בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, יבנאל
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאס וואס דו קריגסט זיך ארום מיט א צווייטער מפיץ, דו טענה'סט אז דאס איז דיין פלאץ צו שטיין און פארשפרייטן ספרים, און ער זאגט אז עס איז זיין פלאץ צו פארשפרייטן ספרים; וויסן זאלסטו, ווען מען גייט הפצה דארף די קאפ טראכטן נאר פון צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, אך און וויי אז די קאפ ליגט אין געלט, מען דארף טראכטן נאר פון די רחמנות פונעם אייבערשטן אז אזויפיל אידישע קינדער זענען ווייט פון אים.
עס איז געקומען צו מיר א אינגערמאן וואס האט זיך נעבעך גע'גט, די ווייב האט אפגעלאזט די דרך התורה, און יעצט גייט ער אריבער ווייטאג אז די קינדער זענען מיט די מאמע. ער זאגט מיר אז ער האט שוין געהאט אסאך צרות און עגמת נפש, אבער די צער און ווייטאג אז מען האט קינדער און מען האט נישט מיט זיי שייכות - דאס איז א צער וואס מען קען נישט פארשטיין; זאג איך אים: "יעצט אז דו גייסט אריבער די שרעקליכע פיין און ווייטאג קענסטו פארשטיין אביסל כביכול די צער פון די שכינה וואס ווארט אויף אירע קינדער זאלן קומען רעדן מיט איר, די צער פונעם אייבערשטן וואס וויינט 'אוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם'", און דאס דארף זיין די כוונה ווען מען טוט אין הפצה, נאר צוריק צו ברענגען נשמות ישראל לאביהם שבשמים.
דער רבי וויל מיר זאלן צאמברענגען די צוויי פייגל, נשמות ישראל צום אייבערשטן, דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס): "וָוארִין סֶע אִיז פַארְהַאנְדִין צְוֵויי פֵייגִיל. אֵיינֶער אֵיין עֶר אוּן אֵיינֶער אַ זִי, אוּן דִי פֵייגִיל זֶענֶען נָאר אֵיין פָּאר אוֹיף דֶער וֶועלְט [דאס מיינט מען דער איד מיטן אייבערשטן] אִיז דִי זִי פַארְפַאלִין גִיוָוארִין. [נשמות ישראל] זוּכְט עֶר זִי אוּן זִי זוּכְט אִים. הָאבִּין זֵיי זִיךְ זֵייעֶר לַאנְג גִיזוּכְט. אֵיינְס דָאס אַנְדֶערֶע. בִּיז זֵיי זֶענֶען פַאר עֶרְט גִיוָוארִין. אוּן זֵיי הָאבִּין גִיזֶעהְן אַז זֵיי קֶענֶען זִיךְ שׁוֹין נִיט גִיפִינֶען אֵיינְס דָאס אַנְדֶערֶע. זֶענֶען זֵיי גִיבְּלִיבְּן שְׁטֵיין. אוּן זֵיי הָאבִּין זִיךְ גִימַאכְט נֶעסְטִין. דֶער עֶר הָאט זִיךְ גִימַאכְט אַ נֶעסְט לֶעבִּין אֵיין מְדִינָה פוּן דִי צְוֵויי מְדִינוֹת. אוּן נִיט רֶעכְט נָאהנְט נָאר וֶועדְלִיג דָאס קוֹל פוּן דֶעם פוֹיגִיל הֵייסְט דָאס נָאהנְט וָוארִין פוּן דֶעם אָרְט וִוי עֶר הָאט זִיךְ גִימַאכְט אַ נֶעסְט קָאן מֶען שׁוֹין פוּן דָארְט הֶערִין זַיין קוֹל אִין דֶער מְדִינָה. אוּן אַזוֹי זִי הָאט זִיךְ אוֹיךְ גִימַאכְט אַ נֶעסְט לֶעבִּין דֶער אַנְדֶערֶער מְדִינָה. (דְהַיינוּ אוֹיךְ אַזוֹי נִיט רֶעכְט נָאהנְט. נָאר פוּן דָארְט קָאן מֶען שׁוֹין הֶערִין אִיר קוֹל דָארְט) אוּן אַז סֶע קוּמְט דִי נַאכְט. אַזוֹי הֵייבִּין אָן דִי פָּאר פֵייגִיל צוּ קְלָאגִין. וָוארִין עֶר קְלָאגְט אוֹיף אִיר. אוּן זִי קְלָאגְט אוֹיף אִים. קְלָאגִין זֵיי זֵייעֶר מִיט אַ גְרוֹיס קוֹל יְלָלָה. אוּן דָאס אִיז דָאס קוֹל יְלָלָה. וָואס מֶע הֶערְט אִין דִי צְוֵויי מְדִינוֹת. וָואס מַחְמַת דֶעם קוֹל מוּזִין זֵיי אַלֶע קְלָאגְן דָארְט אוּן קֶענֶען נִיט שְלָאפִין. (אַזוֹי הָאט דֶער קְרוּמֶער הַאלְז זֵיי אַלְץ דֶערְצֵיילְט) לוּשְׁמִיר זֵי הָאבִּין אִים דָאס נִיט גִיוָואלְט גְלֵייבִּין. הָאבִּין זֵיי צוּ אִים גִיזָאגְט. וֶועסְטוּ אוּנְז אַהִין פִירִין (דְהַיינוּ צוּ דִי פֵייגִיל) הָאט עֶר גִיזָאגְט יוֹא. אִיךְ קָאן אַייךְ פִירִין אַהִין. לוּשְׁמִיר וִוי קָאנְט אִיר קוּמֶען אַהִין. מַיידוּךְ דָא קָאנְט אִיר נִיט אוֹיס שְׁטֵיין דָאס קוֹל יְלָלָה. אוּן אִיר מוּזְט אַלֶע קְלָאגִין. אַז אִיר וֶועט אַהִין קוּמֶען. וֶועט אִיר זִיךְ שׁוֹין גָאר נִיט קָאנֶען אוֹיסְשְׁטֵיין דָאס קוֹל יְלָלָה"; דאס דארף זיין די כוונה ביי הפצה, צו ווארפן די קול פון איין פייגל צום צווייטן, אריינברענגען די עצה פון רבי'ן אין מענטשן, זיי זאלן וויסן אז זיי קענען רעדן צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.