בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7916 - מיט א מתנה קען מען נישט איבערבעטן
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט אהיים געברענגט א מתנה, און אנשטאט דיין ווייב זאל דיר זאגן יישר כח האסטו אריינגעכאפט מנה אחת אפים - זאלסטו דאס נישט ניצן קעגן איר, ווייל ווען איינער איז וויי געטון העלפט נישט ברענגען מתנות, עס מאכט נאר ערגער; זי איז פארווייטאגט אויף דיר, און מיט א מתנה קען מען נישט איבערבעטן; מען דארף איבערבעטן, מען דארף זיך פירן שיין, און נאר נאכדעם קען מען קויפן א מתנה.


רעד שיין צו איר, און אז זי שרייט - זאלסטו גיין צום ציון פון מוהרא"ש און זיך אויסוויינען, זיך מתבודד זיין. דו האסט דאך דעם אוצר נעבן דיר, דו וואוינסט דאך אין יבנאל, קענסט זיך יעדן טאג ארויפכאפן צום הייליגן פלאץ און זיך דארט מתבודד זיין. מוהרא"ש זאגט דאך אזעלכע קלארע ווערטער אין די צוואה, (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טַייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה, אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן, אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר, אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


טרייב ארויס די מחשבות פון חס ושלום זיך צעטיילן, דו האסט א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, נישטא קיין ערגערע רציחה ווי דאס אז עלטערן גט'ן זיך, דאס איז ערגער ווי דאס ערגסטע; ענדערש זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן וואס זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעט): "ווען עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל"; ווען מוהרנ"ת האט דאס געהערט האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", וואס מיינט ביטול? וואס טוט מען ווען מען איז אין א שווערע מצב אין מען שפירט אז מען קען מער נישט נעמען די פיין און פלאג? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן – דאס איז ביטול", מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראסט דעם אייבערשטן, מען גלייבט אז ער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר אונז.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף גיין צו די בחורים וואס וויינען אז זיי ווילן זיין גוט, זיי ווילן חתונה האבן, זיי דארפן חיזוק, זיי קענען נישט אן קיין חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7915 - דערמאנען נעמען פון צדיקים, קען טוישן די טבע
קינדער, חיזוק פאר פרויען, עין הרע, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ....שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וכו'; עס איז געוואנדן אינעם מענטש, דער וואס איז חושש אויף דעם זאל חושש זיין, און דער וואס איז נישט חושש אויף דעם - דארף נישט חושש זיין. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קי:): "מאן דקפיד קפיד" וכו'.


דער עיקר זאגט שמות הצדיקים. מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן אז מען זאל זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; זאלט איר זאגן די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מיבניאל וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7914 - אנשטאט האבן טענות, וואלסטו געדארפט מכיר טובה זיין
הכרת הטוב, מחלוקת, נאמען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


...


ווער זאגט דיר אז וואס ער זאגט איז וואר, ווי קענסטו רעדן איידער דו הערסט אויס די אנדערע זייט מעשה, ווי קום איך אריין אין בילד? איך האב אים יא געזאגט ער זאל געבן א נאמען נאך די זיידעס און באבעס. איך האב אים געזאגט ער זאל געבן א נאמען נאך דיין טאטן, האט ער מיר געזאגט אז ער וויל נישט און זיין ווייב וויל נישט, און ער האט מיר געפרעגט אויף א צווייטע נאמען אויב עס איז גוט, צו קענען זאגן אז דער ראש ישיבה האט אים געזאגט צו געבן די נאמען, און צו קענען זאגן פאר אלעמען אז ער פאלגט נאר דעם ראש ישיבה.


האסט טענות אז איך פארע זיך מיט דיינע קינדער? דו ווייסט וויפיל שעה איך געב אוועק פאר דיינע קינדער? וויפיל זיי נעמען מיר אוועק פון מיין משפחה? אנשטאט האבן טענות וואלסטו געדארפט זיין א מכיר טובה און זיך באדאנקען.

#7913 - רוב קינדער ווייסן נישט די חשיבות און הייליגקייט פון א מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא טבריה


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט אויב עס איז גוט איר זאלט רעדן ווייטער מיט די מיידל וואס רעדט נישט שיין צו איר מאמע, אויב דאס מיינט א נישט גוטע חבר'טע?


איר קענט ווייטער רעדן מיט איר, נאר אז איר וועט הערן ווי זי רעדט מיט גרינגשעצונג צו איר מאמע, זאלט איר זי פאררעכטן און זאגן: "א מאמע איז הייליג, צו א מאמע דארף מען רעדן מיט דרך ארץ"; זי ווייסט מן הסתם נישט דאס גרויסקייט פון א מאמע, אזוי ווי רוב קינדער ווייסן נישט די חשיבות און הייליגקייט פון א מאמע.


געבט איבער פאר אלע תלמידות פון בית פיגא טבריה אז איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גריסן אז עס איז דא דרך ארץ צווישן ענק און עס איז דא אחדות צווישן ענק, איך בעט פאר ענקער הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7912 - פארהער נישט דיינע קינדער
מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אינדערפרי זאלסטו גיין אין מקוה; אפילו עס איז דיר שווער, און אפילו דו ביסט נישט אזוי מקפיד דורכן וואך צו גיין אין מקוה יעדן טאג - זאלסטו שבת זיך מוסר נפש זיין אויף מקוה.


שבת זאלסטו זיין זייער פרייליך, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת. איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


פארהער נישט דיינע קינדער; קענסט איבער גיין די לימודים וואס זיי לערנען אין חדר, קענסט מיט זיי שמועסן, קענסט זיי העלפן פארשטיין דאס לערנען - אבער נישט זיך אוועק זעצן על דעת פארהערן, און זיי כאפן אויב זיי קענען אדער נישט; אזוי איז יצא שכרו בהפסדו, איז שוין ענדערש נישט.


א פרייליכן שבת.

#7911 - צעפליקטע נשמות קומען פון שטיבער וואו עלטערן קריגן זיך
חינוך הילדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שריי נישט אין שטוב, שריי נישט אויף דיין ווייב; אז מען שרייט אויף די ווייב, מען כעס'ט זיך - טרייבט מען ארויס די שכינה פון שטוב. א ברסלב'ער חסיד דארף רעדן שיין צו די ווייב, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג), אז מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייב, מען דארף רעדן שיין צו איר און איר האלטן טייער.


איך זיץ מיט קינדער און מיט בחורים שוין איבער צוואנציג יאר, איין זאך קען איך דיר זאגן, די צעפליקטע נשמות קומען פון שטיבער וואו עלטערן זענען זיך נישט מכבד איינער דעם צווייטן, און די געזונטע נפשות, די קינדער וואס זענען הונדערט פראצענט גייסטיש געזונט - די קומען פון די פרייליכע שטיבער וואו טאטע מאמע רעדן שיין איינער צום צווייטן, מיט דרך ארץ.


אז דיין ווייב רעדט נישט שיין צו דיר - האט דאס אויך מיט דיר; דו רעד צו איר מיט דרך ארץ, דו פיר זיך מיט הכנעה - וועט זי מיט די צייט רעדן צו דיר שיין. ווייל שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין, אז מען האט א שמייכלדיגע פנים זעט מען אין די וואסער א שמייכל, און אז מען האט א זויערע פנים זעט מען אין די וואסער א זויערע פנים - "כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי אויך מאן און ווייב; ווען איינער שמייכלט צום צווייטן וועט דער צווייטער צוריק שמייכלען.


זוך נישט צו זיין גערעכט, זוך נישט אויסצופירן, זוך נאר איין זאך - עס זאל זיין שלום בית, די קינדער זאלן נישט ווערן צעריסן פון דיר, געב פאר דיינע קינדער א געזונטע זעל. בייג זיך אראפ, בייג איין די גאווה, "גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ" - זאגן אונז די הייליגע חכמים (בבא מציעא נט:), בייג זיך אראפ צו איר - וועט זיין שלום אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7910 - חומרות נעמט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן
שלום בית, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז זיך נישט נארן, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; כאפ אריין יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די סדרה, און מען איז זוכה צו מקיים זיין וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רֶבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם", מען זאל יעדע וואך מעביר סדרה זיין צוויי מאל די חמש און איין מאל דעם תרגום, "שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִבּוּר מַאֲרִיכִין לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


אויך זאלסטו אוועק ווארפן אלע חומרות וואס דו ביסט ווייט פארקראכן, קער זיך צוריק צום אייבערשטן, לעב בדרך התורה, שפיי אויס אלעס וואס מען האט דיר מדריך געווען שלא על פי תורה, (נישט אומזיסט האט מוהרא"ש געזאגט 'משיח וועט אויפהענגען אויף א תלי' די מדריכים מניוולים וואס נעמען טייערע חתנים און כלות און זענען זיי מדריך צו לעבן ווי די גלחים', זיי שפילן מיט די חתנים און מיט די כלות מעשה גלח, כאילו ווי מער מען איז אפגעשיידט איז מען מער און בעסער, און דאס איז די ווייטאג, אז די אינגעלייט און ווייבלעך פאלן אין עבירות.


איך קען נישט שרייבן מער ווייל אלע קוקן מיינע בריוו און כבוד אלוקים הסתר דבר, אבער רמזים קען מען יא געבן, און זיכער צו זאגן אז (קידושין נד.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָׁרֵת", און (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", און עס איז נישט אמת דאס וואס מען לערנט היינטיגע טעג מיט די טייערע אינגעלייט).


חומרות נעמט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן און ווארפט אים אראפ אין עבירות, בפרט בינו לבינה וכו' וכו'. מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן לעבן מיט שלחן ערוך, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מספק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7909 - אז מען עסט חזיר, זאל עס נישט רינען אויפ'ן בארד
התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך אין די פרשה זעען מיר זייער א שטארקע חיזוק, יעקב אבינו האט צעטיילט זיינע קינדער אין צוויי, ער האט געזאגט (בראשית לב, ח-ט), אויב וועט עשו קומען און מיר צונעמען א האלבע משפחה - וועט די צווייטע האלב זיך קענען ראטעווען, דאס לערנט אונז די וועג ווי אזוי זיך צו קריגן מיט די יצר הרע; ווען ער קומט און ער ווארפט אראפ אין עבירות רחמנא לצלן, זאל מען נישט אויפגעבן און זיך צו אים איבערגעבן, אינגאנצן אריינפאלן אין א יאוש חס ושלום, נאר זוכן צו ראטעווען וואס מער. דער רבי זאגט: "איך זאג אנדערש פון די וועלט, די וועלט זאגט 'אז מען איז אראפגעפאלן אין עסן מאכלות אסורות, מען עסט חזיר - זאל עס שוין רינען אויפן בארד', איך זאג אנדערש, 'ניין ניין ניין, אז מען איז אראפגעפאלן אין עבירות, מען עסט חזיר - זאל עס נישט רינען אויפן בארד', מען זאל פון דארט שרייען צום אייבערשטן".


מוהרא"ש האט אלע מאל געזאגט, וואס איז דביקות אינעם אייבערשטן? דביקות טייטשט פארקלעבט, אזוי ווי מען נעמט צוויי פאפירן און מען קלעבט דאס צוזאם, און אז מען וויל דאס צעטיילן וועט מען נישט קענען, עס וועט מיט קומען א שטיקל פון איינס אויפן צווייטן, אזוי אויך דארף דער מענטש זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן אז אפילו דער יצר הרע וועט אים חס ושלום אראפווארפן אין אן עבירה זאל ער מיט שלעפן מיט זיך דעם אייבערשטן און דארט שרייען: "טאטע טאטע, איך וויל זיך צו דיר צוריק קערן".


היינט איז די יארצייט פון הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו, דער בת עין האט געוואוינט אין אווריטש, שפעטער איז ער געפארן קיין ארץ ישראל. אווריטש איז די שטאט נאווריטש וואו דער רבי איז געפארן, דער רבי איז געווען ביי אים. עס ווערט דערציילט אין חיי מוהר"ן (סימן קנג), אז אין יאר תקס"ז איז דער רבי אוועקגעפארן פאר פורים פון שטאט ברסלב, קיינער האט נישט פארשטאנען פשט פון די רייזע, דער רבי איז דעמאלט געפארן קיין נאווריטש, פון דארט האט ער געוואלט פארן ווייטער אין וועג, אבער ער האט זיך אויפגעהאלטן דארט אין נאווריטש אין שטוב פונעם ארטיגן רב, וואס איז געווען א שטיקל מחותן מיט אים; דאס איז דער צדיק דער בית עין, די זכות פון די צדיקים זאלן מגין זיין אויף אונז מיר זאלן זוכה זיין צו אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7908 - פארוואס ווילסטו ענדיגן דיין לעבן?
תפילות אויף אידיש, יאוש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווארף אוועק די נארישע מחשבות פון חס ושלום ענדיגן דאס לעבן השם ישמרינו; ווי געפערליך עס איז דיר דא - קומט דאס נישט צו א פינטל, איין פראצענט - וואס דארט גייט פאר; נישט איך זאג דיר דאס, דער רבי זאגט דאס.


אמאל איז א איד געקומען צום רבי'ן זאגן: "איך וויל שטארבן, איך האב שוין נישט קיין כח צו די יסורים וואס גייט אריבער אויף מיר", זאגט אים דער רבי (שיחות הר"ן, סימן פד), חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ", דער יצר הרע זאל דיר נישט איינרעדן, "שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער; דער רבי האט אים געגעבן צו פארשטיין אז דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, יעדער איינער מיט זיינע טרדות, פרנסה וכו' וכו'; קען זיין מען זאל כאפן א ביס פון א בין אדער א פליג אן דעם וואס מען זאל דאס שפירן, ווייל מען איז אריינגעטון אין אנדערע זאכן, אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טרדות און מחשבות וואס זאלן אוועק נעמען דעם קאפ פון הערן ווי די ווערעם קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע ריר און יעדע שטאך; מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע בייס פון די ווערעם און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.


די מחשבות פון 'איך אנטלויף', 'איך לויף אוועק' וכו' וכו'; וויל איך דיר זאגן ליבער ברודער, נישטא וואו צו אנטלויפן, פונעם אייבערשטן קען מען זיך נישט באהאלטן, נאר צום אייבערשטן דארף מען לויפן, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן.


דא האסטו א קליינע תפילה צו זאגן יעדן טאג:


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך קען נישט מער, איך האב מער נישט קיין כח, איך בין אזוי דערביטערט פון דאס וואס גייט אויף מיר אריבער אז איך טראכט שוין מחשבות וואס איז נגד השכל, פון וועלן אנטלויפן חס ושלום, העלף מיר, געב מיר א שטארקע אמונה, געב מיר שמחה, מאך מיך פרייליך, איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, דומם צומח חי מדבר - אלעס אלעס איז דו, אלעס קומט פון דיר, אלעס איז נאר דו און דו ביסט אלעס"; אזוי זאלסטו בעטן טאג טעגליך, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7907 - קענסט תשובה טון
התחזקות, תשובה

 בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט זאגן פארן אייבערשטן: "הייליגער באשפער זיי מיר מוחל, הייליגער באשעפער איך הייב אן פון ניי זיין אן ערליכער איד" - וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין און דו וועסט אנקומען ביזן כסא הכבוד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביזן כסא הכבוד; מען קומט אן צו די העכסטע מדריגה.


ברודער גלייב אין רבי'ן, כאפ זיך אן אין רבי'ן, האלט זיך מיטן רבי'ן וואס זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס - גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן; לייג אוועק אלע חכמות המדומות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7906 - אפאר וויכטיגע פונקטן צו מצליח זיין אין די געשעפטן
שמחה, שלום בית, צדקה, תהלים, הצלחה, ביזנעס, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דא האסטו אפאר וויכטיגע פונקטן צו מצליח זיין אין דיינע געשעפטן:


·      זאג יעדן טאג נאך שחרית מיט די טלית ותפילין די 'תיקון הכללי', די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען פאר תיקון הברית, דאס איז מסוגל פאר פרנסה [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


·      זיי זיך מוסר נפש צו זיין בשמחה, און אפילו דו האסט נישט מיט וואס צו זיין פרייליך, דו שפירסט ווי די דאגות און די עצבות איז זיך מתגבר אויף דיר – זאלסטו זיך רייסן צו זיין פרייליך, ווייל דאס איז די שליסל צו הצלחה.


·      האלט א תהילים אין געשעפט, און ווען דו זעסט אז עס דארף געשען א נס, די באנק איז ליידיג, מען דארף ניסים – זאלסטו זאגן א קאפיטל תהילים.


·      רעד מיט דרך ארץ צו דיין ווייב, רעד צו איר ווייך און שיין; דאס איז מסוגל פאר עשירות.


·      האלט א פושקע אין דיין אפיס, און ווארף אריין כסדר פרוטות און שעפשע תפילות.


'הענג אויף דעם בריוו אין דיין אפיס'.

#7905 - א גרוס פון ענקערע טייערע קינדער
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


 משפחת ... שיחיו


איך וויל אייך געבן א גרוס פון ענקערע טייערע קינדער, אלע זענען אזוי ליכטיג און טייער, די זין און די טעכטער, אויך די חתונה געהאטע קינדער, אלע זענען אזוי טייער; בלייבט איבער נאר צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, בפרט יעצט ווען עס קומען די ליכטיגע חנוכה טעג, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "ימי חנוכה", די טעג פון חנוכה זענען טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען ווייטער נחת ביי די קינדער און אייניקלעך, געזונטע ליכטיגע דורות.

#7904 - וויכטיג צו קענען די הלכות פון ברכת הנהנין
תפילות אויף אידיש, אומאן, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נעכטן איז מיר געווען א גרויסע טאג אז מיר האבן אנגעהויבן א נייע שיעור, יעדן פארנאכטס, א שיעור אין הלכה, פאר אינגלייט וואס זענען פאריאגט צו ברענגען פרנסה. איך האב הנאה אז דו קומסט צום שיעור, אפילו דו ביסט מיד טוסטו וואס איז ריכטיג, ביסט זיך קובע א שיעור אין הלכה.


מיר האבן אנגעהויבן לערנען הלכות ברכות, עס איז זייער וויכטיג צו קענען די הלכות פון ברכת הנהנין; גיי ווייס, דאס וואס מענטשן גייען אריבער היינטיגע זמנים, פחדים, ענקזייעטי, פאביעס, פאניק אטאקעס – קומט פון נישט זיין נזהר צו מאכן ברכות. ווייל דער רבי זאגט דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן יד): "מִי שֶׁאֵינוֹ נִזְהָר בְּבִרְכַּת הַנֶּהֱנִין", ווער עס איז נישט געווארנט צו מאכן ברכות ביים עסן, "תְּחִלָּה וָסוֹף", א פאר ברכה און א נאך ברכה – "פְּחָדִים בָּאִים עָלָיו", קומט אויף אים שרעק.


בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, דער רבי וואס געבט מיר לעבן, ער געבט מיר אזויפיל גוטס, אמונה, תשובה, שמחה וכו' וכו' – זאגט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, העלף מיר איך זאל קענען צעברעכן אלע מיינע מניעות און גיין קיין אומאן".

#7903 - פארמאך דיין טעלעפאן, און עפן דיין הארץ
צדקה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


איך קוק זייער ארויס אויף דעם וואס דו האסט אנגעהויבן צו גיין נאך געלט, דו נעמסט צאם צדקה פאר די מוסדות היכל הקודש, צו קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס, דער אייבערשטער זאל דיר געבן חן און סייעתא דשמיא זאלסט קענען טון דיין ארבעט בנאמנות מיט גרויס הצלחה.


זיי זיך קובע יעדן טאג צו גיין התבודדות, זוך דיר א שטילע פלאץ וואו דו וועסט נישט ווערן געשטערט פון קיין שום זאך, פארמאך דיין טעלעפאן. דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט אים קענען דינען מיט תורה ותפילה.


אויך זאלסטו נישט גיין אין אפיס נאר נאך מקוה, נאך שחרית, און נאך עפעס עסן פאר די נשמה, עפעס שיעורי תורה; אזוי וועסטו מצליח זיין.

#7902 - די קונץ איז אויפצוזוכן דאס גוטס
תודה והודאה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך ווייס אז עס גייט איבער אויף דיר; וויסן זאלסטו, עס גייט איבער אויף יעדן באזונדער, נישטא קיינער וואס עס זאל נישט אריבערגיין אויף אים, די קונץ איז – אויפזוכן דאס גוטס, אויפזוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער מאכט.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין לעבן, דיינע טעג, דיינע יארן – גייען אריבער מיט גוטע זאכן, מיט פארשפרייטן די אמונה אויף די וועלט. עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט זען דאס גרויסקייט פון רבי'ן און פון מזכה זיין נשמות ישראל מיט זיי ברענגען צום רבי'ן, דעמאלט וועט מען זען, דעמאלט וועט מען זיך כאפן וואס פאר אן אוצר מיר האבן געהאט.


יעדן טאג זאלסטו טאנצן אז דו האסט די זכי' צו טון פארן רבי'ן, צו זיין א שמש פארן רבי'ן.

#7901 - זיך צוזאמקומען שבת חנוכה מיט אנשי שלומינו
חנוכה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וויל איך זיין שבת חנוכה אין שטעטל אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, שבת חנוכה איז פון די דריי זמנים וואס דער רבי האט געזאגט מען זאל זיך צאמקומען.


איך האף שוין צו געבן דעם ליל שישי שיעור אין שטעטל, און איך וויל בעטן די גבאים אויב מען קען צושטעלן א מלוה מלכה מיט סעודת ראש חודש פאר די גאנצע עולם, אויך א באטע פרייטאג צו נאכטס, ווייל דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים די דריי צייטן, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט געראטעוועט ווערן פון די עונש פון עולם התוהו.


ברוך השם די גריסן זענען געוואלדיג, מענטשן זאגן אז ווען מען קומט אין שול אין שטעטל זעט מען אינגעלייט לערנען און דאווענען, אויך די ריינקייט; אלעס איז ריין, די מקוה, די בית הכסא, ריינקייט איז א סימן טהרה; איך פריי זיך זייער דאס אלעס צו הערן.


גיי שפאצירן מיט התבודדות, שריי זיך אויס צום אייבערשטן בקול דממה דקה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן טז): "דע שיכולין לצעוק בקול דממה דקה", מען קען שרייען צום אייבערשטן ווען קיינער זאל נישט הערן; אלעס ווערט גוט, עס ווערט זיס און ליכטיג, מען ווערט ארומגענומען מיטן אייבערשטן.

#7900 - באנייען אונזער קשר
עצתו אמונה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אויף וואס דו האסט מיר געבעטן אז דו ווילסט האבן מער שייכות, דו שפירסט אז מיר זענען נישט אזוי נאנט ווי אמאל.


אז דו ווילסט באנייען אונזער קשר, זאלסטו לערנען יעדן שבת די קונטרס עצתו אמונה, זאג ארויס די ווערטער אויפן קול, שטייט און קלאר. און ווען עס איז דא די אידישע תפילות זאלסטו זיך מתבודד זיין, נעם די בריוו כאילו עס איז געשריבן פאר דיר פערזענליך.


אויך זאלסטו אריין רופן די האט ליין קול ברסלב, און זיך צוהערן צו די שיינע זיסע שיעורים וואס ווערן פארגעלערנט טעגליך פאר די בחורים, אויך איז דא שיינע שיעורים אויף ספר ליקוטי מוהר"ן און אויף ספר המדות, און נאך.


אזוי וועט אונזער קשר ווערן גאר שטארק, מיר וועלן זוכה זיין צו שיינע זאכן וואס דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט אים פאלגן וועט ווערן א גרויסער צדיק.

#7899 - ווען דער בעל הבית שרייט
פרנסה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


נעם נישט צום הארצן אז דיין בעל הבית האט געשריגן אויף דיר אז ער גייט דיך ארויסווארפן וכו', אויב וועט ער נאכאמאל שרייען זאלסטו אים זאגן מיט א שמייכל מיט דרך ארץ: "איך בין דא צו טון וואס דו זאגסט, און אז דו ווילסט מיך פארשיקן דארפסטו נישט שרייען, קענסט מיך אוועק שיקן, און אז דו ווילסט מיר געבן ארבעט – וועל איך זיך זייער פרייען צו טון די ארבעט, און איך וועל דיר זייער דאנקבאר זיין אויף דעם", און אז ער פארשיקט דיך זאלסטו נישט ווערן צעפאלן, גלייב באמונה שלימה אז פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, זאלסט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות, און ביי שמונה עשרה, ביי די ברכה פון ברך עלינו את השנה הזאת – זאלסטו זיך אויסוויינען, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך האב א משפחה, איך דארף זיי מפרנס זיין, זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געטון און געב מיר פרנסה וכו'".


נישטא וואו צו גיין, נישטא עפעס אויסער תפילה. איך דארף אויך גרויסע ניסים, איך בין זייער צעבראכן, איך דארף א גרויסער נס, איך בין שולדיג פאר די איינגעשטעלטע אין די מוסד, שוין וואכן לאנג וואס איך האב נישט קיין געלט צו באצאלן די איינגעשטעלטע; וואלט עס געווען א ביזנעס – וואלט איך פארמאכט די ביזנעס, אבער היות עס איז די חדר און ישיבה, און בית פיגא פאר אנשי שלומינו – איז נישט שייך צו פארמאכן; קוקן מיינע אויגן צום אייבערשטן, איך וויין צום אייבערשטן ער זאל מיך נישט פארשעמען, איך זאל קענען באצאלן מיינע מלמדים און טיטשערס.

#7898 - וואלענטירן צו פרייליך מאכן אנשי שלומינו
שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס איז דא א פלאץ ווי מען קען מיר העלפן אין שטעטל, עס זענען דא אינגעלייט וואס דארפן חברים, אינגעלייט וואס עס גייט אריבער אויף זיי וואס עס גייט אריבער, און זיי האבן נישט קיינעם מיט וועם צו רעדן. עס קען אויסזען פון אינדרויסן ווי זיי זענען שטיל, ווי לכאורה דארפן זיי נישט קיינעם, ווי זיי גייען זיך זייער וועג, אבער באמת "יֵשׁ לָהֶם יִסּוּרִים גְּדוֹלִים וְנוֹרָאִים רַחֲמָנָא לִצְלַן", האבן זיי גרויסע ווייטאג רחמנא לצלן, "וְאִי אֶפְשָׁר לָהֶם לְסַפֵּר מַה שֶּׁבְּלִבָּם", און זיי קענען נישט דערציילן וואס ליגט זיי אויפן הארץ, "וְהֵם הָיוּ רוֹצִים לְסַפֵּר", און זיי ווילן יא דערציילן, "אַךְ אֵין לָהֶם בִּפְנֵי מִי לְסַפֵּר וּלְהָשִׂיחַ עִמּוֹ אֶת כָּל אֲשֶׁר עִם לְבָבָם", נאר זיי האבן נישט פאר וועם צו דערציילן און אויסשמועסן אלעס וואס ליגט זיי אויפן הארץ, "וְהֵם הוֹלְכִים מְלֵאִים יִסּוּרִים וּדְאָגוֹת", זיי זענען פול מיט ווייטאג, זיי גייען ארום מיט זארג, און מען זוכט אפאר חברים אין שטעטל, אינגעלייט מיט שמחה, זאלן וואלענטירן און מיר העלפן מחי' זיין אנשי שלומינו, ווייל "כְּשֶׁבָּא אָדָם", אז עס וועט קומען איינער, "עִם פָּנִים שׂוֹחֲקוֹת", מיט א פרייליכע פנים, "יָכוֹל לְהַחֲיוֹת אוֹתָם מַמָּשׁ", קען מען זיי פשוט געבן לעבן.


הלוואי זאלסטו מיט נאך אפאר גוטע הארציגער ברידער עוסק זיין אין דעם, אויפזוכן מיט וועם צו רעדן און שמייכלען, וועסטו זוכה זיין צו וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (תענית כב.), "מֵהַנֵי תְּרֵי בַּדְחֵי שֶׁזָּכוּ לְמַה שֶּׁזָּכוּ עַל יְדֵי זֶה שֶׁהָיוּ מְשַׂמְּחִים בְּנֵי אָדָם"; קוק די ווערטער וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג).

#7897 - ארויסגענומען די נישט כשר'ע טעלעפאן פון שטוב
חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן די מעסעדזש אז איר האט ארויסגענומען די נישט כשר'ע טעלעפאן פון שטוב, איר שרייבט אז דאס איז בזכות די דרשות, די שיעורים; איך פריי זיך זייער, און איך בין זיכער אז דאס וועט ענק ברענגען ישועות, ענק וועלן זוכה זיין צו פרנסה בריווח און צו נחת פון די קינדער.


מאכט זיך א צייט יעדן אינדערפרי נאכן לייגן די קינדער אויפן באס צו שמועסן פאר אפאר מינוט מיטן אייבערשטן, הייבט אן מיט דאנקען; דאנקט דעם אייבערשטן פאר די חסדים און בעטס אים פאר אייך, פאר אייער מאן און קינדער, זיי זאלן מצליח זיין אין אלעס.


נאכאמאל א יישר כח פאר די מעסעדזש וואס איז געקומען אין די ריכטיגע מינוט, ווען איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיך מחזק זיין וכו'.

#7896 - דעפרעסיע איז די ערגסטע זאך
שמחה, עצבות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לעיקוואד


דער סמ"ך מ"ם וויל נאר איין זאך, ער וויל דעם מענטש אראפווארפן אין דעפרעסיע, אין עצבות ומרה שחורה, דאס איז די ערגסטע זאך, דאס ברענגט צו אלע עבירות, מען ווערט אפגעריסן פונעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיב): "זה כבר עבירה שאתם עושים עבירה", דאס איז די ערגסטע עבירה, דאס זיין בעצבות.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, גיי א טענצל, פריי זיך אז דו ביסט א איד, זיי זיך מחי' מיט די מצוות וואס דו טוסט און טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אפילו זיך נאריש מאכן, אבי זיין פרייליך, ווייל דאס איז די מלחמה, דער סמ"ך מ"ם זוכט נאר אראפ צו ווארפן אין דעפרעסיע, אזוי ווערט דער מענטש א טויטער, ער איז פערטיג, ער לאזט זיך נאך רחמנא לצלן.


אז מען קען גארנישט טרעפן, מען ליגט אין אזא יאוש אז מען זעט נישט קיין שום ברעקעלע גוטס – דארף מען זיך מחי' זיין מיט 'שלא עשני גוי', פון דעם קען מען נישט אראפפאלן, ווייל וואס עס זאל נאר זיין – בין איך דאך נישט קיין גוי, א איד בין איך דאך. אזוי ווי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט בצדיק אחד שנפל עליו עצבות, און וואס ער האט נאר געוואלט זיך מחי' זיין האט ער נישט געקענט, ביז ער איז געווארן אזוי בעצבות, ער האט זיך נישט געקענט רירן, ביז ער האט זיך מחי' געווען מיט 'שלא עשני גוי'; קוק נאך די מעשה (סוף ספר ספורי מעשיות).

#7895 - נישט מסודר'דיגע תפלות, אפילו אן טעם, אן שפירן
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לינדן ניו דזשערסי


היינט ביים מעביר סדרה זיין האב איך זיך מחי' געווען מיט "וילך חרנה ויפגע במקום"; וואס טוט מען ווען עס איז דא 'וילך חרנה' - א חרון אף, עס איז דא דינים? – די עצה איז 'ויפגע במקום', בעטן און מוטשען דעם אייבערשטן, 'ויפגע' איז א לשון פון פגע'ן, מוטשען, מען דארף מוטשען דעם אייבערשטן ביז עס ווערט המתקת הדינים.


ברודער טייערער, הארציגער חבר, פון הימל שטופט מען דעם מענטש צום וואנט, מען מאכט אים ענג אז ער זאל דארפן שרייען צום אייבערשטן, ער זאל תשובה טון און זיך בארעכענען און געדענקען אז עס איז דא נאר איין באשעפער אויף די וועלט.


אז מען קען נישט רעדן, די מויל איז פארמאכט – דארף מען ניצן די פייל און בויגן, מען דארף ווארפן תפילות. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן נב): "שצריך לזרוק ולהשליך אחריו יתברך תפילות", מען ווארפט תפילות, מען זאגט דא א תפילה און דארט א תפילה, אפילו עס איז נישט מסודר, אפילו אן טעם, אן שפירן ווי מען פועל'ט וכו' וכו'.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן א רבי וואס שטארקט אונז און לאזט אונז נישט פאלן.

#7894 - עפעס אינעווייניג איז נישט פרייליך
שמחה, שלום בית, לימוד התורה

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דאס וואס דו זאגסט אז דו שפירסט אז דו ביסט נישט מסודר, עפעס אינעווייניג איז נישט פרייליך, עס מאכט דיר נישט גוט וכו' וכו'.


דאס איז וויל עס פעלט דיר לערנען תורה, דו דארפסט זיך מאכן א שיעור אין חומש, משניות און תהילים – וועסטו גלייך זען און שפירן א חילוק, וועסט ווערן פרייליך; ווייל תורה מאכט פרייליך.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, זיי זיך קובע צו לערנען אין שול אינדערפרי חומש, משניות און תהילים.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען אין שטוב; ווייל וואס מאכט פרייליך די פרויען? זיי האבן נישט קיין חיוב צו לערנען תורה, זיי ווערן פרייליך ווען אין שטוב גייט א קול תורה, אז דער מאן לערנט תורה אין שטוב – ווערן זיי פרייליך, די גאנצע שטוב ווערט פרייליך.


שרייב מיר ווען דו לערנסט און וויפיל דו לערנסט.


 

#7893 - אויסער די חברותות, אויך זאגן תורה אן פארשטיין
סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס דערפרייט מיר דאס הארץ צו הערן אז דו קומסט אין שול יעדן טאג דאווענען און לערנען, האסט גענומען צוויי חברותות, דו לערנסט די הייליגע תורה, דאס איז דעם רבינ'ס ווילן געווען, אריינברענגען אין אונז א גליסטעניש צו לערנען און צו טון אסאך מצוות מיט א פשטות, אן קיין חכמות.


אויסער די שיעורים וואס דו האסט מיט דיינע חברותות – זאלסטו אויך לערנען פאר דיר אליין, גורס זיין פרקים משניות מיט בלעטער גמרא אפילו אן קיין פארשטאנד, אזוי ווי דער רבי האט אונז געזאגט צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), ווייל אז מען לערנען נאר מיט פארשטאנד און מיט א חברותא, קומט אויס אפאר הונדערט טעג א יאר וואס מען לערנט נישט, אז מען רעכנט צאם אלע שבתים און ימים טובים פון יאר, און ערבי שבתים – איז שוין איבער הונדערט טעג, און נאכדעם אלע אנדערע טעג וואס מען האט טרדות, איז אלעס צוזאמען גאר אסאך טעג, מה שאין כן אז מען לערנט באופן גירסא, דאס טוט מען אלע טעג, כולל שבתים, ערב שבת, און אזוי ווייטער.


אינדערפרי נאך ברכת התורה זאלסטו זיך קובע זיין צו זאגן די דרייצן אני מאמין, זאג עס מיט די טייטש, עס זאל דיר ווערן איינגעקריצט אין די ביינער די אמונה בה' ובמשה ובנביאים.

#7892 - ווי אזוי ווילסטו דיין קינד זאל רעדן מיט דיר?
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט רעדן מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא לב.): "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום", דער אייבערשטער זאגט, אויך מיך זאלן ענק מכבד זיין און אויך ענקערע עלטערן זאלן ענק מכבד זיין, דאס מכבד זיין עלטערן איז חשוב פינקט אזוי ווי מיך מכבד זיין; און אז זאכן שטערן דיר – איז דאס נישט קיין תירוץ אויף נישט מכבד זיין. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין לא.), מען האט געפרעגט רבי אליעזר ביז וויפיל איז די שיעור צו ליידן (סאפערן, כנוסח אמעריקע), האט ער געזאגט: "פארוואס פרעגט עטץ מיר, פרעגט דעם גוי פון אשקלון, דמה"; ער איז געווען א גענעראל און ווען ער האט געגעבן זיין דרשה איז זיין מאמע געקומען און אים געווארפן אירע שיך אין פנים, האט ער זיך אראפגעבויגן, ער האט אויפגעהויבן די שיך און איר עס געגעבן, זי זאל זיך נישט דארפן בייגן.


האסט שוין חתונה געהאט, האט שוין א קינד; ווי אזוי ווילסטו דיין קינד זאל רעדן מיט דיר? מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל יעדן טאג רעדן פון כיבוד אב ואם, און זאגן פאר די בחורים: "ווי אזוי ענק פירן זיך צו ענקערע עלטערן – וועלן ענקערע קינדער זיך פירן צו ענק, מיט פראצענט".


דיין מאמע האט אזוי געוויינט צו מיר ביי די ברית וואס דו האסט געמאכט פאר דיין זון, אז זי האלט נישט אויס מער... איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו טוסט תשובה און דו גייסט רעדן שיין.