בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - אז דער צדיק זאגט ביסט געזונט, דארפסטו נישט איבערטראכטן
רפואה, צדיקים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד היכל הקודש.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מוהרא"ש האט דיר געזאגט אפן און קלאר דו זאלסט נישט צוריק גיין צום דאקטער וואס דארפסטו אזויפיל איבערקלערן און איבער טראכטן?! זע צו פאלגן וועט דיר גוט זיין.


א שאד זיך צו פייניגן מיט שלעכטע מחשבות, צו טראכטן אז דו ביסט נישט געזונט השם ישמרינו; דו האסט דאך געזען די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ווען אלע האבן געזאגט אז מען דארף שניידן וכו' און דו האסט זיך איינגע'עקשנ'ט ביי מוהרא"ש האט דיר מוהרא"ש געזאגט אז דו ביסט געזונט און שטארק.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם תורה וואס דער רבי רעדט איבער דאס גרויסקייט פון פרעגן א צדיק וואס צו טון (ליקוטי מוהר"ן, חלק א' סימן קמג): "מַעֲלַת הַמְקַבֵּל עֵצָה מֵחַכְמֵי הַדּוֹר", דאס גרויסקייט פון פרעגן אן עצה פון א צדיק, "כִּי הוּא הַמְתָּקַת הַדִּינִים", ווייל ווען מען פרעגט א צדיק אן עצה וואס צו טון ווערן נמתק אלע דינים, "כִּי כְּשֶׁצָּרִיךְ לְעֵצָה וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ אֵיךְ לַעֲשׂוֹת, הִיא בְּחִינַת צִמְצוּם", ווייל ווען א מענטש דארף אן עצה און ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן פאלט ער אריין אין א פארקלאפקייט, "כִּי נִתְצַמְצֵם שִׂכְלוֹ וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ אֵיךְ לַעֲשׂוֹת, וְהוּא בְּחִינַת דִּינִים כַּיָּדוּעַ", און ווען דער מח ווערט פארמאכט ווייל מען ווייסט נישט וואס צו טון, קען מען נישט אנגיין אין לעבן, "וְעַל יְדֵי שֶׁהֶחָכָם נוֹתֵן לוֹ עֵצָה, הוּא מַרְחִיב לוֹ, וּמֵאִיר בּוֹ חָכְמָתוֹ וכו'" און דורך דעם וואס מען הערט אן עצה פון א צדיק, עפנט ער אויף דעם מח און שיינט אים אריין וואס צו טון.


נאך זאגט דער רבי: "גַּם אִם מְקַבֵּל עֲצַת הַצַּדִּיק", ווען א מענטש פרעגט א צדיק וואס צו טון און ער פאלגט וואס דער צדיק זאגט אים, "אַף שֶׁאַחַר כָּךְ לֹא עָלְתָה לוֹ יָפֶה מֵעֲצָתוֹ", שפעטער אויב ער זעט אז עס איז אים נישט אויסגעקומען גוט, "אֲזַי יוֹדֵעַ שֶׁהָיָה רַק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייסט ער אז דאס איז געקומען פונעם אייבערשטן. אבער אז מען פאלגט נישט די עצות פונעם צדיק, וואלט געקומען צו אים די שלעכטס צוליב דעם וואס ער אליין האט זיך דאס געברענגט, אזוי ווי עס שטייט (משלי יט, ג): "אִוֶּלֶת אָדָם", ווען א מענטש טוט א נישט גוטע זאך, "תְּסַלֵּף דַּרְכּוֹ", מאכט ער עס זאל קומען שלעכטס אויף אים, "וְעַל ה' יִזְעַף לִבּוֹ", נאכדעם איז ער נאך ברוגז אויפ'ן אייבערשטן, "אַךְ אִם קִבֵּל עֲצַת הַצַּדִּיק, יוֹדֵעַ שֶׁהוּא רַק עַל פִּי מִשְׁפָּט שֶׁלְּמַעְלָה", אבער אז מען נעמט אן וואס דער צדיק זאגט ווייסט ער אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן.


בעט דעם אייבערשטן די תפילה וואס רבי נתן זכרונו לברכה האט געמאכט אויף די תורה, אין "לקוטי תפלות" תפלה קי"ז:


"בַּעֲצָתְךָ תַנְחֵנִי וְאַחַר כָּבוֹד תִּקָּחֵנִי" רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, "מַלְכִּי וֵאלֹהָי אֵלֶיךָ אֶתְפַּלָּל אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן עַד אָנָה אָשִׁית עֵצוֹת בְּנַפְשִׁי, יָגוֹן בִּלְבָבִי יוֹמָם, עַד אָנָה יָרוּם אוֹיְבִי עָלָי", רַחֵם עָלַי לְמַעַן שְׁמֶךָ, וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, וְהוֹשִׁיעֵנוּ מְהֵרָה לְמַעַן שְׁמֶךָ, כִּי אַתָּה יוֹדֵעַ גּדֶל חֶסְרוֹן הָעֵצָה, וְעצֶם רִבּוּי הַסְּפֵקוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּלִבִּי בְּכָל הַדְּבָרִים אֲשֶׁר עַל פִּי רוב כָּל עֲצָתִי חֲלוּקָה לִשְׁתַּיִם, וְאֵינִי יָכוֹל לָתֵת עֵצוֹת בְּנַפְשִׁי בְּשׁוּם דָּבָר לְמִגָּדוֹל וְעַד קָטָן אֲשֶׁר זֶה הַדָּבָר הָיָה בְּעוֹכְרַי וּמוֹנֵעַ אוֹתִי הַרְבֵּה מֵעֲבוֹדַת ה' וּמִתְּשׁוּבָה אֲמִתִּיִּית רַחֵם עָלַי בַּעַל הָרַחֲמִים גְּדוֹל הָעֵצָה וְרַב הָעֲלִילָה, וְזַכֵּנִי לְקַבֵּל תָּמִיד כָּל הָעֵצוֹת מִצַּדִּיקֵי וּכְשֵׁרֵי הַדּוֹר הָאֲמִתִּיִּים, אֲשֶׁר כָּל עֲצוֹתֵיהֶם נִמְשָׁכוֹת מֵהַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה שֶׁקִּבְּלוּ מֵרַבּוֹתֵיהֶם הַצַּדִּיקִים הַקְּדוֹשִׁים הָאֲמִתִּיִּים זַכֵּנוּ לְהִתְקָרֵב אֲלֵיהֶם בֶּאֱמֶת וּלְקַבֵּל מֵהֶם כָּל הָעֵצוֹת בְּכָל הַדְּבָרִים שֶׁבָּעוֹלָם, הֵן בַּעֲבוֹדוֹת ה' וְהֵן בַּעֲבוֹדוֹת מַשָּׂא וּמַתָּן וּפַרְנָסָה, וְהֵן בְּשַׁאֲרֵי עֲסָקִים, בְכֻלָּם אֶשְׁאַל אֶת פִּיהֶם וְאֶזְכֶּה לֵהָנוֹת מֵהֶם עֵצָה וְתוּשִׁיָּה, וְיָאִירוּ בִּי חָכְמָתָם הַקְּדוֹשָׁה, וְעַל יְדֵי זֶה יִהְיֶה נִמְשָׁךְ עָלַי חֶסֶד גָּדוֹל, וְיַמְתִּיקוּ וִיבַטְּלוּ מִמֶּנִּי כָּל הַדִּינִים שֶׁבָּעוֹלָם וְאֶזְכֶּה לִישׁוּעָה שְׁלֵמָה בְּכָל עֵת כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב "וּתְשׁוּעָה בְרב יוֹעֵץ", וְתִשְׁמְרֵנִי וְתַצִּילֵנִי תָמִיד. שֶׁלּא אֶכָּשֵׁל לְעוֹלָם בְּעֵצָה שֶׁאֵינָהּ טוֹבָה חַס וְשָׁלוֹם וְלא אַמְשִׁיךְ עָלַי שׁוּם צַעַר וְיִסּוּרִים וְהֶזֵּק חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי עֵצוֹת נִבְעָרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַק אֶשְׁתַּדֵּל תָּמִיד לְקַבֵּל כָּל הָעֵצוֹת מִצַּדִּיקֵי וּכְשֵׁרֵי הַדּוֹר הָאֲמִתִּיִּים, בְּאפֶן שֶׁיָּאִירוּ בִּי חָכְמָתָם הַקְּדוֹשָׁה וּתְעוֹרֵר רַחֲמֶיךָ וַחֲסָדֶיךָ הַגְּדוֹלִים עָלַי בְכָל עֵת, וְתוֹשִׁיעֵנִי תָמִיד בְּכָל מַה שֶּׁאֲנִי צָרִיךְ לְהִוָּשֵׁעַ בְּגַשְׁמִיּוּת וְרוּחָנִיּוּת, וְיִהְיֶה נִמְשָׁךְ עָלַי חֶסֶד אֵל כָּל הַיּוֹם וִיקֻיַּם בִּי מִקְרָא שֶׁכָּתוּב "ה' הֵפִיר עֲצַת גּוֹיִם הֵנִיא מַחְשְׁבוֹת עַמִּים, רַבּוֹת מַחֲשָׁבוֹת בְּלֵב אִישׁ וַעֲצַת ה' הִיא תָקוּם עֲצַת ה' לְעוֹלָם תַּעֲמד מַחְשְׁבוֹת לִבּוֹ לְדוֹר וָדוֹר", וְנֶאֱמַר "ה' צְבָאוֹת יָעָץ וּמִי יְפִירֶנָּה", וְנֶאֱמַר "יִתֵּן לְךָ כִלְבָבֶךָ וְכָל עֲצָתְךָ יְמַלֵּא, נְרַנְּנָה בִּישׁוּעָתֶךָ וּבְשֵׁם אֱלקֵינוּ נִדְגּל, יְמַלֵּא ה' כָּל מִשְׁאֲלוֹתֶיךָ ה' הוֹשִׁיעָה הַמֶּלֶךְ יַעֲנֵנוּ בְיוֹם קָרְאֵנוּ יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי בָּרוּךְ ה' לְעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#7 - אז מ'פאלגט אן ערליכן איד, האט מען גוטע קינדער
חינוך הילדים, צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, ב' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין זון, הבחור ... נרו יאיר האט מיר געפרעגט צי ער מעג גיין חול המועד צו די פלעי, האט איך אים געזאגט אז עס איז בעסער פאר אים ער זאל נישט גיין. ער וועט גארנישט באקומען דארט; די יונגעלייט און בחורים וואס שפילן דעם שפיל פארקויפן נישט קיין יראת שמים וכו', עס איז זיכער בעסער דו זאלסט אים האלטן מיט דיר חול המועד.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קלענער פון זיין רבי, ער פרעגט זיין רבי אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים, דאך פרעגט ער אים נאך אלץ זיינע שאלות און זיינע ספיקות, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרעסער פון זיין רבי; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ד.) אז דוד המלך פלעגט פרעגן זיין רבי 'מפיבושת' אלע זיינע שאלות, האט ער זוכה געווען צו א קינד וואס איז געווען גרעסער פון זיין רבי מפיבושת. דעם זון האט מען גערופן 'כלאב' וואס איז א לשון פון פארשעמען; ער איז געווען אזוי גרויס אז דוד המלך'ס רבי מפיבושת איז פארשעמט געווארן פון זיין גרויסקייט.


וואס האט דאס פרעגן א רבי און זיך נישט באליידיגן צו גוטע קינדער? ווייל ווען א מענטש טרעפט א רבי וואס לערנט מיט אים עצות ווי צו האבן א זיס לעבן, עצות ווי אזוי זיך צו דערהאלטן און דער רבי ברענגט אים נאנט צום אייבערשטן, אויב דער מענטש פרעגט יעדע זאך און ער באליידיגט זיך נישט ווען דער רבי זאגט אים ווי אזוי זיך צו פירן, וועט סיי ער זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, און אויך וועט ער האבן קינדער צדיקים. ווייל די קינדער וועלן אויך טון אזוי ווי דער טאטע, זיי וועלן אויך פרעגן יעדע זאך און פאלגן; אבער אז דער מענטש גייט אליינס מיט זיין אייגענעם קאפ,  אדער ער באליידיגט זיך ווען דער רבי זאגט אים וואס צו טון, וועלן זיינע קינדער אויך גיין מיט זייער אייגענע שכל און גארנישט האבן.


איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך שרייב דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#6 - אכטונג געבן ס'זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק
צניעות, צדיקים, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט דעם וואס דו פירסט זיך מיט דרך ארץ און דו ביסט צניעות'דיג מאכסטו א גרויסע נחת רוח פארן הייליגן באשעפער, אזוי אויך מאכסטו נחת פאר דיינע חשוב'ע עלטערן שיחיו און דו מאכסט א גוטע נאמען פאר ברסלב.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק, דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; מענטשן קוקן נאך יעדע ברסלב'ע חסיד און ווען מען זעט ווי שיין און איידל מיר פירן זיך גייט ארויס א גוטע נאמען אויפן רבי'ן.


זאג יעדן טאג תהילים; אין תהילים ליגן אלע ישועות.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#5 - אז מען פאלגט א צדיק, איז מען מרוויח גרויסע רווחים
חובות, צדיקים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך זיץ יעצט אין די דירה וואס דו האסט מיר צוגעשטעלט אין אומאן; א גרויסן יישר כח פארן מיר מסדר זיין די נסיעה קיין ארץ ישראל און קיין אומאן, אלעס האט זיך אויסגעארבעט מיט גרויס סייעתא דשמיא.


איך וויל דיר זאגן א יישר כח פארן נעמען צוביסליך די געלט אויפן חשבון וכו', אזוי וועל איך דיר קענען באצאלן די גאנצע קאסט פון די נסיעה ביז א קורצע צייט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלערנט צו באצאלן א חוב צוביסליך; ווער עס פרובירט דאס צו פאלגן איז זוכה ביז א קורצע צייט ארויס צו גיין פון אלע זיינע חובות. איך אליינס האב באצאלט איבער א מיליאן דאללער חובות פון די ישיבה נאר דורך באצאלן צוביסליך.


הכלל, אז מען פאלגט א צדיק, נישט נאר אז מען דערלייגט נישט, נאר מען איז נאך מרוויח גרויסע רווחים.


איך וועל מיר זייער פרייען אז דו וועסט דאווענען שבת אלע תפילות אין "היכל הקודש"; אויב מען האלט זיך מיט תלמידים פון רבי'ן איז מען נאכדעם זוכה צו גרויסע זאכן, אפילו עס איז נישט באקוועם וכו'.


איך האב אסאך צו דערציילן פון מיר אליינס ווי איך האב זיך מוסר נפש געווען צו דאווענען אין היכל הקודש אפילו עס איז בכלל נישט געווען אנגענעם וד"ל.


איך האב דיר ליב.


...

#4 - וועגן מקוה, הדרכות, שלחן ערוך, קומען צו פארן
מקוה, הדרכות, צדיקים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע פראגעס.


א - מקוה איז פון די ערשטע זאכן ביי ערליכע אידן ובפרט אין ברסלב. דו ווייסט אודאי וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט (דברי אהרן, קרלין): "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה נישט צוברענגען". דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג (עיין בספר ליקוטים יקרים, סימן קעח).


דעריבער זאלסטו גיין אין מקוה יעדן טאג, בפרט ווען דו דארפסט די מקוה; אז דו ביסט נכשל געווען מיט מקרה לילה זאלסטו לויפן אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי. "דאס ערשטע איז מקוה" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא).


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מקוה טוט פארן מענטש; ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה אנטלויפן פון אים אלע קליפות וואס זיי מאכן דעם מענטש מרה שחורה'דיג. דאס וואס עס מאכט זיך ביי א מענטש אז ער פאלט אריין פלוצלינג אין א דעפרעסיע, דאס קומט פון די קליפות וואס ווערן באשאפן פון די עבירות וואס ער טוט, זיי נעמען ארום דעם מענטש און דערביטערן אים דאס לעבן, אבער דורך מקוה ווערן זיי אויס, זיי פארלירן דעם שייכות מיטן מענטש.


ב - זיין מיט די ווייב וכו'; איך פארשטיי נישט דיין שאלה, וואס דארף מען ווארטן וכו'? אויף ווען דארף מען ווארטן? דו ווייסט דאך וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה פלעגט זאגן ווען מען האט אים געפרעגט הנהגות פון דברים שבינה לבינו: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת", ווען מען מעג - מעג מען וכו' און ווען מען טאר נישט - טאר מען גארנישט וכו'.


אנטלויף פון פאלשע הדרכות וכו'; אלע וואס פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן איז דאס נאר ווייל מען האט זיי געלערנט די פאלשע לימודים פון פרישות וכו', דערפאר גייען זיי זוכן שמוץ.


ג - בנוגע לערנען שלחן ערוך מיט א חברותא וכו'; ביים רבי'ן איז געווען שלחן ערוך די וויכטיגסטע זאך. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות; ווי אזוי צו לערנען - מיט א חברותא, אן א חברותא -  דאס האט שוין מיט דיר, עס ווענדט זיך יעדער מענטש לויט זיין וועג.


ד – איך האב דיר שוין געשריבן אז עס פעלט נישט אויס צו קומען צו פארן צו מיר, עס איז נישט דא וואס צו זען דא; הלואי זאל איך זיין א פשוט'ער איד, נישט דא וואס צו זען דא. דו ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' יודל ווען ער איז געקומען צום רבי'ן די ערשטע מאל: "וואס האסטו מורא פון מיר, איך בין א מענטש פונקט ווי דיר, נאר איך בין אביסל קלוגער פון דיר" (קוק נאך אין ספר פעולת הצדיק אות קלו, די גאנצע מעשה); דאס זעלבע זאג איך דיר: איך ווייס נישט נאך וואס עס פעלט אויס צו קומען קיין אמעריקע, איך בין א מענטש אזוי ווי דיר נאר איך האב גענומען מוהרא"ש פאר מיין וועג ווייזער אין לעבן.


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד אין לעבן, אז מען האט שלום בית האט מען א ריינע מח.

#3 - א נאמען נאך א צדיק האט א גרויסע השפעה, יישר כח פאר'ן העלפן די כולל
צדיקים, מוהרא"ש, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין אליעזר שלמה נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל העלפן אז זה הקטן גדול יהי', וכשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים און ער זאל אויס וואקסן א גרויסער צדיק.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "שְׁמָא גָּרִים", א נאמען האט א גרויסע השפעה אויפן מענטש. דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך, במדבר): עס זענען דא דריי זאכן וואס זענען גורם אז דער מענטש זאל זיין א צדיק, אויב דער מענטש איז געווען א צדיק אין פריערדיגן גלגול וועט דאס אים העלפן ער זאל אין יעצטיגן גלגול אויך זיין א צדיק, אויב דער מענטש האט זכות אבות, און דריטנס אויב דער מענטש טראגט די נאמען פון א צדיק; איז אז דו האסט געגעבן א נאמען נאך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וועט דער נאמען זיכער האבן א השפעה אויף אים ער זאל גיין אין זיינע וועגן.


א גרויסן יישר כח פארן גיין נאך געלט פאר אונזער כולל; איך האב דיר שוין געשריבן אז די כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן פארן זיך דערהאלטן צען יאר מיט די ישיבה. יעצט זוממער תשע"ח ענדיגן מיר גאנצע צען יאר פון ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה; אז איך וועל נאר וועלן אנהייבן שרייבן וואס איז אלץ אריבער אויף אונז די צען יאר - וועל איך נישט ענדיגן. אביסל האסטו מיט געהאלטן, אבער דאס איז נאך גארנישט וואס מיר זענען אריבער, ובזכות דעם וואס מיר האבן נישט אפגעלאזט די הייליגע ארבעט האט דער אייבערשטער געהאלפן אז מיר האבן זוכה געווען צו עפענען א כולל וואו עס זיצן חשוב'ע אינגעלייט און לערנען בהתמדה רבה וואס איז נישט צו געפונען.


בזכות דעם וואס דו העלפסט מיר איך זאל קענען באצאלן צייטליך זאל דיר דער אייבערשטער העלפן דו זאלסט אויך האבן שפע און הצלחה.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות הצלחה, סימן טז): "הַצְלָחָה בָּא, לְמִי שֶׁמַּאֲכִיל תַּלְמִיד-חָכָם עַל שֻׁלְחָנוֹ", אז מען געבט צו עסן פאר תלמידי חכמים וועט מען האבן הצלחה.


די כולל אינגעלייט לערנען זייער פלייסיג; איך האב זייער הנאה יעדעס מאל ווען איך גיי צו זיי און שמועס מיט זיי אין לערנען.


איך וויל זייער שטארק אז דעם קומענדיגן יאר זאל מען ארויף גיין מיט די געהאלט פאר די אינגעלייט; איך האף אז דו וועסט מיר העלפן און דו וועסט גיין נאך געלט אז מיר זאלן נישט אריין פאלן אין חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - יום הולדת פון מוהרא"ש, ביי קברי צדיקים ווערט מען געהאלפן
צדיקים, מוהרא"ש, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס איז היינט דער יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


ביי אידן מאכט מען נישט קיין עסק פון א יום הולדת; די איינציגסטע מאל וואס מיר געפונען אין די תורה וועגן א יום הולדת איז ביי פרעה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מ, כ): "יוֹם הֻלֶּדֶת אֶת פַּרְעֹה"; דעריבער מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין יום הולדת, דאס איז ביי סתם מענטשן; אבער ביי צדיקים וואס האבן געטוישט די וועלט צום גוטן מאכט מען יא אן עסק פון זייער יום הולדת. מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים אז מען האט זוכה געווען צו האבן א צדיק וואס זאל אונז ברענגען צו תורה, תפילה און מעשים טובים.


וויפיל מיר זאלן נאר רעדן פון מוהרא"ש איז דאס ווי א טראפל וואסער אינעם גרויסן ים; מוהרא"ש האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער, ער האט נאר געוואלט אז נאך א איד זאל זיין נאנט צום אייבערשטן, און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א רצון צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


איך בין היינט פארטאגס געווען ביים ציון פון האדמו"ר מליובאוויטש זכותו יגן עלינו און פון זיין שווער דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו וואו איך האב אסאך געדאוונט פאר דיר; איך האף אז דו וועסט בקרוב זען גרויסע ניסים אין דיין לעבן.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט אויך אזוי טון; גיי צו קברי צדיקים מתפלל זיין, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך", ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברי צדיקים העלפט דער אייבערשטער, אפילו דער מענטש איז נישט ראוי מען זאל אים ענטפערן; עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט זיך אריבער צו כאפן קיין קווינס צום ציון פון אדמור"י ליובאוויטש זכותם יגן עלינו, פארטאגס נעמט דאס א קנאפע פינף און צוואנציג מינוט. אדער כאפ זיך אריבער קיין מאנרא צום ציון פון סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו - וועסטו זיכער זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר.


איין זאך בעט איך דיר: פארליר זיך נישט און געב נישט אויף; זאג נישט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס פאר דיר, טראכט נישט אנטקעגן די אמונה. אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן א גאנצן טאג צוליב דיין צרה און זוכן וועם צו באשולדיגן אין דיין פראבלעם; איין מינוט באשולדיגסטו זיך אליינס; די קומענדיגע מינוט באשולדיגסטו דיין ווייב, א מינוט נאכדעם באשולדיגסטו דיין שדכן וכו'; ענדערש נוץ אויס די צייט צו חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - אנטלויפן נאר צו די תורה, דריי זיך צווישן ערליכע אידן
לימוד התורה, צדיקים, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב מיר זייער געפריידט צו הערן פון דיר; בפרט די גוטע בשורה וואס דו שרייבסט מיר אז דו האסט מסיים געווען אפאר מסכתות פון ש"ס. זה חלקי מכל עמלי, צו הערן פון מיינע תלמידים ווי מען שטארקט זיך ווייטער בלימוד התורה.


גלייב מיר, עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט.


זע צו האבן שייכות מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל אז מען דרייט זיך מיט ערליכע אידן ווערט מען אן ערליכע איד. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יג, כ): "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם, וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ", ווער עס גייט צו א חכם ווערט אליינס א חכם, און ווער עס דריידט זיך מיט נארישע מענטשן ווערט א נאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם א משל (ילקוט משלי, רמז תתקנ): דאס איז אזוי ווי א מענטש גייט אריין אין א געשעפט פון גוטע בשמים (פערפיום), אפילו ער קויפט גארנישט גייט אריין אין זיינע קליידער א גוטע גערוך, דאס זאגט שלמה המלך: "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם", דער וואס דריידט זיך מיט קלוגע ווערט אליינס קלוג, און אזוי אויך ווען א מענטש גייט אריין אין א בורסקי, א פלאץ וואו מען ארבעט אויס לעדער, וואו עס איז דא א געפערליכע שלעכטע גערוך, אפילו ער קויפט גארנישט גייט אריין אין אים א שלעכטע גערוך, דאס הייסט: "וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ". אז מען דריידט זיך צווישן נאראנים ווערט מען אליינס א נאר.


איך בין היינט פארטאגס געווען ביים אוהל אין קווינס וואו איך האב אסאך געבעטן פאר דיר; איך האף אז דו וועסט זען א ישועה בקרוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.