בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#345 - ס'איז נישט קיין דרך הטבע די טייערע שידוכים וואס איר טוט
אידיש געלט, שמחות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלן ענק זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע ענקערע ענינים.


מזל טוב פאר די שידוך פון אייער זון ... נרו יאיר! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אים און ביי אלע אייערע קינדער און אייניקלעך.


קוקט'ס וואספארא חסדים דער אייבערשטער טוט מיט אייך; ווער עס האט נאר אויגן זעט אז עס איז נישט קיין דרך הטבע די טייערע שידוכים וואס איר טוט, אזוי יונגערהייט, ביי איין קינד נאכן צווייטן. דאס איז נאר אין די זכות וואס דו און דיין ווייב העלפן די מוסד מיט א מורא'דיגע איבערגעגעבנקייט אין יעדע פרט און פרט.


איך בעט אייך: האטס שכל און מאכטס נישט א טייערע שמחה; מאכט די שמחה "אידיש" מיט א אידיש'ן טעם. געבט נישט אויס קיין געלט, ענדערש נעמט די געלט און באצאלט אלטע חובות.


איך האף אז איר וועט פאלגן.

#344 - אז מ'וואקסט אויף מיט'ן רבינ'ס הקדמות האט מען אן אנדער לעבן
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען מיין זון ... נרו יאיר פאר די פאר טעג אז איך זאל זיך קענען אריבער כאפן קיין ארץ ישראל און קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון.


איך וועל מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים פאר אייך און פאר אייער מאן; מיר קומען אייך א גרויסן הכרת הטוב פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר געבט אוועק אייער לעבן פאר אונזערע קינדער.


יעצט ווען מיר האבן שוין כלות תלמידות פון בית פיגא דארף מען זיי צוזאמנעמען נאך זייער חתונה - כאטש איין מאל א חודש - פאר א פריוואטע שיעור; אינה דומה א ווייבל וואס האט חתונה מיט די ריכטיגע הקדמות פון קינדווייז אן ווי די וואס איז אויפגעוואקסן אן דעם רבי'ן, פאר זיי וועט מען דארפן מאכן באזונדערע פרויען שיעורים.


איך האב אנגעגרייט א שיעור פאר די 'נחת אווענט' וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט; אויך האבן מיר אנגעגרייט א שפיל ווי עס זעט אויס ביי די שטובער וואס ברענגען אריין 'סמארטפאונס' אין שטוב, וואו די קינדער האבן נישט מיט וועם צו רעדן ווען די עלטערן זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זייער סעלפאון. איך האף צום אייבערשטן אז איך וויל פועל'ן ביי אלע עלטערן זאלן נישט אהיים ברענגען קיין סמארטפאון, טעבלעט וכו' וכו', אזוי וועלן מיר אויפברענגען א דור פון ערליכע אידישע קינדער.


איך פריי מיר זייער אז די מיידלעך אליינס רוימען אוועק די קלאסן און זענען אחריות'דיג אז די קלאסן זאלן זיין זויבער; עס איז גוט אז מען לערנט אויס מיידליך אחריות און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט.

#343 - אנהויבן דעם טאג מיט א דף גמרא
הכרת הטוב, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען פון מיר צוויי קינדער פאר די פאר טעג אז איך זאל קענען גיין מיט מיין ווייב קיין ארץ ישראל און אויך צום רבי'נס ציון; איך בין אייך שטארק מכיר טובה אויף דעם, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער.


איר ווייסט אודאי אז אייער מאן האט אנגעהויבן צו לערנען אין כולל יעדן אינדערפרי פאר איין שעה - פון צען ביז עלעף אזייגער; איך האב אים געגעבן א גוטע חברותא וואס זאל לערנען מיט אים דעם דף גמרא יעדן טאג.


וויל איך אייך בעטן איר זאלט אים מחזק זיין און מעודד זיין ער זאל קומען יעדן אינדערפרי פאר די איין שעה; איר ווייסט דאך ווי שטארק מוהרא"ש האט פארלאנגט פון יעדן אינגערמאן אין יבניאל מען זאל קומען אין כולל האבן א שיעור אינדערפרי. אלע מפיצים אין יבניאל טוען אזוי, זיי הייבן אן דעם טאג מיט לימוד התורה און נאכדעם גייען זיי ארויס אויפן שלאכט פעלד מלחמה האלטן מיטן יצר הרע.


זאלט איר אים שטארקן ער זאל קומען לערנען וועט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע עניינים.


איך ווארט צו הערן צי איר האט באקומען דעם בריוו.

#342 - בנוגע דעם בנין אין אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל אם ירצה ה' שיקן נאך געלט קיין אומאן, אבער איך וויל וויסן וויפיל עס גייט מיר נאך קאסטן צו ענדיגן דעם בנין עס זאל נישט אריין רעגענען. יעדן טאג בעט ער נאך געלט, איך קען נישט אזוי; נאר אז דו געבסט מיר א דו"ח וויפיל עס וועט מיר קאסטן צו ענדיגן דעם בנין עס זאל נישט אריין רעגענען.


לעת עתה וויל איך ענדיגן דעם בנין פון אינדרויסן אזוי אויך די רעלינגס פאר די טרעפ. איך וויל פארמאכן די פענסטערס אז מען זאל חס ושלום נישט ארויס פאלן רחמנא לצלן, און אפשר אויך אריין ברענגען לעקטער; דאס איז מיר גענוג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#341 - ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש
הפצה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו גיין ארבעטן אין א גראסערי וואס דו וועסט אהיים קומען מיט ווייניגער געלט ווי מען קען לעבן בכלל?! ענדערש זאלסטו גיין הפצה וועסטו האבן גרויס עשירות.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש; בפרט אין ארץ ישראל דארט האסטו מיליאנען אידישע קינדער וואס מען האט זיי ליידער אוועק געריסן פון די אמונה און ווען מען איז זיי מזכה מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען זיי זיך מורא'דיג מחי'; זיי געבן זייער שיין צדקה, בפרט אחינו בני ישראל די ספרדי'שע אידן נעמען זייער שיין די קונטרסים.


אז דו פרעגסט מיר וואס צו טון און דו שרייבסט מיר נאכמאל און נאכמאל: "וואס דער ראש ישיבה וועט מיר זאגן וועל איך טון", זאג איך דיר: "נאר מיין דעה איז פאר דיר ענדערש צו גיין הפצה ווי שטיין אין א גראסערי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#340 - עלטערן דארפן ארבעטן צוזאמען מיט'ן מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה אז דו רעדסט מיט דיין זונ'ס מלמד, דו ווילסט דיין זון זאל מצליח זיין. אונזערע מלמדים זענען איינס ביי איינס ערליכע אידן, איבערגעגעבענע מלמדים מיט אייזערנע סבלנות. עס איז ממש געזאגט געווארן ביי זיי דעם פסוק (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ"; די מלמדים נוצן נישט זייערע הענט, ווייל דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן.


דעריבער אז דו פארציילסט מיר אז דו רופסט דיין קינד'ס מלמד און דו ביסט אינטערעסירט צוצוהעלפן, וועסטו זען מיטן אייבערשטנ'ס הילף אסאך נחת פון דיינע קינדער.


איין מאל א חודש זאלסטו ווייזן דיין לוח וכו', פאר דיין דַיָין וועם דו פרעגסט דיינע שאלות, ער זאל דיר העלפן אויסשטעלן דעם לוח אז דו זאלסט זיין אפגעהיטן אין אלע הלכות.


מען מוז האבן א דיין וועם מען פרעגט שאלות און מען טאר זיך נישט שעמען צו פרעגן שאלות; עס איז נישט דא אזא זאך אז מען זאל זיך אליינס פסק'נען מראות וכו'. יעדעס מאל מען האט א שאלה דארף מען גיין פרעגן א דיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", דער וואס שעמט זיך צו פרעגן ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן; יעדע שאלה וואס מען האט מוז מען פרעגן אן ערליכן מורה הוראה, נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן אין טהרת המשפחה.


קומענדיגע וואך מיטוואך וועט פארקומען אן "אסיפת הורים" פאר די מאמעס פון די קינדער וואס לערנען אין סקול בית פיגא; זאלסט אוועק לייגן דעם נאכט אז דיין ווייב זאל קענען קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#339 - גמרא מאכט ליכטיג, גמרא נעמט אוועק אלע טונקלקייטן
לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך ווארט נאך אלץ אויף דיין בריוו.


איך בענק מיר נאך די צייטן ווען דו פלעגסט מיר שרייבן יעדעס מאל ווען מען האט מסיים געווען א מסכתא אז דו האסט מסיים געווען נאך א מסכתא און נאך א מסכתא; איך האף אז דו לערנסט נאך יעדן טאג אביסל גמרא.


גמרא מאכט ליכטיג, גמרא נעמט אוועק אלע טונקלקייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם", אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל, דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז א מענטש זאגט: "עס איז מיר פינסטער", "עס איז מיר טונקל", "איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש", "עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקיום געווארן דעם פסוק 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם'", זאגט מען אים: "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי און הייב אן לערנען, הייב אן זאגן די אותיות התורה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין דורכדעם וועט דיר ליכטיג ווערן און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.


טייערע ברודער ... נרו יאיר, איך האב דיר ליב און איך ווארט צו הערן פון דיר.

#338 - געבן פאר קליינע קינדער מילכיגע באטלעך מיט'ן הכשר פון אוי יו - די (OU-D)
חינוך הילדים, כשרות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז אויבן אין הימל מיט דעם וואס דו ביסט זוכה צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אויף די גאנצע וועלט.


קוק אריין אין זוהר הקדוש (תרומה קכ"ח:): וואו עס ווערט ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן; דער זוהר הקדוש זאגט אז דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, ווי אויך איז דער מענטש גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן", עיי"ש.


בנוגע געבן באטיס (Formula) פאר קינדער מיט די הכשר פון "אוי יו – די"; היינט איז דא צו באקומען פארמיולע מיט גוטע הכשרים פון 'חלב ישראל', דערפאר דארף מען זייער מקפיד זיין נאר צו עסן און טרינקען 'חלב ישראל'. אויך פאר די קינדער דארף מען אכטונג געבן נאר צו געבן 'חלב ישראל', אפילו פאר א קינד פון איין טאג אלט.


די עלטערן וואס זענען מקפיד נאר אריין צו נעמען עסן מיט אן ערליכן הכשר וועלן האבן קינדער תלמידי חכמים און יראי אלקים; מען דארף זייער אכטונג געבן צו געבן נאר כשר'ע מילך פאר א קליין קינד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א): "אִם הַתִּינוֹק יוֹנֵק מֵחֲלֵב אִשָּׁה חֲצוּפָה, אֲזַי מִתְגַּבֵּר בּוֹ תַּאֲוָה זוֹ", אויב דער קינד זייגט מילך פון א אשה חצופה וועט זיך אויף אים מתגבר זיין די תאווה פון ניאוף, "וְכֵן לְהֵפֶך, כְּשֶׁיּוֹנֵק חֲלֵב אִשָּׁה כְּשֵׁרָה", און אזוי אויך פארקערט - זאגט דער רבי - אויב דאס קינד זייגט מילך פון אן ערליכע פרוי, "אֲזַי לִבּוֹ חָלָל בְּקִרְבּוֹ, וְאֵין לוֹ חֲמִימוּת", וועט ער זיין אן ערליכער איד און זיין אפגעהיטן אין קדושה. נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פארן קינד; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן מז): "יִזָּהֵר מְאֹד שֶׁלּא יִינַק הַוָּלָד מֵאִשָּׁה רָעָה", מען דארף אכטונג געבן אז דאס קינד זאל נישט זייגן פון אן אשה רעה, "כִּי חָלָב מְטַמֵּא וְחָלָב מְטַהֵר".


עס איז נישט ווערד צו נעמען בחינם חלב עכו"ם וואס די שטאט געבט (wic).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.

#337 - ענדיגט משניות צו די בר מצוה, מאכט א פשוטע שמחה
משניות, אידיש געלט, לימוד התורה, שמחות, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור הבר מצוה ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין טאטע נרו יאיר וואו ער שרייבט מיר אז דו גייסט מסיים זיין 'ששה סדרי משנה' אין די טאג פון דיין בר מצוה.


דערפאר וויל איך דיר מחזק זיין און שטארקן: אשריך! וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו גייסט אריין לעול המצוות מיט תורה און דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער.


זאלסט זיך שטארקן און לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; עס איז נישט קיין שווערע זאך צו טון - בפרט פאר א יונגע בחור, אויב מען היט די צייט קען מען דאס באווייזן. אז עס איז שווער צו טון ברציפות קען מען דאס אנטיילן אין דריי חלקים;  צופרי - זעקס פרקים, נאכמיטאג - זעקס פרקים און ביינאכט - זעקס פרקים, צוזאמען איז דאס אכצן פרקים.


אויך זאלסטו דאווענען שחרית מנחה מעריב דיקא אין א סידור און שטיין אויף איין פלאץ.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט שכל צו מאכן א פשוט'ע אידישע שמחה מיט א אידיש'ן טעם, נישט ווי די עשירים וואס מאכן משוגע אלעמען צו מאכן טייערע שמחות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן סד) אז אלע עשירים זענען רובם ככולם משוגעים; דאס זעט מען ממש בחוש ווען זיי מאכן שמחות ווי פאר אביסל כבוד המדומה מאכן זיי זיך צו נאר פאר אלעמען, וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אויף דיין טאטע'נס געלט.


זיי געזונט.

#336 - ווי שיין איז אז דו מאכסט א פשוט'ע בר מצוה
שמחות, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין זונ'ס בר מצוה! דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת פון דעם קינד און אלע קינדער - געזונטערהייט.


אשריך אז דו מאכסט א פשוט'ע שמחה און דו גייסט נישט נאך די שטראם פון די גאס וואס גיסן אוועק אידיש געלט אין מיסט מיטן כלומר'ישן אויסרייד אז פאר א שמחה מעג מען אויסגיסן געלט; איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו מאכסט א פשוט'ע בר מצוה אין שטוב פאר די חברים פון דעם בר מצוה בחור. ממך ילמדו, זאל מען זיך לערנען פון דיר נישט אויסצוגעבן געלט פאר נארישקייטן.


איך וויל רעדן מיט דיין זון דער בר מצוה בחור אים מחזק זיין און אים וואונטשן מזל טוב פאר די בר מצוה און פאר זיין סיום ששה סדרי משנה וואס ער גייט מסיים זיין ביום הבר מצוה.


איך וועל זיך זייער פרייען צו זען די גליון וואס איר טייטשט איבער אויף לשון הקודש, איך ווארט איר זאלט מיר דאס שיקן; איך וויל זען צו דער וואס טייטשט דאס איבער גייט נישט אוועק פונעם מכוון וד"ל.


לכבוד דעם וואס דו שרייבסט מיר אז דו מאכסט א פשוט'ע שמחה וכו' וועל איך אם ירצה ה' קומען צו דיר בלי נדר; איך האף צו זיין דעם ווינטער אין ארץ ישראל, איך וועל אם ירצה ה' געבן א שיעור פאר דיר און פאר אלע תלמידי היכל הקודש אין בית שמש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#335 - מ'קען נישט צווינגען צו גיין צום דאקטער, מ'קען נאר מתפלל זיין
תפילה והתבודדות, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז די איינציגסטע זאך וואס זי קען טון פאר איר מאמע תחי' אז זי זאל האבן א רפואה שלימה איז 'דאווענען צום אייבערשטן'. זי זאל זיך נישט אריינמישן ווייל זי וועט נאר האבן שברי לב דערפון; אז זי וויל נישט גיין אין שפיטאל, זי לאזט זיך נישט פון אלע געשוויסטער, פארוואס זאל זי זיך אויפעסן אומזיסט?!


איך שיק דיר פאר איר א בריוו איר צו בארואיגן.


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר דערציילט אז אייער מאמע שפירט זיך נישט גוט השם ירחם, אלע געשוויסטער האבן פראבירט איר צו נעמען אין שפיטאל אבער זי לאזט זיך נישט וכו', און איר ווילט וויסן וואס צו טון.


וויסן זאלט איר אז מען קען נאר העלפן יענעם ווען יענער וויל זיך לאזן העלפן, אז יענער וויל זיך נישט העלפן קען מען גארנישט טון, דערפאר זאלט איר נישט האבן קיין שולד געפילן אז אלעס איז תלוי אין אייך ווען באמת קענט איר גארנישט טון. אז מען פרעגט אייך אן עצה זאלט איר געבן אייערע עצות, אבער אז זיי אליינס זענען מחליט וואס צו טון זאלט איר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל (גילטי קאנטשעס) אז איר מאכט קראנק אייער מאמע חס ושלום.


איר זאלט זאגן תהילים אז זי זאל האבן א רפואה שלימה, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן צוזאמען מיט אייערע קינדער; יעדע נאכט פאר מען גייט שלאפן זאל מען בעטן צוזאמען: "הייליגער באשעפער, העלף אונזער באבי זאל זיין געזונט", דאס וועט פועל'ן א רפואה פאר אייער מאמע און פאר אלע אידן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה איז; רבי נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תלט) אז ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן שנת תקע"א איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל – ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער - דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאוון פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי – 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!"; זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פארן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


דאס זאלט איר טון מיט אייערע קינדער, איר זאל זאגן צוזאמען: "הייליגער באשעפער! העלף אונזער באבי זאל זיין געזונט"; די גרעסטע כיבוד אב ואם איז אז איר וועט אויפציען אייערע קינדער און זיין פאר זיי א געטרייע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער מאמע זאל האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

#334 - תפילה איז משנה די טבע
תפילה והתבודדות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די גוטע בשורה.


מען זעט ממש בחוש וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; אלע דאקטורים זאגן איין זאך און נאכדעם זעען זיי אז זיי ווייסן גארנישט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א'): "כִּי כְּשֶׁנִּגְאֶלֶת הַתְּפִילָּה, אָז נוֹפְלִים כָּל הָרְפוּאוֹת, כִּי נִתְרַפְּאִין עַל יְדֵי דְבַר ה'", ווען מען דאווענט צום אייבערשטן פאלן אוועק אלע רפואות ווייל מען ווערט אויסגעהיילט פונעם אייבערשטן אליינס, "וַאֲזַי כָּל הַדָּאקְטוֹרִים מִתְבַּיְּשִׁין בָּרְפוּאוֹת שֶׁלָּהֶם", דעמאלט שעמען זיך אלע דאקטורים מיט זייערע רפואות. "כִּי אֲזַי אֵין כֹּחַ לְשׁוּם רְפוּאָה כִּי כָל הָעֲשָׂבִים חוֹזְרִים כֹּחָם לְתוֹךְ הַתְּפִילָּה", ווייל אלע כוחות וואס ליגט אין די מעדעצינען גייט אריין אין די ווערטער פון תפילה און מען ווערט אויסגעהיילט דערמיט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#333 - ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פעול'ן גרויסע ניסים
שבת קודש

 


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געשריבן פאר אייער מאן א שיינע בריוו וואספארא נחת ער מאכט מיר מיט זיין התנהגות; איך וויל איר זאלט וויסן אז דאס וואס איך האב נאך כח אנצוגיין מיט תלמידים איז נאר אדאנק אייער מאן ... נרו יאיר.


עס איז שוין ביי מיר די עלפטע יאר וואס איך האלט די ישיבה, עס איז נישט גרינג צו נעמען רויע בחורים און זיי אויסקנעטן זיי זאלן זיין עבדי השם; אפילו טייג איז נישט גרינג צו אויסקנעטן און מאכן פון דעם חלות, פיל שווערער איז צו ארבעטן מיט מענטשן וואס זענען בעלי בחירה, מ'קען ארבעטן מיט א מענטש וואכן און חדשים און צו מאל יארן ביז עס מאכט זיך שוין עפעס. וואס געבט מיר כח אנצוגיין? נאר אזעלכע תלמידים ווי אייער מאן נרו יאיר. ווען איך זע זיין התנהגות, זיין איידלקייט און זיין יראת שמים געבט דאס מיר כח ווייטער אנצוגיין.


מרת ... תחי', ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר אויסנוצן די הייליגע מינוטן צו בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר אייערע קינדער און פאר אלע אידן. ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פעול'ן גרויסע ניסים.


רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת און א שיינע לעבן. א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר און אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן. צינד אן ...'ס הארץ ער זאל דיר דינען מיט ליבשאפט, צינד אן די הערצער פון מיינע קינדער".


אז איר האט נישט קיין כח צו שטיין קענט איר זיך אראפ זעצן, אז איר קענט נישט האלטן די הענט אויפן פנים פאר לאנג, קענט איר פשוט זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן. בעטס און בעטס און שפארטס נישט קיין טרערן, ווייל יעדע טרער איז נאך א טראפ וואסער וואס וועט שפאלטן די הערצער פון אייערע קינדער.


אז אייער מאן ווארט אייך צו זאגן "גוט שבת", ער וויל גיין אין שול, זייטס מפסיק און גריסטס אים: "גוט שבת", און ווען ער גייט שוין אין שול זאלט איר ווייטער רעדן צום אייבערשטן ביי די ליכט.


עלטערן דארפן פארגיסן טייכן טרערן צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן און געבעטן פאר ערליכע קינדער"; פארלאזט אייך נישט אויף אייער מאנ'ס תפילות, איר אליינס זאלטס פארגיסן טרערן צום אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן זיין ערליך.


נאכדעם ווען אייער מאן ... נרו יאיר קומט אהיים פון שול זאלט איר אים אפווארטן מיט א שמייכל; האלטס נישט קיין אלטע חשבונות, הייבטס אן א נייע דף און טראגטס נישט קיין אלטע ווייטאגן. שבת דארף מען זיין פרייליך; בעטס אייך איבער מיט אים אפילו ווען ער איז דער וואס דארף ערשט איבער בעטן, אז איר וועט אים מוחל זיין וועט דער אייבערשטער אונז אלע מוחל זיין.


געדענקטס וואס דער רבי האט געזאגט: "יעדע זאך וואס מען פועל'ט מיט שלעכטן, וואלט מען גרינגער געקענט פועל'ן מיט גוטנ'ס"; אסאך מאל מיינט מען אז אויב מען וועט שרייען וכו' אויף די מאן און קינדער וועלן זיי פאלגן, מען דארף געדענקען וואס דער רבי זאגט, אז מיט גוטנ'ס וואלט מען אסאך גרינגער און שנעלער גע'פועל'ט.


 


איך וואונטש אייך א פרייליכן שבת.

#332 - זייער וויכטיג מיטצוהאלטן די הלכות שבת אין סקול
חיזוק פאר מיידלעך, שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האלסט מיט די לימודים אין סקול און דו לערנסט גוט דורך הלכות שבת וואס מען לערנט אין סקול; אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי צו זיין א אידישע מאמע און פירן א אידישע שטוב אויסגעהאלטענערהייט.


דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זכר צדיק לברכה שרייבט (יערות דבש חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", עיין שם. דעריבער איז זייער וויכטיג מיט צו האלטן דעם לימוד אין סקול.


איך וועל דיר ענטפערן מיטן אייבערשטנס הילף אויף אלע שאלות וואס דו פרעגסט:


א – צי מען מעג גיין שבת מיט שפיציגע שיך אויף דער ערד אלץ חורש וכו'; מען מעג גיין אויף דער ערד אפילו די שיך איז שפיציג און עס וועט מאכן א גריבל, ווייל עס איז א דבר שאינו מתכוון, מען האט נישט אינזין צו אקערן ממילא איז דאס נישט אסור. אפילו עס איז א זיכערע זאך אז עס וועט מאכן א קריץ (פסיק רישיה) דאך מעג מען דאס טון, ווייל דאס אז דער וועג ווי אזוי מען גייט, דעריבער האבן די חכמים נישט גוזר געווען אויף דעם (עיין משנה ברורה סימן שכ, סעיף קטן לט).


ב – צי מען מעג אויפהייבן שבת קודש עפלעך וואס איז אראפגעפאלן פון בוים; עס ווענדט זיך, אויב זענען די פירות אראפגעפאלן פון בוים אום שבת קודש דעמאלט טאר מען דאס נישט אנרירן; עס איז נישט קיין חילוק איינס אדער מער – ווייל עס איז מוקצה, אבער אויב מען ווייסט קלאר אז די פירות זענען אראפגעפאלן ערב שבת, דעמאלט איז די הלכה אז מען מעג אויפהייבן נאר איינס אויפאמאל דאס צו עסן, ווייל אויב מען הייבט אויף מער ווי איינס איז דאס אסור אלץ די מלאכה פון מעמר.


ג – צי מען מעג שפילן שבת מיט קליקס; מען מעג שפילן מיט קליקס, לעגאו וכדומה און עס איז נישט דא ביי דעם די איסור פון בונה, ווייל דאס איז נישט געמאכט עס זאל בלייבן אויף א לענגערע צייט, דאס איז בלויז געמאכט צו בויען און צו צענעמען, און אפילו עס וועט יא בלייבן פאר א שטיק צייט איז אויך נישט דא ביי דעם קיין איסור.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט תהילים און דו האסט מסיים געווען דעם ספר תהילים די ערשטע מאל אין דיין לעבן; יעצט זאלסטו נאכאמאל אנהייבן ספר תהילים און דיין גאנץ לעבן זאלסטו זאגן תהילים, וועסטו האבן א גוט לעבן.


ווייז דעם בריוו פאר דיין טיטשער מרת ... תחי'.

#331 - א מענטש איז נישט א מאשין
בחור, משניות, לימוד התורה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון דעם אז דו קענסט זיך נישט מסדר זיין צו לערנען יעדן טאג די זעלבע מאס. איין טאג לערנסטו אפאר פרקים משניות, דעם אנדערן טאג נאר איין פרק וכו'; זיי דיך נישט מבלבל דערפון, דו זאלסט ווייטער לערנען אויף דיין וועג.


וויסן זאלסטו אז א מענטש איז נישט א מאשין וואס מען שטעלט אן און עס פראדוצירט יעדן טאג די זעלבע; יעדער מענטש איז אנדערש. איינער האט מער צייט דער אנדערער איז מער פארנומען, דער עיקר דארף מען ארויס כאפן צייט צו לערנען.


טייערער ... נרו יאיר, נוץ אויס דיינע יונגע יארן. יעצט איז די שענסטע יארן וואס מען קען אויסנוצן צו לערנען און דאווענען; אמת טאקע עס איז זייער שווער פאר א בחור ווי לאנג מען איז אליינס און מען האט נאך נישט חתונה געהאט, אבער פון די אנדערע זייט האסטו נאך נישט דעם עול הפרנסה, דו קענסט זיצן און לערנען אן קיין שום שטער.


שטארק דיר בלימוד התורה; תורה האט א כח ארויס צו שלעפן דעם מענטש פון אלע טומאות. אפילו ווען מען פאלט אראפ אין עבירות איז דער כח פון תורה שטערקער און עס וואשט אפ דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#330 - זאג משניות און רעד זיך אויס נאר צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, בחור, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו געשריבן אויף גראמען.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו האסט הנאה אין ישיבה, דיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן און דו לעבסט מיט אמונה און מיט שמחה.


זע צו לערנען משניות יעדן טאג; משניות האט א כח צו משנה זיין דעם מענטש מן הקצה אל הקצה. מִשְׁנָה איז די זעלבע אותיות ווי מְשַׁנֶּה; עס ציט ארויס דעם מענטש פון זיין בלאטע און דרייט אים אינגאנצן איבער לטובה.


די וועלט מיינט אז משניות איז נאר געמאכט ארויס צו שלעפן א נשמה פון גיהנום און איז נישט א לימוד פאר א לעבעדיגע מענטש, אבער עס איז נישט אזוי, נאר משניות שלעפט ארויס די נשמה פון גיהנום נאך אויף די וועלט; ווער עס לערנט משניות ווערט אויסגעלאטערט פון אלעם שלעכטס נאך ווען ער לעבט.


אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו ווייטער לערנען; זאג די ווערטער אן פארשטיין וועסטו נאכדעם זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה.


אנטלויף פון מענטשן ווייל זיי זענען מסוכן; רעד נישט פון דיינע פריוואטע זאכן מיט קיינעם אויף דער וועלט, דו וועסט נאכדעם ווערן צו נַאר פאר אלעמען. פארצייל דיינע ווייטאגן 'נאר' פארן אייבערשטן; איך וויל דיר אראפלייגן זאלסט וויסן וואס פאסירט ווען מען רעדט זיך אויס צו א מענטש, דער מענטש הערט אויס דיינע אלע אינפארמעישן, נאכדעם גייט ער און דערציילט דאס 'נאר' פאר איין חבר, און דער אנדערער דערציילט עס אויך פאר 'נאר' איין חבר, ביז דו וועסט בלייבן צו נַאר פאר די גאנצע שטאט וד"ל.


שרייב מיר נאך בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#329 - ווי לאנג מיינסטו קען מען לעבן א פאלשע לעבן?
שלום בית, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווי לאנג מיינסטו קען מען לעבן א פאלשע לעבן (דאבל לייפ)?! מענטשן קען מען אפשר אפנארן אבער נישט די אייגענע ווייב; פריער אדער שפעטער וועט זי זיך דערוויסן ווער דו ביסט און דיר אפלאזן, טו תשובה און לאז אפ ...!


געדענק אז איך האב דיר מודיע געווען פון פאראויס ווי אזוי עס גייט זיך ענדיגן, זאלסט נישט קומען צו מיר מיט קיין טענות.


לאז אפ ... און הייב אן לעבן א ריינע לעבן; בלייב אין שטוב ביינאכט וועט דיר גוט זיין.


איך וואונטש דיר דו זאלסט תשובה טון בקרוב.


 

#328 - א מאן און ווייב וואס פירן זיך ווי ס'דארף צו זיין, רועט דער אייבערשטער ביי זיי
קינדער, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב גערעדט מיט אייער מאן נרו יאיר; איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן פון אים אז איר לעבט מיט ליבשאפט איינער צום צווייטן און אז איר לעבט מיטן אייבערשטן. עס איז ביי אייך ממש מקוים געווארן די ברכה וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה יז.) "אִישׁ וְאִשָּׁה זָכוּ - שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", א מאן און ווייב וואס פירן זיך ווי עס דארף צו זיין זענען זוכה אז דער אייבערשטער רועט ביי זיי. דעם אייבערשטנס נאמען איז דאך שלום (שבת י.); אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה.


אייער מאן נרו יאיר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן וואס איז די ריכטיגע זאך פאר אייך צו טון וועגן האבן נאך קינדער; איר דארפט זיך זייער פרייען מיט די מתנות וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן - ליכטיגע געזונטע קינדער, איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים. און ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים אלץ מער מאכט מען כלים צו באקומען פרישע חסדים פונעם אייבערשטן.


ווארטס נאך א האלבע יאר וכו' נאכדעם וועלן מיר זען צי עס איז שוין די פאסיגע צייט צו האבן נאך קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#327 - דרוק אשר בנחל וועסטו געהאלפן ווערן, חיזוק פאר מלומדות
מלמדים, רפואה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו האסט מיר געבעטן איך זאל שרייבן א בריוו פאר דיר און דיין ווייב ענק מחזק זיין אויף וואס איר גייט יעצט אריבער; איר זענט פארלוירן און מיואש פון דעם וואס מען האט געפונען ביי איר א חשש פון א געוויקס, דאס האט אייך אריין געווארפן אין א פחד בפרט יעצט ווען איינער פון די משפחה איז אוועק פון אזא מחלה.


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, שטארק דיין ווייב תחי' זי זאל גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן; מיר זענען אין זיינע הענט, ער איז דער רופא נאמן און ער וועט אויסהיילן דיין ווייב מיט א גאנצע רפואה.


בנוגע אז זי דארף אויפהערן נעמען וכו' וואס ברענגט אז יעצט ווערט פארדרייט אירע צייטן וכו' און איר האלט עס נישט אויס; עס איז כדאי צו נעמען א זכות אין דרוקן דעם ספר 'אשר בנחל', וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען אין זיין צוואה בזה הלשון: "אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אַשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


בנוגע אז זייט דו ביסט געווארן א מלמד קומסט נישט אן צו לערנען דיינע שיעורים אזוי ווי אמאל; איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים וואס זענען מלמדים ווען זיי קומען צו מיר מיט די טענה אז זיי קומען נישט אן צו לערנען: "לערנען מיט קינדער איז מער ווי לערנען פאר זיך", ווייל ווען מען לערנט מיט קינדער איז דאס תורה לשמה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה מט:): אויפן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז תורת חסד און וואס איז נישט קיין תורת חסד? נאר: "תּוֹרָה לִשְׁמָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹא לִשְׁמָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", אזוי אויך: "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹּא לְלַמְּדָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט א צווייטן - בפרט מיט ריינע קינדער תינוקת של בית רבן וואס זענען נאך לויטער און ריין - דאס איז תורה לשמה, און עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון אזא תורה.


דאס אז דו האסט נישט קיין מנוחה און דו ווילסט ענדיגן ש"ס הונדערט און איין מאל - זייער גוט און זייער חשוב, מיט דיין רצון וועסטו עס נאך קענען ענדיגן בעזר ה', אבער די תורה וואס דו לערנסט מיט די קליינע קינדער דאס איז לויטער און ריין, ביים אייבערשטן אויבן אין הימל איז דאס די חשוב'סטע זאך.


זיי דיר מסדר צו לערנען ח"י פרקים משניות און דעם דף גמרא בבלי אזוי אויך דעם יום תהילים און דיין גאנצע חיות זאל זיין פון דיין מלמדות.


איך בין זייער פארנומען היינט, מיר האבן זיך אריבער געצויגן אין א נייעם פלאץ מיט די סקול, איך האב קוים צייט וכו'; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


שרייב מיר לכל הפחות איין מאל א וואך א בריוו, איך וויל זען ווי ענקער מצב ווערט בעסער און בעסער.

#326 - יישר כח פאר'ן באשטעלן טיקעטס אויף אומאן ראש השנה
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יישר כח פארן באשטעלן טיקעטס פאר מיר און מיינע קינדער פאר ראש השנה שנת ה'תש"פ.


מען קען טראכטן עס איז נאך זייער פרי, וואס דארף מען שוין זארגן אויף ראש השנה? אבער ביי אונז לעבט מען א גאנץ יאר מיט ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁהָיָה אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לִשְׂמוֹחַ מְּאֹד כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר פרייען מיט דעם.


זאלסט איבערגעבן פאר אלע בחורים ווען איך פאר אז זיי זאלן מיט קומען און פארן צוזאמען; מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל נעמען די בחורים צוזאמען מיט מיר כדי זיי זאלן זיין אפגעהיטן דורכאויס די גאנצע וועג.


איך דאנק דיר פארן מיר אויסלייגן די געלט, איך האף צום אייבערשטן דיר צו באצאלן צוביסלעך.


ישר כח פארן העלפן צאלן די רענט חודש'ליך.

#325 - דער יצר הרע זוכט מחליש דעת זיין יעדן, בפרט דעם וואס איז מחזק א צווייטן
זיכוי הרבים, חלישות הדעת, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט מיר זייער מחי' געווען מיט דיין בריוו; איך ליין דאס איבער נאכאמאל און נאכאמאל. יעדעס מאל איך ליין עס בלאזט דאס אריין אין מיר ממש א חיות, ווי דו לייגסט אראפ דיין לעבן, וואס דו האסט אלץ באקומען דא אין ישיבה ביים הייליגן רבי'ן; דיינע שיעורים כסדרן, דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין אפילו עס קומט דיר אן אזוי שווער, דאך דערמאנסטו זיך פון די דיבורים און דאס מאכט דיר לויפן אין שול.


דיין בריוו איז אריין געקומען ממש אין א מינוט וואס איך האב געטראכט צו מיר: 'וואס פעלט אויס די אלע שיעורים וואס איך געב און בריוו וואס איך שרייב וכו'?' דו ווייסט דאך אז דער יצר הרע זוכט מחליש דעת זיין יעדן איינעם, בפרט איינער וואס איז מחזק א צווייטן – אים זוכט ער מער צו צעברעכן. אסאך מאל קומט מיר אריין אין מחשבה אז איך זאל אויפהערן שרייבן בריוו און אויפהערן געבן שיעורים; פונקט אין די מינוט האב איך באקומען דיין בריוו און געזען ווי דו שרייבסט מיר אז די דרשות און בריוו וועקן דיר אויף פון דיין שלאף, עס שלעפט דיר צוריק אין שול און שלעפט דיר צוריק צום אייבערשטן.


שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; קוק נישט אויף אנדערע חברים אז זיי לערנען מער ווי דיר, געדענק וואס דער הייליגער תם האט אונז געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה ט מחכם ותם): "דאס איז זיין מעשה און דאס איז מיין מעשה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#324 - אויב מען שיקט אוועק א מיידל פון א געים, זאלן אלע אוועק גיין פון די געים
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות, בושה, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד שיין צו דיין חבר'טע, זאג איר אז אויב זי לאזט נישט אנדערע מיידלעך שפילן מיט אייך וועסטו אויך נישט שפילן מיט איר. שעם זיך נישט ווען עס קומט זיך אנצונעמען פאר די מיידלעך וואס מען שיקט זיי אוועק פון א געים און געב דאס איבער פאר אלע מיידלעך: "אויב מען שיקט אוועק א מיידל פון א געים זאלן אלע אוועק גיין פון די געים", איר זאלט נאר שפילן מיט מיידלעך וואס גרויסן זיך נישט אויף אנדערע.


דאס אז דו שעמסט זיך וכו'; בושה איז זייער א גוטע מידה. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בושה, סימן ל): "מִי שֶׁאֵין לוֹ בּוּשָׁה, בְּיָדוּעַ שֶׁלֹּא עָמְדוּ רַגְלֵי אֲבוֹתָיו עַל הַר-סִינַי", בושה איז א סימן פון א איד; עס זענען דא צייטן ווען מען דארף אוועק לייגן די מידה פון בושה און זיין פעלזן פעסט מיט וואס מען טוט. ווען עס קומט צו אידישקייט, צו גיין אנגעטון בצניעות און אלע לאכן, דעמאלט דארף מען האבן עזות דקדושה אין זיך נישט צו ווערן איבערגערעדט פון די וואס לאכן, אזוי אויך ווען איינע פון די מיידלעך טשעפעט א צווייטן דארף מען לייגן די בושה אין דער זייט כדי זיך נישט נאכצושלעפן נאך די וואס פירט, הייסט און טשעפעט וכו', נאר טון וואס איז ריכטיג.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג דו זאלסט זיין שטארק מיט דיין אידישקייט און זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם.

#323 - הערן נאר פון ערליכע זינגערס און פון ערליכע בדחנים
חיזוק פאר מיידלעך, ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען נעמט אראפ ניגונים פון א צווייטנס עס-די קארד דארף מען זייער אכטונג געבן אז עס זאל נאר זיין ערליכע ניגונים.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא, וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווער עס הערט ניגונים פון נישט אן ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, און אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם.


געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט זענען דא אסאך טעיפס און סידי'ס פון ערליכע אידן וואס ענטהאלטן ווארימע חסידי'שע ניגונים, דאס איז גוט צו הערן און אויך געבן פאר קינדער צו הערן. ווידעראום זענען דא אסאך ניגונים פון זינגערס וואס זענען נישט קיין ערליכע אידן, אז מען הערט דאס שטערט דאס צו עבודת השם.


מוהרא"ש זאגט אז א זינגער וואס שניידט די בארד און פיאות זאל מען נישט הערן.


דערפאר זאלסטו אכטונג געבן ווען דו נעמסט אן עס-די קארד פון א חבר'טע צו קאפיען זאלסטו וויסן וואס דו קאפיסט, עס זאל נישט ליגן אויף דיין סענסע ניגונים וואס דער רבי לאזט נישט הערן. אזוי אויך זענען דא פילע קאלעקשנס פון בדחנים און ליצים; דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו הערן קיין ליצנות פון לצים נאר אויב די בדחנות זענען געזאגט געווארן מיט די תנאים פון רבי'ן.


דער רבי האט געזאגט אז מען קען זאגן ווערטלעך מיט די פאלגענדע דריי תנאים: "1 - אן קיין ניבול פה; 2 - נישט אויף א צווייטנס חשבון; 3 - מען זאל נישט מיינען זיך", און דער רבי האט אויסגעפירט: "היינט גייט זאגט ווערטלעך".


איינער וואס רעדט ניבול פה - זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א) - איז א סימן אז זיין הארץ איז פול מיט זינד; מען דארף אנטלויפן פון מנובלות אזוי ווי מען אנטלויפט פון פייער, דאס שאדט נאך אסאך מער פארן מענטש ווי ניגונים וכו'.


איך פריי זיך זייער שטארק צו הערן אז דו האסט מסיים געווען די דרייסיגסטע מאל 'ספר תהילים'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#322 - זיך פרייען אז מ'איז זוכה משמש זיין דעם רבי'ן
זיכוי הרבים, חסידות ברסלב, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו "אשר בנחל" שם חלקינו וגורלינו, אז מיר האבן די זכיה צו משמש זיין דעם רבי'ן דורכן העלפן פארשפרייטן זיינע ליכטיגע עצות פאר די וועלט. אין חב"ד רופט מען די וואס פארשפרייטן תורת החסידות 'שלוחים', מוהרא"ש האט דאס גערופן 'שמשים'; מוהרא"ש שרייבט צענדליגער מאל אין אשר בנחל אז ווי לאנג ער לעבט וועט ער זיין א 'שמש' פארן רבי'ן צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר די וועלט. דארפן מיר זיך פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו משמש זיין דעם רבי'ן און מיר דארפן בעטן אז מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן בלייבן געטרייע שמשים.


ווען מען רופט אריין אין אפיס און מען וויל געבן צדקה פאר א פדיון קען די געלט נישט גיין פאר קיין שום זאך, די געלט דארף אנקומען צו מיר פריוואט.


שטארק דיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט אויפצובויען מוסדות וואו מען איז מחנך קינדער - אינגלעך און מיידלעך - מיט די ריינע אמונה.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט: "נצחתי ואנצח!" איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן.

#321 - זאגן תהלים יעדן טאג
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו זאגסט תהלים יעדן טאג.


מען האט אמאל פארציילט פאר ר' נתן זכרונו לברכה אז עס זענען דא געוויסע חסידים וואס פירן זיך צו לייגן פארן גיין שלאפן אונטער זייער קישן א פלאש ברוינפן, און ווען זיי וועקן זיך אויף פרעגן זיי: "משיח איז נאך אלץ נישט דא?" דאן הייבן זיי אן טרינקען ביז זיי ווערן שיכור און שלאפן נאכאמאל איין, זייער צוגאנג איז אז ווי לאנג משיח איז נאכנישט דא דארף מען איינשלעפן דעם יצר הרע, ווייל ווען מען שלאפט זינדיגט מען נישט. האט ר' נתן געזאגט: "דאס איז נישט קיין עצה; מען דארף לייגן א 'תהילים' אונטערן קישן און ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז משיח איז נאך אלץ נישט דא, זאל מען אפיר נעמען דעם תהילים, זאגן אפאר קאפיטלעך און שרייען צום אייבערשטן".


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך - אויף אידיש, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי תפילה והתבודדות.


פאלג דיינע עלטערן; דו האסט זייער חשוב'ע עלטערן, וואס זיי זאגן דיר זאלסטו פאלגן מיט שמחה און פרייד.