בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#104 - אריינלייגן א געשמאק אין די קינדער ביים דאווענען
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


זייער גוט טוסטו אז דו לייגסט אריין א געשמאק אין די קינדער ביים דאווענען; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", און ר' נתן שרייבט (שם) אז דער רבי האט דאס געזאגט: "בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא".


עס פעלט נישט אויס אז ביים דאווענען זאלסטו צוזאמנעמען די קינדער דאווענען נעבן דיר, לאז די קינדער זיצן נעבן זייערע עלטערן; זאלן די עלטערן זיין פאראנטווארטליך אויף זייער דאווענען. דו זאלסט ארומגיין צוויי דריי מאל ביי יעדע תפלה ארום דעם בית המדרש און געבן טיקעטס פאר אלע קינדער וואס זיצן שיין נעבן די עלטערן און דאווענען אויפ'ן קול.


ביי שלש סעודות, דעמאלט זאלסטו זיצן מיט אלע קינדער פון גרויס ביז קליין און זינגען מיט זיי אלע זמירות, וואס דאס איז א יסוד – ביים רבי'ן – אין אידישקייט. מוצאי שבת קודש זאלסטו מאכן א גורל אויף פרסים און ספרים וכו', וכו'.


טראכט שטענדיג וואס דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה, אזוי זאלסטו נאכמאכן אין שטעטל; לייג נישט צו און נעם נישט אראפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#103 - אנפילן די קינדער מיט יראת שמים און אהבת ה' יתברך
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


שטארק זיך זייער און גיי ווייטער אן בעבודתך הקדושה, אזוי אויך מיט די עבודת הקודש פון מלמדות; לייג אריין דיין גאנצע קאפ, מח און הארץ אין די קינדער, זיי אנצופולן מיט יראת שמים און אהבת ה' יתברך.


לעת עתה, ביז איך וועל טרעפן דעם פאסיגן מענטש אויפצונעמען פאר א מנהל וויל איך אז דו זאלסט זיין אחראי אויף אלע קינדער פון תלמוד תורה; דו זאלסט פירן דעם חדר אזוי ווי דו האסט געלערנט ביי מיר אלע יארן אין ישיבה, איך וויל דיר שטיין צו הילף מיט וואס דו דארפסט.


מאך זיך א קביעות יעדן אינדערפרי צו גיין אביסל שפאצירן צווישן די וועלדער און פעלדער פון שטעטל; רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט אים אז דו זאלסט מצליח זיין מיט יעדע איינציגסטע קינד, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", מען דארף בעטן אויף גוטע ערליכע תלמידים; וועסטו זען וואס פאר א שיינע פירות דו וועסט ארויסגעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#102 - לייגט אריין יראת שמים אין אייערע קינדער
קינדער, קדושה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב דאס אלעס וואס איר שרייבט איז אמת; ער איז א מניוול, א קראנקער מענטש ה' ירחם. אייער קינד דערציילט אז ער איז אים מטמא רחמנא לצלן - זאלט איר נישט שיקן מער די קינדער צו אים, און זיכער נישט אויף ראש השנה.


איר דארפט אויסארבעטן אז די קינדער זאלן זען זייער טאטע און רעדן מיט אים נאר ווען נאך איינער געפונט זיך דארט.


לייגט אריין יראת שמים אין אייערע קינדער, זיי זאלן זיך דערווייטערן פון הונט; נישט צורירן צי הונט, ווייל דאס ברענגט א שטארקע טומאה אויפ'ן מענטש, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת דין, סימן צב): "מִי שֶׁמְּגַדֵּל כֶּלֶב מְעוֹרֵר דִּין", ווער עס ציט אויף ביי זיך א הונט ברענגט אויף זיך דינים.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאלן ארויס גיין פון דעם ביטערן גלות.

#101 - עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מענטשן זאגן דיר
חינוך הילדים, שלום בית, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א שווערע שאלה צו ענטפערן, בפרט ווען מען קען נישט די זאך פון דער נאנט.


אז אייער טענה איז אז איר ווילט געבן א ריינע חינוך פאר די קינדער, און אייער מאנ'ס גאנצע פראבלעם איז מה יאמרו הבריות, וואס וועלן מענטשן זאגן אז ער האט ארויסגענומען וכו', - איז כדאי אז אייער מאן זאל נאכגעבן כדי צו געבן א ריינע ערליכע חינוך פאר די קינדער.


איך שיק אייך א בריוו פאר אייער מאן נרו יאיר.


...


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב תחי'.


עס גייט אין לעבן פאר דיין ווייב צו מחנך זיין די קינדער על טהרת הקודש, בעט איך דיר זאלסט איר מחזק זיין און טון איר ווילן.


עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מענטשן זאגן דיר, און וואס מענטשן פרעגן דיר אויס פון דיין פריוואטע לעבן. דו דארפסט פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס דו האסט ארויס גענומען דיינע קינדער פונעם מוסד וכו'; מיר דארפן טון וואס דער אייבערשטער וויל, מיר דארפן געבן פאר אונזערע קינדער א ריינע חינוך וכו'.


לדעתי זאלסטו נאכגעבן פאר דיין ווייב און שיקן די קינדער אין א ערליכע מוסד וואו די מלמדים לערנען אויפ'ן וועג ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן געלערנט, על טהרת הקודש.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן די זיסע וועג פון לעבן מיט די בחינה פון "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם (ליקוטי מוהר"ן, השמטה, תחלת חלק שני)"; דער רבי געבט צו פארשטיין דאס וואס שטייט (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליינס, "וְכֵן כָּל הָרוֹצֶה לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת ה'", און דאס איז די וועג פאר יעדער איינער וואס וויל דינען דעם אייבערשטן, "אִי אֶפְשָׁר לוֹ לִכְנֹס כִּי אִם עַל יְדֵי בְּחִינַת שֶׁיַּחֲשֹׁב שֶׁאֵין בָּעוֹלָם כִּי אִם הוּא לְבַדּוֹ יְחִידִי בָּעוֹלָם", ער זאל טראכטן ביי זיך: 'איך בין איינער אליין', 'איך האב קיינעם נישט; איך האב נאר דעם אייבערשטן', "וְא יִסְתַּכֵּל עַל שׁוּם אָדָם הַמוֹנְעוֹ", און ער זאל נישט קוקן אויף קיינער וואס שטערט אים און האלט אים אפ פון דינען דעם אייבערשטן.


נעם אריין אין דיר וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "א מענטש האט נישט קיין חברים, אויב יא איז דאס נאר די ווייב"; ווייל אלע חברים זענען נאר חברים ווי לאנג זיי קענען האבן א טובת הנאה פון דיר, אבער ווען דו וועסט זיין אין א צרה וועט קיינער נישט קוקן אויף דיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#100 - אריינלייגן אין די מיידלעך אמונה
לערערין, סקול, חינוך הילדים, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב שוין גערעדט צו דיין טאטע אז דו וועסט אם ירצה ה' זיין א טיטשער ביי אונזער נייע סקול "בית פיגא" – ליבערטי.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זיין בקשר מיט אונזער מנהלת מרת ... תחי', די מנהלת פון "בית פיגא" – וויליאמסבורג. דו האסט דאך אסאך מקבל געווען פון איר די אלע יארן ווען דו האסט געלערנט אין סקול. זי ווייסט וואס איך וויל; זי פירט די סקול אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט דעם גרונדשטיין ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, איך וויל אז די סקול אין קרי' זאל זיך פירן אויף דעם וועג.


דער עיקר זאל זיין אריינלייגן אין די מיידלעך אמונה, מען זאל לעבן מיט אמונה; נישט עס זאל זיין א פארשלאפענע זאך וואס מען נוצט נאר מזמן לזמן, נאר דאס גאנצע חיות זאל זיין אמונה און תפלה, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי", זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): אז די גאנצע חיות באקומט מען פון תפלה.


אויך זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער דאס שיינקייט פון צניעות און גוטע מידות.


פון דיין ראש ישיבה.

#99 - ביסטו גרייט אנצונעמען די מלמדות?
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך ווארט צו הערן פון דיר א קלארע ענטפער - יא צי ניין - אויב דו ביסט גרייט אנצונעמען די מלמדות אדער דו ווייסט נאכנישט.


ווייל פון נעכטן דריי וואכן הייבן מיר אן דעם נייעם יאר אין חדר און עס פעלט מיר מלמדים. איך ווייס נאכנישט וואו איך שטיי, ווייל צוויי מלמדים האבן זיך ארויסגעצויגן קיין ליבערטי נ.י. וואו מיר בויען יעצט דעם נייעם שטעטל "קרית ברסלב", זיי וועלן זיין די מלמדים דארט. דעריבער ווארט איך פון דיר א קלארע תשובה – יא אדער ניין – ווי שנעלער.


מלמדות איז נישט א קינדער שפיל; זיין א מלמד איז זייער א גרויסע אחריות, ווייל א מלמד קען בויען וועלטן און חס ושלום חרוב מאכן וועלטן.


ביי די וועלט איז אנגענומען אז מען נעמט אינגעלייט וואס טויגן אויף גארנישט – פאר מלמדים, בפרט ביי די יונגערע קלאסן. מען כאפט נישט אז דער מלמד איז ממש צוגעגליכן לחומר ביד היוצר, ברצותו וכו'; דעם גאנצן פיוט וואס מען זאגט ליל יום כיפור גייט אן ביי מלמדים, בפרט ביי די יונגערע כיתות – דארט דארף מען האבן די גרעסטע מומחים; מומחים מיינט מען צו זאגן געדולדיגע מענטשן וואס נוצן נישט זייערע הענט חס ושלום צו שלאגן, ציפן און שטויסן וכו'.


פון די אנדערע זייט איז די שכר פון א מלמד זייער גרויס.


איך ווארט צו הערן פון דיר א תשובה וואס פריער.

#98 - קוק מיט א גוט אויג אויף דיין קינד
חינוך הילדים, בחור

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גריס פון דיינע ליכטיגע קינדער; זיי זענען טייערע ליכטיגע קינדער און פירן זיך מיט יראת שמים, זיי זענען הייליג און ריין.


איך שפיר אז איך דארף דיר שרייבן אביסל וועגן דיין זון ... נרו יאיר, ביי מיר איז ער באליבט מער ווי אלע מיינע תלמידים, אבער איר קוקט נישט אויף אים גוט, ער זאגט מיר כסדר ווי עס טוט אים וויי אז איר "מיינט" ער איז נישט גוט, ווען באמת איז ער זייער אן ערליכער בחור.


בנוגע זיין רייכערן וכו'; זייער אסאך בחורים רייכערן, און אז מען וויל זיי זאלן אויפהערן רייכערן איז די וועג צו מתפלל זיין אויף דעם, נישט חס ושלום זיי פארהאלטן דערויף. דא רעדט מען נישט פון יונגע קינדער וואס פאלגן ווען מען זאגט זיי עפעס, דא רעדט מען פון בחורים וואס דארפן אליינס מחליט זיין צו גיין אויף די גוטע וועג.


איך בעט דיר טייערער חבר ... נרו יאיר מאך דיר צו די אויגן, דארפסט נישט זען יעדע זאך; קוק אויף זיינע מעלות, ער דאוונט יעדן טאג שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין, ער גייט יעצט מסיים זיין די ... מאל ששה סדרי משנה, ער רעדט נישט ניבול פה ווי רוב חסידי'שע בחורים רעדן ליידער, ער איז ערליך, ער האט א געפיל צו אידישקייט און ער וויל דיר אזוי שטארק פרייליך מאכן. ער קומט אסאך מאל צו מיר וויינען אז ער שפירט ווי זיין טאטע האט צער פון אים, דאס איז די סיבה פארוואס ער זוכט ווי ווייניגער אהיים צו גיין, ווייל ער וויל נישט מאכן צער...


זיי מיר מוחל אז איך מיש זיך אריין אין פריוואטע זאכן, אבער איך שפיר אז לתועלת הענין נאכדעם וואס דו האסט מיר איבערגעגעבן דיין בחור צו לערנען, און איך זע זיין הארץ, זיינע מידות און זיין יראת שמים, און צוליב אפאר זייטיגע דברים נטפלים וואס ער וועט נאך אויסוואקסן אם ירצה ה' – לוינט זיך נישט צו פארלירן אזויפיל גוטס.


איך האף אז איר וועט נעמען מיינע ווערטער אויף א פאזיטיווע וועג.

#97 - די ווארעמקייט פון די מאמע באגלייט די קינדער זייער גאנץ לעבן
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר געבט זיך אפ מיט די קינדער און איר ליינט קריאת שמע מיט זיי יעדע נאכט, איר זינגט קריאת שמע מיט א ניגון עס זאל אריין גיין אין זייערע הערצער מיט א זיסקייט.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; רבי נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט זיי געוואלט מחנך זיין צו מאכן ברכות און ליינען קריאת שמע, איז אויסגעקומען אז האט ער נישט געקענט גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין ביי חצות, אבער דאס איז אים געווען פונקט אזוי חשוב ווי די עבודה פון חצות.


אויף אייער פראגע פון קול באשה, איר פרעגט צי איר זאלט זינגען קריאת שמע אין באנגעלאו אדער ענדערש נישט זינגען ווייל מען קען ארויס הערן; ביי אייך אין שטוב קענט איר זינגען מיט די קינדער און איר דארפט נישט חושש זיין אויף קול באשה אויב מען קען ארויסהערן, חוץ אויב עס איז דא געסט ביי אייך אין שטוב דעמאלט זאלט איר אכטונג געבן נישט צו זינגען אויפן קול, אבער ווען איר זענט אליינס אין שטוב מיט אייער מאן און קינדער זאלט איר ווייטער זינגען פאר אייערע קינדער קריאת שמע און נאך ניגונים.


דורכאויס אלע דורות האבן זיך די אידישע מאמעס געפירט צו איינוויגן די קינדער מיט שיינע ווארעמע ניגונים, ניגונים וואס א קינד הערט פון די מאמע האט אזא שטארקע כח אויפ'ן קינד אז דאס באגלייט זיי א גאנץ לעבן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף רבי חנינא (חולין כד:) אז ביי די אכציג יאר האט ער נאך געהאט כח צו שטיין אויף איין פוס און אנטון די שיך און אויסטון די שיך פון די אנדערע פוס, ער האט געזאגט: "חַמִּין וְשֶׁמֶן שֶׁסָּכַתָּנִי אִמִי בְּיַלְדּוּתִי הֵן עָמְדוּ לִי בְּעֵת זִקְנוּתִי", די ווארעמע וואסער און די אויל וואס מיין מאמע האט מיר געשמירט און געוואשן אין מיינע יונגע יארן דאס העלפט מיר אין די עלטערע יארן; זאגט אויף דעם דער הייליגער מנחת אליעזר (דברי תורה חלק ט, סימן נג) אז דאס מיינט נישט בפשטות ווארעמע וואסער מיט אויל, נאר דאס מיינט מען די ווארעמקייט פון זיין מאמע, און די אויל - דאס איז די חכמה פון זיין מאמע - דאס האט אים געהאלפן; אז א מאמע לייגט אריין ווארעמקייט אין מצות ומעשים טובים העלפט דאס מען זאל א גאנץ לעבן זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#96 - א מנוול דארף מען לייגן אין תפיסה
קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי נישט וואס אייער שאלה איז בכלל; אודאי האט איר געדארפט רופן די פאליציי און איבער געבן דעם מניוול אין זייערע הענט ער זאל אנקומען אין תפיסה, ווייל איינער וואס נעמט א קינד און טוט מיט'ן קינד מעשה נבלה השם ישמרינו, אזא איינער באקומט תפיסה, אזוי ווי דער דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי נִאוּף נוֹפֵל לִתְפִיסָה".


א מענטש וואס נעמט קינדער און טוט מיט זיי עבירות, ער באצווינגט זיי וכו' השם ישמרינו, מיט אזא איינעם דארף מען גיין בחומר הדין אן קיין שום רחמנות. אזא איינער איז דער גרעסטער רוצח וואס איז נאר פארהאן, ווייל דאס לאזט איבער א שלעכטע פלעק אויף די קינדער פאר זייער גאנצע לעבן. אויף דעם איז נישט דא קיין שום רחמנות, פארקערט, אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מדרש שמואל יח, ד): "כָּל שֶׁהוּא רַחֲמָן עַל אַכְזָרִים, לַסּוֹף נַעֲשֶׂה אַכְזָר עַל רַחְמָנִים", ווער עס האט רחמנות אויף אכזרים וועט צום סוף ווערן אן אכזר אויף וועם מען דארף רחמנות האבן; ווייל די קינדער וואס פאלן א קרבן פאר די מניוולים ווערן בעלי מומין אויף א גאנץ לעבן רחמנא לצלן.


דאס וואס איר שפירט א שולד געפיל, איר טראכט אז די מיידל איז געשעדיגט געווארן נפשיות'דיג פון דעם וואס מען איז געגאנגען צו די פאליציי; ענדערש זאלט איר טראכטן אז זי איז חרוב געווארן פון דעם מניוול וואס האט איר באצווינגען פאר לאנגע יארן און זי האט נישט גערעדט, יעצט ווען זי האט געבראכן די נייעס אז דער פעטער איז א מניוול און מען האט אים בחסדי השם איינגעשפארט אין תפיסה - דאס איז דער ישועה, אזוי וועט ער נישט שעדיגן נאך פון די משפחה.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטער'ן גלות.

#95 - מען קען נישט באצווינגען א ווייב
חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


אז דיין ווייב וויל נישט שיקן די קינדער ביי אונז אין מוסד זאלסטו זיך נישט קריגן מיט איר ווייל נאכדעם וועסטו גארנישט האבן.


דו קענסט פרובירן צו רעדן שיין מיט איר וכו', אויב זי וועט מסכים זיין דעמאלט וועסטו זיי אריינשיקן אין ברסלב, אבער אז זי איז שטארק מיט איר וועג וכו' און זי וויל נישט הערן פון שיקן די קינדער ביי אונז זאלסטו נישט ברענגען די קינדער מיט געוואלד.


מען קען נישט באצווינגען א ווייב, דאס איז נישט דער וועג פון רבי'ן, דאס לערנט מען אין אנדערע מקומות השם ישמרינו, דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (עיין שיחות הר"ן, סימן רסד).


זע צו שרייבן יעדן טאג וכו'; אז דער אייבערשטער האט דיר מזכה געווען מיט אזא טאלאנט, דו ביסט א שרייבער – זאלסטו דאס נוצן בקדושה, פארשפרייטן די אמונה און עצות פון רבי'ן פאר'ן המון עם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט, שטארק דיך אויף ווייטער
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וואס בלייבט פונעם מענטש? נאר דאס ביסל וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן.


בפרט אז מען לייגט אריין די גאנצע כח אין בויען מוסדות על שם רבינו, א מקום פאר אונזערע קינדער אז זיי זאלן קענען אויפוואקסן בקדושה ובטהרה – דאס בלייבט פונעם מענטש.


שטארק זיך ווייטער אין דיין הייליגע ארבעט, סיי אין מלומדות און סיי אין די זייטיגע צייטן וואס דו העלפסט מיר מיט די קינדער; דו דאוונסט מיט זיי און דו זאגסט מיט זיי שיר השירים מיט אזא נעימות, אזוי אויך זיצטו מיט זיי ביי שלש סעודות.


יעדעס מאל ווען עס קומט פאר א חתונה אין ישיבה נעמסטו דעם עול אז אלעס זאל זיין על צד היותר טוב, ובפרטי פרטיות העלפסטו מיר צו פארדינגען די בעטן אין אומאן און דורכאויס דעם גאנצן יום טוב זעסטו אז אלעס זאל קלאפן און דאס אלעס טוסטו אן קיין שום נגיעה, אן קיין געלט נאר שלא על מנת לקבל שכר.


דאנק איך דיר פאר אלעס וואס דו טוסט און דו וועסט זען ווי דאס אלעס וועט דיר צוריק קומען, דו וועסט זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך.

#93 - זינג און טאנץ מיט די קינדער און געב אכטונג אויף זיי
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך שרייב דיר א בריוו פון הימל, פון העכער די וואלקענעס אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. איך פאר צו מוהרא"ש פועל'ן ישועות; איך וועל בעטן און מתפלל זיין פאר דיר און פאר דיין משפחה.


דו ביסט ביי מיר זייער חשוב ווייל דו העלפסט מיר אויפשטעלן א נייע דור קינדער וואס לעבן מיט אמונה.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות מיט'ן זיין א מלמד; בכלל איז א מלמד זייער חשוב אין הימל, בפרט א מלמד וואס האט די הקדמות פון רבי'ן.


איך בעט דיר זייער טייערער ..., זיי ממשיך ביתר שאת וביתר עוז מיט דיין הייליגע ארבעט; זינג און טאנץ מיט די קינדער ניגוני אמונה. אפילו יעצט אין די ספירה טעג ווען מיר הערן נישט קיין מוזיק זאלסטו זינגען און טאנצן מיט די קינדער: "אוי טאטע, אוי פאטער, איך וויל זיין אן ערליכער איד"; אזוי אויך זאלסטו זינגען מיט זיי: "אה מחי' ציצית, אה מחי' קאפל, אה מחי' פיאות, וכו', וכו'", עס זאל זיי אריינגיין אין די ביינער דאס געשמאק פון זיין א איד.


אויך זאלסטו אכטונג געבן זיי זאלן רעדן איידל; אויב א קינד רעדט נישט איידל זאלסטו אים מחנך זיין ער זאל נישט זאגן די נישט איידעלע ווערטער. אפילו עס איז נישט אזוי געפערליך פאר ערוואקסענע וכו', דאך זאלסטו זען זיי זאלן נישט רעדן נישט איידעלע ווערטער ווייל אז מען איז נישט מחנך אויף דעם ווען זיי זענען יונג וועלן זיי שפעטער ווען זיי ווערן עלטער רחמנא לצלן ארויס גיין לתרבות רעה, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (פרק יג): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁהָיָה עוֹמֵד הוּא וּבְנוֹ בְּבֵית הַכְּנֶסֶת; וְכָל הָעָם הָיוּ עוֹנִין אָמֵן וְהַלְלוּיָהּ אַחַר הָעוֹבֵר לִפְנֵי הַתֵּיבָה, וּבְנוֹ עוֹנֶה דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת, וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר". עס איז געווען א מעשה מיט א מענטש וואס איז געווען יום טוב סוכות אין בית המדרש, אלע מתפללים האבן שיין געדאוונט הלל, אבער דעם איד'ס זון האט נישט געדאוונט און נישט געזאגט הלל, נאר ער האט גערעדט ניבול פה וכו' הויעך פאר אלעמען. "וְאָמְרוּ לוֹ הַבְּרִיּוֹת שֶׁיִּמְחֶה בִּבְנוֹ, וְהֵשִׁיב וְאָמַר לָהֶם: 'מָה אֶעֱשֶׂה לוֹ? תִּינוֹק הוּא! יְשַׂחֵק!'" מען איז צוגעגאנגען רעדן צו דעם איד ער זאל אכטונג געבן אויף זיין זון, אבער דער איד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, ער האט געזאגט: "ס'איז גארנישט, ער איז נאך א קינד", "שׁוּב לְמָחָר עָשָׂה כֵּן, כָּל אוֹתָן יְמֵי הֶחָג עָנָה בְּנוֹ דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר". אזוי איז געווען א גאנץ יום טוב סוכות, טאג נאך טאג, מען האט אים געבעטן ער זאל אכטונג געבן אויף זיין זון, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס: "ס'איז גארנישט, ער איז נאך א קינד", "לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה לֹא שְׁנִיָּה וְלֹא שְׁלִישִׁית עַד שֶׁמֵּתוּ אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו וּבֶן בְּנוֹ וְיָצְאוּ לוֹ חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה נְפָשׁוֹת בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, וְלֹא נִשְׁתַּיֵּר לוֹ אֶלָּא שְׁנֵי בָּנִים: אֶחָד חִגֵּר וְסוּמָא וְאֶחָד שׁוֹטֶה וְרָשָׁע", דער סוף איז געווען אז ער האט נעבעך פארלוירן אלע קינדער.


אז דו האסט איבעריגע צייט זאלסטו עוסק זיין אין הפצה; דאס איז חשוב'ער ווי די גרעסטע עבודות. א סימן אז מען האט ליב דעם טאט'ן – אז מען זארגט פאר זיינע קינדער.


האלט מיט דיר שטענדיג א משניות און ווען דו האסט איבעריגע מינוטן כאפ אריין א משנה; דאס וועט דיר באגלייטן בזה ובבא.


...

#92 - אז מ'פאלגט אן ערליכן איד, האט מען גוטע קינדער
חינוך הילדים, צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, ב' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין זון, הבחור ... נרו יאיר האט מיר געפרעגט צי ער מעג גיין חול המועד צו די פלעי, האט איך אים געזאגט אז עס איז בעסער פאר אים ער זאל נישט גיין. ער וועט גארנישט באקומען דארט; די יונגעלייט און בחורים וואס שפילן דעם שפיל פארקויפן נישט קיין יראת שמים וכו', עס איז זיכער בעסער דו זאלסט אים האלטן מיט דיר חול המועד.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קלענער פון זיין רבי, ער פרעגט זיין רבי אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים, דאך פרעגט ער אים נאך אלץ זיינע שאלות און זיינע ספיקות, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרעסער פון זיין רבי; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ד.) אז דוד המלך פלעגט פרעגן זיין רבי 'מפיבושת' אלע זיינע שאלות, האט ער זוכה געווען צו א קינד וואס איז געווען גרעסער פון זיין רבי מפיבושת. דעם זון האט מען גערופן 'כלאב' וואס איז א לשון פון פארשעמען; ער איז געווען אזוי גרויס אז דוד המלך'ס רבי מפיבושת איז פארשעמט געווארן פון זיין גרויסקייט.


וואס האט דאס פרעגן א רבי און זיך נישט באליידיגן צו גוטע קינדער? ווייל ווען א מענטש טרעפט א רבי וואס לערנט מיט אים עצות ווי צו האבן א זיס לעבן, עצות ווי אזוי זיך צו דערהאלטן און דער רבי ברענגט אים נאנט צום אייבערשטן, אויב דער מענטש פרעגט יעדע זאך און ער באליידיגט זיך נישט ווען דער רבי זאגט אים ווי אזוי זיך צו פירן, וועט סיי ער זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, און אויך וועט ער האבן קינדער צדיקים. ווייל די קינדער וועלן אויך טון אזוי ווי דער טאטע, זיי וועלן אויך פרעגן יעדע זאך און פאלגן; אבער אז דער מענטש גייט אליינס מיט זיין אייגענעם קאפ,  אדער ער באליידיגט זיך ווען דער רבי זאגט אים וואס צו טון, וועלן זיינע קינדער אויך גיין מיט זייער אייגענע שכל און גארנישט האבן.


איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך שרייב דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#91 - ווען קליינע קינדער שלאגן זיך
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, ב' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן פון דיר אז דו ביסט זיך מחי' מיט די בריוון; אלע בריוון וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו שרייבן איז נאר בזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. יעדע בריוו איז נאך א שטיק שכל פון מוהרא"ש וואס האט אונז געגעבן די עצות פון רבי'ן אויף אזא געשמאקע וועג.


בנוגע וואס דו פרעגסט וועגן שלאגן קינדער, אז דיין צוויי יעריגע קינד שלאגט זיין יונגערע ברידער און דו פרעגסט צי פעטש וועט העלפן וכו'; דער הייליגער רבי האט געזאגט: "מיט גוט'ן פועל'ט מען מער ווי מיט שלעכט'ן"; פרוביר צו מאכן אן עסק פון אים, געב אים אויפמערקזאמקייט, אזוי וועט ער נישט שלאגן דיין יונגערע קינד. די סיבה פארוואס א קינד טשעפעט דעם יונגערן איז ווייל ער שפירט ווי דער יונגערער נעמט אוועק פון אים זיין אויפמערקזאמקייט.


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; מען האט אמאל געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן און געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#90 - מיטנעמען אויף יענע וועלט - הפצה פאר פרויען - שאלות אין חינוך
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, משניות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען ליקוטי מוהר"ן און אויך אז דו האסט נאכאמאל מסיים געווען ששה סדרי משנה; דאס וועט דיר אפהיטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג אראפלייגן ווי אזוי א לוי' זעט אויס; די ווייב שרייט און וויינט: "מיין מאן, אויף וועם האסטו מיך איבערגעלאזט", די קינדער וויינען: "טאטע, ווער וועט אונז געבן געלט? ווער וועט אונז חתונה מאכן?" פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן: "אבער קיינער האט נישט רחמנות אויפן נפטר אליינס". מען נעמט דעם מענטש און מען לייגט אים אריין אין דער ערד; די חברה קדישא קומען און דעקן אים צו מיט ערד און אלע גייען אהיים, קיינער טראכט נישט 'וואס טוט זיך יעצט אפ אינעם קבר?' עס קומען צו גיין פעלד-מייזן מיט אנדערע חי'לעך, ווערעם און שלענג און זיי עסן אויף דעם מענטש, וואס דאס איז שרעקליכע יסורים פאר'ן נפטר.


אבער אז דער מענטש האט געהאט שכל און זיך אנגעגרייט אין לעבן ער זאל האבן מיט וואס צוריק צו גיין צום אייבערשטן, ער האט געלערנט משניות און ליקוטי מוהר"ן – דורכדעם וועט ער ניצול ווערן פון חיבוט הקבר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "צו א גוף וואס האט געלערנט ליקוטי מוהר"ן וועלן די ווערעם אין קבר נישט צוקומען", און מוהרא"ש זאגט: "צו א גוף וואס האט געזאגט משניות וועלן די ווערעם אין קבר נישט צוקומען".


בנוגע וואס דו פרעגסט אז דיין ווייב וויל וויסן ווי אזוי מען גייט הפצה; מען שטרעקט אויס א ספר, א קונטרס און מען זאגט: "דא האסטו א שיינע מתנה!" ווען מען זעט ווי יענער נעמט דאס פרעגט מען יענעם: "איר האט עפעס פאר צדקה?" אז יענער ענטפערט: "איך האב נישט: זאל מען פרעגן: "איר האט אפשר עפעס? אפאר פרוטות?" ווייל אסאך מאל זאגן מענטשן אז זיי האבן נישט קיין צדקה ווען זיי האבן יא ווייל זיי מיינען אז מען ערווארט פון זיי א גרויסע סכום, אויב יענער זאגט: "עס איז גוט, איך דארף נישט", פרעגט מען יענעם סיי וויי: "איר האט עפעס פאר צדקה?"


זאג פאר דיין ווייב אז אויב זי וויל ספרים און קונטרסים קענען מיר דאס שיקן פון אמעריקע, מיר האבן א בית הדפוס וואו מיר דרוקן די קונטסרים פון מוהרא"ש אויף אלע שפראכן; יעדער מפיץ קען באשטעלן וואס פאר א קונטרסים ער וויל; מיר וועלן איר דאס שיקן.


זיי איר מחזק זי זאל זיך נישט שעמען צו צוגיין צו פרויען; עס קומען יעדן טאג מענטשן פון די גאנצע וועלט צום רבינ'ס ציון, היינט קומען שוין מענטשן פון אלע קרייזן; מען איז אזוי צעבראכן און געשלאגן אז אלע זענען מודה אז מען דארף אנקומען צום רבינ'ס חיזוק. איז זייער גוט אז זי זאל שטיין ביים ציון און געבן פאר די אלע געסט וואס קומען במשך די יאר זיי זאלן אויך וויסן פון די זיסע און געשמאקע לויטערע וואסער וואס קוועלט פונעם נחל נובע מקור חכמה.


אז דער אייבערשטער האט אייך געשיקט קיין אומאן, איר וואוינט דארט, זאלט איר דארט אריין שיינען אין אלעמען די זיסע עצות פון רבי'ן.


בנוגע וואס דו פרעגסט וויאזוי מען לערנט אויס פאר קינדער וועגן נישט קוקן אויף פריצות וכו'; וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? פשוט, מען זאגט פאר די קינדער נישט צו קוקן אויף קיין גוים און גוי'טעס ווייל דער אייבערשטער לאזט נישט; "די תורה זאגט אז אויב מען היט זיך נישט די אויגן פארלירט מען נאכדעם אלע גוטע זאכן". מען איז נישט יוצא די מצוה פון חינוך דורך איין מאל זאגן, און מען קען נישט ערווארטן אז קינדער זאלן זיך טוישן צום גוטן פון איין מאל הערן; מען דארף שיינערהייט זאגן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז דער אייבערשטער העלפט און עס איז עושה רושם.


בנוגע צי קינדער זאלן זען ווי די מאמע זייגט וכו' און ווי אזוי מען ענטפערט ווען ער פרעגט שאלות וכו'; עס איז נישט קיין פראבלעם זיי זאלן זען ווי די מאמע זייגט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י.) אז אויף דעם האט אויך דוד המלך געדאנקט דעם אייבערשטן, "בָּרֲכִי נַפְשִׁי אֶת ה' וְאַל תִּשְׁכְּחִי כָּל גְּמוּלָיו (תהלים קג, ב)"; דוד המלך האט געדאנקט דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער האט געמאכט די מילך – די עסן וואס א קינד עסט - נעבן די הארץ וואס דארט איז א ריינע פלאץ, אנדערש ווי ביי אנדערע בעלי חיים. עס איז גוט אז מען וואקסט אויף מיט דעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א): "אִם הַתִּינוֹק יוֹנֵק מֵחֲלֵב אִשָּׁה חֲצוּפָה, אֲזַי מִתְגַּבֵּר בּוֹ תַּאֲוָה זוֹ", אויב דער קינד זייגט מילך פון אן אשה חצופה וועט זיך אויף אים מתגבר זיין די תאווה פון ניאוף, "וְכֵן לְהֵפֶךְ, כְּשֶׁיּוֹנֵק חֲלֵב אִשָּׁה כְּשֵׁרָה", און אזוי אויך פארקערט - זאגט דער רבי - אויב דאס קינד זייגט מילך פון אן ערליכע פרוי, "אֲזַי לִבּוֹ חָלָל בְּקִרְבּוֹ, וְאֵין לוֹ חֲמִימוּת", וועט ער זיין אן ערליכער איד און זיין אפגעהיטן אין קדושה. נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פאר'ן קינד.


דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין אויפצוברענגען קינדער וואס וועלן ליב האבן די תורה און מצוות; קינדער וואס וועלן עוסק זיין אין אויפבויען די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - זוך צו קוקן אויף א צווייטן מיט א גוט אויג
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


בנוגע דיין טאכטער, אז דו ווילסט נישט זי זאל לערנען אין איין קלאס מיט וכו'.


וויסן זאלסטו אז קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיינע קינדער; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער. א מענטש מיינט: 'איך וועל מאכן אזוי און אזוי וכו'' און מען מאכט זיך א פלאן, אבער (משלי יט, כא): "רַבּוֹת מַחֲשָׁבוֹת בְּלֶב אִישׁ, וַעֲצַת ה' הִיא תָקוּם", א מענטש טראכט און דער אייבערשטער מאכט אנדערש; דערפאר בעט איך דיר זייער: זוך נישט קיין חסרונות ביי יענעם, נאר פארקערט - זוך צו קוקן אויף א צווייטן מיט א גוט אויג.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן סאטמערער רבי זכותו יגן עלינו זיך אפרעדן אז אין די כיתה וואו זיין זון לערנט - אין די סאטמערע חדר - איז דא א קינד וואס ביי זיי אין שטוב איז מען מחלל שבת - השם ישמרינו, ער האט געבעטן דעם רבי'ן אז מען זאל ארויס ווארפן דעם קינד פונעם מוסד. האט דער רבי אים געפרעגט: "דו ביסט אזוי פארזיכערט מיט דיינע קינדער?!" דער רבי האט נישט געוואלט אוועק שיקן דעם קינד פון תלמוד תורה; אין דעם ווארט וואס דער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר דעם איד ליגט א טיפע שכל, 'וואס ווייסט דער מענטש וואס גייט זיין?' קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין מיט זיינע אייגענע קינדער. א מענטש איז דאך נישט פארזיכערט מיט זיך אליינס - ווי אזוי קען ער זיין זיכער מיט די קינדער? נו ווי קען מען זאגן אז דעם קינד זאל מען ארויס ווארפן?! מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קוקן גוט אויף אידישע קינדער, מיט רחמנות, וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - דער גרויסער טעות פון "נ נח"
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מנהלת פון ... אין אלעד, תחי'.


אשריך ואשרי חלקיך אז איר זענט זוכה צו מחנך זיין אידישע קינדער מיט אזא איבערגעגעבנקייט; איר לייגט אריין אין די קינדער דאס שיינקייט און דאס גרויסקייט פון גיין בדרך התורה והיראה. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט שטענדיג מצליח זיין אין אייערע וועגן.


איך וויל אייך שרייבן אויף א געוויסע ענין וואס מען האט געטון ביי אייך אין סקול וואס איז נישט קיין דרך ארץ, איך טראכט אז מן הסתם ווייסט איר נישט און איר האט נישט אריין געטראכט אין וואס מען האט געטון. דאס איז דער זאך וואס מען האט געמאכט ביי אייך ראש חודש אדר, אז מען האט געהייסן די קינדער ברענגען קאפלעך וואס שטייט אויפגעשריבן אויף דעם דעם הייליגן ברסלב'ער רבי'ס נאמען אויף א חוזק וועג: נ' נח'.


אסאך מענטשן זענען זיך טועה און מיינען אז דאס איז א ברסלב'ע זאך ווען באמת איז דאס א גרויסע פארשעמונג פאר אונז און פאר אונזער רבי; שטעלט אייך פאר מען זאל ווען נעמען דעם נאמען פון אייערע רבי'ס און דאס אויפשרייבן אויף קאפלעך און אויף ווענט וכו', וואלט עס וויי געטון פאר אייך און פאר אלע חסידים און פאר אלע אידן, אזוי אויך טוט וויי פאר אונז ברסלב'ע חסידים אז מען שפעט אפ פון גרויסע צדיקים.


ליידער זענט איר נישט די איינציגסטע וואס טוען דאס, אסאך חדרים און מיידל שולעס טוען דאס און מען טראכט נישט אריין אין די הארבקייט פון טשעפען א צדיק. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן פח): "הַצַּדִּיק יָכוֹל לַעֲנֹשׁ אֶת הָאָדָם בְּמִיתָה, אֲפִלּוּ עַל יְדֵי חֲלִישׁוּת דַּעְתּוֹ, אֲפִלּוּ בְּטָעוּת"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, י): "וֶהֱוֵי זָהִיר בְּגַחַלְתָּן שֶׁלֹּא תִכָּוֶה, שֶׁנְּשִׁיכָתָן נְשִׁיכַת שׁוּעָל, וַעֲקִיצָתָן עֲקִיצַת עַקְרָב, וּלְחִישָׁתָן לְחִישַׁת שָׂרָף".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות וואס מיר האלטן חשוב אלע צדיקים זאלן מיר זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן פון גלות, אמן.

#87 - די באבע מעשה פון די "נ נח'ס"
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז די מנהלת האט געבעטן אייערע טעכטער זיי זאלן קומען אין סקול מיט א נ' נח' קאפל פאר א ראש חודש אדר פראגראם און אייערע טעכטער זענען זייער פארשעמט געווארן וכו'.


וואס זאלן מיר טון אז דאס האט זיך דער ס"מ אויסגענומען מיט'ן בית דין של מעלה; דער ס"מ האט געזאגט פאר'ן בית דין של מעלה אז ער איז מסכים אז דעם רבינ'ס נשמה זאל אראפ קומען אויף דער וועלט נאר בתנאי אז ער וועט מאכן א געשפעט פון רבי'ן.


איר קענט אודאי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' מזבוב ועכביש) וואס עס האט זיך אפגעטון מיט זיין נשמה איידער זי איז אראפ אויף דער וועלט, ווי דער סמ"ך מ"ם האט געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף דער וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה", די עצה איז אז מען וועט מאכן א משוגעת פון "נ' נח'", מען וועט לאכן וכו'; אזוי וועלן אלע מורא האבן פון ברסלב.


שטארקט אייערע קינדער זיי זאלן נישט ווערן צעפאלן פון דעם; רעדט צו זיי וואס ברסלב איז. פארציילט זיי די גאנצע באבע מעשה (טשאדעלע באדעלע) פון דעם נ' נח', אז עס איז געווען א איד אין טבריה ר' יואל אשכנזי ז"ל, א פרייליכער איד, ווען ער האט שוין מער נישט געקענט צוזען ווי מען רודפ'ט דעם ר' ישראל בער אודסר ז"ל האט ער אים אריין געלייגט אין זיין ליקוטי מוהר"ן א צעטל אויפגעשריבן דערויף: 'פתקא מן השמים' מיט די ווערטער נ' נח' און פון דעם איז געווארן די גאנצע משוגעת. ער האט אים געוואלט פרייליך מאכן ער זאל מיינען אז ער האט באקומען א צעטל פון רבי'ן וכו' און נעבעך דער ישראל בער האט געמיינט אז דער רבי האט אים אריין געלייגט א צעטל וכו' און פון דעם ליידן מיר עד היום הזה, אבער דאס האט גארנישט מיט ברסלב.


איך שיק אייך א בריוו וואס איר זאלט איבער געבן פאר די מנהלת; לייגט דאס אריין אין א פארמאכטע ענוועלאפ אז אייערע קינדער זאלן נישט וויסן פון דעם כדאי זיי זאלן ווייטער מכבד זיין די טיטשערס מיט די מנהלת.


 

#86 - די גרויסקייט פון צוזאמנעמען די קינדער ביי שלש סעודות
חינוך הילדים, שבת קודש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וואלט דיר באמת געדארפט שרייבן יעדן טאג א בריוו אויף די גרויסע זכות וואס דו האסט מיט דעם וואס דו נעמסט צוזאם די קינדער יעדע וואך ביי שלש סעודות און דו זינגסט מיט זיי זמירות, אזוי אויך אויף די 'אבות ובנים' פראגראם וואס דו שטעלסט פאר יעדע מוצאי שבת פאר די קינדער אין ישיבה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


מיט דעם בין איך דיר מקנא; גלייב מיר, ווען איך דארף ווען נישט פארלערנען וכו' וואלט איך גענומען די קינדער און מיט זיי געזינגען, ווייל עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון מחנך זיין קינדער צו זיין ערליכע אידן, אבער יעצט אז מוהרא"ש האט מיר געהייסן פארלערנען דארף איך דאס טון; דעריבער שרייב איך דיר דאס אז דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון זיצן מיט די קינדער וואך נאך וואך און זיי מחנך זיין זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


עלטערן כאפן זיך נישט אז אפילו די קינדער זענען נאך קליין זעען זיי אלעס און פארשטייען אלעס; קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קומען אין שול צו שמועסן, ניטאמאל וואשט מען זיך אויף שלש סעודות ווערט ביי זיי ביליג די גאנצע זאך פון עסן דריי סעודות שבת, וואס דאס איז מעשה שטן אז מען זאל נישט עסן דריי סעודות שבת, ווייל ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת - זאגט דער הייליגער זוהר (פרשת יתרו, פח:): "תָּא חֲזֵי, בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין, אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל, דְּאִינּוּן בְּנֵי מַלְכָּא. דְּאִינּוּן מֵהֵיכָלָא דְּמַלְכָּא, דְּאִינּוּן בְּנִי מְהֵימָנוּתָא", קום און זע, ווער עס עסט דריי סעודות שבת ווייזט מיט דעם אז ער איז א קינד פונעם אייבערשטן און אז ער האט אמונה, "וּמַאן דְּפָגִים חַד סְעוּדָתָא מִנַּיְיהוּ, אַחְזֵי פְּגִימוּתָא לְעֵילָּא, וְאַחְזֵי גַּרְמֵיהּ דְּלָאו מִבְּנֵי מַלְכָּא עִלָּאָה הוּא, דְּלָאו מִבְּנֵי הֵיכָלָא דְּמַלְכָּא הוּא דְּלָאו מִזַּרְעָא קַדִּישָׁא דְּיִשְׂרָאֵל הוּא", און אויב מען עסט נישט דריי סעודות שבת ווייזט מען אז מען איז נישט קיין קינד פונעם אייבערשטן חס ושלום. נאך זאגט דער זוהר: "רַבִּי שִׁמְעוֹן אָמַר, הָאי מָאן דְּאַשְׁלִים תְּלַת סְעוּדָתֵי בְּשַׁבְּתָא, קָלָא נָפִיק וּמַכְרְזָא עֲלֵיהּ (ישעיהו נח, יד): אָז תִּתְעַנַּג עַל יְיָ", ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת גייט ארויס א בת קול אין הימל אז דער מענטש האט אמונה.


ווער עס וואשט זיך צו די דריי סעודות איז זייער חשוב עד כדי כך אז דער הייליגער תנא רבי יוסי זאגט (שבת קיח:): "יְהֵא חֶלְקִי מֵאוֹכְלֵי שָׁלֹשׁ סְעוּדוֹת בְּשַׁבָּת", איך וויל האבן א חלק אין גן עדן מיט די וואס עסן דריי סעודות שבת; דעריבער זעט מען אז ווען עס קומט צו עסן שלש סעודות פאלט ארויף אויפ'ן מענטש א כבידות, מען ווערט בעצלות און מען וואשט זיך נישט צו די סעודה. און אז קינדער קומען אין שול וואך נאך וואך און זעען ווי דער טאטע זיצט אין דער זייט און נעמט נישט קיין חלק מיט די אידן וואס זיצן אינאיינעם, זינגען און געזעגענען זיך פונעם שבת וועלן זיי אויך אזוי טון.


דערפאר דאנק איך דיר און איך איך בעט דיר זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט; זיי זיך מחי' און מחזק מיט די מצוה אז דאס איז אנגעקומען צו דיר און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער.


איך בעט דיר אויב דו קענסט צוזאמנעמען אפאר קינדער מיט בחורים און זיי אויסלערנען א פארשטעלונג אויף די מוצאי שבת שושן פורים סעודה; נעם א מעשה פון רבינ'ס מעשיות, דאס זאלט איר שיין אויסשפילן געפלאכטן און געבויעט אויף די דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - עלטערן דארפן ארבעטן צוזאמען מיט די סקול
סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט מיט ארבעטן מיט אונז; אז מען זאגט אן די מיידלעך אין סקול נישט צו קומען מיט א סעלפאון זאלט איר נישט זאגן פאר אייער טאכטער זי זאל יא קומען מיט א סעלפאון אין סקול און דאס באהאלטן וכו'. עס איז נישט גוט פאר די חינוך פון אייער טאכטער אז זי הערט איין זאך אין סקול און אין שטוב הערט זי פארקערט; נאכדעם ווען מען וועט פארלאנגען אנדערע זאכן וואס דארט וועט איר יא זיין איינשטומיג וועט זי עס נישט אננעמען ווייל זי ווייסט אז איר – די מאמע - לאכט סיי ווי אפ פון וואס מען זאגט אין סקול.


איך האף אז איר וועט דאס פאררעכטן און פון היינט אן זאלט איר זיין איינשטומיג מיט די סקול, על כל פנים פאר אייערע קינדער זאלט איר זאגן אז זיי זאלן פאלגן אלעס וואס מען פארלאנגט פון זיי.


אז איר האט אפאר מינוט ווען עס איז שטיל אין שטוב זאלט איר זאגן תהילים און זיך אויסשמועסן אייער הארץ מיטן אייבערשטן, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס מען קען אלץ פועל'ן מיט תפילה; ווען מענטשן וואלטן געוויסט דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן וואלטן אלע עוסק געווען אין דעם א גאנצן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#84 - ווען מ'רודפ'ט א קינד אין חדר
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים החודש, כ"ו שבט, שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אז דיין קינד קומט אהיים מיט א פחד פון חדר, ער וויל נישט קומען אין חדר ווייל איינער שלאגט אים זאלסטו רעדן צום מלמד. אויב עס העלפט נישט און קיינער טוט גארנישט זאלסטו אויסלערנען דיין קינד ער זאל צוריק שלאגן.


הגם שלאגן איז נישט די אידישע וועג, נאר דאס איז א גוי'אישע וועג, אזוי ווי ביי אומות העולם שטייט (בראשית כז, כב): "הַיָּדַיִם יְדֵי עֵשָׂו", דאס איז געזאגט געווארן ווען איינער איז שוין דערוואקסן וכו' אז אויב מען פארשעמט אים וכו' איז בעסער נישט צו ענטפערן נאר אפשווייגן וכו' אבער א קינד וואס האלט אינמיטן וואקסן דארף מען אויסלערנען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם אויף דער וועלט. און אויב קינדער נעמען זיך אויף אים, מען שלאגט אים און מען פארשעמט אים זאל ער קודם רעדן צום מלמד וכו' און אויב מען העלפט אים נישט זאל ער זיי צוריק געבן מנה אחת אפים; עס איז דא א דיבור פון רבי'ן: "אמאל געבט מען א פאטש".


דערפאר בעט איך דיר זייער דו זאלסט רעדן צום מלמד און צום מנהל, פארצייל זיי אז דיין זון ווערט גע'רודפ'ט פון א צווייטן קינד; דאס מיינט נישט צו זאגן אז דער קינד וואס שלאגט איז א שלעכט קינד, מען דארף אים פשוט מחנך זיין. עס זענען דא קינדער וואס פארשטייען נישט וואס זיי טוען ווי לאנג זיי שפירן דאס נישט אויף זייער הוט, און אז קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג זאלסטו אויסלערנען דיין זון ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן, 'סעלף דיפענס' וכו', ער זאל וויסן זיך צו ראטעווען, אז נישט וועט ער ווערן א קרבן פאר אנדערע קינדער השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט דארפן צו קומען צו דעם, אבער מען דארף אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיינעם אויף דער וועלט.

#83 - רעד נישט צו קינדער וועגן שטארבן
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


בנוגע אייער קינד וואס זאגט אז ער גייט שטארבן דעמאלט וכו', אז דאס איז אייך זייער מבלבל און איר האט פון דעם פחדים.


בעט איך אייך איר זאלט דאס ארויס נעמען פון אייער קאפ און מער נישט רעדן מיט די קינדער פון שטארבן; דאס וואס ער רעדט פון שטארבן איז ווייל ער הערט רעדן פון יום המיתה, דערפאר רעדט ער פון דעם. דעריבער איז נישט כדאי צו רעדן מיט קינדער פון יום המיתה, מיט קינדער דארף מען רעדן פונעם אייבערשטן; אריינבאקן און אריינפרעגלען אין זיי אז דער אייבערשטער איז איבעראל און וואס מען דארף זאל מען פון אים בעטן.


דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער געהערט אסאך מעשיות פון צדיקים, דאס איז אים אריין אין הארץ און ער האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין א צדיק; ווייל ווען א קינד הערט א סיפור פון א צדיק הייבט ער אן בענקען: 'איך וויל אויך זיין א צדיק'. דאס זאלט איר אויך טון, איר זאלט רעדן מיט אייערע קינדער פון דאס גרויסקייט פון צדיקים, ווי זיי האבן געלעבט מיט א קלארע אמונה און וואס זיי האבן געוואלט האבן זיי געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי האבן זיי גע'פועל'ט ישועות פאר אידישע קינדער.


אז איר האט אפאר מינוט אינמיטן טאג ווען די קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר זאגן א קאפיטל תהילים און זיך אויסשמועסן אייער הארץ מיטן אייבערשטן אויף אייער שפראך, רעדט צו אים ווי איר וואלט גערעדט צו א גוטע חבר'טע, בעט'ס אים איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער און הייליגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - א מלמד ארבעט צוזאמען מיט די עלטערן
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים החודש, כ"ו שבט, שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


איך האב זייער הנאה געהאט צו פארהערן אין דיין כיתה משניות; די קינדער האבן זייער גוט געקענט. מען זעט די כוחות וואס דו לייגסט אריין אין זיי, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער.


בנוגע דער קינד וואס פירט זיך נישט אויף אזוי שטארק דרך ארץ'דיג וכו'; איך וואלט דיר מייעץ געווען דו זאלסט רעדן צו זיינע עלטערן. ברוך השם אז די עלטערן תלמידי היכל הקודש ווילן נאר טון דעם רצון השם; אלע גייען מיר מיטן זעלבן וועג, מיר וויל אלע מחנך זיין אונזערע קינדער זאלן האבן דרך ארץ. מיר ווייסן אלע אז ביים רבי'ן איז געווען דאס ערשטע זאך דרך ארץ, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ; דעריבער זאלסטו רעדן מיט די עלטערן, זיי זענען זייער וואוילע עלטערן און זיי וועלן דיר העלפן אז זייער קינד זאל זיין דרך ארץ'דיג, זיי וועלן רעדן צום קינד ער זאל אכטונג געבן אויף דרך ארץ.


אזוי אויך בעט איך דיר זייער, אויב מיין זון ... נרו יאיר איז נישט אזוי דרך ארץ'דיג זאלסטו מיר מודיע זיין, ווייל איך וויל אויפברענגען מיינע קינדער זיי זאלן זיין בעלי דרך ארץ.


זע צו דערציילן פאר די קינדער יעדן טאג מעשיות פון צדיקים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק; בפרט קינדער, פאר זיי איז זייער וויכטיג מעשיות פון צדיקים ווייל ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#81 - מ'טאר נישט צולאזן קינדער צו זיין חוצפה'דיג
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים החודש, כ"ו שבט, שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וואויל איז פאר עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען יונג, ווייל וויסן זאלסטו אז ווען קינדער זענען שוין עלטער קען מען שוין נישט רעדן צו זיי, נאר ווי יונגער זיי זענען אלץ מער הערן זיי אויס.


שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.


חכמינו זכרונם לברכה שמועסן דאס אויס (מדרש שמות רבה א, א): ווער עס איז נישט מחנך זיין קינד ווייל ער שוינט אים וועלן די קינדער צום סוף אראפ גיין פון אידישן וועג. אזוי ווי מיר זעען ביי אברהם אבינו, אז ווען ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט א געטשקע און שפילט זיך דערמיט האט ער אים געשוינט און גארנישט געזאגט, ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב כדי ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק.


אזוי האט אויך פאסירט מיט עשו; יצחק האט ליב געהאט עשו אזוי ווי עס שטייט (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו", ער האט אים קיינמאל גארנישט געזאגט און צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה, אזוי ווי חז"ל זאגן (בבא בתרא טז:) אז אינעם טאג וואס עשו האט פארקויפט די בכורה פאר יעקב האט ער עובר געווען אויף פינף הארבע עבירות - ער האט געטון אן עבירה מיט א נערה המאורסה; ער האט גע'הרג'עט א מענטש; כופר געווען אין תחיית המתים; כופר געווען אינעם אייבערשטן; און ער האט פארשעמט די בכורה. זעט מען פון דעם אז ווען א מענטש זאגט נישט קיין מוסר פאר זיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, וועט ער חרטה האבן שפעטער, עס איז כדאי זאלסט נאכקוקן אין מדרש (מדרש שמות רבה א, א; תנחומא שמות א, א), וועסטו זען ווי די הייליגע חכמים רעכענען אויס נאך מעשיות, ווי אבשלום און אדוניה די קינדער פון דוד המלך וואס ער האט זיי נישט געזאגט קיין מוסר, וואס עס איז געשען מיט זיי.


איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל איך וויל דיר מעורר זיין אויף א נקודה אין חינוך; איך האב געזען ווי דיין זון נרו יאיר שלאגט דיר אן אויפהער און אנשטאט דו זאלסט אים מחנך זיין און געבן א פאטש וכו' פאר די חוצפה פון שלאגן א טאטע האסטו זיך נישט וויסנדיג געמאכט וכו'.


וויל איך דיר זאגן אז דאס איז נישט דער וועג, עס קען זיין אז איך בין שולדיג אין דעם מיט דעם וואס איך רעדט אזויפיל ביי די שיעורים אז מען זאל נישט שלאגן קיין קינדער; אמת טאקע מוהרא"ש האט אונז כסדר מחזק געווען אז מיר זאלן האבן סבלנות אין שטוב און מיר זאלן נישט שלאגן די קינדער, אבער מען דארף וויסן אז ווען עס קומט צו חוצפה, אז א קינד שלאגט טאטע מאמע דארף מען אים מחנך זיין און געבן א פאטש.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט אז ווען ער איז געווען א מלמד האט ער נישט געשלאגן די תלמידים - חוץ אויף חוצפה; אזוי אויך האב איך געהערט פון יונגעלייט וואס האבן געלערנט ביי מוהרא"ש אין ישיבה אז מוהרא"ש האט זיי געגעבן א פאטש ווען זיי האבן זיך מתחצף געווען. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כג, יג): "אַל תִּמְנַע מִנַּעַר מוּסָר", האלט זיך נישט אפ פון מחנך זיין דיין קינד, "כִּי תַכֶּנּוּ בַשֵּׁבֶט לֹא יָמוּת", אז דו וועסט אים שלאגן וועט ער נישט שטארבן פון דעם, "אַתָּה בַּשֵּׁבֶט תַּכֶּנּוּ", דו געב אים א פאטש, "וְנַפְשׁוֹ מִשְּׁאוֹל תַּצִּיל", וועסטו אים ראטעווען פון אנקומען אין גיהנום.


איך האף אז עס איז נאך נישט צו שפעט; דיין זון איז שוין פינף יאר, יעצט איז די צייט וואס מען נעמט ארויס די שלעכטע נאטורן, אויב לאזט מען זיי אויסוואקסן אן חינוך וועט זיין זייער שווער מיט זיי וכו'. דאס איז א טעות וואס אסאך עלטערן מאכן, מען כאפט נישט אז קינדער דארף מען מחנך זיין דוקא ווען זיי זענען נאך יונג און ארויס נעמען פון זיי די שלעכטע געוואוינהייטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ און גוטע מידות פון ווען זיי זענען נאך יונג; א קינד דארף וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט, נישט דא קיין וויכוחים, נישט דא קיין הסברים און נישט דא קיין טעמים. ווען א קינד פרעגט: "פארוואס דארף איך דאס טון?" איז דער תירוץ: "ווייל טאטע מאמע האבן אזוי געזאגט", אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען, און אז דער קינד שלאגט דעם טאטע אדער מאמע געבט מען אויף דעם א פאטש ער זאל דאס נישט טון נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נאר נחת פון אייערע קינדער.

#80 - אכטונג געבן די קינדער זאלן נישט שלאגן און טשעפען
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים החודש, כ"ו שבט, שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד, דו לערנסט די הייליגע אותיות מיט די כתה א' קינדער און דו לייגסט אריין אין זיי יראת שמים זיי זאלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


אשרי חלקך אז דו באשעפטיגסט זיך מיט אזא הייליגע ארבעט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי דמאי ז, ג) רבי יוחנן האט געזען א מלמד וואס האט געפאסט, האט ער אים געזאגט: "אָסוּר לְּךָ", דו טארסט נישט פאסטן, "וּמַה אִם מְלַאכְתּוֹ שֶׁל בָּשָׂר וָדָם אַתְּ אָמַר אָסוּר", מה דאך דער וואס ארבעט פאר א צווייטן טאר נישט פאסטן ווייל ווען מען פאסט קען מען נישט ארבעטן גענוג פלייסיג און דאס הייסט גניבה, "מְלַאכְתּוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לֹא כָּל שֶׁכֵּן?!", איז דאך זיכער אז א מלמד וואס ארבעט פאר'ן אייבערשטן טאר נישט פאסטן, ווייל ער דארף האבן כח צו ארבעטן מיט די קינדער; זעט מען פון דעם אז א מלמד איז עוסק במלאכתו של הקדוש ברוך הוא, ער ארבעט פאר'ן הייליגער באשעפער.


איך בעט דיר זייער זאלט אכטונג געבן אויף די קינדער אז עס זאל נישט זיין צווישן זיי א קינד וואס טשעפעט אנדערע קינדער; האברך ... נרו יאיר זאגט מיר אז זיין זון קומט אהיים יעדן טאג מיט א פחד פון א קינד וואס שלאגט אים און טשעפעט אים, עד כדי כך אז היינט האט ער שוין נישט געוואלט קומען אין חדר נאר צוליב דעם וואס עס איז דא א קינד ביי דיר אין כיתה וואס שלאגט און טשעפעט, דאס וואלסטו אליינס געדארפט וויסן און אכטונג געבן אז קיין שום קינד זאל נישט שלאגן און זיך גרויסן אויף אנדערע.


דערפאר בעט איך דיר דו זאלסט מחנך זיין די קינדער אז מען קען נישט שלאגן און נישט טשעפען; זיי זענען קליינע קינדער, כיתה א' קינדער; יעצט איז די צייט זיי מחנך צו זיין. שלמה המלך זאגט (משלי כב, טו): "אִוֶּלֶת קְשׁוּרָה בְלֶב נָעַר", א קינד ווערט געבוירן מיט נישט גוטע מידות, "שֵׁבֶט מוּסָר יַרְחִיקֶנָּה מִמֶּנּוּ", דארף מען אים מחנך זיין און אים געבן מוסר כדי ארויס צו נעמען פון אים די נארישקייטן.


אונזער וועג פון חינוך איז פון די הייליגע תורה; ליידער לעבן מיר היינט אויסגעמישט צווישן די אומות העולם און עס כאפט זיך אריין ביי אונז אידן זייערע שיטות פון חינוך, עד כדי כך אז עס זענען דא היימישע עלטערן וואס נעמען זייערע השקפות פון טערעפיסטן וואס נעמען זייער געדאנקען גאנג נישט פון די תורה; מען לערנט אויס עלטערן מען זאל נאכגעבן פאר די קינדער וכו', און די תוצאה דערפון איז אז קינדער וואקסן אויף אן קיין חינוך רחמנא לצלן.


בעט איך דיר דו זאלסט מחנך זיין דיינע תלמידים צו מידות טובות; דערצייל זיי מעשיות איבער די הארבקייט פון טשעפען וכו', און אז א קינד נוצט הענט זאלסטו אים קנס'ענען וכו'. אמאל איז פארהאן א קינד וואס ווייסט נישט און כאפט נישט אז ווען מען שלאגט טוט דאס וויי, דארף מען אים אויך געבן א פעטשעלע ער זאל וויסן ווי אזוי עס שפירט ווען ער טוט דאס פאר אנדערע.


מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז א פרוי אריין געקומען צום הייליגן רבי'ן פון סאטמאר זכותו יגן עלינו און געוויינט: "מיין מאן שלאגט מיר" און זי האט געוויזן פאר'ן רבי'ן אירע צייכענעס פון די פעטש; דער רבי האט גלייך געהייסן פאר'ן גבאי ער זאל רופן דעם מאן, און דער רבי האט גענומען זיין שטעקן און אים אנגעהויבן שלאגן, האט יענער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס האב איך געטון אז דער רבי שלאגט מיר?" זאגט אים דער רבי: "איך טראכט אז דו ווייסט נישט ווי מען שפירט ווען מען שלאגט, איך וויל דו זאלסט שפירן אז פעטש טוט וויי".


אמאל דארף מען געבן טועם צו זיין פאר איינעם ער זאל שפירן וואס ער טוט פאר א צווייטן; חס ושלום אז קינדער זאלן האבן א פחד צו קומען אין חדר, דער יונגערמאן זאגט מיר אז זיין זון פאלט ארויס די לעצטע צוויי וואכן פון די עברי זייט דאס קינד שלאגט אים.


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט פארנאכטס אין כולל לערנען הלכה; די כולל איז פאר מיר ממש א נחת רוח צו זען ווי די תלמידים פון ישיבה זיצן נאך די חתונה און לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.