בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1411 - זיך געפונען דאס פלאץ סיי וואו מ'איז נאר
יבנאל, תהלים, מוהרא"ש, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אז מען טראגט אים אן א שידוך וואס דער שידוך אליינס געפעלט אים זייער, אבער היות ער דארף גיין וואוינען אין א צווייטע פלאץ וויל ער נישט אויסהערן דעם שידוך, ווייל ער שפירט אז ער וועט זיך נישט געפונען דאס פלאץ אין יענעם ארט, האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "א מענטש דארף לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער זאל זיך טרעפן דאס פלאץ וואו אימער ער געפונט זיך".


דאס זעלבע זאג איך אייך, זייטס פרייליך און צופרידן וואו איר געפונט זיך, בפרט אז איר וואוינט אין א הייליגע שטאט, איר וואוינט אין יבנאל עיר ברסלב, די פלאץ וואס מוהרא"ש האט געבויט מיט מסירות נפש; דארפט איר זיין פרייליך און אויסנוצן די הייליגע פלאץ, מיינטס נישט אז עס וואלט אייך בעסער געווען צו זיין דא וכו'.


זאגטס יעדן טאג דעם יום תהלים און בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט באקומען אן ערליכער חתן, אן ערליכער מאן וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן און האט גוטע מידות.


פרובירטס ארויף צו גיין וואס מער צום ציון פון מוהרא"ש; דארט זאלט איר זיך מתבודד זיין, איר זאלט בעטן פאר אייך און פאר אלע אידן, וועט איר בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


בעטס ביים ציון פון מוהרא"ש אויך פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1410 - א קלוג אינגל נוצט אויס די צייט
קינדער, סיום, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט גענדיגט מסכת ברכות.


עס זענען פארהאן טאטעס און זיידעס וואס האבן נאך נישט געענדיגט מסכת ברכות און דו ביסט א אינגל פון ניין יאר אלט, און דו האסט שכל אויסצוניצן די צייט מיט לערנען און דאווענען.


איך האב זייער ליב די שיינע ברסלב'ע קרוין וואס דו האסט געמאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1409 - אז מ'פירט זיך הייליג, האט מען א גליקליך לעבן
קינדער, קדושה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א גרויסע עבירה אנצורירן דעם אות ברית קודש; עס איז אזוי הארב אז די הייליגע חכמים זאגן (שבת קח:): "יָד לָאַמָּה תִּקָּצֵץ", די הענט וואס רירט אן דעם ברית זאל ווערן אפגעשניטן; ווייל דאס ברענגט די וועלט זאל חרוב ווערן.


דו בעסט מיר איך זאל דיר שרייבן חיזוק דו זאלסט נישט אנרירן וכו'; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גוט עס איז דעם מענטש וואס טוט דעם ווילן פונעם אייבערשטן, און פארקערט, ווי שטארק מען ליידט אויב מען פאלגט נישט וואס דער אייבערשטער זאגט. אויב דו וועסט זיך היטן און נישט לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש וועסטו זיין אייביג פרייליך, דו וועסט נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, דו וועסט האבן פרנסה, דו וועסט האבן דיין שידוך אין צייט און האבן שלום בית, אבער אויב חס ושלום מען היט נישט דעם אות ברית קודש איז מען שטענדיג טרויעריג, מען האט קשיות און ספיקות אין די אמונה, מען פארלירט די געלט, מען פארלירט די שידוך און אפילו מען האט יא חתונה קומט מען זיך נישט אויס מיט די ווייב.


זיי קלוג, ווען דו האסט איבעריגע צייט זאלסטו זאגן פרקים משניות און קאפיטלעך תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1408 - א פרוי דארף זיך אפגעבן מיט די שטוב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א שיינע זאך פון אייער זייט אז איר ווילט העלפן אייער מאן דעקן די חובות, אבער דאס קען נאר זיין אויב איר האט די כוחות דאס צו טון.


עס איז נישט אייער פליכט צו ארבעטן און ברענגען פרנסה; אייער פליכט איז צו זיין א געטרייע מאמע פאר די קינדער און א געטרייע ווייב, זיין גרייט פאר אייער מאן וכו'. אז איר ווילט העלפן אייער מאן באצאלן די חובות דארפט איר אכטונג געבן עס זאל נישט קומען אויפ'ן חשבון פון די שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1407 - מאך פרייליך דיין טאכטער, וועט זי וועלן זיין צניעות'דיג
צניעות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, טשעפע נישט דיין טאכטער צוליב דעם וואס זי וויל נישט גיין מיט א צאפ; פריי זיך אז זי גייט מיט צאמגענומען האר, אז די האר איז צאמגענומען (פאני) איז דאס נישט א חסרון אין צניעות; כל זמן די האר איז שיין צאמגענומען איז עס צניעות'דיג.


הייב דיין טאכטער, מאך איר פרייליך; אז זי וועט זיין פרייליך וועט זי נישט אפלאזן צניעות. אלע וואס לאזן אפ צניעות און טוען זיך אן נישט ווי מען דארף זענען דערביטערטע מיידלעך, זיי זענען ביי זיך זייער צעקלאפט, זיי זוכן וואס זאל זיי פרייליך מאכן; זיי מיינען נעבעך אז זיין נישט צניעות'דיג מאכט פרייליך.


דעריבער בעט איך דיר זייער שטארק, לאז אפ דיין טאכטער; זי איז שוין א גרויס מיידל און דו דארפסט אכטונג געבן אז זי זאל ליב האבן צו זיין איידל, דו זאלסט איר נאר פרייליך מאכן, נאר רעדן שיין און מיט ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1406 - דאווענען אום יום טוב שבועות מיט ברסלב'ע חסידים
חסידות ברסלב, לימוד התורה, אחדות, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חשוב'ע חברים תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


מיר קומען שוין נענטער און נענטער צו קבלת התורה ווען מיר גייען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי.


איר ווייסט אודאי דעם סיפור וואס איז געווען ביי רבי נתן, אמאל יום טוב שבועות איז ער געגאנגען פתיחת הארון און ווען ער האט ארויס גענומען דעם ספר תורה פון ארון הקודש האט ער זיך מורא'דיג צופלאמט און אנגעהויבן טאנצן: "א נייע תורה!" "א נייע תורה!" - האט ער געשריגן, און אלע אנשי שלומינו זענען געווארן אזוי פרייליך אז זיי זענען אויך צוגעגאנגען טאנצן מיט רבי נתן זכרונו לברכה; דאס איז געווען רבי נתן, ער איז געווען פריש, אלץ איז געווען ניי; א נייע יום טוב, א נייע תורה, א נייע טאג.


אז מען גייט צו צום יום טוב שבועות מיט אזא הכנה איז אלעס אנדערש; מען גרייט זיך מיט שמחה צו מקבל זיין די תורה, א נייע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, לג): אויפ'ן פסוק (דברים ו, ו): אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם – "לֹא יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ כִּיְשָׁנָה, אֶלָּא כַּחֲדָשָׁה שֶׁהַכֹּל רָצִין לִקְרָאתָהּ", ווען מען לערנט תורה דארף דאס זיין מיט א התחדשות; א נייע תורה.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט דאווענען אינאיינעם אום יום טוב שבועות, שבועות איז איינע פון די צייטן וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן; בחיים חיותו פון הייליגן רבי'ן איז געווען דריי זמנים ווען מען פלעגט קומען צום רבי'ן: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', נאכן רבינ'ס הסתלקות - שרייבט רבי נתן - קומט מען ווייטער צום רבי'ן נאר אויף ראש השנה. אויף שבת חנוכה און יום טוב שבועות פארט מען נישט צום רבי'ן, דאס וואס מען זעט היינט נסיעות קיין אומאן אויף שבת חנוכה און שבועות דאס איז פון די סוכני נסיעות (טרעוועל אגענטן) וואס ווילן מאכן פרנסה וכו'.


איר זאלט פרובירן דאווענען אינאיינעם אום יום טוב שבועות, ווייל וואו צען מענטשן פון אנשי שלומינו קומען זיך צאם - דארט איז דער רבי. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


איך האלט אין איין באקומען שיינע גריסן פון אייער חבורה; איך האב אזוי הנאה צו הערן ווי שיין איר לעבט מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן, ווי מען איז מקרב יעדן איינעם וואס קומט. איך בין טאקע ווייט בריחוק מקום אבער מיין הארץ איז מיט אייך; איך ווארט און האף צו קענען קומען קיין ארץ ישראל זיך טרעפן מיט אייך און זיך מחזק זיין אינאיינעם.


איך שיק אייך דעם תיקון ליל שבועות וואס מיר האבן געמאכט; א שאד איר זאלט נישט זוכה זיין צו די גרויסע תיקונים וואס קומען אראפ יום טוב שבועות. זייער אסאך מענטשן זאגן נישט דעם תיקון ליל שבועות צוליב דעם וואס עס נעמט זייער לאנג, וואלטן זיי ווען געוואוסט אז דער גאנצער תיקון ליל שבועות נעמט נישט מער ווי א האלבע שעה און נאך אביסל - וואלטן אלע דאס געזאגט.


דעריבער האבן מיר געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געהייסן, מען זאל זאגן נאר דעם ערשטן פסוק און דעם לעצטן פסוק פון יעדע סדרה אין חמשה חומשי תורה און פון יעדע ספר אין נ"ך, נאכדעם לערנט מען די תרי"ג מצוות און אז עס בלייבט איבער צייט איז מען זיך מתבודד.


שבועות ביינאכט איז נישט א צייט צו פארברענגען מיט חברים מיט שטותים והבלים; שבועות ביינאכט איז זייער א גרויסע נאכט, דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו שמועסן ביינאכט; מען קען אין דעם נאכט פועל'ן אסאך ישועות. די אלע וואס בלייבן אויף סתם צו רייכערן און שמועסן איז א גרעסערער תיקון אז זיי זאלן גיין שלאפן, אדער לערנט מען אדער איז מען זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן; מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו לערנען א גאנץ יאר שיעורים אין כל התורה כולה און זיין דבוק אין אים.


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב.

#1405 - וואס טוט מען ווען די קינדער קריגן זיך
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן און ענטפערן אויף אייערע פראגעס.


ווען א קינד טשעפעט די יונגערע געשוויסטער איז דאס געווענליך פון קנאה; דאס איז נישט נאר אייער פראבלעם, אין אלע אידישע שטובער איז דא דער פראבלעם אז קינדער זענען מקנא די יונגערע פון זיי און זיי טשעפען זיי. אנשטאט אנשרייען וכו' דארף מען זיי געבן מער ליבשאפט, מאכן אן עסק פון זיי און זיי אויפהייבן, ווי למשל זיי כסדר זאגן: "דו ביסט שוין עלטער, דו גייסט העלפן די מאמע, דו גייסט קענען בלייבן אויף און העלפן קאכן, העלפן באקן; דו קענסט שוין מיט קומען וכו' וכו'", און אין די זעלבע צייט זיי זאגן נישט צו טשעפען די יונגערע, דאס וועט זיי אויפהייבן זיי זאלן שפירן חשוב און צופרידן.


פארשטייט זיך אז מיט אלע עצות איז נאר דא איין עצה: "תפילה, תפילה און נאכמאל תפילה"; בעטן דעם אייבערשטן אויף די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך. בפרט ווען א מאמע בעט דעם אייבערשטן פאר אירע קינדער מיט איר צעבראכן הארץ גייט נישט פארלוירן אירע תפילות, דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות און מען זעט גרויסע וואונדער.


בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן, איר זאלט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן; בעיקר ווען איר צינדט די לעכט פרייטאג צו נאכטס זאלט איר זיצן ביי די לעכט מיט די הענט אויפ'ן פנים און רעדן צום אייבערשטן אין אידיש, אים בעטן ער זאל אייך העלפן מיט די קינדער, איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


בנוגע וכו'; אז דער דאקטער זאגט אז דאס האט נישט צו טון מיט וכו', זאלט איר נאך ווארטן און דאס נישט ארויסנעמען. ווען איר וועט קומען צו די כוחות, איר וועט זיין גרייט צו קינדער וועט איר דעמאלט פרעגן.


שטארקטס אייך מיט אמונה; צינדטס אן אין שטוב ניגוני אמונה. אמונה מאכט רואיג, אמונה מאכט פרייליך, אמונה געבט כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1404 - גיי אין א שטילע געסל און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל בעט איך דיר איבער אז איך האב דיר נישט גלייך צוריק געשריבן, עס איז מיר כמעט אוממעגליך צו ענטפערן גלייך אויף אלע צענדליגער בריוו וואס קומען אן טעגליך.


איך וועל שרייבן א בריוו פאר דיין ווייב, איר צו שטארקן און ענטפערן אירע פראגעס.


דיר בעט איך זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה; נעם אריין אמונה אין דיר וועט דיר גרינגער ווערן דיין לעבן. ווי מער מען חזר'ט זיך איין אז 'אלעס איז דער אייבערשטער, גארנישט קען צו מיר פאסירן נאר אז דער אייבערשטער הייסט; מיין געלט, מיין געזונט, מיינע קינדער, מיין ווייב, מיין אלעס - אלעס איז דער אייבערשטער', דעמאלט איז אלעס גרינגער.


פאלג די עצה פון רבי'ן און גיי אביסל שפאצירן; כאפ א שפאציר אליינס און שמועס מיט'ן אייבערשטן. גיי אין א שטילע געסל און שמועס זיך אויס דיין הארץ אויף אידיש, זאג פאר'ן אייבערשטן אלע דיינע ווייטאגן, דערצייל אים אלעס וואס שטערט דיר און פארשטייט זיך דער עיקר זאלסטו אים אנהייבן דאנקען אויף יעדע פרט אין דיין לעבן, וועסטו זען פלוצלינג א נייע וועלט פאר דיר, אלעס וועט ווערן גוט, אלעס וועט ווערן פיין; די צער וועט אוועק גיין.


שרייב מיר נאך; איך וועל פרובירן דיר צו ענטפערן פון היינט און ווייטער גלייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1403 - צום אייבערשטן מעג מען רעדן אינמיטן דעם קאפיטל
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר לעבט מיט אמונה און אז איר זאגט יעדן טאג אביסל תהלים.


ווען איר זאגט תהלים זאלט איר בעטן שטילערהייט דעם אייבערשטן פאר אייער טאטע און מאמע זיי זאלן מצליח זיין אין זייערע וועגן, זיי זאלן האבן פרנסה און קענען גרינג מגדל זיין די קינדער.


ווען מען זאגט תהלים רעדט מען נישט אויס ביז מען ענדיגט דעם קאפיטל, אבער צום אייבערשטן מעג מען רעדן אינמיטן דעם קאפיטל; נישט נאר מען מעג רעדן נאר עס איז זייער געשמאק ווען מען זאגט תהלים און מען רעדט צום אייבערשטן צווישן די ווערטער אויף אידיש.


איך וועל זיך זייער פרייען אז איר וועט אמאל קומען באזוכן אונזער סקול בית פיגא און זיך מאכן נייע חבר'טעס מיט אונזערע תלמידות.

#1402 - שטארק זיך אנצוהויבן נאכאמאל און נאכאמאל צו זיין ערליך
קדושה, בחור, התחזקות, סמארטפאון, התחדשות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט א טייערער בחור און א וואוילער בחור; לאז זיך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז דו ביסט א פארפאלענער און דו וועסט שוין נישט זיין קיין ערליכער איד. דאס אליינס אז דו האלסט אין איין אוועק ווארפן דיין סמארטפאון איין מאל און נאכאמאל דאס ווייזט אז דו ווילסט זיין גוט.


קוק נישט אויף דעם וואס דו קויפסט זיך יעדע שטיק צייט נאכאמאל א נייע סמארטפאון צו קוקן עבירות, קוק אויף דאס וואס דו ווארפסט עס אוועק יעדע מאל נאכאמאל און נאכאמאל, דאס ווייזט אז דו ווילסט זיין גוט און אז דו ביסט גוט; דאס וואס דו קויפסט עס נאכאמאל און נאכאמאל און דו קוקסט עבירות, גילוי עריות רחמנא לצלן און דו פאלסט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה - דאס איז נישט דו, דאס איז דער יצר הרע וואס שלעפט דיר צוריק אין נעץ; ער וויל דיך נישט פארלירן, ער מיינט אז ער גייט דיר געוואונען, ער ווייסט נישט אז דו האסט שוין טועם געווען דעם רבי'ן און דו ווייסט שוין דעם סוד אז עס איז נישט דא קיין יאוש אויף די וועלט.


דעריבער טייערער ..., שטארק זיך און זיי נישט צעפאלן ביי דיר; זיי פרייליך, שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן, רעד צו אים, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים אז דו זאלסט נישט אוועק פאלן חס ושלום, דערצייל אים פונקטליך וויפיל סמארטפאונס דו האסט שוין געקויפט און וויפיל דו האסט שוין צעבראכן, זאג אים: "הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט אפלאזן דאס קוקן עבירות, איך בין אזוי צעבראכן פון דעם; יעדעס מאל קומט א פרישער יצר הרע, איך גיי שטילערהייט קויפן א סמארטפאון און איך באהאלט זיך מיט דעם, איך קוק ניאוף, איך קוק פאנאגראפיע רחמנא לצלן, און גלייך נאכדעם ווער איך אזוי צעבראכן און איך צעברעך דעם טעלעפאון, און ווען עס גייט אריבער א שטיק צייט טו איך דאס נאכאמאל, איך קויף זיך א טעלעפאון און איך קוק נאכאמאל און אזוי ווייטער, עס נעמט נישט קיין עק; טאטע זיסער, טאטע קרוין, העלף מיר! איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, עס גייט מיר אבער נישט, האב רחמנות אויף מיר!"


אז דו וועסט אזוי טון טאג נאך טאג וועסטו סוף כל סוף ארויס קריכן פון דעם.


 

#1401 - אכטונג געבן צו געבן עסן און טרינקען פאר די הינער
בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר.


איך הער פון דיין מלמד זייער גוטע זאכן אויף דיר; אז דו לערנסט, דו דאווענסט און דו פירסט זיך מיט דרך ארץ. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


האסט מיר געפרעגט אויב דו קענסט האבן הינדלעך ביי דיר אין שטוב; עס איז נישט קיין פראבלעם צו האדעווען הינער, מען דארף נאר זייער אכטונג געבן זיי צו געבן עסן און טרינקען און זיי זאלן האבן וואו צו שלאפן ביינאכט.


גיי אביסל שפאצירן אין פעלד; ארום דיין שטוב האסטו שיינע פעלדער, דארט זאלסטו זינגען צום אייבערשטן און וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן נאר פון אים.

#1400 - קודם דאווענען אדער קודם זאגן תהלים?
תפילה והתבודדות, שידוכים, חיזוק פאר פרויען, תהלים, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז זייט איר האט זיך דערוואוסט פון הייליגן רבינ'ס וועג האט זיך אייער לעבן געטוישט; איר לעבט מיט'ן אייבערשטן און איר שפירט זיך נענטער צו אים.


בנוגע וואס איר זאלט ענדערש טון, זאגן תהילים אדער דאווענען שחרית און מנחה; קודם קומט דאווענען. אינדערפרי זאלט איר דאווענען שחרית, נאכדעם זאלט איר זאגן תהלים; אז איר האט צייט פרובירט צו זאגן דעם יום תהלים און אז איר האט נישט קיין צייט זאלט איר זאגן וויפיל איר קענט.


אלע ישועות ליגן אין ספר תהלים; דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים וואלט מען שטענדיג עוסק געווען אין תהלים".


דעם רבינ'ס ספרים איז אויך פאר פרויען און מיידלעך.


בנוגע א שידוך; בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע שטוב, ערליכע דורות; מיט תפילה וועט איר אלעס באקומען.

#1399 - נעם אריין אין דיר אמונה
אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך דארף דיר און איך האב דיר ליב, איך פריי זיך יעדעס מאל דו שרייבסט מיר.


איך בעט דיר זייער, טראכט נישט אז דאס וואס איך ענטפער דיר נישט דיינע בריוו איז ווייל איך דארף דיר נישט און ווער נישט צעפאלן פון דעם; איך קום פשוט נישט אן צו ענטפערן. גלייב מיר, איך בין אזוי פארנומען, איך קום פשוט נישט אן.


איך ווייס אז עס איז נישט קיין תירוץ, איך דארף ווען יא ענטפערן יעדע בריוו און יעדע שאלה, איך האב אבער נישט גענוג שעה אין טאג אנצוקומען צו וואס איך דארף טון.


נעם אריין אין דיר אמונה; חזר זיך טאג און נאכט אז דער אייבערשטער פירט אלעס און מאכט אלעס - וועט דיר אלעס זיין גרינגער. ווייל ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיין שום זאך פירט זיך נישט פון זיך אליין, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל - איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.


שרייב מיר ווייטער, איך ליין אלע בריוו.

#1398 - די זכות פון העלפן די מוסד
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


יישר כח פאר דיין ארבעט.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די זכות פון העלפן די מוסד; ביי מיר איז די מוסד דאס וויכטיגסטע פון אלעס.


אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו קינדער צדיקים.

#1397 - די וויכטיגסטע זאך איז צו לערנען הלכות מיט מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


יישר כח פאר אייער ארבעט.


איך ווייס אז אייער לימוד איז וויכטיגער פון אלעס אנדערש, א רחמנות אויף מיידלעך וואס לערנען אלע חכמות און אלע שפראכן און קענען נישט קיין הלכות; ווי אזוי קען מען זיין א אידישע מאמע, פירן א אידישע שטוב – ווען מען קען נישט הלכות שבת, הלכות בשר בחלב, הלכות יחוד וכו', וכו'?


איך ווארט צו הערן אויב די מיידלעך האלטן מיט און נעמען ערנסט דעם לימוד.

#1396 - זארג נישט פאר דיין שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי'.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק, זיי פרייליך.


זארג נישט פאר דיין שידוך; איין זאך זאלסטו טון, בעטן דעם אייבערשטן פאר א גרינגע שיינע זיסע לעבן, פאר אן ערליכער מאן און ערליכע קינדער.


זארג נישט, דו וועסט חתונה האבן.

#1395 - א געפיל אין איידלקייט
צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


א גריס פון דיין מאן, ער לערנט אזוי פלייסיג אין כולל, ער דאווענט אזוי שיין און ער פירט זיך מיט יראת שמים; איך האב אזויפיל נחת פון אים.


אויך וויל איך דיר געבן א קאמפלימענט אויף דיין איידלקייט און באשיידנקייט, איך שטאלציר מיט אזעלכע תלמידות ווי דיר; א מחי' צו טרעפן יונגע ווייבלעך וואס האבן א געפיל אין איידלקייט, איך האב אזויפיל נחת פון דיר.


אין דעם זכות וועסטו האבן ערליכע קינדער.

#1394 - ברענג אריין א חיות אין די קינדער
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


יישר כח פאר דיין געטרייע ארבעט.


איך בעט דיר זייער, ברענג אריין א חיות אין אלע קינדער; טאנץ מיט זיי, זינג מיט זיי – פארשטייט זיך מיט דרך ארץ. דו ביסט נישט זייער חבר'טע, די ביסט די טיטשער, אבער מיט שמחה, מיט געשמאק.

#1393 - מ'דארף אויפבויען די קינדער
צניעות, חינוך הילדים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


יישר כח פאר דיין איבערגעגעבענע ארבעט.


טאנץ מיט די קינדער: "אה מחי' צניעות, אה מחי' צניעות!"


געב גוטע ווערטער פאר אלע מיידלעך, בפרט פאר די וואס די נאז רינט זיי און פאר די וואס גייען אנגעטון פשוט; זיי דארף מען אויפבויען.


איך האף אז דו זאגסט נאך תהלים, פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם "יום תהלים".


זארג נישט, נאך אביסל ביסטו א כלה.

#1392 - אריינלייגן אין די קינדער א געפיל צו א צווייטן
צניעות, סקול, מדות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי', לערערין בית פיגא ברלסב.


יישר כח פאר די איבערגעגעבענע ארבעט אין סקול מיט די מיידלעך.


לערן מיט די קינדער גוטע מידות, זיי זאלן האבן א געפיל צו אנדערע מיידלעך; זיי זאלן יעדן טאג טראכטן פון אנדערע, זיי זאלן רעדן צו די קינדער וואס האבן נישט קיין חבר'טעס.


איך וויל זייער שטארק אז אלע תלמידות פון בית פיגא זאלן זיין באחדות, יעדער זאל זיך ליב האבן און זיך שיין פארטראגן.

#1391 - א געפיל צו צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


שטארק זיך און שטארק אלעמען מיט גוטע ווערטער; עס איז א גרויסע מצוה צו מחזק זיין אנדערע און עס איז אויך א גוטע עצה צו ווערן אליינס מחוזק.


רעד מיט דיינע חבר'טעס; אלע קוקן דיר ארויף, אלע ווילן גיין אנגעטון איידל. עס איז דא א שטארקע נסיון ביי יונגע ווייבלעך צו גיין אנגעטון ציענדיג, שרייעדיג און אויפפאלנד; דער נסיון איז בעיקר ביי די יונגע ווייבלעך און אז מען האט א גוטע חבר'טע וואס איז שטארק מיט איר איידלקייט העלפט דאס פאר אנדערע אויך צו זיין שטארק.


דערפאר בעט איך דיר זייער, געב פאר יעדן איינעם גוטע ווערטער, רעד שיין צו אלעמען, וועלן אלע דיר נאכמאכן, אלע וועלן ליב האבן צניעות.


עס גייט מיר ממש אין לעבן אז די תלמידות בית פיגא און אלע יונגע ווייבלעך וואס ווערן מקורב צו אונזער קהלה זאלן ליב האבן צניעות; זיי זאלן דאס וועלן, נישט טון די אלע זאכן וואס דער אייבערשטער הייסט – געצוואונגענערהייט. איך בעט דער אייבערשטן פאר אלע תלמידים ותלמידות זיי זאלן ליב האבן אידישקייט און זיך עקלען פון עבירות, זיי זאלן ברעכן פון פריצות און ווערן איבלדיג פון אויסגעלאסענע קליידער.


איך האף אז דו וועסט מיר העלפן, דורכדעם וואס דו וועסט רעדן שיין צו יעדן און שמייכלען צו יעדן און פאר אלעמען געבן גוטע ווערטער, וועלן אלע באקומען א געפיל צו איידלקייט.


איך האף אז דו זאגסט נאך תהלים; הלוואי זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, אזוי וועסטו ענדיגן יעדע וואך דעם ספר תהלים.

#1390 - תלמידות בית פיגא זאלן זיין א לעבעדיגע ביישפיל
צניעות, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך קוק זייער ארויס אז די יונגע ווייבלעך – תלמידות בית פיגא זאלן זיין א לעבעדיגע ביישפיל פאר אלע מיידלעך, פאר אלע תלמידות מיט זייער איידלקייט און באשיידנקייט.


איך האף אז דו וועסט זיין א ביישפיל פאר אלע תלמידות, זיי זאלן זען וואס איז א בית פיגא תלמידה, מיט דיין צניעות און מיט דיין שכל וכו', וכו'.

#1389 - ליב האבן צניעות
צניעות, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי אין סקול.


ברענג אריין צווישן די מיידלעך זיי זאלן ליב האבן צניעות, זיי זאלן דאס ארויפקוקן, נישט קוקן אויף דעם ווי דאס איז א געצווינגענע זאך.


ווען איך זע מיידלעך וואס גייען אויסגעשניטן ביים האלז אדער קורץ אנגעטון, טראכט איך צו מיר: 'די מיידל איז אזא רחמנות, וואס פעלט איר? וואס וויל זי? פארוואס איז זי נישט צופרידן?'


דעריבער בעט איך דיר זייער, זע מיט חכמה אריין צו ברענגען צווישן די מיידלעך עס זאל זיין א שיינע זאך דאס גיין אנגעטון איידל, וועסטו מיר טון מיט דעם א גרויסע טובה.


ווייל דאס איז מיין גאנצע ציל מיט'ן אויפשטעלן די סקול "בית פיגא", אויפצושטעלן א נייע דור, א דור פון מיידלעך און ווייבלעך וואס זענען שטאלץ און האבן ליב אידישקייט, האבן ליב דעם אייבערשטן און האבן ליב ווי אזוי דער אייבערשטער וויל מען זאל לעבן.

#1388 - הנהגות פאר געזונטע קינדער
קינדער, מקוה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, דרייוון, סופרים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אויף די גוטע נייעס אז איר ווארט למזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין בנקל ובנחת.


ברסלב'ע פרויען זענען מקפיד נישט צו עסן אין די טעג רעטעך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות קשוי לילד, סימן א): "אִשָּׁה שֶׁאוֹכֶלֶת צְנוֹן בְּעִבּוּרָה, תֵּלֵד בְּקִשּׁוּי", א פרוי וואס עסט רעטעך ווען זי ווארט וועט האבן א שווערע געבורט; אויך זענען ברסלב'ע פרויען מקפיד נישט צו עסן קיין רויע קנאבל און צוויבל ווען מען ווארט און ווען מען זייגט, ווייל דער רבי זאגט (שם אות הריון, סימן ד): "עֻבָּרוֹת וּמֵינִיקוֹת לֹא יֹאכְלוּ שׁוּמִין וּבְצָלִים", פרויען וואס טראגן און זייגן זאלן נישט עסן נישט קיין קנאבל און נישט קיין צוויבל; אזוי ווי מיר געפונען (רש"י במדבר יא, ה) אז אין מדבר ווען דער אייבערשטער האט געגעבן צו עסן די הייליגע מן פון הימל, האט מען געקענט שפירן דערין אלע טעמים, וואס פאר א טעם מען האט געוואלט שפירן אינעם מן האט מען געקענט שפירן, אויסער די זאכן וואס שאדט פאר פרויען וואס טראגן און זייגן, צווישן זיי צוויבל און קנאבל.


אויך פירן זיך ברסלב'ע חסידים אין די טעג וואס מען ווארט א שמחה צו זאגן שמות הצדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסעווייניג: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט. נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן די תפילה אז בזכות די הייליגע צדיקים זאלן מיר זוכה זיין צו האבן א געזונט קינד, אלעס זאל גיין גרינג און אין די ריכטיגע צייט.


בנוגע מאכן לייסענס וכו'; אודאי זאלסטו מאכן לייסענס, אזוי וועסטו נישט זיין א נצרך לבריות.


זיי ווייטער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג, און זיכער זאלסטו מקפיד זיין צו גיין אין מקוה פאר דו שרייבסט ספרי תורה, תפילין ומזוזות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1387 - שטארקט אייך מחנך צו זיין די קינדער אליין
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער שטארק, איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט אייער לעבן; אמת עס איז זייער שווער פאר אייך אין אייער מצב ווען איר זענט אליין, איר דארפט אליינס מחנך זיין די קינדער, נאכדעם וואס איר זענט צעטיילט פון אייער מאן. די גאנצע לאסט פון חינוך הבנים והבנות ליגט אויף אייך, וואס אפילו אין א געהעריגע פאל ווען מען איז צוזאמען מאן און ווייב קען מען זיך נישט אן עצה געבן מיט די קינדער, אידישע מאמעס פאלן פון די כוחות פון אויפציען די קינדער, ווער רעדט נאך ווען די קינדער ווערן גרויס און זיי הייבן אן שפירן ווי זיי זענען שוין דערוואקסן וכו' - איז זייער שווער מיט זיי, און אודאי אין אייער פאל ווען איר אליין דארפט זיי אויפציען מיט אזויפיל מי און פלאג; זאלט איר זיך שטארקן מיט אמונה.


ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד איז אלעס אסאך גרינגער; ווען מען באשולדיגט זיך נישט, מען ווייסט אז אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, 'אלעס וואס איך לייד, מיינע אלע ווייטאגן קומט מיט א חשבון' - דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן. אזוי ווי דער מענטש וואס גייט צום דאקטער און דער דאקטער שניידט אים, ער אפערירט אים; ווילאנג דער מענטש ווייסט אז 'דאס איז מיין טובה; מיט'ן שניידן היילט מען מיר, מיט'ן שטעכן וועט מיר בעסער ווערן', געבט דאס אים כח זיך צו קענען שטארקן און נישט ברוגז ווערן אויפ'ן דאקטער; אזוי און נאך אסאך מער איז ווען מען לעבט מיט אמונה, מען שפירט ווי מען ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן, מען געדענקט שטענדיג 'אין עוד מלבדו, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער געבט לעבן און ער מאכט אלעס' – דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן.


ווען אייערע קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר אביסל וויינען צום אייבערשטן; וויינטס צו אים אזוי ווי איר וויינט אינעם בריוו וואס איר שרייבט מיר, זאגטס פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך דארף אביסל כח פון דיר, אייבערשטער איך האב נישט קיין מאן וואס זאל מיך שטארקן; אייבערשטער, אלע אידישע מאמעס וואס פאלן פון די כוחות האבן זייער מאן וואס שטארקט זיי; נאך א גאנצן טאג ארבעטן קומט דער מאן אהיים, ער רעדט שיין, ער שמייכלט און ער געבט ליבשאפט, דאס געבט כח פאר אידישע מאמעס; אייבערשטער איך האב דאס נישט, איך בין אליין, איך שפיר ווי איך קען נישט מער, איך ארבעט אזוי שווער צו ברענגען פרנסה, איך ארבעט אזוי שווער צו האלטן מיינע קינדער ערליך. די קינדער רעדן נישט שיין צו מיר, זיי זענען נעבעך צעבראכן פון די פרשה, זיי פאלגן מיר נישט; העלף מיר אייבערשטער, געב מיר א שמייכל, געב מיר ליבשאפט און געב מיר שטארקייט איך זאל האבן כח ווייטער זיי מחנך צו זיין".


יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן, בפרט א תפילה פון א צעבראכענע הארץ - דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעמס תפילות, בפרט תפילות פון צעבראכענע הערצער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט האבן כח ווייטער אויפצוציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת פון זיי.