בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#129 - ווען דאס קינד שמייכלט זיך אונטער, מיינט דאס נישט חוצפה
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', טיטשער אין בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א תלמידה שמייכלט זיך אונטער מיינט עס נישט חוצפה; עס איז זייער גרינג צו מאכן יעדע תלמידה פאר א מחוצפת, אבער ווען מען קוקט מיט אן אמת זעט מען אז אין רוב פעלער איז נישט קיין חוצפה, בפרט ווען א קינד שמייכלט זיך אונטער ווען די טיטשער שרייט וכדומה, מיינט עס רוב מאל נישט חוצפה. עס זענען דא קינדער וואס זייער ריעקשן איז אז אנשטאט וויינען שמייכלען זיי.


געדענק, קינדער זענען קינדער; מען דארף האבן צו זיי אסאך סבלנות און קוקן אויף זיי מיט א גוט אויג. ווען קינדערן שפירן די ליבשאפט פון זייער טיטשער וועלן זיי אלעס טון וואס די טיטשער זאגט.


דו האסט מיר דערציילט אז דו האסט א תלמידה וואס כאפט שווער אויף די עברי, און בשעת דו האסט געהאט א נסיון פון א קלייד וואס איז נישט געווען אזוי צניעות'דיג האסטו שטילערהייט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער, איך טו נישט אן די קלייד וואס איז נישט אזוי צניעות'דיג ובזכות דעם זאלסטו העלפן מיין תלמידה זי זאל פארשטיין און אויפכאפן די עברי", און זייט די מעשה האט די תלמידה אנגעהויבן אויפכאפן גרינגער די עברי. די מעשה האט מיר זייער באנומען, צו זען ווי דו לעבסט מיט דיינע תלמידות, עס גייט דיר באמת אן אז זיי זאלן מצליח זיין און פארשטיין דאס לערנען, אז דו ביסט גרייט בייצושטיין נסיונות פאר זייער הצלחה.


איך פריי זיך צו האבן אזא טיטשער ביי אונז אינעם מוסד.

#128 - אנצינגען פאר די קינדער נאר ערליכע טעיפס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


אזוי ווי דו האסט איבער גענומען די טרענספארטעישן פונעם מוסד, בעט איך דיר זייער זאלסט רעדן צו אלע דרייווערס זיי זאלן נישט אנצינדן קיין שום מוזיק נאר ערליכע היימישע זינגערס.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא, וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכע זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, ווידער אויב הערט מען ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם. געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט איז דא סידי'ס פון ערליכע אידן, וואס זינגען חסידי'שע ווארימע ניגונים, דאס מעג מען אנצינדן פאר די קינדער.


אויך איז דא היינט אסאך מעשה טעיפס פון ערליכע מגידים ווי זיי דערציילן די פרשה אדער מעשיות פון נ"ך און פון חז"ל - דאס זאלסטו אנצינדן פאר די קינדער; קינדער זענען זייער ריין און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף זיי אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


דאס בעסטע איז אז דו זאלסט אנגרייטן אויפ'ן באס און אין יעדע ווען א קאלעקשן פון ניגונים און מעשיות וואס נאר דאס קען מען אנצינדן בשעת מען טראגט און מען ברענגט די קינדער.


אין דעם זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין בקרוב צו ווערן א חתן, אויפשטעלן שיינע ליכטיגע דורות.

#127 - מאך נישט קיין חובות, מאך פרייליך אין שטוב
שמחה, חינוך הילדים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע נעמען אן הלואה וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות; נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קכב): "וּמוּטָב שֶׁיִּהְיֶה בַּעַל חוֹב לְעַצְמוֹ אוֹ לִבְנֵי בֵּיתוֹ בְּמַלְבּוּשִׁים מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב לְהַחֶנְוָנִי אוֹ לַאֲחֵרִים", א מענטש זאל ענדערש זיין א בעל חוב פאר זיך אליין ווי צו זיין א בעל חוב פאר א צווייטן; אז דו דארפסט יעצט האבן פינף טויזנט דאללער זאלסטו נישט נעמען אן הלואה נאר זאלסט גיין נאך געלט וועסטו ביז אפאר טעג מאכן די גאנצע סכום.


בנוגע דיין קינד וואס קען נישט איינשלאפן וכו'; אסאך קינדער האבן דעם פראבלעם, בעיקר קלוגע שארפע קינדער האבן דעם פראבלעם ווען זייער מח לויפט אין מחשבות וכו'. זע אז דיין קינד זאל ליינען קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן, לערן אים אויס ער זאל קישן די מזוזה פאר'ן גיין אין בעט און בעטן ביי די מזוזה ער זאל האבן גוטע חלומות און גוטע מחשבות וועט ער קענען גוט איינשלאפן.


בנוגע דיין ווייב וכו'; דאס ווענדט זיך אין איר, א שאד זי זאל לעבן אונטער א מאסקע, א שאד זי זאל זיך פייניגן וכו'; זיי איר מחזק זי זאל אויסטון איר מאסק און אנהייבן לעבן נאטורליך אזוי ווי איר עכטע וועג איז. זי זאל נאר טראכטן פונעם אייבערשטן, נאר געפעלן פאר'ן אייבערשטן.


א שאד צו בלאפן און פאפן מענטשן ווען די מענטשן קענען גארנישט העלפן און גארנישט שלעכטס טון, אלעס איז דער אייבערשטער.


וועגן איר טאטע זכרונו לברכה; זי זאל מחנך זיין די קינדער על דרך התורה והיראה וועט דאס זיין לטובת נשמתו. אז זי האט אים מוחל געווען איז גוט, זי דארף נישט מורא האבן וכו'.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; זע עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, דאס איז דער עיקר, עס זאל זיין שמחה אין שטוב; דאס איז דיין ארבעט, ווען דו קומסט אהיים זאלסטו טאנצן מיט דיינע קינדער; צינד אן מוזיק און טאנץ ניגונים פון תודה והודאה צום אייבערשטן. אז עס איז דא שמחה אין שטוב דעמאלט האט מען הצלחה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶּׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶּה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך איז מצליח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - דו שפילסט אויף די פרשה אזוי ווי א שפיל
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך הער זייער גוטע גרוסן פון די עלטערן אויף דיר; די קינדער קומען אהיים זייער פרייליך, און זיי לויפן אין חדר מיט א שמחה.


זיי קענען די פרשה אזוי קלאר, ממש ווי מען זעט עס פאר די אויגן; זיי דערציילן יעדע ריר וואס דער מלמד טוט, זיי מאכן נאך ווי אזוי דו שפילסט אויף די פרשה אזוי ווי א שפיל; ווי דו מאכסט חוזק פון די געטשקעס און ווי אברהם אבינו און יצחק אבינו האבן געלעבט מיט'ן אייבערשטן.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון מלמדות; דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט די זכי' צו לערנען מיט די קינדער אמונה און קיום המצוות.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין א "חיות" אין די כתה, לעבעדיגקייט, נישט חס ושלום אנגעצויגן; לעבעדיגקייט איז נישט א סתירה צו דיסיפלין (משמעת) און אנגעצויגן איז בכלל נישט דיסיפלין.

#125 - קינדער דארפן נאר פרייליכע און רואיגע עלטערן
חינוך הילדים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


געב איבער פאר דיין ווייב אז די עלטערן זענען זייער צופרידן פון איר ארבעט; די מיידלעך האבן ליב צו גיין אין סקול, זיי קומען אהיים פרייליך און זיי קענען גוט די לימודים.


אויב זי האט שאלות ווי אזוי זיך צו פירן זאל זי זיך פארבינדן מיט אונזער מנהלת מרת ... תחי', אויך קענסטו מיר רופן פרעגן וואס זי וויל וויסן.


בנוגע קויפן א הויז אין שטעטל; געדענק, קינדער ווערן נישט מער פרייליך ווען יעדער האט א באזונדערע בעט און א באזונדערע שטוב, קינדער דארפן איין זאך: "א פרייליכע רואיגע טאטע און מאמע". זאלסטו טראכטן ווי אזוי דו וועסט קענען צאלן אזא גרויסע מארטגידזש פאר דרייסיג יאר חודש'ליך; וואס וועט דיין ווייב האבן פון א גרויסע הויז אז דו וועסט נישט קענען אהיימקומען, דו וועסט דארפן דעקן די חובות, מארטגידזש? וואס וועלן דיינע קינדער האבן פון א גרויסע הויז, באזונדערע בעטן וכו' אז ווען דו וועסט זיין אין גרויס לחץ וועסטו שלאגן און שרייען וכו'?!


ענדערש קויף קליין, וואס דו וועסט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קענען דעקן, וועסטו מקיים זיין דעם פסוק (קהלת ט, ט): "רְאֵה חַיִּים עִם הָאִשָּׁה אֲשֶׁר אָהַבְתָּ"; דו וועסט האבן שיינע זיסע טעג און יארן.

#124 - א קינד איז נישט דער מחליט אין שטוב וואס צו טון
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


לדעתי איז נישט גוט אז איר געבט נאך פאר'ן קינד וכו', ... נרו יאיר דארף שוין צוריק גיין אין חדר.


א קינד איז נישט דער מחליט אין שטוב וואס צו טון, די עלטערן זענען די וואס זאגן וואס צו טון; עס איז נישט געפערליך ווען א קינד הערט "ניין" אדער "יא" און ער דארף פאלגן, נישט אלץ דארף מען נאכגעבן פאר'ן קינד.


איך האב גערעדט מיט'ן מלמד ער זאל אכטונג געבן מיט אים, אכטונג געבן אויף זיינע הרגשים וכו'.


 

#123 - א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זע אז וויפיל איך שרייב פון דעם ענין דארף איך שרייבן נאכאמאל און נאכאמאל מען זאל וויסן ווי אזוי מען ברענגט אויף קינדער אויף די גוטע וועג.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען פאר קינדער דרך ארץ ווען זיי זענען נאך גאר יונג, זיי זאלן פאלגן טאטע מאמע; מען דארף שטיין אויף דעם זייער שטארק אין די יונגע יארן, דעמאלט שניידט מען שיינע פירות אין די שפעטערדיגע יארן.


עלטערן דארפן זיין זייער שטארק אז "א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט"; אז מען זאגט פאר'ן קינד ניין איז ניין, מען טאר נישט ווערן דערשראקן אויב דער קינד וויל דאס נישט אננעמען, ער הייבט אן וויינען, בלאזן און פארפירן וכו'; דער נאטור פון קינדער איז אז זיי פרובירן אויסצופירן, ביז ווען זיי זעען איין אז די עלטערן זענען שטארק מיט זייערס א ווארט, דעמאלט געבן זיי זיך אונטער און וואקסן אויף געזונטע קינדער.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו פארשטייסט פונעם וועג ווי אזוי מען פירט זיך מיט בחורים אז מען זאגט זיי נאר זאכן וואס זיי וועלן יא אננעמען וכו' וכו'; דאס האט נישט צו טון איינס מיט'ן צווייטן, יונגע קינדער איז מען נישט מחנך ווי מען איז מחנך ערוואקסענע קינדער וואס הייבן אן יעצט א פרישע לעבן. דו קענסט נישט פארגלייכן א יונגע ריינע קינד צו א בחור וואס קומט אן קיין חינוך וכו' וכו'; א קינד דארף מען מחנך זיין, מען דארף אים העלפן אויסארבעטן זיינע שווערע נאטורן, עסן געזונטע עסן, גיין שלאפן צייטליך, און אזוי ווייטער.


איך בין יעצט זייער פארנומען, איך האב פשוט נישט קיין צייט; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - נישט צווינגען דאס קינד צו זאגן קדיש
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ער איז א קליין קינד, קוים אריין געגאנגען אין כתה א', א שעמעדיג קינד, זאלסטו אים נישט צווינגען ער זאל זאגן קדיש נאך זיין מאמע; ווי מער דו וועסט אים צווינגען אלץ מער וועט ער נישט וועלן זאגן קדיש, נישט נאר דו וועסט מאכן ער זאל נישט זאגן קדיש נאר דו וועסט אים אינגאנצן פארלירן, ער וועט נישט וועלן גיין אין שול וכו', וכו'.


דעריבער אז דו האסט זיך אונטערגענומען צו זיין א מגדל יתום בתוך ביתך, דו האסט אריין גענומען דיין נעפיו וואס איז געבליבן א יתום פון זיין מאמע השם ירחם, זאלסטו אים נאר אויפבויען און רעדן צו אים נאר דיבורי אמונה; וועסטו זוכה זיין צו די ברכה וואס דער אייבערשטער געבט (מדרש תנחומא דברים, סימן יח): "אִם אַתָּה מְשַֹמֵּחַ אֶת שֶׁלִּי אֲנִי מְשַֹמֵּחַ אֶת שֶׁלָּךְ"; דו וועסט זען דורות ערליכע אידן און פיל נחת.


אמת, דיין שוועגערין עליה השלום האט נישט נאך קינדער וואס זאלן זאגן קדיש נאך איר, און זי פלעגט רופן דעם אינגל - אין די לעצטע צייט ווען זי איז געווען זייער נישט געזונט - "מיין קדיש'ל", אבער מען קען נישט צווינגען; מיט צווינגען מאכט מען נאר ערגער.


דאס מערסטע וואס דו זאלסט טון יעדעס מאל ווען דו גייסט מיט אים אין שול, קענסט אים פרעגן: "ווילסט זאגן קדיש?" אבער נישט מער פון דעם, אויב זאגט ער "ניין" זאלסטו אים זאגן מיט א שמייכל: "אויב דו ווילסט נישט דארפסטו נישט".


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, איך האב געשיקט א בריוו פאר דיין ווייב איר מחזק זיין; דער אייבערשטער זאל איר געבן כח זי זאל האבן די כחות צו מגדל זיין די קינדער און ווייטער אנגיין מיט עבודת הבית בשמחה.


אויב דו וועסט צוגיין אויף דעם וועג וועט ער מיט די צייט מסכים זיין צו זאגן קדיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - נישט אריינברענגען דעם טעלעפאן אין שטוב
חינוך הילדים, שלום בית, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו האסט מיר מחי' געווען ווען דו האסט מיר געזאגט הושענא רבה נאכ'ן דאווענען אז איך האב גע'פועל'ט ביי דיר, דו גייסט נישט אהיימברענגען דיין טעלעפאן וכדומה אין שטוב.


זה חלקי מכל עמלי; דאס איז מיין גאנצע נחת, צו זען ווי די תלמידים בויען ערליכע אידישע שטובער לשם ולתורתו.


נאך אפאר תלמידים זענען צו מיר צוגעקומען במשך דעם יום טוב מיר מבשר זיין די גוטע נייעס אז זיי נעמען זיך פאר מער נישט אהיים צו ברענגען זייער טעלעפאן אין שטוב.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר דיר, דיין ווייב און קינדער, איר זאלט האבן א גוטע לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


 

#120 - יישר כח פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינע ראש השנה
חינוך הילדים, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט אנגעקומען דיר צו שרייבן פון ראש השנה ביז יעצט.


איך דאנק דיר מיט מיין גאנצע הארץ פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינע ראש השנה; דאס יאר איז ביי מיר געווען די פופצנסטע יאר וואס איך בין זוכה צו קומען צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה, דער אייבערשטער זאלן העלפן ווייטער אז ווילאנג איך לעב זאל איך קומען אויף ראש השנה צום רבי'ן.


דאס יאר איז געווען די שענסטע יאר; ממש א מחי' דער נייער בנין, מיר האבן א ווינקעלע וואו מיר אלע תלמידי היכל הקודש קענען זיין בצוותא, אינאיינעם זיך מחזק זיין כאיש אחד בלב אחד מיט די עצות פון רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אזוי אוועקגעבן אזויפיל וואכן און חדשים; אנגעהויבן פון פסח ביז ראש השנה דאגה'סטו טאג נאך טאג, אז אלעס זאל זיין אויפ'ן בעסטן אופן. אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן און האבן נחת מכל יוצאי חלציך.


איך האף אז דו וועסט זיין גרייט ווייטער צו טון דיין שליחות דעם קומענדיגן יאר, שנת תשפ"א הבא עלינו לטובה; אנגרייטן און מסדר זיין אז מיר זאלן האבן א שיינעם יום טוב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין געמאכט טיקעטס פאר'ן קומענדיגן יאר מיט מיינע קינדער; מיר וועלן פארן דינסטאג כ"ו אלול, מען דארף שוין פארן דינסטאג, ווייל ראש השנה געפאלט אום שבת וכו'.


געב איבער פאר אלע וואס זענען אחראי אויפ'ן בנין, אז פאר די מלמדים און כולל אינגעלייט דארף מען געבן פאר ביליגער.


איך פריי זיך זייער אז דו וועסט ממשיך זיין דאס יאר מיט "אבות ובנים"; פון קומענדיגע וואך מוצאי שבת פרשת נח ווען מען רוקט צוריק דעם זייגער, צו ברענגען פרסים וכו' פאר די קינדער וואס בלייבן אין בית המדרש לערנען מיט די עלטערן פאר א דריי פערטל שעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - איר זענט צוריק געגאנגען צו אייער מאן
חינוך הילדים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"ב תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט צוריק געגאנגען צו אייער מאן, איר האט פארקוקט אויף אלעס אבי אז אייערע קינדער זאלן האבן א געזונטע שטוב, זיי זאלן אויפוואקסן מיט א טאטע מאמע.


אויף אייער פראגע אז ער שלעפט אייך אויף יום טוב וכו'; טראכט צו זיך אז איר האלט שוין נאך אייער פטירה, איר זענט א נפטרת און די מלאכי חבלה טראגן אייך צו דעם פלאץ וכו', וואס וואלט איר דעמאלט געטון?


געבט זיך איבער צום אייבערשטן; זאגטס פאר'ן אייבערשטן די ווערטער: "אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִיבֶּער צוּ דִיר; אִיךְ וִויל גָארְנִישְׁט, אִיךְ וִויל נָאר וָואס דוּ וִוילְסְט, אִיךְ בִּין צוּרִיק גֶעגַאנְגֶען צוּ מַיין מַאן נָאר וֶועגְן דִיר, כְּדַאי אַז מַיינֶע קִינְדֶער זָאלְן אוֹיסְוָואקְסְן גֶעזוּנְט, זֵיי זָאלְן הָאבְּן אַ טַאטֶע אוּן אַ מַאמֶע; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גָארְנִישְׁט וֶועלְן, אִיךְ זָאל זַיין צוּפְרִידְן פוּן מַיין לֶעבְּן".


שרייבטס מיר נאך וועל איך אייך מחזק זיין; איך וועל אייך שטענדיג מחזק זיין, איך וועל אייך נישט לאזן פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - אריינלייגן אמונה אין די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך שרייב דיר יעצט א בריוו פון הימל פארנדיג קיין אומאן.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר פארן יעצט קיין אומאן אויף ראש השנה, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אלע תיקונים און צו א שנה טובה ומבורכת.


ביים ציון זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט מצליח זיין מיט מלמדות, אלע דיינע תלמידים זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


איך האף דאס יאר צו פארשטערקערן די חדר און די סקול; ברוך ה' מיר האבן זוכה געווען דאס יאר צו האבן גאר חשוב'ע מלמדים און טיטשערס וואס וועלן אריינלייגן אין די קינדער אמונה פשוטה, די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א פשטות צו וויסן אז וואס זיי דארפן און וואס זיי ווילן נאר – זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן. אריינווארצלען אין זיי די אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער. דומם, צומח, חי און מדבר, הכל לכל איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך.


בשעת די קינדער שפילן אין זייער פרייע צייט, זאלסטו זיי אנצינדן ניגוני אמונה, "טאנץ מיט אמונה"; עס זאל זיי אריינגיין אין די ביינער אז דער אייבערשטער פירט די וועלט.


איך וועל דערציילן דעם רבי'ן אלעס וואס דו העלפסט מיר דורכאויס דעם יאר בכלל ובמלמדות בפרט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#117 - וואקסינען פאר די קינדער
חינוך הילדים, שלום בית, רפואה, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים פה עיר הקודש אומאן יצ"ו, כ"ז אלול, שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן נרו יאיר זאגט מיר אז איר ווארט זייער איך זאל אייך צוריק שרייבן אויף אייער לאנגע בריוו וואו איר שמועסט אויס אייער פראגע.


איך האב געזאגט פאר אייער מאן אז איר האט נישט געשיקט א פראגע, נאר איר האט געשריבן א לאנגע תשובה וואו איר ווילט מיר מסביר זיין ווי שעדליך עס איז דאס געבן וואקסינען פאר קינדער; ממילא איז נישט שייך צוריק צו שרייבן, איך ענטפער פאר די וואס פרעגן און ווילן וויסן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש.


איך בין נישט ברוגז אז איר וועט טון ווי אזוי איר פארשטייט און נישט געבן וואקסינען פאר די קינדער, איך בין נישט ברוגז אויף די וואס פירן זיך אנדערש ווי מיר וכו', איך וועל ווייטער טון לויט ווי איך האב מקבל געווען.


בנוגע וואס אייער מאן דערציילט מיר פון דעם פארברעכער וואס פאררופט זיך א שלום בית מאכער. ער ליינט כתובות, ער זעט זאכן וכו'; ער האט צעבראכן אייער משפחה, אפאר פון אייער געשוויסטער האט ער צעבראכן זייער שטוב, און איר ווילט וויסן צי איר זאלט מאכן פאשקעווילן אנטקעגן אים וכו'; איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז איר זענט נישט אנגעקומען צו אים וכדומה און איר זאלט בעיקר אינוועסטירן אין אייערע קינדער.


אויך זאלט איר מחזק זיין אייערע שוועסטערס. רעדטס צו זיי דיבורי אמונה, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", יעדער איינער האט ליב צו הערן גוטע ווערטער; מיט דעם וועט איר זיי העלפן. אונזער וועג איז נישט צו רודפ'ן יענעם, אונזער וועג איז אנצינדן אסאך ליכט ביז די טונקלקייט גייט אינגאנצן אוועק.


א כתיבה וחתימה טובה.

#116 - מחזק זיין די לערערינס פון סקול
סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו.


זייט מחזק אייער טאכטער זי זאל נאך ממשיך זיין אין סקול לערנען מיט די מיידלעך ביז'ן יום טוב סוכות, עס איז נישט דא צופיל טעג פון היינט ביז יום טוב סוכות; איך האף צו טרעפן נאך א גוטע לערערין צו לערנען צוויי שעה מיט די מיידלעך ענגליש און אייער טאכטער וועט לערנען מיט זיי אידיש, אזוי וועט איר זיין גרינגער.


די זמנים פון סקול קען מען נישט בייטן צוליב די טיטשער וכו'; אז די טיטשער'ס האבן נישט קיין כח דארף מען זיי העלפן, אדער צעטיילן די ארבעט פאר נאך א פרוי אדער זיי העלפן אויסשטעלן דעם טאג אז עס זאל זיי זיין גרינגער.


שטארקט אייך ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, וואס איר האט זוכה געווען צו אזא הייליגע אמט – משמש זיין דעם רבי'ן מיט'ן פארשפרייטן זיינע לימודים פאר די גאנצע וועלט, דו ... נרו יאיר זאלסט מחזק זיין אנשי שלומינו און איר מרת ... תחי' זאלט מחזק זיין נשות ברסלב, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו וואס דעמאלט וועט זיין: "וְיֵדַע כָּל פָּעוּל כִּי אַתָּה פְּעַלְתּוֹ, וְיָבִין כָּל יְצוּר כִּי אַתָּה יְצַרְתּוֹ, וְיֹאמַר כָּל אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְאַפּוֹ, ה' אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל מֶלֶךְ, וּמַלְכוּתוֹ בַכֹּל מָשָׁלָה".


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#115 - שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך
סקול, חינוך הילדים, שטעטל, סיום, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער שטארק געוואלט ארויסקומען צום סיום מסכת כריתות צו ענק אין שטעטל, ווייל עס איז מיר א גרויסע שמחה אז מיר האבן אזא פלאץ וואו די גאנצע שטאט לערנט און איז מסיים נאך א מסכתא, איך בין פשוט געווען זייער אויסגעמוטשעט, איך וועל נאך קומען צו אייך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך; דיין גאנצע קאפ און מח זאל זיין ווי אזוי מען קען אויפבויען די קינדער לתורה ויראת שמים ומידות טובות. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט עצות פאר יעדן איד ווי אזוי זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך האף אז אין אומאן וועסטו מיר העלפן ביים דאווענען; דו וועסט שטיין נעבן דעם בעל תפילה מיט די קינדער און בחורים ארויס העלפן מיט די ניגונים און נוסח, עס זאל זיין בא'טעמ'ט און געשמאק. אזוי ווי מיר האבן געדאוונט בחיים חיותו פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. גרייט אן א פראגראם מיט די מלמדים ווי אזוי אנצורייצן די קינדער זיי זאלן דאווענען דעם גאנצן דאווענען און זיי זאלן נישט וועלן ארויסגיין שפילן ביים דאווענען; גרייט אן מתנות, טיקעטס וכו'.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז איך האב גערעדט צו משפחת ... זיי זאלן נישט שיקן זיייער טאכטער ווילאנג זי איז אנגעגרייט צו גיין אין ביה"כ. איך האב זיי מסביר געווען אז דאס איז נישט קיין חכמה; סיי אלץ די טיטשערס, זיי זענען נישט מחיוב יעדן צווייטן טאג צו אזא פאסירונג, חוץ מזה איז דאס נישט גוט פאר'ן קינד אליינס, זי ווערט פארשעמט פון דעם און עס קען איר שאטן פאר אלע אירע יארן, זי וועט באקומען א נאמען צווישן די קינדער אז זי האט א גערוך וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#114 - ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט די מיידלעך
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', טיטשער בית פיגא קרית ברסלב, ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז די מיידלעך זענען וואויל און דרך ארץ'דיג. א טיטשער דארף וויסן און געדענקען אז ווען קינדער פירן זיך נישט אויף דרך ארץ'דיג זענען זיי נישט שלעכט, "קינדער זענען קינדער", און מען דארף זיי מחנך זיין.


ווען א טיטשער האט ליב די תלמידות, זי קוקט אויף זיי מיט א גוט אויג, דעמאלט שפירן דאס די קינדער און זיי פאלגן צוביסלעך מער און מער. מה שאין כן ווען די טיטשער קוקט אויף די קינדער מיט א שלעכטע אויג, זי טראכט אויף געוויסע קינדער: 'זיי זענען שלעכטע מיידלעך', קען אזא טיטשער נישט מצליח זיין מיט זיי נאר ערגער מאכן. דאס איז די ערשטע זאך וואס א לערערין דארף וויסן: 'איך מוז ליב האבן יעדן איינציגסטן קינד', דעמאלט איז מען מצליח.


בנוגע דיין פראגע אויב מיידלעך רעדן אינמיטן שיעור, וואס דו זאלסט טון; דו זאלסט אפשטעלן דעם שיעור און זאגן קלאר: "מען קען נישט רעדן אינמיטן קלאס", און אויב עס העלפט נישט זאלסטו עס נאכאמאל זאגן און נאכאמאל זאגן (אסאך מאל דארף מען טון מער פון זאגן, מען דארף קנס'ענען, למשל אוועק נעמען א טיקעט, א סטאר אדער פוינטס וכדומה).


בנוגע די מיידלעך וואס מאכן אוועק ווען מען באלוינט זיי מיט א קלייניקייט וכו'; דארפסט נישט ווערן פארלוירן פון דעם, דאס איז א נארמאלע ערשיינונג ביי קינדער. סיי אין שטוב ווען די עלטערן זאגן צו א באלוינונג וכו', איז אייביג דא א קינד וואס מאכט עס אוועק, און אזוי אויך אין קלאס איז אלץ דא קינדער וואס מאכן אוועק וכו'; דעמאלט דארף די טיטשער ארבעטן מיט חכמה אויף א וועג וואס אלע וועלן דאס נעמען, דעמאלט איז א גוטע געלעגנהייט מסביר צו זיין פאר די קינדער אז ווען איינער געבט א מתנה, אפילו א קלייניקייט זאל מען זיך באדאנקען דערויף און זיין פארזיכטיג נישט אוועק צו מאכן, אז יענער זאל זיך נישט באליידיגן.


מיידלעך דארפן רופן די טיטשער מיט דרך ארץ, זיי קענען נישט רעדן צום טיטשער ווי מען רעדט צו א חבר'טע; זיין קענען נישט זאגן: "דו האסט געזאגט", נאר זיי דארפן זאגן מיט דרך ארץ: "די טיטשער האט געזאגט". די טיטשער דארף זיי דאס אויסלערנען איינמאל און נאכאמאל ביז זיי וועלן וויסן ווי אזוי רעדן מיט דרך ארץ.


בנוגע די מיידל וואס נעמט די פינגער אין מויל וכו'; זאלסט איר חס ושלום נישט פארשעמען ברבים, לאז דאס איבער פאר אירע עלטערן.


בנוגע גיין צו די פרויען צוזאמקום וכו'; דאס ווענדט זיך נאר אין דיר, אז דו געפינסט זיך נישט דיין פלאץ דארט דארפסטו נישט גיין.


וואויל איז דיר אז דו זאגסט ווייטער תהלים; דו זאגסט יעדן טאג תהלים און דו האלסט שוין ביי די פיר און זעכציגסטע מאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידות און זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


רעד צו די מנהלת פון די וויליאמסבורג'ע סקול און נעם פון איר חיזוק און הדרכה; זיי ווייסט גוט ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער על פי דרך רבינו זכרונו לברכה.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#113 - מיט סבלנות וועט איר זוכה זיין צו זען פון אים אסאך נחת
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


איך בעט אייך זייער שרעקט אייך נישט; דער אייבערשטער איז מיט ענק, ער היט ענק און בענטשט ענק.


בנוגע אייער זון נרו יאיר; איר זאלט אים נישט באצוואונגען וכו', מיט סבלנות וועט איר זוכה זיין צו זען פון אים אסאך נחת.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז ער מעג רעדן און זיך פירן מיט חוצפה; אויף חוצפה דארף מען באשטראפן. א קינד טאר נישט שלאגן אדער שטויסן וכו' עלטערן, אויב ער שלאגט אדער שטויסט זאלט איר אים מחנך זיין, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען קינדער דרך ארץ ווען זיי זענען נאך קליין.


מרת ... תחי', ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר זיך אוועק זעצן און וויינען צום אייבערשטן פאר אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ, ובעיקר פאר אייערע קינדער, אז זיי זאלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים. ווען מען צינדט די שבת ליכט איז א גרויסע עת רצון צו פועל'ן ישועות.


נאכאמאל, איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך נישט שרעקן פון גארנישט, דער אייבערשטער איז מיט אייך און ער היט אייך.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה.

#112 - איך בין מקנא דיינע זכותים מיט'ן אויסטיילן עסן פאר אנשי שלומינו
חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, חסד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט; איך בין מקנא דיינע זכותים מיט'ן אויסטיילן עסן פאר אנשי שלומינו. דער אייבערשטער זאל דיר באגליקן מיט אלעס גוטס בזכות די מצוה וואס דו טוסט.


איך האף אז דאס איז מיט'ן פולסטן הסכמה פון דיין ווייב תחי', ווייל חסד הייבט זיך אן אין שטוב. בעט איך דיר דו זאלסט העלפן דיין ווייב מיט די שטוב ווירטשאפט און זיך אפגעבן מיט די קינדער וויפיל דו קענסט, ובעיקר שבת זאלסטו זינגען און טאנצן א גאנץ שבת: "אה מחי' שבת, אה מחי' שבת, אה מחי' איך היט שבת!" – מיט'ן ניגון.


אויפ'ן וועג צום שול און פון שול אהיים – זאלסטו אריין לייגן אין דיינע קינדער אמונה, תפילה און התבודדות, וועסטו האבן שיינע ערליכע דורות.


יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט דעם מוסד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#111 - מאך שיינע שבת'דיגע סעודות
חינוך הילדים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט מאכן שיינע שבת'דיגע סעודות. דיינע קינדער ווארטן א גאנצע וואך צו פארברענגען מיט דיר; שבת איז א צייט וואס קינדער זענען מקבל פון די עלטערן.


גרייט זיך אן שיינע מעשיות וואס צו דערציילן ביי די סעודות, אויך זאלסטו זינגען מיט זיי זמירות. חוץ די זמירות וואס מיר זינגען זאלסטו זינגען מיט זיי אידיש'ע לידער, קינדער האבן זייער ליב אידיש'ע ניגונים, בפרט ניגוני אמונה, ניגונים פון תשובה, דורכדעם וועסטו זען שיינע פירות פון זיי.


קום שבת אינדערפרי אין שול צום שיעור פאר'ן דאווענען זיך מחזק זיין מיט די חיזוק פון רבי'ן.


א גוט שבת פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#110 - וואס טוט מען מיט קינדער וואס האבן טעלעפאונס מיט אינטערנעט?
חינוך הילדים, סמארטפאון, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע: "וואס טוט מען מיט קינדער וואס האבן טעלעפאונס וואס זענען אפן צו אינטערנעט ה' ירחם"? עס איז שווער צו ענטפערן באופן כללי. ווען זיי זענען יונג דעמאלט קען מען דאס נאך אוועק נעמען אבער ווען זיי ווערן עלטער העלפט נישט דאס אוועק צו נעמען, ווייל דעמאלט קויפן זיי נאך איינס און עס מאכט נאר זיי זאלן זיך דערווייטערן פון די עלטערן.


ווען די קינדער זענען שוין עלטער דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען מוסר'ט זיי; מען מעג זיי זאגן מוסר, אבער נאר אויף דעם וועג ווי אזוי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן נאכדעם וואס זיין זענען דורכגעפאלן מיט'ן חטא העגל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:) אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל, האט ער זיי געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, יב): "נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ", וְלֹא כְּתִיב הִסְרִיחַ"; נאר אויף דעם וועג מעג מען זאגן מוסר, אזוי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר דער מעג זאגן מוסר.


אין אומאן איז נישט דא קיין צייט צו רעדן וכו', יעדע מינוט וואס מען האט איז כדאי נאכאמאל צו גיין צום רבינ'ס ציון בעטן פאר זיך און פאר אלע אידן; איך קען נישט זאגן אז איך וועל האבן צייט צו רעדן מיט דיינע קינדער.


זיצן קען מען קויפן ביי הבחור ... נרו יאיר און האברך ... נרו יאיר.


דער עיקר דארפן מיר זיך פרייען אז מיר זענען זוכה צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך פרייען א גאנץ יאר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#109 - דן זיין לכף זכות דעם שכן
תודה והודאה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר גערופן וכו', זי האט געוויינט און זיך אפגערעדט אויף וכו'.


איך בעט דיר זייער, זיי איר מחזק זי זאל נישט ווערן אויסער זיך פון וואס עס האט פאסירט, אז זי וועט קוקן מיט "רחמנות אויגן" אויף זיי וועט איר דאס נישט באדערן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח) אז ווען מען איז מהפך כעס צו רחמנות איז מען זוכה אראפצונעמען פון זיך אלעס שלעכטס און דער אייבערשטער געבט פאר דעם אסאך גוטס; זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב זי זאל נישט זיין בכעס אויף אייער שכן, זי זאל זיי דן זיין לכף זכות, קוקן אויף זיי מיט א גוטע אויג.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אויסהערן דיין ווייב און איר מחזק זיין; פארגעס נישט די נס וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון און ער טוט ווייטער, דו ביסט געווען א "היימלאזער בחור", "אפגעריסן" און "אפגעשליסן", האסט גארנישט געהאט אויף די וועלט און יעצט האסטו א שיינע משפחה כן ירבו.


אזוי אויך זאלסטו זיך שטארקן צו מאכן שיינע שבת'דיגע סעודות; זינג זמירות, דערצייל פאר דיינע קינדער שיינע מעשיות און זאלסט חס ושלום נישט שלאגן די קינדער שבת. שבת טאר מען נישט שרייען, שבת דארף מען זיין בשמחה – נאר טאנצן, נאר שפרינגען.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#108 - גייט צוריק צו אייער מאן
קינדער, חינוך הילדים, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


גייט צוריק צו אייער מאן; רעדטס אייך נישט איין אז עס וועט אייך זיין בעסער מיט א צווייטן, ווייל מיט א צווייטן וועט אייך זיין אסאך שווערער. קודם וועט אייך זיין שווער ביז איר וועט זיך אויסוועלן א שידוך, נאכדעם וועט זיך אנהייבן די קריגערייען צווישן אייך און אייער צווייטער מאן איבער "מיינע קינדער" און "דיינע קינדער"; זיינע קינדער וועלן זיך אויפפירן צו אייך מיט גרויס חוצפה, זיי וועלן אייך לאכן אין פנים און עס וועט אייך זיין ביטער שווער.


זאג איך אייך, גייט צוריק צו אייער מאן, האטס רחמנות אויף אייערע קינדער; אייער מאן איז געווען ביי מיר און ער איז גרייט צו פאררעכטן, ער איז גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט אבי די קינדער זאלן נישט חרוב ווערן. קינדער ווערן חרוב ונחרב ווען עלטערן קריגן זיך; דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען און מחזק זיין בחורים, במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן; דער מנורה; דער ארון; וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...".


איר זאגט אלעמען: "איך פאלג נאר וואס דער ראש ישיבה זאגט", יעדער וואס רעדט מיט אייך זאגט איר: "ראש ישיבה", "ראש ישיבה"; "וואס דער ראש ישיבה זאגט", זאג איך אייך קלאר וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#107 - רעדן דיבורי אמונה מיט די קליינע קינדערלעך
חינוך הילדים, אמונה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארקט זיך מיט אמונה פשוטה אינעם בורא כל עולמים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי, הַיְנוּ עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה"; ווי מער מען רעדט דיבורי אמונה אלץ מער בויט זיך אויף די אמונה אינעם מענטש.


זאלט איר רעדן אסאך דיבורי אמונה מיט אייערע קליינע קינדערלעך; יעדע זאך וואס זיי דארפן, ווילן, בעטן און מוטשען, זאגט זיי: "לאמיר בעטן דעם אייבערשטן", "דער אייבערשטער וועט העלפן"; אזוי וועט אריינגיין אין זייערע ריינע הערצעלעך די ריינע אמונה און עס וועט ווערן ביי אייך אויך אויפגעבויט די אמונה, איר וועט נישט ווערן דערשראקן און צעטומלט פון די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין אייך.


יעצט ווען איר זענט שוין אין שטעטל – קרית ברסלב, דארט צווישן די ביימער און גראז איז זייער גוט זיך צו געפונען. דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער שרה (שיחות הר"ן, סימן קסג): "ווי גוט און ווי פרום איז צו זיין צווישן זיי"; זאלט איר זאגן תהלים און זיך מתבודד זיין, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים – אויף אייערע ליכטיגע קינדער, אויף אייער טייערער מאן נרו יאיר, - וועט דער אייבערשטער מאכן נאך ניסים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#106 - קינדער פאלגן נישט אלעמאל מיט איין מאל הייסן
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארק מיט אלע כוחות צו האבן סבלנות צו אייערע קינדער.


אלע פרויען, אלע אידישע מאמעס גייען אריבער שווערע צייטן מיט חינוך הבנים והבנות; קינדער פאלגן נישט אלעמאל מיט איין מאל הייסן, עס זענען דא קינדער וואס זענען מער פארשפילט און הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי, עס זענען דא קינדער וואס זענען מער ווילד און מער טאנצעדיג און שפרינגענדיג, צו זיי דארף מען האבן מער סבלנות. בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כחות צו האבן געדולד צו זיי.


ווען אייערע קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר זיך מאכן אפאר מינוט צייט זיך אוועקזעצן מיט א תהלים, זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים און נאכדעם זאגט די תפלה:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין מאן און קינדער – אויף יעדן באזונדער, רבונו של עולם געב מיר כח און שכל איך זאל האבן די ריכטיגע צוגאנג צו מיינע קינדער. איך שפיר זיך ווי א פארלוירענע, מיינע קינדער פאלגן מיך נישט און דאס מאכט איך זאל זיך פארלירן, איך זאל שרייען און צומאל שלאגן וכו', העלף מיר בעשעפער, איך וויל נישט שרייען און שלאגן, איך וויל זיי מחנך זיין אויף די ריכטיגע וועג, איך וויל זיין א גוטע מאמע, איך וויל זען ערליכע דורות; העלף מיר אייבערשטער, זיי מיט מיר אייבערשטער. העלף מיר בזכות די צדיקים און צדקניות, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגֹאֲלִי".


איך בעט אייך איר זאלט נישט געבן פאר די קינדער קיין שום עלעקטעראנישע שפילצייג; נישט קיין טעלעפאנס, געים-בוי'ס וכדומה, וועט איר זען פון זיי אסאך אידיש נחת.


פון דער ראש ישיבה.

#105 - א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט
חינוך הילדים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די דרשות, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


בנוגע דיין שאלה מיט דיין טאכטער וכו', וכו'; געב אכטונג נישט צו צערטלען (ספוילן) דיין טאכטער, ווי מער מען צערטלט זיי וואקסן זיי אויף נישט דרך ארצ'דיג און מיט נאך פיל פראבלעמען.


עלטערן דארפן זיין זייער שטארק מיט דעם אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט; אז מען זאגט "יא" איז "יא" און אז מען זאגט "ניין" איז "ניין"; אפילו די קינדער פון זייער זייט וועלן פרובירן צו פארפירן וכו' אז מען זאל זיי נאכגעבן, דאך דארפן די עלטערן זיין שטארק נישט נאכצוגעבן, דעמאלט וואקסן די קינדער אויף מיט דרך ארץ.


געב אכטונג און כאפ זיך באצייטנס; פאל נישט אריין אין דעם טעות העולם וואס זאגן אז "יונגע קינדער" דארף מען נישט מחנך זיין, פונקט פארקערט, חינוך איז דיקא ביי גאר יונגע קינדער פון דריי יאר, פיר יאר און פינף יאר; דעמאלט שטעלט מען אוועק דעם גרונד. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען דרך ארץ מיט קינדער ווען זיי זענען נאך יונג.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן".


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.