בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7866 - מיט אמונה ווערט אלעס גוט
אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


"וַיֵּצֵא יַעֲקֹב מִבְּאֵר שָׁבַע וַיֵּלֶךְ חָרָנָה", 'יעקב' דאס מיינט מען דער איד, 'באר שבע' דאס איז די אמונה, די זיבעטע ספירה, די מלכות; אויב א איד גייט אוועק פון די אמונה – 'וילך חרן' ווערט א חרון אף, עס ווערט דינים, און מיט אמונה ווערט אלעס נמתק.


שטארק זיך מיט אמונה, חזר זיך 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר'. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, מענטשן זאגן 'וואס דארף מען רעדן און חזר'ן אמונה, ווער האט דען נישט קיין אמונה? יעדער האט אמונה!' און דער רבי זאגט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", מען דארף האבן אמונה אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן וואס לעבן בתמימות ופשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן.


ביי אונז אין ישיבה איז געווען שבת זייער שיין, מען האט גערעדט פון רבי'ן, איך וועל דיר שפעטער שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7865 - זיך היטן פון נישט ערליכע זינגערס
זינגער, מיליטער

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וירא, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכער זינגער - וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", אבער אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכער איד - וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם; דו ווילסט וויסן ווער איז א מנגן רשע וואס דער רבי זאגט מען זאל נישט הערן, און ווער איז א מנגן כשר וואס איז גוט צו הערן?


די זינגערס וואס זינגען לידער פון ניבול פה - פון דעם דארף מען זיך זייער היטן, דאס שאט פאר עבודת השם יתברך, דאס טאר מען נישט הערן.


עס איז היינט דא זייער אסאך ערליכע סידיס פון ערליכע זינגערס וואס מען קען זיך מחי' זיין, ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעג): "טוֹב לְהָאָדָם לְהַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ, שֶׁיּוּכַל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ עִם אֵיזֶה נִגּוּן, כִּי נִגּוּן הוּא דָּבָר גָּדוֹל וְגָבוֹהַּ מְאֹד מְאֹד, וְיֵשׁ לוֹ כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר וּלְהַמְשִׁיךְ אֶת לֵב הָאָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", מיט א ניגון קען מען זיך עפענען דאס הארץ צום אייבערשטן; דערפאר איז גוט צו זינגען ניגונים וואס זענען מעורר דעם מענטש צום אייבערשטן.


בנוגע וכו'; אודאי זאלסטו מאכן א פטור, נישט צו האבן שפעטער פראבלעמען מיט זייער טמא'נע מיליטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7864 - אוועקגעווארפן די עלעקטעריק ציגארעטל
בחור, רייכערן, תפילה

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וירא, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אוועקגעווארפן די עלעקטעריק ציגארעטל, עס איז נישט גוט די עלעקטעריק ציגארעטל, מען ווערט אזוי צוגעקלעבט צו דעם, אז וואו מען גייט און וואו מען שטייט דארף מען דאס האבן השם ישמרינו.


דו שרייבסט: "איך האב אוועק געווארפן די עלעקטריק ציגארעטל נאך אסאך אסאך תפילות"; טאקע נאר אזוי קען מען זיך אפגעוויינען פון שלעכטס, נאר תפילה, מיט אסאך סבלנות, בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.


איך האף צו זיין דיין שדכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7863 - טוסט א שרעקליכע פארברעכן, און דו ביסט נאך דער פרומער?!
כיבוד אב ואם, מחלוקת, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שטעלסט אהער א פנים ווי דו ביסט דער פרומער און דיין טאטע איז געפערליך; איך וויל דיר פרעגן, ווי קען זיין אזא זאך צו נעמען א פריוואטע קאמפיוטער פון דיין טאטע און אראפנעמען פון דארט פריוואטע שמועסן? ווי איז דאס געהערט געווארן? דאס איז ריכטיג גניבה?! און צווייטנס, אז דו האסט שוין געטון די פארברעך, די גניבה, און דו האסט געטראפן דארט שמועסן מיט א פרעמדע השם ישמרינו פון עבירות רחמנא לצלן, ווי האסטו געמעגט גיין דאס אנצינדן פאר דיינע געשוויסטער און פאר דיין ווייב, זיין א הוֹלֵךְ רָכִיל מְגַלֶּה סּוֹד?! דו שרייבסט מיר אז דו ביסט אזוי דערשראקן, דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך, סיי דו און סיי דיין ווייב שרייען: "ראטעוועט, מיר האבן געכאפט דעם טאטן!" איך פארשטיי נישט ווי דו שעמסט זיך נישט טון אזעלכע זאכן, גנב'נען פריוואטע שמועסן און זיין א הולך רכיל, ווי שעמסטו זיך נישט?!


איך בין נישט מקבל דיין לשון הרע אויף דיין טאטע, און איך שעם זיך צו הערן אז ביי אונזערע ד' אמות איז דא איינער וואס שפיאנירט אויף זיין טאטע.


טו תשובה, וויין צום אייבערשטן דו זאלסט קענען פאררעכטן וואס דו האסט דא געטון, די חורבן פון צעברעכן א משפחה.

#7862 - געבן א נאמען פאר'ן קינד נאך ערליכע זיידעס
נאמען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


איך קען נישט די רבי'שע מעשיות פון געבן נעמען פאר קינדער, מאכט אליינס אפ צווישן אייך און אייער מאן צו געבן נאך די ערליכע זיידעס. איך מיין עס מיט אן אמת, איך ווייס נישט די זאכן, איך קען נישט די זאכן, איך קען נאר מחזק זיין מיט פאלגן מוהרא"ש, מחזק זיין אינגעלייט און בחורים צו לערנען און צו דאווענען און זיין פרייליך.


דער עיקר זאלן ענק דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים אז מען איז זוכה צו נאך א קינד, און זיין זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7861 - דער מאן איז פארקלאפט און פארמאכט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שוין אזויפיל מאל גערעדט פון דעם אז ווען דער מאן איז פארקלאפט און פארמאכט און רעדט נישט גוטע ווערטער - איז דאס פון פארקלעמטקייט, דאס טאר נישט אויפרעגן די ווייב, דאס טאר נישט מאכן קיין קאלטע באציאונג צווישן מאן און ווייב.


איר האט א טייערער מאן, ער איז גאר טייער, נאר איין זאך, אים איז נישט אזוי באקוועם דאס זאגן און געבן גוטע ווערטער, ער איז ביי זיך נישט זיכער אז זיינע ווערטער זענען חשוב, און אז איר וועט אים זאגן אן א שיעור מאל אז איר האט אים ליב, מיט דער צייט וועט ער אייך צוריק געבן גוטע ווערטער, און ביז דערווייל זאלט איר גלייבן אז יעדע מאל איר געבט אים א גוט ווארט, טוט ער ביים שווייגן אייך צוריק געבן א גוט ווארט.


קומען קומט אז דער מאן זאל אויפבויען די ווייב, איר מאכן פאר א כלי, איר מאכן פאר א יש, און אז די פרוי זעט אז דער מאן איז א שברי כלי דארף זי מיט איר חכמה אים אויפבויען, אים מאכן פאר א כלי, און אז מען לעבט מיט שלום קומט די שכינה הקדושה אין שטוב, און עס פעלט מער גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#7860 - דיין יראת שמים געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין
עבודת השם, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין געווארן אזוי פרייליך צו הערן אז דו האסט איבערגעלאזט די טעלעפאן אין אפיס און געענדיגט מיט האלטן די טעלעפאן אין קאר, און פון די טאג וואס דאס האט פאסירט האסטו אנגעהויבן גיין שלאפן צייטליך, און אויפשטיין צייטליך, דו זיצט אינדערפרי פארטאגס אין כולל בוקר, די חינוך פון די קינדער איז גאר אנדערש, די שלום בית איז זיס, אלעס האט זיך אזוי שיין מסדר געווען.


האסט מיך ממש מחי' געווען, ווייל איך ארבעט זייער שווער מיט די ישיבה, מיט די חדר, מיט די בית פיגא און מיט די אברכים, יעדן טאג האב איך עפעס א פרישע פרשה, יעצט דארף איך גיין צו די פאליציי צוליב ..., און דאס אז איך קען פועל'ן ביי די בחורים און אינגעלייט זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים, דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך זייער שטארקן מיט דיין עבודת השם, מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין יראת שמים און מיט דיין התבודדות, דראפע זיך און דערהאלט זיך. געדענק דעם סיפור, דעם חלום ווען דער הייליגער מוהרנ"ת איידער ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן, ווען ער איז נאך געווען א תלמיד ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו. אמאל אין א מוצאי שבת איז ער געווען מיט די תלמידים פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, און זיי האבן געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל פאר סעודת מלוה מלכה, און רבי נתן'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל און ער איז געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער איז אריינגעקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז איינגעשלאפן, און ער האט געהאט א חלום ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלונג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות", און שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער געזען אז ער איז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע דיר און האלט זיך".


אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו.

#7859 - די שיינע הערליכע ספרים "אשית עצות בנפשי "
הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פרייטאג אויף דער נאכט האב איך זיך געכאפט 'וואס איז געשען מיט די שיינע הערליכע ספרים אשית עצות בנפשי?' האסט אפגעלאזט די הייליגע ארבעט? אזויפיל מענטשן האבן גענומען די ספר אשית עצות בנפשי פאר זייער וועג ווייזער, אזויפיל מענטשן נעמען זייער חיזוק, זייער לופט צו אטעמען פון די ספרים, א שאד דאס אפצולאזן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח, און מח, און הרחבת הדעת, מיט שמחה, אז דו זאלסט קענען ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט.

#7858 - משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען
חיזוק פאר פרויען, אומאן, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לאנדאן


איך האב געטראפן אייער מאן נרו יאיר אין אומאן דעם פארגאנגענעם ראש השנה, ער האט מיר דערציילט אז איר האט אים געלאזט קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה על אף די שוועריקייטן פיזיש און גייסטיש נאכן געבוירן דעם קינד, עס איז אייך ממש אנגעקומען מיט מסירות נפש אז ער זאל פארן די יאר צום רבי'ן; דאס ווייזט אז איר האט א שטארקע אמונת חכמים, אז דער רבי זאגט קומען קיין אומאן שיקט מען דעם מאן אפילו עס איז גאר שווער; איך בין זיכער אז איר וועט נישט דערלייגן פון דעם נאר פארדינען בזה ובבא.


שטארקט אייך מיט תפילה והתבודדות, יעדע זאך וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן, והעיקר זאלט איר טאג און נאכט בעטן פאר אייערע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, ווייל אין די היינטיגע טעג דארף מען אסאך רחמי שמים אז די קינדער זאלן זיין ערליך, און די תפילות פון די אידישע מאמע דאס איז די שטערקסטע גארענטי, און בזכות די תפילות פון אידישע מאמעס וועט זיין די גאולה. אזוי האט דער רבי געזאגט ווען מען האט אים געזאגט אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פינקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח, און איר זאלט זען אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער געזונטערהייט.

#7857 - לערנען פלייסיג די שיעור הלכה
חסידות ברסלב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


זע צו לערנען פלייסיג די שיעור הלכה, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט), א איד מוז לערנען יעדן טאג הלכה; מען קען זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט הלכה, מען פאלגט דעם רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#7856 - א בלאט גמרא באשיצט
דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג א בלאט גמרא, וועסטו זוכה זיין צו זיין באשיצט אונטער די כנפי השכינה.


דיין ראש ישיבה וואס האט ליבט דיך.

#7855 - עס לוינט דאס זיך אפגעבן מיט קינדער
חינוך הילדים, שבת קודש, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכין החודש, כ"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך פרייליכע סעודות, זינג און טאנץ מיט דיינע קינדער, ביי די סעודות זאלסטו זינגען פרייליכע ניגונים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז), שבת דארף מען זיין זייער פרייליך.


ביי די סעודה זאלסטו זיך היטן פון קנאת המלאכים, פון זיך אויפרעגן, פון ווערן בכעס חס ושלום, היט זיך פון כעס און פון מחלוקת. ווען עס קומט פרייטאג צו נאכטס זענען די מלאכים מקנא דעם מענטש און זיי זוכן אים אראפ צו ווארפן אין מחלוקת, אין כעס; געב זיך אכטונג, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין פרייליך שבת, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך גארנישט אויפרעגן שבת".


נעם דיינע קינדער אין מקוה, נעם זיי אין א צייט וואס עס איז נישט אזוי איבערגעפילט. לערן זיי אויס צניעות און קדושה, לערן זיי אויס ווי אזוי מען טוט זיך אויס און ווי אזוי מען טוט זיך אן; ביים אויסטון הייבט מען אן פון די שיך און מען גייט אויף ארויף, און ביים אנטון הייבט מען אן פון אויבן אראפ. עס לוינט די אינוועסטמענט, עס לוינט דאס זיך אפגעבן מיט קינדער, שפעטער האט מען נאר נחת.


ברען אפ די לעכט, ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט, טו עס שוין פרייטאג אינדערפרי, און ביים אנגרייטן די לעכט און ביים אפברענען די לעכט זאלסטו בעטן פאר דיינע קינדער זיי זאלן אלע זיין ערליכע אידן, זיי זאלן לערנען און דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים.


ווען דיין ווייב צינד די לעכט זאלסטו זיין אין שטוב, זאלסט דעמאלט זאגן שיר השירים בקול, און טו זיך פארבענקען צום אייבערשטן ביי די זיסע פסוקים פון (שיר השירים א, ד): "מָשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָּרוּצָה", הייליגער באשעפער צי מיך צו דיר, העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק נאר לויפן צו דיר, טון דיין ווילן, "שְׁחוֹרָה אֲנִי", איך זע טאקע אויס ווי איך זע אויס, אבער רבונו של עולם – "וְנָאוָה", איך בין שיין ווייל איך טו מצוות (שם, ה), בעט איך דיר, "אַל תִּרְאוּנִי שֶׁאֲנִי שְׁחַרְחֹרֶת", קוק נישט אויף מיר אז איך בין אזוי פארשווארצט, וואס זאל איך טון, איך האב א ברענעדיגע יצר הרע, "שֶׁשֱּׁזָפַתְנִי הַשָּׁמֶשׁ", דער יצר הרע ברענט אין מיר אזוי ווי די ברענעדיגע זון, "בְּנֵי אִמִּי נִחֲרוּ בִי", איך בין אויסגעמישט מיט די פעלקער און דאס מאכט מיך פארשווארצט (שם, ו), אוי ווי זיס און ווי בענקעדיג איז דאס זאגן שיר השירים פרייטאג פאר נאכטס.


א פרייליכן שבת.

#7854 - צרות יגון ואנחה, מיט א שמייכל און מיט שמחה
התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברודער, "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד" - האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנה); ווייל דאס שיינקייט און גרויסקייט פונעם מענטש מעסט מען לויט ווי אזוי ער דערהאלט זיך, און אז עס גייט אריבער אויף אים צרות יגון ואנחה, גייט ער ווייטער אן מיט א שמייכל, מיט שמחה. און דאס האבן מיר געזען ביי מוהרא"ש אלע יארן; די שמייכל, די ליכטיגע פנים, אז ווער עס האט נישט געוואוסט וואס גייט אריבער פערזענליך אויף אים האט נישט געקענט חלומ'ען אין וויסטן חלום אז דער מענטש ליידט; מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם, בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן, אן קיין גוזמא, "וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם", איך פלעג וויינען יעדן טאג פון מיין לעבן, "מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט דעם אלעם האט מען דאס נישט געקענט אנזען אויף מוהרא"ש, אדרבה, מוהרא"ש איז שטענדיג געווען מלא שמחה, שטענדיג מיט א שמייכל און יעדן איינעם פרייליך געמאכט.


היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין ישיבה, הלואי זאלסטו זיך אויפוועקן און קומען הערן די זיסע ווערטער פון רבי'ן, אנעם רבי'ן קען מען נישט, עס איז נישט מעגליך אנצוגיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7853 - ווי אזוי קלעבט מען זיך אפ פונעם טעלעפאן?
טעלעפאן, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א רחמנות אויף דעם וואס איז צוגעקלעבט צום טעלעפאן, מען קען האבן א ווייב, די בעסטע און די שענסטע, און די טעלעפאן איז מער אינטערעסאנט, די פראגע איז נאר ווי אזוי קען מען זיך אפקלעבן פון די געוואוינהייט? דורך די עצות פון צדיק, די עצות פון הייליגן רבי'ן, דורך תורה און תפילה.


על כן מיין ליבער חבר, מיין טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין לערנען משניות און גמרא, אין אנהייב וועסטו זיך אפשר נישט קענען קאנצעטרירן אויף וואס דו לערנסט, פון אזויפיל קוקן נישט גוטע זאכן, און פון אזויפיל פוגם זיין רחמנא לצלן. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, דף קי), ווען מען איז פוגם בברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן ווערט חרוב די מח מחשבה, מען קען נישט מער זיך קאנצעטרירן אויף גוטס, די מח לויפט צו שלעכטע מחשבות, "סילוקא דיסודא עד אבא ואימא", עס איז מקלקל די מוחין רחמנא לצלן, איז די עצה פאלגן די רבי, דער רבי איז א מתנה פאר אונזער דור, פאר אונז מענטשן וואס קענען נישט שטיין גראד, מען האלט אין איין פאלן, מען פאלט און מען פאלט. דער רבי געבט אונז אן עצה, א וועג צו לערנען; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, נעם א משניות און זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, אפילו אן פירוש המילות, דאס וועט דיר געבן כח אפצולאזן די טעלעפאן, אפצולאזן די ווידיאוס, מאוויס, סטעטוס, קליפס און דאס גלייכן, און אפילו דו ביסט שטארק באהאפטן צו דעם, אויב דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן - וועסטו ביים סוף ווערן א גרויסער צדיק. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אויך זאלסטו זאגן בלעטער גמרא און דעם יום תהלים יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג), ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, און אפילו איינער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, און אפילו איינער וואס וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורכדעם, און מען קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דעם קומענדיגן שבת פרשת חיי שרה וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט די בחורים וואס גייען נאך געלט צו העלפן די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7852 - די גליקליכקייט פון אן איידעלע פשוט'ע פרוי
צניעות, מקוה, שלום בית, פרום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען מען איז יונג, מען איז צוקאכט - זעט מען נישט די מעלה און חשיבות פון אן איידעלע פשוט'ע פרוי, מען מיינט אז די גליק איז ביי אנדערע, שפעטער ווען מען ווערט אביסל מיושב זעט מען אז איידל און פשוט איז די בעסטע זאך.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אן איידעלע שטוב, דאנק דעם אייבערשטן אז ביי דיר אין שטוב פירט מען זיך מיט הלכות און מנהגים, עס זאל דיר נישט נערוועז מאכן די פרומקייט און די קפידות און די ענינים, זיי עס מחשיב, פריי זיך אז דיין ווייב רופט פרעגן דעם דיין אירע שאלות, פריי זיך אז זי פרעגט אירע ענינים, און אז זי גיסט אפ די קינדער נעגל וואסער, און אזוי ווייטער.


זיי מקפיד צו גיין יעדן אינדערפרי אין מקוה, טו גארנישט איידער דו טובל'סט זיך אין מקוה, און ביים טובל'ן אין מקוה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן די פאר ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך וויל זיין אן ערליכער איד, הייליגער באשעפער געב מיר א תקוה בזכות וואס איך גיי אין מקוה"; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7851 - סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אן קיין חכמות
דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעם דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן אן קיין חכמות, אן קיין פשעטלעך, מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה, אות יג:


מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן מַיינֶע טֵייעֶרֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע לֶערְנֶען מַיינֶע סְפָרִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אַז אִיר זָאלְט אַייךְ גוּט אִיבֶּער קְלֶערְן וָואס עֶס גֵייט פָאר אוֹיף דִי וֶועלְט. וֶוען מֶען טְרַאכְט גוּט אַרַיין אִין דָאס לֶעבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט זֶעט מֶען אַז דָאס לֶעבְּן לוֹיפְט דוּרְךְ זֵייעֶר שְׁנֶעל, דָאס גַאנְצֶע לֶעבְּן אִיז נִישְׁט מֶער וִוי אַן אוֹיגְן בְּלִיק, וִוי דִי שָׁאטְן פוּן אַ פֵייגְל וָואס פְלִיעט דוּרְךְ, אָט אִיז מֶען דָא אוּן אָט גֵייט מֶען שׁוֹין צוּרִיק אִין דֶער עֶרְד.


אוּן דַאן, וֶוען מֶען גֵייט אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט, בְּלַייבְּט גָארְנִישְׁט אִיבֶּער פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, נָאר דִי גוּטֶע זַאכְן וָואס מֶען הָאט זוֹכֶה גֶעוֶוען אַרַיינְצוּכַאפְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט. דִי מִשְׁנָה זָאגְט (אָבוֹת פֵּרֶק ו') "אֵין מְלַוִין לוֹ לְהָאָדָם לֹא כֶסֶף וְזָהָב, וְלֹא אֲבָנִים טוֹבִים וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד" - עֶס בַּאגְלֵייט נִישְׁט אַ מֶענְטְשׁ, נִישְׁט קַיין גָאלְד אוּן זִילְבֶּער, אוּן נִישְׁט קַיין טֵייעֶרֶע דִיאמַאנְט שְׁטֵיינֶער, נָאר תּוֹרָה אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים, דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר גֶעדֶענְקֶען דִי טֵייעֶרֶע מַתָּנָה וָואס מִיר הָאבְּן בַּאקוּמֶען פוּן רֶבִּי'ן, וָואס דָאס אִיז דֶער "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד", וָואס דוּרְךְ דִי גְרִינְגֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע וֶועג קֶענְט אִיר זוֹכֶה זַיין אַדוּרְךְ צוּ גֵיין אוּן דוּרְךְ שְׁפַּאצִירְן מַמָשׁ אִין אַלֶע חֲלָקִים פוּן דִי גַאנְצֶע תּוֹרָה, אִין מִקְרָא, מִשְׁנָה אוּן גְמָרָא, אִין בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי אוּן תּוֹסֶפְתָּא, דֶעם גַאנְצְן רַמְבַּ"ם, טוּר אוּן שֻׁלְחָן עָרוּךְ, אַלֶע סָארְט מִדְרָשִׁים, דִי גְרוֹיסֶע מִדְרָשִׁים אוּן דִי קְלֶענֶערֶע, סַפְרָא, סִפְרִי אוּן מְכִילְתָּא, אַלֶע סִפְרֵי הַזוֹהַר הַקָדוֹשׁ אוּן תִּקוּנֵי זוֹהַר, אַלֶע כִּתְבֵי אֲרִיזַ"ל, אַלֶע חַסִידִישֶׁע סְפָרִים פוּן דִי תַּלְמִידֵי בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע, אַלֶע סִפְרֵי מוּסָר, אַלֶע סִפְרֵי פּוֹסְקִים, אַלֶע הֲלָכָה סְפָרִים, אוּן אַזוֹי וַוייטֶער.


נָאר דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה וָואס מֶען הָאט אַרַיינְגֶעכַאפְּט צוּ לֶערְנֶען דָא אוֹיף דִי וֶועלְט, נָאר דָאס וֶועט אִיר מִיטְנֶעמֶען אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, נָאר דָאס אִיז אֵייעֶר עַשִׁירוּת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט. אוֹיבּ הָאט מֶען נִישְׁט קַיין תּוֹרָה, אִיז דִי גַאנְצֶע לֶעבְּן גָארְנִישְׁט וֶוערְד. אַ מֶענְטְשׁ וֶוערְט גֶעמָאסְטְן לוֹיט וִויפִיל תּוֹרָה עֶר הָאט גֶעלֶערְנְט, לוֹיט וִויפִיל עֶר הָאט זִיךְ גֶעפְלַייסְט צוּ לֶערְנֶען אוּן עוֹסֵק זַיין אִין דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה.


דִי תּוֹרָה אִיז דִי חָכְמָה פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וֶוען אַ מֶענְטְשׁ לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי תּוֹרָה, נֶעמְט עֶר אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס חָכְמָה, אוּן דָאס אִיז דִי בֶּעסְטֶע זַאךְ וָואס מֶען קֶען נָאר טוּן. עֶס אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אַזַא זִיסֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע זַאךְ וִוי דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, חֲזַ"ל זָאגְן (אָבוֹת פֵּרֶק ו') "אֵין טוֹב אֶלָא תּוֹרָה, שֶׁנֶאֱמַר (מִשְׁלֵי ד ב) כִּי לֶקַח טוֹב נָתַתִּי לָכֶם תּוֹרָתִי אַל תַּעֲזֹבוּ" - עֶס אִיז נִישְׁט דָא נָאךְ אַזַא גוּטֶע זַאךְ אַזוֹי וִוי תּוֹרָה. אוֹיבְן אִין הִימְל אִיז נָאר חָשׁוּב תּוֹרָה.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, זֶעט צוּ בַּאשְׁטִימֶען צַייט צוּ לֶערְנֶען תּוֹרָה, צוּ אַרָאפּ גַנְבְ'עֶנֶען צַייט צוּ לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, גֶעדֶענְקְט גוּט אַז נָאר דָאס וֶועט בְּלַייבְּן פוּן אַייךְ. וִויפִיל מֶען כַאפְּט אַרַיין אִיז גוּט, "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִּלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אֶת לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם". זֶעט צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מֶענְטְשְׁן וָואס פַארְבְּרֶענְגֶען דִי טֵייעֶרֶע צַייט מִיט שְׁטוּתִים וַהֲבָלִים, מִיט נַארִישְׁקַייטְן, אָדֶער נָאךְ עֶרְגֶער, מִיט זַאכְן וָואס מֶען טָאר נִישְׁט רֶעדְן, וִוי לָשׁוֹן הָרַע, רְכִילוּת אוּן לֵיצָנוּת א.א.וו. זֶעט צוּ אַנְטְלוֹיפְן יֶעדְן טָאג צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, מַמָשׁ מִיט מְסִירַת נֶפֶשׁ.


וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקַייט פוּן דֶעם "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד". "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'" - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז. וֶוען אִיר וֶועט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ לֶערְנֶען אוֹיפְן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וֶועט אִיר שְׁפִּירְן אַלֶע גוּטֶע טַעֲמִים דֶערִין, דָאס וֶועט אַייךְ גֶעבְּן אַ חִיוֹת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט נַארְן, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער עִיקָר פַארְוָואס מֶען לֶערְנְט תּוֹרָה אִיז נָאר צוּ טוּן דִי וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, מֶען לֶערְנְט כְּדֵי מְקַיֵים צוּ זַיין דִי מִצְוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ מַאכְן אַ נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דַאן אִיז דָאס גַאנְצֶע לֶערְנֶען מַמָשׁ "תּוֹרָה לִשְׁמָהּ" מֶען לֶערְנְט נָאר פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן נִישְׁט אוֹיף צוּ בַּאקוּמֶען כָּבוֹד פוּן מֶענְטְשְׁן, צוּ הֵייסְן אַ רָב, אַ לַמְדָן, אַ צַדִיק אָדֶער אַ בַּעַל מְקוּבָּל, מֶען לֶערְנְט נָאר פָּשׁוּט פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס וֶועגְן, עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶע זַאךְ פוּן דֶעם. אוֹיבּ וֶועט אִיר מִיר פָאלְגְן מִיט דֶעם וֶועט אִיר בִּכְלַל נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7850 - חלישות הדעת און בלבולים, און ווייטער אנגיין
חינוך הילדים, התחזקות, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ה מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט מיט אלע חלישות הדעת און בלבולים און מיט אלע שוועריקייטן וואס דו גייסט אריבער, יעצט איז דאס שיינקייט דיינע, ווי דו גייסט אן מיט דאווענען און לערנען, ווייל ווען אלעס איז גוט, מען האט נישט קיין בלבולים, מען האט נישט קיין ספיקות, אלעס גייט גוט, די פרנסה און אזוי ווייטער - איז דאס נישט קיין קונץ.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק, און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן - דעמאלט וועל איך הנאה האבן".


שלאג נישט קיין קינדער, דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן, אז זיי פאלגן נישט קענסטו ווארטן א טאג און זיי געבן א טאג שפעטער א קנס, צום ביישפיל צוריק האלטן פון קענען שפילן מיט געוויסע טויס אדער אוועקנעמען א גוטע נאש, אבער חס ושלום שלאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7849 - רענט, דירה געלט, קומט פאר אלעס
רענט, ערבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ...


ענק זענען תלמידים פון מוהרא"ש פאר צענדליגע יארן, ווייסט איר אוודאי וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אז רענט, דירה געלט – קומט פאר אלעס.


איך בין זייער אנטוישט אז דער אינגערמאן וואס איך האב אים געבעטן ער זאל ענק טון די טובה, נעמען די דירה אויף זיין נאמען – זאגט מיר יעצט אז ענק צאלן נישט די מארטגעדזש; דער אינגערמאן איז נישט א גביר וואס קען זיך אן עצה געבן, ער מוטשעט זיך מיט זיין אייגענע פרנסה; איז ווי קען זיין אזא זאך אז מען טוט דאס צו אים און צו מיר, איך האב גענומען ערבות נאר ווייל איך האב ענק געוואלט העלפן, און הגם מוהרא"ש האט געזאגט נישט נעמען ערבות, האב איך דאס געטון; איך דארף זיך אליינס דעקן, איז ווי האב איך יעצט איבריגע געלט צו באצאלן ענקער מארטגעדזש.


ווער דארף האבן א דירה אז מען קען עס נישט דעקן? ענדערש וואוינען אין א קליינע דירה, נישט קיין לוקסוס, אן קיין חובות, ווי צו וואוינען ווי א פריץ מיט חובות.


עס איז מיר נישט גרינג, איך אליין דארף צאלן היינט די איינגעשטעלטע פון די חדר, ישיבה, בית פיגא – א חשבון פון הונדערט טויזנט דאלער, און איך ווייס נישט פון וואו עס צו נעמען, דאס איז אויסער די מוסדות אין ארץ הקודש על טהרת הקודש וואס קאסט חודש'ליך פופציג אלפים, ברוך ה' רוב פון די חודש ווערט געדעקט ביי אנשי שלומינו פון ארץ ישראל, אבער די איבריגע דארף איך דעקן.


אזוי אויך די כולל ווערט טאקע געדעקט רוב ביים פאנדרעיזער, אבער ווער שאפט די איבריגע? דאס ליגט אויף מיין מח, און נאך אסאך וואס איך קען נישט דערציילן; איז דאס נישט ריכטיג אז איך זאל דארפן צאלן ענקער מארטגעדזש.

#7848 - אלעס דארף מען טון פאר א מאמע
כיבוד אב ואם, ציצית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו שטארקסט זיך אין עבודת השם, דו גייסט יעדן טאג אין שול דאווענען און דו לערנסט מקרא, משנה, גמרא וכו'.


איך פריי זיך אז דו שטארקסט זיך מיט ציצית, האסט צוריק אנגעטון די הייליגע ציצית.


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט גיין אין שפיטאל צו דיין מאמע אויפן חשבון פון זיין אין שטוב מיט דיין ווייב; אוודאי, וואס איז די פראגע? אוודאי זאלסטו זיין מיט דיין מאמע אין שפיטאל; אז דו דארפסט ברענגען פרנסה זאלסטו גיין אין די נאכט שעות אין שפיטאל, ווייל אלעס דארף מען טון פאר א מאמע.


נעם דיר מיט א זעקל ספרים, א משניות, א חומש, א תהילים, און באדין דיין מאמע מיט דרך ארץ, מיט ליבשאפט און געפיל.

#7847 - גיין אין שול דאווענען, וועט דיר ברענגען אלע הצלחות
שידוכים, דאווענען, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דאווענען מיט מנין, און אז דו האסט נישט קיין מנין – זאלסטו נאכאלץ גיין אין שול דאווענען, דאס וועט דיר ברענגען אלע הצלחות און אלעס וואס דו דארפסט.


ראש השנה אין אומאן ביים רבי'ן האבן מיר געמאכט א געשעפט אז דו וועסט דאווענען די דריי תפילות מיט מנין וועסטו טרעפן דיין שידוך.


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג 'תיקון הכללי' פון הייליגן רבי'ן, די צען קאפיטלעך תהלים [טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], דאס איז א תיקון פאר פגם הברית און פאר אלע חטאים.

#7846 - איך ווארט צו זען דיין פרייליכע פנים
שמחה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נישט אומזיסט האט דער רבי צו אונז גערעדט אזויפיל פון דאס גרויסקייט און וויכטיגקייט פון זיין פרייליך, ווייל אין דעם איז תלוי אלעס; די רוחניות, די גשמיות, דער מענטש, זיין משפחה; אלעס איז אנגעהאנגען אין שמחה, און חס ושלום ווי געפערליך עצבות איז, ווי מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות נפילת אפים ד, ה): "כִּי אֵין דָּבָר מַזִּיק לַעֲבוֹדַת ה' כְּמוֹ הָעַצְבוּת, כַּמּוּבָא בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים", נישטא נאך אזא זאך וואס שטערט פאר עבודת השם ווי עצבות, און דאס איז פשט וואס שטייט אין זוהר (ויקרא, דף מז ע"ב): "רַב הַמְנוֹנָא סָבָא הֲוָה מְסַדֵּר קָמֵי חַבְרַיָּא פִּרְקָא דְּמִילֵי דִּשְׁטוּתָא"; ווייל מען מוז זיין פרייליך, און נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו תורה, צו עבודה און צו אלע מדריגות.


טייערער ליבער ברודער, איך האב דיך ליב, איך דאווען פאר דיין הצלחה, אבער דיין הצלחה ליגט אין דיינע הענט, דו דארפסט זיין פרייליך, דו דארפסט טון אלעס אין די וועלט צו זיין פרייליך.


איך ווארט צו הערן פון דיר און צו זען דיין פרייליכע פנים.

#7845 - טו נישט קיין ווילדע זאכן, רוף יענעם צו דין תורה
בית דין, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


אויף דיין פראגע וואס צו טון מיט די משפחה ... וואס איז אריין אין איינע פון דיינע דירות אן רשות, אן א ליעס און אן צאלן; איך בעט דיר, טו נישט קיין ווילדע זאכן, טו נאר וואס א איד דארף טון, רוף יענעם צו דין תורה, חס ושלום טון ווילדע זאכן, ווייל מען קען אמאל ליידן צוליב וואס מען האט פארשעמט אדער דערשראקן א פרוי מיט קינדער, זאלסט נאר טון וואס בית דין זאגט.


טו זיך אן דיין ווארעמע מאנטל, דיין קוטשמע, דיינע הענטשיך און שאל, און גיי אין פעלד הינטער דיין שטוב; עס איז טאקע קאלט, עס איז שוין פרעסטיג; דאך זאלסטו גיין שרייען צום אייבערשטן יעדן אינדערפרי און יעדע נאכט: "רבונו של עולם העלף מיך איך זאל נישט ארויפקומען מיט מיינע פראבלעמען און דארפן ליידן די גרויסע בושה".

#7844 - איך האף דו ברענסט נאך צום רבי'ן
התחדשות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס מאכסטו עפעס? שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט ביי דיר און מיט דיין משפחה.


איך האף דו ברענסט נאך צום רבי'ן, איך געדענק דיין התקרבות, דעמאלט ביסטו געווען א פלאם פייער, האסט געלעבט מיט א ברען, דיין ליבשאפט צום רבי'ן, דיין דאווענען, דיין לערנען; איך האף אז דו ביסט נאך אזוי. געב זיך אכטונג פון ליצנות וכדומה, פארגעס נישט וואס דער רבי האט געטון מיט דיר, ביסט געווען א פארלוירענער בחור, און וואס איז אלץ אריבער אויף דיר, און דער רבי האט דיך אזוי שיין אנגעטון מיט שיינע לבושים, דיך א חתן געמאכט, אזוי שיין חתונה געהאט, אזא שיינע משפחה האסטו היינט. מוהרא"ש זאגט, די מעשה פון אליעזר איז געווען, ווען מען האט אים געזאגט: "דַּבֵּר", האט ער אנגעהויבן רעדן מיט אן אמת, ער האט דערציילט: "עֶבֶד אַבְרָהָם אָנֹכִי", איך בין אברהם אבינו'ס קנעכט, אלעס וואס איך האב, אלעס וואס איך בין – איז פון מיין רבי, והבן למעשה.

#7843 - א מלמד מיט זעלבסטזיכערקייט, דיסציפלין, און פרייליכקייט
שמחה, הדרכות, זעלבס זיכערקייט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו האסט די זכי' צו זיצן מיט ריינע הייליגע נשמות, זיי לערנען תורת משה רבינו און תורה שבעל פה, עס איז נישטא גרעסערס פון זיין א מלמד.


דער עיקר הצלחה פון א מלמד איז דאס זעלבסטזיכערקייט, נישט ווערן פארלוירן ווען א קינד פאלגט נישט, בלייבן רואיג און באהאנדלען די מצב מיט מח, נישט מיט געפיל, נישט אריינגיין אין א כעס פון פארלוירנקייט, ווי מער מען האט אמונה אין זיך – אלץ מער דיסציפלין האט מען.


נאך אן עיקר אין הצלחה מיט תלמידים – עס זאל זיין א געשמאקע פרייליכע גיסטע אין כתה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:), אז די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געמאכט מילי דבדיחותא קודם הלימוד, זיי האבן געמאכט פרייליך איידער זיי האבן אנגעהויבן לערנען, ווייל נאר אזוי עפנט זיך די מח און הארץ צו מקבל זיין וואס מען לערנט, און אזוי ווי מיר זעען קלאר, די אלע קינדער פון פרייליכע שטובער זענען קלוג און שארף, און פארקערט, די אלע וואס מען איז צו ערנסט – זענען פארקלאפט און פאר'תמ'ט.

#7842 - מיטהאלטן אין ישיבה
בחור, ישיבה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון די מגידי שיעורים און פונעם מנהל, דו פירסט זיך מיט יראת שמים און מידות טובות.


שטארק זיך טייערער ..., דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, וואס דו דארפסט זאלסט זיך נאר צו אים ווענדן, גיי מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות. גיי אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים דו זאלסט זיין א צדיק; אלע צדיקים האבן זוכה געווען צו קומען צו זייער גרויסע מדריגה דורך די פשוט'ע וועג פון רעדן צום אייבערשטן אויף פראסט אידיש, אויף די מאמע לשון, איך וויל זייער זיין דיין שדכן, און זיין דיין באגלייטער אין דיין לעבן, מיר איז נישט אינטערעסאנט עס זאל שטיין אויפן וואנט פון די ישיבה בנשיאות מיין נאמען און שוין, איך וויל זיין דיין ראש ישיבה, דיך העלפן מיט אויסלערנען וואס איך האב געהאט די זכי' צו לערנען ביי מוהרא"ש.


קום צייטליך אין ישיבה, דאווען מיט די בחורים, און זיץ ביי די שיעורים פון די מגידי שיעור. מיר האבן גאר גוטע מגידי שיעור וואס לערנען חומש רש"י, גמרא מיט הלכה; איך וויל זייער דו זאלסט זיין ביי די שיעורים. אז דו וועסט מיך פאלגן וועסטו ביז א קורצע צייט זיין א חתן און חתונה האבן מיט גאר א גוטע שידוך.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר שרייבן א בריוו מפעם לפעם, איך וויל זיין נאנט מיט דיר.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.