בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8082 - דער שיינער הערליכער ספר "קדושת ישראל"
הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך שיק דיר א מתנה דעם ספר "קדושת ישראל"; דער ספר איז א שיינע הערליכע ספר וואס ווייזט ווי אזוי מען קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק; מאך זיך א שיעור אין דעם ספר, וועסטו האבן שטארקע חיזוק צו קענען תשובה טון.


איך האב זייער הנאה געהאט צו רעדן מיט דיר חנוכה; הלוואי וואלטן מיר געקענט נאך רעדן און פארברענגען.


מאך זיך א קביעות צו רעדן צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.

#8081 - פרייליכע סעודות, פרייליכע שטוב, ליבליכע ווערטער
חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וארא, מברכין החודש, כ"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך זע אז עס קומט דיר אן אזוי שווער דאס געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, עס גייען אריבער טעג און דו קענסט נישט זיך צוברענגען איר זאגן פשוט'ע שיינע ליבליכע ווערטער; איך וויל דיך מחזק זיין אז דו זאלסט יא זאגן גוטע ווערטער.


וויסן זאלסטו אז דאס איז זייער א וויכטיגע זאך, עס איז נישט קיין איבריגע זאך, עס איז עבודת השם, עס איז זייער הייליג און טייער ביים אייבערשטן פרייליך צו מאכן די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה, בעלה משמחה"; דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב מיט גוטע ווערטער, מיט קאמפלימענטן, ספעציעל ווען עס קומט אזא הייליגע טאג, שבת קודש - דארף מען מער גיסן גוטע ווערטער. דער זוהר הקדוש זאגט (תיקונים, דף נז), שבת דארף מען רעדן שיין צו די ווייב, מען דארף שבת מאכן אנדערש ווי אינדערוואכן; אויב א גאנצע וואך האט מען נישט שיין גערעדט - דארף מען שבת רעדן שיין, הארציג און ווייך, "וְאִם אִית לוֹן שְׁלָמָא בְּכָל שִׁית יוֹמִין דְּחוֹלָא", און דער וואס לעבט א גאנצע וואך בשלום מיט די ווייב, ער רעדט אלץ שיין צו איר, "יַעַבְדוּן תּוֹסֶפֶת בְּשַׁבַּתָּא בְּפִיּוּסָא דָא לְדָא בִּרְחִימוּ סַגִּי", זאל ער שבת רעדן נאך מער שיין, נאך מער הארציג און נאך מער ווייך, ווייל אזוי ברענגט מען די שכינה אין שטוב, עיין שם.


מאך פרייליכע סעודות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט שרייען ביי די סעודות, זאלסט נישט חס ושלום אריינגיין אין א כעס השם ישמרינו, בעט אסאך אויף דעם, און ווען די טובל'סט זיך היינט ערב שבת אין מקוה זאלסטו שטילערהייט בעטן אויף דעם, מאך מיט דיינע ליפן א תפילה: "רבונו של עולם איך וויל פרייליכע סעודות, א פרייליכע שטוב".


איך האב נאך אסאך וואס צו שרייבן אבער איך דארף גיין העלפן אין שטוב.


א פרייליכן שבת.

#8080 - זיך אליינס מתקן זיין, נישט יענעם
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, מחלוקת, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיש זיך נישט אין קיין מחלוקת, שטיי ווייט פון מחלוקת, ספעציעל ווען עס זעט אויס פרום און ערליך; פון דעם זאלסטו אנטלויפן, נישט האבן קיין שייכות, ווייל דורך מחלוקת באצאלט מען זייער א טייערע פרייז.


אויך זאלסטו גיין צו דיינע עלטערן, דאס איז תיקון שובבי"ם, און שטיי אין דער זייט, הער אויס וואס זיי האבן דיר צו זאגן, טייל נישט איין וואס זיי זאלן טון, זיץ און הער אויס וואס זיי זאגן דיר, און אויב איז דא אין די משפחה חלוקי דעות זאלסטו חס ושלום נישט זיך מישן, נאר שטיי פון דער זייט.


אנא איך בעט דיר זוך נישט צו מתקן זיין קיינעם, פאררעכט נישט די וועלט, זוך נישט ביי אנדערע שלעכטס, מיר זענען געקומען אין היכל הקודש זיך אליינס מתקן זיין נישט יענעם מתקן זיין, אוי ווי ביטער עס איז אן א צדיק, מען איז פארנומען מיט יעדעמ'ס רוחניות אויסער זיך אליינס, און ווען מען קומט צום צדיק עפנט זיך די אויגן, מען הייבט אן זען די אייגענע שפלות, און מען זעט דאס גוטס ביי יעדן איינעם.


גיי התבודדות, וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער איך בין פארנומען מיט דעם און מיט יענעם, איך פריי זיך מיט די פראבלעמען וואס מען טרעפט ביי דעם און ביי יענעם, און ביי מיר אליינס איז דאך אזוי טינקל און שווארץ, איך דארף דאך אליינס תשובה טון אויף מיינע מעשים"; אזוי זאלסטו וויינען צום אייבערשטן.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, איך וויל דו זאלסט קומען זיך אויפוועקן און אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8079 - עי איי, איז סכנת נפשות
עצתו אמונה, מורה דרך, שובבי"ם, עי איי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ניץ נישט די נייע טעכנעלאגיע פון עי איי, עס איז סכנת נפשות. פרעג נישט דיינע שאלות פון עי איי, איך ציטער וואס וועט זיין די ענדע, מען קען אראפפאלן אין מינות וכפירה רחמנא לצלן, מען קען אלעס פארלירן.


איינער זאגט מיר ער האט נישט קיין אנדערער וואס זאל אים ענטפערן זיינע ספיקות און שאלות, דער ראש ישיבה ענטפערט נישט, פרעגט ער עי איי; איך האב אים געזאגט ער זאל זיך אכטונג געבן און וויסן אז דאס איז פאר א ווערטל אויך נישט גוט, "כִּי רַבִּים חֲלָלִים הִפִּילָה, וַעֲצֻמִים כָּל הֲרֻגֶיהָ" (משלי ז, כו), ווייל אסאך זענען צוליב איר צעשלאגן געווארן און אסאך האט זי גע'הרג'עט.


אז דו וועסט זיך צו הערן צו די שיעורים און דו וועסט לערנען די וועכנטליכע ספר עצתו אמונה - וועסטו זיך קענען אן עצה געבן מיט דיר אליין, מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער; וועסט האבן אזויפיל חיזוק אויף לערנען און דאווענען און שלום בית, און פארשטייט זיך אז דו וועסט פאלגן וואס מען רעדט ביי די שיעורים; דו וועסט זיך מאכן שיעורים אין לערנען מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש, וספרי רבינו, און דו וועסט גיין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און אהיים גיין צו דיין ווייב, רעדן שיין און איר העלפן מיט די קינדער - וועסטו זיך גאר שיין אן עצה געבן אין לעבן.


איך בעט דיר טייערער ברודער, הארציגער חבר, ניץ נישט די שעדליכע עפפ, פרעג נישט דיינע שאלות אפילו פאר זיך אונטערהאלטן, "כִּי נֹפֶת תִּטֹּפְנָה שִׂפְתֵי זָרָה" ווייל עס זעט אויס זיס די ווערטער פון אפיקורסות, עס ציט זייער שטארק, "וְחָלָק מִשֶּׁמֶן חִכָּהּ", עס איז אזוי געשמאק ווי גלאטע אויל, "וְאַחֲרִיתָהּ מָרָה כַלַּעֲנָה" אבער איר סוף איז זייער ביטער (שם ה, ג-ד); אזוי אויך זאלסטו נישט אהיים ברענגען דיין טעלעפאן, און אויך נישט אהיים ברענגען קיין שום כלי וואס מען קען קוקן אין דעם נייעס, קליפס, וכדומה; האלט דיין שטוב ריין.


אויך אין ארבעט, אין אפיס - זאלסטו זיך אכטונג געבן צו האבן א פילטער אויף אלעס וואס דו ניצט, ריר נישט אן קיין כלי אן קיין פילטער, דאס איז די בעסטע תיקון שובבי"ם, זיך מקבל זיין צו האבן ריינע אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8078 - אנטלויף פון דראגס, נעם די סם החיים
דף גמרא, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הייבן מיר אן מסכת מנחות, הייב דו אויך אן, כאפ זיך מיט, זיי נישט קיין בטלן, שטיי נישט פון דער זייט, קויף זיך א מסכת מנחות, היינט איז דא שיינע גמרות מנוקד מיט שיינע אותיות, און גיי נישט שלאפן איידער דו לערנסט דעם בלאט גמרא.


חכמינו זכרונם לברכה ברענגען (יבמות קכא.), דער הייליגער רבי טרפון דערציילט: "איך בין געפארן אויף א שיף און איך האב געזען ווי א צווייטע שיף איז צעבראכן געווארן, און די מענטשן זענען נעבעך דערטראנקען געווארן. אויפן שיף איז געווען א גרויסער צדיק, דער הייליגער תנא רבי עקיבא, עס האט מיר זייער וויי געטון אז דער צדיק האט זיך דערטראנקען, אבער שפעטער האב איך געטראפן דעם צדיק זיצן און לערנען, איך האב זיך זייער געוואונדערט 'ווי קען זיין אזא זאך? איך האב דאך געזען ווי ער איז דערטראנקען געווארן!' איך האב אים געפרעגט, זאג מיר די מעשה, ווי אזוי האסטו זיך געראטעוועט? האט ער מיר געזאגט: 'דף של ספינה נזדמן לי', איך האב געטראפן א ברעט פונעם צעבראכענעם שיף, איך האב זיך ארויפגעזעצט אויף די ברעט און יעדעס מאל עס איז געקומען א כוואליע האב איך זיך איינגעבויגן דעם קאפ ביז די וואל איז אריבער, ביז איך בין געראטעוועט געווארן"; צדיקים טייטשן, דער 'דף של ספינה' דאס איז דער דף גמרא וואס מען לערנט יעדן טאג, דאס ראטעוועט דעם מענטש נישט צו ווערן דערטראנקען אין די שטורעמישע וואסערן וואס ווילן אים דערטרענקען, די נסיונות; אז מען כאפט זיך אן אינעם דף של ספינה, דעם דף גמרא - קען מען בייקומען יעדע כוואליע.


אנטלויף פון דראגס, גיי נישט צו קיין מסיבות און שמחות וואו מען טיילט אויס דראגס; האב רחמנות אויף דיר און אויף דיינע קינדער, איך בעט דיר מיט מיין הארץ און נשמה, נאר דאס זאלסטו נישט טון, חס ושלום אפילו נאר טועם זיין, ווייל אז דו וועסט נאר טועם זיין - וועסטו ענדיגן דיין לעבן; אוי וויי, אוי וויי, וויפיל מעשיות איך ווייס פון טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט און אפילו ווייבלעך - וואס האבן אפגעשניטן דאס לעבן אזוי מיאוס דורך זיין א חכם און טראכטן 'מיר וועט נישט שאטן איין מאל טועם זיין דעם ביטערן סם'; נעם די סם החיים, "תּוֹרָתִי אַל תַּעֲזֹבוּ" (משלי ד, ב), "עֵץ חַיִּים הִיא" (שם ג, יח), די גמרא וועט דיר בארואיגן דיינע אנגעצויגענע נערווען וכו', די גמרא וועט דיך היילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8077 - מאך א שיינע סיום אינדערהיים מיט די קינדער
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט זענען מיר מסיים מסכת זבחים, מאך א סיום אין שטוב, ווייז פאר דיין ווייב און דיינע קינדער וואס איז חשוב; זיץ מיט דיינע קינדער, לייג א שיינע טישטוך און שיינע כלים, און זאג זיי מיט שמחה אז דו האסט מסיים געווען נאך א מסכתא, און דערצייל זיי אז יעדע מאל מען איז מסיים א מסכתא באקומט מען אין הימל א גאנצע וועלט (הקדמת תיקוני זוהר, דף יד:),  דערצייל זיי וואס עס איז דא אין א וועלט, וויפיל קארס, וויפיל עראפלאנען, העליקאפטערס, שיפן און סאבמארינען, און אויך סייבער טראקס וכו' וכו', אלעס פאר ווער עס לערנט גמרא; עס וועט אריינגיין אין זייערע ביינער, זיי וועלן אויך וועלן לערנען.


שריי נישט אויף דיין ווייב, רעד שיין צו איר, און אז זי איז דיך מבזה זאלסטו חס וחלילה ענטפערן, און חס וחלילה האלטן א רוגזה; מאך דעם רבינ'ס תיקון שובבי"ם מיט שווייגן, מיט "ישמע בזיונו ידום וישתוק", דאס איז א שווערערע תיקון ווי פאסטן משבת לשבת; ווען מען הערט א בזיון און מען ענטפערט נישט, מען האט ליב די ווייב אזוי ווי פריער, מען מאכט נישט קיין עסק פון דעם. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו), אז דער עיקר פון תשובה איז שווייגן און נישט ענטפערן, דאס איז בעיקר אין שטוב ווען מען זאגט און מען הייסט און מען פארלאנגט וכו' וכו' - נישט צו ווערן פארלוירן, נאר שיין רעדן צו די ווייב אזוי ווי מען רעדט צו די חשוב'סטער מענטש.


לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם, זאל עס זיין דער גרעסטער און דער בעסטער וכו' וכו'; ביסט געקומען אין היכל הקודש זאלסטו זיך חזר'ן 'פארוואס און פארוועם בין איך געקומען? נישט צו בערל, נישט צו שמערל, נישט צו חאצקל און נישט צו גרונם'; און אז זאכן שטערן דיר, זאכן באדערן דיר זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און אים בעטן דו זאלסט נישט האבן קיין קשיות אויף צדיקים און דו זאלסט נישט מרוחק ווערן פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8076 - זאלסט מער נישט בארגן קיין פרוטה פון א צווייטן
צדקה, חובות, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך נישט מער קיין חובות, און דיינע אלטע חובות זאלסטו צוביסלעך באצאלן, געענדיגט מיט בארגן. אז דו האסט נישט קיין געלט ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, זאלסטו בעטן מענטשן זאלן דיר העלפן, אבער חס ושלום נישט בארגן, דער רבי לאזט נישט בארגן קיין געלט, דער רבי לאזט נישט מאכן חובות; דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך היטן פון זיין א בעל חוב; ווייל אז מען האט חובות האט מען נישט קיין כלים, מען האט נישט קיין מוחין פאר עבודת השם.


יעצט אין די שובבי"ם טעג איז מסוגל צו פאררעכטן די ביטערע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די עבירה מאכט ארעם און עס מאכט מען זאל זיין א בעל חוב. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס ווארפט אריין דעם מענטש אין חובות; מוהרא"ש זאגט, דאס איז די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דאס מאכט דעם מענטש ארעם, ווייל אין דער זוהר הקדוש שטייט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט - וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן; זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, גיי אין א שטילע פלאץ און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף די עבירה; דאס וויינען צום אייבערשטן מעקט אויס דעם פגם, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט קענען באצאלן יעדע פרוטה וואס דו קומסט פאר מענטשן, דו זאלסט נישט אוועק גיין פון די וועלט מיט זיין שולדיג פאר א צווייטן א פרוטה און דארפן חס ושלום נאכאמאל מגולגל ווערן.


קענסט גיין נאך געלט, אבער נישט לעבן פון צדקה. גיי נאך געלט, צעטייל די געלט אין צוויי, האלב געב פאר צדקה (שענער און בעסער אז דו וועסט עס געבן פארן רבינ'ס זאך, צי הדפסה, צי פאר דעם רבינ'ס שול, מוסד), און האלב קענסטו נעמען פאר דיר פארן זיין א גבאי צדקה, און מיט דעם זאלסטו באצאלן דיינע חובות, אבער למען דיין טובה און דיין עתיד זאלסטו מער נישט בארגן קיין פרוטה פון א צווייטן, ווייל עס איז נישטא נאך אזא סכנה ווי חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8075 - אינטערוויוס, פאדקעסט, טאלק-שאו, און אזוי ווייטער
תמימות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים וואס זענען אונז מחזק ומחי' מיר זאלן נישט אוועקפאלן, זיך נישט מייאש זיין, נאר זיך שטענדיג אויפהייבן און צוריק קומען צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, דער רבי לערנט אונז מיר זאלן דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות, אן קיין חכמות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עח): "חָכְמוֹת מַזִּיקִים מְאֹד לְהָאָדָם" וְכוּ', "לֹכֵד חֲכָמִים בְּעָרְמָם" (אִיּוֹב ה, יג), מען קען רחמנא לצלן פארקריכן אין מינות וכפירה, און דאס איז די נסיון וואס האט זיך די לעצטע פאר יאר זייער אריינגעכאפט צווישן די ערליכע אידן; מען הערט און מען ליינט און עס זעט אויס ווי עס איז נישט שלעכט, און עס נעמט אוועק דעם מענטש פון זיין תמימות, פון יראת שמים.


הלוואי וועל איך קענען פועל'ן ביי מיינע תלמידים זיי זאלן זיך נישט צוהערן צו קיין שום אינטערוויוס, פאדקעסט, טאלק-שאו, און אזוי ווייטער; נישט ליינען קיין שום ליין מאטריאל, ספעציעל די אידישע וואס האבן א פנים ווי פרומע, און אז מען וויל זיך אויסלופטערן זאל מען זוכן גוטע זאכן, ווי שפאצירן, אדער אפילו שפילן געימס, אבער נישט קוקן און הערן, ווייל עס נעמט אוועק די תמימות, די זויבערקייט און ריינקייט.


איך האב נאך אסאך צו רעדן פון דער זאך, אפשר ווען מיר וועלן זיך זען פנים בפנים וועל איך דיר קענען זאגן מער אפן.

#8074 - קוקן פאדקעסטס איז א שטילע פארגיפטונג
פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר נעכטן דערציילט וויפיל צייט דו געבסט אוועק צו קוקן פאדקעסט"ס; איך בין אזוי דערשראקן, איך בין אזוי באזארגט פאר דיר, פאר דיין נשמה, וואס וועט זיין מיט דיר; ווייל די מענטשן וואס רעדן אויף די טאלק-שאוס און פאדקעסטס, אין זייערע ווערטער ליגן זייער שעדליכע זאכן, ליצנות אויף צדיקים, ליצנות אויף די הייליגע חכמים זכרונם לברכה, עס ווערט אפגעקילט צוביסלעך די אמונה ויראת שמים, און די תמימות ווערט פארשווינדן, מען פארלירט די זויבערע ריינע תמימות.


ליבער ברודער, וויסן זאלסטו, אז קוקן פאדקעסטס איז ערגער פון קוקן ניאוף, קוקן פאדקעסטס איז א שטילע שחיטה, א שטילע פארגיפטונג, מען כאפט נישט וואס פאסירט צום מענטש.


זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט קוקן קיין שום פאדקעסט, זאג מיר צו אז דו בלייבסט ריין מיט דיין תמימות, דו בלייבסט אן ערליכער איד.


איך ווארט אויף דיין בריוו.

#8073 - מזל טוב צום נייעם אינגל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


איך האב גארנישט געהערט ביז יעצט אז ענק האבן געהאט א שמחה, עס איז ענק געבוירן געווארן א אינגל למזל טוב; איך וויל ענק ווינטשן מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל ענק העלפן ענק זאלן מגדל זיין דעם קינד און אלע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים געזונטערהייט, מיט אלע צוגעהערן, מיט שפע ברכה והצלחה.

#8072 - די השפעות איז פארקנאקט? דו ביסט פארקנאקט
פרנסה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש ווי דו שרייבסט: "עס איז פארקנאקט, איך דארף עפעס א גרויסע זכות צו עפענען מיינע השפעות, איך דארף אן עצה..."


אויב איך מעג זאגן, איך האף דו וועסט זיך נישט באליידיגן, נישט עס איז פארקנאקט נאר דו ביסט פארקנאקט; איך וויל דיך פרעגן, פארוואס זאלסטו נישט נעמען אן ארבעט? פארוואס זאלסטו נאר וועלן האבן אן אייגענע ביזנעס? איך וויל פרעגן, פארוואס זאלסטו נישט גיין מאכן טריפס, ווערן א בעל עגלה, ווערן א קאר סערוויס דרייווער? אדער גיין אין מצה בעקעריי?


איך בין אזוי שטארק אנטוישט, נאכן געבן אזויפיל חיזוק פאר תלמידי היכל הקודש נישט צו לעבן אין חלומות, דמיונות, נישט צו זיין פאר'עקשנ'ט צו זוכן צו זיין דער עושר, נאר נעמען א פשוט'ע ארבעט; נאכאלץ דרייען זיך בתוכינו בטלנים וואס טוען גארנישט!


וואס איז פארקנאקט? ווי איז פארקנאקט? דער מענטש אליין איז פארקנאקט, עס פעלט נישט קין פרנסה, עס פעלט נאר הכנעה, עס פעלט די זאך פון זיין אמת'דיג צו די ווייב און קינדער, און אויפהערן טראכטן פון אנדערע.


ליבער ברודער, איך האב דיך ליב, זיי נישט בייז אז איך זאג דיר, טו וועס דער רבי דערציילט ביי די מעשה פון דער בן מלך ובן השפחה וואס האבן זיך פארביטן (ספורי מעשיות, מעשה יא), מען האט אים געזאגט אין חלום (אין זיינע דמיונות פון וועלן זיין דער עושר פון שטאט): "אויב דו ווילסט רחמנות האבן אויף דיר, זאלסטו נעמען די ערשטע פרנסה וואס מען טראגט דיר אן"; ליבער ברודער אזוי זאלסטו טון, נעם אן די ערשטע פרנסה וואס מען טראגט דיר אן, דרייוו א קאר, ארבעט ביי די מצות, אדער רייניג א שול וכדומה, וועט ווערן אויס פארקנאקט.

#8071 - מלמדות איז טאקע שווער, אבער עס לוינט זיך
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב הנאה אז דו האסט זיך מתבודד געווען ביי די לוי' פון דיין באבע און דו האסט מחליט געווען אז דו לאזט נישט אפ די מלמדות, האסט געזען מיט די אויגן וואס איז די גאנצע לעבן, די גאנצע מענטש איז א חלום, א דמיון, מען לעבט אפאר יאר און מען מוז צוריק גיין צום אייבערשטן, און אז מען האט זוכה געווען אריין צו כאפן גוטע זאכן, נאר דאס נעמט מען מיט.


זיי נישט נאריש, לאז נישט אפ די מלמדות, נישטא עפעס גרעסערס פון זיין א מלמד, לערנען תורה און יראת שמים מיט מידות טובות פאר תינוקות של בית רבן; עס איז טאקע שווער, אבער עס איז ווערד, עס לוינט.


גיי יעדן אינדערפרי התבודדות, וויין זיך אויס צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, אויף אידיש, רעד צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, א גוטער חבר, בעט אים דו זאלסט מצליח זיין מיטן יעדן תלמיד, זאלסט האבן א געפיל פארן יעדן תלמיד; וועסטו זייער מצליח זיין.

#8070 - א מוהל איז נישט קיין כיבוד זאך
סדר דרך הלימוד, ברית, מוהל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מער זאלסטו נישט נעמען פאר א מוהל א זיידע אדער פעטער וכו', א מוהל איז נישט קיין כיבוד זאך, א מוהל קען חרוב מאכן דעם קינד.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל חלק א, סימן א): "כְּשֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא יִהְיֶה מוֹלִיד, חַס וְשָׁלוֹם, הַנִּמּוֹל עַל יָדוֹ", א נישט גוטער מוהל קען מאכן אז דער קינד זאל נישט קענען ברענגען קיין קינדער, "עַל יְדֵי שֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, עַל יְדֵי זֶה בָּא הַתִּינוֹק, חַס וְשָׁלוֹם, לִידֵי חֳלִי נוֹפֵל", אויך קען א מוהל מאכן אז דער קינד זאל ליידן פון חולי נופל (סיזשערס) ה' ישמרינו.


פאר א זיידע, טאטע, שווער, פעטער, מחותן – קען מען געבן מן הכסא, אל הכסא, מען קען זיי געבן צו זאגן אלע הרחמן'ס פון בענטשן, אבער חס ושלום געבן מוהלות פאר א כיבוד.


איך האב געהאט א תלמיד אין ישיבה וואס זיין מוהל איז געווען איינער פון די גרויסע צדיקים פונעם דור, טאקע א צדיק, און ער האט אים קאליע געמאכט, דער בחור קען נעבעך נישט חתונה האבן, ווייל ער קען נישט ברענגען קינדער.


דעריבער בעט איך דיר, נאכדעם וואס דו ביסט אריבער מיט דיין קינד יעצט, אז דער מוהל האט אים שלעכט געמאכט (ברוך השם מען האט אלעס פארראכטן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט אלעס זיין פיין), זאלסטו מהיום והלאה נישט נעמען קיינעם פון די משפחה פאר א מוהל, געדענק אז מוהלות איז נישט קיין כיבוד, מוהלות איז א חכמה.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אינגעלייט זיי זאלן נישט פרובירן צו מאכן אליינס וכו', נאר נעמען די בעסטע און גרעסטע מומחה.


איך האב געפרעגט מוהרא"ש ווען מיין זון שמעון איז געבוירן וועם איך זאל נעמען פאר א מוהל, ווייל דער רבי זאגט דאך דארט: "צָרִיךְ לַחֲזֹר אַחַר מוֹהֵל צַדִּיק וִירֵא שָׁמַיִם", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק און ירא שמים; האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "ווי מער מומחה, ווי מער פאכמאן – דער איז וועם דער רבי מיינט", מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט צו נעמען דעם ווינער רב שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ער איז א צדיק.


שטארק זיך אין עבודת השם, הלואי זאלסטו יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, איך מיין זאגן; דער רבי זאגט אז "זאגן תורה" איז "לערנען תורה"; זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות.


אויך זאג א יום תהלים, נעם מיט דיר א קליינעם תהלים, און ווען דו האסט אפאר מינוט זאג פסוקים פון תהלים, און פלעכט אריין דיינע אייגענע תפילות ובקשות; אוי ווי זיס עס איז דאס זינגען צום אייבערשטן און אים בעטן...


איך דארף מקצר זיין, איך קום יעצט פון דאקטער; שטעל זיך פאר דארט ביים דאקטער אין צימער האב איך זוכה געווען צו זאגן דעם יום תהלים מיט א גוטע זיסע התבודדות, געשפירט טעם גן עדן.

#8069 - מען שפירט ווי מען דערווייטערט
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האף דו שטארקסט זיך אין עבודת השם, דו לערנסט און דאווענסט; וויסן זאלסטו, אויף אלע צדיקים איז אריבער די מחשבות, זיי האבן געשפירט ווי מען דארף זיי נישט, זיי האבן געהאט קלארע ראיות ווי מען איז זיי מרחק, ווי מען שטופט זיי אוועק וכו' וכו', אבער זיי האבן מיט עקשנות זיך נישט געלאזט פאלן פון דעם, זיי האבן זיך געשטופט מיט אלע כוחות צום אייבערשטן, ביז זיי האבן זוכה געווען צו וואס זיי האבן זוכה געווען; און אזוי איז מיט יעדן איינעם, מען מוז אריבערגיין די סארט געפילן און הוכחות אז מען שפירט ווי מען דערווייטערט, און אז מען איז שטארק – איז מען זוכה צו א גרויסע קרבת אלקים, והבן למעשה.


איך האב דיך ליב און איך בענק נאך דיר.

#8068 - פארוואס איז דא מחלוקת צווישן צדיקים?
צדיקים, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


שטארק זיך, בלייב ביים רבי'ן, בינד זיך צו צום רבי'ן, און ווער נישט צעפאלן ווען דו הערסט מחלוקת שיש בין הצדיקים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה): "וְתַאֲמִין", זאלסט גלייבן, "כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים, אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", עיין שם, דאס וואס מען הערט א צדיק קריגט אויף א צדיק, די מחלוקת צווישן די אמת'ע צדיקים, איז נאר ווייל די סטרא אחרא וויל דיך פארטרייבן אז דו זאלסט נישט זוכה זיין צו פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען; די תורה האט דער רבי געזאגט ווען מוהרנ"ת איז געקומען די ערשטע מאל צום רבי'ן און מוהרנ"ת האט דאס אויפגעכאפט און דאס האט אים פארענטפערט אלע קשיות, פארוואס עס איז דא מחלוקת צווישן צדיקים בעלי רוח הקודש, מחלוקת צווישן הייליגע רבנים; דער רבי האט אים פארענטפערט אז אזוי מוז זיין, כדי עס אז זאל זיין ווייטער א בחירה; איז דאך זיכער ביי אונזער דור, פאר אונזערע בלבולים, אונזערע קטנות הדעת, דארף מען געדענקען אז דאס אלעס איז נאר מיך ארויסצוטראגן פון רבינ'ס חדר, איך זאל נישט קומען קומענדיגע יאר ראש השנה צום רבי'ן.


שטארק זיך, בינד זיך צו צום רבי'ן.

#8067 - מיטגיין און העלפן די עלטערע עלטערן
כיבוד אב ואם, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס טייערער ליבער ברודער? איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז דו גייסט אן מיט דיין תורה ותפילה, דער רבי וויל פון אונז די צוויי זאכן, מיר זאלן לערנען און דאווענען, גיין אין שול מיט תמימות דריי מאל א טאג, דאווענען דריי תפילות און לערנען חומש מיט משניות, גמרא מיט הלכה; הלוואי וועסטו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט די יום תהלים, דאס איז מזכך ומטהר דעם מענטש.


דיין ווייב פרעגט וכו'; זאג איר עס איז גוט זי זאל מיט גיין מיט אירע עלטערן קיין פלארידע, עס איז א גרויסע מצוה אז מען האט עלטערן וואס פארעלטערן זיך, זיי משמש זיין.


איך געדענק ווען איך בין געווען א קליין קינד פלעגט מיין מאמע זאל זיין געזונט פארן מיט איר מאמע קיין פלארידע איר באדינען, איר מחי' זיין.


זאג פאר דיין ווייב זי זאל כאפן די מצוה, אויך וועט זי זיך אביסל אפרוען פון די ארבעט מיט די קינדער, זי וועט צוריק קומען מיט פרישע כוחות, ווייל עס איז זייער וויכטיג פאר א אידישע מאמע זיך אביסל אפרוען, שעפן פרישע כוחות.

#8066 - אנגרייטן אונזער פלאץ אין אומאן פאר ראש השנה
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך בענטשט מען שוין שבת מברכים שבט, און לשיטת בית שמאי איז שוין ראש חודש ראש השנה לאילנות, מען דערמאנט זיך שוין פון ראש השנה; וויל איך שוין אנגרייטן אונזער פלאץ פאר ראש השנה שנת תשפ"ז, איך וויל פארדינגען די בעטן.


לאז מיר וויסן אויב דו ווילסט די יאר ממשיך זיין צאמצונעמען פון אנשי שלומינו געלט פאר די וואס ווילן זיין אין אונזער פלאץ, אדער אויב מיר זאלן נעמען אינגעלייט; ... מיט נאך איינעם.


די יאר וויל איך געבן א זכות קדימה פאר אלע משפחות וואס שיקן די קינדער אין די מוסד; מען וועט מאכן א זמן, לאמיר זאגן פון חודש שבט ביז חודש ניסן האבן א זכות די וואס שיקן אין די מוסדות, און פון חודש ניסן ביז סיון – פאר אלע וואס זענען געווען פאריאר.


לאז מיר וויסן דיינע פלענער.

#8065 - אכטונג געבן פון א שלעכט אויג
שמירת עינים, עין הרע, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נאכדעם וואס עס האט פאסירט מיט דיינע אויגן, עס האט דיר געברענט די אויגן; זאלסטו אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין עין הרע אויף דיר, לייג נישט קיין בילדער פון דיר און דיין משפחה אויף סאושעל מידיע, און אויך זאלסטו זיך נישט אויפטון פאר אנדערע, אפילו פאר חברים, ווייל דאס ברענגט שלעכטע אויגן; עס קען זיין נאנטע חברים האבן קנאה און עס שאדט.


גיס אויס זאלץ אינדרויסן פון דיין טיר פון דיין שטוב, דאס איז א סגולה אוועק צו נעמען עין הרע.


אויך דארף דיר דאס זיין א רמז אז עפעס דארף פארראכטן ווערן מיט די אויגן, אז די אויגן האט דיר געברענט דארף דיר דאס אויפוועקן זיך אכטונג געבן נישט צו קוקן טאלק-שאוס, פאדקעסט, בפרט פון פרומע אידן וואס איז פול מיט מינות וכפירה; בלא יודעים קילט עס אפ די תמימות פון הייליגן רבי'ן.

#8064 - ביסט געזונט און שטארק, דארפסט נאר דאנקען
תודה והודאה, רפואה, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער...


איך בעט דיר זייער, לאז נישט די שלעכטע מחשבות דיך צוגרונד לייגן, די צעדרייטע און שעדליכע מחשבות וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין דיר, אז דו ביסט חס ושלום נישט געזונט, און פלוצלונג שפירסטו שוין ווי עס דריקט דיר פון אלע זייטן; אוודאי דריקט פון אלע זייטן, נאכן טראכטן די מחשבות וואס זענען אזוי שעדליך הייבט אן דריקן אין קאפ און אין אלע חלקים פונעם קערפער.


מיין ליבער הארציגער..., ביסט געזונט און שטארק, עס פעלט דיר גארנישט, עס פעלט דיר נאר אביסל "תודה והודאה", אביסל מער דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די פילע חסדים וואס ער טוט מיט דיר.


מאך זיך א ליסטע, שרייב אראפ אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר, און יעדן טאג זאלסטו נעמען די ליסטע אין האנט און זאגן: "שכוח אייבערשטער" פאר יעדע שורה וואס שטייט אינעם צעטל, וועסטו זען אז עס וועט דיר מער נישט דריקן, עס וועט דיר זיין זיס און געשמאק דאס לעבן.

#8063 - רעדן הארציג און ווייך, אויך ווען מ'איז מיד און הונגעריג
שלום בית, סבלנות

 בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט רעדן שיין הארציג און ווייך צו דיין ווייב, פארגעס נישט וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה אלע דיינע יארן, געדענק וואס דער רבי זאגט, אז מען דארף רעדן שיין, הארציג און ווייך צו די ווייב, נאר אזוי קומט די שכינה אין שטוב.


און אפילו מען איז מיד, מען איז אפגעמאטערט – דארף מען נאכאלץ רעדן שיין, הארציג און ווייך, נאר אזוי האט מען שפע, נאר אזוי האט מען ברכה.


און אפילו מען איז הונגעריג ווי א הונגעריגע בער, און מען קומט אהיים צו א ליידיגע הויז און צו א באבלאזענע ווייב און אלעס פליט וכו' וכו' – דארף מען נאכאלץ רעדן שיין, הארציג און ווייך; נאר אז מען רעדט שיין, הארציג און ווייך קען מען זוכה זיין אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט און ערליך.

#8062 - נאכאמאל אויסטיילן די פאלדער "אוצר המכתבים"
בריוו

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אשר בער נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל באדאנקען פארן מיר העלפן חודש'ליך צאלן די רענט פון די ישיבה, שוין לאנגע יארן וואס דו מיט שבתי נרו יאיר האבן אראפגענומען פון מיר די עול פון צאלן רענט פאר די בנין הישיבה, וואס האט אין זיך די חדר, סקול, בית המדרש, חתונה זאל וכו', דער אייבערשטער זאל דיר העלפן מיט דיין שותף שבתי, ענק זאלן מצליח זיין און ווייטער קענען טון פארן רבי'ן.


עס איז גוט ענק זאלן נאכאמאל אויסטיילן פאר א מתנה די פאלדער "אוצר המכתבים", וואו די אינגעלייט ווען קענען אוועקלייגן אלע בריוון וואס זיי באקומען במשך די יארן פונעם ראש ישיבה, אזוי אז עס ליגט מסודר, קען מען דאס חזר'ן און זיך שטענדיג מחזק זיין.


א אינגערמאן פון שטעטל האט מיר דערציילט נעכטן אז ער נעמט די פאלדער וואס ער האט באקומען יארן צוריק פון ענק, ער נעמט עס אין בעט, ער שלאפט איין מיט די בריוון און עס העלפט אים צו האבן גוטע און ערליכע חלומות; (אוודאי, ווייל אז מען שלאפט איין מיטן טעלעפאן, נו וואס קען שוין זיין? ווידעראום אז מען שלאפט איין מיט בריוון פון אמונה ויראת שמים, אוודאי קומען הייליגע חלומות).


שטארק זיך מיט לערנען ח"י פרקים משניות, מיט זאגן דעם יום תהלים און מיט זאגן זיבן דפים גמרא יעדן טאג.

#8061 - זיך נישט וויסנדיג מאכן פון אן אומבאקאנטע נומער
מנוולים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך און צופרידן פון דיר, איך זע אז דו לעבסט אן ערליכע, שיינע און באשיידענע לעבן מיט דיין ווייב, איך האב נאר נחת פון ענק.


געב זיך אכטונג און אויך זאלסטו זאגן פאר דיין ווייב זאל אכטונג געבן נישט צו ענטפערן קיין טעלעפאן קאל אדער טעקסט מעסעדזש פון א נומער וואס דו ווייסט נישט ווער זיי זענען, עס זענען דא קראנקע מענטשן וואס לויפן נאך אינגעלייט, און אויך אויב מען ענטפערט זיי קען מען זייער שלעכט ענדיגן.


(איך האב שוין לאנגע יארן אפגעמאכט נישט צו קוקן מעסעדזשעס פון א נומער וואס איך קען נישט, און אזוי אויך איז מיין טעלעפאן אנגעשטעלט אז עס קלינגט נישט נאר די נומערן וואס זענען אריינגעשריבן אינעם טעלעפאן).


אויך זאלסטו זיך היטן פון מענטשן וואס פרעגן אויס פריוואטע שאלות וכו' וכו', די זענען קראנקע מניוולים.


הייב אן דיין טאג מיט ח"י פרקים משניות, און זאג דעם "יום תהלים"; זיי נישט מוותר אויף די צוויי לימודים.


איך האב דיך זייער ליב.

#8060 - זאגן תהלים און זאגן משניות
עבודת השם, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס? וואס הערט זיך? איך האף צום אייבערשטן אז דו דערהאלסט זיך.


שרייב מיר פון דיין עבודת השם, פון דיינע שיעורים וואס דו לערנסט.


יעצט זענען מיר אין די טעג פון שובבי"ם, דארפן מיר עוסק זיין אין זאגן תהלים און זאגן משניות; דאס וועט אונז מאכן פאר ערליכע אידן.

#8059 - אלע בחורים זאלן זיין ביים שיעור
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש


עס איז נישט ריכטיג דאס וואס מען ענדיגט ישיבה פריער און מען שיקט אהיים די בחורים פאר די שיעור פונעם ראש ישיבה, עס איז דאך דאס וויכטיגסטע שיעור, דאס וועט זיי באגלייטן פאר זייער גאנצע לעבן, פון די שיעורים וועלן זיי קונה זיין אזויפיל יראת שמים, און אמונה, און קדושה, און אזוי ווייטער.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט צוריק מאכן ישיבה, און פארלאנגען פון יעדן בחור בלי יוצא מן הכלל, אלע זאלן זיין ביים שיעור, סיי די בחורים וואס העלפן אין חדר, סיי די בחורים וואס דרייוון די שאטל, סיי די וואס קאכן; אלע דארפן זיין ביים שיעור, רעד צו די בחורים זיי זאלן וויסן וואס פאר א אוצרות זיי קענען קונה זיין ביים שיעור, און אויך די בחורים וואס זענען זיך יעצט מתמיד אין לערנען מסכת תענית – זאלן זיצן ביים שיעור.


און דו זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט וואס דו ביסט שוין עוסק קרוב צו צוואנציג יאר, צו מחזק זיין בחורים, זיי שטארקן צו הערן שיעורים און לערנען די בריוון וכו' וכו'.


 

#8058 - הייליגקייט פון מקוה
מקוה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


דארפסט זיך זייער זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט, דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל הונדערטער און טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' ומחזק מיט די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה; די בריוו בלאזט אריין אין זיי חיזוק, און עס ווייזט זיי די וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


די וואך וויל איך מאכן א מעשה פאר קינדערלעך פון די גרויסקייט פון מקוה, מיר מוזן ארויסגעבן ספרים פאר די יוגנט פון יראת שמים, ווייל ווי מער יראת שמים מען לייגט אריין אין די יוגנט, אלס גרינגער וועט זיין פאר זיי שפעטער ווען מען ווערט עלטער זיך צו שטארקן אויף די נסיונות.


בעט דעם מעלער זאל דיר מאלן א בילד ווי רבי נתן שטייט נעבן א מקוה, מיט א האנטוך אויף די פלייצע, און מיט די הענט איז ער מסביר און ער געבט עפעס צו פארשטיין פאר נאך צוויי דריי תלמידים וואס שטייען נעבן אים.


מען דארף זען עפעס צו טון, מען טאר דאס נישט צולאזן אז רבי נתן זאל גיין זיך טובל'ן יעצט ווינטער אין די אייזיגע טייך, ספעציעל די יאר, שנת תר"ה, וואס עס האט זיך אראפגעלאזט א שרעקליכע פארסט אין אוקריינע, עס איז שוין לאנגע נישט געווען אזא קאלטע ווינטער, און אונזער רבי רבי נתן איז שוין נישט קיין אינגערמאן, ער איז פינף און זעכציג יאר, און ער פלאנט צו גיין שבת צופרי זיך טובל'ן אין טייך.


טייערע קינדער, געווען איז די מעשה צוויי וואכן איידער רבי נתן איז אוועק פון די וועלט, עס איז אנגעקומען די נייעס אז די דאך פון די מקוה איז איינגעפאלן, פרייטאג צו נאכטס האט די גאנצע שטאט ברסלב געשמועסט: "וואס וועט מען טון מארגן, שבת אינדערפרי? מען וועט נישט קענען ניצן די מקוה", און דעמאלט האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט, אז ער גייט נישט מוותר זיין אויף זיך טובל'ן אין מקוה, ער איז גרייט אפילו צו גיין אין די אייזיגע טייך.


שפעטער האט מען געהערט אז די דאך איז איינגעפאלן נאר אין די פאדערשטע צימער, און מען קען יא ניצן די ווארעמע מקוה. דעמאלט האט רבי נתן גערעדט צו זיינע תלמידים איבער דאס גרויסקייט פון מקוה, אז אפילו א מענטשן האט זיך פארזינדיגט מיט די ביטערסטע עבירות, אויב וועט ער גיין אין מקוה וועט ער האבן א תקוה.


טייערע קינדערלעך, ווען מען גייט אין מקוה דארף מען זיך אויפפירן זייער איידל; אין מקוה רעדט מען נישט, און אין מקוה קוקט מען נישט אויף קיינעם, מען דרייט זיך אויס צו די וואנט, און אזוי טוט מען זיך אויס און אזוי טוט מען זיך אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך הצלחה.