בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#61 - ארויסגעבן די דרשות אויף ענגליש
דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, זע ארויס צו געבן אלע שיעורים וואס איך געב אין ישיבה אויף ענגליש; עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין אידיש און זיי ווארטן צו הערן ווערטער פון הייליגן רבי'ן אויף א שפראך וואס זיי פארשטייען. איך געב אינדערפרי א שיעור אויף ענגליש גלייך נאכן דאווענען פאר תלמידים וואס פארשטייען נישט קיין אידיש; נעם די שיעורים פון ר' ... און גיי דאס איבער, נעם ארויס די זאכן וואס איך ווייס נישט ווי אזוי מען זאגט דאס וכו', כדי אז די וואס רעדן נאר ענגליש זאלן דאס פארשטיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "וּלְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵק, כִּי הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", מחי' זיין א מענטש איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז זייער א גרויסע זאך; איך האב געטראפן א איד פאריגע וואך, ער זאגט מיר אין ענגליש אז ער ליידט לא עלינו אויף צוקער און מען האט אים געדארפט אראפנעמען א פוס רחמנא לצלן, ער זיצט כלוא בבית. זאגט ער מיר אז די איינציגסטע זאך וואס ער האט וואס האלט אים ביים חיות איז די ענגלישע שיעורים פון די ישיבה, דאס איז אים מחי' ומחזק. ער האט מיר געבעטן מיט טרערן אין די אויגן אז איך זאל געבן נאך שיעורים אויף ענגליש. דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך צופלייסן און ארויף לייגן יעדן טאג נאך שיעורים אויף ענגליש.


א גרויסן יישר כח פארן זינגען מוצאי שבת ביי די סעודה פון שושן פורים; דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן מיט אלעס גוטס בזכות וואס דו ביסט מכבד דעם אייבערשטן מיט דיין שיינעם קול, יעדעס מאל ווען עס איז דא א מסיבה אין ישיבה זינגסטו אזוי שיין, אזוי אויך ווען דו גייסט צו צום עמוד דאווענען; דו ביסט מקיים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא ראה, סימן ט; רש"י משלי ג, ט): אויפן פסוק (משלי ג, ט): "כַּבֵּד אֶת ה' מֵהוֹנֶךָ" - מִכָּל מַה שֶׁחֲנָנְך אֲפִילוּ מִקּוֹל עָרֵב, "אַל תִּקְרֵי מֵהוֹנֶך אֶלָּא מִגְּרוֹנְך".


אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו זען נחת פון דיינע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סג): "גַּם הַתְּפִלָּה שֶׁמִּתְפַּלְּלִין לִפְנֵי הָעַמּוּד בִּנְגִינָה, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - גרויסקייט פון מחנך זיין אידישע טעכטער ווי עס דארף צו זיין
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', מנהלת בית חינוך לבנות בית פיגא ברסלב


וויפיל איך זאל אייך נאר שרייבן וואסערע זכות איר האט מיט דעם וואס איר זענט מחנך אידישע קינדער, דארף איך אייך שרייבן נאך אסאך מער.


מוהרא"ש ברענגט א מאמר חז"ל (מדרש לקח טוב, פרשת נשא): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָּא לִמְחוּזָקִין"; דער עיקר חיזוק דארף מען געבן פאר די וואס זענען מחזק אידישע קינדער, ווייל דער וואס טוט פאר אנדערע, דיקא אזא מענטש האט כסדר חלישות הדעת וכו', אויך באקומט מען קריטיק פון מענטשן וכו'. מוהרא"ש זאגט: "ווער עס וויל נישט באקומען קיין קריטיק - זאל גארנישט טון"; ווייל נאר ווען מען טוט איז דא קריטיק. אויף א טויטע פערד וועט קיינער נישט רעדן, נאר איינער וואס לעבט און טוט אויף וועט מען קריטיקירן. דערפאר וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט ווייטער אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


איך בין געווען ביי א חתונה אין די משפחה צו זאגן מזל טוב; זייענדיג ביי די שמחה האב איך מיר אזוי געטראכט: 'וואס פעלט מיר אויס די גאנצע עסק מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול וכו' וכו'? איך האב נישט קיין כח צו געבן דרשות יעדן טאג, וואס טו איך דען אויף מיט דעם?' איך האב זיך צעוויינט צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז אפילו מען איז אויפן גאס אדער וואו אימער און עס כאפט אן דעם מענטש צו רעדן צום אייבערשטן זאל מען דאס נישט אוועק שטופן, נאר דארט וואו מען איז, דארט וואו מען שטייט, זאל מען עפענען דאס מויל און רעדן אפאר דיבורים. מען האט דארט געווארט אויף די חופה, בין איך געשטאנען אין די זייט אזוי פאר מיר; קומט צו מיר צו א איד מיט א ווייסע בארד און הייבט מיר אן מחזק זיין, עס האט אויסגעזען ווי איינער האט אים געזאגט וואס איך טראכט און אים געשיקט מיר צו מחזק זיין. דער איד זאגט מיר: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידישע קינדער האבן חיזוק פון דיינע דרשות; דו היילסט אויס צעבראכענע הערצער", און דער איד הייבט אן וויינען מיט טרערן אין די אויגן, ער זאגט מיר: "דו מיינסט דו ביסט נאר מחזק בחורים, איך בין א איד מיט א ווייסע בארד און איך בין זיך מחי'!" איך קען דיר פרעגן א קשיא? - פרעגט מיר דער איד – "ווען איינער געבט צו עסן פאר א צווייטן איז ער דאך יענעם מחי', אפילו ער ווייסט אז מארגן וועט דער איד נאכאמאל ווערן הונגעריג, דאך ווען א מענטש טרעפט א הונגעריגן וועט ער זיך פרייען אז ער קען יענעם געבן עפעס זיך צו דערקוויקן דאס הארץ, אזוי זאלסטו אויך טראכטן ווען דו געבסט חיזוק פאר א צווייטן. טראכט נישט וואס וועט זיין באלד מיט יענעם, וואס וועט זיין מארגן מיט יענעם, קוק אויף די יעצמיגע מינוט וואס דו קענסט יענעם מחי' זיין, אפילו מארגן וועט ער אראפפאלן"; דער איד האט מיר ממש מחי' געווען.


דאס זעלבע זאג איך אייך, איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין אידישע קינדער; עס קומען מיידלעך אין סקול, זיי ווארטן אלע אויף א שמייכל פונעם טיטשער, זיי ווארטן אויף א גוט ווארט פונעם מנהלת. מיט איין שמייכל וואס א טיטשער געבט פאר א מיידל קען זי מיט דעם ראטעווען דאס לעבן פון נאך א איד, קיינער ווייסט נישט וואס יענער טראכט, קיינער ווייסט נישט וואס קאכט זיך ביי יענעם; אפשר גייט יענער אריבער זייער א שווערע צייט אין שטוב און מיט א גוט ווארט איז מען פשוט מחי' מתים א אידיש קינד.


איך וואלט אייך זייער שטארק געוואלט בעטן אויב די מיידלעך פון אייער קלאס קענען מאכן דאס יאר נאכאמאל א פארשטעלונג, ווי מען וועט אויפשפילן א מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט; ווייל ווען די מיידלעך שטעלן פאר א מעשה פון סיפורי מעשיות ווערט דאס גוט איינגעקריצט אין זייער הארץ און עס ווערט א חלק פונעם לעבן, סיי ביי די מיידלעך און סיי ביי די מאמע'ס, און עס קומט ארויס דערפון זייער אסאך גוטס.


איך ווייס אז עס איז א שווערע ארבעט פאר אייך, אבער מאכט אייך א חשבון, אלע מענטשן אויף דער וועלט דארפן שווער ארבעטן אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, קומט דער רבי און זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט) אז מען קען נעמען דעם עמל און איינטוישן פאר גוטע פלאג, אזוי קען מען זאגן  'אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'.


בנוגע קעמפ; מען דארף שוין מסדר זיין די קלאסן פאר קעמפ פון אלע יארגענג. איך וויל זייער שטארק אז די מיידלעך פון די עלטסטע קלאס זאלן זיין די לערערינס פאר אלע כיתות און זיי זאלן אנפירן די שפיל פראגראם פארן זומער פאר די יונגערע מיידלעך. מיר האבן גענוג גרויסע מיידלעך וואס זענען שוין גענוג ערוואקסן צו קענען אנפירן דעם זומער פראגראם, מען דארף דאס נאר אנגרייטן פון פריער.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער אין דעם זכות וואס איר טוט פאר אונזערע קינדער.

#59 - צניעות איז די שענסטע זאך פאר א אידישע טאכטער
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע חשוב'ע תלמידות פון בית פיגא ברסלב שתחיו


איך פריי מיר זייער צו הערן פון אייער טיטשער מרת ... תחי' אז אלע פון אייך פירן זיך אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין מיט גרויס דרך ארץ, און נאך מער פריי איך מיר צו הערן אז איר פירט זיך אויף איידל און אלע פון אייך גייען אנגעטון בצניעות.


איר ווייסט דאך זיכער וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; נאך אביסל וועט איר אלע חתונה האבן און האבן קינדער, איז בזכות וואס איר פירט זיך בצניעות וועט איר האבן ערליכע קינדער.


א מיידל פון סקול האט מיר געשריבן די וואך א בריוו וואס האט מיר זייער מחי' געווען; זי שרייבט מיר אז ביי אונז אין סקול איז צניעות נישט קיין יאנטשי זאך, פארקערט, אלע ארויפגעקוקטע מיידלעך געבן אכטונג אויף צניעות. מען פארשטייט אז צניעות איז נישט קיין קנס נאר עס איז א חשוב'ע זאך. זי שרייבט מיר אין די בריוו אז אין אסאך פלעצער איז אנגענומען צווישן די מיידלעך אז די בטלני'שע מיידלעך - זיי גייען אנגעטון ערליך, און די פיקט אפ מיידלעך, זיי טוהן זיך אן מער פראסט און נישט אזוי איידל, אבער ביי אונז אין סקול גייען אלע אנגעטון איידל.


איך בין זייער פרייליך געווארן ווען איך האב געליינט דעם בריוו, ווייל איך ווייס נישט צי איר ווייסט וואס מיר זענען אריבער ווען מיר האבן געעפנט די סקול; עס איז מיר אנגעקומען זייער שווער און איך האב אסאך מסירות נפש אריין געלייגט אינעם סקול. באמת האב איך בכלל נישט געהאט קיין כח צו עפענען די סקול; א יאר בעפאר דעם האבן מיר געעפענט די חדר און מיר האבן זיך זייער געמוטשעט, האב איך נישט געקענט טראכטן פון עפענען א סקול. אבער מאנטאג פרשת נח שנת תשע"ב לפרט קטן האב איך באקומען א בריוו פון מוהרא"ש וואו ער בעט מיר אז איך זאל עפענען א סקול; מוהרא"ש האט דעמאלט געגעבן דעם נאמען פאר די סקול "בית פיגא" אויפן נאמען פון דעם הייליגן רבינ'ס מאמע פיגא.


איך האב זיך גלייך גענומען צו די עבודה. איך האב נישט געטראכט קיין צוויי און נאך יענע נאכט בין איך אריבער געגאנגען צו אייער מנהלת אין שטוב, איך האב איר זייער געבעטן זי זאל מיר העלפן און זי זאל ווערן מנהלת ביי אונז אין סקול. געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן אזא חשוב'ע מנהלת וואס זי לייגט אריין איר גאנצע לעבן פאר אייך מיידלעך.


מיר האבן זיך זייער געמוטשעט במשך די ערשטערע יארן און מיר מוטשען זיך נאך אלץ טאג טעגליך וכו', און אז איך הער אז ביי אונז אין סקול איז צניעות נישט קיין יאנטשי זאך, נאר עס איז גאר א חשוב'ע זאך און אלע מיידלעך גייען אנגעטון איידל וכו'; אלע פארשטייען אז צניעות איז שיין, צניעות איז רייך, צניעות איז ארויפגעקוקט, פריידט מיר זייער דאס הארץ דאס צו הערן.


איך בעט אייך טייערע מיידלעך תלמידות פון 'בית פיגא', געבט אכטונג אויף א צווייטע מיידל'ס געפילן; ווען איר זעט א מיידל וואס איז איינזאם, קיינער רעדט נישט מיט איר, זי זיצט אליין, זי האט נישט קיין חברט'ס זאלט איר מקרב זיין אזא סארט מיידל. מען קען זיך איינקויפן עולם הבא מיט דעם וואס מען געבט אכטונג אויף א צווייטן, אייביג זאלט איר שפילן מיט די מיידלעך וועם קיינער רופט נישט.


אויב איר מאכט ביי אייך אין שטוב אן עונג שבת וכו' זאלט איר האלטן קאפ אויף די מיידלעך וואס זיצן אייביג שטיל פאר זיך, זיי אויך צו מקרב צו זיין, וועט דער אייבערשטער אייך מקרב זיין. ווייל ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט א צווייטן אזוי פירט מען זיך צו אים פון הימל; ווען א מענטש געבט נאך אויף זיינע מידות, ער איז מוותר אויף זאכן וואס שטערט אים, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יז.): "כָּל הַמַּעֲבִיר עַל מִידוֹתָיו, מַעֲבִירִין לוֹ עַל כָּל פְּשָׁעָיו".


שטעלט אייך פאר צו וואס איר קענט זוכה זיין מיט איין מאל מוותר זיין פאר א חבר'טע אדער פאר א שוועסטער וכו'; אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט. און זיכער ווען עס קומט צו די עלטערן, אויב מען איז מוותר, מען פאלגט טאטע מאמע, וועט איר זיכער זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט אייך אלעס מוחל זיין און געבן נאר גוטס.


איך בעט אייך נאך איין זאך, אזוי ווי מיר שטייען יעצט פאר דעם יום טוב פסח ווען די מוסד דארף באצאלן פאר אלע מלמדים און טיטשערס, און מיר האבן אסאך חובות, זאלט איר אלע בעטן דעם אייבערשטן אז די ישיבה זאל זיך נישט דארפן מוטשען און מיר זאלן קענען באצאלן פאר אלע איינגעשטעלטע צייטליך. אויך זייט מתפלל אז מיר זאלן האבן א שיינע פלאץ פאר זוממער און אויך א שיינע פלאץ פאר א גאנץ יאר, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין קיין ירושלים מיט משיח צדקינו, אמן.

#58 - יישר כח פאר'ן העלפן די מוסדות אזוי שיין
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר; אנגעפאנגען מיט די שכר לימוד, דו העלפסט מיר אז אלע עלטערן זאלן מאכן וואוטשערס. און יעצט זע איך אז דו האסט זיך אונטער גענומען צו העלפן האברך מו"ה ... ני"ו, ער זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב פסח; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


געב איבער פאר אלע עלטערן, אז די אלע משפחות וואס מאכן וואוטשערס האבן א חלק אין אלע תורה תפילה וואס גייען ארויס פון די הייליגע מיילער פון די תינוקות של בית רבן. די קינדער ביי אונז אין מוסד ווערן מחונך מיט אמונה, זיי לעבן מיטן אייבערשטן, די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין זיי אמונה, תפילה מיט יראת שמים; די אלע זכותים ווערן צוטיילט פאר אלע וואס העלפן אז דער מוסד זאל קענען אנגיין.


יעדעס מאל מען האקט אפ די וואוטשערס און מען דארף אראפ פארן צו זייער אפיס וכו', מען געבט אוועק צייט, מח און כח וכו' וכו', דאס ווייזט אז דער מענטש האט הכרת הטוב פאר די מוסד, דאס ווייזט אז מען אנערקענט וואס מיר טוהן. אבער ווען עלטערן דרייען זיך ארויס פון העלפן די מוסד, יעדע מאל טרעפט מען גוטע תירוצים פארוואס מען קען נישט מאכן קיין וואוטשערס אדער אנדערע זאכן וואס מען בעט, דאס ווייזט אז זיי פארשטייען נישט וואס די מוסד טוט פאר זייערע קינדער, זיי שעצן נישט אונזער ארבעט, און זיי כאפן נישט וואס די מלמדים און טיטשערס גייען אריבער יעדע מינוט מיט דעם וואס זיי זיצן מיט א גאנצע קלאס קינדער וכו' וכו'.


איך בעט דיר דו זאלסט מיר ברענגען יעדן חודש א ליסט פון די עלטערן וואס האבן וואוטשערס, און די וואס גייען אריבער שוועריקייטן ביים מאכן די וואוטשערס און זיי געבן אוועק זייער צייט צו זיצן ביי די שטאטישע אפיסעס; איך וועל פאר זיי אלע מתפלל זיין און איך וועל זיי מכיר טוב זיין.


ווען אלע עלטערן וואלטן געצאלט שכר לימוד וואלטן מיר געקענט האבן א גוטע פלאץ פאר די קינדער, מיר וואלטן געקענט דינגען אדער קויפן א רחבות'דיגער בנין פאר די סקול; די מיידלעך וואלטן נישט געדארפט זיין צעטיילט און צעקוועטשט וכו'. איך אליינס קען נישט אויפהאלטן א גרויסע פלאץ, קוים וואס מיר שטופן אזוי וכו', יעדן טאג איז א נס אז מיר גייען אן.


דער עיקר זאלן מיר זוכה זיין צום פסח אליין; מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון אונזער גלות מצרים וואו מיר ליגן, מיר זאלן אנהייבן לעבן מיטן אייבערשטן. מיר זאלן וויסן אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער און צו אים דארפן מיר זיך ווענדן ווען מיר דארפן א ישועה, אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#57 - בנין אין אומאן וועט זיין פארטיג דאס יאר? וואס לערנען מיט קינדער אויף פסח?
חינוך הילדים, צדקה, אומאן, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


בנוגע צי מיר וועלן זיין אינעם נייעם בנין נאך דעם יאר ראש השנה אין אומאן; וואס זאל איך דיר זאגן, הלואי וואלט איך דיר געקענט ענטפערן 'יא', ביז דערווייל בין איך עומד ומצפה לישועת ה' ער זאל מיר העלפן ענדיגן דעם בנין. איך בין אריינגעפאלן אין חובות, איך דארף נאך שאפן איבער א האלב מיליאן דאללער צו ענדיגן דעם בנין, ואין בידי לפורטה אפילו שוה פרוטה. אבער איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל עס קענען ענדיגן בויען אן חובות.


מען זעט ווי עס בויעט זיך פאר יעדער מוסד און פאר יעדער קהלה הערליכע בנינים וכו'; בעט איך דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, 'וְלֹא תְּהֵא כּוֹהֶנֶת כְּפֻנְדָקִית?' פארוואס מיר דארפן זיך אזוי מוטשען?!" נאר דער תירוץ איז זייער פשוט: "מען קען נישט בויען קיין תורה מיט געלט; תורה און אמונה קען מען נאר אריין ברענגען אין מענטשן מיט בלוט און מיט שווייס".


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (אבות ו, ט): רבי יוסי בן קיסמא פארציילט: "פַּעַם אַחַת הָיִיתִי מְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ", איינמאל בין איך געווען אונטערוועגנס, "וּפָגַע בִּי אָדָם אֶחָד", און א מענטש האט מיך אנגעטראפן, "וְנָתַן לִי שָׁלוֹם, וְהֶחֱזַרְתִּי לוֹ שָׁלוֹם", ער האט מיר געגעבן שלום און איך האב אים צוריקגעגעבן. "אָמַר לִי, רַבִּי, מֵאֵיזֶה מָקוֹם אַתָּה?" האט ער מיר געפרעגט פון וואו איך קום, "אָמַרְתִּי לוֹ, מֵעִיר גְּדוֹלָה שֶׁל חֲכָמִים וְשֶׁל סוֹפְרִים אָנִי", האב איך אים געזאגט אז איך וואוין אין א פלאץ פון תלמידי חכמים, "אָמַר לִי, רַבִּי, רְצוֹנְךָ שֶׁתָּדוּר עִמָּנוּ בִמְקוֹמֵנוּ, וַאֲנִי אֶתֵּן לְךָ אֶלֶף אֲלָפִים דִּינְרֵי זָהָב וַאֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת?" האט ער מיר געפרעגט 'אפשר ווילסטו קומען וואוינען ביי אונזער שטאט און איך וועל דיר געבן אסאך געלט און טייערע שטיינער', "אָמַרְתִּי לוֹ, בְּנִי, אִם אַתָּה נוֹתֵן לִי כָל כֶּסֶף וְזָהָב וַאֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת שֶׁבָּעוֹלָם, אֵינִי דָר אֶלָּא בִמְקוֹם תּוֹרָה", האב איך אים געענטפערט 'אפילו אויב דו וועסט מיר געבן די גאנצע געלט פון די וועלט וועל איך אויך נישט גיין וואוינען נאר אויף א פלאץ וואו מען לערנט תורה', "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא שֶׁבִּשְׁעַת פְּטִירָתוֹ שֶׁל אָדָם אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד", ווייל ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט נעמט ער מיט נאר תורה און גוטע מעשים; די אלע געלט, גאלד און זילבער דאס נעמט מען נישט מיט מיט זיך.


די וועלט פרעגט זייער א שטארקע קשיא אויף דעם סיפור, פארוואס ווען דער מענטש האט אים אנגעטראגן צו געבן אלף אלפים דינרי זהב ואבנים טובות ומרגליות, האט ער נישט מסכים געווען צו גיין וואוינען ביי אים, ער וואלט דאך געקענט נעמען די געלט און בויען דארט ישיבות, בתי חינוך און מאכן דארט א מקום תורה? ענטפערט דער גאון רבי חיים וואלאזשינער זכותו יגן עלינו, אז א מקום תורה קען מען נישט בויען מיט געלט, א מקום תורה קען מען נאר בויען מיט מסירות נפש.


אזוי דערציילט מען אויך נאך פון הייליגן סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו, אז די הנהלה האט זיך אמאל באקלאגט פאר אים אז די מוסד האלט זיך ביים פארמאכן ווייל עס איז נישט דא קיין געלט צו צאלן די איינגעשטעלטע, האט דער רבי געענטפערט: "א מוסד מאכט זיך נישט צו אז עס האט נישט קיין געלט, א מוסד מאכט זיך צו פון מחלוקת אדער פון דעם וואס מען פירט עס מיט נגיעות שלא לשם שמים".


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר מוטשען זיך אויך יעדן טאג אינעם מוסד; יעצט דארף איך שאפן איבער הונדערט טויזענט דאללער צו קענען באצאלן די איינגעשטעלטע אינעם מוסד. דאס אליינס איז א נס אז מיר האבן נישט קיינעם אויף וועם זיך צו פארלאזן, אזוי פארלאזן מיר זיך נאר אויפן אייבערשטן, מיר קוקן נאר צו אים, וועט ער אונז זיכער העלפן. אז מען קוקט צוריק זעט מען די ניסים ונפלאות ווי מיר גייען אן שוין צען יאר מיט די ישיבה, אכט יאר מיט די תלמוד תורה און זיבן יאר מיט די מיידל סקול, אזוי וועט דער אייבערשטער ווייטער העלפן.


נעם נאך נישט צוזאם געלט פאר בעטן אין אומאן, ווייל איך ווייס נישט צי מיר וועלן שוין זיין אינעם נייעם בנין.


א יישר כח פארן צוזאמנעמען די קינדער ביי שלש סעודות אין בית המדרש בשעת מען זינגט זמירות; עס איז א תענוג צו הערן ווי שיין די קינדער זינגען מיט די ניגונים. מיר דארפן מחנך זיין די קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, דער רבי האט געוואלט מען זאל זינגען זמירות שבת דארפן מיר זינגען זמירות בתמימות ופשיטות (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן קד); אז דו וועסט זיי אזוי מחנך זיין וועלן אונזערע קינדער אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


הלוואי ווען דו וואלסט ווען געזאגט מיט זיי יעדע וואך שיר השירים פארן דאווענען אזוי ווי דו טוסט זומער אין קעמפ; דאס איז ביי מיר דער גרעסטער תענוג און נחת רוח, צו זען ווי די קינדער וואקסן אויף ערליכע אידן.


בנוגע לערנען מיט די קינדער הלכות פסח וכו'; לערן מיט זיי דעם ספר 'דרך החיים' פון הייליגן חוות דעת זכותו יגן עלינו. דער סאטמארער רבי זי"ע האט געזאגט אז מען זאל דאס לערנען מיט קינדער ווייל דארט איז צוזאמגענומען זייער שיין אלע הלכות אויף למעשה. מוהרא"ש זכרונו לברכה אין די 'הגדה של פסח אור זרוע' ברענגט אראפ די הלכות פונעם ספר דרך החיים.


דער עיקר לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ, און זיי וועלן אויך וועלן זיין צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - געענדיגט די 65'סטע מאל משניות אין שפיטאל
רפואה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געזען וואס דו שרייבסט מיר פון שפיטאל אז דו האסט מסיים געווען די פינף אין זעכציגסטע מאל ששה סדרי משנה; איך ווייס נישט צי עס איז דא אזא זאך אין די גאנצע וועלט, אז א בחור זאל ליגן אין שפיטאל, אריבער גיין א שווערע אפאראציע און ער זאל לערנען דארט משניות. איך גרויס זיך מיט דיר; ראו מה בין בני לבן... מען זעט א חילוק פון א בחור וואס פאלגט דעם הייליגן רבינ'ס עצות און לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן ביז א צווייטער חסיד וואס גייט צו א רבי און ווייסט נישט פארוואס ער גייט צום דעם רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "הַאִם לֹא הָיִיתִי יָכוֹל לִהְיוֹת מְפֻרְסָם וּמַנְהִיג שֶׁקּוֹרִין אדמו"ר כְּמוֹ כָּל הַמַּנְהִיגִים, שֶׁנּוֹסְעִים הַחֲסִידִים אֲלֵיהֶם וְאֵינָם יוֹדְעִים עַל מָה נוֹסְעִים, וְחוֹזְרִים וְשָׁבִים וּבָאִים וְאֵינָם יוֹדְעִים מַה בָּאִים?!" וואלט איך נישט געקענט זיין א רבי פונקט ווי אלע רבי'ס וואס די חסידים ווייסן נישט פארוואס מען פארט צום רבי'ן און ווען מען קומט אהיים ווייסט מען נישט מיט וואס איז מען צוריק געקומען; נאר איך האב מפקיר געווען מיין לעבן, מיין ווייב און מיינע קינדער - אלעס נאר פאר ענק.


שטארק דיר און דאנק דעם אייבערשטן אז די אפעראציע איז אריבער בשלום; איך האף דיר צו זען בקרוב צוריק אין ישיבה און מיר וועלן ווייטער מאכן די נייע סידי "טאנץ מיט אמונה #3"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - זיך מקבל זיין א גוטע זאך פאר די אפעראציע
הפצה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דער דאקטער הייסט אפערירן דארף מען זיך לאזן אפערירן; איך בין דאס אויך אריבער - נישט מער געדאכט - פאר זעקס יאר צוריק. ביי מיר איז געווען גרויסע ניסים ווייל עס האט שוין געהאט געפלאצט וכו'; איך בין געליגן אין שפיטאל מיט שרעקליכע יסורים. איך האב זיך דעמאלט מקבל געווען, אז דער אייבערשטער וועט מיר העלפן איך וועל בלייבן לעבן און צוריק קומען צו מיינע כוחות וועל איך אוועק געבן מער צייט און כח צו מחזק זיין בחורים. דאס זעלבע זאג איך דיר: פאר דו גייסט אריין זיך אפערירן זיי מתפלל אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום און זאג פארן אייבערשטער אז דו וועסט פון היינט אן מער עוסק זיין אין הפצה, ארויס צו געבן די שיינע סידי'ס פון "טאנץ מיט אמונה".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחזק זיין א צעבראכענער איד; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט און עס גייט אריבער אויף איר וואס עס גייט אריבער, אבער אלעס לוינט זיך אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן איד"; כל שכן אז מען איז זוכה צו מחי' זיין און מחזק זיין טויזענטער אידן. פון ארום די גאנצע וועלט שרייבן מענטשן אז זיי זענען זיך מחי' מיט דיינע סידי'ס 'טאנץ מיט אמונה'; דאס בלאזט אריין אין זיי א חיות. דערפאר זאלסטו זיך יעצט פארנעמען אז אזוי ווי דו קומסט ארויס פון שפיטאל וועסטו ענדיגן דעם סידי 'טאנץ מיט אמונה 3' און אזוי ווייטער.


זיי מנדב געלט פאר הדפסה; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס דארף א ישועה זאל דרוקן "אשר בנחל" און ער וועט זען אויסטערלישע ישועות. איך גיי יעצט דרוקן נאכאמאל "אשר בנחל" אין אידיש, אז דו ווילסט קענסטו האבן א חלק אין דעם, וועסטו זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר.


זיי געזונט און שטארק, דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה.

#54 - מ'דארף לערנען מיט די מיידלעך הלכות יחוד
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי' מנהלת בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


על פי הלכה טאר זי נישט זיין אין שטוב ווען ער איז דארט, ווייל ביי דעם איז דא אן איסור יחוד; מען דארף זייער אכטונג געבן אויף דעם ווייל איסור יחוד איז מן התורה און מען קען נישט מקיל זיין אין דעם. בפרט אין אונזערע טעג וואס עס זענען דא מנוולים ומושחתים וכו' וכו'.


אויב די מאמע מאכט זיך נישט וואוסענדיג דארפט איר רעדן מיט די מיידל וכו'; אויב פעלט אויס וועל איך רעדן מיט די עלטערן.


ווען מען איז עוסק מיט א רבים זעט מען וואס גייט איבער אויף מענטשן און מען לערנט זיך אויף וואס צו אנגרייטן די קינדער וכו'.


זעט צו לערנען מיט די קינדער הלכות יחוד; היינט זענען דא שיינע ספרים אויף איסור יחוד מיט טבלאות וכו', כדי עס זאל זיין גרינג צו געדענקען.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די מיידלעך; אריין לייגן אין זיי יראת שמים און א ליבשאפט צום הייליגן באשעפער און צו די מצות.


אין דעם זכות זאלט איר האבן נחת פון אייערע קינדער, אמן.

#53 - ס'לוינט זיך נישט זאלסט צעברעכן דיין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס נישט צי דו געדענקסט מיר; איך בין געווען א מלמד אין ... פאר יארן צוריק. איך בין נישט געווען דיין מלמד אבער איך געדענק דיר פון דארט. איך האב א ישיבה אין אמעריקא "תפארת התורה ברסלב".


דיין ... לערנט ביי מיר, אויך קען איך דיין ... נרו יאיר וואס איז א תלמיד היכל הקודש און ער וכו', איך בין א נאנטער חבר מיט אים.


דיין ... נרו יאיר האט מיר געבעטן אויב איך קען אים העלפן. ער איז זייער צעבראכן פון די גאנצע פרשה וואס גייט אריבער צווישן דיר און דיין ווייב; סיי ער און סיי זיין ..., און אזוי אויך דיין טייערע ווייב ... תחי', אלע בענקען זיך זייער נאך דיר; זיי רעדן זייער שיין פון דיר, זיי ווילן און האפן אז דו וועסט איין טאג צוריקקומען צו זיי.


דיינע טייערע קינדערלעך ... תחי' און ... תחי' דארפן א טאטע; זיי האבן דיר שוין נישט געזען פון ראש השנה, זיי בענקען זיך נאך דיר.


טייערער ... נרו יאיר, דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד היסודות; דער רבי האט נישט געלאזט קומען צו אים אן א ווייב און דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל האלטן חשוב א ווייב, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שיחות הר"ן (סימן רסד) אז דער רבי האט געבעטן מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב; דער רבי האט געזאגט: "הַלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּידָה וְהַגִּידוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם, בְּכַמָּה אוֹפַנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד וְכוּ' וְכוּ'", די פרויען גיין אריבער אסאך יסורים און אסאך צער; צער העיבור, צער הלידה און צער פון מגדל זיין די קינדער וכו'.


איך בעט דיר טייערער ... ני"ו, איך בין גרייט אלעס צו טון אז דו זאלסט צוריק גיין צו דיין ווייב; לאז דיר נישט איינרעדן פון קיינעם אז עס וועט דיר זיין בעסער ווען דו וועסט זיך חס ושלום גט'ן. דער אייבערשטער האט געהייסן אויסמעקן זיין נאמען אבי עס זאל זיין שלום בית, איז דאך זיכער אז מען דארף אלעס אוועק לייגן אין דער זייט צו קענען לעבן בשלום.


אפילו דו ביסט אנטלאפן פון שטוב שוין פאר לאנגע חדשים, דאך וויל דיין ווייב ... תחי' ווייטער לעבן מיט דיר אזוי ווי נאך די חתונה.


... ני"ו, זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך מיש זיך אריין וכו', ווייל מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלאזט צוואה אז איך זאל העלפן אידישע קינדער זיי זאלן לעבן בשלום און זיך נישט קריגן, דערפאר פרוביר איך מיט די הילף פונעם אייבערשטן צו מאכן  שלום בית.


איך געדענק ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דיר אזוי ליב געהאט; ער פלעגט זיך זייער פרייען ווען דו פלעגסט קומען, איז זיכער אז דו דארפסט זיך בארעכענען און צוריק קומען צו דיין ווייב.


דיינע שוואגערס רעדן אזוי שיין פון דיר, אלע זאגן אז עס איז א שאד עס זאל צעבראכן ווערן א שטוב, בפרט ווען עס איז דא צוויי ליכטיגע קינדער קיין עין הרע.


... טייערער, דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען מיט תלמידים, עס איז שוין פופצן יאר וואס בחורים און אינגעלייט קומען צו מיר איך זאל זיי העלפן; רוב פראבלעמען קומען פאר ביי קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, קינדער וואס די עלטערן קריגן זיך, די וואקסן אויף פעלערהאפטיג און זיי דארפן זיך נעבעך מוטשען אין לעבן; דארפסטו טראכטן פון דיינע קינדער אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט און שטארק.


איך ווארט צו הערן פון דיר.

#52 - אביסל תהלים איז אויך גוט
תפילה והתבודדות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ר' נתן פלעגט זאגן אז פון ווען ער האט געהערט פון רבי'ן: "מְעַט גַם כֵּן טוֹב", אביסל איז אויך גוט; האט ער זייער מצליח געווען.


זייער אסאך מאל האלט זיך דער מענטש צוריק פון טון גוטע זאכן ווייל ער מיינט אז ווייניג איז גארנישט ווערד. און וויבאלד ער קען נישט טון קיין סאך טוט ער גארנישט. אבער אז מען ווייסט אז "מְעַט גַם כֵּן טוֹב" פרובירט מען אריין צו כאפן וואס מען קען; דערפאר בעט איך דיר זייער זאלסט זאגן תהלים, אפילו דו קענסט נישט זאגן דעם גאנצן 'יום תהלים'. און ווען דו זאגסט תהלים זאלסטו נישט טראכטן אז דו דארפסט עס ענדיגן. קיינער הייסט דיר נישט ענדיגן תהלים, נאר זאג תהלים - איין קאפיטל נאכן צווייטן און בעט דעם אייבערשטן נאך יעדע קאפיטל פאר דיר און פאר אלע אידן.


דער רבי האט דערציילט אז אמאל זענען געווען צוויי קינדער - זייער נאנטע חברים, זיי זענען געווען אזוי צוגעבינדן איינער צום צווייטן אז זיי האבן פשוט נישט געקענט זיין איינער אן דעם צווייטן. איינמאל איז איינער פון די צוויי חברים זייער קראנק געווארן לא עלינו, זיין חבר איז געווארן זייער צעבראכן דערפון, האט ער געפרעגט דעם חבר: "וואס קען איך טון אז דו זאלסט האבן א רפואה שלימה?" האט אים זיין חבר געזאגט: "זאג תהילים פאר מיר"; האט ער גענומען א תהלים און אנגעפאנגען זאגן מיט תמימות תהלים. נאך יעדע פאר קאפיטלעך תהלים וואס ער האט געזאגט איז ער געקומען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך זייער שוואך", איז ער ארויס געגאנגען און ווידער גענומען דעם תהלים און געזאגט נאך אפאר קאפיטלעך מיט בכיות און געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, הייל אויס מיין חבר", נאכדעם איז ער ווייטער געגאנגען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך אלץ זייער שוואך"; אזוי האט ער געבעטן און געבעטן און געזאגט תהלים, און נאך יעדע פאר קאפיטלעך איז ער נאכאמאל געקומען פרעגן זיין חבר, ביז דער חבר איז אויסגעהיילט געווארן.


דער רבי האט פארציילט דער מעשה אריין צו ברענגען אין אונז וואס הייסט זאגן תהילים מיט תמימות און פשיטות, אז גלייך ווען מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים זאל מען פרעגן דעם חולה צי ער איז שוין אויסגעהיילט. און אויב זאגט ער אז נישט, זאל מען נאכאמאל נעמען דעם תהלים און זאגן נאך קאפיטלעך - אן קיין חכמות, נאר מיט אמונה אז בזכות די קאפיטלעך תהלים וועט דער חולה האבן א רפואה שלימה.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אויפנייען שיינע מחיצות פאר די חתונה זאל, ווייל ווען מען מאכט קלענערע שמחות פעלט נישט אויס מען זאל נוצן די שול און מען קען צעטיילן די זאל פאר מענער און פרויען.


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל דו שרייבסט מיר א בריוו.

#51 - מחזק אויף חינוך און שידוכים
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זעט אריין צו לייגן אין די קינדער אמונה פשוטה. יעדע זאך וואס די קינדער דארפן און בעטן דארף מען זיי אויסלערנען די זאך פון תפילה; זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פד): "דַּע שֶׁעִקַּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לַה' יִתְבָּרַך הוּא עַל יְדֵי תְּפִילָה", תפילה דאס באהעפט דעם מענטש צום אייבערשטן, דאס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן; קליינע קינדער האבן אין זיך א ריינקייט און א לויטערקייט, זיי נעמען אן תפילה מיט א מורא'דיגע תמימות ופשיטות.


אזוי אויך זאלט איר זען אריין צו לייגן אין די קינדער צניעות; עס זענען דא עלטערן וואס כאפן זיך נישט וואס זיי טוהן, זיי מיינען אז קליינע קינדער מעג מען אנטון נישט צניעות'דיג, מען מיינט אז דאס איז קיוט וכו', מען מיינט איז צניעות איז נאר געזאגט געווארן פאר עלטערע קינדער, וואס באמת הייבט זיך צניעות זיך אן פון די דריי יאר. וואויל איז פאר עלטערן וואס געבן אכטונג און טוהן אן זייערע קינדער איידל און באשיידן. איז בעט איך אייך איר זאלט אריין לייגן אין זיי דאס שיינקייט פון צניעות, זיי זאלן קומען מיט סקורטס אונטער די קני, אויך זאלן זיי קומען נאר מיט טייטס וכו'.


בנוגע אייער שידוך וכו'; איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט ווערן צעבראכן פון דאס וואס איז געווען. איר שרייבט אז איר וויינט זייער אסאך וכו'; מען מעג וויינען און עס איז זייער געזונט אז מען געבט ארויס די ווייטאג פארן אייבערשטן, אבער עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעט אים אז איר זאלט זוכה זיין צו באקומען אן ערליכער מאן וואס וועט האבן דעם זעלבן ציל ווי אייך - אויפצושטעלן א שיינע ווארעמע שטוב פארן אייבערשטן.


מען דארף אסאך מתפלל זיין מען זאל באקומען א בחור וואס האט יראת שמים, א בחור וואס גייט דריי מאל א טאג אין שול דאווענען מיט מנין, א בחור וואס לערנט יעדן טאג די הייליגע תורה. מיט תפילה און סבלנות וועט איר עס באקומען, דער עיקר איז אז איר זאלט נישט דאגה'נען וואס גייט זיין, איר זענט נאך א יונג מיידל און איר וועט נאך טרעפן גאר א גוטע שידוך, כאפט נישט סתם א שידוך וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן אייער זיווג בקרוב; מיט תפילה און מיט שמחה וועט איר עס באקומען.

#50 - ווי אזוי צו מאכן די חיזוק יומי
הפצה, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין ניי געבוירענע מיידל תחי'; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען אסאך נחת פון דעם קינד און אלע דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב תחי', בזכות וואס דו העלפסט מיר פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט.


רעד צו ... נרו יאיר און צו ... נרו יאיר, זיי ווילן מאכן א נייע זאך: "בליץ חיזוק", ארויס שיקן יעדן טאג אפאר סקונדעס חיזוק וכו'. עס איז זייער א גוטע זאך אז זיי ווילן אויפקומען מיט נאך וועגן ווי אזוי אריין צו ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די גאנצע וועלט. אבער מען דארף וויסן ווי אזוי מען נעמט ארויס פון א לאנגע דרשה אפאר מינוט חיזוק; ווייל אסאך מאל הערט זיך אנדערש אפאר סקונדעס וכו' ווי ווען מען וואלט ווען געהערט די גאנצע דרשה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, יא): "חֲכָמִים, הִזָּהֲרוּ בְּדִבְרֵיכֶם, שֶׁמָּא תָחוֹבוּ חוֹבַת גָּלוּת וְתִגְלוּ לִמְקוֹם מַיִם הָרָעִים, וְיִשְׁתּוּ הַתַּלְמִידִים הַבָּאִים אַחֲרֵיכֶם וְיָמוּתוּ, וְנִמְצָא שֵׁם שָׁמַיִם מִתְחַלֵּל", מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט צו תלמידים אז עס זאל נישט ארויס קומען א חילול השם פון די ווערטער.


עס איז זייער א גוטע זאך וואס זיי ווילן טון, אז זיי ווילן פארשפרייטן חיזוק פאר אידישע קינדער, אבער מען דארף וויסן אז אויב מען שניידט ארויס אפאר ווערטער פון א דרשה, קען זיך עס הערן אנדערש און עס קען ארויס קומען א חילול השם פון דעם; קוק וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מז): "סַכָּנָה גְּדוֹלָה לוֹמַר תּוֹרָה. וְצָרִיךְ לָזֶה יְגִיעָה גְּדוֹלָה וְאָמָּנוּת יְתֵרָה שֶׁיּוּכַל לִשְׁקֹל בַּפֶּלֶס דְּבָרָיו, בְּאֹפֶן שֶׁלֹּא יִשְׁמַע כָּל אֶחָד וְאֶחָד מֵהַשּׁוֹמְעִים רַק מַה שֶּׁצָּרִיךְ לוֹ, לֹא יוֹתֵר", עס איז א גרויסע סכנה צו זאגן תורה און מען דארף זייער אכטונג געבן אז יעדער איינער זאל הערן נאר וואס ער דארף וכו'. דאס איז געזאגט געווארן סיי פאר דעם בעל דרשן וואס רעדט די דרשה און זיכער פאר איינער וואס נעמט ארויס שטיקלעך פון א דרשה, אזא איינער דארף זייער אכטונג געבן וואס ער שניידט ארויס און וויפיל וכו'.


אז דו וועסט פרעגן ווי אזוי קענען מיר זאגן תורה אדער פארשפרייטן די ווערטער פון צדיקים אז דער רבי זאגט אז דאס איז א סכנה? נאר אז א מענטש בעט דעם אייבערשטן יעדעס מאל פאר ער רעדט, אדער פאר ער שיקט ארויס דרשות וכו', דעמאלט איז ער פארזיכערט אז ער וועט נישט מאכן קיין טעותים.


דער רבי זאגט (שם): "וְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת יֵשׁ לוֹ אֵימָה גְּדוֹלָה כְּשֶׁאוֹמֵר תּוֹרָה, יוֹתֵר מֵאֵימַת ראשׁ-הַשָּׁנָה וְיוֹם-הַכִּפּוּרִים", דער אמת'ער צדיק ווען ער זאגט תורה האט ער א גרעסערע פחד ווי דער פחד פון ראש השנה; ער געבט זיך איבער פארן אייבערשטן און ער בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט ארויס קומען קיין שום מכשול פון זיינע דיבורים, עס זאל נאר ארויס קומען פון זיין תורה מער קדושה און מער טהרה אויפן וועלט.


יעדעס מאל ווען מוהרא"ש פלעגט געבן א שיעור, פלעגט ער פאר דעם וויינען צום אייבערשטן און זיך איבערגעבן צו אים וכו'; דאס דארפן מיר טון פאר מיר רעדן אדער מיר שיקן ארויס דרשות וכו'.


איך האף אז דו וועסט איבער געבן פאר אלע וואס העלפן ארויס מיטן מתרגם זיין די שיעורים, סיי אויף לשון הקודש סיי אויף ענגליש און סיי אויף ספאניש וכו', אז זיי זאלן נעמען דוקא די שטיקלעך וואס דו גרייטסט אן, ווייל מען דארף אכטונג געבן עס זאל נאר ארויס קומען גוטס פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, אמן.

#49 - מזל טוב פאר דיין סיום
כיבוד אב ואם, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע זון אלחנן חיים נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו באפלייסט זיך אין לערנען די הייליגע תורה. מזל טוב פארן מסיים זיין די צוויי און פערציגסטע מאל מסכת תענית; איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיינע זון לערנען מיט התמדה רבה.


איך האב זייער הנאה צו לערנען מיט דיר יעדן טאג דעם דף גמרא, איך בין מיר מחי' זיך פארצוקוקן דעם דף גמרא מיט דיר. די דף גמרא שיעור איז ביי מיר מיין חשוב'סטע שיעור, ווען איך ענדיג פארלערנען דעם דף גמרא שיעור אינדערפרי שפיר איך ווי איך האב שוין אפגענומען מיין טאג מיט דעם, מען שפירט ווי אן אנדערער מענטש נאכן לערנען דעם דף גמרא.


הלואי זאלסטו איבער חזר'ן דעם דף גמרא יעדן טאג כמה וכמה פעמים אז דו זאלסט דאס גוט געדענקען.


זע אהיים צו קומען צייטליך גלייך נאך חדר אז מאמי זאל נישט דארפן טיילן נאכטמאל א גאנצע נאכט.

#48 - וואו ביסטו אויף דער וועלט?
חברים, חסידות ברסלב

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז מיר א גרויסע וואונדער אז איך זע דיר מער נישט און איך הער נישט פון דיר; דו ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא ווען ער האט זיך באליידיגט און אוועק געגאנגען (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיך מַשְׁלִיכִים חַבּוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט א מענטש איבער אזא באליבטע חבורה... עיין שם; דאס זעלבע פרעג איך דיר טייערער ...: "איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט מען איבער אזא טייערע חבורה וכו'", געדענקסט דיך ווי אזוי דו האסט אויסגעזען פאר דו האסט געפונען דעם הייליגן רבינ'ס מענטשן? קוק דער לשון וואס דער רבי שרייבט פאר אנשי שלומינו (מכתבי רבינו ז"ל, מכתב א; נדפס בתחלת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי אזוי איך האב אייך געפונען".


איך בעט פאר דיר יעדן טאג און איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט שיין אויספירן מיט דיר.


ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


איך ווארט דיר צו זען, אדער כאטשיג צו הערן פון דיר בכתב וכו'. 

#47 - מחזק א איד אין שפיטאל
שלום בית, רפואה

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מיין טייערע הארציגע חבר ... נרו יאיר


איך האב יעצט א שליח וואס פארט קיין ... האב איך געטראכט איך וועל דיר שרייבן אפאר ווערטער.


איך טראכט זייער אסאך פון דיר ... נרו יאיר; איך בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר דיר אז דו זאלסט האבן א רפואה שלימה.


איך ווארט צו הערן וואס דו מאכסט און ווי אזוי דו שפירסט זיך. איך האב מיר מחי' געווען ווען דו האסט מיר גערופן פארציילן די נייעס אז דו האסט מסיים געווען אין שפיטאל דעם ערשטן מאל אין דיין לעבן "ששה סדרי משנה". איך האב דאס פארציילט פאר די בחורים, אז מען דארף נעמען חיזוק פון דיר; מה-דאך א מענטש וואס ליגט אין שפיטאל - וואס בדרך הטבע קען ער נישט ארויס גיין פון שפיטאל - לערנט און איז מסיים "ששה סדרי משנה", איז דאך זיכער אז די בחורים דארפן לערנען וכו'.


וויסן זאלסטו אז ביים אייבערשטן אז אלעס מעגליך, דער אייבערשטער איז דער רופא נאמן און ער ווארט אז דער מענטש זאל קומען צו אים און זיך אויסגיסן זיין הארץ פאר אים.


דערפאר טייערע ליבער ברודער ..., שטארק דיר מיט אמונה פשוטה אין בורא כל עולמים. דער אייבערשטער פירט די וועלט; ער קען אויסהיילן דעם מענטש אפילו די דאקטורים זאגן אז מען קען נישט היילן. מיר דארפן חזר'ן די פשוט'ע אמונה: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב מיט מיין גאנצע אמונה אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און ער פירט אלעס. ער טוט אלעס, ער האט אלעס געטון און וועט אלעס טון. ווי מער א מענטש חזר'ט די ריינע אמונה ווערט מען מער פרייליך און מען ווערט רואיג.


איך מוז דיר זאגן אז דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר א גרויסע נס; דו האסט א ווייב איינס אין דער וועלט, ממש מצא אשה מצא טוב איז ביי דיר געזאגט געווארן, זי איז דיר אזוי איבערגעגעבן, זי האט אלעס איבער געלאזט און זי איז מיט דיר שוין פאר אזא לאנגע צייט אין שפיטאל, דארפסטו איר מחזק זיין.


איך ווייס אז דו אליינס דארפסט רחמי שמים, קוים וואס דו לעבסט און יעדן טאג וואס דו לעבסט איז א נס. טאקע ווייל דו אליינס דארפסט אסאך חיזוק דארפסטו איר מחזק זיין, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קו) א מורא'דיגע עצה צו ווערן אליינס מחוזק איז ווען מען איז מחזק א צווייטן; דער רבי טייטשט מיט דעם די פסוק (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל", ווען א מענטש איז צעבראכן, "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין, עֵצָה לָזֶה, שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", ווען ער איז מחזק א צווייטן וועט ער אליין ווערן מחוזק.


דערפאר זע צו דאנקען דיין ווייב און איר געבן גוטע ווערטער וכו'. הער נישט אויס דיין שוואגער וואס וויל דיר אומגליקליך מאכן און רעדט צו דיר קעגן דיין ווייב. ער איז א פשוט'ער מניוול; ווייל איינער וואס רעדט צו א אינגערמאן קעגן זיין ווייב איז זייער מסוכן און מען דארף אנטלויפן פון אזא איינעם ווי פון פייער וכו'. אויך זע צו רעדן שיין צו דיין מאמע, זי איז צעבראכען אויף שברי שברים, אפילו זי שרייט אויף דיר ענטפער איר נישט צוריק. א מאמע טאר מען נישט ענטפערן; דו דארפסט איר פארשטיין אז זי ווערט אנגעהעצט פון דעם צעדרייטן שוואגער וכו'. ווען א מאמע רעדט דארף מען אויסהערן און שווייגן.


געב אכטונג אויף דיין ווייב ווייל זי איז דיר א מתנה פון הימל.


זיי געזונט און שטארק; איך ווארט צו הערן אויב דו האסט ערהאלטן מיין בריוו.

#46 - ווי אזוי די בחורים זאלן גיין נאך געלט אום פורים
בחור, צדקה, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים ... און ... נרם יאיר


איך האף אז דאס יאר וועט איר מיר אויך העלפן אזוי ווי פאריאר מיטן צוזאמנעמען די בחורים פורים און ארום גיין נאך געלט פאר די ישיבה.


איר ווייסט דאך אז ביי אונז אין ישיבה שיקט מען נישט אהיים קיין בחורים וואס צאלן נישט שכר לימוד; די ישיבה שטייט שוין צען יאר און מיר האבן נאך קיינמאל נישט אוועק געשיקט אדער פארשעמט א בחור וואס קיינער צאלט נישט קיין שכר לימוד פאר אים און איך זינק אין חובות נאר פאר די בחורים. איך קוק ארויס אז איר וועט זיין די ריכטיגע שלוחים מיר צו העלפן.


היינט צו טאגס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן חיזוק פון די ישיבה, דערפאר דארפט איר זיך שוין יעצט מסדר זיין צו מאכן א ליסטע וואו איר זאלט ארויף גיין פורים אביסל טאנצן און פרייליך מאכן, אדער זינגען שטייטע ווארעמע ניגונים, אין שטובער וואו מען וועט אייך אויפנעמען בסבר פנים יפות.


איך וויל אז אלע בחורים וואס גייען צוזאמען נאך געלט זאלן גיין אנגעטון איידל און זיך אויפפירן איידל. איך הער זאגן אז די בחורים קויפן שוין איין פארשטעלאכטס פאר פורים, זעט אז די בחורים וואס קומען מיט מיט אייך זאלן גיין אנגעטון איידל, אלע זאלן גיין אנגעטון די זעלבע וכו' מיט אן איידעלע פארשטעלאכטס. פורים קומט ארויס דער אמת ווער דער מענטש איז, מען ווייזט ווי אזוי מען וויל גיין א גאנץ יאר, נאר א גאנץ יאר שעמט מען זיך וכו', אז מען טוט זיך אן פראסט וכו' ווייזט דאס אז דער מענטש איז נישט איידל. דערפאר בעט איך אייך זייער, אז איר זאלט שטיין דערויף אז די וואס קומען מיט די חבורה קענען נאר קומען אויב זיי גייען אנגעטון איידל, עס האט מיר זייער וויי געטון פאריאר צו זען ווי די בחורים גייען ארום אנגעטון פראסט.


געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק, דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


נאך א זאך בעט איך ענק; נעמט נישט ארויף אויפן באס בחורים וואס לערנען נישט ביי אונז אין ישיבה. ביי אונז איז פורים א הייליגער טאג אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): "כִּי בִּתְּחִילָּה הָיוּ כָּל הַהַתְחָלוֹת מִפֶּסַח וְכוּ', וְעַכְשָׁיו, וְלֹא סִיֵּים", און ר' נתן זאגט אויף דעם אז ער האט פארשטאנען פון רבי'ן אז היינט זענען אלע התחלות פון פורים; ווייל אז מען איז זוכה און מען פרייט זיך מיטן אייבערשטן, מען פרייט זיך אז מ'איז א איד, מען פרייט זיך מיט אלע גוטע נקודות וואס מען האט, דעמאלט קען מען מאכן א פרישע התחלה.


עס זענען דא וואס מיינען אז פורים איז א טאג פון הוללות, א טאג וואס מען קען טון זאכן שלא על פי תורה; דערפאר זאלסטו זען אז קיין שום פרעמדער בחור זאל זיך נישט געפונען אויפן באס - (משלי יד, י): "וּבְשִׂמְחָתוֹ לֹא יִתְעָרַב זָר".


איך בענטש ענק אז בזכות וואס איר העלפט מיר אז איך זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די ישיבה און די מוסדות וכו' זאלט איר טרעפן בקרוב אייער שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב לשם ולתפארת.

#45 - באדאנקט זיך פאר'ן מנדב זיין די סעודת הילולת מוהרא"ש זי"ע
הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר חיים ווייס נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין די יארצייט סעודה פון מוהרא"ש זכר צדיק לברכה.


וויפיל מיר זאלן נאר רעדן פון מוהרא"ש, קען מען נישט ענדיגן צו דערציילן ווער מוהרא"ש איז געווען. מיר דארפן נאך מאכן מוהרא"ש און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט.


ווען מען זאלן מאכן א סערוועי און אויס פרעגן אלע מקורבים אין ברסלב ווי אזוי אלע זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, וועט מען זען אז רובם ככולם זענען מקורב געווארן דורך מוהרא"ש וואס האט געדרוקט און פארפלייצט צענדליגער מיליאנען ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן. און אפילו די וואס זענען מקורב געווארן דורך אנדערע מנהיגים אין ברסלב, דארף מען פרעגן שטילערהייט די מנהיגים ווי אזוי זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, וועט מען זען אז מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען. דו אליינס האסט מיר פארציילט אז דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך א ספר פון מוהרא"ש ז"ל.


מזל טוב פאר דיין שידוך מיט דיין טאכטער; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך נחת פון אים און פון אלע דיינע קינדער. דיין חתן האט מיר געזאגט ביים תנאים אז ער האט שוין מסיים געווען כמה פעמים ששה סדרי משנה און ער גייט שוין מסיים זיין ש"ס בבלי - אלעס בזכות דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן; דער גרינגער וועג וואס דער רבי האט אונז געגעבן צו לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - נישטא קיין שענערע זאך ווי לערנען פלייסיג די הייליגע תורה
לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע זון שלמה נרו יאיר


דו האסט מיר ממש מחי' געווען ווען דו האסט מיר געזאגט אז  דו האסט מסיים געווען די דריי און צוואציגסטע מאל ששה סדרי משנה; איך האב גלייך גערופן מאמי איר דערציילן ווי פלייסיג דו לערנסט. דאס איז אונזער גאנצע נחת אין לעבן, צו זען ווי אונזערע קינדער לערנען די הייליגע תורה און פירן זיך מיט יראת שמים.


איך האב זייער הנאה אז דו שטייסט אויף אינדערפרי צו לערנען דעם דף גמרא, זה חלקי מכל עמלי צו זען ווי מיינע קינדער לערנען די הייליגע תורה. עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען די הייליגע גמרא, ווער עס לערנט גמרא ווערט אפגעהיטן פון דעם יצר הרע. ווען מען לערנט גמרא ווערט מען געראטעוועט פון אלעם שלעכטס; עס פארברענט אלע קליפות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): תלמוד איז אנקעגן די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן.


איך בעט דיר זייער, נעם דעם דף גמרא וואס איך לערן מיט דיר יעדן טאג און חזר דאס איבער, וועסטו דאס געדענקען דיין גאנץ לעבן; די תורה וואס מען לערנט אין די יונגע יארן בלייבט לענגער ווי דאס וואס מען לערנט שפעטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כא:): "לְגִּירְסָא דְיַנְקוּתָא", און רש"י זאגט דארט: "מִתְקַיֵּם יוֹתֵר מִשֶּׁל זִקְנָה"; אפילו דו זאלסט נאר איבערגיין אפאר מאל וואלט דאס דיר געבליבן אין זכרון פאר א לאנגע צייט.


שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, דאווענען און לערנען; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב, אמן.

#43 - חיזוק פאר מחנכים, אפילו ווען זיי ווערן פארשעמט
חינוך הילדים, בזיונות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת מרת ... תחי'


איך האב געהערט וואס האט פאסירט מיט אייך, אז איינער פון די עלטערן פון אונזער מוסד האבן אייך מבזה געווען אויף א מיאוס'ער אופן וכו'. האב איך געקלערט אז איך וועל אייך שרייבן אפאר חיזוק ווערטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה י, ב) אויפן פסוק (ישעיהו ו, ח): "וָאֶשְׁמַע אֶת קוֹל ה' אֹמֵר, אֶת מִי אֶשְׁלַח וּמִי יֵלֶךְ לָנוּ", ישעיהו הנביא האט געזאגט: "איך האב שפאצירט ביי מיר אין בית המדרש, פלוצלינג הער איך ווי דער אייבערשטער זאגט: "וועם זאל איך שיקן צו די אידן מיט א נבואה? איך האב זיי געשיקט דעם נביא עמוס - האבן די אידן חוזק געמאכט פון אים, זיי האבן געזאגט: קען דען זיין אז דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן עמוס צו זיין א נביא, ער האט דאך נישט קיין קלארע דיבור?! וואס צוליב דעם הייסט ער עמוס, ווייל ער איז געווען "עָמוֹס בִּלְשׁוֹנוֹ" - ער האט נישט גערעדט קלאר; האב איך זיי געשיקט א צווייטע נביא – מיכה, ער זאל זיי זאגן נביאות, האבן די אידן אים געשלאגן, אזוי ווי עס שטייט (מיכה ד, יד): "בַּשֵּׁבֶט יַכּוּ עַל הַלְּחִי אֵת שֹׁפֵט יִשְׂרָאֵל"; וועם קען איך שיקן צו די אידן?" האט ישעיהו הנביא געזאגט: "וָאֹמַר הִנְנִי שְׁלָחֵנִי", איך בין מסכים צו גיין, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "בָּנַי טַרְחָנִים הֵם, סַרְבָּנִים הֵם, מְקַבֵּל אַתָּה עָלֶי לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם?" מיינע קינדער זענען שווערע קינדער, זיי זענען ווידערשפעניגערס, דו קענסט באשטיין צו זיין זייער נביא אפילו זיי וועלן דיר שלאגן און פארשעמען? האט ישעיהו הנביא געענטפערט: "עַל מְנַת כֵּן", מיט דעם אלעם בין איך מסכים, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "וועסטו זיין מער ווי אלע נביאים".


זעט פון דעם אז ווען א מענטש נעמט זיך אונטער צו זיין א מנהיג פאר אידישע קינדער דארף ער זיין גרייט "עַל מְנַת לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם", אז מען גייט אים פארשעמען און בארעדן. אויף די וועלט וועט ער גארנישט האבן פון דעם וואס ער צערייסט זיך פאר א צווייטן, פארקערט, אויף דער וועלט וועט מען רעדן אויף אים און אים פארשעמען וכו', אבער אויבן אין הימל איז זיין שכר גאר גרויס אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון דער וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין; אז פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון דער וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה ויראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.


וויסן זאלט איר א כלל אין לעבן, ווען איינער שרייט אויף א צווייטן, ווען איינער איז אייך מבזה - האט דאס גארנישט צו טון מיט אייך, נאר דאס איז יענעמס פראבלעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין סה:): "בִּשְׁלֹשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר, בְּכּוֹסוֹ וּבְכִּיסוֹ וּבְכַּעֲסוֹ", מען דערקענט א מענטש וואס ער איז - לויט ווי אזוי ער רעדט; אויב עלטערן האבן א טענה צום מוסד, דארפן זיי רעדן צום מלמד אדער צום מנהל, אבער אז יענער שרייט מיאוס'ע ווערטער האט דאס גארנישט צו טון מיט אייך, דאס איז יענעמס אייגענע פראבלעם און איר דארפט דאס נישט נעמען צום הארצן. דערפאר זאלט איר זיך שטארקן און ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז צו מחנך זיין אונזערע קינדער.


מען דארף אנזאגן די טיטשערס אז אויב א מיידל פירט זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין - בפרט ווען עס קומט צו דרך ארץ ומידות טובות, דארף די מיידל באקומען א קנס, אבער ווען מען קנס'עט דארף מען עס טון מיט ישוב הדעת, מען דארף זיך אריין לייגן אינעם קינד'ס שיך; מען געבט א לייכטע קנס און ווען די מיידל זעט אז מען רעכנט זיך מיט אירע געפילן וויל זי נאכדעם זיין גוט און וואויל.


איך זאג שטענדיג פאר די מלמדים: "עס איז נישט דא אזא זאך ווי ארויס שטעלן קינדער קלאצן אינדרויסן פון כיתה". אויב א מלמד שטעלט ארויס יעדן צווייטן טאג קינדער צו זיצן אינדרויסן פון כיתה, דארף מען ארויס שטעלן דעם מלמד וכו'. איך צאל נישט קיין געהאלט פאר מלמדים זיי זאלן זיצן אין כיתה און די קינדער זאלן זיי ארויס שיקן אינדרויסן, איך צאל זיי א געהאלט זיי זאלן האלטן יעדן איינציגן קינד אין כיתה און לערנען מיט יעדן איינעם. און אז ער קען זיך נישט אן עצה געבן וכו' זאל ער מוחל זיין זוכן א צווייטע ארבעט.


ווער איז א גוטער מלמד? איינער וואס נעמט די לעבעדיגע קינדער, די געזונטע קינדער וואס שפרינגען און טאנצן און ער געבט זיך מיט זיי אן עצה. א מלמד וואס לערנט נאר מיט די בטלנ'ישע קינדער, ער געבט זיך אן עצה מיט די קינדער וואס קענען זיך סיי וויי נישט עפענען דאס מויל וכו' - דער איז נישט קיין מלמד, ווייל אויף צו לערנען מיט די קינדער דארף מען אים נישט האבן. ווען א מלמד האט א גוטע שפראך מיט די לעבעדיגע קינדער, ער נעמט די קינדער וואס הייסן מחוצפים און ער מאכט זיי פאר זיינע בעסטע קינדער - דאס הייסט א מלמד.


איך בין געווען א מלמד במשך פינף יאר פאר דרייצן יעריגע קינדער - כיתה ט'; איך פלעג זען ווי קינדער זיצן אינדרויסן פון כיתה א גאנץ יאר, האב איך געטראכט 'וואס וועט שוין זיין ווען זיי וועלן אנקומען צו מיר? ווי אזוי וועלן איך זיך אן עצה געבן מיט זיי?' למעשה ווען זיי זענען אריין געקומען אין כיתה ט' האב איך זיי גענומען און זיך אפגעגעבן מיט זיי ביז זיי זענען געווארן די מצוינים אין כיתה. דאס קען מען באשטעטיגן ביי אלע מיינע תלמידים; די עלטערן האבן דאס ממש נישט געקענט גלייבן, וואס הייסט, זייער מחוצף, זייער קינד וואס דארף שוין טערעפי איז געווארן די בעסטע קינד אין כיתה...


ווען א קינד פארגעסט עפעס צו ברענגען פון שטוב, קען מען נישט זאגן פארן קינד "גיי אהיים"; א מלמד וואס שיקט אהיים קינדער אינמיטן טאג דארף ער אהיים געשיקט ווערן (חוץ פון דעם וואס דאס איז נישט קיין אחריות, ווייל דער קינד קען זיך דרייען אויפן גאס). יעדער מענטש קען פארגעסן צו ברענגען עפעס. איך בין שוין כמעט פערציג יאר און איך קען אויך פארגעסן וויכטיגע זאכן וואס דארפן ווערן געטון. א מענטש איז א מענטש און א קינד איז א קינד; דער מלמד האט א פליכט צו זוכן מיט זיין פארשטאנד א וועג ווי אזוי ער קען מאכן אז דער קינד זאל געדענקען צו ברענגען וואס ער דארף ברענגען.


גלייבט מיר אז איך קען אייך מחזק זיין, ווייל איך גיי אריבער אביסל וואס איר גייט אריבער - און נאך מער; וויפיל מאל טראכט איך צו מיר 'מה לי ולצרה הזאת?' באשעפער אין הימל, וואס דארף איך ארבעטן מיט מענטשן בפרט מיט בחורים, וואס ווער עס ווייסט און ווער עס טוט מיט בחורים ווייסט וואס דאס איז; דו קענסט ארבעטן מיט א מענטש און זיך אוועק געבן פאר יענעם - דיין לעבן, דיין צייט, דיין אייגענע ווייב און קינדער, אין ביים סוף כאפט מען א ביס פון אים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא פרשת נח, ט) אויפן פסוק (בראשית ז, כג) "וַיִשָּׁאֵר אַ נֹחַ"; שֶׁאִיחֵר מְזוֹנוֹת לָאֲרִי וְהִכִּישׁוֹ, נח האט זיך אביסל פארשפעטיגט צו געבן עסן פארן לייב, האט אים דער לייב געביסן. פונקט אזוי ווי נח וואס האט זיך מוסר נפש געווען א גאנץ יאר פאר אלע חיות און בהמות זיי צו געבן עסן אין די תבה, און איין טאג האט ער זיך אביסל פארשפעטיגט צו געבן עסן פארן לייב, האט ער געכאפט א ביס, אזוי איז מיט מענטשן; דו קענסט ארבעטן פאר זיי, זיך צערייסן פאר זיי פשוטו כמשמעו שלא על מנת לקבל פרס און נאכדעם שפייט מען דיר אין פנים.


דערפאר, אז מען האט אייך אזוי פארשעמט וכו', בעט איך אייך איר זאלט נישט טראכטן קיין איין רגע פון אפלאזן חס ושלום אייער הייליגע ארבעט, ווייל ווען עס איז באשערט פאר איינעם א בזיון קען מען זיך פון דעם נישט ארויס דרייען, אפילו איר וואלט נישט געהאט צו טון מיט מענטשן וואלט די בזיון אויך געקומען. געלויבט דעם אייבערשטן אז די בזיון איז נישט פון שטוב וכו', עס איז פון אינדרויסן. אודאי טוט וויי אז מען געבט זיך אוועק פאר מענטשן, מען ארבעט מיט יענעמס קינדער, וואס עס איז נישט דא נאך אזא שווערע ארבעט ווי ארבעטן מיט קינדער; עלטערן וועלן קיינמאל נישט וויסן וואס א מלמד אדער א טיטשער גייען אריבער איין טאג אין כיתה, די עלטערן קענען זיך קוים אן עצה געבן מיט זייער קינד, בשעת דער מלמד  האט אין כיתה נישט איין קינד נאר א גאנצע קלאס וכו' און ווער רעדט נאך פון א מנהל/מנהלת וואס טראגט די אחריות פון אלע כיתות. אודאי טוט דאס וויי וכו', אבער אז מען טראכט פונעם אייבערשטן, מען טראכט: 'איך ארבעט נישט פאר קיינעם, איך בין בלויז א שליח פונעם אייבערשטן צו העלפן אידישע קינדער', דעמאלט נעמט מען דאס נישט אזוי צום הארצן.


איר פארט דאך יעצט קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און קיין ארץ ישראל צו אלע מקומות הקדושים און קיין יבניאל, זאלט איר מתפלל זיין אז מיר זאלן האבן גוטע מלמדים און גוטע טיטשערס פאר אונזער קינדער. איך בעט יעדן איינציגן טאג דעם אייבערשטן אז מיר זאלן האבן גוטע מלמדים און גוטע טיטשערס, איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז ער זאל מיר העלפן מיר זאלן האבן תלמידים הגונים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", מיר זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א דור פון סאלדאטן פארן אייבערשטן.


מוהרא"ש האט מיר געשריבן אין א בריוו אז איך זאל זיך מתוודה זיין יעדן טאג פארן אייבערשטן, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דרך, חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי וִידוּי דְבָרִים גּוֹרְמִים שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא מַזְמִין מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁלּוֹמְדִים בָּאֱמוּנָה", אז מען איז זיך מתוודה, געבט דער אייבערשטער גוטע און ערליכע מלמדים; דאס טו איך יעדן טאג - נישט איין מאל און נישט צוויי מאל וכו'. און ברוך השם אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


איך האב גערעדט צו די עלטערן פאריגע חודש ביי די חינוך אווענט, אז אויב מען האט עפעס וואס צו זאגן לגבי די מוסד וכו' זאל מען רעדן מיט די טיטשער אדער מנהלת, די שענסטע זאך איז אז מען רעדט זיך דורך, אבער שרייען, פארשעמען און רעדן מיאוס'ע ווערטער - דאס איז נישט קיין וועג, דאס איז יענעמס אייגענע פראבלעם. יענער דארף תשובה טון אויף דעם און אייך איבער בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה מיט אלע תלמידות. איר זאלט האבן א גרינגע רייזע און פועל'ן אלעס גוטס.

#42 - באדאנקט זיך פאר'ן צוגרייטן די סעודת הילולת מוהרא"ש זי"ע
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער שבתי נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן אנגרייטן אזא שיינע סעודה לכבוד די יארצייט פון מוהרא"ש זכר צדיק וקדוש לברכה. עס איז געווען זייער א שיינע מסיבה און אלע האבן זייער הנאה געהאט.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי, דו האסט אהער געשטעלט אזא שיינע סעודה און ווער רעדט נאך פון דעם וואס דו האסט אראפ גענומען פון מיר דעם לחץ פון צאלן רענט פאר די ישיבה און פאר די מיידל סקול; דו מיט האברך היקר אשר בער נרו יאיר, זאלסטו בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויף שטעלן א בית נאמן בישראל, אמן. 

#41 - צניעות איז די שיינקייט פון א אידישע טאכטער
תפילה והתבודדות, צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייך אז איר געבט אכטונג אויף צניעות, די שיינקייט פון א אידישע טאכטער איז "באשיידענקייט" אזוי ווי עס שטייט (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַת מֶלֶךְ פְּנִימָה".


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן; ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן און ער בעט אים אלע זיינע בקשות, העלפט אים דער אייבערשטער און מען זעט גרויסע ישועות.

#40 - זאגן תיקון הכללי שבת נאכ'ן דאווענען
בית המדרש, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים ר' אברהם הערש נרו יאיר און ר' בערל נרו יאיר, גבאים בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו קרית יואל יצ"ו


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין ביי אייך אויף שבת; בעיקר האב איך הנאה געהאט פון דאס דאווענען ביי אייך. מען דאווענט זייער שיין, קיינער שמועסט נישט, עס שפירט זיך ביי אייך א גוטע אויר און מען לעבט באחדות איינער מיטן צווייטן, עס הערשט א דרך ארץ וכו' און עס נישט דא קיין הפקירות.


מוהרא"ש האט איינגעפירט אז מען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" גלייך נאכן דאווענען, דארפט איר זיין שטארק מיט דעם. אפילו עס איז דא א קידוש נאכן דאווענען און עס קומען געסט קען מען נישט מבטל זיין דאס זאגן תיקון הכללי צוזאמען מיט א מנין. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט) אז דער "תיקון הכללי" איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות.


איר געדענקט דאך אודאי ווי מוהרא"ש פלעגט צו גיין צום עמוד זאגן דעם "תיקון הכללי" יעדע שבת נאך מוסף. מוהרא"ש האט נישט געדאווענט פארן עמוד, אבער דעם תיקון הכללי דאס האט ער געזאגט ביים עמוד יעדע וואך. אויך געדענק איך אז ווען איך האב זוכה געווען צו דאווענען ראש השנה ביי מוהרא"ש תפילת שחרית און דער סדר איז אז ראש השנה און יום כיפור זאגט מען דעם "תיקון הכללי" נאך שחרית, האט מיר מוהרא"ש געזאגט אז דאס זאל איך זאגן שטייט. דאס הייסט, א גאנצן דאווענען האט מיר מוהרא"ש געווינקען מיט די הענט איך זאל נישט שלעפן דאס דאווענען אבער ביים תיקון הכללי האט ער מיר געווינקען מיט די האנט צו זאגן שטייט; דערפאר זאלט איר אזוי טון ביי אייך אין בית המדרש, פאר מען מאכט קידוש וכו' זאל מען זאגן צוזאמען "תיקון הכללי". אפילו עס קומען געסט וכו' דארפן זיי פארשטיין אז יעדע שול האט זיינע מנהגים און דא איז דער מנהג צו זאגן "תיקון הכללי", ווארט מען נאך די פאר מינוט וכו'.


ד ער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - ארייננעמען אלע בחורים אין ישיבה
בחור, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה פנחס פריעדמאן נרו יאיר


איך דאנק אייך זייער פארן העלפן די ישיבה, מיט אייער הילף נעמט איר א חלק אין ראטעווען אידישע דורות.


איר ווייסט דאך אודאי אז היינט איז א צייט וואס עס איז מקוים געווארן דעם פסוק (איכה ד, א): "תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת, בְּנֵי צִיּוֹן הַיְקָרִים הַמְסֻלָּאִים בַּפָּז", עס וואלגערן זיך טייערע אידישע קינדער אין אלע גאסן, אלע ישיבות זוכן נאר מצוינים וכו', אבער ביים רבינ'ס ישיבה נעמט מען אן אלעמען, ווער עס וויל קומען לערנען תורה, קען קומען ביי אונז לערנען.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כח.): ווען רבי אלעזר בן עזריה איז געווארן ראש ישיבה, האט מען אוועק געשיקט דעם שומר הפתח, כדי אז אלע תלמידים וואס ווילן קומען לערנען זאלן קענען אריין קומען אין ישיבה. ווייל ווען רבן גמליאל איז געווען דער ראש ישיבה, האט ער אויסגערופן: "כָּל תַּלְמִיד שֶׁאֵין תּוֹכוֹ כְּבָרוֹ, לֹא יִכָּנֵס לְבֵית הַמִּדְרָשׁ", ווער עס איז נישט אינגאנצן אויסגעארבעט, נעמט מען נישט אן אין ישיבה. און יענעם טאג וואס רבי אלעזר בן עזריה איז געווארן ראש ישיבה און מען האט אוועקגעשיקט דעם שומר הפתח, האט מען געדארפט אריין ברענגען אין בית המדרש נאך בענק; איין שיטה זאגט נאך פיר הונדערט בענק, און איין שיטה זאגט נאך זיבן הונדערט בענק, אזוי סאך תלמידים זענען צוגעקומען אין ישיבה.


פארציילט די גמרא (שם) אז רבן גמליאל האט געהאט חלישות הדעת, ער האט געזאגט: "דִּלְמָא, חַס וְחָלִילָה, מָנַּעֲתִּי תּוֹרָה מִיִּשְׂרָאֵל", אפשר האב איך צוריק געהאלטן תורה פון אידישע קינדער? האט ער זיך גע'חלומ'ט ווי ער זעט שיינע טייערע פעסער, וואס זענען אנגעפילט מיט זאמד, דאס הייסט אז אלע תלמידים וואס זענען צוגעקומען אין ישיבה זינט מען האט געעפענט די טויערן זעען אויס ווי זיי לערנען, אבער אינעווייניג זענען זיי בלויז ווערד אזוי ווי פשוט'ע ערד. פירט אויס די גמרא, אז דאס איז נישט אמת, מען האט אים נאר געוואלט בארואיגן ער זאל נישט האבן קיין חלישות הדעת, דערפאר האט מען אים געוויזן דעם חלום.


זעט מען פון דעם, אז דער וועג איז צו עפענען די טירן פון ישיבה פאר אלע וואס ווילן קומען לערנען.


א גריס פון אייערע אייניקלעך, זיי פירן זיך אויף זייער איידל, מיט גרויס דרך ארץ, דער אייבערשטער זאל אייך געבן געזונט און נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך, אמן.

#38 - סעודת הילולא פון רבי נתן זי"ע
חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר חיים ווייס נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין די סעודה ביי ר' נתן'ס יארצייט.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסד אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי לערנט מיט אונז אזעלכע שיינע עצות אין לעבן, און צו לעבן מיטן תכלית, אזוי ווי דער בעל תפילה פלעגט זאגן (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט, נאר צו דינען דעם אייבערשטן".


מען האט אמאל געפרעגט ר' נתן צי ער איז דער בעל תפילה פון וועם דער רבי רעדט ביי די מעשה פונעם בעל תפילה, ווייל דער רבי דערציילט דארט, אז דער בעל תפילה האט ארויס געגעבן ספרים פון תפילות און דאס געגעבן פאר זיינע לייט אז זיי זאלן מתפלל זיין אין דעם, און ר' נתן האט דאך ארויס געגעבן דעם ספר "ליקוטי תפילות"; האט ר' נתן אויף דעם געענטפערט: "דער רבי איז דער בעל תפילה, און איך בין דער מליץ", ווייל ר' נתן האט מלמד זכות געווען אויף יעדן איינעם, אפילו אויף דעם ערגסטן מענטש.


ר' נתן האט זיך אמאל אפגעשטעלט פאר ער איז אריין אין רבינ'ס שטוב און געזאגט: "וַאֲנִי – איך ווייס דאך ווער איך בין, איך ווייס אז איך האב נישט קיין זכות אז איך זאל זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן, אויב אזוי פארוואס האב איך זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן? נאר וואס דען, בְּרֹב חַסְדְּךָ – מיט דיין גרויסן חסד האסטו מיר געהאלפן באשעפער, אז אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".


דאס דארפן מיר אויך זאגן פארן אייבערשטן: "וַאֲנִי, וואס האב איך זוכה געווען צו קומען צו אזא רבי, וואס האב איך געטון מער ווי א צווייטן אז איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן, און אז איך בין נישט קיין מתנגד – ה' ירחם - אויף אזא רבי? נאר בְּרֹב חַסְדְּךָ – מיט דיין גרויס חסד האסטו מיר געהאלפן, אז אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".


דער רבי לערנט מיט אונז ווי אזוי אנצוגיין אין לעבן און זיך נישט פארלירן, אפילו עס גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות וכו' זאלן מיר זיין שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן און נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן.


דער רבי האט אמאל געזאגט פאר ר' נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן:  "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ?" ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן – דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט אנקעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע ברכה והצלחה און זאלסט ווייטער קענען פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועלט, אמן.

#37 - ווי אזוי פארט מען אויף אומאן?
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלי נרו יאיר


איך פריי מיך זייער אז דו האסט מיר שוין באשטעלט טיקעטס צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף קומענדיגע ראש השנה שנת תשע"ט לפ"ק. דעם קומענדיגן יאר דארף מען שוין פארן מיטוואך פרשת נצבים, ווייל ראש השנה געפאלט אויס מאנטאג און דינסטאג, דארף מען שוין זיין אין אומאן נאך פאר שבת.


ביי אונז איז ממש מקוים געווארן וואס דער רבי זאגט: "גלייך נאך ראש השנה בייג איך צו מיינע אויערן צו הערן ווי דער שמש קלאפט שוין אויפצואוועקן צו סליחות"; מען קויפט שוין דעם טיקעט אנהייב יאר פארן קומענדיגן יאר; מיר פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות און מיר קומען קיין אומאן אזוי ווי ער האט אונז געהייסן, אפילו עס איז שווער - יעדער מיט זיינע שוועריקייטן, דאך פאלגן מיר דעם רבי'ן אן קיין דריידליך וכו'.


געב איבער פאר אלע בחורים ווען איך פאר, ווייל איך וויל זייער שטארק פארן צוזאמען מיט זיי; איך דארף דיר נישט זאגן ווי מען דארף אכטונג געבן אויפן וועג, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות, פרק ד, הלכה ד): "כָּל הַדְּרָכִים בְּחֶזְקַת סַכָּנָה", אלע וועגן זענען בחזקת סכנה - בגשמיות, ווער רעדט נאך אז מען דארף אכטונג געבן פון די רוחניות'דיגע סכנה; מען זאל האבן ריינע אויגן אויפן וועג, נישט צו קוקן מאוויס השם ישמרינו, און אז מען פארט צוזאמען איז מען אפגעהיטן.


ווען מען פארט צום הייליגן רבי'ן דארף מען פארן מיט יראת שמים בקדושה ובטהרה, און דוקא דעמאלט פארלייגט זיך דער יצר הרע אז מען זאל נכשל ווערן מיט הסתכלות רעות.


געדענק וואס איך זאג דיר: "אליין - בלאנדזשעט מען"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תְּהִי רָשָׁע בִּפְנֵי עַצְמְך", זאגט ר' נתן, אפילו א מענטש זעט אז ער טויג נישט, ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, זאל ער נישט זיין איינער אליין, נאר ער זאל זיך האלטן מיט ערליכע אידן, ווייל אליין איז זייער ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.