בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - אז מ'לאזט אפ די עבירות, באקומט מען א הערליך לעבן
תשובה, עבירות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויקרא, זכור, ט' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיטן מיר מודיע זיין אז דו האסט אפגעהאקט אלע קשרים מיט עבירות און אז דו לעבסט מיט דיין ווייב בשלום ובשלוה; דו האסט איר ליב וכו'.


געב א קוק וואס עבירות טוט מיט'ן מענטש; עס נעמט אוועק די ליבשאפט צו די ווייב און מען האט נישט קיין געדולד צו די קינדער. מען האט נישט געקענט רעדן מיט דיר כל זמן דו ביסט געווען מיט די שמוץ, דו האסט געשריגן אז דו גייסט זיך גט'ן, דו האסט זיך גע'הרג'ט און געשלאגן מיט איר טאג און נאכט אלץ צוליב די עבירה וואס דו ביסט נאכגעלאפן - השם ישמרינו, און יעצט ווען דו האסט אפגעלאזט די שמוץ האסטו שוין הנאה צו זיצן מיט דיין ווייב און קינדער, דו מאכסט שיינע שבת סעודות און דיין לעבן איז דיר געווארן זיס.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב עס איז ביים אייבערשטן ווען מען קערט זיך צוריק צו די וועג פון די תורה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביזן כסא הכבוד; אין איין סעקונדע קען מען אנקומען פון שאול תחתית - פון די ווייטסטע פלאץ - ביז'ן אייבערשט'ן אליינס.


יעצט אז דו האסט תשובה געטון, דו האסט אפגעלאזט די שמוץ זאלסטו צו לייגן צו דיינע שיעורים צו זאגן יעדן טאג תהילים, וועסטו זוכה זיין צו בלייבן שטארק מיט דיין נייע וועג וכו'. ווייל תהילים איז מסוגל לתשובה, עס ברענגט צוריק דעם מענטש צום אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים, אויך ליגט אין תהילים אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו תשובה שלימה.

#7 - צוריק באנייען צו לערנען משניות
תשובה, משניות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


יעצט שטייען מיר ביי די הייליגע יום טוב חנוכה; עס איז א צייט פון זיך באנייען זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך צוריק באנייען צו לערנען משניות; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתיות, "אַף־עַל־פִּי־כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל־כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט אים די תורה ארויסשלעפן פון זיין בלאטע.


מוהרא"ש זאגט אז ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז די שיחה גייט ארויף אויף לימוד משניות; אז משניות האט א מורא'דיגן כח ארויסצושלעפן א מענטש פון די גרעסטע טומאות.


דער הייליגער רבי חיים וויטאל זכותו יגן עלינו ברענגט בשם דער אריז"ל אז ווער עס זינדיגט מיט די עקלדיגע עבירה מיאוס'ע עבירה פון משכב זכר, איז זיין תיקון (עץ חיים, שער הכללים, פרק יא): "שֶׁיִתְעַנֶּה רֶגֶ"ל תַּעֲנִיּוֹת", ער דארף פאסטן צוויי הונדערט דריי און דרייסיג תעניתים וויפיל עס באטרעפט רג"ל און זכ"ר; ווער האט דען כח צו פאסטן? אבער אז מען פאלגט דעם הייליגן רבי'ן קען מען אלעס פאררעכטן.


דעריבער זאלסטו נעמען די משניות און זאגן יעדן טאג ח"י פרקים, דאס וועט דיר אפוואשן פון אלע שמוץ און דו וועסט קענען ארויסקריכן פון אלע טומאות.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דיין פלאן איז; צי דו וועסט נעמען די עצה פון רבי'ן, אויב יא וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


...

#6 - ווי לאנג מיינסטו קען מען לעבן א פאלשע לעבן?
שלום בית, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווי לאנג מיינסטו קען מען לעבן א פאלשע לעבן (דאבל לייפ)?! מענטשן קען מען אפשר אפנארן אבער נישט די אייגענע ווייב; פריער אדער שפעטער וועט זי זיך דערוויסן ווער דו ביסט און דיר אפלאזן, טו תשובה און לאז אפ ...!


געדענק אז איך האב דיר מודיע געווען פון פאראויס ווי אזוי עס גייט זיך ענדיגן, זאלסט נישט קומען צו מיר מיט קיין טענות.


לאז אפ ... און הייב אן לעבן א ריינע לעבן; בלייב אין שטוב ביינאכט וועט דיר גוט זיין.


איך וואונטש דיר דו זאלסט תשובה טון בקרוב.


 

#5 - ביים אייבערשטן איז זייער חשוב תשובה
תפילה והתבודדות, שידוכים, תשובה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער איר זענט, איך האב געליינט אייער בריוו און עס האט מיר זייער באנומען אייער שטארקייט, ווי איר שטארקט זיך אין אידישקייט נאכדעם וואס איר האט געמיינט אז אידישקייט איז א שלעכטע זאך און איר האט געטון נישט גוטע זאכן אין לעבן, אבער איר האט זיך צוריק געקערט צום אייבערשטן; זענט איר זייער חשוב ביים אייבערשטן.


וויסן זאלט איר אז ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס קערט זיך צוריק און טוט תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמֹד", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דערפאר, אז איר האט אנגעהויבן היטן שבת קודש, וועט אייך דער אייבערשטער מוחל זיין אויף אלע עבירות וואס איר האט עובר געווען, ווייל ווען מען היט שבת איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות (שבת קיח:).


בנוגע אייער טאטע וואס שרייט אויף אייך און דערנידערט אייך; נאך אביסל וועט איר אויפשטעלן אן אייגענע שטוב, דעמאלט וועט אייך גוט זיין. דערהאלט זיך און ווארטס אויס אויף אייער שידוך.


ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א צעבראכענע הארץ, בפרט איר וואס איר זענט איינער אליין, איר שפירט זיך אליין אויף דער וועלט, אויב איר וועט רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג, איר וועט אים בעטן ער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן א גוט לעבן, וועט ער אייך העלפן.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; אז א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל מען וויל שוין זיין גוט פאלט מען נאכאמאל צוריק אריין אין בלאטע.


זוכט אייך אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, יעדן טאג זאלט איר אהינגיין זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן; פארציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אייך, אלעס וואס איר ליידט אין שטוב וכו', איר זאלט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועט איר זען ווי ער וועט אייך העלפן.


קוקטס נישט קיין שמוציגע מאוויס; דאס איז נישט גוט פארן מענטש און דאס שאדט שפעטער פארן לעבן. לייגט ארויף א פילטער אויף אייער סמארט-פאון אז איר זאלט נישט האבן קיין וועג צו קוקן עבירות. אז מען קוקט שמוציגע קליפס און עקעלדיגע מאוויס ווערט מען דיפרעסט; אין אנהייב זעט אויס כאילו מען גייט אריין אין א ליכטיגע וועלט אבער נאכדעם שפירט מען ווי דאס לעבן ווערט אויס.


פאלגט מיר, קוקט נישט קיין מאוויס; עס איז א שאד פאר אייער לעבן. איר זענט א יונגע מיידל, און עס ווארט אייך א שיינעם עתיד, נאך אביסל וועט איר טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב, פארוואס זאלט איר זיך אליינס חרוב מאכן אייער שיינעם עתיד? שמירת עיניים איז נישט נאר פאר מענער, שמירת עיניים איז פאר פרויען אויך א מצוה.


גלייבטס מיר, איך האב נישט קיין שום אינטערסע דא; איך קען אייך נישט, איך וויל נאר איר זאלט האבן א גוטע לעבן.


שרייבטס מיר צוריק אויב איר האט ערהאלטן דעם בריוו.

#4 - אז מ'טוט תשובה איז מען זייער חשוב ביים אייבערשטן
שבת קודש, תשובה, אמונה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב דו ביסט ביים אייבערשטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן  (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים - שָׁם אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמֹד", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דערפאר, אז דו האסט אנגעהויבן היטן שבת קודש, וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות וואס דו האסט עובר געווען, ווייל ווען מען היט שבת איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות (שבת קיח:).


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען קומען לערנען אינעם הייליגן רבינ'ס ישיבה, וואס דאס איז באמת א 'ישיבה', אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): פארוואס רופט מען א ישיבה מיטן נאמען 'ישיבה'? "כְּשֶׁיֵּשׁ רַבִּי אֲמִתִּי עִם תַּלְמִידִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְקַבֵּץ וְנִתְלַקֵּט חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה", ווייל דער אמת'ער צדיק לערנט מיט זיינע תלמידים אמונה, ער לייגט איין אין זיי אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, "וְעַל כֵּן נִקְרָא לִמּוּד הָרַב עִם הַתַּלְמִידִים יְשִׁיבָה, עַל שֵׁם קִבּוּץ חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה, כִּי הָרַב הוּא מַשְׁגִּיחַ עַל חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה שֶׁל כָּל אֶחָד וְאֶחָד, וּלְהַעֲלוֹתָם", אזוי ווי עס שטייט (תהלים קא, ו): "עֵינַי בְּנֶאֱמְנֵי אֶרֶץ לָשֶׁבֶת עִמָּדִי" 'לָשֶׁבֶת עִמָּדִי' איז 'יְשִׁיבָה', עיין שם; זעט מען אז אויב עס איז דא א פלאץ וואו מען לערנט מיט תלמידים אמונה - דאס איז א ישיבה, אבער אז מען לערנט נישט קיין אמונה מיט די תלמידים איז דאס נישט קיין ישיבה. כאטשיג עס שטייט אויפגעשריבן אויפן בנין "ישיבה ..." אבער א ישיבה איז נאר וואו מען לייגט אריין אמונה אין די תלמידים.


דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען קומען לערנען ביים הייליגן רבינ'ס ישיבה; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


ביז דערווייל פרוביר זיך צו שטארקן מיט אלע כוחות; רעד נישט קיין ניבול פה חס ושלום און טשעפע נישט קיינעם אזוי וועסטו זיך איינקויפן א גוטע נאמען, און דו וועסט טרעפן דיין זיווג בקרוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - רעד נישט אויף קיינעם, און זיכער נישט אויף ווער ס'איז מקרב אידן צום אייבערשטן
תשובה, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל דיר מוחל זיין אויף דעם וואס דו פלעגסט רעדן שלעכטס אויף מיר; וויסן זאלסטו אז מיר קען מען נישט טשעפען און זיכער נישט איבערבעטן, ווייל ווען דו רעדסט אויף מיר האסטו אוועק גענומען מענטשן פונעם אייבערשטן, ווייל נישט יעדער איינער האט די שפראך צו רעדן צו בני הנעורים וכו'.


ווען דער אייבערשטער געבט פאר איינעם א שפראך צו רעדן, אזוי ווי ישעיהו הנביא זאגט (ישעיהו נ, ד): "ה' נָתַן לִי לְשׁוֹן לִמּוּדִים", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א קלארע שפראך, "לָדַעַת לָעוּת אֶת יָעֵף דָּבָר", צו וויסן ווען צו רעדן און ווי אזוי צו רעדן פאר די דארשטיגע אפגעמאטערטע אידישע קינדער; ממילא, ווען איינער קומט און רעדט שלעכטס אויף איינער וואס קען ראטעווען אידישע קינדער פון עבירות, האט ער נישט וויי געטון דעם מענטש, נאר ער האט גורם געווען אז אנדערע זאלן נישט אויסהערן דעם מענטש וכו', ער האט גורם געווען אוועק צו נעמען אידישע קינדער פונעם אייבערשטן. נו, פרעג איך דיר: "ווי אזוי קען איך דיר מוחל זיין אויף דעם וואס דו האסט גערעדט אויף מיר כל דבר אסור, בשעת דו קענסט מיר ניטאמאל און דו האסט גורם געווען שאדן פאר אידישע קינדער?!"


דו האסט איין ברירה ווי אזוי דו קענסט תשובה טון; פון היינט אן זאלסטו פארציילן פאר אלעמען אז עס איז דא א פלאץ וואו מען איז מחזק אידישע קינדער, עס איז דא א ישיבה וואו מען ברענגט אריין אין די תלמידים א ליבשאפט צו זיין א איד, א ליבשאפט צו היטן די תורה, א ליבשאפט צו טון וואס דער אייבערשטער הייסט; עס איז דא א ישיבה וואו מען לערנט אויס עצות ווי אזוי צו לעבן דא אויף דער וועלט מיטן אייבערשטן; אפשר אז דו וועסט אזוי טון וועסטו קענען פאררעכטן וואס דו האסט געטון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה בָּהֶם צָרְכֵי רַבִּים", אויב מען האט גע'גנב'ט און מען ווייסט נישט פון וועם מען האט גע'גנב'ט זאל מען טון צרכי רבים, אזוי וועט מען פאררעכטן וואס מען דארף פאררעכטן; ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות גזילה, הלכה ה') אז די גרעסטע צרכי רבים איז דרוקן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, ווייל דורך די ספרים ווערן מקורב צום אייבערשטן מענטשן וואס זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן; דעריבער, אז דו ווילסט פאררעכטן וכו' זאלסטו העלפן דרוקן ספרים פון הייליגן רבי'ן, אדער אליינס גיין הפצה – דורכדעם וועסטו קענען פאררעכטן וואס דו האסט אלץ חרוב געמאכט.


איך געב דיר אן עצה טובה פאר דיין לעבן: "דו זאלסט קיינמאל נישט רעדן שלעכטס אויף א צווייטן, זיכער נישט ווען דו קענסט יענעם ניטאמאל, קל וחומר אויף איינער וואס העלפט אידישע קינדער און קל וחומר בן בנו של קל וחומר אויב איינער האט דיר א טובה געטון"; ווייל אז מען רעדט אויף אן ערליכער איד באצאלט מען נאכדעם זייער א טייערער פרייז, און א מענטש ווייסט קיינמאל נישט ווער דער ערליכער איד איז. קוק וואס שלמה המלך - דער חכם מכל אדם - זאגט (משלי כא, כג): "שֹׁמֵר פִּיו וּלְשׁוֹנוֹ, שֹׁמֵר מִצָּרוֹת נַפְשׁוֹ", דער וואס היט זיין מויל דער היט זיך פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען פארעכטן אין דיין לעבן וואס דו האסט שאדן געמאכט.

#2 - נישט טשעפען דעם מאן מיט זיין פארגאנגענהייט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייך אז איר האט געפאלגט וכו'; גלייבט מיר, איך ווייס וואס איך זאג. איר האט אן ערליכער מאן, ער איז זייער וואויל און גוט; איך זאג אייך נאכאמאל - דאס וואס האט פאסירט מיט אים וכו' דאס איז א טריק פונעם ס"מ, ער האט עס געטון נאר אוועק צו נעמען די ליבשאפט צווישן אייך.


עס וועט אים אבער גארנישט נוצן ווייל מיר הערן דעם קול פונעם הייליגן רבי'ן וואס האט געשריגן מיט זיין גאנצע כח (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יִאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל", עס איז נישט דא קיין יאוש! דער רבי האט דאס געשריגן פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק און מען הערט נאך דעם קול ביז היינט. נישט נאר מען הערט דער קול נאר עס ווערט גאר שטערקער און שטערקער, אזוי ווי עס שטייט ביי מתן תורה (שמות יט, יט): "וַיְהִי קוֹל הַשּׁוֹפָר הוֹלֵךְ וְחָזֵק מְאֹד", דער קול פונעם שופר איז געווארן העכער און העכער, זאגט דארט רש"י: "מִנְהָג הֶדְיוֹט כָּל זְמַן שֶׁהוּא מַאֲרִיך לִתְקֹעַ קוֹלוֹ מַחְלִישׁ וְכֵהֶה, אֲבָל כַּאן הוֹלֵך וְחָזֵק מְאֹד", געווענליך ווען איינער בלאזט ווערט דער קול שוואכער און שוואכער, אבער דא איז דער קול געווארן העכער און העכער; אזוי איז אויך ביים רבינ'ס זאך, מען הערט און מען נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער מער און מער.


עס איז געווען א גרויסער ערליכע איד, א ברסלב'ער חסיד, ר' ישראל קארדונער זכרונו לברכה. ער פלעגט זאגן: "איינמאל דער רבי האט געשריגן: "אֵין שׁוּם יִאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל", קיין יאוש איז נישט פארהאנען; קען דער ס"מ טאנצן פון דער ערד ביזן הימל, עס וועט אים גארנישט העלפן".


דער רבי לערנט אונז אויס אז פון יעדן מצב קען מען טרעפן א וועג ארויס; דער עיקר דארף מען פארגעסן וואס איז געווען. אויב מען וויל בויען א שטוב צוזאמען טאר מען נישט דערמאנען איינער דעם אנדערן אלטע מעשים, ווייל דאס איז א לאו אין די תורה. דער פסוק זאגט (ויקרא כה, יז): "לֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בבא מציעא נח:): אִם הָיָה בַּעַל תְּשׁוּבָה לֹא יֹאמַר לוֹ: "זְכוֹר מַעֲשֶֹיך הָרִאשׁוֹנִים", מען טאר נישט זאגן פאר א בעל תשובה: "געדענקסט ווען דו האסט געפראסן נבילות און טריפות".


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן וויינען אז דער גלח פון שטאט האט פארכאפט זיין טאכטער, דער רבי האט אים געגעבן א גוטע עצה ווי אזוי ער זאל איר ארויס כאפן פון דארט. נאכדעם וואס זי איז געראטעוועט געווארן פון דארט האט איר דער רבי גלייך א כלה געמאכט מיט א פשוט'ער בחור א שוסטער און דער רבי האט געזאגט פאר דעם חתן בזה הלשון: "איך בעט דיר זייער שטארק דו זאלסט קיינמאל נישט דערמאנען פאר דיין ווייב די מעשה וואס זי האט געהאט מיטן גלח און איך זאג דיר צו אז אויב דו וועסט איר קיינמאל נישט טשעפען מיט די אלטע מעשה וועסטו האבן קינדער צדיקים"; וכך הוה, דער איד האט זוכה געווען צו קינדער צדיקים און גרויסע רבנים.


ובכן, אויב איר וועט נישט טשעפען אייער מאן מיט די מעשה וכו' און איר וועט מתפלל זיין אז איר זאלט פארגעסן וואס איז געווען וכו', וועט איר זוכה זיין צו קינדער גרויסע צדיקים. ווייל וויסן זאלט איר אז יעדע דיבור פון רבי'ן גייט אן לדורי דורות, און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן עב): "עַל יְדֵי רְדִיפַת שָׁלוֹם מַצִּיל אֶת בָּנָיו מִמִּיתָה וּמִגָּלוּת", אז מען לויפט נאך שלום, מען זוכט עס זאל זיין שלום - וועלן די קינדער געראטעוועט ווערן פון טויט און פון גלות; ווען קינדער זעהן ווי די עלטערן לעבן בשלום וועלן זיי קיינמאל נישט איבער לאזן די שטוב און זיי וועלן אויך  אויפשטעלן א שיינע שטוב.

#1 - דברי חיזוק פאר איינעם וואס איז דורכגעפאלן
שלום בית, תשובה

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הגם איך האב שוין גערעדט מיט דיר און דיר מחזק געווען, דאך וועל איך דיר שרייבן אפאר חיזוק ווערטער, ווייל איך זע ווי צעבראכן דו ביסט, און דו זאגסט מיר אז דיין ווייב איז נאך מער דערשראקן און צעבראכן.


וויסן זאלסטו אז אפילו א מענטש זאל טון די הארבסטע עבירה רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה - ער זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶי, איך האב געזינדיגט פאר דיר", און ער זאגט ארויס די עבירה וואס ער האט געטון: "'וְכָזֹאת וְכָזֹאת עָשִׂיתִי', און איך וויל תשובה טון. זיי מיר מוחל אייבערשטער וכו' וכו'", דארף ער גלייבן אז דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף די עבירה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ד): "אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא: אִם אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה לְפָנַי, אִם חוֹזֵר וְעוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה - הַרֵי אֲנִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים, וַאֲנִי מְקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ, וְאֵין אֲנִי זוֹכֵר לוֹ אֲפִילוּ מִקְצָת עֲוֹנוֹתָיו", דער אייבערשטער זאגט, אויב א מענטש זינדיגט, און ער טוט תשובה, וועל איך רחמנות האבן אויף אים. איך וועל אנעמען זיין תשובה, און איך וועל מער נישט דערמאנען זיינע עבירות. נאך זאגן חז"ל (תורת כהנים בחוקותי, פרק ח): "אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיָּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", דער אייבערשטער זאגט, גלייך ווען א מענטש איז זיך מתודה פאר מיר, האב איך רחמנות אויף אים, און איך נעם צוריק דעם מענטש צו מיר.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זיי נישט צובראכן וכו'; דער יצר הרע האט דא געטראפן א גוטע וועג ווי אזוי ער קען צעברעכן דיין שלום בית. ער וועט דיר אינגאנצן צעברעכן און דערשרעקן דיין ווייב, בשעת ווען עס איז בכלל נישט געווען קיין שוגג און אודאי נישט קיין מזיד. נאר דאס הייסט א אונס גמור, ווייל עס איז נישט געווען ביום הוסת וכו'.


קוק וואס דער רמ"א זאגט (יורה דעה סימן קפה, סעיף ד): "וְאִם שִׁמְשָׁהּ שֶׁלֹא בְּשַׁעַת וֶסְתָּהּ, וּמָצְאָה אַחַר הֲתַּשְׁמִישׁ דָּם; אֲפִילוּ נִמְצָא עַל עֵד שֶׁלּוֹ - מִקְרֵי אוֹנֵס, אֲפִילוּ לֹא בָּדְקָה תְּחִלָּה, וְאֵינָם צְרִיכִים כַּפָּרָה לֹא הוּא וְלֹא הִיא".


דאס וואס דו זאגסט מיר אז אפשר וואלט זי זיך געדארפט בודק זיין וכו'; דער רמ"א פסק'נט (שם, סימן קפד, סעיף א) אז מען זאל נישט מרבה זיין בבדיקות וכו', עיין שם.


דערפאר זאלסטו נישט זיין ביי זיך געפאלן, וואס דאס וועט דיר נאר אראפ ווארפן אין עבירות רחמנא לצלן; ווייל דער ס"מ וויל נאר אז א מענטש זאל זיין ביי זיך צעבראכן, און אזוי קען ער אים נאכדעם אראפ ווארפן אין אנדערע עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט): "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ, כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית, עַל שֵׁם שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד", דער עיקר פארוואס א מענטש פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, קומט פון צעבראכנקייט, אז דער מענטש איז טרויעריג און דעפרעסט, מה שאין כן ווען א מענטש איז פרייליך, ווערט ער געראטעוועט פון עבירות. און דער רבי פירט דארט אויס: "עִקַּר שְׁמִירַת הַבְּרִית זוֹכִין עַל יְדֵי שִׂמְחָה", דער עיקר ווי אזוי מען איז זוכה צו שמירת הברית, דורכדעם וואס מען איז פרייליך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און שטארק דיין ווייב; עס דיך נישט אויף אויף אלטע מעשים, וואס איז געווען איז געווען, און מען דארף נישט טראכטן פונעם עבר.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו) אז שכחה איז א גרויסע מעלה, ווייל אז מען פארגעסט וואס עס איז געווען און מען טראכט נישט פונעם עבר, דעמאלט קען מען אנהייבן פון דאסניי דינען דעם אייבערשטן, אבער אויב מען האלט אין איין צוריק טראכטן וואס עס איז געווען, דאס לאזט נישט דעם מענטש ער זאל נאכאמאל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.