בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2669 - דער אייבערשטער האט געמאכט ניסים ביז יעצט, און וועט מאכן ווייטער
חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער טאטע נרו יאיר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


שטארקט זיך מיט אמונה שלימה, דער אייבערשטער וועט העלפן אלעס וועט אריבער גיין בנקל ובנחת; קוקט צוריק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך ביז אהער, וועט ער ווייטער טון מיט אייך ניסים.


מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט פאר די פרויען וואס ווארטן למזל טוב זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אלעס זאל אריבערגיין גרינג בזכות די צדיקים הקדושים, מען זאל אויסרעכענען די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט: "בזכות אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו", און אזוי ווייטער.


זייט פרייליך, ווען מען איז פרייליך עפנט מען אויף טירן אין הימל עס זאל אראפקומען גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2668 - בעטן אויף אלעס, אבער נישט אויף א שלא כדרך הטבע
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין סתירה דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המדות תפילה, סימן יט): "אָסוּר לְהַטְרִיחַ אֶת הַשֵּׁם לְשַׁנּוֹת אֶת הַטֶּבַע", מען טאר נישט מטריח זיין דעם אייבערשטן זאל טוישן די טבע, מיט דעם וואס דער רבי זאגט (שם, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי קלייניקייטן און סיי גרויסע זאכן, אויף יעדע זאך זאל מען בעטן דעם אייבערשטן; ווייל חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז געווען אמאל ביים אמורא רבי יוסי דמן יוקרת, ער האט געדינגען ארבעטערס זאלן ארבעטן אין זיין פעלד, די ארבעטערס האבן געווארט אונטער א פייגן בוים אז זייער בעל הבית רבי יוסי זאל זיי ברענגען עסן, ווען זיי האבן געזען אז ער קומט נישט, האבן זיי זיך געוואנדן צו זיין זון און אים געבעטן: "ברענג אונז עסן, מיר זענען זייער הונגעריג", רופט זיך אן רבי יוסי'ס זון: "תאנה, תאנה", פייגנבוים, פייגנבוים, "הוציאי פירותיך", געב ארויס דיינע פייגן, "ויאכלו פועלי אבא", מיין טאטנ'ס ארבעטערס זאלן האבן וואס צו עסן; דער קינד האט געבעטן דעם אייבערשטן אויף א זאך וואס איז קעגן די טבע און אז מען בעט דעם אייבערשטן העלפט ער, "אפיקו ואכלו", עס איז געשען די נס, די בוים האט ארויסגעגעבן אויפ'ן פלאץ פרישע פייגן, די ארבעטערס האבן געגעסן און זיי זענען זאט געווארן, גלייך נאכדעם איז רבי יוסי געקומען און זיך אנטשולדיגט פאר זיינע ארבעטערס, ער האט זיי געבעטן זיי זאלן אים מוחל זיין פאר'ן קומען שפעט, "דהאי דנגהנא אמצוה טרחנא", דאס וואס איך האב זיך אזוי פארזוימט, ווייל איך בין געווען פארנומען מיט א מצוה און עס האט זיך פארשלעפט ביז יעצט; זאגן אים די ארבעטערס: "רחמנא לישבעך כי היכי דאשבען ברך", דער אייבערשטער זאל דיר זעטיגן אזוי ווי דיין זון האט אונז געזעטיגט, האט זיך רבי יוסי געוואונדערט 'פון וואו האט ער געהאט עסן פאר אייך אלע?' האבן זיי אים דערציילט די גאנצע מעשה, האט ער געזאגט פאר זיין זון, מען טאר נישט אזוי בעטן: "אתה הטרחת את קונך להוציא תאנה פירותיה שלא בזמנה", דו האסט געבעטן דער אייבערשטער זאל ארויסגעבן די פייגן פאר די צייט? מען טאר נישט אזוי בעטן! ער וואלט געדארפט בעטן: "הייליגער באשעפער, העלף די מענטשן זאלן האבן צו עסן", נישט בעטן אויף א שלא כדרך הטבע'דיגע וועג.


וואויל איז דעם מענטש וואס לעבט מיט תפילה, זיין לעבן איז תפילה; אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2667 - הער אויף זאגן ליגנט פאר דיין ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג נישט קיין ליגנט; דיין ווייב זאגט אז זי קען נישט מער אזוי לעבן מיט דיר, דו זאגסט איר מעשיות שלא הי' ולא נברא, דו דרייסט מיט איר ארום, טאג און נאכט איז נאר ליגנט. זי שרייט: "ראטעוועט מיר", זי קען נישט מער, זי וויל צוריק אהיים גיין צו איר טאטע מאמע, און איך זאג דיר אז זי זאגט עס - גייט זי עס טון; מיין נישט אז עס איז א וויץ, אז זי זאגט די וויץ - וועט פאסירן די וויץ, נאכדעם וועסטו גארנישט האבן.


טו תשובה, הער אויף ארום דרייען מיט איר, גענוג געווען מיט די ליגנט; גענוג געווען זיך דרייען ביינאכט אין גאס, גענוג געווען מיט די זאכן.

#2666 - נישט יעדע קינד דארף גיין צו טערעפי
חינוך הילדים, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט שייך צו ענטפערן די פראגע באופן כללי ווען איך ווייס נישט די מעשה פון דער נאנט; פון איין זייט קען מען זאגן אז זי דארף באקומען הילף, פון די אנדערע זייט קען מען זאגן וואס מען זאגט אויף יעדן קינד - אז מען דארף טערעפי.


ווייל ווער עס ווייסט וואס טוט זיך היינטיגע טעג ביי די קינדער, די מלמדים און טיטשערס מיינען אז מען האט זיי גענומען צו לערנען מיט די קינדער וואס פאלגן מיט איין מאל הייסן; אנשטאט ארבעטן שווער מיט די קינדער, אריינלייגן אין זיי די גאנצע הארץ - איז די גרינגסטע און שנעלסטע וועג פאר זיי צו זאגן פאר די עלטערן: "דאס קינד דארף הילף", אדער אויב די מוסד האט א פראגראם וואס צאלט פאר שוואכע קינדער זוכט מען מיט ליכט נאך א קינד און נאך א קינד כדי צו קענען געניסן פון די גרויסע געלטער, און אז א קינד איז לעבעדיג דארף דאס קינד שטארקע הילף, און אז דאס קינד איז איידל און שטיל, דארף דאס קינד אויך הילף; אז די קינד וויל נישט מיט דאווענען דארף מען שוין גיין צו א גרויסער מומחה און אזוי ווייטער; ווען עס איז אלעס הבל הבלים, ווייל קינדער קענען זיין טאנצעדיג און קינדער קענען זיין איידל, קינדער ווילן נישט דאווענען און קינדער קריגן זיך, און די ארבעט פון די מלמדים, טיטשערס און עלטערן איז זיי מחנך זיין און זיי אויסארבעטן זיי זאלן אויפוואקסן מיט גוטע מידות, נישט מאכן די קינדער פאר פראבלעמען, דעריבער איז מיר שווער צו ענטפערן אייער שאלה.


בעט דעם אייבערשטן אינאיינעם מיט דיין ווייב פאר דעם קינד, פאר אלע קינדער און פאר אלע דורות אז אלע זאלן זיין געזונט און שטארק, ערליך, און קיינמאל נישט אוועק גיין פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2665 - אויב דו ווילסט נישט די שידוך זאג "ניין"
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנטלויפן איז נישט קיין עצה; אז דו ווילסט נישט - זאג "ניין", קיינער נייגט דיר נישט. אויב דו ווילסט נישט די שידוך זאג "ניין"; אבער דאס איז נישט גערעכט פון דיר, צו פארשווינדן ווערן.


אז מען שמועסט זיך אפ צו טרעפן מיט'ן מיידל און מען ווערט פארשווינדן - איז נישט גערעכט; די מיידל ווארט אויף דיר און מען ווייסט נישט וואס צו זאגן.


קיינער וויל נישט טון וואס איז נישט גוט, איך ווארט צו הערן פון דיר.

#2664 - די וואס האבן א חלק אין הפצה, קומען צום רבי'ן מיט פולע הענט
הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אפשר ווילסטו האבן די זכות פון דרוקן דעם גליון פאר ראש השנה אין אידיש, לשון קודש און ענגליש? פארבינד זיך מיט קרן הדפסה און זאג זיי אז דו ווילסט עס דרוקן און זארגן עס זאל אנקומען קיין אומאן, אדער גאר דרוקן דארט.


זע צו קומען צום רבי'ן מיט פולע הענט, מען קען נישט קומען מיט ליידיגע הענט; די וואס האבן א חלק אין הפצה - די האבן פולע הענט, די וואס פארשפרייטן די קונטרסים און גליונות - די קומען מיט פולע הענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2663 - איך וועל אייך אי"ה געבן נאך שיעורים
דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


..., נאך אביסל פארט מען צום רבי'ן; עס קומט א נייע יאר, א נייע בלעטל; מען גייט פועל'ן ישועות, מען גייט אהיים ברענגען פעק און זעק מיט ישועות.


איך האף אז אנשי שלומינו זענען נישט בייז אויף מיר; שוין דריי מאל האט דאס פאסירט, קודם פאריאר סוכות האבן זיי געווארט אין די סוכה און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט די לייוו הוקאפ, נאך ל"ג בעומר האבן זיי געווארט אין שול והוה מה דהוה, און יעצט איז שוין חזקה; מען שמועסט אפ א צייט, אלע קומען צו פארן און איך בין נישט צום געפונען.


עס איז מיר אזוי ארויס פון קאפ; איך בין געפארן קיין בארא פארק ענדיגן נאך א סידי אריין צו ברענגען אמונה אין אידישע קינדער, איך האב זיך זייער געפריידט אז מען האט געקענט מאכן עפעס א שטיקל שיעור, איך האף איר האט הנאה געהאט.


כדי עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל איז גוט זאלסט בעטן איינער פון די בחורים זאלן שטיין אויף מיר אז די שיעור זאל זיין אזוי ווי געפלאנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2662 - דו האסט נישט קיין השגה וויפיל מענטשן ווארטן אויף די בריוו
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב יעצט ערהאלטן די בשורה טובה אז מען דרוקט דריי טויזנט ספרים פון עצתו אמונה חלק ה'.


פרעג ... נרו יאיר אויב עס איז גענוג טויזנט ספרים פאר ארץ ישראל; אויב די מפיצים דארפן מער - קענסטו איבערלאזן דארט צוויי טויזנט ספרים און טויזנט שיקן קיין אמעריקע.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך ביתר שאת וביתר עז צו גיין ווייטער און ענדיגן אלע חלקים.


אויך ווארט איך בכליון עיניים אויף די בענדער איש אמונות פון שנת תש"פ; דו האסט נישט קיין השגה וויפיל מענטשן ווארטן אויף דעם, וויפיל התחזקות מענטשן וועלן האבן פון די ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2661 - קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם צדיק
צדיקים, אומאן, ראש השנה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


פאר פרשת כי תבוא וויל איך לייגן א מעשה פון אומאן; איך שיק דיר די מעשה וואס איז געווען ביים רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה, ווי דער רבי האט געזאגט פאר'ן רב ער זאל נישט קומען און נאכדעם האט דער רבי געקרעכצט: "וואו איז דער רב? פארוואס איז ער נישט געקומען?"


דאס איז זייער א וויכטיגע זאך צו וויסן אין לעבן; ווען מען פרעגט א צדיק וואס צו טון - ענטפערט דער צדיק לויט יענעמ'ס מח, דער צדיק זאגט נישט אנדערש ווי יענער וויל הערן, ווייל מען קען נישט זאגן דעם מענטש ער זאל טון אנדערש ווי יענער וויל הערן.


מאך א בילד ווי איינער שטופט אוועק א צווייטן מיט א דיקע שטעקן און יענער כאפט זיך אן, ער גייט נישט אוועק; מאך די בילד עס זאל זיין אינטערעסאנט, די קינדער זאלן דאס גוט איינקריצן אין זיך, זיי זאלן בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן זייער גאנץ לעבן, אפילו עס וועט איבערגיין וואס וועט איבערגיין.


מעשה:


קינדער, ווער פון ענק קומט קיין אומאן?


שוין וואכן פאר ראש השנה גרייטן זיך ברסלב'ער חסידים אויף די נסיעה קיין אומאן, קיינער וויל נישט פארפאסן א ראש השנה ביים רבי'ן, די גאנצע וועלט איז דאך אנגעהאנגען אין רבינ'ס ראש השנה. יעדער מאכט זיינע הכנות, מען גרייט זיך אויף די נסיעה, אבער דער רב, דער ברסלב'ער רב, רבי אהרן זכרונו לברכה - ער ווייסט נישט וואס צו טון; די ראשי הקהלה פון ברסלב בעטן אים יעדעס יאר ער זאל זיי נישט איבערלאזן, זיי האבן א טענה: "ווער וועט דאווענען פאר'ן עמוד? ווער וועט בלאזן שופר?" זיי זאגן פאר'ן רב: "איר קענט דאס נישט טון פאר אונז, איר קענט אונז נישט איבערלאזן, די יאר בלייבט דער רב מיט אונז!"


דער רב זכרונו לברכה ווייסט נישט וואס צו טון, פון איין זייט וויל ער נישט פארפאסן דעם רבינ'ס ראש השנה, ער וויל זיין אין אומאן, פון די צווייטע זייט האט ער אסאך דרוק פון די ראשי קהילה. רבי אהרן איז מחליט אז ער גייט פרעגן דעם רבי'ן, דער רבי זאגט פאר'ן רב: "אודאי זאלסטו נישט קומען, ווי אזוי קענסטו קומען ראש השנה קיין אומאן? דו קענסט דאך נישט איבערלאזן דיין קהילה", רבי אהרן זאגט דעם רבי'ן: "אבער רבי, איך האב דאך געהערט פון רבי'ן אז זיין ראש השנה ביים רבי'ן איז גרעסער פון אלעם", זאגט אים דער רבי: "דעמאלט פארוואס קומסטו נישט?" ענטפערט דער רב: "איך קען נישט איבערלאזן די קהילה", "אויב אזוי" - זאגט דער רבי "בלייב מיט דיין קהילה".


רבי אהרן איז געבליבן אין ברסלב, ער איז נישט געקומען צום רבי'ן קיין אומאן. ראש השנה פרעגט דער רבי: "וואו איז דער רב, רבי אהרן?" דעם רבי'ן האט זייער וויי געטון אז ער איז נישט געקומען, דער רבי האט געזאגט: "אלעס דארף מען פאלגן א צדיק, אויסער ווען דער צדיק זאגט מען זאל נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, דעמאלט טאר מען נישט פאלגן, נאר מען דארף קומען צו אים".


שפעטער ווען דער הייליגער רבי נתן האט געטראפן דעם רב רבי אהרן, פרעגט אים רבי נתן: "אהרן, וואו ביסטו געווען? פארוואס ביסטו נישט געקומען צום רבי'ן?" האט דער רב געענטפערט: "דער רבי האט מיר געזאגט איך זאל נישט קומען", זאגט אים רבי נתן: "נישט זיין ביים רבי'ן ראש השנה?! ווען דער רבי זאל נעמען א דראנג און האקן אויף מיר און מיר אוועק שטופן וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען פון אים".


טייערע קינדער, מיר לערנען ארויס פון די מעשה צוויי זאכן, איינס אז אלעס דארף מען פאלגן א צדיק, אויסער ווען דער צדיק זאגט מען זאל נישט קומען צו אים, דעמאלט טאר מען נישט פאלגן; דער צדיק דארף ענטפערן לויט וואס יענער וויל, לויט יענעמ'ס מח, א צדיק ענטפערט וואס יענער וויל הערן.


צווייטנס, דאס גרויסקייט פון זיין ביים רבי'ן ראש השנה. אפילו דער צדיק שטופט אוועק, ער האקט מיט א האלץ - זאל מען זיך גוט אנכאפן און נישט אוועקגיין. בפרט מוז מען קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל דער רבי האט געזאגט אז יעדער דארף קומען קיין אומאן, קיינער טאר נישט פעלן. ראש השנה גייט מען דן זיין יעדן מענטש וואס וועט זיין מיט אים דעם קומענדיגן יאר, ראש השנה איז דער גרויסער יום הדין, אלע ציטערן, אלע טוען תשובה. דער רבי האט געזאגט: "אלע זאלן קומען קיין אומאן, איך וועל יעדן איינעם מתקן זיין.


אלע קינדער זינגען: "אומאן אומאן, ראש השנה; אומאן אומאן, ראש השנה; אומאן אומאן ראש השנה!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2660 - זייט אים מוחל און אלעס וועט ווערן צוריק גוט
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט א טייערער מאן, ער איז זייער וואויל; אז ער האט זיך פארלוירן, ער האט גערעדט שארף צו אייך וכו', און נאכדעם האט ער נישט גערעדט מיט אייך א גאנצן צייט, ער האט געבלאזן וכו' - ווערט ער נישט אויס גוטער מענטש; זייט אים דן לכף זכות, זייט אים מוחל און אלעס וועט ווערן צוריק גוט.


איך וועל שרייבן פאר אייער מאן און אים מחזק זיין ער זאל זיין מער צוגעלאזן צו אייך.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2659 - איך וויל מיטהאלטן יעדע פרט אין סקול
סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וויל איר זאלט מיר שרייבן יעדע פרט פון סקול, אפילו קלייניקייטן; יעדע זאך וואס מען דארף פאררעכטן, פון יעדע טיטשער, ווער קומט צייטליך און ווער נישט, ווער עס האט הצלחה און ווער עס דארף חיזוק.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2658 - דער בית הדפוס דארף צושטעלן פאר די מפיצים וואס זיי דארפן
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


די מפיצים רעדן זיך אפ אז מען שטעלט זיי נישט צו קיין ספרים און קונטרסים וואס זיי דארפן, דעריבער גייען זיי דרוקן ביי ... נרו יאיר.


איך וויל פארשטיין וואס גייט פאר, דו לייגסט אריין אזויפיל כוחות אהערצושטעלן די הדפסה, איר גייט יעצט קויפן א נייעם בנין מיט נייע מאשינען - אלץ איז זייער פיין און וואויל, אבער אז דו שטעלסט נישט צו פאר די מפיצים וואס זיי בעטן - איז א שאד די ארבעט, א שאד צו קויפן נייע בנינים מיט נייע מאשינען. פארוועם וועסטו דרוקן די ספרים און קונטרסים? זיי גייען עפענען אן אייגענעם בית הדפוס, און איך זאג דיר קלאר אז ביי מיר איז נישטא אזא זאך ווי מיין בית הדפוס אדער דיין בית הדפוס, איך קוק וואו עס איז דא סחורה, ווי מער ספרים צו דרוקן און פארשפרייטן.


איך וויל נאך אסאך מער פון דיר מען זאל נעמען ספרים דורכ'ן בית הדפוס פון די קהילה, אבער אז מען שטעלט נישט צו וואס זיי בעטן - איז א שאד די הארעוואניע, ... נרו יאיר זאגט מיר, ער בעט זיך ביי די מדפיסים אז ער דארף צוואנציג טויזנט קונטרסים פון "קדושת עיניים" פאר אומאן, מוהרא"ש האט אים געזאגט אז דאס איז זיין זאך אין אומאן, נאר פארפלייצן קונטרסים פאר די אויגן; ער זאגט מיר נישטא מיט וועמען צו רעדן, יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, דעריבער איז ער געגאנגען דרוקן ביי האברך ... נרו יאיר, ער זאגט מיר אז האברך ... נרו יאיר האט פארשאפט א פרינטער און זיי דרוקן אליינס.


א שאד אז מען לייגט אריין אזויפיל כוחות, הונדערטער טויזנטער דאלער אין די הדפסה און יעצט וועלן די מפיצים זיך אפטיילן; איך מוז דיר זאגן עס באדערט מיר זייער.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2657 - משניות היילט אויס די מח מחשבה
שלום בית, רפואה, משניות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויפיל דו ביסט א רחמנות - איז דיין ווייב נאך סאך מער א רחמנות; עס איז כמעט אוממעגליך צו לעבן מיט איינעם וואס ליידט אויף די מחשבות פון א"ו ס"י ד"י, מען קען אראפגיין פון זינען.


הייב אן זאגן משניות, דאס וועט דיר אויסהיילן; אז דו ווילסט פטור ווערן פון דיינע יסורים, פון די שלעכטע מחשבות וואס מאכן דיר צעדריידט, דו ליידסט אויף א"ו ס"י ד"י השם ישמרינו - נעם די עצה פון זאגן משניות, משניות היילט אויס די מח מחשבה. אז מען לערנט משניות ווערט מען מיט די צייט א נארמאלער מענטש, מען הערט אויף ליידן אויף די מחשבות.


 א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2656 - איך וויל מיטהאלטן וואס טוט זיך אין שול אין ירושלים
בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פלעג קענען מיטהאלטן, זען די קעמרעס פון שול אין ירושלים, יעצט ארבעט עס נישט; וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר פאררעכטן די קעמרעס פון ארץ ישראל, איך וויל מיטהאלטן וואס טוט זיך אין שול אין ירושלים.


געדענק, יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן רבי'ן איז א טובה פאר זיך פאר אייביג.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2655 - באשולדיגט נישט קיינעם, נאר דערהאלט זיך מיט אלע כוחות
צרות, אמונה, התחזקות, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר גייט יעצט אריבער וכו' וכו' - איז א פרואוו פונעם אייבערשטן צו זען ווי אזוי איר וועט זיך דערהאלטן, אויב איר וועט ווייטער בלייבן פרייליך, בלייבן מיט די אמונה, נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן און בלייבן מיט שלום בית.


איך בעט אייך, דערהאלט זיך מיט אלע כוחות; באשולדיגט זיך נישט, באשולדיגט נישט קיינעם, עס וועט אריבער גיין; נאך אביסל וועט איר צוריק קוקן אויף די טעג, איר וועט מער נישט האבן די אלע שוועריקייטן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2654 - טענות דארף מען זיך דורכרעדן, נישט בארעדן אונטער'ן רוקן
שטעטל, שלום, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואס קומען מיר זאגן ווי שיין די פלאץ איז און אונטער מיין רוקן רעדן זיי וכו' - זענען נישט גערעכט; ווייל אז דו האסט טענות - פארוואס קומסטו נישט זאגן? פארוואס זאלסטו מיר זאגן מיט א פאלשע שמייכל אז די פלאץ איז שיין און גיין אונטער מיין רוקן בארעדן?!


איך בין שוין הייזעריג פון דאס איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל, וואס זאל איך טון.


איך בעט דיר נאכאמאל, אויב דו קענסט רעדן מיט די וואס האבן טענות און הערן וואס באדערט זיי, וואס שטערט זיי; אפשר קענסטו רעדן צו אנשי שלומינו, אפשר קענסטו זיי אלע צאמנעמען און זיי דערציילן וואס ליגט אונטער אונזער שמייכל? וויפיל מי און פלאג מען גייט אריבער דא ביים בויען דעם שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2653 - גיי נישט צו קיין מסיבות נאר אז דו ווייסט אז אלע האבן יראת שמים
מסיבות, חבורות, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי נישט צו קיין מסיבות נאר אז דו ווייסט אז אלע האבן יראת שמים.


יעצט איז געווען דא אין אמעריקע א שרעקליכע חילול השם. זומער איז א צייט וואס מענטשן זוכן צו גיין זיך אויסלופטערן, מען גייט צו קומזיצן, פארטי'ס וכדומה, א טייל גייען אויף א שיף אויפ'ן וואסער. יעצט איז געווען א שרעקליכע מעשה, הונדערטער אידן האבן זיך צאמגענומען צו פארן אויף א שיף, מען האט גערופן זינגערס און שפילערס, מען האט געזאגט אז דאס גייט זיין פאר חסידי'שע אידן. אלעס פיין און וואויל, אינמיטן קומט ארויף אויפ'ן בימה א לץ, א מניוול, איינער וואס היט נישט קיין תורה און מצוות, יענער האט אנגעהויבן רעדט מניוולות און ליצנות אויף די תורה און אויפ'ן אייבערשטן, הונדערטער אידן זענען געבליבן הערן די דברי נעצה וכפירה, א טייל זענען ארויסגעלאפן פון זאל; דער חילול השם איז געווען איום ונורא.


גיי נישט צו די מסיבות און פארטי"ס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות מג:): "וְאַל יֵסֵב בַּחֲבוּרָה שֶׁל עַמֵּי הָאָרֶץ", מען זאל נישט זיצן ביי א מאלצייט מיט עמי הארצים, "דִילְמָא אָתֵי לְאַמְשׁוּכֵי בַתְרַיְיהוּ", ווייל מען וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; גיי נאר וואו עס איז דא ערליכע אידן, וואו דו וועסט קענען באקומען יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2652 - די וואס דארף עס הערן, זאלן עס דערהערן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, דרשות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד דיין ווייב מיינט איך רעד פון איר ביי די שיעורים. איך האב אלע מאל דעם פראבלעם; די וואס זענען וואויל, געזונט און ערליך - די מיינען אז מען מיינט זיי, די קומען אהיים פון די שיעורים צעבראכן, פול מיט בלבולים, און די וועם מען מיינט טאקע - די הערן נישט, כאפן נישט און נעמען נישט אן וואס מען רעדט צו זיי.


איך וועל דיר דערציילן וואס איך האב געהאט ביי מוהרא"ש יארן צוריק, עס איז געווען ווען איך בין מקורב געווארן, די ערשטע יארן פון מיין התקרבות, דעמאלט האט מוהרא"ש נישט געקענט פארן קיין ארץ ישראל, מען האט גע'מסר'ט מוהרא"ש, מורא"ש'ס ... האט אים פאר'מסר'ט רחמנא לצלן, און די מדינה של גיהנום, די ערב רב - האבן געוואלט געבן פאר מוהרא"ש זעכצן יאר תפיסה. די דריי יאר פלעגט מוהרא"ש רעדן כמעט ביי יעדן שיעור פון כיבוד אב ואם, מוהרא"ש פלעגט איבער חזר'ן די מעשה מיט אבשלום און דוד המלך, אז ער האט געוואלט הרג'ענען זיין אייגענע טאטע. מוהרא"ש פלעגט רעדן וואס דוד המלך האט אלץ געליטן: "ווי קען זיין א זון זאל אויפשטיין קעגן א אייגענע טאטע, אים וועלן הרג'נען?!" מוהרא"ש האט גערעדט פון זיין פרשה פון זיין ...


דעמאלט איז אויף מיר אריבער שווערע מניעות פון מיין משפחה, איך פלעג זיצן ביי די שיעורים און ווערן אזוי צעבראכן, איך האב זיך געשפירט אזוי שולדיג, איך האב פארשטאנען פון יעדע שיעור אז מוהרא"ש מיינט מיר, ביז איין מאל נאכן שיעור, איך האב געשפירט אז איך קען נישט מער נעמען די בלבולים האב איך געפרעגט מוהרא"ש: "וואס זאל איך טון? זאל איך מער נישט קומען קיין ברסלב? זאל איך מער נישט פארן קיין אומאן? די גאנצע שיעור האט מוהרא"ש געמיינט מיר", זאגט מיר מוהרא"ש: "איך האב א פראבלעם, ווען איך געב א שיעור איז אלץ דא אומשולדיגע אינגעלייט וואס ווערן צעבראכן, זיי מיינען אז איך רעד צו זיי, און די אינגעלייט וועם איך מיין, זיי טראכטן נישט אז מען מיינט זיי; איך האב דא אינגעלייט וואס שלאגן זייער טאטע מאמע, איך מוז רעדן צו זיי (איך האב דעמאלט גארנישט געוויסט וואס טוט זיך אין היכל הקודש, וואס מוהרא"ש גייט אריבער פון זיין...)"; דאס זעלבע האב איך ביי די שיעורים, אלץ זענען דא וואס באשולדיגן זיך און טראכטן אז די שיעור מיינט מען זיי.


דיין משפחה; דו, דיין ווייב און דיינע קינדער - זענען פון די טייערע משפחות אין היכל הקודש; די שיעור איז נישט געזאגט געווארן פאר איר, די שיעור איז געזאגט פאר די פרויען וואס זענען נישט געזונט, זיי ווילן נישט לעבן כדרך כל הארץ השם ישמרינו, און אנשטאט מודה זיין אויפ'ן פראבלעם און בעטן דעם אייבערשטן: "הייל מיר אויס", - מאכן זיי שפירן דעם מאן אז ער האט א פראבלעם, ער איז נישט נארמאל; דיין משפחה איז זייער טייער.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די מתנה, דו האסט אן אשת חיל, זי איז מיט דיר, זי העלפט דיר; וויפיל אינגעלייט ווילן זיין ביים רבי'ן און די ווייב שטעלט א ווידערשטאנד? וויפיל אינגעלייט חלש'ן צו קומען קיין אומאן ראש השנה, זיין ביים הייליגן רבי'ן - און די ווייב לאזט נישט, זי סטראשעט, זי איז משפיל דעם מאן מיט ברלסב; אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי העלפט דיר זיין ביים רבי'ן - ביסטו דאך דער גליקליכסטער מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2651 - מאך זיכער אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די שיעורים
שלום בית, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אזא שאד אז דיין ווייב איז נישט געווען נעכטן ביים שיעור, א שאד אז דו נעמסט נישט ערנסט די שיעורים; די שיעורים זענען דאך אזוי וויכטיג, עס געבט זיי אזויפיל חיזוק אויף וויכטיגע יסודות'דיגע זאכן אין לעבן. עס טוט מיר וויי אז דו נעמסט עס נישט ערנסט, וואלסט געדארפט זיכער מאכן אלעס ערלעדיגן זי זאל קענען זיין ביים שיעור, מען קען דאך אלעס ערלעדיגן אין אנדערע טעג.


איך האף דו וועסט פון היינט זען אז פון דיין זייט זאל זי קענען גיין, זי זאל זיך קענען מחזק זיין.


איך זאג דיר, נאר דו וועסט פארדינען אז זי הערט די שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2650 - איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר ווי פלייסיג דו לערנסט
סדר דרך הלימוד, יונגע יארן, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אלעד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר ווי פלייסיג דו לערנסט; עס איז א פארגענוגן צו הערן ביי א קינד וואס גייט בר מצוה האבן ער זאל שוין האבן שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


איך האף דיר צו טרעפן אין אומאן, איך וועל רעדן מיט דיר, דיך אנגרייטן אויף דיין בר מצוה.


געב א גרוס דיינע חשוב'ע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2649 - נישט אלעס דארף מען רעדן
רעדן, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג דיין ווייב זי זאל נישט רעדן וואס מען דארף נישט רעדן. איך הער צוריק אז זי זאגט פאר פרויען זאכן וועגן משפחת ... וכו'; מען דארף אליינס וויסן, אפילו מען כאפט אויף געוויסע זאכן, נישט אלעס דארף מען רעדן, בפרט ווען מען קען שאדן מאכן א צווייטן, ווען עס האנדלט זיך פון סכנות נפשות ממש.


די פרשה האט מיר געקאסט א שטיק געזונט און די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין דעם וועט דער אייבערשטער זיי באשטראפן, לא יאבה ה' סלוח לו.


זיי זיך מחזק, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; איך וויל נישט זי זאל ווערן באליידיגט פון די בריוו, זי זאל נישט יעצט מיינען איך בין ברוגז; איך וויל נאר זי זאל טראכטן פאר זי רעדט סודות מיט די פרוי און מיט יענע פרוי פון די פרשה און יענעמ'ס פרשה וואס מען דארף נישט רעדן און מען דארף נישט וויסן, בפרט ווען עס קען זיין דיני נפשות ממש וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2648 - "הכרת הטוב" פאר'ן מיר העלפן אויסהאלטן די טייערע כולל אינגעלייט
כולל, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה דעם הייליגן ספר "לקוטי מוהר"ן" פאר "הכרת הטוב" פאר'ן מיר העלפן אויסהאלטן די טייערע כולל אינגעלייט תלמידי היכל הקודש, וואס לערנען בהתמדה רבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה בכל מעשיך, וכתיבה וחתימה טובה.


דיין ראש ישיבה.

#2647 - א מתנה פונעם אייבערשטן איבערצוטייטשן די עצתו אמונה אזוי שיין
עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געזען די עצתו אמונה אין ענגליש, קונטרס נומער 15; די בריוו זענען אזוי שיין איבערגעטייטשט, יעדע בריוו באזונדער איז אזוי שיין. איר האט א מתנה פונעם אייבערשטן, איר זענט מתרגם זייער גוט, זייער צו דער זאך.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט זיך קענען גוט אויסרוען פון די שמחה פון אייער נייעם אינגל ... נרו יאיר. איר זאלט ווייטער עוסק זיין אין די גרויסע מצוה פון אנגרייטן די בריוו אין ענגליש, אזויפיל מענטשן זענען זיך אזוי מחי' מיט דעם, דאס וועט זיין פאר אייך און אייער משפחה א זכות לנצח נצחים.


א גוט שבת.

#2646 - ברענגען ד' מינים צו פארקויפן
כולל, שטעטל, אומאן, סוכות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פאריאר האסטו געברענגט אתרוגים און לולבים אין שטעטל, איך האף די יאר וועסטו אויך פארקויפן אין בית המדרש די ד' מינים, מאך שוין די קשרים זאלסט האבן גוטע סחורה, ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט. מיר פארן קיין אומאן, מיר קומען צוריק אויסגעמוטשעט, דעמאלט איז נישטא קיין צייט, מען דארף שוין אלעס ערלעדיגן.


איך האב זייער הנאה פון דיין התמדה, דו לערנסט פלייסיג אין כולל, אבער די זמנים דארפסטו מער האלטן; אז מען וויל הצלחה דארף מען האבן א סדר מיט זמנים.


אז מען קומט נישט אין צייט נעם איך אראפ פון די כולל געהאלט.

#2645 - איך שעפ נחת פון אונזער טייערער כולל
כולל, הלכה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיין התמדה אין כולל, איך האב אזוי שטארק ארויסגעקוקט אלע יארן, פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, 'ווען וועט זיין רייף די צייט צו קענען האבן א כולל להלכה, צו קענען אויפשטעלן דיינים, מורה הוראה'ס?' יעצט שטיי איך אין דער זייט, איך שעפ נחת פון אונזער טייערער כולל.


איך וויל דיר מזרז זיין זאלסט היטן די זמנים; מען קען האבן הצלחה נאר אז מען היט די זמנים, די סדר אין כולל זאל זיין ביי דיר חשוב'ער פון אלעמען.


איך וויל נישט אראפנעמען פונעם געהאלט, אבער אז מען היט נישט די זמנים וועל איך אראפנעמען פונעם געהאלט.