בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#476 - מיט דיין קעסט און מיט די סקוטער לויפסטו ארום הפצה
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר מאנטריאל, קאנאדא


איך הער אז דו ביסט געפאלן און זיך צעבראכן דיין פוס, און מיט דיין קעסט און מיט די סקוטער לויפסטו ארום הפצה; ממש וואס די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יא): "וְשֶׁמָּא תֹּאמַר אוֹתָן שִׁבְעִים אֶלֶף שֶׁנֶּהֶרְגוּ בְּגִבְעַת בְּנֵי בִּנְיָמִין מִפְּנֵי מַה נֶהֶרְגוּ", פארוואס איז געשען די ביטערע גזירה אז זיבעציג טויזנט אידן זענען געשטארבן ביי די מעשה פון 'פלגש בגבעה'? "הָיָה לָהֶן לְסַנְהֶדְּרִין גְדוֹלָה שֶׁהִנִּיחַ משֶׁה וִיהוֹשֻׁעַ וּפִנְחָס בֶּן אֶלְעָזָר עִמָּהֶם שֶׁיִּקְשְׁרוּ חֲבָלִים שֶׁל בַּרְזֶל בְּמָתְנֵיהֶם", די סנהדרין, די צדיקים - וואלטן זיך ווען געדארפט ארומבינדן די פיס מיט אייזערנע שטריק, "וְיַגְבִּיהוּ בִּגְדֵיהֶם לְמַעְלָה מֵאַרְכֻּבּוֹתֵיהֶם", און זיך אויפהייבן די שיינע לאנגע בעקיטשעס, "וִיחַזְּרוּ בְּכָל עֲיָרוֹת יִשְׂרָאֵל", און ארומגיין אין אלע שטעטלעך, "יוֹם אֶחָד בְּבֵית קֵל", איין טאג אין שטאט בית קל, "יוֹם אֶחָד לְחֶבְרוֹן", איין טאג אין שטאט חברון, "יוֹם אֶחָד לִירוּשָׁלַיִם", איין טאג אין ירושלים, "וִילַמְּדוּ אֶת יִשְׂרָאֵל דֶרֶךְ אֶרֶץ בַּשָּׁנָה בִּשְׁתַּיִם בְּשָׁלֹשׁ", און אויסלערנען אידישע קינדער ווי צו לעבן מיטן אייבערשטן, און ביז א צוויי דריי יאר, "כְּדֵי שֶׁיִּתְגַּדֵּל וְיִתְקַדֵּשׁ שְׁמוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּעוֹלָם כּוּלוֹ שֶּׁבָּרָא מִסוֹף הָעוֹלָם וְעַד סוֹפוֹ", אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן, "הֵן לֹא עָשׂוּ כֵּן", זיי האבן נישט אזוי געטון", "אֶלָא כְּשֶׁנִּכְנְסוּ לְאַרְצָם, כָּל אֶחָד וְאֶחָד נִכְנַס לְכַרְמוֹ וּלְיֵינָם, אָמַר שָׁלוֹם עָלַי נַפְשִׁי, כְּדֵי שֶׁלֹא לְהַרְבּוֹת אֶת הַטוֹרַח", נאר יעדער האט זיך באשעפטיגט מיט זיינע ענינים, און געזאגט שלום עלי נפשי; דערפאר איז געקומען די ביטערע גזירה.


יעצט אז דו האסט צעבראכן דיינע פיס און דו גייסט ווייטער ארום הפצה מיט אייזערנע שטריק - האלט דאס צוריק שווערע ביטערע גזירות.


שטארק זיך און שטארק נאך חבירים, אלע זאלן עוסק זיין אין די הייליגע זאך וואס איז מתקן אלע עבירות, אלע פגמים, אלעס וואס מען דארף פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#475 - די גרעסטע הפצה היינט איז די חיזוק יומי המתורגם
הפצה, חיזוק יומי, חיזוק למפיץ

 


 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


זיי מחזק ... ער זאל ווייטער מתרגם זיין די חיזוק יומי; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל מענטשן זענען זיך מחזק מיט די קורצע שיעורים טאג טעגליך, און ווען עס פלעגט זיין חיזוק יומי מתורגם אויף לשון הקודש פלעגן זיך צענדליגער טויזנטער מענטשן מחי' זיין און מחזק זיין, א שאד אז דאס גייט נישט אן ווייטער טאג טעגליך.


די גרעסטע הפצה וואס איז היינט דא איז די חיזוק יומי המתורגם אין לשון הקודש, צענדליגער און הונדערטער טויזנטער אידן זענען זיך מחזק יעדן טאג; וויפיל די מפיצים גייען מיט די ספרים, מיט די גליונות - קומט מען נישט אן צו איין טאג חיזוק יומי המתורגם, אזא הפצה איז נאכנישט געווען; איז א שאד דאס זאל זיך אפשטעלן.


טו אלעס אויף דער וועלט אז דאס זאל זיך נישט אפשטעלן, און אדרבה, דאס זאל ווערן נאר שטערקער און שטערקער.


שטארק זיך אין הפצה, דאס איז אונזער תקוה.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#474 - א גוטע זאך קומט אן שווער
התחזקות, הפצה, עצתו אמונה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, י' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע ... וזוגתו תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן די בריוו.


וואויל איז ענק אז ענק געבן זיך אוועק אזויפיל צייט, טאג נאך טאג - אז אידישע קינדער זאלן האבן חיזוק; וואלטן ענק געוויסט וויפיל אידן לעבן אויף די קונטרסים פון עצתו אמונה, וויפיל שטיבער שטייען צוליב די בריוו... ענק קענען זיך נישט פארשטעלן וויפיל מענטשן זענען זיך אזוי מחי' מיט דעם, עס מאכט זיי תשובה טון, עס מאכט זיי לעבן מיטן אייבערשטן.


שטארקטס ענק מיט די הייליגע ארבעט פון מתרגם זיין די עצתו אמונה אויף לשון הקודש, און אויף אויסשטעלן די קונטרסים און אויפן מאכן די גליונות וכו' וכו', און אז נאכן ארבעטן, נאכן איבערטייטשן אלע בריוו אויף לשון קודש - האבן ענק פארלוירן די פייל, און מען האט געדארפט נאכאמאל איבערטייטשן - דאס איז א סימן אז ענק טוען גוטע זאכן. איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט געהערט פון רבי אליהו חיים רוזן זכרונו לברכה, וואס האט געהערט פון הצדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכותו יגן עלינו: "א זאך וואס קומט אן גרינג - איז מען חושש 'אפשר איז דאס פון די אנדערע זייט, די סטרא אחרא', ווייל א גוטע זאך קומט אן שווער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#473 - חודש הגאולה, יעדער ווערט אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן
שמחה, ישועות, שלום בית, הפצה, היכל הקודש, סיפורי צדיקים, פסח, יום טוב, ארץ ישראל, חומרות, שבת החודש, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, שבת החודש, מברכים ניסן, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך איז שבת החודש, שבת מברכים ניסן, מען גייט אריין אין די חודש הגאולה; יעדער איד קען זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן וואס ער ליידט.


מען זאגט אין די יוצרות 'החודש אשר ישועות בו מקיפות', טייטשט מוהרא"ש, מען קען זיך אויסבארגן ישועות; וואס פאר א ישועות איז דאס בעסטע זיך אויס צו בארגן? שמחה, מען קען שוין זיין פרייליך מיטן חשבון אז באלד קומט גוטע טעג און דעמאלט וועט מען דאך זיין פרייליך, בארגט מען אויס שמחה פון שפעטער... אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען אן עני ואביון, אזוי ווייט אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט, אויף צו זיין יעצט פרייליך".


מיינע טייערע ברידער פון ארץ ישראל תלמידי היכל הקודש, זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געווען דעם ווינטער אין ארץ ישראל. איך האב געהאט אין פלאן צו זיין, איך האב אבער נישט געהאט במשך דעם ווינטער מיין פאספארט, נאר יעצט האב איך דאס באקומען, און יעצט איז שווער איבער צו לאזן די שטוב צוליב די הכנות פון פסח, זייט נישט ברוגז, איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין אין ארץ ישראל בערך צוויי וואכן נאך פסח און זיך קענען אינאיינעם מחזק זיין; בעיקר וויל איך זיין מיט די תלמידי הישיבה, די טייערע בחורים, און אויך מיט די קינדער; ווייל דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע.


יעצט איז מען זייער פארנומען מיט הכנות פאר פסח, וויל איך ענק בעטן ענק זאלן אריינברענגען דעם יום טוב פסח מיט שמחה, אויף דעם זאל מען זיך פארלייגן מער פון אלעם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה) הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות און נישט זוכן די חומרות, און אפילו לגבי חומרות אום פסח - האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון, יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


איך בעט ענק נאכאמאל, געבט אכטונג אין די ערב יום טוב טעג צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב. די פרויען ארבעטן שווער ארויסצוטראגן די חמץ און אריינברענגען דעם פסח, זיי לייגן אריין אזויפיל כוחות אין די מצוה, דארף מען זיי מחזק זיין, און חס ושלום נישט וויי טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען דארף אכטונג געבן נישט וויי טון די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל די נאטור ביי פרויען איז אז זיי זענען זייער געפיליש, זיי וויינען שנעלער; זאלט איר אכטונג געבן נישט וויי צו טון די ווייב.


מיינע ליבע ברידער, מען מוז רעדן מיט דרך ארץ, מען מוז רעדן ווייך און איידל, מען טאר נישט שרייען און שאפן; אז מען שרייט אויף די ווייב איז מען א שגץ; זייט נישט בייז וואס איך זאג אייך, מען קען גיין מיט א ירושלימ'ער קאפטן און א ווייסע קאפעלע; אז מען טשעפעט די ווייב - איז מען א באנדיט, אז מען טשעפעט די ווייב - קען מען נישט זיין אין היכל הקודש, מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ און יראת שמים.


גייט הפצה, יעצט בין הזמנים איז א גרויס רחמנות אויף בחורים און אינגעלייט, מען דארף גיין פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, די קונטרסים פון מוהרא"ש.


א פרייליכן שבת!

#472 - איין גליון און קארטל ראטעוועט א מענטש'ס לעבן
הפצה, פורים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


עס קומען אזעלכע הייליגע טעג, אין די טעג קען מען ווערן נענטער צום אייבערשטן, דער עיקר דורך די עצה פון רבי'ן; זיך מתבודד זיין, רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, כידבר איש אל רעהו, ווי מען רעדט צו א גוטן פריינד.


אשרינו אז מיר האבן אזא רבי, אשרינו פאר די עצות. אז מען טראכט אריין וויפיל עצות דער רבי געבט אונז, טייערע זיסע עצות בכל פרט פונעם לעבן – דארף מען זאגן אשרינו אויף יעדע עצה באזונדער; פארן 'דרך הלימוד', פארן 'אויפזוכן גוטס אין מיר', פאר די עצות פון שלום בית וכו' וכו', אשרינו און פארט אשרינו.


לייג אין שול'ן גליונות, און קארטלעך פונעם האטליין; מיט איין גליון, מיט איין קארטל – קען מען ראטעווען א מענטש פון זיך נעמען דאס לעבן. טויזנטער און צענדליגער מענטשן האבן שוין מעיד געווען אז די ספרים, עצות פון מוהרא"ש – האט זיי אפגעהיטן פון דאס ערגסטע.

#471 - דער נייער גליון אין ענגליש איז אויסנאם שיין
הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך מוז דיר זאגן, דער נייער גליון אין ענגליש וואס דיין ווייב מאכט – איז אויסנאם שיין, די מפיצים זאגן אז מענטשן זענען זיך זייער מחי', מענטשן זאגן אז דאס געבט זיי אסאך חיזוק און עס ווייזט זיי די וועג אין לעבן.


געב איבער פאר דיין ווייב די גוטע גריסן און זייט ענק מחזק ווייטער אנצוגיין און נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט, ווייל דאס איז א הכנה פאר די גאולה שלמה; הדפסת והפצת ספרי רבינו – דאס גרייט אן משיח זאל קומען.


זיי מחזק די אינגעלייט אין לעיקוואד אלע זאלן פארשפרייטן די ענגלישע גליון, אויך די קונטרסים אין ענגליש.

#470 - יעדער אשר בשם היכל הקודש יכונה זאל טון פאר הפצה
הפצה, פרנסה, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


לאז נישט אפ דיין הייליגע ארבעט פון "הפצה", פארשפרייט צווישן בני הנעורים; בחורים, כולל אינגעלייט – די קונטרסים, גליונות און ספרים פון מוהרא"ש, עצות פון הייליגן רבי'ן, אויך פאר פרויען און מיידלעך.


אויך זאלסטו מאכן א שטורעם צווישן אנשי שלומינו אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה, דערצייל פאר די אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער און קענען נישט דעקן דעם חודש, דערצייל זיי וואס פאר א שפע מען מאכט דורך הפצה, און די זכותים פון אפראטעווען גאנצע דורות.


קום אין ישיבה, נעם בחורים, מאך א סדר פון גיין הפצה, און וואו מען זאל גיין, שטעל צוזאם חברותות ווער עס זאל גיין מיט וועם, ווייל איך וויל יעדער בחור און יעדער אינגערמאן אשר בשם היכל הקודש יכונה – זאל טון פאר הפצה.

#469 - מחצית השקל, איך אליין בין נאר האלב
שלום בית, הפצה, מחלוקת, נחת, שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל, שקלים, מברכים החודש, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איר שרייבט מיר בריוו אז ענק בענקען זיך שטארק, איך בענק זיך נאך מער, איך וויל אזוי שטארק שוין זיך טרעפן מיט ענק, איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן כח צו קענען קומען זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט ענק.


די וואך האבן מיר שבת שקלים, דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן געבן א מחצית השקל. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ציצית הלכה ז, אות ט): "כל אחד מישראל בעצמו הוא רק בחינת מחצית ואין לו שלימות כי אם על ידי שנצטרף לחבירו", א איד פאר זיך איז נאר האלב, מען ווערט נאר גאנץ דורך זיין מיט א חבר, מיט נאך אידן, דאס איז דער ענין פון די מחצית השקל, מען מוז זיך האלטן אינאיינעם, מען קען נישט גיין אליין; שלום איז די גרעסטע זאך און מחלוקות איז די ערגסטע זאך, דער סמ"ך מ"ם וויל נאר מחלוקות, פיינטשאפט, דאס איז די אותיות ס' (זעכציג) מ' (פערציג), מען זאל טראכטן 'איך בין מער, יענער איז ווייניגער'; דער אייבערשטער וויל נישט אזוי, דער אייבערשטער וויל אלע זאלן זיין באחדות, יעדער זאל טראכטן 'איך אליין בין נאר האלב, איך מוז זיין מיט אנדערע'.


דאס זעלבע איז מיט שלום בית, אז דער אייבערשטער האט געהאלפן מען האט חתונה געהאט - דארף מען לעבן בשלום און אלץ וויסן 'איך בין האלב, אינאיינעם מיט מיין ווייב זענען מיר גאנץ', און אז מיר וועלן זיך נישט קריגן - וועלן מיר מאכן א פלאץ פאר די שכינה הקדושה; דאס לערנען מיר פון די פרשה.


איך וויל ענק בעטן ענק זאלן אלע עוסק זיין אין הפצה; אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן מיר ווייסן פון אזא רבי, פון אזעלכע עצות - קענען מיר דאס נישט האלטן נאר פאר זיך, מען מוז מזכה זיין אנדערע אלע זאלן וויסן פון די עצות, מיר דארפן טראכטן 'וואס וואלט געווען ווען איך ווייס נישט פון רבי'ן מיט זיינע עצות, וואלט איך נישט געלעבט, וואלט איך געוואלט איינער זאל קומען און מיר געבן א קונטרס, א ספר, א גליון, איך זאל וויסן ווי צו לעבן, א וועג צו לערנען, א וועג פאר שלום בית, א וועג ווי צו מחנך זיין די קינדער; דארף איך דאס טון פאר אנדערע'.


איך האלט מיט יעדן טאג אלעס וואס טוט זיך אין ישיבה, אין תלמוד תורה און אין בית פיגא, איך האב באקומען א גריס פון די מנהלת פון אונזער שולע אין אמעריקע, זי זאגט זי איז געווען באזוכן אין בית פיגא אין ירושלים, מען האט איר גערופן זי זאל זיי לערנען, למעשה איז זי אהיים געקומען מיט שיינע זאכן וואס זי האט ביי זיי געלערנט.


איך באקום גוטע גריסן אויף אלע שולן ווי שיין עס פירט זיך, מיט דרך ארץ, מיט אהבה; דאס געבט מיר כח און דאס געבט מיר מוט צו וועלן קומען נאכאמאל צו ענק.


א פרייליכן שבת.

#468 - אלעס זאל זיך דרייען ארום די קינדער'ס סדר היום
קינדער, חיזוק פאר פרויען, הפצה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער גוט און זייער וואויל צו עוסק זיין אין הפצה, אבער נאך העכער און נאך וויכטיגער פאר א מאמע איז צו זען אז די קינדער זאלן זיין צייטליך אין חדר און אין שולע, נישטא אזא זאך קינדער זאלן קומען שפעט.


שטעלט אויס אייער טאג אז אלעס זאל זיך דרייען ארום די קינדער'ס סדר היום; צום ביישפיל אז מען וויל גיין באזוכן עלטערן, מען וויל גיין ביינאכט - דארף מען טראכטן עס איז טאקע זייער א גרויסע מצוה צו גיין צו עלטערן, אבער די קינדער דארפן גיין שלאפן צייטליך, אויפשטיין צייטליך און זיין אין חדר און אין שולע צייטליך, און אויב מען שלעפט קינדער ביינאכט צו עלטערן אדער צו מלווה מלכה'ס - איז יצא שכרו בהפסידו, עס לוינט נישט די גאנצע זאך.


איך זאג שטענדיג פאר די ווייבלעך וואס ווילן מיטהאלטן זומער די מלוה מלכה'ס, אז דאס איז גוט פאר די יונגע משפחות וואס האבן נאכנישט קינדער צו שיקן אין חדר, אדער פאר עלטערע משפחות וואס האבן שוין חתונה געמאכט די קינדער, אדער משפחות וואס האבן נאר טעכטער און ביי אונז אין אמעריקע איז נישטא קיין שולע זונטאג - די קענען פראווען מלוה מלכה'ס עד עלות השחר, אבער די וואס האבן קינדער וואס גייען אין חדר - די דארפן לייגן שלאפן די קינדער צייטליך, דאס מיינט א גוטע מאמע, א געזונטע שטוב.


אזוי אויך מיט הפצה; אלעס איז פיין, אלעס איז חשוב, אלעס איז געוואלדיג, אבער אז מען האט קינדער - דארף זיך אלעס דרייען ארום די קינדער'ס סדר היום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#467 - וואס האט מען פון נאכלויפן די וועלט?
הפצה, לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


דו שמועסט דאך יא מיט מענטשן, קענסטו זיין פרעגן: "וואס?"


דאס האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רפו), מען וואלט ווען געדארפט פרעגן מענטשן וואס טראכטן נישט פון תכלית: "וואס?" וואס האט מען פון נאכלויפן די וועלט? וואס וועט בלייבן פון אלע נארישקייטן? וואס וועסטו ענטפערן אויבן ווען מען וועט דיר פארהאלטן: פארוואס האסטו נישט געלערנט? פארוואס האסטו נישט כאטשיג איינמאל געענדיגט די תורה?


טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, בפרט אין ספר הקדוש אשר בנחל, וואס איז בעצם די ספרים פון רבי'ן, עצות פון רבי'ן, שכל פון רבי'ן, חיזוק צוריק צו קומען צום אייבערשטן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים – וועקט מען זיך אויף פון שלאף, מען הויבט אן בענקען צום אייבערשטן.


זיי עוסק אין הפצה, פארשפרייט פאר אלע דיינע חברים די ספרים פון רבי'ן, דו קומסט פון א גוט פלאץ, חסידי סאטמער זענען זייער טייער און מיט די עצות פון רבי'ן קען יעדער אנקומען צו הויכע מדריגות.

#466 - די וואס גייען הפצה, האבן די וועלט און יענע וועלט
הפצה, פרנסה, שמירת עינים, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיטן גיין פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן; עצות און שכל פון הייליגן רבי'ן וואס איז מחי' ומחזק די גאנצע וועלט.


די וואס גייען הפצה – די האבן אלעס, סיי די וועלט און סיי יענע וועלט, סיי פרנסה בשפע, סיי די זכותים זענען זייער גרויס, מען איז מתקן אלע פגמים, עס איז א תיקון גמור אויף פגם הברית רחמנא לצלן, און מען איז מקרב די גאולה שלימה.


יעצט קומט די ווארעמע טעג, דארף מען אסאך חיזוק אויף די אויגן; זאלסטו נעמען די קונטרסים חיזוק פאר די אויגן, סיי אין אידיש, לשון הקודש און אזוי ווייטער.


האלט חשבון וויפיל שעה דו ביסט עוסק אין הפצה, און ווען מיר וועלן זיין ראש השנה ביים רבי'ן – זאלסטו דאס זאגן דעם רבי'ן.


 

#465 - ענדערש מאכן די האטליין ווי לערנען דיינע שיעורים
הפצה, שיעורים כסדרן, האטליין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


וואס איז בכלל די פראגע? אוודאי און אוודאי זאלסטו ענדערש מאכן די האטליין ווי לערנען דיינע שיעורים; ווייל וויפיל פרקים משניות און דפים גמרא קענסטו לערנען אין איין שעה? מען קען נישט לערנען מער וויפיל מען קען אנקומען אין א שעה, אבער אז דו וועסט ארויפלייגן די שיעורים אויפן האטליין "קול ברסלב", וועלן אסאך מענטשן באקומען חיזוק און אנהויבן לערנען, וועסטו האבן אין איין שעה הונדערטער פרקים משניות און הונדערטער בלעטער גמרא אין איין שעה.


דאס איז וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות ה', א): "העוסק בצורכי ציבור", ווער עס העלפט אנדערע, "כעוסק בדברי תורה", איז דאס גערעכנט ווי לערנען תורה; ווייל אז מען איז מחזק אנדערע מיט די עצות פון רבי'ן, מען בלאזט אריין א חיות אין אידישע קינדער, מען ברענגט אריין סדר דרך הלימוד אין די וועלט – לערנען אלע.


זע ארויפצולייגן יעדע וואך אויפן טעלעפאן די שיעורים פאר מלמדים און טיטשערס, אויך די וועכנטליכע פרויען שיעור, ווייל הונדערטער און טויזנטער ווארטן ספעציעל אויף די שיעורים, און אז די מלמדים, טיטשערס און מאמעס – וועלן לעבן מיט די הקדמות פון רבי'ן, וועלן אלע קינדער פון די קומענדיגע דור לעבן מיט אמונה, מיט קדושה וכו', און משיח קומט.

#464 - אנשטאט גיין צו די בחירות, גיי הפצה
הפצה, פאליטיק, בחירות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, שובבי"ם, י' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטיי אוועק פון פאליטיק, מיר האבן נישט קיין שייכות מיט זיי. מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט גיין צו די בחירות, אפגערעדט צו די בחירות פאר די כנסת המינים, נאר אפילו צו די בחירות פון די עירי'.


גיי הפצה, גיי פארשפרייט פאר די מיליאנען אידן וואס די ערב רב האבן אויסגע'שמד'ט, מיליאנען אידן וואס ווייסן נישט פון שמע ישראל; פארשפרייט זיי די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, קונטרסים פון די הייליגע אמונה, נאר דאס זאל דיך אינטערסירן.


די אלע וואס גייען הפצה האבן גרויס שפע, און זיי זענען מתקן אלע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#463 - באשעפער רייניג מיך פון קנאה און פיינטשאפט
תפילות אויף אידיש, הפצה, קנאה, עבירות, מדות טובות, התבודדות, ספר המידות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, שובבי"ם, י' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען דו ביסט זיך מתבודד זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיך רייניגן פון די פיינטשאפט און קנאה וואס איז איינגעגעסן אין דיר, ווייל ווער עס זינדיגט אין פגם הברית וכו' - קומט אים שטענדיג אריין מחשבות פון קנאה, שנאה, כעס רציחה וכו' - און אלע שלעכטע מידות.


דעריבער זאלסטו זיך אויסרעדן צום אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער, רייניג מיך פון מיינע שלעכטע מידות, הייליגער באשעפער איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ריין, וואס טו איך דא מיט די פיינטשאפט, מיט די קנאה, מיט די כעס און רציחה, רייניג מיך".


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען ספר המידות, און ביי יעדע מידה זאלסטו נאס מאכן דעם ספר; זיך מתבודד זיין מיט הייסע טרערן אז די שלעכטע מידות זאלן ארויסגיין און די גוטע מידות זאלן אריינקומען.


איך האף אז דו ביסט עוסק אין הפצה. פארבינד זיך מיט אונזער בית הדפוס, פרעג וואס דו קענסט העלפן מיט פארשפרייטן די ספרים; מיר קענען נוצן הילף בגוף, בטירחא ובממון. אזוי ווי רבי נתן האט אונז געלאזט צוואה מיר זאלן עוסק זיין אין פארשפרייטן די ספרים וואס ברענגען די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#462 - זען אז אלע קינדער זאלן קענען דאס לערנען
מלמדים, הפצה, חדר, הדרכות, עצות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תרומה, שובבי"ם, ז' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל דיר בעטן זאלסט פארהערן די קינדער, זען אויב די קינדער קענען דאס לערנען. איך הער צוריק פון אפאר עלטערן פון כיתה ... אז די קינדער זענען שוואך מיט קענען די חומש. אפשר לערנט מען צו סאך; ענדערש זאל דער מלמד לערנען ווייניגער פסוקים און מען זאל דאס גוט קענען, ווי איידער דער מלמד זאל לערנען אסאך און די קינדער קענען נישט.


עס איז וויכטיג דו זאלסט אריינגיין אין יעדע קלאס פארהערן, נישט אויף צו זוכן ווי צו כאפן די קינדער וואס קענען נישט, נאר צו פאררעכטן די וועג ווי אזוי מען לערנט, אז אלע זאלן קענען דאס לערנען.


אויך זאלסטו מחזק זיין אנשי שלומינו. ווען דו רעדסט ביי ספורי מעשיות און ביי שלש סעודות - זאלסטו מחזק זיין אנשי שלומינו זאלן קומען צו די שיעורים, אויסהערן די שיעורים, פאלגן וואס מען רעדט ביי די שיעורים. אויך זאל מען לערנען די בריוו פון עצתו אמונה; די מפיצים גייען הפצה מיט די ספרים, מענטשן זענען זיך מחי', יעצט דארף מען זען אז אין היכל הקודש - ביי אנשי שלומינו – זאל מען אויך אנהויבן לערנען און טון די עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#461 - וואלטן זיי ווען געגאנגען הפצה, וואלטן זיי געמאכט גאלד
הפצה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט אויב איך ווער נערוועז יעדעס מאל דו שרייבסט מיר א מעסעדזש וועגן הפצה; וואס זאל איך דיר זאגן, די סארט מעסעדזש מאכט נאר פרייליך, יעדעס מאל דו שרייבסט מיר 'איך בין געגאנגען היינט הפצה פאר כך וכך שעה, עס איז געגאנגען כך וכך ספרים, און געמאכט כך וכך געלט' - געבסטו מיר חיות.


א שאד די וואס ארבעטן פון עלות השחר ביז צאת הנשמה און מוטשען זיך אזוי שטארק צו ברענגען פרנסה; וואלטן זיי ווען געגאנגען הפצה וואלטן זיי געמאכט גאלד, ווייל ווער עס גייט הפצה האט גרויס שפע.


שרייב מיר ווייטער אלעס וועגן הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#460 - דיין תיקון איז צו דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים
התחזקות, הפצה, הדפסה, תשובה, עבירות, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע צדקה איז העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארשפרייט פאר אלעמען. בפרט ווער עס האט פוגם געווען בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אדער געפאלן אין ניאוף, מיט נשג"ז, רחמנא לצלן רחמנא לישזבן - איז זיין תיקון צו דרוקן די ספרים און דאס פארשפרייטן, אזוי וועט ער פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען.


עס איז דא אסאך ספרים, אסאך גוטע זאכן, אבער פון איין זאך רעדט קיינער נישט; קיינער רעדט נישט צו די בחורים און אינגעלייט וואס זענען געפאלן אין פגם הברית, די וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן אין די נעץ פונעם שטן, זיי ליגן אין די טומאה פון ניאוף, זיי גייען ארום זייער פארלוירן, זייער צעבראכן, זיי טראכטן מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן, און נאר די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש רעדט צו זיי, איז זיי מחזק און ווייזט זיי די וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


געב דיין צדקה צו דרוקן די ספרים פון רבי'ן, בפרט די ליכטיגע זיסע קונטרסים פון מוהרא"ש און די הייליגע בריוו פון אשר בנחל, וואס איז מחי' ומחזק אלפים ורבבות; וועסטו אלעס מתקן זיין.


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#459 - קיינער וועט נישט פארשטויסן ווערן
תיקוני זוהר, התחזקות, הפצה, תשובה, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, שובבי"ם, ו' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ליכטיגע שטוב מיט ערליכע ליכטיגע דורות.


איך האב היינט געזען אין זוהר מורא'דיגע זאכן, ווי דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה די רחמנות פונעם אייבערשטן, "כי לא ידח ממנו נדח" (שמואל ב יד, יד), עס וועט קיינער נישט פארשטויסן ווערן, ביים סוף וועלן אלע זוכה זיין צו ווערן מתוקן.


דער זוהר זאגט (תיקונים תיקון לא, דף עו.), איינע פון די נשמות וואס זענען געקומען צו רבי שמעון בר יוחאי זאגט: "וּבוֹצִינָא קַדִּישָׁא", דו הייליגע ליכט, אזוי פלעגן זיי רופן רבי שמעון בר יוחאי, "אִם גּוּפָא לָא חָזַר בִּתְיוּבְתָּא", אויב מען טוט נישט תשובה, "וְחָזַר עוֹרֶף לְגַבֵּי תְּיוּבְתָּא", מען דרייט זיך אוועק פונעם אייבערשטן, "נֶפֶשׁ אִתְפָּרַשׁ מִנֵּיהּ", גייט די נפש אוועק פונעם גוף נאכן שטארבן, "וְאִתְקְרֵי עָרְפָּ"ה", און דער גוף איז א בחינה פון 'ערפה', א גענאק, "וְגוּפָא דָא אִתְאֲבִיד מִתְּרֵין עָלְמִין", און דער גוף וועט נישט האבן מער קיין תקנה.


"אָמַר לֵיהּ", זאגט רבי שמעון בר יוחאי צו די נשמה, "סָבָא סָבָא, וְהָא כַּמָּה קִבְרִין לְמַגָּנָא", לויט דיר, אז די אלע וואס האבן נישט תשובה געטון זענען דערנאך, אויב אזוי, וואס איז די אלע קברים? "וְהָא אִם גּוּפָא אִתְאֲבִיד", אויב וועט דער גוף נישט אויפשטיין תחיית המתים וכו', "עַל מַה תָּקוּם נַפְשָׁא לִתְחִיַּית הַמֵּתִים, דְּהָא וַדַּאי גּוּפָא אִתְאֲבִיד, וְאִתְּמַר דְּאִתְאֲבִיד מִתְּרֵין עָלְמִין, וְהָא נָחִית לִנְשִׁיָּיה דְתַמָּן אִתְנַשֵּׁי לְדָרֵי דָרִין, אִם כֵּן כַּמָּה קִבְרִין לְמַגָּנָא".


"אֶלָּא", פירט רבי שמעון בר יוחאי אויס, "וַדַּאי קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא לָא יְשַׁנִּי עוֹבְדֵי יְדוֹי", עס איז נישט אזוי ווי דו זאגסט, נאר אלע וועלן אויפשטיין תחיית המתים, אלע וועלן פארראכטן ווערן.


טייערער ברודער, לערן תקוני זוהר, זיי משתדל צו ענדיגן יעדע חודש ספר התיקונים, דארט וועסטו זען ווי דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, און ווי חשוב עס איז לערנען תורה און דאווענען, לייגן תפילין, און בעיקר דאס גרויסקייט פון א שומר הברית, פון זיך היטן די אויגן, היטן די מחשבה.


לכבוד וואס דו ביסט א חתן געווארן, לכבוד די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר, האסט זוכה געווען צו א חשוב'ע כלה, א חשוב'ע משפחה – זאלסטו מער עוסק זיין אין הפצה, אין פארשפרייטן די זיסע עצות פון רבי'ן, די קונטרסים און ספרים פון מוהרא"ש.


גיי בעיקר צו בחורים און אינגעלייט, אויך זאלסטו גיין אין כוללים, ווייל די אינגעלייט וואס לערנען און דינען דעם אייבערשטן – די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב

#458 - אויב מען גנב'עט, האט מען נישט קיין רו
הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון מחזק זיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מידי שבוע בשבוע, דו האסט נישט קיין אנונג וואס די בריוו טוט מיט מענטשן, עס מוטיגט זיי און געבט זיי א וועג ווי צו אומגיין אין יעדע איינציגסטע פרט אין לעבן.


איך וויל דו זאלסט זיך יעצט אריינלייגן ארויס צו געבן פאר קינדער וואס מער ספרים, סיי מעשה ביכלעך און סיי געימס פון רבינ'ס עצות, ווייל וואס מער מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה און קדושה - אלץ גרינגער איז די ארבעט שפעטער, מען מוז אלעס טון פאר אונזערע קינדער זיי זאלן אויפוואקסן מיט אמונה און קדושה.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


"אוי וויי! וואס טו איך? די הונט איז נאכאמאל אריינגעשפרינגען אין געשעפט, אוי וויי, ער טאנצט אויפן טיש! ער שפרינגט צום וואגשאל! ער דרייט איבער דעם געשעפט, ר-א-ט-ע-וו-ע-ט! ווער קען מיר העלפן?!"


דאס האט פאסירט מיט לאנגע יארן צוריק ווען מוהרא"ש איז געווען א אינגערמאן און געגאנגען הפצה פון טיר צו טיר פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, מוהרא"ש איז אויך געגאנגען אין געשעפטן, אמאל האט פאסירט, מוהרא"ש זעט ווי א הינט שפרינגט אין א געשעפט, די הונט שפרינגט אויפן וואגשאל, און דער בעל הבית שטייט פון דער זייט און וויינט, ער פרעגט מוהרא"ש: "וואס מיינט דאס? וואס קען דאס זיין?"


מוהרא"ש זאגט אים: "דערצייל מיר, פון ווען האסטו דעם געשעפט?" דער איד דערציילט: "דער געשעפט איז געווען מיין טאטע'ס געשעפט, נישט לאנג צוריק איז ער געשטארבן און איך האב איבערגענומען דעם געשעפט, און יעדע פאר טעג קומט די הונט".


מוהרא"ש געבט דעם איד צו פארשטיין: "אפשר האט מען אין דעם געשעפט גע'גנב'עט פון מענטשן? די וואג איז נישט ריכטיג, מען האט אפגעפאפט מענטשן, און די נשמה האט נישט קיין רו; איר דארפט באצאלן פאר אלע וואס מען האט דא בא'גנב'עט און ביז מען וועט נישט באצאלן - וועט די נשמה נישט האבן קיין מנוחה".


דער איד פרעגט: "ווי קען איך מתקן זיין? איך ווייס נישט וועם צו באצאלן, ווי איז מעגליך צו וויסן וועם מען האט בא'גנב'עט און וויפיל?"


מוהרא"ש זאגט אים: "אויב מען האט גע'גנב'עט און מען ווייסט נישט וועם צו באצאלן - זאגט די תורה - מען זאל מאכן צרכי רבים; זאלט איר העלפן דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, וואס איז די גרעסטע צרכי רבים".


דער איד האט געגעבן געלט צו דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן און וואונדער האט פאסירט, דער הונט איז מער נישט צוריק געקומען.


וואס לערנען מיר פון די מעשה? ערשטנס דאס גרויסקייט פון די מפיצים, זיי גייען ארום אין הייזער און צו געשעפטן מזכה זיין אידישע קינדער מיט די עצות פון רבי'ן, אויך לערנען מיר דאס הארבקייט פון גנב'ענען; אויב מען גנב'עט - האט מען נישט קיין רו, דריטנס לערנען מיר פון די מעשה, אז העלפן דרוקן די ספרים פון רבי'ן - איז אלעס מתקן.


אלע קינדער זינגען אינאיינעם: "פלוצלונג א ברסלב'ער, א קליינע ספר, פינקט פאר מיר געברענגט צו מיין טיר, געטוישט מיין לעבן, עצות געגעבן..."


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א הינט שפרינגט צום וואגשאל און ווי מוהרא"ש אלס אינגערמאן שטייט אין דער זייט מיט ספרים אין די האנט און ווי דער בעל הגעשעפט שטייט מיט א פנים פול מיט שרעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#457 - מען דארף צוקומען צום רבינ'ס עצות אויף חינוך
חינוך הילדים, הפצה, הדרכות, גליון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ו שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ירושלים


יעצט איז געווארן א יאר פון ווען דו האסט אנגעהויבן ארויסגעבן דעם הערליכן גליון 'שיעורי חינוך'. דער גליון האט געמאכט א גרויסע מהפיכה אין די וועלט; אפילו די וואס ווילן נישט ארייננעמען אין האנט א ברסלב'ע צעטל- אבער דעם גליון נעמט מען יא, ווייל אלע דארפן עצות אויף חינוך; אלע זענען פארלוירן אין דעם ענין.


זיי ממשיך מיט די הייליגע ארבעט, שטארק זיך ביתר שאת וביתר עוז, ווייל די וועלט דארף רחמי שמים; עס בלאזט לינקע ווינטן, און די חינוך פון אונזערע קינדער איז אין א סכנה, מען דארף האבן דעם רבינ'ס עצות און שכל ווי אזוי מחנך צו זיין די קומענדיגע דורות מיט יראת שמים און קדושה וטהרה.


עס איז וויכטיג זאלסט געבן פאר האברך יצחק שמואל נרו יאיר דעם גליון ער זאל אריבערגיין די גליון איידער מען דרוקט דאס, עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשולות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#456 - הפצה איז אויך צו דערנענטערן די נאנטע
הפצה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאס גרויסקייט פון הפצה ווייסטו זיכער, ווער עס לערנט ספר אשר בנחל זעט אין יעדע צווייטע בריוו דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין הפצה – פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


אבער איין זאך ווייסן נישט אלע אנשי שלומינו, אז הפצה איז נישט נאר קירוב רחוקים, דערנענטערן ווייטע, הפצה איז אויך ביי קרובים, דערנענטערן נאנטע. ביי אונז, צווישן אנשי שלומינו דרייען זיך ארום מענטשן וואס ווארטן איינער זאל זיך אומקוקן אויף זיי, איינער זאל זיי זאגן א ווארט פון רבי'ן, א שמייכל, אדער ארייננעמען אין די תורה, ווייזן אז תורה איז זיס.


די שטעטל איז הערליך שיין, נאך די איין זאך פעלט, זיך אומקוקן אויף אינגעלייט וואס דארפן נאך א סעד לתמכו. בעט איך דיר, צינד אן ליכטעלעך, צינד אן אינגעלייט, ברענג אריין יעדן איינעם אין תורה, מאך א קשר מיט יעדן אינגערמאן, א פערזענליכע קשר.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.

#455 - לייג אלע עבודות אין דער זייט און נעם זיך צו הפצה
הפצה, עבודת השם, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך בענק זיך זייער צו די מעסעדזש וואס דו פלעגסט מיר שיקן וועכנטליך יעדע ערב שבת, א חשבון וויפיל גליונות און קונטרסים דו האסט אויסגעטיילט אין די שולן און אין ישיבות אין לעיקוואד. איך ווייס נישט וואס איז געשען, אויב דו האסט אפגעלאזט הפצה, אדער נאר די מעסעדזש שיקסטו נישט.


ברודער, לאז נישט אפ די הפצה; וואס וואלטן מיר געטון אויב מוהרא"ש וואלט אפגעלאזט די הפצה, ער וואלט געטון עבודת השם אן הפצה, ווי וואלטן מיר געווען? ווי וואלטן מיר אויסגעזען...


לייג אלע עבודות אין דער זייט און נעם זיך צו הפצה; קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן.

#454 - מיט דיינע שרעקעדיגע חלומות, ווייזט מען דיר שיינע זאכן פון הימל
אמונה, הפצה, תהלים, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז בכלל נישט קיין שרעקעדיגע חלומות, מען ווייזט דיר שיינע זאכן פון הימל. די חלום ווי דיין באבע עליה השלום קומט צו דיר און בעט דיר טרינקען, זי זאגט זי איז זייער דורשטיג; דאס ווייזט מען דיר דאס חשיבות ווען א קינד אדער אייניקל זאגט א קאפיטל תהילים פאר די נשמה, ווייל אויבן אין הימל איז נישטא קיין טרינקען, אויבן אין הימל איז חשוב נאר תהילים. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג) "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל זענען דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן, מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטיג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן און מען זאגט זיי, דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי, דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען, דער רבי ענדיגט: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.


די צווייטע חלום ווי דיין חבר האט זיך דערטראנקען און דו האסט אים די לעצטע רגע געראטעוועט איז אויך נישט שרעקעדיג; מען ווייזט דיר וואס דיין חבר גייט אריבער, ווי ער מוטשעט זיך אין לעבן און ווי דו קענסט אים ראטעווען. האסט נישט קיין אנונג וואס מענטשן מוטשען זיך, מען דערטרינקט זיך, און מיט די עצות פון רבי'ן קען מען יעדן העלפן; זאלסטו זען רעדן מיט דיין חבר, שמועסן און אויסהערן, ער זאל זיך נישט דערטרענקען אין זיינע שווערע יסורים.


די דריטע חלום איז אויך נישט שרעקעדיג; מען ווייזט דיר פון הימל זאלסט נאר רעדן מיט יעדן איינעם פון אמונה, בפרט מיט דיינע תלמידים. אויך זאלסטו רעדן אסאך פון שמחה; זיך פרייען מיט די מצוות, זיך פרייען אז מען איז א איד, זיך פרייען מיט די אמונה און מיט יעדע גוטע זאך וואס מען טוט, ווייל ווי נאר מען רעדט נישט פון אייבערשטן... זאגט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו – עס איז אדער אמונה אדער עבודה זרה; ער טייטשט מיט דעם (דברים יא, טז): "וְסַרְתֶּם וַעֲבַדְתֶּם אֱלֹהִים אֲחֵרִים", אז מען קערט זיך אוועק פון אייבערשטן איז מען שוין א גלח רחמנא לצלן; דארפסטו זיך שטארקן רעדן מיט יעדן איינעם נאר פון אמונה, פארשטייט זיך מיט חכמה; מען רעדט מיט יעדן איינעם ווערטער און מעשיות וואס יענער קען הערן, אבער אלץ מיט איין כוונה, צוריק צו ברענגען אלעמען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#453 - זיי מתפלל פאר מיר איך זאל קענען אנגיין מיט די מוסדות
הפצה, מוסדות, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה, דאס איז דיין תיקון, נעם א זעקל ספרים און קונטרסים, גליונות און סידיס, און גיי ביי די הייזער און אין שול'ן; דאס וועט פאררעכטן אלע פגמים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן - איז מען מתקן אלע פגמים פון פגם הברית.


נישטא א זאך וואס מען ווערט דורכדעם באליבט ביים אייבערשטן אזוי ווי דער וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


זיי מתפלל פאר מיר איך זאל קענען אנגיין מיט די מוסדות, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין אמעריקע; אין ארץ ישראל נעמען מיר נישט קיין געלט פון די מדינה הטמאה, און אויך דא אין אמעריקע נעמען מיר נישט אלע פראגראמען, מיר לייגן נישט ארויף די קינדער אויף די ליסטע פון משוגעים אזוי ווי אלע טוען. יארן צוריק האט מיר מנחם מענדל געפרעגט אויב ער זאל מאכן די פראגראם פאר די מוסד, איינגעבן אז די קינדער זענען נישט נארמאל און די רעגירונג וועט געבן טויזנטער דאלער א חודש פאר יעדן קינד; חס ושלום, ביי אונז איז נישטא די זאכן, ביי אונז זענען אלע קינדער געזונט. אויך נעמען מיר נישט די פראגראם פון טייטל וואן. איך מוטשע זיך זייער, איך דארף דו זאלסט בעטן פאר מיר פאר ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#452 - הייליגער באשעפער היט מיך פונעם בער
אמונה, הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט מחי' צענדליגער טויזנטער אידן מיט די הערליכע בריוו פון עצתו אמונה, מענטשן נעמען זייער גאנצע שכל, זייער וועג אין לעבן - פון די בריוו; דארפסט טאנצן פאר שמחה פאר די גרויסע זכי' וואס דו האסט, אזויפיל אידישע קינדער לעבן אויף דיר.


א באזונדערע דאנק פארן צוריק אנהויבן מאכן די עצתו אמונה פאר קינדער; די גאנצע שבת טיש דרייט זיך ארום די עצתו אמונה פאר קינדער, מען ליינט פאר הויך די מעשה אויפן קול ביי די סעודה, סיי ביינאכט, סיי בייטאג, און מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל פון די מעשה, עס ברענגט אן עונג שבת.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


אוי וויי עס איז א בער... אוי וויי וואס טו איך דא? איך גיי בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער מאך א נס, הייליגער באשעפער היט מיך..."


טייערע קינדער וואס וואלטן מיר געטון ווען מיר גייען שפאצירן אין וואלד, מיר זעען א שווארצע זאך און מיר מיינען דאס איז א שווארצע זעקל, און פלוצלונג געבט זיך א גרויסע שווארצע בער א צי אויס, וואס וואלטן מיר געטון?


הערט אן אמת'ע געשיכטע וואס האט פאסירט מיט א ברסלב'ע מיידל. זי איז געווען אין קעמפ בית פיגא, זי שטייט אויף אינדערפרי, זי גיסט זיך אפ נעגל וואסער און זי טוט זיך אן, די ערשטע זאך גייט זי אביסל שפאצירן אין פעלד, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן.


זי זעט א שווארצע זאך, זי טראכט 'דאס איז מן הסתם א שוואצע מיסט זעקל', זי שפאצירט נענטער און נענטער, זי שמועסט מיטן אייבערשטן, זי זאגט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו שמחה, איך וויל זיין פרייליך", זי בעט אויף אמונה: "הייליגער באשעפער געב מיר אמונה, געב מיר א שטארקע אמונה איך זאל פון קיינעם נישט מורא האבן, איך זאל דיך שפירן".


פלוצלונג... א בער... עס איז נישט קיין שווארצע זעקל, עס איז א שווארצע בער... די בער הייבט זיך אויף אין די לופט... די מיידל שטייט צוויי פיס אפגערוקט פון די בער, זי פארלירט זיך נישט, זי געדענקט אז קיינער קען גארנישט טון, זי געדענקט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט.


זי לויפט נישט אוועק, מען טאר נישט אוועקלויפן פון א בעל חי, ווייל דאס מאכט די בעל חי זאל זיך דערשרעקן און אויך אנהויבן לויפן. זי געדענקט פון רבי'ן, זי געדענקט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זי הויבט אן בעטן הויך: "הייליגער באשעפער היט מיך פונעם בער", זי הויבט אן צוריק גיין שטייטלעך און זי בעט: "הייליגער באשעפער איך ווייס אז אלעס ביסטו, דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס ביסטו"; די בער הערט ווי זי רעדט צום אייבערשטן, די בער האט דרך ארץ פאר איר, ער רירט זיך נישט, ער לאזט איר צוריק גיין.


טייערע קינדער, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט מען אזוי שטארק, די אמונה ווערט זייער שטארק, מען האט מער נישט קיין מורא פון קיינעם, נאר פונעם אייבערשטן.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א בער שטייט מיט די פאדערשטע פיס אין די הייעך אנטקעגן א מיידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.