בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#29 - איבער ווילדע קינדער; מלמד וואס טויג נישט; זיך דערהאלטן אין שוועריקייטן
חינוך הילדים, מלמדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קודם כל בעט איך אייך איר זאלט זיך נישט צוריק האלטן פון שרייבן; איך בין טאקע פארנומען אבער ביי מיר איז זייער חשוב די וואס טוען פאר אנדערע אידן, איך וועל פראבירן צו מאכן צייט פאר אייך אין יעדן מצב.


איך וועל אייך ענטפערן לויטן סדר.


א.    געלויבט דעם אייבערשטן אז איר האט געזונטע קינדער; קליינע קינדער שפרינגען און טאנצן - דאס איז זייער געזונטע טבע. ווי מער קינדער געבן זיך אויס אין זייערע יונגע יארן העלפט דאס זיי שפעטער זיי זאלן זיין קלוג און געזונט. נישט אלע קינדער זענען טאקע אייניג; איינער איז מער רואיג, דער צווייטער איז מער ווילד, דער דריטער זוכט ווי מען קען מאכן שפיצלעך וכו' וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (עיין שיחות הר"ן, סימן עז) אז מען קען זען אין שטוב צווישן די קינדער אן אפשפיגלונג פון אלע פעלקער; איין קינד איז גלייך צום טערק - ער זוכט זיך צו קריגן מיט יעדן איינעם; דער צווייטער איז גלייך צום רוס - ער מאכט שפיצלעך און שרייט: "איך טו גארנישט"; דער דריטער איז ווי דער אמעריקאנער - ער באלעבאטעוועט אויף אלעמען; דער פערדער איז ממש ווי שווייץ – ער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, און אזוי ווייטער; נאכדעם קומען די עלטערן וואס זיי זענען ווי די יו-ען, זיי מאכן שלום און האלטן אלע קינדער ביי איין טיש.


א אידישע מאמע וואס האט אוועק געגעבן איר לעבן אויפצוציען קינדער גייט גלייך אריין אין גן עדן; די אלע נעכט וואס זי האט אוועק געגעבן פאר אירע קינדער, די אלע יארן וואס זי האט זיך אוועקגעגעבן פאר זיי - דאס איז שוין פאר איר כפרת עוונות און זי קומט ארויף ריין און הייליג צום כסא הכבוד.


זה הקטן גדול יהי'; ער וועט מיט אייבערשטנס הילף אויסוואקסן לשם ולתפארת. טראכטס נאר ביי אייך אין קאפ אז איר האדעוועט אויף א צדיק וואס וועט ליכטיג מאכן פאר כלל ישראל, וואלט איר דאך זיכער מסכים געווען אז ער זאל שפרינגען און טאנצן וויפיל ער וויל - אזוי אויך זאלט איר טראכטן אז אייער קינד וועט אם ירצה ה' זיין א גרויסער ערליכער איד א גרויסער תלמיד חכם, וועט עס זיין גרינגער פאר אייך.


ב.    אז דער מלמד איז א קראנקער מענטש וואס טוט מעשי תועבה, און די מוסד טענה'ט אז ער טוט דאס נישט מיט קינדער וכו', זאלט איר ארויס נעמען אייער קינד פון יענעם מוסד און שיקן צו א צווייטע מוסד; וויי פאר אונז אז דאס זענען די פירערס פון א מוסד, וואס האלטן א קראנקער מענטש פאר א מלמד! ווי מעג מען שיקן קינדער, ריינע נשמה'לעך, דעם אייבערשטענס קינדער - צו א מלמד וואס איז א שמוציגער מענטש?! דאס איז נישט קיין ברסלב'ע תלמוד תורה! זיי פאררופן זיך אויף ברסלב, אבער דאס האט נישט מיט ברסלב, ווייל דער זעלבער רבי וואס איז דן לכף זכות אלעמען און האט אונז געהייסן דן זיין לכף זכות אפילו א רשע גמור (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב), אבער דער זעלבער רבי זאגט אונז (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן ח): "אָסוּר לְלַמֵּד זְכוּת עַל זֶה שֶׁעָבַר עַל מִשְׁכַּב זָכָר", מען טאר נישט מלמד זכות זיין אויף א מענטש וואס טוט די עקעלדיגע עבירה.


ג.      דאס וואס איר גייט אריבער מיט אייער מאן נרו יאיר וכו', עס נעמט פון אייך אסאך כוחות און איר שפירט ווי די כוחות לאזן זיך שוין אויס; איך בעט אייך זייער שטארק איר זאלט זיך דערהאלטן מיט אלע אייערע כוחות. דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא?" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, פון ביטער – זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'?" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן - דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין דער ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


מיט דעם מעסט זיך דאס גרויסקייט פון א מענטש - ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אויף אים א שווערע צייט און ער ווענדט זיך צום אייבערשטן. מען האט אמאל געהערט ווי ר' מיכעלע זכרונו לברכה - אן אייניקל פון רבי נתן - זאגט תהילים, ווען ער איז אנגעקומען צו קאפיטל ל"ה: 'לְדָוִד רִיבָה ה' אֶת יְרִיבַי', האט מען געהערט ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, קריג זיך פאר מיר; נעם זיך אן פאר מיר, 'אֱמֹר לְנַפְשִׁי - יְשֻׁעָתֵךְ אָנִי', זאג מיר אייבערשטער אז דו האסט מיר ליב און דו וועסט מיר העלפן, איך בין אזוי צעבראכן"; דאס איז די גרעסטע זאך צו וואס א מענטש קען צוקומען - צו רעדן צום אייבערשטן בעת צרה און אים בעטן ער זאל געבן אביסל חיזוק.


וויסן זאלט איר אז פון הימל פרובירט מען אויס יעדן איינציגן מענטש מיט שווערע נסיונות, און מען וויל זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן ווען ער האט זיין צרה; וואויל איז פאר דעם מענטש וואס קען אנגיין און נישט אויפגעבן אפילו ער שפירט ווי ער ווערט צעקראכט פון וואס עס גייט אויף אים אריבער אין לעבן.


עס האט זיך געלוינט צו מקורב ווערן צום רבי'ן נאר פאר דעם אליין - אז מיר זאלן וויסן פון די עצה פון התבודדות. ווייל ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס עס באדערט אים פארציילט ער פארן אייבערשטן און וואס ער דארף בעט ער נאר פונעם אייבערשטן - אזא מענטש האט אן אנדערע סארט לעבן.


אסאך מאל טראכט איך: 'ווי אזוי לעבן מענטשן? ווי אזוי געבן זיך מענטשן אן עצה אינעם טאג טעגליכן לעבן אן די עצה פון התבודדות? מען קען דאך משוגע ווערן פון די שוועריקייטן וואס גייען דורך יעדן טאג אויף מענטשן?!'


אויף אות ד. וועל איך אייך ענטפערן אם ירצה ה' מארגן אדער אין א אנדערע געלעגנהייט.


איך דארף לויפן צו די בחורים.


נאכאמאל, איך בין טאקע זייער פארנומען אבער דאס מיינט נישט אז איר זאלט נישט שרייבן.


איר קענט ווייזן דעם בריוו פאר אייער מאן; על כל פנים דער חלק פון שיקן א ריינע קינד צו א מלמד וואס איז פארדארבן.


א גוטע נאכט.

#28 - די גרויסקייט און חשיבות פון א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט תורה מיט תינוקות של בית רבן; א מלמד איז זייער א חשוב'ע זאך, אזוי ווייט אז א מלמד טראגט דעם זעלבן טיטל וואס מיר זאגן אויפן אייבערשטן כביכול: "הַ'מְלַמֵּד' תּוֹרָה לְעַמּוֹ יִשְׂרָאֵל".


אלע עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיין ארבעט; די קינדער קומען אהיים מלא וגדוש מיט יראת שמים, אינדערפרי לויפן זיי מיט א חשק און ברען אין חדר, און זיי האבן זייער ליב צו גיין אין חדר; דאס איז דער עיקר וואס א מלמד דארף זען - אז די קינדער זאלן ליב האבן צו גיין אין חדר. אויב די קינדער גייען אן חשק, אן א געשמאק דאן איז זייער שווער מען זאל קענען אריין לייגן אין זיי אהבת השם יתברך, און אז קינדער האבן ליב צו גיין אין חדר איז א סימן אז דער מלמד איז א גוטער מלמד.


שטארק דיר טייערער ...! וואויל איז דיר אז דו באשעפטיגסט זיך טאג און נאכט מיט די הייליגע ארבעט - אריין צו לייגן אין קינדער אמונה ויראת שמים; עס איז טאקע א שווערע ארבעט צו זיין א מלמד. מען דארף האבן געדולד ווי הלל הזקן, ווייל יעדעס קינד איז א וועלט פאר זיך, יעדעס קינד קומט פון אן אנדערע סארט שטוב, און אלע קומען מיט זייערע קטנות וכו', מיט דעם אלעם דארף מען אבער געדענקען אז יעדער איינער מוטשעט זיך בזה העולם, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט  (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): יעדער מענטש ליידט יסורים, און עס איז נישט דא קיינער וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו'; אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס גאנצע לעבן איז ווייניג און אנגעפולט מיט ווייטאג, און שלמה המלך זאגט אונז (קהלת ב, כג): "גַּם כָּל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישט דא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן און צו די תורה. מען דארף נעמען דעם 'עָמָל' וואס עס שטייט: 'אָדָם לְעָמָל יוּלָד', און עס אריין לייגן אין די תורה (ברכות יז.): 'אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'.


דעריבער וויל איך דיר שטארקן דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז און זאלסט נישט קוקן וואס גייט אריבער אויף דיר; לייג דעם 'זיך' אין די זייט, דו זוך נאר ווי דו קענסט מחזק זיין און אריין לייגן אין נאך א קינד אמונה ויראת שמים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז זייער א גרויסע מדריגה ווען א מענטש זעט אז ער איז נישט מצליח אין עבודת השם ער זאל טראכטן: 'אז איך קען נישט זיין אן ערליכער איד, זאל כאטש א צווייטער זיין אן ערליכער איד'"; און דאס דארף א מלמד זאגן צו זיך: 'אפילו איך זע אויס ווי אזוי איך זע אויס, וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט וכו' וכו', דאך וועל איך אוועק געבן מיין לעבן פאר א צווייטן איד, און איך וועל אריין לייגן אין קינדער די ריינע אמונה און יראת שמים'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים.

#27 - ברענג נישט אהיים דיין סמארטפאון
חינוך הילדים, שלום בית, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו האסט דערהאלטן מיין בריוו.


זיי נישט ברוגז אויף מיר; איך וויל גארנישט און איך מיין גארנישט. איך וויל נאר זאלסט ווייטער לעבן מיט דיין ווייב מיט ליבשאפט.


נישט יעדער איז זוכה צו אן אשת חיל אזוי ווי דו האסט זוכה געווען; דיין ווייב וויל אויפשטעלן מיט דיר א ערליכע שטוב, זי וויל מגדל זיין די קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - מיט יראת שמים. זי וויל אויפציען קינדער וואס וועלן האבן הייליגע אויגן, ריינע אויגן און זויבערע אויגן; נו פרעג איך דיר, אז דער טאטע זיצט א גאנצן טאג מיט א סמארטפאון און קוקט אלע נארישקייטן ווי א קליין קעפלדיגער מענטש וועלן דאך די קינדער אויך זוכן דאס צו נאכמאכן...


דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ... נרו יאיר: "ברענג נישט אהיים דיין סמארטפאון"; איך פארשטיי אז דו דארפסט דאס האבן פאר די ארבעט (איך פארשטיי אבער נישט פארוואס עס דארף זיין אפען צו שמוץ), אבער אין שטוב טארסטו עס נישט אריין ברענגען, דו ווילסט אודאי נישט פארלירן דיין ווייב און קינדער; דעריבער בעט איך דיר: "פאלג וואס צדיקים זאגן", וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


איך ווארט דיר צו זען, וועל איך רעדן מיט דיר.

#26 - מ'דארף מחנך זיין קינדער צו פאלגן
חינוך הילדים, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב דיר שוין געשריבן אין א בריוו אז קינדער דארף מען מחנך זיין צו פאלגן; עלטערן דארפן זיין זייער שטארק אז 'א ווארט איז א ווארט'. אודאי וועלן זיי אויספרובירן די עלטערן וכו', אבער אז זיי וועלן זען אז די עלטערן זענען שטארק מיט זייערס א ווארט וועלן זיי ווערן מחונך און אויסוואקסן געזונטע קינדער.


אז די עלטערן אליינס זענען מסופק, אדער אויב עס זענען דא חילוקי דעות צווישן מאן און ווייב דעמאלט איז זייער שווער צו מחנך זיין די קינדער געזונטערהייט. אבער ווען די קינדער זעען ווי די עלטערן זענען שטארק מיט זייער מיינונג וועלן זיי פאלגן און זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ.


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מען קען וויסן אלע עצות, מען קען וויסן אלע חכמות אין חינוך אבער אן תפילה האט מען גארנישט. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קינדער יראי ה'; עלטערן וואס ווילן ערליכע קינדער דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם טאג נאך טאג, אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דו קענסט נוצן דיין מעשר געלט פאר אלע הוצאות צו פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון.

#25 - מיט גוטנס איז מען מער מצליח
חברים, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מקרב דיין ברודער ... נרו יאיר; ער איז א טייערער בחור אבער דיינע עלטערן רודפ'ן אים וכו'.


א ברודער קען אמאל ראטעווען מער ווי אלעמען; רוף אים צו דיר אויף שבתים, און נעם אים מיט דיר פון צייט צו צייט פארברענגען (פארשטייט זיך מיט די פולע הסכמה פון דיין ווייב), אזוי וועט מען אים קענען ראטעווען. ווייל אין שטוב כאפט ער נאר קולות; מען לאזט אים ממש נישט אטעמען. אז ער שטייט נאר אויף אביסל שפעט שלאגט מען אים השם ישמרינו, אנשטאט מען זאל זיך פרייען אז ער קומט נאך אהיים; אנדערע בחורים אנטלויפן אינגאנצן רחמנא לצלן.


א שאד אז עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי צו רעדן צו קינדער; ווען מען דארף רעדן רעדט מען נישט, און ווען מען קען שוין נישט רעדן דעמאלט וועקט מען זיך אויף און מען מאכט אלעס קאליע... חינוך הייבט זיך נישט אן ביי די בר מצוה, חינוך הייבט זיך אלץ קליינע קינדער; ווען קינדער זענען נאך קליין דעמאלט דארף מען ארויס נעמען פון זיי זייערע שלעכטע מידות, אזוי וועלן זיי שפעטער אויך פאלגן. אויב מען האט געלאזט די קינדער אויפוואקסן אן קיין חינוך, און ווען זיי האבן זיך מתחצף געווען קליינערהייט איז דאס געווען זיס און קיוט, דעמאלט וועלן זיי שפעטער זיין גרויסע עזות פנימ'ער.


האברך ... נרו יאיר האט מיר איבער געגעבן אז דו האסט געגעבן פאר די ישיבה פאר חודש מאי למספרם הונדערט דאללער; אין זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#24 - אכטונג געבן אויף די מיידלעך
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אויף דיינע קינדער זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים - ובפרט אויף דיינע טעכטער. מיידלעך דארפן מער שמירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, סימן ה): "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", א מיידל דארף מער שמירה ווי א אינגל; בפרט היינטיגע טעג וואס עס איז דא אסאך פריצות, דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער פון ווען זיי זענען נאך גאר קליין אז זיי זאלן זיך פירן מיט צניעות.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן אויף דיינע פראגעס:


א) בנוגע צי א מיידל מעג פארן מיט א בייק (טו-ווילער); עס איז נישט קיין צניעות פאר א גרויסע מיידל צו פארן מיט א טו-ווילער און אויך נישט מיט קיין ראלער-בלעידס; ווי יונגער מען געוואוינט זיי צו זיך צו שפילן מיט די סארטן שפילערייען וואס געהערן צו זיי, אלץ ווייניגער קאפ וויי וועט מען האבן שפעטער וד"ל.


פארשטייט זיך אז מען קען נישט מחנך זיין מיט שרייען און שלאגן וכו', דאס מאכט נאר ערגער, דאס מאכט אז קינדער זאלן אנטלויפן פון שטוב השם ירחם; מען דארף שיין רעדן, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז די ווערטער גייען אריין אין הארץ.


דאס איז פשוט אז נאר ווען טאטע און מאמע זענען איינשטימיג איבער א נושא קען מען דאס פועל'ן, אבער אז דער טאטע זאגט יא און די מאמע זאגט ניין, אדער פארקערט - די טאטע זאגט ניין און די מאמע זאגט מען מעג יא, דעמאלט קען מען נישט פועל'ן ווייל די קינדער ווערן צעמישט.


דערפאר איז זייער וויכטיג אז עלטערן זאלן האבן א דעת תורה וועם זיי פרעגן זייערע ספיקות ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, ווייל עס איז דא כסדר שאלות בפרט ביי חינוך הבנים והבנות צי מען מעג דאס צי מען מעג יענץ; אזוי וועלן ביידע זיין מיטן זעלבע דעה, דעמאלט וועלן זיי קענען מצליח זיין מיט די קינדער.


ב) בנוגע אנטון פאר קינדער טייערע קליידער וכו'; עס איז זיכער בעסער זיי אנצוטון מיט נישט קיין טייערע קליידער. אפילו מען באקומט דאס פון א צווייטן בחנם איז אויך נישט כדי זיי צו צוגעוויינען צו גיין אנגעטון מיט טייערע קליידער.


ג) בנוגע דיין טאכטער וואס שפילט זיך מיטן שכנ'ס אינגל וכו'; דאס דארפסטו טון מיט גרויס חכמה, דו דארפסט איר שיין מסביר זיין אז זי זאל זיך שפילן מיט מיידלעך, ווייל מיידלעך שפילן מיט מיידלעך, און אינגלעך שפילן מיט אינגלעך. זאג איר: "יעצט ביסטו שוין א גרויסע מיידל זאלסטו שפילן מיט די מיידלעך, נאר קליינע קינדער שפילן זיך אינגלעך און מיידלעך, דו ביסט שוין גרויס וכו'".


שמועס דיך דורך מיט דיין ווייב תחי' ווי אזוי איר זאלט זיך באגיין מיט דעם; איין זאך בעט איך דיר: "טו עס נישט ווילד"; געדענק וואס דער רבי האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה א) ווען דער שני למלכות איז אנגעקומען צום שטאט וואו די בת מלך איז געווען, זאגט דער רבי: "ער איז געגאנגען צו א גביר וכו', ווייל מען דארף זיך דארטן פארזוימען, ווייל מען מוז זען מיט חכמה און שכל מען זאל איר ארויס נעמען (ווי אזוי ער האט איר ארויס גענומען האט דער רבי נישט דערציילט) אבער צום סוף האט ער איר ארויס גענומען, אמן סלה".


טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז אן תפילה נוצט נישט גארנישט; מען קען וויסן אלע עצות און אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן - קען מען גארנישט טון. מען דארף אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, זאגנדיג: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט.

#23 - ווי אזוי צו קויפן מתנות פאר קינדער
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און איך האב הנאה צו הערן אז די פרויען צוזאמקום בלאזט אריין אין אייך א פרישע חיות אנצוגיין ווייטער מיט די ווירטשאפט פון א אידישע מאמע; דער רבי האט דיבורים און התחזקות אויפצולעבן יעדן איינעם.


בנוגע צי עס איז גוט צו קויפן א קעמרע פאר א מיידל; עס איז נישט קיין פראבלעם אז א מיידל זאל האבן א קעמרע, נאר וואס יא, יעדע איבעריגע זאך וואס מען וויל געבן פאר א קינד דארף דער קינד דאס פארדינען און מען דארף דאס אויסנוצן צו העלפן דעם קינד אויסארבעטן זיינע שלעכטע מידות.


יעדער איינער ווערט געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן און די צייט אויסצוארבעטן די מידות איז ווען מען איז יונג, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן טז): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא, רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶּבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן ער זאל זיך אויסארבעטן זיינע מידות, און ער זאגט (שם) אז דאס איז גרינגער צו טון ווען מען איז יונג.


עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער זיך אויסארבעטן זייערע שלעכטע מידות און איינע פון די וועגן צו העלפן א קינד אויסארבעטן די נישט גוטע מידות, איז דורך באלוינען; למשל אז דער קינד דארף א געוויסע זאך וואס איז נישט א זאך וואס מען מוז האבן, קען מען אים העלפן אויסארבעטן א געוויסע מידה און נאך א שטיק צייט וואס מען זעט ווי דער קינד פרובירט זיך צו שטארקן אויף דער מידה געבט מען אים די פארדינטע מתנה.


דער עיקר דארף מען האבן תפילה; אז איר ווילט זוכה זיין צו ערליכע דורות זאלט איר בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף ערליכע דורות, בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט דעמאלט איז א גרויסע עת רצון צו פועל'ן גרויסע ישועות, דאן זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט, אדער אין סיי וואסערע געלעגנהייט:


"רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר מיין מאן און קינדער - פאר יעדן איינעם באזונדער; איך בעט דיר טאטע זיסער, געב מיר ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, קינדער וואס וועלן נאר גיין אין די וועגן פון די תורה. די אינגלעך זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים יִרְאֵי אֱלֹקִים, און די מיידלעך זאלן אויסוואקסן ערליכע צניעות'דיגע פרויען וואס וועלן אויך אויפשטעלן הייליגע דורות.


הייליגער באשעפער! מיין גאנצע לעבן איז נאר צו טון דיין ווילן, מיין גאנצע שטרעבן איז נאר צו ערציען א דור פון קינדער, אייניקלעך און אור-אייניקלעך וואס וועלן זיין ערליכע אידן מאמינים בה'; זיי וועלן גיין אין די וועגן פון די תורה און זיין דבוק צו דיר און צו די צדיקים. העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו דעם, העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי; זיי זאלן אלע חתונה האבן אינגערהייט און זיי זאלן אלע האבן א שיין לעבן.


אייבערשטער איך דארף גארנישט אין מיין לעבן - נאר ערליכע קינדער; איך געב אלעס אוועק אבי מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיין מאן ער זאל קענען ברענגען גרינג פרנסה, מיר זאלן זיך נישט דארפן מוטשען. געב אונז שפע, געב אונז שכל מיר זאלן איינעם דעם צווייטן מכבד זיין.


העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיין כבוד וועגן, בפרט רבינו נחמן בן פיגא און רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותם יגן עלינו.


רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך מיר ליכטיג און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן.


הייליגער באשעפער העלף מיר, בזכות דעם וואס איך גיב נאך און איך קריג מיך נישט זאלסטו מיר אויך נאך געבן און אויסהערן מיינע תפילות".

#22 - ארויסהעלפן צוגרייטן די פלעי
חינוך הילדים, מוסדות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די מיידלעך פון סקול גייען אם ירצה ה' מאכן א פארשטעלונג נאך שבועות און מען דארף אנגרייטן פאר זיי די פראפס וכו'; וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן אז די פלעי זאל זיין מיט הצלחה. אלעס וואס מען דארף האבן פאר די פלעי זאלסטו זיי צושטעלן, אזוי וועסטו מיר גרינגער מאכן מיין ארבעט; איך וועל איבער געבן פאר די מנהלת אז אלעס וואס זי דארף פאר די פלעי זאל מען דיר רופן, און איך וועל דיר געבן געלט איינצוקויפן פאר די פלעי.


די מיידלעך גייען פארשטעלן איינע פון די מעשיות פון סיפורי מעשיות; די גאנצע כונה פונעם פלעי איז אז די קליינע קינדער, די גרויסע מיידלעך און אזוי אויך די עלטערן זאלן לעבן מיטן רבינ'ס מעשיות און זיי זאלן אויפוואקסן מיט די שכל פון רבי'ן.


פאריאר האב זיי פארגעשטעלט די מעשה פונעם "בעל תפילה" (מעשה יב), פאר צוויי יאר צוריק האבן זיי פארגעשטעלט די מעשה פונעם "חכם און תם" (מעשה ט), די מעשיות וועלן די קינדער שטענדיג געדענקען.


לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה; טאנץ מיט זיי: "אלעס איז דער אייבערשטער" און לייג אריין אין זיי יראת שמים.


יעצט איז זומער ווען עס איז אזוי שווער צו האבן שמירת עינים, דארפסטו אלס מלמד אסאך רעדן מיט זיי ווארעמע ווערטער וועגן דאס גרויסקייט פון זיך היטן די אויגן, און אז מען היט זיך די אויגן איז מען זוכה צו פארשטיין די הייליגע תורה און מען איז זוכה צו די ליכטיגקייט פון די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#21 - חיזוק און הדרכה פאר א לערערין
חינוך הילדים, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דינען אלס א לערערין פאר אידישע קינדער, זיי מחנך זיין אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס.


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט אזא הייליגע ארבעט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די הימל; ער האט אן א שיעור זכותים, אזוי סאך וויפיל שטערנס עס איז דא אין די גאנצע וועלט.


דער עיקר דארף מען אריין לייגן אין קינדער גוטע מידות. א מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות, אזוי ווי עס שטייט (איוב יא, יב): "וְעַיִר פֶּרֶא אָדָם יִוָּלֵד", א מענטש ווערט געבוירן ווי אן אייזל אן שכל, און ער דארף ארבעטן אויסצוארבעטן זיינע מידות.


דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו שרייבט (צעטל קטן): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן ער זאל זיך אויסארבעטן זיינע מידות, און ער זאגט (שם) אז דאס איז גרינגער צו טון ווען מען איז נאך יונג.


דערפאר דארף א טיטשער העלפן די קינדער זיי זאלן ארבעטן אויף זיך צו האבן גוטע מידות; מען דארף אסאך רעדן צו די מיידלעך פון גוטע מידות, זיי פארציילן מעשיות פון מענטשן וואס האבן זיך איינגעהאלטן און געטון פארקערט פון זייער ווילן - צו וואס זיי האבן זוכה געווען.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#20 - מחנך זיין די קינדער מיט רואיגקייט, נישט מיט רציחה
חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין זון האט מיר היינט פארציילט וואס דו האסט מיט אים געטון די וואך, ער ווייזט מיר צייכענעס אויף זיין ריקן, שווארצע און בלויע צייכענעס ווי דו האסט אים געשלאגן מכת רצח. איך קען עס נישט גלייבן אויף קיין שום איד, איך קען נישט גלייבן אז א איד איז אומשטאנד צו שלאגן א צווייטן איד - בפרט א אייגן קינד - מיט אזעלכע מכות, כל שכן דו וואס דו זעסט אויס ווי א שיינער איד. ווען דו דאווענסט שבת פארן עמוד קען זיך דאכטן אז דו ביסט א דערהויבענער איד, און דא פירסטו זיך אויף אזוי נידריג און געמיין.


איך האב געזאגט פאר דיין זון ער זאל מער נישט אהיים גיין, ער זאל זיך זוכן א פלאץ וואו צו שלאפן כדאי ער זאל געראטעוועט ווערן פון דיר.


קודם כל זאלסטו וויסן אז דאס איז א לאו אין די תורה  (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מועד קטן יז.): "בְּמַכֶּה לִבְנוֹ גָדוֹל הַכָּתוּב מְדַבֵּר", מען טאר נישט שלאגן א קינד ווען ער איז גרויס; דאס איז ביי קליינע פעטש, אבער מכות רצח טאר מען נישט שלאגן קיינעם - כל שכן א בחור פון פופצן יאר.


איך וויל דיר פרעגן: "דו ביסט נאך קיינמאל נישט פארשלאפן אין לעבן?! "ווען דו ביסט געווען א פופצן יעריגער בחור ביסטו אליינס אויפגעשטאנען יעדן אינדערפרי?!" "עס האט קיינמאל פאסירט אז דו זאלסט אויפשטיין שפעט?!" לאמיר זאגן אז דו ביסט יא א מאשין און דו שטייסט אויף פארטאגס, קומט זיך פאר דיין זון מכות רצח מיט א שטעקן ווייל ער שטייט אויף שפעט?! פארוואס זאל ער בכלל וועלן אויפשטיין ווען ער האט א טאטע א רוצח?!


יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס צוויי פון דיינע קינדער זענען דיר ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן; ווייל אז דער טאטע איז אזא רוצח צו שלאגן אן איידעלער בחור פון פופצן יאר מכות רצח מיט א שטעקן, איז פארשטענדליך אז די קינדער ווילן נישט זיין אידן.


זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אזוי וכו', ווייל אז איך וועל דיר נישט זאגן אויפצוהערן וועסטו אויך אים חס ושלום פארלירן; שלאגן איז נישט קיין חינוך זאך, שלאגן איז ארויס צו געבן די אייגענע נערוון. אז דו ווילסט דיין זון זאל אויפשטיין לערנען די הייליגע תורה זאלסטו אים שיין אויפוועקן; וועק אים מיט ליבשאפט, וועק אים ווי מען וועקט א דערוואקסענער מענטש.


שלמה המלך זאגט (משלי ט, ח): "אַל תּוֹכַח לֵץ פֶּן יִשְׂנָאֶך, הוֹכַח לְחָכָם וְיֶאֱהָבֶך", שטראף נישט קיין לץ ווייל דו וועסט גארנישט אויפטון, ער וועט דיר פיינט האבן, אבער ווען דו וועסט זאגן מוסר פאר א חכם וועט ער דיר ליב האבן; זאגט מוהרא"ש א מורא'דיגער פשט: "אַל תּוֹכַח לֵץ" – ווען דו זאגסט מוסר פאר איינעם זאג אים נישט: דו "לֵץ" וואס דו ביסט, דו שגץ וואס דו ביסט – "פֶּן יִשְׂנָאֶך", ווייל ער וועט דיר פיינט האבן; אז דו וועסט רעדן מיאוסע ווערטער צו איינעם וועט ער נישט אננעמען די מוסר וואס דו זאגסט אים, נאר דער וועג איז "הוֹכַח לְחָכָם" – זאג אים: דו ביסט דאך א חכם, עס פאסט נישט פאר דיר דו זאלסט זיך אזוי פירן; אז דו וועסט רעדן צו אים שיינערהייט, "ְויֶאֱהָבֶך", וועט ער דיר ליב האבן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט זיין א גוטע טאטע פאר דיינע קינדער; נישט נאר זיך אהער שטעלן ווי א גוטער מענטש פאר די גאס. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בֶּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", ווער עס האט נישט קיין רחמנות אויף זיינע קינדער איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט רחמנות האבן אויף דיינע קינדער.

#19 - זע אריינצולייגן יראת שמים אין די קינדער ביים עסן
חינוך הילדים, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, ט"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו רעדן צו די קינדער פון אמונה בשעת דו טיילסט זיי עסן ביי מיטאג אין חדר; זאלסטו זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אריין ברענגען אין זיי א חשק אז זיי וועלן אויך וועלן זיין צדיקים.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): ווען א איד עסט איז זייער א גרויסע צייט, מען קען זוכה זיין עס זאל ווערן א יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, אזוי ווי עס שטייט (רות ב, יד): "לְעֵת הָאֹכֶל גֹּשִׁי הֲלֹם"; דעריבער אז דו ביסט געשטעלט פון די מוסד צו זיין מיט די קינדער בשעת זיי עסן, זאלסטו זען אריין צו לייגן אמונה אין זיי בשעת דו טיילסט זיי דאס עסן, דאס קענסטו טון דורך זיי דערציילן מעשיות פון די הייליגע חכמים און פון צדיקים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה י:) אברהם אבינו האט מגלה געווען פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א באשעפער. ער האט אריין גערופן געסט צו זיך אין שטוב און זיי געגעבן צו עסן און צו טרינקען, "לְאַחַר שֶׁאָכְלוּ וְשָׁתוּ עָמְדוּ לְבָרְכוֹ", ווען זיי האבן אפגעגעסן זענען זיי אים געקומען באדאנקען, "אָמַר לָהֶם, וְכִי מִשֶּׁלִּי אַכַלְתֶּם, מִשֶּׁל אֱלֹהֵי עוֹלָם אַכַלְתֶּם!"  האט זיי אברהם אבינו געזאגט: מיר דאנקט איר? די עסן איז נישט מיינס, דאס באלאנגט פארן אייבערשטן, "הוֹדוּ וְשִׁבְּחוּ וּבֵרְכוּ לְמִי שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", דאנקט דעם אייבערשטן וואס ער האט אלעס באשאפן; אזוי האט ער אריין געברענגט דעם אייבערשטן אין אלע מענטשן. זעט מען פון דעם אז בשעת מען עסט דעמאלט איז א צייט וואס מען קען אריין ברענגען אמונה אין מענטשן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אכילה, חלק ב', סימן ג): "עַל יְדֵי בִּרְכַּת הַמָּזוֹן נִתְוַדַּע הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בָּעוֹלָם", דורך ברכת המזון ווערט דער אייבערשטער באוואוסט אויף דער וועלט; אזוי ווי אברהם אבינו האט געטון. מען הייבט אן פארשטיין אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס זאל וואקסן און ער איז מהוה די גאנצע וועלט.


ווען מען ענדיגט עסן בענטש מיט זיי; אויך זאלסטו זינגען מיט זיי אין אידיש "שכוח אייבערשטער..." - אויף יעדע פרט וואס מען האט געגעסן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן רלז) אז ווען ער איז געווען נאך א קליין קינד פלעגט ער דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדן פרט וואס ער האט געגעסן, דער רבי האט געזאגט: "איך האב מיר נישט באגנוגט מיט ברכת המזון"; אזוי זאלסטו טון מיט די קינדער, לייג אריין אין זיי אמונה זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז דא. דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז.


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; פארגעס נישט אז עס איז דיין מצוה פרייליך צו מאכן די ווייב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה - בַּעְלָהּ מְשַֹמְחָהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#18 - מחנך זיין די קינדער, און ווי אזוי די לערערינס דארפן זיך אויפפירן
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן די זכיה ווייטער ממשיך צו זיין מיט די סקול.


יעצט אין די ספירה טעג קען מען נישט אנצינדן פאר די מיידלעך מוזיק. מען דארף לערנען מיט די מיידלעך הלכות ספירה; אלע הלכות פון די ספירה טעג וואס מיר האלטן פאר אבילות אויף די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון דעם הייליגן תנא רבי עקיבא וואס זיי זענען אויסגעשטארבן אין די טעג פון ספירה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סב:): "שְׁנַיִם עָשָׂר אֶלֶף זוּגִים תַּלְמִידִים הָיוּ לוֹ לְרַבִּי עֲקִיבָא", פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים האט ר' עקיבא געהאט, "וְכֻלָּן מֵתוּ בְּפֶרֶק אֶחָד מִפְּנֵי שֶׁלֹא נָהֲגוּ כָּבוֹד זֶה לָזֶה, וְהָיָה הָעוֹלָם שָׁמֵם", און אלע פון זיי זענען געשטארבן אין איין צייט ווייל זיי האבן זיך נישט מכבד געווען איינער דעם צווייטן, און די וועלט איז געווען דעמאלט וויסט פון תורה.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; ביים רבי'ן איז דרך ארץ און מידות טובות געווען א יסוד היסודות, מען זאל זיך פארטראגן איינער מיטן צווייטן און מען זאל אכטונג געבן אויף א צווייטנס געפיל. דאס דארף מען אריין לייגן אין די מיידלעך; זיי זאלן וויסן: "וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין", אז מען גריסט שיין א צווייטן טוט מען זיך א טובה, אז מען טשעפעט נישט א צווייטן טוט מען פאר זיך אליינס גוטס, און אויב חס ושלום טשעפעט מען יא א צווייטן טוט מען זיך שלעכטס. דאס איז וואס מיר דארפן אריין בראקן אין די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג - זיי זאלן מכבד זיין א צווייטן.


אם ירצה ה' קומענדיגן זונטאג גייט זיין א פארטי פאר די מוסדות; בעט איך אייך זייער איר זאלט נעמען אייער קלאס זיי זאלן העלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה. נעמט אפאר מיידלעך זיי זאלן ארום רופן די ליסטע איינצוליידענען פרויען צו די פארטי, אויך זאלן די מיידלעך גיין ביי די הייזער מיט ראפעלס. לייגט אריין אין די מיידלעך א שטאלץ אז זיי זאלן זיך נישט שעמען מיט ברסלב; שעמען זאלן זיך אלע וואס גייען צו זייער טויטע רבי וואס קען זיי נישט העלפן, מיר האבן א לעבעדיגער רבי.


איך ווארט איר זאלט מיר רופן רעדן פאר די טיטשערס; איך וויל זיי מחזק זיין מפעם לפעם זיי זאלן וויסן ווי אזוי מחנך צו זיין אונזערע מיידלעך. א טיטשער קען בשום אין אופן נישט האבן א סעלפאון אין די צייט וואס זי דארף זיין אין קלאס, א טיטשער וואס ברענגט איר סעלפאון אין קלאס איז איר קאפ האלבוועגס נישט אין קלאס. איך בין בשום אין אופן נישט מסכים אז די טיטשערס זאלן אריין גיין אין קלאס מיט זייער סעלעפאון; אין אפיס איז דא א טעלעפאן, אויב מען דארף וויכטיג צו קומען צו א טיטשער קען מען איר רופן אין אפיס. איך בעט אייך זייער איר זאלט דאס איבערגעבן פאר די טיטשערס.


איר האט אודאי געהערט אז ר' ... נרו יאיר גייט זיצן אין תפיסה השם ירחם; זעטס אז אלע קינדער אינעם מוסד זאלן מתפלל זיין פאר אים. ער האט זיך אוועק געגעבן פאר מוסדות התורה צו העלפן מען זאל קענען אנגיין, און אונז האט ער זייער שטארק געהאלפן אין אונזערע ערשטע יארן ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה, חדר און מיידל סקול. דערפאר דארפן מיר מתפלל זיין פאר אים ער זאל נישט אנקומען אין תפיסה.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס אלע טיטשערס זאלן בעטן פאר אים מיט די קינדער: "רבונו של עולם! העלף ארויס אז ר' ... זאל נישט זיצן אין תפיסה, העלף אז די רעגירונג זאל אים אפלאזן; בזכות וואס ער האט געהאלפן ישיבות און תלמוד תורה'ס, און בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".


איר זאלט ווייזן די בריוו פאר אלע טיטשערס, ווייל דאס איז נוגע פאר זיי אלע.

#17 - זיי מתפלל מיט די קינדער
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ר' ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט פון מחנך זיין תינוקות של בית רבן און דו ביסט מחזק די מלמדים זיי זאלן לערנען מיט די קינדער מיט סבלנות און ליבשאפט. די מלמדים שרייבן מיר אז זיי זענען זיך מחי' מיט די דרשות וואס דו געבסט זיי איינמאל א וואך.


האסט אודאי געהערט אז ר' ... נרו יאיר גייט זיצן אין תפיסה - השם ירחם; זע אז אלע קינדער אינעם מוסד זאלן מתפלל זיין פאר אים. ער האט זיך אוועק געגעבן פאר מוסדות התורה צו העלפן מען זאל קענען אנגיין און אונז האט ער זייער שטארק געהאלפן אין אונזערע ערשטע יארן ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה, חדר און מיידל סקול, דארפן מיר מתפלל זיין פאר אים ער זאל נישט אנקומען אין תפיסה.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס אלע מלמדים זאלן בעטן פאר אים מיט די קינדער: "רבונו של עולם! העלף ארויס אז ר' ... זאל נישט זיצן אין תפיסה. העלף אז דו רעגירונג זאל אים אפלאזן, בזכות וואס ער האט געהאלפן ישיבות און תלמוד תורה'ס, און בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".


זיי ווייטער ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט. זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטלעך און אז זיי זאלן אריין לייגן אין די קינדער שמחה, עס זאל הערשן אין יעדע קלאס א געשמאקע לופט, מען זאל שפירן א שמחה אין די לופט, דורכדעם ווערט דער מח ברייט, דאן קען מען לערנען און דאווענען.


איך בעט דיר זייער אויב דו קענסט ענדיגן מגיה זיין דעם ספר הקדוש "אשר בנחל"; איך וויל עס יעצט איבער דרוקן מקיים צו זיין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז איבער געלאזט מיר זאלן משתדל זיין ווייטער צו דרוקן זיינע ספרים. אויסער דעם האב איך צוגעזאגט פאר מוהרא"ש ביי די לויה אז איך וועל דאס דרוקן און פארשפרייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - איך האב זייער געוואלט זיין ביי דיין סיום
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט געווען נעכטן ביי דיין סיום אויף ששה סדרי משנה.


איך בין געפארן נעכטן באקן מצות פאר מיין טאטע שליט"א; גלייב מיר, איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביים סיום. דאס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלעס, איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה און חדר מיט מסירת נפש ממש, און יעדעס מאל א תלמיד הישיבה פארציילט מיר אז ער מאכט א סיום מסכתא געבט דאס מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט מיין ארבעט.


איך בין נישט געווען אין ישיבה נעכטן א גאנצן טאג ווייל איך האב געהאלפן מיין טאטע שליט"א באקן מצות; איך האף אז דו וועסט מיר מוחל זיין אז איך בין נישט געווען ביי דער סיום, איך וועל עס דיר אם ירצה ה' באצאלן ביי א צווייטע געלעגנהייט.


יעצט הייב אן נאכאמאל ששה סדרי משנה און גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, אזוי זאלסטו לערנען דיין גאנץ לעבן. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט דאך זאלסטו ווייטער לערנען און זאגן די ווערטער, ביז דער אייבערשטער וועט דיר עפענען דיין קאפ און דו וועסט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה.


קוק וואס דער רבי האט דערציילט, ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן  - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


דער רבי האט זיך אבער נישט באגנוגנט מיט וואס ער לערנט, ער האט אויך געוואלט קענען זוהר און כתבי אריז"ל, ער האט אלץ קינד געוואלט פארשטיין קבלה, "וְכֵן בְּלִמּוּד זוֹהַר וְכִתְבֵי הָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הָיָה בּוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה עַד שֶׁזָּכָה לְהָבִין", עיין שם, האט ער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט ביז ער האט אלעס פארשטאנען.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון תפילה; אויב א מענטש איז אן עקשן בעבודת השם, וועט ער זוכה זיין אנצוקומען צו גרויסע זאכן.


זע צו העלפן אין שטוב אנגרייטן דעם הייליגן יום טוב פסח.

#15 - קינדער טאנצן און שפרינגען, א תפלה צו האבן געדולד צו זיי
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט ווערן צעבראכן פון דעם וואס איר זעט אז איר האט נישט קיין כח צו אייערע קינדער און יעדע צופרי ווערט אן אנגעצויגענע שטימונג ביי אייך אין שטוב ווען די קינדער פאלגן נישט.


וויסן זאלט איר אז יעדע אידישע מאמע מיט קליינע קינדער שפירט וואס איר שפירט און גייט אריבער וואס איר גייט אריבער וכו'; יעדע פרוי מיינט אז זי האט מיט די נערוון וכו', בפרט ווען מען האט א שטוב מיט קליינע קינדער, דעמאלט קען מען אסאך מאל שפירן אז מען גייט ממש אראפ פון זינען ווען די קינדער פאלגן נישט וכו'.


זייער אסאך מאל ווערט א מענטש צעבראכן נאכדעם וואס מען געשריגן אויף די קינדער; מען הייבט אן טראכטן אז מען איז נישט געזונט וכו', מען הייבט אן טראכטן אז מען קען נישט זיין קיין מאמע וכו', אבער דאס איז נישט וואר. ווייל א מענטש איז א מענטש, א מענטש איז נישט קיין מלאך; איר דארפט וויסן אז קינדער זענען קינדער און דער געזונטער נאטור פון קינדער איז צו טאנצן און שפרינגען און נישט פאלגן; געזונטע קינדער הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי. אז מען ווייסט דאס פון פאראויס איז דאס גרינגער צו נעמען.


קינדער מיט עלטערן זענען פונקט דאס פארקערטע; עלטערן האבן ליב ווען עס איז שטיל, רואיג און מסודר, קינדער – פון די אנדערע זייט - ווילן נאר שרייען, טאנצן און שפרינגען. באמת איז נישט געפערליך אז קינדער שפרינגען וכו'; ענדערש זאל דער קויטש כאפן א ריס ווי דער קינד זאל ווערן צעדרוקט, ענדערש זאל דער וואנט כאפן א קראץ ווי איידער דער קינד זאל כאפן קולות א גאנצן טאג.


איינער פון די בחורים וואס פלעגן קומען עסן ביי מיר אויף שבת האט מיר געזאגט, אז ער האט זייער הנאה געהאט צו עסן שבת ביי מיר צוזעהנדיג ווי מען הרג'עט נישט די קינדער ווען זיי טאנצן אויפן קויטש, ווייל ביי זיי אין שטוב הרג'עט מען די קינדער אויב מען טאנצט אויפן קויטש; עלטערן קענען נישט נעמען ווען די קינדער לויפן און שפרינגען, מען האט מורא אויב די וואנט וועט כאפן א זעץ וכדומה, מען כאפט זיך נישט אז א קויטש קען מען קויפן א נייע, א וואנט קען מען איבער פארבן, אלעס קען מען פארעכטן, אבער קינדער אויב מען שרייט אויף זיי טאג און נאכט ווערן זיי פעלערהאפטיג פאר זייער לעבן.


אבער מיר דארפן געדענקען אז מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס פירט דער וועלט און מיר האבן א גרויסער רבי וואס האט אונז געגעבן וואונדערליכע עצות אויף יעדן פראבלעם; דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און מיר זאלן אים בעטן יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אונז. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אלעס וואס באדערט אים, ווערט דער מענטש צופרידן און רואיג.


דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט האבן שטארקע נערוון צו די קינדער, און איר זאלט זוכה זיין זיי מגדל צו זיין און זען נחת פון זיי.


איך שרייב אייך א קורצע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג, וועט איר זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


"רבונו של עולם, העלף מיר אז היינט זאל איך נישט שרייען אויף מיינע קינדער. העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן מיר פאלגן גלייך ווען איך בעט זיי, מיינע קינדער זאלן הערן ווען איך רעד צו זיי און זיי זאלן זיך נישט שפארן מיט מיר. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן און צו מיינע קינדער, איך זאל זיי נישט פארשעמען און איך זאל חס ושלום נישט שרייען אויף זיי מיאוס'ע ווערטער.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן ווען מיינע קינדער פאלגן נישט גלייך ווען איך זאג זיי עפעס צו טון, איך זאל געדענקען אז: "קינדער זענען קינדער"; איך זאל זיי ליב האבן און איך זאל נישט ווערן פארלוירן און גערעגט אויב זיי פאלגן נישט.


איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר הייליגער באשעפער, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך וועלן די קינדער זיין רואיג און צופרידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, און מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך.


רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען חתונה מאכן מיינע קינדער יונגערהייט און גרינגערהייט; מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס און זיי זאלן האבן נאר ערליכע חברים".


די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג און אויב איר האט צייט - אפאר מאל א טאג, וועט איר זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך.


איך ווארט צו הערן אז עס איז אייך בעסער געווארן.

#14 - זיי מחזק דיין ווייב
פחדים, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז זי קען מער נישט וכו', זי געבט אויף וכו'.


דו דארפסט איר מחזק זיין; לויט ווי איך פארשטיי איז זי דערשראקן אז זי האט א פראבלעם, עס באדערט איר מער דאס טראכטן אז אפשר איז זי נישט געזונט מער ווי עס באדערט איר אז זי איז נערוועז און אז זי פארלירט זיך און זי שרייט אויף די קינדער. א אידישע מאמע וואס האט א שטוב מיט קינדער, ווען זי שרייט אויף די קינדער מיינט דאס נישט אז זי דארף נעמען מעדעצין וכו', די נאטור פון עלטערן איז צו שרייען וכו' און מען דארף דאס אויסארבעטן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט פארלירן, מען זאל נישט שלאגן די קינדער און מען זאל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


דעריבער דארפסטו איר מחזק זיין; זאג איר אז אלע אידישע מאמעס זענען אזוי ווי איר, אלע שפירן אסאך מאל ווי מען גייט אויפגעבן. רעד איר אויס איר הארץ אז קינדער זענען קינדער; געזונטע קינדער טאנצן און שפרינגען, געזונטע קינדער קריכן און געזונטע קינדער הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי.


געב אכטונג אויף דיין ווייב זי זאל זיין געזונט און שטארק; ווען זי פארלירט זיך אויף די קינדער שטיי אויף איר זייט, נישט קריג דיך מיט איר, ווייל דאס וועט איר נאך מער אויפרעגן, זי וועט נאך מער שרייען און שלאגן. אבער אויב זי וועט זען ווי דו ביסט מיט איר, דו נעמסט זיך אן פאר איר ווען די קינדער פאלגן נישט, וועט זי אויפהערן צו שרייען וכו' און זי וועט ווערן בארואיגט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם - לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז געזונטער פאר קינדער אז מען איז נישט צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, מען לאזט זיי אליין אויפוואקסן; נאך האט דער רבי געזאגט: "א קינד קישט מען נישט, און א קינד שלאגט מען נישט"; ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, שלאגט מען אים ווען ער איז לעבעדיג און שפרינגעדיג, דעריבער איז בעסער אז מען לאזט זיי ארומטאנצן, וועלן זיי אויסוואקסן געזונט און שטארק.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר עס איבער גלייך ווען דו באקומסט דאס.

#13 - גרויסקייט פון מחנך זיין אידישע טעכטער ווי עס דארף צו זיין
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', מנהלת בית חינוך לבנות בית פיגא ברסלב


וויפיל איך זאל אייך נאר שרייבן וואסערע זכות איר האט מיט דעם וואס איר זענט מחנך אידישע קינדער, דארף איך אייך שרייבן נאך אסאך מער.


מוהרא"ש ברענגט א מאמר חז"ל (מדרש לקח טוב, פרשת נשא): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָּא לִמְחוּזָקִין"; דער עיקר חיזוק דארף מען געבן פאר די וואס זענען מחזק אידישע קינדער, ווייל דער וואס טוט פאר אנדערע, דיקא אזא מענטש האט כסדר חלישות הדעת וכו', אויך באקומט מען קריטיק פון מענטשן וכו'. מוהרא"ש זאגט: "ווער עס וויל נישט באקומען קיין קריטיק - זאל גארנישט טון"; ווייל נאר ווען מען טוט איז דא קריטיק. אויף א טויטע פערד וועט קיינער נישט רעדן, נאר איינער וואס לעבט און טוט אויף וועט מען קריטיקירן. דערפאר וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט ווייטער אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


איך בין געווען ביי א חתונה אין די משפחה צו זאגן מזל טוב; זייענדיג ביי די שמחה האב איך מיר אזוי געטראכט: 'וואס פעלט מיר אויס די גאנצע עסק מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול וכו' וכו'? איך האב נישט קיין כח צו געבן דרשות יעדן טאג, וואס טו איך דען אויף מיט דעם?' איך האב זיך צעוויינט צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז אפילו מען איז אויפן גאס אדער וואו אימער און עס כאפט אן דעם מענטש צו רעדן צום אייבערשטן זאל מען דאס נישט אוועק שטופן, נאר דארט וואו מען איז, דארט וואו מען שטייט, זאל מען עפענען דאס מויל און רעדן אפאר דיבורים. מען האט דארט געווארט אויף די חופה, בין איך געשטאנען אין די זייט אזוי פאר מיר; קומט צו מיר צו א איד מיט א ווייסע בארד און הייבט מיר אן מחזק זיין, עס האט אויסגעזען ווי איינער האט אים געזאגט וואס איך טראכט און אים געשיקט מיר צו מחזק זיין. דער איד זאגט מיר: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידישע קינדער האבן חיזוק פון דיינע דרשות; דו היילסט אויס צעבראכענע הערצער", און דער איד הייבט אן וויינען מיט טרערן אין די אויגן, ער זאגט מיר: "דו מיינסט דו ביסט נאר מחזק בחורים, איך בין א איד מיט א ווייסע בארד און איך בין זיך מחי'!" איך קען דיר פרעגן א קשיא? - פרעגט מיר דער איד – "ווען איינער געבט צו עסן פאר א צווייטן איז ער דאך יענעם מחי', אפילו ער ווייסט אז מארגן וועט דער איד נאכאמאל ווערן הונגעריג, דאך ווען א מענטש טרעפט א הונגעריגן וועט ער זיך פרייען אז ער קען יענעם געבן עפעס זיך צו דערקוויקן דאס הארץ, אזוי זאלסטו אויך טראכטן ווען דו געבסט חיזוק פאר א צווייטן. טראכט נישט וואס וועט זיין באלד מיט יענעם, וואס וועט זיין מארגן מיט יענעם, קוק אויף די יעצמיגע מינוט וואס דו קענסט יענעם מחי' זיין, אפילו מארגן וועט ער אראפפאלן"; דער איד האט מיר ממש מחי' געווען.


דאס זעלבע זאג איך אייך, איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין אידישע קינדער; עס קומען מיידלעך אין סקול, זיי ווארטן אלע אויף א שמייכל פונעם טיטשער, זיי ווארטן אויף א גוט ווארט פונעם מנהלת. מיט איין שמייכל וואס א טיטשער געבט פאר א מיידל קען זי מיט דעם ראטעווען דאס לעבן פון נאך א איד, קיינער ווייסט נישט וואס יענער טראכט, קיינער ווייסט נישט וואס קאכט זיך ביי יענעם; אפשר גייט יענער אריבער זייער א שווערע צייט אין שטוב און מיט א גוט ווארט איז מען פשוט מחי' מתים א אידיש קינד.


איך וואלט אייך זייער שטארק געוואלט בעטן אויב די מיידלעך פון אייער קלאס קענען מאכן דאס יאר נאכאמאל א פארשטעלונג, ווי מען וועט אויפשפילן א מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט; ווייל ווען די מיידלעך שטעלן פאר א מעשה פון סיפורי מעשיות ווערט דאס גוט איינגעקריצט אין זייער הארץ און עס ווערט א חלק פונעם לעבן, סיי ביי די מיידלעך און סיי ביי די מאמע'ס, און עס קומט ארויס דערפון זייער אסאך גוטס.


איך ווייס אז עס איז א שווערע ארבעט פאר אייך, אבער מאכט אייך א חשבון, אלע מענטשן אויף דער וועלט דארפן שווער ארבעטן אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, קומט דער רבי און זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט) אז מען קען נעמען דעם עמל און איינטוישן פאר גוטע פלאג, אזוי קען מען זאגן  'אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'.


בנוגע קעמפ; מען דארף שוין מסדר זיין די קלאסן פאר קעמפ פון אלע יארגענג. איך וויל זייער שטארק אז די מיידלעך פון די עלטסטע קלאס זאלן זיין די לערערינס פאר אלע כיתות און זיי זאלן אנפירן די שפיל פראגראם פארן זומער פאר די יונגערע מיידלעך. מיר האבן גענוג גרויסע מיידלעך וואס זענען שוין גענוג ערוואקסן צו קענען אנפירן דעם זומער פראגראם, מען דארף דאס נאר אנגרייטן פון פריער.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער אין דעם זכות וואס איר טוט פאר אונזערע קינדער.

#12 - בנין אין אומאן וועט זיין פארטיג דאס יאר? וואס לערנען מיט קינדער אויף פסח?
חינוך הילדים, צדקה, אומאן, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


בנוגע צי מיר וועלן זיין אינעם נייעם בנין נאך דעם יאר ראש השנה אין אומאן; וואס זאל איך דיר זאגן, הלואי וואלט איך דיר געקענט ענטפערן 'יא', ביז דערווייל בין איך עומד ומצפה לישועת ה' ער זאל מיר העלפן ענדיגן דעם בנין. איך בין אריינגעפאלן אין חובות, איך דארף נאך שאפן איבער א האלב מיליאן דאללער צו ענדיגן דעם בנין, ואין בידי לפורטה אפילו שוה פרוטה. אבער איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל עס קענען ענדיגן בויען אן חובות.


מען זעט ווי עס בויעט זיך פאר יעדער מוסד און פאר יעדער קהלה הערליכע בנינים וכו'; בעט איך דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, 'וְלֹא תְּהֵא כּוֹהֶנֶת כְּפֻנְדָקִית?' פארוואס מיר דארפן זיך אזוי מוטשען?!" נאר דער תירוץ איז זייער פשוט: "מען קען נישט בויען קיין תורה מיט געלט; תורה און אמונה קען מען נאר אריין ברענגען אין מענטשן מיט בלוט און מיט שווייס".


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (אבות ו, ט): רבי יוסי בן קיסמא פארציילט: "פַּעַם אַחַת הָיִיתִי מְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ", איינמאל בין איך געווען אונטערוועגנס, "וּפָגַע בִּי אָדָם אֶחָד", און א מענטש האט מיך אנגעטראפן, "וְנָתַן לִי שָׁלוֹם, וְהֶחֱזַרְתִּי לוֹ שָׁלוֹם", ער האט מיר געגעבן שלום און איך האב אים צוריקגעגעבן. "אָמַר לִי, רַבִּי, מֵאֵיזֶה מָקוֹם אַתָּה?" האט ער מיר געפרעגט פון וואו איך קום, "אָמַרְתִּי לוֹ, מֵעִיר גְּדוֹלָה שֶׁל חֲכָמִים וְשֶׁל סוֹפְרִים אָנִי", האב איך אים געזאגט אז איך וואוין אין א פלאץ פון תלמידי חכמים, "אָמַר לִי, רַבִּי, רְצוֹנְךָ שֶׁתָּדוּר עִמָּנוּ בִמְקוֹמֵנוּ, וַאֲנִי אֶתֵּן לְךָ אֶלֶף אֲלָפִים דִּינְרֵי זָהָב וַאֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת?" האט ער מיר געפרעגט 'אפשר ווילסטו קומען וואוינען ביי אונזער שטאט און איך וועל דיר געבן אסאך געלט און טייערע שטיינער', "אָמַרְתִּי לוֹ, בְּנִי, אִם אַתָּה נוֹתֵן לִי כָל כֶּסֶף וְזָהָב וַאֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת שֶׁבָּעוֹלָם, אֵינִי דָר אֶלָּא בִמְקוֹם תּוֹרָה", האב איך אים געענטפערט 'אפילו אויב דו וועסט מיר געבן די גאנצע געלט פון די וועלט וועל איך אויך נישט גיין וואוינען נאר אויף א פלאץ וואו מען לערנט תורה', "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא שֶׁבִּשְׁעַת פְּטִירָתוֹ שֶׁל אָדָם אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד", ווייל ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט נעמט ער מיט נאר תורה און גוטע מעשים; די אלע געלט, גאלד און זילבער דאס נעמט מען נישט מיט מיט זיך.


די וועלט פרעגט זייער א שטארקע קשיא אויף דעם סיפור, פארוואס ווען דער מענטש האט אים אנגעטראגן צו געבן אלף אלפים דינרי זהב ואבנים טובות ומרגליות, האט ער נישט מסכים געווען צו גיין וואוינען ביי אים, ער וואלט דאך געקענט נעמען די געלט און בויען דארט ישיבות, בתי חינוך און מאכן דארט א מקום תורה? ענטפערט דער גאון רבי חיים וואלאזשינער זכותו יגן עלינו, אז א מקום תורה קען מען נישט בויען מיט געלט, א מקום תורה קען מען נאר בויען מיט מסירות נפש.


אזוי דערציילט מען אויך נאך פון הייליגן סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו, אז די הנהלה האט זיך אמאל באקלאגט פאר אים אז די מוסד האלט זיך ביים פארמאכן ווייל עס איז נישט דא קיין געלט צו צאלן די איינגעשטעלטע, האט דער רבי געענטפערט: "א מוסד מאכט זיך נישט צו אז עס האט נישט קיין געלט, א מוסד מאכט זיך צו פון מחלוקת אדער פון דעם וואס מען פירט עס מיט נגיעות שלא לשם שמים".


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר מוטשען זיך אויך יעדן טאג אינעם מוסד; יעצט דארף איך שאפן איבער הונדערט טויזענט דאללער צו קענען באצאלן די איינגעשטעלטע אינעם מוסד. דאס אליינס איז א נס אז מיר האבן נישט קיינעם אויף וועם זיך צו פארלאזן, אזוי פארלאזן מיר זיך נאר אויפן אייבערשטן, מיר קוקן נאר צו אים, וועט ער אונז זיכער העלפן. אז מען קוקט צוריק זעט מען די ניסים ונפלאות ווי מיר גייען אן שוין צען יאר מיט די ישיבה, אכט יאר מיט די תלמוד תורה און זיבן יאר מיט די מיידל סקול, אזוי וועט דער אייבערשטער ווייטער העלפן.


נעם נאך נישט צוזאם געלט פאר בעטן אין אומאן, ווייל איך ווייס נישט צי מיר וועלן שוין זיין אינעם נייעם בנין.


א יישר כח פארן צוזאמנעמען די קינדער ביי שלש סעודות אין בית המדרש בשעת מען זינגט זמירות; עס איז א תענוג צו הערן ווי שיין די קינדער זינגען מיט די ניגונים. מיר דארפן מחנך זיין די קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, דער רבי האט געוואלט מען זאל זינגען זמירות שבת דארפן מיר זינגען זמירות בתמימות ופשיטות (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן קד); אז דו וועסט זיי אזוי מחנך זיין וועלן אונזערע קינדער אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


הלוואי ווען דו וואלסט ווען געזאגט מיט זיי יעדע וואך שיר השירים פארן דאווענען אזוי ווי דו טוסט זומער אין קעמפ; דאס איז ביי מיר דער גרעסטער תענוג און נחת רוח, צו זען ווי די קינדער וואקסן אויף ערליכע אידן.


בנוגע לערנען מיט די קינדער הלכות פסח וכו'; לערן מיט זיי דעם ספר 'דרך החיים' פון הייליגן חוות דעת זכותו יגן עלינו. דער סאטמארער רבי זי"ע האט געזאגט אז מען זאל דאס לערנען מיט קינדער ווייל דארט איז צוזאמגענומען זייער שיין אלע הלכות אויף למעשה. מוהרא"ש זכרונו לברכה אין די 'הגדה של פסח אור זרוע' ברענגט אראפ די הלכות פונעם ספר דרך החיים.


דער עיקר לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ, און זיי וועלן אויך וועלן זיין צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מ'דארף לערנען מיט די מיידלעך הלכות יחוד
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי' מנהלת בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


על פי הלכה טאר זי נישט זיין אין שטוב ווען ער איז דארט, ווייל ביי דעם איז דא אן איסור יחוד; מען דארף זייער אכטונג געבן אויף דעם ווייל איסור יחוד איז מן התורה און מען קען נישט מקיל זיין אין דעם. בפרט אין אונזערע טעג וואס עס זענען דא מנוולים ומושחתים וכו' וכו'.


אויב די מאמע מאכט זיך נישט וואוסענדיג דארפט איר רעדן מיט די מיידל וכו'; אויב פעלט אויס וועל איך רעדן מיט די עלטערן.


ווען מען איז עוסק מיט א רבים זעט מען וואס גייט איבער אויף מענטשן און מען לערנט זיך אויף וואס צו אנגרייטן די קינדער וכו'.


זעט צו לערנען מיט די קינדער הלכות יחוד; היינט זענען דא שיינע ספרים אויף איסור יחוד מיט טבלאות וכו', כדי עס זאל זיין גרינג צו געדענקען.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די מיידלעך; אריין לייגן אין זיי יראת שמים און א ליבשאפט צום הייליגן באשעפער און צו די מצות.


אין דעם זכות זאלט איר האבן נחת פון אייערע קינדער, אמן.

#10 - מחזק אויף חינוך און שידוכים
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זעט אריין צו לייגן אין די קינדער אמונה פשוטה. יעדע זאך וואס די קינדער דארפן און בעטן דארף מען זיי אויסלערנען די זאך פון תפילה; זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פד): "דַּע שֶׁעִקַּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לַה' יִתְבָּרַך הוּא עַל יְדֵי תְּפִילָה", תפילה דאס באהעפט דעם מענטש צום אייבערשטן, דאס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן; קליינע קינדער האבן אין זיך א ריינקייט און א לויטערקייט, זיי נעמען אן תפילה מיט א מורא'דיגע תמימות ופשיטות.


אזוי אויך זאלט איר זען אריין צו לייגן אין די קינדער צניעות; עס זענען דא עלטערן וואס כאפן זיך נישט וואס זיי טוהן, זיי מיינען אז קליינע קינדער מעג מען אנטון נישט צניעות'דיג, מען מיינט אז דאס איז קיוט וכו', מען מיינט איז צניעות איז נאר געזאגט געווארן פאר עלטערע קינדער, וואס באמת הייבט זיך צניעות זיך אן פון די דריי יאר. וואויל איז פאר עלטערן וואס געבן אכטונג און טוהן אן זייערע קינדער איידל און באשיידן. איז בעט איך אייך איר זאלט אריין לייגן אין זיי דאס שיינקייט פון צניעות, זיי זאלן קומען מיט סקורטס אונטער די קני, אויך זאלן זיי קומען נאר מיט טייטס וכו'.


בנוגע אייער שידוך וכו'; איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט ווערן צעבראכן פון דאס וואס איז געווען. איר שרייבט אז איר וויינט זייער אסאך וכו'; מען מעג וויינען און עס איז זייער געזונט אז מען געבט ארויס די ווייטאג פארן אייבערשטן, אבער עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעט אים אז איר זאלט זוכה זיין צו באקומען אן ערליכער מאן וואס וועט האבן דעם זעלבן ציל ווי אייך - אויפצושטעלן א שיינע ווארעמע שטוב פארן אייבערשטן.


מען דארף אסאך מתפלל זיין מען זאל באקומען א בחור וואס האט יראת שמים, א בחור וואס גייט דריי מאל א טאג אין שול דאווענען מיט מנין, א בחור וואס לערנט יעדן טאג די הייליגע תורה. מיט תפילה און סבלנות וועט איר עס באקומען, דער עיקר איז אז איר זאלט נישט דאגה'נען וואס גייט זיין, איר זענט נאך א יונג מיידל און איר וועט נאך טרעפן גאר א גוטע שידוך, כאפט נישט סתם א שידוך וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן אייער זיווג בקרוב; מיט תפילה און מיט שמחה וועט איר עס באקומען.

#9 - חיזוק פאר מחנכים, אפילו ווען זיי ווערן פארשעמט
חינוך הילדים, בזיונות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת מרת ... תחי'


איך האב געהערט וואס האט פאסירט מיט אייך, אז איינער פון די עלטערן פון אונזער מוסד האבן אייך מבזה געווען אויף א מיאוס'ער אופן וכו'. האב איך געקלערט אז איך וועל אייך שרייבן אפאר חיזוק ווערטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה י, ב) אויפן פסוק (ישעיהו ו, ח): "וָאֶשְׁמַע אֶת קוֹל ה' אֹמֵר, אֶת מִי אֶשְׁלַח וּמִי יֵלֶךְ לָנוּ", ישעיהו הנביא האט געזאגט: "איך האב שפאצירט ביי מיר אין בית המדרש, פלוצלינג הער איך ווי דער אייבערשטער זאגט: "וועם זאל איך שיקן צו די אידן מיט א נבואה? איך האב זיי געשיקט דעם נביא עמוס - האבן די אידן חוזק געמאכט פון אים, זיי האבן געזאגט: קען דען זיין אז דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן עמוס צו זיין א נביא, ער האט דאך נישט קיין קלארע דיבור?! וואס צוליב דעם הייסט ער עמוס, ווייל ער איז געווען "עָמוֹס בִּלְשׁוֹנוֹ" - ער האט נישט גערעדט קלאר; האב איך זיי געשיקט א צווייטע נביא – מיכה, ער זאל זיי זאגן נביאות, האבן די אידן אים געשלאגן, אזוי ווי עס שטייט (מיכה ד, יד): "בַּשֵּׁבֶט יַכּוּ עַל הַלְּחִי אֵת שֹׁפֵט יִשְׂרָאֵל"; וועם קען איך שיקן צו די אידן?" האט ישעיהו הנביא געזאגט: "וָאֹמַר הִנְנִי שְׁלָחֵנִי", איך בין מסכים צו גיין, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "בָּנַי טַרְחָנִים הֵם, סַרְבָּנִים הֵם, מְקַבֵּל אַתָּה עָלֶי לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם?" מיינע קינדער זענען שווערע קינדער, זיי זענען ווידערשפעניגערס, דו קענסט באשטיין צו זיין זייער נביא אפילו זיי וועלן דיר שלאגן און פארשעמען? האט ישעיהו הנביא געענטפערט: "עַל מְנַת כֵּן", מיט דעם אלעם בין איך מסכים, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "וועסטו זיין מער ווי אלע נביאים".


זעט פון דעם אז ווען א מענטש נעמט זיך אונטער צו זיין א מנהיג פאר אידישע קינדער דארף ער זיין גרייט "עַל מְנַת לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם", אז מען גייט אים פארשעמען און בארעדן. אויף די וועלט וועט ער גארנישט האבן פון דעם וואס ער צערייסט זיך פאר א צווייטן, פארקערט, אויף דער וועלט וועט מען רעדן אויף אים און אים פארשעמען וכו', אבער אויבן אין הימל איז זיין שכר גאר גרויס אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון דער וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין; אז פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון דער וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה ויראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.


וויסן זאלט איר א כלל אין לעבן, ווען איינער שרייט אויף א צווייטן, ווען איינער איז אייך מבזה - האט דאס גארנישט צו טון מיט אייך, נאר דאס איז יענעמס פראבלעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין סה:): "בִּשְׁלֹשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר, בְּכּוֹסוֹ וּבְכִּיסוֹ וּבְכַּעֲסוֹ", מען דערקענט א מענטש וואס ער איז - לויט ווי אזוי ער רעדט; אויב עלטערן האבן א טענה צום מוסד, דארפן זיי רעדן צום מלמד אדער צום מנהל, אבער אז יענער שרייט מיאוס'ע ווערטער האט דאס גארנישט צו טון מיט אייך, דאס איז יענעמס אייגענע פראבלעם און איר דארפט דאס נישט נעמען צום הארצן. דערפאר זאלט איר זיך שטארקן און ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז צו מחנך זיין אונזערע קינדער.


מען דארף אנזאגן די טיטשערס אז אויב א מיידל פירט זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין - בפרט ווען עס קומט צו דרך ארץ ומידות טובות, דארף די מיידל באקומען א קנס, אבער ווען מען קנס'עט דארף מען עס טון מיט ישוב הדעת, מען דארף זיך אריין לייגן אינעם קינד'ס שיך; מען געבט א לייכטע קנס און ווען די מיידל זעט אז מען רעכנט זיך מיט אירע געפילן וויל זי נאכדעם זיין גוט און וואויל.


איך זאג שטענדיג פאר די מלמדים: "עס איז נישט דא אזא זאך ווי ארויס שטעלן קינדער קלאצן אינדרויסן פון כיתה". אויב א מלמד שטעלט ארויס יעדן צווייטן טאג קינדער צו זיצן אינדרויסן פון כיתה, דארף מען ארויס שטעלן דעם מלמד וכו'. איך צאל נישט קיין געהאלט פאר מלמדים זיי זאלן זיצן אין כיתה און די קינדער זאלן זיי ארויס שיקן אינדרויסן, איך צאל זיי א געהאלט זיי זאלן האלטן יעדן איינציגן קינד אין כיתה און לערנען מיט יעדן איינעם. און אז ער קען זיך נישט אן עצה געבן וכו' זאל ער מוחל זיין זוכן א צווייטע ארבעט.


ווער איז א גוטער מלמד? איינער וואס נעמט די לעבעדיגע קינדער, די געזונטע קינדער וואס שפרינגען און טאנצן און ער געבט זיך מיט זיי אן עצה. א מלמד וואס לערנט נאר מיט די בטלנ'ישע קינדער, ער געבט זיך אן עצה מיט די קינדער וואס קענען זיך סיי וויי נישט עפענען דאס מויל וכו' - דער איז נישט קיין מלמד, ווייל אויף צו לערנען מיט די קינדער דארף מען אים נישט האבן. ווען א מלמד האט א גוטע שפראך מיט די לעבעדיגע קינדער, ער נעמט די קינדער וואס הייסן מחוצפים און ער מאכט זיי פאר זיינע בעסטע קינדער - דאס הייסט א מלמד.


איך בין געווען א מלמד במשך פינף יאר פאר דרייצן יעריגע קינדער - כיתה ט'; איך פלעג זען ווי קינדער זיצן אינדרויסן פון כיתה א גאנץ יאר, האב איך געטראכט 'וואס וועט שוין זיין ווען זיי וועלן אנקומען צו מיר? ווי אזוי וועלן איך זיך אן עצה געבן מיט זיי?' למעשה ווען זיי זענען אריין געקומען אין כיתה ט' האב איך זיי גענומען און זיך אפגעגעבן מיט זיי ביז זיי זענען געווארן די מצוינים אין כיתה. דאס קען מען באשטעטיגן ביי אלע מיינע תלמידים; די עלטערן האבן דאס ממש נישט געקענט גלייבן, וואס הייסט, זייער מחוצף, זייער קינד וואס דארף שוין טערעפי איז געווארן די בעסטע קינד אין כיתה...


ווען א קינד פארגעסט עפעס צו ברענגען פון שטוב, קען מען נישט זאגן פארן קינד "גיי אהיים"; א מלמד וואס שיקט אהיים קינדער אינמיטן טאג דארף ער אהיים געשיקט ווערן (חוץ פון דעם וואס דאס איז נישט קיין אחריות, ווייל דער קינד קען זיך דרייען אויפן גאס). יעדער מענטש קען פארגעסן צו ברענגען עפעס. איך בין שוין כמעט פערציג יאר און איך קען אויך פארגעסן וויכטיגע זאכן וואס דארפן ווערן געטון. א מענטש איז א מענטש און א קינד איז א קינד; דער מלמד האט א פליכט צו זוכן מיט זיין פארשטאנד א וועג ווי אזוי ער קען מאכן אז דער קינד זאל געדענקען צו ברענגען וואס ער דארף ברענגען.


גלייבט מיר אז איך קען אייך מחזק זיין, ווייל איך גיי אריבער אביסל וואס איר גייט אריבער - און נאך מער; וויפיל מאל טראכט איך צו מיר 'מה לי ולצרה הזאת?' באשעפער אין הימל, וואס דארף איך ארבעטן מיט מענטשן בפרט מיט בחורים, וואס ווער עס ווייסט און ווער עס טוט מיט בחורים ווייסט וואס דאס איז; דו קענסט ארבעטן מיט א מענטש און זיך אוועק געבן פאר יענעם - דיין לעבן, דיין צייט, דיין אייגענע ווייב און קינדער, אין ביים סוף כאפט מען א ביס פון אים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא פרשת נח, ט) אויפן פסוק (בראשית ז, כג) "וַיִשָּׁאֵר אַ נֹחַ"; שֶׁאִיחֵר מְזוֹנוֹת לָאֲרִי וְהִכִּישׁוֹ, נח האט זיך אביסל פארשפעטיגט צו געבן עסן פארן לייב, האט אים דער לייב געביסן. פונקט אזוי ווי נח וואס האט זיך מוסר נפש געווען א גאנץ יאר פאר אלע חיות און בהמות זיי צו געבן עסן אין די תבה, און איין טאג האט ער זיך אביסל פארשפעטיגט צו געבן עסן פארן לייב, האט ער געכאפט א ביס, אזוי איז מיט מענטשן; דו קענסט ארבעטן פאר זיי, זיך צערייסן פאר זיי פשוטו כמשמעו שלא על מנת לקבל פרס און נאכדעם שפייט מען דיר אין פנים.


דערפאר, אז מען האט אייך אזוי פארשעמט וכו', בעט איך אייך איר זאלט נישט טראכטן קיין איין רגע פון אפלאזן חס ושלום אייער הייליגע ארבעט, ווייל ווען עס איז באשערט פאר איינעם א בזיון קען מען זיך פון דעם נישט ארויס דרייען, אפילו איר וואלט נישט געהאט צו טון מיט מענטשן וואלט די בזיון אויך געקומען. געלויבט דעם אייבערשטן אז די בזיון איז נישט פון שטוב וכו', עס איז פון אינדרויסן. אודאי טוט וויי אז מען געבט זיך אוועק פאר מענטשן, מען ארבעט מיט יענעמס קינדער, וואס עס איז נישט דא נאך אזא שווערע ארבעט ווי ארבעטן מיט קינדער; עלטערן וועלן קיינמאל נישט וויסן וואס א מלמד אדער א טיטשער גייען אריבער איין טאג אין כיתה, די עלטערן קענען זיך קוים אן עצה געבן מיט זייער קינד, בשעת דער מלמד  האט אין כיתה נישט איין קינד נאר א גאנצע קלאס וכו' און ווער רעדט נאך פון א מנהל/מנהלת וואס טראגט די אחריות פון אלע כיתות. אודאי טוט דאס וויי וכו', אבער אז מען טראכט פונעם אייבערשטן, מען טראכט: 'איך ארבעט נישט פאר קיינעם, איך בין בלויז א שליח פונעם אייבערשטן צו העלפן אידישע קינדער', דעמאלט נעמט מען דאס נישט אזוי צום הארצן.


איר פארט דאך יעצט קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און קיין ארץ ישראל צו אלע מקומות הקדושים און קיין יבניאל, זאלט איר מתפלל זיין אז מיר זאלן האבן גוטע מלמדים און גוטע טיטשערס פאר אונזער קינדער. איך בעט יעדן איינציגן טאג דעם אייבערשטן אז מיר זאלן האבן גוטע מלמדים און גוטע טיטשערס, איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז ער זאל מיר העלפן מיר זאלן האבן תלמידים הגונים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", מיר זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א דור פון סאלדאטן פארן אייבערשטן.


מוהרא"ש האט מיר געשריבן אין א בריוו אז איך זאל זיך מתוודה זיין יעדן טאג פארן אייבערשטן, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דרך, חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי וִידוּי דְבָרִים גּוֹרְמִים שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא מַזְמִין מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁלּוֹמְדִים בָּאֱמוּנָה", אז מען איז זיך מתוודה, געבט דער אייבערשטער גוטע און ערליכע מלמדים; דאס טו איך יעדן טאג - נישט איין מאל און נישט צוויי מאל וכו'. און ברוך השם אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


איך האב גערעדט צו די עלטערן פאריגע חודש ביי די חינוך אווענט, אז אויב מען האט עפעס וואס צו זאגן לגבי די מוסד וכו' זאל מען רעדן מיט די טיטשער אדער מנהלת, די שענסטע זאך איז אז מען רעדט זיך דורך, אבער שרייען, פארשעמען און רעדן מיאוס'ע ווערטער - דאס איז נישט קיין וועג, דאס איז יענעמס אייגענע פראבלעם. יענער דארף תשובה טון אויף דעם און אייך איבער בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה מיט אלע תלמידות. איר זאלט האבן א גרינגע רייזע און פועל'ן אלעס גוטס.

#8 - נישט איבערמאכן די כתובה
חינוך הילדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך האב גערעדט מיט דיר און דיין ווייב, ווי אזוי איר זאלט זיך באגיין מיט אייער קינד. אויב דו וועסט פאלגן וועסטו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער.


האסט מיר פארציילט אז דיין משפחה מוטשעט דיר זאלסט גיין צו איינער וואס ליינט כתובות וכו', ער קען זען אויף די כתובה זאכן וואס טוט זיך אין שטוב און זאכן וואס גייט געשען; איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, ווי וואגט זיך א מענטש צו מאכן ליצנות פון צעבראכענע אידישע הערצער, ווי שעמט זיך נישט א חסיד'ישער איד צו טרייבן שפאס פון אידישע קינדער וואס מוטשען זיך - יעדער מיט זיינע צרות, מען קומט דיר זאגן בשמו אז ער זעט אויף דיר עשירות וכו' נאר קודם דארפסטו איבער מאכן דיין כתובה; ברודער אנטלויף פון דעם מענטש.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ירושלמי סנהדרין, פרק ב', הלכה ו'; בבלי גיטין סח.) אז ווען שלמה המלך האט געוואלט בויען דעם בית המקדש האט ער געזוכט דעם ווארים "שמיר" וואס קען שניידן שטיינער, ער האט געשיקט זיין גענעראל בניהו בן יהוידע ער זאל כאפן "אשמדאי" דער קעניג פון די שדים, ווייל ער ווייסט וואו עס געפונט זיך דער ווארים "שמיר", בניהו האט אים געכאפט און געברענגט צו שלמה המלך. אויפן וועג זענען זיי אריבער געגאנגען א הויז פון א כישוף מאכער, אסאך מענטשן זענען געקומען צו אים ער זאל זיי זאגן וואס גייט זיין וכו', האט אשמדאי זייער שטארק געלאכט, שפעטער האט אים בניהו געפרעגט: "וואס האסטו געלאכט ווען מיר זענען פארביי געגענגען דעם מענטש וואס האט געזאגט פאר מענטשן וואס גייט זיין וכו'?" האט אים אשמדאי געזאגט: "אונטער דעם מענטש געפונט זיך א גרויסער אוצר, אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אונטער אים, ווי אזוי קען ער זאגן וואס גייט זיין..." דאס זעלבע זאג איך דיר: "די אלע וואס מאכן ליצנות פון צעבראכענע אידישע הערצער, איינער ליינט הענט, איינער ליינט דעם פנים, איינער ליינט שריפט, איינער ליינט כתובות - די קענען זיך אליינס נישט העלפן, נו ווי אזוי קענען זיי זאגן וואס גייט זיין..."


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סא): "יֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", עס זענען דא פירער'ס וואס רופן זיך רבי'ס, נישט נאר וואס זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, איז דאך זיכער אז זיי קענען נישט העלפן א צווייטן.


איך בעט דיר, אנטלויף פון דעם משוגענעם; ווי קען ער דיר זאגן אז די כתובות פון הרה"צ דומ"ץ ... שליט"א איז פסול?! נעבעך אויף אידישע קינדער אז מען גלייבט יעדן נאר, יעדער טיפוש - וואס קומט מיט זיינע דמיונות מאכן געלט אויף אידישע צרות.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען שוין נישט פארנארן" - אזוי אויך האט דער רבי געזאגט – "ווער עס האט מיר טועם געווען אים קען מען מער נישט פארדרייען דעם קאפ"; ברוך השם אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס ער לערנט אונז אויס צו גלייבן אינעם אייבערשטן, ער שטופט אונז צום אייבערשטן מיר זאלן שטענדיג גיין צו אים אליין, און אים בעטן אלעס וואס מיר דארפן.


אויב מען דארף פרעגן אן עצה וכו' גייט מען נאר צו אן ערליכע איד, איינער וואס איז מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצה, סימן א): "אַל תִּשְׁאַל עֵצָה אֶלָּא מִמִּי שֶׁיּוֹדֵעַ סִתְרֵי תּוֹרָה", זאלסט נישט נעמען קיין עצה נאר פון איינער וואס ווייסט די סודות פון די תורה; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת יתרו, פז:): "די גאנצע תורה איז שמות פונעם אייבערשטן"; אין יעדע ווארט תורה איז באהאלטן דער אייבערשטער. איינער וואס ווייסט סתרי תורה, דער קען געבן עצות, די אלע וואס רעדן פון אלעס נאר נישט פונעם אייבערשטן, די אלע ווייסן נישט וואס טוט זיך אונטער זיי, ווי קענען זיי העלפן א צווייטן?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי א מלמד דארף באטראכטן די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ל' כסליו, א' דר"ח טבת, ו' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר פארציילט אז דו האסט באקומען בטעות א מעסידזש פון א פרוי וואס זי האט געמיינט צו שרייבן פאר איר מאן; זי שרייבט אים אז ער פירט זיך נישט אויף ווי א מענטש, נאר ווי א חי'. ער מאכט זיך פאר מענטשן כאילו ער האט שלום בית, אבער באמת ביסטו שלעכט צו מיר; דו פארציילסט מיר אז נאכדעם האט דער מאן דיר גערופן זאגן אז זיין ווייב איז פארשעמט געווארן אז עס איז אנגעקומען בטעות צו דיר וכו', דו ביסט ארום געגאנגען אזוי צעטומלט פון די מעשה וואס די פרוי מאכט מיט פון איר מאן.


עס איז גארנישט קיין טעות; די טעקסט מעסידזש איז אנגעקומען צו דיר אז דו זאלסט ארויסנעמען פון דעם א לימוד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן א): א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען ארויס צו נעמען פון יעדע זאך - וואס ער זעט, אדער ער הערט - אז מען וויל אים עפעס ווייזן מיט דעם, ער זאל ארויס נעמען שכל פון דעם.


היות דו ביסט א מלמד, האט דער אייבערשטער דיר געוואלט ווייזן וואס אידישע קינדער מאכן נעבעך מיט. קינדער ווען זיי קומען צו דיר אין חדר לערנען די הייליגע תורה, קומען אסאך מאל פון צעדרייטע שטובער; דארפסטו אויף זיי רחמנות האבן, רעדן צו זיי שיין, ווייל קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קריגן זיך, ווערן זייער דערשראקן. זייער מח ווערט פארמאכט, און זיי קענען שוין נישט מיט האלטן גמרא רש"י תוספות. א קינד דארף סיי זיין טאטע און סיי זיין מאמע; ווען ער זעט ווי זיי קריגן זיך, ווערט ער זייער צעבראכן, זיין מח פרעגט אים 'ווער איז גערעכט?' זיין מח באזשעוועט: 'מיט וועם האלסטו?' ביז עס בארירט זיי אינגאנצן, השם ירחם.


פאריגע וואך דערציילט מיר א בחור אזא מעשה; ער איז אויפגעשטאנען צופרי צו קומען אין ישיבה, אבער ער האט געהערט פון קאך ווי זיין טאטע מאמע קריגן זיך ארום, מען טענה'ט זיך, עס האט אים אזוי וויי געטון אז ער האט זיך צוריק געלייגט שלאפן, און ער איז אזוי געשלאפן ביז נאכמיטאג. דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך הער דאס פון בחורים, ווי זייער לעבן ווערט זיי זייער נמאס ווען זיי זעען ווי זייערע עלטערן קריגן זיך ארום.


יעצט אז דו ביסט אזוי צעטומלט אז עס איז אנגעקומען צו דיר בטעות טעקסט מעסידזש פון א פרוי ווי זי שרייבט צו איר מאן וכו'; דאס איז דיר געקומען צו ווייזן וואס אידישע קינדער גייען אריבער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כח.): רבי יהושע האט געזאגט פאר רבן גמליאל - ווען ער האט אים געזאגט אז עס זעט אויס ווי ער איז א 'שמיד' - "אוֹי לוֹ לְדוֹר שֶׁאַתָּה פַּרְנָסוֹ, שֶׁאִי אַתָּה יוֹדֵעַ בְּצַעֲרָן שֶׁל תַּלְמִידֵי חֲכָמִים, בַּמֶּה הֵם מִתְפַּרְנְסִים וּבַמֶּה הֵם נִזּוֹנִים", וויי איז פאר דער דור וואס דו ביסט דער מנהיג, ווייל דו ווייסט נישט וואס עס גייט איבער אויף אידישע קינדער, דו ווייסט נישט זייער צער, ווי זיי מוטשען זיך וכו'; א מלמד איז א מנהיג ישראל, ער שטעלט אויף אידישע דורות, דארף ער וויסן וואס עס גייט אריבער אויף די קינדער פאר זיי קומען אין חדר.


זאלסט געבן גוטע ווערטער פאר אלע קינדער - נישט נאר פאר די מצוינים; אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, און מען געבט גוטע ווערטער נאר פאר אפאר קינדער, מען דארף געבן פאר אלע קינדער גוטע ווערטער. ווען איך בין געווען א מלמד האב איך געהאט א בוך מיט די נעמען פון אלע קינדער, איך פלעג דארט פארצייכענען יעדעס מאל איך האב געגעבן א גוט ווארט פאר א קינד, סוף טאג האב איך געקוקט אינעם בוך צי ביי אלע קינדער איז דא א צייכן, אזוי האב איך זיכער געמאכט אז איך האב יעדן טאג געגעבן פאר אלע קינדער גוטע ווערטער. דו אליינס האסט געלערנט ביי מיר פאר פופצן יאר צוריק, געדענקסטו זיכער דעם בוך וואו איך פלעג פארצייכענען וכו'. די קינדער פלעגן מיר פרעגן וואס דער בוך איז, וואס צייכענט מען, א פינטל מיינט שלעכטס אדער גוט, זיי האבן נישט געקענט אויס טרעפען וואס דער בוך איז.


איך דאנק דיר אז דו נעמסט צוזאמען די קינדער ביי שלש סעודות און דו זינגסט מיט זיי. ווען איך דארף ווען נישט פארלערנען ביי שלש סעודות וואלט איך געזיצן צוזאמען מיט דיר ביי די קינדער טיש, ווייל דאס איז ביי מיר דער עיקר פון אלעמען - אויפצושטעלן א נייע דור קינדער יראים ושלמים וואס וועלן זיך פירן בתמימות ופשיטות. לייג אריין אין זיי נארמאלקייט, זיי זאלן וויסן זמן תורה לחוד וזמן תפילה לחוד - ווען מען זינגט זמירות דעמאלט זאגט מען נישט משניות, און ווען מען דאווענט דאווענט מען.


איך האב זייער הנאה אז אלע מלמדים קומען זיך צוזאמען יעדן דינסטאג און מען גייט איבער וואס מען קען בעסער מאכן, יעדער איינער פרעגט עצות פונעם צווייטן, מקבלין דין מן דין.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע מלמדים; פארצייל זיי די מעשה וואס דו האסט געהאט מיט די מאמע וכו' (פארשטייט זיך אן א נאמען), זאלן זיי וויסן וואס גייט אריבער אויף אידישע קינדער, וועלן זיי זיין מער פארזיכטיג וכו'.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיין ווייב איר זאלט זוכה זיין צו בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ, בזכות וואס ביידע פון אייך העלפן מיר אזוי געטריי.

#6 - מען דארף אויסלערנען פאר קינדער דרך ארץ
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסידזש.


איך זע אז דו ווייסט נישט וואס חינוך איז, און דו ביסט דיר אליין שולדיג; אז א קינד זאל ביי די ניין יאר רעדן צו א טאטע מיט אזא חוצפה, איז א סימן אז די עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער. דער רבי זאגט זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיך לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶך אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; זייער אסאך עלטערן זענען זיך טועה מיט דעם וואס זיי טראכטן אז חינוך הייבט זיך אן שפעטער ווען די קינדער זענען שוין גרעסער, עס איז נישט אזוי, חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז נאך גאר יונג.


א מענטש ווערט באשאפן מיט שלעכטע נאטורן, און מען דארף דאס אויסארבעטן; עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער אויפוואקסן געזונט. ווי קען זיין אז א קינד פון ניין יאר זאל רעדן מיט אזא חוצפה צו זיין טאטע?! עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אז עס איז דא אזא זאך בכלל, דאס איז נאר ווייל דו ביסט אים נישט מחנך, דו מיינסט אז מיט דעם וואס דו מוסר'סט אים נישט, וועט ער דיר ליב האבן. שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.


דאס וואס דו זאגסט מיר אז דו פירסט זיך מיט דיינע קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט געלערנט, מען זאל גיין בדרכי נועם און מען זאל האבן סבלנות וכו', דאס רעדט מען ווען דער קינד האט עפעס צעבראכן, דער קינד האט עפעס אויסגעגאסן, דער קינד טאנצט, דער קינד שפרינגט - אויף דעם דארף מען האבן סבלנות, אבער ווען א קינד רעדט צו די עלטערן מיט חוצפה, דארף מען אים באשטראפן, און אויב מען מאכט זיך נישט וואוסענדיג וועלן די קינדער ארויס גיין לתרבות רעה רחמנא לצלן.


ווען עס קומט צו דרך ארץ, טאר מען קיינמאל נישט נאכגעבן. ווען דער טאטע זעט ווי דער קינד פאלגט נישט די מאמע, דארף דער טאטע זיך שטעלן זייער שטארק אויף דעם, און אויסלערנען דעם קינד אז מען דארף פאלגן מאמי; ווער רעדט נאך אויב דער קינד האט זיך מתחצף געווען פאר די מאמע אדער טאטע, דארף מען אים מחנך זיין אז מען טאר נישט צוריק ענטפערן פאר א טאטע אדער מאמע.


די הייליגע חכמים לערנען אונז (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה"; דאס איז א' ב' פון חינוך. א קינד דארף וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט, נישט דא קיין ויכוחים, נישט דא קיין הסברים און נישט דא קיין טעמים, ווען א קינד פרעגט: "פארוואס דארף איך דאס טון?" איז דא איין תירוץ: "ווייל טאטע מאמע האבן אזוי געזאגט", אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען; וואויל איז פאר עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען יונג.


דריי שנעל צוריק דעם זייגער, ווייל נאך אביסל איז שוין שפעט. איינמאל די קינדער ווערן גרויס דעמאלט איז שוין אן אנדערע מעשה; אויב מען האט מחנך געווען די קינדער פון ווען זיי זענען יונג קען מען זיי נאך אפשר ווייטער מחנך זיין, אבער אז מען וועקט זיך אויף און מען וויל אנהייבן מחנך זיין פערצן יעריגע קינדער, דאס איז שוין נישט אזוי פשוט, דעמאלט קען מען שוין נישט וכו'.


מען טאר נישט מורא האבן צו פארלאנגען פון קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ; א טאטע דארף אויסלערנען פאר זיינע קינדער אז ווען א טאטע רעדט טאר מען נישט אריין רעדן, א טאטע דארף מחנך זיין זיינע קינדער אז ווען דער טאטע קומט אריין אין שטוב דארף מען זיך אויפשטעלן.


עס זענען דא עלטערן וואס טראכטן: 'עס פאסט מיר נישט צו פארלאנגען פון מיינע קינדער זיי זאל מיר מכבד זיין, עס זעט אויס ווי לכבוד עצמו אני דורש'; עס איז נישט אזוי, ווייל ווער דען זאל אויסלערנען פארן קינד ווי אזוי זיך צו פירן?


עס קומט מיר אויס צו שמועסן מיט בחורים, און אסאך מאל שטיי איך און איך וואונדער זיך, זעענדיג ווי קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט די א-ב פון כיבוד אב ואם, א-ב פון דרך ארץ; עס זעט אסאך מאל אויס ווי די קינדער זענען עזות פנימ'ער, עס איז אבער נישט אזוי, די קינדער זענען נישט שולדיג אז זייערע עלטערן האבן זיי נישט מחנך געווען.


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך שרייב דיר; איך וויל רעדן מיט דיר און דיין ווייב אויב מעגליך פערזענליך.


א פרייליכן חנוכה.


 


 

#5 - בריוו צו מנהלת, די מיידלעך זאלן אכטונג געבן אויף ממון הקדש
חינוך הילדים

  בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', מנהלת "בית פיגא" ברסלב


דער מענידשער ... נרו יאיר האט מיר געבעטן איך זאל מעורר זיין אז מען זאל רעדן צו די מיידלעך זיי זאלן אכטונג געבן אויף די רבי'ס געלט; יעדן טאג פאלן אוועק גאנצע פעקלעך טעלערס, קאפס, וכדומה לזה, מען דארף רעדן צו די מיידלעך וואס זענען געשטעלט אויסצוטיילן די עסן פאר אלע קלאסן אז זיי זאלן זייער אכטונג געבן אויף יעדע טעלער און אויף יעדע קאפ, ווייל דאס איז דעם רבינ'ס געלט.


אודאי וואלט געווען גרינגער ווען מיר וואלטן געהאט א שיינע פלאץ פאר די מיידלעך מיט א באזונדערע עס-זאל וואו די מיידלעך זאלן עסן, ווייל יעצט עסט מען אין די כיתה וואו מען לערנט. דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן אם ירצה ה' האבן א שיינע פלאץ בקרוב.


באמת, דאס וואס מיר האבן יעצט איז אויך א נס; ווען מען דערמאנט זיך צוריק ווי אזוי עס האט אויסגעזען פאר זעקס יאר צוריק, ווען מיר האבן אנגעפאנגען מיט די סקול "בית פיגא" וואס איז געווען פלאצירט אין א דירה דא אויף סקילמען, איין קלאס איז געווען אין שלאף צימער, די צווייטע קלאס איז געווען אין די קאך; עס איז נישט געווען קיין לופט דארט, עס איז נישט געווען קיין פענסטער, מען האט נישט געוויסט צי עס איז נאכט אדער טאג, ועתה הרחיב ה' לנו, מיר האבן א שיינע פלאץ פאר די מיידלעך, דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט נאך ווערן שענער און שענער.


וויבאלד די מיידלעך דארפן אויסטיילן עסן אין אלע קלאסן, אזוי אויך טיילן זיי אויס 'פעיפער גודס', דארפן זיי וויסן אז יעדע פרוטה איז ממון הקדש וואס מען דארף אכטונג געבן אויף דעם, בכלל איז זייער וויכטיג צו רעדן צו קינדער זיי זאלן אכטונג געבן נישט אויס צו ברענגען געלט. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויס לערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג, נאך האט דער רבי געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ"; ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות מידות טובות און דרך ארץ.


אין ישיבה בין איך זייער שטרענג ווען איך זע ווי א בחור איז מזלזל אפילו מיט איין פרוטה פון ממון הקדש; למשל ביים עסן, ווען א בחור קומט נעמען נאך עסן - ער נעמט א פרישע טעלער, האלט איך אים פאר פארוואס ער נעמט א פרישע טעלער: "ברענג דיין טעלער פון פריער", א סאך מאל זע איך ווי די בחורים קוקן אויף מיר, פון זייערע בליקן פארשטיי איך שוין וואס זיי ווילן מיר זאגן: "ראש ישיבה, וואס קאסט א טעלער? ניטאמאל א פעני, פארוואס שרייט דער ראש ישבה וועגן א קאפ, א טעלער, א לעפל א גאפל?" זאג איך זיי: "עס האט נישט צו טון וויפיל עס קאסט, אויב מען דארף עס נישט איז עס אזוי ווי א מיליאן דאללער".


פארציילט פאר די מיידלעך די מעשה וואס האט פאסירט מיט דעם רבינ'ס תלמיד ר' שמעון זכרונו לברכה; ער פלעגט האלטן די געלט פון רבי'ן, איינמאל האט ער געטראכט צו זיך אז ער גייט אראפ נעמען אפאר דאללער צו בארגן פאר א שטיק צייט, נאכדעם וועט ער שוין צוריק לייגן די געלט. דער רבי האט דאך אלעס געזען און אלעס געוואוסט, האט אים דער רבי געזאגט: "און פארן ניצן מיין געלט אן רשות דארף מען דיר פארשיקן", למעשה איז ער געווען פארווארפן אין א ווייטע פלאץ אין רוסלאנד פאר אפאר יאר, ביז דער רבי האט רחמנות געהאט אויף אים און ער איז צוריק געקומען צום רבי'ן. זעט מען ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן אויף ממון הקדש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.