בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#179 - קינדער פון צעבראכענע שטובער זעען אויס ווילד, אבער זענען גאלדענע קינדער
חינוך הילדים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביידע סיבות זענען שוואכע סיבות אז איר זאלט צוליב זיי טוישן צו אן אנדערע מוסד; ערשטנס, רוב מוסדות מוטשען זיך מיט באצאלן און ווען מען באקומט שוין יא באצאלט איז נישט דא קיין דעקונג וכו', פאר דעם אליינס זאלט איר ענדערש בלייבן ארבעטן וואו איר ארבעט.


צווייטנס, דאס וואס איר שרייבט אז רוב קינדער דארט קומען פון צעבראכענע שטובער, רוב עלטערן זענען גע'גט ה' ירחם, די קינדער זענען זייער צעבראכן ממילא איז די ארבעט זייער שווער וכו', דאס מאכט אייך וועלן טוישן און גיין ארבעטן אין אן אנדערע סקול; עס דארף זיין פארקערט, דאס דארף אייך מאכן בלייבן ארבעטן מיט די קינדער, אויפהייבן די קינדער און מוטיגן די קינדער; ווער נאך ווי א ברסלב'ער חסיד קען אויפהייבן די סארט קינדער, זיי מחזק זיין און אריין שיינען אין זיי די אמונה זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט זיי, זיי זאלן נישט אויפגעבן זייער לעבן.


קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער זעען אויס ווילד, זיי זעען אויס שלעכט, אבער באמת זענען זיי גאלדענע קינדער, הארציגע קינדער; מען זעט עס טאקע נישט אן אויף זיי, אבער איינער מיט אביסל הארץ קען גלייך טרעפן זייער נשמה, זייער הארץ. און ווען מען געבט זיי אביסל געפיל ווערן זיי זייער וואויל, זיי ווערן זייער צוגעקלעבט צו זייער טיטשער, וכדומה.


דאס דארף זיין די שטרעבן פון תלמידות היכל הקודש, ווי מער טון מיט קינדער וואס זענען פארלוירן און פארלאשן, ווי מער ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער.


אין דעם זכות וואס איר געבט זיך אפ מיט צעבראכענע קינדער וועט איר זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער און אייניקלעך.

#178 - ווי אזוי צו פועל'ן ביי די ווייב
חינוך הילדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי זייער גוט וואס דו מיינסט; עס איז זייער שווער ווען מען האט א ווייב וואס קלאפט אראפ די קינדער. מען זעט ווי די קינדער ווערן בא'עוולה'ט על לא דבר, ווער רעדט נאך ווען די מאמע נעמט זיך אויף איין קינד באזונדער און קלאפט און קלאפט אן קיין סוף; יעדע רגע, יעדע מינוט האט זי עפעס אנדערש וואס צו זאגן אויפ'ן קינד, מען שפירט ווי מען וויל אנהייבן שרייען אויף די ווייב זי זאל אויפהערן טערארעזירן וכו'; דאך בעט איך דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויף דיין שלום בית, דו זאלסט נישט אלעס פארלירן.


בשעת עס גייט אן די אנגעצויגנקייט זאלסטו איר העלפן; אז זי וועט זען ווי דו העלפסט איר, ווי דו האסט רחמנות אויף איר - וועט זי זיך פון דעם אליינס בארואיגן, זי וועט אויפהערן די געשרייען אויף די קינדער און ערשט שפעטער ווען אלעס גייט פארביי, עס איז שוין א רואיגע מצב - דעמאלט זאלסטו שמועסן מיט איר ווייכע רייד, זאלסט איר מחזק זיין אז זי זאל נישט ווערן פארלוירן און נישט קלאפן די קינדער.


וויסן זאלסטו אז מיט א ווייב דארף מען וויסן ווי אזוי צו רעדן; מען דארף רעדן ווייעך, מען דארף רעדן מיט חכמה. נישט אויף א וועג ווי מען האלט איר פאר, אזוי ווי דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל"; 'בית יעקב' דאס מיינט מען די פרויען, און 'בני ישראל' דאס מיינט מען די מענער, ביי די 'בית יעקב' שטייט א לשון: "תֹאמַר", זאגן די הייליגע חכמים (מכילתא דבחודש, סימן ב; שבת פז.): "בַּאֲמִירָה רַכָּה", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל רעדן צו די פרויען מיט ווייכע ווערטער, און ביי 'בני ישראל' שטייט "וְתַגֵּיד", א שארפע לשון, פאר זיי זאל ער זאגן אלע עונשים וואס פאסירט ווען מען היט נישט די תורה; זעט מען פון דעם ווי אזוי מען דארף רעדן אין שטוב.


מען קען אלעס פועל'ן ביי א ווייב, מען דארף נאר וויסן אפאר הקדמות צו דעם; מען דארף קוקן גוט אויף איר, איר דן זיין לכף זכות, מען דארף איר ליב האבן - דעמאלט קען מען אלעס פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#177 - ס'וועט גארנישט פעלן פאר די קינדער אז זיי וועלן נישט לערנען ענגליש
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שיקטס אייערע קינדער אין די ערליכע מוסדות; עס וועט זיי גארנישט פעלן אז זיי וועלן נישט לערנען ענגליש. דא ביי אונז אין אמעריקע לערנט מען ענגליש ווייל די רעגירונג פארלאנגט דאס אבער די קינדער הערן זיך נישט צו, קיינער לערנט נישט די שפראך און שפעטער פעלט זיי גארנישט אין לעבן; איז זיכער אז אין ארץ ישראל דארפן זיי נישט לערנען ענגליש.


די אלע וואס שרייען און פארפירן אז מען האט זיי נישט געגעבן קיין געלעגנהייט צו קענען ענגליש און יעצט קענען זיי נישט מצליח זיין וכו', וכו' - דאס איז אלעס נארישקייטן; הונדערטער טויזנטער משפחות זענען זייער מצליח אין לעבן, זיי האבן גרויסע ביזנעסער אן דעם וואס זיי ווייסן ווי אזוי מען שרייבט ענגליש וכו', עס האט גארנישט צו טון מיט דעם.


דעריבער אז אייערע עלטערן ווילן אז די אייניקלעך זאלן לערנען אין די ערליכע מוסדות זאלט איר שיקן די קינדער דייקא אין די ערליכע מוסדות, עס וועט זיי גארנישט שאדטן אין לעבן.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#176 - מאך פרייליך דיין טאכטער, וועט זי וועלן זיין צניעות'דיג
צניעות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, טשעפע נישט דיין טאכטער צוליב דעם וואס זי וויל נישט גיין מיט א צאפ; פריי זיך אז זי גייט מיט צאמגענומען האר, אז די האר איז צאמגענומען (פאני) איז דאס נישט א חסרון אין צניעות; כל זמן די האר איז שיין צאמגענומען איז עס צניעות'דיג.


הייב דיין טאכטער, מאך איר פרייליך; אז זי וועט זיין פרייליך וועט זי נישט אפלאזן צניעות. אלע וואס לאזן אפ צניעות און טוען זיך אן נישט ווי מען דארף זענען דערביטערטע מיידלעך, זיי זענען ביי זיך זייער צעקלאפט, זיי זוכן וואס זאל זיי פרייליך מאכן; זיי מיינען נעבעך אז זיין נישט צניעות'דיג מאכט פרייליך.


דעריבער בעט איך דיר זייער שטארק, לאז אפ דיין טאכטער; זי איז שוין א גרויס מיידל און דו דארפסט אכטונג געבן אז זי זאל ליב האבן צו זיין איידל, דו זאלסט איר נאר פרייליך מאכן, נאר רעדן שיין און מיט ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#175 - וואס טוט מען ווען די קינדער קריגן זיך
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן און ענטפערן אויף אייערע פראגעס.


ווען א קינד טשעפעט די יונגערע געשוויסטער איז דאס געווענליך פון קנאה; דאס איז נישט נאר אייער פראבלעם, אין אלע אידישע שטובער איז דא דער פראבלעם אז קינדער זענען מקנא די יונגערע פון זיי און זיי טשעפען זיי. אנשטאט אנשרייען וכו' דארף מען זיי געבן מער ליבשאפט, מאכן אן עסק פון זיי און זיי אויפהייבן, ווי למשל זיי כסדר זאגן: "דו ביסט שוין עלטער, דו גייסט העלפן די מאמע, דו גייסט קענען בלייבן אויף און העלפן קאכן, העלפן באקן; דו קענסט שוין מיט קומען וכו' וכו'", און אין די זעלבע צייט זיי זאגן נישט צו טשעפען די יונגערע, דאס וועט זיי אויפהייבן זיי זאלן שפירן חשוב און צופרידן.


פארשטייט זיך אז מיט אלע עצות איז נאר דא איין עצה: "תפילה, תפילה און נאכמאל תפילה"; בעטן דעם אייבערשטן אויף די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך. בפרט ווען א מאמע בעט דעם אייבערשטן פאר אירע קינדער מיט איר צעבראכן הארץ גייט נישט פארלוירן אירע תפילות, דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות און מען זעט גרויסע וואונדער.


בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן, איר זאלט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן; בעיקר ווען איר צינדט די לעכט פרייטאג צו נאכטס זאלט איר זיצן ביי די לעכט מיט די הענט אויפ'ן פנים און רעדן צום אייבערשטן אין אידיש, אים בעטן ער זאל אייך העלפן מיט די קינדער, איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


בנוגע וכו'; אז דער דאקטער זאגט אז דאס האט נישט צו טון מיט וכו', זאלט איר נאך ווארטן און דאס נישט ארויסנעמען. ווען איר וועט קומען צו די כוחות, איר וועט זיין גרייט צו קינדער וועט איר דעמאלט פרעגן.


שטארקטס אייך מיט אמונה; צינדטס אן אין שטוב ניגוני אמונה. אמונה מאכט רואיג, אמונה מאכט פרייליך, אמונה געבט כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#174 - די וויכטיגסטע זאך איז צו לערנען הלכות מיט מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


יישר כח פאר אייער ארבעט.


איך ווייס אז אייער לימוד איז וויכטיגער פון אלעס אנדערש, א רחמנות אויף מיידלעך וואס לערנען אלע חכמות און אלע שפראכן און קענען נישט קיין הלכות; ווי אזוי קען מען זיין א אידישע מאמע, פירן א אידישע שטוב – ווען מען קען נישט הלכות שבת, הלכות בשר בחלב, הלכות יחוד וכו', וכו'?


איך ווארט צו הערן אויב די מיידלעך האלטן מיט און נעמען ערנסט דעם לימוד.

#173 - ברענג אריין א חיות אין די קינדער
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


יישר כח פאר דיין געטרייע ארבעט.


איך בעט דיר זייער, ברענג אריין א חיות אין אלע קינדער; טאנץ מיט זיי, זינג מיט זיי – פארשטייט זיך מיט דרך ארץ. דו ביסט נישט זייער חבר'טע, די ביסט די טיטשער, אבער מיט שמחה, מיט געשמאק.

#172 - מ'דארף אויפבויען די קינדער
צניעות, חינוך הילדים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


יישר כח פאר דיין איבערגעגעבענע ארבעט.


טאנץ מיט די קינדער: "אה מחי' צניעות, אה מחי' צניעות!"


געב גוטע ווערטער פאר אלע מיידלעך, בפרט פאר די וואס די נאז רינט זיי און פאר די וואס גייען אנגעטון פשוט; זיי דארף מען אויפבויען.


איך האף אז דו זאגסט נאך תהלים, פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם "יום תהלים".


זארג נישט, נאך אביסל ביסטו א כלה.

#171 - שטארקט אייך מחנך צו זיין די קינדער אליין
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער שטארק, איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט אייער לעבן; אמת עס איז זייער שווער פאר אייך אין אייער מצב ווען איר זענט אליין, איר דארפט אליינס מחנך זיין די קינדער, נאכדעם וואס איר זענט צעטיילט פון אייער מאן. די גאנצע לאסט פון חינוך הבנים והבנות ליגט אויף אייך, וואס אפילו אין א געהעריגע פאל ווען מען איז צוזאמען מאן און ווייב קען מען זיך נישט אן עצה געבן מיט די קינדער, אידישע מאמעס פאלן פון די כוחות פון אויפציען די קינדער, ווער רעדט נאך ווען די קינדער ווערן גרויס און זיי הייבן אן שפירן ווי זיי זענען שוין דערוואקסן וכו' - איז זייער שווער מיט זיי, און אודאי אין אייער פאל ווען איר אליין דארפט זיי אויפציען מיט אזויפיל מי און פלאג; זאלט איר זיך שטארקן מיט אמונה.


ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד איז אלעס אסאך גרינגער; ווען מען באשולדיגט זיך נישט, מען ווייסט אז אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, 'אלעס וואס איך לייד, מיינע אלע ווייטאגן קומט מיט א חשבון' - דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן. אזוי ווי דער מענטש וואס גייט צום דאקטער און דער דאקטער שניידט אים, ער אפערירט אים; ווילאנג דער מענטש ווייסט אז 'דאס איז מיין טובה; מיט'ן שניידן היילט מען מיר, מיט'ן שטעכן וועט מיר בעסער ווערן', געבט דאס אים כח זיך צו קענען שטארקן און נישט ברוגז ווערן אויפ'ן דאקטער; אזוי און נאך אסאך מער איז ווען מען לעבט מיט אמונה, מען שפירט ווי מען ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן, מען געדענקט שטענדיג 'אין עוד מלבדו, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער געבט לעבן און ער מאכט אלעס' – דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן.


ווען אייערע קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר אביסל וויינען צום אייבערשטן; וויינטס צו אים אזוי ווי איר וויינט אינעם בריוו וואס איר שרייבט מיר, זאגטס פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך דארף אביסל כח פון דיר, אייבערשטער איך האב נישט קיין מאן וואס זאל מיך שטארקן; אייבערשטער, אלע אידישע מאמעס וואס פאלן פון די כוחות האבן זייער מאן וואס שטארקט זיי; נאך א גאנצן טאג ארבעטן קומט דער מאן אהיים, ער רעדט שיין, ער שמייכלט און ער געבט ליבשאפט, דאס געבט כח פאר אידישע מאמעס; אייבערשטער איך האב דאס נישט, איך בין אליין, איך שפיר ווי איך קען נישט מער, איך ארבעט אזוי שווער צו ברענגען פרנסה, איך ארבעט אזוי שווער צו האלטן מיינע קינדער ערליך. די קינדער רעדן נישט שיין צו מיר, זיי זענען נעבעך צעבראכן פון די פרשה, זיי פאלגן מיר נישט; העלף מיר אייבערשטער, געב מיר א שמייכל, געב מיר ליבשאפט און געב מיר שטארקייט איך זאל האבן כח ווייטער זיי מחנך צו זיין".


יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן, בפרט א תפילה פון א צעבראכענע הארץ - דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעמס תפילות, בפרט תפילות פון צעבראכענע הערצער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט האבן כח ווייטער אויפצוציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת פון זיי.

#170 - די חשיבות פון א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט זוכה צו טון אזא הייליגע ארבעט, צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.


איך ווייס אז עס איז דיר שווער; איך ווייס גאנץ גוט וואס עס מיינט צו זיצן מיט קינדער א גאנצן טאג וכו', וכו', דאך איז דאס אסאך גרינגער ווי ארבעטן סתם אן ארבעט.


טאנץ פאר שמחה אז דיין לעבן גייט אריבער מיט הייליגקייט און ריינקייט, מיט זיצן מיט טייערע ריינע נשמה'לעך – דעם אייבערשטנ'ס קינדער.


ווען דו לערנסט מיט די קינדער זאלסטו זיך פארשטעלן ווי דער אייבערשטער, דער משגיח מן החלונות – קוקט אריין ווי אזוי דו לערנסט מיט זיינע קינדער; וואס געווענליך ווען א מלמד זעט א פרעמדן אריינקוקן און זיך אונטערהערן ווי אזוי ער לערנט דעמאלט פרובירט ער צו מאכן דאס בעסטע וכו', אזוי דארף א מלמד זיצן א גאנצע צייט מיט די קינדער, זיך פארשטעלנדיג אז דער אייבערשטער קוקט אריין.


אין ספר עצתו אמונה פרשת בהר בחקותי (תש"פ) איז דא א שיינע בריוו פון מוהרא"ש געשריבן פאר מיר; מוהרא"ש לייגט אראפ דעם יסוד פאר אונזער חדר. לערן דאס אסאך, עס וועט דיר אויך צוניץ קומען.

#169 - א פרייליכער מענטש קען מער פארנעמען
שמחה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחקותי, כ' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז שוין א לאנגע צייט וואס איך האב דיר נישט צוריק געשריבן אויף דיין בריוו, זיי מיר דן לכף זכות; איך קום נישט אן צו וואס איך דארף טון, עס איז מיר פארגעסן געווארן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך; זיי פרייליך און מאך פרייליך אנדערע. גיי ארום מיט א שמייכל, ווייל אז מען איז פרייליך נעמט מען אוועק אלע פראבלעמען. א פרייליכער מענטש קען מער פארנעמען; מען ווערט נישט צעדריקט פון יעדע קלייניקייט, מען ווערט נישט פארלוירן ווען זאכן גייען נישט ווי געפלאנט, מען גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן.


יעדן טאג ווען דו קומסט אהיים זאלסטו גיין א טענצל מיט דיינע קינדער; זינג מיט זיי ניגונים פון אמונה ובטחון, דאס וועט זיי העלפן אויפוואקסן געזונט, זיי וועלן ווערן זעלבסט-זיכער מיט זיך.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט נאך דיר.

#168 - לייג אריין דיינע כחות אין די קינדער
חינוך הילדים, שמחות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין חשוב'ער מחותן ר' ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן די הודעה.


קודם כל מזל טוב! מזל טוב! צום ניי געבוירענעם אייניקל; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זען שטענדיג נחת אינאיינעם פונעם פארפאלק און פון די אייניקלעך.


בנוגע דעם מנין וכו'; דער עיקר זאלסטו זען אז שבת זאל זיין מנין און בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן גוטע ווארעמע דיבורים צו מחזק זיין די וואס קומען הערן חיזוק.


לייג אריין דיינע כחות אין די קינדער; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א פאך, דו האסט א שפראך צו קינדער, זאלסטו דאס טון דיין גאנצע לעבן; זאלסט לערנען מיט קינדער.


בפרט יעצט ווען אלע תלמוד תורה'ס זענען פארשלאסן ה' ירחם און קינדער פאלן; עס איז מקוים געווארן דער פסוק (איכה ד, ב-ד): "בְּנֵי צִיּוֹן הַיְקָרִים", וגו', טייערע קינדער וואלגערן זיך אין גאס, "חִבְּקוּ אַשְׁפַּתּוֹת" – השם ישמרינו; זאלסטו זיי צוזאמנעמען און אריינלייגן אין זיי א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו זיין א איד.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; נישט דא אזא חשוב'ע זאך ווי א מלמד וואס האט סבלנות, ער זיצט מיט אידישע קינדער און לייגט אריין אין זיי אמונה פשוטה, זיי זאלן אויסוואקסן מיט'ן וויסן אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און פירט אלעס.


צום שלום זכר וועל איך נישט קומען, איך וועל זיין שבת אין וויליאמסבורג, אבער צום ברית וועל איך אם ירצה ה' קומען; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין בעתו ובזמנו און מיר זאלן זוכה זיין לגדלו לתורה, לחופה ולמעשים טובים.

#167 - לערנען תורה מיט קינדער
קינדער, חינוך הילדים, צרות, לימוד התורה, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט זע איך אז שוין לאנגע חדשים וואס דו ווארטסט אויף אן ענטפער און איך בין נישט אנגעקומען דיר צו ענטפערן; זיי מיר מוחל, איך האב אזויפיל זאכן וואס איך דארף טון און איך קום פשוט נישט אן דערצו; איך קום נישט אן צו ענטפערן צען פראצענט פון די בריוון וואס קומען אן טעגליך, יעצט האב איך באמערקט דיין בריוו שרייב איך דיר צוריק.


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די צדקה, עס איז געווען פאר מיר ממש ווי מָן פון הימל; יענעם טאג האב איך געדארפט האבן זייער וויכטיג טויזנט דאלער, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן און ביינאכט ווען איך האב געעפנט די פאסט האב איך באקומען די מן פונעם אייבערשטן דורך דיר - דער גוטער שליח.


איך בעט דיר זייער, זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון לערנען מיט קינדער די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה; אפילו יעצט ווען די רעגירונג האט פארשלאסן אלע חדרים און ישיבות זאלסטו ווייטער לערנען מיט די קינדער אויף א וועג וואס מען קען; אדער אויפ'ן טעלעפאן אדער זאלסטו רופן אפאר קינדער און לערנען מיט זיי.


מענטשן זענען דערשראקן פון די קאראנע וויירוס, מען כאפט נישט אז מען דארף זיין אסאך מער דערשראקן אז די חדרים זענען פארמאכט! די וועלט קען נישט האבן א קיום נאר אז מען לערנט תורה מיט קינדער, זיי היטן די גאנצע לאנד פון אלע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא" ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? "אֵלּוּ סוֹפְרִים וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", די מלמדים וואס לערנען תורה מיט די קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעם שלעכטס.


מען דארף שרייען "גיוואלד!" אויף די גזירה פון פארמאכן די תלמוד תורה'ס און ישיבות; די הייליגע חכמים זאגן (מסכת כלה רבתי, פרק ב): "בְּכָל יוֹם מַלְאָךְ יוֹצֵא מִלִּפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְחַבֵּל אֶת הָעוֹלָם", יעדן טאג גייט ארויס א מלאך פונעם אייבערשטען חרוב צו מאכן די וועלט, "כֵּיוָן שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִסְתַּכֵּל בְּתִינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן, מִיָּד נֶהְפַּך כַּעֲסוֹ לְרַחֲמִים", אבער ווען דער אייבערשטער זעט ווי אידישע קינדער לערנען די הייליגע תורה, דריידט זיך איבער זיין כעס צו רחמנות; נאך זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סה, כ): ווען די גוים זענען געקומען צו בלעם בן בעור אים פרעגן ווי אזוי קען מען בייקומען די אידן, האט בלעם זיי געזאגט: "גייט ארום אין די שולן, אויב וועט איר זען 'תִּינוֹקוֹת מְצַפְצְפִין בְּקוֹלָן' - קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, 'אֵין אַתֶּם יְכוֹלִים לְהִזְדַּוֵוג לָהֶם' - וועט מען זיי קיינמאל נישט קענען בייקומען. ווייל זייער פאטער יצחק אבינו האט זיי מבטיח געווען אז ווילאנג עס וועט זיין 'הַקּוֹל קוֹל יַעֲקֹב' – מען וועט הערן די קול ווי קינדער לערנען תורה, קען נישט עשו'ס הענט שולט זיין אויף זיי".


איך בעט דיר טייערער ..., זיי ממשיך מיט מסירות נפש צו לערנען יעדן טאג מיט די קינדער, עס זאל דיר נישט באדערן אז דו קומסט נישט אן צו לערנען אזוי סאך ווי אמאל, ווייל לערנען מיט קינדער איז מער פון אלעס; איך פארשטיי דיר גאר גוט, ווייל איך פלעג אויך האבן דעם שולד געפיל ווען איך האב געעפנט די ישיבה, איך האב פארלוירן מיין צייט צו לערנען פאר מיר מיינע שיעורים כסדרן; פארדעם פלעג איך אניאגן זייער אסאך, ביז מוהרא"ש פלעגט מיר זייער שטארקן און מיר געגעבן די שכל צו וויסן אז ביים אייבערשטן איז מער חשוב לִלְמוֹד וּלְלַמֵּד - לערנען מיט קינדער, לערנען מיט בחורים און אינגעלייט; עס איז נישט דא קיין חשוב'ערע זאך ביים אייבערשטן ווי לערנען תורה מיט קינדער.


שטארק דיין ווייב; נאר אמונה איז איר רפואה, אמונה היילט אויס דעם מענטש, ווי מער מען רעדט פונעם אייבערשטן אלץ מער ווערט מער רואיג און פרייליך.

#166 - אויסלעשן דעם טעלעפאן ווען מ'לערנט מיט קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך נעם זיך אויס מיט דיר אז די גאנצע צייט וואס דו דארפסט זיין מיט די קינדער דארפסטו אויסלעשן דיין טעלעפאן, אז נישט איז דאס גניבה וגזילה; איך צאל דיר צו לערנען מיט די קינדער און אריין לייגן אין זיי יראת שמים מיט גוטע מידות, און דער טעלעפאן נעמט אוועק דיין קאפ און דיין הארץ פון די קינדער.


איך האב אמאל געהאט דא א מלמד א גנב וואס האט בא'עוולה'ט די קינדער, מיר האבן אים געדארפט פארשיקן.


פון היינט און ווייטער דארפסטו פארלעשן דיין טעלעפאן און נאר זיין פארנומען מיט די קינדער.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; דו ווייסט נישט וואס פאר א נס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ער האט דיר געגעבן אן אשת חיל.

#165 - מאך א תהלים סיום פאר דיין קינד, ווי אזוי אויסצולערנען עברי
חינוך הילדים, תהלים, סיום, עברי, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר מאכן א סיום פאר אייער קינד וואס האט געענדיגט תהילים; דאס וועט אויפבויען זיין חשק און רצון ווייטער צו זאגן תהילים. עס האט נישט צו טון צי ער האט ארויסגעזאגט יעדעס ווארט אדער נישט, צי ער האט געזאגט דעם גאנצן תהילים אדער אויסגעלאזט וכו', דער סיום וועט אים אויפבויען ער זאל באקומען זעלבסטזיכערקייט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אמאל האט פאסירט ביים גאון רבי חיים וואלאזשינער זכרונו לברכה, ער האט געהאלטן אינמיטן לערנען און עס איז אריינגעקומען א פשוט'ער איד - א געשעפטסמאן, און רבי חיים האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים מלא קומתו! שפעטער האבן די תלמידים אים געפרעגט היתכן ער האט זיך אויפגעשטעלט פאר א פשוט'ע איד, עס איז דאך נישט קיין כבוד התורה, האט ער זיי געענטפערט אז דער איד האט שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס, האבן זיך די תלמידים צולאכט... ווי געזאגט 'וואס האט שוין זיין ש"ס בכלל א חשיבות, ער איז דאך בכלל נישט קיין למדן בכלל', האט זיי רבי חיים געזאגט: "לאכט נישט! איר ווייסט דאך אז עס איז דא אן אלטע ש"ס 'דפוס זאלצבאך' וואס איז פול מיט טעותים, עס פעלט גאנצע שירות גמרא; שפעטער האט מען געדרוקט א נייע ש"ס 'דפוס אמסטערדאם' וואו מען האט פארראכטן אלע גרייזן און אלעס וואס פעלט, מען האט אויך צוגעלייגט הגהות פון גדולים; מען קען נישט זאגן אויף ש"ס זאלצבאך אז דאס איז נישט קיין ש"ס, עס איז זיכער א ש"ס, נאר א ש"ס מיט גרייזן, אזוי אויך איז מיט דעם פשוט'ן איד, ער האט געענדיגט ש"ס, נאר וואס דען? עס האט טעותים, ער פארשטייט נישט אלעס - איז ער נישט ערגער פון ש"ס זאלצבאך".


זאלט איר זיכער מאכן אן עסק פון אייער זון וואס גייט ענדיגן תהלים וואס ער האט געזאגט מיט גרייזן און חסירות, דאס וועט אים אויפבויען א חשק צו גיין ווייטער.


אויף די צווייטע פראגע, ווי אזוי מען קען אים פאררעכטן ער זאל זיך אויסלערנען גוט עברי; מאכט א פראגראם ער זאל וועלן זאגן עברי. עס זענען דא ספעציעלע ספרים אויסצולערנען קינדער זאגן עברי; מאכט דאס פריוואט כדי ער זאל נישט פארשעמט ווערן. אויך ווען איר טייטלט אויפ'ן ווארט און ער זאגט נישט גוט דארפט איר נישט זאגן: "נישט גוט", נאר בלייבט מיט'ן פינגער אויפ'ן ווארט וועט ער וויסן אז ער דארף טראכטן און צולייגן קאפ צו וואס ער זאגט, אז ער זאל ארויסזאגן גוט דאס ווארט. און ווען ער זאגט גוט דאס ווארט זאלט איר אים זאגן הויך מיט א שמייכל: "א מחיה!" און אז ער הייבט אן א ווארט האלבוועגס גוט און אינמיטן לויפט ער צום קומענדיגן ווארט און זאגט נישט גוט, זאלט איר איבערזאגן די חלק ווארט וואס ער האט גוט געזאגט און בלייבן שטיל, וועט ער פארשטיין אז ער דארף דאס איבערזאגן.


בעטס דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד באזונדער אז אלע זאלן זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#164 - א מלמד דארף זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי ער רעדט און ווי אזוי ער פירט זיך
חינוך הילדים, מלמדים, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג.


ווען דו וואלסט געוואוסט ווי חשוב דו ביסט אין הימל וואלסטו געטאנצן א גאנצן טאג אויף דעם וואס דו ביסט א מלמד.


אויבן אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מלמד, א מלמד איז זייער חשוב; ער איז דער ריכטיגער מנהיג ישראל, ער גרייט אן אידישע קינדער פאר די קומענדיגע דורות.


וויסן זאלסטו אז קינדער זענען זייער קלוג, זיי כאפן אויף יעדע ריר פונעם מלמד; א מלמד דארף זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי ער רעדט און ווי אזוי ער פירט זיך, ווייל די קליינע ריינע נשמה'לעך כאפן אויף יעדע תנועה פונעם מלמד. דעריבער בעט איך דיר זאלסט זיך שטארקן און אריין גיין אין קלאס צו די קינדער מיט א פרישקייט לערנען מיט זיי די הייליגע חומש און משניות וכו'.


זע אז עס זאל שטענדיג זיין ריין אין קלאס; מען קען נישט לערנען מיט קינדער ווען עס טוט זיך אויף טישן און בענק. אז דו וועסט אכטונג געבן אויף ריינקייט וועלן די קינדער אויך אכטונג געבן, ווייל קינדער מאכן נאך דעם מלמד; אז דער מלמד איז ריין זענען די קינדער ריין, אז דער מלמד איז מסודר זענען די קינדער מסודר.

#163 - נעם זיך פאר א קבלה נישט צו שמועסן בשעת מען דאווענט
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


ווען איך בין געווען אין שטעטל דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח האב איך באמערקט אז דו דארפסט אביסל חיזוק אינעם גרויסקייט פון דאווענען; וועל איך דיר שרייבן אפאר ווערטער וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


מוהרא"ש שרייבט כמה פעמים אז אויב מען שמועסט ביים דאווענען וואקסן די קינדער אויף מיט א שטארקע זלזול אינעם ענין פון דאווענען, ווען די קינדער וועלן גרויס ווערן וועלן זיי בכלל נישט קומען אין שול דאווענען.


איך בעט דיר מיין טייערער ... נרו יאיר, נעם זיך פאר א קבלה נישט צו שמועסן בשעת מען דאווענט, זיץ מיט דיינע קינדער און רעד נישט מיט קיינעם; לאז דיינע קינדער אויפוואקסן מיט דרך ארץ אין שול.


ביי יעדע קדיש זאלסטו קוקן אויף זיי און זיי אויסלערנען צו זאגן "אמן"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קי:): "קָטָן מֵאֵימָתַי בָּא לָעוֹלָם הַבָּא? תָּנָא מִשּׁוּם רֶבִּי מֵאִיר מִשָּׁעָה שֶׁיֹּאמַר אָמֵן", פון ווען א קינד זאגט "אמן" איז ער א בן עולם הבא; אזוי אויך ווען מען זאגט קדושה זאלסטו זיי אויסלערנען צו זאגן: "קדוש, קדוש, קדוש".


א שאד אז בשעת אלע אנשי שלומינו דאווענען אזוי שיין שמועסטו אוועק דעם גאנצן דאווענען; איך האב בעיקר רחמנות אויף דיינע קינדער.


איך האף אז איך האב גע'פועל'ט.

#162 - חס ושלום צו רעדן צו קינדער זאכן וואס זיי דארפן נישט וויסן
קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום צו רעדן צו קינדער זאכן וואס זיי דארפן נישט וויסן, מיט דעם וועסטו זיי נאר חרוב מאכן.


דו רעד צו זיי נאר זאכן וואס האט מיט זיי; זיי דארפן וויסן אז עס איז א גרויסע עבירה צו לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש, אן קיין הסברים און אן קיין טעמים. ווען מען זעט ביי קינדער אז זיי געבן נישט אכטונג, זאגט מען זיי נאכאמאל און נאכאמאל ביז דער אייבערשטער העלפט אז זיי הייבן אן לעבן מיט יראת שמים.


אז מען וויל פועל'ן ביי קינדער זיי זאלן זיין ערליך, קען מען נישט יוצא זיין מיט איין מאל רעדן; מען דארף כסדר רעדן מיט זיי דיבורים פון יראת שמים.


איך האף אז דער בריוו וועט אנקומען צו דיר נאך פאר דו וועסט זיי חרוב מאכן.

#161 - אין הימל איז זייער חשוב א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר.


שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט; א מלמד איז אין הימל גאר אנדערש ווי ער איז דא, דארטן אין הימל איז א מלמד פון די גרעסטע זאכן.


איך האב דיר געשריבן זייער אסאך בריוו ווי אזוי צו מחנך זיין אונזערע קינדער, זאלסטו דאס חזר'ן און חזר'ן; דאס וועט דיר געבן אסאך חיזוק.


קענסט דאס צוזאמנעמען און אפדרוקן אלס א קונטרס חיזוק פאר מלמדים און דאס געבן פאר אנדערע מלמדים זיי זאלן זיך מחזק זיין און וויסן דאס גרויסקייט און אחריות פון זיין א מלמד.

#160 - קינדער כאפן אויף יעדע ריר
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר.


ווען דו העלפסט אין תלמוד תורה, דו טיילסט אויס דאס עסן פאר די קינדער און דו דערציילסט זיי מעשיות זאלסטו געדענקען אז די קינדער זעען אלעס און פארשטייען אלעס, זיי כאפן אויף יעדע ריר און יעדע אטעם פון די מלמדים; מען דארף זיין זייער פארזיכטיג אז אלעס זאל זיין מיט א תמימות, אן קיין לצנות.


אין דעם זכות וואס מיר העלפן בויען די מוסדות וואס זענען מגלה דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט, וועלן מיר זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס; דאס וועט אונז בלייבן פאר א זכות אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


זארג נישט, דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך. ביז דערווייל זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן.


פון דיין ראש ישיבה.

#159 - איך וויל נישט האבן שייכות מיט צייטונגען און מאגאזינען
פחדים, חינוך הילדים, אומאן, ישיבה, מאגאזינען, גמרא, צייטונגען, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, כ"ה ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב בכלל נישט גערעדט מיט זיי וועגן די גאנצע באשרייבונג; זיי לויפן מיר שוין נאך א לאנגע צייט אז זיי ווילן מאכן אן אינטערוויו מיט מיר אדער מיט איינעם פון די קהילה, איך האב זיי אלעמאל איגנארירט, איך וויל נישט האבן צו טון מיט זיי און מיט קיין שום מאגאזין. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל שטיין ווייט פון צייטונגען און מאגאזינען און קיינמאל נישט רעדן מיט זיי.


דאס וואס זיי שרייבן בשמי אז מען זאל נישט ברענגען קינדער קיין אומאן אויף ראש השנה - איז נישט אמת; מיר אלע ברענגען די קינדער קיין אומאן אלע יארן אויף ראש השנה. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיךְ גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


איך בין נישט געווען אין ישיבה פאר צוויי וואכן, איך בין געווען אין שטעטל; יעצט האב איך געזען דיין בריוו וואו דו פרעגסט ווי אזוי מען כשר'ט דעם קאך לכבוד פסח, איך האף אז דו האסט געהאט א פרייליכע יום טוב.


אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים וועסטו נישט מורא האבן פון קיין שום זאך, די נייעס וועט דיר נישט דערשרעקן; אזוי ווי רבי נתן האט געזאט ווען מען פלעגט אים פרעגן ווי אזוי ער האט די כוחות צו זיין שטארק ווען אלע קריגן אויף אים, פלעגט ער זאגן: "דער רבי האט מיר געגעבן אזויפיל שיעורים צו לערנען אז איך האב נישט קיין צייט צו הערן וואס מען רעדט אויף מיר און וואס מען דערשרעקט מיר".


איך דערמאן זיך יעצט, ווען איך האב געעפנט די ישיבה און עס איז אריבער אויף מיר שווערע זמנים פון די וואס האבן געוואלט פארמאכן די ישיבה, האב איך דעמאלט געלערנט זייער אסאך משניות און גמרא, איך פלעג לערנען יעדן טאג א סדר משניות נאר צוליב דעם, אז איך זאל נישט ווערן אפגעשוואכט פון די אלע שוועריקייטן.


דאס זאלסטו טון; אנשטאט זיצן מיט'ן טעבלעט און קוקן וואס יעדער גאווערנאר זאגט און וואס יעדע פאליטישן ווארנט - נעם ענדערש די הייליגע גמרא און זאג א בלאט נאך א בלאט, וועט ביי דיר מקוים ווערן: "שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְלֹא שַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי קְרָנוֹ"ת", דו וועסט נישט האבן מיט קאראנע און נישט באקומען די קאראנע, ובעיקר וועסטו ניצול ווערן פון די שרעק און דמיונות פון די קאראנע וכו', וכו'.


וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין מגע ומשא מיט קיין שום צייטונג און מאגאזין, ער נעמט זיין שכל און ער לופטערט זיך אויס מיט די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - האלטן די שטוב ריין
חינוך הילדים, אמונה, חיזוק פאר פרויען, תשובה, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 מרת ... תחי'


זייטס נישט דערשראקן פון קאראנע; זייטס נישט באזארגט טראכטנדיג: 'וואס וועט זיין?' ווייל די זארג און שרעק איז א גרעסערע סכנה ווי די מחלה אליין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לָא תַּעֵיל דַּוְיָא בְּלִבָּךְ, דְּגַבְרֵי גִּיבָּרִין קְטַל דַּוְיָא", נעם זיך גארנישט צום הארצן, ווייל אסאך גיבורים זענען שוין געשטארבן פון דעם וואס זיי האבן יעדע זאך גענומען צום הארצן.


איך בעט אייך זייער, לאזט אייך נישט פארפירן פון די וואס רעדן אייך צו צו קויפן א סקרין פאר אייערע קינדער, אזוי וועט איר קענען זיין רואיג אין שטוב; איך בעט זיך און איך וויין צו אייך, טוטס דאס נישט, ברענגטס נישט אריין אין שטוב קיין שום זאך וואס מען קען זען אויף דעם מאוויס, ווידיאוס און פלעיס - אפילו כשר'ע; דאס איז ערגער פון די קאראנע.


עס איז שוין צייט זיך אויפצואוועקן און תשובה טון; דער אייבערשטער ברענגט א צרה נאר כדי מיר זאלן צוריק קומען צו אים, נישט צו ווערן דערווייטערט פון אים.


וואויל איז די פרוי וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט די כלים; נישט קיין סמארטפאן, נישט קיין טעבלעט און נישט קיין שום זאך וואס האט סאשעל מידיע.

#157 - מ'וועט אלץ געדענקען וואס איר האט זיך אוועקגעגעבן צו בויען מוסדות התורה
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן אויפשטעלן מוסדות אויפ'ן רבינ'ס נאמען; מוסדות התורה וואו קינדער ווערן נתחנך צו לעבן מיט אמונה פשוטה, וואו קינדער וואקסן אויף מיט די זיסע וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די וועג פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט אייער ארבעט, יעדן טאג און יעדע מינוט וואס איר לייגט אריין אין די מוסד וועט בלייבן א זכות פאר אייך און פאר אייערע דורות.


עס וועט פארשריבן ווערן אינעם ספר הזכרונות אז איר האט אוועקגעגעבן פון אייער באקוועמע לעבן צו העלפן בויען מוסדות התורה, איר וועט פארשריבן ווערן מיט אלע נשים צדקניות וואס האבן געבויט אידישקייט.


אין אמת'ן אריין וואלט איך אייך געדארפט שרייבן יעדן טאג א בריוו פון חזוק, אבער איך בין אזוי פארנומען אז איך קום נישט אן.

#156 - מען דארף מחנך זיין קינדער צו דאווענען
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל דיין שאלה? אודאי דארף מען מחנך זיין קינדער צו דאווענען; פון ווען זיי זענען קליינע קינדער דארף מען זיי מחנך זיין צו דאווענען. אפגערעדט דיין זון וואס ער איז שוין עלף יאר, ער איז א גרויס קינד, נאר אפילו קליינע קינדער, קינדער פון פינף זעקס יאר - דארף מען שוין מחנך זיין צו דאווענען.


וויסן זאלסטו אז עס איז זייער א גרויסע זאך צו ברענגען קינדער אין שול, זיי זאלן אויפוואקסן מיט'ן שול, דאס זאל זיין א חלק פון לעבן. אבער מען דארף וויסן אז מען קען נישט ברענגען קינדער און שול און זיי לאזן שפילן אינדרויסן וכו', מען דארף אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן דאווענען און אויסהערן דאס ליינען, הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו; קליינע קינדער, פיר יעריגע קינדער רופט מען אריין צו קדושה און כתר, גרעסערע קינדער דארפן שוין דאווענען וואס זיי דאווענען אין חדר, און ווען זיי ווערן נאך גרעסער - ניין יעריגע, צען יעריגע - דארפן זיי שוין מיטהאלטן דאס גאנצע דאווענען און אויך אויסהערן קריאת התורה. אז מען איז מחנך די קינדער פון ווען זיי זענען נאך יונג וועט מען זען שיינע פירות שפעטער.


וויסן זאלסטו אז קינדער ווען זיי ווערן עלטער איז שווער זיי צו טוישן, די צייט פון חינוך איז ווען זיי זענען יונג דעמאלט הערן זיי אויס; שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווער עס האט ליב זיין קינד איז ער אים מחנך בדרך התורה; ווידעראום ווער עס איז נישט מחנך די קינדער, ער שוינט זיינע קינדער, וועלן זיי אראפ גיין פון אידישן וועג. אזוי ווי מיר זעען ביי אברהם אבינו, ער האט געזען זיין זון ישמעאל קומט אהיים מיט א צלם און ער שפילט זיך דערמיט, ער האט אים געשוינט און גארנישט געזאגט, האט ער אים געמוזט שפעטער פארטרייבן פון שטוב ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק, אויך זעען מיר, עס שטייט (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו כִּי צַיִד בְּפִיו", יצחק האט ליב געהאט עשו, ער האט אים נישט מחנך געווען, ער האט אים געלאזט טון וואס ער האט געטון, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה, ווייל ווען מען איז נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג איז זייער ביטער ביים סוף. עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן דעם מדרש (שמות רבה, א; תנחומא שמות, א) וועסטו זען ווי ער רעכנט אויס נאך מעשיות פון אבשלום און אדוניה – די קינדער פון דוד המלך, וואס דוד המלך האט זיי נישט מחנך געווען, און וואס עס איז געווען מיט זיי. פון די אנדערע זייט זעט מען אז אברהם אבינו האט מחנך געווען יצחק, און יצחק אבינו האט מחנך געווען יעקב און אזוי ווייטער, דורכדעם זענען זיי געווארן גרויסע צדיקים און מען האט געהאט פון זיי אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - די קינדער זאלן האבן א גוטע סביבה
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, תעניתים, הלכה, פורים

די קינדער זאלן האבן א גוטע סביבה


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אז איר זענט געווען אין שפיטאל שבת וכו' און איר האט נישט געקענט צינדן שבת ליכט - הייסט דאס אן אונס, וואס אין אזא פאל דארף מען נישט צולייגן א גאנץ לעבן נאך א ליכט; נאר ווען די פרוי פארגעסט דעמאלט קנס'ט מען איר אז זי דארף צולייגן (עיין משנה ברורה סימן רסג, סיעף קטן ז).


בנוגע זיך פארשטעלן וכו'; זייער אסאך קינדער ווילן זיך פארשטעלן מיט די סארט פארשטעלאכץ וכו', עס איז נישט געפערליך אז זיי זאלן זיך פארשטעלן מיט דעם.


מיידלעך קענען זיך אויך פארשטעלן אבער עס מוז זיין אן איידעלע פארשטעלאכץ בגדרי צניעות.


איך פריי זיך אז איר האט איינגעליידנט משפחת ... נרו יאיר אויף די סעודות פורים, דאס איז דאך דער עיקר מצוה פון פורים - צו פארמערן שלום און אחדות.


פרויען דארפן נישט פאסטן עשרה בטבת, תענית אסתר, שבעה עשר בתמוז און צום גדליה, אבער מענער - פון די בר מצוה דארפן אלע פאסטן אן קיין אויסנאם. דאס אז אייער מאן נרו יאיר פאסט נישט די אלע תעניתים, ער עסט א געהעריגע פרישטאג אין שטוב; איך וועל רעדן צו אים, מן הסתם מיינט ער אז מען דארף נישט פאסטן, ער ווייסט נישט אז דאס איז אן הלכה מפורשת.


בנוגע וואו צו וואוינען וכו'; ווייסט דען א מענטש וואו זיין פלאץ איז? דער עיקר דארף מען קוקן אויף חינוך הבנים והבנות. א איד קען נישט וואוינען וואו אימער, א איד דארף זען אז זיינע קינדער זאלן האבן א גוטע סביבה און א גוטע חינוך, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וואוינען אין א פלאץ וואו מען קען אויפציען ערליכע דורות.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער פלעגט זייער אסאך וויינען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל אים ווייזן וואו זיין חלק איז אין ארץ ישראל, ביז דער אייבערשטער האט אים געברענגט קיין יבנאל.


שטארקטס אייך ווייטער אויפצוציען די קינדער אזוי ווי מיר האבן געלערנט ביי מוהרא"ש.