בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#141 - טראץ די אלע שוועריקייטן, וועסטו צום סוף טרעפן דיין שידוך
שידוכים, התחזקות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר.


שטארק זיך זייער מיט אמונה פשוטה, גלייב וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ב.): "אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוָּלָד", פערציג טעג איידער מען ווערט געבוירן, "בַּת קוֹל יוֹצֵאת וְאוֹמֶרֶת", גייט ארויס א בת קול פון הימל און זאגט, "בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", דער וועט חתונה האבן מיט דעם.


איך ווייס דיין צער, ווי שטארק דו וויינסט און ווי דו פייניגסט זיך אז דו ביסט נאך אלץ אליינס; שוין אזויפיל יאר וואס דו מיינסט און ווארסט 'אט אט ווער איך א חתן' און עס איז נאכאלץ נישט געקומען, ביסט שוין ארויס מיט מיידלעך וכו' און ביים סוף איז פון אלעס גארנישט געווארן.


נעם די עצה פונעם הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ און גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך; ביז דו וועסט טרעפן דיין שידוך.


איך פריי זיך ווען דו קומסט אין ישיבה, יעדעס מאל איך זע דיר פריי איך זיך.

#140 - צוריק אין ישיבה מיט א חיות
שידוכים, עבודת השם, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט צוריק אין ישיבה מיט א חיות און א ברען; דו לערנסט בהתמדה רבה, דו דאווענסט מיט חיות און דו פירסט זיך מיט גוטע מדות.


איך בין זיכער אז דו וועסט שנעל טרעפן א גוטע, ערליכע, געזונטע, קלוגע מיידל און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


איך האב דיר זייער ליב, איך האלט זייער פון דיר.

#139 - רעד מיט דיינע חבר'טעס נאר איידעלע זאכן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, נייגעריגקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, וויליאמסבורג.


האסט מיר זייער דערפריידט אז דו רעדסט נישט מיט דיינע חבר'טעס פון בחורים, פון שידוכים; קיינער ווייסט נישט פון די שידוך וואס איך האב דיר אנגעטראגן, נאר דו און דיינע עלטערן; דאס אליינס ווייזט אז דו ביסט שוין רייף חתונה צו האבן.


גיי ווייטער אן מיט די הייליגע וועג, רעד מיט דיינע חבר'טעס פון אלעס אבער נאר איידעלע זאכן.


כאפ אריין די ביסל צייט ביז דו ווערסט א כלה און דו האסט חתונה - צו העלפן דיין מאמע; אויך נאך די חתונה דארף מען העלפן די עלטערן, אבער נאך די חתונה האט מען שוין ווייניגער צייט, מען האט שוין אן אייגענע ווירטשאפט; יעצט אלס מיידל זאלסטו העלפן דיינע עלטערן מיט שמחה און פרייד.


ווייז קיינעם נישט דעם בריוו, לאז די לאנגע נעזער אליינס פרובירן צו טראכטן: 'ווער? וואס? ווען? וואו?' דו פיר זיך קלוג און איידל.

#138 - ווארטן מיט געדולד אויפ'ן ריכטיגן שידוך
שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, וויליאמסבורג.


איך שפיר אז איך דארף דיר נאכאמאל שרייבן אביסל חיזוק.


דו וועסט זען ווי שיין דער אייבערשטער וועט אויספירן מיט דיר; זייער שנעל גייסטו א כלה ווערן. איך האב א בחור א תלמוד חכם, א ירא ה', מיט גאלדענע מידות ועל כולם א גרויסער מפיץ.


די איינציגסטע חסרון איז, דו קענסט נישט ווארטן אפילו נאך איין טאג, דו ווילסט 'שוין' ווערן א כלה און חתונה האבן.


איך פארשטיי דיר זייער גוט; אלע געזונטע ערליכע מיידלעך ווילן חתונה האבן, אבער געדענק, מען קען נישט דוחק זיין דעם קץ, מען מוז זיך אונטער ווארפן אונטערן אייבערשטן. פון איין זייט דארף מען בעטן, בעטן און בעטן וכו', און פון די צווייטע זייט דארף מען חזר'ן: 'דער אייבערשטער ווייסט די בעסטע וואס איז גוט פאר מיר, ווען עס איז גוט פאר מיר און ווי אזוי עס איז גוט מאר מיר'.


ווארט מיט געדולד.

#137 - מ'דארף אויסווארטן אויפ'ן שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב שוין גערעדט צו דיינע עלטערן, איך האב זיי אנגעטראגן א גוטער בחור פאר דיר; זיי ווילן נאך אביסל ווארטן.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן צו זיין פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר. דו ביסט געזונט, האסט אזויפיל מעלות, האסט וואוילע עלטערן און נאך אביסל ביסטו א כלה.


איך בעט דיר זייער זאלסט אויסווארטן, נישט ווערן צעדרוקט, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחֵק אֶת הַשָּׁעָה", ווער עס דרוקט די צייט, "שָׁעָה דּוֹחַקְתּוֹ", ווערט צעדרוקט פון די צייט.


העלף דיין מאמע מיט שמחה.

#136 - איך האב א חשובער בחור פאר דיין טאכטער
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


בארואיג דיין טאכטער תחי', זאג איר אז זי ווערט אט אט א כלה; איך האב א בחור פאר איר, א מושלם אין אלע בחינות, א ירא שמים, א למדן, א מתמיד און א בעל מידות טובות, און ועל כולם א גרויסער מפיץ.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר בפרטיות; זאג איר אז דאס איז אסאך חשוב'ער פון וואס זי האט געטראכט.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט.

#135 - נעמט נישט קיין דרוק אויף שידוכים
שידוכים, לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן זאגט מיר איר האט מורא אז איך גיי אייך באצוואונגען צו מאכן די שידוך מיט אייער טאכטער, אדער חס ושלום גיין אונטער אייער רוקן; וויסן זאלט איר אז היכל הקודש איז א פלאץ וואס מען זאגט נישט וואס צו טון און מען באצוואונגט נישט קיינעם, קוים קוים וואס מען ענטפערט ווען מען פרעגט.


דאס וואס איך מאך אמאל שידוכים אן עלטערן, דאס איז מיט דעת תורה; איידער איך טו דאס פרעג איך גרויסע רבנים און מיט זייער הסכמה מאך איך דאס, אויך נאר ווען די עלטערן ווילן נישט חתונה מאכן די קינדער, ווען זיי זענען נישט אינגאנצן געזונט וכו'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט האבן קיין דרוק אז איך וועל באצוואונגען אייער מאן און חס ושלום טראכטן אז איך וועל גיין אונטער אייער רוקן; איך האב נאר אנגעטראגן די שידוך און אויב איר ווילט ווארטן זאלט איר ווארטן רואיגערהייט.


איר זאלט האבן א פרייליכן יום טוב, א רואיגע יום טוב, א יום טוב אן קיין דרוק.

#134 - איך זאג נישט פאר קיינעם וואס צו טון
שידוכים, ראש ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר און ... נרו יאיר.


געדענק וואס איך זאג דיר, איך זאג נישט פאר קיינעם וואס צו טון; אפילו ווען מען פרעגט מיר פרוביר איך זיך אויך ארויס צו דרייען וכו', כל שכן ווען מען פרעגט מיר נישט וואס צו טון, וועל איך זיכער נישט זאגן. ווען א בחור זאגט מיר 'ראש ישיבה איך ווער א חתן וכו' וכו'' - געב איך אים א ברכה, איך זאג אים נישט 'יא' אדער 'ניין'. אויב ער פרעגט מיר אויב דער שידוך איז גוט פאר אים; אויב ווייס איך אז די מיידל איז נישט ווי עס דארף צו זיין וועל איך אים מרמז זיין ער זאל פארשטיין צו שטיין ווייט פון דעם.


נאך א זאך זאלסטו געדענקען, איך וועל זיך אן עצה געבן אן דיר, אבער איך ווייס נישט אויב דו וועסט זיך אן עצה געבן אן דיין ראש ישיבה וד"ל.

#133 - אז מען העלפט דעם רבי'ן דערלייגט מען נישט
שידוכים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


מזל טוב טייערער חתן! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, זוכה זיין צו שיינע ערליכע אידישע דורות, אמן.


זעסט, אז מען העלפט דעם רבי'ן דערלייגט מען נישט; האסט אלע דיינע יארן געהאלפן די מוסדות, די ישיבה, חדר ובפרט די סקול מיט אזא געטריישאפט, און דו האסט געלערנט בהתמדה רבה, שוין געענדיגט איבער הונדערט מאל ששה סדרי משנה, איבער הונדערט מאל מסכת תענית, מסכת ראש השנה און אזוי ווייטער. יעצט האסטו זוכה געווען צו א כלה נאה וחסידה, א טייערע חשוב'ע כלה, א תלמידה פון "בית פיגא", א כלה וואס וויל בויען א ערליכע אידישע "ברסלב'ע" שטוב.


דאס איז נאר א קליינע פראצענט וואס דער רבי האט דיר יעצט געגעבן, אז דו וועסט ווייטער ממשיך זיין העלפן די מוסדות - וועסטו זען נאך שענערע זאכן אין דיין לעבן.

#132 - עס טוט זיך שמחות, און נאך אביסל וועסטו אויך א חתן ווערן
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


זיי נישט צעבראכן ווען דו הערסט יעדן טאג נאך א מזל טוב, נאך א שידוך, נאך א בחור פון ישיבה איז א חתן געווארן; פארקערט, דאס דארף דיר מחזק זיין אז עס טוט זיך שמחות און נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן. איינער האט מיר דערציילט אז דו האסט זייער געוויינט ווען דו האסט געהערט אז דיין חבר איז א חתן געווארן.


דעריבער בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט דאס ביסל כח וואס דו האסט, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט פאר דיר א שידוך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוָּלָד בַּת קוֹל יוֹצֵאת וְאוֹמֶרֶת בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", פערציג טעג איידער מען ווערט באשאפן רופט מען אויס אויבן אין הימל: "בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", די מיידל וועט זיין די כלה פאר דעם בחור.


איך ווייס אז עס איז דיר ביטער שווער, איך ווייס אז דו ווערסט פארברענגט, דער יצר הרע פלאקערט און ברענט אין דיר, ער ווארפט דיר אראפ; דאך בעט איך דיר, נעם דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, גיי אין א ווינקל און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר מוחל זיין און געבן א שידוך.

#131 - נישט זיך שרייבן מעסעדזשעס צווישן חתן כלה
שידוכים, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', יבנאל.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות.


עס איז נישט די בעסטע זאך זיך צו שרייבן דורך מעסעדזשעס צווישן חתן כלה; איך לאז נישט מיינע תלמידים און תלמידות זיך שרייבן מעסעדזשעס, עס נעמט אוועק די קאפ און מח און נאך אסאך פראבלעמען.


איר קענט אפמאכן א צייט, צוויי מאל א וואך – צו רעדן מיט אייער חתן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#130 - א יונגע מיידל קען זיין מער ערוואקסן ווי אן עלטערע מיידל
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דער זומער איז אריבער אזוי שיין ביי ענק אין קעמפ, דו האסט הנאה געהאט יעדע רגע און יעדע סעקונדע.


עס וועט נישט נעמען צו לאנג און דו וועסט ווערן א כלה למזל טוב; עס האט נישט צו טון ווי אלט מען איז. עס קען זיין א מיידל פון צוואנציג יאר וואס ווייסט נאכנישט וואס דאס לעבן איז, און עס קען זיין א יונגע מיידל פון צוועלף יאר וואס איז שוין גרייט פאר'ן לעבן.


וואס דו דארפסט און וואס דו ווילסט - זאלסטו בעטן נאר פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#129 - דערצייל אלעס פאר'ן אייבערשטן, וועסטו ווערן שטארק ביי זיך
פחדים, תפילה והתבודדות, שידוכים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמועס מיט'ן אייבערשטן; דערצייל אים נאכאמאל און נאכאמאל אלעס וואס דו ביסט אריבער, שעם זיך נישט אים צו דערציילן אלע דיינע מחשבות, אלע דיינע שרעק און אלע דיינע געפילן, דורכדעם וועסטו ווערן זייער שטארק ביי זיך, דו וועסט מער נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


זארג נישט אז דו נעמסט מעדעצין דו זאלסט זיין א רואיגע מיידל, עס וועט דיר גארנישט שאטן פאר דיין שידוך; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין דיין שדכן. נאך דיין חתונה וועט זיך אלעס טוישן, דו וועסט מער נישט דארפן די מעדעצין.


די מנהלת תחי' רעדט פון דיר זייער שיין; זי האט דיר זייער ליב און זי זאגט מיר אלץ שיינע זאכן פון דיר. אזוי אויך דיינע לערערינס און קאונסלערס דערציילן מיר אז דו פירסט זיך זייער איידל און דו רעדסט זייער שיין צו יעדע מיידל.


בית פיגא שטאלצירט מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#128 - ווען דו קומסט אהיים פון קעמפ, העלף דיין מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט ווען מען גייט אהיים פון קעמפ זאלסטו אסאך העלפן דיין מאמע; א גאנץ זומער האט דיין מאמע נישט געהאט דיין הילף, זי האט זיך אליינס געדארפט פארען מיט די שטוב ארבעט, מיט די קינדער וכו' וכו'; דארפן אלע מיידלעך וויסן אז ווען מען קומט אהיים נאכן זיין פאר לאנגע וואכן אין קעמפ דארף מען העלפן די מאמע מיט שמחה.


די קעמפ האט גרויסע מעלות, אויך האט עס גרויסע חסרונות; די גרעסטע חסרון איז אז עס זענען דא מיידלעך וואס ווערן צוגעוואוינט צו גארנישט טון, מען פארגעסט וואס מיינט העלפן, מען פארגעסט וואס מיינט א מאמע, מען איז אריין געטון אין פארוויילונג און שפילן, מען ווערט אזוי פארשפילט אז מען פארגעסט וואס לעבן איז.


איך האף אז דו וועסט זיין פון די מיידלעך וואס וועלן אהיים קומען צום שטוב און נישט אויפהערן העלפן די מאמע מיט שמחה, איר העלפן אזוי סאך אויפ'ן גאנצן זומער וואס מען האט נישט געקענט העלפן.


זארג נישט פאר דיין שידוך, דו וועסט טרעפן א גוטער ערליכער וואוילער בחור; איך געב דיר די זעלבע ברכה וואס איך געב פאר אלע תלמידות וואס פירן זיך ווי מען לערנט אין בית פיגא, דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך, א בחור א תלמיד חכם און א ירא שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#127 - איר באקומט א וואוילער חתן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר ווערט שוין אט אט א כלה.


איך האב מברר געווען אויף דעם בחור, ער איז זייער א וואוילער בחור; ער איז א בעל מידות און א ירא שמים, ער קומט פון א גוטע שטוב, א שטוב וואס איז אנגעפילט מיט אמונת חכמים און ער אליינס האט אויך אמונת חכמים.


ער וועט ארויפקוקן אז איר פאלגט מוהרא"ש און איר גייט זיך אפשערן די האר גלייך נאך די חתונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א שיינע שטוב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#126 - א שאד ארומצוגיין אזוי לאנג מיט א שולד געפיל
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, שידוכים, התחזקות, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד אז דו גייסט ארום אזוי לאנג מיט א שולד געפיל, דו טראכסט אז דו ביסט די ערגסטע מענטש, דו שרייבסט אויף זיך זייער שלעכטע ווערטער; א שאד זיך צו פייניגן, דו ביסט זייער א וואויל מיידל, דו וועסט זייער שנעל טרעפן א גוטע שידוך און האבן א גוט לעבן.


בנוגע דאס וואס דו ווילסט שרייבן אינעם בריוו און דו שרייבסט טויזנט פינטלעך ווייל דו האסט מורא אז איך וועל דיר אוועק ווארפן, דו האסט מורא אז אויב דו וועסט ארויס שרייבן דיין געוואוינהייט וואס דו טוסט וועסטו פארלירן דיין לעצטע פלאץ אין די וועלט; איך פארשטיי אליינס דיינע נסיונות, איך פארשטיי אלע פינטלעך און וכו' וכו'. אמת, עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט, עס איז בעסער זאלסט עס נישט טון וכו', בעט דעם אייבערשטן זאלסט עס נישט טון, אבער אז דו טוסט עס יא זאלסטו נישט טראכטן אז דו ביסט שלעכט.


זיי פרייליך וועסטו טרעפן שנעל דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#125 - ווארט מיט געדולד, וועסטו האבן א גוטע שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי שטארק, זיי פרייליך; דו דארפסט נאך אביסל ווארטן וכו'. איך האב שוין אנגעטראגן דיין טאטן א גוטער בחור, א וואוילער בחור אבער מען דארף נאך אביסל ווארטן.


זיי נאר פרייליך, זיי נאר פאזיטיוו; פאלג דיין מנהלת תחי', העלף די סקול מיט וואס דו קענסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#124 - בעט אויף דיין שידוך מיט שמחה
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו בעסט דעם אייבערשטן אויף דיין שידוך זאלסטו עס בעטן מיט שמחה, נישט מיט עצבות און מרה שחורה. זייער אסאך מענטשן וואונדערן זיך אז זיי בעטן און בעטן און זעען נישט וואס פאסירט מיט די תפילות, דאס איז ווייל מען בעט דאס מיט עצבות און מרה שחורה, מען וויינט פון דערביטערטקייט; אז מען בעט מיט שמחה, מען וויינט פון פרייד - איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל.


איך בין שוין געווען איין מאל שדכן ביי דיר, איך האב דיר משדך געווען דו זאלסט לעבן מיט'ן אייבערשטן; איך האף צו זיין שדכן ביי דיר דו זאלסט באקומען א גוטע שידוך, א בחור א ירא שמים מיט גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#123 - זאלסט זיין געבענטשט פאר'ן רייניגן די שטעטל
שידוכים, ריינקייט, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זאלסט זיין געבענטשט פאר'ן רייניגן די שטעטל; אין דעם זכות וואס דו נעמסט צאם די מיסט טאג נאך טאג וועסטו זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך.


די אלע בחורים וואס העלפן דעם רבי'ן, די ישיבה און די מוסדות - די האבן שיין חתונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#122 - חודש אלול איז א צייט צו טרעפן שידוכים
בחור, שידוכים, תהלים, קעמפ, ישיבה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע בחורים, תלמידי ישיבת תפארת התורה שיחיו.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.


מיר זענען שוין אריין אין חודש אלול וואס איז א צייט פון טרעפן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


זע צו זאגן תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים, ווייל תהילים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה - דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", דערפאר - זאגט דער רבי - זעט מען אז אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זענען אלע עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק צו זיין אין זאגן תהילים.


קומענדיגע וואך מיטוואך ענדיגן מיר קעמפ און מאנטאג פרשת כי תבוא הייבן מיר אן צוריק ישיבה אין שטאט; איך האף אז דו וועסט ווייטער קומען לערנען און דאווענען, בלייבן באהאפטן מיט תלמידי היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#121 - באשעפער, שבת איז מיין ערגסטע טאג
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שבת קודש, משפחה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך; א מיידל אין די יארן פון שידוכים דארף זיין פרייליך, שטענדיג ארום גיין מיט א שמייכל.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): ווען מען איז פרייליך ווערט מען געזונט, אלע ווייטאגן גייען אוועק. ווען מען איז פרייליך איז מען נאנט צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט זייער ליב פרייליכע מענטשן, ער האט נישט ליב ווען מען איז טרויעריג; אפילו ווען מען וויינט צום אייבערשטן טאר דאס נישט זיין פון טרויער מען דארף וויינען צו אים פון פרייליכקייט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעה).


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן; שמועס מיט אים, דערצייל אים דיין ווייטאג; דערצייל אים אלעס וואס באדערט דיר אין שטוב פון דיינע עלטערן, דערצייל אים אז דו האסט נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; זאג אים: "הייליגער באשעפער איך האב נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; שבת אין שטוב איז מיין ערגסטע טאג, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אין שטוב, הייליגער באשעפער איך וויל שוין חתונה האבן".


בנוגע דעם בחור וכו'; דו בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א גוטער מאן, א וואוילער מאן, א הארציגער מאן, א מאן וואס וועט דיר ליב האבן, א מאן וואס וועט רעדן שיין צו דיר, א מאן וואס וועט זארגן פאר דיר; עס איז נישט גוט אריין צו נעמען א בחור אין קאפ און זיך אויסמאלן 'ער גייט זיין מיין חתן'; קודם כל ווער זאגט יענער איז בכלל מסכים. צווייטנס, ווער זאגט אז דאס איז גוט פאר דיר; די בעסטע זאך איז ווען מען שמועסט עס אויס מיט'ן אייבערשטן.


גיי יעדן טאג אביסל אין פעלד שפאצירן און זאג פאר'ן אייבערשטן די גאנצע געשיכטע מיט'ן בחור... און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן.


איך ווארט צו הערן דיינע סיומים ווען די ענדיגסט תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - מיידלעך זאלן נישט שמועסן צווישן זיך וועגן שידוכים
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט רעדן צו מיידלעך פון בחורים; עס איז נישט קיין קלוגע זאך דאס וואס מען שמועסט צווישן זיך 'ווער איז דיין שידוך'; עס קען ארויסקומען פון דעם אסאך פראבלעמען.


ווייז דעם בריוו פאר אלע וואס פאררופן זיך תלמידות; זיי זאלן וויסן אז זיי מאכן מיר צער מיט דעם וואס זיי רעדן צווישן זיך וועגן בחורים.


אז עס פאלט ביי פאר א מיידל א שידוך דארף זי גיין רעדן צו די מנהלת אדער טיטשער, אדער קען זי דאס דורכרעדן מיט אירע עלטערן, אבער סתם פלוידערן צווישן זיך איז נישט גוט, עס מאכט מיר צער.


איך האב זיך מוסר נפש געווען צו עפענען די סקול, איך וויל זען ביי אייך דערוואקסנקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - ווי אזוי "בית פיגא" תלמידות דארפן זיך פירן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע בית פיגא תלמידות שתחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן איינער אויפ'ן צווייטן, איר זאלט טראכטן פאר איר רעדט און ווי אזוי איר רעדט; איר זאלט קיינמאל נישט שטעכן א צווייטן.


נוצט אויס די וואכן וואס איר געפונט זיך צווישן די בערג און ביימער, איר וועט זיך בענקען א גאנץ יאר צו די צייט. דער זומער גייט פארביי, מען פארט שוין צוריק - יעדער צו זיין וואוינארט; איר וועט זיך בענקען צו דעם שיינעם זומער.


שפאצירט מיט'ן אייבערשטן; יעדע מיידל זאל זיך מאכן אביסל צייט צו שפאצירן אין קעמפ מיט'ן אייבערשטן. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה התבודדות, מען זאל שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף מאמע לשון, אים אלעס דערציילן, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינט.


ווען מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן דארף מען שוין גארנישט אויף די וועלט; מען שפירט זיך מער נישט אליין, מען שפירט זיך ארום גענומען מיט'ן אייבערשטן, מען שפירט א זיסע טעם אין לעבן, מען איז פרייליך און צופרידן.


איך בעט אייך נאכאמאל רעדט נישט צווישן זיך פון בחורים, מאכט אייך נישט קיין אייגענע שידוכים; איך ווייס אז איר ווילט שוין זייער חתונה האבן, איר ווילט אנהייבן לעבן, איר זענט קלוג און שארף צו וויסן אז לעבן איז נישט חבר'טעס, איר שפירט ווי איר קענט מער נישט; דאך בעט איך אייך איר זאלט זיך פירן איידל און נישט רעדן צווישן זיך פון שידוכים. אז עס פאלט אייך איין א שידוך קענט איר דאס דורך רעדן מיט אייערע עלטערן אדער מיט אייער חשוב'ע מנהלת; צווישן זיך זאלט איר רעדן נאר קלוגע זאכן און שיינע איידעלע רייד.


נישט אלעס וואס מען זעט פון אינדרויסן איז אזוי ווי עס זעט אויס, א זאך קען אמאל אויסזען גלאנציג און בליטשקעדיג פון אינדרויסן אבער אינעווייניג איז עס נישט געזונט, עס איז פארפוילט. איך געדענק ווי מוהרא"ש האט אמאל גערעדט מיט א מיידל וועגן א שידוך אבער די מיידל האט נישט געוואלט דעם שידוך, זי האט געוואלט עפעס שענערס וכו', האט מוהרא"ש איר געזאגט: "איך בעט דיר, געב אכטונג זאלסט נישט ווערן אריינגענארט מיט א מאן וואס וועט דיר נישט פארגינען דאס לעבן, ער וועט דיר נישט פארגינען א באטל סאודע..." שפעטער האט זיך דאס ווייבל גע'גט ווייל זי האט גענומען וואס איז שיין פון אינדרויסן, אבער באמת איז דאס געווען א באטל ווערעם, ער האט איר געפייניגט און געשלאגן.


נאך איין זאך בעט איך אייך, איר דארפט אהיים רופן יעדן טאג. כיבוד אב ואם איז נישט קיין קליינע מצוה, כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה און ווען מען איז נאך קינדעריש כאפט מען נישט דאס גרויסקייט פון די מצוה.


איך האף אז איר שעמט זיך נישט מיט אייערע עלטערן; בעט דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אייער מאמע, נישט קוקן אויף איר ווי זי איז אלטמאדיש. וואס וועט איר טון ווען אייערע קינדער וועלן קוקן אויף אייך ווי אלטמאדישע מענטשן, זיי וועלן נישט וועלן רעדן מיט אייך, זיי וועלן נישט וועלן גיין צו שמחות וואו איר זענט, זיי וועלן זיך שעמען מיט אייך? וואס וועט איר טון? דעמאלט וועט איר טראכטן: 'א שאד איך האב דאס געטון צו מיין מאמע'.


איר דארפט יעדן טאג אהיים רופן, און די מיידלעך וואס וואוינען דא אין שטעטל דארפן בעטן רשות יעדן טאג אהיים צו גיין העלפן די עלטערן מיט די שטוב ארבעט; דאס איז אונזער קעמפ, דאס איז אונזער פארגעניגן - צו העלפן די עלטערן.


איך וועל זיך פרייען אז איר וועט מיר שרייבן בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - יעדער האט שווערע טעג, די קונץ איז זיך צו דערהאלטן און נישט אנטלויפן
בחור, שידוכים, צרות, התחזקות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר ווי דו דערהאלסט זיך אזוי שיין, דו נוצט אויס די טעג און וואכן מיט תורה און תפילה; אסאך פון דיינע חברים האבן זיך נישט געקענט דערהאלטן, זיי האבן אפגעלאזט די אלע שיינע לימודים וואס מען לערנט אין היכל הקודש און דו ביסט נאך פריש, דו לערנסט יעדן טאג דיינע שיעורים און דו פירסט זיך מיט יראת שמים.


איך בעט דיר זייער טייערער ... זאלסט נישט אנטלויפן פאר שלחן עורך; דו קענסט די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט מיט'ן גוי וואס האט זיך פארשטעלט ווי א איד צו קענען עסן ביי אידן פסח ביינאכט, ביז ער האט געגעסן די מרור און ער האט זיך אויפגערעגט און אנטלאפן פון סדר.


שפעטער האט מען אים געזאגט: "א שאד דו האסט נישט אראפגעשלינגען דעם כזית מרור, וואלסטו געהאט א פיינע סעודה", האט דער רבי געזאגט, יעדער איינער האט זיין צייט ווען מען געבט אים צו עסן דעם כזית מרור; א טייל האבן א קליינע כזית, אנדערע האבן א גרעסערע שיעור, אבער יעדער איינער גייט אריבער שווערע טעג, מרור טעג; די קונץ איז ווער עס קען זיך דערהאלטן, ווער עס אנטלויפט נישט, ווער עס האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער ווייסט און גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער און אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה, נאר פאר זיין גוטס, נאר פאר זיין תכלית און תיקון.


דעריבער בעט איך דיר טייערער ..., דראפע זיך און דערהאלט זיך; סוף הכבוד לבוא, אחר הרע יבוא הטוב, דו וועסט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן שיינע דורות; ווען? מיט וועם? ווי אזוי? דאס לאז איבער פאר'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#117 - אז דער שידוך האט זיך נישט געענדיגט - איז נאך נישט עק וועלט
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל בעפאר'ן א שידוך טון מיט זיין צווייטע ווייב, זענען געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע זענען מיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש", אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון א שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט.


דעריבער, אז דער שידוך וכו' האט זיך נישט געענדיגט - איז נאך נישט עק וועלט; וואס ווייסן מיר, מיר ווייסן דען וואס איז גוט פאר אונז? אז מען האט שוין געהאלטן אזוי נאנט צום שידוך און ביים סוף האט זיך איינער אריין געמישט און דאס צעשטערט איז נאך נישט עק וועלט, אויב איר וועט זיך דערהאלטן וועט קומען בקרוב א גוטע שידוך.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך וועט דער אייבערשטער מאכן מיט אייך גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.