בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#454 - מיט דיינע שרעקעדיגע חלומות, ווייזט מען דיר שיינע זאכן פון הימל
אמונה, הפצה, תהלים, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז בכלל נישט קיין שרעקעדיגע חלומות, מען ווייזט דיר שיינע זאכן פון הימל. די חלום ווי דיין באבע עליה השלום קומט צו דיר און בעט דיר טרינקען, זי זאגט זי איז זייער דורשטיג; דאס ווייזט מען דיר דאס חשיבות ווען א קינד אדער אייניקל זאגט א קאפיטל תהילים פאר די נשמה, ווייל אויבן אין הימל איז נישטא קיין טרינקען, אויבן אין הימל איז חשוב נאר תהילים. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג) "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל זענען דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן, מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטיג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן און מען זאגט זיי, דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי, דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען, דער רבי ענדיגט: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.


די צווייטע חלום ווי דיין חבר האט זיך דערטראנקען און דו האסט אים די לעצטע רגע געראטעוועט איז אויך נישט שרעקעדיג; מען ווייזט דיר וואס דיין חבר גייט אריבער, ווי ער מוטשעט זיך אין לעבן און ווי דו קענסט אים ראטעווען. האסט נישט קיין אנונג וואס מענטשן מוטשען זיך, מען דערטרינקט זיך, און מיט די עצות פון רבי'ן קען מען יעדן העלפן; זאלסטו זען רעדן מיט דיין חבר, שמועסן און אויסהערן, ער זאל זיך נישט דערטרענקען אין זיינע שווערע יסורים.


די דריטע חלום איז אויך נישט שרעקעדיג; מען ווייזט דיר פון הימל זאלסט נאר רעדן מיט יעדן איינעם פון אמונה, בפרט מיט דיינע תלמידים. אויך זאלסטו רעדן אסאך פון שמחה; זיך פרייען מיט די מצוות, זיך פרייען אז מען איז א איד, זיך פרייען מיט די אמונה און מיט יעדע גוטע זאך וואס מען טוט, ווייל ווי נאר מען רעדט נישט פון אייבערשטן... זאגט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו – עס איז אדער אמונה אדער עבודה זרה; ער טייטשט מיט דעם (דברים יא, טז): "וְסַרְתֶּם וַעֲבַדְתֶּם אֱלֹהִים אֲחֵרִים", אז מען קערט זיך אוועק פון אייבערשטן איז מען שוין א גלח רחמנא לצלן; דארפסטו זיך שטארקן רעדן מיט יעדן איינעם נאר פון אמונה, פארשטייט זיך מיט חכמה; מען רעדט מיט יעדן איינעם ווערטער און מעשיות וואס יענער קען הערן, אבער אלץ מיט איין כוונה, צוריק צו ברענגען אלעמען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#453 - זיי מתפלל פאר מיר איך זאל קענען אנגיין מיט די מוסדות
הפצה, מוסדות, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה, דאס איז דיין תיקון, נעם א זעקל ספרים און קונטרסים, גליונות און סידיס, און גיי ביי די הייזער און אין שול'ן; דאס וועט פאררעכטן אלע פגמים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן - איז מען מתקן אלע פגמים פון פגם הברית.


נישטא א זאך וואס מען ווערט דורכדעם באליבט ביים אייבערשטן אזוי ווי דער וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


זיי מתפלל פאר מיר איך זאל קענען אנגיין מיט די מוסדות, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין אמעריקע; אין ארץ ישראל נעמען מיר נישט קיין געלט פון די מדינה הטמאה, און אויך דא אין אמעריקע נעמען מיר נישט אלע פראגראמען, מיר לייגן נישט ארויף די קינדער אויף די ליסטע פון משוגעים אזוי ווי אלע טוען. יארן צוריק האט מיר מנחם מענדל געפרעגט אויב ער זאל מאכן די פראגראם פאר די מוסד, איינגעבן אז די קינדער זענען נישט נארמאל און די רעגירונג וועט געבן טויזנטער דאלער א חודש פאר יעדן קינד; חס ושלום, ביי אונז איז נישטא די זאכן, ביי אונז זענען אלע קינדער געזונט. אויך נעמען מיר נישט די פראגראם פון טייטל וואן. איך מוטשע זיך זייער, איך דארף דו זאלסט בעטן פאר מיר פאר ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#452 - הייליגער באשעפער היט מיך פונעם בער
אמונה, הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט מחי' צענדליגער טויזנטער אידן מיט די הערליכע בריוו פון עצתו אמונה, מענטשן נעמען זייער גאנצע שכל, זייער וועג אין לעבן - פון די בריוו; דארפסט טאנצן פאר שמחה פאר די גרויסע זכי' וואס דו האסט, אזויפיל אידישע קינדער לעבן אויף דיר.


א באזונדערע דאנק פארן צוריק אנהויבן מאכן די עצתו אמונה פאר קינדער; די גאנצע שבת טיש דרייט זיך ארום די עצתו אמונה פאר קינדער, מען ליינט פאר הויך די מעשה אויפן קול ביי די סעודה, סיי ביינאכט, סיי בייטאג, און מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל פון די מעשה, עס ברענגט אן עונג שבת.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


אוי וויי עס איז א בער... אוי וויי וואס טו איך דא? איך גיי בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער מאך א נס, הייליגער באשעפער היט מיך..."


טייערע קינדער וואס וואלטן מיר געטון ווען מיר גייען שפאצירן אין וואלד, מיר זעען א שווארצע זאך און מיר מיינען דאס איז א שווארצע זעקל, און פלוצלונג געבט זיך א גרויסע שווארצע בער א צי אויס, וואס וואלטן מיר געטון?


הערט אן אמת'ע געשיכטע וואס האט פאסירט מיט א ברסלב'ע מיידל. זי איז געווען אין קעמפ בית פיגא, זי שטייט אויף אינדערפרי, זי גיסט זיך אפ נעגל וואסער און זי טוט זיך אן, די ערשטע זאך גייט זי אביסל שפאצירן אין פעלד, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן.


זי זעט א שווארצע זאך, זי טראכט 'דאס איז מן הסתם א שוואצע מיסט זעקל', זי שפאצירט נענטער און נענטער, זי שמועסט מיטן אייבערשטן, זי זאגט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו שמחה, איך וויל זיין פרייליך", זי בעט אויף אמונה: "הייליגער באשעפער געב מיר אמונה, געב מיר א שטארקע אמונה איך זאל פון קיינעם נישט מורא האבן, איך זאל דיך שפירן".


פלוצלונג... א בער... עס איז נישט קיין שווארצע זעקל, עס איז א שווארצע בער... די בער הייבט זיך אויף אין די לופט... די מיידל שטייט צוויי פיס אפגערוקט פון די בער, זי פארלירט זיך נישט, זי געדענקט אז קיינער קען גארנישט טון, זי געדענקט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט.


זי לויפט נישט אוועק, מען טאר נישט אוועקלויפן פון א בעל חי, ווייל דאס מאכט די בעל חי זאל זיך דערשרעקן און אויך אנהויבן לויפן. זי געדענקט פון רבי'ן, זי געדענקט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זי הויבט אן בעטן הויך: "הייליגער באשעפער היט מיך פונעם בער", זי הויבט אן צוריק גיין שטייטלעך און זי בעט: "הייליגער באשעפער איך ווייס אז אלעס ביסטו, דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס ביסטו"; די בער הערט ווי זי רעדט צום אייבערשטן, די בער האט דרך ארץ פאר איר, ער רירט זיך נישט, ער לאזט איר צוריק גיין.


טייערע קינדער, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט מען אזוי שטארק, די אמונה ווערט זייער שטארק, מען האט מער נישט קיין מורא פון קיינעם, נאר פונעם אייבערשטן.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א בער שטייט מיט די פאדערשטע פיס אין די הייעך אנטקעגן א מיידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#451 - גיי הפצה מיט א שטארקייט, האב פון קיינעם נישט מורא
קינדער, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט עוסק אין הפצה, דו ביסט מזכה אידישע קינדער מיט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, תמצית פון רבינ'ס ספרים.


מוהרא"ש ברענגט אין די בריוו אן א שיעור מאל די ווערטער פון הייליגן זוהר הקדוש (תרומה קכח:) "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן, עיין שם.


גיי ווייטער הפצה, גיי מיט א שטארקקייט, האב פון קיינעם נישט מורא, און זארג נישט וועגן קינדער; וועסט זוכה זיין צו קינדער, ליכטיגע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#450 - הדרכה פאר די חתונה
תודה והודאה, הפצה, הדרכות, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, האסט זוכה געווען צו טרעפן א טייערע כלה פון א טייערע משפחה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, א ליכטיגע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע וואו צו לערנען הדרכה פאר די חתונה; עס איז גוט זאלסט זיך ווענדן צו האברך משה שמואל נרו יאיר, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים, ער זאל דיך מדריך זיין מיט די הלכות צו דיין חתונה; ער וועט דיך מדריך זיין אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


גיי הפצה, פארגין פאר נאך בחורים און נאך אברכים די חיים טובים וואס דער רבי געבט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#449 - העלפן דרוקן די ספרים און אויך גיין פארשפרייטן די ספרים
הפצה, מוהרנ"ת ז"ל, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך פרייטאג, עשרה בטבת - געפאלט די יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק לברכה; די שיעור ליל שישי וועט אם ירצה ה' זיין אין מאנסי שול, אינאיינעם מיט א סעודה.


ווען מיר דערמאנען זיך פון רבי נתן דארפן מיר זיך מחדש זיין אין העלפן פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר די וועלט. רבי נתן האט געזאגט, מען דארף זיין שטארק בגוף, בטרחא ובממון; יעדער איינער לויט זיין יכולת.


מוהרא"ש פלעגט אלע יארן אונז מחזק זיין ביי די יארצייט פון רבי נתן מיר זאלן עוסק זיין אין העלפן דרוקן די ספרים, און אויך אז יעדער זאל האבן א חלק אין גיין פארשפרייטן די ספרים; וויל איך דיך אויך דערמאנען יעצט ביי די יארצייט פון רבי נתן אז זאלסט העלפן דרוקן די ספרים און אויך גיין פארשפרייטן די ספרים. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#448 - הפצה איז תיקון הברית
הפצה, תשובה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען מיר גייען אריין אין די ימי השובבי"ם, טעג וואס זענען מסוגל לתקן אות ברית קודש – זאלסטו גיין וואס מער פארשפרייטן די ספרים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט געשריבן די עצות פון רבי'ן אויף א וואונדערליכע שפראך וואס רעדט צום היינטיגן דור און איז יעדן מחזק.


דאס איז די גרעסטע תיקון צו פאררעכטן פגם הברית. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווי אזוי פאררעכט מען פגם הברית? "שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען איז עוסק צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דורך הפצה וועט קומען דיין שידוך.


 

#447 - דורך הפצה קען מען זיך פטר'ן פון שרעקליכע בושות אויף יענע וועלט
הפצה, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון "הפצה"; אפילו מען לאכט און מען שפעט פון דיר – זאלסטו ווייטער גיין הפצה, ווייל די בושות אויבן אין הימל איז אזוי שרעקעדיג, און נאר דורך הפצה, דורך עוסק זיין אין צוריק ברענגען אידן צום אייבערשטן – קען מען זיך פטר'ן פון יענע שרעקליכע בושות.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אלעס קען איך זיך אויס'משל'ן פאר מיינע אויגן, אויסער די ברוך הבא אין קבר"; ווי גרויס און ווי שרעקליך די צער און בושה וועט זיין, אבער דורך זיין א מפיץ, דורך פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים – קען מען זיך ראטעווען פון די אלע צער און עגמת נפש.

#446 - עס איז נישט קיין קונץ ארום צו גיין מיט א צעקלאפטקייט
התחזקות, הפצה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז דא א דיבור פון רבי'ן: "א קונץ אראפצואווארפן א איד? א קונץ איז אויפצוהייבן א איד", דאס מיינט מען זיך אליינס אויך; עס איז נישט קיין קונץ ארום צו גיין מיט א צעקלאפטקייט, א קונץ איז, אפילו מען פאלט, אפילו מען האט שווערע נסיונות, נפילות וכו' – דאך זיך אויפהייבן און וויסן אז 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער איז מיט מיט און ווארט אויף מיר איך זאל רעדן צו אים, שמועסן מיט אים'.


יעצט קומט די הייליגע שובבי"ם טעג, די יאר איז שובבי"ם ת"ת; זאלסטו גיין הפצה, עוסק זיין אין פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע לימודים פון רבי'ן; דאס איז די גרעסטע תיקון פאר אונז.

#445 - פארשפרייטן די זיסע עצות פון רבי'ן פאר מלמדים און מחנכים
הפצה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד מיין טייערער ..., ירושלים


יעצט ווען די יאר גייט אריבער זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש און דאנקען דעם אייבערשטן אז די יאר איז אריבער מיט אזעלכע שיינע זאכן, האסט א חלק אין פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר די וועלט, די שיינע חינוך שמועסן פאר מלמדים און מחנכים.


אזויפיל מלמדים זענען זיך אזוי מחי', אזויפיל מלמדים האבן א וועג ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער מיט ליבשאפט, מיט שמחה, מען קוקט אויף די קינדער גאר אנדערש, מען קוקט אויף די קינדער, אויף זייערע נשמות.


אין דעם זכות זאלסטו האבן נחת ביי דיינע קינדער, און א כתיבה וחתימה טובה.

#444 - זיך מוסר נפש צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן
הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד משפחת ... וזוגתו


וואויל איז ענק וואס איר זענט זיך מוסר נפש צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן מיטן מתרגם זיין מידי שבוע בשבוע די בריוו פון עצתו אמונה אויף לשון הקודש, און אויך מאכן ענק די גליון היכל הקודש אויף לשון הקודש, און אויך די אידישע עצתו אמונה.


דער אייבערשטער זאל ענק געבן א כתיבה וחתימה טובה, נחת פון אלע קינדער.


ווינטשט...

#443 - ביסט מחי' אזויפיל אידן מיט'ן מתרגם זיין די שיינע שיחות
הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


בזכות וואס דו העלפסט ארויס מתרגם זיין די שיינע שיחות און די גליונות, און אזויפיל אידן זענען זיך מחי', עס בלאזט אריין אין זיי א חיות, עס מאכט ליכטיג גאנצע שטיבער – זאל דער אייבערשטער דיר שענקען נחת ביי דיינע קינדער, און א כתיבה וחתימה טובה.

#442 - אזוי שטארק טון אין הפצה, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת הגואל
הפצה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד מיין טייערער ...


דיין גאנץ לעבן זאלסטו עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ליכטיגקייט פאר די וועלט. מיר טארן נישט רוען, מיר טארן נישט שוואך ווערן, מיר מוזן ענדיגן די זאך, מיר דארפן אזוי שטארק טון אין הפצה ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת הגואל, אמן.


כתיבה וחתימה טובה.

#441 - וואויל איז ענק אז ענק העלפן מגיה זיין די בריוו און די גליונות
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, צפת


וואויל איז ענק אז ענק העלפן מגיה זיין די בריוו און די גליונות וואס קומען ארויס אין לשון הקודש מתורגם יעדע וואך.


די בריוו פון עצתו אמונה און די גליונות זענען אזוי מחי' אידישע קינדער, "כל המזכה את הרבים" – זאגן די הייליגע חכמים גרויסע זאכן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#440 - וואס מען טוט פאר הדפסה און הפצה, איז א תיקון אויף אלעס
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל דיר געבן א זיסע יאר, עס זאל קומען די אלע זכותים דיינע וואס דו טוסט פאר הדפסה, די גליונות און די קונטרסים וכו' וכו', און אויך וואס דיין ווייב טוט פאר הדפסה, ליכטיג מאכן אידישע הערצער, פרייליך מאכן אידישע שטיבער.


וואס מען טוט פאר הדפסה, הפצה – איז א תיקון פאר אלעס וואס מען דארף מתקן זיין.


זאלסט האבן א כתיבה וחתימה טובה.

#439 - וויפיל שעה א טאג ליידסטו אינדערהיים?
שלום בית, התחזקות, הפצה, סבלנות, בזיונות, חלישות הדעת, שכל, גט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז געקומען צו א גדול בישראל אז ער וויל זיך גט'ן, ער ליידט פון זיין ווייב, ער וויל נישט מער ליידן; האט אים דער גדול געזאגט: "איך וויל זאלסט מיר ברענגען א פינקטליכער באריכט פון דיין סדר היום, וויפיל דו שלאפסט, וויפיל דו ארבעטסט, וויפיל דו לערנסט, ווי לאנג עס נעמט דיר צו עסן, און אפילו ווי לאנג דו זיצט אין בית הכסא; שרייב מיר אראפ אלעס פינקטליך". דער איד איז צוריק געקומען מיט א פינקטליכער באריכט אפגעשריבן, פרעגט אים דער גדול: "ווען דו שלאפסט ליידסטו פון דיין ווייב?" זאגט ער: "ווען איך שלאף - שלאף איך, איך לייד נישט", זאגט דער גדול: "האסטו שוין אכט שעה פונעם טאג וואס דו ליידסט נישט, נאכדעם ווען דו ארבעטסט רוב טאג ליידסטו פון איר? אויך נישט, דו ביסט דאך ביי די ארבעט, נאכדעם די איבריגע צייט וואס דו דאווענסט און דו לערנסט דיינע שיעורים - האסטו אויך נישט מיט איר, און אזוי ווייטער; קומט אויס א שעה א האלב אדער ווייניגער האסטו מיט איר, איז דער צרה נישט אזוי גרויס, איז וואס לוינט דיר זיך צו גט'ן? זיין פארוואגלט, נישט האבן קיין בעט, נישט קיין דירה און ליידן א גאנצן טאג צוליב די ביסל צייט?" ודברי פי חכם חן.


איך האב געהערט אן עצה פון א צדיק פון ברסלב אז דורך הפצה האט מען שלום בית. ווייל יעדן איינעם איז באשערט בזיונות און חלישות הדעת; אדער גייט מען הפצה און מען נעמט די חלישות הדעת ביי די הייזער, און מען כאפט די בזיונות אין שול ביי הפצה - האט מען שוין באקומען דאס באשערטע; וועט די ווייב אפווארטן מיט א שמייכל, און אז מען האט נאכנישט געהאט די חלישות הדעת - קומט מען אהיים און דעמאלט הייבט זיך אלעס אן.


זאלסטו יעדן טאג עוסק זיין אין הפצה, וועט דיר זיין גרינגער אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#438 - דער אייבערשטער איז יא אונזער "פודינו ומצילנו"
אמונה, הפצה, בלעטל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע ריינע מאגאזין "קרית ברסלב בלעטל" וואס דו געבסט ארויס מדי שבוע בשבוע, ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין שום ליין מאטריאל, נאר די קרית ברסלב בלעטל, דאס ליינען מיר; עס איז אנגעפילט מיט אמונה, תפילה, ליצנותא דעבודה זרה און מיט חיזוק און שכל פון רבי'ן בנוסח היכל הקודש, ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך וויל באמערקן א קליינע באמערקונג, פאריגע וואך, פרשת ויצא איז געווען אינעם בלעטל צוויי ווערטער, וואס איך בין זיכער אז דער שרייבער ווייסט נישט אז די ווערטער שרייבט מען נישט, עס איז דא אן אויסדרוק: "עס וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילינו"; די ווערטער זאגן מיר צום אייבערשטן, דער אייבערשטער איז אונזער אויסלייזער און אונזער העלפער, איז אזוי ווי ער וועט זיך נישט דערוואגן צו שרייבן "עס וועט דיר נישט העלפן גיין צום אייבערשטן" – טאר מען די ווערטער אויך נישט זאגן.


שמעתי אז דער אויסדרוק קומט פון מינים ואפיקורסים.


חזק ואמץ מיט די הייליגע ארבעט, מגלה זיין ומפרסם זיין פאר אלעמען דעם רבינ'ס עצות, די אמונה, די עצה פון התבודדות.


א גוט שבת.

#437 - מאך נישט קיין פרנסה מיט'ן זאגן ליגנט פאר די רעגירונג
הפצה, פרנסה, ארץ ישראל, געזעץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט די זאכן בשום פנים ואופן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה ח, ט): "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ לֹא חִגֵּר, וְלֹא סוּמָא, וְלֹא פִסֵּחַ, וְעוֹשֶׂה עַצְמוֹ כְּאַחַד מֵהֶם, אֵינוֹ מֵת מִן הַזִּקְנָה עַד שֶׁיִּהְיֶה כְּאֶחָד מֵהֶם", ווער עס מאכט זיך ווי ער איז קראנק כדאי צו נעמען געלט וכו' - וועט טאקע ווערן קראנק, ווער רעדט נאך אז מען פארטשעפעט זיך מיט די רעגירונג, מען זאגט זיי ליגנט; זאלסטו דאס נישט טון.


ברסלב'ער חסידים האבן א גרינגע פרנסה; אז מען טוט די ווילן פון רבי'ן, מען איז עוסק אין אנטרינקען ביימער (עיין סיפורי מעשיות, מעשה ג; חיי מוהר"ן, סימן תקמג, ועוד), מען פארשפרייט די הייליגע ספרים פון רבי'ן - האט מען שיין פרנסה, ממש די ווערטער וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות צדיק, סימן לג): "בִּזְכוּת הַצַּדִּיק תַּלְמִידָיו מִתְפַּרְנְסִים", בזכות דעם צדיק האבן די תלמידים פרנסה.


געב נישט איין די ליגנט אז דו ביסט משוגע כדי דו זאלסט באקומען געלט פון די רעגירונג; אז דו ווילסט פרנסה - נעם א זעקל ספרים, קונטרסים, גליונות וכו' וכו' - און גיי מזכה זיין נשמות ישראל, וועסטו האבן גרויס שפע.


אפילו אין אמעריקע וואו די הפצה איז מצומצם, מען קען נאר גיין צווישן אידן - זענען די מפיצים די עשירים; א מפיץ מאכט אין איין שעה וואס א אינגערמאן ארבעט ביטער שווער א גאנצן טאג, אן קיין גוזמא; כל שכן אין ארץ ישראל וואס דו האסט מיליאנען אידן וואס מען האט זיי נעבעך אויסגע'שמד'ט, מיליאנען אידן וואס זענען נעבעך ווייט פון די תורה, קען מען זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#436 - שמירת עיניים פארלירט מען נישט ביי הפצה
קדושה, הפצה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמירת עיניים פארלירט מען נישט ביי הפצה, עס איז א גוטע וויץ; אלע מוטשען זיך מיט שמירת עיניים אן הפצה.


גיי הפצה, דאס וועט פאררעכטן אלעס וואס דו דארפסט פאררעכטן, נישטא א זאך וואס פאררעכט פגם הברית ווי עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, צוריק צו ברענגען מענטשן צו די קדושה.


גיי וואס מער הפצה און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען היטן די אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#435 - ארויסהעלפן א מקוה, א סגולה פאר זרע של קיימא
קינדער, מקוה, הפצה, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


פרעג דיין ווייב אויב זי וויל האבן די זכות פון רייניגן די מקוה טהרה צוויי מאל א וואך, דאס איז א גרויסע זכות צו נפקד ווערן בזרע של קיימא. צווינג עס נישט ארויף, פרעג איר אויב זי האט צייט און כח זיך מתנדב זיין פאר די הייליגע ארבעט.


דו זיי ממשיך צו לערנען קצת עיון מיט דיין חברותא, טור בית יוסף און שלחן ערוך. אין די איבריגע צייט זאלסטו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפן וואך, צוויי קאפיטלעך נ"ך, אכצן פרקים משניות, יום תהילים, די בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, א פרק תוספתא, א פרק רמב"ם כסדרן, און טייל איין די תיקונים דאס צו ענדיגן יעדן חודש, אזוי אויך ליקוטי מוהר"ן, און נאכדעם גיי הפצה.


גיי שלאפן פרי, שטיי אויף לערנען פארטאגס, דעמאלט קען מען זייער מצליח זיין.


לאז מיר וויסן וועגן דיין ווייב.

#434 - ווייטער דרוקן די איבריגע חלקים פון אשר בנחל אין אידיש
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל קרן הדפסה קרית ברסלב


איך וויל וויסן אויב מען קען זיך ווייטער רוקן מיטן דרוקן די איבריגע חלקים פון אשר בנחל אין אידיש; נדרי לה' אשלם, איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל דרוקן די אידישע בריוו, איך ווארט שוין איבער צוויי יאר צו דרוקן חלק ג' און עס רוקט זיך נישט ווייטער.


אפשר ווילסטו נאכאמאל פרעגן ... אויב ער וויל ווייטער מגיה זיין די בריוו; ווייל אויב עס וועט זיך ווייטער ציען - וועל איך דארפן נעמען א צווייטן מגיה, איך מוז דאס ענדיגן דרוקן, איך מוז מקיים זיין מיין נדר.


א שאד דו געבסט נישט ארויס די עצתו אמונה פאר קינדער אלע בענדער; הויב אן מיט נישט קאלירטע, ווארט נישט ביז עס וועט ווערן פארטיג די קאלירטע, א שאד; דאס וואלט ווען געווען א גוטע זאך פאר מפיצים, זיי וועלן דאס קענען באקומען פאר ביליג און מענטשן וועלן דאס צוכאפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#433 - א גרויסן דאנק פארן דרוקן די ספר עצתו אמונה חלק ח'
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן אצל ציון רבינו ז"ל


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר העלפן דרוקן די ספרים וואס זענען אזוי מחי' און אזוי מחזק און ווייזט א וועג ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן.


א גרויסן דאנק פארן דרוקן די ספר עצתו אמונה חלק ח'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער האבן די זכי' צו דרוקן און פארפלייצן דעם רבינ'ס ליכטיגקייט אויף די גאנצע וועלט.


כתיבה וחתימה טובה.

#432 - קוק וואס דו האסט יא און וואס דו ביסט יא גוט
הפצה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי זיך מחי' מיט וואס דו טוסט יא, זוך נישט וואס פעלט און וואס דו ביסט נישט גוט, קוק וואס דו האסט יא און וואס דו ביסט יא גוט; דאנק דעם אייבערשטן אז דו גיסט אפ נעגל וואסער, אז דו זאגסט ברכות השחר און מאה ברכות יעדן טאג, אז דו קושסט די מזוזה און דו בענטשט ברכת המזון.


זע צו טון הפצה, זיי מזכה א צווייטן מיט די זיסע עצות פון רבי'ן; עס איז דאך א רחמנות אויף מענטשן, מען גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות, און אז מען האט דעם רבינ'ס עצות - קען מען אנגיין, מען בלייבט מיט א שטארקע אמונה.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אויך האבן מיט די הייליגע זאך פון יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#431 - מען דארף היינט אסאך מער עוסק זיין אין קירוב קרובים
שידוכים, הפצה, נייעס

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ממשיך מיט די הייליגע ארבעט לזכות נשמות ישראל מיט זיי געבן דעם רבינ'ס ספרים, גיי נאך און נאך הפצה, שטעל זיך פאר קיינעם נישט אפ, ווייל נאר דאס איז אונזער תיקון און דאס וועט ברענגען די גאולה.


יעצט ווען אלע טינקען זיך אין די נייעס, מען פארגעסט פון באשעפער, זאלסטו וואס מער פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון רבי'ן.


גיי הפצה ביי די פרומע שטיבער, גיי הפצה צו כולל אינגעלייט און בחורי ישיבה; קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיי, מען מיינט מען דארף גיין הפצה נאר ביי די וואס מען האט נעבעך אוועק געפירט פון אידישקייט און אויסגע'שמד'ט רחמנא לצלן, נאר זיי דארף מען מקרב זיין; קיינער כאפט נישט אז מען דארף היינט אסאך מער עוסק זיין אין קירוב קרובים, די היימישע ציבור איז אזוי צעבראכן, דער בילד פון אינדרויסן איז שיין און גוט, אבער פון אינעווייניג איז מען אויסגעלאשן און אויסגעברענט, מען איז אויפגעגעבן; אוי ווי מען ווארט אויף אביסל חיזוק, אביסל אמונה, מען שטייט און ווארט, 'ווען וועט דער מפיץ שוין קומען? וואו קען מען אים טרעפן?' מען שעמט זיך צו נעמען פון אינדרויסן, וואס וועלן מענטשן זאגן... מען טראכט 'הלואי ווען ער לייגט אראפ א גליון ערגעץ, וואו איך קען עס שטילערהייט ליינען'.


האב נישט מורא, וועסט טרעפן א גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#430 - ווען מען וויל תשובה טון, דארף מען באצאלן די חובות
הפצה, תשובה, חובות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


שטייט אין פסוק (בראשית יג, ג): "וַיֵּלֶךְ לְמַסָּעָיו", זאגט רש"י: "בחזרתו פרע הקפותיו", מען קען זאגן, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב", ווער עס וויל תשובה טון, "יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", זאל זיך אכטונג געבן פון האבן חובות; מען קען נישט תשובה טון מיט חובות, מען מוז זיך היטן פון בארגן געלט, און באצאלן אלטע חובות.


דאס קען זיין איז רש"י מרמז, 'בחזרתו' ווען א מענטש קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, ער טוט תשובה, 'פרע הקפותיו', זאל מען באצאלן די חובות, נאר אזוי קען מען תשובה טון, והבן למעשה.


מאך נישט קיין חובות און באצאל אלע אלטע חובות, באצאל צוביסליך, גיי נאך געלט, גיי הפצה און אזוי וועסטו קענען לעבן אן חובות.


שרייב מיר בריוו, שרייב מיר דיינע סיומים, שרייב מיר פון דיין עבודת השם.