בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#931 - קיינמאל נישט צו ניצן הענט אויף שלאגן
חינוך הילדים, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיינמאל זאלסטו נישט שלאגן א צווייטן, און אז מען האט דיך געשלאגן – זאלסטו חס ושלום נישט צוריק שלאגן.


די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:), אז מען שלאגט א איד איז אזוי ווי מען שלאגט כביכול דעם אייבערשטן; און אז קינדער טוען דיך וויי – איז דאס נישט קיין תירוץ צו שלאגן, אויף דעם איז דא נאך א לאו, פון ולא תקום (ויקרא יט, יח).


טייערער ..., דאס ווייסטו אז מען האט זייער שטארק גע'רודפ'ט דעם הייליגן רבי נתן, מען האט אים גע'מסר'ט אז ער דרוקט ספרים ביי זיך אין שטוב, דעמאלט איז געווען פארבאטן צו דרוקן אנעם צענזור. מען האט געלייגט רבי נתן אין תפיסה, מען האט אים זייער שטארק גע'רודפ'ט, אמאל האבן די גרויסע שישקעס וואס האבן געוואוינט אין אומאן, די גרויסע פראפעסארן, דאקטאר לאנדאו, הירש בער וכת דילי' געזאגט פאר מוהרנ"ת אז זיי האבן א כח צו רעדן ביי די רעגירונג צו פארטרייבן אלע מתנגדים קיין סיביר, (די שישקעס פלעגן זיך דרייען ביים הייליגן רבי'ן, זיי האבן געוואלט העלפן מוהרנ"ת), רבי נתן האט נישט מסכים געווען, ער האט געזאגט: "איך האב מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן, ענדערש זיין פון די נרדפים ווי איידער זיין פון די רודפים".


זיי זיך מקבל מער קיינמאל נישט צו ניצן הענט אויף שלאגן, שטופן, ציפן און אראפווארפן וכו', בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיין פרייליך, ווייל אלע מחלוקות קומט פון קטנות הדעת וואס קומט פון עצבות, פון נישט זיין צופרידן; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך און מאך פרייליך אלע חברים, מאך גוט פאר אלע קינדער.


איך האף צום אייבערשטן אז עס וועט נישט זיין מער אין חדר קיין שום קריגערייען, אלע קינדער וועלן זיך ליב האבן.

#930 - א נאנטע קשר מיט יעדן תלמיד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט פירן די ישיבה אין שטעטל. זיי מחזק די בחורים זיי זאלן זיך פירן מיט די עצה פון התבודדות ותפילה; דעם הייליגן רבינ'ס רצון איז געווען (חיי מוהר"ן, סימן רל) אז מיר זאלן אלע האבן א פערד און וואגן צו קענען נעמען די בני הנעורים ארויס פון ישוב, גיין מיט זיי אין די פעלדער, זיי אויסלערנען די עצה פון התבודדות; דו ביסט שוין אין פעלד, דו ביסט מיט די ישיבה חוץ לישוב, דארפסטו זיך נאר שטארקן און רעדן דעם רבינ'ס דיבורים מיט זיי, און אז דו וועסט רעדן צו זיי חיזוק אויף גיין התבודדות – וועסטו פועל'ן.


איך וויל דו זאלסט האבן א נאנטע קשר מיט יעדן תלמיד, זאלסט רעדן מיט יעדן תלמיד פריוואט, שיין אריין אין זיי דעם אמת פון רבי'ן, זיי זאלן וויסן אז זיי האבן קיינעם נישט אויף די וועלט, נאר דעם אייבערשטן, און ווען די תלמידים פרעגן דיר ווי אזוי זיך צו פירן זאלסטו שטענדיג מחזק זיין זיי זאלן זיך מתבודד זיין, מוהרא"ש זאגט אז אנשי שלומינו האבן אלץ געזאגט אז מען קען נישט זאגן פאר א צווייטן ווי אזוי זיך צו פירן, און וואס צו טון, מען האט נאר מחזק געווען אויף תפילה והתבודדות, און אז מען איז זיך מתבודד, מען שמועסט אויס מיטן אייבערשטן – ווייסט מען שוין נאכדעם ווי אזוי זיך צו פירן.


זע עס זאל זיין פרייליך אין ישיבה, א געשמאקע אטמאספער.

#929 - איך וויל בלייבן ריין
חינוך הילדים, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה ווערט נאר שענער און שענער, איך וויל דיך זייער מחזק זיין דו זאלסט ווייטער אנהאלטן די הייליגע ארבעט פון ארויסגעבן די קונטרסים; אזויפיל מענטשן זענען זיך מחיה מיט דעם, אזויפיל מענטשן זאגן מיר אז דאס איז זייער התחזקות פאר די וואך, און דאס איז זייער וועג ווייזער צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; איך ווייס אז עס איז נישט קיין גרינגע ארבעט, און אודאי שטעלט דער סמ"ך מ"ם מניעות יעדן טאג פונדאסניי אפצושטעלן די הייליגע ארבעט; איך בעט דיר, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם, בלייב שטארק, האלט זיך שטארק, און טראכט נאר ווי מען קען דאס פארברייטערן און נאך שענער מאכן.


יעצט לכבוד שבועות איז די יארצייט פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר די קינדער פון הייליגן בעל שם טוב, בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א איד גייט מיט א האנטוך אויפן פלייצע מיט נאסע פיאות, עס זאל אויסזען ווי דער מענטש קומט יעצט פון מקוה, און ווי צוויי ערלים ווייזן מיט די הענט אז זיי ווילן נישט שטיין נעבן אים; די נאמען פון די מעשה זאל זיין "איך וויל בלייבן ריין":


"הייליגער באשעפער היט מיך פון די גוים, זיי זאלן מיך נישט אנרירן און איך זאל זיי נישט אנרירן; איך בין יעצט געווען אין מקוה, איך האב זיך יעצט גע'טובל'ט, איך וויל בלייבן ריין..."


געווען איז דאס ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געגאנגען אין מקוה זיך טובל'ען, אויפן וועג צוריק פון מקוה איז דער הייליגער בעל שם טוב אריבער א שמאלע גאס און עס זענען אים אנטקעגן געקומען צוויי גוים, און דער הייליגער בעל שם טוב האט זייער שטארק נישט געוואלט זיך אנרירן מיט זיי, ער האט נישט געוואלט ווערן טמא, ער האט געוואלט בלייבן ריין פון די הייליגע מקוה, האט ער שטילערהייט געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון די גוים, זיי זאלן מיך נישט אנרירן און איך זאל זיי נישט אנרירן; איך בין יעצט געווען אין מקוה, איך האב זיך יעצט גע'טובל'ט, איך וויל בלייבן ריין..."


טייערע קינדער, יעדע זאך וואס מען וויל, און יעדע זאך וואס מען דארף - איז דא איין עצה, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אין די אייגענע שפראך, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם, און מען קען רעדן צו אים אין יעדע שפראך, אין הימל איז זייער חשוב ווען א איד בעט עפעס דעם אייבערשטן; דער הייליגער צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו בעט שטילערהייט דעם אייבערשטן, און ער זעט ווי די גוים קומען נענטער און נענטער צו אים, ער בעט נאכאמאל און נאכאמאל, און א מעשה פון תפילה האט פאסירט... די גוים רופן אויס הויך: "לאמיר זיך אריינקוועטשן אין די זייט נישט אנצורירן דעם שמוציגן איד", די גוים קוועטשן זיך אריין אין די זייט, און דער הייליגער בעל שם טוב גייט אריבער הייליג און ריין, דער אייבערשטער האט אנגענומען זיינע תפילות.


עכט איז א איד נישט שמוציג, א איד איז הייליג, נאר די גוים זאגן אויף אונז אז מיר זענען שמוציג, אבער חס ושלום טראכטן אזוי, ווייל אידן זענען ריין און הייליג, אידן זענען די שענסטע פון די וועלט.


לאמיר זיך אפלערנען פון די מעשה אז מיר זאלן אכטונג געבן ווען מיר גייען אין מקוה זיך צו היטן די אויגן צו בלייבן ריין, און ווען מיר גייען אין גאס - נישט אנרירן און נישט קוקן אויף נישט גוטע זאכן, אזוי וועלן מיר בלייבן ריין, און לאמיר זיך לערנען פון דעם הייליגן צדיק צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס מיר דארפן, אזוי וועלן מיר זיין ערליכע אידן, מיר וועלן זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#928 - מחנך זיין מיט רואיגקייט
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער, אפגערעדט עלטערע קינדער און בחורים; דאס איז א לאו, עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שולחן ערוך (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ), מען טאר נישט שלאגן עלטערע קינדער, מען איז עובר אויף (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל".


די תלמידים פון הייליגן רבי'ן זענען געווען זייער מקושר צום רבי'ן, זיי פלעגן פרעגן דעם רבי'ן יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי אויך פלעגן זיי דערציילן יעדע פרט וואס האט פאסירט מיט זיי. בפרט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערציילן פארן רבי'ן יעדע זאך, און זיך גוט צוגעקוקט צו די תנועות וואס דער רבי מאכט, צו וויסן אויב ער האט גוט געטון אדער ער דארף עפעס פאררעכטן.


א ברסלב'ער חסיד דארף פאלגן וואס דער רבי זאגט, אז דער רבי זאגט 'נישט שלאגן קיין קינדער' - איז גענדיגט מיט שלאגן; מוהרנ"ת האט אמאל דערציילט פארן רבי'ן אז זיין זון האט נישט געוואלט זיצן ביים טיש צוליב א גאסט וואס ער האט אהיים געברענגט, דער גאסט האט געהאט א שלעכטע גערוך וכו', און רבי נתן האט אים געגעבן א פאטש אז ער זאל פאלגן; האט דער רבי אים אויסגע'מוסר'ט און געזאגט: "ערשטנס וויל איך אז פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט אהיים ברענגען סתם אורחי פורחי, נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין לערנען, און ווידער א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


אז די קינדער קריגן זיך - זאלסטו נישט ארויס גיין פון די כלים און שלאגן, ציפן וכו', זאלסט זיך האלטן רואיג, זאלסט זיי מחנך זיין, זאלסט זיי אויסלערנען ווי אזוי מען פירט זיך און זיך פארטראגן איינער מיטן אנדערן.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, די שיעור וועט זיין אין ישיבה אין וויליאמסבורג, עס לוינט צו קומען זיך מחזק זיין, מען מוז האבן חיזוק, אן חיזוק קען מען נישט אנגיין, אן חיזוק געבט מען אויף, איך האף דיך צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#927 - לאזן די שכנים קומען שפילן אין הויף
חינוך הילדים, הפצה, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס זאל דיר נישט שטערן אז די קינדער, די שכנים – קומען זיך שפילן ביי דיר אין פעלד; דאס אוועק שיקן קינדער פון זיך שפילן וכו' – איז א קטנות הדעת, ווייל מען האט נאר ריווח אז עס איז דא שכנים, אז די קינדער האבן מיט וועם צו שפילן. (אויב דיר פערזענליך שטערט עס יא, איז ריכטיג זאלסט בעטן די עלטערן זאלן רעדן צו זיי, און נישט שרייען אויף די קינדער טאג און נאכט: "פרייוועט פראפערטי").


איך שרייב דיר נאר ווייל דו זאגסט מיר אז דו בעטסט מיר איך זאל דיר זאגן וואס איז ריכטיג, און דיך פאררעכטן; דעריבער זאג איך דיר אז עס איז מער רואיג פאר עלטערן צו זען די קינדער שפילן זיך אין חצר מיט די שכנים ווי איידער אוועק שיקן די קינדער צו אנדערע חצירות, ענדערש זאל זיין א רעש, א גערודער וכו', ענדערש זאל זיך טון ארום די שטוב, און מען קען האבן אן עינא פקיחא אויף זיי.


לייג אריין דיין קאפ און מח צו העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט, נאר דאס וועלן מיר מיט נעמען; די הויז, די קאר, די קלייד; דאס אלעס בלייבט דא, דאס וועט נישט העלפן אויף יענע וועלט.

#926 - א קינד וואס עלטערט זיך, קען זיך פירן אנדערש
צניעות, חינוך הילדים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן די הודעה.


קלאפט זיך נישט, איר זענט יא א צנועה, בלייבט מיר אייער איידעלע וועג ווי אזוי איר פירט זיך.


אייער מאן האט מיר דערציילט ווי איר האט אזוי שטארק געוויינט פון צער פון ... אז זי פאלגט נישט און העלפט נישט וכו' וכו'; איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך נישט פארלירן, לדעתי איז זי א גוט קינד, א וואויל קינד; אזוי פאסירט, אזוי איז ביי אסאך קינדער, ווען זיי עלטערן זיך פירן זיי זיך אויף אנדערש, זיי בלאזן, זיי פאלגן נישט, אבער עס איז נישט אזוי געפערליך; מיט גוטע ווערטער, מיט אויסלויבן, אויסרימען און מאכן שפירן גוט – וועט מען קענען געוואונען איר הארץ.


פארשטייט זיך מיט תפילה; יעדן טאג בעטן פאר יעדן קינד באזונדער, וועט זי ענק ברענגען נחת.

#925 - קינדער זענען נישט שלעכט, קינדער זענען קינדיש
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דיין לעבן געבסטו אוועק פאר די קינדער, זיי מדריך זיין מיט יראת שמים, מיט גוטע מידות, און מיט אריין לייגן אין זיי אמונה, און אמונת חכמים; איך בעט דיך זייער זאלסט זיך זייער שטארקן, זאלסט גלייבן אין דיר, זאלסט וויסן אז אפילו עס זעט זיך נישט אן אויף די תלמידים גלייך ווי מען פועל'ט, גלייב אז מען פועל'ט.


די הייליגע חכמים דערציילן (עירובין נד:), רבי פרידא איז געווען א מלמד, און ער האט אמאל געהאט א תלמיד וואס עס איז נישט געווען מיט וועם צו רעדן, יעדע זאך האט מען געדארפט איבערזאגן אפאר הונדערט מאל, א שטיקל גמרא האט ער נאר פארשטאנען נאך פיר הונדערט מאל, און אמאל האט דאס גענומען אכט הונדערט מאל, איז ארויס א בת קול אז די גאנצע דור פון רבי פרידא איז מזומן לחיי העולם הבא, און רבי פרידא האט באקומען שכר אריכות ימים צו לעבן נאך פיר הונדערט יאר.


מוהרא"ש זאגט, מילא רבי פרידא איז דאך א צדיק, און א צדיק איז דאך פשוט אז ער האט רחמנות, איז ער איז גרייט צו לערנען מיט יעדעם נאכאמאל און נאכאמאל, אן א שיעור, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז): "כי מרחמם ינהגם", דער צדיק האט רחמנות אויפן דור, דאס איז נישט קיין חידוש, אבער ווי נעמט מען א תלמיד זאל מסכים זיין צו זיצן ביי זיין רבי וואס זאגט איבער הונדערט מאל די זעלבע זאך, דאס איז די חידוש; דערפאר ליבער ברודער, הארציגער חבר, מיר דארפן זיין סיי דער מלמד וואס זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל, און סיי מיר דארפן זיין פון רבינ'ס תלמידים, זיך נאכאמאל מחזק זיין און אויסהערן בקול הצדיקים, זיך נישט מייאש זיין, גלייבן אז אונזערע תורה, תפילה ומעשים טובים זענען חשוב ביים אייבערשטן, און נאכאמאל אויסהערן וואס מוהרא"ש לערנט אונז, אז קינדער זענען נישט שלעכט, קינדער זענען קינדיש, און האבן צו זיי סבלנות, און זיי אויפהייבן, זיי ליב האבן, זיי קענען ליידן וכו' וכו'; וועלן מיר קענען ברענגען דעם גאנצן דור צו עולם הבא, און מיר וועלן זוכה זיין צו אריכות ימים...

#924 - א ריינע הייליגע אידישע מאמע
חינוך הילדים, טעלעפאן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ...


געלויבט דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער שפירן זיך גוט, אלע זענען געזונט; איר האט געשריבן אז א נס האט פאסירט אז דאס קינד שפירט זיך שוין גוט, איך זאג, אז אויסער די נס האט פאסירט א גרעסערע נס, אז איר האט אוועק געווארפן אלע שלעכטע זאכן, די מאוויס, די די ווי די פלעיער, די טעלעפאן; איר האט זיך אזוי דערשראקן פון צו זען די יסורים פונעם קינד אז איר האט אליינס אפגעמאכט ארויס צו ווארפן די טומאה פון שטוב; ביי מיר איז דאס א גרעסערע נס, ווייל ווען מען קוקט מאוויס ווערט מען זייער צוגעקלעבט צו דעם, אז עס איז ממש נישט מעגליך זיך צו אפשיידן פון דעם.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט נישט צוריק לויפן צו די טומאה, איר זאלט בלייבן א ריינע הייליגע אידישע מאמע, און אויפציען די קינדער בקדושה ובטהרה, האלטס די שטוב ריין, זייט זיך מתבודד, בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער, אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהלים.

#923 - נישט קוקן אין א צווייטנ'ס טעלעפאן
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


ניץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען פלייסיג שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה, מקרא משנה גמרא מדרש הלכה ואגדה וספרי רבינו; די יונגע יארן זענען גאר חשוב, גאר טייער, און מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן קען מען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


מאך זיך א גדר קיינמאל נישט צו קוקן אין א צווייטנ'ס טעלעפאן, קענסט נישט וויסן אויב מיט די איין מאל קוקן אין א חבר'ס טעלעפאן – וועסטו אראפפאלן חס ושלום; ליבער ברודער, הארציגער חבר, די נסיונות היינט זענען זייער גרויס, עס קען זיין א בחור וואס זעט אויס פון אינדרויסן פרום וכו', און ביי זיין טעלעפאן איז אזוי געפערליך; מאך זיך די גדר קיינמאל נישט צו קוקן ביי א צווייטנ'ס טעלעפאן.


איך האב דיך זייער ליב, איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בלייבן ערליך, דו וועסט האבן גוטע חברים, ערליכע חברים, וואס פירן זיך בתמימות, איידעלע חברים.


געב א גרוס פאר דיינע טייערע עלטערן.

#922 - ליבשאפט איז די סוד פון הצלחה
חינוך הילדים, שלום בית, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין שבועות אינאיינעם מיט דיר, מיט דיין משפחה – אין שטעטל, מיט אנשי שלומינו; מיר וועלן זוכה זיין צו די תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט, אז ווער עס וועט זיין דריי מאל א יאר ביי אים, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט ניצול ווערן פון עונש עולם התוהו רחמנא לצלן.


א גרוס פון דיינע קינדער, איך האב זיי זייער ליב, און אפילו זיי טוען אמאל מעשה ילדות, מעשה קטנות – דאך איז די אהבה שטערקער, און אזוי, אז זיי האבן א ראש ישיבה וואס ליבט זיי און זעט גוט אין זיי – וואקסן זיי לשם ולתפארת; מוהרא"ש זאגט, ליבשאפט איז די סוד פון הצלחה; סיי מיט קינדער, סיי מיט תלמידים, שלום בית, וכדומה; מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן צדיק דער אהבת ישראל פון וויזניץ זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען וואוינען אינעם שטאט גרויסווארדיין, היתכן צו וואוינען אין אזא פארגרעבטע פלאץ? האט ער געזאגט: "מיט ליבשאפט וועל איך מאכן אלע פאר גרויסע ערליכע אידן", וכן הוה.


דאס איז די יסוד פון ברסלב'ע חסידות, קוקן גוט אויף זיך, אויף די ווייב (אויף די מאן), אויף די קינדער, (א גבאי אויף די מתפללים), אויף די שכנים, און אזוי ווייטער.

#921 - א ווייכע הארץ אינאיינעם מיט א שטארקע הארץ
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב געהערט דיין מעסעדזש אז עס האט דיר זייער וויי געטון ביים וועקן די בחורים וואס שלאפן אין דארמיטארי צו זען א בחור שלאפן אן ציצית, און א צווייטער שלאפן אן א קאפל און אן די ציצית; איך בין נייגעריג די סוף פון די מעשה, אויפן מעסעדזש הערט מען נאר דאס קרעכצן וכו'.


איך וויל דיך מחזק זיין, וויסן זאלסטו, מיר האבן געעפנט די ישיבה און די מוסדות צו אויסלערנען קינדער, בחורים און מיידלעך צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, און אמאל קומען בחורים וואס אין שטוב האט מען זיי נישט געלערנט ווי אזוי זיך צו פירן, אדער אמאל איז פארקערט, מען האט געלערנט נישט ריכטיג, און פון גרויס לחץ האבן זיי נישט די כלים דאס צו קענען טון, זיי ווילן טון נאר פארקערט; צוליב דעם האבן מיר די ישיבה, די מוסדות, צו אויסלערנען בחורים און קינדער ווי אזוי זיך צו פירן מיט יראת שמים, מיט דרך ארץ, און אוודאי די ריינע אמונה וכו'.


איך האף אז דו האסט געזאגט פאר די בחורים אז עס איז הייליג צו שלאפן מיט א קאפל און ציצית, דאס איז יראת שמים, און דאס ברענגט אמונה, און וויסן זאלסטו, אז מען זאגט איין מאל – איז נאכנישט סוף פסוק, מען דארף זיין גרייט צו איבערזאגן און איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, און ווען מען זאגט – דארף מען דאס זאגן מיט רחמנות, מיט הארץ; ווייל מען רעדט דא פון טייערע אידישע קינדער, נשמות ישראל; דארף מען האבן רחמנות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז), אויפן פסוק (ישעי' מט, י): "כִּי מְרַחֲמָם יְנַהֲגֵם", אז ווער עס האט רחמנות – דער קען זיין א מנהיג ישראל, ווייל דאס איז די גרעסטע רחמנות, צו זען אידישע קינדער פאלן אין עבירות, עס איז נישטא קיין גרעסערע רחמנות און קיין גרעסערע יסורים ווי עבירות.


על כן ליבער ברודער, טייערער הארציגער חבר, שטארק זיך, און שטארק די גאנצע סטעף; אלע מלמדים, מגידי שיעור, זיי זאלן נישט קרעכצן ווען מען זעט ביי די תלמידים ווי מען פירט זיך נאכנישט ריכטיג, ענדערש זאל מען טון צו די זאך. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פונעם ריי"צ זכותו יגן עלינו: "בעסער עפעס טון פון טויזנט אנחות"; אז מען זעט בחורים שלאפן וכו' לערנט מען זיי דאס גרויסקייט פון נעגל וואסער, דאס גרויסקייט פון ציצית וכו', און אז מען זעט בחורים פארשלאפן – דארף מען רעדן צו זיי פון די מצוה פון קריאת שמע, און אזוי ווייטער.


הכלל, חינוך איז זייער הייליג, און אויך דארף מען אסאך כח און א ווייכע הארץ אינאיינעם מיט א שטארקע הארץ פון נישט צעבראכן ווערן און נישט אויפגעבן; צו גלייבן אז יעדע ווארט, יעדע חיזוק ווארט טוט אויף, וואויל זענען די וואס זענען עוסק אין חינוך הבנים והבנות, בפרט אין דעם דור איז ממש הצלת נפשות, פשוטו כמשמעו.


איך בענק זיך צו דיר און צו די גאנצע סטעף, איך האלט מיט פון דערווייטנס יעדע פרט ופרט, סיי פון תלמוד תורה, סיי פון בית פיגא, און פון די ישיבה; איך בעט פאר ענק אלע.

#920 - מיר דארפן זיך אנגרייטן וואס מיטצונעמען
חינוך הילדים, התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, בארא פארק


איך זע אז דו ביסט אזוי שטארק אריינגעטון ראשו ורובו אין מאכן געלט; איך וויל דיך דערמאנען דו זאלסט געדענקען אז מיר זענען נישט דא אויף אייביג, מיר זענען דא פאר א קורצע צייט, מיר וועלן אלע דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן, און מיר דארפן זיך אנגרייטן וואס מיט צו נעמען.


על כן זאלסטו זיך מאכן א צייט, געוויסע שעות אין טאג וואס דו טוסט פאר פרנסה, און נאך די שעות זאלסטו זיך אנגרייטן פאר דיין נצחיות; לערן תורה און דאווען, און זיי עוסק מיט דיינע קינדער, זיי מחזק זיין וכו' וכו'.


יום טוב שבועות האבן מיר זיך מקבל געווען אז מיר גייען זיין וואויל, מיר גייען לערנען און דאווענען, דארפן מיר אנהאלטן די גוטע קבלות און זיך שטארקן דאס צו טון.

#919 - געב אכטונג אויף דיין שטוב
צניעות, חינוך הילדים, אמונה, משיח

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען זוכה זיין נאכאמאל פונדאסניי מקבל זיין די תורה, דארפן מיר זיך זייער פרייען און מיר דארפן מתפלל זיין אז מיר זאלן בלייבן צוגעבינדן ביים רבי'ן, און אויך אונזערע דורות; עס איז נישטא קיין גאראנטי אז מען בלייבט ביים רבי'ן מיט די קינדער און אייניקלעך, מען מוז אסאך בעטן אויף דעם.


שבועות אינדערפרי נאך שחרית זאגט מען די הייליגע 'אקדמות', דעמאלט קען מען זיך זייער פארבענקען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רנו), די 'אקדמות מיט די ניגון' ברענגט א שטארקע בענקעניש צום אייבערשטן; מען הייבט אן בענקען צו זיין א צדיק, און ווען מען זאגט די ווערטער פון דאס שיינקייט פון דעם איד און וואס ווארט אונז אפ ווען משיח וועט קומען: "בְּלָא שָׁלְטָא בֵיהּ עֵין, בְּגוֹ עֵדֶן גִנְתָא, מְטַיְילֵי בֵיהּ חִנְגָּא, לְבַהֲדֵי דִשְׁכִינְתָּא", און צו דעם קען מען שוין היינט זוכה זיין דורך די עצות פון די צדיקים וואס לערנען מיט אונז וואס משיח וועט לערנען מיט אונז, אז מען קען שפאצירן מיטן אייבערשטן דורך זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים, דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין ערליך און גוט, און ווי שטארק מען בענקט זיך צו זיין גוט, "הֲדָרָא דְלָא אֶפְשַׁר, לְמִפְרַט בִּשִׂפְוָתָא, וְלָא אִשְׁתְּמַע וְחָמֵי, נְבִיאָן חֶזְוָתָא" דאס שיינקייט און דאס הייליגקייט קען מען נישט ארויפברענגען אויף די ליפן און דאס ווייסט קיינער נישט.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן דבוק צו צדיקי אמת, "קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא, וְתִזְכּוּן דִי תֵיתְבוּן, בְּעֵילָא דָרָתָא", מען זאל שטענדיג האבן די געפיל צו צדיקים, און אויך די קינדער און אייניקלעך זאלן זיך האלטן מיט די צדיקי אמת וואס קלעבן אונז צו צו די תורה און צו די אמונה מיט זייערע עצות און חיזוק, אז אויך אונז פשוט'ע מענטשן זאלן האבן א השגה אין געטליכקייט, מיר זאלן אויך זוכה זיין צו לעבן מיט א קלארע אמונה, מיט א לויטערע אמונה אינעם אייבערשטן און אין די תורה.


געב אכטונג אויף דיין שטוב, נעם מער נישט אריין קיין קאפעלס, יעצט איז די צייט צו זארגן פאר די קינדער, און אפילו מען קען אויפטון - קען מען אויך פארדארבן, געענדיגט מיט אריין נעמען קאפעלס; דו האסט בחורים אין שטוב דארפסטו זארגן פאר זייער יראת שמים, און אפילו אן די בחורים וואלטן ענק געדארפט אוועק שטעלן פרינציפן אז ווען מען קומט צו ענק איינשטיין וכו' דארף מען קומען מיט צניעות, עס איז אן עקל און א גרויל ווי אזוי די קאפעלס קומען צו ענק אין שטוב, קורץ, און דורכזיכטיגע שטרימפ, ממש גועל נפש, דאס איז נישט קירוב, דאס איז ביטול זמן, אין אידיש זאגט מען: "א שאד די צייט"; און זיכער אז דו האסט בחורים יראי שמים איז נישט שייך צו מאכן די סארט מצוות יעצט, פארשליס דיין שטוב, געענדיגט מיט די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#918 - א טעלעפאן קילט אפ די יראת שמים
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט ל"ג בעומר אין שטעטל ביי די סעודה, פון די שעדליכקייט פון א סמארטפאון; גלייב מיר איך האב נאך ניטאמאל אנגעהויבן רעדן ווי שעדליך דאס איז, ווייל דורך נישט היטן די אויגן פארלירט מען אלעס, אנעם טעלעפאן דארף מען רחמי שמים מיט שמירת עיניים, איז דאך זיכער מיט א סמארטפאון, און שטעל זיך פאר וואס וואלט די רבי געזאגט אויף דעם?


ביים רבי'ן איז געווען א מעשה, די צדיקת אדל, די טאכטער פון רבי'ן - האט אמאל געהאלפן מסדר זיין די דירה, מען האט איבער געפארבט דעם רבינ'ס שטוב, און זי האט איבער געדעקט די מעבל אז עס זאל נישט ווערן שמוציג, און אויפן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט זי גענומען א טיכל וואס פרויען בינדן זיך די קאפ און מיט דעם איבער געדעקט דעם זייגער, אז די זייגער זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז עס איז היינט דא אזעלכע שוואכע מוחות, און ווען זיי זעען נאר א טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות, דעק איבער די זייגער מיט א צווייטע זאך"; טראכט אריין, וואס וואלט דער רבי געזאגט אויף האבן א טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער - די כלים וואס מען קען זען דערויף עבירות? אויב א טיכל האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל לייגן אויפן וואנט, ווייל דאס קען ברענגען נישט ריינע מחשבות, איז דאך זיכער אז האבן א סמארטפאון, וואס נעמט אוועק די מח, קאפ און הארץ, עס נעמט אוועק די יראת שמים, עס נעמט אוועק די תמימות - איז דאך זיכער אז דאס טאר מען נישט האבן.


אפילו מיט א פילטער אויפן טעלעפאן, טעבלעט וכו' - וואס לאזט נישט אריבער גיין די גאר שלעכטע זאכן - איז מען נאכאלץ אין א גרויסע סכנה, ווייל עס קילט אפ די אמונה, עס קילט אפ די יראת שמים, די וואס האבן דאס - זיי ווייסן גאר גוט, טיף אין הארצן ווייסן זיי אז דאס איז נישט קיין גוטע זאך, נאר די נסיון איז זייער שטארק, עס ציט זייער, און עס איז זייער באקוועם, און אז מען געוואוינט זיך צו צו דעם - קען מען זיך זייער שווער שיידן דערפון; נאר איין עצה בלייבט איבער צו קענען ארויסגיין פון דעם, דורך 'תפילה והתבודדות', מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל צוריק מיין ריינקייט און מיין איידלקייט, איך בין פארקראכן, איך האב א טעלעפאן וואס ציט מיך צו דברים בטלים און ליצנות, עס ציט מיך צו נישט גוטע זאכן, הייליגער באשעפער איך אליינס ווייס גוט אז איך האב זיך אפגעקילט פון דיר, איך האב שוין נישט די תמימות פון אמאל ביים לערנען און דאווענען, איך האב פארלוירן מיין חשק ביים טון מצוות, אמאל איז דאס געווען מיט שמחה און התלהבות; איך בין געווארן קאלט, איך פאל, איך בין נישט אין א גוטע פלאץ, איך בעט דיך הייליגער באשעפער, געב מיר כח איך זאל זיך קענען שטארקן עס אוועק צו ווארפן און זיך פירן ווי די ערליכע אידן, העלף מיר זיך שטארקן איך זאל זיין אן ערליכער איד, זיך פירן מיט תמימות ופשיטות, און נישט הערן קיין דרשות של דופי, נישט הערן אינטערוויוס פון מענטשן וואס האלטן זיך קליגער פון די ערליכע רבנים"; נאר די עצה בלייבט איבער, צו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג מיט הייסע טרערן מען זאל זוכה זיין צו קענען בלייבן מיט די ערליכקייט, מיט די תמימות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#917 - אנשטאט קוקן מיט ווייטאג, זוך א פינטל גוטס
חינוך הילדים, שלום בית, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות, זוך אין דיר, אין דיין ווייב און אין דיינע קינדער - עפעס גוטס. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), א וואונדערליכע סוד, אז דורכדעם וואס מען קוקט אין זיך אדער אין אנדערע מיט א גוט אויג - קען מען זיך און יענעם אינגאנצן טוישן; דאס הייסט אזוי, א טאטע אדער א מאמע וואס זעען זייער קינד איז נישט צופרידן, דאס קינד טוט זאכן וואס איז נישט ריכטיג, מען טוט זיך אן נישט אידיש, מען טשעפעט די הייליגע בארד און פיאות, אדער ביי די טעכטער; מען זעט א טאכטער אדער א שנור טוט זיך אן נישט איידל, נישט שיין, מען לאזט וואקסן די האר, מען שמירט די נעגל ווי די גוים, און מען רעדט פון קינדער וואס זענען שוין נישט ביי די פלאץ וואס מען קען זיי זאגן, קינדער נאך די חתונה וואס הערן נישט אויס די עלטערן; געבט דער רבי א וואונדערליכע עצה, מען זאל קוקן אינעם קינד און אויפזוכן עפעס איין פיצקעלע פינטל פון גוטס און מען זאל זיך גוט איינקוקן אין דעם, זאגט דער רבי: "ועוד מעט ואין רשע", אז דו וועסט טרעפן איין פינטל וואס אין דעם "מעט" איז נישטא קיין שלעכטס – "והתבוננת על מקומו ואיננו", וועסטו זען אז דער גאנצער מענטש ווערט פלוצלונג פארשווינדן, מען ווערט אינגאנצן איבערגעדרייט לטובה.


דאס איז סיי מיט זיך אליינס, סיי מיט די ווייב, אויך א ווייב מיט איר מאן, און סיי מיט קינדער; אז מען נעמט די עצה, מען קוקט גוט, מען קוקט מיט רחמנות, מען זוכט א זכות, מען זוכט א פינטל גוטס, און אנשטאט קוקן מיט ווייטאג פארוואס די קינד גייט נישט אין די דרך וואס מיר עלטערן גייען, אנשטאט קוקן מיט האס פארוואס די קינד חבר'ט זיך מיט די סארט חברים, אנשטאט קוקן אזוי, קוקט מען מיט די אויגן פון די צדיקים, "עיני ה' אל צדיקים" (תהלים לד, טו), די צדיקים האבן אויגן פון רחמנות, אויגן פון זכות; אז מען קוקט אזוי - קען מען אינגאנצן איבערדרייען דעם מענטש און אים ברענגען צו ווערן אויס רשע.


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, ליבער ברודער, הארציגער חבר, מאך זיך א סדר ווי אזוי דו זאלסט אויסניצן די צייט פונעם הייליגן יום טוב שבועות, און ווען עס ווערט יום טוב זאלסטו גיין אין שול מיט גרויס שמחה אז מיר זענען אויסדערוועלט צו זיין דעם אייבערשטנ'ס קינדער און מיר האבן זוכה געווען צו באקומען די הייליגע תורה, און זיי זיך מקבל נישט צו רעדן קיין דברים בטלים א גאנץ יום טוב, און נאכן דאווענען זאלסטו אהיים גיין מאכן א פרייליכע סעודה, און ווען דו מאכסט קידוש און דו זאגסט די ווערטער: "אשר בחר בנו מכל עם, ורוממנו מכל לשון" - זאלסטו זיך זייער פרייען אז מיר זענען אויסדערוועלט, מיר זענען אזוי שטארק באליבט ביים אייבערשטן.


געב זיך זייער אכטונג ביי די סעודה אז דו זאלסט נישט ווערן בכעס, ווייל ווען עס קומט די הייליגע טעג, די הייליגע צייטן - ווערט א קנאה פון די מלאכים, זיי זענען מקנא אידשע קינדער, און ווען די מלאכים זענען מקנא קענען זיי אראפווארפן דעם איד פון די העכסטע פלאץ - צו כעס און מחלוקת וכו', דאס איז וואס מען זעט למשל ביי שמחות, ביי די סעודות שבת און די סעודות פון יום טוב, אין די צייטן קען מען זיך זייער דערהייבן, און דיקא דעמאלט פאלט מען אראפ אין כעס, מען שרייט, מען רעגט זיך וכו', דאס קומט פון קנאת המלאכים; על כן זאלסטו זיך זייער היטן ביי די יום טוב סעודה נישט צו ווערן בכעס חס ושלום, זאלסט נישט שרייען אויף קיינעם, און אויך אויב עס גיסט זיך עפעס אויס און די קינדער, די משפחה, דרייען איבער - זאלסטו זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, בלייב פרייליך, און חס ושלום נישט ווערן בכעס און פארלירן די הייליגקייט פונעם יום טוב.


ביי די סעודה זאלסטו זינגען און טאנצן מיט דיין משפחה ניגונים פון יום טוב, עס איז ידוע ביי תלמידי בעל שם טוב זכותם יגן עלינו, אז זיי האבן די נאכט פון שבועות אסאך געטאנצן, מען האט זיך געפרייט מיט 'שלא עשני גוי, כגויי הארצות', דאס איז דאך די גרעסטע שמחה, מיט די שמחה קען זיך יעדער איד פרייען, אז מען איז א איד און נישט קיין גוי.


איך דארף גיין מחזק זיין די בחורים, איך דארף מקצר זיין; קוק גוט אויף זיך, און אויף דיין ווייב און קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#916 - לערערינס זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג און בא'חנ'ט
צניעות, חינוך הילדים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


ערשטנ'ס א יישר כח פארן אננעמען צו העלפן זומער מיט די יונגערע מיידלעך, איך בין זיכער אז איר וועט נאר פארדינען פון דעם, פון העלפן בית פיגא.


צווייטנ'ס, איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט קומען מיט קיין לאנגע שמאטעס אין בית פיגא. איך ווייס נישט וואס איז געשען די לעצטע פאר חדשים, מען האט איינגעריסן אין בית פיגא צו קומען מיט לאנגע קליידער, לאנגע שמאטעס; איך וויל נישט אונזערע טיטשערס זאלן אזוי גיין, און זיכער נישט אונזערע תלמידות; וואס דארפן ענק נאכמאכן די מאדעס, די סטיילס? און אז די טיטשערס קומען אזוי - מאכן דאס די תלמידות נאך; וואס איז שלעכט מיט א שיינע קלייד ביז פיר אינטשעס נאך די קני? דאס איז שיין, דאס איז בא'חנ'ט.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט טון מיין ווילן, און נישט קומען מיט די לאנגע שמאטעס.


אויך נישט מיט קיין דענים, און אויך נישט מיט וואס זעט אויס ווי דענים.


ווייזט דעם בריוו פאר אלע אייערע שוועסטערס, זיי זאלן וויסן וואס איז ריכטיג און ווי אזוי איך וויל מען זאל גיין ביי אונז אין די קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#915 - די איינציגסטע זאך וואס בלייבט, איז דורות
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קום נישט יום טוב קיין אמעריקע, עס איז נישט שייך איבערצולאזן די משפחה; עלטערן דארפן זיין יום טוב אין שטוב, און אז דו ווילסט זיין ביים הייליגן קיבוץ - איז אין אמעריקע גארנישט מער ווי ביי ענק אין בני ברק; ענקער חבורה איז אזוי שיין, קענסט דארט מקבל זיין אלע הייליגע זאכן; ווייל דער הייליגער רבי האט קלאר געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קפה), "דארט וואו מען וועט זיך ליב האבן און מען וועט רעדן פון מיר - דארט וועל איך זיין".


בלייב אין שטוב מיט די קינדער, ספעציעל יעצט ווען מיר שטייען אינעם הייליגן יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו - זאלסטו זיך מחזק זיין צו זיין מער אין שטוב צו קענען מחנך זיין דיינע קינדער, ווייל ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט ער געבעטן (שיר השירים רבה א, ד): "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, די אידן האבן פרובירט צו ברענגען ערבים, אבער דער אייבערשטער האט דאס נישט אנגענומען, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, האט דער אייבערשטער געזאגט: "הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים", דאס זענען גוטע גאראנטיס, "עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם", בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; איז יעצט אינעם הייליגן יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו, דארפן מיר זיך שטארקן צו אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן לערנען און דאווענען.


מענטשן ניצן פרנסה פאר א תירוץ אראפ צו נעמען די שולד געפיל אז מען מאכט נישט קיין צייט פאר די קינדער; עס איז נישט ריכטיג, ווייל אפילו מען איז פאריאגט צו ברענגען פרנסה דארף מען נאכאלץ מאכן צייט אויסצולערנען די קינדער דרך ארץ, מידות טובות און יראת שמים. עס גייט אריבער די פאר יאר וואס מען לעבט, און וואס בלייבט פונעם מענטש? געלט און הייזער בלייבט נישט, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט - איז דורות, און אז מען האט שכל, מען געבט אוועק צייט און כח פאר די קינדער, זיי אויסלערנען דאווענען, אויסלערנען מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע, און אויף זיי נאכקוקן ווער זייערע חברים זענען, ווי די קינדער זענען אין די פרייע צייט - איז מען זוכה צו זען שיינע דורות, ערליכע דורות.


וויסן זאלסטו, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי מחנך זיין די קינדער צו זיין ערליך און צו היטן די תורה, אפילו עס נעמט אוועק פון דיין צייט, עס גייט אויפן חשבון פון עבודת השם. מוהרנ"ת האט זייער אכטונג געגעבן זיך צו לייגן פרי צו קענען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, מיט דעם אלעם, ווען ער האט געהאט קינדער אין שטוב און מען האט זיי געדארפט מחנך זיין - פלעגט ער אויפבלייבן זיי אפווארטן ווען זיי קומען אהיים פון חדר, פון ישיבה, ער האט געזאגט: "מיר איז חשוב די עבודה פון חינוך אזוי ווי די עבודה פון אויפשטיין חצות, קלאגן אויפן חורבן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#914 - זיך באדאנקען מיט דרך ארץ
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער צופרידן פון דיין התנהגות אין ישיבה, פון דיין דרך ארץ און פון דיין יראת שמים. איך וויל דיך מחזק זיין, יעצט קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען נאכאמאל מקבל זיין די תורה; וויסן זאלסטו, דרך ארץ איז די הקדמה צו קבלת התורה, די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ, זיך אויפפירן שיין און איידל, בפרט צו די עלטערן, און צו די זיידע און באבע; און אז עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר זענען נאכאמאל מקבל די תורה - דארפן מיר זיך שטארקן אין דרך ארץ.


פון די וויכטיגסטע זאכן איז 'זיין דאנקבאר', זיך באדאנקען פאר יעדן וואס טוט פאר דיר. אז דו ביסט ביי דיינע עלטערן אין שטוב - זאלסטו זיך שטענדיג באדאנקען פאר זיי; ווען זיי געבן דיר עסן - זאלסטו זיך באדאנקען, און ווען זיי מאכן דיר די קליידער - זאלסטו זיך נאכאמאל באדאנקען, און אז זיי זארגן פאר דיר - זאלסטו זיי דאנקען מיטן גאנצן הארץ; און אז דו ביסט ביי דיין זיידע באבע - זאלסטו זיך באדאנקען פאר זיי, און חס ושלום נישט לאכן אדער שפעטן, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם" אן עז פנים קומט אן אין גיהנום, "וּבֹשֶׁת פָּנִים לְגַן עֵדֶן", און דער וואס פירט זיך איידל - וועט דאס אים ברענגען צו די העכסטע מדריגה; אויך זאלסטו זיך פירן מיט די גוטע מנהג, זאלסט פרעגן: "וואס קען איך העלפן?" וואו דו וועסט נאר זיין; ביי דיינע עלטערן, ביי א זיידע, וואו אימער - זאלסטו פרעגן: "וואס קען איך העלפן?" און נאכן עסן די סעודה זאלסטו נישט נעלם ווערן, ווייל אז מען עסט א סעודה איז דרך ארץ צו העלפן רייניגן, און איידער דו גייסט ארויס - זאלסטו זען אויב עס איז דא מיסט, זאלסט העלפן אראפטראגן די מיסט, און אז עפעס האט זיך אויסגעגאסן וכדומה - זאלסטו נישט גיין און קומען כאילו דאס מיינט מען נישט דיר, נאר זאלסט העלפן רייניגן.


נאך א וויכטיגע זאך, אז דיינע עלטערן וועקן דיך אויף אינדערפרי צו זמן קריאת שמע אדער צו זמן תפילה - זאלסטו חס ושלום נישט רעדן מיט חוצפה, שרייען: "לאזט מיך אפ"; זאלסט זיך באדאנקען פאר זיי אז זיי זארגן פאר דיר פאר דיין גוטס, פאר דיין אייביגע טובה, און אז דו שלאפסט ביי א זיידע און באבע און זיי וועקן דיך אויף אינדערפרי צו גיין אין ישיבה - זאלסטו חס ושלום זיך מתחצף זיין צו זיי, זאלסט זיך באדאנקען פאר זיי אז זיי לאזן דיך וואוינען ביי זיי, און אז זיי זארגן פאר דיר וכו', און נאך דיין חתונה אז דו וועסט גיין צו דיין שווער, און דיין שווער וועט קלאפן אין טיר און שרייען: "סוף זמן קריאת שמע!" זאלסטו נישט טשעפען דיין ווייב אדער לאכן פון דיין שווער, זאלסט זיך פירן מיט דרך ארץ.


געדענק, מיר זענען אידישע קינדער, מיר זענען נישט קיין גוים, ליידער זענען מיר אין א טיפע לאנגע טונקעלע גלות און מען מיינט שוין אז עלטערן טארן גארנישט זאגן פאר קינדער, און עס איז שוין געווארן א שיטה אז עלטערן טארן זיך נישט אריינמישן ביי די קינדער; אוי לנו, וויי איז פאר אונז, און אז מען גייט צו מטפלים, מען גייט זיך היילן - איז דאס פון זייערע ערשטע גיפטיגע סם, צו שפעטן פון עלטערן און אויסלערנען די יונגט אפצוהאקן פון די עלטערן, און מען לערנט אויס די עלטערן אז זיי זאלן גארנישט זאגן פאר די קינדער; דאס איז קעגן די הייליגע תורה, ווייל עלטערן מעגן זאגן און עלטערן דארפן זאגן פאר די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן.


מיין נישט אז די זאכן זענען נישט וויכטיגע זאכן, דרך ארץ איז פון די הייליגסטע זאכן. די הייליגע חכמים זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "'וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ', שֶׁיְּהֵא שֵּׁם שָׁמַיִם מִתְאַהֵב עַל יָדְךָ", א מענטש דארף זען אז דורך אים זאלן מענטשן קומען ליב צו האבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש לערנט די הייליגע תורה און ער איז משמש תלמידי חכמים, אז ער פירט זיך אויף איידל מיט דרך ארץ, וואס זאגט מען? "אַשְׁרֵי אָבִיו, אַשְׁרֵי רַבּוֹ, שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן און וואויל איז פאר זיינע רבי'ס וואס האבן אים געלערנט תורה, עס ווערט געהייליגט דעם אייבערשטנ'ס נאמען דורך אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#913 - תפלת השל"ה ערב ראש חודש סיון
חינוך הילדים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש סיון [מוקדם] איז א טאג וואס מען קען זיך אויסבעטן פאר ערליכע דורות, דער הייליגן צדיק דער של"ה הקדוש זאגט (מסכת תמיד פרק נר מצוה, אות קלב-קלג): "לבי אומר", מיין הארץ זאגט מיר אז ערב ראש חודש סיון איז א גוטע צייט צו זאגן די תפילה, צו בעטן אויף קינדער; דער של"ה הקדוש האט א תפילה, א מורא'דיגע תפילה צו בעטן פאר ערליכע געראטענע דורות.


איך שיק דיר דא די תפילה, זאלסט דאס זאגן מיט הייסע טרערן, אויך דיין ווייב זאל דאס זאגן מיט הייסע טרערן:


"אַתָּה הוּא ה' אֱלֹקֵינוּ עַד שֶׁלֹּא בָרָאתָ הָעוֹלָם, וְאַתָּה הוּא אֱלֹקֵינוּ מִשֶּׁבָּרָאתָ הָעוֹלָם, וּמֵעוֹלָם וְעַד עוֹלָם אַתָּה אֵ-ל, וּבָרָאתָ עוֹלָמְךָ בְּגִין לְאִשְׁתְּמוֹדַע אֱלָקוּתָךְ בְּאֶמְצָעוּת תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה, כְּמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה, בְּרֵאשִׁית - בִּשְׁבִיל תּוֹרָה וּבִשְׁבִיל יִשְׂרָאֵל, כִּי הֵם עַמְּךָ וְנַחֲלָתְךָ אֲשֶׁר בָּחַרְתָּ בָּהֶם מִכָּל הָאֻמּוֹת, וְנָתַתָּ לָהֶם תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה, וְקֵרַבְתָּם לְשִׁמְךָ הַגָּדוֹל. וְעַל קִיּוּם הָעוֹלָם וְעַל קִיּוּם הַתּוֹרָה בָּאוּ לָנוּ מִמְּךָ ה' אֱלֹקֵינוּ שְׁנֵי צִוּוּיִים: כָּתַבְתָּ בְּתוֹרָתְךָ פְּרוּ וּרְבוּ, וְכָתַבְתָּ בְּתוֹרָתְךָ וְלִמַּדְתֶּם אֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם, וְהַכַּוָּנָה בִשְׁתֵּיהֶן אֶחָת, כִּי לֹא לְתֹהוּ בָרָאתָ כִּי אִם לָשֶׁבֶת, וְלִכְבוֹדְךָ בָּרָאתָ יָצַרְתָּ אַף עָשִׂיתָ, כְּדֵי שֶׁנִּהְיֶה אֲנַחְנוּ וְצֶאֱצָאֵינוּ וְצֶאֱצָאֵי כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל יוֹדְעֵי שְׁמֶךָ וְלוֹמְדֵי תוֹרָתֶךָ.


וּבְכֵן אָבוֹא אֵלֶיךָ ה' מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים, וְאַפִּיל תְּחִנָּתִי, וְעֵינַי לְךָ תְּלוּיוֹת עַד שֶׁתְּחָנֵּנִי וְתִשְׁמַע תְּפִלָּתִי לְהַזְמִין לִי בָּנִים וּבָנוֹת, וְגַם הֵם יִפְרוּ וְיִרְבּוּ הֵם וּבְנֵיהֶם וּבְנֵי בְנֵיהֶם עַד סוֹף כָּל הַדּוֹרוֹת לְתַכְלִית שֶּׁהֵם וַאֲנִי כֻּלָּנוּ יַעַסְקוּ בְּתוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד לִשְׁמֹר וְלַעֲשׂוֹת וּלְקַיֵּם אֶת כָּל דִּבְרֵי תַלְמוּד תּוֹרָתְךָ בְּאַהֲבָה, וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.


אָבִינוּ אָב הָרַחֲמָן, תֵּן לְכֻלָּנוּ חַיִּים אֲרוּכִים וּבְרוּכִים, מִי כָמוֹךָ אָב הָרַחֲמִים זוֹכֵר יְצוּרָיו לְחַיִּים בְּרַחֲמִים, זָכְרֵנוּ לְחַיִּים נִצְחִיִּים, כְּמוֹ שֶׁהִתְפַּלֵּל אַבְרָהָם אָבִינוּ לוּ יִחְיֶה לְפָנֶיךָ, וּפֵרְשׁוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה, בְּיִרְאָתֶךָ. כִּי עַל כֵּן בָּאתִי לְבַקֵּשׁ וּלְחַנֵּן מִלְּפָנֶיךָ שֶׁיְּהֵא זַרְעִי וְזֶרַע זַרְעִי עַד עוֹלָם זֶרַע כָּשֵׁר, וְאַל יִמָּצֵא בִי וּבְזַרְעִי וּבְזֶרַע זַרְעִי עַד עוֹלָם שׁוּם פְּסוּל וָשֶׁמֶץ, אַךְ שָׁלוֹם וֶאֱמֶת וְטוֹב וְיָשָׁר בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וּבְעֵינֵי אָדָם, וְיִהְיוּ בַּעֲלֵי תוֹרָה, מָארֵי מִקְרָא, מָארֵי מִשְׁנָה, מָארֵי תַלְמוּד, מָארֵי רָזָא, מָארֵי מִצְוָה, מָארֵי גוֹמְלֵי חֲסָדִים, מָארֵי מִדּוֹת תְּרוּמִיּוֹת, וְיַעַבְדּוּךָ בְּאַהֲבָה וּבְיִרְאָה פְּנִימִית, לֹא יִרְאָה חִיצוֹנִית, וְתֵן לְכָל גְּוִיָּה וּגְוִיָּה מֵהֶם דֵּי מַחְסוֹרָה בְּכָבוֹד, וְתֵן לָהֶם בְּרִיאוּת וְכָבוֹד וָכֹחַ, וְתֵן לָהֶם קוֹמָה וְיֹפִי וְחֵן וָחֶסֶד, וְיִהְיֶה אַהֲבָה וְאַחֲוָה וְשָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם, וְתַזְמִין לָהֶם זִוּוּגִים הֲגוּנִים מִזֶּרַע תַּלְמִידֵי חֲכָמִים מִזֶּרַע צַדִּיקִים, וְגַם זִוּוּגָם יִהְיוּ כְּמוֹתָם כְּכָל אֲשֶׁר הִתְפַּלַּלְתִּי עֲלֵיהֶם, כִּי זִכָּרוֹן אֶחָד עוֹלֶה לְכָאן וּלְכָאן.


אַתָּה ה' יוֹדֵעַ כָּל תַּעֲלוּמוֹת, וּלְפָנֶיךָ נִגְלוּ מַצְפּוּנֵי לִבִּי, כִּי כַוָּנָתִי בְּכָל אֵלֶּה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ וּלְמַעַן תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה, עַל כֵּן עֲנֵנִי ה' עֲנֵנִי בַּעֲבוֹר הָאָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב, וּבִגְלָלָם תּוֹשִׁיעַ בָּנִים לִהְיוֹת הָעֲנָפִים דּוֹמִים לְשָׁרְשָׁם, וּבַעֲבוּר דָוִד עַבְדֶּךָ רֶגֶל רְבִיעִי בַּמֶּרְכָּבָה, הַמְשׁוֹרֵר בְּרוּחַ קָדְשֶׁךָ.


שִׁיר הַמַּעֲלוֹת, אַשְׁרֵי כָּל יְרֵא ה' הַהֹלֵךְ בִּדְרָכָיו: יְגִיעַ כַּפֶּיךָ כִּי תֹאכֵל אַשְׁרֶיךָ וְטוֹב לָךְ: אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ: הִנֵּה כִּי כֵן יְבֹרַךְ גָּבֶר יְרֵא ה': יְבָרֶכְךָ ה' מִצִּיּוֹן, וּרְאֵה בְּטוּב יְרוּשָלָיִם, כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ: וּרְאֵה בָנִים לְבָנֶיךָ, שָׁלוֹם עַל יִשְׂרָאֵל.


אָנָּא ה' שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה, יְקֻיַּם בָּנוּ הַפָּסוּק, וַאֲנִי זֹאת בְּרִיתִי אוֹתָם אָמַר ה', רוּחִי אֲשֶׁר עָלֶיךָ וּדְבָרַי אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בְּפִיךָ, לֹא יָמוּשׁוּ מִפִּיךָ וּמִפִּי זַרְעֲךָ וּמִפִּי זֶרַע זַרְעֲךָ אָמַר ה' מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגֹאֲלִי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#912 - ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין קינד טוט דאס
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


היינט איז א טאג וואס אלע בעטן פאר גוטע קינדער, מען לויפט צו קברי צדיקים, מען זאגט יום כיפור קטן און מען וויינט זיך אויס מיט תפילת השל"ה.


איך ווייס פון דיינע שווערע נסיונות, איך טראכט אן עצה פאר דיר, יעדע מאל דו ווילסט גיין אין קיאסק קוקן וכו' – זאלסט טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין זון אדער מיין טאכטער טוען דאס? ווי אזוי וועל איך רעאגירן? וואס וועל איך טון?'


וויסן זאלסטו, אלעס וואס דו טוסט, אפילו דו טוסט עס באהאלטענערהייט – וועט זיין פאר דיינע קינדער שווערע נסיונות, דאס וואס דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן זיין – דאס דארפסטו טון.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ספר חלק ב, סימן ה): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים", ווער עס היט זיינע אויגן, "זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", איז זוכה צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן ארויסגעבן ספרים, שרייבן חידושי תורה.


ליבער ברודער, יעצט ווען עס קומט די הייליגע יום טוב שבועות, פון יעצט זאלסטו מער נישט אריבערטרעטן די שוועל פון קיאסק, גיי מער נישט אהין, זיי מקבל די תורה; דו ביסט דאך אזא גוטער מענטש, האסט אזעלכע איידלקייטן, האסט אזא גוטע נאטור, מיט א הייליגע נשמה, האסט א וואוילע ווייב מיט זיסע קינדער, גיי מער נישט קוקן וכו', טו עס פאר דיינע קינדער; איך קען נישט טראכטן און איך וויל נישט טראכטן פון די צער וואס טאטע מאמע גייען אריבער ווען זיי זעען ווי די קינדער נעמען די סמארטפאון וכו', אדער גייען קוקן וכו'.


הייב אן משניות, זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט דעם יום תהלים; די תורה וועט דיר אויסוואשן דיין נשמה, עס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק, און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.


איך האב דיך ליב, איך ווייס אז דו ווילסט זיין גוט, דו ביסט פשוט געפאנגען – איינגעשפארט אין תפיסה, אבער מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, די עצות און חיזוק פון צדיק – קען מען ארויסגיין פון אלע תפיסות.

#911 - ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין קינד טוט דאס
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


היינט איז א טאג וואס אלע בעטן פאר גוטע קינדער, מען לויפט צו קברי צדיקים, מען זאגט יום כיפור קטן און מען וויינט זיך אויס מיט תפילת השל"ה.


איך ווייס פון דיינע שווערע נסיונות, איך טראכט אן עצה פאר דיר, יעדע מאל דו ווילסט גיין אין קיאסק קוקן וכו' – זאלסט טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין זון אדער מיין טאכטער טוען דאס? ווי אזוי וועל איך רעאגירן? וואס וועל איך טון?'


וויסן זאלסטו, אלעס וואס דו טוסט, אפילו דו טוסט עס באהאלטענערהייט – וועט זיין פאר דיינע קינדער שווערע נסיונות, דאס וואס דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן זיין – דאס דארפסטו טון.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ספר חלק ב, סימן ה): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים", ווער עס היט זיינע אויגן, "זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", איז זוכה צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן ארויסגעבן ספרים, שרייבן חידושי תורה.


ליבער ברודער, יעצט ווען עס קומט די הייליגע יום טוב שבועות, פון יעצט זאלסטו מער נישט אריבערטרעטן די שוועל פון קיאסק, גיי מער נישט אהין, זיי מקבל די תורה; דו ביסט דאך אזא גוטער מענטש, האסט אזעלכע איידלקייטן, האסט אזא גוטע נאטור, מיט א הייליגע נשמה, האסט א וואוילע ווייב מיט זיסע קינדער, גיי מער נישט קוקן וכו', טו עס פאר דיינע קינדער; איך קען נישט טראכטן און איך וויל נישט טראכטן פון די צער וואס טאטע מאמע גייען אריבער ווען זיי זעען ווי די קינדער נעמען די סמארטפאון וכו', אדער גייען קוקן וכו'.


הייב אן משניות, זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט דעם יום תהלים; די תורה וועט דיר אויסוואשן דיין נשמה, עס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק, און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.


איך האב דיך ליב, איך ווייס אז דו ווילסט זיין גוט, דו ביסט פשוט געפאנגען – איינגעשפארט אין תפיסה, אבער מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, די עצות און חיזוק פון צדיק – קען מען ארויסגיין פון אלע תפיסות.

#910 - די בעסטע פלאץ צו אינוועסטירן איז אין ערליכע מוסדות
חינוך הילדים, צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


די גבאים פונעם "קרן הבנין", האברך שבתי מיט אשר בער נרם יאיר האבן מיר דערציילט אז ענק האבן מנדב געווען צוויי כיתות אין "בית פיגא" אין שטעטל, איך וויל ענק בענטשן, דער אייבערשטער זאל ענק געבן נחת ביי ענקערע קינדער, ערליכע אידישע דורות מיט הצלחה, געזונט און סייעתא דשמיא.


נ.ב. דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט אין די היינטיגע טעג; מענטשן זוכן גוטע אינוועסטמענטס, קיינער ווייסט נישט וואס מארגן גייט זיין, וואו לוינט זיך צו אינוועסטירן; די בעסטע פלאץ צו אינוועסטירן איז אין ערליכע תלמידי תורה, ערליכע בתי חינוך, ישיבות, כוללים וכדומה, דארט איז זיכערע פארדינסטן.

#909 - מאכט א חשבון אויב איך האב אייך פארפירט
חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהר בחקותי, י"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב געהערט אלע טענות וכו'.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך מאכן א חשבון אויב איך האב דיך אפגענארט ביז אהער; מאך זיך א חשבון, פון ווען דו ביסט אריינגעקומען אין ישיבה, האסט אויסגעזען ווי אזוי דו האסט אויסגעזען וכו', און ברוך השם קוק ווי דו שטייסט, האסט חתונה געהאט, האסט א גוטע שלום בית, האסט ערליכע קינדער, האסט נחת פון דיינע קינדער, אלע זענען אזוי וואויל און טייער, מאך זיך א חשבון וואס דו האסט באקומען דא ביים רבי'ן, און אז ביז אהער האב איך דיך נישט פארנארט - איז פארוואס זאלסטו יעצט ווערן ברוגז אויף מיר אז איך האב גענומען דיין טאכטער'ס כיתה און צאמגעשטעלט מיט נאך א כיתה? פארוואס זאלסטו ווערן אנגעדרייט און אויפגעברויזט? איך האב דען א נגיעה דיר צו מאכן שלעכט? איך ווייס אויך פון אלע סיבות פארוואס נישט צו מאכן אזוי, און אז מען האט יא צאמגעשטעלט - וואס דארפסטו זיין ברוגז אויף מיר?


דאס אז דיין טאכטער וויל נישט, און זי איז נישט פרייליך - דאס קענסטו אליינס מיט דיין ווייב פאררעכטן, קינדער זינגען די ניגונים וואס מען הערט אין שטוב; די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא וישלח, ז): "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", די זעלבע ניגון וואס די עלטערן זינגען - זינגען די קינדער, "שׁוּתָּא דְּיָנוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ" (סוכה נו:), די שפראך וואס קינדער רעדן - איז אדער פון טאטן אדער פון מאמען; אז דו וועסט איר מחנך זיין זי זאל זיין דרך ארץ'דיג און זיך חבר'ן מיט אלע קינדער און קיינעם נישט וויי טון - וועט זי זיין פרייליך און צופרידן; איך בעט דיר זייער, מאך מיר נישט שווערער מיין ארבעט, ענדערש זאלסטו מיר העלפן; זאג דיין ווייב זי זאל קוקן ווי שיין מען האט געמאכט ביז אהער און עס וועט נאך ווערן בעסער און שענער.


אונזער שיטה איז אז מיידלעך דארפן לערנען נאר איין זאך: 'אמונה', 'יראת שמים' און 'גוטע מידות'; דאס איז בית פיגא, און דאס קען מען לערנען מיט אלע אינאיינעם, מען דארף נישט באזונדערע טיטשערס פאר יעדע יארגאנג; ווען מיר האבן געעפנט די סקול האבן מיר לכתחילה געלייגט אלע כיתות אינאיינעם, נאר מיט די צייט, אז עס איז געווארן גאר אסאך קינדער - האבן מיר אפגעטיילט די כיתות לויט די יארגענג, אבער נישט אז עס איז א חסרון צו לערנען יונגערע מיט עלטערע, און נישט אז עפעס וועט פעלן פאר די קינדער.


יארן צוריק איז געווען אין די וויליאמסבורגע סקול פינקט אזא מעשה, (פרעג זיך נאך ביי דיינע חברים, די וואס האבן געהאט קינדער אין יענע כיתה); איך האב צאמגעשטעלט צוויי כיתות, און וואס מען האט מיט מיר געטון וויל איך נישט איבער'חזר'ן, ווייל איך האב אסאך מתפלל געווען עס זאל ארויס גיין פון מיין הארץ, איך זאל אלעמען פארגעבן, עס זאל קיינעם נישט שאטן, די עלטערן האבן זיך צאמגענומען און מיך געסטראשעט, עד כדי כך, אז גאנצע משפחות זענען אוועק פון היכל הקודש. איך האב דעמאלט אסאך מתפלל געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? איך וויל נאר טון וואס איז ריכטיג, איך וויל קיינעם נישט מאכן שלעכט"; פרעג דיינע חברים וואס פאר א שיינע נחת זיי האבן פון די קינדער וואס האבן געלערנט אין די צאמגעשטעלטע כיתות.


מיינע קינדער האבן אלע יארן געלערנט אין צאמגעשטעלטע כיתות, און געלויבט דעם אייבערשטן זיי זענען זייער פרייליך און פירן שיינע שטיבער, און אז דו וועסט מיך נישט שטערן, דו וועסט מיר העלפן - וועסטו אויך זען מיט דיינע אויגן די שיינע נחת.


איך בעט דיר זייער, מאך זיך א חשבון, און אויב די חשבון קומט אויס אז דו ווערסט דא פארפירט - זאלסטו זיך נישט לאזן פארפירן, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן א פלאץ וואו מען וועט דיך נישט פארנארן און פארפירן חס ושלום. דאס האט אונז דער רבי אויסגעלערנט, מען זאל שרייען צום אייבערשטן, מען זאל זיך נישט אפנארן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען דארף זייער אכטונג געבן מען זאל זיך נישט אפנארן, מען קען זיין אפילו אין ברסלב און זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד און מען נארט זיך, מען דאווענט נישט, מען לערנט נישט וכו' וכו'; זאלסט זיך מאכן א חשבון הנפש: 'וואס באקום איך אין האנט?' און אז איך האב דיך נישט פארפירט ביז אהער - זאלסטו מיר העלפן מיט וואס מיר טוען, און אז דו וועסט מיר העלפן - וועסטו גאר שיין פארדינען.


נאכאמאל, אז דו ווילסט דיין טאכטער זאל זיין פרייליך - האט דאס נאר מיט דיר און מיט דיין ווייב; ענק זאלן איר אויסלערנען זיין פרייליך און זיך פירן ריכטיג, איר אויסלערנען צו האבן גוטע מידות; נישט וויי טון קינדער וואס זענען א יאר ארויף אדער א יאר אראפ, און זיך פירן מיט דרך ארץ. ברוך השם אז מיר האבן אויך קינדער, און מיינע קינדער האבן אויך זייערע געפילן און זאכן וואס זיי ווילן, און מיר די עלטערן לערנען די קינדער וואס די לעבן איז, זיך פרייליך מאכן, זיך זיס מאכן.


קענסט מאכן קאפיס פון דעם בריוו און דאס ווייזן פאר די עלטערן וואס רופן דיין ווייב וכו', זיי מחזק זיין זיי זאלן זיך אויך מאכן די חשבון אויב זיי ווערן פארפירט, ווייל חס ושלום זיך צו לאזן פארפירן, אבער אז די חשבון קומט ארויס אז מען איז זוכה צו באקומען ביים רבי'ן וואס מען באקומט – זאל מען ווייטער געטרויען די מוסד.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#908 - מאכט א נחת פאר אייער טאטע מאמע
חינוך הילדים, התחזקות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט מיר זייער חשוב, אויך אייערע טייערע עלטערן זענען ביי מיר זייער באליבט און טייער, איך בעט פאר אייך איר זאלט זיין פרייליך, איר זאלט ליב האבן די וועג פון אייערע עלטערן.


נעמט די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות, בעטס א תפילה אויף אייער אייגענע שפראך, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט גיין אויף די גוטע וועג, איר זאלט ליב האבן דעם אייבערשטן, איר זאלט ליב האבן די וועג פון צדיקים, איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכע שידוך, איר זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע שטוב מיט ערליכע דורות.


טייערע ... תחי', מאכט א נחת פאר אייער טאטע מאמע, מאכט זיי פרייליך; אז מען מאכט פרייליך א טאטע מאמע באצאלט דער אייבערשטער מיט זייער אסאך גוטס; בלייבט אין די ערליכע וועג פון אייערע עלטערן, וועט דער אייבערשטער געבן אסאך גוטס.


שרייבט מיר יעדע וואך א בריוו.

#907 - איבערזאגן אן א שיעור מאל מיט סבלנות
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט אננעמען די פאסטן וואס דער מנהל מרדכי נרו יאיר האט דיר פארגעשלאגן, צו קומען זיין א מלמד ביי אונז אין שטעטל פאר קומענדיגע יאר שנת תשפ"ז פאר די עלצטע כתה, "כתה ט'"; דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה, חן און סייעתא דשמיא מיט די תלמידים.


די סוד פון חינוך איז דאס איבערזאגן און איבערזאגן אן א שיעור מאל מיט סבלנות, דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצא), אפילו מען זעט ווי אלע דרשות און אלעס וואס מען טוט מיטן קינד גייט לאיבוד – דאך וועט אריינגיין איין טראפ פון די חיזוק און פון די ווערטער וואס מען רעדט און מען חזר'ט, און פון דעם וועט ווערן שיינע זאכן; דאס איז די יסוד פון א מחנך, זיין גרייט צו איבערזאגן און איבערזאגן מיט סבלנות און מיט ליבשאפט; דאס וואס דער רבי טוט מיט אונז, וויפיל סממנים גיסט ער אויף אונז און אלעס גייט לאיבוד, דאך גייט אריין א טראפ דא, א טראפ דארט; אזוי דארפן מיר טון מיט די קינדער.


שכוח, זאלסט מצליח זיין.