בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#510 - וויפיל כוחות די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין דיינע קינדער
תפילה והתבודדות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואלסטו געוואוסט וויפיל כוחות די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין דיינע קינדער טאג איין טאג אויס, ווי זיי געבן אכטונג אויף דיינע קינדער - וואלסטו זיי גערופן זאגן שכוח און זיי מטיב געווען.


טייערער ברודער, גיי יעדן טאג א שפאציר ארום דיין שטוב און רעד צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט דעם אייבערשטן דיין לעבן זאל דיר אריבער גיין מיט תכלית.


זיי ממשיך מיט הפצה, מענטשן זאגן מיר דו האסט זיי אויפגעלעבט זייער לעבן, האסט זיי מקרב געווען צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#509 - שלאגן קינדער איז נישט קיין שום שכל
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, הפצה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חס ושלום שלאגן קינדער, דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן. שלאגן קינדער איז נישט קיין שום שכל, עס איז נאר אויסצובלאזן די אנגעצויגענע נערוון, אז מען שלאגט און מען שרייט - וואקסן די קינדער אויף בעלי מומין. אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", דורך כעס האט מען קינדער שוטים; זאלסט זיך מאכן א גדר נישט צו שלאגן, נישט צו שלעפן, און זיכער נישט ציפן און שטויסן דיינע קינדער.


גיי התבודדות, און אז דו האסט נישט קיין דיבורים - זאלסטו זיך מתבודד זיין לויט די א' ב'. למשל אות א' - בעט אויף אמונה: "רבונו של עולם געב מיר אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר". א' איז אמת, בעט: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל רעדן נאר אמת, איך זאל נישט פאפן און נישט רעדן שקר, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל גיין אויפן אמת'ן וועג, זיך נישט נארן". א' איז אכילה, בעט: "רבונו של עולם היט מיך פון נישט כשר'ע עסן, איך זאל זוכה זיין צו עסן נאר כשר", און אזוי ווייטער אויף אלע אותיות.


ב' בנים, בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט שלאגן דיינע קינדער, זאלסט נישט נערוועז ווערן פון זיי. ב' איז בית, בעט אויף א הייליגע שטוב א בית המקדש מעט, און אזוי ווייטער.


כאטשיג איין מאל א וואך זאלסטו זיך ארויסכאפן צו גיין הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, אזוי אראפגעברענגט דעם רבינ'ס ווערטער אז אפילו פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען - זאלן דאס קענען מקיים זיין. דאס איז די גרעסטע תיקון הברית, און ווער עס ווייסט אז ער האט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן - מוז עוסק זיין אין הפצה, ווייל דורך צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן איז מען מתקן אות ברית קודש. אויך מיטן געבן צדקה צו דרוקן די ספרים - איז מען מתקן דעם חטא.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך האב א שמחה, מיין טאטע מאכט חתונה זיין יונגסטע קינד, איך וועל זיין ביי אים שבת, ביי די שבע ברכות. אויך קומענדיגע וואך - שבת חנוכה - וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך וועל זיין אם ירצה ה' אין קרית ברסלב מיט אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#508 - טראכט נישט ביי הפצה פון געלט, טראכט פון נשמות
הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר, ירושלים


איך פריי זיך צו הערן פונעם מנהל אז דו העלפסט די מוסדות אין ירושלים; מיטן משמש זיין דעם רבי'ן איז מען אלעס מתקן, מיטן העלפן בויען מוסדות וואס זענען מגלה ומפרסם דעם הייליגן רבינ'ס עצות, משיח'ס עצות - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


גיי אויך הפצה, אלס בחור פלעגסטו מיר שרייבן פון דיין הפצה, יעצט אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט - זאלסטו מער עוסק זיין אין הפצה. גיי יעדן טאג צו ישיבות און צו כוללים, צו די בחורים און די אינגעלייט וואס ווילן זיין גוט און ערליך און האבן נישט קיין וועג, עס פעלט זיי די חיזוק פון רבי'ן; זאלסטו גיין יעדן טאג הפצה.


טראכט נישט ביי הפצה קיין איין רגע פון געלט, טראכט פון נשמות; ווי דו קענסט מחזק זיין נאך א נשמה, נאך א נשמה זאל צוריק אנהויבן לעבן מיט אמונה. הפצה ברענגט שפע, אבער נאר אז די מח מחשבה טראכט נישט פון די געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#507 - ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, נישט צום שטעטל
הפצה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שלעפ נישט קיין מענטשן צום שטעטל און רעד נישט קיינעם צו אריינצושיקן די קינדער ביי אונז, אז דו ווילסט העלפן - נעם א זעקל ספרים און גיי הפצה; מיטן ציל צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, נישט צו ברענגען מענטשן וואוינען ביי אונז וכו', עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פון דעם, נישט דאס האט מוהרא"ש געוואלט, מען זאל שלעפן מענטשן צו אים; מוהרא"ש האט געוואלט צוציען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#506 - האב נישט פון קיינעם מורא, גיי הפצה אין ישיבות
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין זאך איז הפצה פאר בחורים און אברכים.


גיי הפצה אין ישיבות; וואלסטו געוואוסט וואס גייט אריבער אויף בחורים אין ישיבות - וואלסטו נישט געקוקט אויף די איינצעלנע בחורים וואס מאכן חוזק און שרייען וכו', בחורים האבן ביטערע נסיונות, בפרט די ישיבות וואס האבן קווארטיר (דארמיטארי), השם ישמרינו.


נעכטן דערציילט מיר א אינגערמאן, ער קומט פון א גאר גוטע ישיבה, ער זאגט מיר די גליונות און קונטרסים האט אים פשוט געראטעוועט אין ישיבה, ער האט געוואוסט צו זאגן 'ניין' ווען מען האט אים געמוטשעט צו טון עבירות רחמנא לצלן, ובזכות די גליונות האט ער געוואוסט אז דאס טאר מען נישט טון וכו', אזוי איז ער ניצול געווארן.


האב נישט פון קיינעם מורא, אז א בחור וועט שרייען און צערייסן די גליונות און קונטרסים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן, נאר גיי צו אנדערע בחורים. אויך זאלסטו גיין אין כוללים צו די טייערע אברכים וואס לערנען און דינען דעם אייבערשטן, און זיי האבן נישט קיין וועג וכו' וכו', זיי ווילן זיין גוט און זיי ווייסן נישט וואס צו טון. מען לערנט מיט זיי עבודות פון צדיקים וואס זענען געווען בבחינת מלאכים, און די טייערע אינגעלייט פרובירן נאכצומאכן די מלאכים, אבער היות מיר זענען מענטשן - ארבעט עס נישט, מען פאלט אראפ וכו', און מען ווערט זייער צעבראכן; די דארפן די מערסטע חיזוק.


האב נישט פון קיינעם מורא, האסט שוין געכאפט פעטש פארן זיין א מפיץ וכו', איך האב שוין אויך געכאפט פעטש; מיר האט איינער כמעט דערווארגן פארן מחזק זיין בחורים. עס איז געווען א נס, א שכן איז אריבער און מיך געראטעוועט, דאס האט מיך נישט אפגעשטעלט פון ווייטער מחזק זיין בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#505 - הפצה איז אסאך מער ביי מקורבים וואס האבן חלישות הדעת
הפצה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אזא מצוה אז איר זענט מחזק ווייבלעך פון אונזער קהילה זיי זאלן קומען צו די וועכנטליכע פרויען שיעורים. אזויפיל פרויען זענען דא וואס קומען נישט צוליב עצבות - פון דערביטערטקייט, ועצלות - און פון פוילקייט. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קנה): "וּמַה שֶּׁהָאָדָם אֵינוֹ נוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק", דאס וואס א מענטש קומט נישט צום צדיק, "הוּא מֵחֲמַת עַצְבוּת וּכְבֵדוּת", איז ווייל ער איז בעצבות, און אז מען רופט זיי, מען ברענגט זיי מיט חכמה וכו' - איז דאס זייער א גרויסע זכות.


מען מיינט אז הפצה איז נאר ביי פרעמדע, הפצה איז אסאך מער ביי מקורבים וואס פאלן אראפ וכו' און האבן זייערע בלבולים מיט חלישות הדעת, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך נאך מער אויף אנשי שלומינו, זיי מאכן האבן חלישות הדעת און בלבולים, איז דאס זייער א גרויסע מצוה אז איר זוכט אויף די פרויען וואס קומען נישט צו די וועכנטליכע שיעורים און איר זענט זיי צוריק מקרב.


מען דארף אסאך בעטן וואס רבי נתן האט געבעטן דעם רבי'ן: "רבי, בינד מיך צו אין דיין זאק", ווען דער רבי האט אים געזאגט: "דו ביסט שוין פארכאפט אין מיין זאק". רבי נתן האט פארשטאנען אז עס איז נאכאלץ דא דער סמ"ך מ"ם וואס געבט נישט אויף און וויל אים אוועק כאפן פון רבי'ן, האט ער גלייך געבעטן דעם רבי'ן: "רבי, בינד מיר צו, איך וויל נישט אנטלויפן!"


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#504 - ווען דו הערסט מחלוקת, גיי אוועק אדער פארדריי די שמועס
הפצה, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ב' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האב נישט קיין שייכות מיט מחלוקת, שטיי ווייט פון מחלוקת, און אז דו הערסט רעדן פון מחלוקת - אדער גיי אוועק אדער פארדריי די שמועס. איך ווייס פון חברים ברסלב'ע חסידים אנשי שלומינו, ווען זיי הערן רעדן פון אנדערע מענטשן - פארדרייען זיי די שמועס מיט א חכמה; אז די רעדערס, די מדברים, כאפן נישט אז מען פארדרייט זייער שמועס, און אזוי ווערן זיי אפגעהיטן פון לשון הרע.


ברודער אנטלויף פון מחלוקת. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפינט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; זיי קלוג, אנטלויף פון מחלוקת, נעם נישט קיין טייל, אפילו מען וועט דיר איינרעדן אז דאס איז לשם שמים, אדער גאר א מצוה; אנטלויף פון די מצוות, לאז די מצוות פאר די אייניקלעך פון דתן און אבירם, ווי דער רבי זאגט (שם, סימן פד): "בְּכָל בַּעֲלֵי מַחֲלֹקֶת", ביי אלע בעלי מחלוקת, "נִתְגַּלְגְּלִים שָׁם נִיצוֹצִין מִנִּשְׁמַת דָּתָן וַאֲבִירָם", איז דא עפעס פון דתן ואבירם.


איך וויל דיר פרעגן, וואס האסטו צו רעדן פון יענעמ'ס פרשה? וואס האסטו מיט דער וואס האט זיך גע'גט אדער נישט גע'גט, וויל יא געבן א גט, וויל נישט געבן א גט, וואס האט דאס מיט דיר? ביסט שוין פערטיג מיט דיר, דיין שכר לימוד איז שוין באצאלט? דיין גראסערי איז שוין געדעקט? ביסט דאך א בר דעת, וואס איז מיט דיר? וואס רעדסטו פון אנדערע? האסט נישט וואס צו טון?! האסט שוין געענדיגט די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום? האסט שוין געענדיגט ח"י פרקים משניות? בבלי? ירושלמי? דער רבי זאגט (שם, סימן עו): "לִמְרִיבָה, הַשְׁכֵּם וְהַעֲרֵב לְבֵית הַמִּדְרָשׁ וּלְמַד תּוֹרָה", קען זיין פשט, ווען מען קריגט זיך, עס קאכט זיך לשון הרע - איז די בעסטע עצה צו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, גיין אין שול לערנען און דאווענען.


גיי אהיים העלף דיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער, ווי איידער צו זיצן און פלוישן פון די חסידות און פון יענע חסידות, און אז דו האסט איבריגע צייט - גיי הפצה, גיי פארשפרייט דעם רבינ'ס ספרים. עס ברענט א פייער, אזויפיל מענטשן פאלן אוועק, אזויפיל מענטשן ליידן, און מען קען זיי העלפן מיט דעם רבינ'ס עצות, מיטן רבינ'ס חיזוק, א שאד יעדע ווארט פון די שטותים וואס מען פלוישט מיט חברים, מען קען אין די צייט אזויפיל טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#503 - גיי הפצה, דאס זאל זיין דיין פרנסה
הפצה, סדר היום, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער, החתן ... נרו יאיר


דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן ביסט שוין א חתן, נאך אביסל גייט זיין די חתונה, זאלסטו נאר דאנקען און לויבן פאר די חסדים, וועט קומען נאך חסדים.


גיי הפצה, דאס זאל זיין דיין פרנסה נאך די חתונה, דאס זאל זיין דיין עבודת השם, ווי מער מענטשן מזכה זיין מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.


צוטייל דיין טאג, די ערשטע העלפט זאלסטו דאווענען, און לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). שטיי אויף פארטאגס, דאווען ותיקין און לערן מקרא – חומש רש"י. משנה – ח"י פרקים משניות. גמרא – בבלי און ירושלמי, דעם דף און נאך זיבן דפים בבלי צו ענדיגן ש"ס בכל שנה. מדרש – זוהר הקדוש פון פרשת השבוע, תיקוני זוהר צו ענדיגן בכל חודש, מדרש רבה ותנחומא פון פרשת השבוע. דעם רבינ'ס ספרים, און ספרי הלכה.


דאווען מנחה אום דריי אזייגער, און די צווייטע העלפט טאג זאלסטו גיין הפצה, שטורעמען די הייזער, די שולן, די רעסטאראנטן, חתונה זאלן, געשעפטן וכו' וכו'; וועסטו זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגות.

#502 - ווייטער ארויסגעבן סידיס פון ניגוני אמונה
הפצה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט ווייטער ארויסגעבן סידיס פון ניגוני אמונה, עס איז אזוי וויכטיג פאר די דור, די סידיס וואס דו האסט ארויסגעגעבן די אלע יארן שפילן אין הונדערטער און טויזנטער שטיבער, טאג נאך טאג, מענטשן זענען זיך אזוי מחי' מיט דעם, עס בלאזט קילע לופט, עס בארואיגט, עס העלפט, עס איז נישט ווי אנדערע סידיס וואס דער זינגער ווייסט ניטאמאל די טייטש פון די ווערטער וואס ער זאגט, עס איז ניגונים פון משיח, פון ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, די ניגונים זענען מעורר לתשובה און מחזק.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך צו יאגן אין די הייליגע ארבעט, שוין א לאנגע צייט וואס עס איז נישט ארויסגעקומען פרישע סידיס, מען ווארט אויף דעם, עס איז מקרב אזויפיל מענטשן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#501 - נישטא גרעסערס אין הימל פון א מפיץ
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקיך!


זע ארויפצולייגן ווייטער די שיעורים אויף 'קול הלשון'; בעבר האסטו שוין מזכה געווען טויזנטער אידישע קינדער מיט חיזוק, אן א שיעור מענטשן דערציילן אז זיי זענען מקורב געווארן און מחוזק געווארן דורך די שיעורים פון קול הלשון, זאלסטו ווייטער טון די גרויסע זיכוי הרבים, ווייל אזויפיל מענטשן שטייען און ווארטן אויף די חיזוק.


וואס איז דא גרעסער'ס פון הפצה? בפרט היינט איז דאס נישט אזוי שווער, ווייל אמאליגע צייטן ווער עס האט געוואלט זיין א מזכה את הרבים האט געדארפט ארום גיין ווינטער אין קעלט, זומער אין די היצן וכו' וכו', היינטיגע טעג קענסטו זיצן אין אפיס און ארויפלייגן שיעורים, און צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' דערמיט טאג טעגליך.


וואס הפצה איז ווייסטו אודאי, נישטא גרעסערס אין הימל פון א מפיץ. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


עס איז דא נייע שיעורים אויף ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן פארגעלערנט אין אידיש אויף א וועג פון לעובדא ולמעשה, לייג עס אויך ארויף אויף קול הלשון אז מענטשן זאלן זיך קענען דערקוויקן מיט דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#500 - אלע צדיקים קומען צו דעם מענטש וואס איז עוסק אין הפצה
הפצה, חלישות הדעת, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די גרעסטע מצוה וואס איז דא – איז עוסק זיין אין הפצה, פארפלייצן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים, עצות און התחזקות פון הייליגן רבי'ן – פאר די גאנצע וועלט.


אלע צדיקים קומען צו דעם מענטש וואס איז עוסק אין הפצה. אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות אות פדיון שבוים חלק ב', סימן י): "מִי שֶׁעוֹסֵק בְּפִדְיוֹן שְׁבוּיִים", ווער עס נעמט ארויס געפאנגענע פון זיין פארשלאסן, "גְּדוֹלֵי הַדּוֹר נִכְלָלִים בּוֹ עַל יְדֵי זֶה", אלע צדיקים ווערן נכלל אין דעם מענטש; מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען דער וואס איז מפיץ דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז דאך פדיון שבוים, ארויסנעמען מענטשן פון די קליפות און טומאה, צו דעם מענטש קומען אלע צדיקים, אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, נשמת רבי שמעון בר יוחאי, דער אריז"ל, דער בעל שם טוב הקדוש, דער הייליגער רבי, דער הייליגער רבי נתן וכו'; אלע ווילן ווערן איינס מיט דעם מפיץ.


שטארק זיך, האב נישט קיין חלישות הדעת, קוק נישט אויף קיינעם, גיי ווייטער פון שול צו שול, פון שטוב צו שטוב און פארפלייץ ווי מער די קונטרסים און ספרי אשר בנחל וכו'.


כתיבה וחתימה טובה.

#499 - אוי וויי, אוי וויי, א מאמע שלאגט מען?!
כיבוד אב ואם, הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט נישט קיין אנונג דיינע זכותים וואס ווארט דיר אפ אויף יענע וועלט פון מזכה זיין את הרבים מיט די בריוו פון עצתו אמונה; הונדערטער און טויזנטער מענטשן האבן אזויפיל חיזוק וועכנטליך און טאג טעגליך מיט די נייע ספרים, די בריוו פון עצתו אמונה, גענומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז אראפגעברענגט דעם הייליגן רבינ'ס תורות אויף לעובדא ולמעשה.


אויך די עצתו אמונה פאר קינדער איז עפעס אויסנאם שיין, די קינדער באלעקן זיך די פינגער מיט די מעשה און בילד, אלע קינדער ווארטן און פרעגן אויב די וואך וועט אויך זיין א מעשה מיט א בילד. דאס דערציילן די עלטערן שבת פאר די קינדער, אויך אין תלמוד תורה ביי די אינגלעך דערציילן דאס די מלמדים, און אין בית פיגא מאכן זיי די בילד אין גרויס, מען קאלירט דאס און מען לערנט דאס, עס איז א גאנצע לימוד, די גאנצע וואך דרייט זיך ארום די מעשה.


געב איבער א גרויסן שכוח פאר אברהם אליהו נרו יאיר פארן באצאלן דעם מעלער, דאס איז א גרויסע זכות; די מעשיות נעמט מען צאם און מען דרוקט דאס, און מען וועט דאס דרוקן און דרוקן פאר די קומענדיגע דורות.


די וואך בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון דעם צדיק דער באבא סאלי זכותו יגן עלינו, ווי ער זיצט ביי זיך אין שטוב, דער ספר ליקוטי מוהר"ן ליגט אויפן טיש (עס איז ידוע אז שטענדיג איז געלעגן ביים צדיק דער ספר ליקוטי מוהר"ן אויפן טיש), און פון די אנדערע זייט פון טיש שטייט אן עלטערע פרוי, געבינדן די קאפ מיט א טיכל, מיט קנייטשן אויפן שטערן, ווי זי וויינט, און נעבן איר פון דער זייט שטייט א הויכער מענטש, מיט א קליינע קאפל, מיט די הענט אין טאש, מיט א נישט פרייליכע פנים.


די פרוי שטייט און כליפעט... זי וויינט: "רבי העלף מיר, איך בין אן עלנדע פרוי, מיין מאן לעבט שוין נישט, און מיין זון שלאגט מיך און ער שטויסט מיך... רבי איך האלט נישט אויס... רבי, מיין זון, ער וויל מיך הרג'ענען..."


טייערע קינדער, די וואך דערציילן מיר א שרעקעדיגע מעשה וואס האט פאסירט ביים צדיק דער באבא סאלי זכותו יגן עלינו. צום ערשט ווילן מיר פרעגן, ווער ווייסט וואס מיינט באבא סאלי?


דער צדיק רבי ישראל אבוחצירא זכותו יגן עלינו איז געווען רב אין מאראקא, אין די שפראך מאראקיש איז באבא א 'חכם', און סאלי איז 'אידן', די חכם פון די אידן. נאכדעם איז ער געפארן קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין די שטאט נתיבות, דארט האט דער צדיק געדינט דעם אייבערשטן און אידן זענען געקומען צו אים בעטן ברכות און ישועות.


איין טאג קומט אריין אן אלטע פרוי מיט א הויכער מענטש, די אלטיטשקע פרוי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין: "רבי, איך בין אן עלנדע פרוי, מיין מאן לעבט שוין נישט, און מיין זון שלאגט מיך און ער שטויסט מיך... רבי איך האלט נישט אויס... רבי, מיין זון, ער וויל מיך הרג'ענען..."


דער צדיק האט אנגעהויבן וויינען, ער האט זיך ממש געשטיקט מיט וויינען: "אוי וויי... אוי וויי... וואלט איך געהאט א מאמע וואלט איך איר געהאלפן, איך וואלט געזיצן מיט איר, איך וואלט געגאנגען שפאצירן מיט איר..." דער צדיק וויינט אויפן קול: "אוי וויי, אוי וויי, א מאמע שלאגט מען...?!"


דער זון האט געהערט ווי דער צדיק וויינט האט עס אנגערירט זיין נשמה און ער האט גלייך תשובה געטון, ער רופט זיך אן צום צדיק: "איך זאג צו, איך וועל מער קיינמאל נישט שלאגן מיין מאמע, איך וועל איר מער נישט וויי טון, איך וועל שוין זיין א גוטער איד".


טייערע קינדער, מיר אלע זאגן אויך צו: "מיר וועלן קיינמאל נישט שלאגן א מאמע, מיר וועלן קיינמאל נישט וויי טון א מאמע, מיר וועלן זיין גוטע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#498 - ארויסשיקן די "חיזוק יומי המתורגם"
הפצה, חיזוק יומי, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערע ליבער הארציגער ... נרו יאיר


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון ארויס שיקן די "חיזוק יומי המתורגם", "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו", ווער עס טוט פאר די רבים - היט מען אים פון הימל ער זאל נישט טון קיין שלעכטס.


אז דו האסט נישט קיין פרישע שיעורים וואס איז מתורגם - זאלסטו שיקן פון יארן צוריק; אודאי איז גוט צו שיקן נייע, אבער אז עס איז נישטא פרישע ברויט - עסט מען נעכטיגע ברויט, אזוי אויך ביי חיזוק, אז עס איז נישטא פרישע שיעורים מתורגם - טאר מען נישט לאזן מענטשן הונגערן; זאלסטו שיקן פון יארן צוריק.


עס גייט איבער אויף מענטשן ביטערע שווערע יסורים און אלע ווארטן אויף די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


שרייב מיר יעדע וואך א באריכט וויפיל טעג דו האסט ארויסגעשיקט די חיזוק און פון וועלכע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#497 - ווי גרויס די קדושה איז, אלץ מער חלישות הדעת גייט אריבער
הפצה, הדפסה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיר וואלט איך ווען געדארפט יעדן איינציגסטן טאג שרייבן א בריוו, דיך מחזק זיין מיט דיין הייליגע ארבעט; דו האסט די זכי' עוסק זיין אין די הייליגסטע זאכן אויף די וועלט, דו ביסט דער מנהל אויפן גרויסן בית הדפוס אין אמעריקע, וואו מען דרוקט הונדערטער טויזנטער ספרים, גליונות און קונטרסים, צוריק צו ברענגען עם ישראל צום אייבערשטן; איז דיין חלישות הדעת אויך גרויס, ווייל ווי גרויס די קדושה איז – אלץ מער חלישות הדעת גייט אריבער.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי אן מיט אלע כוחות, און אפילו דו האסט מניעות, בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו' – זאלסטו נישט אפשטעלן די אפערעישן פאר קיין איין רגע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צא): "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵינוֹ רוֹצֶה בְּמִיתָתָן שֶׁל רְשָׁעִים", דער אייבערשטער וויל נישט די רשעים זאלן שטארבן, "כִּי אִם בְּטוֹבָתָן, שֶׁיִּזְכּוּ לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה", דער אייבערשטער וויל מען זאל תשובה טון; זאלסטו נישט אויפהערן מיט דיין הייליגע ארבעט.


איך הער זאגן אז דו דרוקסט יעצט איבער די זמירות היכל הקודש מיט די אידישע ניגונים, איך וויל דאס מגיה זיין, ביטע ברענג מיר א קאפי.

#496 - אין די קהילה דארף מען אויך מפיצים
הפצה, שטעטל, עבודת השם, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן דאנק פארן מקרב זיין און מחזק זיין די נייע משפחות וואס ציען זיך ארויס ביי אונז אין שטעטל, זיי מאכן שפירן גוט און היימיש. ווייל מיר האבן אסאך מפיצים וואס זענען מחזק און מקרב מענטשן פון אינדרויסן פון אונזער קהילה, אבער אין די קהילה דארף מען אויך מפיצים. עס זענען דא אין שטעטל משפחות וואס ווארטן אויף גוטע חבר'טעס, אויף אביסל ווארעמקייט און מקרב זיין וכו' וכו', דעריבער קומט אייך א יישר כח פארן טון מיט אונזערע משפחות.


אז מען האט אינזין דעם אייבערשטן, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו – ווערט מען נישט אויסגעשעפט און אויסגעמוטשעט, וויפיל מען טוט – האט מען פרישע כחות צו טון נאך און נאך.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס.

#495 - זיך זייער פרייען אז אייער מאן איז מחזק אידישע קינדער
חינוך הילדים, הפצה, הכרת הטוב, תהלים

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים, אויך זאלט איר אריינפלעכטן צווישן די פסוקי תהלים אייערע אייגענע לויב ווערטער און די אייגענע בקשות.


אויך זאלט איר זיך זייער פרייען אז איר האט א מאן וואס איז עוסק אין מחזק זיין אידישע קינדער, זיי מזכה זיין אין חינוך הבנים והבנות, ווייזן פאר די קינדער דאס שיינקייט פון תורה ומצוות. עס איז גאר א גרויסע זכות אז איר העלפט אים און אז איר שעצט אים.


בזכות די גוטע זאכן זאלט איר זען נאר נחת ביי אייערע דורות.


ברסלב'ער ראש ישיבה

#494 - די תהלים וועט ארויפגיין אזוי הויך, נאך העכער פון די מלאכים
הפצה, הכרת הטוב, תהלים

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים און פלעכטס אריין די אייגענע געבעט, און זיכער די אייגענע לויב ווערטער צום אייבערשטן; וועט די תהלים ארויפגיין אזוי הויך, נאך העכער פון די מלאכים, עס וועט אנקומען צום אייבערשטן אליין און איר וועט זען גרויסע נסים.


די תהלים איז א צייכן פון דאנקבארשאפט פארן זיך אוועקגעבן בלב ונפש פאר די גליונות וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן, בפרט די גליונות פון שיעורי חינוך, וואס מאכט א שטארקע מהפיכה ביי אידישע קינדער.


בזכות דעם זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און אויך זען נחת פון זיך אליין.


דער ראש ישיבה

#493 - אות להכרת הטוב פאר'ן מתרגם זיין די שיעורי חינוך
הפצה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


אות להכרת הטוב ממערכת שיעורי חינוך פארן מתרגם זיין בכל שבוע את הגליון בלב ונפש.


הראש ישיבה

#492 - די וועכנטליכע "שיעורי חינוך" ברענגט חיזוק פאר טויזנטער מענטשן
הפצה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


א קליינע אות הכרת הטוב פאר וואס דו געבסט זיך אוועק בלב ונפש פאר די שיעורי חינוך, די וועכנטליכע גליונות וואס ברענגט חיזוק פאר טויזנטער מענטשן.


חזק ואמץ ביתר שאת וביתר עוז.


דיין ראש ישיבה

#491 - בזכות די גוטע מעשים דיינע זאלסטו זען ליכטיגע הייליגע דורות
הפצה, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליכטיגער ... נרו יאיר


א קליינע מתנה, א קליינע צייכן פאר די אלע גוטע זאכן וואס דו טוסט צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק פאר די גאנצע וועלט, פארן אויפשטעלן די שיינע ברסלב'ע מוסדות און די שיינע קהילה.


ובפרט פארן זיך אזוי אוועקגעבן צו העלפן די "מערכת שיעורי חינוך", די גליונות און קונטרסים וואס מוטיגט און ווייזט פאר עלטערן דאס שיינקייט פון חינוך, ווי אזוי מחנך זיין אידישע קינדער.


בזכות די גוטע מעשים דיינע זאלסטו זען ליכטיגע הייליגע דורות.


פון דער ראש ישיבה.

#490 - וואלסט אלעס אפגעלאזט און נאר עוסק געווען אין "שיעורי חינוך"
חינוך הילדים, הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואלסטו געוואוסט דאס גרויסקייט פון מזכה זיין אידישע קינדער מיט די גליונות פון שיעורי חינוך – וואלסטו אפגעלאזט אלעס און נאר עוסק געווען אין מזכה זיין נשמות ישראל מיט די שיינע גליונות פון שיעורי חינוך.


בעט איך דיר טייערער שוואגער, חזק ואמץ בעבודתך הקדושה, לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט, צענדליגער טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט דיין ארבעט; זיי ממשיך ביתר שאת וביתר עוז.


דיין ראש ישיבה, דיין שוואגער וואס ליבט דיך.



 

#489 - עס לוינט זיך מגולגל צו ווערן, צו מאכן הפצה
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, י"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך שפיר זיך שוין ברוך השם אסאך בעסער און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך שוין די ענדע וואך ארויספארן אין שטעטל פאר די זומער וואכן. דא אין שטאט איז שרעקליך, מען דארף רחמי שמים צו קענען גיין אין שול און צוריק קומען מיט ריינע אויגן; די גאסן ברענען מיט די גרעסטע נסיונות. אויבן אויף די בערג איז גרינגער, די לופט איז ריינער, מען קען דארט דינען דעם אייבערשטן מיט קדושה וטהרה.


איך וויל דיר בעטן זאלסט עוסק זיין אין הפצה; וואלסטו געוויסט וואס הפצה איז - וואלסטו זיכער עוסק געווען יעדן טאג אין דעם, ווייל דער אייבערשטער האט אזויפיל צער אז א טייל פון זיינע קינדער ווייסן נישט פון אים און גייען נישט אין די וועג פון די תורה, און ווען איינער טוט מיט זיינע קינדער - איז דאס די חשוב'סטע זאך ביים אייבערשטן.


דאס ווייסטו אז עונש פון גלגול - איז דאס ערגסטע, דער רבי האט געזאגט מען זאל זיך עקשנ'ען און זאגן אויבן אין הימל: "עקט מיט מיר דא, איך קום נישט אראפ נאכאמאל", ווייל גלגול איז דאס ערגסטע, דאך האט רבי נתן געזאגט: "אויב ווייס איך אז איך וועל קענען נאכאמאל קענען קומען צום ציון פון רבי'ן אין אומאן - וויל איך נאכאמאל מגולגל ווערן"; קומט מוהרא"ש און זאגט, נאך איין זאך לוינט זיך צו מגולגל ווערן: "אויב מען ווייסט מען וועט זיין א מפיץ - איז כדאי וכדאי נאכאמאל אראפצוקומען אויף די וועלט, צו קענען מזכה זיין נשמות ישראל מיט די הייליגע אמונה, מיט די הייליגע תורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#488 - ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך און זיין בשלום מיט זיך אליין?
קינדער, שמחה, אמונה, התחזקות, הפצה, מחלוקת, מנהגים, נחת, קשיות, שבועות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך שרייבן אביסל פון די שיינע חיזוקים וואס מיר האבן געשמועסט די וואך ביים ליל שישי שיעור אין אמעריקע. מיר שטייען שוין ביים בארג סיני, מיר גייען שוין זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה, און ביי קבלת התורה שטייט (שמות יט, ב): "וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר", זאגט רש"י, פארוואס שטייט א לשון יחיד? ווייל איבעראל איז געווען תרעומות און מחלוקת, און ביים בארג סיני איז געווען אָן מחלוקת.


האבן מיר גערעדט אז דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לג): "הכלל הוא, שצריך לבקש שלום", מען דארף שטענדיג זוכן צו זיין בשלום, "שיהיה שלום בין ישראל", סיי מיט מענטשן, עס זאל זיין שלום צווישן אידישע קינדער, "ושיהיה שלום לכל אדם במדותיו", און סיי מיטן מענטש אליין, דער מענטש זאל זיין בשלום מיט זיך, "היינו שלא יהיה מחלק במדותיו ובמאורעותיו", ער זאל נישט זיין ברוגז ווען זאכן גייען נישט ווי ער וויל, "שלא יהא לו חילוק בין בטיבו בין בעקו", 'סיי ווען עס גייט מיר גוט און סיי ווען עס גייט מיר פארקערט', "תמיד ימצא בו השם יתברך", 'ווייס איך אז דער אייבערשטער איז דא מיט מיר און ער מאכט מיר נאר גוטס, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים נו, יא) 'בה'', ווען דער אייבערשטער געבט מיר חסדים, 'אהלל דבר', דאנק איך אים, 'באלקים', און ווען עס קומט דער מידת הדין, 'אהלל דבר', דאנק איך אים', דאס זאגט אונז די תורה, ווען די אידן זענען געקומען צום בארג סיני איז נישט געווען קיין מחלוקת מיט זיך אליין, מען איז נישט געווען ברוגז אויפן אייבערשטן, מען האט נישט געהאט קיין טענות; דאס מיינט דער פסוק: "וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל, 'כאיש אחד בלב אחד'", מיט איין הארץ, אן קיין תרעומות.


טייערע חברים, מען קען גיין אנגעטון מיט די שמונה בגדים, אבער אויב מען האט איין פינטעלע טענות אויפן אייבערשטן, איין פינטעלע תרעומות - איז מען ביי די טומאה רחמנא לצלן; מען טאר נישט האבן קיין קשיות און טענות אויפן אייבערשטן, מען דארף האבן אמונה אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, ער פירט אלעס בצדק ובמשפט בחסד וברחמים.


איך האב פינקט געשמועסט מיט איינעם פארן שיעור, יענער האט זיך זייער אפגערעדט, יענער איז נעבעך אריינגעפאלן אין א קטנות הדעת, אין די טומאה רחמנא לצלן; פול מיט קשיות אויפן אייבערשטן און אויף צדיקים פון ווייטאג אז זיינע קינדער ברענגען אים נישט נחת, זיי טוען זיך נישט אן ווי אים. האב איך דערציילט ביים שיעור, איך געדענק יארן צוריק בין איך איינגעשטאנען ביי א ברסלב'ער חסיד, א גרויסער צדיק, איך האב געגעסן ביי יענעם די שבת סעודות, און דארט אין שטוב זענען דא קינדער וואס זענען ביז דערווייל נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, די קינדער זענען געקומען צום שבת טיש זייער נישט מסודר, איך האב געזען דעם ברסלב'ן חסיד ווי די פנים שיינט אים מיט אזא שמחה, מיט אזא הייליגקייט, איך האב געטראכט צו מיר 'ווי איז מען זוכה צו האבן א ריינעם הארץ, נישט האבן קיין טענות און תרעומות, ווייטער ליב האבן די קינדער, ווייטער טון וואס מען האט צו טון...'


עס איז כדאי ענק זאלן אויסהערן די שיעור נאך פאר יום טוב שבועות; בפרט די וואס האבן א שטוב מיט קינדער זאלן וויסן אז די שטוב, די סעודות שבת ויום טוב – דארף זיין איין שטיק שמחה, איין שטיק געשמאק, נאר אזוי קען מען זוכה זיין די קינדער זאלן ווייטער גיין אויף די וועג פון די תורה, ווייל אז קינדער זעען ווי מען וויינט, מען שרייט, מען קריגט זיך, טאטע מאמע קוקן זיך נישט אין די אויגן, יעדער האט אנדערע טענות - ווילן די קינדער נאר אנטלויפן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער עס ווערט שוין דער זמן, איך בעט ענק זייער ענק זאלן זיך אויפפרישן מיט הפצה, איך בעט די אלע גבאים פון הדפסה זאלן מיר שיקן וועכנטליך א באריכט וויפיל אלע זענען מפיץ, איך וויל ארויפריקן די נומערן, און יעדער איינער פון אנשי שלומינו זאל אנהויבן מער טון אין הפצה. מיר פארן שוין נאך אביסל צום רבי'ן אויף ראש השנה, און באֵלו פנים וועלן מיר קומען צום רבי'ן אָן מזכה זיין נשמות ישראל... ווייל דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אמאל: "אויב דו קומסט צו מיר פארוואס קומען נישט אלע? און אז אלע קומען נישט - פארוואס קומסטו יא?" בכן זאלן די גבאים פון די הדפסה אין יעדע פלאץ וואו מען דרוקט - מיר שיקן וועכנטליך א באריכט וויפיל אלע באשטעלן, און איך האף אז די נומערן וועלן זיך ארויפריקן ביי יעדן.


איך שרייב אייך אין קורצן די מנהגים פון שבועות ביי אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש. ווען עס ווערט דער זמן פון יום טוב שבועות איז מען זייער פרייליך, מען גייט דאווענען, נאכן דאווענען בלייבט מען נישט שמועסן, מען גייט אהיים צו די ווייב און קינדער און מען מאכט א סעודה. ביי די סעודה איז מען זייער פרייליך, מען רעדט צו די קינדער ווי גליקליך מיר זענען, מיר זענען אידן נישט קיין גוים. ביינאכט איז מען זייער פרייליך, מען זאגט די תיקון און מען גייט אין מקוה, און ביידע טעג איז מען זייער זייער פרייליך אז מיר זענען אידן.


איי וועסטו פרעגן, זייער שיין געשריבן און זייער שיין גערעדט, אבער ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך און זיין בשלום מיט זיך אליין? קוק אריין די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן, שם), דער רבי פרעגט די פראגע: "ועל ידי מה ימצא השם יתברך בין בטיבו בין בעקו", ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו דעם, עס זאל נישט זיין קיין חילוק פון גוט און שלעכט, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און אלעס איז נאר גוט? "על ידי התורה הנקראת שלום", דורך לערנען תורה איז מען זוכה צו דעם, די תורה מאכט דעם מענטש צופרידן. אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, יז): "וְכָל נְתִיבוֹתֶיהָ שָׁלוֹם", די תורה ברענגט שלום, "ועל ידי צדיקים", אויך דורך די צדיקים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די עצות און חיזוק פון צדיקים - ווערט מען א צופרידענער, "ומחמת זה יכול לאהוב את השלום בכל מקום, הן בטיבו הן בעקו", אז מען איז מקורב צום צדיק, מען פאלגט די עצות און מען לערנט תורה - ווערט מען א צופרידענער מענטש, מען האט זיך אליין ליב, "ויכול להיות שלום בין ישראל, ולאהוב זה את זה", און אויך האט מען ליב יעדן איד.


א גוט שבת.

#487 - רעד נישט צו מענטשן צו קומען וואוינען אין ליבערטי
תפילה והתבודדות, התחזקות, הפצה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זייט מחזק ווייטער פרויען און מיידלעך מיט די עצות פון רבי'ן, בעיקר זאלט איר מחזק זיין מיט די צוויי זאכן, איינס מען זאל וויסן 'דער אייבערשטער האט מיך ליב', דער אייבערשטער קוקט אריין אין הארץ, ער זעט די ווילן פונעם מענטש און ליינט די מחשבות פונעם מענטש, און דער וואס מיינט דעם אייבערשטן, דער וואס וויל זיין גוט - דאס איז זייער זייער חשוב ביים אייבערשטן.


צווייטנס, זייט מחזק מען זאל שמועסן מיטן אייבערשטן; אין אנהויב איז דאס נישט גרינג, מענטשן קענען רעדן צו איינעם וואס מען זעט אז יענער הערט אויס, אבער ווען מען שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז דא - איז דאס שווער צו טון; זאלט איר מחזק זיין מענטשן צו רעדן אפילו אפאר סעקונדעס, אפילו אפאר ווערטער יעדן טאג; אויף די צוויי עיקרים זאלט איר זיך פארלייגן.


בשום אין אופן רעדן צו מענטשן זאלן אריינשיקן זייערע קינדער ביי אונז אין די מוסד, אדער קומען וואוינען אין ליבערטי; נישט דאס איז הפצה, דאס איז טפשות; הפצה איז רעדן צו מענטשן פונעם אייבערשטן, אויסשרייען הויך: "עס איז דא א באשעפער", און מגלה זיין פאר אלעמען די עצה פון משיח, די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות, נאר דאס איז ברסלב, און אז מען רעדט צו מענטשן זאלן אריינשיקן ביי אונז אין די מוסד, אדער קומען וואוינען אין אונזער שטעטל קרית ברסלב - דאס איז נישט הפצה, דאס איז טפשות, און יעדער ליידט נאכדעם, וד"ל.


נאך א זאך, ווען מען רופט אייך בעטן הילף זאלט איר נישט זאגן: "פרעג דעם ראש ישיבה", ווייל אז מען קומט צו אייך בעטן הילף - דארף מען יענעם מחזק זיין און יענעם געבן גוטע עצות, מען רופט אייך נישט צו הערן די זאך 'פרעג דעם ראש ישיבה', אז מען קומט צו אייך פאר חיזוק דארפט איר יענעם העלפן מיט חיזוק און מיט עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#486 - די גליון אין ענגליש מאכט א גרויסע מהפיכה
הפצה, תשובה, גליון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לעיקוואד


שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט פון העלפן ארויסגעבן די וועכנטליכע גליון אין ענגליש, וואס מאכט א גרויסע מהפיכה צווישן די עולם וואס קען נאר ליינען ענגליש, בפרט אין לעיקוואד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", דער וואס איז מזכה מענטשן זאלן ווערן נענטער צום אייבערשטן – ווערט אפגעהיטן פון עבירות און פון אלעם שלעכטס.


נישטא קיין גרעסערע זאך ווי טון אין הפצת ספרי רבינו, ווייל וויפיל מיר וועלן נאר תשובה טון וועלן מיר נישט קענען פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן, האט דער רבי אונז געלערנט אז דורך צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן דאס איז אונזער איינציגסטע וועג ווי מער קענען פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.