בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#58 - די כולל אינגעלייט זאלן זיך גיין פארהערן הלכות מקוואות
כולל, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער דיין שליט"א


איך האב זייער הנאה צו זען ווי פלייסיג מען לערנט אין כולל; זה חלקי מכל עמלי, צו זען התמדת התורה ביי די אינגעלייט.


זע אונטער צו יאגן די אינגעלייט מיט'ן זיך גיין פארהערן הלכות מקוואות; עס איז נישט קיין עסק צו איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, און יעדעס מאל מען וויל שוין גיין ווייטער - הויבט מען אן נאכאמאל; מען דארף זיך שוין רוקן פאראויס.


עס ווילן אריינקומען אויפ'ן קומענדיגן זמן פרישע אינגעלייט, איך האף דו וועסט מסדר זיין פאר יעדן א גוטע חברותא און שטיין על המשמר אז אלע זאלן מצליח זיין, אלע זאלן לערנען אליבא דהילכתא.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידינו, זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע ענינים.

#57 - זען פארוואס די עירקאנדישן אין כולל מאכט פראבלעמען
כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אריינקוקן אין די עירקאנדישן אין כולל אין שטעטל, עס מאכט א גערודער, עס שטערט מיר געבן שיעורים; לאז מיר וויסן אויב דאס ציט אריין אין גרויסע געלטער.


בכלל איז מיר א גרויסע וואונדער אז איך זע דיר נישט, איך הער נישט פון דיר; איך וועל זיך זייער פרייען דיר צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - איך האב נישט געוואלט איבערהאקן דיין לערנען
כולל, שטעטל, לימוד התורה, נחת, זומער

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך בין געווען דעם פארגאנגענעם מאנטאג אין שטעטל, איך האב אריינגעקוקט אין כולל צו זען ווי מען לערנט. איך האב דיר געוואלט געבן שלום עליכם, אבער איך האב נישט געוואלט איבערהאקן דיין לערנען; איך בין געשטאנען און געקוקט ווי איר לערנט מיט אזא התמדה, דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט.


געב איבער פאר'ן דיין הרב ר' יונה שליט"א, איך האב זייער געוואלט געבן פאר אים שלום און רעדן מיט אים, אבער ענקער התמדה האט מיר נישט געלאזט דאס טון.


איך האב דערציילט פאר מאמי תחי' פון דיין לערנען; איר פנים האט אויפגעשיינט, זי זאגט מיר: "יעצט האב איך פרישע כוחות ווייטער צו טון מיט די קינדער; ווען איך הער אז מיינע קינדער לערנען און פירן זיך ערליך – געבט דאס מיר כח".


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו קומען זומער אין שטעטל; איך דארף נאך אסאך הילף פונעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן גוט און גרינג.

#55 - די התמדת התורה פון די כולל אינגעלייט אין שטעטל
כולל, מוסדות, הדפסה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז שוין שפעט ביינאכט, איך בין שוין אביסל מיד. היינט בין איך געווען אין שטעטל, אנהויב טאג בין איך געפארן קיין קרית יואל באזוכן אונזער חדר און סקול, מחזק זיין די איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס, פון דארט בין איך געפארן צום שטעטל, איך בין געווען דארט באזוכן די חדר און סקול, אויך בין איך געווען באזוכן דעם נייעם בנין בית הדפוס וואו מען דרוקט און מען פארשפרייט אזויפיל חיזוק פאר טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער.


שחרית האב איך געדאווענט שפעט, ארום עלף אזייגער אין האשקי שול; דארט האב איך באגעגנט א זאך וואס איך האב נאכנישט בייגעוואוינט, איך האב געהערט און געזען די התמדה פון די כולל אינגעלייט, זיי האבן געלערנט מיט אזעלכע קולות, מיט א חיות, זיי האבן נישט מפסיק געווען. דו ווייסט דאך ווי אזוי עס זעט אויס ווען איך קום אין שטעטל, עס ווערט יום טוב אין דער וואכן, אלע קומען צו גיין, אלעס שטעלט זיך אפ; זיי האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון מיר, איך האב אזוינס הנאה געהאט, איך בין ארויס פון התפעלות.


איך שרייב דיר די זאך יעצט ביינאכט מידערהייט, איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט נישט אפלאזן די עבודת הקודש פון צאמנעמען צדקה פאר אונזער כולל. איך וויל העכערן די כולל געהאלט, ווייל מיר שטייען יעצט אין א צייט וואס אלעס הייבט זיך, די פרייזן הייבן זיך; דארפן מיר אויך הייבן די כולל געהאלט.


איך שלאף שוין איין.

#54 - הלוואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע אינגעלייט ווי דיר
כולל, תפילה והתבודדות, שטעטל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די כולל געלט.


זיי מיר מוחל, איך האב נישט דיר געמיינט. איך האב געבעטן דעם מנהל ער זאל שרייבן אויף אלע טשעקס, ווער עס האט נישט געהיטן די צייט זאל צוריק שיקן געלט, וויפיל ער פארשטייט; איך האב געמיינט די אינגעלייט וואס היטן נישט די צייט, נישט דיר האב איך געמיינט, דו ביסט א טייערער אינגערמאן; הלוואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע אינגעלייט ווי דיר.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, גיי אביסל שפאצירן אין פעלד. דו וואוינסט דאך אין גן עדן, די שטעטל איז אזוי ריין, אזוי הייליג.


איך בין געווען יום טוב שבועות אין שטעטל, איך האב זיך אזוי מחי' געווען, איך האב געלייגט א טיש הונטערן שול, צווישן די ביימער, איך האב דארט געלערנט שבועות אינדערפרי און זיך מתבודד געווען. עס האט זיך געשפירט אזוי גוט; וואס מער דארף מען פון זיך מתבודד זיין צווישן די פעלדער, מען שפירט דעם אייבערשטן, ממש די ברכה פון די תורה (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם", ווי רש"י זאגט: "אֲטַיֵּל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן".

#53 - אלעס גייט ארויף, די כולל געלט דארף אויך ארויפגיין
כולל, צדקה, נחת, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרוס פון מירון, דיין זון ... נרו יאיר איז דא מיט מיר, מיר האבן געהאט א הערליכע יום טוב ל"ג בעומר, און א הערליכע שבת; וועסט שוין הערן פון דיין זון ווי שיין דא איז געווען.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר באצאלן די כולל אינגעלייט. די אינגעלייט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, מען הערט כסדר גרוסן, ווער עס פאלט אריין אינמיטן טאג אין שול - ווערט זייער איבערגענומען פון זייער התמדה.


דערפאר בעט איך דיר, זיי ממשיך שטערקער און מערער, איך וויל זיי צאלן מער וויי צוויי הונדערט און פופציג דאלער א וואך. אלעס איז ארויף, פרייזן גייען ארויף העכער און העכער, אויסער די געהאלט פאר כולל אינגעלייט. הלוואי וואלסטו מיר געהאלפן איך זאל זיי קענען צאלן מער ווי טויזנט דאלער א חודש.


מענטשן ווארטן מיט צדקה, מענטשן ווילן געבן צדקה; מענטשן זוכן זכותים, מען וויל העלפן; עס דארף נאר זיין איינער זאל ארומגיין צאמנעמען. דארפסט נישט טראכטן אזויפיל מאל פאר דו בעטסט צדקה, א שאד זיך פייניגן; די אלע ווילן דיר געבן, זיי שעמען זיך צוצוגיין, זיי ווארטן דו זאלסט זיי בעטן, דער פראבלעם איז אז דו שעמסט אויך, און דאס טאר נישט זיין פארשעמט.

#52 - איך וועל זיך פרייען אז דו וועסט קומען לערנען אין כולל
כולל, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי ב', כ"ו ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו טרעפן דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח אין שטעטל, איך האב הנאה געהאט צו זען דיינע קינדער; פאר מיר איז זייער חשוב צו האבן אזא משפחה ווי דיר אין שטעטל.


איך וויל דיך פרעגן, ווי איך פארשטיי האסטו א שטארקע געפיל צו לערנען, איך הער אז דו האסט שיעורים מיט חברותות אין הלכה; אפשר ווילסטו קומען לערנען ביי אונז אין כולל? פאר מיר וועט דאס זיין זייער א פרייליכע זאך.


מיר גייען דעם זמן לערנען הלכות שבת, דער דיין שליט"א איז דער ראש הכולל, ער העלפט די אינגעלייט פארשטיין און מצליח זיין.


לאז מיר וויסן אויב יא, אזוי וועל איך דיר קענען צושטעלן חברותות.


יעצט צאלן מיר צוויי הונדערט פופציג א וואך, א חודש טויזנט דאלער, און אויב מען קומט נישט צייטליך פארלירט מען דאס לערנען; די געלט רעכנט מען נישט אראפ.


 

#51 - גיי שלאפן צייטליך, וועסטו קענען זיין אין כולל אין צייט
כולל, שלאפן, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין באליבטער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דער דיין שליט"א, דער ראש הכולל – זאגט מיר, דו לערנסט זייער פלייסיג, אבער ער זאגט עס שטערט זייער אז דו האלסט נישט קיין זמנים, מען קען נישט זיין אין כולל אזוי, ער זאגט מיר ער האט זיך קובע מקום געווען אויסגעדרייט זיין פנים צום וואנט צוליב דיר, ער קען נישט זען ווי דו קומסט טאג איין טאג אויס עלף אזייגער אדער צוועלף.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט אויסדרייען דיין סדר היום. תיכף נאך מעריב זאלסטו אהיים גיין, בלייב נישט שמועסן אין שול, בלייב נישט טון פאר הדפסה, גארנישט, גיי אהיים, האסט א ווייב וואס ווארט דיר.


יעצט זומער ווען מען דאווענט מעריב שפעט דארפסטו זיין אין שטוב שפעטסטנס צען אזייגער, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס לערנען דיינע שיעורים כסדרן און דאווענען, עסן פת שחרית און זיין גרייט און צייט אין כולל.


איך וועל שרייבן פאר דיין ווייב זי זאל דיר העלפן אויפשטיין צייטליך.

#50 - עס איז א תענוג און נחת צו הערן ווי די כולל אינגעלייט לערנען
כולל, צדקה, שטעטל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


איך האב יעצט ערהאלטן פון משה ארי' נרו יאיר מנהל הכולל - אז דו האסט געגעבן פינף טויזנט דאלער פאר די כולל. איך בענטש דיר, בזכות די מצוה פון החזקת לומדי תורה - זאלסטו זען גרויסע ניסים, דו און דיין ווייב זאלן זיין געזונט און האבן נחת פון די קינדער.


די וואס וואוינען אין שטעטל - זיי זעען פון דער נאנט די התמדה פון אונזערע כולל אינגעלייט, ובראשם דער ראש הכולל, דער דיין שליט"א, ווי פלייסיג זיי לערנען. עס איז א תענוג און נחת אריינצוקומען אינמיטן טאג אין בית המדרש און זיך אונטער הערן ווי די כולל אינגעלייט לערנען. אזויפיל אינגעלייט זאגן מיר זיי קומען אמאל אריין אינמיטן טאג זיך אפרוען, זיי הערן די זיסע קול תורה, זיי ווילן נישט צוריקגיין ארבעטן, זיי ווילן אויך לערנען.


זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב.

#49 - מיין ישיבה און כולל איז דער סדר דרך הלימוד
כולל, חסידות ברסלב, וויכוחים, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, תכלית, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו זען פנים בפנים אין ארץ ישראל, איך האב הנאה אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן. דו האסט נישט קיין ישיבה, דו דארפסט נישט קיין ישיבה; דיין ישיבה איז דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיין ישיבה איז סדר דרך הלימוד, מיין כולל איז סדר דרך הלימוד", מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר דער וואס האט דאס נאכנישט טועם געווען.


טענה נישט מיט קיינעם, ובעיקר מיט די וואס פאררופן זיך ברסלב'ע. קוק וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶך הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אֲשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - איך דארף האבן געלט פאר די לומדי הכולל אויף פסח
כולל, צדקה, אידיש געלט, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז מיט דיר? ... נרו יאיר זאגט מיר אז ער געבט דיר יעדע חודש א טשעק פאר'ן כולל און דו דעפאזיטסט עס נישט, ער פרעגט מיר 'וואס גייט דא פאר, מען דארף יא געלט אדער נישט? איך געב געלט און עס גייט נישט ארויס פון מיין אקאונט'; וויל איך פארשטיין וואס גייט פאר. יעצט קומט יום טוב פסח, איך דארף האבן געלט צו קענען געבן פאר די לומדי הכולל, דאס ביסל געלט וואס זיי באקומען - זאלן זיי כאטשיג באקומען.


זיי נישט קיין בטלן, זיי נישט בקטנות; אז איינער וויל דיר העלפן - זאלסטו זיך לאזן, נישט סתם מאכן חוזק; נעמען טשעקס און דאס נישט דעפאזיטן.


געב איבער א גרויסן יישר כח פאר דיין ווייב תחי', פאר'ן מקרב זיין אלע געסט דעם שבת, זי האט גוט געטון וכו'.

#47 - יישר כח פאר'ן העלפן די בני הכולל אויף יום טוב פסח
כולל, צדקה, הכרת הטוב, שטעטל, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אנטראגן צו העלפן די בני הכולל זיי זאלן האבן שפע אויף יום טוב פסח. איך טראכט אסאך, ווי אזוי קען איך העלפן די כולל אינגעלייט? זיי באקומען א קליינע געהאלט, יעצט ווען עס קומט יום טוב פסח וויל איך זיי געבן עפעס מער.


בזכות העלפן אינגעלייט וואס לערנען תורה - וועסטו האבן גרויס הצלחה. אז עס וועט דיר אויסקומען צו זיין אין שטעטל - כאפ א בליק אויף די אינגעלייט ווי זיי לערנען, זיי לערנען בהתמדה רבה; בזכות דעם וועסטו מצליח זיין.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא, אפילו בגירסא.

#46 - יישר כח פאר די שיינע נדבה פאר די כולל
כולל, צדקה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון האברך ... נרו יאיר אז דו האסט געגעבן צדקה פאר אונזער כולל; האסט געגעבן צוואנציג טויזנט דאלער. קודם כל דאנק איך דיר פאר'ן העלפן די טייערע אינגעלייט וואס לערנען מיט א מורא'דיגע התמדה, און אויך פאר'ן מיר פריוואט העלפן; ווייל א חודש וואס עס איז נישטא קיין געלט צו צאלן - דארף איך אריינקומען אין בילד, איך דארף זארגן צו שאפן זייער געהאלט, יעצט האבן מיר אויף נאך צוויי חדשים זיי צו צאלן. דער אייבערשטער זאל דיר געבן גרויס שפע, דו זאלסט קענען געבן בקרוב דאפלט און טריפל פי כמה.


געב א גרוס פאר דיין ברודער ... נרו יאיר, ער העלפט מיר זייער מיט א ברייטע הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - מען וועט באצאלן אלע כולל אינגעלייט וואס האלטן איין די זמני הכולל
כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע כולל אינגעלייט בקרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק


קומענדיגע וואך וועט מען באצאלן אלע כולל אינגעלייט וואס קומען צייטליך און האלטן איין די זמני הכולל, די אלע אינגעלייט וואס קומען נישט צייטליך - וועלן נישט באקומען באצאלט אויף די וואך, נאר לויט וויפיל זיי זענען געקומען.


...


נ.ב. ביטע זיך צייכענען און אריינשיקן די צעטלעך אין ישיבה.

#44 - כולל אינגעלייט דארפן נישט צאלן שכר לימוד
כולל, שכר לימוד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך מיר זענען אנגעקומען אהיים בשלום. איך האב זיך זייער געפרייט אז דו ביסט מיט געקומען מיט די נסיעה אויף מקומות הקדושים מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, זכותם יגן עלינו.


איך וויל איינפירן ביי אונז אין מוסד אזוי ווי מיר האבן שוין פון פריער אפגעמאכט אז מלמדים דארפן נישט צאלן "שכר לימוד" פאר זייערע קינדער; וויל איך איינפירן פון היינט אז אויך די כולל אינגעלייט זאלן נישט דארפן צאלן קיין שכר לימוד.


די כולל אינגעלייט באקומען א קליינע געהאלט, א צייטליכער אינגערמאן וואס פעלט נישט און האלט די זמנים באקומט א יאר צוועלף טויזנט דאלער; דאס איז זייער א קליינער געהאלט, איך וויל זיי העלפן זיי זאלן קענען לערנען מיט ישוב הדעת.


געב איבער אין אפיס די נייע זאך.


שטארק זיך, זיי מחזק אנשי שלומינו, געב יעדן גוטע ווערטער, געב יעדן חיזוק; דאס וועט דיר מחזק זיין. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד) אן עצה צו קומען צו גדלות המוחין איז צו מחזק זיין אנדערע.

#43 - ס'זאל נישט אריבערגיין א טאג אן א בלאט גמרא
כולל, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די כולל חודש'ליך; די פאר אינגעלייט וואס מיר האבן אין כולל לערנען בהתמדה רבה, עס איז א גרויסע זכות צו העלפן תורה. איך שפיר פאר א זכי' צו האבן די כולל, העלפן אינגעלייט לערנען תורה.


שטארק זיך בלימוד התורה, לערן דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אפילו בלי הבנה כלל; זיי שטארק אינעם בלאט גמרא, זע עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען דעם בלאט גמרא.


דער הייליגער צדיק רבי שלמה מ'זעוויל זכותו יגן עלינו האט זיך אויסגעדרוקט: "א מענטש וואס לערנט נישט גמרא, יענעם טאג האט ער א פנים ווי א הונט, ה' ישמרינו", אמאל האט ער געשריגן צום גבאי ער זאל שנעל קומען ווייל א הונט איז אין שטוב, דער גבאי קומט צו לויפן און זעט א מענטש, אבער דער צדיק ווייזט אויף יענעם, ער זעט אויס ווי א הונט; וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן.


 

#42 - "הכרת הטוב" פאר'ן מיר העלפן אויסהאלטן די טייערע כולל אינגעלייט
כולל, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה דעם הייליגן ספר "לקוטי מוהר"ן" פאר "הכרת הטוב" פאר'ן מיר העלפן אויסהאלטן די טייערע כולל אינגעלייט תלמידי היכל הקודש, וואס לערנען בהתמדה רבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה בכל מעשיך, וכתיבה וחתימה טובה.


דיין ראש ישיבה.

#41 - ברענגען ד' מינים צו פארקויפן
כולל, שטעטל, אומאן, סוכות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פאריאר האסטו געברענגט אתרוגים און לולבים אין שטעטל, איך האף די יאר וועסטו אויך פארקויפן אין בית המדרש די ד' מינים, מאך שוין די קשרים זאלסט האבן גוטע סחורה, ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט. מיר פארן קיין אומאן, מיר קומען צוריק אויסגעמוטשעט, דעמאלט איז נישטא קיין צייט, מען דארף שוין אלעס ערלעדיגן.


איך האב זייער הנאה פון דיין התמדה, דו לערנסט פלייסיג אין כולל, אבער די זמנים דארפסטו מער האלטן; אז מען וויל הצלחה דארף מען האבן א סדר מיט זמנים.


אז מען קומט נישט אין צייט נעם איך אראפ פון די כולל געהאלט.

#40 - איך שעפ נחת פון אונזער טייערער כולל
כולל, הלכה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיין התמדה אין כולל, איך האב אזוי שטארק ארויסגעקוקט אלע יארן, פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, 'ווען וועט זיין רייף די צייט צו קענען האבן א כולל להלכה, צו קענען אויפשטעלן דיינים, מורה הוראה'ס?' יעצט שטיי איך אין דער זייט, איך שעפ נחת פון אונזער טייערער כולל.


איך וויל דיר מזרז זיין זאלסט היטן די זמנים; מען קען האבן הצלחה נאר אז מען היט די זמנים, די סדר אין כולל זאל זיין ביי דיר חשוב'ער פון אלעמען.


איך וויל נישט אראפנעמען פונעם געהאלט, אבער אז מען היט נישט די זמנים וועל איך אראפנעמען פונעם געהאלט.

#39 - זאלסט ממשיך זיין קומענדיגע יאר לערנען אין כולל
כולל, שטעטל, אומאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר כולל היכל הקודש


דא האסטו טויזנט דאלער כולל געלט פאר חודש אב.


איך מוז דיר זאגן, איך בין זייער צופרידן פון דיר, דו נעמסט כולל זייער ערנסט; איך זע במשך די זומער וואכן ווי פלייסיג דו לערנסט און ווי דו היטסט די זמנים, ממש א ברכה; פון דיר וועלן זיך אלע חברים אפלערנען צו נעמען ערנסט די כולל זמנים.


איך וויל זייער דו זאלסט ממשיך זיין קומענדיגע יאר לערנען אין כולל. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומט דער נייער דיין שליט"א וואוינען אין שטעטל, ער וועט אריינבלאזן א פרישע חיות אין די כולל אינגעלייט, עס וועט זיין א געשמאקע לופט אין כולל.


מיר פארן דאך יעצט קיין אומאן צום רבי'ן, דארט וועלן מיר זיך קענען אויסגיסן דאס הארץ זוכה זיין צו: "וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְמִצְוֹתֶיךָ, וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ".


א כתיבה וחתימה טובה.

#38 - זאלסט זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין גמרא והלכה
כולל, לימוד התורה, גמרא, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... שליט"א


איך האב זייער הנאה צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט אין כולל, איך שיק דיר דא כולל געלט.


איך האב הנאה ווי צוביסלעך קומסטו אריין מיט טעם, מער און מער, אין לערנען הלכה. איך געדענק מיינע ערשטע יארן אין כולל, עס איז מיר נישט געווען גרינג, עס נעמט אביסל צייט ווילאנג מען באקומט א טעם אין הלכה.


איך וויל דיר שטארקן זאלסט זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין גמרא והלכה. לערן יעדן טאג דעם דף גמרא און פרוביר עס צו לערנען מיט תלמידים, ובנוסף לזה לייג זיך אריין אין הלכה; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן לערנען הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


איך האב אסאך נחת פון דיין עבודת ה'; איך און מאמי דאנקען יעדן טאג דעם אייבערשטן אז מיר האבן אזעלכע טייערע קינדער, מתנות פונעם אייבערשטן. מיר דאנקען פאר דיר און דיין ווייב, דיין ווייב איז זייער אן איידעלע, מיר שעפן נאר נחת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#37 - ווען דו ענדיגסט לערנען א מקצוע, זאלסטו זיך גיין פארהערן
כולל, שלאפן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ר' ... שליט"א


איך האב זייער הנאה צו זען ווי דו לערנסט פלייסיג אין כולל; זה חלקי מכל עמלי, צו זען ווי מיינע קינדער לערנען פלייסיג די הייליגע תורה.


איך וויל דיר זייער בעטן, ווען דו ענדיגסט א מקצוע זאלסטו זיך גיין פארהערן, אזוי וועסטו באקומען א שטופ צו גיין ווייטער. יעצט ווען דו ענדיגסט הלכות מקוואות זאלסטו זיך פארהערן, אזוי אויך וויל איך דו זאלסט ענדיגן לערנען הלכות שחיטה און ארויסנעמען א כתב ביי רבנים צו באקומען סמיכה, ווייל אויב דו וועסט דאס אפלאזן און גיין צו א צווייטע לימוד, וועסטו נישט האבן די שטופ אויף ווייטער. דעריבער בעט איך דיר, ווען דו לערנסט א מקצוע זאלסטו עס נישט אפלאזן ווילאנג דו ענדיגסט דאס.


אויך בעט איך דיר זאלסט גיין שלאפן פרי, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס לערנען מיט א קלארע קאפ. אז מען גייט שלאפן אין צייט – קען מען אויפשטיין, גיין אין מקוה, לערנען און דאווענען אזוי ווי מען דארף.


איך און מאמי דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מתנה אז די קינדער לערנען און דאווענען און טוען גוטע זאכן, אויך דיין ווייב איז איידל און טייער.


א כתיבה וחתימה טובה.

#36 - א פרישע מקוה טהרה מיט אלע דקדוקים און אלע הידורים
כולל, מקוה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, אז מען האט געגאסן די מקוה ביי דיר; א מקוה טהרה מיט אלע דקדוקים און אלע הידורים.


דער דיין שליט"א איז דארט געווען און געגעבן דעם הכשר, ער זאגט מיר אז די מקוה איז זייער מהודר.


אויך דער וויזניצער דיין שליט"א, בנוסף - די צוויי מומחים, ר' ... נרו יאיר, און הרב ר' יצחק טריגער שליט"א האבן זייער באוואונדערט די גאנצע ארבעט.


די מקוה האט א מעלה אז עס איז געמאכט געווארן דורך תלמידי חכמים; די חשוב'ע כולל אינגעלייט האבן דאס געמאכט פון אנהייב ביז'ן סוף, די גרוב האבן די בחורים געגראבן. דער מומחה הרב טריגער שליט"א האט זיך מפלפל געווען מיט זיי, ער זאגט מיר: "די אינגעלייט זענען תלמידי חכמים".


דער אייבערשטער זאל העלפן אינעם זכות וואס דו און דיין ווייב האבן אוועקגעגעבן אייער דירה פאר א מקוה טהרה, זאלט איר זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, עס זאל זיין שמחות ביי דיר שטענדיג.


 

#35 - ווי מער מ'לערנט, אלץ געשמאקער ווערט עס
כולל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם, זע צו זיין צייטליך אין כולל און אויך זאלסטו לערנען מיט דיין חברותא דעם לימוד וואס מען לערנט אין כולל.


אין אנהייב איז עס שווער, אבער עס ווערט נאר זיסער און זיסער; אז דו וועסט לערנען פלייסיג מיט דיין חברותא – וועסטו מיר מאכן א גרויסע נחת רוח. פרעג די אנדערע כולל אינגעלייט, פאר זיי איז אויך שווער געווען אין אנהייב, יעצט איז זיי אזוי געשמאק דאס לערנען, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו (שיחות הר"ן, סימן יז): "אז די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים וועסטו שוין גארנישט דארפן".


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר דיר און דיין משפחה, איר זאלט מצליח זיין.


פון דיין טאטע

#34 - די הצלחה פון א שטאט איז די וואס לערנען תורה בהתמדה
כולל, שטעטל, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער פאר די כולל אינגעלייט אז איך בין זייער איבערגענומען פון ענקער התמדה. ווען איך קוק אינעם סקרין זע איך ווי איר לערנט פלייסיג, איך האלט מיט דא אין ישיבה ווי פלייסיג איר לערנט.


דאס איז ביי מיר דער יסוד פונעם שטעטל; נישט די הייזער, נישט דאס איז די הצלחה פון שטעטל, די הצלחה פון א שטאט איז די וואס לערנען תורה בהתמדה, די בויען די שטעטל.


איך האף דו פאלגסט מיר מיט'ן לערנען דעם דף מיט א חברותא, קוק זיך פאר אינדערפרי דעם בלאט גמרא און שפעטער זאלסטו דאס פארלערנען פאר א צווייטן; דאס וועט דיר עפענען דעם קאפ, דו וועסט קענען די גמרא קלאר, ווייל תורה וואס מען לערנט מיט אנדערע – בלייבט איינגעקריצט.