד האט זיך זייער דערשראקן צו האבן ביי זיך אין כיתה אזא קינד, ער ציטערט וואס גייט דא זיין מיט דעם קינד; וועט ער אויסוואקסן א איד אדער חס ושלום...


זאג איך דעם מלמד, דער קינד איז נישט די פראבלעם, די עלטערן זענען; זיי זענען נישט מחנך זייערע קינדער. איך בין זייער שטרענג מיט מיינע קינדער אויף די איינע נקודה, אויף דרך ארץ. איך זאג שטענדיג מיינע קינדער: "קענסט אויסוואקסן א פשוט'ער וואסער טרעגער, אבער דרך ארץ מוז זיין, אז דו וועסט נישט מיטהאלטן דאס לערנען - וועל איך דיר גארנישט טון, אבער אז איך וועל הערן פון דיינע מלמדים אז דו פירסט זיך נישט מיט דרך ארץ - וועל איך דיר באשטראפן".


מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט נישט צו זאגן מוסר אין פנים, נאר זאגן מוסר מיט חכמה, רעדן מוסר וואס יענער דארף הערן. און אזוי ווי דער טאטע און מאמע האבן זיך געפונען ביי די שמועס האב איך אריינגעדריידט די שמועס אויף דעם ריכטונג.


דארט זענען געווען געסט וואס וואוינען נישט אין שטעטל, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט. שפעטער קומט צו מיר איינער און פרעגט מיר: "די שמועס איז אמת? דער ראש ישיבה איז טאקע מסכים צו האבן קינדער וואסער טרעגערס?" זאג איך אים: "איך וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, איך וויל דאס בעסטע פון זיי, אבער איך שטעל זיך נאר אויף די איינע זאך".


איך דערצייל אים: "יעדן טאג הער איך גרוסן, עלטערן שרייבן מיר סיומים פון זייערע קינדער. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיינע קינדער לערנען גארנישט, מיינע קינדער שפילן, מיינע קינדער זענען פארנומען מיט אלעס אויסער משניות און גמרא. איך טרייב זיי נישט צו לערנען, איך שטעל זיך אויף זייער יראת שמים און אויף זייער דרך ארץ. וועט ער נישט ענדיגן ש"ס, וועט ער נישט ענדיגן משניות - אבער א איד וועט ער זיין. איך שטעל זיך זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער, זיי זאלן ליינען קריאת שמע, זיי זאלן רעדן שיין צו עלטערע און בעיקר אין חדר, און אויף דעם געב איך פעטש".


דיר בעט איך זייער זאלסט רעדן צו דיינע קינדער פון דרך ארץ. יעדן טאג ווען די קינדער גייען אין חדר און אין סקול - זאלסטו זיי זאגן מיט אן ערנסטע פנים: "איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פון די דרך ארץ'דיגע קינדער", רוף דיינע קינדער'ס מלמדים און פרעג זיי: "וואס מאכט מיין קינד?" און זאג אים: "זאג מיר דעם אמת, ער איז דרך ארץ'דיג?" און אז דיין קינד איז דרך ארץ'דיג - זאלסטו רעדן אין שטוב פון דעם, און מאכן אן עסק; אים אויסלויבן פאר אלע קינדער, און אז נישט - זאלסטו אים געבן א קנס, ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


אויך זאלסטו וויסן אז נאר דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען נחת ביי זיינע קינדער, און דער וואס לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - דער וועט קיין נחת נישט זען ביי די קינדער. עס הערט זיך שרעקעדיג; נישט איך זאג דאס, מוהרא"ש זאגט דאס; מוהרא"ש שרייבט דאס בשם פריערדיגע צדיקים. עס איז א פשוט'ע שכל, ווייל אז חינוך הבנים איז א חוזק, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מוסד, מען לאכט פון די מוסד, עס אינטערעסירט נישט די קינדער - איז נישטא קיין הצלחה.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען. בלייב אין שטוב, בלייב דו מיט די קינדער דאס ביסל צייט אז זי זאל זיך קענען אביסל אנפילן מיט פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.