בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8157 - געזונטע קינדער, פיזיש און גייסטיש
אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


א מתנה פאר החתן ... נרו יאיר


זע צו לערנען די הלכות און דאס חזר'ן ביז דו וועסט דאס גוט קענען, אזוי וועסטו קענען היטן די הלכות, און נאר אזוי האט מען געזונטע ערליכע הייליגע קינדער, נאר אז מען פירט זיך מיט הלכה זענען די קינדער געזונט פיזיש און גייסטיש.


אויך זאלסטו פרעגן אלע שאלות פונעם דיין, זאלסט זיך שעמען, "ולא הביישן למד".


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#8156 - פייניג דיך נישט
פחדים, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


...


איך האלט אז אלעס וואס דריקט דיר איז פון דיר אליינס, דו טראכסט אז דו גייסט כאפן א נערווען בראך, דו טראכסט אז דו האסט א געוויקס אין קאפ, און דו טראכסט אז אן אדער גייט אט אט פלאצן וכו' וכו', און די מחשבות מאכן דיך שוואך, די מחשבות לאזן דיך נישט לעבן, ווען באמת ביסטו געזונט און שטארק, דו האסט נישט קיין שום געוויקס, דיינע אדערן גייען נישט פלאצן, און אויך קענסטו נישט און דו וועסט נישט כאפן א נערווען בראך; איז וואס פייניגסטו זיך? פארוואס? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוּף קָשֶׁה, פַּחַד שׁוֹבְרוֹ", די שרעק – דאס טוט אונטערברענגען דעם מענטש.


זאג קאפיטל כט פון תהילים, זאג עס אפאר מאל א טאג. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", די קאפיטל איז מסוגל אוועק צו נעמען די שלעכטע גייסט, אויך זאלסטו יעדן טאג פארנאכטס נעמען דיינע קינדער און טאנצן מיט זיי, צינד אן לעבעדיגע מוזיק און טאנץ און פאטש, אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן י): "כשיש דינים", ווען עס איז חס ושלום דא דינים, "על ידי ריקודים והמחאת כפיים", דורך פאטשן און טאנצן, "נעשה המתקת הדין", ווערט אלעס זיס; ווארף אוועק די חכמות און טו דאס בתמימות ופשיטות, טאנץ און פאטש וועט אלעס נמתק ווערן.

#8155 - פארגעס נישט די ציל פון די ישיבה
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


ישראל יוסף נרו יאיר


ווען דו רעדסט מיט די בחורים זאלסטו שטענדיג האלטן פאר דיינע אויגן די ציל אריינצולייגן אין זיי אמונה, זיי זאלן געדענקען צו רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, און אפילו עס קומט דיר אויס צו רעדן פון דאס און יענץ, בחורים האבן ליב צו רעדן פון אלעס, איז ווען דו רעדסט מיט זיי זאלסטו אלץ האלטן פאר דיינע אויגן די אמונה, תפילה, התבודדות וכו'.


מוהרא"ש זאגט, עס שטייט אין מדרש אויפן פסוק (תהלים פט, כז): "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי אָתָּה", ווען די סנהדרין האבן זיך צאמגעזעצט דן זיין דוד המלך אז ער איז נישט ראוי לבא בקהל, איז ארויס א בת קול פון אונטער זייערע שטולן: "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי אָתָּה", ווי שעמען ענק זיך נישט צו פסל'ן מיין דוד פון לבוא בקהל, אמער, ער רופט מיך טאטע, שטענדיג רופט ער מיך טאטע, יעדע זאך וואס באדערט אים און יעדע זאך וואס שטערט אים – קומט ער צו מיר און רופט מיך טאטע...


פארגעס נישט די ציל פון די ישיבה, וואס מיר ווילן פון די תלמידים, נאר דאס און נאכאמאל נאר דאס, זיי זאלן שרייען 'אָבִי אָתָּה'.


אוודאי דארף זיין סדר, זמנים, דרך ארץ וכו' וכו', אבער העיקר איז "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי אָתָּה", אלע בחורים זאלן דערהערן אז זיי קענען זיך שטענדיג ווענדן צום אייבערשטן.

#8154 - מענטשן האבן נישט קיין השגה אין א מלמד
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


יודא נרו יאיר, לינדן ניו דזשערסי


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דו לערנסט תורה מיט אידישע קינדער, בזה העולם האבן מענטשן נישט קיין השגה אין א מלמד, אבער אויבן אין הימל איז א מלמד א חשיבות, מען קוקט גאר אנדערש אויף א מלמד; דאס קען זיין פשט וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד', אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", די שטערנס זענען באמת גאר גרויס, נאר דא זעען זיי אויס ווי קליינע ברעקלעך... פינטלעך... אזוי זענען די מצדיקי הרבים, דא זעט מען נישט זייער חשיבות, אבער אויבן זענען זיי זייער חשוב.


לייג אריין אין די קינדער זיי זאלן רעדן מיטן אייבערשטן, זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, ברענג זיי צו די גרויסע הייליגע מדריגה פון זיך ווענדן אויף יעדע זאך, סיי קליינע און סיי גרויסע – צום אייבערשטן; דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען געבן פאר תלמידים, אריינשיינען אין זיי די סוד פון התבודדות ותפילה, אזוי וועלן זיי אין זייער לעבן שטענדיג וויסן וואס צו טון אין פארלוירענע מצבים וכו' וכו'.

#8153 - רעדן שיינע ווערטער
שלום בית, חמרות ופרישות, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שבת איז געווען זייער שיין אין ישיבה, מיר האבן געלערנט ביי ספורי מעשיות די מעשה פונעם בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה יב), פון די נארישע כיתות, יעדער מיט זייערע סברות, און פון די כתה פונעם דברן, דער וואס רעדט צו זיך אליין וכו'; מיר האבן זיך זייער מחזק געווען צו ניצן דעם דיבור פאר גוטע זאכן, צו מחזק זיין אנדערע, און זיכער טאטע מאמע, און כל שכן די ווייב.


מיר האבן גערעדט פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים מט:), מען זאל נישט נעמען אן איידעם אן עם הארץ, ווייל ער פירט זיך אויף ווי א לייב וואס איז "דורס ואוכל, ואין לו בושת פנים", אזוי אויך דער עם הארץ "אין לו בושת פנים", און ווי דער רבינו תם לערנט פשט (תוספות שם, דבור המתחיל 'מה ארי דורס ואוכל'), דער עם הארץ איז נישט מפייס, ער בעט נישט איבער, ער געבט געבט נישט גוטע ווערטער; מיר האבן זיך מחזק געווען אז דאס איז דער אונטערשייד פונעם ערליכער איד און דער עם הארץ, דאס רעדן שיינע ווערטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:), רבי יוחנן זאגט, ווען נישט די תורה וואלטן מיר זיך געלערנט דרך ארץ און איידלקייט פונעם הינדל, "שמפייס", וואס רעדט שיינע ווערטער; זעט מען אז דאס איז דרך ארץ, דאס איז קדושה – דאס מפייס זיין, און נישט ווי די וואס מיינען אז מען ווערט מער דורכדעם וואס מען לויפט אוועק פון שטוב, מען אנטלויפט קיין מירון וכדומה, נאר דאס רעדן שיינע ווערטער; דאס איז דער חילוק פונעם עם הארץ און להבדיל די דרך התורה.


ברודער אנטלויף פון די וועג פון פרישות, וואס זעט אויס אזוי דערהויבן, און נאכדעם פאלט מען אין עבירות רחמנא לצלן כידוע, לערן הלכה, היט הלכה; אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן, אבער לייג נישט צו.


איך וואלט ווען געדארפט מאריך זיין, אבער עס איז נישט שייך.

#8152 - פארן וואקאציע
שלום בית, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אויף דיין פראגע וועגן פארן וואקאציע וכו'; קענסט פארן אויף וואקאציע, ספעציעל אז דיין ווייב בעט דאס, זי זאגט אז זי דארף עס פאר איר געזונט, פאר איר מח, קענסטו גיין וואקאציע.


געב נאר אכטונג עס זאל זיין איידל און פריוואט, מאך נישט נאך די אינגעלייט וואס זייער לעבן, זייער פריוואטע לעבן – ווערט פאבליק; אלעס איז בילדער, אלעס ווערט ארויסגעלייגט ברבים, אלע חברים האלטן מיט וכו' וכו'; איז אז דו גייסט וואקאציע מיט דיין ווייב – זאל דאס זיין מיט איידלקייט, פריוואט.


אויך זאלסטו וויסן אז פונעם אייבערשטן קען מען נישט אוועק פארן, און אז מען פארט וואקאציע דארף דאס זיין אין א פלאץ מיט א שול, מיט א מקוה, מיט כשר'ע עסן וכו' וכו'.

#8151 - א צדיק איז נישט דער וואס פאלט נישט?
ניגונים, צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער זון נחמן נתן נרו יאיר


איך האב געהערט די ניגון פון "שבע יפול צדיק... א צדיק איז נישט דער וואס..."; איך האב נישט ליב די ווערטער, וואס הייסט "א צדיק איז נישט דער וואס פאלט נישט"? ווי מעג מען זאגן אזעלכע ווערטער? האבן מיר דען א השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים? די צדיקים זענען דען אונזערע חברים? מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים און זייערע מחשבות, יעדע רגע זענען זיי גרייט אויף מסירות נפש, זיי לעבן מיט מסירות נפש, זיי ווארטן צוריק צו גיין צום אייבערשטן.


איך האב נישט ליב די סארט ניגונים, ענדערש מאך אנדערע ווערטער: "א 'שטארקער' איז נישט דער וואס פאלט נישט, א 'שטארקער' איז דער וואס פאלט און הייבט זיך אויף", אדער לייג אריין איין ווארט: "א צדיק איז נישט 'נאר' דער וואס פאלט נישט, א צדיק איז 'אויך' דער וואס פאלט און הייבט זיך אויף"; ארויס צו ברענגען דאס שטארקקייט פון זיך אויפהייבן, אבער נישט זינגען ניגונים אויף צדיקים כאילו זיי זענען עפעס חברים.


מיר דארפן געדענקען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז), די צדיקים זעען אויס ווי אלעמען, "וְאֵין בּוֹ שׁוּם שִׁנּוּי", ער זעט אויס פינקט ווי אנדערע, אבער "הוּא עִנְיָן אַחֵר לְגַמְרֵי".


מוהרא"ש טייטשט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיב:): "אם ראשונים כמלאכים", אויב זענען די פריערדיגע צדיקים געווען מלאכים, "אנו בני אדם", זענען מיר מענטשן, "ואם ראשונים בני אדם", און אויב זענען זיי געווען מענטשן, "אנו כחמורים", זענען מיר אייזלען; טייטשט מוהרא"ש, אויב מיר האלטן אז די צדיקים זענען אזוי גרויס ווי מלאכים, "אנו בני אדם", זענען מיר מענטשן, אבער אז מען רעדט זיך איין אז די פריערדיגע צדיקים זענען אזוי ווי אונז, זיי זענען פשוט'ע מענטשן – "אנו כחמורים", זענען מיר אייזלען (עיין ספר ימי מוהרא"ש, אות שפב).


שטארק זיך בלימוד ח"י פרקים משניות, זאג די פרקים משניות אויפן קול, מיט א ניגון, מיט א חיות, דער רבי זאגט (ספר המדות אות למוד, סימן טז): "הַלּוֹמֵד בְּקוֹל רָם מַאֲרִיךְ יָמִים, וְתַלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ", דער וואס לערנט אויפן קול וועט זיך דאס לערנען האלטן ביי אים.


איך האב דיך זייער ליב, דו געבסט אונז נחת, פאר מיר און מאמי.

#8150 - נישט אפקילן די אמונת חכמים פון זיין רבי
חברים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


זע צו האבן גוטע חברים וואס האבן תמימות און א געפיל אין רבי'ן, מען דארף אויף דעם זייער אכטונג געבן, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען, (אין דעם איז אויך נכלל די קליפס, פאדקעסטס, טאלק שאוס, וואס מען הערט אויס), מען דארף מתפלל זיין צום אייבערשטן מען זאל האבן גוטע חברים.


יעצט איז ארויסגעקומען די ספר ימי מוהרא"ש איך זע דארט הערליכע זאכן, איך זע דארט א נייע זאך (אות רפה), אז דער הייליגער חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו האט געהאט א תלמיד וואס יעדע מאל ער איז אהיים געפארן פון זיין רבי האט ער געזאגט תפילת הדרך אז דער אייבערשטער זאל אים היטן אויפן וועג אז עס זאל נישט זיצן נעבן אים איינער וואס וועט אים אפקילן פון אמונת חכמים פון זיין רבי.


ובעניין וכו'; אדרבה, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט), וועלכע פרוי איז אן אשה כשרה? "העושה רצון בעלה", די פרוי וואס טוט דעם מאן'ס ווילן וכו', ווען זי פאר זיך דארף נישט וכו' – דאך טוט זי דעם מאן'ס ווילן; איך פארשטיי נישט פארוואס דו דארפסט איר שלעפן צו קלעסעס וכו', זי איז דאך גרייט צו טון דיין ווילן אז דו זאלסט קענען לעבן און זיין אפגעהיטן וכו', איז וואס פעלט דיר? וואלט זי זיך אפגעשיידט השם ישמרינו, דאס איז א צרה, אבער אז זי איז גרייט פאר דיר, דארפסטו נאר לערנען און דאווענען און טון מצוות.

#8149 - דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט שאדט
קינדער, שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אמונה, פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן אז איר וועט זוכה זיין צו קינדער, און חס ושלום אריינגיין אין די שלעכטע מחשבות וואס די יונגע ווייבלעך האבן נאך א קורצע צייט פון די חתונה ווען מען האט נאכנישט קיין קינדער, מען הייבט אן טראכטן די שלעכט מחשבות אז מען וועט שוין נישט האבן קיין קינדער און די מחשבות אליינס זענען די גורם וואס האלט צוריק קינדער, ווייל דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט - דאס האלט אפ פון האבן קינדער, אזוי ווי די דאקטוירים אליינס זאגן, און דאס פרייליכקייט ברענגט קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? וכו', "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב; זעט מען פון דעם אז די ווייב דארף זיין פרייליך צו קענען ברענגען קינדער.


זייט פרייליך, און זייט זיכער אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט האבן א שטוב מיט קינדער. נעמט די סגולה פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב) אז קאפיטל ק', די קאפיטל פון 'מזמור לתודה', איז מסוגל צו געבוירן; און אויך איז דאס מסוגל אנצוהייבן ווארטן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8148 - ליצנות איז שטערקער פון אלעמען
צדיקים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז מען האט קשיות און בלבולים אויף צדיקים דארף מען טון וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגות אדם, סימן א), מען זאל זיך מתבודד זיין און וויינען צום אייבערשטן אויף אלע מעשים וואס מען דארף פאררעכטן, "וְאָז יִרְאֶה בְּעַצְמוֹ שֶׁעָמְדוּ עֲוֹנוֹתָיו נֶגֶד עֵינָיו, וְיִזְכֹּר אֶת חֲטֹּאתָיו וַעֲווֹנוֹתָיו וּפְשָׁעָיו כֶּהָרִים וּגְבָעוֹת", דעמאלט וועט מען זען די עבירות וואס גרייכט אזויפיל ווי ריזיגע בערג, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא זָכַר אוֹתָם אִם עָשָׂה כָּכָה", וואס פארן זיך מתבודד זיין האט ער בכלל נישט געוואוסט אז ער דארף תשובה טון אויף דעם, "כָּכָה יַעֲשֶׂה לֹא פַּעַם וְלֹא שְׁתַּיִם וְלֹא מֵאָה פְּעָמִים, עַד אֲשֶׁר יְרַחֲמוּ עָלָיו מִן הַשָׁמַיִם", אזוי זאל ער טון נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל; ער זאל זיך אזוי פירן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפן ריכטיגן וועג, "וְיִתְפַּלֵּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּדְרִיכֵהוּ בַּדֶּרֶךְ וְיוֹרֵהוּ דַּרְכּוֹ שֶׁלֹא יְבַלֶּה חַיֵּי חַיָּיו", ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ער זאל נישט פארברענגען זיינע יארן און טעג מיט נארישקייטן, ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן ער וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


געב זיך אכטונג פון ליצנות, מיין נישט אז דיר קען עס נישט שאטן, זאל זיין דער גרעסטער מענטש, קען ער ווערן פארשוועמט דורך ליצנות. מוהרנ"ת האט געזאגט פאר זיין באליבטער תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה ווען ער האט אים געזען רעדן מיט איינעם וואס האט זיך געדרייט אין ברסלב'ע קלויז, יענער איז געווען א תלמיד חכם אבער ער איז געווען פול מיט ליצנות, האט ער אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם, איך קען דיר אבער זאגן אז אויב דו גייסט צו יענעם קום נישט צו מיר"; ווייל ליצנות איז אזוי געפערליך, עס איז ווי א פאנצער נישט צו קענען מקבל זיין ווערטער פון קדושה.


וואס דארפסטו מער ווי אריינקוקן די וואך אין די פרשה, די תורה זאגט (שמות יג, יז): "וְלֹא נָחָם אֱלֹקִים דֶּרֶךְ אֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים כִּי קָרוֹב הוּא", דער אייבערשטער האט נישט געוואלט אריינטראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די לאנד פלשתים, ווייל עס קען זיין אז די אידן וועלן צוריקגיין קיין מצרים; ווי קען זיין אזא זאך? ווי קען זיין די אידן זאלן וועלן צוריקגיין קיין מצרים? נאכן כאפן קלעפ פון די מצריים, נאכן ווערן געפייניגט מיט ביטערע גזירות, נאכן וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל זיי אויסלייזן, ווי קען זיין א הוה אמינא מען זאל וועלן צוריקגיין קיין מצרים צו כאפן שלעק? ווער זאל וועלן מען זאל אריינווארפן זיינע קינדער אין וואסער? מען זאל שלאגן מיט מכות רצח?!


מוהרא"ש פלעגט רעדן אלע יארן ביי די פרשה, ביי די ליל שישי שיעורים, אז די פלשתים זענען געווען גרויסע לצים, און דאס איז די גרעסטע סכנה, ווייל ליצנות איז א שרעקליכע קליפה, עס איז אן קיין שכל, אן קיין טעם, ווייל דו קענסט אריינברענגען אינעם מענטש גילוי אלקות, קענסט אים העלפן, קענסט אים ראטעווען וכו', און מיט ליצנות איז אלעס אויס, ליצנות איז שטערקער פון אלעמען, און דערפאר האט דער אייבערשטער נישט געוואלט טראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די פלשתים, ווייל מיט לצנות וועלן זיי חוזק מאכן פון משה רבינו און פונעם אייבערשטן, און ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר, אוֹי וַאֲבוֹי, כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט: "גיוואלד! די וועלט איז פול מיט ליכט, פול מיט וואונדערליכע סודות, און דער קליינער האנט פארשטעלט אלעס"; מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לעבן, מען הערט די וואונדערליכע עצות פון רבי'ן, מען האט חיזוק אנצוגיין אין לעבן, מען האט כח אריבערצוגיין אלע שוועריקייטן, שוועריקייטן פון פרנסה, שוועריקייטן מיט א ווייב, מיט קינדער, שוועריקייטן פון וכו' וכו', - ביז עס קומט דער קליינער הענטעלע און פארשטעלט אלעס, מען טרעפט א לץ, ער פרעגט: "וואו דרייסטו זיך?" נאכן ענטפערן: "איך דריי זיך אין היכל הקודש", מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול, דער מענטש באקומט פון דעם חלישות הדעת, דער קליינער מאך מיט די האנט פארשטעלט אלעס, אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "געוואלד!" און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "געוואלד!"


מוהרא"ש פלעגט זיך וואונדערן, ווי קען זיין א מענטש זאל אפלאזן די הערליכע לעבן וואס ער האט געפונען ביים רבי'ן צוליב א שמייכל פון א חבר? צוליב א קרום מיט די נאז, ווי קען זיין אזא זאך?! עס האט דאך נישט קיין שכל! פרעג דעם מענטש, געדענקסט נישט ווי אזוי דו האסט אויסגעקוקט איידער דיין התקרבות? דיין שלום בית? דיין כיבוד אב ואם? דיינע מחשבות דיבורים ומעשים וכו', ווי קען זיין אזא זאך אז צוליב א ווערטל, צוליב א לשון הרע, א ליצנות – זאל מען אלעס אפלאזן?


טאקע דערפאר וואס ליצנות איז אזוי שרעקעדיג האט רבי נתן געזאגט פשט אויף וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל גיין צו די טומאה, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועקגיין, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין די וועכנטליכע שיעור, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די זיסע ווערטער פון רבי'ן וואס איז אזוי מחי' ומחזק דעם מענטש נישט אויפצוגעבן, און אם ירצה ה' די אנדערע וואך וועט זיין די יארצייט פון מוהרא"ש, וועלן מיר זיך צאמקומען אין מאנסי דינסטאג נאכט, מיר וועלן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מתנה און מיר וועלן זיך מחזק זיין צו נעמען א חלק אין די ירושה פון העלפן דרוקן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און דאס פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8147 - כאפ אריין גוטס, טענה נישט מיט קיינעם
היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם, בפרט מיט לצים וואס דרייען זיך אין ברסלב און פאררופן זיך חסידי ברסלב; זיי וועלן דיך אפקילן פון לערנען די הייליגע תורה, זיי וועלן דיר פארדרייען דעם קאפ מיט ליצנות, נאכדעם וועסטו גארנישט האבן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געלאזט צוואה מיר זאלן נישט טענה'ן מיט קיינעם בענין דעם רבינ'ס דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מוהרא"ש זאגט, אויבן אין הימל וועט מען זען דאס ווארהייט פון לערנען תורה אפילו אן פארשטיין, מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אינמיטן אות יג): וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקַייט פוּן דֶעם "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד". "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'" - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז. וֶוען אִיר וֶועט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ לֶערְנֶען אוֹיפְן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וֶועט אִיר שְׁפִּירְן אַלֶע גוּטֶע טַעֲמִים דֶערִין, דָאס וֶועט אַייךְ גֶעבְּן אַ חִיוֹת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט נַארְן, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער עִיקָר פַארְוָואס מֶען לֶערְנְט תּוֹרָה אִיז נָאר צוּ טוּן דִי וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, מֶען לֶערְנְט כְּדֵי מְקַיֵים צוּ זַיין דִי מִצְוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ מַאכְן אַ נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דַאן אִיז דָאס גַאנְצֶע לֶערְנֶען מַמָשׁ "תּוֹרָה לִשְׁמָהּ" מֶען לֶערְנְט נָאר פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן נִישְׁט אוֹיף צוּ בַּאקוּמֶען כָּבוֹד פוּן מֶענְטְשְׁן, צוּ הֵייסְן אַ רָב, אַ לַמְדָן, אַ צַדִיק אָדֶער אַ בַּעַל מְקוּבָּל, מֶען לֶערְנְט נָאר פָּשׁוּט פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס וֶועגְן, עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶע זַאךְ פוּן דֶעם. אוֹיבּ וֶועט אִיר מִיר פָאלְגְן מִיט דֶעם וֶועט אִיר בִּכְלַל נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


דו האסט דאך שוין טועם געווען די טעם פון רבי'ן, האסט שוין זוכה געווען צו שפירן די טעם פון סדר דרך הלימוד, פארוואס זאלסטו דאס אפלאזן? פארוואס זאלסטו נישט רחמנות האבן אויף דיר? אויף דיין נשמה? עס וועט דאך קומען א טאג וואס מען וועט מוזן צוריק געבן די נשמה צום אייבערשטן, און דארט וועט מען אפיר נעמען אלע פרקים משניות, אלע בלעטער גמרא, אלע ווערטער פון די תורה וואס מען האט זוכה געווען צו לערנען, וואס וועט דעמאלט זיין? עס וועט דאך זיין א גרויסע רחמנות, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף, די אלע וואס האבן אנגענומען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד", זיי האבן געלערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י, פרקים משניות און דפים גמרא וכו' וכו', די אלע וועלן צוריק גיין צום אייבערשטן אנגעפילט מיט כל התורה כולה - צענדליגער מאל מסיים געווען ששה סדרי משנה; בבלי; ירושלמי; תוספתא; רמב"ם; טור; שלחן ערוך; זוהר; תיקוני זוהר און אלע מדרשים, זיי וועלן זיך נישט דארפן שעמען, דעמאלט וועט מען שוין זען ווער איז דער געלעכטער, ווייל דער וואס האט אפגעלאכט פון רבינ'ס דרך הלימוד ביי אים וועט נעבעך מקוים ווערן וואס שטייט (רות א, כא): "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי, וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", זאגט אויף דעם דער זוהר הקדוש (זוהר חדש, רות), אז דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס האט נישט אויסגעניצט זיינע יארן, זיין נשמה קלאגט: "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי", איך בין אראפגעקומען אנגעפילט מיט כל התורה כולה, אבער: "וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", איך גיי צוריק ליידיג.


למען טובתך זאלסטו נישט מאכן מיט קיינעם קיין ויכוחים, דו כאפ אריין גוטס, לערן און דאווען, דין דעם אייבערשטן און זיי משונה פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8146 - גאנץ יעריגע סגולה פאר פרנסה
שלום בית, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דערמאן זיך וואס דער רבי האט מיט דיר געטון, ווי אזוי דו האסט אויסגעזען, און וואו דו שטייסט היינט, וואו דער רבי האט דיך געברענגט. עס איז דא א בריוו וואס דער רבי שרייבט אונז און דארט איז דא א שורה וואס דער רבי זאגט (הובא בתחילת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפונען", דער רבי כאפט אן א מענטש וואס ליגט אין טיפן אפגרונד, אין שאול תחתית ומתחתיו, 'מאשפות ירים אביון', און וואשט אים אפ און ברענגט אים צו די מדריגה פון צדיקים, 'להושיבי עם נדיבים' צו די מדריגה פון צדיקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי): "וויפיל פון מיינע מענטשן וואס זענען ביי מיר וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון רפש וטיט, זיי זענען געליגן אין בלאטעס, און איך האב זיי געברענגט צו אזא הויכע דרגא אז זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים"; נאך האט דער רבי געזאגט: "איך האב ביי מיר מענטשן, וואס איך ווייס נישט אויב דער שאול תחתית וואלט געווען גענוג פאר זיי, 'כי גם השאול תחתיות היה קטן לפניהם', זיי קומען פון אזא נידריגע פלאץ וואס דער שאול תחתית איז אויך צו קליין, 'שאם היה אפשר להם לחתור תחת שאול תחתית היו חותרים', וואלט מען ווען געקענט אויפגראבן א טיפערע לאך פון שאול תחתית וואלט מען ווען געדארפט פאר זיי גראבן א טיפערע לאך, 'ועל ידי נתקרבו אליו יתברך בהתקרבות כזו שאין להם להתבייש מצדיקים גדולים', און דורך מיר זענען זיי געקומען צו אזא גרויסע דרגא אז זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים"; זאלסטו געדענקען וואס דער רבי זאגט: "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפונען", און זאלסט יעדן טאג טאנצן "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", און אויך זאלסטו גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו האסט די זכיה צו זיין ביים רבי'ן און וויסן פון רבי'ן.


ליבער ברודער אז דיין ווייב שרייט אויף דיר זאלסטו נישט ענטפערן, היינט איז ג' בשלח, אלע טוען די סגולה פאר פרנסה, מען זאגט פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום און מיר ברסלב'ע חסידים האבן נאך א סגולה פאר פרנסה, מכבד זיין די ווייב; די סגולה איז שייך א גאנץ יאר, אז די ווייב שרייט זאל מען נישט ענטפערן נאר איר דן זיין לכף זכות; זי שרייט נישט ווייל זי וויל דיך וויי טון, זי שרייט פון איבערגעשטרענגטקייט; וואס ווייסטו וואס א פרוי גייט אריבער? איך זאג דיר דו ווייסט נישט, דו מיינסט דו ווייסט, קיינער ווייסט נישט וואס פרויען גייען אריבער אין שטוב מיט די קינדער, א מאן וועט קיינמאל נישט פארשטיין די צער און יסורים וואס פרויען האבן ביים מגדל זיין די קינדער, און נישט אומזיסט האט דער רבי אונז אזויפיל געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, און אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", פרויען ליידן זייער אסאך צער און יסורים פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּדָה, וְהַגִּדּוּל", זיי גייען אריבער אסאך ווייטאג ביים ווארטן, ביים געבוירן און ביים אויפציען, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל, עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז באוואוסט פאר יעדן איינעם זייער ווייטאג, זייער צער און זייער יסורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8145 - זיך אפוואשן און אפרייניגן, נישט בלייבן מיט די בלאטע
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז מען פאלט אין בלאטע דארף מען פון דארט שרייען צום אייבערשטן, אז מען פאלט אין בלאטע טאר מען נישט בלייבן אין די בלאטע, דער רבי זאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע גייט מען א פוס אריין א פוס ארויס, דער עיקר טאר מען נישט בלייבן שטיין מיט ביידע פיס"; א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס - ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע מעשים.


ליבער ברודער, אז דו האסט זיך פארשמירט מיט עבירות זאלסטו זיך אפוואשן און אפרייניגן, בלייב נישט מיט די בלאטע, דער רבי האט אונז געלערנט אז מען פאלט אין בלאטע זאל מען בלייבן ריין. די צדיקת אדל דעם רבינ'ס טאכטער האט געזאגט ווען זי איז אמאל געגאנגען נאך געלט מיט אירע חבר'טעס, און אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, עס איז געווארן א גרויסע בלאטע און אלע פרויען זענען געווארן פארשמירט פון די בלאטע, נאר אדל איז געבליבן זויבער, אפילו איר שיך איז געבליבן ריין; די פרויען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איר האבן זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז זי האט זוכה געווען צו אזא רואיגקייט אז זי זאל קענען גיין אין בלאטע און דאך בלייבן זויבער. האט אדל זיי געזאגט: "מיין טאטע - דער הייליגער רבי - האט מיך אויסגעלערנט א וועג אז אפילו ווען מען גייט אין בלאטע זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער".


די ווערטער "אפילו ווען מען גייט אין בלאטע זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער", איז זייער וויכטיג און זייער שטארק, מען דארף וויסן און געדענקען אז מען פאלט אראפ זאל מען נישט בלייבן אין די בלאטע, נאר זיך רייניגן און בלייבן ריין, גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, א שטילע ווינקל און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, איך האב געטון נישט גוטע זאכן, איך האב געטון דאס און דאס (שמועס אויס פינקטליך וואס דו האסט געטון), העלף מיך אייבערשטער, איך וויל דאס נישט טון, איך וויל זיין אן ערליכער איד", דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים און אלע עונשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8144 - נישט פארשעמען, נישט שטעכן, און נישט אוועק מאכן
מחלוקת, פרנסה, מדות טובות, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען אין די ימי השובבי"ם, יעצט איז א צייט וואס מען איז מתקן אלע חטאים. דער אריז"ל זאגט אז מען קען אויך מתקן זיין אין די טעג דעם חטא הידוע, חטאות נעורים, אבער אויך זאלסטו זיך מאכן א חשבון ווי אזוי דו רעדסט מיט מענטשן, אויב דו רעדסט שטעכעדיג, שפיזיג.


מוהרא"ש זאגט, מענטשן זענען פארנומען שובבי"ם מיט די חטא הידוע און מען פארגעסט פון די חטא שאינו ידוע, דאס איז די עבירה פון בין אדם לחבירו; מען דארף זיך בארעכענען ווי אזוי מען רעדט איינער צום צווייטן, נישט פארשעמען, נישט שרייען, נישט שטעכן און נישט אוועק מאכן וואס אנדערע זאגן. מען דארף אפלאזן פרעה, די פה-רע; דאס רעדן לשון הרע און רכילות השם ישמרינו.


עס האט פאסירט אין די לעצטע טעג אפאר טראגעדיעס ווי יונגע קינדער און יונגע בחורים זענען אוועק, מענטשן פרעגן וואס וויל מען דא, וואס דארפן מיר פאררעכטן; איך געדענק ווען עס פלעגט פאסירן אזעלכע שרעקליכע אומגליקן פלעגט מוהרא"ש אונז אויס'מוסר'ן מיר זאלן מתקן זיין בין אדם לחברו, מיר זאלן ארויסנעמען די פיינטשאפט וואס איז דא צווישן אונז, נישט וויי טון א צווייטן איד, נישט שלאגן א צווייטן איד, נישט פארשעמען א צווייטן איד, אז איינער האט געטראפן א צווייטע חסידות פון וואו מען געהערט, א צווייטע קהלה פון וואו מיר גייען, א צווייטע ראש ישיבה ווי וואס דו האסט וכו' וכו', וואס דארף מען יענעם שפייען, שלאגן און פיינט האבן?


דאס מוזן מיר פאררעכטן, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד), מחלוקת איז אזוי שרעקליך אז אפילו קליינע קינדער ווערן אוועקגענומען פון די וועלט אלס א שטראף אויף מחלוקת, והא ראי', בית דין של מטה געבט נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר, אויך ביי בית דין של מעלה איז נישטא קיין עונש נאר פון צוואנציג יאר און העכער, און ביי קרח זענען אלע געשטראפט געווארן, אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט.


ליבער ברודער לאמיר פאררעכטן אין די ימי השובבי"ם די זאך, בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טוישן די וועג פון רעדן, זאלסט רעדן שיין צו אנדערע. דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט: "ווען איך זע צוויי טרעגערס קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; דאס איז נישט א זאך וואס דאס געהערט בלויז צו מוהרנ"ת, דאס דארף אונז אלע שטעכן, דאס דארף אונז וויי טון; ווען מען זעט אדער מען הערט ווי מען קריגט זיך ביי אידן אדער מען האט זיך פיינט.


דינסטאג פרשת בשלח איז די סגולה צו זאגן פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום, א סגולה פאר פרנסה; זאלסטו שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין אז אויף דינסטאג זאלסטו האלטן ביי פרשת המן, זאלסט קענען מעביר סדרה זיין כסדרן, און מיט די סגולה און מיט אפלאזן די מחלוקת - וועט נתרחב ווערן, מען וועט האבן פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8143 - לויפן העלפן אידן, אבער נישט לאזן די ווייב אליין
שלום בית, חסד, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע ווערן א מעמבער אין איינע פון די חשוב'ע ארגאניזאציעס, ווי 'חברים', 'ידידים', 'חביבים' וכו' וכו'; וויסן זאלסטו אז די ארגאניזאציעס זענען זייער חשוב, די מעמבערס וואס לויפן העלפן אידן, דאס איז עפעס וואס מען קען נישט באשרייבן, ווי גרויס זייער זכות איז.


אבער איך וויל נישט דו זאלסט ווערן א מעמבער יעצט ווען דו ביסט נאך שנה ראשונה, און אויך שנה שני'; ווייל וואס וועט דיין ווייב טון אז דו וועסט לויפן ביינאכט, פארנאכטס, אינמיטן די נאכט – אליין אין שטוב? מילא א בחור און אויך איינער וואס האט שוין א שטוב מיט קינדער – איז גאר חשוב צו זיין א מעמבער, צו לויפן העלפן אידן, איך בין מקנא זייער זכות, אויך וואלט אויך געוואלט זיין אין אזא טייערע פלאץ פון טון טאג און נאכט פאר אנדערע, אבער 'לכל זמן', יעדע זאך האט זיך זיין צייט; א אינגערמאן אין שנה ראשונה און שני' קען נישט איבערלאזן די ווייב ביינאכט, נישט נאר מען קען נישט נאר מען טאר נישט.


גוט אז דו האסט געפרעגט, ווייל נאר דער וואס פרעגט – קען מען זאגן, דער וואס פרעגט נישט קען מאכן טעותים וואס קען זיין שעדליך.

#8142 - העלפן אריינברענגען אחדות צווישן אנשי שלומינו
מחלוקת, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אהרן בן רות נעמי נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער זאגן אז דו רודערסט, דו רופסט און מאכסט אפצושטעלן די חתימות וכו' וואס מען וויל יעצט ארויסקומען וכו'.


איך וויל דיר זאגן עפעס גאר וויכטיג, מיר טוט מער וויי צו הערן ווי אנשי שלומינו בתוכינו שטעכן זיך איינער דעם צווייטן – ווי א קול קורא פון טויזנט חתימות, איך זאג דיר דאס מיט אן אמת, איך ווער צעשניטן און צעשטאכן צו זען מיינע תלמידים וואס זענען מיינע קינדער – בארעדן זיך און קענען זיך נישט ליידן, דאס טוט מיר מער וויי.


דערפאר, אז דו ווילסט מיר העלפן – זאלסטו מיר העלפן מיט אריינברענגען אחדות צווישן אנשי שלומינו, בפרט אין שטעטל וואו מען לעבט פיר און צוואנציג שעה אינאיינעם, מען זאל זיך נישט בייסן, מען זאל זיך דערליידן איינער דעם צווייטן, און איך זאג דיר צו, אויב מיר וועלן זיך ליב האבן וועט אונז קיינער נישט קענען שלעכטס טון, און אז מיר וועלן זיך פיינט האבן וועט נישט בלייבן קיין זכר פון אונז, הי' לא תהי'.


הלוואי זאלסטו טון ביי אונז, נישט זיין פארנומען מיט זיי וכו' וכו'.

#8141 - אז מ'זוכט שלום, ברענגט מען די שכינה
שלום בית, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


...


דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל גארנישט טרעפן, דו ביסט געזונט און דו זאלסט ווייטער זיין געזונט און שטארק.


אויף דיין פראגע, וואס טוט מען מיט די בני תשע מידות, בני שנואה מיט בני מריבה, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים כ:) אז מען טאר נישט, און ווען זאגט מען אז מען זאל יא לעבן אינאיינעם ווייל דאס וועט מאכן שלום; דער חילוק איז, 'בני שנואה' רעדט מען ווען עס איז אזוי פארפיינטעט, מען וויל בכלל נישט מאכן דא שלום, דאס איז אן עבירה, רש"י זאגט אז דאס איז זנות, השם ישמרינו, און אזוי אויך 'בני מריבה', ווען מען בעט זיך נישט איבער, מען קריגט זיך און מען בלייבט מיט די קריגעריי, דאס איז א פגם, אבער אז מען האט איינער אויפן צווייטן און מען וויל אבער יא מאכן שלום, מען וויל עס יא מאכן ארבעטן, מען וויל נישט די פיינטשאפט און זיכער אז מען מאכט פיוס, מען בעט זיך איבער, מען רעדט שיינע ווערטער איינער צום צווייטן, איז דאס זיכער נישט די בחינה פון תשע מידות, אדרבה, דאס איז די וועג פון ברענגען שלום, דאס מאכט שלום בית. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב.): "משים שלום בבית", דאס מאכט שלום בית, אזוי ברענגט מען צוריק די שכינה, און אפילו בני מריבה וואס איז א קליינע קריגעריי איז אויך נאר די איסור אז מען האלט אן די מריבה, קוק אין רש"י (נדרים כ: דבור המתחיל 'בני מריבה'), אבער אז מען וויל שלום און מען טראכט אז אזוי וועט זיין שלום, און זיכער אז מען זאגט גוטע ווערטער, מיט דעם ברענגט מען אראפ די שכינה צו זיך אין שטוב, און מען באקומט אלע ברכות.

#8140 - אפשר די פאדקעסט נעמט אוועק דיין פרנסה?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, פרנסה, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין לאנגע בריוו.


וויסן זאלסטו, אפילו מען איז צוגעקלעבט צו א נישט גוטע זאך, אבער מיט תפילה והתבודדות קען מען זיך אפקלעבן; אויב מען מאכט יעדן טאג תפילה מיט עקשנות, טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, און אזוי ווייטער – קען מען זיך אפגעוואוינען פון די שלעכטע געוואוינהייט.


דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, אז דו ביסט צוגעקלעבט צו הערן פאדקעסטס פון יעדן קרעציגער און קראנקער און דאס איז ממש א חלק פון דיין לעבן – זאלסטו נעמען די היילונג פון הייליגן רבי'ן, זאלסט יעדן טאג זאגן די ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיך, קוק מיך אן, קוק וואס איך טו, קוק וואס איך קוק, איך קוק און קוק פאדקעסטס פון יעדן קרעציגער און קראנקער, און איך וויל אבער זיין אן ערליכער איד, העלף מיך איך זאל מער נישט קוקן, איך זאל נאר קוקן וואס די הייליגע צדיקים זאגן, איך זאל נאר אויסהערן ערליכע אידן".


ליבער ברודער, אפילו עס זעט דיר אויס על מנת שתעלה לרקיע, אזוי ווי איינער וועט דיר זאגן אז מען קען ארויפגיין אין הימל, וועסטו אים אנקוקן 'ווי? וואס? ווען? עס איז אוממעגליך!' זאג נישט אזוי, דער רבי זאגט אז אלעס איז מעגליך, ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך; מיט תפילה, מיט עקשנות אין תפילה – קען מען ארויסגיין פון אלע טומאות און אלע זוהמות.


מי יודע, ווער ווייסט אויב דאס וואס דו מוטשעסט זיך אזוי אין פרנסה איז נישט פון אויסהערן די פאדקעסטס וואס איז פול מיט מינות וכפירה, קוק אריין אין די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות מעשה ט', מחכם ותם), נאכדעם וואס דער חכם איז אריין אין חקירות און מינות האט ער פארלוירן זיין געלט, ער איז געווארן א קבצן, א בעטלער, א פיס גייער; ער האט פארלוירן זיין הויז, זיין קאר; ביז דער תם האט רחמנות געהאט און אים געברענגט צום צדיק, און דער צדיק האט רחמנות געהאט אויף אים און ער האט געמוזט מודה זיין אז עס איז יא דא א מלך מיט א צדיק, עיין שם.


מיט תפילה און מיט עקשנות אין תפילה וועסטו ווערן אן ערליכער איד.

#8139 - מחלוקת שטופט אוועק די שפע
מחלוקת, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


יעצט ווען דו גייסט אריבער דחקות אין פרנסה, מען צעקוועטשט דיך פון אלע זייטן, זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש אויב דו האסט איינעם וויי געטון אדער איינעם פארשעמט, און זיך מקבל זיין נישט צו וויי טון קיינעם, נישט פארשעמען, ובעיקר נישט רעדן פון אנדערע, און ווען דו ביסט ביי א שמועס וואס מען בארעדט א דריטן – זאלסטו פארדרייען די שמועס, אדער אוועק גיין, ווייל "מחלוקת אחת דוחה מאה פרנסות", מחלוקת שטופט אוועק די שפע.


בעיקר דארפן מיר אלע תשובה טון ווען מען ווייסט מעשיות וואס זענען אמת, מען ווייסט א מעשה וואס איינער האט איינעם בא'גנב'עט, בא'עולה'עט, און מען רעדט, מען קאכט זיך און מען האלט יענעם פאר, איי 'מי שמך לאיש?' ווער האט דיך געפרעגט? זאל שמעון רופן ראובן צו דין תורה, ווי קומט לוי שרייען און פארשעמען וכו' וכו'? מיר דארפן בעטן ביי התבודדות מיר זאלן נישט פארגעסן אז מיר וועלן דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן און דארט וועט מען אונז פארהאלטן אויף אונזערע מעשים, נישט אויף יענעמ'ס מעשים, מיר דארפן תשובה טון, פאררעכטן אונזער לעבן, והבן למעשה.

#8138 - נישט שלאגן חס ושלום קיין קינדער
חינוך הילדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט אונזערע קינדער, און באזונדער מיט מיינע קינדער; בזכות דעם זאלסטו האבן נחת ביי דיינע קינדער, ערליכע ליכטיגע דורות.


איך וויל דיך מחזק זיין און דו זאלסט מחזק זיין אלע מלמדים וואס זענען אונטער דיר, נישט שלאגן חס ושלום קיין קינדער, נישט אנרירן א קינד; דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן קינדער, און אז עס מאכט זיך אמאל אז א קינד איז אזוי געפערליך און מען דארף עפעס טון – זאלסטו זיך מתבודד זיין, זאלסט גיין א שפאציר, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אריינשיינען א וועג ווי אזוי צו מצליח זיין מיט דעם קינד, אבער חס ושלום אנכאפן א קינד מיט כעס אדער ציפן, שטופן, שלאגן, שטויסן, חס ושלום, חס ושלום.


אז מען טראכט אריין זעט מען אז שלאגן וכו' איז נישט פון שכל און נישט פון חינוך, דאס איז עצבים, נערווען, און פון אנגעצויגנקייט, פארלוירנקייט וכו' וכו', עס העלפט נישט, עס העלפט נאר צו בארואיגן די נערווען, איז ווי מעג מען שלאגן דעם אייבערשטן כביכול?! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:), ווער עס שלאגט א איד שלאגט דעם אייבערשטן.


זיי מחזק אלע מלמדים, און זיי דיך אליינס מחזק, עס איז טאקע א שווערע ארבעט, אבער די שכר איז אין לתאר ואין לשער.

#8137 - מחזק זיין דעם זון צו בלייבן ביים לערנען
כולל, תודה והודאה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


ר' ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין זון ... נרו יאיר ער זאל בלייבן ביים לערנען, ער פלעגט זייער מצליח זיין ביים לערנען, ער קען וואקסן א גרויסער ערליכער איד, א שאד אז ער זאל זיך דרייען און פרייען וכו' וכו'.


עס לוינט זיך דו זאלסט אים העלפן מיט פרנסה, ווייל דיין זון קען וואקסן א גרויסער צדיק.


שטארק זיך, דאנק דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט מען מער נענטער צו אים, מען שפירט די געשמאקע, זיסע און איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.

#8136 - ווארף אוועק די חכמות, די קאמפלעקסן
היכל הקודש, קאמפלעקס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דו האלסט מיר אין איין שרייבן אויב איך בין דיר מוחל; איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, מוחל אויף וואס? מוחל אויף ווען? האסט מיר גארנישט שלעכטס געטון, אויף וואס איז דא צו בעטן מוחל... מוחל... מוחל...?


א שאד פאר דיינע חכמות, א שאד אז דו קומסט מער נישט זיין מיט חבורת היכל הקודש, א שאד פאר דיר און א שאד פאר אונז; ברודער, ווארף אוועק די חכמות (קאמפלעקס), לאז נישט אפ די טייערע חבורה; איך בענק זיך צו דיר, איך בענק צו די צייטן וואס מיר האבן זיך מחזק געווען אינאיינעם.


איך דארף מקצר זיין.

#8135 - אן חיזוק ווערט מען אלט, מען קילט זיך אפ
התחזקות, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך הער צוריק גאר שיינע גריסן פון דיינע עלטערן און פון דיין ווייב'ס עלטערן, אז דו פירסט זיך צו זיי מיט דרך ארץ און מיט גוטע מידות, דאס איז מיין גאנצע פרייד, אז מיינע תלמידים זענען בעלי דרך ארץ, ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ דער עיקר.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט קומען צו די ליל שישי שיעורים, און אויך זאלסטו ליינען יעדע וואך די בריוון פון עצתו אמונה, עס איז זייער וויכטיג די צוויי זאכן, עס געבט חיזוק צו טון דעם רבינ'ס עצות און צו אלעס גוטס, אן חיזוק שלאפט מען איין, אן חיזוק ווערט מען אלט, מען קילט זיך אפ; איך האף איך האב עס גע'פועל'ט, איך וויל נאר דיין גוטס.

#8134 - סדר היום
סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט קומען אינדערפרי אין כולל בוקר, פון זעקס ביז זיבן אזייגער זאלסטו לערנען אכצן פרקים משניות און זאגן דעם יום תהילים.


שטיי אויף פינף אזייגער, גיי אין מקוה, גיי אביסל התבודדות, און פון זעקס ביז זיבן זאלסטו זיין אין כולל בוקר, זאגן אכצן פרקים משניות און די יום תהילים, זיבענע זאלסטו דאווענען און אכט אזייגער קענסטו זוכן פרנסה און האבן הצלחה.


נאך מעריב זאלסטו מאכן א תענית הדיבור, רעד נישט מיט קיינעם, נאר מיט דיין ווייב זאלסטו רעדן, אזוי וועסטו נישט בלייבן פארברענגען אין גאס, דו וועסט אהיים גיין און פרייליך מאכן דיין ווייב, אזוי וועסטו ציען צו דיר אין שטוב די ליכטיגע זיסע איינגענעמע געשמאקע ליכטיגקייט פון שכינתו יתברך.

#8133 - ס'איז נישט גוט צו זיצן אפגעזינדערט
בחור, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס דו טראכסט אז דו קענסט זיך זיצן אין א שול און לערנען סדר דרך הלימוד, און וואס פעלט אויס צו קומען אין ישיבה און דארפן מיט האלטן די שיעורים פון די מגידי שיעור.


דאס איז א סקע"ם (שווינדל) פונעם יצר הרע, א פאסטקע דיך אריינצוכאפן און דיך אוועקנעמען פון רבי'ן, לדעתי זאלסטו יא קומען אין ישיבה און מיטהאלטן די שיעורים פון די מגידי שיעור, (ביי אונז לערנען די מגידי שיעורים נישט קיין לאנגע שיעורים, יעדע שיעור איז א דריי פערטל שעה), די מגידי שיעורים וועלן דיר איבערגעבן אזויפיל שכל און פארשטאנד וואס פעלט אויס צו וויסן פאר די לעבן.


קום צוריק אין ישיבה, עס איז דא גענוג צייט אין ישיבה פאר סדר דרך הלימוד און אויך פאר די שיעורים פון די מגידי שיעורים, בפרט די שיעור הלכה, די שיעור חומש רש"י און גמרא.


אויך איז וויכטיג צו זיין צווישן אנשי שלומינו, ווייל די אלע וואס זיצן אפגעזינדערט, רעדן נישט מיט קיינעם - קען ווערן א שבירת כלים, ה' ישמרינו.