בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7941 - כאפ זיך אן אין צוויי שטריקן נישט אראפצופאלן
שמחה, חינוך הילדים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


כאפ זיך אן אין די צוויי שטריקן וואס דער רבי געבט אונז נישט אראפצופאלן פונעם שמאלן בריק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "דַע, שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲבֹר עַל גֶּשֶׁר צַר מְאֹד מְאֹד", די וועלט איז ווי א שמאלער בריק, מען דארף אריבער גיין זייער א שמאלער בריק, "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר שֶׁלֹּא יִתְפַּחֵד כְּלָל", דער עיקר איז מען זאל נישט מורא האבן; און מוהרא"ש זאגט, אז אנשי שלומינו זאגן, דער רבי געבט אונז צוויי שטריקן אין וואס זיך אנצוכאפן נישט אראפצופאלן פונעם שמאלן בריק.


די צוויי שטריקן זענען 'שמחה' און 'התבודדות'; און נאר אז מען כאפט זיך אן אין די שטריק - פאלט מען נישט. אז מען איז פרייליך, מען פאלגט דעם רבי'ן וואס האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צו זיין דעפרעסט. און אויך אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען גייט יעדן טאג אביסל שמועסן מיטן אייבערשטן.


געב אכטונג אויף די איידלקייט פון דיין שטוב, זע אז דיין ווייב און דיינע טעכטער זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג, איידעלע קליידער און איידל זיך אויפפירן, זיי זאלן האבן נאר די איידלסטע חבר'טעס, ווייל חברים האבן זייער א שטארקע השפעה. אויך דו זאלסט האבן איידעלע חברים; ווייל אפילו א רשע, אויב וועט ער האבן גוטע חברים, ערליכע חברים - וועט ער ווערן אויס רשע. און אויך א צדיק, אויב וועט ער זיך דרייען מיט נישט ערליכע מענטשן - וועט ער מיט די צייט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7940 - דאנקען און דאנקען, נישט אויפהערן צו דאנקען
תודה והודאה, חנוכה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, דזשערזי סיטי


מזל טוב פאר די צוויי שמחות, פאר דיין נייע געבוירענע אינגל למזל טוב, און פאר די אפשערן פון דיין זון, אים מאכן פיאות; דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט און דו זאלסט מגדל זיין דיינע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים, מיט פיל נחת, אינאיינעם מיט דיין ווייב.


יעצט קומט די חנוכה טעג, זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר. נישט לאנג צוריק ביסטו געווען א צעבראכענער בחור, האסט געמיינט אז דו וועסט שוין אזוי בלייבן, אליין, און בזכות דיין התקרבות צום רבי'ן האסטו זוכה געווען צו א שידוך, און צו א שטוב מיט ליכטיגע קינדער; דארפסטו דאנקען און דאנקען, נישט אויפהערן צו דאנקען דעם אייבערשטן.


חנוכה איז א צייט וואס די אור הגנוז ווערט נתגלה, וואו ווערט עס נתגלה? אין די הייליגע תורה; זאלסטו זיך אויפוועקן פון שלאף, הייב אן צוריק לערנען חומש – איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, שנים מקרא ואחד תרגום, אויך זאלסטו לערנען משניות און זאגן תהילים, ווייל די פאר יאר וואס מען טויגט צו מאכן געשעפטן איז נאר אביסל, און וואס וועט זיין נאכדעם? עס בלייבט גארנישט איבער, נאר תורה.

#7939 - א מלמד זאל דערציילן מעשיות פון צדיקים
סיפורי צדיקים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקות של בית רבן, דו לערנסט מיט זיי תורה ויראת שמים.


איך וויל דיר בעטן זאלסט יעדן טאג דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים, ווייל דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קלח), אז דער עיקר וואס עס האט אים געצויגן צו וועלן זיין א צדיק, איז געווען דורכדעם וואס ער האט געהערט זייער אסאך מעשיות פון צדיקים, ווייל דער רבי איז אויפגעוואקסן אין די הויז פון זיידן, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און דארט זענען געקומען אלע צדיקים, אלע זענען געקומען קיין מעזיבוז צום ציון פון בעל שם טוב, און זיי זענען דארט איינגעשטאנען, דארט האט ער געהערט זייער אסאך מעשיות, און דאס האט אים דערוועקט ער זאל אויך זיין א צדיק.


קענסט אויסשטעלן דעם טאג, אנציען די קינדער, אז אויב וועט מען פלייסיג לערנען און פלייסיג דאווענען – וועט מען דערציילן נאך א מעשה.

#7938 - מאכן א חברת מפיצים אין דיין שטאט
הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לעיקוואד


אז דו געפינסט זיך אין לעיקוואד איז דאס נאר אז דו זאלסט מקרב זיין דארט בחורים און אינגעלייט צום הייליגן באשעפער, דורך זיי געבן פון רבינ'ס עצות און התחזקות, ווייל די הייליגע צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז א איד קומט אן אויף א פלאץ נאר צו מעלה זיין די ניצוצות צום אייבערשטן, און אזויפיל בחורים און אברכים דארפן חיזוק, זיי ווארטן איינער זאל זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיי קענען זיך מקרב זיין צו די תורה, און צום אייבערשטן.


מאך א חבורה פון אינגעלייט און בחורים, שפרייט אייך אויס אין אלע שולן פארשפרייטן די גליונות, סיי אין אידיש, סיי אין ענגליש, סיי פאר חינוך, סיי פאר שלום בית, טעראפי, און אז דו וועסט מאכן א חברת מפיצים וועל איך קומען צו ענק, ווייל דאס האט דער רבי געוואלט, מיר זאלן עוסק זיין נאר אין הפצה, אין "אנטרינקען ביימער".


איך ווארט צו הערן פון דיר.

#7937 - א קינד ווי אלע קינדער, קען אויסוואקסן גאר גרויס
חינוך הילדים, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ביים לערנען משלי האב איך געטראכט, עס קען זיין דאס איז פשט, עס שטייט אין פסוק (משלי ד, ג): "כִּי בֵן הָיִיתִי לְאָבִי", א באליבטער זון בין איך געווען צו מיין פאטער, "רַךְ", געצערטלט, "וְיָחִיד לִפְנֵי אִמִּי", און איינציג פאר מיין מאמע; דער רבי זאגט, מען זאל נישט מיינען אז דאס וואס ער האט זוכה געווען צו מדריגות גדולות איז וויל ער איז אן אייניקל פון בעל שם טוב, אדער מצד זיין הייליגע נשמה, און דער וואס האט נישט קיין יחוס וכו' – קען נישט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק; דאס איז א טעות, ווייל יעדער איינער קען צו דעם זוכה זיין, און ער האט זוכה געווען צו אלע מדריגות דורך יגיעות וטרחות, ער האט זיך געפלאגט און געהארעוועט זייער אסאך.


דאס זאגט אונז דער פסוק, מען זאל נישט מיינען אז די הייליגע צדיקים זענען געבוירן צדיקים, זיי האבן נישט געהאט קיין שווערע ביטערע נסיונות, "כִּי בֵן הָיִיתִי לְאָבִי", איך בין געווען א באליבט קינד, "רַךְ", צארט, "וְיָחִיד לִפְנֵי אִמִּי", און איינציג פאר מיין מוטער, איך בין געווען א קינד ווי אלע קינדער, און איך האב געהאט נסיונות אזוי ווי אלע, נאר איך האב זיך געשטארקט און אסאך געהארעוועט; און יעדער איינער וואס וועט הארעווען, יעדער וואס וועט נישט אפלאזן די גוטע ווילן – וועט זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיק, והבן למעשה.


עוד יש לומר, אז מען גייט ארום מיט די מחשבה "כִּי בֵן הָיִיתִי לְאָבִי", אז מען איז א באליבט קינד פארן טאטן אין הימל, מען לעבט מיט די מחשבה אז אפילו וואס עס זאל נאר זיין מיט מיר האט מיך דער אייבערשטער ליב - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק, "רַךְ וְיָחִיד לִפְנֵי אִמִּי", איינציג פאר מיין מאמע; דאס מיינט מען כנסת ישראל, והבן למעשה.

#7936 - דער אייבערשטער קען געבן קינדער
קינדער, אמונה, יאוש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי זיך נישט מייאש, דער רבי לערנט אונז: "קיין יאוש איז נישט פארהאנען", דער אייבערשטער איז א כל יכול, ער קען געבן קינדער, אפילו ווען דאקטוירים זאגן אז מען קען נישט האבן קינדער – קען דער אייבערשטער געבן קינדער, מען דארף נאר זיין שטארק מיט אלע כוחות, אנגיין מיט עבודת השם מיט שמחה און חס ושלום נישט האבן קשיות אויף די אמונה, נישט האבן קיין פינטעלע טענות אויפן אייבערשטן, נאר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס דא פירט זיך מיט א פינקטליכע חשבון. מיר זענען שוין אלע דא געווען, און ווער ווייסט וויפיל מאל מיר זענען שוין דא, די וויפילטע גלגול.


עס איז נישט שייך צו פארשטיין דעם אייבערשטנ'ס וועגן, מיר דארפן טון וואס די תורה זאגט, מיר דארפן מתפלל זיין זוכה זיין צו ברענגען דורות און אויך ברענגען די עכטע דורות. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט זייער געמוטשעט דעם רבי'ן פאר א ברכה און הבטחה, האט אים דער רבי געזאגט: "וואס פארפירסטו אזוי? אוודאי איז גוט צו האבן קינדער, אבער די קינדער איז דאס דינען דעם אייבערשטן, (אגב, פון דעמאלט האט דער איד מער נישט געבעטן און נישט געמוטשעט, ביז איין מאל האט אים דער רבי געזאגט: "ברענג מיר הונדערט רובל", נישט קיין זילבערנע, נאר די פשוט'ע רובל, און ער האט זוכה געווען צו א בן זכר), ויהי רצון דו זאלסט אויך זוכה זיין צו א בן זכר און מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, אמן.

#7935 - נישט ווערן אריינגעדרייט אין מחלוקת
חנוכה, שלום בית, מחלוקת, שבת ליכט, משפחה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


נאכן רעדן מיט ענק און הערן אלע איינצעלהייטן פון די פרשה וואס גייט פאר ביי ענקערע עלטערן; די ווייטאג איז זייער גרויס, ספעציעל ביי די קינדער, וואס זעען ווי עס גייט צעפאלן די שיינע משפחה, די געפילן ווערן איבערגענומען, די געפילן זאגן טו דאס, מאך יענץ וכו' וכו'; אין אזא פאל דארף מען זיך היטן און נישט טון קיין איבערגעאיילטע זאכן, וואס קען גורם זיין נישט קיין גוטס.


וואס יא? מען דארף אויסהערן און מען דארף מחזק זיין, בפרט אין דעם פאלן זאלן ענק אויסהערן די מאמע, און איר מחזק זיין, אבער נישט טון עפעס מער, אויך איז וויכטיג צו דאווענען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל העלפן עס זאל זיין שלום, און זאגן תהילים און טון גוטע מעשים, אבער נישט ווערן אריינגעדרייט און אריינגעמישט, ווייל מחלוקת איז זייער א גרויסע סכנה, און אלע וואס נעמען א טייל אין מחלוקת האבן שפעטער חרטה.


איך וויל ענק זייער בעטן ענק זאלן אכטונג געבן עס זאל נישט שאטן ענקער שלום בית, ענק זאלן לעבן בשלום, ענק זאלן לעבן מיט ליבשאפט, ברענגט אריין די שכינה ביי ענק אין שטוב, דארט וואו עס איז דא שלום מיט ליבשאפט – דארט איז די שכינה הקדושה, און אויב חס ושלום עס איז דא א קריגעריי – זאגט דער רבי - (ספר המדות אות מריבה, סימן סו): "שָׁם הַשָֹטָן", איז דארט דער שטן.


שטארק זיך מיט לערנען חומש – פרשת השבוע – יעדע וואך, טייל עס איין לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אויך זאלסטו לערנען משניות און גמרא, און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב אין שול מיט מנין.


און איר זאלט אנצינדן די שבת לעכט צוויי מינוט פאר די זמן וואס איר פלעגט צינדן יעדע וואך, טוט דאס פאר א זכות פאר אייער מאמע זאל געזונט זיין, און ביי די לעכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אין אייער שפראך (דער אייבערשטער פארשטייט ענגליש, דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן), בעטס אים ער זאל העלפן אייערע עלטערן זאלן לעבן בשלום און זיין געזונט, בעטס אים פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערער קינדער, ווייל עס איז נישטא עפעס שטערקער פון תפילה, בפרט תפילות פון אידישע מאמעס, אידישע פרויען – וואס בעטן ביי די שבת לעכט, די הימלען זענען אפן פאר איר.


עס קומט שוין חנוכה, די האלבע שעה וואס די לעכט ברענען זאלן ענק ביידע דאנקען דעם אייבערשטן. מאכט ענק א ליסטע אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן, און ביי די חנוכה לעכט זאלן ענק נאר לויבן דעם אייבערשטן.

#7934 - א תפילה פאר בחורים צו בעטן ביי די חנוכה לעכט
תפילות אויף אידיש, חנוכה, בחור, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דא האסטו א הארץ רייסנדע תפילה פאר בחורים צו בעטן ביי די הייליגע חנוכה לעכט (גענומען פון ספר 'נר להצדיק', תפילה ג).


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך בין אזוי אראפגעפאלן אין עבירות, איך בין אין א ביטערע מצב, אין א שלעכטע פלאץ, פון אזויפיל זינדיגן מיט חטאות נעורים, איך ליג אין שאול תחתית, פון אזויפיל זינדיגן קען איך שוין נישט טרעפן מיין זיווג, און דאס אליינס מאכט מיך זינדיגן מער און מער, אוי וויי, אוי וויי, שוין אזא לאנגע צייט וואס איך פרוביר אפצולאזן מיינע שלעכטע מעשים און מיינע עקלדיגע מחשבות און דאך פאל איך אלץ מער און מער ביי די קליפות.


רבונו של עולם, יעדן טאג הייב איך אן פונדאסניי, איך נעם זיך פאר צו זיין ערליך, און יעדן טאג פאל איך צוריק אין די פגם, די סטרא אחרא ווארפט מיך פריש אראפ, איך שפיר ביי מיר ווי איך האב מער נישט קיין בחירה, עס ליגט נישט אין מיינע הענט צו זיין גוט, איך ווייס אז עס איז נישט אזוי, איך ווייס אז עס איז נישט קיין תירוץ, ווייל באמת ליגט עס יא אין מיינע הענט, איך האב א בחירה צו בוחר זיין בטוב, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע צינדט זיך אן אין מיר מיט אזא פלאם פייער, עס ברענט אין מיר אלע שלעכטע תאוות, בפרט תאוות ניאוף, ביז איך פאל אראפ אין עבירות, אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה וכו' וכו', און דאס שטופט אוועק פון מיר מיין שידוך, ווייל ווי מער מען זינדיגט אין די עבירה – אלץ שווערער איז צו טרעפן די שידוך.


איך בעט דיר טייערער ליבער טאטע, זאג מיר וואס טו איך דא ווייטער, וואו גיי איך? וואו אנטלויף איך? עס איז מיר אזוי ביטער, עס איז מיר אזוי פינסטער, איך בין אזוי דערביטערט; בעט איך דיר מאך מיר א חסד, מאך מיר א נס, דערבארעם זיך אויף מיר און אויף אלע בחורים, געב מיר שוין מיין שידוך און געב זיי אלע זייער שידוך בזכות די הייליגע חנוכה לעכט וואס איך האב געצינדן, אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן אונז געזאגט, אז מען קען פועל'ן א שידוך בזכות צינדן די מנורה, און העלף מיך איך זאל קענען זאגן הלל אלע טעג פון חנוכה מיט גרויס שמחה, העלף מיך איך זאל זיין פרייליך, אמן סלה".


טייערער ..., זאג די תפילה יעדע נאכט ביי די חנוכה לעכט, און דער אייבערשטער זאל צוהערן דיינע תפילות און דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך.

#7933 - דאס געבן גוטע ווערטער, ברענגט די שכינה אין שטוב
קאמפלימענטס, חנוכה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מאכסטו חשבונות וכו'? געב גוטע ווערטער אין שטוב, זאג דיינע געפילן, וואס טראכסטו טויזנט מאל אויב עס קומט אריין יעצט צו געבן א גוט ווארט אדער נישט; ווארף אוועק די חכמות המדומות (קאמפלעקסן), געב גוטע ווערטער, זאג איר אז דו האסט איר ליב, מען דארף נישט מער פון די ווערטער.


דאס געבן גוטע ווערטער ברענגט די שכינה אין שטוב, קוק אריין אין הייליגן זוהר פרשת בראשית (דף מט:), ווי אדם הראשון האט אויסגעלויבט חוה'ן, ער האט איר געזינגען: " רַבּוֹת בָּנוֹת עָשׂוּ חָיִל וְאַתְּ עָלִית עַל כֻּלָּנָה', כֻּלְּהוֹן נָשִׁין גַּבָּהּ כְּקוֹפָא בִּפְנֵי בְּנֵי נָשָׁא", אלע אנדערע ווייבער זענען אזוי ווי מאלפעס, "אֲבָל לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה", אבער דו ביסט א שיינע ווייב; קוק אריין ווי דער זוהר זאגט ווי אזוי מען זאל רעדן אין שטוב: "הָא בְּסִימוּ דְּמִלִּין לְאַמְשְׁכָא עִמָּהּ חֲבִיבוּתָא, וּלְאַמְשְׁכָא לָהּ (עִמָּהּ) לִרְעוּתֵיהּ", מען זאל רעדן זיסע רייד וכו', עיין שם.


קומענדיגע וואך זונטאג נאכט צינדן מיר די הייליגע מנורה; זאלסטו זיצן ביי די לעכט און דאנק און לויב דעם אייבערשטן און בעט אים אז ביי דיר אין שטוב זאל שיינען און לייכטן דעם רבינ'ס ליכטיגקייט; דו, דיין ווייב, דיינע קינדער און אזוי ווייטער, זאלן אלע לעבן מיטן רבי'ן, מיט די תלמידים, מיט די זיסע ליכטיגע עצות.


איך האב דיך זייער ליב.

#7932 - פאר נישט אוועק, אפילו דיין ווייב איז מסכים
חנוכה, שלום בית, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אז דיין ווייב איז דיר גוט און געטריי, און ווען דו וועסט נאר וועלן פארן אויף נסיעות, מקומות הקדושים וועט זי דיך לאזן פארן – איז אבער נאכאלץ נישט ריכטיג דאס צו טון פאר איר, מען טאר דאס נישט טון צו איר; פארגעס נישט אז מיר פארן דאך ראש השנה צום רבי'ן קיין אומאן, קען מען נישט פארן נאך זמנים, איבערלאזן די ווייב מיט די פיצלעך קינדער, מען דארף רחמנות האבן אויף איר, און מען קען פועל'ן אלע ישועות מיטן זיין אין שטוב מיט די משפחה.


טייערער ברודער, באניי זיך, קומענדיגע וואך איז חנוכה, א צייט פון זיך באנייען, און אפילו די יוונים האבן זיך איינגעבראכן און מטמא געווען "כל השמנים" – די מח מחשבה, "ופרצו חומות מגדלי", זיי האבן אויפגעבראכן אלע טויערן, די אויגן, די אויערן, די נאז, די מויל, און מען איז ליידער אראפגעפאלן אין טיפן אפגרונד, אין פגם הברית רחמנא לצלן, הוצאת זרה לבטלה רחמנא לצלן, איז אבער – "ומנותר קנקנים", דורך די הייליגע צדיקים, דער הייליגער רבי, נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו, וואס האט געשריגן: "גיוואלד, נישטא קיין יאוש!" – קען מען זוכה זיין צו מתקן זיין אלעס און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, און ווערן א גרויסער צדיק.

#7931 - רעד נאטירליך ביי דיינע אינטערוויוס, מאך נישט נאך יענעם
חנוכה, הדרכות, האטליין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס איז זייער גוט די שמועסן וואס דו מאכסט אויפן האט-ליין "קול ברסלב", וואו דו ברענגסט ארויף אינגעלייט זאלן דערציילן זייער סיפור התקרבות; איך וויל אבער באמערקן א קלייניקייט, עס איז שענער ווען מען רעדט נאטירליך, זוך נישט נאכצומאכן די וועג ווי אנדערע געבן אינטערוויוס, נאכמאכן האט נישט קיין טעם, און דאס אריינהאקן מיט קינדערישע אויסדרוקן, און דאס רעדן צו עלטערע כאילו זיי זענען יונגער וכו' – איז נישט ריכטיג; ענדערש רעדט נאטירליך, זיי 'דו' ביים רעדן, און די אנדערע וואס געבן שמועסן זאלן אויך זיין נאטירליך.


אזוי ווי א מלמד פאר קליינע קינדער דארף בלייבן רעדן זיין וועג און נישט נאכמאכן די טעותים ווי אזוי די קליינע זאגן, ביז מיט די צייט הייבן די קינדער אן רעדן דערוואקסן, נישט דער מלמד הייבט אן רעדן ווי זיי.


יעצט קומט חנוכה, די יום טוב פון דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון רבי'ן, פון גיין התבודדות און וויינען צום אייבערשטן: "טאטע איך וויל זיין ערליך, איך וויל דיך דינען, איך גיי שוין זיין גוט"; וויפיל דארפן מיר לויבן און דאנקען אז מיר האבן א רבי וואס ברענגט אונז צום אייבערשטן, א רבי וואס שטארקט אונז און מוטיגט אונז נישט אויפצוגעבן.


איך האב דיך זייער ליב.

#7930 - פארלעש דיין טעלעפאן, פארברענג מיט דיין ווייב
חנוכה, שלום בית, טעלעפאן, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל דיך מחזק זיין, די ביסל צייט וואס דו ביסט מיט דיין ווייב ביי נאכטמאל וכו' – זאלסטו אויסלעשן דיין טעלעפאן, אז דו זאלסט קענען הערן וואס זי רעדט און וואס זי דערציילט דיר. איך ווייס אז דו טוסט נישט שלעכט, דו ביסט עוסק מיר צו העלפן, דו העלפסט מיר זייער, דאך וויל איך עס זאל נישט גיין אויפן חשבון פון דיין "שלום בית"; פארלעש דיין טעלעפאן, געב איר די פאר מינוט, זי זאל באקומען וואס קומט איר.


טייערער ברודער, קומענדיגע וואך צינדן מיר די הייליגע מנורה, ביי אונז איז דער מנהג זיך אנטון שטריימל מיט בעקיטשע, מען וואשט די הענט און מען זאגט די "לשם יחוד", מען בעט דעם אייבערשטן, בזכות וואס מען צינדט די חנוכה לעכט – "תחכמנו באור תורתיך" זאלסטו מיר עפענען די ליכטיגקייט פון די תורה, "אנו וזרעינו וזרע זרעינו" פאר מיר, פאר מיינע קינדער און פאר די קינד'ס קינדער; ביי די ווערטער זאלסטו מאכן א סטאנציע, בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות – "ויהיו זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים וחסידים, אהובים למעלה ונחמדים למטה", מעגסט לאזן א טרער ביי די תפילה, אז דיינע קינדער און קינד'ס קינדער זאלן זיין ערליכע באליבטע אידן, תלמידי חכמים.

#7929 - עסן ביי די חנוכה לעכט?
תפילות אויף אידיש, חנוכה

 בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


אויף דיין פראגע אויב מען קען עפעס עסן ביי די האלבע שעה וואס מען זיצט ביי די חנוכה לעכט; קענסט עפעס עסן ביי די חנוכה לעכט, אזוי וועסטו נישט אוועק לויפן פון די לעכט.


קוק אויף די לעכט, ווען מען קוקט גוט אריין אין די חנוכה לעכט זעט מען אינטערעסאנטע זאכן, מען הייבט אן זען און פארשטיין נייע זאכן, באהאלטענע זאכן, אז דער אייבערשטער האב ליב יעדן איד, און אפילו מען האט געטון נארישקייטן, מען האט געפאלגט דעם יצר הרע – קען מען נאך תשובה טון, עס איז קיינמאל נישט דערנאך, עס איז אלץ דא א וועג צוריק צום אייבערשטן.


זיץ ביי די לעכט, קענסט עפעס עסן, און קוק אויף די לעכט און זאג די ווערטער: "אייבערשטער געב נישט אויף - אויף מיר, עס וועט נאך זיין שיינע זאכן פון מיר, איך טו טאקע נארישקייטן, אבער דאס איז נישט מיך, דאס איז פון די שווערע נסיונות, עכט עכט, טיף טיף אין מיין הארץ וויל איך זיין א צדיק".

#7928 - דערמאנען די מלמדים וואס אונזער ציל איז
חנוכה, צדקה, מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש דחסידי ברסלב, קרית ברסלב ליבערטי


קומענדיגע וואך זונטאג נאכט איז די הייליגע יום טוב חנוכה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יח:), די יוונים האבן געוואלט אויסרייסן די אמונה, מען זאל נישט דערמאנען שם השם, און – כשגברו בית חשמונאים, האבן זיי מתקן געווען מען זאל שרייבן אויף יעדע שטר דעם אייבערשטנ'ס נאמען; איז יעצט חנוכה א צייט צאמצונעמען אלע מלמדים און זיי מחזק זיין און זיי דערמאנען מען זאל אריינלייגן אין די קינדער אמונה ברורה וטהורה, אויסשרייען "מי לה' אלי", די קינדער זאלן לעבן מיטן אייבערשטן.


דערמאן די מלמדים וואס אונזער עיקר איז, און וואס די ציל איז, מען זאל נישט פארלירן און פארגעסן וואס מיר ווילן, נאר איין זאך: די קינדער זאלן וויסן אז דער אייבערשטער פירט די גאנצע וועלט, גארנישט פאסירט פון זיך אליין, און וואס מען דארף און וואס מען וויל – דארף מען פון אים בעטן.


איך וויל דיך דערמאנען מען זאל אנגרייטן פושקעס און אויסטיילן פאר יעדן קינד און אנרייצן די קינדער זאלן גיין נאך געלט, פאר צוויי סיבות, איינס זיי זאלן ברענגען צדקה פאר די מוסד, און והעיקר – זיי אויסלערנען צו גיין נאך געלט, אלע קינדער אן אויסנאם מוזן צוריק ברענגען א פושקע וכו'.


אויך אז די בחורים וואס קומען העלפן אין חדר קענען נישט קומען מיט קיין כלים, מאשינקעלעך – וואס מען שפילט געימס וכו', בשום אין אופן, איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#7927 - זיי מכבד דיין שווער און שוויגער
חנוכה, שווער און שוויגער, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך זונטאג נאכט גייט מען צינדן די הייליגע חנוכה לעכט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "ימי חנוכה", די חנוכה טעג – "ימי הודאה", זענען טעג פון לויבן און דאנקען און דאס איז די פארגעניגן פון עולם הבא.


ווען דו צינדסט אן די הייליגע חנוכה לעכט זאלסטו זינגען די זמירות – "הנרות, מעוז צור וכו', ויהי נועם און יושב בסתר עליון, למנצח בנגינות מזמור שיר אלקים יחנני ויברכני, מזמור שיר חנוכה הבית לדוד, רננו צדיקים, הללוי-ה אודה ה', הללוי-ה אשרי איש, שיר המעלות לדוד הנה מה טוב, מזמור לתודה, שיר המעלות לדוד לולי ה', הללוי-ה הללו א-ל בקדשו", נאכדעם פירן זיך אנשי שלומינו צו זינגען די שיר של חשק "ידיד נפש", מיט "א-ל מסתתר" און "אור הגנוז בלובן המחשוף", און דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט, און נאך אביסל האסטו שוין א קינד.


זיי מכבד דיין שווער און שוויגער; ווען מען איז יונג איז מען יונג, מען כאפט נישט וואס עלטערן זענען און וואס א שווער און שוויגער זענען, אבער ביים רבי'ן איז אפילו יונגערהייט שטארקט מען זיך צו אויסהערן עלטערן, און חס ושלום נישט ענטפערן.


בנוגע וכו'; מען געבט זיך איין דריי און מען פארט שוין אויף ראש השנה צום רבי'ן, החכם עיניו בראשו, גרייט אן דיינע פאפירן, מאך זיך לעגאל צו קענען פארן, ווייל ראש השנה דארפן אלע זיין.

#7926 - חנוכה איז די צייט אפצולאזן די שלעכטע וועגן
תפילות אויף אידיש, חנוכה, תשובה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך איז חנוכה, עס איז א צייט וואס מען קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, מען קען תשובה טון אויף אלעס; בעט איך דיר מיין טייערער ..., קום צוריק צום אייבערשטן, צינד די הייליגע חנוכה לעכט און זאג פארן אייבערשטן ביי די לעכט:


"הייליגער באשעפער, זיי מיך מוחל אויף מיינע זינד, איך וויל זיך צוריק קערן צו דיר, איך גיי שוין זיין ערליך, איך גיי מער נישט טון עבירות, און העלף מיך, געב מיר מיין שידוך, אן ערליכע שידוך, איך זאל מער נישט פאלן אין עבירות, איך זאל מער נישט טון די ביטערע עבירות פון פגם הברית, פון נשג"ז רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן".


טייערער ..., איך האב דיך אזוי ליב, איך האב אזויפיל געהאפט אז דו וועסט זיך דערהאלטן, און איך וועל דיר מאכן א שידוך, און דו וועסט בלייבן אן ערליכער איד, יעצט ווארט איך נאר דו זאלסט זיך צוריק קערן און אפלאזן די נישט גוטע וועג, יעצט חנוכה קענסטו עס באווייזן, צוריק אנטון תפלין יעדן טאג, היטן שבת, עסן כשר'ס און נישט גיין מיט פרעמדע, נאר תשובה טון, צוריק לערנען די תורה.


איך ווארט צו הערן פון דיר.

#7925 - "אלא להדליק יום אחד", טראכט פונעם היינטיגן טאג
חנוכה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


מיטן רבינ'ס הקדמות קען מען זיך זייער מחי' זיין מיט די גמרא פון חנוכה, (שבת כא:): "תנו רבנן, מאי חנוכה"? חנוכה איז א לשון פון באנייען, פרעגט דער מענטש: מאי חנוכה, ווי אזוי באנייט מען זיך? "כשנכנסו היונים בהיכל", יווני"ם איז די טומאה, און היכ"ל איז דער מענטש; אז די יווני"ם, די טומאה – קומט אריין אינעם מענטש, "טמאו כל השמנים", שמני"ם דאס איז די מחשבות, און אלע מחשבות ווערן טמא; ווערט שווער, ווי אזוי קען מען זיך באנייען?


זאגט די גמרא: "כשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום", קומען די הייליגע צדיקים און זיי לערנען אונז מען זאל זוכן אין זיך עפעס גוטס, אפילו נאר איין קריגל אויל, דאס מיינט אפילו נאר איין גוטע מחשבה, "שהי' מונח בחותמו של כהן גדול", דער כהן גדול דאס איז דער צדיק אמת וואס ער שיינט אריין אין אונז מיר זאלן גלייבן אינעם אייבערשטן, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, און ער לערנט אונז, "ולא הי' בו להדליק אלא יום אחד", טראכט נישט פון מארגן, טראכט נישט פון נעכטן, טראכט נאר פון היינט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ער"ב), "נעשה בו נס", וועסטו זען נאכדעם די ניסים פונעם אייבערשטן, "והדליקו בו שמונה ימים", און אלע אכט ספירות וועלן שיינען און לייכטן, והבן למעשה.


העיקר שטארק זיך, טראכט נאר פונעם "אלא להדליק יום אחד", טראכט פונעם היינטיגן טאג, כאפ ארויס גוטע זאכן פון היינט, גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מיט א סידור, דאווען כסדרן, שנייד נישט קיין שטיקלעך, דאווען פון "אדון עולם" ביז נאך "עלינו" כסדרן, כאפ ארויס אפאר פסוקים חומש, אפאר פרקים משניות, אפאר שורות גמרא – וועט שוין ווערן ניסים, די מנורה וועט זיך אנצינדן און שיינען און לייכטן.

#7924 - זיך צוריק באנייען מיט לערנען די הייליגע תורה
חנוכה, לימוד התורה, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, חנוכה איז א לשון פון זיך באנייען, זיך באנייען מיט לערנען די הייליגע תורה; וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך צוריק באנייען מיט לערנען די הייליגע תורה, בפרט מיט לימוד משניות, אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), נעם א משניות און הייב אן זאגן כסדרן א פרק נאך א פרק, קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער פון תורה ביז מען ווערט אויסגערייניגט און זויבער און מען הייבט אן פארשטיין; זאג א פרק נאך א פרק, פרוביר זאגן יעדן טאג ח"י פרקים, אכצן פרקים משניות; דאס וועט דיך רייניגן פון אלע שמוץ, עס וועט אויסלייטערן דיין קערפער, דיין מח און דיין נשמה.


טייערער ברודער, יעצט חנוכה ווערט אנטפלעקט די אור הגנוז, די אור פון צדיק אמת, וואס לאזט זיך אראפ צו אונז אלע וואס מיר זענען אין דיוטא התחתונה, מיר זענען אזוי נידריג, מיר זענען געפאנגען ביי די קליפות, במקום רשות הרבים, למטה מעשרה טפחים, און שיינט אריין אין אונז די אור הגנוז, מיר זאלן אויך זוכה זיין צו קענען זוכה זיין צו כל המדריגות, דורך לערנען די הייליגע תורה, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, זוהר הקדוש ותיקונים וכו' וכו', צו שפאצירן בכל התורה כולה, מען דארף נאר זוכה זיין אוועק צו ווארפן די שכל און פאלגן דעם צדיק האמת, און די אור התורה – "מחזירן למוטב", וועט אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פאלגט בתמימות ובפשיטות, וועט ער זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.

#7923 - ליב האבן זיך אליין
תפילות אויף אידיש, חנוכה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, אזוי ווי עס איז דא א מצוה אין די תורה (ויקרא יט, יח): "ואהבת לרעך כמוך", ליב צו האבן א צווייטן איד, אזוי אויך איז די מצוה זיך אליין ליב צו האבן, און אזוי ווי עס איז דא א לאו אין די תורה נישט פיינט האבן א צווייטן איד (שם, יז), אזוי אויך טאר מען זיך אליין נישט פיינט האבן; עס טוט וויי פארן אייבערשטן ווען מען האט זיך אליין פיינט, דאס איז נישט קיין גוטע זאך, דאס קומט פון די קליפות און פון די סטרא אחרא.


דעריבער זאלט איר פון היינט אן זיך ליב האבן, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער מאך מיר מיינע געפילן, מיינע מחשבות – זאלן זיין געזונט, איך זאל זיך ליב האבן, איך זאל זיך קענען דערליידן, ראטעווע מיך פון די קליפות און סטרא אחרא וואס ווילן מיך פארציקן און שלעכט מאכן, העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן סלה".


קומענדיגע וואך איז חנוכה, פרויען זענען אויך מחויב מיט חנוכה, און ווען אייער מאן צינדט די לעכט זאלט איר נישט טון קיין מלאכות, זיצט מיט די קינדער און זאגט לויב ווערטער צום אייבערשטן, דאנקט אים און לויבט אים פאר אייער מאן און קינדער, חנוכה איז א צייט פון נאר לויבן און דאנקען, נאר פרייליך, ארויס מיט די עצבות ומרה שחורה.

#7922 - העלפן "בית פיגא" איז די חשוב'סטע זאך
חנוכה, הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


סיי דו און סיי דיין ווייב פרעגן וואס ענק קענען נאך העלפן, ענק זענען פול מיט הכרת הטוב פאר אלעס וואס ענק האבן באקומען; זאג פאר דיין ווייב אז מיט דעם וואס זי העלפט אין "בית פיגא" – דאס איז פאר מיר זייער חשוב, און אויך דו קענסט מיר העלפן מיט מחזק זיין דיין ווייב זי זאל ווייטער העלפן "בית פיגא", און אז דו קענסט איר טראגן און ברענגען – איז דאס פאר מיר זייער חשוב, ווייל "בית פיגא" איז די חשוב'סטע זאך פון די קהילה; אוועק שטעלן די טעכטער מיט א שטארקע פרינציפ ליב צו האבן אידישקייט, ליב האבן די תורה און ליב האבן די מצוות פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא נשא, י): "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", די טעכטער זאלן זיין אפגעהיטן, ווייל טעכטער דארפן מער שמירה ווי בנים-אינגלעך.


קומענדיגע וואך איז חנוכה, זאלסטו זיצן ביי די לעכט, זינג זמירות, און זינג - לויב און דאנק - צום אייבערשטן אז דו האסט אזא ליכטיגע משפחה, און בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און דיינע קינדער.


זיי ממשיך צו הערן שיעורים, אזוי וועסטו זיך אויפפרישן, רוף יעדן טאג קול ברסלב, קול הצדיק, קול אמונה – וועסטו הערן דרשות וואס ווערט געגעבן אין רבינ'ס ספרים, דו וועסט ווערן ווי ניי געבוירן, ווייל דער רבי זאגט: "ווער עס וועט זיך דערמאנען פון מיר, וועט ווערן כקטן שנולד".

#7921 - ווען די קינדער זענען קליין, רעד צו זיי פון קדושה
קדושה, חינוך הילדים, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


בנוגע וכו'; רעד צו דיינע קינדער פון קדושה, און אז עס העלפט נישט – זאלסטו נאכאמאל רעדן, און אז עס העלפט נישט – זאלסטו רעדן מער שטרענג, און אז עס פעלט אויס – זאלסטו געבן א פעטשעלע; יעצט איז די צייט, ווען די קינדער זענען קליין דארף מען זיי מחנך זיין צו זיין איידל און הייליג, זיך נישט אויפדעקן די קליידער און נישט אנרירן, נישט זיך צו שפילן וכו' וכו'.


אויך זאלסטו נאכקוקן דיינע קינדער מיט וועם זיי חבר'ן זיך, און אויך שבת ווען דו ברענגסט זיי אין שול זאלסטו זיי נאכקוקן אויב זיי שפילן איידל, נישט לאזן אויף הפקר. מוהרא"ש זאגט, דאס איז פשט וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן נד): "עַל יְדֵי חֲנוּכָּה וְנֵר שַׁבָּת הֲוֵי לֵהּ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", דורך שבת לעכט האט מען קינדער תלמידי חכמים, אז די הייליגע חכמים זאגן (פסחים ז:): "חִפּוּשׂ מִנֵּרוֹת, וְנֵרוֹת מִנֵּר", אז מען לערנט ארויס בודק חמץ זיין פון נרות, עיין שם; דאס זאגט דער רבי, דער וואס קוקט נאך זיינע קינדער שבת ביים דאווענען, שבת נאכמיטאג וכו' – וועלן די קינדער זיין ערליך.


קומענדיגע וואך איז חנוכה, זאלסטו בעטן ביי די לעכט אז דיינע קינדער זאלן זיין הייליג און ריין.

#7920 - די ליכטיגקייט פון חנוכה איז פאר יעדן איינעם
חנוכה, אמונה, התחדשות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


וואס איז די זאך פון די מהדרין, אז יעדער איינער זאל פאר זיך צינדן באזונדער יעדע נאכט פון די אכט טעג חנוכה א לעכטל?


מוהרא"ש זאגט, עס זענען דא וואס זענען זיך טועה, זיי זאגן, עס איז טאקע אמת אז דער אייבערשטער מאכט ניסים אין יעדן דור מיט כלל ישראל, אבער בפרטיות מיט אים – שפירט ער נישט אז עס האט מיט אים א שייכות, ער מיינט אז די אלע ליכטיגע עצות פון די צדיקים זענען נישט פאר אים, כאילו ער קען שוין נישט זוכה זיין צו די ליכטיגקייט פון די תורה און מצוות, דעריבער צינדט מען כשיטת המהדרין, נר לכל אחד ואחד, אז יעדער איינער זאל וויסן אז די ליכטיגקייט פון די חנוכה לעכט האט מיט יעדן איינעם א שייכות, און אפילו דו שפירסט עס נאכנישט, עס איז בבחינת "וירא את המקום מרחוק", עס איז נאך פון דערווייטנס, דאך האט עס שייכות מיט יעדן איינעם; און די מהדרין מן המהדרין לייגן צו א לעכט יעדע נאכט, צו ווייזן אז יעדן טאג ווערט מער און מער ליכטיג, און מיט די גוטע זאכן וואס מען טוט, די נקודות טובות וואס מען איז זוכה אריין צו כאפן יעדן טאג – ווערט נאך מער ליכטיג.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אזא רבי וואס האט רחמנות אויף אונז און איז אונז מחזק מיט אלע חיזוק, און איז אונז מקרב מיט די גרעסטע התקרבות.


וואויל איז דעם וואס נעמט אריין די הייליגע לימודים לעובדא ולמעשה, ער איז זיך מחזק מיט די נרות חנוכה, ער הייבט אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.

#7919 - די גיפטיגע כלים, ציפן מיר ביים הארץ
חנוכה, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב, דו האסט מיר געפרעגט וועגן האבן א סמארטפאון, איך האב געמיינט אז דו פרעגסט וועגן דאס האבן אין שטוב – האט דאס מיר געציפט אין הארץ, ווייל ווי מעג זיין אזא זאך אין א אידישע שטוב; שפעטער ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו ברענגסט עס נישט אריין אין שטוב, דו פרעגסט וועגן דאס האלטן אין אפיס – האב איך אויפגעלעבט, ווייל אין אפיס איז עפעס אנדערש; אין אפיס קען מען האבן די זאכן, דאס איז אזוי ווי א קאמפיוטער, (פארשטייט זיך מען דארף האבן א פילטער), אבער אין שטוב טאר נישט זיין קיין שום כלי, און וויי פאר מיר אז איך קען דאס נישט פועל'ן ביי מיינע מענטשן, וויי פאר מיר אז איך בוי א שטעטל מיט בלוט און שווייס, מיט דמים תרתי משמע, אזויפיל בלוט און אזויפיל געלט, און נאכאלץ הערט מען מיך נישט אויס. עס רייסט מיר מיין הארץ, איך מוטשע זיך אזוי שטארק מיט ענקערע קינדער, איך בארג אזויפיל געלט, איך שלעפ א בארג חובות, איבער דריי מיליאן דאלער, פאר וועם? פאר ענקערע קינדער, און ווען איך בעט זיך די זאך, ברענגט נישט אריין אין שטוב די גיפטיגע כלים – פאלגט מען נישט, און נאכדעם ווען די קינדער פאלן – קומען מען וויינער צו מיר.


האסט מיך פרייליך געמאכט אז ביי דיר אין שטוב איז זויבער און ריין, בלייב שטארק, האלט די כלים נאר אין אפיס, נאר אין די ארבעט'ס שעה'ן, און אין שטוב זאל זיין הייליגע ספרים, הייליגע מזוזה, הייליגע ציצית, און הייליגע קינדער.


קומענדיגע וואך זונטאג נאכט צינדט מען די ערשטע לעכטל, זע צו צינדן אין צייט, גלייך נאך מעריב.

#7918 - באניי זיך
חנוכה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


די מנורה לייגט מען אויף די לינקע זייט פונעם טיר, מוהרא"ש זאגט, מיט דעם ווייזט מען אז אפילו ווען עס איז לינקס, עס גייט אריבער שוועריקייטן, און אפילו מען שפירט זיך לינקס, ווי א דורכפאל – ברענט דארט אויך די הייליגע חנוכה לעכט, דיקא דארט איז באהאלטן די אור הגנוז, דארט איז באהאלטן דער אייבערשטער.


דאס איז די לימוד וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, און דאס איז דער לימוד וואס משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט, און דאס איז די ראשי תיבות פון משי"ח: מ'זוזה, י'מין, ח'נוכה, ש'מאל; אין די מזוזה שטייט די אמונה, שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז, און חנוכה משמאל, אפילו עס איז לינקס, דינים, עס גייט איבער שווערע ביטערע טעג – גם שם נמצא ה' יתברך.


טייערער ברודער באניי זיך, זיי זיך מחי' מיט דיין מזוזה, מיט דיין ציצית, זיי זיך מחי' מיט די אמונה, באניי זיך מיט לימוד התורה, הייב אן דיין טאג מיט אכצן פרקים משניות, זעץ זיך אריין אין א שול, פארמאך דיין טעלעפאן, זיי גורס ח"י פרקים משניות, מיט א יום תהלים, מיט בית נצחי [א דף ב'בלי, א דף י'רושלמי, א פרק ת'וספתא, ראשי תיבות בית], נאכדעם גיין אין אפיס, די גאנצע טאג וועט דיר גיין גרינגער, אנשי שלומינו זענען דאס מעיד, אלעס גייט גרינגער נאכן לערנען ח"י פרקים משניות.

#7917 - העלפן אין שול; רייניגן, ספאנדזשען און פאררעכטן
בחור, משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער הארציגער תלמיד הבחור ... נרו יאיר, ירושלים


שטארק זיך מיט לערנען און דאווענען, און ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו העלפן אין ישיבה און אין שול, פרעג די גבאים וואס מען קען בעסער מאכן און אויך אין ישיבה זאלסטו זיין די רעכטע האנט פארן מנהל און מגיד שיעור.


איך האב געזען בילדער ווי דו פארבסט (קאלעכסט) די ווענט אין ישיבה אין ירושלים, דאס איז א גרויסע זאך, משמש זיין דעם רבי'ן; דאס וועט דיר בלייבן.


שטארק זיך מיט לערנען אכצן פרקים משניות. מוהרא"ש זאגט, משניות נעמט אראפ אלע פלעקן פון די נשמה, אפילו די גאר שטארקע איינגעגעסענע פלעקן וואס זעט אויס עס וועט שוין בלייבן, דורך משניות קומען זיי ארויס. זאג די ווערטער, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער און ביים סוף וועט מען פארשטיין; משניות רייניגט דעם מענטש, מען ווערט א גרויסער צדיק.


קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיינע חברים, זיי זאלן אויך העלפן אין שול; רייניגן, ספאנדזשען און פאררעכטן. איך זע פון די קעמרעס ווי דו העלפסט; די אונטערקאם איז צעבראכן, איך קען נישט רעדן, אבער זען - זע איך, און איך האב אזוי הנאה צו זען פון די קעמרע ווי דו רייניגסט די ישיבה, די שול און אזוי ווייטער.


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב דיך זייער ליב, הלואי וואלסטו מיר געשריבן בריוו, מיר זאלן האבן א נענטערע קשר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.