בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - ווילסט טאקע א בחור פון ישיבה?
שידוכים, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני-ב, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו ווילסט א וואוילער בחור פאר דיין טאכטער, דו ווילסט א בחור וואס לעבט מיטן אייבערשטן, דו ווילסט איינער וואס וועט מכבד זיין דיין טאכטער און זיך פירן מיט יראת שמים - ווייסטו אליינס וואס דו האסט צו טון; דו קענסט ארויף קומען אין ישיבה און איך וועל דיר אנטראגן א בחור וואס וועט דיר נאר ברענגען נחת.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין זוכה געווען במשך די צען יאר וואס די ישיבה שטייט צו האבן א חלק אין איבער הונדערט שידוכים און איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר ווייטער העלפן איך זאל קענען זיין א גוטער שליח צו מאכן שידוכים מיין גאנץ לעבן, ווייל עס גייט מיר אין לעבן צו העלפן בחורים און מיידלעך זיי ארויס צו נעמען פון זייער תפיסה.


דער רבי האט פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן פד) ער האט געפרעגט אין הימל וואס וועט זיין זיין פרנסה? האט מען אים געענטפערט: "דו וועסט זיין א שדכן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "פארוואס האט דאס דער רבי אונז דערציילט? ווייל דער רבי וויל מיר זאלן אים נאכמאן מיט אלע זיינע זאכן; מיר זאלן נאר עוסק זיין אין אויפשטעלן אידישע שטובער פארן אייבערשטן".


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך בין נישט קיין שדכן פאר געלט וואס דרייט אויס זיין רוקן אין די סעקונדע וואס דער שידוך ווערט; ביי מיר איז נישט אזוי, איך לאז נישט אפ מיינע תלמידים. מיינע תלמידים זענען ביי מיר ווי מיינע אייגענע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; דאס איז נישט סתם א גוט ווארט וואס מען זאגט פארן מלמד: "שפיר זיך גוט ווייל עס איז כאילו ילדו", נאר דאס איז אויך אן התחייבות. מען זאגט פארן מלמד: "געב אכטונג אויף יענעמס קינד אזוי ווי דו וואלסט ווען אכטונג געגעבן אויף דיין קינד; ווען דו לערנסט מיט א תלמיד טראכט: 'כאילו ילדו'".


דו שרייבסט מיר אז דו ביסט געקומען זוכן א בחור פאר דיין טאכטער, דו האסט זיך אוועק געשטעלט אונטן פון ישיבה און געזען בחורים רייכערן וכו', בחורים מיט טעלעפאנס וכו'; מיר זעט אויס ווי דו ווילסט מיר סתם טשעפען, אנדערש קען איך נישט טראכטן וואס דו ווילסט. דערפאר וויל איך דיר מודיע זיין אז מיר קען מען נישט טשעפען; איך וועל ווייטער מחזק זיין בחורים, און אויב דיין בחור וועט אנקומען אין א מצב וואס ער וועט נישט האבן קיין ישיבה וועל איך אויף אים אויך רחמנות האבן, אזוי ווי דער בערגערס זון האט געזאגט פארן קיסר ווען ער האט אים געפרעגט: "אויב דער קיסר וועט דיר אונטער קומען וואס וועסטו טון מיט אים?" האט ער אים געזאגט: "איך וואלט אים מפרנס געווען אזוי ווי איך בין דיר מפרנס (עיין סיפורי מעשיות מעשה י, פון דער בערגער און דער ארימאן)".


איך האב נישט קיין צייט צו קיין נארישקייטן; זאל דיר דער אייבערשטער העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן און זאלסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך פאר דיין טאכטער.

#7 - חיזוק פאר א שדכן
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-א, ט' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אז איר האט נישט געקענט שלאפן ביינאכט פון דעם שידוך וכו'.


וויסן זאלט איר אז נישט יעדער קען זיין א שדכן, ווייל צו זיין א שדכן דארף מען זיין זייער שטארק און מען טאר נישט צעפאלן וכו'. זייער אסאך מאל זעט אויס ווי א שידוך גייט ווערן און ביים סוף ווערט עס נישט, דארף מען זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן ביי זיך, און מען דארף ווייטער פרובירן צו העלפן אידישע קינדער.


עס איז דא אמאל וואס א בחור און א מיידל טרעפן זיך, זיי רעדן איינער מיטן צווייטן און עס זעט שוין אויס ווי עס גייט ווערן א שידוך, למעשה ווערט נישט דער שידוך. זאגט דער רבי (ספר המידות, אות חתון, סימן ז) אז דאס איז אויך א שידוך.


ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל בעפאר'ן א שידוך טון מיט זיין צווייטע ווייב, זענען געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע זענען זיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש", אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט.


דער רבי זאגט (שם): מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב "דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל"; אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהייבן און נישט ענדיגן איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך. "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה, וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר-כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים, וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר-כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם. וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כַּמָּה בְּחִינוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּעִנְיְנֵי הַשִּׁדּוּכִים וְהַזִּוּוּגִים שֶׁאֵינָם נִגְמָרִים אַחַר-כָּךְ, אֲבָל כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ. כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים, רַק שֶׁאֵצֶל זֶה נִגְמָר אֵיזֶה זִוּוּג שֶׁלּוֹ עַל-יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר בְּעָלְמָא שֶׁמְּדַבְּרִים מִזֶּה הַשִּׁדּוּךְ, וְלִפְעָמִים עַל-יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר יוֹתֵר אוֹ עַל-יְדֵי אֵיזֶה הִתְקַשְּׁרוּת אוֹ נְסִיעָה אוֹ עֻבְדָּא בִּשְׁבִיל הַשִּׁדּוּךְ לְפִי שָׁעָה וְכוּ' כַּנַּ"ל"; זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט – איז אויך עפעס, ווייל עס ווערט נענטער זייער ריכטיגער שידוך, עיין שם.


דעריבער בעט איך אייך זייער, ווערט נישט צעפאלן ביי זיך אז דער שידוך האט זיך נישט אויסגעפירט, נאר מיר דארפן ווייטער טון פאר אידישע קינדער. ווען איר זאלט וויסן וויפיל שידוכים איך האב שוין אנגעטראגן במשך די פאר יאר וואס די ישיבה שטייט, וויפיל חלישות הדעת, עגמת נפש און בזיונות איך האב פון דעם געהאט... יעדעס מאל איך פארע זיך מיט א שידוך און עס ווערט פארפלאנטערט וכו' וכו' טראכט איך צו מיר: 'וואס פעלט מיר אויס מאכן שידוכים', און יעדעס מאל טראכט איך 'דאס איז די לעצטע שידוך וואס איך פארע זיך'; ווייל עוסק זיין מיט מענטשן איז נישט פון די גרינגסטע זאכן, אבער אז מען האט נישט אינזין קיין כבוד און קיין געלט, מען וויל נאר איין זאך 'העלפן אידישע קינדער', מען וויל ראטעווען בחורים פון עבירות, דעמאלט קוקט מען אויף גארנישט. און אז מען האט אינזין דעם אייבערשטן, דאן איז מען מצליח.


דער עיקר דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן אויף בחורים און מיידלעך אז זיי זאלן זוכה זיין צו טרעפן זייער זיווג און אז מען בעט דעם אייבערשטן קומט שידוכים, אזוי ווי רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט פון שדכנות, אפילו ס'איז זייער שווער
שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אייער ארבעט און איר זאלט ווייטער עוסק זיין אין שידוכים.


עס איז נישט דא נאך אזא גרויסע מצווה ווי צו מאכן שידוכים; קיינער ווייסט נישט ווי צעבראכן בחורים זענען, קיינער חלומ'ט נישט וואס גייט אריבער אויף מיידלעך, ווי שטארק זיי ווילן שוין אנהייבן זייער לעבן און זיין פרייליך.


עס איז נישט דא נאך איינער וואס איז אזוי צעבראכן ווי א בחור; דער ס"מ לויפט כסדר פאר'מסר'ן אידישע קינדער פארן אייבערשטן, ער איז מקטרג אויף בחורים אז מען כאפט זיי ביי נישט גוטע מעשים, אבער באמת וויל דער בחור זיין גוט און וואויל, ער וויל נישט אראפ פאלן אין נישט גוטע מעשים, נאר ער איז ביי זיך אזוי צעבראכן און דאס ברענגט אים צו זינדיגן רחמנא לצלן.


א שדכן דארף האבן זייער אסאך התחזקות אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט; זייער אסאך מאל מיינט מען אז מען גייט ענדיגן א שידוך און פלוצלונג ווערט עס אויס, דאך טאר מען נישט ווערן צעבראכן. מען דארף געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, טז): "לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר, וְלֹא אַתָּה בֶּן חוֹרִין לְהִבָּטֵל מִמֶּנָּה"; דער אייבערשטער פירט דער וועלט און ער איז דער מזווג זיווגים, מיר דארפן טון וויפיל מיר קענען. דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט ווייטער עוסק זיין אין די הייליגע מצוה פון מאכן שידוכים און אין דעם זכות וועט אייך דער אייבערשטער באצאלן מיט נחת ביי אייערע קינדער.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב א חלק אין אסאך שידוכים וואס איך האב זוכה געווען צו זיין דארט דער שדכן, איך ווייס גאר גוט וואס מיינט מאכן א שידוך, וויפיל צייט און עגמת נפש וכו' דאס קאסט אפ, נאך יעדע שידוך טראכט מען "דאס איז דאס לעצטע שידוך ווי איך בין שדכן", מען וויל אויפהייבן די הענט און אלעס אפלאזן, אבער מען טאר נישט נאכלאזן נאר מען דארף ענדערש אויפהייבן די הענט צום הייליגן באשעפער און אים בעטן פאר אידישע קינדער.


שטארק אייך און זייט ממשיך מיט אייער ארבעט צו העלפן אידישע קינדער.

#5 - שטופ נישט אפ די חתונה
שידוכים, חתונה

בעזהשי"ת - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, שנת תשע"ה לפ"ק


לכבוד ... נ"י


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף דיין טאכטער און איידעם און מאך זיי חתונה; פארוואס זאלן זיי זיך פרעגלען אין יסורים?! ווען דו גייסט ווען געפעלן פאר איינעם מיטן שטופן די חתונה אויף ... איז איין צרה, אבער מען לאכט דאך סיי ווי פון דיר, דו ביסט סיי ווי אפגעפרעגט ביי די וועלט, נו פארוואס זאלסטו נישט גיין מיט א שמוץ אריבער, אדער ווי מען זאגט אין חב"ד "לכתּחילה אריבער"; פייף דיך אן אויף די וועלט און האב רחמנות אויף דיין טאכטער.


ווען איך וואלט געקענט רעדן וואלט גוט געווען, אבער איך קען נישט, און איך טאר נישט; איך בעט דיר, פאלג מיך. ווען דיין ווייב זאל וויסן, און ווען דו זאלסט וויסן, אז איך האב געראטעוועט דיין טאכטער וכו' וואלסטו מיר געקושט דּי פיס, די פראבלעם איז נאר אז איך קען נישט רעדן, דערפאר ביסטו און דיין ווייב טיף אין מח ברוגז אויף מיר פארוואס איך יאג וכו'; שוין כפרת עוונות, אבער פרוביר צוריק צו רוקן דער זמן החתונה וועט מקוים ווערן דעם פסוק (איוב ה, ד): "וידעתּ כי שלום אהלי", וואס חז"ל זאגן אויף דעם (יבמות ס"ב:): "זה המשּׂיא בניו ובנותיו סמוך לפרקן".

#4 - ווי אזוי צוצוגיין צו א שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען רעדט א שידוך וכו' דארף מען זיך אינטערעסירן בעיקר אויף די מידות פון יענעם; מוהרא"ש זאגט אז אין אלעס קען זיך א מענטש פארעכטן נאך די חתונה - איינער וואס איז אן עם הארץ וכו' קען אנהייבן לערנען, איינער וואס האט נישט קיין ארבעט קען טרעפן אן ארבעט, אבער איינער וואס האט נישט קיין מידות דער איז בכלל נישט קיין בר נש, נאר מען איז א חיה אין די צורה פון א מענטש.


דער הייליגער רבי אלימלך שרייבט (צעטל קטן, סימן טז): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן כדי זיך אויסצוארבעטן זיינע מידות, און ער זאגט (שם) אז דאס איז גרינגער צו טון ווען מען איז נאך יונג ביז די אכצן יאר, ווייל שפעטער איז שוין זייער שווער זיך צו בייטן. למשל איינער וואס איז א כעסן איז זייער שווער ווען ער ווערט שוין עלטער ער זאל ווערן אויס כעסן, אדער איינער וואס איז א קארגער איז זייער שווער ער זאל ווערן אויס קארגער, אזוי איז מיט אלע מידות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מא.): "אָסוּר לְאָדָם שֶׁיְּקַדֵּשׁ אֶת הָאִשָּׁה עַד שֶׁיִּרְאֶנָּה, שֶׁמָּא יִרְאֶה בָּהּ דְּבַר מְגוּנָה וְתִּתְגַּנֶּה עָלָיו, וְרַחֲמָנָא אָמַר (ויקרא יט, יח): וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ", א מענטש טאר נישט מקדש זיין א פרוי פאר ער זעט איר, ווייל אפשר וועט ער איר פיינט האבן נאך די חתונה; דערפאר ווען מען ענדיגט דעם בעשאו (פגישה) דארף דער בחור און די מיידל אליינס מחליט זיין צו זיי ווילן דעם שידוך, קיינער קען נישט צווינגען צו טון די שידוך. אויב עס ציט נישט די שידוך וכו' קען קיינער נישט הייסן מען זאל ענדיגן דעם שידוך וכו', די אלע וואס מען צווינגט זיי צו ענדיגן דעם שידוך וכו' ארבעט זיך נישט אויס שפעטער.


בנוגע וואס צו רעדן ווען מען טרעפט זיך ביים בעשאו (פגישה); די ערשטע מאל וואס מען טרעפט זיך שמועסט מען סתם זאכן, אזוי ווי ווען מען טרעפט א חבר'טע, מען הייבט זיך אן צו באקענען וכו' און אז עס איז דא א משיכה איינער צום צווייטן גייט מען ווייטער.


דער עיקר איז תפילה; בעטס דעם אייבערשטן אז אויב דאס איז אייער שידוך זאל דאס גיין גרינג און שנעל און איר זאלט זוכה זיין צו א לעבן מיט ליבשאפט און שלום, און איר זאלט זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט.


בנוגע דארט וואו איר שטייט איין וכו'; דארפט איר וויסן אזוי, אודאי דארף מען האבן הכרת הטוב, ווייל זיי האבן אייך אריין גענומען ווען איר האט נישט געהאט וואו צו שלאפן וכו', אבער דאס מיינט נישט צו זאגן אז איר זענט תלוי אין זיי. עס קומט א צייט וואס מען דארף אנהייבן טראכטן פון תכלית, מען דארף חתונה האבן און אויפשטעלן ערליכע דורות, דא קענען זיי זיך נישט מישן און אייך איינטיילן וכו'. איר זאלט טון וואס איז גוט פאר אייך; גייט ארויס מיט דעם בחור, רעדטס מיט אים וכו', אויב עס ציט אייך גייט ארויס נאכאמאל, און אין פאל עס ציט אייך וועלן מיר דעמאלט אויסשמועסן ווי אזוי מען וועט דאס ענדיגן און פארמאכן.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט געטראפן א פארשטענדליכע פרוי - מרת ... תחי'; רעדטס מיט איר און נעמטס פון איר שכל פאר אייער לעבן.


איך ווארט צו הערן נאכדעם וואס איר וועט אים טרעפן, צי איר ווילט גיין ווייטער.

#3 - א קינד דארף נישט פארענטפערן די עלטערן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אלע כוחות; נאך אביסל וועט איר טרעפן א גוטן שידוך. איך ווייס זייער גוט וואס גייט אריבער אויף אייך וכו', איך בעט זייער אסאך פאר אייערע עלטערן וכו' און אז אייער טאטע זאל ארויס קריכן פון זיינע פראבלעמען וכו', מיר דארפן גלייבן אז מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


איר זאלט ווייטער מכבד זיין אייערע עלטערן און איר זאלט זיין שטאלץ מיט זיי; איר דארפט זיך נישט שעמען פון אייערע חבר'טעס מיט אייער טאטע, שעמען דארפן מיר זיך נאר פונעם אייבערשטן, מיר דארפן זען אז אונזערע מעשים זאלן זיין גוט און פיין. זייער אסאך קינדער שעמען זיך מיט זייערע עלטערן, ווייל זיי שפירן עפעס אן התחייבות צו פארענטפערן זייערע מעשים וכו', דאס קומט פון נישט זיין דורכגעטראכט וכו'. איר זאלט זיין שטאלץ מיט זיי ווי אזוי זיי זענען, ובזכות כיבוד אב ואם וועט איר זוכה זיין צו האבן א שיינע לעבן.


מוהרא"ש האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה אויף איינער פון די גדולים בזמנינו (צוליב כבוד המשפחה פארצייל איך די מעשה אן דעם נאמען); ווען דער גדול איז געווען א קינד האט ער געליטן שרעקליכע בזיונות פון זיין טאטע. זיין טאטע איז געווען א באקאנטער שיכור אין ירושלים, ער פלעגט זיך אנטרינקען און ליגן אויפן גאס וכו'. יעדעס מאל ווען ער האט געזען זיין טאטע ליגן אויפן גאס אנגעטרינקענערהייט וכו' אנגעבראכן וכו' פלעגט ער אהיים נעמען זיין טאטע און אים געלייגט אין בעט מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ. ער האט נישט געקוקט אויף די אלע וואס פלעגן לאכן וכו', ער האט געוואוסט ביי זיך 'דאס איז מיין טאטע און איך דארף אים מכבד זיין'; מער פון דעם האט אים נישט אינטערעסירט. ביז ער איז אויסגעוואקסן א גרויסער גדול, דער אייבערשטער זאל אים געבן אריכת ימים ושנים.


זעט מען פון דעם אז ווען א קינד האט שכל און ווייסט ביי זיך: "דאס זענען מיינע עלטערן; איך שעם זיך נישט מיט זיי, עס אינטערסירט מיר נישט וואס זיי טון און איך וועל זיי אייביג זיין געטריי", דאן איז מען זוכה צו א שיינע לעבן.


זאגטס אביסל תהילים יעדן טאג; בעטס פאר אייך און פאר אלע אידן, מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויס צו גיין יעדער איינער פון זיין פריוואטע גלות און מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן דורך משיח צדקינו במהרה בימינו.

#2 - מחזק אויף חינוך און שידוכים
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זעט אריין צו לייגן אין די קינדער אמונה פשוטה. יעדע זאך וואס די קינדער דארפן און בעטן דארף מען זיי אויסלערנען די זאך פון תפילה; זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פד): "דַּע שֶׁעִקַּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לַה' יִתְבָּרַך הוּא עַל יְדֵי תְּפִילָה", תפילה דאס באהעפט דעם מענטש צום אייבערשטן, דאס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן; קליינע קינדער האבן אין זיך א ריינקייט און א לויטערקייט, זיי נעמען אן תפילה מיט א מורא'דיגע תמימות ופשיטות.


אזוי אויך זאלט איר זען אריין צו לייגן אין די קינדער צניעות; עס זענען דא עלטערן וואס כאפן זיך נישט וואס זיי טוהן, זיי מיינען אז קליינע קינדער מעג מען אנטון נישט צניעות'דיג, מען מיינט אז דאס איז קיוט וכו', מען מיינט איז צניעות איז נאר געזאגט געווארן פאר עלטערע קינדער, וואס באמת הייבט זיך צניעות זיך אן פון די דריי יאר. וואויל איז פאר עלטערן וואס געבן אכטונג און טוהן אן זייערע קינדער איידל און באשיידן. איז בעט איך אייך איר זאלט אריין לייגן אין זיי דאס שיינקייט פון צניעות, זיי זאלן קומען מיט סקורטס אונטער די קני, אויך זאלן זיי קומען נאר מיט טייטס וכו'.


בנוגע אייער שידוך וכו'; איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט ווערן צעבראכן פון דאס וואס איז געווען. איר שרייבט אז איר וויינט זייער אסאך וכו'; מען מעג וויינען און עס איז זייער געזונט אז מען געבט ארויס די ווייטאג פארן אייבערשטן, אבער עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעט אים אז איר זאלט זוכה זיין צו באקומען אן ערליכער מאן וואס וועט האבן דעם זעלבן ציל ווי אייך - אויפצושטעלן א שיינע ווארעמע שטוב פארן אייבערשטן.


מען דארף אסאך מתפלל זיין מען זאל באקומען א בחור וואס האט יראת שמים, א בחור וואס גייט דריי מאל א טאג אין שול דאווענען מיט מנין, א בחור וואס לערנט יעדן טאג די הייליגע תורה. מיט תפילה און סבלנות וועט איר עס באקומען, דער עיקר איז אז איר זאלט נישט דאגה'נען וואס גייט זיין, איר זענט נאך א יונג מיידל און איר וועט נאך טרעפן גאר א גוטע שידוך, כאפט נישט סתם א שידוך וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן אייער זיווג בקרוב; מיט תפילה און מיט שמחה וועט איר עס באקומען.

#1 - נישט קרעכצן, נאר זיך פרייען מיט די גוטע זאכן
שמחה, שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס וויינט איר אזוי סאך, וואס פעלט אייך אין לעבן? איר האט אזא שיינע משפחה, אזא טייערע טאטע און מאמע, אזא גוטע סקול. געלויבט דעם אייבערשטן אז איר קומט זיך אויס אין סקול מיט אייערע טיטשערס, איר האט אלעס אויף דער וועלט. איר זענט געזונט, עס פעלט אייך גארנישט, סאך הכל ווילט איר חתונה האבן, דאס וויל דאך יעדע געזונטע מיידל. דער אייבערשטער וועט אייך געבן אייער שידוך ווען עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט, אבער ביז איר טרעפט אייער שידוך, דארפט איר זיין שטארק ביי זיך און ארום גיין מיט א שמייכל.


עס איז א נארמאלע זאך פאר א מיידל צו טראכטן א גאנצן טאג: 'איך וויל חתונה האבן'; עס איז א סימן אז מען איז געזונט און שטארק. זארגט נישט, דער אייבערשטער וועט אייך העלפן, איר וועט טרעפן א גוטע שידוך ווען עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט.


אנשטאט וויינען א גאנצן טאג, דארפט איר טאנצן פאר שמחה אז איר זענט געזונט און שטארק; טאנצט פאר שמחה אז איר האט א ווארעמע שטוב, עס זענען דא נעבעך מיידלעך אין אייער יארגאנג וואס האבן נישט אזעלכע ווארעמע עלטערן ווי איר האט, זייערע משפחות זענען צעבראכן וכו', זיי וויינען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, אבער איר האט נישט אויף וואס צו וויינען, איר דארפט טאנצן פאר שמחה.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: 'קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


איז דאך זיכער אז איר – וואס האט אלעס אויף דער וועלט - פארוואס זאלט איר וויינען א גאנצן טאג; פאלגט דעם הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט אז מען דארף זיין פרייליך א גאנצע טאג.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן א גוטע שידוך, פארציילט אים אז איר טראכט פון וכו', בעט אים אז איר ווילט חתונה האבן און האבן א שיינע לעבן.