בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#270 - איך קען נישט יעצט פארן קיין ארץ ישראל
תפילה והתבודדות, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גלייב מיר, איך וויל אסאך מער ווי דיר גיין קיין ארץ ישראל; איך בענק און גליסט צו זיין אין ארץ ישראל און זוכה זיין צו אמונה, אריכות אפים, קדושת הברית און צו אלע מדריגות וואס דער רבי שרייבט וואס מען איז זוכה ווען מען איז אין ארץ ישראל (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קנה; ועוד). אויך בענק איך זייער צו מוהרא"ש'ס ציון, איך וויל זייער שטארק אהין גיין מתפלל זיין.


באמת האב איך געהאט בדעה צו פארן יעצט קיין ארץ ישראל, אבער איך קען נישט אוועק גיין פון די ישיבה. מוהרא"ש האט מיר געגעבן א שליחות צו לערנען מיט בחורים, יעצט זענען מיר אריין אין א נייע יאר, די עלפטע יאר פון ישיבה; עס זענען אריין געקומען אסאך נייע תלמידים און איך קען זיי יעצט נישט איבער לאזן.


טייערער ... נרו יאיר, דו וואוינסט דאך נעבן "מערת אליהו", דארט האבן מיר זיך געטראפן דאס ערשטע מאל פאר דריי יאר צוריק ווען איך בין געפארן קיין חיפה מיט די בחורים זיי ווייזן דעם הייל וואו אליהו הנביא האט זיך באהאלטן פון די עובדי הבעל אינעם הר הכרמל, דארט האט ער אויס געשריגן פאר אלע געצן דינער (מלאכים א יח, לט): "ה' הוא האלקים!" דארפסטו זיך שטארקן מיטן רעדן צום אייבערשטן; דאס האט אונז דער הייליגער רבי אויסגעלערנט, אז א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט נאר דעם אייבערשטן; ווי מער מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן ווערט מען מער און מער אויסגעלייטערט.


זיי מתפלל אז איך זאל זוכה זיין צו קומען בקרוב קיין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#269 - דורכגיין אלע ספרים - ווי אזוי צו פירן א בית המדרש היכל הקודש
בית המדרש, היכל הקודש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו וואו דו שרייבסט אלע דיינע סיומים, צווישן זיי אז דו האסט פאר יאר מסיים געווען חמשה חומשי תורה מיט רש"י און אור החיים הקדוש, און דאס יאר האסטו אנגעהויבן צו לערנען וועכנטליך דעם פירוש "כלי יקר".


דו פירסט זיך ווי א תלמיד 'היכל הקודש'; גענוי אזוי האט אונז מוהרא"ש געלערנט, מען זאל נעמען יעדעס יאר אן אנדערן פירוש, אזוי קען מען זוכה זיין צו מקיים זיין די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פארן מענטש דורך צו לערנען יעדן ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים, שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְדִינוֹת וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט, זיי געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלץ נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, "כְּמוֹ שֶׁדֶּרֶךְ הַשָּׂרִים לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר: 'הָיִיתִי בְּוַרְשָׁא' וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, "כְּמוֹ כֵן רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְּהַיְנוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים כַּנַּ"ל", דאס זעלבע דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט: "איך האב אלעס געלערנט, איך בין געווען איבעראל"; "וּלֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶּׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פארן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף דער וועלט.


מוהרא"ש פלעגט אסאך מאנען און פארלאנגען פון תלמידי היכל הקודש מען זאל מקיים זיין דעם שיחה, מען זאל כאטש איין מאל אין לעבן ענדיגן חמשה חומשי תורה מיט אלע פירושים. מען זאל נעמען יעדעס יאר אן אנדערן פירוש, אדער אפילו אז מען קען נישט ענדיגן דעם גאנצען פירוש יעדע וואך זאל מען זיך אנצייכענען א סימן ביי יעדע שטיקל וואס מען לערענט, אזוי וועט מען במשך השנים אלעס קענען מסיים זיין.


שטארק דיר און זיי ווייטער ממשיך צו מחזק זיין אנשי שלומינו; אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט זוכה צו זיין א שמש ביים רבי'ן, יעדן טאג וואס מיר זענען משמש דעם רבי'ן איז דאס פאר אונז א זכיה לנצח נצחים.


פארלערנען אין רבינ'ס בית המדרש איז נישט קיין כיבוד - אזוי אויך דאווענען פארן עמוד; אז עס קומט א גאסט זאלסטו אים מכבד זיין מיט אן עליה לתורה, אבער דאווענען פארן עמוד איז א גרויסער אחריות, מען קען נישט מטריח זיין דעם ציבור וכו'. זאלסט שטעלן קביעות'דיגע בעלי תפילה וואס דאווענען נישט שנעל און אויך נישט שטייט אז מענטשן זאלן דאווענען מיט א חיות און געשמאק.


דאס זעלבע איז מיט פארלערנען ביי שלש סעודות; דאס איז נישט קיין כיבוד, עס איז א גרויסער אחריות, ווייל די אלע וואס קומען אין רבינ'ס שול זענען צעבראכן אויף שברי שברים, זיי ווארטן א גאנצע וואך צו הערן אביסעלע חיזוק, זיי דארפן נישט קיין תורות און רמזים אויף די פרשה, זיי ווארטן צו הערן פשוט'ע דיבורים; דעריבער זאלסטו קיינעם נישט מכבד זיין מיט פארלערנען, דאס זעלבע מיטן דאווענען פארן עמוד.


דאס זעלבע איז מיט הגבהת התורה; דאס איז נישט קיין כיבוד. נישט יעדער ווייסט ווי אזוי מען הייבט אויף דעם ספר תורה און עס קען ארויס קומען א בזיון פאר די תורה, קוק וואס דער רמב"ן זאגט אויפן פסוק (דברים כז, כו): "אָרוּר אֲשֶׁר לֹא יָקִים אֶת דִּבְרֵי הַתּוֹרָה הַזֹּאת לַעֲשׂוֹת אוֹתָם וְאָמַר כָּל הָעָם אָמֵן", דאס גייט ארויף אויף דער וואס גייט הגבהה מיט די תורה נישט ווי עס דארף צו זיין; דעריבער זאלסטו געבן פאר א קביעות'דיגע מענטש, איינער וואס איז א בעל כח און ווייסט ווי אזוי צו מכבד זיין די תורה.


שטארק דיר ביתר שאת וביתר עוז, ויהי חלקי עמך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#268 - עלטערן דארף זיין אויפ'ן זעלבן בלאט מיט די מוסדות פון די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל דיר קלאר שטעלן וואס מיר האבן נעכטן גערעדט.


איך באהאלט מיר נישט פון קיינעם; אז איך טראכט פון זיך אוועק ציען וואוינען וכו' וועל איך דאס נישט טון בגניבה אן לאזן וויסן דערפון מיינע תלמידים. לעת עתה האב איך נישט קיין שום פלאן זיך אוועק צו ציען; בפרט אז איך האב אויפגעבויעט מוסדות מיט מסירת נפש דארפסטו אליינס פארשטיין אז איך גיי דאס נישט צעברעכן מיט מיינע אייגענע הענט.


עס עפנט זיך נישט קיין מוסדות אזוי גרינג ווי מען מיינט; איך האב געהאט זייער אסאך שוועריקייטן מיט די מוסדות, עס איז נישט שייך אראפ צו שרייבן וואס מיר זענען אריבער די צען יאר זינט מיר האבן געעפנט די ישיבה, די תלמוד תורה און נאכדעם דער בית חנוך לבנות בית פיגא.


געלויבט דעם אייבערשטן אז די מוסד וואקסט און בליט און וועט זיין א פעסטונג ביז משיח וועט קומען; דעם מוסד האט מוהרא"ש געעפנט און דאס פירט זיך גענוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט, סיי ביי די אינגלעך, סיי ביי די מיידלעך און סיי ביי די בחורים.


איך דאנק דעם אייבערשטן וואס מיט די זאך האט מיר דער אייבערשטער געהאלפן, אז מיר האבן זייער א געטרייער מנהל הרב ר' ... נרו יאיר, א געטרייע מנהלת מרת ... תחי' און טייערע מלמדים און טיטשערס; יעדעס קינד ווערט דורך גערעדט מיטן מנהל און מנהלת.


מען קען נישט יעדן איינעם צופרידן שטעלן און דו פארשטייסט אליינס אז פירן א מוסד איז פון די שווערסטע זאכן אויף דער וועלט; ווען אלע וואלטן געטראכט אייניג, ווען אלע וואלטן געהאט די זעלבע מיינונג, וואלט געווען א מחי' צו פירן א מוסד, אבער דער אייבערשטער האט אנדערש באשאפן די וועלט, דער אייבערשטער האט געמאכט אז יעדער מענטש זאל טראכטן אנדערש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח:): "כְּשֵׁם שֶׁפַּרְצוּפֵיהֶן שׁוֹנוֹת, כַּךְ דֵעוֹתֵיהֶן שׁוֹנוֹת", אלע טראכטן אנדערש; ממילא דארף מען קענען יעדן איינעם אויסהערן און זען וואס מען קען בעסער מאכן וכו'.


דו דארפסט פארשטיין אז אלע עלטערן וואס שיקן ביי אונז אינעם מוסד האבן איטליכער פון זיי אנדערע מיינונגען, יעדער וויל א משהו אנדערש פונעם צווייטן וכו', יעדער האט איין זאך וואס ער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף אזוי טון וכו'; אבער מיט איין זאך האף איך אז מיר זענען פאראייניגט, מיר אלע ווילן אויפציען אונזערע קינדער מיטן אייבערשטן, אלע עלטערן זענען אייניג אז מיר ווילן אויפציען די קינדער מיט אמונה אין הייליגע צדיקים - בפרט אינעם הייליגן רבי'ן, אלע ווילן מיר אויפציען קינדער וואס זאלן זיין געזונט צו קענען חתונה האבן, קינדער וואס ווייסן זיך צו היטן פון נישט גוטע מעשים וואס פאסירן השם ישמרינו; די מלמדים רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן אין שמירת הברית (א זאך וואס ליידער רעדט מען נישט צו קינדער) די מנהלת רעדט צו די מיידלעך קלארע ווערטער וכו', זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון נישט גוטע מעשים און פון נישט געזונטע נאנטקייט וכו', דער אייבערשטער זאל אונז שומר ומציל זיין פון דעם.


איין זאך זאלסטו וויסן און איבער געבן פאר אלע דיינע חברים, אז מען שיקט קינדער אין א מוסד דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו צעמישן די קינדער; אז דאס קינד גייט אין חדר און הערט פונעם מלמד רעדן פון זייער רבי שליט"א און נאכדעם קומט דאס קינד אהיים און הערט ווי דער טאטע זאגט פאר די מאמע א וויץ אויף זייער מנהיג, קען שוין דאס קינד נישט אויסהערן וואס זיין מלמד לערנט פאר, דאס קינד בלייבט שטיין צעמישט: ווען ער זעט זיין טאטע טראכט ער פונעם מלמד וואס זאגט איין וועג, ווידעראום ווען ער זיצט אין חדר טראכט ער פון זיין טאטע וואס מאכט חוזק וכו', דאס איז ליידער די סיבה פארוואס קינדער פאלן אוועק.


זיי געזונט און שטארק.

#267 - ווען עלטערן שלאגן און שרייען אויף די קינדער, באקומען זיי א שנאה צו אידישקייט
חינוך הילדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס פאסירט ווען עלטערן שלאגן און שרייען אויף די קינדער; די קינדער באקומען א שנאה צו אידישקייט, זיי מיינען אז אן ערליכער איד איז א עקלדיגע זאך, דעריבער ווילן זיי נאר טון פארקערט פון נארמאל. זיי טוען זיך אן אומ'צניעות'דיג ווייל זיי מיינען אז צניעות איז א שלעכטע זאך וכו'.


דו דארפסטו האבן אסאך סבלנות צו דיין ווייב תחי'; זי איז זייער א וואוילע ערליכע פרוי נאר זי איז אויפגעוואקסן מיט קולות און פחדים, דעריבער געפונט זי זיך אין א מצב וואס מען קען איר נאך נישט אלעס זאגן וכו', מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן וכו'.


דיין ווייב האט נישט קיין צוטרוי אין דיר, זי מיינט כסדר אז דו גייסט שרייען אויף איר אזוי ווי איר טאטע, נאכדעם וואס זי איז אויפגעוואקסן מיט קולי קולות; דו זאלסט איר נאר מחזק זיין און אויפבויען, דורכדעם וועט זי באקומען צוטרוי (טראסט) אין דיר, זי וועט זען אז דו מאכסט נישט קיין קולות ווען עפעס גייט אנדערש ווי דו ווילסט, וועט זי צוביסליך אויסגעהיילט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#266 - נאכלויפן די ווייב איז נישט שלום בית
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לויף נישט נאך דיין ווייב וכו'; ווי מער דו וועסט איר נאכלויפן וועט זי זיך אוועק צוען פון דיר, אבער אז דו וועסט איר אויפהערן נאכצולויפן וועט זי מיט די צייט וועלן זיין מיט דיר וכו'.


איך קען נישט צופיל מאריך זיין בכתב אין דברים שבינו לבינה מפני הצניעות, איך שרייב דיר ברמיזה וואס מוהרא"ש זאגט אויפן פסוק (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", אז די פרוי וועט גליסטן נאך איר מאן און דער מאן וועט געוועלטיגן אויף איר (עיין שם בפרש"י); אז די צוויי זאכן גייען געקניפט און געבינדן, אויב עס איז "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ", זי לויפט נאך דעם מאן, דעמאלט איז "וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", איז דער מאן דער וואס געוועלטיגט וכו', אבער ווען עס איז פארקערט, דער מאן לויפט נאך זיין ווייב וכו' - "וְאֶל אִשָׁה תְּשֻׁקָתְךָ", דעמאלט דרייט זיך אויס דער פסוק אויפן מאן, עס ווערט "וְהִיא (מיט א יוד) יִמְשָׁל בָּךְ", זי הייבט אן געוועלטיגן אויפן מאן. ווי מער מען לויפט נאך די ווייב וכו' ווערט דער מאן זייער אראפ געקוקט אין די פרוי'ס אויגן.


נאכלויפן די ווייב טאג און נאכט איז נישט 'שלום בית', מיט דעם ווערט מען נישט קיין גוטער מאן און נישט דאס מיינט 'געבן ליבשאפט', דאס איז 'נעמען ליבשאפט'.


איך קען נישט מאריך זיין יעצט ווייל איך בין זייער פארנומען אנצוגרייטן דעם מוסד, ביי אונז גייען די קינדער אריבער צום נייעם מלמד נאך סוכות; דעם קומענדיגן זונטאג הייבן די מלמדים אן מיט די פרישע תלמידים.


עס איז א קליינע בריוו אבער עס ליגט אין דעם זייער אסאך; נעם אריין אין דיר די פאר ווערטער וועט זיך אלעס איבער דרייען צום גוטן.

#265 - ווי אזוי צו געבן ליבשאפט / א קינד וואס איז שווער מיט עברי
חינוך הילדים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א.    ווען עס קומט צו געבן ליבשאפט און ווארימקייט דארף מען נישט קיין טיפע ענינים, ווייל ליבשאפט קומט פון הארץ; מען רעדט שיינע ווערטער, מען זוכט א גוטע זאך וואס יענער האט און מען רומט דאס אויס נאכאמאל און נאכאמאל. מען דארף נישט קיין גרויסע חכמות אויף דעם, מען דארף נאר אביסל שכל אפ צו ווארטן דעם מאן מיט א שמייכל און זיין דער ערשטער וואס געבט גוטע ווערטער. ווען דער מאן זעט ווי זיין ווייב רעדט שיין צו אים וועט ער איר אלעס נאכגעבן.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב מיט איר חכמה; מיט שיינע ווערטער קען מען אלעס פועל'ן און אלעס באקומען.


ב.    בנוגע אייער קינד וואס כאפט אויף אביסל שווער דאס ליינען עברי; דאס ערשטע זאך זאלט איר זאגן תהילים יעדן טאג פאר אים בפרטיות און פאר אלע קינדער בכלליות, און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל פארשטיין דאס לערנען. צווייטנס דארפט איר זיך מער אפגעבן מיט דעם קינד; נעמט אראפ אפאר מינוט יעדן טאג צו לערנען מיט אים ליינען און שרייבן, דאס זאל זיין די וויכטיגסטע זאך ביי אייך אין שטוב, ווייל אז איר וועט פארשפילן די יאר וואס ער לערנט עברי וועט נאכדעם זיין פאר אים זייער שווער במשך אלע קומענדיגע כיתות.


דאס בעסטע איז דאס צו טון מיט אים ווי פריער אינעם טאג, ווייל שפעטער ווערט מען מער אויסגעמוטשעט און עס איז שווערער פארן קינד צו לערנען; אזוי אויך שבת אין און די טעג ווען עס איז נישט דא קיין חדר דארף מען געדענקען אז דאס ערשטע זאך ווען דער קינד איז אויפגעשטאנען, נאכן עסן וכו', זאלט איר אים העלפן מיט די עברי.


ג.      איך האב געשריבן פאר אייער מאן א בריוו, איך האף אז ער וועט דאס אננעמען צום גוטן; עס פעלט נישט אויס צו קומען קיין אמעריקע צו שאפן געלט, דא דרייען זיך ארום בלוטיגע ארימעלייט וואס קענען נישט דעקן זייער לעבן.


דער אייבערשטער וועט אים דארט ברענגען זיין פרנסה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מ): "כָּל הַנְּסִיעוֹת שֶׁל אָדָם הוּא בִּשְׁבִיל קִלְקוּל הָאֱמוּנָה", אלע נסיעות וואס א מענטש פארט קומט פון חסרון אמונה, "כִּי אִם הָיָה מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה שֶׁיָּכוֹל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְהַזְמִין לוֹ כָּל צָרְכּוֹ", ווען א מענטש וואלט געגלייבט אז דער אייבערשטער קען אים העלפן און געבן אלע זיינע באדערפענישן, "לֹא הָיָה נוֹסֵעַ שׁוּם נְסִיעָה", וואלט ער אין ערגעץ נישט געפארן, "נִמְצָא כִּי הַנְּסִיעָה הִיא קִלְקוּל אֱמוּנָה", קומט אויס אז אוועק פארן איז א פגם אין אמונה.


דער אייבערשטער זאל ענק געבן נחת פון אייערע קינדער און איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#264 - ס'איז נישט כדאי איבערצולאזן די ווייב און קומען קיין אמעריקע נאך געלט
שלום בית, צדקה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז דו ווילסט איר איבערלאזן פאר א חודש און קומען קיין אמעריקע מאכן געלט וכו'; זי שרייבט אז עס איז איר זייער שווער און זי וויל נישט דו זאלסט איר איבערלאזן אליינס מיט די קינדער.


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט כדאי איבערצולאזן די ווייב און קומען קיין אמעריקע נאך געלט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנחומא תזריע, ו): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה רוֹאֶה אֶת הַנְּגָעִים", עס איז געווען א כהן וואס פלעגט קוקן נגעים, "מָטָה יָדוֹ, בִּקֵּשׁ לָצֵאת לְחוּצָה לָאָרֶץ", מיט די צייט איז ער געווארן ארים און ער האט געוואלט ארויסגיין קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "קָרָא לְאִשְׁתּוֹ אָמַר לָהּ: בִּשְׁבִיל שֶׁבְּנֵי אָדָם רְגִילִין לָבֹא אֶצְלִי לִרְאוֹת אֶת הַנְּגָעִים, קָשֶׁה עָלַי לָצֵאת מֵעֲלֵיהֶם", האט ער גערופן זיין ווייב און איר געזאגט: עס איז מיר שווער אוועק צו גיין קיין חוץ לארץ ווייל מענטשן קומען דא כסדר ווייזן זייערע נגעים, "אֶלָּא בּוֹאִי וַאֲנִי מְלַמְּדֵךְ שֶׁתְּהֵא רוֹאָה אֶת הַנְּגָעִים", איך וועל דיר אויסלערנען ווי אזוי מען קוקט אויף א נגע, אזוי וועסטו קענען קוקן נגעים און איך וועל קענען פארן קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "אִם רָאִית שְׂעָרוֹ שֶׁל אָדָם שֶׁיָּבֵשׁ הַמַּעְיָן שֶׁלּוֹ, תְּהֵא יוֹדַעַת שֶׁלָּקָה", ער האט איר געלערנט אז אויב זי זעט ווי די קוואל פונעם האר איז פארטריקנט איז א סימן אז דער האר איז געשלאגן, "לְפִי שֶׁכָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ", ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדן האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן פרנסה צו לעבן, "יָבֵשׁ הַמַּעְיָן, יָבֵשׁ הַשֵּׂעָר", אבער אז דער קוואל איז טויט איז א סימן אז דער האר איז טויט, "אָמְרָה לוֹ אִשְׁתּוֹ, וּמָה אִם כָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ. אַתָּה שֶׁאַתָּה בֶּן אָדָם, כַּמָּה שְׂעָרוֹת יֵשׁ בְּךָ, וּבָנֶיךָ מִתְפַּרְנְסִין עַל יָדְךָ, לֹא כָּל שֶׁכֵּן שֶׁיְּזַמֵּן לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פַּרְנָסָה", האט אים זיין ווייב געזאגט: מה דאך אז דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדן האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן צו לעבן, איז דאך זיכער אז דו וואס דו האסט טויזנטער האר, דו האסט א ווייב און קינדער וואס נעמען פרנסה פון דיר וועט דיר דער אייבערשטער זיכער געבן פרנסה, "לְפִיכָךְ לֹא הֵנִיחָה אוֹתוֹ לָצֵאת חוּצָה לָאָרֶץ", זי האט אים זייער שטארק מחזק געווען און אים נישט געלאזט פארן קיין חוץ לארץ.


דאס זעלבע איז ביי דיר, רעד דיר נישט איין קיין איין רגע אז דא אין אמעריקע איז דא געלט; עס איז א גרויס רחמנות אויף די אלע אידן וואס שלעפן זיך ארויס פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ מאכן געלט, אין ארץ ישראל געבט מען אסאך שענער ווי דא אין אמעריקא.


דא אין אמעריקע מאכן די עשירים א געשפעט פון די משולחים; די גבירים פירן זיך מיט די משולחים גענוי ווי די אמאליגע פריצים. מען ליינט אין די מעשה ביכלעך ווי די פריצים פלעגן הייסן זייער מאשקע טאנצן בשעת זיי פלעגן מאכן זייערע סעודות, אזוי טוען די אמעריקאנע גבירים מיט די משולחים, מען וויל זיך אהערשטעלן פאר די ווייב און פארן איידעם ווי א שיינער איד אז מען האט געסט ביי די סעודה, הייסט מען זיי קומען צו א סעודה, בשעת די סעודה פרעגט מען זיי אויס אלע סארט פאליטיק וכו' און מוצאי שבת באקומט דער משולח א גאנצע צוואנציגער... די משולחים זענען אויסגעמאטערט פון א גאנצע וואך ארומלויפן נאך געלט, יעצט דארף ער זיצן כמה שעות ביי דעם פריץ און מארגן ביי דעם פריץ צו באקומען א צוואנציגער?! מען בעט אן המלצה; אויב האסטו פון בד"ץ איז גוט, דעמאלט באקומסטו א 'גאנצע דאללער'... אויב האסטו נישט פון בד"ץ וכו' פארשיקט מען דיר מיט בזיונות, און מיט אן המלצה פון בד"ץ האסטו ביזי בזיונות.


די ארץ ישראל'דיגע אידן מיינען אז אין אמעריקע וואלגערט זיך גאלד אויף די גאסן, מען קוקט אויף אן אמעריקאנער איד מיט קנאה וכו'; וויסן זאלסטו אז דא מוטשעט מען זיך אויך, דעריבער זאלסטו נישט קומען קיין אמעריקע בשעת וואס דו לאזט דיין ווייב אליינס.


ר' נתן האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס פלעגט קומען צו אים פאר חיזוק און יענער האט זיך אויך געדרייט ביי א צווייטן מפורסם וואס איז געווען פיל מיט ליצנות, האט אים ר' נתן אזוי געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם וכו', אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו גייסט צי יענעם קום נישט צי מיר"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "איך קען דיר נישט זאגן נישט צו קומען, אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו פארסט אוועק פון דיין ווייב פאר א חודש קום נישט צו מיר".


היכל הקודש איז א פלאץ וואו מען פאלגט דעם רבי'ן; דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דער יסוד שלום בית, וואס וועסטו האבן פון מאכן פעקלעך געלט? די פעקלעך געלט וועט דיר העלפן אין לעבן?! אנשטאט מאכן פעקלעך געלט גיי אהיים צו דיין ווייב און העלף איר זי זאל זיין געזונט און שטארק.


דיין ווייב שרייבט אז זי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די קינדער, זי דארף דיין הילף ביינאכט, זי שפירט ווי אירע כוחות לאזן זיך אויס; פארוואס זאלסטו זיך זוכן מצוות און נישט אהיים קומען ביינאכט? וואס איז די זאך פון 'ליל שישי' נישט אהיים צו קומען מיטן אויסרייד אז מען קען דעמאלט אסאך אויפטון וכו'?! אויף וואס ווארסטו, אז דיין ווייב זאל חס ושלום כאפן א נערוון צוזאמבראך? דו מיינסט אז דאס איז א שפילעכל? דו זעסט נישט ווי דער יצר הרע שפילט מיט דיר? ער נעמט דיר אוועק פון שטוב ליל שישי, נאכדעם שלאפסטו א גאנץ פרייטאג, אך און וויי אויב א קינד וויינט דעמאלט... דו ביסט אנגעצויגן, דיין ווייב איז אנגעצויגן און עס קומט נישט ארויס קיין גוטס דערפון. אז דו האסט חתונה געהאט קענסטו זיך נישט פירן ווי אלץ בחור, ביינאכט דארף מען זיין אין שטוב און מען קען נישט אוועק פארן פון שטוב פאר א חודש.


איך האף אז דו וועסט פאלגן און בלייבן אין שטוב, וועסטו האבן שפע ברכה והצלחה.

#263 - סעודת הילולא ביים רבינ'ס יארצייט
חסידות ברסלב, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין די סעודה פארן הייליגן רבינ'ס יארצייט; בזכות די מצוה זאלסטו זוכה זיין צו זען נחת פון דיינע קינדער און קינדס קינדער.


מיר האבן גערעדט ביי די סעודה פון די תורה וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קטו) אז מענטשן וואס לעבן נישט מיט א צדיק, ווען עס גייט אריבער אויף זיי א צרה ווערן זיי זייער מבולבל, זיי האבן קשיות אויף די אמונה און זיי פאלן אוועק פונעם אייבערשטן, אזוי ווי מען זעט ליידער זייער אסאך וואס זענען אוועק געפאלן נאר פון קשיות וכו'. אבער ווען מען קומט צום צדיק, לערנט ער אויס אז דער אייבערשטער איז אין די צרה, אז דער אייבערשטער אליינס באהאלט זיך אינעם נעפל, און דער צדיק געבט אונז אן עצה ווי אזוי מיר זאלן ארויס גיין פון די נעפל, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און ליכטיג מאכן מען זאל וויסן וואס צו טון.


מיט דעם טייטשט דער רבי דעם פסוק (שמות כ, יח): "וַיַּעֲמֹד הָעָם מֵרָחֹק", כִּי כְּשֶׁרוֹאִין הָעֲרָפֶל, הַיְנוּ הַמְּנִיעָה, עוֹמְדִין מֵרָחֹק, דאס הייסט מענטשן וואס זענען נישט מקורב צום צדיק, ווען זיי זעען א מניעה שטייען זיי פון דערווייטנס וכו', זאגט דער רבי: "וּמֹשֶׁה, שֶׁהוּא בְּחִינוֹת דַּעַת כָּל יִשְׂרָאֵל, נִגַּשׁ אֶל הָעֲרָפֶל אֲשֶׁר שָׁם הָאֱלֹקִים, הַיְנוּ אֶל הַמְּנִיעָה, שֶׁבָּהּ בְּעַצְמָהּ נִסְתָּר הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אבער דער צדיק גייט נאנט צו די מניעה ווי דער אייבערשטער באהאלט זיך, און דאס לערנט ער אויס פאר זיינע מקורבים; ווייל עס איז נישט דא קיין שום מציאות אן דעם אייבערשטן, און אפילו ער זעט די גרעסטע מניעה פאר זיינע אויגן וועט ער נישט אוועק גיין פונעם אייבערשטן, ער וועט נאר ווערן שטערקער מיט די אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אלע סגולות פון די הייליגע סוכה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מח) אז סוכה איז מסוגל פאר קינדער, סוכה איז מסוגל עס זאל אנטפלעקט ווערן דער רבי, עס זאל ווערן פון רי"ב רב"י, מען זאל זיך אויפהערן צו קריגן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו א גוט יאר און הצלחה אין אלע ענינים.

#262 - האלט אייך שטארק, דער מאן מיינט נישט קיין שלעכטס
חברים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אלע אייערע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן, אייער מאן ... נרו יאיר איז זייער א וואוילער אינגערמאן, ער מיינט נישט קיין שלעכטס, ער איז נאר דערשראקן ווייל זיינע שוועסטערס פירן זיך נישט אזוי אידיש און ער וויל נישט אויפשטעלן אזא שטוב ווי זיינע געשוויסטער, דעריבער זאגט ער אייך נאכאמאל און נאכאמאל אז איר זאלט נישט רעדן מיט זיי; ער מיינט אבער נישט קיין שלעכטס.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט ליכטיגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#261 - מיט א ווייב דארף מען גיין ווייך און מיט גוטנס
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו און אויך דיין ווייב'ס בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו פארשטייסט נישט וואס איך האב גערעדט מיט דיר; איך האב דיר שוין געשריבן כמה פעמים אז מען קען נישט אומגיין מיט א ווייב אויף א שטרענגע וועג, מען דארף גיין מיט א ווייכע וועג.


דער רבי זאגט: "מיט גוטנ'ס פועל'ט מען בעסער ווי מען שלעכטנ'ס"; נאך האט דער רבי געזאגט: "אויב מען זעט מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן".


דו געב איר נאר ליבשאפט און רעד צו איר שיינע ווערטער; קלאפ איר נישט אראפ, מען האט איר שוין גענוג געקלאפט השם ישמרינו. זי קומט פון א שטוב וואו מען האט איר נאר געקלאפט און געקלאפט; א וואונדער אז זי וויל נישט קיין חסידי'שע לעבן?! זי האט באקומען א פאלשע בליק אויף ערליכע אידן, זי מיינט אז ערליכע אידן האבן נישט קיין לעבן, זי האט געכאפט איר גאנץ לעבן פעטש און פסקים, יעדע זאך איז נאר געווען: 'דאס טאר מען נישט', 'יענץ טאר מען נישט'.


אז דו ווילסט פועל'ן ביי איר זי זאל נישט רעדן מיט דיינע געשוויסטער און מיט נישט ערליכע פרענדס השם ישמרינו דארף דאס גיין מיט חכמה; דו דארפסט איר געבן אסאך ליבשאפט און איר ווייזן וואס אן ערליכע לעבן איז. אנשטאט באצווינגען, מאך אז זי זאל אליינס נישט וועלן; אז דו וועסט איר אויפבויען, דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער וועט זי פון זיך אליין אפלאזן די נישט ערליכע פרענדס.


אזעלכע מעשיות הער איך ליידער זייער אסאך, סיי פון אינגעלייט און סיי פון ווייבלעך ווי זיי קוקן אן דעם 'ערליכן לעבן' ווי א שלעכטע זאך; זיי ווילן נאר אנטלויפן פון דעם, ווייל מען האט זיי געטשעפעט און פארשעמט אין זייערע יונגע יארן. דו ווייסט זייער גוט וואס איך מיין, ווייל דו אליינס נאך די חתונה האסטו אויך געצויגן אהין וכו', ביז דו האסט זיך געגעבן א כאפ פאר עס איז צו שפעט, יעצט ווילסטו פלוצלינג אז דיין ווייב זאל זיך געבן א דריי צוזאמען מיט דיר, עס גייט נישט אזוי ווי מען וויל, זי וועט זיך באלד צוריק דרייען.


איך בעט דיר, הער צו וואס איך זאג דיר, אנשטאט דו זאלסט זאגן פאר דיין ווייב: "רעד נישט וכו'"; "טו נישט וכו'", זאלסטו נאר רעדן פאזעטיוו און זי וועט פון זיך אליינס אפלאזן די שלעכטע חברט'עס.


ווען איר זענט געווען ביי מיר האט זי מיר געזאגט: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך; נאר עס איז מיר זייער שווער ווען מען דרוקט מיר: 'טו דאס', 'טו יענץ'".


איך האף אז דו וועסט טון וואס איך זאג דיר, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


איך שיק דיר אויך א בריוו פאר דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#260 - ווי אזוי צו האנדלען מיט עלטערן וועלכע האבן א סמארט פאון
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, סמארטפאון, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


זי פרעגט וואס זי זאל טון אז איר זענט זייער מקפיד אויפצוציען אייער שטוב על פי תורה און איר ברענגט נישט אריין אין שטוב קיין סמארט-פאון, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה, אבער וואס זאל מען טון ווען די עלטערן קומען אין שטוב מיט זייער סמארט-פאון און ווייזן פאר די קינדער בילדער וכו', צי מען מעג זאגן פאר די עלטערן זיי זאלן נישט ארויס נעמען זייער סמארט-פאון בשעת די קינדער זענען דארט, און פארלאנגען פון זיי אז זיי זאלן נישט ווייזן פאר די קינדער אויף די סמארט-פאון בילדער פון משפחה וכדומה לזה.


וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון די עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, סימן טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה, שֶׁנֶּאֱמַר (דברים כז, טז): 'אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ'", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; נאך מער ווערט געברענגט (ספר חרדים פרק ט, סימן לה): "שֶׁאֲפִלּוּ אִם מְבַזֶּה אוֹתָם בְּלִבּוֹ בִּלְבָד, הֲרֵי הוּא בִּכְלָל אָרוּר זֶה", אפילו מען לאכט זיך אויס פון עלטערן בלויז במחשבה, איז מען שוין אויך פארשאלטן פונעם אייבערשטן, עיין שם; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז אייך אז איר נעמט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב, איר ווילט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפט איר וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן פון די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן און פון די אנדערע זייט וועט איר ווייטער זיין שטארק מיט אייער וועג פון חינוך וכו' וועלן אייערע עלטערן אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו אייך מיט דעם וכו', זיי וועלן אייך שעצן און אפילו במשך די צייט אייך נאכמאכן.


איך האף אז איר וועט זיין א מבין דבר מתוך דבר צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


א גמר חתימה טובה.

#259 - די ווייב דערקענט אויפ'ן מאן וואס ער איז
שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב תחי', איך ווארט צו באקומען פון דיר א בריוו.


איך מוז דיר זאגן אז עס איז מקיום געווארן ביי דיר וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): אויפן פסוק (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווער זענען זיינע פיינט? אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן "זוּ אִשְׁתּוֹ", דאס איז די ווייב; ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין דעמאלט וועט זיין ווייב מעיד זיין אז ער איז אן ערליכער איד. דיין ווייב שרייבט אז דו שרייסט קיינמאל נישט אויף איר; אפילו ווען זי פארלירט זיך ערב שבת און ערב יום טוב ענטפערסטו איר קיינמאל נישט צוריק, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


איך האב ערהאלטן די געלט; א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן אויף יום טוב.


איך שיק דיר דא א בריוו פאר דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#258 - אמונה היילט אויס אלע גייסטישע קרענק
קינדער, חינוך הילדים, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן די שמחה וואס האט מיך באנומען נאכדעם וואס איך האב געליינט אייער בריוו וואו איר שרייבט אז איר זענט שוין היינט געזונט און שטארק; עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מענטשן זאלן זיך נישט אויסרעדן זייער לעבן, מענער פרויען פארציילן זייערע צרות און יסורים אבער נישט אלע קומען צוריק דערציילן ווי אזוי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. איר שרייבט מיר אז איר ווערט שוין נישט דערשראקן פון יעדע זאך, איר לעבט מיטן אייבערשטן און אלעס איז ביי אייך תפילה.


איר האט זיך אויסגעהיילט מיט אמונה פשוטו כמשמעו, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", לעבט ער א רואיג לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דערפאר אז איר שרייבט אז איר זענט ארויס געקראכן פון אייערע פחדים (ענקזייעטי און פאניק אטאקעס) נאר דורך פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, זאלט איר זיך ווייטער שטארקן מיט אמונה און תפילה וועט איר ארויס גיין פון אלע שלעכטע מחשבות.


דאס וואס איר פרעגט אויב איר דארפט נאך זאגן ווייטער די תפילה וואס איך האב אייך געשריבן וכו'; דער עיקר צו וואס א מענטש דארף צוקומען איז צו רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו זיינס א חבר. אז איר קענט אליינס רעדן צום אייבערשטן איז דאס בעסער און שטערקער ווי צו זאגן די תפילה וואס איך האב אייך געשריבן; דאס האב איך נאר געשריבן אייך צו ווייזן ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, אבער אז איר שפירט שוין היינט אז איר קענט אליינס רעדן צום אייבערשטן זאלט איר זיך מאכן אייגענע תפילות און דאס בעטן.


אויף די צווייטע שאלה אז איר ווילט נאך קינדער וכו' און איר ווילט וויסן וואס איר דארפט טון פאר השתדלות; איר זאלט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אייערע צוויי ליכטיגע קינדערלעך ... נרו יאיר און ... תחי'. א גאנצן טאג זאלן אייערע ליפן שעפשען א לויב צום אייבערשטן אויף די צוויי מתנות וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן, דאס איז גענוג פאר השתדלות; אז איר וועט דאס טון וועט אייך דער אייבערשטער העלפן מיט (תהילים קכח, ג): "בָּנַיִךְ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֵךְ".


דריטע שאלה, ווי אזוי קען מען אנהאלטן א לייכטע אטמאספער אין שטוב ווען עס קומט ערב שבת און ערב יום טוב; נעמט די עצה וואס דער רבי זאגט, וואס ער אליינס פלעגט דאס טון יעדע ערב שבת און ערב יום טוב. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי, וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי - עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן טאג געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, און אלעס וואס איך דארף ערלעדיגן -  סיי פון מיר און סיי פון מיינע קינדער, אז דער אייבערשטער זאל טון ווי אזוי ער פארשטייט.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך – זאגט דער רבי – ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבער טראכטן און איבער קלערן צי איך האב גוט געטון צי נישט.


דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר שבת און פאר עס קומט א יום טוב אז מען זאל זיין פרייליך, רואיג און צופרידן, און מען זאל נישט ווערן אנגעצויגן ווען זאכן גייען אנדערש ווי מען וויל.


פערטע שאלה, צי איר זאלט אנטון אייער מיידל מיט ווייסע שטרימפ לכבוד שבת ויום טוב, איר ווילט וויסן צי דאס איז א חיוב וכו'; עס איז נישט קיין חיוב אבער אז ביי אייך אין די משפחה און ביי אייך אין שטאט גייען אלע יונגע מיידלעך מיט ווייסע טייץ איז אודאי גוט איר זאלט אויך אנטון אייער מיידל אזוי; אויף דעם וואס איר שרייבט אז איר האט א שטארקע נסיון אויף דעם, וועט איר באקומען מער שכר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא - אַגְרָא", לויט ווי שווער עס קומט אן א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען דערויף. געדענקט וואס שלמה המלך זאגט (משלי לא, ל): "שֶׁקֶר הַחֵן וְהֶבֶל הַיֹּפִי", וואס איז אבער יא שיין? "אִשָּׁה יִרְאַת ה' הִיא תִתְהַלָּל", אז מען ציט אויף א חסידי'שע שטוב, מען איז מחנך די קינדער צו גיין אנגעטון לכבוד שבת מיט שבת'דיגע קליידער - דאס איז חשוב און שיין.


נאכאמאל, איר האט מיר ממש מחי' געווען מיט אייער בריוו; איך וועל דאווענען פאר אייך און פאר אייער מאן און קינדער.


א גוט יום טוב.

#257 - דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה אין די ארבעט
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט טוט איר אז איר האט גענומען אן ארבעט זיך מפרנס צו זיין, צו קענען אנגיין אין לעבן; דער אייבערשטער זאל אייך געבן שפע איר זאלט קענען מפרנס זיין אייך און אייערע קינדער.


אודאי איז בעסער צו ארבעטן אין די שעות ווען די קינדער זענען אין חדר און אין די שעות ווען זיי שלאפן וכו', כדי אז אין די צייט ווען זיי זענען אין שטוב זאלן זיי האבן א מאמע מיט וועם צו פארברענגען וכו', אבער אזוי ווי די גאנצע עול הפרנסה ליגט לעת עתה אויף אייך און איר האט נישט קיין אנדערע פרנסה, זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט אייער ארבעט.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן א זיס יאר, איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך, און איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#256 - וואס מיינט א גוטע מיידל?
חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פיר זיך אויף מיט דרך ארץ און פאלג דיינע עלטערן, פיר זיך איידל און באשיידן, מאך זיך א גוטע נאמען - וועסטו בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


זאלסט זיך נאר חבר'ן מיט גוטע מיידלעך; א גוטע מיידל איז די וואס רעדט שטענדיג איידל, זי מאכט נישט אוועק א צווייטן, זי טשעפעט נישט קיינעם, זי רעדט צו אירע טיטשערס מיט דרך ארץ, און זיכער צו איר טאטע מאמע - מיט אזעלכע מיידלעך זאלסטו זיך חבר'ן, אבער אז דו הערסט מיידלעך רעדן פון נישט איידעלע זאכן זאלסטו אוועק גיין פון זיי, ווייל עס וועט דיר אויך שאטן.


קויף דיר נישט קיין סעלפאון, עס וועט דיר נאר ברענגען פראבלעמען.


א גמר חתימה טובה.


 

#255 - מ'מוז ענדיגן דעם בנין אין אומאן, אז ס'זאל נישט חרוב גיין
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אפשר קענסטו מיר העלפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן; אויב מיר וועלן דאס נישט ענדיגן יעצט וועט עס חרוב גיין במשך דעם ווינטער. דער דאך איז נאך נישט פארמאכט, האסט דאך מיט געהאלטן ווי עס האט אריין געגאסן ראש השנה, און אז מיר וועלן דאס נישט ענדיגן יעצט פאר דער ווינטער קומט אן וועלן חרוב גיין אלע בעטן וכו'.


זייער אסאך תלמידים האבן זיך נאך נישט משתתף געווען אינעם בנין, און אפילו די וואס האבן זיך יא משתתף געווען קען מען מזכה זיין זיי זאלן העלפן ענדיגן דעם בנין.


איך האף אז דו וועסט מאכן אן התעוררות צווישן די תלמידים זיי זאלן אלע טון די מערסטע וואס זיי קענען כדי צו ערמעגליכן דאס ענדיגן דעם בנין.


איך בין זיכער אז יעצט, נאכדעם וואס מיר זענען שוין געווען אינעם בנין אויף ראש השנה האבן אלע אן אנדערע בליק אויף די גאנצע בנין; פאר ראש השנה האבן אלע געפרעגט: "וואס דארף מען זיין אזוי ארויס פון געגנט?" מען האט זיך געוואונדערט: 'וואס איז פשט צו זיין אינדרויסן וכו'?' אבער יעצט ווען מיר זענען שוין פאקטיש געווען ראש השנה אינדרויסן פון די בהלה און מען האט געהאט א הערליכע יום טוב, אלע זאגן פה אחד אז זיי האבן נאכנישט געהאט אזא שיינעם יום טוב; א יום טוב מיט ישוב הדעת, א יום טוב מיט מנוחה.


אמת, עס איז געווען שווער מצד וואס דער בנין איז נישט געווען געענדיגט וכו', אבער דער חלק פון זיין ארויס פון די בהלה האט יעדן איינעם צופרידן געשטעלט, בפרט די וואס זענען געקומען מיט די קינדער - זיי וועלן האבן מער געפיל צו העלפן ענדיגן דעם בנין.


דער בויער וויל נישט ווייטער בויען ווי לאנג מען שיקט אים נישט נאך געלט, בעט איך דיר טייערער ..., העלף מיר אז די געלט וואס מען האט אריין געלייגט אינעם בנין זאל נישט גיין חרוב.


א גמר חתימה טובה.

#254 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן צוגרייטן אין אומאן
הכרת הטוב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים ... מיט ... נרם יאיר.


איך דאנק אייך פארן מיר העלפן מיט אזא מסירות נפש! אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו א זיס ליכטיג יאר.


וויסן זאלט איר אז יעדער איינער מוטשעט זיך אין לעבן; יעצט האב איך דא א תלמיד וואס קען נישט קומען קיין אומאן נאכדעם וואס איינער האט אים גע'מסר'ט אז ער נעמט נישט קער פון זיינע קינדער, די שטאט זיצט ביי אים און ווילן אוועק נעמען פון אים די קינדער. א צווייטער נעבעך האט מען יעצט געטראפן ביי אים א שרעקליכע מחלה וואס עס איז נישט דא אויף דעם קיין רפואה. א דריטער איז זיין ווייב נעבעך אויף קימא-טערעפי רחמנא לצלן.


על כל פנים זעט איר אז יעדער איינער מוטשעט זיך; איז מיט דעם וואס איר זענט ארויסגעפארן פריער כדי צו העלפן אנגרייטן דעם פלאץ אז מיר זאלן קענען ווייטער בויען מוסדות וועט איר זיך נישט מוטשען מיט אנדערע שוועריקייטן.


איך האף אז איר זענט שטארק; געדענקט אז איר זענט ווי א גענעראל, אלע קוקן אויף ענק... אפילו ... מיט ... - אלע קוקן אויף ענק; אז איר וועט געבן א גוטע טון וועלן אלע זיין צופרידן...


אלע שמועסן אין אמעריקע אז די בנין איז הערליך און אלע ווארטן מיר שוין צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


א גוטע נאכט און א גרויסן יישר כח; מיר פארן שוין באלד ארויס צום עירפארט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#253 - מ'דארף זיכער מאכן אז א קינד ווערט קיינמאל נישט איבערגעלאזט אויפ'ן באס
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ט אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נעכטן האט פאסירט א שרעקליכע זאך; דער דרייווער ... האט איבער געלאזט א קליין קינד אויפן באס, אבער בחסדי השם יתברך האט מען געראטעוועט דאס קינד אין צייט. די עלטערן זענען יעצט אריבער געקומען צו מיר פרעגן וואס זיי זאלן טון, ווי קענען זיי זיין רואיג אז דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל.


דעריבער וויל איך רעדן צו אלע דרייווערס; רוף צוזאם אלע בחורים וואס דרייוון פארן מוסד היינט נאכט ביי מיר אין שטוב ניין אזייגער. איך וויל זיי מעורר זיין אויף דעם אז מען טאר נישט פארמאכן די באס, ווען, קאר, בעפארן איבער קוקן צי א קינד איז דארט געבליבן.


 

#252 - זייער אכטונג געבן נישט איבערצולאזן א קינד אין א באס חס ושלום
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ט אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב געהערט אז דו האסט איבער געלאזט א קינד נעכטן נאכט אויפן באס, וויל איך דיר מעורר זיין אויף דעם.


וויסן זאלסטו אז דרייוון בכלל איז זייער א גרויסע אחריות, און בפרט דרייוון קינדער; א דרייווער טאר נישט ארויס גיין פון קאר, ווען, באס, אן דעם וואס ער קוקט איבער צי עס איז נישט איבער געבליבן דארט א קינד. היינט צופרי איז אין ארץ ישראל לא עלינו נפטר געווארן א קינד פון איין יאר אלט אין א קאר, נעכטן איז נפטר געווארן דאהי א קינד אין א קאר; דאס איז נישט קיין אונס, נאר אז א דרייווער גייט ארויס פון קאר און לאזט איבער דארט א קינד איז ער א רוצח.


ווען מען דרייווט דארף מען זייער אכטונג געבן איינצוהאלטן די געזעצן; אז מען דרייווט קינדער און מען פארט שנעלער ווי מען מעג איז מען א פשוט'ער רוצח.


דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אלעם שלעכטס.

#251 - מ'דארף האבן א געוואלדיגע אחריות ביים דרייוון קינדער
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר "כי תבוא אל אומאן", כ' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וואו איז דיין אחריות אז דו ביסט נישט מודיע פאר די דרייווערס אז זיי האבן נייע קינדער?! נעכטן האט זיך אנגעהויבן סקול און דער דרייווער ... האט נישט געוואוסט אז ער האט א נייע משפחה; ער איז געפארן צו די אלטע משפחות און איבער געלאזט א קליין קינד פון דריי יאר אלט אינעם באס. נאך א נס אז די מאמע האט דאס געכאפט באצייטנס, האט מען איר געטראפן שלאפן וכו'.


וואו איז דיין אחריות צו איבער געבן קינדער פאר דרייווערס אן קיין חשבון?! איך האב דיר געפרעגט צענדליגער מאל זוממער צי אלעס איז מוסדר.


איך וויל רעדן היינט נאכט צו אלע דרייווערס, זיי זאלן וויסן וואספארא אחריות זיי האבן מיט דעם וואס זיי דרייווון קינדער; אמת, עס איז טאקע א גרויסע זכות צו העלפן די מוסד און איך דאנק אלע דרייווערס פארן העלפן די מוסד, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען זיין זייער פארזיכטיג און ערנסט, מען קען נישט נעמען קיין דרייווערס וואס זענען נישט ערנסט אויף זייער ארבעט, דרייוון קינדער איז א גרויסע אחריות.


געב איבער פאר אלע דרייווערס אז איך וויל רעדן צו זיי היינט נאכט ניין אזייגער ביי מיר אין שטוב.

#250 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן, ביים ציון קען מען אלעס פועל'ן
הכרת הטוב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר "כי תבוא אל אומאן", כ' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט די סקול און איך פריי מיך זייער אז דו וועסט זיין דער וואס וועט העלפן די סקול מיט אלעס וואס זיי דארפן, סיי דאס רייניגן, סיי ברענגען די עסן און אזוי ווייטער, אין דעם זכות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


מיר פארן שוין צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, דארט איז דער פלאץ וואו מען קען פועל'ן אלע ישועות; דער גרויסער צדיק ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה האט געזאגט: "ביים רבינ'ס ציון אז מען עקשנ'ט זיך קען מען אלעס באקומען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#249 - ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט א קינד וואס פאלגט נישט
חינוך הילדים, מלמדים

 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר "כי תבוא אל אומאן", כ' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האף אז איר האט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט נעכטן.


אז א קינד פאלגט נישט אין קלאס איז פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיטן קינד; די גרינגסטע וועג איז אז מען שיקט ארויס דאס קינד פון קלאס, מען שיקט דאס קינד צום אפיס, מען הייסט די עלטערן זאלן רופן וכו' וכו'. אויבנאויף זעט דאס אויס ווי א גרינגע וועג, אבער דאס איז נישט דער ריכטיגער וועג. דער ריכטיגער וועג איז צו גיין מיט שיינעם, מען נעמט דאס קינד אין א זייט און מען רעדט צו אים שיינע ווארעמע ווערטער, מען געבט דאס קינד א גלעט און מען זאגט פארן קינד: "איך האב דיר אזוי ליב; דו ביסט מיין בעסטע תלמיד, פארוואס טוסטו אזוי און אזוי? איך בעט דיר זייער שטער נישט וכו' וכו'".


זייער אסאך מאל קען זיין אז עפעס באדערט פארן קינד, אסאך מאל גייט דאס קינד אריבער א שווערע צייט אין שטוב, צי מיט זיך אליין וכו', דערפאר טוען זיי זאכן וואס שטערט אין כיתה. עס זעט אויס ווי זיי זענען שלעכט, אבער באמת זענען זיי נישט שלעכט, זיי זענען פשוט גוט צובראכן און ווארטן אויף א גלעט, אויף א גוט ווארט וכו'.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיך לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווער עס האט ווייניג שכל דארף אסאך כבוד; דאס גייט אן ביי אלע קינדער. קינדער דארפן אסאך כבוד ווייל זייער פארשטאנד איז נאך קליין, בפרט קינדער וואס קומען פון שטובער וואס מען געבט זיי בכלל נישט קיין גוטע ווערטער - זיי דארפן דאס זייער אסאך. דעריבער, א קלוגע מלמד און טיטשער וועט הייבן די קינדער און שטענדיג געבן קאמפלימענטן סיי ברבים און אויך פריוואט.


ווען א קינד באקומט גוטע ווערטער פונעם מלמד/טיטשער וועט דאס קינד פאלן פארן מלמד און טיטשער און זיי אלעס פאלגן. דעריבער א קלוגער מלמד, א קלוגע טיטשער קלויבט אויס דעם צווייטן וועג צו פועל'ן ביי די נישט פאלגעדיגע קינדער זיי זאלן אנהייבן פאלגן און טון וואס מען פארלאנג, דורכדעם וועלן די קינדער אויסוואקסן ערליכע קינדער, זיי וועלן שטענדיג געדענקען זייער הארציגער מלמד, זיי וועלן שטענדיג געדענקען די ווארעמקייט וואס זייער טיטשער האט זיי געגעבן.


א נישט קלוגער מלמד, אדער א טיטשער וואס האט נישט קיין ווארעמקייט אין זיך, וועלן שטענדיג נעמען דעם ערשטן וועג; זיי וועלן ארויס שיקן קינדער, אהיים שיקן קינדער און ארויס ווארפן קינדער פון די מוסדות.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן פאר די מלמדים די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה האבן דערציילט (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט און א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד בעטן פאר רעגן, גלייך ווען ער האט געזאגט די ווערטער: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו גיין א גאס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער, און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד. איך האב אין שטוב א פיש טאנק, און איך רעד אים צו אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישלעך, ביז ער הייבט אן לערנען". זעט מען פון דעם די ריכטיגע וועג ווי אזוי מען מאכט קינדער לערנען, דורך דעם וואס מען איז זיי משחד.


א טיטשער דארף שטענדיג געדענקען אז קינדער זענען קינדער; מען דארף אלץ פראבירן א וועג ווי אזוי צו מאכן אינטערעסאנט די לימודים אז די קינדער זאלן צולייגן קאפ צו די לימודים. אזוי ווי ווען מען געבט צו עסן פאר קליינע קינדער, געווענליך ווילן קינדער נישט עסן קיין געזונטע עסן: ברויט, מילך, פלייש וכו', איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מען מאכט זיי עסן, אדער מיט א גרינגע וועג: מען שלאגט, מען שרייט, מען סטראשעט וכו' - דעמאלט פאלגן די קינדער, אדער איז דא א צווייטע וועג: מיט גוטן, מיט חכמה, מען דערציילט זיי א מעשה און אינמיטן די מעשה נארט מען אריין אין זיי דאס עסן וכו'.


איך וועל אייך נאך שרייבן מער באריכות, יעצט דארף איך מקצר זיין.


די אלע בריוו זאלט איר ווייזן פאר אלע טיטשערס אז אלע זאלן ארויס נעמען עצות ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער.


 


 


 

#248 - אין אומאן וועסטו פועל'ן א שידוך
שידוכים, אומאן, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר "כי תבוא אל אומאן", כ' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


בנוגע די שידוך וואס מען רעדט דיר וכו'; איך האב גערעדט מיט מרת ... תחי', עס הערט זיך נישט גוט אז א גרושה א פרעמדע פרוי וואוינט ביי א רב אין שטוב וכו', זאג דעם שדכן אז עס איז נישט אינטערעסאנט. זארג נישט טייערער ..., דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך.


מיר פארן יעצט קיין אומאן אויף ראש השנה; דארט זאלסטו גוט אויסנוצן די צייט, זאלסט זיצן ביים ציון און בעטן: "רבי געב מיר א שידוך, רבי דו ביסט דער שדכן פון דער וועלט"; "הַדַּעַת מְשַׁדֵּךְ כָּל הַשִּׁדּוּכִים", דער רבי זאגט אז דער צדיק מאכט שידוכים (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פט) מיט דעם וועסטו זיכער פועל'ן א גוטע שידוך פאר דיר.


איך בעט דיר נאר זייער, בלייב שטארק מיט דיין אידישקייט. לייג תפילין יעדן טאג און לערן ווייטער דיינע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן בקרוב דיין שידוך.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#247 - נאר מיט תפלה וועסטו טרעפן דיין שידוך
בחור, שידוכים, מוסדות, הכרת הטוב, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ט אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל דאנק איך דיר פאר אלעס וואס דו האסט מיר געהאלפן אין קעמפ, דורכדעם נעמסטו א חלק אין אלע תורה ותפילה וכו' וואס איז ארויס פון דעם קעמפ.


איך האב ליב אלע מיינע תלמידים פונקט ווי מיינע אייגענע קינדער; די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות פרק ב, הלכה ח): "תלמידיה דבר נשא חביב עליה כבריה", ריש לקיש איז געזעצן שבעה ווען זיין תלמיד איז נפטר געווארן, ווייל תלמידים זענען באליבט אזוי ווי אייגענע קינדער; אבער נאך מער האב איך א געפיל פאר די תלמידים וואס העלפן מיר אויפבויען די ישיבה, חדר און בית פיגא.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווען איך ליין דיינע ווערטער אז עס איז דיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס, דו ווילסט אזוי שטארק חתונה האבן און אנהייבן צו לעבן א ריינע לעבן. איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר: זיי שטארק און געב נישט אויף, נאך אביסל וועסטו זוכה זיין חתונה צו האבן; דערהאלט זיך מיט אלע כוחות.


נעם דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות; זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און דו זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. זאג פארן באשעפער: "רבונו של עולם טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך; עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס. דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיר אראפ יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל, ער ווארפט מיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, איך האלט עס נישט אויס, איך וויל נישט טון די אלע עבירות אבער איך בין אזוי ווי א געבינדענע מענטש אן קיין בחירה.


טאטע זיסער, טאטע געטרייער! העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן און לעבן בקדושה, בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר".


איך וויל דיר בעטן א בקשה, זוממער אין קעמפ האסטו מיר זייער שטארק געהאלפן מיט אלעמען; וואס מען האט געדארפט פאררעכטן האסטו פארראכטן וכו', וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט העלפן די ישיבה, חדר מיידל סקול אויך דא אין שטאט. פאריאר האסטו געבויט טישן און בענק פאר די קליינע קינדער, פרעג ... אויב מען דארף בויען נאך בענק און טישן, דורכדעם וועסטו מיר גרינגער מאכן מיין ארבעט וואס ליגט אויף מיר.


זיי געזונט און שטארק.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#246 - א דאנק פאר'ן אזויפיל ארויסהעלפן אין קעמפ און ביי די חתונה
הכרת הטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ט אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן אהער שטעלן אזא שיינע זוממער. יעדע זוממער ווערט דער קעמפ שענער און שענער און עס ווערט מיר גרינגער – אלעס נאר בזכות די געטרייע תלמידי הישיבה וואס מאכן מיר גרינגער דורך אראפ נעמען פון מיר אלע זאכן וואס דארפן ווערן ערלעדיגט.


דאס וואס דו האסט געטון די יאר אין קעמפ האב איך אליינס געטון די ערשטע יארן ווען איך האבן געעפענט די ישיבה, איך פלעג דעמאלט אליינס רייניגן דעם קעמפ. פרעג די תלמידים וואס האבן געלערנט די ערשטע יארן אין ישיבה ווער עס פלעגט אויפקערן די ישיבה יעדע נאכט, ווער עס פלעגט וואשן די בית כסא יעדן טאג - אלעס האב איך אליינס געטון, דעריבער דאנק איך דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיר גרינגער צו מאכן.


איך דאנק דיר פארן העלפן אהער שטעלן די חתונה אין ישיבה דעם פארלאפענעם מאנטאג נאכט; ברוך השם אז צעביסלעך גייען אריין די אלע דרשות און בריוון וואס מהורא"ש האט יארן גערעדט און געשריבן פאר אנשי שלומינו אז א שמחה דארף נישט קאסטן קיין געלט. מוהרא"ש האט געבויט א זאל אין יבניאל און מוהרא"ש שרייבט: "איך האב געבויט די זאל אז א חתונה זאל נישט קאסטן קיין געלט פאר די מחותנים, מען זאל קענען חתונה מאכן בחינם"; למעשה זעט מען היינט ווי אנשי שלומינו הייבן אן מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אלע יארן גערעדט.


דעם ווינטער וועט אם ירצה ה' פארקומען נאך עטליכע חתונות אין ישיבה; איך זאג צו פאר אלע מיינע תלמידים וואס וועלן חתונה האבן אין ישיבה אויף א פשוט'ע אויפן אז זיי וועלן זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער.


זארג נישט פאר דיין שידוך; דו וועסט זוכה זיין צו א גוטע שידוך. דערווייל דארפסטו זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות.


זיי געזונט און שטארק.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.