בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7425 - די חשיבות פון שלום צווישן מאן און ווייב
שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויף דאס וואס דו גייסט אריבער וכו'; וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "דִּבֵּר עִמָּנוּ כַּמָּה פְּעָמִים מֵעִנְיַן יִסּוּרֵי עוֹלָם הַזֶּה, שֶׁכָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים, אֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", עס איז נישטא קיינער וואס זאל האבן עולם הזה, "וַאֲפִלּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים וַאֲפִלּוּ הַשָֹּרִים, אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אפילו די גרויסע עשירים און גרויסע הארן האבן אויך נישט קיין עולם הזה, "כִּי כָל יְמֵיהֶם כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", זייער גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג און כעס, "וְכֻלָּם מְלֵאִים טְרָדוֹת וּדְאָגוֹת וְעַצְבוּת וְיָגוֹן וַאֲנָחָה תָּמִיד", און זיי זענען שטענדיג פארנומען און פאר'דאגה'ט, דעפרעסט און טרויעריג, "וְזֶה כּוֹלֵל כָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטֹן וְעַד גָּדוֹל, כִּי כֻלָּם נוֹלְדוּ לְעָמָל וּמְלֵאִים רֹגֶז וְיִסּוּרִין", אין דעם איז אריינגערעכנט יעדער איינער - פון גרויס ביז קליין, אלע מוטשען זיך אויף די וועלט, "וְאֵין שׁוּם עֵצָה וְתַחְבּוּלָה לְהִנָּצֵל מֵעָמָל וְיָגוֹן הַזֶּה כִּי אִם לִבְרֹחַ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלַעֲסֹק בַּתּוֹרָה", און עס איז נישטא קיין שום וועג ווי אזוי מען קען זיך ראטעווען פון די יסורים - נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן, מען דערציילט פארן אייבערשטן וואס מען גייט אריבער און מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן.


טו אלעס אין די וועלט עס זאל ווערן צוריק שלום בית, בעט איבער דיין ווייב, מעק אויס דיין אייגענע נאמען, דיין אייגענע כבוד. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (ויקרא רבה ט, ט): "רַבִּי מֵאִיר הֲוָה יָתִיב וְדָרִישׁ בְּלֵילֵי שַׁבַּתָּא, הֲוָה תַּמָּן חָדָא אִתְּתָא יַצִּיבָא וְשָׁמְעָה לֵיהּ תָּנְתָא מִדְרָשָׁא", עס איז געווען א פרוי וועלכע פלעגט גיין יעדע פרייטאג צו נאכטס צום שיעור וואס דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס פלעגט געבן, "אַמְתִּינַת עַד דִּיחֲסַל מִמִּדְרָשׁ", איין וואך האט דער תנא רבי מאיר אריינגעצויגן די שיעור אביסל שפעט און די פרוי האט געטראכט אז זי וועט אויסווארטן ביז ער ענדיגט דעם שיעור. "אָזְלָה לְבֵיתָהּ, אַשְׁכְּחָא בּוּצִינָא טָפֵי", ווען זי איז אהיים געקומען איז שוין געווען טונקל אין שטוב, די ליכט האבן זיך שוין געהאט אויסגעלאשן, "אֲמַר לָהּ בַּעְלָהּ, אָן הֲוֵית", ווען איר מאן האט איר געפרעגט: וואו ביסטו געווען? "אָמְרָה לֵיהּ אֲנָא יָתִיבָא וְשָׁמְעָה קָלֵיהּ דָּרוֹשָׁה", האט זי געענטפערט: ביים שיעור פון הייליגן תנא רבי מאיר, "אֲמַר לָהּ כֵּן וְכֵן לָא אִעַיַּלְתְּ לְהָכָא עַד דַּאֲזַלְתְּ וְרוֹקַת בְּאַנְפֵּי דָרוֹשָׁה", איר מאן איז געווען א שלעכטער מענטש, א כעסן, א לץ; האט ער איר געזאגט: דו קענסט נישט אריין קומען אין שטוב ביז ווילאנג דו גייסט שפייען אויפן פנים פונעם בעל דרשן, און ער האט פארמאכט די טיר. "יְתִיבָא שַׁבַּתָּא קַמַּיְיתָא תִּנְיָנָא וּתְלִיתָא, אֲמָרִין לָהּ מְגֵירָתָא כַּדּוּ אַתּוּן צְהִיבִין, אֲתֵינָן עִמָּךְ לְגַבֵּי דָּרוֹשָׁה", די פרוי איז געווען אן ערליכע פרוי און זי האט געטראכט צו זיך: 'איך וועל ענדערש בלייבן אינדרויסן ווי איידער מבזה זיין דעם הייליגן תנא רבי מאיר', און זי איז געגאנגען צו א חבר'טע שלאפן, אזוי זענען אריבער אפאר וואכן וואס זיי זענען געווען צעטיילט. "כֵּיוָן דְּחָמֵי יַתְהוֹן רַבִּי מֵאִיר צָפָה בְּרוּחַ הַקֹּדֶשׁ", דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט דאס געזען מיט רוח הקודש, "אֲמַר לְהוֹ אִית מִנְּכוֹן אִתְּתָא דְּחַכִּימָא לְמִלְחַשׁ בְּעֵינָא", האט ער ארויס געלאזט א שמועה אז זיין אויג טוט אים וויי, ער שפירט ווי עס ברענט אים, און ווער עס קען לוחש זיין אויף דעם זאל קומען. (אמאל איז געווען אזא רפואה, אז מען פלעגט שפייען אויפן אויג און זאגן עפעס ווערטער, און אזוי איז מען אויסגעהיילט געווארן).


"אֲמָרִין לָהּ מְגֵירָתָא כַּדּוּ אַתְּ אָזְלַת וְרוֹקַת בְּאַנְפֵּיהּ וְתִשְׁרֵי לְבַעֲלִךְ", האבן די חבר'טעס געזאגט פאר די פרוי: גיי שפיי אריין אין רבי מאיר'ס אויג, אזוי וועט דיין מאן מאכן שלום מיט דיר. "כֵּיוָן דְּיָתְבָא קַמֵּי אִידְחִילַת מִינֵיהּ, אֲמָרָה לֵיהּ רַבִּי לֵית אֲנָא חַכִּימָא לְמִילְחַשׁ עֵינָא, אֲמַר לָהּ אֲפִלּוּ הָכֵי רוֹקִי בְּאַנְפִּי שְׁבַע זִמְנִין וַאֲנָא מִינְשִׁים", איז זי געגאנגען, און רבי מאיר פרעגט איר: דו קענסט לוחש זיין? האט זי זיך דערשראקן און געזאגט דעם אמת אז זי קען נישט. האט איר רבי מאיר געזאגט: דעמאלט שפיי אריין זיבן מאל אויף מיין פנים, אזוי וועל איך האבן א רפואה, "עָבְדָה הָכִין. אֲמַר לָהּ אִיזִילִי אִמְרִי לְבַעֲלִיךָ אַתְּ אֲמַרְתְּ חָדָא זִימְנָא וַאֲנָא רָקֵית שְׁבַע זִימְנִין", און זי האט אזוי געטון. האט איר רבי מאיר געזאגט: גיי אהיים און זאג פאר דיין מאן: דו האסט מיר געהייסן שפייען איינמאל, אבער איך האב געשפיגן זיבן מאל.


"אָמְרוּ לוֹ תַּלְמִידָיו רַבִּי כָּךְ מְבַזִּין אֶת הַתּוֹרָה, לָא הֲוָה לָךְ לְמֵימַר לְחַד מִינָן לְמִלְחַשׁ לָךְ", האבן די תלמידים געפרעגט: איז דאס כבוד התורה? פארוואס האט אונז נישט דער רבי געזאגט אז דער מענטש האט געהייסן זי זאל שפייען אויפן רבי'ן, מיר וואלטן אים מסדר געווען ער זאל זיך נישט ווייגן אזוינס צו טון?! "אֲמַר לְהוֹ לָא דַּיּוֹ לְמֵאִיר לִהְיוֹת שָׁוֶה לְקוֹנוֹ, דְּתָנֵי רַבִּי יִשְׁמָעֵאל גָּדוֹל שָׁלוֹם שֶׁשֵּׁם הַגָּדוֹל שֶׁנִּכְתַּב בִּקְדֻשָּׁה אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִמָּחֶה עַל הַמַּיִם בִּשְׁבִיל לְהַטִּיל שָׁלוֹם בֵּין אִישׁ לְאִשְׁתּוֹ", האט רבי מאיר געזאגט: דער אייבערשטער האט געהייסן מען זאל אויסמעקן זיין נאמען אבי צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב, איז דאך זיכער אז רבי מאיר'ס נאמען זאל אויסגעמעקט ווערן אבי צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב; זעט מען ווי חשוב עס איז אז עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7424 - ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען אלעס גייט גוט און מען גייט אן מיט עבודת השם איז טאקע זייער פיין, אבער ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל, מען גייט אריבער וואס מען גייט אריבער, און אז מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן, מען דערהאלט זיך - דאס איז עפעס ספעציעל, דאס איז גאר גוט.


אזוי ווי עס איז געווען ביי רבי נתן זכרונו לברכה, מען האט אים דערציילט אז עס איז געווען א איד וואס פלעגט פאסטן משבת לשבת, אלע האבן אים געגעבן כבוד, אלע האבן זיך אויפגעשטעלט פאר אים, מען האט אים געגריסט "גוט שבת". ויהי היום, עס האט אים אנגעכאפט א בולמוס, עס איז אים שלעכט געווארן, ער האט געשפירט ווי ער גייט חלש'ן, האט ער זיך געוואשן און גענומען פון די מצה פון די ערובי חצירות פון בית המדרש. דער משמש האט דאס באמערקט, ער האט געטראכט צו זיך 'דער איד פאפט אפ אלעמען, ער זאגט אז ער פאסט, יעצט זע איך אז ער איז א גנב, ער גנב'עט די מצה פון שטאט!' אן פרעגן דעם איד וואס גייט פאר, האט ער אנגעהויבן שרייען קולות: "גנב! פאפער!" ווער עס איז אריינגעקומען אין שול האט דער משמש דערציילט די מעשה, ער האט יענעם זייער מבזה געווען. יענער האט נישט געהאט אונזער התחזקות, ער איז נעבעך אזוי אראפגעפאלן, ער האט אפגעלאזט אידישקייט ה' ירחם. ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "א שאד אז ער האט זיך נישט דערהאלטן, וואלט ער זיך דערהאלטן וואלט ער צוגעקומען צו די גרעסטע מדריגה"; עס איז נישט קיין קונץ צו דינען דעם אייבערשטן ווען אלע געבן כבוד, ווען אלעס גייט גוט, די קונץ איז ווען אלע רעדן אויף מיר, אלע שפעטן, אלע זענען מיך מבזה - בלייב איך א געטרייער עבד צום באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7423 - מיט וואס זאל איך זיין פרייליך?
שמחה, התחזקות, רפואה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק, און א וועג צו מצליח זיין אין אלעס. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


מיט די קינדער אין שטוב קען מען מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (שם): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען דארף זיך צווינגען צו זיין פרייליך, אפילו מיט נארישע זאכן, אבי צו זיין פרייליך. טאנץ מיט דיינע קינדער, מאך זיך פרייליך, און אויך קענסטו זיך נאריש מאכן וכו' וכו', אבי צו זיין פרייליך, ווייל שמחה ברענגט צו די העכסטע מדריגות.


איי וועסטו פרעגן 'מיט וואס זאל איך זיין פרייליך? עס איז מיר ביטער וכו'; דאך זאלסטו זיך פרייען אז באלד וועט זיין גוט, דאס איז מרומז אין דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה ב.): "אף על פי שמיצר הוא עכשיו שמח הוא לאחר זמן", אפילו עס איז ענג יעצט אבער נאך אביסל וועט זיין זייער גוט, און דאס דארף שוין יעצט מאכן פרייליך און מען דארף שוין דאנקען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7422 - פרייליך מאכן, שמייכלען, און באגריסן
שלום, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ...


איך דאנק דיר פארן מיר העלפן אויספירן די ווילן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, פון אויפשטעלן די הערליכע מוסדות היכל הקודש און די שיינע קהילה.


יעצט דארף מען זיך פארלייגן אויף פרייליך מאכן אנשי שלומינו, שמייכלען, באגריסן, וכדומה. עס גייט אריבער אויף אנשי שלומינו אסאך איבערגייאכץ, און מיט א שמייכל און א גוט ווארט קען מען זיי אויפלעבן און פארענטפערן אלע קשיות וכו', אזוי ווי עס שטייט: "והי' מעשה צדקה שלום", זאגן די הייליגע חכמים (), וואס האט צדקה מיט שלום? נאר דער צעבראכענער ארעמאן (בדעת) גייט ארום מיט קשיות אויפן אייבערשטן און אויף צדיקים, און ווען מען געבט זיי צדקה (א שמייכל), מאכט מען שלום צווישן זיי און דער אייבערשטער.

#7421 - הערן דעם רבינ'ס ווערטער וואך נאך וואך
פרויען צאמקום, שיעור

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב זיך זייער געפרייט נעכטן דיך צו זען ביים ליל שישי שיעור, דאס איז א באווייז אז דו ביסט מקושר צום רבי'ן, דאס ווייזט אז דו ווילסט זיין גוט, ווייל ביי די שיעורים רעדט מען דאך נאר פון די עצות פון רבי'ן, ווי אזוי צו קענען זיך שטארקן אויף די שווערע נסיונות, און אז מען קומט צו די שיעורים ווערט מען ביים סוף מוזן ווערן אן ערליכער איד.


עס איז גוט זאלסט מחזק זיין דיין ווייב זי זאל גיין צו די פרויען צאמקום, ווייל אז מען הערט דעם רבינ'ס ווערטער וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, יאר נאך יאר, אפילו אבן א שטיין, נימוח, וועט צעלאזט ווערן, און מען גייט בייקומען דעם יצר הרע.

#7420 - א שאד נישט צו זיין אין ישיבה
בחור, ישיבה, נייעס

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


א שאד אז דו קומסט נישט אין ישיבה, א שאד צו גיין ארבעטן. וועסט נאך גענוג ארבעטן, ווען דו וועסט חתונה האבן וועסטו דארפן ברענגען פרנסה, יעצט זארגן דיינע עלטערן פאר דיר, דיינע עלטערן געבן דיר אלעס, איז א שאד נישט צו זיין אין ישיבה, די פאר יאר ישיבה לערנט אויס ווי צו לעבן און ווי צו קענען שווימען אין די שטורעמישע וואסערן וואס גייען אריבער אין לעבן.


קום צוריק אין ישיבה, איך וועל זיין דיין שדכן.


אויך זאלסטו זיך אפגעוואוינען פון הערן די נייעס, מען ווערט פארקלאצט און פארשטייפט.


איך ווארט זאלסט מיר צוריק שרייבן.

#7419 - לאז דיין ווייב ווייב ארויסגיין אן די בעבי
שלום בית, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


ווען דיין ווייב גייט צו א שיעור זאלסטו איר נישט שיקן מיט די בעבי, שיק איר אן די בעבי, עס קומט איר די ביסל צייט זיך צו קענען כאפן איר אטעם פון ארבעטן פיר און צוואנציג שעה ארום די זייגער, אזוי אויך אז זי וויל אמאל גיין צו איר מאמע אדער איינקויפן, זאלסטו איר העלפן. לאז איר גיין אן די בעבי, בלייב אין שטוב מיט די בעבי, זאג משניות מיט די בעבי, זיי זיך מתבודד מיט די בעבי, דאנק דעם אייבערשטן מיט די בעבי.


מיר האבן נישט אנונג וויפיל די פרויען גייען אריבער מיט די קינדער, מיט ווארטן, געבוירן, אויפהאדעווען וכו' וכו', וויפיל מסירות נפש זיי גייען אריבער.

#7418 - די דריי תפילות איז די פארעם פון זיין א איד
שמחה, דאווענען, הצלחה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו ביסט פרייליך און צופרידן, און אז דו לערנסט יעדן טאג די בלאט גמרא פונעם טאג, אז מען לערנט גמרא ווערט מען פרייליך און צופרידן. מען דארף חיזוק זיך אוועק צו זעצן לערנען, אבער איינמאל מען לערנט תורה ווערט מען פרייליך און צופרידן.


טייערער ..., איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט זיך פארלייגן מיט אלע דיינע כוחות צו גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות, ווייל דאס איז די פארעם פון זיין א איד און בלייבן א איד, און איך בין זיכער, אויב דו וועסט זיין שטארק אין דאווענען די דריי תפילות – וועסטו האבן גרויס הצלחה.

#7417 - קינדער זאלן זיין אפגעהיטן
תפילות אויף אידיש, מוסדות, סכנה, ישוב הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר זעט אין סקול זאכן וואס זענען נישט סעי"ף, זאכן וואס קען זיין א סכנה – זאלט איר דאס זאגן פאר די סעקריטערי, און אז זיי לאכן זיך אויס זאלט איר רופן די מענידזשער; ווייל איך האב געשריבן דעם מענידזשער וואס זיין ארבעט איז, איינע פון די זאכן איז, עס איז זיין אחריות אז די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן און נישט קומען צו קיין סכנה.


בנוגע וכו'; מיט תפילה וועט יום טוב ווערן די שענסטע טעג, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל קענען מקבל זיין די ימים טובים מיט שמחה און מיט ישוב הדעת, איך וויל ליב האבן חודש תשרי, ליב האבן יעדע רגע, אפילו עס איז א פארדרייטע סדר היום וכו' מיט די קינדער וכו', העלף מיר איך זאל נישט וועלן יום טוב זאל אריבער גיין וכו' וכו'", אזוי זאלט איר בעטן, וועט זיך אלעס איבער דרייען, עס וועט ווערן א זיסע צייט, ווייל אלעס איז אין מח, אלעס איז ווי אזוי מען טראכט, און מיט תפילה ווערט די מח מסודר.

#7416 - זיך דערמאנען די חסדים פונעם אייבערשטן
תודה והודאה, טעלעפאן, אידישע שטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען עס איז דיין יום החתונה דארפסטו זיך דערמאנען די חסדים פונעם אייבערשטן. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג), ווי די חתן כלה האבן זיך דערמאנט די חסדים פונעם אייבערשטן, ווי זיי זענען געווען א בחור און מיידל פארלוירן אין וואלד און נישט געהאט עסן, און ווי דער אייבערשטער האט אויף זיי רחמנות געהאט און זיי געשיקט די בעטלערס וכו'; אזוי אויך זאלסטו זיך דערמאנען די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ביסט געווען איינער אליין אין א טונקעלע וואלד, היימלאז וכו', און היינט האסטו א משפחה, א ווייב מיט קינדער.


מוהרא"ש האט געזאגט פאר די אינגעלייט זאלן זאגן הלל אן א ברכה אין די טאג פון די חתונה, ווייל יעדע יאר וואס גייט אריבער און עס קומט אן די טאג פון ווען מען האט חתונה געהאט דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים.


מיין יום החתונה איז ראש חודש כסליו, קען איך זאגן הלל בשם ומלכות אויף די גרויסע חסדים.


איך פריי זיך זייער אז דו ברענגסט נישט אהיים די טעלעפאן, טעבלעט וכו', אויך נישט אין קאר, דו לאזט עס אין אפיס.

#7415 - הפצה איז נישט גרעסער ווי העלפן די ווייב
שלום בית, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיך זייער ליב, איך האב זייער הנאה פון דיר, צו זען ווי שיין דו פירסט זיך מיט דיין ווייב און פון דיין עבודת השם.


בנוגע הפצה; די תורה זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמָן" וכו', יעדע זאך האט זיין צייט, יעצט ווען דו האסט נאר פיצליך קינדער דארפסטו רחמנות האבן אויף דיין ווייב און זיין אין שטוב איר צו העלפן, נאך אפאר יאר ווען דיינע קינדער וועלן אונטער וואקסן, זיי וועלן העלפן אין שטוב – וועט זיין גרינגער פאר דיין ווייב זיך אן עצה צו געבן, וועסטו קענען זיין מער ביי הפצה, אבער יעצט איז א צייט פון העלפן די ווייב, אירע נערווען זאלן זיך חס ושלום נישט איבער רייסן.


דער זעלבער צדיק וואס האט אונז געזאגט גיין הפצה, דער זעלבער צדיק האט אונז געזאגט זיין אין שטוב העלפן די ווייב פיזיש און בעיקר גייסטיש, איר אויסהערן און איר אויספרעגן ווי אזוי איר טאג איז געווען, ווי אזוי זי שפירט זיך וכו'.


איך געדענק מיינע ערשטע יארן נאך די חתונה, ווי מיר זענען געווען איבער געשטרענגט מיט די פיצליך קינדער, איז קלאר אז הפצה איז נישט גרעסער ווי העלפן די ווייב.

#7414 - חילול שבת איז זייער שרעקעדיג
שבת קודש, רייכערן, וועיפן

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ...


איך בעט דיר זייער, היט שבת, וועיפ נישט שבת. אז מען היט שבת איז אזוי ווי מען היט די גאנצע תורה (ירושלמי נדרים ג, ט), און אויך פארקערט חס ושלום, אויב מען היט נישט שבת איז ככופר בכל התורה כולה (חולין ה.).


די לעקטעריק צוגארעטל איז אזוי ציענדיג, און אז מען געוואוינט זיך צו צו דעם – קען מען נישט אן דעם, און עס קען פאסירן אז מען זאל פארשוועכן דעם שבת; איז שוין כדאי זאלסט אינגאנצן אויפהערן רייכערן די צוגארעטל און די לעקטעריק צוגארעטל, ווייל חילול שבת איז זייער זייער שרעקעדיג.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, שטארק זיך, הויב אן פונדאסניי, היט שבת, אזוי וועט דער שבת היטן אויף דיר, דו וועסט זיין אפגעהיטן פון אלעס שלעכטס. אויב דער צוגארעטל איז אזוי ציענדיג – זאלסטו דאס אינגאנצן אוועק ווארפן.


מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די פרשה, און מאך זיך א קביעות צו לערנען בכל יום אפאר פרקים משניות און גמרא.


אז דו וועסט זיך שטארקן אין די זאכן וועסטו שוין טרעפן דיין שידוך.


 

#7413 - שלום צווישן שכנים
צניעות, שלום, שכנים, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


אויף דיין פראגע אז דיינע שכנים מאכן א קליינע סווימינג פול וואו די קינדער שווימען, טעכטער מיט זין, וואס דו זאלסט טון.


מען דארף מאכן א באזונדערע סווימינג פול פאר די זין און א באזונדערע פאר די טעכטער, אפילו די קינדער זענען קליין, ווייל צניעות איז אויך ביי קליינע קינדער.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין שלום צווישן ענק, און אז די שכנים מאכן אנדערש ווי דיר – זאלסטו נישט אפלאזן דאס שלום און ליבשאפט, ווייל נאר דארט וואו עס איז דא שלום – רוט די שכינה, און חס ושלום וואו מען קריגט זיך – איז די שטן דארט.


אז די שכנים בארגן זאכן און פארגעסן צו באצאלן; איז דאס קלייניקייט, ווי למשל א פעקל בונדלעך, א באנאנא וכו' – זאלסטו מוחל זיין.

#7412 - קאמפלעקסן
תפילות אויף אידיש, קאמפלעקס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


בנוגע דיינע קאמפלעקסן וכו' וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, דער וואס פאלט אריין מיט די יצר הרע פון די שלעכטע מחשבות, פון לעבן מיט קאמפלעקסן – איז זייער געפערליך; נאר איין עצה איז דא, גיין יעדן טאג התבודדות, שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און ראטעווען פון די שלעכטע מחשבות.


טייערער ליבער ברודער, הויב אן דיין טאג מיט א שפאציר מיטן אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, הייל מיך אויס, די קאפ דרייט זיך מיר, די קאפ שווינדלט מיר, יעדע זאך טראכט איך 'יא' 'ניין', די מח איז מיר צערודערט, הייל מיך אויס, געב מיר ישוב הדעת, העלף מיר איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל נאר דיר געפעלן, איך זאל נאר דיך דינען, נעם אוועק פון מיר די גאוה, ווייל דאס טראכטן פון מיר אזוי סאך דאס לאזט מיך נישט לעבן, העלף מיר איך זאל נאר טראכטן פון דיר, נאר דיך וועלן, נאר דיך דינען", וכו' וכו'.

#7411 - פרעגן און זיך לערנען ווי צו פירן די שטוב
מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב, מאך איר נישט אוועק מיט דעם וואס זי האט טויזנט שאלות צו פרעגן, אזוי וועט זי וויסן ווי זיך צו פירן, און אז אירע חבר'טעס זאגן איר אז זי זאל נישט פרעגן, זאל זי טון ווייטער וואס איז גוט פאר איר, ווייל די זאך פון פרעגן שאלות – איז ביי יעדן אנדערש; איינער האט שאלות און א צווייטער האט נישט קיין שאלות, דאס האט מיט יעדן איינעמ'ס נאטור און יעדנ'ס מח, און אז איר מח ווייסט נישט אליין, זי האט מער ספיקות – זאל זי פרעגן און פרעגן ביז זי וועט ווערן אוועק געשטעלט ווי צו פירן די שטוב, די חינוך, די שלום בית, טאטע מאמע וכו'.


קענסט קומען מיט איר ווען דו ווילסט און וויפיל דו ווילסט, פרעגן און זיך לערנען ווי צו פירן די שטוב, און זאלסט נישט שפירן ווי דו מאכסט נערוועז אדער דו האלסט אויף מיין צייט. די הייליגע חכמים זאגן: "ולא הביישן למד", דער וואס שעמט זיך צו פרעגן ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן.

#7410 - א וועג וואס פירט צום טויט
קינדער, שלום בית, מאוויס, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


דיין ווייב וויל וויסן אויב איז כדאי צו קוקן קליפס, פאדקעסט וכו', זי זאגט אז זי איז לאנגווייליג (באורד), זי וויל וויסן אויב עס איז טאקע אזוי געפערליך.


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל דאס נישט טון. עס זעט אויס ווי עס איז נישט געפערליך, אזוי ווי עס שטייט: "יש דרך ישר לפני איש", עס איז פארהאן א וועג וואס זעט אויס גלייך אין די אויגן פונעם מענטש, אבער: "ואחריתה דרכי מות", צום סוף איז עס א וועג וואס פירט צום טויט; מען פארלירט די אמונה, מען פארלירט די יראת שמים, עס פירט צום גיהנום.


עס איז דא גענוג זאכן מיט וואס זיך צו באשעפטיגן און אוועק נעמען דאס גיין ליידיג, מיט טון חסד וכדומה, אבער חס ושלום קוקן קליפס, מאוויס; אפילו פון ערליכע.


בזכות וואס ענק וועלן נישט קוקן, און נישט הערן וכו', וועלן ענק געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא.

#7409 - א משונה זאל נישט קומען ביי אונז אין שול
דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער...


איך האב געהערט וואס האט פאסירט דעם שבת ביי ענק אין שול, ווי ער איז ארום געלאפן מיט א מעסער און געשריגן אז ער איז משיח, השם ישמרינו.


זאג אים אז ער זאל מער נישט קומען ביי אונז אין שול. מוהרא"ש זאגט: "משונה קרן חצי נזק", איינער וואס פירט זיך אויף משונה, אנדערש, חצי נזק, איז שוין א שאדן, מיר האבן שוין גענוג מחלוקת אויף אונז, מיר האבן אזויפיל מחלוקת און לשון הרע, וואס פעלט אויס איינער וואס שרייט און שעלט.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיין א גבאי איז א גרויסע זאך, און א גבאי פארן הייליגן רבי'ן איז גאר א גרויסע זכות; זאלסטו זיך זייער שטארקן מיט דיין ארבעט, און דאס וועט דיר בלייבן לנצח נצחים.

#7408 - זיך נישט אפקילן און נישט אפלאזן דעם רבי'ן
היכל הקודש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך צוקניפן צום הייליגן רבי'ן, זאלסט גיין התבודדות און שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן, איך זאל בלייבן מיט א געפיל צום רבי'ן", און אז דו האסט אפגעלאזט די מלמדות זאלסטו נישט אפלאזן דעם רבי'ן, קיל זיך נישט אפ.


מוהרא"ש האט מיר יארן צוריק געשריבן איך זאל יעדן טאג בעטן אויף דעם, זיך נישט אפקילן און נישט אפלאזן דעם רבי'ן.


איך האב דיך ווייטער ליב, און איך האף דו וועסט מצליח זיין, און איך וועל דיך ווייטער מקרב זיין.

#7407 - מיט'ן נאכגיין דעם קלוגן, קען יעדער מצליח זיין
יאוש, עצות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


האסט אזוי גוט געזאגט, אז דיין גאנצע זאך וואס מאכט דיך אנגיין איז די שיחה פון הייליגן רבי'ן, שיחות הר"ן סימן סז, ווער עס פאלגט די בעלי שכל, אפילו ער איז אנגעפילט מיט משוגעת'ן – פאלט אלעס אוועק; ווייל דו אליין אינעם רבי'ן וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן, און די איינציגסטע זאך וואס מאכט דיך אנגיין איז די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן, וואס איז אונז מחזק מיר זאלן נישט אויפגעבן, און "מאחר שהגדול ממנו אומר לו שאינו צריך לעשות כן, בוודאי מתבטל כל השגעון שלו".


ברודער, מיט די שיחה קען מען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, דער בעל שכל, און אננעמען זיינע ווערטער כי הוא זה, און אז דער רבי זאגט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאן", דארפן מיר אים גלייבן און וויסן אז אזוי איז עס.


איך האב דיך ליב.

#7406 - דו האסט וואס צו געבן פאר תלמידים
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך זע אין דיר אז דו קענסט זייער מצליח זיין מיט קינדער, איך זע דיך פאר א מלמד, דו האסט וואס צו געבן פאר תלמידים, ווארעמקייט און יראת שמים, אויך דיין ווייב האט אין זיך אסאך תוכן און הארץ צו געבן פאר תלמידות.


געב זיך איין פאר א מלמד און דיין ווייב אלס א טיטשער, לייג אריין דיין פלאג און מי אין הייליגע ארבעט, אין זאכן וואס וועלן בלייבן. ווייל אז מען לערנט מיט תלמידים און די תלמידים מאכן אנדערע תלמידים און ברענגען דורות, און די דורות ברענגען ווייטער דורות, קען מען זיך נישט פארשטעלן די שכר און נצחיות וואס מען איז זוכה.

#7405 - זוך אויף אלע שעפעלעך וואס ווערן פארבלאנזשעט
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יישר כח פארן העלפן אין ישיבה מיט די בחורים זיי מחזק זיין מיט תורה ויראת שמים, אריינלייגן אין זיי אמונה און אמונת חכמים.


איך וויל דיר בעטן, אזוי ווי דו העלפסט מיר מחזק זיין מיט די בחורים אין ישיבה זאלסטו מיר העלפן מיט די בחורים, קינדער פון אנשי שלומינו וואס קומען נישט אן מער אין ישיבה, זיי אויפזוכן, זיי אנטקעגן גיין, זיי געבן ליבשאפט און ווארעמקייט, ווייל עס שנייט מיר אין הארץ ווען איך זע ווי קינדער פון אנשי שלומינו, ווי זיי קומען נישט, ווי קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר מיט דעם פרט, איך האב נישט די מעגליכקייט היינט דאס אליין צו טון. אנהויב ישיבה ווען איך האב נישט געהאט אויף מיר קיין ארבעט, נאר די ישיבה, בין איך זיי נאכגעגאנגען, זיי אויפגעזוכט, היינט ווען די קהילה וואקסט מוז איך האבן נאך אפאר אינגעלייט זאלן מיר העלפן מיט די ארבעט. בעט איך דיר, אנא רחם, האב רחמנות אויף זיי, זוך אויף אלע שעפעלעך וואס ווערן פארבלאנזשעט וכו'.


איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#7404 - נישט זיין קיין מחוצף, אבער נישט ווערן צעדרוקט
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


דאס גיין צו דיין שווער ווען ער שרייט און שלאגט און ווארפט א פחד – איז בכלל נישט קיין כיבוד אב ואם, דאס איז נישט געזונט, דאס איז א סכנה פאר דיר און בעיקר פאר דיין ווייב, עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שלחן ערוך אז אין אזא פאל דארף מען זיך אוועק ציען אין א צווייטע פלאץ. איך וואלט דיר געזאגט צי זיך אוועק פון די שטאט, און אזוי וועסטו קענען מקיים זיין כיבוד אב ואם.


ווי קען זיין אזא זאך, איינער וואס פאררופט זיך כלומר'יש א רב – זאל זיך אזוי אויפפירן צו זיינע אייגענע ווייב און קינדער... שרייען, שלאגן, סטראשען, צעברעכן כלים רחמנא לצלן.


דעריבער בעט איך דיר, האב נישט קיין שרעק פון קיינעם, נאר פונעם אייבערשטן זאלסטו זיך שרעקן, און געב אכטונג אויף דיין ווייב און קינדער, זיי זאלן נישט ווערן צעדרוקט און געפייניגט.


א מחוצף זאלסטו נישט זיין, אבער געב אכטונג נישט צו ווערן צעדרוקט פון נישט געזונטע מענטשן.

#7403 - וויפיל איז די שיעור צו ליידן? איך פלאן צו טאנצן
שמחה, צרות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


איינער שיקט מיר א מעסעדזש פאריגע וואך: "איך האב מער נישט קיין כח, וויפיל איז די שיעור צו ליידן, איך פלאן צו טאנצן..."


איך האב זיך פאר א רגע דערשראקן, איך טראכט 'אוי וויי איז מיר, וואס טו איך דא, וועם זאל איך רופן? אז איינער שרייבט אדער זאגט אזעלכע ווערטער, איז דאך יש דברים בגו'.


א סעקונדע שפעטער קומט די המשך פון די מעסעדזש: "א קאדאטשקע...", איך פלאן צו טאנצן מיטן רבינ'ס עצות, "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו".


עס איז מיר זייער געפאלן, איך האב געטראכט אז דאס איז טאקע א גוטע עצה ווען מען האט מער נישט קיין כח, מען שפירט ווי די וועלט ענדיגט זיך; צו טאנצן א רקידה'לע: "אשרינו שיש לנו רבי כזה", והבן למעשה.

#7402 - בזכות די ווייבער שול וועט משיח קומען
דרך ארץ, בית המדרש, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר שרייבט כסדר בריוו, וואס קענט איר העלפן אין שטעטל? וויל איך אייך פרעגן, היות האט מען געבויט דעם נייעם שול מיט די נייע ווייבער שול, אפשר ווילט איר העלפן מיט אויסלערנען די מיידלעך מיט די יונגע ווייבלעך וואס קומען אין שול, זיי זאלן וויסן אז אין שול רעדט מען נישט, און אויב חס ושלום מען רעדט, ווערט פארשטאפט די אויערן, מען איז גורם אז די תפילות זאלן נישט ארויפגיין.


איך שפיר אז די ווייבער שול ביי אונז אין די קהילה דארף א תיקון, עס איז נישט ווי עס דארף צו זיין, און איך וויל נישט צוקומען צו דעם צו דארפן פארשפארן די ווייבער שול.


איז אפשר קענט איר העלפן מיט דעם, רעדן צו די מיידלעך און ווייבלעך זיי זאלן קומען מיט דרך ארץ.


מיר האבן יעצט געמאכט צוויי באזונדערע שטיבער, איין שטוב אזוי ווי א פאליש, פאר די וואס קומען נישט דאווענען, נאר קומען זיך אויסלופטערן, און די אינעווייניגסטע צימער (גאלערי) – נאר פאר די וואס ווילן זיך אויסגיסן דאס הארץ, בעטן פאר די דורות און פאר כלל ישראל.


הלוואי ווען מיר וועלן קענען זאגן אז מיר האבן א ווייבער שול וואס דער רבי האט געזאגט, אז בזכות די ווייבער שול וועט משיח קומען, א ווייבער שול וואו מען קומט נאר פאר תפילה, פאר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן.

#7401 - מען וויל דיך צודרוקן צום אייבערשטן
התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער הארציגער געטרייער ...  נרו יאיר


דאס וואס דו שטייסט יעצט מיט אזוי סאך געלט איינגעשטעקט וכו', און עס קאסט דיר וכו', און דו זעסט נישט קיין וועג; דאס איז א גרויסע טובה, דאס מאכט מען ספעציעל יעדע שטיק צייט פאר דיר, מען וויל דיך צודרוקן צום אייבערשטן, ווייל פון איין זייט האסטו גרויס הצלחה, אבער ווען מען האט הצלחה קען מען זיך אמאל פארגעסן פון וואו די הצלחה קומט, מען קען זיך אליין איינרעדן אז "כח ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה", אז מען איז געלונגען, מען טויגט, מען איז קלוג וכו' וכו', ביז מען זעט זיך אין א פלאנטער, מען ליגט מיט געלט איינגעשטעקט מיט גרויסע פראצענטן, מוז מען גיין אין א ווינקל וויינען צום אייבערשטן, עס צעפאלט די דמיונות אז מען קען אליין, מען איז מקבל גוטע קבלות, ביז עס ווערט צוריק גוט.


קוק צוריק וועסטו זען אז שטענדיג איז אזוי געווען; אט איז אלעס געגאנגען ווי געפלאנט, און אט האט מען געמיינט אז מען גייט באנקראטירן און מען האט געבעטן און תשובה געטון און עס איז צוריק גוט געווארן.


איך בעט פאר דיר אסאך.