בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#16 - די פרויען זאלן זיך מחזק זיין אינאיינעם
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט זיך צוזאמגענומען מיט אלע פרויען פון שטעטל זיך מחזק זיין מיט די זיסע געשמאקע עצות פון רבי'ן.


איך האב צוריק געהערט פון די אינגעלייט, אלע זאגן זיי אז די פרויען האבן זיך זייער מחי' געווען.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט די מצוה פון מחזק זיין די פרויען און יעדע וואך זאלט איר זיך צוזאמקומען; מאכט א קביעות אויף דעם, צום ביישפיל אז יעדע דינסטאג אדער אן אנדערע טאג – קומט מען זיך צוזאם.


גרייט אן א שפיל און אזוי אויך זאלסטו אנגרייטן יעדע וואך איינע פון די פרויען וואס זאלן רעדן (נישט צו לאנג, בערך צוואנציג מינוט).


נאכדעם זאלט איר טאנצן צוזאמען, אזוי ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אין יבניאל, אז מען קומט זיך צוזאם איינמאל א וואך.


געב איבער פאר דיין מאן נרו יאיר אז נאכ'ן זוממער וועל איך אם ירצה ה' זיין אויף א שבת אין שטעטל.

#15 - שבת זאלסטו זיצן און פארברענגען נאר מיט דיין פאמיליע
בחור, שבת קודש, הכנסת אורחים, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער און איך ווארן דיר, פאר דיין טובה וועגן זאלסטו בשום אין אופן זאלסטו בשום אין אופן נישט ארייננעמען בחורים צו דיר אין שטוב. אז דו ווילסט רופן געסט – בחורים – פאר א סעודה איז איין זאך, און ביי דעם דארף מען אויך וויסן ווי איין און ווי אויס; עס זאל האבן א פנים פון א סעודה, מען זאל רעדן פון רבי'ן וכו', אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך וויל דו זאלסט רופן אזעלכע געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי דברי תורה"; אבער דו זאלסט נישט ארייננעמען בחורים אין שטוב.


געב איבער פאר אלע אינגעלייט וואס האבן זיך ארויס געצויגן אין שטעטל אז זיי זאלן בשום אין פנים ואופן נישט ארייננעמען בחורים אין שטוב; איך האף בקרוב צו פארטיגן מיין הויז אין שטעטל, וועל איך האבן א באזונדערע פלאץ נעבן דעם בית המדרש פאר בחורים צו שלאפן וכו'.


א גאנצע וואך ביסטו פאריאגט על המחי' ועל הכלכלה, שבת איז די איינציגסטע טאג וואס דו קענסט זיצן מיט דיין ווייב תחי' און מיט דיינע קינדער, זאלסטו א גאנץ שבת נאר עוסק זיין מיט דיין משפחה, וועסטו האבן נחת פון זיי.


בדרך כלל זאג איך נישט פאר קיינעם וואס צו טון - סיידן מען פרעגט מיר, איך האב דיר ליב און איך וויל נישט דו זאלסט האבן פראבלעמען וכו', דערפאר זאג איך דיר וואס צו טון אפילו אן פרעגן.

#14 - אריינלייגן אין די מיידלעך אמונה
חינוך הילדים, לערערין, שטעטל, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב שוין גערעדט צו דיין טאטע אז דו וועסט אם ירצה ה' זיין א טיטשער ביי אונזער נייע סקול "בית פיגא" – ליבערטי.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זיין בקשר מיט אונזער מנהלת מרת ... תחי', די מנהלת פון "בית פיגא" – וויליאמסבורג. דו האסט דאך אסאך מקבל געווען פון איר די אלע יארן ווען דו האסט געלערנט אין סקול. זי ווייסט וואס איך וויל; זי פירט די סקול אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט דעם גרונדשטיין ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, איך וויל אז די סקול אין קרי' זאל זיך פירן אויף דעם וועג.


דער עיקר זאל זיין אריינלייגן אין די מיידלעך אמונה, מען זאל לעבן מיט אמונה; נישט עס זאל זיין א פארשלאפענע זאך וואס מען נוצט נאר מזמן לזמן, נאר דאס גאנצע חיות זאל זיין אמונה און תפלה, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי", זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): אז די גאנצע חיות באקומט מען פון תפלה.


אויך זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער דאס שיינקייט פון צניעות און גוטע מידות.


פון דיין ראש ישיבה.

#13 - צניעות איז א חשיבות
צניעות, שטעטל, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, ט"ו מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים, משפחת ... שיחיו.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב זייער הנאה געהאט אז איר זענט געקומען זוממער אין קעמפ "מחנה תפארת התורה ברסלב, מאנטיסעלאו" - זיין צוזאמען מיט אנשי שלומינו, זיך מחזק זיין מיט די ליכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך הער אז איר הייבט אן בקרוב בויען אייער הויז אין שטעטל קרית ברסלב; דאס איז פאר מיר א גרויסע שמחה, איך פריי זיך צו האבן אזעלכע חשוב'ע משפחות ביי אונז אין קרי'. משפחות וואס צניעות איז ביי זיי א חשיבות, אן ארויפגעקוקטע זאך. דאס וועט העלפן אונזערע קינדער און קינד'ס קינדער זאלן זיך האלטן ערליך און הייליג.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט ענק, וועט איר זוכה זיין צו נאך ניסים ונפלאות.

#12 - קרית ברסלב
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האלטן שוין דא; ווער וואלט זיך געקענט פארשטעלן אז מיר זאלן האלטן שנת ה'תשע"ט ביים בויען א קריה על שם רבינו – "קרית ברסלב".


פאר צען יאר צוריק – שנת ה'תשע"ט – האבן מיר געעפנט די ישיבה, אלע האבן געקאכט און געזידט אז מען זאל פארמאכן די ישיבה, למעשה רוח הקודש אומרת: "כן ירבה וכן יפרץ"; ה'תש"ע - א יאר נאכן עפענען די ישיבה האבן מיר געעפנט די ערשטע ברסלב'ע חדר בארצות הברית, נאכדעם – בשנת ה'תשע"ב האבן מיר געעפנט אונזער סקול "בית פיגא", אויך האבן מיר געעפנט דעם "בית הדפוס" יענעם יאר. פאריאר – שנת ה'תשע"ח האבן מיר געעפנט דעם כולל און יעצט האלטן מיר ביי א קריה.


ביז מיר וועלן זוכה זיין צו בויען און ענדיגן דעם בית המדרש הגדול בין איך זיך מתנדב אז מען זאל מאכן דעם בית המדרש און כולל ביי מיר אין בעיסמענט.


גלייך נאכן זוממער וועל איך אם ירצה ה' קומען צו ענק אין שטעטל אויף שבת.

#11 - "עצתו אמונה" אין ענגליש, איז אזוי שיין און הערליך
הפצה, עצתו אמונה, בריוו, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס אייער זכות איז.


איך האב יעצט געזען די שאלות ותשובות פון "ספר עצתו אמונה" וואס איר האט איבערגעטייטשט אויף די ענגלישע שפראך; דאס איז אזוי שיין און אזוי הערליך, עס ליינט זיך זייער געשמאק. איר קענט זיך נישט פארשטעלן אייער זכות.


איך בעט אייך זייער, שטארקטס אייך און זייטס ממשיך מיט די הייליגע ארבעט; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי צוריק ברענגען אידישע קינדער צו די אמונה.


איך פריי זיך זייער אז מען הייבט שוין אן בויען ענקער הויז אין שטעטל; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר דארט האבן מער ישוב הדעת און מער הרחבת הדעת, וועט איר קענען עוסק זיין ווייטער אין איבערטייטשן די בריוון ביתר שאת וביתר עוז.

#10 - זיך פירן בצניעות אין שטעטל
חיזוק פאר פרויען, צניעות, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיט יעדע פרט און פרט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "גְּדוֹלָה שִׁמּוּשָׁהּ יוֹתֵר מִלִּמּוּדָהּ", משמש זיין א רבי איז גרעסער פון לערנען פון א רבי; דארפסטו זיך זייער פרייען אז עס איז דיר אונטערגעקומען אזא זכי', צו משמש זיין דעם רבי'ן מיט'ן אויפשטעלן מוסדות וואו מען לערנט זיינע הייליגע לימודים.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו פירסט דיין שטוב איידל על פי דרך התורה; יעצט אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל זאלסטו זען ווייטער צו גיין אויף דעם וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, נישט נאכצולאזן פון די צניעות.


זאג פאר דיין ווייב תחי' זי זאל נישט גיין אין גאס מיט לאנגע קליידער וכו'; זי דארף נישט אויפקערן די גאסן אין שטעטל. אין שטוב איז איין זאך און אין גאס איז א צווייטע זאך; אין גאס זאל זי גיין מיט געהעריגע קליידער וכו'.


איך האף אז איר וועט זיין א ביישפיל פאר די גאנצע וועלט, מען זאל זען וואס איז א ברסלב'ע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - פרעג דעם אייבערשטן אויב דו זאלסט זיך ארויסציען
שלום בית, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, לצנות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין הערליכע בריוו.


איך בין זיך מחי' יעדעס מאל דו שרייבסט מיר; דו ביסט ממש א בור סיד שאינו מאבד טיפה, יעדעס ווארט, יעדעס חיזוק וואס דו הערסט שרייבסטו אראפ אזוי שיין; מי יתן אז איינער זאל קומען און דאס שיין צוזאמנעמען און ארויס געבן וועלן נאך מענטשן זיך מחי' זיין און מחזק זיין.


בנוגע ארויס קומען וואוינען אינעם ברסלב'ן שטעטל וכו'; דאס איז תלוי אין דיר און אין דיין ווייב, ווי אזוי איר וועט מחליט זיין וועט זיין גוט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסט): "מַה צְרִיכִין לְהִתְבַּלְבֵּל? אֵיךְ שֶׁעוֹשִׂין עוֹשִׂין וּבִלְבַד שֶּׁלֹּא לַעֲשׂוֹת רַע חַס וְשָׁלוֹם", מען דארף זיך נישט מבלבל זיין פון גארנישט, "ווי מען טוט טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכטס חס ושלום"; איך ענטפער נישט פאר קיינעם פון די תלמידים צי מען זאל זיך ארויסציען אינעם שטעטל.


די בעסטע זאך פאר ענק אויב איר ווילט וויסן וואס צו טון; יא צו קומען וואוינען דא אדער בלייבן וואו איר וואוינט, - אז איר זאלט דאס אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן יעדן טאג ביז איר וועט באקומען א תשובה מן השמים. מאך זיך א תפילה פאר דיר און דיין ווייב און בעט דאס יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל וויסן וואו זאל איך וואוינען, זאל איך זיך ארויסצוען קיין קרית ברסלב אדער בלייבן וואו איך וואוין"; שמועס אויס אלע חסרונות און מעלות פון די פלאץ וואו דו וואוינסט יעצט און אלע מעלות און חסרונות פון זיך אהין ציען, דורכדעם וועט דיר קלאר ווערן און קלאר ווערן פאר דיין ווייב וואס איר זאלט טון, און אזוי זאלט איר טון.


דאס טו איך ווען איך ווייס נישט וואס צו טון, איך גיי אויף א שפאציר און איך וויין זיך אויס צום אייבערשטן: "אייבערשטער וואס טו איך? איך ווייס נישט וואס צו טון, יא צי ניין?" ביז עס ווערט מיר קלאר וואס איך האב צו טון. אזוי טו איך - נישט איין מאל און נישט צוויי מאל נאר אן א שיעור מאל, ביז עס קומט אויס צו טון וואס דער אייבערשטער וויל.


איין זאך זאג איך דיר יא קלאר, אז אויב דו וועסט רעדן צו מיינע תלמידים - וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון בלאטע און אפגעוואשן - ליצנות אויף מיר וכו', אויף דעם לֹא יֹאבֶה ה' סְלֹחַ לוֹ; נישט אלץ מיר אויס, ווייל מיר גייט נישט אן וואס דו זאגסט אויף מיר; מה אני ומה חיי, איך בין גארנישט און איך דארף אסאך תשובה טון אויף מיינע חטאים, עוונות ופשעים; אבער אז דו וועסט רעדן צו מיינע תלמידים וואס זייער גאנצע אידישקייט איז תלוי אין די דיבורים וואס זיי הערן פון רבי'ן, אז דו וועסט חוזק מאכן פון מיר דירעקט אדער בעקיפין און פון די זאכן וואס מיר טוען - אויף דעם וועסטו באצאלן זייער א טייערע פרייז.


זיי געזונט און שטארק.

#8 - נישט אויפהויבן די פרייזן אין קרית ברסלב
אידיש געלט, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו העלפסט מיר אויפשטעלן א שטעטל על שם רבינו; א פלאץ וואו מיר וועלן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן און מיר וועלן קענען ערציען אונזערע קינדער אויף דעם וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


איך וויל דיר בעטן א פערזענליכע טובה, זאלסט איבערגעבן פאר אלע וואס ווילן קויפן אדער דינגען א הויז אינעם שטעטל אז דאס קען מען נישט טון אליינס, מען מוז זיך ווענדן צום "ועד הקריה" און נאר דורך זיי קען מען קויפן אדער דינגען. ווער עס וויל גיין אליינס וכו' וועט נישט האבן א מקום ביי אונז אין מוסד.


עס זענען דא יחידים וואס זוכן נאר צו מאכן געלט, זיי קויפן פאר אינוועסטמענט וכו' און דורכדעם הייבן זיי די פרייז פונעם געגנט, דעריבער מוז איך שטיין אויף דעם און נישט לאזן אז די פרייזן זאלן זיך הייבן.


געדענק, דער בעל תפלה האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה יב) אז פון אלע תאוות קען מען ארויסנעמען דעם מענטש, נאר נישט פון תאוות ממון; מיר זענען פון די אנשי בעל תפלה און אונזער הצלחה איז נאר ווילאנג אונזער קאפ ליגט נישט אין תאות ממון.


דו געדענקסט דאך אוודאי ווי מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען ביי די שיעורים, ער פלעגט אויפהייבן זיינע הייליגע צען פינגערס און זאגן מיט א שטארקייט: "איך בין ריין פון תאוות ממון", "איך וועל אוועק גיין פון די וועלט אן האבן גענומען א פרוטה פון א צווייטן"; איך קען נישט זאגן אזעלכע ווערטער, אבער איך קען זאגן אז איך ליג נישט אין תאות ממון און מען קען מיר נישט אונטערקויפן מיט געלט.


איך וויל נישט, און איך וועל שטיין אויף דעם אז מען זאל נישט אויפהייבן די פרייזן כדי אז יונגעלייט זאלן קענען לעבן מיט שלוות הנפש, מען זאל האבן גרויסע דירות פאר ביליג וואס מען זאל קענען דעקן די הוצאות.


איך האף אז דו וועסט טון מיין ווילן און דו וועסט דאס איבערגעבן פאר אלע וואס ווילן זיך ארויסצוען, זיי זאלן נישט דינגען א דירה פאר זיי רעדן צום "ועד הקריה", וואס זאלן זאגן צי די פרייז פון די רענט איז נארמאל אדער איבערגעטריבן.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע וואס ווילן זיך דארט באזעצן.


בעפאר דו הייבסט אן דיין טאג זאלסטו גיין א שפאציר פאר אפאר מינוט רעדן צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע וואונדער.

#7 - אשריך אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן קיין קרית ברסלב
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות ברסלב בארה"ב.


ברוך הבא בשם ה' ברכנוכם מבית ה'! אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן קיין קרית ברסלב, ליבערטי.


דו ביסט פון די עשרה ראשונים אינעם שטעטל וואו מיר וועלן אויפשטעלן א שיינעם קריה על שם רבינו ז"ל.


דארט וועלן מיר מחנך זיין אונזערע קינדער בקדושה ובטהרה בשלוות הנפש.


א פרייליכן שבת.


וואונטשט דיין ראש ישיבה.


...

#6 - פון די עשרה ראשונים אינעם נייעם שטעטל
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


מרת ... תחי'.


וואויל איז אייער חלק אז איר האט זיך ארויסגעצויגן קיין קרית ברסלב, ליבערטי יצ"ו.


איר זענט פון די עשרה ראשונים צו בויען א פלאץ וואו מיר וועלן מחנך זיין אונזערע דורות בקדושה ובטהרה אויפ'ן וועג ווי דער רבי האט אונז געלערנט ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז דאס איבערגעגעבן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא עקב, סימן ו; הובא ברש"י דברים ח, א): "אִם הִתְחַלְתָּ בְּמִצְוָה, גְמוֹר אוֹתָהּ", איר זענט געווען פון די ערשטע משפחות ווען מיר האבן געעפנט די חדר אין ברוקלין, וויליאמסבורג און אויך פון די ערשטע משפחות אריין צו שיקן אינעם מיידל סקול, יעצט זענט איר די ערשטע צו עפענען מוסדות אין ליבערטי.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אויפצוציען די קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט אייער טייערער מאן נרו יאיר.


איך פריי זיך צו הערן אז אייער שטוב וועט דינען אלץ אן אכסניא לתורה ולתפלה, מען וועט אנהייבן ביי אייך אין שטוב מיט א מנין.


אין דעם זכות זאלט איר האבן שפע, ברכה און הצלחה.


א פרייליכן שבת.

#5 - אויב מ'ארבעט צוזאמען בשלום, איז מען מצליח
שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב אסאך דורכגעטראכט וואס דו האסט מיר געפרעגט צי דו זאלסט אליינס בויען דיין דירה וכו'.


איך וואלט זייער געוואלט דו זאלסט זיך אויסקומען מיט האברך היקר לי ... נרו יאיר וועלכער איז מיר געטריי בלב ובנפש. ער לייגט אריין גרויסע כחות אז מיר זאלן קענען עפענען א שטעטל, א פלאץ וואו מיר וועלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער בקדושה ובטהרה ובשלוות הנפש.


בעט איך דיר זייער אויב דו קענסט זיך אויסקומען מיט אים און אים נעמען צו בויען, וועסטו האבן א חלק אין די הצלחה פונעם שטעטל. ווייל די הצלחה איז תלוי נאר אין ענק; אויב וועט איר לעבן בשלום וועט איר מצליח זיין, עס וועט זיין א פלאץ וואו מען וועט קענען לעבן מיט'ן אייבערשטן, עס וועט זיין א מקום פאר השראת השכינה, אבער אז מען וועט זיך נישט פארטראגן וועט נישט זיין קיין הצלחה דארט.


נאכאמאל, איך קען דיר נישט זאגן וואס צו טון, איך קען דיר נאר בעטן דו זאלסט זיך פרובירן דורך צו קומען מיט אים; ווי נישט ווי האט ער אריין געלייגט אסאך כחות אז דו זאלסט באקומען ערלויבעניש צו קענען בויען.


זע צו לערנען יעדן טאג גמרא; דאס פארברענט אלע קליפות, און אלע שלעכטס ווערן אויס דורך לימוד גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - וואס האט מען פון א גרויסע דירה אן קיין ריכטיגע חינוך?
חינוך הילדים, רענט, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ... שיחיו.


דו האסט געטון א ווילדע זאך – אבער עס איז ווערד געווען; דו האסט אויפגעגעבן א גרויסע באקוועמע אייגענע דירה וכו' און געקומען וואוינען אין וויליאמסבורג אין א לעכל אויפן צענטן שטאק פאר טייער רענט. גיי זאג דאס פאר איינעם, וועט ער זאגן אז עפעס פעלט אייך... אבער באמת האסטו געטון די קלוגסטע זאך אויף דער וועלט.


עס איז נישט דא קיין חשוב'ערע זאך ביי אונז אידן ווי חינוך הבנים והבנות; וואס האט מען פון א גרויסע דירה אז די קינדער גייען אין חדר און כאפן מכות רצח פארן נישט טיידלען?! וואס האט מען פון א דרייוו-וועי פאר די קאר ווען די אינגלעך קומען אהיים שעלטנדיג דעם רבי'ן און שעלטן די חסידות?! דאס אז קינדער רעדן און לעבן מיט פאליטיק איז גורם אז זיי זאלן אפלאזן אידישקייט שפעטער. וואס האט מען פון א גרויסע דירה ווען די מיידלעך קומען אהיים פון סקול מיט א פאלשע לעבן?! א לעבן פאר חבר'טעס וכו', דאן האט מען א גרויסע 'קבורה' נישט א גרויסע 'דירה'.


דערפאר ווייל איך אייך באגריסן מיט א "ברוכים הבאים בשם ה'"; איר האט געטון א ווילדע זאך, אבער א זאך וואס וועט אייך ברענגען נאר גוטס.


איך האף אז בקרוב וועט איר האבן א דירה אין שטעטל; דארט וועט אם ירצה ה' זיין צוגעשטעלט סיי ברוחניות – א גוטע חינוך פאר די אינגלעך און מיידלעך, און אויך בגשמיות – א שיינע גרויסע דירות.


ונזכה ונחי' ונראה.


יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...

#3 - כ'האף דו וועסט זיין פון די עשרה ראשונים אין נייעם "קרית ברסלב"
חנוכה, רענט, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין מיידעלע תחי'; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט איר זוכה זיין צו מגדל זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים.


יעצט קומט חנוכה – א צייט פון "להודות ולהלל" פאר אלע ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער טוט פאר אונז יעדע רגע, זאלסטו אויסנוצן די הייליגע מינוטן ביי די הייליגע חנוכה ליכט צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים ונפלאות וואס ער טוט מיט דיר.


איך האף אז דו וועסט זיין פון די עשרה ראשונים אויפצובויען דעם נייעם "קרית ברסלב"; איך ווארט צו הערן אז דו האסט געקויפט א דירה. איך וועל מיטן אייבערשטנס הילף קומען קלאפן א מזוזה ביי דיר און ביי אלע וואס צוען זיך ארויס.


עס זעט אויס ווי א חלום אבער נאך אביסל וועט דאס ווערן א מציאות; מיר וועלן האבן א פלאץ וואו מיר וועלן מיטן אייבערשטנס הילף מגדל זיין אונזערע קינדער אויפן וועג פונעם הייליגן רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#2 - איך פריי מיך זייער אז איר זענט זיך מחזק מיטן דף גמרא
גמרא, רענט, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האב ערהאלטן די נעמען פון די אינגעלייט וועלכע קומען צום שיעור גמרא יעדע נאכט; איך פריי מיך זייער אז איר זענט זיך מחזק מיטן דף גמרא.


איך ווארט שוין צו הערן אז דו האסט געקויפט א דירה אין דעם פלאץ וואו מיר גייען בויען א שטעטל על שם רבינו: "ברסלב'ע קריה", וואו מיר וועלן קענען לעבן א לעבן מיטן רבי'ן און מחנך זיין אונזערע קינדער מיט'ן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אריין ברענגען דעם רבינ'ס זיסע עצות אין די וועלט.


ווער האט געקענט טראכטן פאר צען יאר צוריק וואספארא מהפכה די ישיבה וועט מאכן אויף די וועלט; וויפיל צענדליגער טויזנטער מענטשן וועלן לעבן אויף די חיזוקים פון ישיבה. דאס איז אבער נאך גארנישט וואס עס וועט זיין, מיר האלטן נאך ביים אנהויב...


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען פאלגן די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, וואו ער האט אונז געהייסן עוסק זיין אין הדפסה, הפצה און זען עס זאל זיין שלום בין אנשי שלומינו.


...


 

#1 - א שיינעם שטעטל על שם רבינו
רענט, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין יעצט אויפן וועג קיין ארץ ישראל; איך שרייב דיר א בריוו פון הימל, פון העכער די וואלקענעס.


שטארק דיך טייערער ... נרו יאיר און שטארק דיין ווייב תחי'; איך וועל אם ירצה ה' מתפלל זיין פאר דיר און פאר דיין משפחה, איך וועל דערציילן פאר מוהרא"ש אלעס וואס איר טוט אויפצובויען אונזערע מוסדות.


דו האסט א גרויסער חלק אין אלע אונזערע גוטע מעשים; אינעם חדר, סקול, הדפסה און קעמפ, יעצט וועסטו אויך האבן א חלק אין דאס בויען א שיינעם שטעטל על שם רבינו; נאך אביסל וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א "ברסלב'ע שטעטל" אין אמעריקע.


מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט א שטעטל אין ארץ ישראל אויפן רבינ'ס נאמען, מיר וועלן דאס אם ירצה ה' נאכמאכן אין אמעריקע; ונזכה ונחי' ונראה.


א בין דיר זייער דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


געב איבער פאר דיין אשת חיל א דאנק פון מיר פאר איר איבערגעגעבענע ארבעט פאר די מוסד.


...