בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2168 - ס'איז געווען א פרייליכער פורים, און מ'גרייט זיך אויף יום טוב פסח
שטעטל, פסח, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב נישט קיין כח צו קומען היינט אין שטעטל, איך בין זייער אפגעמאטערט פון יום טוב פורים. מיר זענען זיך צאמגעקומען אין ישיבה כמעט ביזן זמן כניסת שבת, מיר האבן געטאנצן; עס איז געווען שמחות און בכיות, מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון מרדכי הצדיק. א האלבע שעה פאר שבת בין איך אהיים העלפן מיין ווייב אנגרייטן דעם שבת.


פרייטאג צו נאכטס איז געווען זייער דערהויבן אין ישיבה; מען האט געדאווענט מיט אן אויסטערלישע שמחה. פאר קבלת שבת האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דאנקען דעם אייבערשטן, מיר האבן געזאגט נשמת, מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אינאיינעם; נאכדעם האבן מיר געטאנצן און געזינגען.


נעכטן נאכט מוצאי שבת איז מען נאכאמאל געווען אין ישיבה, מען האט געטאנצן ביז פארטאגס; די בחורים און אינגעלייט זענען געווען זייער פרייליך, מען האט מיר נישט אפגעלאזט וכו' וכו', איך בין זייער אפגעמאטערט.


עס זענען געווען זייער אסאך אינגעלייט פון שטעטל, זיי וועלן דיר דערציילן וואס דא האט זיך אפגעטון; אפשר וועט איינער פון זיי אפשרייבן דעם גאנצן יום טוב, אלע דיבורים, התחזקות וכו'.


זיי מיר מוחל אז איך קען נישט אננעמען ענקער פארלאנג ארויס צו קומען אין שטעטל, איך וועל בלייבן אין ישיבה פאר די היינטיגע סעודה.


איך וועל מיט'ן אייבערשטנס הילף זיין יום טוב פסח אין שטעטל. עס וועט זיין שיעורים אלע טעג, סיי יום טוב און אויך חול המועד. איך וועל אם ירצה ה' פארלערנען אלע טעג פאר'ן דאווענען שחרית די בלאט בבלי און ירושלמי.


חול המועד וועל איך דאווענען שחרית עלף אזייגער, פאר'ן דאווענען וועט זיין די שיעור אין בבלי און ירושלמי. אז איר ווילט קענט איר מאכן א מנין שחרית פריער, איך וועל דאווענען עלף אזייגער. פארנאכטס וועט זיין א שיעור התחזקות; מיר וועלן דאווענען מנחה אכט אזייגער און נאך מעריב וועט זיין א שיעור, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2167 - דער שטעטל וועט זיך בויען אויב איר וועט טראכטן איינער פון צווייטן
שטעטל, פרנסה, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך בעטן איר זאלט העלפן איינער דעם צווייטן; יעצט עפנט זיך א גראסערי אין שטעטל, זאלט איר זען איינקויפן אין שטעטל. דער שטעטל וועט זיך בויען אויב איר וועט טראכטן איינער פון צווייטן, איר וועט געבן פרנסה איינער דעם צווייטן.


איך שטיי און איך וואונדער זיך אויף די וואס ווען עס קומט צו זייער אייגענע באקוועמליכקייטן וועלן זיי נישט ארויסגיין איין איינציגע טריט פאר א צווייטן בשעת אלע גייען ארויס פון זייער וועג זיי צו געבן ארבעט; וואס קען מען טון, אלץ זענען דא אזעלכע מענטשן וואס טראכטן נאר פון זיך. איך האף אז רוב אנשי שלומינו וועלן יא טראכטן פון א צווייטן.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום טוב פסח אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2166 - דו קענסט רואיג נעמען די וואקסין
רפואה, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


האב נישט מורא, דו קענסט רואיג נעמען די וואקסין קעגן די קורונה וויירוס; די אלע וואס ווארפן אן א שרעק די זענען בכלל אנטשלאסן מען זאל נישט נעמען קיין שום וואקסין, יעצט ווען מענטשן זענען צעמישט און צעטומלט - מאכן זיי א טומל. דו קענסט רואיגערהייט נעמען די וואקסין, דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלע מחלות.


דער רבי האט געזאגט, אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זירא; עס קען אפילו אראפגיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זירא), דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).


זיי ממשיך פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט, דאס וועט דיר מאכן פרייליך. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה, סימן טז): "מִי שֶׁמְּפַרְסֵם אֶת הַצַּדִּיק, זוֹכֶה לְשִׂמְחָה", ווער עס פארשפרייט דעם צדיק ווערט פרייליך; אינטערסאנט איז, די אלע וואס טוען אין הפצה זענען אלץ פרייליך, זיי זענען גוט מוטיג.


א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד.

#2165 - געבט נישט אויף, איר וועט האבן א שטוב מיט קינדער
קינדער, דירה

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט האבן קינדער; פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, איר וועט האבן א שטוב מיט קינדער.


בנוגע וואו צו וואוינען; ווער קען זאגן וואו מען זאל וואוינען? בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן וואו צו וואוינען.


א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד.

#2164 - מיר זאלן האבן די זכי' אויפצובויען אידישע קינדער
מוסדות, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ר' ... נרו יאיר וזוגתו אונזער מנהלת בית פיגא תחי'


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכי' אויפצובויען אידישע קינדער, איינפלאנצן אין זיי אמונה; אלע זאלן וויסן אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן.


איר זאלט אינאיינעם זען אסאך נחת ביי אייערע קינדער און קינד'ס קינדער, אמן.


שמחת פורים.

#2163 - א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד
מוסדות, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ר' ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד, פאר'ן אריינלייגן אין אונזערע קינדער אמונה טהורה, יראת שמים ומדות טובות.


אשרינו מה טוב חלקינו ששם חלקינו בהיכל הקודש ולא מיושבי קרנות, אז מיר קענען שפירן אביסל בזה העולם טעם גן עדן.


שמחת פורים.

#2162 - יישר כח פאר'ן העלפן צאלן די כולל אינגעלייט מיט אזא געטריישאפט
כולל, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען די זכי' האבן צו משמש זיין דעם רבי'ן.


דו העלפסט מיר אגאנץ יאר באצאלן אונזערע כולל אינגעלייט מיט אזא געטריישאפט.


אין דעם זכות זאלסטו זען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


שמחת פורים.

#2161 - האבן די זכי' ווייטער צו לערנען מיט תינוקות של בית רבן
מוסדות, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכי' ווייטער צו לערנען מיט תינוקות של בית רבן, מיר זאלן בלייבן א גאנץ לעבן בבית ה', לחזות בנועם ה', מיר זאלן שפירן דאס זיסקייט, דאס ליכטיגקייט - אין די תורה, מיר זאלן מצליח זיין מיט די תלמידים; אויפשטעלן א מיליטער פאר'ן אייבערשטן.


שמחת פורים.

#2160 - סיי ארור המן סיי ברוך מרדכי, איז נאר דער אייבערשטער
אמונה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ר' ... נרו יאיר, דיין דקהילתינו


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי; עס זאל נישט מאכן קיין חילוק שלעכט אדער גוט, מיר זאלן וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער; אלעס וואס פאסירט, אלעס וואס גייט אריבער, סיי ארור המן סיי ברוך מרדכי - איז נאר דער אייבערשטער.


שמחת פורים.

#2159 - מיר זאלן האבן די זכי' צו זיין א שמש ביים רבי'ן
מוסדות, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכי' צו זיין א שמש ביים רבי'ן, העלפן פארשפרייטן די אמונה, העלפן כאפן דעם הערש; נישט אוועק גיין פון רבי'ן.


איך דאנק דיר פאר דיין געטריישאפט פאר'ן מוסד.


שמחת פורים.

#2158 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי געטריי מיט אונזערע קינדער
מוסדות, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד הר"ר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי געטריי מיט אונזערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן זיין באשעפטיגט מיט העלפן דעם רבי'ן, פארשפרייטן די אמונה, פלאנצן אין אידישע הערצער אמונה ויראת ה'.


שמחת פורים.

#2157 - פארשפרייטן די אמונה, דעם רבינ'ס עצות, פאר די גאנצע וועלט
הפצה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער האבן די זכי' צו פארשפרייטן די אמונה, דעם רבינ'ס עצות - פאר די גאנצע וועלט; דאס וועט זיין אונזער תיקון מיר זאלן קענען פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן נחת פון דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב.


שמחת פורים.

#2156 - טון פאר אנדערע אידן אונזער גאנץ לעבן
הפצה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען טון פאר אנדערע אידן אונזער גאנץ לעבן, מיר זאלן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט; דאס וועט ברענגען די גאולה שלימה.


שמחת פורים.

#2155 - מיר זאלן האבן די זכי' ווייטער צו טון פאר'ן רבי'ן
מוסדות, חסידות ברסלב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכי' ווייטער צו טון פאר'ן רבי'ן; סיי מיט הפצת אור רבינו בעולם און סיי מיט'ן אויפשטעלן תלמידים ותלמידות, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען פאר אונזערע עלטערן און רבי'ס; למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד, מיר זאלן בלייבן פארבינדן ביים רבי'ן אין זאק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#2154 - מיר זאלן בלייבן אונזער גאנץ לעבן ביים רבי'ן אין זאק
הכרת הטוב, חסידות ברסלב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי א גאנץ יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן בלייבן אונזער גאנץ לעבן ביים רבי'ן אין זאק, אזוי ווי רבי נתן האט געבעטן: "רבי, בינד מיר צו אין דיין זאק"; מיר זאלן ווייטער טון פאר'ן רבי'ן, דאס וועט אונז מתקן זיין.


שמחת פורים.

#2153 - א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אין חדר
הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אין חדר, סיי מיט'ן זיין א געטרייער מלמד און יעצט האסטו איבערגענומען די טראנספארטעישן - ברענגען און טראגן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן טון פאר'ן רבי'ן.

#2152 - אויפשטעלן תלמידים וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן
הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פאר'ן זיך אזוי אוועקגעבן פאר אונזערע קינדער, בפרט פאר מיין זון ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנצע לעבן זיין געטריי פאר'ן רבי'ן; אויפשטעלן תלמידים וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


שמחת פורים.

#2151 - דער אייבערשטער זאל געבן הצלחה מיט אלע תלמידות
מוסדות, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי', קרית ברסלב ליבערטי


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען העלפן בויען די בליענדיגע מוסדות, מצליח זיין מיט אלע תלמידות; אלע תלמידות בית פיגא ליבערטי זאלן אויפוואקסן גרויסע צדקניות, איר זאלט האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט.


שטארקט אייך אינאיינעם ווייטער צו טון נאר פאר אנדערע.


שמחת פורים.

#2150 - רעד שיין צו דיין ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך האב דיר זייער ליב, דו ביסט א טייערער אינגערמאן; דעריבער בעט איך דיר פון מיין הארץ: "רעד שיין צו דיין ווייב".


דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה א וואוילע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, זי איז דיר אזוי געטריי, זי איז דיר אזוי איבערגעגעבן, דארפסטו אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט מיט איר.


זאלסט קיינמאל נישט אראפהאקן דעם טעלעפאן אינמיטן רעדן מיט איר, דאס טוט זייער וויי פאר א ווייב, דאס מאכט א לאך אין הארץ, דאס ווארפט איר אראפ פון אירע כוחות.


מיר זענען מקורב צו אזא גרויסער רבי, דארפן מיר פאלגן וואס ער האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד), מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, מיר זאלן רעדן שיין צו זיי, "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", ווייל זיי זענען אזוי אויסגעמאטערט מיט די קינדער.


איך בעט דיר אזוי שטארק, נעם ביטע אן מיינע ווערטער, זאג מיר נישט אפ, טו דאס איינע זאך וואס איך בעט דיר!!

#2149 - קוק נישט צוריק אויף נעכטן, דו קענסט נאך אלץ פאררעכטן
תשובה, התחדשות, טעלעפאן, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, אזא שאד אז דו ביסט צוריק געפאלן, דו קוקסט מאוויס; דו ביסט דאך אזא טייער קינד, דו האסט דאך אזוינע גוטע זאכן, פארוואס זאלסטו דאס טון? דו האסט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, דו ביסט צוגעקלעבט צום טעלעפאן, דו שלאפסט מיט דעם, דו לעבסט מיט דעם.


איך בעט דיר טייערער ..., אפשר דאך? אפשר הייבסטו אן זיין אן ערליכער איד? היינט נאכט איז פורים, עס איז א צייט וואס דו קענסט צוריק קומען צום אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג:): "אֶסְתֵּר הַמַלְכָּה הָיְתָה עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", אסתר המלכה איז נעבעך אנגעקומען אין פאלאץ פון אחשורוש, זי איז געלעגן אין חיקו של אחשורוש, דאך האט זי זיך נישט מייאש געווען, "וְטוֹבֶלֶת" - זי איז געגאנגען זיך רייניגן, "וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", זי איז געלאפן צום צדיק.


אַיֶּכָּה? וואו ביסטו!? קום צוריק, דו קענסט נאך זיין א צדיק, דיין נשמה קומט פון אויבן, עס איז דאך אזוי הייליג.


קוק נישט צוריק אויף נעכטן, דו קענסט נאך אלץ פאררעכטן; ווארף אוועק דעם טעלעפאן, נעם דעם משניות מיט די גמרא, דיין לעבן וועט צוריק ווערן לעבן.

#2148 - זיך אויפפירן מיט דרך ארץ ביים הייליגן רבינ'ס ציון
אומאן, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו פארסט יעצט נאכאמאל מיט דיין ווייב צום הייליגן רבינ'ס ציון, קיין אומאן.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "עס לוינט זיך נאכאמאל מגולגל ווערן, אויב מען וועט קענען זיין נאכאמאל ביים רבינ'ס ציון".


ביים ציון זאלסטו נישט רעדן מיט קיינעם, ביים ציון טאנצט מען נישט, זיכער נישט עסן און טרינקען; ליידער איז דא ביים ציון א גרויס הפקירות.


ווען דו קומסט צום ציון זאלסטו נישט האבן מיט קיינעם, דארט זאלסטו נאר דאווענען און בעטן, און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים [ - טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ); אויך קענסטו לערנען דארט דיינע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אלע תיקונים.


נא להתפלל עבורי, יואל בן ריצא רעכיל

#2147 - אכטונג געבן פאר וועמען מ'געבט צדקה
צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע מצוה צו העלפן חברים וואס דארפן הילף, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן פארוועם מען געבט צדקה.


אמאל מיינט מען אז די צוועק איז חשוב, די צדקה איז גרויס - ווען עס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): אָמַר יִרְמְיָהוּ לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם [אֲפִילוּ] בְּשָׁעָה שֶׁכּוֹפִין אֶת יִּצְרָן וּמְּבַקְשִׁין לַעֲשׂוֹת צְדָקָה לְפָנֶיךָ, הַכְשִׁילֵם בִּבְנֵי אָדָם שֶׁאֵינָן מְּהוּגָנִין", ירמיהו הנביא האט געשאלטן די מענטשן פון ענתות וואס האבן אים שלעכטס געטון, זיי זאלן געבן צדקה פאר מענטשן וואס זענען נישט ראוי.


אין דיין פאל זאלסטו זייער אכטונג געבן, בפרט ווען דער מענטש פאר וועמען דו נעמסט צאם געלט איז א חסיד שנפל, ער שרייבט שטילערהייט א בוך קעגן חסידים. פאר דיר און פאר דיינע חברים מאכט ער זיך ווי א רחמנות, ער שטעקט אויס זיין פוס אזוי ווי דער דבר אחר שטעקט אויס זיינע פיס צו ווייזן עס איז געשפאלטן. זאלסטו זייער אכטונג געבן, דו וועסט זיין א מסייע לעוברי עבירה פון חילול השם.


איך האף דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן פון יעצט.


 


 

#2146 - איידער דו הייבסט אן פארן, געב א פרוטה פאר צדקה
צדקה, דרייוון, סיפורי צדיקים, שולד געפילן, תפלת הדרך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן; קלאפ ארויס פון דיר די שולד געפילן, דו ביסט נישט שולדיג אין די מעשה, דאס איז פון הימל, דאס האט נישט מיט דיר.


איך וועל גיין אינאיינעם מיט דיר מנחם אבל זיין די משפחה, איך וועל נישט לאזן דו זאלסט אונטערגיין; דאס האט גארנישט מיט דיר, דאס איז פון הימל אנגעשריבן.


זיי זיך מקבל, יעדעס מאל דו גייסט אריין אין קאר אדער באס, איידער דו הייבסט אן פארן - צו לייגן א פרוטה לצדקה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", פאר מען גייט ארויס אויפ'ן וועג זאל מען געבן צדקה.


אויך זאלסטו זאגן תפלת הדרך; עס זענען דא וואס זענען מקיל ביי דעם, זיי זאגן דאס נאר ווען מען פארט א ווייטע נסיעה, מוהרא"ש האט אבער זייער מקפיד געווען מען זאל אלץ זאגן תפלת הדרך איינמאל א טאג מיט א ברכה, און יעדעס מאל מען פארט אין יענעם טאג, אפילו אין שטאט - זאל מען זאגן דעם יהי רצון און ענדיגן: "ברוך אתה שומע תפלה", אן די שם ומלכות.


צינד אן מעשיות פון צדיקים וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


 

#2145 - ביים אייבערשטן איז חשוב א פרוי וואס העלפט איר מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ...


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט וויסן וואס איז חשוב ביים אייבערשטן; ביים אייבערשטן איז חשוב א פרוי וואס איז גרייט פאר'ן מאן, א פרוי וואס היט אפ איר מאן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה", ווער איז א חשוב'ע פרוי? "כָּל שֶׁעוֹשָׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", די פרוי וואס טוט די ווילן פונעם מאן; זי היט אים ער זאל זיין הייליג און ריין, ער זאל קענען לערנען תורה בקדושה.


א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר'ן מאן וועט דער אייבערשטער זיין גרייט פאר איר; אירע תפילות און בקשות וועלן ווערן שנעל אנגענומען. די פרוי וואס גייט ארויס פון איר וועג פאר איר מאן, זי היט אים פון עבירות - וועט ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס.


עס איז נישט קיין תירוץ 'עס איז שווער וכו' וכו''; יעדן איינעם איז שווער, פאר'ן מאן איז אויך שווער צו טון וואס ער האט צו טון; אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", לויט ווי שווער עס קומט אן צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, באקומט מען מער שכר.

#2144 - גיין צו די עלטערן אויף פסח
צדיקים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


פסח איז נישט קיין צייט צו פארן צו רבי'ס און עס איז נישט קיין יום טוב וואס מען גייט עסן סעודות דא און דארט, פסח מישט מען זיך נישט; דעריבער זאלסטו גיין צו דיינע עלטערן און צו דיין ווייב'ס עלטערן.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט טייערע עלטערן, דיין ווייב האט טייערע עלטערן; דו האסט וואו צו גיין. בלייב נישט אין שטעטל עסן ביי דעם און ביי יענעם, נאך אביסל ווען דיינע קינדער וועלן אונטערוואקסן וועסטו מאכן אליינס דעם סדר.


חול המועד וועט זיין שיעורים; אינדערפרי וועל איך פארלערנען דעם דף גמרא, פארנאכטס וועלן מיר רעדן פון רבי'ן, וועסטו קענען קומען זיך מחזק זיין, אבער די ערשטע טעג און די צווייטע טעג זאלסטו זיין ביי דיינע עלטערן.