בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - "עצתו אמונה" אין ענגליש
בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך שיק דיר דא אסאך בריוון פון עצתו אמונה וואס מען האט מתרגם געווען אויף ענגליש; איך בעט דיר זייער זאלסט דאס אויסשטעלן פאר א קונטרס ווייל די מפיצים האלטן אין איין בעטן אז זיי דארפן די דיבורים און שכל אויף ענגליש.


יעצט איז געקומען ... תחי' און זי איז דאס אזוי שיין מתרגם, ממש צו באוואונדערן; ווייל פון איין זייט קען מען דאך נישט איבער טייטשן ווארט ביי ווארט ווייל עס וועט זיך נישט ליינען גוט, און פון די אנדערע זייט גייט זי נישט אוועק פונעם מכוון.


דעריבער בעט איך דיר, אזוי ווי דו האסט אזוי שיין מסדר געווען די בריוו אין אידיש, זאלסטו יעצט נעמען די בריוו און דאס מסדר זיין, און איינמאל דאס וועט זיין מסודר וועל איך דאס איבער געבן פאר א צווייטן וואס וועט זיך אפגעבן מיט דעם וועכנטליך; זי קומט אריין אזוי שטארק אין דעם אז זי ענדיגט יעדע וואך אלע בריוו וואס קומט ארויס אויף אידיש.


"הַמַּתְחִיל בְּמִצְוָה יְהֵא גּוֹמֵר אֶת כּוּלָהּ (תנחומא עקב, ו)"; געלויבט דעם אייבערשטן אז דו האסט אהער געשטעלט אזא שיינע "בית הדפוס" וואו מען דרוקט ספרים און קונטרסים א גאנצן טאג אן א אויפהער; איך ווייס נישט צי דו ביסט אויך דארט געווען ווען מוהרא"ש איז אריין געקומען דאס ערשטע מאל אין "בית הדפוס", צי דו האסט געזען דעם גרויסן שמייכל אויף זיין פנים און ווי ער האט געזאגט: "רבי נתן וואלט זיך מחי' געווען מיט אזא 'בית הדפוס'". און יעדעס מאל ווען עס איז געווען א שמחה אין ישיבה אדער א מלוה מלכה וואס מוהרא"ש איז געקומען האט ער נאר געוואלט זען דעם "בית הדפוס".


איז יעצט זאלסטו העלפן עס זאל ארויס קומען אויך אויף ענגליש.


איך ווארט צו זען וואס שנעלער א פערטיגע זאך.

#4 - לימוד גמרא פארברענט אלע קליפות
בריוו, עצתו אמונה, גמרא, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זיך ממש מחי' געווען ווען איך האב געליינט אז דו האסט אנגעהויבן לערנען מסכת חולין – יעדן טאג א דף.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט כמה פעמים אז לימוד גמרא האט אזא כח אז עס פארברענט אלע קליפות און כל זמן א מענטש לערנט גמרא האלט ער זיך ביים אייבערשטן.


איך האב זייער הנאה אז דו לערנסט די בריוון פון "עצתו אמונה" און דו ביסט זיך מחי' דערמיט; איך בין גארנישט מחדש אין די בריוון, איך חזר נאר איבער וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן.


טייערער ברודער, דער רבי זאגט: "יֵשׁ עִנְיָן שֶׁנִתְהַפֵּך הַכֹּל לְטוֹבָה".


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


...

#3 - מ'דארף מען קוקן אויף קינדער מיט "רחמנות אויגן"
חינוך הילדים, בריוו, עצתו אמונה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז אז דו ביסט מגיהה און מסדר די בריוון פון "עצתו אמונה"; די בריוון זענען מחי' און מחזק זייער אסאך אידן.


הרב החסיד ר' ... נרו יאיר זאגט מיר כסדר אז מענטשן ווארטן אויף די בריוון, מען איז זיך מחי' מיט די בריוון.


איך ווייס נישט צי דו געדענקסט אז דו האסט אנגעהויבן די אלע בריוון; דו האסט מיר אסאך געמוטשעט איך זאל יעדן טאג שרייבן א בריוו פאר די תלמידי הישיבה און פון דעם איז געווארן די קונטרסים "עצתו אמונה".


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיין ווייב תחי' צי זי איז נאך מחזק די צעבראכענע מיידלעך; זאג איר זי זאל וויסן אז איר פאסטן איז אדער "לחיים" אדער "למות". א מנהלת און א טיטשער קענען אויפבויען א אידישע שטוב אדער דער'הרג'ענען רחמנא לצלן, זאג איר זי זאל רחמנות האבן אויף דעם אייבערשטנ'ס נשמות וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אייך.


זי דארף וויסן אז ווען א מיידל טוט זיך אן נישט אזוי צניעות'דיג איז דאס א סימן אז עפעס באדערט איר, דאס איז א סימפטאם פון זייער שלעכטע זאכן וואס האבן פאסירט צו איר; אפשר האט מען איר אויסגענוצט רחמנא לצלן און דאס איז די וועג ווי אזוי זי וויל צוריק ווערן זעלבסט שטענדיג השם ישמרינו.


דערפאר דארף מען קוקן אויף די קינדער מיט "רחמנות אויגן"; דעמאלט קען מען אלעמען צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


...

#2 - גיי שלאפן צייטליך, וועסטו אויפשטיין אין צייט
בריוו, עצתו אמונה, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל דיר צוריק שרייבן בריוו; איך שרייב דיר יעדן טאג בריוו. אלע בריוו פון 'עצתו אמונה' איז פאר דיר פערזענליך, לייג אריין דיין נאמען און ליין דעם בריוו כאילו עס איז פאר דיר געשריבן געווארן.


די בריוו פון 'עצתו אמונה' זענען געשריבן פאר אלע תלמידים און פאר אלע וואס ווילן לעבן מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


עס איז דא איין עצה אויפצושטיין אין צייט: "גיין שלאפן צייטליך!" אז מען לייגט זיך טויזנט אזייגער שטייט מען אויף סוף טאג. יעצט ביסטו א בחור און דו ביסט נאך אליינס - איז איין זאך, וואס וועט זיין נאך דיין חתונה אז דו וועסט שלאפן א גאנצן טאג? דיין גאנצע שלום בית וועט דיר חרוב גיין.


איך האף אז דו וועסט זיך כאפן אין וואספארא סכנה דו געפונסט זיך, דו וועסט אנהייבן צו היטן די צייט - זיך לייגן צייטליך און אויפשטיין צייטליך.

#1 - שטארק זיך ווייטער זיך אפצוגעבן מיט די בריוו
התחזקות, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער עוסק זיין אין דיין הייליגע ארבעט וואס דו האסט זיך אונטערגענומען, ארויס צו געבן אלע בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו ענטפערן פאר אידישע קינדער.


באמת האב איך גארנישט מחדש געווען אין די בריוו; אלעס וואס איך שרייב איז וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס ער האט מיט אונז געלערנט די שכל און חכמה פונעם הייליגן רבי'ן.


בחורים און אינגעלייט, פרויען און מיידלעך שרייבן מיר אז זיי זענען זיך זייער מחי' און מחזק מיט די בריוו פון "עצתו אמונה". לעצטנס נעמען די מפיצים די קונטריסם פון "עצתו אמונה" און זיי גייען מיט דעם אין כוללים און אין ישיבות ווי די אינגעלייט און בחורים זאגן אלע בפה מלא אז דאס איז זיי מחי' און מחזק זיי זאלן זיך שטארקן אין עבודת השם.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער מגיה זיין די בריוו; הלואי זאל איך שוין זוכה זיין צו זען דעם ערשטן חלק פון עצתו אמונה שיין געדרוקט מיט שיינע אותיות וכו'. וואויל איז דעם וואס וועט צו העלפן דרוקן די בריוו וואס זענען מחזק אידישע קינדער.


איין זאך בעט איך דיר, דו זאלסט דאס זייער גוט מגיה זיין אז עס זאל נישט זיין קיין איין גרייז, עס זאל זיין זיין מנופה בי"ג נפה; איינמאל דאס וועט זיין שיין געדרוקט אין א פארעם פון א ספר וועט דאס מאכן א גרויסע מהפיכה צווישן בחורים און אינגעלייט, אלע וועלן זען וואס דער רבי וויל פון אונז און אלע וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.