בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2519 - איך האף אז דו האסט זיך נישט אפגעקילט
התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר; איך ווייס ניטאמאל וואו דו וואוינסט. איך בין במשך די זומער וואכן אין קרית ברסלב ליבערטי, איך האב געמיינט איך וועל דיר טרעפן דא, דו פלעגסט דאך וואוינען דא אין געגנט (איך ווייס נישט אויב דו וואוינסט נאך דא).


געדענקסט די טעג ווען מיר האבן זיך געטראפן? וויפיל חיזוק דו האסט געטרינקען מיט דורשט, דו פלעגסט זאגן ווי דו ביסט זיך אזוי מחי' מיט די דיבורי התחזקות, מיט די עצות. איך האף אז דו האסט זיך נישט אפגעקילט, איך האף אז דו ווילסט נאך אלץ זיין א איד, דו בענקסט נאך, דו ווילסט נאך, דו ווארטסט נאך וכו' וכו'.


טייערער ..., דא ביי אונז האט זיך גארנישט געטוישט, מיר רעדן די זעלבע דיבורים פון אמאל, אויב מען שפירט (דברים לב, מז): "רק הוא", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ירושלמי פאה א, א): "מכם", איז דאס פון די אידן, נישט פון די הייליגע תורה, פון די הייליגע צדיקים.


אז דו וועסט מיר שרייבן וועסטו מיר מחי' זיין.

#2518 - פארגעס נישט פון תכלית
חברים, שטעטל, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זעט אויס די שטעטל איז שוין גרויס, אז עס גייט אריבער אפאר וואכן וואס איך בין דא זומער און עס איז מיר נאכנישט אויסגעקומען צו רעדן מיט דיר אדער אפילו דיר באגרוסן.


איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז אין ארדענונג ביי ענק. דיינע קינדער זע איך יא, איך זע זיי אין חדר און אין סקול, זיי זענען זייער ליכטיג און טייער.


טייערער ברודער, פארגעס נישט פון תכלית; מיר זענען דאך ביים בעל תפלה (ספורי מעשיות, מעשה יב) וואס ער פלעגט ארומגיין זאגן: "עס איז נישטא קיין אנדערע תכלית בזה העולם נאר צו דינען גאט ברוך הוא"; לערנען שיעורים כסדרן, דאווענען דריי תפילות מיט מנין און זיך מתבודד זיין – נאר דאס איז תכלית, אלעס אנדערש איז הבל הבלים.


איך האף דיר צו באגריסן, צו האבן מיט דיר שיחות חברים.

#2517 - די שיעורים שלעפן צוריק צום אייבערשטן
דרשות, התחדשות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט געטון א קלוגע זאך מיט'ן קומען זומער אין שטעטל, אזוי וועסטו זיך צוריק אויפפרישן מיט די שיעורים און עצות פון רבי'ן.


קום צו די שיעורים, יעדן טאג איז דא לכל הפחות צוויי שיעורים, אינדערפרי די גמרא שיעור און ביינאכט א שיעור אין ספר סיפורי מעשיות. די שיעורים וועקן אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן, די שיעורים שלעפן צוריק צום אייבערשטן; עס איז זייער וויכטיג נאך די חתונה צו בלייבן מקושר מיט די פלאץ.


קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס פאר א מדריגה דער רבי וועט אונז ברענגען. ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, ווער עס לערנט שיעורים כסדרן, ער איז זיך מתבודד און פריידט זיך מיט די מצוות – ווערט א גרויסער צדיק.


יעדעס מאל איך זע דיר קומען אין ישיבה – פריי איך זיך.

#2516 - אראפגענומען איבריגע שעות פון די ארבעט
משפחה, פרנסה, לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך צו הערן אז דו ארבעטסט מער נישט אזוי שווער, האסט אראפגענומען איבריגע שעות, דו קוקסט אויף תכלית. אנשטאט צו מאכן נאך א דאלער גייסטו אהיים צו דיין משפחה, דו העלפסט דיין ווייב און נאכדעם האסטו צייט צו לערנען און דאווענען.


אז מען טראכט אריין זעט מען אז די גאנצע לעבן פליט אריבער ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמד, ד): "כְּצֵל עוֹבֵר"; זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", עס איז דא אסאך ערליי שאטנ'ס, אפשר איז די לעבן ווי א שאטן פון א בוים אדער א שאטן פון א וואנט וואס איז נישט אזוי שנעל? ניין, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט; וואס וועלן מיר מיטנעמען מיט אונז? דאס דאווענען און לערנען און גוטע מעשים.


איך בין שטאלץ צו האבן אזעלכע אינגעלייט אין שטעטל; אינגעלייט וואס טראכטן פון תכלית.

#2515 - ווען מ'וואלט געהאט ישוב הדעת, וואלט מען זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, התחזקות, ישוב הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט דיר דעם פארגאנגענעם וואך אין שטעטל, איך האב באטראכט דיין סדר היום; איך בין זייער איבערגענומען ווי דו דאווענסט און דו לערנסט, איך האב געזען ווי דו נוצט אויס די צייט מיט גוטע זאכן.


איך האף דו האסט הנאה געהאט צו זיין און שטעטל, דו וועסט מיט נעמען די חיזוק מיט דיר; ווייטער לערנען און דאווענען. זיך מתבודד זיין יעדן טאג, זיך מיישב זיין 'מָה הַתַּכְלִית מִכָּל הַתַּאֲווֹת וּמִכָּל עִנְיְנֵי הָעוֹלָם הַזֶּה?' ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "וְהָעִקָּר לְהִשְׁתַּדֵּל לְיַשֵּׁב עַצְמוֹ הֵיטֵב, מָה הַתַּכְלִית מִכָּל הַתַּאֲווֹת וּמִכָּל עִנְיְנֵי הָעוֹלָם הַזֶּה, הֵן תַּאֲווֹת הַנִּכְנָסוֹת לַגּוּף, הֵן תַּאֲווֹת שֶׁחוּץ לַגּוּף, כְּגוֹן כָּבוֹד, וְאָז בְּוַדַּאי יָשׁוּב אֶל ה'", ווען מען וואלט זיך מיישב געווען, מען וואלט אריינגעטראכט 'וואס האט מען פון די וועלט?' דעמאלט וואלט מען זיך צוריק געקערט צום אייבערשטן; ווייל ווען מען וואלט געהאט יישוב הדעת וואלט מען זיך צוריק געקערט צום אייבערשטן.


דאס באקומט מען דורך התבודדות. אז מען מאכט זיך א סדר יעדן טאג צו רעדן מיט'ן אייבערשטן, באקומט מען אביסל יישוב הדעת.

#2514 - נישטא פארוואס צו זיין דעפרעסט און טרויעריג
שמחה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז איר שטארקט זיך, איר זענט שוין מער פרייליך, איר שלאגט זיך מיט אלע כוחות נישט צו ווערן בעצבות ומרה שחורה.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "וְדַע", זאלסט וויסן, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", גלייך ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן, "אֲזַי תֵּכֶף הִיא עֲבֵרָה גְּדוֹלָה כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ עַצְבוּת, חַס וְשָׁלוֹם", איז א גרויסע עבירה אז מען איז דעפרעסט, "כִּי 'עַצְבוּת הִיא סִטְרָא-אָחָרָא", אין זוהר הקדוש שטייט (זהר נח דף עא) אז עצבות איז פון די קליפות, פון די סטרא אחרא, "וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", דער אייבערשטער האט זייער פיינט אז מען איז טרויעריג.


דעריבער בין איך זייער פרייליך אז איר האט אפגעמאכט אז איר גייט שוין זיין פרייליך, איר גייט מער נישט זיין דעפרעסט.


אין אמת'ן אריין האט איר נישט אויף וואס צו זיין דעפרעסט, איר האט נאר גוטס; איר האט זייער א טייערער מאן און איר אליינס זענט א גרויסע צדיקת; פארוואס זאלט איר ווערן בעצבות? עס איז קלאר אז די עצבות קומט פון די נישט גוטע וואס זיי וויל אייך שלעכטס טון.

#2513 - אז מ'ווייסט דעם אמת ווער מ'איז, קען קיינער נישט אוועקנעמען די פרנסה
גאווה, פרנסה, אמת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער רבי האט אן עצה מען זאל נישט קענען שלעכטס טון דעם מענטש, מען זאל אים נישט קענען אוועק נעמען אדער אוועק שטופן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עט): "עַל יְדֵי זֶה שֶׁזּוֹכִין לִרְאוֹת שִׁפְלוּתוֹ בֶּאֱמֶת", אז מען איז זוכה צו וויסן ווער מען איז, מען ווייסט ווי נידריג מען איז, "עַל יְדֵי זֶה אֵין שׁוּם אָדָם יָכוֹל לְהוֹצִיאוֹ וְלִדְחוֹתוֹ מִמְּקוֹמוֹ", קען מען אים נישט אוועק שטופן פון זיין פלאץ, "דְּהַיְנוּ לְקַפֵּחַ פַּרְנָסָתוֹ, חַס וְשָׁלוֹם", מען קען נישט אוועק נעמען די פרנסה, "כִּי מֵאַחַר שֶׁהוּא עָנָו וְשָׁפָל בֶּאֱמֶת", אז מען איז ביי זיך גארנישט, - "הוּא בִּבְחִינַת אַיִן, וְאֵינוֹ תַּחַת הַמָּקוֹם כְּלָל, עַל כֵּן, בְּוַדַּאי אֵין יְכוֹלִין לִדְחוֹתוֹ מִמְּקוֹמוֹ".


דערפאר בעט איך דיר זייער, אנשטאט זאלסט מורא האבן טאג און נאכט אז מען גייט דיר צונעמען פרנסה, דו גייסט פארלירן א קאסטומער, גייסט פארלירן געלט, איינער גייט דיר אויסכאפן וכו' וכו', - זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן; טו תשובה, זיי זיך מתודה, וועסטו ווערן ביי זיך מער און מער בטל ומבוטל צום אייבערשטן, וועט מען דיר נישט קענען שלעכטס טון.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן א רבי וואס העלפט אונז, וואס דערנענטערט אונז צום אייבערשטן.

#2512 - נוץ די מעשה פון עצתו אמונה פאר קינדער, צו רעדן צו די קינדער פון קדושה
קדושה, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די קומענדיגע וואך זאלסטו לייגן אין די 'קינדער עצתו אמונה' די מעשה ווי אזוי דער רבי האט זיך געטראפן די נאכט פון זיין חתונה מיט זיין תלמיד רבי שמעון.


איך שרייב דיר די מעשה אויף א וועג ווי אזוי מען רעדט צו קינדער; איך לייג אריין אין די מעשה די גרויסקייט פון קדושה און פון זיך אכטונג געבן פון שלעכטע חברים, ווייל ווי דו ווייסט דאך איז א שווערע זאך ביי אסאך עלטערן צו רעדן קלאר צו די קינדער פון קדושה; רוב עלטערן רעדן נישט צו די קינדער פון זיך אכטונג געבן נישט צו לייגן די הענט ביים אות ברית קודש, מען זאגט נישט אן זיך אכטונג געבן פון מניוולים, און אז מען ווייסט נישט - קען מען אראפפאלן אין פוגם זיין בברית, מען איז פוגם ביסוד, און אז עס איז נישטא קיין יסוד גייט אלעס חרוב.


איך האף אז די עלטערן וואס ליינען פאר פאר די קינדער די וועכנטליכע מעשה פון "קינדער עצתו אמונה", וועלן האבן א פתח ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער, אזוי וועלן זיי אויפוואקסן הייליג און ריין.


א גוטן טאג קינדער'לעך, מען גייט יעצט דערציילן די "קינדער עצתו אמונה"; אלע קינדער קומען צום טיש, אלע ווארטן שוין א גאנצע וואך מיט דורשט, ווען גייט טאטי און מאמי דערציילן די מעשה פון עצתו אמונה.


דער טאטע הייבט אן ליינען די "קינדער עצתו אמונה"; ער ווערט זייער ערנסט, ער זאגט פאר די קינדער: "די וואך דארפט איר זיך גוט צוהערן, עס איז א שיינע מעשה וואס מען קען זיך לערנען פון דעם זייער אסאך".


דער טאטע פרעגט: "קינדער, ווער ווייסט וואס איז די גרעסטע סכנה פאר'ן מענטש?" די קינדער ווילן הערן וואס, פון וואס דארפן מיר זיך היטן? וואס קען אונז לייגן אין א סכנה? דער טאטע זאגט: "איידער איך וועל אייך ענטפערן די ערשטע פראגע, וויל איך אייך פרעגן נאך א פראגע, ווער ווייסט וויפיל יאר איז געווען דער רבי ווען ער האט חתונה געהאט?" און דער טאטע הייבט אן דערציילן:


דער הייליגער רבי האט חתונה געהאט ווען ער איז געווען א קינד פון דרייצן יאר, ער האט חתונה געהאט יונג, בקדושה ובטהרה; גלייך נאך זיין בר מצוה איז ער געווארן א חתן און אביסל שפעטער איז געווען די חתונה, די כלה איז געווען א גרויסע צדקת, זי האט געהייסן סאשיא, א טאכטער פון רבי אפרים פון שטאט זאסלאב.


וויבאלד דער רבי איז געקומען צו פארן צו א נייע שטאט האט דער רבי געוואלט וויסן ווער פון די קינדער פון אוסיאטין זענען גוטע קינדער, דער רבי האט געוואלט האבן גוטע חברים, ערליכע חברים, ער האט זייער מורא געהאט פון זיך חבר'ן מיט קינדער וואס טוען עבירות, ווייל אויב מען חבר'ט זיך מיט קינדער וואס רעדן מיאוס'ע ווערטער, קען מען חס ושלום ווערן מיט געשלעפט מיט זיי, אזוי אויך איז דא קינדער וואס זיי באהאלטן זיך מיט אנדערע קינדער און זיי כאפן זיך אן דארט וואו דער אייבערשטער לאזט נישט (דער טאטע זאל געבן צו פארשטיין פאר די קינדער וואו דער אייבערשטער לאזט נישט לייגן די הענט), זיי מיינען מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, זיי ווייסן נישט אז עס איז מלא כל הארץ כבודו, דער אייבערשטער איז איבעראל.


דער רבי האט נישט געקענט די קינדער פון די שטאט אוסיאטין, האט דער רבי געזוכט צווישן די קינדער ווער עס איז ערליך און ווער נישט, ביז ער האט געטראפן א קינד מיט'ן נאמען שמעון, דער רבי לויפט צו אים און מאכט זיך כאילו ער וויל נישט זיין ערליך, עכט איז דער רבי שוין דעמאלט געווען א גרויסער צדיק, נאר ער האט געוואלט זען אויב שמעון וויל זיין ערליך, אויב שמעון וויל זיין גוט; האט ער זיך געמאכט ווי ער וויל נישט זיין גוט, דער אינגל שמעון פון אוסיאטין האט זיך זייער דערשראקן, ער האט געמיינט אז דער רבי איז נישט ערליך, ער האט גארנישט געענטפערט פאר'ן רבי'ן. ווען דער רבי האט געזען ווי ער מאכט זיך נישט וויסנדיג האט אים דער רבי געפרעגט: "דו ביסט נישט קיין מענטש? דו ווילסט נישט טון וואס אלע טוען?" רופט זיך אן שמעון: "איך בין א תם, איך האב ליב תמימות", דער רבי האט אויפגעלאכטן און געזאגט: "עס זעט אויס ווי מיר וועלן זיין נאנטע חברים". דער רבי האט אים גערופן אין א זייט און אים אויסגעזאגט דעם אמת, אז ער האט אים געוואלט אויספרובירן זען אויב ער איז ערליך, ער האט אים דערציילט אז די אנדערע קינדער זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן, זיי זענען פוגם און טוען עבירות רחמנא לצלן.


דער רבי האט גענומען זיין נייער ערליכער חבר שמעון און ארויס מיט אים אין פעלד, ער האט דארט מיט אים גערעדט ווי גוט עס איז צו דינען דעם אייבערשטן און ווי נאריש די וועלט איז, דער רבי האט אים געזאגט: "איך האב דאך היינט חתונה, דארף איך זיכער אנהייבן דינען דעם אייבערשטן"; שמעון האט זיך גוט צוגעהערט צו זיין נייער חבר – דער הייליגער רבי, און ער איז געווארן א גרויסער צדיק, אן ערליכער איד.


טייערע קינדער, אויב א חבר נעמט דיר אין א שטילע פלאץ און ער וויל דיר אנכאפן אויף א פלאץ וואו דער אייבערשטער לאזט נישט - זאלסטו אוועק לויפן פון אים! אויב איינער וויל דיר אנרירן ביים אות ברית קודש - זאלסטו שרייען: "גיוואלד! ראטעוועט!" זאלסט נישט מורא האבן צו שרייען, ווייל אויב דו וועסט זיך לאזן וועט זיין זייער ביטער. נעם א גוטער חבר מיט וועם צו שפילן, לויפן, טאנצן און שפרינגען. קינדער וואס רעדן איידל, מיט זיי דארף מען זיך חבר'ן; דעמאלט וועט איר אלע אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2511 - בארד און פיאות איז די שיינקייט פון א איד
תפילות אויף אידיש, שידוכים, בארד און פאות, עזות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


על פי זוהר הקדוש איז א גרויסע איסור צו שניידן די בארד; אז מען שניידט די בארד שניידט מען אפ אלע צינורות וואס ברענגען די שפע.


האלט זיך שטארק מיט דיין בארד און פאות, שנייד נישט דיין בארד. דער רבי האט געזאגט: "וואס דארף א נפטר זארגן אז ער ליגט אויף דער ערד מיט זיין בארד און פיאות"; בארד און פיאות איז דער באווייז אז מען איז א איד, די בארד און פיאות איז דער צלם אלוקים.


די הייליגע חכמים זאגן (שבת קנב ע"א; זוהר הקדוש נשא קלט:): "הַדְרַת פָּנִים, זָקָן", דאס שיינקייט פונעם מענטש איז ווען מען האט א בארד; מיר דארפן זיין שיין אין די אויגן פון די חכמים, שיין איז וואס איז ביים אייבערשטן שיין; אז מיר שפירן אן אנדערע שיינקייט, אז אין אונזערע אויגן איז שיין אן א בארד, מיט לאנגע האר וכו' - דארפן מיר תשובה טון.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל דיר ליב האבן; איך זאל ליב האבן דיין תורה, איך זאל ליב האבן די וועג ווי אזוי די תורה זאגט מען זאל גיין, איך זאל ליב האבן א בארד און פאות, איך זאל ליב האבן די וועג ווי אזוי א איד שערט זיך אפ די האר, איך זאל ליב האבן אידישקייט", - וועסטו מיט די צייט באקומען א געפיל צו די זאכן.


האלט זיך שטארק מיט דיין בארד און פאות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכע מיידל, און דו וועסט מיט איר אינאיינעם אויפשטעלן א אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2510 - דרייוון די באסעס געלאסן און נאר לויט'ן געזעץ
מוסדות, שטעטל, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך באקום כמעט יעדן טאג נישט גוטע גרוסן אויף די באס דרייווערס; סיי עלטערן רופן אריין זאגן אז מען דרייווט זייער ווילד און סיי די גוים די שכנים זאגן אז די וואס דרייוון די באסעס דעם זומער דרייוון זייער ווילד. איך ווייס נישט פארוואס איך דארף אזויפיל מאל בעטן מען זאל דרייוון לויט די געזעץ, עס איז דאך סכנות נפשות! איך שפיר ווי איך רעד צו א וואנט.


אפשר זאלסטו צוריק געבן די גאנצע אפערעישן פון דרייוון פאר די מלמדים פון שטעטל? זיי דרייוון רואיג, זיי פאלגן מיר, זיי דרייוון לויט די געזעץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2509 - אלע קינדער פון קלאס דארפן באקומען גוטע ווערטער
קאמפלימענטס, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט די זכי' צו זיין א מלמד פאר קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא, אֵלּוּ סוֹפְרִים וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? די מלמדים וואס לערנען תורה מיט קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעם שלעכטס.


אויף דיין פראגע וכו'; קוקן אויף בא'חנ'טע קינדער איז נישט קיין תאוה, חן ווייזט אויף א ריינע נשמה. א בא'חנ'טער מענטש האט א ליכטיגע נשמה, עס איז דא וואו די ברכה זאל חל זיין; אדרבה, לייג אריין אסאך אין דעם קינד.


געב אבער אכטונג אז אלע קינדער זאלן באקומען גוטע ווערטער; עס קען פאסירן ביי מלמדים מען זאל זיך נישט כאפן, מען געבט גוטע ווערטער פאר די בא'חנ'טע קינדער און מען פארזעט די אנדערע. אזוי אויך קען מען פארזען ווען א קינד קומט שפעט; אויב האט דער קינד חן באקומט ער נישט קיין פסק, און די אנדערע - טשעפעט מען און מען שפעט פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2508 - מ'דארף אויסלערנען פאר קינדער ווי אזוי זיך צו פירן
קינדער, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישטא קיין כלל אין דעם, דאס ווענדט זיך אין דיין ווייב; אז זי וויל שוין אויפהערן זייגן קען זי אויפהערן און געבן באטלעך, אדער קען זי מאכן ביידע אינאיינעם.


אז דאס קינד האט שוין א ציין און עס טוט וויי וכו'; דאס איז א זאך וואס מען קען אויסלערנען. ווען דאס קינד געבט א בייס געבט מען א פאטש, מען זאגט: "מען טאר נישט בייסן", אזוי טוט מען איינמאל, צוויי מאל - ביז דאס קינד לערנט זיך אויס נישט צו בייסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2507 - גיין אין מקוה אום שבת קודש און אין די ניין טעג
מקוה, בין המצרים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט אנגעהויבן גיין אין מקוה יעדן טאג. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


בנוגע גיין שבת אין מקוה וכו'; אודאי זאלסטו גיין שבת אין מקוה. מיר נעמען אן די שיטות אז מען קען זיך טובל'ן אפילו אין הייסע וואסער אז מען האט אינזין לשם טבילה. דאס וואס די הייליגע חכמים האבן גע'אסר'ט איז נאר ווען מען האט נישט אינזין לשם טבילה (קרבן נתנאל שבת סימן כב, אות ק; נודע ביהודה מהדורה תניינא, אורח חיים, סימן כד; ועוד).


אויך אין די ניין טעג זאלסטו גיין אין מקוה, און אז דו שוויצט זייער שטארק - קענסטו זיך אפוואשן ביי די פלעצער וואו עס איז דיר פארשוויצט. דער איסור רחיצה אין די ניין טעג איז אויף רחיצה פאר תענוג, אבער אראפנעמען די שווייס - דאס זענען די פוסקים מתיר (עיין נטעי גבריאל בין המצרים פרק מב, אות ד; פרק ע, אות ה).


וואויל איז דער וואס גייט אין מקוה, וועט דאס אים ברענגען קדושה וטהרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כב.): "מַעֲשֶֹה בְּאֶחָד שֶׁתָּבַע אִשָּׁה לִדְּבַר עֲבֵירָה", עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואלט טון אן עבירה מיט א מיידל, האט זי אים געפרעגט: "רֵיקָא, יֵשׁ לְּךָ אַרְבָּעִים סְאָה שֶׁאַתָּה טוֹבֵל בָּהֶן?" דו ליידיגגייער, האסט דען א מקוה וואו זיך צו טובל'ן נאך די עבירה? ער האט נישט געהאט קיין מקוה, "מִיַּד פָּרֵשׁ", האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון די עבירה.


אלע פרעגן שוין, וואס איז פשט אז די מקוה האט אים צוריק געהאלטן פון טון די עבירה?! אויב איז ער אזא מענטש וואס וויל גיין זינדיגן וכו', וואס איז אים א חילוק צי ער וועט יא גיין אין מקוה אדער נישט? נאר די קשיא איז דער תירוץ; דא זעט מען וואס מקוה איז, א מענטש וואס איז שטארק מיט מקוה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה - וועט אים די מקוה צוריקהאלטן פון טון עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2506 - א בעדינג סוט פאר א פרוי איז א פריצות'דיגע זאך
צניעות, בין המצרים, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע אויב מען מעג גיין מיט א בעדינג סוט אונטער די שווים קלייד; א בעדינג סוט פאר א פרוי איז א פריצות'דיגע זאך. ליידער מיינט מען אז דאס איז א חומרא, מען איז אויסגעמישט צווישן גוים, מיר זענען איינגעזינקען אין גלות, הייבט מען אן זיך אפצולערנען פון זיי, ביז מען מיינט אז עס איז א חסידי'שע פרומע זאך צו שווימען מיט א שווים קלייד, ווען דאס איז נישט קיין חומרא, דאס איז נישט קיין פרומע זאך; דאס איז א אידישע זאך.


אויב זענט איר נאך ווייט פון דעם, איר קוקט אויף דעם ווי א יאנטשי זאך וכו'; זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין צו באקומען א געפיל פאר צניעות. צניעות איז אן איידעלע זאך, נישט יעדער האט אין דעם א געפיל, מען דארף זיין איידל צו וועלן זיין איידל, מען דארף זיין ריין צו האבן א געפיל אין זיין ריין, אפילו ווער עס איז ווייט פון איידל, ווייט פון זיין ריין - קען צוקומען צו דעם דורך תפילה והתבודדות.


בנוגע זיך וואשן אין די ניין טעג; די פוסקים זאגן אז אויב מען איז פארשוויצט מעג מען זיך וואשן ביי די פלעצער וואו מען איז פארקלעבט און פארשוויצט, דער איסור איז זיך באדן פאר תענוג.


בנוגע וכו'; מען קען זיין אין ברסלב און נישט זיין קיין ברסלב'ער, און מען קען זיין אינדרויסן פון ברסלב און זיין א ברסלב'ער חסיד; עס איז נישט געוואנדן וואו מען איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2505 - א גוט ווארט קען ראטעווען א מענטש
קאמפלימענטס, מדות טובות, אמת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


געבן גוטע ווערטער איז זייער א גרויסע מצוה; ווען מען געבט יענעם א גוט ווארט - געבט מען יענעם ממש לעבן. אמאל קען א גוט ווארט ראטעווען יענעם, עס זענען דא מענטשן וואס האבן שרעקליכע יסורים, קיינער ווייסט דאס נישט, זיי ווילן נאר אנטלויפן ה' ירחם, און מיט איין גוט ווארט ראטעוועט מען יענעם.


עס איז נישט קיין עסק צו געבן פאלשע גוטע ווערטער, עס האט נישט קיין טעם ווען מען געבט יענעם א קאמפלימענט און דאס איז נישט אמת; מען דארף געבן גוטע ווערטער וואס איז וואר. אז מען וועט גוט אריינקוקן, מען וועט זוכן א גוטע זאך אין יענעם - וועט מען שטענדיג האבן גוטע זאכן וואס זענען אמת מיט וואס יענעם צו מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2504 - אונזער תיקון איז צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף די וועלט
סקול, הפצה, שטעטל, פלעי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו האסט בדעה צו קומען וואוינען דא אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי.


די צען טויזנט דאלער וואס דו האסט היינט געגעבן צו קענען קויפן א דירה אין שטעטל האט מיר זייער פרייליך געמאכט; איך פריי זיך אז אזעלכע משפחות ווי דיר פלאנען צו קומען וואוינען אין שטעטל.


דו האסט א גרויסער חלק אין די הפצה וואס קומט ארויס פון אונזער קהלה מיט דעם וואס דו העלפסט אזוי געטריי די ישיבה די אלע יארן. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען ממשיך זיין צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אונזער גאנצע לעבן פאר די גאנצע וועלט; דאס וועט זיין אונזער תיקון, דאס וועט מתקן זיין אונזער נפש, רוח און נשמה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען אויף יענע וועלט.


געב איבער א יישר כח פאר דיין ווייב פאר'ן העלפן מיט די פלעי; די פלעי וואס די מיידלעך גייען פארשטעלן, דאס כאפט מען אפ און דאס פארשפרייט מען נאכדעם; דאס איז נאך א רינגעלע אין הפצה.

#2503 - די גרויסקייט פון א מענטש מעסט זיך איז זיין גוטן ווילן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, עבודת השם, שאלות, ספיקות, רצונות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס דארף אייך נישט שטערן אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, נישט דורך פרעגן שאלות ווערט מען א תלמידה. אז איר זעט אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, מיינט נישט אז איר זענט ווייניגער תלמידה פון די וואס פרעגן.


ביי מוהרא"ש איז אויך אזוי געווען, עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן יעדן טאג געהאט צו פרעגן שאלות און ספיקות און עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן געהאט אפשר איינמאל א יאר א שאלה צו פרעגן; נישט דאס איז קובע אויב מען איז א תלמידה אדער נישט.


ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א תלמידה בית פיגא? ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א ברסלב'ער חסיד? אז מען וויל זיין גוט, אז מען בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, איך וויל טון דיין ווילן"; אזוי מעסט מען דאס גרויסקייט פונעם מענטש, מען זעט זיין הארץ, זיין ווילן, זיין בענקשאפט.


איר זענט א חשוב'ע תלמידה, קלאפט זיך נישט אראפ, איר זענט זייער חשוב. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן שיין צו יעדעם, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן גוטע ווערטער צו יעדן איינעם.

#2502 - איך הער ברוך השם זייער גוטע גרוסן פון קעמפ
חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, קעמפ, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אלע בית פיגא תלמידות שתחיו


איך הער ברוך השם זייער גוטע גרוסן פון קעמפ, איך באקום בריוו פון מיידלעך, זיי שרייבן פון די גרויסע אחדות וואס איז דא צווישן אייך, מען איז מקרב יעדן איינעם; דאס דערפריידט מיר זייער, דאס מאכט א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן און פאר אלע צדיקים.


איך האף אז איר פירט זיך מיט דרך ארץ צו די טיטשערס און צו די קאונסלערס. עס איז דרך ארץ'דיג צו רופן די קאונסלערס "מרת ..." נישט ביי זייער ערשטע נאמען. חבר'טעס רופן זיך ביי די ערשטע נעמען, אבער א טיטשער אדער אן עלטערער מענטש דארף מען רופן מיט דרך ארץ.


אויך בעט איך ענק איר זאלט רעדן נאר איידעלע זאכן; רעדט נישט צווישן זיך פון זאכן וואס איז נישט פאר אייך, רעדט נישט פון זאכן וואס איז נישט איידל, רעדט נאר גוטע זאכן.


העלפט רייניגן די קעמפ; פון די גאנצע זומער וועט נאר דאס בלייבן פאר'ן לעבן. פון די אלע שפילערייען וועט נאר בלייבן דאס וואס איר זענט מוותר פאר אנדערע און דאס וואס איר העלפט די קעמפ.


פאלגט אייער מנהלת מרת ... תחי'; הערט וואס זי לערנט אייך. ווער עס וויל מיר פאלגן זאל פאלגן די מנהלת תחי', זי איז פאר אייך א מתנה פון הימל, זיך וויל נאר ענקער גוטס.

#2501 - זיך אריבערציען אין קרית ברסלב
שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית טאהש קאנאדע


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר ווילט קומען וואוינען אין שטעטל, אין קרית ברסלב. אז איר ווילט דינגען א דירה דארפט איר נישט געבן קיין געלט פאר די קהילה, נאר ווען מען וויל קויפן א דירה דעמאלט דארף מען געבן צען טויזנט דאלער פאר די קהילה.


אז דו ווילסט במשך הזמן קויפן א דירה אין שטעטל קענסטו געבן פון פאראויס דעם סכום צוביסליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2500 - דיינע קינדער זאלן נישט רעדן פון ברסלב אינעם מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארף דיין טאכטער זאגן אז זי הערט די האטליין? וואס פעלט אויס זי זאל דאס דערציילן פאר אנדערע, וואס דארף זי דערציילן פאר די חבר'טעס פון ברסלב?!


פאר'ן מוסד גייט נישט אן אז דיינע קינדער הערן די שיעורים און לעבן פון רבי'ן, זיי קענען זיך נישט מישן אין דעם און זיי ווילן נישט האבן מיט דעם, זיי ווילן אבער נישט אז עס זאל ווערן א גערודער ביי זיי, ווען אנדערע קינדער וואס זייערע עלטערן זענען נישט ברסלב וועלן אהיים קומען און זאגן פאר די עלטערן אז זיי דארפן ברסלב'ע שידוכים.


גיי דו אריבער צו די הנהלה, זאג זיי אז דיינע קינדער וועלן נישט רעדן צו אנדערע פון רבי'ן, זיי וועלן פאלגן די לערערינס, זיי וועלן מיט האלטן די שיעורים, וועסטו זען אז זיי וועלן דיר נישט מאכן קיין פראבלעמען. לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן זיך נישט רייצן מיט אנדערע, נישט רעדן פון ברסלב, אזוי וועסטו נישט האבן קיין פראבלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2499 - מ'דארף זייער אכטונג געבן אויף איסור יחוד
קדושה, סיפורי צדיקים, הלכה, מלכות הרשעה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איסור יחוד ביי א פעטער מיט א ניס איז גארנישט אנדערש ווי ביי א פרעמדע; דו טארסט נישט זיין מיט דיין ניס אליין. פון די דריי יאר הייבט זיך אן איסור יחוד, מענטשן ווייסן נישט, מען כאפט זיך נישט, מען לאזט איבער די קינדער ביי ברידער און שוועסטער; מען איז עובר אויף איסור יחוד.


אזוי אויך ביי א נעפיו מיט א מומע איז אויך דא איסור יחוד; פון די ניין יאר טאר מען נישט זיין מיט א מומע אליין אין א הויז, הגם עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז נישטא קיין איסור יחוד ביי א נעפיו מיט א מומע (עיין רבינו ירוחם נתיב כ"ג חלק א', קצב-א'; ועוד), אבער מיר זענען נישט מקיל נאר אויב עס איז א גרויסער שעת הדחק און מען באקומט א היתר פון א רב.


געב זיך זייער אכטונג נישט עובר צו זיין אויף איסור יחוד, לויט רוב פוסקים איז איסור יחוד אן איסור דאורייתא (טור אבן העזר סימן כב, ועוד ראשונים); מענטשן קענען נישט די הלכות, מען ווייסט נישט ווי הארב דאס איז.


עס ווערט געברענגט א שרעק פון א מעשה (קונטרס שביבי לב להרב הגאון רבי אליהו לפיאן זכרונו לברכה, אות קכד) וואס האט פאסירט מיט די טאכטער פונעם הייליגן צדיק רבי יעקב זכר צדיק לברכה, דער רב פון שטאט ליסא, דער מחבר פונעם ספר נתיבות המשפט. נאך זיין פטירה האט זיין ווייב די אלמנה געדארפט איינרישן זיין טאכטער צו חתונה האבן, זי איז געפארן מיט א גוי איינקויפן אלעס פאר די טאכטער'ס חתונה, דער גוי דער בעל עגלה האט זיך בארעכנט אינמיטן וועג אז ער גייט זיי אויסנארן, ער האט זיי גענומען צו זיך אהיים, די מאמע מיט די כלה זענען אנגעקומען צום גוי אין שטוב, דער גוי האט גערופן זיינע חברים, זיי האבן צוגענומען די גאנצע געלט פון די מאמע און זיי האבן געוואלט פארברענען די מאמע מיט די כלה. זיי האבן אנגעצינדן די אויוון און זיי האבן שוין געוואלט אריינווארפן די מאמע מיט די כלה אין אויוון, פלוצלונג איז אנגעקומען דארט א דייטשער אפיציר און די רוצחים זענען אנטלאפן, דער אפיציר האט אויפגעבינדן די מאמע מיט די כלה, זיי צוריק געגעבן די געלט און זיי אהיים געטראגן.


ביינאכט חלומ'ט זיך די כלה ווי איר טאטע דער הייליגער צדיק קומט איר אין חלום און זאגט איר: "ווען איך האב זיך דערוויסט אז איר זענט אין א צרה בין איך ארויף אין זייער א הויכע פלאץ אין הימל, איך האב געבעטן מען זאל רחמנות האבן אויף ענק, האט מען געענטפערט אז מען קען נישט רחמנות האבן אויף ענק ווייל איר האט עובר געווען אויף איסור יחוד מיט דעם גוי, האב איך געבעטן מען זאל רחמנות האבן אויף ענק בזכות די תורה וואס איך האב געלערנט, בזכות דער ספר נתיבות המשפט וואס איך האב מחבר געווען, האט מען ענק באפרייט; געב אכטונג אויף דעם, איר זאלט נישט נכשל ווערן אין איסור יחוד". די כלה האט דאס פארציילט פאר די ראשי קהילה און זיי האבן דאס פארשריבן, מען זאל געדענקען די מעשה, כדי מען זאל זיך אכטונג געבן פון דעם איסור.


בנוגע דאס וואס די מלכות הרשעה שלעפט דיר צו קומען ביי זייער טריפה'נע מיליטער; נעם די עצה פון רבי'ן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד; ועיין ליקוטי הלכות נפילת אפים, הלכה ד' אות ה): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען קען נישט זיין פרייליך נאר אז מען מאכט זיך נאריש, דורך מילתא דשטותא; אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט זיך נאריש מאכן - וועסטו פטור ווערן פון זייער טריפה'נע מיליטער, דו וועסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, ודי למבין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#2498 - נאך חצות טאר מען נישט דאווענען שחרית
הלכה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס איז בכלל דיין שאלה? נאך חצות טאר מען נישט דאווענען קיין שחרית - ווילסטו מאכן א מנין אין בית המדרש קעגן די הלכה?! בשום אין פנים ואופן, איך בין נישט מסכים אז ביי אונז אין די קהילה זאל מען מאכן א מנין נאך חצות, גיין קעגן די הלכה.


א חרפה און בושה, מען דריידט זיך און מען פריידט זיך, מען האט צייט צו דאווענען פאר חצות, מיט דעם אלעם דריידט מען זיך ארום, מען רייכערט צוגרעטלעך, מען איז מבטל די מצוה פון דאווענען.


ביי אונז אין שול קען מען נישט דאווענען נאך חצות.

#2497 - הפצה טאר נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב און קינדער
קינדער, חינוך הילדים, שלום בית, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הפצה איז זייער א גרויסע זאך, אבער עס קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב; אז דיין ווייב וויל דו זאלסט זיין אין שטוב ליל שישי, איר העלפן אנגרייטן דעם שבת - זאלסטו בלייבן אין שטוב. אז זי וויל דו זאלסט בלייבן ערב שבת אין שטוב העלפן מיט די קינדער - זאלסטו בלייבן אין שטוב העלפן אריינברענגען דעם שבת; מען קען גיין הפצה, אבער נישט אויפ'ן חשבון פון די ווייב.


יעצט אז דו האסט קליינע קינדער אין שטוב - דארפסטו אכטונג געבן ווען דו גייסט הפצה און וויפיל דו גייסט הפצה; דו קענסט נישט קוקן אויף די גרויסע מפיצים וואס גייען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט הפצה, זיי האלטן שפעטער אין לעבן ווי דו, זיי דארפן נישט זיין אין שטוב ערב שבת, נישטא פאר זיי קיין ארבעט, אבער אז מען האט קינדער אין שטוב דארף מען אהיים קומען צייטליך, מען דארף נעמען די קינדער אין מקוה, מען דארף אכטונג געבן אויף די קינדער און אריינברענגען דעם שבת מיט שמחה און פרייד.


נישט לאנג צוריק איז געקומען צו מיר א פרוי און מיר געפרעגט ביז וויפיל איז די שיעור פון הפצה? זי זאגט אז איר מאן גייט א גאנץ ליל שישי הפצה, פרייטאג גייט ער אויך הפצה ביז'ן זמן הדלקת הנרות, און א גאנץ שבת שלאפט ער; זי דארף אליינס מאכן די סעודות שבת, דער מאן שלאפט איין ביים טיש גלייך נאכן עסן די פיש, זי דארף זיך פארען מיט די קינדער, אזוי גייט עס א גאנץ שבת; זי פרעגט מיר ביז וויפיל איר מאן איז מחויב צו גיין הפצה? זי איז געקומען אינאיינעם מיט איר מאן, איך האב אים געזאגט וואס מוהרא"ש זאגט, אז הפצה קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די קינדער; הפצה איז זייער הייליג און זייער טייער, אבער חינוך הבנים והבנות איז נאך טייערער, מיר ווייסן אז דער הייליגער רבי נתן האט זייער מקפיד געווען צו זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, דאס איז געווען ביי אים פון די גרעסטע זאכן, דאך האט ער געזאגט אז ער לייגט זיך נישט אראפ פרי שלאפן ווייל ער וויל מחנך זיין די קינדער. ער פלעגט זיי אפווארטן פון חדר כדי צו ליינען מיט זיי קריאת שמע און זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות.


גיי הפצה; לאז נישט אפ די הפצה, אבער אז דיין ווייב דארף דיר אין שטוב אנגרייטן דעם שבת - זאלסטו אלעס לייגן אין דער זייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#2496 - נישט יעדער איז זוכה אז די ווייב איז מסכים ער זאל פארן קיין אומאן
כיבוד אב ואם, שלום בית, שווער און שוויגער, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב איז מסכים דו זאלסט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה - וואס נאך דארפסטו?! אז דיין ווייב איז מיט דיר - ביסטו דאך א גליקליכער, מער פון דעם דארפסטו נישט.


פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו דערציילן ממש פאר ראש השנה; וועסט זיי זאגן שיינערהייט: "טאטע מאמע, איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה. איך וועל מתפלל זיין פאר ענק און פאר די גאנצע משפחה", יעצט פעלט נאכנישט אויס דאס איינצומעלדן.


פון יעצט ביז ראש השנה איז נאך דא אסאך צייט; דאנק דעם אייבערשטן אז דו גרייטסט זיך צו קומען צום רבי'ן און אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת. בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט זיין קיין צער פאר דיינע עלטערן און פאר אירע עלטערן, בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן אויך קומען צום רבי'ן, זיי זאלן אויך זוכה זיין צו זיין מקורב צום צדיק.


דאס אז דיין ווייב זאגט דיר זאלסט גיין צום רבי'ן אויף ראש השנה - איז בכלל נישט פשוט, דאס איז א גרויסע נס, נישט אלע זענען זוכה צו דעם; זייער אסאך פרישע מקורבים ווילן קומען צום רבי'ן און די ווייב שטעלט זיך אין די לענג און אין די ברייט נישט צו לאזן דעם מאן קומען. אז זי לאזט דיר גיין צום רבי'ן זאלסטו איר קויפן א שיינע מתנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#2495 - מיט'ן העלפן, העלפט מען זיך אליין
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תודה והודאה, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר'ן שרייבן וואס טוט זיך אין קעמפ מחנה בית פיגא, ווי שטארק איר האט הנאה פון די קינדער, פון די לערערינס און קאונסלערס. זיי מאכן יעדן איינעם זיך אזוי גוט שפירן, אלץ געבן זיי אזויפיל גוטע ווערטער.


יישר כח פאר'ן העלפן אין קעמפ אנגרייטן די שבת'דיגע סעודות און אויך אראפ רוימען; די אלע וואס העלפן אין סקול און אין שטוב, די העלפן באמת זיך אליינס, די וועלן קענען פירן א שיינע ווירטשאפט נאך זייער חתונה.


זעט צו גיין יעדן טאג אביסל שפאצירן אין פעלד דאנקען דעם אייבערשטן, דאנקט אים אויף יעדע זאך וואס ער געבט אייך, וועט איר שפירן עפעס אזא זיסע טעם וואס מען קען נישט מסביר זיין פאר ווער עס טוט דאס נישט.


ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט מען זייער פרייליך, מען ווערט אין א גוטע גוסטע, מען ווערט פאזעטיוו.


זייט מקרב די מיידלעך וואס שטייען אין די זייט.