בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2193 - מיטהאלטן דעם שיעור כללי אין הלכות פסח פונעם דיין שליט"א
הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי מודיע פאר אלע אינגעלייט אז עס וועט זיין א שיעור כללי פונעם דיין שליט"א אין הלכות פסח זונטאג נאכט אום אכט אזייגער אין בית המדרש אין שטעטל, אלע זאלן קומען צום שיעור; מען זאל דאס נעמען זייער ערנסט כדי מען זאל קענען אריינברענגען דעם יום טוב פסח אזוי ווי עס דארף צו זיין.


אויך וועט דער דיין ארויסקומען נענטער צום יום טוב פסח, מען וועט קענען פארקויפן די חמץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2192 - זע צו שמועסן פון רבי'ן און פון רבינ'ס מענטשן
חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ה אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער, ברענג אריין א חיות אין די אינגעלייט; זע אז דער רבי זאל זיין צווישן אייך, מוהרא"ש זאל זיין צווישן אייך.


זע צו שמועסן פון רבי'ן און פון רבינ'ס מענטשן; ווייל דער רבי געפונט זיך נאר דארט וואו מען רעדט זיינע ווערטער. אז מען רעדט נישט פון רבי'ן איז גארנישט דא; מעג זיין גרויסע ווערטער "בית המדרש ברסלב", אבער דער רבי איז נישט דארט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זע מען זאל רעדן שיחות פון רבי'ן, חיזוק פון רבי'ן; זע צו טאנצן כמה פעמים: "אשרינו מה טוב חלקינו, ומה נעים גורלינו".


איך גיי היינט מאכן א ברית, איך ווארט מיין טאטע, קארלסבורגער רב שליט"א - זאל צוריק קומען פון ארץ ישראל, זיך באטייליגן ביים ברית.


איך וועל בעטן ביים ברית פאר דיר, דו זאלסט מצליח זיין.

#2191 - מסדר זיין "אשר בנחל" אויף א שיינעם פארנעם
אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ה אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן אז דו ביסט מסדר ווייטער די הייליגע בריוו פון "אשר בנחל", דו ענדיגסט יעצט חלק ג'.


דו האסט נישט קיין השגה וואס די בריוו טוט; וויפיל הונדערטער אידן זענען זיך מחי' מיט די בריוו, די בריוו בלאזט אריין א חיות, א נשמה – אין מענטשן, עס ברענגט אמונה אין די וועלט.


שטארק זיך אין די הייליגע ארבעט, לייג אלעס אין דער זייט ביז דו ענדיגסט ארויסגעבן די אידישע בריוו שיין אויסגעארבעט אן קיין טעותים. טו עס אן מיט א שיינע מפתח, אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו ישועות, רפואות, פרנסה און אלע ברכות.

#2190 - גיין נאר צו אן ערליכע קיאסק
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ה אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב האט מיר געשריבן, זי פרעגט אויב זי זאל ענדערש איינקויפן אין אידישע געשעפטן, אדער קען זי איינקויפן אין קיאס"ק פאר ביליגער, אבער מען קען זען געוויסע בילדער פון גוים.


זאג דיין ווייב אז זי קען איינקויפן אין קיאס"ק, מיט דעם שטיצט זי דיר דו זאלסט קענען בלייבן אין כולל לערנען; די בילדער איז דא אין די געשעפטן אויך.


פארשטייט זיך, זי זאל גיין נאר צו אן ערליכע קיאסק; ברוך ה' אין שטעטל האבן מיר אן ערליכע קיאסק. איך האב געבעטן די הנהלה אז איך וויל א קיאסק אין שטעטל; פון די ערשטע זאכן אין שטעטל האב איך דאס געעפנט, אז די משפחות זאלן נישט ארייננעמען אין שטוב קיין אינטערנעט, אז מען וויל עפעס קויפן זאל מען האבן וואו צו קויפן.


זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב זי זאל נישט ארייננעמען אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען דאס מחבר זיין מיט אינטערנעט און וואס זי דארף איינקויפן זאל זי גיין מיט דיר צום קיאסק איינקויפן פאר ביליג, אזוי וועסטו קענען לערנען מיט ישוב הדעת.

#2189 - נוץ אויס דער גרויסן טאג, דיין יום החופה
שמחות, חתן, יום החופה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה! היינט איז דיין גרויסע טאג וואס דו גייסט אויפשטעלן דיין שטוב, נאך אפאר שעה גייסטו צו די חופה. היינט איז ביי דיר אזוי ווי "יום כיפורים", מען איז דיר מוחל אלע דיינע עבירות.


זיי נישט קיין בטלן, נוץ אויס דעם גרויסן טאג; זאג תהילים וויפיל דו קענסט, פרוביר צו ענדיגן תהילים און אז דו קענסט נישט ענדיגן גאנץ תהילים זאג וויפיל דו קענסט. אויך זאלסטו שמועסן מיט'ן אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן אז דיין גאנץ לעבן זאל זיין מיט'ן באשעפער.


זיי מיר מוחל, איך קען נישט קומען צו די חתונה; מיין ווייב תחי' איז זיך געגאנגען אפרוען פון האבן דאס קינד, איך בין אין שטוב מיט אלע קינדער. אויך איז מיין טייערער זיידע זכותו יגן עלינו, דער קארלסבורגער רב - יעצט נסתלק געווארן, איז נישט שייך איך זאל פארן קיין פלארידא צו די חתונה.


איך וואונטש דיר אלע ברכות; איך וואונטש דיר פון מיין הארץ דו זאלסט אויפשטעלן א אידישע שטוב, אן ערליכע שטוב, די שכינה הקדושה זאל רוען צווישן אייך.

#2188 - נעם דעם רבי'ן פאר דיר, מאך נישט קיין רעש און קיין טומל
כיבוד אב ואם, יבנאל, חסידות ברסלב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מצער זיין דיין טאטע מאמע, וואס דארפן זיי וויסן בכלל אז דו שעפסט חיות פון רבי'ן? לדעתי קענסטו דאס באהאלטן פון זיי, בפרט ווען זיי זאגן קלאר עס שטערט זיי נישט אז דו הערסט שיעורים און אז דו האסט חיות פון די הייליגע ספרים; זיי בעטן דיר נאר אז דו זאלסט נישט מאכן קיין רעש און א טומל, קענסטו דאס באהאלטן פון זיי.


נעם דעם רבי'ן פאר דיר, מאך נישט קיין רעש און קיין טומל. אז דו ווילסט פארן קיין יבנאל - זאלסטו פארן געזונטערהייט, וואס דארפן דיינע עלטערן מיטהאלטן אז דו פארסט? אז דו ווילסט גיין צו די חבורות זיך מחזק זיין - זאלסטו גיין געזונטערהייט, אבער וואס דארפסטו יעדן איינעם מודיע זיין וואו דו גייסט? דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז דיר נישט קיין מונע, זי האלט דיר נישט אפ, קענסטו דאך דינען דעם אייבערשטן אזוי שיין, אזוי זיס, אן מחלוקות.


איי וועסטו פרעגן, וואס וועסטו טון ראש השנה? ראש השנה דארפן דאך אלע קומען קיין אומאן; ביז ראש השנה איז דא אסאך צייט, קענסט נאך אסאך מתפלל זיין דו זאלסט זוכה זיין צו קומען צום רבינ'ס ראש השנה, אלע דארפן מתפלל זיין אויף דעם, מען האט דאך געזען וואס האט פאסירט פאריאר תשפ"א ווען די גרעניצן זענען געווארן פלוצלונג פארשלאסן, ווער ווייסט וואס גייט זיין די יאר ראש השנה תשפ"ב הבא עלינו לטובה? קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין, קיינער איז נישט פארזיכערט, אלע דארפן מיר אנקומען צו תפילה; אבער ביז ראש השנה איז דאך ממש א שאד זיך צו קריגן.


ליין איבער דעם בריוו אפאר מאל, ליין עס נישט שנעל; וועסטו זען א וועג ווי אזוי דו זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטן, שפירן די זיסע געשמאקע איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן - אן קיין מחלוקות, אן קריגערייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2187 - איר דארפט גיין אינאיינעם צו אן ערליכער רב וואס זאל אייך מדריך זיין
שלום בית, הדרכות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מיר מוחל, די זאכן קען מען נישט ענטפערן בכתב מפני הצניעות.


איר דארפט גיין אינאיינעם, דו מיט דיין ווייב - צו אן ערליכער רב וואס וועט אייך מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב; ווייל פון אייער שאלה זעט זיך אן אז מען האט אייך נישט גוט מדריך געווען, מען האט אייך געלערנט פאלשע הדרכות רחמנא לצלן, כאילו דאס חתונה האבן איז א בדיעבד שבדיעבד.


ליידער ליידער איז דאס געווארן א ביזנעס; מדריכים און מדריכות, מען לערנט מיט חתנים און כלות, מען מאכט פון דעם א נערוון זאך און פון דעם קומען ארויס פילע מכשולות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2186 - מען ציט זיך נישט אוועק פון איין לאנד צום צווייטן צוליב פרנסה
פרנסה, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


אויב איז די גאנצע שאלה בנוגע פרנסה, זע איך נישט פארוואס איר זאלט זיך אוועקציען, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מען ציט זיך נישט אוועק פון איין לאנד צום צווייטן צוליב פרנסה. עס זענען דא גענוג און נאך מענטשן מיט פרנסה אין ארץ ישראל און גענוג און נאך מענטשן אין חוץ לארץ וואס האבן נישט קיין פרנסה; צוליב דעם זאלט איר נישט קומען קיין חוץ לארץ.


הערט א מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (תנחומא תזריע, ו): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה רוֹאֶה אֶת הַנְּגָעִים", עס איז געווען א כהן וואס פלעגט קוקן נגעים, "מָטָה יָדוֹ, בִּקֵּשׁ לָצֵאת לְחוּצָה לָאָרֶץ", מיט די צייט איז ער געווארן ארעם און ער האט געוואלט ארויסגיין קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "קָרָא לְאִשְׁתּוֹ אָמַר לָהּ: בִּשְׁבִיל שֶׁבְּנֵי אָדָם רְגִילִין לָבֹא אֶצְלִי לִרְאוֹת אֶת הַנְּגָעִים, קָשֶׁה עָלַי לָצֵאת מֵעֲלֵיהֶם", האט ער גערופן זיין ווייב און איר געזאגט: עס איז מיר שווער אוועק צו גיין קיין חוץ לארץ ווייל מענטשן קומען דא כסדר ווייזן זייערע נגעים, "אֶלָּא בּוֹאִי וַאֲנִי מְלַמְּדֵךְ שֶׁתְּהֵא רוֹאָה אֶת הַנְּגָעִים", איך וועל דיר אויסלערנען ווי אזוי מען קוקט אויף א נגע, אזוי וועסטו קענען קוקן נגעים און איך וועל קענען פארן קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "אִם רָאִית שְׂעָרוֹ שֶׁל אָדָם שֶׁיָּבֵשׁ הַמַּעְיָן שֶׁלּוֹ, תְּהֵא יוֹדַעַת שֶׁלָּקָה", ער האט איר געלערנט אז אויב זי זעט ווי די קוואל פונעם האר איז פארטריקנט איז א סימן אז דער האר איז געשלאגן, "לְפִי שֶׁכָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ", ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדן האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן פרנסה צו לעבן, "יָבֵשׁ הַמַּעְיָן, יָבֵשׁ הַשֵּׂעָר", אבער אז דער קוואל איז טויט איז א סימן אז דער האר איז טויט, "אָמְרָה לוֹ אִשְׁתּוֹ, וּמָה אִם כָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ. אַתָּה שֶׁאַתָּה בֶּן אָדָם, כַּמָּה שְׂעָרוֹת יֵשׁ בְּךָ, וּבָנֶיךָ מִתְפַּרְנְסִין עַל יָדְךָ, לֹא כָּל שֶׁכֵּן שֶׁיְּזַמֵּן לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פַּרְנָסָה", האט אים זיין ווייב געזאגט: מה דאך אז דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדן האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן צו לעבן, איז דאך זיכער אז דו וואס דו האסט טויזנטער האר, דו האסט א ווייב און קינדער וואס נעמען פרנסה פון דיר וועט דיר דער אייבערשטער זיכער געבן פרנסה, "לְפִיכָךְ לֹא הֵנִיחָה אוֹתוֹ לָצֵאת חוּצָה לָאָרֶץ", זי האט אים זייער שטארק מחזק געווען און אים נישט געלאזט פארן קיין חוץ לארץ.


אז איר דארפט פרנסה זאלט איר נעמען די סגולה וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן: "דער וואס בענטשט ברכת המזון בכוונה ווארט ביי ווארט, אינעווייניג אין א בענטשער - וועט ווערן רייך".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2185 - ווען מען לערנט נ"ך וועקט מען זיך אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן
לימוד התורה, נ"ך

בעזרת ה' יתברך


אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער חתן ...


דער הייליגער רבי האט געזאגט אז נ"ך איז זיין מוסר ספר; ווען מען לערנט נ"ך וועקט מען זיך אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


זאלסט האבן הצלחה


פון דיין ראש ישיבה

#2184 - ס'איז זייער וויכטיג צו חזר'ן די הלכות
חתונה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


חשוב'ע כלה ... תחי'


מזל טוב פאר אייער חתונה; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין צווישן אייך נאר אהבה ואחוה, שלום וריעות.


דעם ספר געב איך פאר אלע תלמידים ותלמידות; דער ספר "לכל זמן" איז זייער א וויכטיגע ספר, די הלכות זענען געשריבן זייער קלאר.


מען דארף דאס חזר'ן גאר אסאך מאל מען זאל קענען די הלכות אויסנווייניג צו קענען פירן א אידישע שטוב און האבן געזונטע קינדער.

#2183 - זע צו לערנען יעדן טאג אביסל ליקוטי מוהר"ן
ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער חתן ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "א גוף וואס האט געלערנט דעם ליקוטי מוהר"ן - וועלן די ווערים אין קבר נישט האבן קיין שליטה".


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל ליקוטי מוהר"ן וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס בזה ובבא.


פון דיין ראש ישיבה.

#2182 - מען דארף קענען די הלכות זייער קלאר
ישיבה, הלכה, חתן

בעזרת ה' יתברך


אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ...


מזל טוב חתן פאר דיין חתונה; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ארויסקומען פון דיר און דיין כלה ליכטיגע דורות, די שכינה הקדושה זאל זיין שטענדיג צווישן אייך.


דער ספר איז זייער וויכטיג צו לערנען און חזר'ן, מען דארף קענען די הלכות זייער קלאר; חס ושלום נכשל ווערן אין זיי. גיי איבער דעם ספר אן א שיעור מאל, וועסטו וויסן ווי אזוי צו פירן א אידישע שטוב.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דיר אין ישיבה, איך האף ווייטער צו זען ביי דיר נאר נחת.

#2181 - איך בין זיך מחי' מיט דיין "כתר" פאר'ן עמוד
תפילה והתבודדות, שבת קודש, בעל תפלה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדעס מאל דו דאווענסט תפילת מוסף פאר'ן עמוד בין איך זיך זייער מחי'. ליידער זענען זייער אסאך מזלזל אין תפלת מוסף, מען כאפט אפ די תפילה.


איך ווארט זייער צו זאגן כתר, בפרט ביים סוף "הוא אלקינו, הוא אבינו", און על פי רוב כאפט מען דאס אפ. ווען מען זאל טראכטן ווי שיין זענען די ווערטער פון כתר, הוא אלקינו - זענען, וואלטן זיך אלע אזוי מחי' געווען מיט דעם.


איך האב געהערט ברסלב'ע חסידים דאווענען די ווערטער מיט אזא בענקשאפט, מיט א גליסט צום אייבערשטן, מיט בכיות; זיי האבן געטייטשט די ווערטער: "הוא אלקינו", דו ביסט אונזער גאט, "הוא אבינו", דו ביסט אונזער פאטער, "הוא מלכינו", דו ביסט אונזער קעניג, "והוא מושיענו", און דו ביסט אונזער העלפער, "והוא יושיענו", און דו וועסט אונז העלפן; און אזוי ווייטער, מיט אזא דורשט צום אייבערשטן.


שטארק זיך, לייג אריין אין די קינדער יראת שמים; רעד צו זיי פון קדושת הברית, רעד צו זיי פון שמירת עיניים, אלעס מיט א קלארקייט.

#2180 - דערהאלט זיך נאך אביסל, אפילו עס איז שווער
שידוכים, התחזקות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך באקום כסדר די בילדער פון שטעטל ווי דו העלפסט בויען דעם פלאץ; אזוי שיין מאכסטו און אזוי געטריי.


כאפ אריין ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט צו העלפן דעם רבי'ן; נאך אביסל באקומסטו דיין שידוך, דעמאלט דארף מען שוין א באזונדערע חשיבות צו האבן די זכי' צו קענען העלפן.


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך נאך אביסל; האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן ביז יעצט, דארפסטו זיך דערהאלטן נאכאמאל, אפילו עס איז שווער.


איך האב דיר זייער ליב.

#2179 - פסח פראוועט מען אין שטוב
חסידות ברסלב, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד הישיבה


מאך טיקעטס אהיים צו פארן אויף יום טוב פסח. פסח איז נישט א צייט צו גיין צו טישן, פסח פראוועט מען אין שטוב.


איך נעם נישט קיין בחורים צו מיר, נאר די וואס האבן נישט וואו צו גיין; די שטובער זענען צעפאלן (היי יאר קען איך דאס אויך נישט, מיין ווייב איז א קימפעטארין). דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט עלטערן, טייערע עלטערן, וואוילע עלטערן; זאלסטו שוין ערלעדיגן און מאכן דיינע פלענער צו קענען זיין אין שטוב.


זע צו לערנען דיינע שיעורים תמידין כסדרן בכל יום בלי הפסק, דאס וועט דיר אפוואשן און אפרייניגן.


געדענק וואס רבי נתן פלעגט זאגן: "אפילו א בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן אין רבי'ן, וועט ער ביים סוף אלעס פאררעכטן".

#2178 - עס זאל דיר גארנישט אנגיין
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט אנגיין; בעט די ווערטער:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, עס זאל מיר גארנישט אנגיין, איך זאל נישט ווערן נערוועז.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך ווער אזוי נערוועז פון יעדע קלייניקייט, איך ווער אויס פרייליך ביז איך גיי אריין אין כעס און עצבות, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן און אלץ בלייבן פרייליך".


איך האף דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך. אויב דו וועסט זיך ווייטער פירן ווי עס דארף צו זיין וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען און מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן.

#2177 - א שטארקע דיסציפלין קען נאר זיין מיט א שטארקע ליבשאפט
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האף איר פארשטייט וואס מיר האבן גערעדט.


זייט מסביר פאר אלע טיטשערס זיי זאלן וויסן וואס מיר ווילן, וואס מיר פארלאנגען; פון איין זייט דארף זיין א שטארקע דיסציפלין, אבער דאס קען נאר ארבעטן אויס עס איז דא א שטארקע ליבשאפט.


די טיטשערס מוזן ליב האבן יעדע איינציגסטע מיידל; זיי דארפן רחמנות האבן אויף די קינדער, שטענדיג געדענקען אז 'קינדער זענען קינדער'.


איך בעט אייך זייער, לעבט אויף די סקול; ברענגט אריין א חיות אין אידישע נשמות. איך דארף נישט קיין טויטע סקול וואס מען ציטערט צו אטעמען, מען האט מורא זיך צו געבן א ריר; מיר האבן נישט קיין לאנדאנע ארמיי.


געבט איבער די אלע זאכן וואס מיר האבן גערעדט פאר אלע טיטשערס.


גלייבט מיר, די מיידלעך וואס לאכן זיך אונטער ווען מען זאגט זיי עפעס; דאס האט נישט מיט חוצפה, דאס איז א שוואכקייט; א שוואכע כאראקטער לאכט אדער מאכט פאקסן ווען מען רעדט פון זיי.

#2176 - געבן גוטע ווערטער איבער די מאס
קאמפלימענטס, שלום בית, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, דו העלפסט מיר אז די מוסד זאל קענען באקומען די נויטיגע הילף פון די שטאט, מען זאל קענען באצאלן די מלמדים, טיטשערס און עסן וכדומה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער האבן די זכי' צו טון גוטע זאכן, בויען מוסדות התורה והיראה, משמש זיין דעם רבי'ן; דאס וועלן מיר מיטנעמען, דאס וועט בלייבן אויף אייביג.


בנוגע הפצה; דאס אליינס איז הפצה. אלע וואס העלפן די מוסדות - איז הפצה, זיי האבן א חלק אין אלעס וואס די מוסד פארשפרייט.


זיי נישט קארג אין שטוב, גיס גוטע ווערטער; טראכט נישט אויב עס פעלט אויס נאך גוטע ווערטער, געב דיין ווייב גוטע ווערטער איבער די מאס.

#2175 - מאך דיר א גוטע סדר אין לעבן
תפילה והתבודדות, שלום בית, פרנסה, חתונה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אז די שכינה זאל רוען ביי דיר אין שטוב.


טייערער ..., יעצט איז די שענסטע צייט פון לעבן; האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט, קענסטו יעצט דינען דעם אייבערשטן בקדושה ובטהרה.


לדעתי זאלסטו אננעמען אן ארבעט ביי ...; דו וועסט זייער הנאה האבן, סיי אז עס איז אין שטעטל, סיי דו וועסט האבן א גוטע בעל הבית און סיי עס איז א ריינע ארבעט, דו וועסט זיין באשעפטיגט מיט טליתים און בייטלעך.


מאך זיך א סדר אויפצושטיין פארטאגס; דאס ערשטע זאך זאלסטו גיין אביסל שפאצירן, זיך מתבודד זיין.


טייל איין די התבודדות אין דריי חלקים. די ערשטע חלק זאל זיין וידוי דברים, דערצייל דעם אייבערשטן וואס דו האסט געטון. די צווייטע חלק, זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן און די דריטע חלק - זאלסטו בעטן אויף ווייטער.


נאכדעם זאלסטו לויפן אין שול דאווענען און לערנען; גיי יעדן טאג צום שיעור גמרא, לערן א בלאט גמרא יעדן טאג. נאכדעם וועסטו גיין ברענגען פרנסה און ווען דו ענדיגסט ארבעטן וועסטו אהיים גיין צו דיין ווייב איר פרייליך מאכן.

#2174 - אז מען האט גוטע חברים, קען מען צוקומען צו שיינע זאכן
חברים, סיום, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


מזל טוב אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן הונדערט און איין מאל מסכת תענית אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט; יעצט זאלסטו נעמען נאך א מסכתא און דאס לערנען הונדערט און איין מאל, ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ ש"ס מאה פעמים ואחד.


נעם נישט קיין לחץ פון דעם, מען קען זוכה זיין צו דעם אן קיין פרעשור; אויב מען וויל קען מען דאס באווייזן.


איך האף דו וועסט שוין אט אט טרעפן דיין שידוך און דו וועסט ממשיך זיין ווייטער צו לערנען נאך דיין חתונה ביתר שאת.


זע צו האבן חברים וואס רעדן פון רבי'ן; אז מען האט גוטע חברים, חברים וואס רעדן פון רבי'ן, פון עבודת ה' - קען מען צוקומען צו שיינע זאכן. און חס ושלום פארקערט, אויב מען האט חברים לצים - קען מען אלעס פארלירן.

#2173 - הייב אן פונדאסניי
התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו זען דיין נאמען צווישן די וואס העלפן די ישיבה.


הכרת הטוב איז פון די שענסטע מידות; אז דו געדענקסט די יארן וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, דו האסט קונה געווען אזויפיל שכל און הדרכה פאר'ן לעבן.


איך בעט דיר זייער, באניי זיך; הייב אן פונדאסניי, זאג פאר'ן אייבערשטן: "איך הייב אן פון יעצט", זאג פאר'ן באשעפער: "איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי דיר זיין געטריי; זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געטון ביז יעצט".


וואויל איז דעם מענטש וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן, ער ווייסט אז ער קען אלץ אנהייבן און מען קען אלץ פאררעכטן.


פון דיין ראש ישיבה.

#2172 - נאר איך מוטשע זיך? נאר איך גיי אריבער שוועריקייטן?
צרות, אמונה, התחזקות, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו אז מען פרובירט אויס יעדן איינציגסטן מענטש בזה העולם. מענטשן טראכטן: 'נאר איך מוטשע זיך? נאר איך גיי אריבער שוועריקייטן?' מען פרעגט קשיות: 'פארוואס?' 'פארוואס לייד איך?' אבער עס איז נישט וואר, יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן; נישטא קיינער אויף די וועלט וואס מוטשעט זיך נישט.


ווער עס האט שכל דער קוקט אויפ'ן שורש פון יעדע זאך, ער קוקט פון וואו עס קומען די שוועריקייטן, ווער שטייט אונטער דעם? - דער אייבערשטער, אז דער אייבערשטער מאכט דאס איז דאס זיכער גוט, איז דאס נאר פאר מיין טובה.


זיי נישט קיין בטלן, אנטלויף צום אייבערשטן; גיי צו אים, רעד צו אים, בעט אים יעדע זאך און דערצייל אים אלעס - וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, עס וועט שיינען אויף דיר די ליכטיגע, זיסע און איינגענעמע שיין פונעם אייבערשטן.

#2171 - אויב די מויל איז פארשטאפט, קען מען פון דעם אליינס מאכן התבודדות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


פאר די מתנה פון התבודדות וואס מיר האבן באקומען פון הייליגן רבי'ן - איז שוין אלעס כדאי; מיר וואלטן ווען געדארפט אלעס אוועק געבן מיר זאלן וויסן פון די גרויסע עצה - התבודדות.


דער רבי לערנט אונז מיר זאלן יעדן טאג גיין אין א שטילע פלאץ און זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן; אים אלעס דערציילן, אלעס וואס גייט אריבער. זיך מתודה זיין אויף וואס איז געווען און בעטן אויף ווייטער, מען זאל זוכה זיין צו מקורב ווערן צום הייליגן באשעפער.


די עצה פון התבודדות איז כולל אלעס; אויף יעדע איינציגסטע פראבלעם קען מען נוצן די עצה פון זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן.


אויב די מויל איז פארשטאפט, מען שפירט נישט ווי מען קען רעדן - קען מען פון דעם אליינס מאכן התבודדות; מען קען בעטן:


"רבונו של עולם, וואס קען איך טון? איך בין אזוי ווייט פון דיר; איך קען נישט עפענען מיין מויל, העלף מיר איך זאל זיך קענען אויסשמועסן מיט דיר".


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט די הייליגע הנהגה; וועט ער זוכה זיין צוצוקומען צו די העכסטע דרגה.

#2170 - אריינפלעכטן לויב ווערטער אין ספר תהלים
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א מחי' צו באקומען א פאזעטיווע בריוו צווישן טויזנט בריוו פון צרות און געשרייען; רוב מענטשן טראכטן נישט פון שרייבן ווי גוט עס גייט זיי און וואס פאר א שיינע לעבן זיי האבן, רוב שרייבן נאר די צרות און די געשרייען, דעריבער פריי איך זיך זייער ווען עס קומט א פאזעטיווע בריוו; ווי שיין אייער לעבן איז, אייער מאן לערנט און דאווענט און איר לעבט מיט שלום.


זייט ממשיך צו זאגן תהילים און פלעכטס אריין אייערע אייגענע תפילות און אייערע אייגענע לויב ווערטער צווישן די הייליגע ווערטער פון תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2169 - פסח ביינאכט איז א מצוה צו לייגן וואס מער שיינע כלים אויפ'ן טיש
פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו לייגן זילבערנע כלים אויפ'ן פסח טיש; אדרבה, עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן תעב, סעיף ב; משנה ברורה שם, סעיף קטן ו) מען זאל לייגן אויפ'ן טיש וואס מער שיינע כלים. מען לייגט אויס אלע כלים, אפילו די וואס מען נוצט נישט.


א גאנץ יאר ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך אורח חיים סימן תקס, סעיף ב) מען זאל נישט נוצן אלע שיינע כלים אויף איינמאל, ווייל מען דארף געדענקען פונעם חורבן בית המקדש, אבער פסח ביינאכט איז א מצוה צו לייגן וואס מער שיינע כלים אויפ'ן טיש; מיט דעם ווייזט מען אז מיר זענען ארויס פון זיין אונטערטעניגט פאר פרעה, דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פאר זיינע קינדער.


געב נאר אכטונג, אויב די ווילסט נוצן פסח די זילבערנע כלים וואס ליגט א גאנץ יאר אויף דעם חמץ'דיגן טיש, זאלסטו דאס כשר'ן אזוי ווי די הלכה איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח מיט שמחה און צו די קדושה פונעם יום טוב; מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים" און (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.