בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#426 - אנשטאט קוקן אויף הריגות און רציחות, זאל מען קוקן חיזוק אויף אמונה
הפצה, נייעס, וועבסייט, עפפ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב אריינגעלייגט אזויפיל געלט אינעם עפפ, עס איז ממש א שאד אז די עפפ איז טויט, נישטא קיין אפדעיט; אפשר וואלסטו געקענט העלפן ארויפלייגן יעדע פאר שעה בילדער, קליפס, נייעס, ארטיקלען, בריוו, דרשות און וואס נישט, מענטשן זאלן האבן חיזוק; אנשטאט זיצן שעות קוקן קליפס פון הריגות, שחיטות - זאל מען קוקן חיזוק אויף אמונה.


מענטשן זיצן רוב טאג אויף די נייעס, בפרט אין די טעג פון מלחמה; מען ווערט צערידערט, מען פאלט אריין אין פאניק. די עפפ איז טויט, קיינער אפדעיט נישט, גייט קיינער דאס נישט באזוכן; ממש א שאד.


אזויפיל געלט האט געקאסט צו אויפבויען די עפפ און די וועבסייט, און יעצט איז עס אן קיין אפדעיט, עס ציעט נישט קיינעם צו קומען ליינען, קוקן; ממש א שאד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#425 - מזל טוב צו די חתונה פון אייער זון
הפצה, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די הזמנה פאר די חתונה.


מזל טוב פאר די חתונה פון אייער זון, דער בכור ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן די חתן כלה זאלן בויען א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות, און איר און אייער ווייב זאלן זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן אייער זכות וואס איר האט מיטן מפרסם זיין דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט, דאס איז די גרעסטע זאך וואס איז דא; אויבן אין הימל בארומט מען זיך זייער מיטן מענטש וואס איז מגלה די אמונה פאר אנדערע און איז זוכה מקרב זיין רחוקים לשם יתברך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#424 - צעשטעכן דעם יצר הרע מיט אונזערע מצוות
הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו פארשפרייטן די הייליגע בריוו, די הייליגע ספרים - פאר די וועלט; אזויפיל מענטשן שרייבן מיר אז זייער גאנצע עונג שבת איז די בריוו, א וואך וואס פעלט זיי די בריוו פון עצתו אמונה - פעלט זיי ממש א חלק פונעם שבת, ווייל די בריוו איז זייער יראת שמים, זייער וועג ווייזער, זייער התחזקות, די בריוו האלט זיי ביים לעבן.


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד פון א מאנסטער (יצר הרע) און ווי ארום אים זענען דא אינגלעך מיט געקרייזלטע פיאות, מיט ד' מינים, און שטעכן אים מיטן שפיץ פון לולב, און דער מאנסטער שרייט ווי עס טוט אים וויי.


שלמה המלך גייט אין גאס און זעט ווי דער יצר הרע קומט אים אנטקעגן און וויינט זייער: "איך ווייס נישט וואס וועט דא זיין, עס קומט יעצט יום טוב סוכות און אלע גייען שאקלן די ד' מינים און מען גייט מיך צעשטעכן..." אזוי זאגט דער יצר הרע פאר שלמה המלך.


קומענדיגע טאג זעט שלמה המלך ווי דער יצר הרע קומט אים אנטקעגן, ער טאנצט און לאכט: "הָא הָא, איך האב געטראפן אן עצה, איך האב געמאכט א לאך אינעם שיף וואס ברענגט די אתרוגים מיט לולבים, און די שיף האט איינגעזינקען, ההההההאא האאאאאא, עס וועט נישט זיין קיין ד' מינים, האא הההא איך האב נישט מורא מער פון די אידן".


נאך סוכות טרעפט שלמה המלך נאכאמאל דעם יצר הרע זייער טרויעריג, זייער צובלוטיגט, ער זאגט: "איך האב געמיינט איך וועל דערטרענקען די שיף מיט די ד' מינים, אבער די אידן האבן געטראפן א פאר סעטס ד' מינים און זיי זענען געשטאנען א גאנץ סוכות מיט אזא שמחה, אלע אידן זענען געשטאנען לאנגע שעות און געווארט צו קענען געבן איין שאקל מיט די ד' מינים, דאס האט מיך אזוי צעשטאכן, דאס האט מיך אזוי צובלוטיגט..."


טייערע קינדער, לאמיר גוט צעשטעכן דעם יצר הרע מיט אונזערע מצוות, לאמיר אים צובליטיגן דורך דעם וואס מיר וועלן שאקלען דעם לולב מיט שמחה, לאמיר טאנצן און זינגען: "אוי ווי גוט צו זיין א איד, אוי ווי גוט צו זיין א איד!"


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענט

#423 - א יום כיפור הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות
תפילה והתבודדות, מקוה, אמונה, התחזקות, הפצה, שטעטל, שלום, תשובה, מנהגים, יאוש, בעל תפלה, גבאי, אחדות, יוצרות, געפילן, יום כיפור, דרך הלימוד, קידוש לבנה, איבערבעטן, נוסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


געלויבט דעם אייבערשטן אז יום כיפור האט מען אונז מוחל געווען אלע אונזערע עבירות, מיר הויבן אן א נייעם בלאט, מיר זענען ארויס ריין פארן אייבערשטן.


ביי אונז איז געווען זייער שיין; די דאווענען מיט די דרשות, די ניגונים - אלעס אלעס איז געווען זייער זיס און געשמאק. איך האב זייער הנאה אז דו ביסט געבליבן אין שטעטל פירן דעם מנין, דאווענען פארן עמוד און זען אז אלעס זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן. איך האף אז דו וועסט בלייבן די יאר הושענא רבה און אזוי אויך שמחת תורה, און זען עס זאל פארקומען שיינע ווארעמע תפילות און פרייליכע הקפות. עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אין ישיבה צום ראש ישיבה, ענדערש בלייב אין שטעטל; עס פעלט אויס עס זאל זיין שיינע תפילות און פרייליכע הקפות.


ביי אונז איז געווען הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות. איך וויל דיר אביסל מיטטיילן דו זאלסט וויסן ווי אזוי מען דאווענט אין היכל הקודש, וואס פאר א שטיקלעך פונעם דאווענען מען זאגט און וואס מען לאזט אויס, און אזוי ווייטער.


דער בריוו איז געשריבן פאר דיר אבער דו קענסט דאס אויפהענגען אין שול ביי ענק; עס איז דא זייער שיינע חיזוק פאר אלעמען, אויך קענסטו דאס ווייזן פאר אלע גבאים.


*ליל כל נדרי*


פונעם זמן הדלקת הנרות האט זיך דער בית המדרש אנגעפילט מיט אנשי שלומינו, מיר האבן געהאט אסאך געסט, זייער אסאך איינוואוינער פון שטעטל, אויך זענען געקומען אנשי שלומינו פון קרית יואל, פון מאנסי און פון בארא פארק, אויך דער דיין שליט"א איז געווען.


מיר האבן אלע געזאגט די תפילת זכה, אויך די ווידוי הגדול לרבינו ניסים זכר צדיק לברכה. איך האב געזאגט אפאר ווערטער איידער כל נדרי, נישט אז איך בין דער וואס קען זאגן פאר אנדערע, נאר איך האב געדענקט וואס דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן, עס האט אויסגעבראכן א פייער אין א שטאט, איז דער שמש ארויסגעלאפן שרייען: "רבותי, עס ברענט א פייער, ראטעווע זיך"; לכאורה דער שמש איז דער קלענסטער פון זיי אלע, איז וואס עפעס שטעלט ער זיך ארויס שרייען: "רבותי... עס ברענט...!!!" נאר יעדער איינער פארשטייט אז דא קוקט מען ווער עס קען אויפוועקן דעם עולם, נישט ווער עס איז מער, ווער עס איז חשוב'ער; האט דער הייליגער ישמח משה אויסגעפירט ביים כל נדרי דרשה: "רבותי, איך בין נישט מער פון ענק, איך דארף אויך תשובה טון, אבער איך בין דער שמש, איך וויל ענק אויפוועקן, דעריבער בין איך קומען שרייען 'רבותי, עס ברענט, מיר גייען אריין אין א ברענעדיגע טאג, לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ'".


*דרשת כל נדרי*


מיר האבן אנגעהויבן מיטן פסוק (ויקרא טז, ל): "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", איך האב געטייטשט דעם פסוק ווארט ביי ווארט, ווייל דער פסוק אליינס - איז די בעסטע חיזוק, צו זען אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א טאג וואס ער רייניגט אונז אפ, און מיר ווערן ריין פארן הייליגן באשעפער. מיר האבן גערעדט פון דעם דאפלטן לשון, 'כִּי בַיּוֹם הַזֶּה', ווייל אין דעם טאג יום כיפורים, 'יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם', טוט דער אייבערשטער פארצייען, 'לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם', אונז צו רייניגן פון אלע אונזערע עבירות, נאכדעם זאגט ער נאכאמאל, 'לִפְנֵי ה', פארן לעבעדיגן באשפער, 'תִּטְהָרוּ' - ווערט איר ריין; וואס דארף ער איבערזאגן נאכאמאל 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ' אז מיר ווערן ריין?!


דער רמב"ם זאגט (פרק ב' מהלכות תשובה, הלכה ב): "וְיָעִיד עָלָיו יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת שֶׁלֹּא יָשׁוּב לְזֶה הַחֵטְא לְעוֹלָם", תשובה איז נאר נאכדעם וואס דער אייבערשטער - וואס ער זעט אלע באהאלטענע זאכן - וועט עדות זאגן, אז דער מענטש מיינט טאקע וואס ער זאגט, און ער טוט טאקע תשובה; יעצט ווען מיר קומען יום כיפורים צום אייבערשטן אז מיר ווילן תשובה טון, קומען אלע מקטריגים און רעדן שלעכטס אויף אונז. ווייל ווען א מענטש זינדיגט, באשאפט ער מיט יעדע עבירה אזויפיל קליפות ומשחיתים וואס שטייען אויבן אין הימל און מאנען מען זאל געבן אן עונש פאר דעם מענטש, און ווען זיי זעען אז דער מענטש קומט תשובה טון, הויבן זיי אן פארפירן אז דער מענטש מיינט עס נישט ערנסט, אזוי ווי מען קען צומאל הערן פון בעלי דרשנים ווי זיי קלאפן דעם עולם, אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, זיי זענען מבאיש ריח, זיי רעדן קעגן אידן, דאס אלעס איז אין הימל פון די מקטריגים, ווי זיי לאזן ארויס א שלעכטע גערוך אויף נשמות ישראל, און מיט דעם צעברעכט מען אידישע קינדער. עס כאפט זיך אריין מחשבות ביי מענטשן: 'איך מיין עס סיי ווי נישט ערנסט', 'איך האלט סיי ווי נישט ביי אמת'ע תשובה', ביז מענטשן ווערן אזוי מיואש אז מען לאזט אפ אידישקייט.


דאס זאגט אונז דער פסוק: "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", ווען אלע מקטריגים זאגן 'פארוואס זאל מען מוחל זיין אידישע קינדער, זיי מיינען עס נישט ערנסט, זיי זאגן נאר מיטן מויל אז זיי טוען תשובה, אבער עכט מיינען זיי עס נישט', אויף דעם זאגט דער פסוק 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ', דער אייבערשטער ווייסט דעם אמת, דער אייבערשטער קוקט אריין אין אונזערע הערצער, דער אייבערשטער איז דער 'יודע מחשבות ביום דין', ער זעט אונזערע מחשבות, ווי שטארק מיר ווילן זיין גוט, 'לצופה נסתרות ביום דין', דער אייבערשטער זעט אלע פארבארגענע זאכן, ער זעט די הארץ פון אידישע קינדער, ווי אלע ווילן זיין גוט, נאר מען האט אזא שווערע יצר הרע, מיט אזעלכע שווערע נסיונות, 'לפני השם' פארן לעבעדיגן באשעפער ווערן מיר ריין.


*מוחל זיין אנדערע*


אויך האבן מיר גערעדט, מענטשן פרעגן, 'ווי אזוי קענען מיר מוחל זיין אנדערע ווען זיי האבן אונז שלעכט געטון? מיר ווילן אלעמען מוחל זיין, אבער עס איז אזוי שווער, מיר שפירן ווי מיר קענען נישט פארגעבן, וואס איז די עצה?' אז מען נעמט אריין אמונה, מען ווייסט און מען חזר'ט זיך 'אלעס איז פונעם אייבערשטן, קיינער קען נישט טון שלעכטס דעם מענטש, קיינער קען נישט וויי טון, קיינער קען נישט פרייליך מאכן, אלעס אלעס קומט פון אויבן מיט א חשבון' - נישט צו זאגן אז מען מעג וויי טון ווייל אלעס איז פון אויבן, חס ושלום אזוי צו זאגן; אויב מען טוט וויי, מען טשעפעט, מען פארשעמט - מוז מען תשובה טון, מען מוז איבערבעטן, אז נישט באקומט מען אן עונש; מען רעדט פונעם מענטש וואס איז וויי געטון געווארן, מען רעדט צום פארשעמטער, ער זאל וויסן, אויב וועט ער זיך חזר'ן די אמונה - דעמאלט וועט אים זיין גרינג יעדן איינעם מוחל זיין, אז עס איז 'לפני ה', מען ווייסט אז מען שטייט פארן אייבערשטן, אלעס איז פון אים, דעמאלט - 'תטהרו' ווערט מען ריין, דאס הארץ איז ריין, מען האלט נישט קיין פיינטשאפט צו קיינעם.


*בעלי מוסר*


מיר האבן גערעדט זייער וויכטיגע זאכן, הלואי אז איינער וועט דאס אפשרייבן, אז אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קענען שטארקן מיט די דיבורים. עס איז וויכטיג פאר א גאנץ יאר, נישט נאר פאר ליל כל נדרי. ווייל דער שטן פארדרייט אזוי דעם קאפ, און ליידער איז צוריק געקומען די אמאליגע בעלי מוסר וואס צעברעכן אידישע קינדער, וואס איז געווען איידער דער הייליגער בעל שם טוב איז געקומען. מען האלט דרשות אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, איך וויל נישט אראפשרייבן די דברי ניאוץ וואס זיי רעדן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד) אז מען טאר נישט נאכזאגן ווערטער פון כפירה, אפילו מען וויל נאר זאגן וואס יענער זאגט, אפילו מען האלט נישט ווי יענעם, מען וויל נאר איבערזאגן - טאר מען אויך נישט עיין שם.


איך וועל דיר שרייבן וואס מען האט גערעדט אין היכל הקודש, דיבורים וואס מיר האבן געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש; אז דער אייבערשטער האט ליב אידן און ער ווארט מיר זאלן זיך צוריקקערן צו אים, מיר זאלן תשובה טון, מיר זאלן טראכטן אפילו נאר פאר איין סעקונדע אז 'מיר גייען שוין זיין וואויל', און כל שכן אז מען קען ארויסזאגן א ווארט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, ברענג מיך צו דיר", ווי חשוב דאס איז, און ווי דער אייבערשטער ווארט אויף די ווערטער.


*מיין דאווענען איז נישט ווערד*


די דרשה איז געווען נישט קיין לאנגע דרשה, עס איז געווען קורץ, אבער די פאר ווערטער האט מיר זייער געעפנט די הארץ, איך האב זייער תשובה געטון; מיר האבן גערעדט אז די אלע טריפה'נע מחשבות וואס כאפן זיך אריין, מען טראכט 'וואס האב איך צו דאווענען? איך בין סיי ווי א פארפאלענער, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין אזוי ווייט, מיינע תפילות זענען נישט חשוב', ווער רעדט נאך ווען מען האט ראיות, אז מען קען נישט וויינען, מען איז טרוקן, מען איז פארקלאפט, מען זעט א גאנצע בית המדרש ווי יעדער דאווענט, 'יעדער גיסט זיך אויס דאס הארץ, און נאר איך בין אזוי טרוקן'; דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כריתות ו:): 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה", מיר האבן דערמאנט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, ווי דער רבי האט מחזק געווען איינעם וואס האט געהאט די טריפה'נע מחשבות (שיחות הר"ן, סימן רצה) אז דיקא דורך אים וועלן ארויפגיין אלע תפילות. דער רבי זאגט אים, טראכט אזוי: 'הֲלֹא אִם אֲנִי רָחוֹק בְּעֵינַי מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ מֵחֲמַת רִבּוּי עֲווֹנוֹתַי', אויב בין איך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן צוליב מיינע עבירות, 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עִקַּר שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא', קומט אויס אז נאר דורך מיר וועלן אלע תפילות ארויפגיין צום אייבערשטן, 'כִּי הֲלֹא אָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ ז"ל (כְּרִיתוֹת ו:) 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה', נאר דורך תפילות פון בעלי תשובה גייען ארויף די תפילות אויבן אין הימל, 'וְיַלְפִינָן מִקְּטֹרֶת שֶׁהָיָה בָּהֶם חֶלְבְּנָה', מען לערנט דאס ארויס פון די קטורת. 'וְאִם כֵּן, אִם אֲנִי בְּעֵינַי כְּפוֹשֵׁעַ יִשְׂרָאֵל חַס וְשָׁלוֹם', אויב אזוי, אז איך בין אזוי ווייט – 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא, כָּל שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא וְכַנִּזְכָּר לְעֵיל', איז דורך מיר וועט ווערן אנגענומען די תפילות; דאס דארף מיך מאכן דאווענען שטערקער און בעסער, עיין שם.


*א קרעכץ פון א צעבראכן הארץ*


אויך האבן מיר דערמאנט די ווערטער פון הייליגן זוהר (פרשת בלק, קצה.), דוד המלך האט געזען אז אויבן אין הימל איז דאס גרעסטע זאך תפילות וואס קומט פון א צעבראכן הארץ, ער האט געזען די תפילות פון אן ארעמאן, אז דאס גייט ארויף צום אייבערשטן, מען קען דאס נישט אפשטעלן, אנדערע תפילות ווערן צומאל אפגעשטעלט דורך מלאכים. ווען דוד המלך האט געזען דאס חשיבות פונעם ארעמאנ'ס תפילה האט ער אויסגעטון זיינע קעניגליכע קליידער, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארעמאן. דער זוהר הקדוש זאגט, ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אֲנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליין מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס – די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארעמאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


איך האב נישט געהאט א מינוט פארדעם קיין אנונג וואס איך גיי זאגן, איך גרייט זיך נישט אן איידער איך געב א שיעור, איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל ארויסקומען ריכטיגע דיבורים און עס זאל ארויסקומען גוטס פון די ווערטער.


מיר האבן געזאגט אז מיר גייען ארויסנעמען די ספר תורה, מיר גייען איבערבעטן די ספר תורה און מיר וועלן זיך פארנעמען צו לערנען יעדן טאג.


איך האב יעדן איינעם איבערגעבעטן און איך האב קלאר געזאגט אז איך בין אויך יעדן איינעם מוחל. דארפסט פארשטיין, א מענטש וואס האט צוטון מיט א רבים איז זייער שווער, ווייל עס קומט אויס פעלער וואס מען דארף זאגן וכו' און מען באליידיגט זיך.


*אור זרוע לצדיק*


מיר גייען ארום דעם בית המדרש מיטן ספר תורה אז אלע זאלן קענען איבערבעטן די תורה, אלע זאלן קענען האלזן און קישן די תורה, דאס איז א גרויסער תיקון פארן מענטש, און דער חזן זאגט פָאר דעם פסוק (תהילים צז, יא): "אוֹר זָרֻעַ לַצַּדִּיק וּלְיִשְׁרֵי לֵב שִׂמְחָה", און דער גאנצער עולם זאגט נאך הויך אויפן קול. אויך זאגן מיר די פסוק (שם קיט, קלו): "פַּלְגֵי מַיִם יָרְדוּ עֵינָי עַל לֹא שָׁמְרוּ תוֹרָתֶךָ", אלע בייגן זיך צו צום ספר תורה און מען בעט איבער די תורה, און מען נעמט זיך פאר גוטע קבלות, בעיקר אז מען וועט לערנען די הייליגע תורה; ווייל דאס איז דאס ערשטע זאך וואס מען פרעגט אויבן אין הימל ווען א נשמה קומט ארויף: "האסטו געלערענט תורה?" אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "תחילת דינו של אדם, אלא על דברי תורה", דאס ערשטע זאך פרעגט מען אויב מען האט געלערנט תורה; ווייל אלעס איז תלוי אין דעם. אז מען לערנט תורה האט מען אלעס, מען ווערט פריי פון אלע שלעכטס, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", ווער עס לערנט תורה ווערט פריי, "וְכָל מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה הֲרֵי זֶה מִתְעַלֶּה", און ווער עס לערנט תורה ווערט דערהויבן.


אלע האבן זיך צוגעבויגן ארומנעמען די ספר תורה, עס איז א גרויסע זאך ארום צו נעמען די ספר תורה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות כבוד, סימן ז): "חִבּוּק הַסֵּפֶר תּוֹרָה מְסֻגָּל לְכָבוֹד", דורך האלזן דעם ספר תורה איז מען זוכה צו כבוד; ווייל אז מען איז מכבד די ספר תורה, מיט דעם ווייזט מען אז מען האט ליב די תורה, איז מען זוכה צו כבוד אלוקי, מען ווערט נאנט צום אייבערשטן.


נאכן ארומגיין די שול האבן מיר געזאגט די שטיקל זוהר פון "קָם רַבִּי שִׁמְעוֹן סַלִיק יָדוֹי לְגַבֵּי עֵלָּא".


*כל נדרי*


מען האט ארויסגענומען צוויי ספרי תורות, איין ספר האט דער דיין שליט"א געהאלטן, און דער צווייטער ספר - דער מגיד שיעור אין שטעטל ר' ישראל יוסף שניצלער שליט"א. איך בין צוגעגאנגען צו תפילת כל נדרי; "על דעת המקום ועל דעת הקהל" דריי מאל, "כל נדרי" דריי מאל, מיטן הערליכן נוסח וואס איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל. די ערשטע מאל הויבט מען אן שטילער און מען גייט אלץ העכער און העכער, "ונסלח" דריי מאל, און "סלח נא" מיטן נוסח וואס מיר זאגן אינדערפרי ביי "אדם יסודו מעפר". דער עולם שרייט אויס "ויאמר ה' סלחתי", די ברכה פון שהחיינו האבן מיר געזאגט מיט גרויס שמחה אז מיר האבן זוכה געווען צו קומען צו דעם טאג וואס דער אייבערשטער איז אונז מוחל אלע עבירות. מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה און אנגעהויבן ברכו מיטן הערליכן נוסח, (קומענדיגע יאר שנת תשפ"ה וועט מען אויך זאגן קבלת שבת; יום כיפור וועט זיין אום שבת קודש).


נאך שטילע שמונע עשרה זאגן מיר די סליחות 'יעלה תחנוננו' מיט די שיינע זיסע ברסלב'ער נוסח; אוי ווי זיס די ווערטער פון די סליחות אינאיינעם מיטן נוסח - זענען, עס עפנט די הארץ, מען קען זיך אזוי גוט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן. נאכדעם זאגן אלע אינאיינעם 'שומע תפלה', און דער חזן פירט אויס: 'הנשמה לך' די נשמה איז דיינס, 'והגוף שלך', און דער גוף איז דיינס, בעטן מיר האב רחמנות, 'ה' עשה למען שמך', טו פאר דיין נאמען. נאכדעם זאגן מיר 'דרכך אלוקינו' חזן וקהל, 'למענך אלוקינו עשה' חזן וקהל, 'אמנם אשמינו' לאזט מען אויס, 'תעלה ארוכה' זאגט מען חזן וקהל, נאך 'ורב חסד לכל קוראיך' זאגט מען די סליחה פון 'סלח נא אשמות', אזוי איז נאכדעם די זעלבע, מען זאגט 'קל מלך יושב' און נאך 'לכל קוראיך' זאגט מען 'אמנם כן יצר סוכן', מען זאגט נישט 'אל תבוא' און 'כרחם אב'.


עס איז וויכטיג א בעל תפילה זאל זיך פארקוקן דאס דאווענען און די סליחות, די פירוש המילות. עס איז גאר אנדערש דאס דאווענען ווען מען קען די טייטש.


נאכדעם זאגט מען די פזמון 'כי הנה כחומר ביד היוצר'. די פיר פזמונים פון ליל כל נדרי 'יעלה תחנוננו', 'סלח נא', 'אמנם כן', 'כי הנה כחומר', אלע פיר פזמונים האבן הערליכע ברסלב'ער נוסחאות וואס מאכט אזוי בענקען צום אייבערשטן. דער בעל תפילה זינגט דאס הויך אויפן קול און דער עולם ברומט זיך אונטער מיט א גלוסטעניש צום אייבערשטן, נאכדעם זאגט מען סליחות, 'זכור רחמיך'. 'אל נא תשת' זאגט חזן וקהל, מען לאזט אויס 'אותך אדרוש', מען זאגט 'זכור לנו', 'שמע קולינו'. 'אתה מבין' לאזט מען אויך אויס, 'שמך מעולם' זאגט חזן וקהל, נאכדעם ענדיגט מען צו אלעס ביז נאך 'אבינו מלכינו', 'לדוד מזמור', און מען זינגט 'תתקבל' מיט א לעבעדיגע ניגון. נאך עלינו זינגען מיר 'אדון עולם' און מען זאגט די פיר ערשטע קאפיטלעך פון תהילים.


מיר זאגן שיר היחוד, מען שיקט צו צום עמוד יעדן 'יום' אן אנדערער בעל תפילה, און ביים סוף, די לעצטע יום פון 'אז ביום השביעי', האבן מיר געזינגען אינאיינעם.


*שחרית יום הקודש*


מיר הויבן אן דאס דאווענען מיט אנעים זמירות. מיין זון הרב שלמה נרו יאיר האט געדאווענט פסוקי דזמרה, ער האט פארגעזינגען אנעים זמירות מיט די חב"ד ניגון וואס זיי זינגען אויף אזמר בשבחין, דער בעל תפילה זינגט פאר און דער עולם ענטפערט, נאכדעם זינגט מען אדון עולם מיט די נוסח וואס אלע זינגען.


שחרית האב איך פארגעדאווענט, איך טראכט אז קומענדיגע יאר וועל איך מכבד זיין א צווייטן, ווייל אין אנהויב ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש האט מיר דער גבאי געבעטן איך זאל דאווענען ביים עמוד, זיין דער שליח צבור, היות עס איז געווען א קארגער מנין, און קיינער האט נישט געוואלט דאווענען פארן עמוד, האט מען מיר געבעטן איך זאל דאווענען און אזוי האב איך געטון, איך האב געדאווענט פון כל נדרי ביז נאך נעילה פארן עמוד, אבער היינט איז די קהלה שוין גרויס און עס זענען דא שיינע בעלי תפילות, איז יא גוט עס זאל זיין צעטיילט דאס דאווענען. איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל איך קוק ארויס אויף דיר דו זאלסט מיר העלפן אין שטעטל, זאלסט וויסן ווי צו פירן אין שטעטל, ווי אזוי אוועק צו שטעלן די בתי מדרשים עס זאל זיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיר זאגן נישט די יוצרות פאר שמונה עשרה, נאר די ערשטע שטיקל 'אור עולם', 'סלח לגוי קדוש', חטאנו צורנו', חזן וקהל.


ביי הויכע שמונה עשרה זאגט דער בעל תפילה דעם הארציגן שטיקל 'אימיך נשאתי' הויך ווארט ביי ווארט, נאכדעם זאגן אלע 'אמצת עשור', און 'תאות נפש'. 'עד יום מותו' זאגט מען חזן וקהל, 'אנוש מה' לאזט מען אויס, 'אחדת יום זה בשנה' לאזט מען אויך אויס. 'מלך מאזין שועה' זאגט מען חזן וקהל און מען זאגט גלייך נאכדעם 'היום יכתב' חזן וקהל. 'אדר יקר אלי' לאזט מען אויך אויס', 'אימה בחר' לאזט מען אויך אויס, מען לאזט אויס אלעס ביז מען זינגט 'אמרו לאלוקים', אויך זינגט מען 'מעשה אלוקינו'. 'אשר אמץ' זאגט מען, 'על ישראל אמונתו' זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'האדרת והאמונה' - דאס זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'ליושב תהילות' דאס זאגט מען חזן וקהל, 'זה אל זה' זאגט מען אויך חזן וקהל, און נאכדעם זאגט מען 'לקל עורך דין', און מיר לאזן אויס דעם לאנגן שטיקל פון 'מי יתנה תקף', מיר גייען גלייך צו 'כתר'.


מיר זאגן נישט די סליחות צווישן 'ובכן'. נאך 'יעלה ויבוא' זאגט מען סליחות אבער נישט אלעס, מיר לאזן אויס 'אדברה' אויך לאזן מיר אויס 'אתה מבין', און מיר דוכנ'ען יום הקודש אויך ביי שחרית.


שבת און יום טוב זאגן מיר תיקון הכללי נאך תפילת מוסף, אבער ראש השנה און יום הקדוש זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית. אויך שמחת תורה ווען מען ענדיגט שפעט און מען ווייסט אז נאך מוסף וועט נישט זיין דער עולם דערביי, זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית.


מיר האבן נישט קיין מקוה אין ישיבה, אבער דו דארפסט וויסן, אלס גבאי אין שטעטל, צו אפן לאזן די מקוה. אויב איינער איז נכשל געווארן יום הקדוש מיט מקרה לילה - זאל ער זיך גיין טובל'ן. אזוי האט דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער געזאגט, אז מען זאל לאזן אפן די מקוואות, אז אויב איינער איז נכשל געווארן מיט מקרה לילה - זאל ער גיין אין מקווה.


*מוסף יום הקדוש*


מיר האבן געמאכט א שטיקל פאזע פאר מוסיף און א צווייטע פאזע פאר מנחה. מענטשן פרעגן 'וואס קען מען נישט מאכן איין גרויסע פאזע?' איך וועל דיר זאגן דעם טעם, איך וויל דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו מאכן אין שטעטל. איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש מען זאל צעטיילן דעם טאג, נישט מאכן איין גרויסע פאזע, ווייל יום כיפור איז נישט קיין צייט פון אהיים גיין פארברענגען, יום כיפור איז א טאג פון תשובה טון און אויסנוצן די צייט מיט דאווענען. אזוי אויך רופט מען אויס אביסל קערצער ווי מען מאכט, אז מען זאל בלייבן אין שול וד"ל.


איך האב געליינט קריאת התורה. זייט ר' מרדכי אינדיג האט זיך אריבערגעצויגן אין שטעטל האב איך אים איבערגענומען, איך האב געליינט מיטן נוסח וואס מען ליינט ימים נוראים, אבער ביי מנחה ליינען מיר נישט מיטן ימים נוראים נוסח. דער גבאי שבתי מארקוס האט פארקויפט די עליות, מיט די געלט האלטן מיר אויף די שול, מען פעינט איבער און מען פאררעכט דורכן יאר וואס עס פעלט זיך אויס. עס אזי א גרויסע זאך צו קויפן אן עליה, סיי דאס עולה זיין איז א גרויסע זאך, און סיי די צדקה פארן רבינ'ס שול איז א גרויסע זאך. האברך אברהם אלי' פרידריך האט מיר געקויפט שישי, איך האב געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר זיין גאנצע משפחה, אויך פאר מיין טאטע מאמע, פאר מיין שווער און שוויגער און פאר מיין ווייב און קינדער.


איך האב אנגעהויבן 'אשרי יושבי ביתך' מיט די הארציגע נוסח פון 'אשרי העם יודע תרועה', נאכדעם 'הנני העני ממעש'. ביי הויכע שמונה עשרה זאגן מיר 'שושן עמק', 'יום מימים'. 'עוד בו נשמתו' זאגט מען חזן וקהל, 'צפה בבת' זאגן מיר נישט. 'נחשב כצג' זאגן מיר חזן וקהל, אזוי אויך זאגן מיר די גאנצע פזמון פון 'אשא דעי למרחוק' חזן וקהל. אויך זאגן מיר 'את לחשי' חזן וקהל, 'אדון לקול עמך' חזן וקהל. 'אמרו לאלוקים' זינגען מיר, 'מעשה אלוקינו' זינגען מיר. 'אשר אימתך' זאגן מיר, 'ליושב תהילות' זאגט מען חזן וקהל, 'אלו לאלו' חזן וקהל, נאכדעם 'ונתנה תקף' וכו'.


מנחה האט געדאווענט ר' שלמה לאנדא נרו יאיר, ער האט געדאווענט זייער הארציג, זייער שיין; ער האט געדאווענט מיטן סאטמערע נוסח, דער עולם האט זייער הנאה געהאט.


תפילת נעילה האב איך געדאווענט. איך ווער זייער נתעורר פון די פסוקים וואס מען זאגט ביי שמונה עשרה, ווי דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן תשובה טון: "רוֹצֶה אַתָּה בִּתְשׁוּבָתָן שֶׁל רְשָׁעִים", דער אייבערשטער וויל מיר זאלן אלע תשובה טון, "וְאֵין אַתָּה חָפֵץ בְּמִיתָתָן", ער וויל נישט די רשעים זאלן שטארבן, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט, "אֱמֹר אֲלֵיהֶם, חַי אָנִי נְאֻם ה' אֱלֹקִים", איך שווער, זאגט דער אייבערשטער, "אִם אֶחְפֹּץ בְּמוֹת הָרָשָׁע", אויב איך וויל הרג'ענען דעם רשע, "כִּי אִם בְּשׁוּב רָשָׁע מִדַּרְכּוֹ", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן, "שׁוּבוּ שׁוּבוּ מִדַּרְכֵיכֶם הָרָעִים", קערט אייך צוריק אידישע קינדער, "וְלָמָּה תָמוּתוּ בֵּית יִשְׂרָאֵל", און פארוואס זאלט איר שטארבן, "וְנֶאֱמַר", און עס שטייט, "הֶחָפֹץ אֶחְפֹּץ מוֹת רָשָׁע", צו דען וויל איך שטראפן דעם רשע, ער זאל שטארבן? "נְאֻם ה' אֱלֹקִים", זאגט דער אייבערשטער, "הֲלוֹא בְּשׁוּבוֹ מִדְּרָכָיו", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן; אוי ווי זיס די ווערטער זענען, עס צעפלאצט די הארץ פון זיסקייט, ווי דער אייבערשטער בעט זיך ביי אונז, מיר זאלן תשובה טון און מיר וועלן לעבן.


מיר בלאזן נישט שופר אינמיטן קדיש; מיר ענדיגן קדיש, מען זינגט און מען טאנצט ביי תתקבל, מען פרייט זיך אז דער אייבערשטער האט אנגענומען אונזערע תפילות.


נאך קדיש - בין השמשות, פינקט עלף מינוט פארן רבינו תם - האט דער דיין שליט"א אויסגעשריגן: "תקיעה גדולה!" און איך האב געבלאזן איין תקיעה גדולה און אויסגעשריגן: "לשנה הבא בירושלים!" און האברך שמעון איינהארן איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב.


קידוש לבנה איז נישט געווען, ביי אונז רעגנט די לעצטע וואך צייט; לאמיר האפן אז מיר וועלן קענען מאכן קידוש לבנה.


איך בין אהיים מאכן הבדלה, אויסגעפאסט און געגעסן א סעודה. איך האב זיך געלייגט שלאפן, איך בין געווען גוט אויסגעמאטערט פון דאווענען א גאנצן טאג, דריי אזייגער פארטאגס וועק איך זיך אויף, איך האב שוין נישט געקענט שלאפן, האב איך דיר אפגעשריבן אביסל פון אונזער שיינעם יום טוב, איך האף דו וועסט ארויסנעמען שיינע זאכן אויף לעובדא ולמעשה.


*וואס איז די פליכט פון א גבאי*


די שטעטל איז א וואונדערבארע פלאץ, אויב מיר וועלן זיך ליב האבן און זוכן די מעלות איינער ביים צווייטן וועלן מיר האבן ערליכע דורות און גרויס הצלחה, און דאס איז די פליכט פון די גבאים, אריינבלאזן א חיות און א פרייליכקייט אין דעם עולם, מען זאל טאנצן נאכן דאווענען, און אז מען זעט איינעם וואס קריגט זיך מיטן צווייטן - זאל מען אים פרייליך מאכן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם"; ביי דעם איז יעדער איינער א גבאי, יעדער איינער דארף זען עס זאל זיין שלום און ליבשאפט, און אז איינער האט זיך פארזויערט זאל מען יענעם פרייליך מאכן.


דער רבי ברענגט אראפ די מעשה (שם) וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.) רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא עס האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים; ווען מיר זעען אז מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


*ווערט נישט אלט*


טייערער ברודער, הארציגער חבר - האלט זיך פריש; בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן פריש, זיך מחי' זיין מיטן רבינ'ס עצות, גיין אין די וועגן פון רבי'ן, זיך מתבודד זיין יעדן טאג און זיך מחי' זיין מיט יעדע גוטע זאך, און לערנען שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


אלס קינד פלעג איך זייער וויינען ביי 'אל תשלכינו לעת זקנה', איך האב געמיינט אז מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל נישט אלט ווערן; איך האב א טעות געהאט, איך האב געמיינט מען בעט מען זאל נישט ווערן אן אלטער איד, היינט וויין איך ביי דעם שטיקל איך זאל נישט אלט ווערן, נישט אין יארן, נאר וואס דער רבי זאגט, ווי רבי נתן ברענגט (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה, אות ה): "הזהיר רבינו ז"ל על זה ואמר", דער הייליגער רבי האט אונז געווארנט און געזאגט "שאסור להיות זקן", מען טאר נישט זיין אלט, "הן צדיק זקן", נישט קיין אלטער צדיק, "הן חסיד זקן", נישט קיין אלטער חסיד, "זקן אינו טוב", אלט איז נישט גוט, "כי צריכים להתחיל בכל פעם מחדש", מען דארף זיך שטענדיג באנייען; עס איז זייער שרעקעדיג אז מען ווערט אלט, מען דארף זיין פריש אין עבודות השם.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער יעצט דארף איך גיין בויען מיין סוכה און זיך אנגרייטן פאר יום טוב סוכות.


אויך האבן מיר היינט א ברית אין ישיבה, ביי האברך דודי נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנהאלטן אלע אונזערע קבלות, אים דינען מיט שמחה און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז, בעיקר אז מיר ווייסן פון אזא רבי, מיר ווייסן פון אזעלכע עצות, און מיר זאלן זוכה זיין צו טון אין הפצה, האבן א שייכות מיט פארשפרייטן די עצות פאר די וועלט, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

#422 - מיטנעמען די שבת'דיגע קליידער קיין אומאן
הפצה, אומאן, ראש השנה, בגדי שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאק זיך איין די שענסטע קליידער, מאך זיך נישט נאריש מיט קטנות הדעת פון מיט נעמען ווי ווייניגער אויפן וועג כדי זיך גרינגער מאכן; אן א הוט, אן א שטריימל, אן בעקיטשעס; פארגעס נישט, מיר פארן צום רבי'ן, דארפן מיר קומען מיט די בגדי מלכות; עס איז ראש השנה, דארפן מיר זיך אנטון מיט די שענסטע קליידער.


ברענג זיך א ווייסע בעקיטשע, מיר פירן זיך צו גיין ראש השנה ווייס; א ווייסע בעקיטשע, א ווייסע קאפל, ברענג זיך מיט שיינע שבת'דיגע שיך, אלע שבת'דיגע וועש.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיטנעמען ספרים פאר די מפיצים, עס איז א גרויסע זכות צו העלפן די מפיצים, אויך איז דאס א סגולה אז די פעקלעך זאלן אנקומען. אז דו קענסט קומען מוצאי שבת א' סליחות נעמען א זעקל ספרים און דאס ברענגען אין אונזער בנין און דאס מיר איבערגעבן.


ביים רבינ'ס ציון קען מען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. מוהרא"ש זאגט נאך בשם רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה: "אז מען עקשנ'ט זיך ביים ציון, קען מען אלעס פועל'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#421 - זיין פרייליך אפילו ווען מען איז גוט צעבראכן
שמחה, התחזקות, הפצה, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תבא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער חבר, טייערער מחותן


וואס מיינסטו, איך בין געמאכט פון אייזן? איך בין נישט קיין מענטש? אוי ווי צעבראכן איך בין, איך שפיל דעם שפיל פון מוהרא"ש, וואס האט אונז אויסגעלערנט צו זיין פרייליך אפילו מען איז גוט צעבראכן. מוהרא"ש האט אלץ געהאט א שמייכל, אלץ געווען מיט א ליכטיגע פנים, אבער אין אפיס פריוואט פלעגט ער אזוי וויינען... מען פלעגט קענען ארויסהערן אזעלכע בכיות... בבחינת (ירמי' יג, יז): "בְּמִסְתָּרִים תִּבְכֶּה נַפְשִׁי מִפְּנֵי גֵוָה", וואס שטייט ביים אייבערשטן, ווי כביכול ער וויינט אין באהעלטעניש, "בבתי גואי", אבער "בבתי בראי" – איז (דברי הימים א טז-כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ" (חגיגה ה:).


איך בין אויך גוט צעבראכן, אבער דאס איז נישט וואס מען מעג ווייזן פאר אנדערע, דעריבער בעט איך דיר מיין ליבער חבר, מיין ליבער מחותן, גיי אן ביתר שאת וביתר עוז; גיי נאך געלט פאר די ישיבה, האלט אן די דריי זאכן: גיין נאך געלט פאר די מוסדות, קומען אין ישיבה מחזק זיין די בחורים, טאקע זיין מנהל, נישט נאר דעם טיטול און אויך מאכן חיזוק יומי וכו'.


איך פריי זיך זייער צו זיין א מחותן מיט דיר.

#420 - פאלג דעם דאקטער, היטן אויף די געזונט איז זייער א גרויסע מצוה
הפצה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען טאר זיך נישט ארומשפילן מיט די זאכן; אז דער דאקטער זאגט עס פעלט אייך אייזן און מען פארשרייבט אייך צו נעמען טאבלעטן פון אייזן - דארף מען דאס טון, דאס איז עבודות השם. "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם" (דברים ד, טו), היטן אויף די געזונט - איז זייער א גרויסע מצוה, בפרט א אידישע מאמע פאר קליינע קינדער דארף האבן אסאך כח, און קען זיין, דערפאר אז עס פעלט אייך אייזן - זענט איר א גאנצן טאג מיד און איר קענט גארנישט טון.


היטס אויף אייער געזונט און אויף אייערע כוחות, דאס איז וויכטיגער ווי גיין הפצה; יעצט האט איר איין מצוה: זיין א געזונטע מאמע פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#419 - דער אייבערשטער האט אונז ליב
אמונה, הפצה, סיום הש"ס, ברית, תפיסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן איז געווען א ברית ביי הרב יעקב לעזער נרו יאיר, ויקרא שמו בישראל "ישראל בן שרה", אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


דער אבי הבן האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב אסאך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


ביים ברית האבן מיר געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון זיין גרויסן טאטן, הרב רבי יצחק שליט"א, דורך אן הוקאפ. ער האט געזאגט בתוך הדברים מען זאל אריינקוקן די ווערטער פון די פרשת השבוע (דברים כג, ו): "וְלֹא אָבָה ה' אֱלֹקֶיךָ לִשְׁמֹעַ אֶל בִּלְעָם", דער אייבערשטער וויל נישט אויסהערן בלעם, "וַיַּהֲפֹךְ ה' אֱלֹקֶיךָ לְּךָ אֶת הַקְּלָלָה לִבְרָכָה", און דער אייבערשטער האט איבערגעדרייט די קללות צו ברכות, "כִּי אֲהֵבְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ", ווייל דער אייבערשטער האט אונז ליב; ער האט געזאגט: "מיר דארפן חזר'ן די ווערטער 'דער אייבערשטער האט אונז ליב', אפילו מיר זענען אראפגעפאלן ביי בלעם, אפילו מיר זענען אין בלאטע, זאל מען וויסן – 'כִּי אֲהֵבְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ' דער אייבערשטער האט אונז ליב"; די ווערטער זענען אזוי גוט צו הערן, ווייל דאס איז וואס פעלט; מענטשן גייען ארום צעבראכן, מען ווייסט נישט אז דער אייבערשטער האט אונז ליב.


נעכטן איז געווען א סיום הש"ס פון החתן מרדכי לייב נרו יאיר, ער האט געענדיגט די צווייטע מאל ש"ס, א גוטע הכנה צו זיין חתונה; ער האט חתונה דעם קומענדיגן זונטאג. דער חתן איז א גרויסער מפיץ, ער האט אסאך מפיץ געווען אין די צוויי יאר וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, און אויך האט ער מחזק געווען און אריינגעבלאזן א פרישע גייסט צווישן די בחורים, אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה; ער גייט צו זיין חתונה מיט א חשבון פון הונדערטער טויזנטער ספרים, קונטרסים, גליונות און נאך - וואס ער האט מזכה געווען נשמות ישראל, אשרי לו! זיי דו אויך מפיץ, האב רחמנות אויף אנדערע; זאלן אלע האבן דעם גוטן לעבן, די זיסע עצות.


איך בין היינט געווען באזוכן אין תפיסה מיט די אינגעלייט אין שטעטל וואס גייען כסדר אין תפיסה מחי' זיין די איינגעשפארטע אידן; וואס זאל איך דיר זאגן, מי כעמך ישראל, אידישע קינדער זענען א טייער פאלק; עס איז נישט פשוט וואס א איד איז. איך בין געווען ביי א בחור וואס זיצט שוין אפאר יאר און עס ווארט אים נאך אסאך יאר, מיר האבן געשמועסט פון אמונה און פון הלכות וואס איז אים שייך אין תפיסה. אמונה ראטעוועט אים, נאר מיט אמונה קען ער אנגיין, נאר מיט אמונה איז ער ביים זינען; ער איז פרייליך, שמייכלט און האט נישט קיין קשיות און טענות אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#418 - נאכ'ן אוועקווארפן דעם טעבלעט וועסטו זען ווי דו ווערסט מער געזונט
הפצה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


זייער גוט אז דו האסט אוועק געווארפן דעם טעבלעט, דו זאגסט דו האסט דאס געטון פאר דיין ווייב תחי', האסט געזען ווי שטארק עס שטערט איר; וואס זאל איך דיר זאגן, יעצט וועסטו זען אז דו אליין וועסט ווערן מער געזונט, דו וועסט האבן מער מיט דיינע קינדער, מיט דיר אליין.


דאנק דעם אייבערשטן פאר די נס אז דו האסט אן אשת חיל, א קלוגע ווייב, וואס זי האלט דיך אין פארעם, זי ווייסט ווי צו פירן אן ערליכע איידעלע שטוב; אלעס וואס דו ביסט – איז איר קרעדיט.


לאז זיך אפ פון די דמיונות פון פארקויפן וכו'; גיי הפצה – וועסטו האבן שפע. טייל איין די טאג, אינדערפרי זאלסטו לערנען שעורים כסדרן בכל התורה כולה, און נאכמיטאג זאלסטו גיין הפצה; מזכה זיין נשמות ישראל מיט די זיסע וואסער וואס קוועלט פונעם נחל נובע מקור חכמה.

#417 - פירן די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש
הפצה, צדקה, מוסדות, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך וויל נישט דו זאלסט מיינען איך האב זיך אוועק געדרייט פון דיר און זיך נישט געזעגנט, איך בין פארנומען געווארן מיט מיין שטוב; ביז איך האב זיך געכאפט אז איך דארף נאך רעדן מיט דיר - ביסטו שוין געפארן צום עירפארט.


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, ווי צו פירן די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש און לויט די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


איך וויל דו זאלסט רעדן צום מגיד שיעור ר' משה שמואל ער זאל פארלאנגען פון די בחורים זאלן גיין נאך געלט פאר די ישיבה; יעדער בחור מוז עוסק זיין אין גיין נאך געלט. אויב די בחורים ווילן דאס מאכן אינאיינעם מיט הפצה - אשרי להם, און אז דער בחור קען זיך נישט זען גיין הפצה - מוז ער נאכאלץ צוזאמנעמען געלט. די ישיבה אין אמעריקע שטייט שוין זעכצן יאר, די אלע בחורים וואס זענען געגאנגען נאך געלט פאר די ישיבה די אלע האבן מצליח געווען, אזוי האט מוהרא"ש אוועק געשטעלט.


אויך זאג דעם מגיד שיעור ער זאל נישט מורא האבן צו לערנען די בחורים וואס איז ריכטיג צו טון; יעצט איז די צייט וואס מען קען גוט אויסבייגן די מידות צום גוטן. קינדער און בחורים האבן ליב ווען מען לערנט זיי די וועג ווי זיך צו פירן.


איך וויל דיר באצאלן פאר די שיינע ווייסע זיידענע קאפל וואס דו האסט מיר געברענגט לכבוד ראש השנה. דערמאן מיך אין אומאן, איך וויל דיר באצאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


א גוטן חודש.

#416 - יעדער איינער זאל טון הפצה, יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות
שלום בית, הפצה, מוסדות, תשובה, ספרי ברסלב, ארץ ישראל, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער נאך ענק, איך האף צום אייבערשטן מיר וועלן זיך זען ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ ראש השנה אין אומאן.


די וואך האב איך געהאט א גאסט פון ארץ ישראל, דער מנהל המוסדות איז געקומען פאר א באזוך ביי אונז אין שטעטל, ער האט מיר דערציילט ווי שיין עס פירט זיך די חדר, סיי אין ירושלים און סיי אין טבריה, אויך האט ער מיר דערציילט פון די נייע חדר וואס האט זיך געעפנט די וואך אין בני ברק; איך האב זייער הנאה צו הערן ווי שיין עס איז ביי ענק, ווי שיין ענק גייען אן.


איך וויל ענק אלע בעטן, זייט אייך מחזק אין די זאך פון הפצה; יעדער איינער זאל אליין עוסק זיין אין הפצה - יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות, ווייל מיר קומען צום רבי'ן, וועט אונז דער רבי פרעגן די פראגע וואס דער רבי האט געפרעגט אנשי שלומינו: "אויב איר זענט דא, פארוואס איז נישט די גאנצע וועלט דא? און אז די וועלט איז נישטא, פארוואס זענט איר יא דא?" אז מיר האבן אזעלכע גוטע עצות ווי זיך צו מחזק זיין, גוטע עצות ווי צו לעבן מיט א ווייב און קינדער, איז וואס איז מיט די וועלט, פארוואס ברענגט מען דאס נישט אריין אין אנדערע?!


נאך א טובה וויל איך אייך בעטן, רעדט שיין אין שטוב מיט דרך ארץ, מען קען נישט שרייען אויף א ווייב, מען קען נישט ווארענען, סטראשען וכו'; מען דארף רעדן צו די ווייב, מיט גרויס דרך ארץ. דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און זיי האלטן טייער (שיחות הר"ן, סימן רסד), דאס ברענגט השראת השכינה אין שטוב, און ברכה.


טייערע ברידער, אלול איז א צייט פון תשובה; וואס איז תשובה? מען זאל זיין צופרידן ווי אזוי דער אייבערשטער פירט און מאכט אלעס; תשובה איז, זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, נישט האבן קיין תרעומות אויף אים.


מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, אין די קונטרסים און בריוו פון מוהרא"ש; די ספרים בויען אויף א קלארע שטארקע אמונה, ווען מען לערנט די ספרים ווערט מען אנגעפילט מיט הרהורי תשובה.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#415 - דער יצר הרע וויל נאר צעברעכן אז ס'פעלט נישט אויס די ספרים און גליונות
התחזקות, הפצה, הדפסה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואלסטו געוואוסט וויפיל אידן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים פון 'אשר היה אל יואל', מיט די גליונות פון 'שיעורי חינוך' און מיט די גליונות פון 'ספורי מעשיות' - וואלסטו געטאנצן פאר שמחה א גאנצן טאג; אז דו האסט די זכיה צו עוסק זיין אין דעם.


דאס וואס דו האסט בלבולים וכו' וכו'; וויסן זאלסטו, אלע וואס טוען פארן רבינ'ס זאך האבן די געפיל אז זיי טוען גארנישט אויף. אזוי גייט עס, מען טראכט: 'ווער דארף די גליונות? ווער דארף די ספרים? וכו', מען שפירט ביי זיך ווי מען טוט גארנישט, אבער דאס איז נישט אמת; אודאי טוען די ספרים אויף, אודאי איז דאס מקרב מענטשן צום אייבערשטן, עס ברענגט אריין אזויפיל הרהורי תשובה.


איך האב אליינס געהערט כמה פעמים פון מוהרא"ש; פון די גרויסע מחלוקת און בזיונות פלעגט מוהרא"ש צומאל טראכטן 'ווער דארף די ספרים און וואס טוט דאס אויף?' און פינקט אין די מינוט איז פון הימל געקומען אן ענטפער; א בחור איז געקומען זאגן ווי ער איז געראטעוועט געווארן פון די ספרים, אדער א אינגערמאן איז געקומען דערציילן ווי ער איז געווען באגראבן אין שאול תחתית און די קונטרסים - דאס האט אים געראטעוועט.


אז דו האסט בלבולים, דו טראכסט דו געבסט אוועק אזויפיל צייט, וואס טוט דאס שוין אויף...? וויל איך דיר בעטן זאלסט אפלאזן די מחשבות, דאס איז פונעם סמ"ך מ"ם וואס זוכט אלע מיטלען ווי ער קען אפשטעלן די גליונות וואס איז מחזק אזויפיל מענטשן, און דאס ברענגט אריין אזויפיל הרהורי תשובה; נעמט ער זיך צו די ביינער פון די שרייבערס, טייפערס און מגיהים.


חזק ואמץ בכל כוחך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#414 - פארשפרייט די ניגוני אמונה פאר אלעמען
תפילה והתבודדות, הפצה, צדקה, שטעטל, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן צוזאמנעמען צדקה פארן יערליכן קאמפיין לטובת המוסדות; ווער עס העלפט דעם הייליגן רבינ'ס מוסד - דערלייגט נישט, מען פארדינט נאר; דער רבי באצאלט ביי וועם ער נעמט.


זיי עוסק אין הפצה, פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, טייל אויס די ספרים און קונטריסם פון מוהרא"ש, אזוי אויך די גליונות און קארטלעך. אויך זאלסטו פארשפרייטן די ניגוני אמונה, יעצט איז ארויס נייע ניגונים: "א מופת בין איך", הערליכע ניגונים פון התבודדות און חיזוק פארן לעבן; פארשפרייט דאס פאר אלעמען.


געדענקסט אוודאי וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט דערציילן, וואס האט פאסירט ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, רש"י הקדוש איז אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליין וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליין רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


נעכטן נאכט איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אין שטעטל אינעם נייעם בית המדרש אינעם ירושלים גאס, די זיבעטע שול וואס מיר האבן אין שטעטל. אלע פרעגן, 'ווי אזוי בויט מען די שטעטל אזוי שיין און שנעל?' 'ווי אזוי איז מען מצליח אז ביי די פערטע יאר זאלן מען שוין האבן זיבן שול'ן און מקוואות?' דער ענטפער איז, דער רבי לערנט אונז אויס די סודות פון הצלחה. דער ערשטער סוד איז 'תפילה והתבודדות', נאך א סוד 'נישט מאכן קיין עסק פון מענטשן און פון געלט', ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער העלפט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס, צו אים דארף מען האפן און פון אים דארף מען טראכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#413 - וואויל איז דיין חלק אז דו העלפסט דרוקן דעם ספר עצתו אמונה
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיין חלק אז דו האסט געגעבן צדקה צו דרוקן דעם זיבעטן חלק פון ספר עצתו אמונה.


דער ספר איז מחי' און מחזק אזויפיל אידן, עס ברענגט אריין אזויפיל הרהורי תשובה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך הצלחה און דו זאלסט ווייטער האבן די זכי' צו קענען ווייטער דרוקן די ספרים וואס פארשפרייטן אמונה און תשובה אויף די וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#412 - עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו האבן גרויס געלט
חינוך הילדים, הפצה

בעזרת ה' יתברך - ום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פארן לערנען מיט מיינע קינדער דעם בלאט גמרא יעדן טאג, איך האב זייער הנאה. איך שמועס מיט מיין זון, איך פרעג אים וואס מען לערנט, ער זאגט מיר נאך פון אויסענווייניג זאכן פון די גמרא; ממש וואונדערליך ווי דו לייגסט אריין אין יונגע קינדער זיי זאלן ארויסנעמען יעדן טאג פונעם בלאט גמרא ידיעות התורה, און א באזונדערע יישר כח פארן זיי נעמען הפצה, זיי אויסלערנען גיין פארשפרייטן אמונה פאר נשמות ישראל.


ווען דו נעמסט די קינדער הפצה געב אכטונג זיי זאלן נישט האלטן די געלט פאר זיך, די עלטערן זאלן נעמען דאס געלט אדער זאלסטו דאס צוזאמנעמען עס זאל גיין פאר הדפסה פאר קויפן נאך ספרים; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו האבן גרויס געלט.


און א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דיין ווייב תחי' טוט פאר בית פיגא און פארן מאכן שיעורים פאר ווייבלעך, דאס איז ממש הצלת נפשות, פשוט כמשמעו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#411 - אז איינער נעמט א ספר, איז שוין אלעס כדאי
הפצה, מעביר סדרה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, ז' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די אלע וואס זענען עוסק אין הפצה דארפן זייער אכטונג געבן נישט צו ווערן צעבראכן פון די אלע וואס נעמען נישט אדער שפעטן; מען דארף זיך זייער פרייען און זיך מחי' זיין אז מען האט די זכי' צו גיין הפצה.


אז דו האסט געקענט געבן אפילו נאר פאר איינעם א ספר, א קונטרס, א סידי, פון הייליגן רבינ'ס עצות - דארפסטו זיך מיט דעם זייער פרייען, אפילו דו גייסט אזוי סאך צייט און מען נעמט נישט, און מען זאגט 'קיינער דארף נישט די ספרים, גליונות וכו'' - זאל דיר דאס נישט אפשוואכן, ווייל אז איינער נעמט א ספר - איז שוין אלעס כדאי.


דער הייליגער רבי נתן וואס האט זיין גאנץ לעבן נאר עוסק געווען אין הפצה, ווען ער איז געווען אין מצרים האט ער געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק שני, אות קטו): "בִּשְׁבִיל זֶה לְבַד כְּדַאי כָּל הַיִּסּוּרִים וְטִלְטוּלִים שֶׁיֵּשׁ לִי, שֶׁאֲנִי עַכְשָׁו כְּמוֹ בְּגָלוּת מִצְרַיִם, שֶׁאֲנִי נָע וָנָד וּמְטֻלְטָל וּמְבֻלְבָּל בַּאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא שֶׁל מִצְרַיִם", פאר דעם אליין איז מיר ווערד געווען אנצוקומען קיין מצרים, דורכגיין די שווערע ביטערע יסורים און די גאנצע שלעפ, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא עָלָה עַל דַּעְתִּי לִהְיוֹת כָּאן", איך האב נישט געטראכט אז איך וועל אין מיין לעבן אנקומען אין מצרים, "אֲבָל כְּשֶׁאֲנִי זוֹכֶה לְהַזְכִּיר בַּאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא בַּשּׁוּק שֵׁם הַסֵּפֶר שֶׁל רַבֵּנוּ הַנּוֹרָא זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אבער אז איך האב זוכה געווען צו דערמאנען נאר דעם נאמען פונעם ספר לקוטי מוהר"ן פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו אין גאס אין אלעקסאנדריע - "בִּשְׁבִיל זֶה הַכֹּל כְּדַאי", פארדעם אליין אז שוין אלעס ווערד, "כְּפִי מַה שֶּׁאֲנִי מַאֲמִין וְיוֹדֵעַ קְצָת גְּדֻלַּת קְדֻשַּׁת נוֹרְאוֹת זֶה הַסֵּפֶר", לויט וויפיל איך ווייס ביי מיר דאס גרויסקייט פון די הייליגע ספרים.


דו גיי הפצה; שטענדיג זאלסטו האבן מיט דיר ספרים, קונטרסים, גליונות וכו' וכו', און אז דו וועסט קענען מזכה זיין אפילו נאר איין איד מיט א ספר פון רבי'ן, אדער א קונטרס פון מוהרא"ש - דארפסטו זיך מיט דעם זייער פרייען. רבי נתן זאגט (שם, סימן קכה; קכח): "בְּכָל הַדֶּרֶךְ שֶׁהָלַכְתִּי מִסְּטַנְבּוּל לַאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא הָיָה לִי צַעַר כְּשֶׁזָּכַרְתִּי שֶׁאֲנִי מֻכְרָח עַתָּה לֵילֵךְ לְמִצְרַיִם", עס האט מיר זייער וויי געטון אז איך האב געדארפט אנקומען קיין מצרים; א פלאץ וואס די תורה זאגט (דברים יז, טז): "לֹא תֹסִפוּן לָשׁוּב בַּדֶּרֶךְ הַזֶּה עוֹד", מען זאל נישט צוריק גיין קיין מצרים; מיט דעם פריי איך זיך אז איך האב געקענט זיין ביי איינעם און אים מפיץ זיין די ספרים "לקוטי מוהר"ן" און "ספר המדות", זאגט רבי נתן: "וְזֶה יָקָר בְּעֵינַי מְאֹד שֶׁזָּכִיתִי לְהַשְׁאִיר סִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה בִּמְדִינָה רְחוֹקָה כָּזֹאת", דאס איז ביי מיר זייער חשוב, אז איך האב געקענט מפיץ זיין אין אזא ווייטע מדינה.


די וואך גייט פאר די בני חוץ לארץ צוויי פרשיות, פרשת חקת און פרשת בלק; הויב אן שוין אנהויב וואך מיט די מצוה פון מעביר סדרה זיין, אז דו זאלסט חס ושלום נישט אריבערגיין די וואך אן טון די מצוה, ווייל א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה - באקומט מען א שאדן; דאס איז קלאר און דאס קענסטו הערן פון מענטשן, ווי זיי קרעכצן אז פאריגע וואך האט ער נישט געענדיגט די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום און ער האט שוין א שאדן, און בכלל א טאג וואס מען לערנט אביסל חומש רש"י - איז אן אנדערער טאג, א יראת שמים טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#410 - איך וועל דינען דעם אייבערשטן אן קיין גן עדן
אמונה, הפצה, זיכוי הרבים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מזכה את הרבים, און קוק נישט אויף אלע חלישות הדעת און אלע בלבולים וואס גייט אריבער אויף דיר. אויף מיר גייט אויך אריבער וכו' וכו'; ווער עס טוט גוטע זאכן, בפרט ווער עס איז עוסק בתיקון העולם - גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, וואויל איז דעם וואס בלייבט שטארק און שטעלט זיך נישט אפ פאר קיינעם.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פונעם בעל שם טוב, וואס האט אויסגעשריגן - ווען מען האט אים מגלה געווען פון הימל אז ער האט פארלוירן זיין עולם הבא: "וועל איך דינען דעם אייבערשטן אן קיין גן עדן!" דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מח): "יִהְיֶה מְרֻצֶּה לַעֲשׂוֹת מַה שֶּׁיּוּכַל בַּעֲבוֹדַת ה' בְּלֹא עוֹלָם הַבָּא", נאר אז מען איז גרייט אויף דעם, צו דינען דעם אייבערשן אן קיין שום שכר - נאר אזוי קען מען בלייבן שטארק ווען עס קומען שווערע בלבולים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א שיינע טיש, אויבן אן זיצט דער בעל שם טוב און פון דער זייט אדל, אדל זאל ער מאלן מיט א שיינע געבינדענע טיכל און מיט א שיינע פערל קייטל. פון דער זייט א פאר-פאלק, און די הענט פון בעל שם טוב אין די הייעך, אז די קינדער זאלן זיך גוט פארקוקן אינעם בילד ווען די עלטערן דערציילן זיי די מעשה:


אָדְל דִי צַדֵיקֶת גְרֵייט אָן דֶעם שֵׁיינֶעם סֵדֶר נַאכְט פַאר אִיר טַאטֶע דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, זִי דַאנְקְט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן פַאר דִי גְרוֹיסֶע נֵס וָואס הָאט פַּאסִירְט, וִוי פוּן הִימְל זֶענֶען אָנְגֶעקוּמֶען דִי פָּאר-פָאלְק פוּן דֵייטְשְׁלַאנְד מִיט אַלֶע עֶסְן פַאר יוֹם טוֹב פֶּסַח.


דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אִיז אִין שׁוּל, עֶר טְרַאכְט נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר זָארְגְט גָארְנִישְׁט פוּן וואוּ עֶר וֶועט הָאבְּן מַצּוֹת אוּן עֶסְן פַארְן סֵדֶר נַאכְט, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט אִים הֶעלְפְן. דֶער צַדִיק גֵייט אִין מִקְוֶה זִיךְ טוֹבֵל'עֶן לְכָבוֹד יוֹם טוֹב, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ אַוֶועק דַאוֶוענֶען פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע בֶּענְקֶענִישׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן זִינְגְט עֶר הַלֵּל.


דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב קוּמְט אָן צוּם הֶקְדֵּשׁ, דִי שְׁטוּבּ וואוּ עֶר הַאלְט זִיךְ אוֹיף אִין אִיסְטַאנְבּוּל. מֶען הוֹיבְּט אָן דֶעם סֵדֶר, אָדְל מִיט רֶבִּי צְבִי זִיצְן בַּיים סֵדֶר אִינְאֵיינֶעם מִיטְן בַּעַל שֵׁם טוֹב, אוֹיךְ הָאט אָדְל אַיינְגֶעלַיידְנְט דִי פָּארְ-פָאלְק זָאלְן זַיין בַּיים סֵדֶר.


בַּיי שֻׁלְחָן עוֹרֵךְ שְׁמֵייכְלְט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב צוּ זַיין טָאכְטֶער אוּן פְרֶעגְט: "טָאכְטֶער לֶעבְּן, וֶוער הָאט גֶעבְּרֶענְגְט דִי מַצּוֹת, וַויין, מִיט אַלֶע גוּטֶע עֶסְן?" אָדְל זָאגְט: "טַאטֶע, דִי פָּאר-פָאלְק, זֵיי הָאבְּן גֶעבְּרֶענְגְט אוּן צוּגֶעשְׁטֶעלְט דֶעם גַאנְצֶע סֵדֶר, זֵיי וִוילְן דוּ זָאלְסְט זֵיי בֶּענְטְשְׁן מִיט אַ קִינְד. שׁוֹין לַאנְגֶע יָארְן וָואס זֵיי הָאבְּן נִישְׁט קַיין קִינְדֶער", זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ זָאג צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג, בִּיז אַ יָאר וֶועט אִיר גֶעהָאלְפְן וֶוערְן מִיט אַ קִינְד".


עֶפֶּעס אִיז גֶעשֶׁען מִיטְן הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב, עֶפֶּעס שְׁלֶעכְט; דֶער הֵיילִיגֶער צַדִיק אִיז פְּלוּצְלוּנְג גֶעוָוארְן וֵוייס וִוי קַאלֶעךְ, עֶר זֶעט אוֹיס זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקְן. מֶען הָאט אִים יֶעצְט מוֹדִיעַ גֶעוֶוען פוּן הִימְל אַז עֶר הָאט פַארְלוֹירְן זַיין גַאנְצֶע עוֹלָם הַבָּא, זַיין גַאנְצֶע גַן עֵדֶן. וַוייל עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ גְזֵירָה אַז דִי פָּאר-פָאלְק וֶועט קַיין קִינְדֶער נִישְׁט הָאבְּן, אוּן אַז דֶער צַדִיק הָאט צוּגֶעזָאגְט פַאר דִי פָּארְפָאלְק אַ קִינְד - וֶועט מֶען מוּזְן גֶעבְּן אַ קִינְד, וַוייל אַ צַדִיק קֶען מְבַטֵּל זַיין דִי גְזֵירוֹת; דָאס אִיז דִי סִיבָּה פַארְוָואס דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז אַזוֹי בְּלַאס, מֶען הָאט אִים צוּגֶענוּמֶען זַיין גַן עֵדֶן.


"וֶועל אִיךְ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אָן קַיין גַן עֵדֶן!" שְׁרֵייט אוֹיס דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב, "אִיךְ בְּלַייבּ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן גֶעטְרֵיי, אִיךְ וֶועל וַוייטֶער לֶערְנֶען אוּן דַאוֶוענֶען אָן קַיין אָפְּשְׁטֶעל".


טֵייעֶרֶע קִינְדֶערְלֶעךְ, מִיר לֶערְנֶען זִיךְ פוּן דִי מַעֲשֶׂה וִוי אַזוֹי מֶען דַארְף זַיין גֶעטְרֵיי דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אַז אֲפִילוּ מֶען הֶערְט אַ בַּת קוֹל פוּן הִימְל אַז מֶען וֶועט נִישְׁט זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גַן עֵדֶן - זָאל מֶען וַוייטֶער בְּלַייבְּן גֶעטְרֵיי דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן אִים וַוייטֶער דִינֶען.


אַלֶע קִינְדֶער, לָאמִיר זִינְגֶען אִינְאֵיינֶעם: "אִיךְ דַארְף נִישְׁט קֵיינֶעם נָאר דִיר בַּאשֶׁעפֶער אַלֵיינְס, נִישְׁט דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט יֶענֶע וֶועלְט, נָאר דִיר בַּאשֶׁעפֶער אַלֵיינְס".


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#409 - איך בלייב ביים רבי'ן, זאל זיין וואס זאל זיין
שכר לימוד, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בלייב ביים רבי'ן, זאל זיין וואס זאל זיין, און אז דו ווילסט אויך בלייבן - איז גוט.


דער הייליגער רבי האט דערציילט, א קעניג איז געגאנגען אין וואלד פאנגען חיות מיט זיינע מיניסטארן, דער קעניג האט אנגעהויבן נאכלויפן א הערש, ער האט נאר געוואלט כאפן דעם הערש. פלוצלונג האט אנגעהויבן גיסן א רעגן, די מענטשן וואס זענען מיטגעגאנגען מיטן קעניג האבן געוואלט אהיימגיין, האט דער קעניג געזאגט: "איך מוז כאפן דעם הערש, און אז ענק ווילן אהיימגיין - זאלן ענק גיין", און דער רבי האט אויסגעפירט: "איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל - קען צוריקגיין".


מוהרא"ש זאגט, דער הערש וואס דער רבי וויל כאפן איז אמונה, 'צבי' באטרעפט 102 אזוי ווי 'אמונה', דער רבי וויל אריינברענגען אמונה אין די גאנצע וועלט, אז עס זאל שוין מקוים ווערן "לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַי"; בעט איך דיר אויך מיין טייערער ברודער, שטארק זיך און לאמיר העלפן דעם רבי'ן כאפן דעם הערש, לאמיר פארשפרייטן די אמונה פאר די גאנצע וועלט.


איך וויל דיר בעטן זאלסט באצלן דיין שכר לימוד, איך האב אראפגענומען פון אנשי שלומינו די גרויסע פרייז פון קעמפ, אבער שכר לימוד מוז מען באצאלן אן קיין שום תירוצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#408 - איך קוק ארויס אויף דיר אז דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד
הפצה, שטעטל, יראת שמים, דף גמרא, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר; פון דיין יראת שמים, פון דיין דרך ארץ און התמדת התורה. איך הער צוריק זייער שיינע גרוסן פון אינגעלייט אין שטעטל; סיי פון די מלמדים און סיי פון בית המדרש - אז דו פירסט זיך ווי א דערוואקסענער, מיט גוטע מידות.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט זיין שטארק מיטן בלאט גמרא יעדן טאג. גיי צום שיעור, און עס זאל דיר נישט נערוועז מאכן די יונגערע קינדער וואס קומען צום שיעור; אדרבה, זאלסט פארגינען די קינדער אין שטעטל אז זיי קומען אויך צום שיעור און אז זיי גייען אויך הפצה.


יעצט זומער וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען אין שטעטל, זיין דארט ביז די הייליגע טעג, איך האף צום אייבערשטן אז מיר וועלן קענען אינאיינעם זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות. איך קוק ארויס אויף דיר אז דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד, איך האב צוגעזאגט פאר דיינע עלטערן נאך יארן צוריק, אז זיי וועלן מיר העלפן מיט די סקול בית פיגא און איך וועל דיך מחזק זיין צו זיין אן ערליכער איד.


גיי התבודדות יעדן טאג צווישן די גראז און ביימער, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זיין פרייליך און צופרידן און אים דינען אן אויפהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#407 - דער זכות פון איבערטייטשן די קינדער ביכל אויף ענגליש
הפצה, הדפסה, שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך בין געווען דאנערשטאג אין שטעטל באזוכן דעם בית הדפוס, איך האב דארט געזען די ערשטע מאל די שיינע ביכל פאר קינדער אין ענגליש וואס איר האט איבערגעשריבן פון די קינדער עצתו אמונה; איך וויל אייך באדאנקען, איר זאלט וויסן דאס גרויסקייט און די זכותים וואס איר האט.


אויך די מפיצים זאגן מיר אז דאס איז א חידוש צווישן די משפחות וואס רעדן ענגליש; זיי כאפן דאס, זיי בעטן נאך חלקים.


איך שיק אייך דא נאך צען מעשיות פון די מעשה'לעך, און אז איר קענט דאס מתרגם זיין אין ענגליש איז דאס א גרויסע זאך.


איך בעט פאר אייך איר זאלט האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


אויך א גרויסן יישר כח פאר די חסד וואס איר טוט אין שטעטל מיטן אויסטיילן עסן פאר די קימפעטארינס. אין דעם זכות זאלט איר זיין געזונט און שטארק און האבן כח מיט די קינדער, זיי מחנך זיין, זיי אויפציען געזונטערהייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#406 - לאז זיך נישט נאך, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך
תפילה והתבודדות, שמחה, שידוכים, הפצה, עבודת השם, לימוד התורה, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שרייב דיר דעם בריוו אין מירון, ביים הייליגן רבי שמעון בר יוחאי.


שטארק זיך ברודער, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך, לאז זיך נישט נאך, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך. א שידוך האט נישט מיט קיינעם, נאר מיטן אייבערשטן.


גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין און לערן דיינע שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, על פי סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), "שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדרן וממילא יבין".


זארג נישט, האב נישט מורא, זיי פרייליך; גיי ארום מיט א שמייכל, אויך זאלסטו עוסק זיין בהפצה.


נאכאמאל, זארג נישט וועגן א שידוך, בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד. זאג אים ווי שווער עס איז דיר, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, און ווי דער יצר הרע ברענט אין דיר וכו' וכו' - וועסטו ברענגען דעם אייבערשטנ'ס רחמנות צו דיר, און דו וועסט האבן דיין שידוך.


 

#405 - וויפיל צענדליגער טויזנטער אידן זענען זיך מתעורר לתשובה פון דיין אלבום
שמחה, ניגונים, הפצה, זיכוי הרבים, משניות, פרנסה, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ווען דו וואלסט ווען געוואוסט וואס די סי-די וואס דו האסט ארויסגעגעבן "איך דארף נישט קיינעם"; וויפיל צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען זיך מתעורר לתשובה, וויפיל מענטשן נעמען חיזוק פון דעם טאג נאך טאג - וואלסטו מיר זיכער געהאלפן ארויסצוגעבן יעדע פאר חדשים נאך א סי-די.


טייערער ..., מאך זיך א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג צום ווייניגסטנס צוויי פרקים משניות, זאג די ווערטער, אפילו אן פארשטיין; דאס ברענגט פרנסה און דאס מאכט פרייליך, עס נעמט אוועק אלע אומזיסטע זארג.


 

#404 - איינער דארף נעמען אחריות אז דער גליון זאל זיין גוט איבערגעטייטשט
הפצה, הדפסה, גליון

בעזרת ה' יתברך


        יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם נייעם גליון פון חינוך וואס איינער האט איבערגעטייטשט אויף ענגליש; מען קען דאס נישט ארויסגעבן נאר אויב עס איז דא איינער פון אנשי שלומינו וואס גייט דאס איבער און נעמט אחריות אויף דעם אז עס איז גוט איבערגעטייטשט.


פארבינד זיך מיט קרן הדפסה, זיי וועלן אייך געבן נעמען ווער עס קען דאס איבערקוקן און זיכער מאכן עס זאל זיין ריכטיג איבערגעטייטשט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#403 - די חיזוק יומי אויף ענגליש איז מחי' אזויפיל אידן
הפצה, זיכוי הרבים, סיפורי צדיקים, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת בהר בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר וואונטשן א מזל טוב פאר די שמחה פון די בר מצוה פון דיין זון הבחור ... נרו יאיר. דער אייבערשטער זאל העלפן, דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת אינאיינעם פון אים און פון אלע קינדער.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט ווייטער איבער טייטשן די חיזוק יומי אויף ענגליש. דאס איז מחי' אזויפיל אידן; קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחזק זיין א איד, כל שכן צוויי דריי, ווער רעדט פון הונדערטער אידן און טויזנטער אידן, וואס ווערן מחוזק פון די חיזוק יומי אויף ענגליש.


איך ווייס דער יצר הרע וועט זיך נעמען אויף דיר, ווייל ער קען נישט דערליידן די אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער; דאך זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס איז מחזק נשמות ישראל. דו ווייסט אודאי די מעשה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


א גוט שבת.


 

#402 - האלט אייך פריש, און רעדט נאר פון פשוטע זאכן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חברים, קדושה, שלום בית, התחזקות, הפצה, דרך ארץ, חסידות ברסלב, דרשות, מדות טובות, התחדשות, בית המדרש, נסיונות, בריוו, עצתו אמונה, ראש ישיבה, מורה דרך, אשר בנחל, דאווענען, מנין, לצנות, עקשנות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת בהר בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין ארץ ישראל, זיך טרעפן נאכאמאל מיט אייך און זיך קענען מחזק זיין מיט די שיינע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל איבערבעטן די אלע חברים וואס איך האב נישט באגרוסט, די אלע וואס האבן געווארט אין ירושלים נאכן שיעור צו קענען געבן שלום; וואלט איך געגעבן נאך איינעם שלום - וואלט איך פארפאסט די פליגער. איך האב געמיינט די פליגער פארט אהיים אום איינס אזייגער, איך האב אויסגערעכנט אנצוקומען אין צייט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד ווייזט מען מיר: "פארמאכט!" זיי זאגן איך האב געמאכט א טעות, די פליגער פארט שוין צוועלף דרייסיג. מיר זענען שיעור געווארן פארלוירן, מיר האבן זיך שנעל דערמאנט פון די עצה פון תפילה, אלע האבן געבעטן: "רבונו של עולם העלף מען זאל אונז עפענען און מיר זאלן אנקומען בשלום", און ניסים איז געשען, מען האט אונז גענומען און דורכגעפירט אלע ווארטעס.


איך וויל איבערבעטן די גבאים, זיי זאלן נישט זיין וויי געטון אז איך בין נישט געקומען צו זיי אין שול; איך באקום בריוו אז עס טוט וויי פארוואס איך גיי נאר אין ירושלים און איך בין נישט געקומען צו זיי. וויסן זאלט איר, מיין פלאן איז געווען צו קומען צו אלע שול'ן; צפת, בית שמש, יבנאל, בראכפעלד און אלעד, אבער איך האב געהאט די מצוה פון מכבד זיין מיין שווער און מיין טאטע, בין איך געבליבן זיצן אין מירון מיט זיי, איך האב געוואלט קומען און איך וועל נאך קומען.


די פראגע איז נאר, אויב איך וועל קומען - צי וועל איך אייך נאך טרעפן; ווייל מען דארף רחמי שמים צו זיין פריש ביים רבי'ן. איך האב געזען אין ארץ ישראל אינגעלייט וואס זענען שוין נישט ווי אמאל, איך האב זיי געפרעגט, זאגט מיר דעם אמת, איר הערט נאך די שיעורים וואס מען שמועסט אין ישיבה? זאגן זיי, ניין, היינט דארפן זיי דאס שוין נישט, היינט זענען זיי שוין ביי מוחין דגדלות. האב איך געזען אז מען דארף האבן א זכיה צו קענען בלייבן פריש מקורב ביים רבי'ן.


איך וועל קומען צו אייך, און איך וויל אייך אלע טרעפן. געבט אכטונג זיך נישט דרייען צווישן לצים. געבט אכטונג פון די וואס רופן זיך ברסלב נייטראל, די וואס שפעטן פון צדיקי אמת, די וואס מאכן א געשפעט; ווייל נאכדעם ווערט מען אפגעקילט. מען קען שוין נישט הערן די שיינע זיסע עצות פונעם צדיק, ביז מען הערט אויף לערנען, מען הערט אויף דאווענען, ביז מען הערט אויף בענקען צום אייבערשטן און מען פארלירט אלעס.


איך וויל בעטן אונזערע טייערע גבאים, די אלע וואס לערנען פאר אין אונזערע שטיבלעך; לערנט פשוט'ע ווערטער, לערנט נישט קיין טיפע תורות און משלים, קיינער האט נישט כח פאר די מעשיות מיט משלים, מיטן נמשל וואס שטימט זייער שיין מיטן משל, אבער מיטן מענטש שטימט עס נישט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) אויף די איז געזאגט געווארן: "'הַמְּעַט מִכֶּם הַלְאוֹת אֲנָשִׁים כִּי תַלְאוּ גַּם אֱלֹקִים', כִּי מְיַגְּעִים אֲנָשִׁים שֶׁבָּאִים לִשְׁמֹעַ דְּרוּשָׁם וְתוֹרָתָם, וַאֲנָשִׁים חוֹשְׁבִים שֶׁיָּבוֹאוּ לְאֵיזֶהוּ תּוֹעֶלֶת עַל יָדָם, הַיְנוּ שֶׁיָּבוֹאוּ לָדַעַת אֶת ה' אֵיךְ לַעֲבֹד, וְהֵם הָאֲנָשִׁים אֵין מַשִּׂיגִים שׁוּם תּוֹעֶלֶת, כִּי תּוֹרָתָם שֶׁל אֵלּוּ הַתַּלְמִידֵי חֲכָמִים אֵין לָהּ כֹּחַ לְהַדְרִיךְ אֶת הָאָדָם בְּדֶרֶךְ הַטּוֹב כִּי מִבִּישָׁא לָא הֲוֵי טָבָא, וְלֹא עוֹד, כִּי תַלְאוּ גַּם אֱלֹקִים כְּאִלּוּ לוֹאֶה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִלַּעֲזר לָעוֹבְדִים אוֹתוֹ, נִמְצָא שֶׁעַל יְדֵי זֶה אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם נוֹפְלִים בִּכְפִירוֹת גְּדוֹלוֹת וְחוֹשְׁבִים, חַס וְשָׁלוֹם, 'לֹא יִרְאֶה וְלא יָבִין אֱלֹקִים בְּמַעֲשֵׂה בְּנֵי אָדָם' עַל יְדֵי זֶה 'אֶת יִרְאֵי ה' לֹא יְכַבְּדוּ'".


וואס יא? רעדט פון זיך אויפפירן מיט דרך ארץ צו די עלטערן, רעדן מיט דרך ארץ צו טאטע מאמע, שווער און שוויגער. רעדן מיט דרך ארץ צו די ווייב, מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין צו די ווייב. פארוואס פאר חברים האט מען כח זיי צו טון טובות און ווען די ווייב בעט זיך פאר א טובה דריידט מען זיך ארויס? און אפילו די וואס טוען שוין יא - טוען דאס מיט א גאנצע טובה, פארוואס? פארוואס איז די ווייב נישט אינטערעסאנט?! נאר אז מען איז מכבד די ווייב, מען קוקט אויף איר ווי זי איז א מתנה פונעם אייבערשטן, מען ערווארט גארנישט פון איר - דאס איז אן ערליכער איד.


איך בעט די גבאים וואס לערנען פאר, לערנט פאר בריוו פון מוהרא"ש; חיזוק אויף אמונה, חיזוק אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, חיזוק אויף זיין פרייליך, אויך זאל מען זיך ליב האבן.


טייערע ליבע ברידער, ווערט נישט אלט און ווערט נישט מיד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "צְרִיכִין לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה'", ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד, דארף וויסן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד נאר אז מען איז א גרויסער עקשן, עס זאל נישט אינטערעסירן דעם מענטש צי ער פאלט צי נישט, ווייל דער יצר הרע האלט אין איין אראפווארפן דעם מענטש, ער ברענגט אריין אין אים חלישות הדעת, דער מענטש זאל טראכטן כאילו דער אייבערשטער דארף אים נישט, ער וויל דער מענטש זאל אפלאזן זיין ווילן; אבער ווען א מענטש איז אן עקשן און ער לאזט נישט נאך, אפילו ער האלט אין איין פאלן, ער איז פוגם בברית רחמנא לצלן דאך גייט ער שטענדיג צוריק צום אייבערשטן - וועט ער זוכה זיין סוף כל סוף צו אלע מדריגות.


איך בעט ענק זייער, זייט שטארק ביי זיך, געבט נישט נאך, געבט נישט אויף; אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם, ווען מען וויל זיין גוט - הויבט מען אן פאלן, ווען מען הויבט אן תשובה טון - הויבט מען אן האבן ביטערע נסיונות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד רַחֲמָנָא לִצְלָן", דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא, ווען זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין אט אט זיין אן ערליכער איד, זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין כמעט אריין אין די טיר פון קדושה, דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויפן מענטש מיט א מורא'דיגע שטארקייט רחמנא לצלן, און ווען דער מענטש ווייסט נישט אז דאס איז נאר אים אוועק צו שלעפן און אים צו צעברעכן - געבט ער אויף און לאזט אלעס אפ.


דאס איז די שיינקייט פון א איד און דאס האט דער אייבערשטער ליב; צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים שמוץ און נארישקייטן, מיט דעם אלעם דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם, איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


טייערע ליבע ברידער, יעדער איינער פון ענק זאל עפעס טון פאר הפצה.


א גוט שבת.