בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - ווי אזוי א מלמד דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד פאר קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס אויף זייער תורה שטייט דער וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא? אֵלּוּ סוֹפְרִים וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? די מלמדים וואס לערנען תורה מיט קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעס שלעכטס.


א מלמד דארף זייער אכטונג געבן וואס ער רעדט און ווי אזוי ער רעדט צו די קינדער; עס זענען דא מלמדים וואס מיינען אז מיט דעם וואס זיי וועלן פארציילן פאר די קינדער זייערע קינדער יארן וועלן די קינדער זיי ארויף קוקן, אבער באמת איז נישט גוט אז א מלמד זאל דערציילן זיינע קינדער יארן, אדער סתם שמועסן מיט די קינדער זאכן וואס ברענגען נישט ארויס מידות טובות און יראת שמים. דערפאר זאלסטו דערציילן פאר די קינדער נאר מעשיות פון צדיקים, ווי זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן, און זיך געפירט מיט מידות טובות. קינדער זענען נאך ריין און הייליג, און ווען מען דערציילט זיי מעשיות פון צדיקים פלאקערט דאס אויף זייער הארץ, זיי טראכטן: "איך וויל אויך זיין א צדיק".


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אהבה, סימן ז): "כְּשֶׁתְּחַזֵּק אֶת הָאָדָם בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, הוּא יֹאהַב אוֹתְךָ", ווען דו וועסט מחזק זיין א מענטש ער זאל זיך שטארקן אין עבודת השם, וועט ער דיר ליב האבן; דאס איז דער וועג צו געווינען קינדער. נארישע מלמדים און טיטשערס מיינען, אז מיט דעם וואס מען וועט געבן פאר קינדער אסאך נאש אדער מתנות, וועט דער קינד ליב האבן דעם רבי'ן אדער טיטשער; עס איז מעגליך אז אויף די מינוט האסטו געכאפט דעם קינד, אבער נאך א שטיק צייט וועט דאס קינד דיר בכלל נישט ארויף קוקן. דער ריכטיגער וועג צו געווינען די קינדער אז זיי זאלן באקומען א שטארקע געפיל צו זייער מלמד אדער טיטשער, איז דורך דעם וואס מען איז זיי מחזק אויף עבודת השם, מען רעדט צו זיי פאזעטיוו: "דו קענסט יא", "דו וועסט עס באווייזן".


די בריוו שרייב איך פאר דיר און פאר אלע דיינע חברים מלמדים, ווייז עס פאר זיי אלע, (אלע בריוו וואס איך שרייב פאר יחידים, שרייב איך פאר אלע מיינע תלמידים), אויך זאלסטו ווייזן דעם בריוו פאר דיין ווייב תחי' וואס איז א טיטשער ביי אונז אין סקול, זי זאל וויסן אז די וועג ווי אזוי מען געווינט די קינדער זיי זאלן ליב האבן סקול איז נישט אז מען געבט נאש יעדן טאג, אדער מתנות וכו', נאר דער וועג צו מצליח זיין מיט קינדער איז דורך רעדן פאזעטיוו. זאג איר אז זי זאל אויך ווייזן דעם בריוון פאר אלע טיטשערס.


אז מען רעדט שוין פון רעדן פאזעטיוו, דארפסטו וויסן, אז ווען מען רעדט פון שכר ועונש צו קינדער, דארף מען רעדן פון ביידע, מען קען נישט רעדן צו קינדער פון יראת הרוממות, נאר קינדער דארף מען מחנך זיין מיט יראת העונש. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ה) "אַשְׁרֵי מִי שֶׁהוֹלֵךְ בִּתְמִימוּת וְיֵשׁ לוֹ יִרְאַת הָענֶשׁ, כִּי עִקַּר הָעֲבוֹדָה בִּתְחִלָּה הִיא רַק מֵחֲמַת יִרְאַת הָעֹנֶשׁ, וּבְלִי יִרְאַת הָעֹנֶשׁ אִי אֶפְשָׁר לְהַתְחִיל כְּלָל בַּעֲבוֹדַת ה'", וואויל איז דעם מענטש וואס דינט דעם אייבערשטן בתמימות, ער האט מורא פון די שטראף וואס דער אייבערשטער געבט אויב מען טוט עבירות, ווייל אויב א מענטש האט נישט קיין יראת העונש קען מען בכלל נישט דינען דעם אייבערשטן (קוק נאך די גאנצע שיחה). דער רבי זאגט אלע צדיקים וואס דינען דעם אייבערשטן מיט יראת הרוממות אדער מאהבת השם האט זיך דאס קודם אנגעפאנגען מיט יראת העונש, ווייל ווען א מענטש איז נאך בקטנות הדעת פארשטייט ער נאך נישט וואס יראת הרוממות איז, נאר יראת העונש.


דערפאר דארף א מלמד רעדן פשוט פון יראת העונש; איינע פון די י"ג עיקרים איז צו גלייבן אין שכר ועונש: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ גּוֹמֵל טוֹב לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו, וּמַעֲנִישׁ לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו", דער אייבערשטער געבט שכר פאר ווער עס היט אפ זיינע מצוות, און ער באשטראפט דעם וואס היט נישט אפ זיינע מצוות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פז) אז מען קען נישט צוקומען צו אמונה נאר דורך יראת העונש; דערפאר דארף מען אריין לייגן אין די קינדער פון ווען זיי זענען נאך יונג, זיי זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון די הייליגע חכמים ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען רעדט צו אים, ווי דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריק קערן צו אים, און ווען ער זעט ווי מען וויל אים נישט פאלגן געבט ער א שטראף.


קינדער האבן זייער ליב מעשיות; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויף געפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד. ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק. בפרט א קינד, ווען ער הערט א מעשה פון א צדיק ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער הייליגער רבי האט דערציילט אז ער האט אנגעפאנגען דינען דעם אייבערשטן ווען ער איז געווען א קליין קינד, ער האט באקומען זיין התעוררות דורך די מעשה וואס ער האט געהערט דערציילן פון די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דעם גאנצן סיפור ווי אזוי דער בעל שם טוב זי"ע האט גערעדט צום אייבערשטן בלייבנדיג אן עלנדער יתום פון טאטע מאמע, יעדע זאך וואס ער האט געדארפט האט ער געבעטן נאר פונעם אייבערשטן. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: "געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן וועל איך אויך ווערן א צדיק". גלייך ווען דער רבי האט געהערט דעם סיפור איז ער ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו'", ביז ער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


פון דעם אלעם זעט מען אז ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק פלאקערט דאס אים אויף זיין הארץ צום אייבערשטן.


עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


נאך א כלל דארפסטו וויסן, אז א מלמד דארף לעבן מיט די כתה; א מלמד קען נישט זיין מלמד בלויז מיט דעם אז ער לערנט וואס מען דארף לערנען אין חדר, א מלמד דארף וויסן וואס טוט זיך צווישן די קינדער, א מלמד דארף בודק חמץ זיין אויב עס איז דא א קינד וואס טרעט אויף אנדערע קינדער, אפשר האבן אלע קינדער מורא צו קומען אין חדר מיט אזא און אזא העמד אדער הויזן אדער מאנטל ווייל איינער שפעט אפ פון אים. אזוי אויך דארף א מלמד זייער אכטונג געבן אז די קינדער זאלן זיך נישט נעמען איין קינד פאר א קרבן לעזאזל, דאס איז דער עיקר שבעיקרים - אויס לערנען פאר די קינדער מידות טובות.


איך דארף דיר באמת שרייבן יעדן טאג א בריוו, ווייל דו דארפסט אסאך חיזוק, אבער איך קום פשוט נישט אן מיט מיין ארבעט; איך בעט דיר זייער, שטארק דיר, זאלסט נישט נאכלאזן קיין איין טאג. שטארק דיין ווייב זי זאל אויפהייבן די מוט פון די מיידלעך, בפרט די צעקלאפטע קינדער וואס באקומען נישט קיין ליבשאפט אין שטוב; די אלע קינדער וואס מען קלאפט שטענדיג אראפ - אין זיי דארף מען אריין בלאזן לופט פון לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - מ'דארף ארויסווארפן מנוולים
קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט מיר פארציילט אז פאריגע וואך ביי די חתונה וואס איז פארגעקומען אין ישיבה האסטו ארויס געווארפן א איד פון בית המדרש, ווייל ער האט ארומגענומען קינדער און זיי געקושט; דו פרעגסט מיר צי דו האסט גוט געטון אז דו האסט ארויס געווארפן דעם איד פון בית המדרש וכו'.


איך מוז דיר זאגן אז איך בין זייער אנטוישט פון דיר פארוואס דו האסט יענעם אוועק געלאזט מיט גאנצע גלידער; א מענטש וואס איז קראנק, ער קומט אריין אין שול און קושט קינדער, ער רופט זיי אין א ווינקל צו טון מעשה תועבות מיט זיי, אזא איינעם טאר מען נישט סתם אזוי ארויס שיקן פון בית המדרש, העניק תעניק לו, מען דארף אים געבן צדה לדרך, אים צעברעכן די הענט און פיס, ווייל די מענטשן זענען זייער קראנק, ווען ער גייט אוועק פון דא גייט ער גלייך צו א צווייטע שול וכו', די מענטשן כאפן יונגע קינדער און מאכן זיי אומגליקליך פאר זייער גאנץ לעבן.


פון די מעשה וואס האט פאסירט קענסטו זען ווי אזוי אונזערע קינדער זענען אנגעגרייט, ער האט נאר ארום גענומען א קינד און דער קינד האט גלייך אנגעפאנגען שרייען אויף אים מניוול; דאס איז ווייל געלויבט דעם אייבערשטן סיי די מלמדים סיי די טיטשערס ביי אונז אין מוסד גרייטן אן די קינדער זיי זאלן זיין גרייט אויב חס ושלום איינער קומט זיי מטמא זיין. א צווייטער קינד וואס ווייסט נישט פון וועמען מען דארף זיך היטן, גייט נאך אזא מענטש (משלי ז, כב): "הוֹלֵךְ אַחֲרֶיהָ פִּתְאֹם, כְּשׁוֹר אֶל טָבַח", אזוי ווי אן אקס גייט צו דער שחיטה רחמנא לצלן.


איך דאנק דיר פארן מיר העלפן מיט יעדע פרט אין די ישיבה וכו'; בפרט אז דו האסט מיר געהאלפן ביי די חתונה אז אלעס זאל קלאפן. די מחותנים זענען אזוי דאנקבאר, זיי הערן זיך נישט אויף צו באדאנקען פאר מיר פארן זיי העלפן חתונה מאכן זייער ערשטע קינד אן קיין חובות; די נאכט פון דער חתונה האט זיי גארנישט געקאסט, די ישיבה האט צוגעשטעלט די סעודה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן דיין זיווג בקרוב ממש.

#2 - איבער די טראנספארטאציע, און וועגן די מוסדות
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, בפרט מיט דעם וואס דו זעסט אז די 'טרענספארטעישן' זאל קלאפן אזוי ווי עס דארף צו זיין, אז די אינגלעך און מיידלעך זאלן אנקומען צייטליך אין חדר און אין סקול, כדי אלעס זאל גיין אזוי ווי עס דארף צו זיין.


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט איבער געבן פאר אלע דרייווערס, אז מען דארף זיין צייטליך אין חדר און אין סקול, און יעדע מינוט וואס מען קומט אן שפעט אין חדר איז דאס ביטול תורה פון תינוקת של בית רבן, וואס אין זכות פון זייער לערנען תורה שטייט דער וועלט. דערפאר זאל מען נישט שטיין און ווארטן ביי די הייזער ביז יעדע מאמע נעמט זיך צוזאם און ווערט גרייט, נאר מען דארף וויסן א זמן ווען מען קומט אן, און אויב קיינער ווארט נישט אינדרויסן זאל דער דרייווער אוועק פארן און איבער לאזן די קינדער.


ווען די עלטערן וועלן זען אז דער דרייווער פארט אוועק, ער מאכט זיך נישט וואוסענדיג און ער הייבט נישט אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט אים, וועלן אלע עלטערן זיין גרייט אין צייט.


איך האב היינט באקומען א אויפגעברויזטע טעלעפאן רוף פון א טאטע, ווי ער שרייט אז דער דרייווער ווארט נישט וכו', איך האב אים גארנישט געענטפערט, אבער ביי מיר האב איך זייער הנאה געהאט צו זען אז דער דרייווער פארט אין צייט, און מאכט נישט קיין אויסנאם פאר קיינעם.


אויך בעט איך דיר, זאלסט זען צו מאכן גרינגער פאר די דרייווערס זיי זאלן נישט דארפן אריין פארן אין יעדן גאס; אויב עס קומט אויס גרינגער מען זאל נישט אריין פארן אינעם גאס, זאלן די קינדער קומען ביים עק גאס. געדענק דעם כלל וואס איך זאג דיר: "ווי מער מען געבט, אלץ מער שפייט מען צוריק"; מען ווערט נישט קיין גוטע מוסד אז דער באס שטעלט זיך אפ ביי יעדע הויז וכו', און מיר דארפן נישט נאכמאכן וואס יעדע מוסד טוט כדי צו געוואונען נאך קינדער אינעם מוסד. אויב די עלטערן וועלן נישט זיין צופרידן אז מען הייסט זיי קומען צום קארנער, קענען זיי זוכן א מוסד וואס נישט נאר מען שטעלט זיך אפ ביים הויז, נאר מען שיקט ארויף דעם מלמד ביזן שטוב, און נעמט איבער דעם קינד פונעם טיר צום טיר - "טיר צו טיר סערוויס".


אויך וויל איך דיר בעטן דו זאלסט איבער געבן פאר די וואס דרייוון דעם באס דא אין שטאט, אז די מיידלעך קענען נישט גיין מיטן באס, דער באס איז נאר געמאכט פאר קליינע קינדער וואס קענען נאך נישט אליין גיין וכו'.


שטארק דיך, און ווי לאנג דו ביסט אין ישיבה זע צו העלפן אז מיר זאלן האבן שיינע מוסדות; פארגעס נישט אז דו טוסט דאס אלעס פאר דיר אליין, ווייל נאך אביסל וועסטו האבן א פלאץ וואו דו וועסט שיקן דיינע קינדער, א פלאץ וואו מען לערנט תורה בקדושה ובטהרה; מען פארשעמט נישט און מען פראסקעט נישט וכו' וכו'.


מען קען הערן היינט ווי מענטשן זאגן: "נַא, היינט שלאגט מען שוין נישט, היינט שטויסט מען שוין נישט"; איך וועל דיר פארציילן א קליינע מעשה וואס דו וועסט שוין אליין פארשטיין. א אינגערמאן פארציילט מיר, ער וואוינט אין מאנסי, און ער האט אריין געשיקט יעצט נאכן זומער זיין אינגל אין כתה א' אין א חשוב'ע תלמוד תורה (וואס מיינט חשוב? אז דארט נעמט מען נישט אן נאר אויב מען שרייבט איין דאס קינד נאך פאר מען איז געבוירן), נאך אפאר טעג, האבן די עלטערן באמערקט אז דאס קינד וועקט זיך אויף נאכט נאך נאכט מיט קולי קולות, ווען דער מאמע האט אים בארואיגט און געפרעגט: "וואס גייט פאר? וואס שרייסטו?" ענטפערט ער: "מיין רבי גייט מיר הרג'נען", יעדע נאכט האט זיך איבער גע'חזר'ט די זעלבע מעשה, דאס קינד שרייט: "מיין רבי גייט מיר הרג'נען"; דא רעדט מען פון כתה א', א קינד פון פיר און א האלב יאר וועקט זיך אויף יעדע נאכט און שרייט: "מיין רבי גייט מיר הרג'נען", דער אינגערמאן זאגט מיר עס האט אים געכאפט א ציטער, וואס גייט דא פאר? דאס איז דאך א חשוב'ע מוסד... הער ווייטער די מעשה, חול המועד זאגט אים זיין קינד: "טאטי, שרייב א מצוה צעטל פאר די בעבי, ווייל זי האלט די הענט אויף די הייטשער גראד פאר א לאנגע צייט, זי רירט זיך נישט, און מיין רבי זאגט אז ווער עס האלט די הענט אויפן טיש און רירט זיך נישט, ער באקומט א מצוה", דאס הייסט א מלמד אין א חשוב'ע מוסד...


א פרוי זאגט מיר: איך קען נישט זאגן קיין תהילים, ווייל ווען איך בין געווען אין צווייטע קלאס האט מען געזאגט תהילים; יעדע מיידל האט געדארפט זאגן א פסוק, די סדר איז געווען אז איין מיידל האט געזאגט א ווארט און די מיידלעך האבן איר נאכגעזאגט ווארט ביי ווארט. פארציילט די פרוי אז זי האט נישט געקענט אזוי גוט עברי, האט זי געזאגט זייער שטייט, און אנשטאט די טיטשער זאל איר  מחזק זיין און איר העלפן אז זי זאל זיך אויסלערנען גוט עברי, רופט זיך אן די טיטשער: "דער אייבערשטער האט נישט קיין כח צו ווארטן ווי לאנג דו זאגסט, דו דארפסט נישט זאגן"; זי איז געזיצן א גאנץ יאר אין קלאס, און ווען עס איז געקומען איר רייע צו זאגן האט מען איר איבערגעהיפט, ווייל "דער אייבערשטער האט נישט קיין כח צו ווארטן ווי לאנג זי זאגט". זאגט זי, אז ביז היינט קען זי נישט קיין עברי, און אפגערעדט אז זי איז פארווייטאגט אויף די תהילים, און זי קען נישט זאגן קיין תהילים. דערפאר, אז דו העלפסט מיר אויפבויען די חדר מיט די סקול, זאלסטו וויסן אז דו גרייסט אן מוסדות פאר דיר אליין - פאר דיינע קינדער.


נאכאמאל, אויב דו ווילסט מיר העלפן וויל איך וויסן יעדע פרט וואס טוט זיך אינעם מוסד, און איך וויל נישט מען זאל נעמען די טרענספארטעישן און מאכן אז עס זאל קאסטן פאר די מוסד מער מיט איין דאללער אויב עס פעלט נישט אויס; איך בין נישט קיין נצרך לבריות, איך זוך נישט צו האבן מיט נאך א קינד מער אינעם מוסד.


איך וועל דיר פארציילן א מעשה, ביי מיר אין בנין וואוינען אסאך משפחות; געדענק איך, אז דארט האט אמאל געוואוינט א משפחה וואס די מאמע האט זיך אויפגעטון אז זי האט איבערגעדרייט די מוסד וואו זי האט געשיקט אירע קינדער. די מוסד איז געווען א קליינע מוסד און זיי האבן נישט געהאט גענוג באסעס, האבן זיי געבעטן די מאמעס זיי זאלן קומען צו די עק גאס (קארנער), אבער זי האט איבערגעדרייט די מוסד אז זי גייט נישט ארויס קיין איין טריט פונעם בנין, זי איז געלאפן צום מנהל, צו די הנהלה, און זיי האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט ביז זי איז געגאנגען צום רב, וואס היות דער רב דארט איז א נצרך לבריות, און דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו) אז עס איז דא כמה אופנים ווי אזוי מען קען זיין א נצרך לבריות; איינער איז א נצרך לבריות אז ער דארף יענעמס געלט, איינער דארף כבוד פון יענעם, איינער דארף פשוט נאך א מענטש אויף די פארענטשעס, האט ער געהייסן מען זאל קויפן נאך א באס אז די מאמע זאל זיך נישט דארפן מטריח זיין אין ארויס גיין אפאר איבעריגע טריט.


ברוך השם איך דארף נישט קיינעם, איך האב אויפגעשטעלט די מוסד מיט מסירת נפש פאר מיינע תלמידים, פאר ווער עס וויל געבן פאר זיינע קינדער א חינוך אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פונעם הייליגן רבי'ן; איך וויל נישט מען זאל קויפן נאך א באס אדער נאך א ווען אויב פעלט עס נישט אויס. געדענק וואס איך זאג דיר: "ווי מער מען געבט, אלץ מער שפייט מען צוריק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - מחזק א לערערין צו לערנען הלכות מיט די קינדער
חינוך הילדים

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן ישר כח פאר אלעס וואס איר טוט אין סקול מיט די מיידלעך, איך הער צוריק זייער גוטע גריסן פון די עלטערן, אלע זענען זייער צופרידן, אזוי אויך די מיידלעך און די מנהלת מרת לעזער תחי' - אלע זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט וואס איר לייגט אריין אין די קינדער מיט אזא איבערגעגעבנקייט, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער.


עס איז זייער וויכטיג אז די מיידליך זאלן קענען גוט הלכות שבת, ווייל נאך אביסל וועלן זיי אלע חתונה האבן, און זיי וועלן קענען פירן א אידישע שטוב. הלכות איז דאס וויכטיגסטע לימוד אויף וואס מען דארף לייגן א דגוש, ווייל אן הלכות קען מען נישט פירן א אידישע שטוב; אנדערע לימודים וואס מען לערנט מיט מיידלעך ווי למשל חומש רש"י וכו' וכו' - דאס איז נישט וואס זיי דארפן וויסן און קענען, מה שאין כן הלכות, דאס איז זייער וויכטיג, ווייל אן הלכות - ווי אזוי וועט זי וויסן וואס מען מעג טון שבת, און וואס טאר מען נישט טון שבת וכו'.


דאס וואס איר פרעגט אז איר לערנט יעצט הלכות בישול מיט די מיידלעך, איר ווילט וויסן צי מען מעג אריינלייגן א געקאכטע זאך וואס עס איז שוין נישט דא ביי דעם קיין בישול, אין א כלי ראשון וואס איז שוין נישט אויפן פלאם; דער ענטפער איז יא, ווייל א זאך וואס איז שוין געקאכט איז נישט שייך עס זאל זיך נאכאמאל קאכן "אֵין בִּשּׁוּל אַחַר בִּשּׁוּל", פארשטייט זיך אז דאס דארף זיין אינגאנצן טריקן, ווייל אויב עס איז נאס איז שוין יא דא בישול, ווייל ביי א דָבָר לַח - אויב עס איז אפגעקילט, איז שוין דא ביי דעם בישול.


די צווייטע שאלה וואס איר פרעגט: "מעג איך עס נאכדעם צוריקלייגן אויפ'ן פלאם?" דער ענטפער איז ניין, אפילו אויב מען האט אינזין געהאט בשעת מען האט אראפגענומען דעם טאפ פון פלאם, אז מען גייט צוריק לייגן דעם טאפ, און מען האט עס נישט אראפ געלייגט אויפן קאנטער, טאר מען עס נישט צוריק לייגן אויפן פייער; מען מעג צוריק לייגן א טאפ אויפן פייער שבת נאר מיט פינף תנאים (שלחן ערוך הלכות שבת, סימן רנג, סעיף ג) די ערשטע תנאי: "כָּל זְמַן שֶׁהִיא רוֹתַחַת"  - דער טאפ דארף זיין הייס. צווייטע תנאי: "עוֹדָהּ בְּיָדוֹ" -  נאר אויב מען האלט עס אין דער האנט, אבער אויב האט מען אראפ געלייגט דעם טאפ, טאר מען דאס מער נישט צוריק לייגן אויפן פלאם, אפילו עס איז נישט דא קיין בישול, וועל עס איז "מֶחְזֵי כִּמְבַשֵּׁל" עס זעט אויס ווי ער קאכט. די דריטע תנאי: "דַּעְתּוֹ לְהַחֲזִירָהּ" – בשעת ער נעמט אראפ דעם טאפ פון פלאם האט ער אינזין עס צוריק צו לייגן אויפן פלאם. פערטע תנאי: "עַל גַּבָּהּ, אֲבָל לְתוֹכָהּ אָסוּר" – נאר אויפן פלאם מעג מען צוריק לייגן, אבער נישט אין א תנור, און די פיפטע תנאי: "מְבֻשָּׁל כָּל צָרְכּוֹ" – עס דארף זיין אינגאנצן געקאכט, אויב איז עס נאך נישט אינגאנצן געקאכט טאר מען עס נישט צוריק לייגן, ווייל מען טאר נישט קאכן שבת.


דאס דארף מען גוט וויסן פאר א הקדמה צו וויסן ווען מען מעג צוריק לייגן שבת א זאך אויפן פייער, איינמאל מען האט ארויס גוט די תנאים קען מען שוין אליינס וויסן אלע פרטים.


דערפאר טאר מען נישט צוריק לייגן א טאפ אויפן פייער - אויב מען האט אריין געלייגט אינעם טאפ א נייע זאך וואס איז נאך נישט געווען אויפן פייער, ווייל עס איז "מֶחְזֵי כִּמְבַשֵּׁל", עס זעט אויס ווי מען קאכט.


היינט איז דא זייער גוטע ביכלעך פאר מיידלעך אויף הלכות שבת, אלעס איז קלאר און פארשטענדליך, אז מען לערנט עס מיט זיי אויף א קלארער אופן, ווערט עס איינגעבאקן אין זיי, און אזוי וועלן זיי קענען פירן א אידישע שטוב און היטן שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גוט יום טוב.