בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#529 - מיט איין קנעפל מחזק זיין צענדליגער טויזנטער מענטשן
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', יבנאל


איר האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון פארשפרייטן די שיעורים פון שכל און עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, איר אליין קענט זען די באמערקונגען וואס מענטשן שרייבן אויף די חיזוק יומי מתורגם וואס איר שיקט ארויס טעגליך פאר טויזנטער מענטשן, ווי דאס שטארקט זיי און געבט זיי א וועג צו לעבן מיט דער אייבערשטער און מיט די תורה, דאס איז די גרעסטע הפצה, ווייל מיט די היינטיגע פארגעשריטענע וועגן קען מען מיט איין קנעפל מחזק זיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מענטשן אויף איין מאל, זיי אריינבלאזן א גייסט, א ווילן - צו זיין גוט.


וואס איז דא גרעסערס פון הפצה? וואס האט מוהרא"ש געטון אלע יארן? נאר עוסק געווען אין הפצה, און דאס דארפן מיר נאכטון, עוסק זיין אויף אלע וועגן און אויף די פארגעשריטענע וועגן פון היינט - פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן. ווייל אין הימל בארימט מען זיך זייער מיט דעם וואס איז עוסק אין הפצה, אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט. ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז רש"י הקדוש אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכעלע זלאטשובער אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער איז אזוי חשוב".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#528 - הפצה איז די גרעסטע טובה פאר דיר און פאר דיינע עלטערן
הפצה, ניחום אבלים, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב יעצט געהערט די ביטערע בשורה אז דיין מאמע איז אוועק פון די וועלט, איך וויל דיר מנחם זיין, המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן און מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט במהרה בימינו.


איך האב דיר געשריבן פאריאר ווען דיין טאטע איז נפטר געווארן, אז די גרעסטע טובה וואס א קינד קען טון פאר די נשמה פון זיינע עלטערן – איז עוסק זיין אין פארשפרייטן די הייליגע אמונה פאר די וועלט; זאלסטו זיך מקבל זיין צו גיין יעדן טאג אויסטיילן פאר אידישע קינדער ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט גענומען פון רבינ'ס ספרים, עצות ווי אזוי זיך צו קענען צוריק קערן צום אייבערשטן און זיין אן ערליכער איד. בפרט אין ארץ הקודש וואו "באו זרים וחיללוה" (עיין יחזקאל ז, כב), עס זענען געקומען די ערב רב און אויסגע'שמד'ט די הייליגע שבטים פון ספרד, מאראקא, טוניס און תימן, און עס זענען דא מיליאנען אידן אין ארץ הקודש וואס ווייסן נישט פון די הייליגע תורה.


אויך וועט דאס זיין א תיקון פאר דיר. מען טאר זיך נישט נארן, א מענטש זאל זיך דערמאנען וואס ער האט געטון, און אז מען וויל פאררעכטן, וואס איז שייך צו טון? פאסטן איז נישט פאר אונז, אויך האט דער רבי געזאגט מיר זאלן נישט פאסטן; איין זאך איז געבליבן פאר אונז מיר זאלן קענען פארעכטן, עוסק זיין אין הפצה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן - דער פאררעכט די עבירה פון פגם הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#527 - ארויפלייגן אלע שיעורים אויף קול הלשון
הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער מזכה את הרבים ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט ווייטער ארויפלייגן אלע שיעורים אויף קול הלשון.


דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל מענטשן לעבן אויף די שיעורים, טויזנטער מענטש הערן די שיעורים, די שיעורים געבן זיי פשוט לעבן, און אז דו וועסט עוסק זיין און ארויפלייגן די שיעורים - וועט דאס זיין דיין זכות, און דאס וועט דיך ראטעווען פון אלעם שלעכטס בזה ובבא. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כל המזכה את הרבים, אין חטא בא על ידו".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#526 - ענדיגן דעם אלבום, "וואס מיינט א רבי?"
הפצה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך אונטערגארטלן צו ענדיגן דעם אלבום מיטן נאמען: "וואס מיינט א רבי?"


איך האב שוין געגעבן צוואנציג טויזנט דאלער איינגאבע פאר די נייע אלבום, און גארנישט רוקט זיך. וויל איך דיר בעטן זאלסט טון אלעס וואס דו קענסט אז דער אלבום זאל ארויסקומען וואס שנעלער, ווייל דיינע אלבומס זענען ספעציעל שיין, די יוגנט ווארט אויף דעם, דאס רעדט צו זיי, דאס היילט זיי. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה יג): "און איך הייל זי, מיט די עשרה מיני נגינה"; אינעם היינטיגן דור איז דאס די שופר של משיח, דאס רעדט צו די יונגט, מיט דעם קען מען אויסהיילן די בת מלך וואס ליגט חלשות.


איך ווייס אז דער סמ"ך מ"ם לייגט פיסלעך, ער לאזט נישט די אלבומס זאלן ארויסקומען, ווייל דאס ברענגט אריין אין אידישע קינדער אזויפיל הרהורי תשובה, דאך בעט איך דיר זאלסט איבערשפרינגען אלע מניעות.


דורך הפצה וועלן מיר אלעס מתקן זיין, און זוכה זיין צו אנקומען צו די דרייצן שערי רחמים, און צו מכניע זיין די סטרא אחרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#525 - העלפן דעם מאן צו קענען אנהאלטן זיין הייליגע ארבעט
חיזוק פאר פרויען, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט די זכיה אז אונטער אייך ווערן מחוזק און מקורב אזוי סאך מענטשן, אייער מאן איז זיך מוסר נפש צו פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש פאר די גאנצע וועלט, און דאס אלעס איז אייער זכות, וואס איר העלפט אים, איר זענט אים מחזק און איר זענט אים א גוטע ווייב.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסקייט אין טייערקייט ווי מען קוקט אין הימל אויף די וואס טוען פאר אידישע קינדער, די וואס פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און עצות וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי צוריק ברענגען אידישע קינדער צו די תורה. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


בזכות העלפן אייער מאן צו קענען אנהאלטן זיין הייליגע ארבעט זאלט איר האבן אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#524 - שארץ ארויף דיינע ערמל פאר א אידישע נשמה
הפצה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דו זאלסט אויך טון פאר הדפסה והפצה, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב דער מענטש וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען אידישע קינדער – איז ביים אייבערשטן, דער וואס פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות און מיט דעם ברענגט ער צוריק פארבלאנזשעטע נשמות צום אייבערשטן איז מורא'דיג חשוב ביים אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מען הערט אזויפיל שוידערליכע מעשיות ווי מענטשן נעמען זיך דאס לעבן נאר פון דעפרעסיע, נאר פון פארלוירנקייט, נאר פון דעם וואס מען האט נישט אמונה, מען ווייסט נישט פארוואס מען לעבט, פאר וועם מען לעבט, מען דרייט זיך ארום מיט קשיות און טענות 'וואס דארף איך ליידן? וואס גייט מיר אריבער דאס אלעס?' מען ווייסט נישט פון די ליכטיגע אמונה אינעם אייבערשטן.


גיי ארויס פון דיין באקוועמע ווינקל, הייב זיך אויף פאר א צווייטע איד, שארץ ארויף דיינע ערמל פאר א אידישע נשמה, געב א קארטל, געב א גליון, געב א סי די, א ספר, א קונטרס; וועסטו ראטעווען אידישע לעבנס.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור פאר די פרויען, זאלסטו זען צו זיין אין שטוב צייטליך אז דיין ווייב זאל קענען קומען צום שיעור, ווייל יעצט אין די טעג וואס מען ברענגט אריין דעם יום טוב פסח דארפן די פרויען אסאך אסאך חיזוק, און אויך דארפן זיי וויסן די הלכות ווי אזוי מען מאכט פסח'דיג, וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט וויכטיג; זאלסטו אהיים גיין פרי און איר מחזק זיין צו קומען צום שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#523 - יעדע זאך וואס מ'טוט פאר הפצה, איז מקרב די גאולה
הפצה, האטליין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קאנאדע


עס איז א גרויסע זאך ארויסהעלפן די פרויען טעלעפאן ליין, אזויפיל פרויען זענען זיך אזוי מחי', אזויפיל משפחות שעפן חיות און עס געבט זיי פרישע כוחות אנצוגיין מיטן לעבן.


יעדע זאך וואס מען טוט פאר הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט - איז מקרב די גאולה, און יעדער איינער וואס העלפט ארויס אריינברענגען די עצות פון רבי'ן אין די וועלט - האט א חלק אין ברענגען משיח צדקינו וואס וועט שוין באלד קומען, אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#522 - יענעם אויפלעבן, און געבן ממש לעבן
הפצה, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ב' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי ג, כז): "אַל תִּמְנַע טוֹב מִבְּעָלָיו", זאלסט נישט פארמיידן גוטס פון אנדערע, "בִּהְיוֹת לְאֵל יָדְךָ לַעֲשׂוֹת", ווען דו האסט די מעגליכקייט דאס צו טון; מיט א שמייכל און א גוט ווארט פאר א צווייטן – קען מען יענעם אויפלעבן, און געבן ממש לעבן.


דאס איז א זאך וואס איז "בִּהְיוֹת לְאֵל יָדְךָ לַעֲשׂוֹת", יעדער האט די מעגליכקייט דאס צו טון, דאס איז מער פון געבן יענעם געלט, ווייל מען קען האבן געלט, מען קען האבן רייכטום, אבער אז מען פארגעסט פונעם אייבערשטן – פאלט מען אריין אין עצבות און אין מרה שחורה, און מען האט גארנישט פון די גאנצע געלט, און ווען זעט איינעם מיט א שמייכל און מען באקומט א גוט ווארט – ווערט מען צוריק פרייליך.


ווער רעדט נאך אז מען איז מקרב און מען ברענגט יענעם צום צדיק, מען פארגינט א צווייטן מיט די ליכטיגע עצות, געבט מען פאר יענעם ממש לעבן בזה ובבא.


דאס זאגט דער פסוק "אַל תִּמְנַע טוֹב מִבְּעָלָיו", אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט זוכה געווען צו "טוֹב", האסט די עצות פון רבי'ן, פארוואס געבסטו דאס נישט ווייטער? "בִּהְיוֹת לְאֵל יָדְךָ לַעֲשׂוֹת", והבן למעשה.

#521 - די ווייב זאל קענען גיין רואיג צום צוזאמקום
הפצה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון הפצה.


די איין מאל א וואך וואס דיין ווייב גייט ארויס צו די פרויען צאמקום, זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן - איז כדאי זי זאל גיין אן די קינדער, עס איז נישט קיין פארגלייך ווען מען קען האבן די פאר מינוט אויסצוהערן די שיעור רואיג - ווי מיט מיטנעמען דאס קינד; עס איז כדאי דו זאלסט בלייבן אין שטוב די ביסל צייט ווען דיין ווייב וויל גיין צו די צאמקום, אפילו דו ביסט עוסק אין הפצה זאלסטו איר געבן די ביסל צייט.


שטארק זיך אין הפצה, עס איז נישטא קיין גרעסערע נחת רוח פאר א טאטע ווען מען ברענגט אים צוריק זיין קינד, מען מאכט שלום; אזוי אויך כביכול ביים אייבערשטן, די קינדער בלאנדזשען, מען האט פארגעסן אז מען האט א טאטע, און אז מען גייט הפצה, מען פארשפרייט די ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבינ'ס עצות, מען ברענגט צוריק די קינדער צום טאטן אין הימל - איז דאס די גרעסטע נחת רוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#520 - א ברסלב'ער חסיד מאכט הפצה
הפצה, בזיונות, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו גייסט הפצה, א ברסלב'ער חסיד איז דער וואס איז עוסק אין די הייליגע זאך פון הפצה. דער הייליגער רבי נתן האט עוסק געווען אין הפצה, מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן אוועק געגעבן נאר פאר הפצה, און דאס דארפן מיר טון, דאס דארף זיין אונזער ציל, ווי קען איך ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן, ווי קען איך געבן די שיינע זיסע עצות פאר נאך מענטשן.


דאס וואס דו שרייבסט אז נעכטן ביי הפצה האסטו געהאט בזיונות; וואס זאל איך דיר זאגן, בזיונות ביי אונז איז קעש, מען קומט אפ אלע עבירות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "ישמע בזיונו ידום וישתוק", דאס איז דער עיקר פון תשובה.


גיי ווייטער הפצה, און אז מען פארטרייבט דיר וכו' - זאלסטו גיין אין אנדערע שול'ן, אין אנדערע פלעצער. מוהרנ"ת האט געזאגט ווען מען האט אים פארטריבן פון שטוב פון ברסלב: "וואו איך וועל גיין וועל איך מאכן ברסלב'ע חסידים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#519 - תלמידי היכל הקודש דארפן אלע עוסק זיין אין הדפסה והפצה
הפצה, הדפסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך, שבת פרשת יתרו - געפאלט די צענטע יארצייט פון אונזער רבי, אונזער טאטע - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מיר וועלן זיך צאמנעמען אלע אנשי שלומינו, אלע תלמידים, מוצאי שבת, צו סעודת מלוה מלכה און יארצייט סעודה, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די אוצרות וואס מיר האבן באקומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די יארצייט סעודה וועט זיין אינאיינעם מיט א מסיבה פאר די קרן הדפסה היכל הקודש, די פאסיגסטע זאך איז צאמשטעלן די צוויי אינאיינעם, ווייל הדפסה והפצה איז געווען דאס שווארץ אפפעל פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן אויף פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים עצות און חיזוק פאר די וועלט. עס איז נישט צו משיג זיין וואס מוהרא"ש האט געטון, א אינגערמאן, איינער אליין - זאל זיך אריינווארפן אין צענדליגער טויזנטער דאלער חובות צו דרוקן די ספרים, ווען קיינער ווייסט נישט פון די ווארט 'ברסלב', קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז, און מוהרא"ש, א אינגערמאן איינער אליין - דרוקט און דרוקט, און גייט אליין ארום ביי די הייזער און אין שולן און פארקויפט און טיילט די ספרים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נישט אויף בזיונות, אויף גארנישט.


תלמידי היכל הקודש דארפן אלע עוסק זיין אין הדפסה והפצה, איינער מיט געלט, איינער מיט רצון און איינער מיט טרחה, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט איידער זיין הסתלקות (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א ירושה, מוהרא"ש שרייבט אינעם בריוו מאנטאג פרשת יתרו, פיר טעג פארן הסתלקות: "הִשְׁאַרְתִּי אַחֲרַי יְרוּשָׁה גְדוֹלָה וְהֵם שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' שֶׁמִסְתַּכֵּם כְּבָר עַד הַשָּׁנָה הַזּוֹ לְּמַעְלָה מִשִּׁבְעִים אֶלֶף מִכְתָּבִים", איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל', זיבעציג טויזנט בריוו, "וְלָכֵן אֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶת כָּל אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ תַּעַזְרוּ לִי שֶׁיֵּצֵא כָּל חֶלְקֵי שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אֲשֶׁר בַּנַּחַל' לָאוֹר עוֹלָם", בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער אשר בנחל, "כָּל אֶחָד שֶׁיִּקַּח עַל עַצְמוֹ כַּמָּה כְּרָכִים לְהַדְפִיס אֶת זֶה", יעדער זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל, וועסטו האבן א חלק אין די ירושה.


איך האף דו וועסט קומען און העלפן דעם קרן הדפסה וואס מיר האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל און מען דרוקט אן אויפהער ספרים קונטרסים גליונות - וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זאלסטו זיך טיילן מיט די ירושה, טון דעם ווילן פון מוהרא"ש. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט אָפְּדְרוּקְן דִי אַלֶע בְּרִיוְון אוּן מֶען זָאל עֶס אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן: 'כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת', קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן. נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#518 - געב די חיים טובים פאר אנדערע, וועט עס בלייבן אויך ביי דיר
הפצה, שאלות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע, ... שיחיו, יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון ענק ווי שיין ענקער לעבן גייט ענק, ענק לעבן א חיים טובים מיט די עצות פון רבי'ן און ענק געבן דאס איבער ווייטער, דו פאר די בחורים און דיין ווייב פאר די מיידלעך; דאס איז א סימן אז מען לעבט א חיים טובים, אז עס גייט אין לעבן צו העלפן אנדערע.


דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלער): "סֶע פַארְהַאנְדְן אַ מְדִינָה וָואס אִין אִיר אִיז גְרוֹיס עַשִׁירוֹת, זֵיי הָאבִּין גְרוֹיסֶע אוֹצְרוֹת. אַמָאל זֶענֶען זֵיי זִיךְ צוּם אוֹיף גִיקוּמֶען דִי עַשִׁירִים. הָאט זִיךְ אִטְלִיכֶער אָנְגִיהוֹיבִּין צוּ בַּארִימֶען מִיט זַיין חַיִים טוֹבִים. וִוי אַזוֹי עֶר לֶעבְּט חַיִים טוֹבִים. אוּן אִיטְלִיכֶער הָאט דֶערְצֵיילְט. דֶער סֵדֶר פוּן זַיין חַיִים טוֹבִים. הָאבּ אִיךְ מִיךְ אָנְגִירוּפְן אוּן הָאבּ גִיזָאגְט צוּ זֵיי (דְהַיינוּ דֶער טוֹיבֶּער בֶּעטְלֶער וָואס עֶר דֶערְצֵיילְט דָאס אַלְץ) אִיךְ לֶעבּ חַיִים טוֹבִים בֶּעסֶערֶע פוּן אַייךְ. וְהָא רַאְיָה. וָוארִין אַז אִיר לֶעבְּט חַיִים טוֹבִים הֶעלְפְט זֶע דֶער מְדִינָה וָוארִין סֶע פַארְהַאנְדִין אַ מְדִינָה וָואס זֵיי הָאבִּין גִיהַאט אַ גָארְטִין אוּן אִין דֶעם גָארְטִין אִיז גִיוֶוען פֵּירוֹת וָואס זֵיי הָאבִּין גִיהַאט אַלִירְלֵיי טַעֲמִים וָואס אִין דֶער וֶועלְט. אוּן זֵיי הָאבִּין גִיהַאט אַלִירְלֵיי רֵיחוֹת וָואס אִין דֶער וֶועלְט. אוּן סֶע דָארְט גִיוֶוען אִין דֶעם גָארְטִין אַלִירְלֵיי מַרְאוֹת. וָואס פַאר אַ פַארְבּ אוּן אַלֶע קְווַייטִין וָואס אִין דֶער וֶועלְט. אִיז אַלְץ גִיוֶוען דָארְט אִין דֶעם גָארְטִין.


אוּן סֶע גִיוֶוען אִיבֶּער דֶעם גָארְטִין אֵיין אַגְרָאדְנִיק (דְהַיינוּ דֶער וָואס עֶר זֶעהְט צוּ דֶעם גָארְטִין) פְלֶעגְט דִי מְדִינָה צוּ לֶעבִּין חַיִים טוֹבִים דָארְךְ דֶעם גָארְטִין. אִיז דָארְט דֶער אַגְרָאדְנִיק פַארְפַאלִין גִיוָוארִין. מֵיילֶא וָואס סֶע אִיז דָארְט דָא אִין דֶעם גָארְטִין. מוּז בְּוַודְאַי שׁוֹין גָאר צוּ נִישְׁט וֶוערִין וָוארִין סֶע אִיז זִיךְ שׁוֹין נִיט דָא דֶער אַגְרָאדְנִיק. וָואס עֶר זָאל דֶעם גָארְטִין צוּ זֶעהְן אוּן זָאל זִיךְ פָּארִין אַרוּם אִים וָואס מֶע בַּאדַארְף אַרוּם דֶעם גָארְטִין צוּ טָאן. לוּשְׁמִיר זֵיי וָואלְטִין נָאךְ גִיקָאנְט לֶעבִּין פוּן דִי סְפִיחִים פוּן דֶעם גָארְטִין (דְהַיינוּ פוּן דֶער וִוידֶער וַואקְסוּנְג. דְהַיינוּ דָאס וָואס סֶע וַואקְסְט אִין אַ גָארְטִין אַלֵיין פוּן דֶעם וָואס סֶע פַאלְט אַרָאפּ) אִיז אָנְגִיקוּמֶען אַ מֶלֶךְ אַכְזָר (כּלוֹמֶר אֵיין אוּם דֶערְבַּארִימִיקֶער) אוֹיף דֶער מְדִינָה אוּן דֶער מֶלֶךְ הָאט זֵיי גָאר נִיט גִיקֶענְט טָאן. אִיז עֶר גִיגַאנְגֶען אוּן הָאט זֵיי כַּלְיָא גִימַאכְט דִי חַיִים טוֹבִים פוּן דֶער מְדִינָה וָואס זֵיי הָאבִּין פוּן דֶעם גָארְטִין. אוּן נִיט עֶר הָאט כַּלְיָא גִימַאכְט דֶעם גָארְטִין. נָאר עֶר הָאט אִיבֶּער גִילָאזְט אִין דֶער מְדִינָה. דְרַיי כִּתּוֹת קְנֶעכְט. אוּן עֶר הָאט זֵיי אָן גִיזָאגְט. אַז זֵיי זָאלִין טָאן דָאס וָואס עֶר הָאט זֵיי גִיהֵייסִין. אוּן דוֹרְךְ דֶעם וָואס זֵיי הָאבִּין דָארְט גִיטָאן. דָאס וָואס דֶער מֶלֶךְ הָאט זֵיי גִיהֵייסִין. דוֹרְךְ דֶעם. הָאבִּין זֵיי כַּלְיָא גִימַאכְט דֶעם טַעַם. וָוארִין דוֹרְךְ דֶעם וָואס זֵיי הָאבִּין דָארְט גִיטָאן. דוֹרְךְ דֶעם הָאבִּין זֵיי גִימַאכְט. אַז וֶוער סֶע וֶועט וֶועלִין פִילִין אַ טַעַם. זָאל דָאס הָאבִּין אַ טַעַם פוּן נְבֵילָה. אוּן אַזוֹי הָאבִּין זֵיי כַּלְיָא גִימַאכְט דֶעם רֵיחַ אַז אַלֶע רֵיחוֹת זָאלִין הָאבְּן אַ רֵיחַ פוּן חֶלְבְּנָה. אוּן אַזוֹי הָאבִּין זֵיי כַּלְיָא גִימַאכְט דִי מַרְאָה. וָוארִין זֵיי הָאבִּין גִימַאכְט. אַז סֶע זָאל זַיין טוּנְקִיל אִין דִי אוֹיגִין. אַזוֹי וִוי סֶע אִיז אַז סֶע וָואלְקִינְדִיק. (דָאס הָאבִּין דִי דְרַיי כִּתּוֹת קְנֶעכְט אַלְץ אָנְגִיאַרְבֶּעט אִין דֶער מְדִינָה דָארְךְ דֶעם וָואס זֵיי הָאבִּין דָארְט גִיטָאן וָואס דֶער מֶלֶךְ הָאט זֵיי גִיהֵייסִין כַּנַּ"ל). הַיינְט אַז אִיר לֶעבְּט חַיִים טוֹבִים הֶעלְפְט זֶע דֶער מְדִינָה. (אַזוֹי זָאגְט אַלְץ דֶער טוֹיבֶּער בֶּעטְלֶער צוּ דֶער מְדִינָה פוּן עַשִׁירוֹת וָואס זֵיי הָאבִּין זִיךְ בַּארִימְט אַז זֵיי לֶעבִּין חַיִים טוֹבִים כַּנַּ"ל) אוּן אִיךְ זָאג אַייךְ אַז אִיר וֶועט זֵיי נִיט הֶעלְפִין. וֶועט עֶס אַייךְ אוֹיךְ שַׁאטִין. (דְהַיינוּ דָאס וָואס בַּיי דֶער מְדִינָה אִיז כַּלְיָא גִיוָוארִין דִי מַרְאֶה אוּן דֶער טַעַם אוּן דֶער רֵיחַ. דָאס וֶועט אַייךְ אוֹיךְ דֶער לַאנְגֶען)".


דאס איז דער סימן אז מען לעבט א חיים טובים, מען לעבט מיט דעם רבינ'ס עצות; אז מען געבט דאס פאר אנדערע, און נאר אזוי איז מען זיכער אז מען וועט בלייבן ביי די חיים טובים; נאר אז מען געבט איבער די חיים טובים פאר אנדערע בלייבט מען ביי די חיים טובים.


בנוגע די שאלה וכו'; טוט אלעס וואס דער דיין שליט"א פון יבנאל לערנט ענק, ווייל עס איז דא א וועג פון לכתחילה און עס איז דא בדיעבד, לכתחילה מאכט מען טאקע יעדן טאג פון די זיבן טעג צוויי בדיקות, און אויך וכו', און אמאל זאגט דער דיין ווען עס איז דא אסאך שאלות און מען קען זיך נישט ארויסזען – אז מען זאל נאר מאכן די ערשטע טאג און די זיבעטע טאג, און אויך נישט לייגן אנדערע בעט געוואנד וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#517 - ערב שבת דארף מען זיך היטן פון כעס
חינוך הילדים, הפצה, מעביר סדרה, ערב שבת, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קענען מיר צוריק טון פאר רבי נתן פארן ראטעווען אונזער לעבן? רבי נתן האט אונז צוואה געלאזט: "איך זאג אייך אן, אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, עס זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'".


די וואך דאווענט מען מנחה און קבלת שבת אביסל פריער, אז מען זאל קענען אויספאסטן ווען עס ווערט נאכט. זאלסטו זיך צוגרייטן, גיין אין מקוה אין צייט, און זיין ביים ליכט צינדן אין צייט, און זיך אכטונג געבן פון כעס. יעדע וואך ערב שבת דארף מען זיך היטן פון כעס, ספעציעל די וואך ווען מען פאסט איז מען מער אין א סכנה פון זיך בייזערן, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיין פרייליך און רואיג.


פאריגע וואך פרייטאג ווען איך בין אהיים געקומען פון מקוה און איך בין געווען אין די מצב רוח פון אלעס זאל קלאפן מיט די קינדער וכו', ווייסט וואס איך מיין, און מיין ווייב זאגט מיר זי האט יעצט געשיקט עסן פאר א משפחה וואס די מאמע איז אין שטוב אבער זי איז זייער קראנק, די דאקטוירים זאגן אז זי האט נאך געציילטע טעג צו לעבן; האב איך זיך געגעבן א כאפ אויף פון מיין מצב רוח אז אלעס דארף קלאפן וכו', און געזאגט: "שכוח אייבערשטער אז אין דעם שטוב איז די מאמע געזונט"; אוודאי האב איך געבעטן פאר די פרוי, אבער די מצב רוח האט זיך גלייך געטוישט; גארנישט האט שוין נישט געדארפט קלאפן, די ליפן האבן אנגעהויבן - אנשטאט זאגן יעדע רגע פאר א צווייטע קינד: "טו דאס", "טו יענץ" – האבן זיי אנגעהויבן זאגן: "שכוח אייבערשטער, שכוח אייבערשטער, שכוח אייבערשטער".


מאך א מצב אין שטוב פון די סיום ספר בראשית, און אז דיינע זין האבן געענדיגט חומש בראשית זאלסטו מיט זיי טאנצן. אלעס ווענדט זיך אין די מצב וואס מען מאכט, אז מען רימט אויס די קינדער מיט לערנען און דאווענען - וועלן זיי נאך מער לערנען און דאווענען, און אז די גאנצע שמועס דרייט זיך נאכאמאל וועגן די נייע הויז, און די נייע קאר, און יענעמ'ס הויז און יענעמ'ס קאר, און ווי קען מען מאכן נאך אפאר דאלער, און ווי קען מען אינוועסטירן אין א זיכערע סטאקס? וועלן די קינדער גיין אין די וועג, און האלטן די מסורה פון קויפן הייזער, קארס, סטאקס.


א פרייליכן שבת.

#516 - גיי הפצה
הפצה, הדפסה, שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן, היינטיגן דף, (סנהדרין לז:): "גלות מכפרת על הכל"; דאס איז הפצה, מען גייט ארום וואנדערן צוריק ברענגען פארבלאנזשטע נשמות.


וואס מיינסטו, וואס איז געווען די הייליגע עבודה פון די הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך זכותו  יגן עלינו, מיט רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו ווען זיי זענען געגאנגען גלות ליידן? זיי האבן עוסק געווען בתיקון העולם, צוריק ברענגען אידישע נשמות צום אייבערשטן. אז מען האט פוגם געווען בברית, אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף מען עוסק זיין אין צוריק ברענגען נשמות ישראל, אידישע קינדער - צום אייבערשטן.


יעצט שובבי"ם זאלסטו עפעס טון פאר הפצה, אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן די ספרים קונטרסים וואס איז מגלה דעם אייבערשטן; דאס איז אויך תיקון הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#515 - מיר דארפן טראכטן ווי אזוי צו מאכן נאך מפיצים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו געבסט אוועק דיינע טעג און יארן מיט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן זיין גאנצע לעבן מיט מסירות נפש צו ראטעווען אונזער דור.


נישטא קיין גרעסערע תענוג און נחת רוח ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין מחזק זיין און מקרב זיין זיינע קינדערלעך.


מיר דארפן טראכטן ווי אזוי צו מאכן נאך מפיצים, ווי אזוי קענען מיר מאכן אז יעדער תלמיד היכל הקודש זאל אים גיין בנפשו צו עוסק זיין בהדפסה ובהפצה; אדער אויסטיילן די ספרים, אדער דרוקן, אדער געבן צדקה צו דרוקן די ספרים; ווייל אין הפצה איז געוואנדן די גאולה שלימה.

#514 - נישט לעבן אויף קרעדיט קארדס
הפצה, חובות, קרעדיט קארד

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט שטארק מיט וואס מיר האבן גערעדט אויף נישט מאכן פרישע חובות, און נישט לעבן אויף קרעדיט קארדס, פון צאלן ריבית השם ישמרינו. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב", ווער עס וויל תשובה טון און ווערן אן ערליכער איד, "יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", זאל זיך זייער אכטונג געבן פון האבן חובות.


גיי יעדן טאג הפצה, און די געלט וואס מענטשן געבן פאר צדקה – זאלסטו צעטיילן; באצאל חובות, און מיט די איבריגע געלט קויף נאך ספרים, קונטרסים וכו', און די איבריגע געלט געב פאר צדקה פארן רבי'ן. אז דו וועסט גיין פלייסיג הפצה – וועסטו ביז א קורצע צייט ארויסגיין פון אלע חובות.

#513 - טייערער ברודער, גיי וואס מער הפצה
הפצה, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט גענומען פאר דיר עוסק זיין, דיין לעבן, דיינע טעג, דיינע יארן – אין אזא הייליגע עבודה, גיין הפצה, צוריק צו ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סב): "עִקַּר שְׁלֵמוּת וְקִשּׁוּטֵי אֱמוּנָה, הַיְנוּ לְקָרֵב דַּוְקָא הַמְרֻחָקִים", אז מען ברענגט צוריק ווייטע צום אייבערשטן – מיט דעם איז מען זוכה צו יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה פנים בפנים.


דאס גיין הפצה איז די גרעסטע תיקון, מען איז מתקן אלעס וואס מען דארף מתקן זיין. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווי אזוי קען מען פאררעכטן פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? "שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דורך צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; דאס איז די גרויסקייט פון הפצה.


טייערער ברודער, גיי וואס מער הפצה; גיי צו בחורים אין ישיבות, גיי צו אברכים אין די כוללים; זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק, קיינער ווייסט נישט וואס קאכט זיך אין זיי שטילערהייט, און נאר די הייליגע קונטרסים פון מוהרא"ש – דאס האט די כוח זיי צו טרייסטן.

#512 - געב פאר אידן א וועג ווי אזוי צו לעבן
בחור, הפצה, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לכבוד דיין געבורטס טאג זאלסטו זיך מקבל זיין מער עוסק זיין אין הפצה; נעם צאם די בחורים וואס האבן א געפיל צום רבי'ן און טיילט אייך איין צו גיין יעדע ערב שבת אין אלע שולן ביי ענק אין שטאט אויסלייגן אין שולן די גליונות. מענטשן זענען אזוי צעבראכן, מען האט נישט קיין וועג אין לעבן, מען גייט אזויפיל אריבער און מען האט נישט קיין וועג וואו אוועק צו לויפן, לויפט מען צו דראגס, צו אלקאהאל, מען לויפט אין שוויץ השם ישמרינו; דאס זאל זיין דיין קבלה פאר דיין געבורטס טאג.


פאר קומענדיגע יאר, ווען דו וועסט זיך יערן און דו וועסט זוכן וואס פאר א גוטע קבלה זיך פארצונעמען, זאלסטו זיך פארנעמען צו גיין נאך מער הפצה, לייגן אין די שולן גליונות, און געבן פאר בחורים און אברכים די שיינע זיסע קונטרסים וואס ווייזט א וועג ווי אזוי צו לעבן א זיסע לעבן מיטן אייבערשטן.


הפצה איז דיין זאך אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#511 - פלאנצט אין די קינדער א ליבשאפט צו די תורה און איידלקייט
הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


איך האב ערהאלטן ענקער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוס, איך פריי זיך אז איר גייט אין די וועג פון אייערע טייערע עלטערן וואס זענען זיך מוסר נפש זייער גאנצע לעבן פאר אידישע קינדער, איינפלאנצן אמונה און תורה, דעם הייליגן רבינ'ס עצות און שכל, די זיסע וועג, אז אלע זאלן האבן די חיים טובים.


גייט אן מיט אייער הייליגע ארבעט, פלאנצט אין די קינדער א ליבשאפט צו די תורה, און א ליבשאפט צו איידלקייט.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן, און אויך פאר אייער גרויסע זיידע שליט"א.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#510 - וויפיל כוחות די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין דיינע קינדער
תפילה והתבודדות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואלסטו געוואוסט וויפיל כוחות די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין דיינע קינדער טאג איין טאג אויס, ווי זיי געבן אכטונג אויף דיינע קינדער - וואלסטו זיי גערופן זאגן שכוח און זיי מטיב געווען.


טייערער ברודער, גיי יעדן טאג א שפאציר ארום דיין שטוב און רעד צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט דעם אייבערשטן דיין לעבן זאל דיר אריבער גיין מיט תכלית.


זיי ממשיך מיט הפצה, מענטשן זאגן מיר דו האסט זיי אויפגעלעבט זייער לעבן, האסט זיי מקרב געווען צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#509 - שלאגן קינדער איז נישט קיין שום שכל
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, הפצה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חס ושלום שלאגן קינדער, דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן. שלאגן קינדער איז נישט קיין שום שכל, עס איז נאר אויסצובלאזן די אנגעצויגענע נערוון, אז מען שלאגט און מען שרייט - וואקסן די קינדער אויף בעלי מומין. אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", דורך כעס האט מען קינדער שוטים; זאלסט זיך מאכן א גדר נישט צו שלאגן, נישט צו שלעפן, און זיכער נישט ציפן און שטויסן דיינע קינדער.


גיי התבודדות, און אז דו האסט נישט קיין דיבורים - זאלסטו זיך מתבודד זיין לויט די א' ב'. למשל אות א' - בעט אויף אמונה: "רבונו של עולם געב מיר אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר". א' איז אמת, בעט: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל רעדן נאר אמת, איך זאל נישט פאפן און נישט רעדן שקר, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל גיין אויפן אמת'ן וועג, זיך נישט נארן". א' איז אכילה, בעט: "רבונו של עולם היט מיך פון נישט כשר'ע עסן, איך זאל זוכה זיין צו עסן נאר כשר", און אזוי ווייטער אויף אלע אותיות.


ב' בנים, בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט שלאגן דיינע קינדער, זאלסט נישט נערוועז ווערן פון זיי. ב' איז בית, בעט אויף א הייליגע שטוב א בית המקדש מעט, און אזוי ווייטער.


כאטשיג איין מאל א וואך זאלסטו זיך ארויסכאפן צו גיין הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, אזוי אראפגעברענגט דעם רבינ'ס ווערטער אז אפילו פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען - זאלן דאס קענען מקיים זיין. דאס איז די גרעסטע תיקון הברית, און ווער עס ווייסט אז ער האט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן - מוז עוסק זיין אין הפצה, ווייל דורך צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן איז מען מתקן אות ברית קודש. אויך מיטן געבן צדקה צו דרוקן די ספרים - איז מען מתקן דעם חטא.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך האב א שמחה, מיין טאטע מאכט חתונה זיין יונגסטע קינד, איך וועל זיין ביי אים שבת, ביי די שבע ברכות. אויך קומענדיגע וואך - שבת חנוכה - וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך וועל זיין אם ירצה ה' אין קרית ברסלב מיט אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#508 - טראכט נישט ביי הפצה פון געלט, טראכט פון נשמות
הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר, ירושלים


איך פריי זיך צו הערן פונעם מנהל אז דו העלפסט די מוסדות אין ירושלים; מיטן משמש זיין דעם רבי'ן איז מען אלעס מתקן, מיטן העלפן בויען מוסדות וואס זענען מגלה ומפרסם דעם הייליגן רבינ'ס עצות, משיח'ס עצות - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


גיי אויך הפצה, אלס בחור פלעגסטו מיר שרייבן פון דיין הפצה, יעצט אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט - זאלסטו מער עוסק זיין אין הפצה. גיי יעדן טאג צו ישיבות און צו כוללים, צו די בחורים און די אינגעלייט וואס ווילן זיין גוט און ערליך און האבן נישט קיין וועג, עס פעלט זיי די חיזוק פון רבי'ן; זאלסטו גיין יעדן טאג הפצה.


טראכט נישט ביי הפצה קיין איין רגע פון געלט, טראכט פון נשמות; ווי דו קענסט מחזק זיין נאך א נשמה, נאך א נשמה זאל צוריק אנהויבן לעבן מיט אמונה. הפצה ברענגט שפע, אבער נאר אז די מח מחשבה טראכט נישט פון די געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#507 - ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, נישט צום שטעטל
הפצה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שלעפ נישט קיין מענטשן צום שטעטל און רעד נישט קיינעם צו אריינצושיקן די קינדער ביי אונז, אז דו ווילסט העלפן - נעם א זעקל ספרים און גיי הפצה; מיטן ציל צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, נישט צו ברענגען מענטשן וואוינען ביי אונז וכו', עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פון דעם, נישט דאס האט מוהרא"ש געוואלט, מען זאל שלעפן מענטשן צו אים; מוהרא"ש האט געוואלט צוציען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#506 - האב נישט פון קיינעם מורא, גיי הפצה אין ישיבות
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין זאך איז הפצה פאר בחורים און אברכים.


גיי הפצה אין ישיבות; וואלסטו געוואוסט וואס גייט אריבער אויף בחורים אין ישיבות - וואלסטו נישט געקוקט אויף די איינצעלנע בחורים וואס מאכן חוזק און שרייען וכו', בחורים האבן ביטערע נסיונות, בפרט די ישיבות וואס האבן קווארטיר (דארמיטארי), השם ישמרינו.


נעכטן דערציילט מיר א אינגערמאן, ער קומט פון א גאר גוטע ישיבה, ער זאגט מיר די גליונות און קונטרסים האט אים פשוט געראטעוועט אין ישיבה, ער האט געוואוסט צו זאגן 'ניין' ווען מען האט אים געמוטשעט צו טון עבירות רחמנא לצלן, ובזכות די גליונות האט ער געוואוסט אז דאס טאר מען נישט טון וכו', אזוי איז ער ניצול געווארן.


האב נישט פון קיינעם מורא, אז א בחור וועט שרייען און צערייסן די גליונות און קונטרסים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן, נאר גיי צו אנדערע בחורים. אויך זאלסטו גיין אין כוללים צו די טייערע אברכים וואס לערנען און דינען דעם אייבערשטן, און זיי האבן נישט קיין וועג וכו' וכו', זיי ווילן זיין גוט און זיי ווייסן נישט וואס צו טון. מען לערנט מיט זיי עבודות פון צדיקים וואס זענען געווען בבחינת מלאכים, און די טייערע אינגעלייט פרובירן נאכצומאכן די מלאכים, אבער היות מיר זענען מענטשן - ארבעט עס נישט, מען פאלט אראפ וכו', און מען ווערט זייער צעבראכן; די דארפן די מערסטע חיזוק.


האב נישט פון קיינעם מורא, האסט שוין געכאפט פעטש פארן זיין א מפיץ וכו', איך האב שוין אויך געכאפט פעטש; מיר האט איינער כמעט דערווארגן פארן מחזק זיין בחורים. עס איז געווען א נס, א שכן איז אריבער און מיך געראטעוועט, דאס האט מיך נישט אפגעשטעלט פון ווייטער מחזק זיין בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#505 - הפצה איז אסאך מער ביי מקורבים וואס האבן חלישות הדעת
הפצה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אזא מצוה אז איר זענט מחזק ווייבלעך פון אונזער קהילה זיי זאלן קומען צו די וועכנטליכע פרויען שיעורים. אזויפיל פרויען זענען דא וואס קומען נישט צוליב עצבות - פון דערביטערטקייט, ועצלות - און פון פוילקייט. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קנה): "וּמַה שֶּׁהָאָדָם אֵינוֹ נוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק", דאס וואס א מענטש קומט נישט צום צדיק, "הוּא מֵחֲמַת עַצְבוּת וּכְבֵדוּת", איז ווייל ער איז בעצבות, און אז מען רופט זיי, מען ברענגט זיי מיט חכמה וכו' - איז דאס זייער א גרויסע זכות.


מען מיינט אז הפצה איז נאר ביי פרעמדע, הפצה איז אסאך מער ביי מקורבים וואס פאלן אראפ וכו' און האבן זייערע בלבולים מיט חלישות הדעת, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך נאך מער אויף אנשי שלומינו, זיי מאכן האבן חלישות הדעת און בלבולים, איז דאס זייער א גרויסע מצוה אז איר זוכט אויף די פרויען וואס קומען נישט צו די וועכנטליכע שיעורים און איר זענט זיי צוריק מקרב.


מען דארף אסאך בעטן וואס רבי נתן האט געבעטן דעם רבי'ן: "רבי, בינד מיך צו אין דיין זאק", ווען דער רבי האט אים געזאגט: "דו ביסט שוין פארכאפט אין מיין זאק". רבי נתן האט פארשטאנען אז עס איז נאכאלץ דא דער סמ"ך מ"ם וואס געבט נישט אויף און וויל אים אוועק כאפן פון רבי'ן, האט ער גלייך געבעטן דעם רבי'ן: "רבי, בינד מיר צו, איך וויל נישט אנטלויפן!"


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.