בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - אויב מ'היט די הלכות, האט מען געזונטע קינדער
חתונה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מטות-מסעי, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


מזל טוב טייערער ... נרו יאיר, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מיט דיין כלה תחי', און זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים.


איך געב דיר א מתנה דעם ספר און איך בעט דיר זייער דו זאלסט חזר'ן דעם ספר דיין גאנץ לעבן – אן א שיעור, ווייל אויב מען האלט טהרת המשפחה איז מען פארזיכערט מיט געזונטע קינדער און אויב חס ושלום מען היט נישט די הלכות, מען איז מזלזל חס ושלום אין דעם, דעמאלט איז זייער ביטער. מען רייסט זיך אפ פונעם אייבערשטן ה' ירחם.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיין הצלחה.

#12 - לערנען שלחן ערוך הקטנים
לימוד התורה, סמארטפאון, הלכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.


איך גיב דיר א מתנה א סעט שלחן ערוך הקטנים; עס איז דא די "שלחן ערוך הגדולים", וואס האט אלע נושאי כלים, נאכדעם איז דא די שלחן ערוך הקטנים וואס איז בלויז "מחבר און רמ"א"; זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין סעיף, אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן, אז יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט).


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט דיר שבת, דו האסט טייערע קינדער און א וואוילע ווייב; דו האסט מיר אזוי שטארק מחי' געווען ווען דו האסט מיר דערציילט אז דו האסט פארמאכט דיין סאושעל מידיע אקאונט זייט דו האסט געזען דעם קליפ פון "געוואלד טאטע'ס און מאמע'ס", און דו פארברענגסט מער אין שטוב מיט דיין משפחה.


איך דאנק דיר פאר דיין שטענדיגע הילף פאר'ן שטיין צו די מוסדות מיט א ווארימע הארץ; דאס אלעס וועט דיר צוניץ קומען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


געוואוין זיך צו זיך אויסצורעדן דיין הארץ צום אייבערשטן; גיי יעדן טאג אינדערפרי א שפאציר און שמועס דיר אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים אלעס וואס דו טוסט, זיי זיך מתוודה אויף אלעס מיט וואס דער יצר הרע איז דיר מכשיל, און בעט אים אויף ווייטער.


זיי געזונט און שטארק.

#11 - מעג מען טרינקען וואסער פאר קידוש?
תפילה והתבודדות, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו פירסט זיך אויף מיט דרך ארץ צו דיינע טיטשערס. זאלסט זיך אייביג נאר חבר'ן מיט מיידלעך וואס פירן זיך איידל און דרך ארץ'דיג, מיט דעם וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און א גוטע נאמען פאר אונזער סקול 'בית פיגא'.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען מעג טרינקען וואסער פאר קידוש; ביז דו ווערסט א בת מצוה מעגסטו טרינקען וואסער פאר קידוש (עיין מגן אברהם, סימן רסט סעיף קטן א).


זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן און יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי פלעגט זייער אויסלויבן די אידישע פרויען וואס האבן אין זיך תמימות ופשיטות און זיי רעדן צום אייבערשטן אויף זייער מאמע לשון און וואס זיי דארפן בעטן זיי נאר פון אים.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#10 - פרייליך איז נאר דער וואס לערנט תורה
לימוד התורה, שבת קודש, חברים, הלכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


יעדן אינדערפרי בין איך זיך מחי' צו זיצן אין ישיבה און לערנען מיינע שיעורים כסדרן; עס איז שַׁא שטיל, עס איז נישט דא קיין גרודער, ווייל נישט אלע בחורים קומען פרי אין ישיבה – נאר געציילטע בחורים און דו ביסט איינער פון זיי, וואס דו שטייסט אויף גאר פרי אז דו זאלסט נאך קענען קומען פון בארא פארק און זיין ביי די גמרא שיעור אין בבלי און אין ירושלמי; איך האב דיר זייער ליב, דו ביסט א טייערע בחור.


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט מיט האלטן די שיעור אין הלכות שבת; איך האב אויפגענומען א אינגערמאן וואס זאל פארלערנען פאר פינף און פערציג מינוט. אז מען לערנט הלכות שבת קען מען היטן שבת; מען קען חתונה האבן און פירן א אידישער שטוב, מה שאין כן אויב מען לערנט נישט הלכות שבת איז נישט מעגליך צו היטן שבת, אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זכר צדיק לברכה שרייבט (יערות דבש חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", עיין שם.


גיי נישט נאך די בחורים וואס לערנען נישט; יעצט זעט "אפשר" אויס כאילו זיי מאכן א לעבן, זיי האבן א סעלפאון און רייכערן וכו' וכו', אבער באמת איז פרייליך נאר דער וואס לערנט תורה.


נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א אידישע שטוב.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#9 - דיין זון זאל מיט לערנען הלכות שבת
הלכה, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר הר"ר ... שליט"א.


א גרוס פון דיינע טייערער ליכטיגע קינדער, בפרט דיין זון הבחור ... נרו יאיר; ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער דאווענט ערליך און ער לערנט פלייסיג.


איך האב אויפגענומען א מגיד שיעור וועלכער זאל פארלערנען הלכה, יעצט לערנט מען הלכות שבת – די סימנים הקטנים; איך האב זייער שטארק חשק אז דיין זון זאל מיט לערנען די הלכות. איך מאך דאס בתורת התנדבות, נאכדעם וואס דער מגיד שיעור האט מיר געזאגט אז ער קען נאר פארלערנען אויב ס'איז בתורת התנדבות, ווייל אויב איז א מוז פאר אלע בחורים צו קומען הייבט זיך אן "מעשה ישיבה" און מען קען שטערן ביים שיעור.


איך האב שוין געשריבן פאר דיין ווייב תחי' אז זי זאל מחזק זיין דיין זון ... נרו יאיר ער זאל זיין פון די וואס באטייליגן זיך ביים הלכה שיעור, עס נעמט אינגאנצן א דריי פערטל שעה.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


יישר כח.


...

#8 - איך האב גרויס נחת פון דיין התנהגות
בחור, הלכה, גמרא, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר.


איך וויל דיר באדאנקען פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


וויסן זאלסטו אז איך האב גרויס נחת פון דיין התנהגות; מאמי תחי' זאגט מיר שטענדיג אז עס האט זיך געלוינט אלע רדיפות, בזיונות און שפיכות דמים וואס מיר זענען אריבער ווען מיר זענען מקורב געווארן צו מוהרא"ש, זעענדיג היינט ווי די קינדער לעבן מיט די תורה און מיטן אייבערשטן.


מיין גאנצע חיות איז צו זען ווי דו קומסט יעדן אינדערפרי לערנען מיט מיר א בלאט גמרא בבלי און א בלאט ירושלמי, נאכדעם ווי דו זיצט פאר זיך מיט דיינע ספרים, דו זאגסט ח"י פרקים משניות און א יום תהלים וכו' וכו'.


איך בעט דיר זייער זאלסט גיין צו די שיעור הלכה יעדן טאג; איך האב אויפגענומען א מגיד שיעור הרב ר' ... שליט"א פארצולערנען הלכות שבת. די גאנצע שיעור נעמט א קנאפע דריי פערטל שעה, ער לערנט עס פאר בטוב טעם ודעת, אן קיין בחינות און אן קיין פארהערן, סך הכל אז דו זאלסט קענען חתונה האבן קענעדיג הלכות קידוש, הלכות הדלקת הנרות און די הלכות וואס זענען נוגע פאר די סעודות שבת, כדי דו זאלסט קענען בעזר ה' אויפשטעלן א שטוב על דרך התורה.


לאז מיר וויסן אויב דו גייסט צום שיעור – וועסטו מיר מחי' זיין


פון דיין טאטע.


...

#7 - זייער וויכטיג מיטצוהאלטן די הלכות שבת אין סקול
שבת קודש, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האלסט מיט די לימודים אין סקול און דו לערנסט גוט דורך הלכות שבת וואס מען לערנט אין סקול; אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי צו זיין א אידישע מאמע און פירן א אידישע שטוב אויסגעהאלטענערהייט.


דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זכר צדיק לברכה שרייבט (יערות דבש חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", עיין שם. דעריבער איז זייער וויכטיג מיט צו האלטן דעם לימוד אין סקול.


איך וועל דיר ענטפערן מיטן אייבערשטנס הילף אויף אלע שאלות וואס דו פרעגסט:


א – צי מען מעג גיין שבת מיט שפיציגע שיך אויף דער ערד אלץ חורש וכו'; מען מעג גיין אויף דער ערד אפילו די שיך איז שפיציג און עס וועט מאכן א גריבל, ווייל עס איז א דבר שאינו מתכוון, מען האט נישט אינזין צו אקערן ממילא איז דאס נישט אסור. אפילו עס איז א זיכערע זאך אז עס וועט מאכן א קריץ (פסיק רישיה) דאך מעג מען דאס טון, ווייל דאס אז דער וועג ווי אזוי מען גייט, דעריבער האבן די חכמים נישט גוזר געווען אויף דעם (עיין משנה ברורה סימן שכ, סעיף קטן לט).


ב – צי מען מעג אויפהייבן שבת קודש עפלעך וואס איז אראפגעפאלן פון בוים; עס ווענדט זיך, אויב זענען די פירות אראפגעפאלן פון בוים אום שבת קודש דעמאלט טאר מען דאס נישט אנרירן; עס איז נישט קיין חילוק איינס אדער מער – ווייל עס איז מוקצה, אבער אויב מען ווייסט קלאר אז די פירות זענען אראפגעפאלן ערב שבת, דעמאלט איז די הלכה אז מען מעג אויפהייבן נאר איינס אויפאמאל דאס צו עסן, ווייל אויב מען הייבט אויף מער ווי איינס איז דאס אסור אלץ די מלאכה פון מעמר.


ג – צי מען מעג שפילן שבת מיט קליקס; מען מעג שפילן מיט קליקס, לעגאו וכדומה און עס איז נישט דא ביי דעם די איסור פון בונה, ווייל דאס איז נישט געמאכט עס זאל בלייבן אויף א לענגערע צייט, דאס איז בלויז געמאכט צו בויען און צו צענעמען, און אפילו עס וועט יא בלייבן פאר א שטיק צייט איז אויך נישט דא ביי דעם קיין איסור.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט תהילים און דו האסט מסיים געווען דעם ספר תהילים די ערשטע מאל אין דיין לעבן; יעצט זאלסטו נאכאמאל אנהייבן ספר תהילים און דיין גאנץ לעבן זאלסטו זאגן תהילים, וועסטו האבן א גוט לעבן.


ווייז דעם בריוו פאר דיין טיטשער מרת ... תחי'.

#6 - זייער וויכטיג מיטצוהאלטן די הלכות שבת אין סקול
שבת קודש, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האלסט מיט די לימודים אין סקול און דו לערנסט גוט דורך הלכות שבת וואס מען לערנט אין סקול; אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי צו זיין א אידישע מאמע און פירן א אידישע שטוב אויסגעהאלטענערהייט.


דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זכר צדיק לברכה שרייבט (יערות דבש חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", עיין שם. דעריבער איז זייער וויכטיג מיט צו האלטן דעם לימוד אין סקול.


איך וועל דיר ענטפערן מיטן אייבערשטנס הילף אויף אלע שאלות וואס דו פרעגסט:


א – צי מען מעג גיין שבת מיט שפיציגע שיך אויף דער ערד אלץ חורש וכו'; מען מעג גיין אויף דער ערד אפילו די שיך איז שפיציג און עס וועט מאכן א גריבל, ווייל עס איז א דבר שאינו מתכוון, מען האט נישט אינזין צו אקערן ממילא איז דאס נישט אסור. אפילו עס איז א זיכערע זאך אז עס וועט מאכן א קריץ (פסיק רישיה) דאך מעג מען דאס טון, ווייל דאס אז דער וועג ווי אזוי מען גייט, דעריבער האבן די חכמים נישט גוזר געווען אויף דעם (עיין משנה ברורה סימן שכ, סעיף קטן לט).


ב – צי מען מעג אויפהייבן שבת קודש עפלעך וואס איז אראפגעפאלן פון בוים; עס ווענדט זיך, אויב זענען די פירות אראפגעפאלן פון בוים אום שבת קודש דעמאלט טאר מען דאס נישט אנרירן; עס איז נישט קיין חילוק איינס אדער מער – ווייל עס איז מוקצה, אבער אויב מען ווייסט קלאר אז די פירות זענען אראפגעפאלן ערב שבת, דעמאלט איז די הלכה אז מען מעג אויפהייבן נאר איינס אויפאמאל דאס צו עסן, ווייל אויב מען הייבט אויף מער ווי איינס איז דאס אסור אלץ די מלאכה פון מעמר.


ג – צי מען מעג שפילן שבת מיט קליקס; מען מעג שפילן מיט קליקס, לעגאו וכדומה און עס איז נישט דא ביי דעם די איסור פון בונה, ווייל דאס איז נישט געמאכט עס זאל בלייבן אויף א לענגערע צייט, דאס איז בלויז געמאכט צו בויען און צו צענעמען, און אפילו עס וועט יא בלייבן פאר א שטיק צייט איז אויך נישט דא ביי דעם קיין איסור.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט תהילים און דו האסט מסיים געווען דעם ספר תהילים די ערשטע מאל אין דיין לעבן; יעצט זאלסטו נאכאמאל אנהייבן ספר תהילים און דיין גאנץ לעבן זאלסטו זאגן תהילים, וועסטו האבן א גוט לעבן.


ווייז דעם בריוו פאר דיין טיטשער מרת ... תחי'.

#5 - מחזק די אינגעלייט פון כולל
לימוד התורה, הלכה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע כולל אינגעלייט "תלמידי היכל הקודש" נרם יאיר.


וויסן זאלט איר אז ביי מיר איז דער כולל ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אויף די צען יאר וואס מיר האבן די ישיבה, און מיר האבן זיך דערהאלטן טראץ אלע שוועריקייטן וואס מיר זענען אריבער.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מען איז אריין אינעם צווייטן זמן וואס איר זענט זוכה צו זיצן אין די ד' אמות של הלכה; ביים אייבערשטן איז חשוב די ד' אמות של הלכה מער פון אלעס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז מען האט צוגעלייגט נאך א שיעור בהלכה, אז איר לערנט פארנאכטס יורה דעה חלק ב - הלכות טהרה.


איך וויל זייער שטארק פארברייטערן די כולל אז נאך אינגעלייט זאלן קומען אין כולל לערנען הלכה און גמרא; איך וועל מחזק זיין די אינגעלייט וואס ארבעטן נישט דורכן גאנצן טאג זיי זאלן זיך איינשרייבן אין כולל אפילו פאר איין סדר, ווייל ביים רבי'ן איז געווען א יסוד לערנען הלכה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט).

#4 - גיי אין כולל כאטש פאר איין סדר
לימוד התורה, הלכה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ענדערש זאלסטו קומען לערנען אין כולל ווי צו גיין ליידיג.


מיר האבן יעצט צוגעלייגט נאך א שיעור אין כולל פון פינף ביז זעקס אזייגער וואס דעמאלט לערנט מען הלכות טהרה - יורה דעה חלק ב'; איך וועל מיך זייער פרייען אויב דו וועסט זיך איינשרייבן אין כולל כאטשיג פאר די שעה וואס דו ארבעטסט נישט.


געדענק וואס דער רבי זאגט: "אביסל איז אויך גוט"; אז מען לעבט מיט דעם ווארט קומט מען אן אסאך מער ווי די וואס ווילן נאר אנקומען אסאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - וועגן מקוה, הדרכות, שלחן ערוך, קומען צו פארן
מקוה, הדרכות, צדיקים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע פראגעס.


א - מקוה איז פון די ערשטע זאכן ביי ערליכע אידן ובפרט אין ברסלב. דו ווייסט אודאי וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט (דברי אהרן, קרלין): "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה נישט צוברענגען". דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג (עיין בספר ליקוטים יקרים, סימן קעח).


דעריבער זאלסטו גיין אין מקוה יעדן טאג, בפרט ווען דו דארפסט די מקוה; אז דו ביסט נכשל געווען מיט מקרה לילה זאלסטו לויפן אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי. "דאס ערשטע איז מקוה" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא).


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מקוה טוט פארן מענטש; ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה אנטלויפן פון אים אלע קליפות וואס זיי מאכן דעם מענטש מרה שחורה'דיג. דאס וואס עס מאכט זיך ביי א מענטש אז ער פאלט אריין פלוצלינג אין א דעפרעסיע, דאס קומט פון די קליפות וואס ווערן באשאפן פון די עבירות וואס ער טוט, זיי נעמען ארום דעם מענטש און דערביטערן אים דאס לעבן, אבער דורך מקוה ווערן זיי אויס, זיי פארלירן דעם שייכות מיטן מענטש.


ב - זיין מיט די ווייב וכו'; איך פארשטיי נישט דיין שאלה, וואס דארף מען ווארטן וכו'? אויף ווען דארף מען ווארטן? דו ווייסט דאך וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה פלעגט זאגן ווען מען האט אים געפרעגט הנהגות פון דברים שבינה לבינו: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת", ווען מען מעג - מעג מען וכו' און ווען מען טאר נישט - טאר מען גארנישט וכו'.


אנטלויף פון פאלשע הדרכות וכו'; אלע וואס פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן איז דאס נאר ווייל מען האט זיי געלערנט די פאלשע לימודים פון פרישות וכו', דערפאר גייען זיי זוכן שמוץ.


ג - בנוגע לערנען שלחן ערוך מיט א חברותא וכו'; ביים רבי'ן איז געווען שלחן ערוך די וויכטיגסטע זאך. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות; ווי אזוי צו לערנען - מיט א חברותא, אן א חברותא -  דאס האט שוין מיט דיר, עס ווענדט זיך יעדער מענטש לויט זיין וועג.


ד – איך האב דיר שוין געשריבן אז עס פעלט נישט אויס צו קומען צו פארן צו מיר, עס איז נישט דא וואס צו זען דא; הלואי זאל איך זיין א פשוט'ער איד, נישט דא וואס צו זען דא. דו ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' יודל ווען ער איז געקומען צום רבי'ן די ערשטע מאל: "וואס האסטו מורא פון מיר, איך בין א מענטש פונקט ווי דיר, נאר איך בין אביסל קלוגער פון דיר" (קוק נאך אין ספר פעולת הצדיק אות קלו, די גאנצע מעשה); דאס זעלבע זאג איך דיר: איך ווייס נישט נאך וואס עס פעלט אויס צו קומען קיין אמעריקע, איך בין א מענטש אזוי ווי דיר נאר איך האב גענומען מוהרא"ש פאר מיין וועג ווייזער אין לעבן.


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד אין לעבן, אז מען האט שלום בית האט מען א ריינע מח.

#2 - מ'טאר זיך נישט אליין פסק'ענען שאלות
סגולות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט דא אזא זאך אז מען זאל זיך אליינס פסק'נען מראות וכו'; יעדעס מאל מען האט א שאלה דארף מען גיין פרעגן א דיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", דער וואס שעמט זיך צו פרעגן ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן; יעדע שאלה וואס מען האט מוז מען פרעגן אן ערליכער מורה הוראה, נאר אזוי קען מען בויען א אידישע שטוב.


דאס וואס איר שרייבט אז עס איז שווער וכו'; עס איז שווער ווען מען ווייסט נישט די חשיבות דערפון. ווען א פרוי זאל וויסן ווי חשוב זי איז אין הימל ווען זי האלט הלכות און ווען זי רייניגט זיך וכו', וואלט זי געטאנצן פאר שמחה יעדעס מאל זי גייט אריבער די טעג וכו'; ווייל ווען מען רייניגט זיך דא רייניגט מען אויבן אין הימל די נשמה, און מען איז זוכה אראפ צו ברענגען הייליגע נשמות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט צוריק באקומען אייער צייט וכו'; איך האב געהאט א מעשה יארן צוריק, איך האב געבעטן מוהרא"ש א ברכה אויף דעם וכו', האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "איך וועל דיר שיקן א זאך וואס איז א סגולה פאר דעם, א סגולה וואס דער רבי זאגט"; נאכדעם איז מוהרא"ש געקומען קיין וויליאמסבורג צו א שמחה און מוהרא"ש האט מיר געברענגט א פלאש גרעיפ-דשוס, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "וְעַל כֵּן אִשָּׁה שֶׁדָּמֶיהָ מְרֻבִּים וְאֵין לָהּ וֶסֶת, רְפוּאָתָהּ עַל יְדֵי יַיִן שֶׁהִסְתַּכֵּל בּוֹ צַדִּיק אֲמִתִּי", א סגולה ווען מען קען זיך נישט רייניגן וכו', אז מען זאל טרינקען וויין וואס אן אמת'ער צדיק האט געקוקט אויף דעם; און וואונדער איבער וואונדער אלעס איז געווארן מסודר, מיר האבן דאס נאך געהאלטן פאר א לאנגע צייט און אויך געטיילט פאר חברים. מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו טרעפן אמת'ע צדיקים וואס קענען אויסהיילן אלע פראבלעמען.


שטארקט אייך מיט תפילה, וועט אייך דער אייבערשטער העלפן איר וועט האבן א ישועה אין אלע אייערע וועגן.

#1 - מ'דארף לערנען מיט די מיידלעך הלכות יחוד
חינוך הילדים, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי' מנהלת בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


על פי הלכה טאר זי נישט זיין אין שטוב ווען ער איז דארט, ווייל ביי דעם איז דא אן איסור יחוד; מען דארף זייער אכטונג געבן אויף דעם ווייל איסור יחוד איז מן התורה און מען קען נישט מקיל זיין אין דעם. בפרט אין אונזערע טעג וואס עס זענען דא מנוולים ומושחתים וכו' וכו'.


אויב די מאמע מאכט זיך נישט וואוסענדיג דארפט איר רעדן מיט די מיידל וכו'; אויב פעלט אויס וועל איך רעדן מיט די עלטערן.


ווען מען איז עוסק מיט א רבים זעט מען וואס גייט איבער אויף מענטשן און מען לערנט זיך אויף וואס צו אנגרייטן די קינדער וכו'.


זעט צו לערנען מיט די קינדער הלכות יחוד; היינט זענען דא שיינע ספרים אויף איסור יחוד מיט טבלאות וכו', כדי עס זאל זיין גרינג צו געדענקען.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די מיידלעך; אריין לייגן אין זיי יראת שמים און א ליבשאפט צום הייליגן באשעפער און צו די מצות.


אין דעם זכות זאלט איר האבן נחת פון אייערע קינדער, אמן.