בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1325 - ווען מ'איז איינגעשפארט אינדערהיים, זיי מחזק דיין ווייב
שלום בית, הכרת הטוב, פרנסה, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די מתנות פאר מיינע קינדער; זיי האבן זייער הנאה פון די שפילצייג.


זע צו מחזק זיין דיין ווייב תחי'; יעצט ווען די פרויען זיצן מיט די קינדער אין שטוב פארשפארט דארפן זיי אסאך חיזוק און שטארקייט פונעם מאן; זאלסטו זען איר צו מחזק זיין און איר געבן שטארקייט, דאס וועט איר געבן כח אנצוגיין מיט חינוך הבנים והבנות, זי זאל נישט פאלן פון די כחות.


אויך איז דאס א סגולה פאר עשירות; די אלע וואס רעדן שיין אין שטוב, זיי געבן אכטונג אויף די ווייב – האבן פרנסה בריווח.

#1324 - מזל טוב צו דיין סיום אויף ששה סדרי משנה הונדערט און איין מאל
סיום, משניות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב צו דיין סיום אויף ששה סדרי משנה מאה פעמים ואחד, הונדערט און איין מאל; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ט:): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה וְאֶחָד", עס איז נישט גלייך דער וואס לערנט הונדערט מאל צו דער וואס לערנט הונדערט און איין מאל.


גיי ווייטער, הויב אן נאכאמאל; אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן, יעדן טאג זאלסטו לערנען ח"י פרקים משניות, דאס וועט דיר באגלייטן בזה ובבא.


טייערער ..., איך בענק זיך זייער נאך דיר; איך האב געהאט אין פלאן צו זיין אין ארץ ישראל גלייך נאך פסח, יעצט ווארט איך אז די גרעניצן זאלן זיך עפענען וועל איך גלייך קומען צו ענק.


שטארק זיך מיט תפלה והתבודדות; ווען א מענטש גייט אין א ווינקעלע און שמועסט זיך אויס זיין הארץ, ער בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, איז ער זוכה צו שפירן א טעם פון גן עדן.


דיין ראש ישיבה.

#1323 - שטארק דיך צו דאווענען אין בית המדרש "היכל הקודש"
חסידות ברסלב, בית המדרש, היכל הקודש, נשמה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אז דו קומסט נישט דאווענען אין היכל הקודש יעצט ווען דו ביסט מעלה די נשמה פון דיין טאטע'ן, מיט יעדע קדיש גייט ארויף די נשמה העכער און העכער; איז דאך זיכער אז ווען מען זאגט קדיש אין א ברסלב'ע שטיבל איז דאך דאס אין לשער.


טייערער ברודער איך זע קלאר ווי דער סמ"ך מ"ם ימח שמו האט פיינט היכל הקודש, ער לאקערט מיט ציין און נעגל אויף יעדן איינציגסטן תלמיד אים אוועק צו שלעפן פון רבי'ן.


שטארק זיך, זיי זיך מתגבר אויף אלע מניעות און בלבולים און קום דאווענען מיט אנשי שלומינו; ווי נישט, אז מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו באקומט מען חיזוק אויף תפלה והתבודדות, מען באקומט חיזוק אויף אמונה.


עס ווערט געברענגט (ספר ארך אפים, פרק ה) דאס גרויסקייט פון א נשמה אויבן אין הימל וואס האט בזה העולם א קינד וואס איז זיך מתבודד, איך ברענג דיר דעם לשון: "כִּי כְּשֶׁבְּנוֹ יִתְבּוֹדֵד פֹּה לְמַטָּה וְיִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען זיין זון אויף די וועלט וועט זיך מתבודד זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, "עַל יְדֵי זֶה יַעֲלֶה אֶת אָבִיו בַּעֲלִיּוֹת אַחַר עֲלִיּוֹת מַעְלָה מַעְלָה וְכוּ', וְכוּ'", דורכדעם וועט ער ארויפגיין העכער און העכער, "וְכַמָּה אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבּוּי רִבְבוֹת נְשָׁמוֹת יְקַנְּאוּ אוֹתוֹ עַל נוֹעַם חֶלְקוֹ וּמַזָּלוֹ הַטּוֹב", און הונדערטער טויזנטער נשמות וועלן אים מקנא זיין, "שֶׁזָּכָה לְהַשְׁאִיר בְּזֶה הָעוֹלָם בֵּן עוֹבֵד ה' וּמִתְבּוֹדֵד וּמִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", אז ער האט זוכה געווען איבערצולאזן אויף די וועלט א זון אן עובד ה' וואס איז זיך מתבודד און איז נאנט צום אייבערשטן, "וְהוּא בֵּין חֲבוּרָה קְדוֹשָׁה כָּזוֹ, בֵּין הַצַּדִּיקִים הַקְּדוֹשִׁים הַמְקַבְּלִים בְּכָל יוֹם פְּנֵי הַשְׁכִינָה", און איז אין א חבורה פון הייליגע צדיקים וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, "אַשְׁרֵי לוֹ וְאַשְׁרֵי חֶלְקוֹ", וואויל איז אים און וואויל איז זיין חלק.

#1322 - נעם זיך פאר א קבלה נישט צו שמועסן בשעת מען דאווענט
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


ווען איך בין געווען אין שטעטל דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח האב איך באמערקט אז דו דארפסט אביסל חיזוק אינעם גרויסקייט פון דאווענען; וועל איך דיר שרייבן אפאר ווערטער וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


מוהרא"ש שרייבט כמה פעמים אז אויב מען שמועסט ביים דאווענען וואקסן די קינדער אויף מיט א שטארקע זלזול אינעם ענין פון דאווענען, ווען די קינדער וועלן גרויס ווערן וועלן זיי בכלל נישט קומען אין שול דאווענען.


איך בעט דיר מיין טייערער ... נרו יאיר, נעם זיך פאר א קבלה נישט צו שמועסן בשעת מען דאווענט, זיץ מיט דיינע קינדער און רעד נישט מיט קיינעם; לאז דיינע קינדער אויפוואקסן מיט דרך ארץ אין שול.


ביי יעדע קדיש זאלסטו קוקן אויף זיי און זיי אויסלערנען צו זאגן "אמן"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קי:): "קָטָן מֵאֵימָתַי בָּא לָעוֹלָם הַבָּא? תָּנָא מִשּׁוּם רֶבִּי מֵאִיר מִשָּׁעָה שֶׁיֹּאמַר אָמֵן", פון ווען א קינד זאגט "אמן" איז ער א בן עולם הבא; אזוי אויך ווען מען זאגט קדושה זאלסטו זיי אויסלערנען צו זאגן: "קדוש, קדוש, קדוש".


א שאד אז בשעת אלע אנשי שלומינו דאווענען אזוי שיין שמועסטו אוועק דעם גאנצן דאווענען; איך האב בעיקר רחמנות אויף דיינע קינדער.


איך האף אז איך האב גע'פועל'ט.

#1321 - חס ושלום צו רעדן צו קינדער זאכן וואס זיי דארפן נישט וויסן
קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום צו רעדן צו קינדער זאכן וואס זיי דארפן נישט וויסן, מיט דעם וועסטו זיי נאר חרוב מאכן.


דו רעד צו זיי נאר זאכן וואס האט מיט זיי; זיי דארפן וויסן אז עס איז א גרויסע עבירה צו לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש, אן קיין הסברים און אן קיין טעמים. ווען מען זעט ביי קינדער אז זיי געבן נישט אכטונג, זאגט מען זיי נאכאמאל און נאכאמאל ביז דער אייבערשטער העלפט אז זיי הייבן אן לעבן מיט יראת שמים.


אז מען וויל פועל'ן ביי קינדער זיי זאלן זיין ערליך, קען מען נישט יוצא זיין מיט איין מאל רעדן; מען דארף כסדר רעדן מיט זיי דיבורים פון יראת שמים.


איך האף אז דער בריוו וועט אנקומען צו דיר נאך פאר דו וועסט זיי חרוב מאכן.

#1320 - שטרענג דיך אן צו גיין הפצה אפילו אין קאראנע צייטן
הפצה, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


האסט מיר געבעטן אז דו ווילסט א געשריבענע בריוו נאכדעם וואס דו האסט שוין לאנג נישט באקומען א געשריבענע בריוו; דאס וועט דיר מחזק זיין.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט צוריק אנהייבן גיין "הפצה", בפרט יעצט ווען די וועלט איז איינגעשפארט אין די שטובער צוליב די מחלה פון "קאראנע" השם ישמרינו, דארפן די מפיצים זיך באפלייסן אין "הפצה".


איך פארשטיי אז עס איז גרינגער דאס גיין הפצה אין פלעצער וואו מען טרעפט מער מענטשן אינאיינעם, צום ביישפיל אין שול'ן, אין רעסטוראנטן, ביי חתונות וכדומה; אבער יעצט ווען אלעס איז פארשפארט דארף מען זיך אנשטרענגען און זיך מוסר נפש זיין צו גיין פון שטוב צו שטוב מחי' זיין אידישע קינדער.


נעכטן האט מיינס א מומע דערציילט פאר מיין ווייב תחי', אז זי האט באקומען ביים טיר דעם "קונטרס קאראנע" פון היכל הקודש, זי זאגט: "איך האב קיינמאל נישט אריין געקוקט אין די ספרים, נאר היות איך בין שוין איינגעשפארט אפאר וואכן און איך האלט פאר'ן אויספלאצן, האב איך גענומען די קונטרס און דאס האט מיר ממש אויפגעלעבט".


דעריבער טייערער ליבער ..., איך בעט דיר, שטארק זיך אין הפצה; קום קויפן פעקלעך קונטרסים, פעקלעך ספרים און סידיס, און גיי פון שטוב צו שטוב געבן לעבן פאר אידישע קינדער.


דער וואס גייט הפצה געבט אים דער אייבערשטער וואס ער וויל, ער איז נאנט צום אייבערשטן, נענטער פון גרויסע גדולים וכו', וכו'.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#1319 - זיך שטארקן מיט תורה און תפלה, די גרויסקייט פון מוהרא"ש'ס ציון
מקוה, יבנאל, מוהרא"ש, לימוד התורה, מאגאזינען, צייטונגען, ארץ ישראל, ירושלים, קאראנע וויירוס, ספירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש בירושלים.


"רַבּוֹת מַחֲשָׁבוֹת בְּלֶב אִישׁ (משלי יט, כא)", א מענטש טראכט און מאכט פלענער אבער דער אייבערשטער פירט די וועלט. מיר האבן געהאט אין פלאן צו זיין די וואך מיט די ישיבה אין ארץ ישראל; זייט מוהרא"ש איז נסתלק געווארן פאר איך מיט די עלטערע בחורים יעדעס יאר אויף א נסיעה קיין ארץ ישראל, מיר זענען געווענליך א וואך צייט אין יבנאל עיר ברסלב, היי יאר איז אויך געווען אין פלאן צו קומען קיין ארץ ישראל אבער דער אייבערשטער האט זיך באוויזן פאר די גאנצע וועלט; אלע לענדער אן קיין אויסנאם זעען דעם 'יד השם', אז עס איז דא א 'מנהיג לבירה', עס איז דא א פירער וואס פירט אלעס און מען קען גארנישט טון אן אים, עס העלפט נישט קיין שטארקייט, עס נוצט נישט קיין טעכנעלאגיע, קיין פארגעשריטנקייט און אויך נישט קיין געלט, איין זאך העלפט, אז מען דאווענט און מען בעט דעם אייבערשטן, נאר דאס העלפט.


איך בענק זיך שוין זייער צו ענק, צו יעדן פון אייך באזונדער און נאך מער בענק איך זיך צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש; איך ווארט שוין צו קענען גיין אביסל מתפלל זיין ביי דעם הייליגן פלאץ און זוכה זיין צו תשובה.


איך ווייס נישט צי איר אלע ווייסן פון דעם פלאץ און איבער דאס הייליגקייט פון דעם פלאץ, עס איז נישט פשוט וואס מען שפירט דארט ביי דעם הייליגן פלאץ; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר - א ישועה.


דאס זעט מען ממש במציאות; ווען מען קומט קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש כאפט אן פאר'ן מענטש א מורא'דיגע התעוררות תשובה צו טון. אדרבה, פרובירט דאס אויס; פאר אייך ירושלימ'ער אידן איז דאס גרינגער צו טון ווי פאר אונז אמעריקאנער אידן; עס קען זיין אז פון איין זייט איז דאס שווערער פאר ירושלימ'ער, ווייל אין ירושלים זענען דא אסאך לצים השם ישמרינו, אבער איך פארשטיי פון אייך אז צווישן אייך - אין חבורת היכל הקודש ירושלים - איז נישט דא קיין לצנות, מען לעבט מיט תמימות ופשיטות, אזוי ווי דער הייליגער תם פלעגט שטענדיג זאגן (סיפורי מעשיות, מעשה ט' - מחכם ותם): "נאר אן לצנות", איז דאך פאר אייך גרינגער זיך אריבער צו כאפן קיין יבנאל, ביי דעם מקום קדוש.


איך האף בקרוב צו קענען קומען קיין ארץ ישראל וואו מיר וועלן זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך האב געהערט די גוטע נייעס אז די מדינה של גיהנום לאזט שוין גיין אין מקוה און מען לאזט שוין דאווענען מיט מנין, זאלט איר זיין שטארק מיט מקוה; בפרט יעצט בימי הספירה זאגט דער רבי אז מען דארף מער מקפיד זיין אויף טבילת עזרא (ספר המדות, אות ספירת העומר, חלק ב', סימן ב): "בְּיוֹתֵר צָרִיךְ לְהִזָּהֵר לִטְבֹּל לְקִרְיוֹ בִּימֵי עֹמֶר".


בכלל איז מקוה געווען ביים רבי'ן די ערשטע זאך; דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה (שיחות הר"ן, סימן קמא)"; ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות און בפרטיות אין פגם הברית איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים.


שטארקט אייך יעדער איינער פון אייך מיט אייערע שיעורים כסדרן, יעדער זאל לערנען אויף זיין וועג, אחד המרבה ואחד הממעיט, דער עיקר זאל מען לערנען יעדן טאג אביסל פון די פיר לימודים: מקרא, משנה, גמרא און מדרש, ווייל די פיר לימודים זענען קעגן די פיר וועלטן עשיה, יצירה, בריאה און אצילות, ווען מען לערנט די פיר לימודים ברענגט מען אויף זיך אזעלכע ליכטיגקייטן וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן. אפילו אין אנהייב וועט זיין שווער די לימודים, קען זיין מען וועט נישט פארשטיין אלעס, זאלט איר אבער נישט קוקן אויף דעם, זייטס ממשיך מיט'ן גורס זיין, זאגט די הייליגע ווערטער - ביז דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה.


איך וויל אייך בעטן א פריוואטע טובה, יעצט פסח איז געווען א באשרייבונג פון די ישיבה אין איינע פון די ארץ ישראל'דיגע מאגאזינען; איר ווייסט דאך אלע אז איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט קיין שום מאגאזין, אלע מיינע תלמידים ווייסן דאס און שטייען אוועק פון דעם ווי מען שטייט אוועק פון גרף של רעי. איך האף אז דאס איז נישט געווען פון איינער פון אייער חבורה; איך בעט אייך שטייט אוועק פון דעם, דאס ברענגט נישט קיין כבוד, דאס ברענגט נישט גארנישט. מיר האבן אונזער וועג פון הפצה, דאס איז דורך פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און דיסקים וכו'. אונזער זאך איז תורה ותפילה; איך זוך נישט צו האבן מיט זיי און איך וויל נישט האבן מיט זיי צו טון, איך נעם נישט אריין ביי מיר אין שטוב קיין שום מאגאזין און קיין שום צייטונג, נישט קיין גוי'שע און זיכער נישט קיין אידישע.


פון די אידישע צייטונגען און מאגאזינען דארף מען מער אנטלויפן ווי פון די גוי'שע, ווייל ווען מען ליינט גוי'שע צייטונגען ליינט מען נאר די נייעס, מען נעמט נישט אן קיין שום אנדערע זאך, מען ליינט נישט די השקפות פאר'ן לעבן ווייל מען ווייסט אז דאס איז חזיר טריף, אבער ווען מען ליינט די אידישע צייטונגען און מאגאזינען כאפט מען נישט וואס מען נעמט אריין אין זיך, מען ליינט זיך אן מיט פארדרייטע זאכן אומוואוסנדיג.


שטארקט אייך טייערע ברידער מיט תורה ותפילה; אפילו יעצט ווען מענטשן זענען פארלוירן וועגן די קורונה טאר מען זיך נישט פארלירן. מען זיצט אין שטוב מיט די קינדער שוין אפאר וואכן, דארף מען זיין א העלד און מחזק זיין די ווייב און קינדער, נישט ארום גיין מיט אן אראפגעלאזטן נאז, מען דארף זיך פרייליך מאכן.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.

#1318 - בעטן דעם אייבערשטן ס'זאל אריבערגיין בשלום
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי',


איך האב ערהאלטן די גוטע בשורה פון אייער מאן נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח אריבער צו גיין די אלע חדשים, עס זאל אייך גרינג אנקומען בגוף ובנפש.


מוהרא"ש זאגט אז דורכאויס די ניין חדשים וואס מען ווארט וכו' זאל מען יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן; מען זאל זאגן די נעמען פון די צדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו ניסים, מען זאל האבן דאס קינד גרינגערהייט.


דא האט איר א תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן נאכן זאגן די נעמען פון צדיקים:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


שטארקט זיך מיט אמונה וועט אלעס גיין גרינג.

#1317 - אריינפלעכטן אייגענע תפלות אין די פסוקים פון תהלים
חיזוק פאר פרויען, רפואה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי',


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס וכו'; דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל גיין בנקל ובנחת.


זאגטס יעדן טאג דעם יום תהילים און פלעכטס אריין אין די פסוקי תהילים אייערע אייגענע תפילות. מען פלעגט הערן ווי אנשי שלומינו פלעגן זאגן תהילים, האט מען געהערט ווי זיי רעדן צום אייבערשטן אינמיטן די מזמורי תהילים; זיי פלעגן טייטשן די פסוקי תהילים, ווי דוד המלך זאגט (תהלים קיח, ח): "טוֹב לַחֲסוֹת בַּה' מִבְּטֹחַ בָּאָדָם", עס איז בעסער זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן ווי זיך פארלאזן אויף מענטשן, "ה' לִי לֹא אִירָא, מַה יַּעֲשֶׂה לִי אָדָם (שם, ו)", דער אייבערשטער איז מיט מיר, איך האב נישט מורא פון א צווייטן; זאלט איר אזוי זאגן די תהלים.


יעדעס ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן מאכט אז דער מענטש זאל ווערן שטערקער מיט זיך אליין, עס בויט אויף א שטארקייט און א זיכערקייט, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


א גריס פון אייער מאן, ער איז ליכטיג און טייער.

#1316 - פירט די סקול אין שטעטל אזוי ווי אין וויליאמסבורג
סקול, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


געב איבער פאר די עלטערן וואס זייערע קינדער ברענגען מיט עסן אין סקול אז מען קען נישט שיקן מיט די קינדער עסן פאר מיטאג; די סקול געבט עסן פאר אלע קינדער און נאר דאס קענען זיי עסן, ווייל דאס ברענגט אז אנדערע קינדער פארלאנגען אין שטוב אז מען זאל זיי אויך שיקן מיט עסן וואס אנדערע ברענגען.


אויך וויל איך דיר בעטן עס זאל נישט פארקומען קיין געבורטס-טאג פארטי אין סקול.


זע צו פירן די סקול בית פיגא אין שטעטל אזוי ווי עס פירט זיך בית פיגא אין וויליאמסבורג; עס איז גוט אז דו זאלסט רעדן מיט מרת ... תחי' די מנהלת פון וויליאמסבורג און איר פרעגן, פון איר וועסטו קענען ארויס האבן ווי אזוי צו פירן די סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1315 - אין זכות וואס דו האלסט זיך מיט דיין "צלם אלקים" וועסטו טון א גוטע שידוך
מקוה, שידוכים, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט צוריק געקומען אין ישיבה נאכן זיין איינגעשפארט לאנגע וואכן צוליב קאראנע.


נאך מער פריי איך זיך דיר צו זען מיט דיין "צלם אלקים", מיט דיין בארד און פירות; דו מאכסט א קידוש השם מיט דעם וואס דו טשעפעסט נישט די בארד און פיאות, דו קוקסט נישט אויף דיינע חברים וואס שפעטן פון בארד און פיאות נאר דו טוסט וואס איז דעם אייבערשטן'ס ווילן.


אין דעם זכות וואס דו האלסט זיך מיט דיין "צלם אלקים" וועסטו טון א גוטע שידוך; דו וועסט געבענטשט ווערן מיט שפע, ברכה און הצלחה.


גיי אין מקוה; הער נישט אויס די וואס שפעטן פון מקוה, בפרט יעצט ווען דו שטייסט אין די יארן פון שידוכים וועט מקוה ארויפלייגן אויף דיר א חן, דו וועסט נושא חן זיין ביי אלעמען.


איך האב דיר ליב.


 

#1314 - לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג איז גאר א גרויסע זאך
מקוה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעדעס מאל ווען דו קומסט אינדערפרי צום שיעור אין ישיבה האב איך זייער הנאה, ווייל עס גייט מיר אין לעבן אריינצוברענגען אין די תלמידי הישיבה צו זיין שטארק מיט'ן לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא.


איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג איז עפעס גאר א גרויסע זאך; עס איז אינגאנצן מתקן דעם מענטש.


חוץ מזה זאלסטו האבן א באזונדערע שיעור אין ש"ס – גיין כסדרן דפים גמרא.


זיי שטארק אין טבילת עזרא; זאלסט נישט מקיל זיין אין דעם, אפילו יעצט בזמן הקאראנע זאלסטו זיך אנשטרענגען אויף דעם.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#1313 - איר מוטשעט נישט
בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט מיר שרייבן און שרייבן און שרייבן; דאס הייסט נישט מוטשען, און אפילו מוטשען דארף מען וכו'.


איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב וועט איר זיין א כלה.

#1312 - מ'דארף זיך אנהויבן גרייטן אויף אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט יעדע פרט און פרט.


איך וויל דיר בעטן אויב דו ווילסט נאכאמאל האבן די זכות מיר צו העלפן דעם קומענדיגן יום טוב ראש השנה אין אומאן; יעצט איז די צייט אנצוהייבן פארדינגען בעטן ביי אונז אין בנין.


יעצט ווען אלעס איז פארשפארט, יעדער איז דערשראקן - איז די פאסיגע צייט זיך צו דערמאנען פונעם רבינ'ס ראש השנה; דעם קומענדיגן יאר וועלן אלע קומען קיין אומאן נאכדעם וואס מען זעט אפן דעם: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת", מען זעט דעם: "וְעַל הַמְּדִינוֹת בּוֹ יֵאָמֵר אֵיזוֹ לְחֶרֶב ... וְאֵיזוֹ לְרָעָב".


בנוגע די פרייזן; לאז אלעס אזוי ווי פאריאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל שוין זיין: "תִּכְלֶה קִלְלוֹתֶיהָ", די מחלה פון קאראנע און אלע אנדערע מחלות זאלן שוין אוועקגיין, עס זאל נישט שאדטן פון קיינעם.


אז די תלמידים הייבן זיך אן איינצושרייבן און עס קומט אריין געלט זאלסטו מיר מודיע זיין, ווייל איך דארף באצאלן אלטע חובות און אויך דארפן מיר בויען א גרויסע וואסער באסיין, עס זאל זיין גענוג וואסער פאר יום טוב.


איך האב דיר ליב.

#1311 - מאך א פלאן ווען דער גורל וועט פארקומען
כיבוד אב ואם, צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר,


איך ווייס נישט צי דו ווייסט וואס פאר א גרויסע נס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, דו האסט באקומען א מתנה, אן אשת חיל פון הימל; דארפסטו זען צו האלטן טייער די מתנה און נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם.


בנוגע די גורל ראפעל וכו'; איך וויל זייער שטארק מען זאל מאכן דעם גורל, אז מען מאכט א ראפעל דארף מען מאכן דעם גורל, מען קען נישט סתם אפשטופן, מען דארף מקיים זיין וואס מען האט צוגעזאגט און ווער עס וועט ארויסקומען דער געווינער דער וועט באקומען דאס געלט.


בעט איך דיר, מאך א פלאן ווען דער גורל וועט פארקומען, ווייל איך בין נישט רואיג ווילאנג מיר וועלן דאס מקיים זיין.


קוק זיך אום אויף דיינע עלטערן, בפרט יעצט ווען אלע זענען איינגעשפארט אין שטוב דארף מען זיין מער פארזיכטיג מיט עלטערן, צו מאכן זיכער אז זיי האבן אלעס און אלעס איז גוט מיט זיי.


איך האב דיר ליב.

#1310 - ברוך ה' אז דו ביסט שוין געזונט און שטארק
הפצה, רפואה, חסד, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר,


מי שגמלך כל טוב הוא יגמלך כל טוב סלה!


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו אז דו שפירסט שוין גוט, דו ביסט צוריק געזונט און שטארק בזכות די אלעס חסדים; די צדקה און גמילות חסד וואס דו טוסט טאג און נאכט.


איך דאנק דיר פאר'ן זארגן פאר מיר און פאר אנשי שלומינו אויף קמחא דפסחא, א יישר כח פאר די עסן; די פיש און פלייש, אייער און וויין וכו', וכו'; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיין געזונט און שטארק, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): פִּ'זַּר נָ'תַן לָ'אֶבְיוֹנִים איז א סגולה לָחֳלִי נוֹפֵל רַחֲמָנָא לִצְלָן, און אזוי אויך פאר אלע מחלות ה' ירחם.


זיי ממשיך מיט'ן העלפן דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וועסטו האבן א רפואה אויף די פוס, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדקה, חלק ב', סימן א) אז דאס איז א רפואה פאר חולי כאב רגלים, פוס ווייטאג.


איך בעט פאר דיר און איך האב דיר ליב.


דיין ראש ישיבה.

#1309 - מ'העלפט אויפשטעלן מוסדות פון תורה און אמונה
מוסדות, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי',


איך האף אז אלעס איז אין ארדענונג אין אפיס; איך בין גרייט צו העלפן מיט וואס מען דארף. אויב דארף מען מסדר זיין זאכן, מען דארף מיין הילף – זייטס מיר מודיע, ווייל פאר מיר איז א זכות יעדן טאג וואס מען קען נאך משמש זיין דעם רבי'ן.


א רחמנות אויף מענטשן וואס ארבעטן טאג און נאכט פאר זיך, מען איז פארנומען אוועק צו לייגן פאר זיך, קויפן פאר זיך און בויען פאר זיך; א רחמנות אויף זיי, ווייל פלוצלינג אינמיטן בויען, קויפן, מאכן, טון – קומט די צייט וואס מען דארף אלעס איבערלאזן דא פאר פרעמדע און 'מען גייט, מען גייט'... אזוי פאסירט מיט יעדן מענטש.


ווען מען האט די זכי', דער אייבערשטער העלפט אז מען איז זוכה צו טון גוטס, בפרט אויפשטעלן מוסדות התורה, מוסדות וואס פארשפרייטן אמונה, מוסדות וואס ווייזן א וועג פאר אנדערע ווי צו לערנען, מוסדות וואס זאגן אז עס איז יא דא א וועג צו לעבן מאן און ווייב בשלום ובשלוה – דאס בלייבט, דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.

#1308 - אז מ'דאנקט דעם אייבערשטן, לעבט מען אין גן עדן
קינדער, תודה והודאה, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


צום אלעם ערשט א גרויסן יישר כח פאר די בעטן און קאוטש וואס דו האסט מיר געשאנקען א מתנה; דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן בכפלי כפליים.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; שטארקט אייך צוזאמען מיט די נסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט ענק. מאך זיך א קביעות צו טאנצן יעדן טאג אין שטוב מיט דיין משפחה ניגונים פון הודאה, ווי צום ביישפיל: "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", אדער: "יוֹדוּ לַה' חַסְדּוֹ", אדער: "הַכֹּל יוֹדוּךָ"; ניגונים וואס שרייען אויס אז דער אייבערשטער איז גוט, אז דער אייבערשטער איז געלויבט.


ווי מער א מענטש לעבט מיט תודה והודאה, לעבט ער שוין יעצט אויף די וועלט אין "גן עדן", אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וִימֵי הוֹדָאָה זֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", ווער עס דאנקט דעם אייבערשטן שפירט דעם עולם הבא, "כִּי כָּל מַה שֶׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען אנערקענט אז אלעס איז דער אייבערשטער, "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", אלץ נענטער איז מען צו אים.


איך וויל אז דיין מצוה אין שטעטל זאל זיין הכנסת אורחים; יעדן שבת זאלסטו קוקן אין שול אויב עס איז דא געסט און זיי מסדר זיין ביי אנשי שלומינו זיי זאלן האבן וואו צו עסן, בפרט די בחורים וואס קומען מזמן לזמן זאלן האבן וואו צו עסן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו נאך קינדער.

#1307 - יישר כח פאר'ן העלפן בויען אין שטעטל
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.


יישר כח פאר'ן מיר העלפן בויען דעם עירוב און מקוה טהרה אין שטעטל; געדענק אז צו העלפן דעם רבינ'ס מוסדות איז א זכות לנצח נצחים.


פארבינד זיך מיט האברך היקר לי ... נרו יאיר און מיט האברך ... נרו יאיר, זיי וועלן דיר ווייזן וואס מען דארף מאכן.


עס איז דא אסאך ארבעט אין שטעטל; מען דארף צוגרייטן די אפיסעס, דעם בית הדפוס און נאך.


נאכאמאל, א גרויסן יישר כח.

#1306 - אין הימל איז זייער חשוב א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר.


שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט; א מלמד איז אין הימל גאר אנדערש ווי ער איז דא, דארטן אין הימל איז א מלמד פון די גרעסטע זאכן.


איך האב דיר געשריבן זייער אסאך בריוו ווי אזוי צו מחנך זיין אונזערע קינדער, זאלסטו דאס חזר'ן און חזר'ן; דאס וועט דיר געבן אסאך חיזוק.


קענסט דאס צוזאמנעמען און אפדרוקן אלס א קונטרס חיזוק פאר מלמדים און דאס געבן פאר אנדערע מלמדים זיי זאלן זיך מחזק זיין און וויסן דאס גרויסקייט און אחריות פון זיין א מלמד.

#1305 - קינדער כאפן אויף יעדע ריר
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר.


ווען דו העלפסט אין תלמוד תורה, דו טיילסט אויס דאס עסן פאר די קינדער און דו דערציילסט זיי מעשיות זאלסטו געדענקען אז די קינדער זעען אלעס און פארשטייען אלעס, זיי כאפן אויף יעדע ריר און יעדע אטעם פון די מלמדים; מען דארף זיין זייער פארזיכטיג אז אלעס זאל זיין מיט א תמימות, אן קיין לצנות.


אין דעם זכות וואס מיר העלפן בויען די מוסדות וואס זענען מגלה דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט, וועלן מיר זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס; דאס וועט אונז בלייבן פאר א זכות אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


זארג נישט, דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך. ביז דערווייל זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן.


פון דיין ראש ישיבה.

#1304 - אלעס לאזט מען דא איבער, נאר די גוטע זאכן נעמט מען מיט אויבן
שטעטל, תכלית, נקודות טובות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


עס איז דא אסאך ארבעט אין שטעטל; מען דארף ענדיגן דעם עירוב, נאכדעם איז דא ארבעט צו ענדיגן די מקוה, די אפיסעס און דעם בית הדפוס.


געדענק, יעדע זאך וואס מיר טוען צו בויען מוסדות וואס ברענגען אריין אין אידישע קינדער תורה, אמונה ויראת שמים, נאר דאס וועט איבערבלייבן פון אונז, אלעס אנדערש איז צייטווייליגע זאכן.


יעצט ווען די וועלט שאקלט זיך מיט "קאראנע" קענסטו זען וואס די גאנצע מענטשעלע איז; "אט איז מען דא, אט איז מען אין בית החיים", מען גייט אין בית החיים אליינס, נאקעט אליינס; די געלט, די הייזער, די קאר'ס – אלעס לאזט מען איבער, נאר די גוטע זאכן וואס מען האט ארויסגעכאפט - דאס נעמט מען מיט.


טאנץ פאר שמחה אז מיר האבן די זכי' צו משמש זיין דעם רבי'ן.


איך האב דיר ליב.

#1303 - דער ראש ישיבה האט זיך גארנישט געטוישט, מ'דארף זיך נאר באנייען און זיך האלטן צוזאמען‎
חסידות ברסלב, שטעטל, תשובה, התחדשות, ישיבה, אחדות, תמימות, תלמיד

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר,


דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים ווען דו ביסט געווען אביסל אנגעטרונקען האסטו גערעדט צו מיר זייער פארווייטאגט וכו', וכו'; איך וויל דאס אויסשמועסן מיט דיר און דאס אויסקלארן כדי ארויס צו נעמען דיין ווייטאג.


וויסן זאלסטו אז איך האב דיר זייער ליב און איך האב ליב אלע מיינע תלמידים; ביי מיר זענען אלע אייניג, אלע טייער. דו האסט מיר אריינגעזאגט אין אויער נעמען פון תלמידים וואס זענען זייער אנגעווייטאגט אויף מיר, זיי טענה'ן אז זיי האבן שוין נישט די זעלבע "אלטע" ראש ישיבה וכו', וכו'.


איך ווייס נישט וואס דאס מיינט; ווייל אויב בין איך אנדערש פון אמאל קען מען דאך נישט זיין פארווייטאגט, עס האט נישט מיט מיר, איך בין דאך אנדערש; נאר איך מיין אז עס איז מער א געפיל זאך וואס פאסירט מיט אסאך תלמידים נאך די חתונה ווען מען ווערט אריינגעשלעפט אין דעם עול פון ברענגען פרנסה, דער גאנצער קאפ און מח לויפט נאך געלט, און ווען מען דערמאנט זיך פון די דיבורים פון ישיבה איז דא אסאך מאל וואס מען ווערט צעריסן ביי זיך; אדער ווען מען קויפט זיך א גלאנציגע טעבלעט אדער א סמארטפאון און מען ווערט אריינגעשלעפט אין דעם מער און מער, און מען דערמאנט זיך פון רבי'ן, דעמאלט הייבט מען אן זיך צו שפירן צעריסן. אנשטאט זיך אויפוועקן און שרייען: 'וואו בין איך אויף דער וועלט?!' איז גרינגער צו זאגן: "אמאל איז געווען א ראש ישיבה", "אמאל איז געווען א מוהרא"ש", "אמאל איז געווען גוטע צייטן".


טייערער ליבער ..., לדעתי האט זיך די ישיבה נישט גערירט קיין משהו פון ווען עס האט זיך געעפנט; די יסודות פון ישיבה: "סדר דרך הלימוד", "התבודדות ותפלה", "שמירת הברית", "שמחה", "חשבון הנפש", "שמחת המצות" – דאס איז געבליבן דער פונדאמענט, און יעדער תלמיד הישיבה איז חקוק בפנימיות לבבי לטוב, בפרט די תלמידים וואס האבן מיר געהאלפן לייגן דעם גרינד פאר די ישיבה, זיי זענען ביי מיר נאך מער חשוב.


דו דארפסט פארשטיין אז איך האב היינט מער זאכן וואס ליגט אויף מיר ווי אמאל, דאס מאכט אז איך זאל זיין באגרעניצט אין צייט; עס קומט אויס אז אויב איך זע נישט און איך הער נישט פון איינעם - וואס אמאל ווען עס איז געווען אין ישיבה נאר פופציג בחורים, אויב איינער איז נישט געקומען וכו' האב איך געהאט די צייט אים נאכצולויפן און מפייס זיין וכו', אבער היינט קום איך פשוט נישט אן צו וואס איך דארף אנקומען מיט די חדר, סקול, ישיבה, כולל, הדפסה, ובעיקר שאלות וואס איך דארף ענטפערן פאר תלמידים וכו', וכו'; דאס געט אן הרגשה פאר געוויסע וואס קומען נישט אן צו קומען אין ישיבה – ווי כאילו מען דארף זיי נישט.


אין אמת'ן אריין וואס דארף איך דאס בכלל שרייבן? נאר עס שטערט מיר און עס טוט מיר וויי אז דו און נאך אינגעלייט זענען פארווייטאגט פון זאכן וואס איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט פשט.


אז מען רעדט זיך שוין דורך וועל איך דיר זאגן מיין ווייטאג, געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו עפענען א שטעטל, קרית ברסלב - ליבערטי; פארוואס זאלן זיין תלמידים וואס זאלן מיר זוכן צו באגראבן און העצן, חוזק מאכן טאג און נאכט פון דעם? פארוואס זאלן זיין איינצעלנע וואס האבן פיינט די משפחות וואס וואוינען דארט? וואס זאל אנגיין אז עס זענען דא משפחות קלעצער, נארישע מענטשן וואס זענען ארויס געגאנגען וואוינען אין א מדבר? איינער האט איינעם באצווינגען אהין צו גיין וואוינען?! וואס זאל אנגיין אז עס זענען דא מענטשן אן שכל וואס דארפן פרעגן יעדע זאך דעם ראש ישיבה? פארוואס דארף דאס שטערן? פארוואס ווען איר נעמט זיך צוזאם וכו' האט איר נישט עפעס אנדערש וואס צו רעדן נאר חוזק מאכן פון שטעטל מענטשן?!


איך טראכט אז דאס אלעס איז ווייל מען ווערט צעריסן ביי זיך, מען שפירט אז "אוֹי לִי מִיִצְרִי", פון איין זייט שלעפט דער יצר הרע צו שלעכטס און עס איז זייער שווער זיך צו מתגבר זיין, "אוֹי לִי מִיוֹצְרִי", און אויב מען וועט זיך נישט מתגבר זיין און זיך לאזן פונעם יצר הרע וועט מען דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר'ן אייבערשטן; פון איין זייט האב איך וכו', וכו', און פון די אנדערע זייט איז דא א רבי וואס מאָנט, וואס קיצלט און לאזט נישט שלאפן.


איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אז איך שרייב דיר; איך וויל נאר גוטס, איך וויל נאר שלום; איך האב ליב צו זיצן מיט תלמידים וואס האבן נישט מיט א צווייטן, זיי מאכן נישט חוזק פון אנדערע, מען גייט זיך די אייגענע וועג, מען לעבט זיך די אייגענע לעבן; דאס איז וואס איך וויל און דאס איז מיין שטרעבן.


דער שטעטל קרית ברסלב איז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף א פאקט; דאס וועט זיין א שיינע גרויסע שטאט וואו מען וועט מחנך זיין די קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט; קיינער דארף נישט אהין קומען וואוינען, די מוסדות אין וויליאמסבורג בלייבט אפן און עס וועט זיך ווייטער בויען און בליען. בלייבט איבער די קשיא וואס דער רבי האט געפרעגט די אינגעלייט וואס זענען געווען מיט אים אויפ'ן שיף אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, "מַה טּוֹב וּמַה נָעִים שֶׁבֶת אַחִים גַּם יָחַד, אַף עַל פִּי שֶׁלֹא יֵדַע אֶחָד עִקַּר כַּוָּנַת חֲבֵרוֹ", וואס דארף מען זיך קריגן? וואס ווילט איר פון מיר? איך וויל אייך נישט זאגן פארוואס איך פאר קיין ארץ ישראל (פעלת הצדיק, סימן רי).


איך מאך דיר פאר א שליח; היות דו ביסט געקומען צו מיר בשליחות פון אנדערע, דארפסטו צוריק געבן די שליחות. זאג אלעמען אז דער ראש ישיבה זיצט אין סקילמען סטריט מהבוקר עד הערב און ווער עס וויל טרעפן זיין "אלטע" ראש ישיבה קען קומען שמועסן און נעמען חיזוק פון אים. ווער עס ווערט נישט נערוועז צו הערן נאכאמאל: "עס איז דא א באשעפער", "א מעשה פון תפלה" - זאל קומען און ער וועט דאס הערן; שוין פיר און צוואנציג זמנים לטובה, פון תשס"ט וואס מען הערט די זעלבע דיבורים.


ווער עס וויל שיקן די קינדער אין די מוסדות וואס קוקן אויפ'ן עתיד, אין די מוסדות וואו מען לערנט אויס די קינדער וואס דאס לעבן איז, זאל קומען; מען וועט אים מקרב זיין און אזוי אויך די קינדער, און ווער עס האלט אז מיר געבן נישט קיין ריכטיגע חינוך קען שיקן זיינע קינדער וואו זיין הארץ באגערט.


ברוך ה' עס זענען פארהאן אסאך פיינע מוסדות וואו מען קען שיקן די קינדער, בפרט א מוסד וואס מען באלאנגט נישט צו זייער חסידות, וואס אין א געוויסע זין איז גרינגער צו שיקן דארט די קינדער, ווייל מען שפירט נישט אן אחריות צו פארענטפערן יעדע פראבלעם אינעם מוסד און אז מען הערט איינעם קרעכצן אויפ'ן מוסד איז עס גרינגער צו נעמען ווי ווען מען שיקט אינעם מוסד וואו מען געהערט און מען הערט אינגעלייט זיך אפרעדן, וואס דעמאלט דארף מען העלפן אונטערברענגען דעם מוסד ווייל מען שפירט אז עס איז נישט די זעלבע אלטע מוסד וכו', וכו'.


דער עיקר דארפן מיר געדענקען צו פאלגן דעם רבי'ן, גיין התבודדות; וויינען און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל גיין בדרך האמת; איך וויל זיך נישט נארן בזה העולם; רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? אפשר מיין איך אז איך ווייס, אז איך פארשטיי; אפשר דארף איך תשובה טון?"


דאס דארפן מיר וויינען און שרייען צום אייבערשטן יעדן טאג ביז דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן זוכה זיין צו זיין מקורב צום רבי'ן מיט אן אמת'ן אמת, מען וועט לעבן מיט תכלית, מען וועט אריינכאפן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, אביסל משניות, גמרא און הלכה וכו', וכו'; מען וועט האבן מיט וואס צוריק צו גיין צום אייבערשטן.


אלס גוטער פריינט דיינער בעט איך דיר זייער זאלסט געדענקען צוליב וואס מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, נאר צוליב דעם אז ער זאל אונז מתקן זיין און אונז ברענגען צו אלע גרויסע מדריגות. מיר זענען נישט די וואס דארפן זארגן פרעמדע זארג; מיר דארפן זארגן פאר אונזער נצחיות.


איך קען דיר דערציילן אביסל וואס איך האב מיט געלעבט די פאר יאר וואס איך בין געווען ביי מוהרא"ש, איך האב געזען אינגעלייט וואס זענען געווען זייער נאנט וכו' און פלוצלינג זענען זיי אוועק געפאלן פון היכל הקודש, נאר צוליב דעם וואס זיי האבן געטראגן פרעמדע זארג; זיי האבן פרובירט צו פארענטפערן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו טאג און נאכט, זיי האבן געוואלט בויען א נאמען. אזוי ווי דער זוהר הקדוש (בראשית כה:) שמועסט אויס דעם חטא פונעם דור הפלגה (בראשית יא, ד): "נַעֲשֶׂה לָּנוּ שֵׁם וכו', אז זיי האבן געוואלט בויען בתי כנסיות און בתי מדרשות זיך צו מאכן א נאמען, נישט פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן. ווידער די אלע וואס זענען געקומען זיך היילן דעם גוף ונפש, די אלע וואס זענען געזיצן אִישׁ תַּחְתָּיו, אַל יֵצֵא אִישׁ מִמְּקֹמוֹ, זיי זענען געזיצן אויף זייער פלאץ, זיי האבן מצליח געווען און זוכה געווען צו גרויסע מדריגות.


בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, לאמיר אינאיינעם זיך שטארקן מיט'ן רבינ'ס עצות, לאמיר לעבן מיט די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, לאמיר זוכן דאס גוטס איינער ביים צווייטן. לאמיר לעבן ווי דער הייליגער תם און געדענקען וואס ער פלעגט זאגן צום חכם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר צוגעברענגט און קוק צו וואס דיינע חכמות האבן דיר צוגעברענגט"; נישט חוזק מאכן פון אנשים תמימים, אנשים פשוטים וואס רעדן אסאך פון רבי'ן, נישט ווערן נערוועז פון חברים וואס רעדן אסאך פון תפלה; געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט) עס איז א גרויסע מדריגה ווען א מענטש זעט אז ער קען נישט זיין אן ערליכער איד אז ער זאל נישט חוזק מאכן פון ערליכע אידן.


באמת שרייב איך דעם בריוו פאר מיר אליין, איך אליין וויל זיך אויפפרישן צו זיין א תם און ליב האבן ערליכע אידן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטש ליב האבן אן ערליכער איד, לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים".


איך האב דיר ליב, איך האב ליב אלע תלמידים פון ישיבה און אלע אידן; איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן טון און איך דארף פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון וואס איך טו.


דער אייבערשטער איז מיין עדות אז איך האב גארנישט פון זיין אין ישיבה די צוועלף יאר; איך האב נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט פון דעם. דו געדענקסט ווען מען האט מיר ארויסגעווארפן פון די פריערדיגע ישיבה מיט בזיונות נאר צוליב דעם וואס איך האב דיר מקרב געווען און נאך אנדערע - צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט האט מיר מוהרא"ש געבעטן צו עפענען א ישיבה און שפעטער א חדר, א סקול, א בית הדפוס און אזוי ווייטער נאך זאכן וואס איך קען נישט דערציילן, דאס טו איך ווייטער מיט פלאג און שווייס; איך פריי זיך צו קענען באדינען דעם רבי'ן, און ווי לאנג איך לעב בעט איך דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן.


שטארק זיך ברודער, זיי ממשיך מיט די חבורות. פורים ווען דו ביסט געווען אנגעטרונקען האסטו מיר דערציילט אז דו מאכסט מסיבות מיט חברים תלמידי הישיבה; איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נעמסט זיך צוזאם מיט חברים, איך האף נאר אז ביי די מסיבות רעדט מען פון רבי'ן, מען רעדט פון תפלה און פונעם אייבערשטן; דעמאלט זאלסטו ווייטער ממשיך זיין. אבער אז מען רעדט פון לצנות, מען שפעט אפ פון אנדערע וכו', וכו' – איז דאס נישט גוט, דאס איז א סכנה. עס קען פאסירן וואס עס האט פאסירט מיט קרח ועדתו, זיי האבן אויך געמאכט חבורות, זיי האבן חוזק געמאכט גאנצע נעכט פון תורת משה רבינו ביז זיי זענען געווארן אויס, חוץ איינער פון זיי, און בן פלת וואס זיין ווייב האט אים געראטעוועט (במדבר רבה יח, טו), זי פלעגט אים זאגן: "וואס גייט דיר אן ווער, וואס און ווען? לאמיר לעבן אונזער לעבן, לאמיר לעבן אן אמת'ער לעבן".


איך וועל דיר נאך שרייבן מער וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ; יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך דארף זיך אביסל צולייגן, איך דארף שוין באלד לויפן אין ישיבה.


א גוטע נאכט.

#1302 - איך האף צו זען ווי דו לערנסט פלייסיג
לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, כ"ה ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר.


איך האף און איך בעט און איך ווארט און איך שטרעב צו זען ווי דו לערנסט פלייסיג; צו זען דיין לעבן זאל זיין נאר מיט תורה.


איך בעט דיר מיין טייערער ליכטיגער ליבער זון ..., לערן פלייסיג, ווייל נאר דאס בלייבט פונעם מענטש. גיי אין די וועגן פון דיינע גרויסע זיידעס וואס זייער גאנצע לעבן און שטרעבן איז לערנען און דינען דעם אייבערשטן.


איך בעט פאר דיין הצלחה.


דיין טאטע.

#1301 - יישר כח פאר'ן העלפן ענדיגן דעם עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך ווייס נישט צי דו געדענקסט מיר פון יארן צוריק ווען מיר זענען געווען גוטע פריינט, דו ביסט אפילו געשלאפן ביי מיר און געגעסן ביי מיר.


יעצט הער איך אז דו העלפסט מיר צו קענען ענדיגן דעם עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי.


איך דאנק דיר זייער פאר דעם; אין דעם זכות זאל דיר דער אייבערשטער בענטשן מיט אלעס גוטס, וימלא ה' כל משאלות לבך לטובה.