בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7282 - די איידעלע ווייבער זענען געטריי צום מאן
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אין מירון, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה, דיין טייערע ווייב. האסט זוכה געווען צו אן אשה כשירה, איידל און טייער, זאלסט איר אויסרימען, זאלסט איר שעצן. זיי קלוג, זיי נישט ווי די קליינע קעפעלעך וואס שעמען זיך מיט איידלקייט, וואס מיינען אז עס פעלט עפעס, כאילו עס איז דא עפעס מער ווען מען גייט נישט איידל, עס איז פינקט פארקערט; נאר די איידעלע ווייבער זענען געטריי צום מאן, ווייל זיי זענען געטריי צום אייבערשטן און צו די תורה, זיי הערן אויס די קול פון צדיקים וואס לערנען שלום בית. די נישט איידעלע געבן גארנישט, זיי זענען דא נאר למען הבחירה והנסיון, וד"ל.


לויב אויס דיין ווייב מיט איר איידלקייט, ווייל אין איר זכות איז די שכינה ביי ענק אין שטוב.

#7281 - בית פיגא תלמידות זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו איידלקייט
צניעות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בזכות וואס איר האט זיך אנגעטון ... וועט איר געהאלפן ווערן מיט ערליכע דורות. אזוי ווי דער הייליגער רבי שמעון זאגט, אז די פרוי וואס איז איידל און גייט אנגעטון איידל – איז זוכה צו קינדער צדיקים.


איך בין אין מירון, איך בעט פאר ענק, און איך בעט פאר אלע תלמידות, און איך האף צום אייבערשטן אז אלע "בית פיגא" תלמידות זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו איידלקייט, אלע זאלן ליב האבן די אמת'ע חן, איידל און באשיידן, און זיך עקלען און פאר'מיאוס'ן די פריצות'דיגע קליידער און פיראכצער.

#7280 - טויזנטער אידן האבן אויפגעלויכטן דורך די שיעורים און ספרים
הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין אין מירון און דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א מהפכה די שיעורים און די גליונות און קונטרסים האבן געמאכט, וויפיל איך וועל דיר זאגן – וועסטו דאס נישט גלייבן. צענדליגער און הונדערטער, און אפילו טויזנטער – זאגן מיר יישר כח פארן איבערדרייען זייער לעבן צום גוטן, איך קען נישט זיין צווישן מענטשן, מען באלאגערט מיך, אלע זאגן אז זייער לעבן איז זיי ליכטיג געווארן.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך וויל דו זאלסט זיך שטארקן אויף דיינע בלבולים און חלישות הדעת, זאלסט וויסן אז אלע לעבן פון די גליונות, שיעור חינוך, עצתו אמונה וכו'.


איך האב געהערט פון האברך ... נרו יאיר אז די ספר "ותחיינה את הילדים" איז שוין אריין אין דרוק, איך פריי זיך זייער, און איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט ווייטער טון אין הדפסה, ובזכות עוסק זיין אין הפצה זאלסטו זען ישועות, און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7279 - תורה מאכט געזונט די נפש, אלע פחדים און דמיונות גייען אוועק
פחדים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


גנב'ע ארויס אין דיין פארנומענע טאג צו לערנען אביסל משניות און גמרא. דער רבי זאגט, מען דארף ארויסכאפן אין טאג, אין די פארנומענקייט – צו לערנען. דער רבי טייטשט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפד), אז די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא.), מען פרעגט דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה"? טייטשט דער רבי, 'קבע' איז א לשון פון גזילה, מען פרעגט דעם מענטש: "האסט אראפגע'גנב'עט צייט אין דיינע פארנומענקייטן צו לערנען?


תורה מאכט געזונט די נפש, מען ווערט געזונט, אלע פחדים, דמיונות – אלעס גייט אוועק. איך האב געזען אסאך מעשיות ביי בחורים און אינגעלייט וואס האבן זיך גענומען צום סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, פון לערנען כסדרן משניות און גמרא אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער, און זיי זענען נאך א שטיק צייט געזונט געווארן און באקומען א שטארקקייט, א זעלבסטזיכערקייט, פון די הייליגע תורה.


וואויל איז דעם וואס הערט זיך צו און פאלגט די עצות פון צדיק, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.

#7278 - יעדע רגע קוקן מאוויס, הרג'עט די מח פונעם מענטש
אמונה, מאוויס, נייעס, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בין היינט פארטאגס צוריק געקומען פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל, איך האב געבעטן אין ארץ ישראל איך זאל זוכה זיין צו אמונה, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז), ארץ ישראל איז מסוגל פאר אמונה, און דאס איז מען נאר זוכה דורך תפילה; ווי מער מען בעט פאר אמונה – אלץ מער און מער ווערט לויטער און קלאר די אמונה.


פאר אלע דיינע שרעק און ענקזייעטי איז דא נאר איין עצה: "אמונה"; חזר'ן אן א שיעור מאל 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך, דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א פינקטליכער חשבון בצדק ובמשפט, בחסד וברחמים'.


קוק נישט קיין מאוויס, יעדע רגע קוקן מאוויס הרג'עט די מח פונעם מענטש, און עס נעמט לאנגע יארן תורה ותפילה ביז מען קען צוריק שטעלן די מח.


אויך הערן נייעס און קוקן נייעס מאכט שווער די מח, עס מאכט ענקזייעטי, עס שעדיגט די רואיגקייט, די שמחה.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך ליב דיך.

#7277 - קוקן מאוויס ברענגט צו דאס ערגסטע
משניות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך נאך דיר, איך האף אז דו ביסט ווייטער שטארק, דו דאווענסט, דו לערנסט און דו ביסט מיט יראת שמים.


טייערער ברודער, קוק נישט קיין מאוויס, דאס קוקן מאוויס ברענגט צו דאס ערגסטע, ביז מען קוקט ניאוף, מען קוקט אפפאל פון דאס ערגסטע רחמנא לצלן, און אלעס גייט נאכדעם חרוב, מען פארלירט די טעם פון לעבן, מען פארלירט די שלום בית, מען דארף מער נישט די ווייב, מען עקלט זיך פון זיך, פון די ווייב, מען ווערט דערווייטערט פונעם אייבערשטן, עס ווערט טונקל, ביטער, ביז מען וויל מאכן א סוף צום לעבן.


דערפאר טייערער ברודער, הייב זיך אויף, נעם צוריק די משניות און גיי יעדן טאג שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט", און ווארף אוועק די מאוויס, און פריי זיך מיט דיין ווייב, מיט די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן.

#7276 - זיך אויפפרישן
הפצה, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין היינט צוריק געקומען פון ארץ ישראל, איך בין נאך זייער אפגעמאטערט. איך וויל דיר זאגן, אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען זייער פריש און מיט אסאך תמימות, איך אליין ווער פון פריש מקורב יעדע מאל איך טרעף זיך מיט זיי.


איך בין געווען אין בני ברק, מירון, יבנאל, טברי', ירושלים; עס האט לכתחילה געהייסן איך וועל געבן שיעורים אויך אין בית שמש, אלעד, בראכפעלד, יבנאל, אבער עס איז געווען זייער אסאך משפחות וואס האבן געוואלט קומען און רעדן, איך האב געטראכט, ענדערש מאכן קבלת קהל, געבן יעדן איינעם פריוואט אפאר מינוט, ווי געבן דרשות.


אין די צוויי טעג זענען געקומען פינף און זעכציג משפחות מאן און ווייב באזונדער, זיך באדאנקען און פרעגן זייערע ספיקות. אלע לעבן מיטן רבי'ן, אלע לעבן מיט די עצות, עצתו אמונה, שיעורי חינוך וכו'.


איך שרייב דיר דאס, איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט אויך פריש מקורב ווערן, פריש אנהויבן דרך הלימוד, פריש גיין הפצה, פריש גיין יעדן טאג א שפאציר זיך מתבודד זיין.


 

#7275 - בעסטע סגולה פאר פרנסה, פאר געזונט, פאר נחת, פאר שמחה
לימוד התורה, שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס קומט יעצט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען זוכה זיין נאכאמאל צו מקבל זיין די תורה. וויל איך דיך מחזק זיין זאלסט לערנען משניות און גמרא אפילו אן פארשטיין, זיי גורס א פרק נאך א פרק, א בלאט גמרא נאך א בלאט גמרא, (אויב דו האסט די מעגליכקייט צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות און זיבן בלאט גמרא – איז גאר גוט).


די תורה וועט דיך פרייליך מאכן, די תורה וועט דיר געבן לעבן, אלעס וועט דיר בעסער ווערן. נישטא נאך א בעסערע סגולה פאר אלעס; פאר פרנסה, פאר געזונט, פאר נחת, פאר שמחה; מען דארף האבן איין זאך – אמונת חכמים, גלייבן די הייליגע צדיקים און טון זייערע עצות, און האבן סבלנות, נישט אפלאזן זייערע הייליגע עצות.


פייניג זיך נישט מיטן עבר, קוק גראד, קוק אויף פאראויס, וועסטו זייער מצליח זיין.

#7274 - שלום בית איז די וויכטיגסטע זאך
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין היינט אינדערפרי צוריק געקומען פון ארץ ישראל, די יאר איז געווען זייער שיין אין מירון, מען האט נישט געשטערט פון קומען צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, איך האב מתפלל געווען פאר דיר און דיין משפחה.


נעכטן דינסטאג האב איך געהאט אפגעשמועסט צו גיין מיט די בחורים פון אונזער ישיבה אין ירושלים אויף מקומות הקדושים, ציון פון אור החיים הקדוש פון שמעון הצדיק, אבער ביים אויפנעמען מענטשן איז געקומען צו מיר א פארפאלק וואס ווילן זיך גט'ן, האב איך אפגעמאכט אז איך וועל לייגן מיין גיין צו קברי צדיקים און בלייבן זיצן, פרובירן מאכן שלום בית.


די בחורים זענען געזיצן הינטן פון מיין אכסניא אין א ווען, זיי האבן געדינגען א גרויסע ווען און געווארט, אפשר דאך וועל איך אראפקומען. איך בין געזיצן אפאר שעה ביז איך האב זיי געקענט קאנווינצן נישט צו צעברעכן די שטוב.


איך האב שפעטער געדאווענט מנחה מיט די בחורים אין די דירה און זיי איבערגעבעטן, און זיי געזאגט אז דאס אליינס, דאס נישט גיין – וועט זיי צוניץ קומען פאר זייער לעבן, מער ווי מען וואלט יא געגאנגען, זיי זאלן געדענקען - וואס איז די חשוב'סטע זאך אין היכל הקודש? וואס איז די הייליגסטע ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו? "שלום בית", מוהרא"ש פלעגט זיצן גאנצע נעכט ביזן עלות השחר מיט א פארפאלק, מאכן ביי זיי שלום און זיי איבערצייגן צו האלטן זייער שטוב.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון א רבי און תלמידיו הקדושים וואס לערנען אונז אכטונג צו געבן אויף שלום בית, ווייל נאר מיט שלום בית קען מען האבן ריינע מוחין.

#7273 - נישט ניצן מיין נאמען וויי צו טון קיינעם
מחלוקת, שלום, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו ממש פארן ארויספארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל. עס האט מיר זייער וויי געטון צו הערן אז מען קריגט זיך וכו', און אז מען האט דיך מבזה געווען.


איך בעט זייער דעם אייבערשטן אז איך זאל נישט וויי טון קיינעם, און מען זאל נישט ניצן מיין נאמען וויי צו טון קיינעם, מען זאל נישט טשעפען ביי אונזערע ד' אמות מיט די ווארט "ראש ישיבה"; דער ראש ישיבה האט געזאגט, דער ראש ישיבה האט געהייסן, ראש ישיבה אהער ראש ישיבה אהין, עס זאל נאר געניצט ווערן אויף וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "כשיש רבי אמתי עם תלמידים", ווען דער אמת'ער צדיק לערנט מיט תלמידים, "על ידי זה", דורכדעם, "נתקבץ ונתלקט חלקי האמונה", קומט אראפ א שטארקע אמונה, "ועל כן", און דערפאר, "נקרא למוד הרב עם התלמידים 'ישיבה'", רופט מען דאס ראש ישיבה וכו', עיין שם.


איך האף צום אייבערשטן ענק זאלן ארבעטן אינאיינעם מיט ליבשאפט און שלום, איך ווייס אז דער סמ"ך מ"ם פארגינט נישט אונזער שיינע קהילה, ער האלט דאס נישט אויס – ווי דעם הייליגן רבינ'ס נאמען קומט אריין מער אין די וועלט, דער סמ"ך מ"ם וויל נאר צעווארפן אונזער קהילה, אבער עס וועט אים נישט העלפן, אזוי ווי דער רבי האט שוין געזאגט: "איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן".

#7272 - א פלעשל טרערן וועט אנטרינקען די טרוקענע ביימער
קינדער, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


היינט בין איך געווען אין די מערה און געבעטן דארט פאר אייך און אייער מאן, ענק זאלן שוין געהאלפן ווערן בזרע של קיימא. אויך וועל איך בעטן פאר ענק ל"ג בעומר, וואס דער טאג איז מסוגל פאר קינדער.


אויך רבי שמעון בר יוחאי איז געבוירן געווארן נאך יארן וואס זיינע עלטערן האבן נישט זוכה געווען צו קינדער. עס שטייט, רבי שמעון'ס פאטער יוחאי האט זיך שוין געוואלט צעטיילן, און די מאמע – שרה – האט זייער געוויינט צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו קינדער, און יוחאי האט זיך גע'חלומ'ט ווי ער שטייט נעבן א טרוקענע בוים און עס קומט איינער און נעמט ארויס א קריגל פון בוזעם טאש און טרינקט אן דעם טרוקענעם בוים אויף וואס יוחאי האט זיך אנגעליינט, און יוחאי האט געזען אין חלום ווי די בוים האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן זיסע פרוכט, און ווען יוחאי האט זיך אויפגעוועקט האט ער דערציילט די חלום פאר זיין ווייב, און אז ער פארשטייט פון דעם חלום אז מען איז אים מבשר אז ער גייט זוכה זיין צו קינדער, נאר איין זאך האט ער נישט פארשטאנען און געוואוסט, וואס עס איז די קליינע קריגל וואסער וואס פון דעם האט מען אנגעטרינקען דעם בוים און פון די וואסער קומען קינדער. איז יוחאי געגאנגען צו זיין רבי, רבי עקיבא, און אים דערציילט דעם חלום און געפרעגט פשר אינעם חלום, האט אים רבי עקיבא געענטפערט, דער חלום איז אמת, און דו גייסט בקרוב געהאלפן ווערן מיט א קינד, און די קליינע פלעשל וואסער; דאס איז פון דיין ווייב'ס טרערן וואס זי האט געוויינט צום אייבערשטן, און מיט דעם אויסגע'פועל'ט אזא קינד ווי רבי שמעון.


די מעשה טוט שטארקן אידישע פרויען וואס ווארטן שוין אזוי שטארק צו קענען האלטן זייער אייגן קינד, זיין א מאמע פאר קינדער; אז די עצה איז אנפילן א פלעשל טרערן און דאס וועט אנטרינקען די טרוקענע ביימער און מען וועט זוכה זיין צו קינדער.


בזכות רבי שמעון בר יוחאי וכל הצדיקים וועט איר זוכה זיין נפקד צו ווערן בזרע של קיימא, ערליכע דורות.

#7271 - געב מיר שפע, איך זאל קענען מפרנס זיין מיין פאמיליע
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען מען קוועטשט דיך צום אייבערשטן, די פרנסה ווערט ווייניגער – זאלסטו גיין שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר אלעס, שכח פאר אלע יארן ווען די פרנסה איז געפארן גאר גוט, יעצט גייט שוין נישט ווי אמאל, עס ווערט מער און מער טרוקן, העלף מיר איך זאל קענען מפרנס זיין מיין משפחה".


טייערער ברודער, יעצט ווען עס דרוקט איז גאר אן אנדערע התבודדות, דער רבי זאגט, ווען א מענטש איז בצער ובדוחק שרייט ער גאר אנדערש, ער שרייט מעומקא דלבא, פון טיפעניש פון הארץ. זאלסטו אזוי טון, גיין אין א ליידיגע ארט, אדער אין דיין קאר, אדער א שפאציר אין פעלד, און שריי: "רבונו של עולם, דו ביסט הזן ומפרנס לכל, די געלט קומט פון דיר, איך בעט דיר ברחמים ובתחנונים א מתנת חנם, געב מיר שפע, איך זאל קענען מפרנס זיין מיין פאמיליע בנחת ולא בצער וכו'".


איך בין אין מירון, איך בעט פאר דיר.

#7270 - שלום בית איז א יסוד היסודות
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב מיך זייער געפרייט דיך צו טרעפן אין מירון און צו הערן פון דיר אז דו האסט א גוטע שלום בית, דו ביסט צופרידן מיט דיין ווייב און זי איז פרייליך מיט דיר.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר האבן א גרויסע נס אז מיר זענען אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן אין חדר היכל הקודש. מיר האבן זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ווי אזוי צו נעמען דעם רבינ'ס וועג; אז שלום בית איז א יסוד היסודות, והבדלנו מן התועים וואס לערנען פאלשע לימודים פון אנטלויפן פון שטוב, און פון די פאלשע כתות וואס לערנען חומרות ופרישות רחמנא לצלן.


זע ווייטער צו מאכן פרייליך אין שטוב, זיי מכבד דיין ווייב, געב איר כבוד (נישט נאכלויפן וד"ל). רעד צו איר מיט דרך ארץ ווי מען רעדט צו א טייערקייט, דאס וועט דיר געבן שפע, דו וועסט געראטעוועט ווערן פון חובות, און אז דו וועסט לעבן אין שטוב בדרך התורה ולא בדרך הכלומר'ישע עובדים, איבערלאזן די ווייב, אנטלויפן פון שטוב ה' ירחם, נאר לעבן בדרך התורה – וועסטו זוכה זיין זיך צו קענען אנטקעגן שטעלן די שווערע ביטערע נסיונות פון אונזער דור, וואס איז כולל דור המבול ודור הפלגה, השם ישמרינו.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך זייער.

#7269 - אלע גוטע מעשים וועלן געדענקט ווערן פאר אייביג
משמש דעם רבי'ן, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן נרו יאיר האט מיר דערציילט פון אייער צער און חלישות הדעת וכו'.


וויסן זאלט איר, קיין איין גוטע זאך גייט נישט לאיבוד, אפילו נאר א גוטע מחשבה וואס מען טראכט גייט נישט לאיבוד. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת תרומה, קנ:): "לֵית רְעוּתָא טָבָא דְּיִתְאֲבִיד מִקַּמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", קיין איין גוטע ווילן גייט נישט לאיבוד, און זיכער נישט א גוטע מעשה, און כל שכן וקל וחומר מסירות נפש וואס מען האט געטון בלייבט לנצח נצחים.


איז דערפאר זאלט איר נישט האבן חלישות הדעת פאר אלע אייערע איבערגעגעבנקייט און מסירות נפש וואס איר האט זיך אזוי שטארק אוועק געגעבן אויפצובויען און צו שיין מאכן דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, און יעצט ווען עס קומען פרישע מקורבים און זיי טוען וכו', און עס ווערט פארגעסן ווער עס האט אנגעהויבן טון וכו', ווער האט געארבעט און געשוויצט ווען עס איז נאכנישט געווען וכו', ווייל אפילו מענטשן וועלן יא געדענקען, איז פאר ווי לאנג וועלן די אלע מענטשן דא זיין? מערסטנס נאך הונדערט יאר, און וואס וועט זיין נאכדעם? ווער וועט געדענקען נאכדעם? דער אייבערשטער! דער אייבערשטער געדענקט און באצאלט פאר יעדע גוטע ווילן און גוטע מחשבה, און זיכער פאר אלע גוטע מעשים און לפום צערא אגרא, לויט די פלאג און מוטשעניש – ווערט מען באצאלט.


ובכן זאלט איר ווייטער טון אייער הייליגע ארבעט פון בויען און שיין מאכן דעם הייליגן רבינ'ס נאמען פאר די גאנצע וועלט, טוט עס נאר צוליב ליבשאפט צום רבי'ן, ליבשאפט צו אידישע קינדער, ליבשאפט צו די תורה, וועט איר נישט האבן חלישות הדעת וכו'.


איך שרייב די ווערטער שפעט ביינאכט אין מירון נאכן נישט שלאפן פון שבת קודש און נאכן ארום לויפן בויען מוסדות אין ארץ ישראל; ירושלים, בני ברק, טברי', מירון, איך בין זייער איבער געשטרענגט, איך האב היינט געדארפט זיין אין יבנאל, מענטשן האבן געווארט אויף מיר, איך האב דאס נישט געקענט באווייזן, איך בין אפגעשוואכט, דאך שרייב איך אייך ווייל איך וויל אייך ווייזן אז איך געדענק יא אייער מסירות נפש, איך געדענק גאר גוט פון אנהויב ביז יעצט אלע וואס האבן געטון און טוען צו שיין מאכן דעם רבינ'ס נאמען אויף די וועלט. זאלט איר זיך נישט אפשוואכן פון די מחשבות, נאר ווייטער טון אן קיין שום חשבונות, נאר טון פארן אייבערשטן, עס זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא, אמן.

#7268 - לערנען מיט די בחורים צו זיין נאנט צום אייבערשטן
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


עס איז שפעט ביינאכט, איך בין זייער אפגעמאטערט פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל, איך בין נאך כמעט נישט געשלאפן פון שבת, דאך שפיר איך אז איך מוז דיר שרייבן פון אונזער ישיבה אין ירושלים.


איך בין היינט געווען מיט די בחורים, פארברענגט מיט זיי, זיך מער באקאנט געמאכט אינאיינעם מיט זייער מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר, איך וויל דיר זאגן, די ישיבה איז שענער ווי אונזער ישיבה אין אמעריקע, די בחורים זענען איידל, איינס ביי איינס, פיל מיט גוטע מידות און יראת שמים, זיי האבן זייער א שטארקע געפיל צום מגיד שיעור, זיי האבן א שטארקע דרך ארץ און פאלגן.


איך האלט עס איז גוט דו זאלסט מיט אים רעדן, בבחינת ומקבלין דין מן דין, דו קענסט פון אים הערן ווי, ווען און ווי אזוי צו רעדן מיט דיינע תלמידים, און אויך ער קען פון דיר הערן, און אז מען וועט ארבעטן אינאיינעם קען מען זייער פיל אויפטון, מען קען אויפבויען א הייליגע מיליטער פארן אייבערשטן און פאר די תורה, דורך לערנען מיט די בחורים 'לכתחילה אריבער', זיין נאנט צום אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, און די זיסע האניג'דיגע סדר דרך הלימוד פון לערנען די הייליגע תורה, אפילו נאר זאגן די ווערטער אן פארשטיין, און יראת שמים, קדושת הברית און מידות טובות.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.

#7267 - נעמט נישט אן די לשון הרע
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז ביי אונז אין די קהילה זענען דא פרויען וואס בארעדן אייך און אייער מאן נרו יאיר; ווי קען זיין אזא זאך, אין היכל הקודש, אין רבינ'ס חדר זאל מען בארעדן איינער דעם צווייטן... נישט דאס איז געווען די ווילן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז אין אונזערע ד' אמות זאל מען רעדן לשון הרע, רכילות וכו', השם ישמרינו.


איר בעט אן עצה און חיזוק, דו בעסטע עצה און חיזוק איז, איר זאלט יעדן דן זיין לכף זכות, איר זאלט נישט מקבל זיין די לשון הרע, און ווען מען קומט אייך דערציילן אז דער רעדט לשון הרע און דער זאגט דאס און יענץ, זאלט איר דאס נישט אננעמען, איר זאלט זיך אכטונג געבן פון די וואס ברענגען און טראגן, און דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער טייערער מאן און אייערע טייערע קינדער, און פאר אלע חסדים וואס ער טוט שטענדיג מיט ענק.


ביי מיר זענען ענק ביידע זייער טייער, איך דאנק דעם אייבערשטן פאר אזעלכע טייערע תלמידים ווי ענק זענען.


נאכאמאל, איך בעט אייך למען השם, נעמט נישט אן די לשון הרע, איך האב דאס כסדר, שלעכטע מלאכים קומען מיר אויפהעצן, דער רעדט אויף דיר, דער קריגט אויף דיר, און איך בין דאס נישט מקבל, איך בין זיי דן לכף זכות.

#7266 - די הערליכע מוסדות אין ארץ ישראל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל זיין ל"ג בעומר אין מירון ביי התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, איך בעט אויך פאר דיר און דיין משפחה.


איך שרייב דיר יעצט שפעט אויפדערנאכט, נאכן זיין אויף אפאר טעג מיט גאר ווייניג שלאף, ווייל דו האסט מיר דערציילט נאכן ליל שישי שיעור אז דו האסט אנגעהויבן געבן חודש'ליך זעקס טויזנט שקל פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות.


וויל איך דיר זאגן, איך בין היינט אינדערפרי געווען אין בני ברק אין חדר און אין בית פיגא, איך בין אן א לשון, איך ווייס נישט ווי אזוי ארויסצוברענגען מיינע געפילן, אביסל וועל איך פרובירן צו דערציילן. סיי די חדר, סיי די סקול פירט זיך זייער שיין, די קינדער זענען זייער פרייליך און צופרידן, אלע שמייכלען, אלע זאגן מיר פה אחד אז זיי האבן ליב צו קומען לערנען, זיי האבן א ליבשאפט צו זייערע רבי'ס און לערערינס, און די חידוש איז אז דאס איז געקניפט און געבינדן מיט א שטארקע דיסציפלין, מיט גרויס דרך ארץ ויראת הכבוד פאר זייערע רבי'ס און לערערינס. אלע דערציילן מעשיות פון בעטן דעם אייבערשטן און ווי זיי זענען געהאלפן געווארן.


דיין זכות איז גרויס, איך דאווען פאר דיין הצלחה.

#7265 - געבן פאר שדכנות , צו האבן א ריינע שטוב
טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב, איך בין זייער פרייליך אז דו ביסט א חתן געווארן, דער אייבערשטער זאל העלפן דייך שידוך זאל זיין א קשר של קיימא, זאלסט זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל מיט ערליכע דורות.


איך דארף נישט קיין געלט פאר שדכנות, איך דארף עפעס מער פון געלט, איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר געבן פאר שדכנות – זאלסט מיר זאגן אז דו גייסט האבן א ריינע שטוב, נישט אריינברענגען אין שטוב די סמ טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה, און אז דו דארפסט האבן די כלים פאר פרנסה זאלסטו דאס האלטן ערגעץ וואו, אבער נישט אין שטוב. מוהרא"ש זאגט, אזופיל שטיבער זענען צוגרינד געגאנגען צוליב אהיים ברענגען אין שטוב די כלים וואס האט אינטערנעט און מאוויס וכדומה, רחמנא לצלן.


אויך דיין כלה וועט זיך פרייען פאר דעם, דו באקומסט אן ערליכע אפגעהיטענע איידעלע קלוגע ווייב, דיין כלה האט א שטארקע תמימות און אמונת חכמים, זי וועט זיך פרייען פאר די זאך פאר שדכנות.


איך וועל זיך פרייען צו הערן פון דיר.


איך בין אין מירון, איך בעט פאר דיר.

#7264 - אריינטאנצן אין קויפן א דירה
היכל הקודש, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א שאד אז דו קויפסט נישט אן אייגענע דירה, א שאד צו צאלן אזויפיל יארן רענט, ווען פאר די זעלבע געלט קענסטו באצאלן א מארטגידזש און האבן אן אייגענע דירה, ווייל וואס טוסטו אז דער בעל הבית פון די דירה מאכט אפ אז ער דארף די דירה פאר זיך און דו בלייבסט אן א דאך איבערן קאפ? (בפרט אז דו האסט אפאר דאלער אוועק געלייגט פאר א דירה).


עס קען אויסזען אינטערעסאנט אז אין היכל הקודש וואו מען רעדט נאר דיבורי תכלית, מען רעדט פון עלמא דאתי, מען רעדט פון תורה ותפילה, זאל מען זאגן 'קויף א דירה', אבער איך קען דיר זאגן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, מען זאל יא אריינטאנצן אין קויפן א דירה, און מוהרא"ש פלעגט שטופן אינגעלייט צו קויפן, און וואוינען אין אייגענע ד' אמות און זיין פרייליך.


אויך קומט יעצט די הייליגע יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו, זאלסטו אנהויבן צוריק צו לערנען בהתמדה רבה מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, וועסטו זיך בויען אן אייביגע פארמעגן.


גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן, אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, וועט דיר זיין גוט בזה ובב

#7263 - פארוואס שפירט מען נישט קיין טעם אין קומען אין שול?
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, מאוויס, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר געזאגט אז דו האסט נישט קיין שום טעם אין קומען אין שול דאווענען, דאס איז פאר דיר א ביטערע טעם. אויך האסטו מער נישט קיין טעם אין לערנען, דיין איינציגסטע טעם איז צו פארטיען מיט פריינד, צו פארברענגען מיט חברים.


טייערער ... נרו יאיר, אפשר האט דאס פאסירט פון קוקן עבירות, קוקן שמוציגע מאוויס פון ניאוף, און נאכדעם פוגם זיין אין די ביטערע שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "מי שפוגם בברית אינו יכול להתפלל", ווער עס איז פוגם בברית קען מער נישט דאווענען; מען שפירט א ביטערע זויערע טעם, מען וויל נאר ארויסלויפן פון שול וכו', נאכדעם ווערט מען זייער צעבראכן און דעפרעסט, מען פארלירט אלעס, השם ישמרינו.


איך בעט דיר טייערער ..., אז דו וועסט פרובירן מתקן זיין אות ברית קודש, וועסט מער נישט קוקן קיין מאוויס, וועסט אויסמעקן אלע שלעכטע מאוויס און זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און צוריק אנהויבן דאווענען די דריי תפילות – וועסטו צוביסליך אנהויבן צוריק שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן און א טעם אין לעבן.


טייערער ..., איך ווייס אז עס איז דיר זייער ביטער, דו דארפסט א שידוך, דו ווילסט נישט זיין א פלג גוף, דו ווילסט חתונה האבן, ביסט מיואש, ביסט צעבראכן פון זיין א בחור איינער אליין.


וויל איך דיר בעטן זאלסט טון די עצה פון רבי'ן פון זיך מתבודד זיין, זוך דיר א פלאץ, א שטילע ליידיגע פלאץ, דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן דיין הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים ווי ביטער, פינסטער און טונקל עס איז דיר, ווי צעבראכן און אויפגעגעבן דו ביסט, אז דו האסט שוין נישט קיין שום טעם אין דאווענען און אין לערנען. וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר געבן א שידוך, און בעט אים ער זאל דיר העלפן תשובה טון.


טייערער ..., מוהרא"ש זאגט, עס איז דא א ספעציעלע מלאך וואס איז געשטעלט נאר אויף דעם, צאמנעמען די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס פאלן אין עבירות, וואס באמת ווילן זיי זיין גוט, אבער זיי פאלן אלץ צוריק אין שאול תחתית. ווען זיי קומען צום אייבערשטן, זיי קרעכצן זיך אויס, זיי לאזן אפאר הייסע טרערן, זיי שרייען: "הייליגער באשעפער, איך וויל נישט טון עבירות, איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט פוגם זיין, איך וויל באמת זיין גוט, און אפילו עס זעט אויס פון אינדרויסן אז איך האלט ביי גארנישט, עס זעט אויס ווי איך בין א בעל עבירה, זאלסטו וויסן אייבערשטער אז עכט עכט וויל איך זיין גוט, איך האב נאר נישט די כוחות צו האלטן מיינע קבלות טובות. אייבערשטער דו קוקסט אריין אין הארץ, אתה חופש כל חדרי בטן ובוחן כליות ולב, אין דבר נעלם ממך, גארנישט איז פון דיר פארהוילן, איך בעט דיר אייבערשטער, קוק אריין טיף אין מיין הארץ וועסטו זען אז איך וויל זיין אן ערליכער איד".


טייערער ..., קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט אין הימל מיט די תפילות, מען שאקעלט אויף אלע וועלטן, אלע מקטריגים אנטלויפן, און אלע קליפות ורוחות רעות וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – ווערן צעהאקט, זיי ווערן בטל ומבוטל.


איך בעט דיך זייער, נעם אן מיינע ווערטער, ווארף אוועק די שמיץ, הויב צוריק אן לערנען שיעורים כסדרן אין משניות, גמרא.


איך בעט דא אין ארץ ישראל פאר דיר דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה און צו א גוטע שידוך.

#7262 - אריינקוקן יעדן טאג אין די הייליגע בריוו פון אשר בנחל
ספרי ברסלב, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אין ארץ ישראל, איך בין געפארן מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, קדושים אשר בארץ המה, און אויך צו מחזק זיין אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, און אוועק צו שטעלן א פאנד פאר אונזערע מוסדות וואס פירן זיך על טהרת הקודש. איך דאווען פאר דיר און פאר דיין משפחה.


כל זמן מיר זענען דא אויף די וועלט וועלן מיר נישט וויסן און נישט פארשטיין ווי גרויס דער הייליגער רבי איז און דאס גרויסקייט פון זיין כח. אויבן אין הימל וועלן מיר זען דאס גרויסקייט, און דאס גרויסקייט פון די וואס זענען צוגעבינדן צו אים און פאלגן אים, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד ובהשמטות שם), גרויסע צדיקים זענען מקנא וכו'.


מיר דארפן לערנען זיינע תורות און שיחות, מאך זיך א שיעור אריינצוקוקן יעדן טאג אין די הייליגע בריוו פון אשר בנחל וואס איז צאמגענומען דעם רבינ'ס שכל פאר אונזערע מוחות אויף לעובדא ולמעשה.

#7261 - אוועקשטעלן די שטוב ריכטיג נאך די חתונה
הפצה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי דיר גוט, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך וועל זיך פרייען אז דו וועסט קומען רעדן פון צייט צו צייט, עס איז וויכטיג צו זיין מקושר, בפרט אינגעלייט אין די ערשטע יארן נאך די חתונה ווען מען שטעלט אוועק די שטוב, איז גאר וויכטיג צו זיין מקושר וכו'.


איך בין אין ארץ ישראל, איך בין געפארן מתפלל זיין ביי די צדיקים און אויך מחזק זיין אנשי שלומינו, און אוועק שטעלן א קרן פאר אונזערע מוסדות וואס פירט זיך על טהרת הקודש, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


שטארק זיך, גיי הפצה, טו יעדן טאג עפעס פאר די גאולה, טו יעדן טאג עפעס פאר נאך א אידן, אים צו מזכה זיין מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן. מען קען זיך האלטן אין היכל הקודש נאר אז מען טוט פאר אנדערע, אז נישט ווערט מען אלט און קאלט חס ושלום.

#7260 - די סוף פון דראגס איז זייער ביטער
שידוכים, משניות, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך בין אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, איך בעט פאר דיר פאר דיין געזונט און פאר דיין שידוך.


איך וויל דיר בעטן זאלסט נישט נעמען דראגס, עס איז נישט גוט, אחריתה מרה כלענה, די סוף איז זייער ביטער. איך פארשטיי אז דו נעמסט דאס נאר ווייל דו ווילסט אוועק לויפן פון דיינע פראבלעמען; ליבער ברודער, אז מען וויל אוועק לויפן פון פראבלעמען דארף מען לויפן צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה.


מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג משניות, לערן יעדן טאג כמה פרקים משניות, זיי זיך נישט מבלבל אויב דו פארשטייסט נישט דאס לערנען, "העיקר הוא האמירה", דער עיקר זאלסטו זאגן די ווערטער, די משניות וועט דיך אויסוואשן פון אלעם שלעכטס. די תורה איז דראגס, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (עירובין נד.), די תורה איז סם חיים, א דראג וואס געבט לעבן.


איך בעט פאר דיר ביי די מקומות הקדושים, דו זאלסט זיין געזונט און האבן א גוטע שידוך.

#7259 - פון הימל פרובירט מען דיך אויס
התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהר-בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע כוחות דיינע, פון הימל פרובירט מען דיך אויס, מען וויל זען צו וועם דו וועסט זיך ווענדן; וועסטו גיין צו פלוני אלמוני, בערל, חאצקל, שמערל, תנחום, אדער דו וועסט אויפהייבן דיינע אויגן צום אייבערשטן און אים בעטן: "הושעינו העלף מיר, הצלינו ראטעווע מיך".


בפרט אויף צרות היצר וואס ווארפט אראפ דעם מענטשן אין עבירות רחמנא לצלן, ער איז אים מכשיל אין ביטערע עבירות, ווער רעדט נאך ווען מען פאלט אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דארף מען זיך אויפהייבן און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם וואס וועט דא זיין מיט מיר? איך ליג אין בלאטע, איך ליג אין עבירות, העלף מיר, ראטעווע מיך וכו' וכו'".


איך בין אין ארץ ישראל, איך דאווען פאר דיר ביי די הייליגע צדיקים, דו זאלסט זוכה זיין צו געהאלפן ווערן.

#7258 - ווען מען פארט מיט א פליגער דארף מען דאך רחמי שמים
ארץ ישראל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ר' ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו קומען קיין ארץ ישראל מיט מאמי תחי'. מיר זענען ארויסגעפארן נעכטן נאכט און אנגעקומען מאנטאג נאכמיטאג, פסח שני. פון עירפארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים. אויפן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין הר המנוחות, מיר זענען געגאנגען מתפלל זיין ביי קברי אבות, ביים זיידן הרב החסיד ר' יצחק דוד פרידמאן עליו השלום, און די באבע רחל פריעדמאן עליה השלום, בת הרב החסיד ר' שלמה גפן עליו השלום. איך האב געבעטן פאר דיר און דיין משפחה. אויך בין איך אריין מתפלל זיין ביים קבר פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו, איך האב זיך אביסל אויסגעגאסן דאס הארץ און געוויינט צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים צו אונזער שול דאווענען מנחה. ערשט האב איך געכאפט א טבילה, ווען מען פארט אין עירפארט, מען פארט מיט א פליגער דארף מען דאך רחמי שמים, עס איז געפערליך די שמירת עיניים, מען שפירט נישט זיך ביז מען טובל'ט זיך.


מיין ליבער זון, גיי יעדן טאג זיך מתבודד זיין, גיי צווישן די ביימער און גראז און שריי צום אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דאס שרייען דארף נישט זיין בקול, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן טז), מען קען שרייען שטילערהייט.


איך בין זייער אפגעמאטערט פון די וועג, איך דארף מקצר זיין.