בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1386 - אז ס'איז דיר שווער כיבוד אב ואם וועסטו באקומען מער שכר דערויף
כיבוד אב ואם, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז עס איז דיר זייער שווער איינצוהאלטן די מצוה פון כיבוד אב ואם וועסטו באקומען מער שכר דערויף, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי מער מען מוטשעט זיך צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן אלץ מער שכר באקומט מען.


וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה, דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליין; ווער עס שפעט פון זיינע עלטערן באקומט א ביטערע שטראף, אזוי ווי עס שטייט (משלי ל, יז): "עַיִן תִּלְעַג לְאָב", אן אויג וואס שפעט אפ פון זיין טאטע, "וְתָבוּז לִיקֲּהַת אֵם", און דער וואס שפעט אפ פון די קנייטשן פון זיין מאמע (ווען א מענטש ווערט עלטער ווערט דער פנים פול מיט קנייטשן), "יִקְּרוּהָ עֹרְבֵי נַחַל", זאלן קומען די רויב פויגל וואס זענען גרויסע אכזרים און אים אויסשטעכן די אויגן, "וְיֹאכְלוּהָ בְנֵי נָשֶׁר", און די אָדלער זאלן אים אויפעסן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל מכבד זיין מיינע עלטערן, איך זאל זיי ליב האבן", דורכדעם וועסטו באקומען א חשק און א ווילן זיי צו מכבד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1385 - באצירן דעם בית המדרש פאר יום טוב שבועות
בית המדרש, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אויב דו ווילסט האבן די זכות היי יאר אזוי ווי אלע יארן אנצוגרייטן דעם בית המדרש מיט שיינע בלומען פאר יום טוב שבועות, אזוי ווי דו פלעגסט אלע יארן באצירן דעם בית המדרש מיט שיינע בלומען, וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר מודיע זיין אויב דו ווילסט האבן די זכות דאס יאר אויך.


בעט דיין ווייב זי זאל פרעגן די פרויען ווער עס וויל העלפן אנגרייטן אביסל מילכיגע זאכן לכבוד שבועות.


וואויל איז דיר און און וואויל איז דיין ווייב וואס איר העלפט אזוי געטריי און שיין מיט יעדע זאך וואס מען דארף.

#1384 - אכטונג געבן אויף די ישיבה'ס געלט
אידיש געלט, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר נאכאמאל זאלסט אכטונג געבן אויף די ישיבה'ס געלט, זאלסט נישט באשטעלן מער עסן וויפיל מען דארף; די בחורים וואס רייניגן די ישיבה זאגן מיר אז זיי דארפן אוועק ווארפן יעדן טאג פעקלעך ברויט און נאך אנדערע עסן.


עס טוט מיר זייער וויי ווען מען ווארפט אוועק עסן, סיי אלס דער איסור פון בל תשחית און סיי אויף די אידיש געלט, צדקה געלט – וואס גייט לאיבוד; איך האב דיר שוין אפאר מאל געבעטן דו זאלסט אכטונג געבן אויף די געלט פון ישיבה, איך ווייס נישט פארוואס דו פאלגסט נישט.


אז דו ווילסט מיר העלפן מיט'ן אנגרייטן עסן דארפסטו אכטונג געבן עס זאל נישט גיין לאיבוד קיין איין פרוטה פון ממון הקדש.

#1383 - דו וועסט נאך שיין אויסוואקסן
קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זארג נישט, דו וועסט נאך שיין אויסוואקסן; עס זענען דא קינדער וואס וואקסן פריער און עס זענען דא וואס וואקסן שפעטער. זארג נישט, דו זעסט אויס זייער גוט, דו ביסט א טייער קינד; הלוואי זאלן אנדערע זיין אזוי ווי דיר.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און שטארק, דאנק אים אויף דיין טייערע טאטע מאמע, דאנק אים אויף אלעס וואס דו האסט און בעט אים וואס דו דארפסט, וועסטו זען גרויסע ניסים.


זיי נישט מקנא קיינעם, דו ביסט מער פון אנדערע.

#1382 - איך האב הנאה ווי דו שטארקסט זיך מיט דיינע גוטע מעשים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זיך זייער מחי' מיט די צוויי שיינע לאנגע בריוו וואס דו האסט געשריבן; איך האב הנאה צו הערן פון דיר ווי דו שטארקסט זיך מיט דיינע גוטע מעשים.


איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן דיינע שיינע ווערטער, דעם ניגון וואס דו האסט פארפאסט מיט די ווערטער: "תהלים, תהלים, תהלים".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויסוואקסן א גרויסע צדיקת און האבן א זיסע לעבן בזה ובבא.

#1381 - נעם אן די מתנות פון אייבערשטן
פחדים, קינדער, תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב יעצט געהערט די גוטע נייעס, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח און אלעס זאל אריבערגיין גרינג.


האטס נישט מורא, איר וועט זיך קענען אן עצה געבן מיט די קינדער; איר האט א געטרייער מאן, ער וועט אייך העלפן איר זאלט זיך קענען אפרוען און איר זאלט האבן כח אויף ווייטער.


איר ווייסט וויפיל פרויען ווארטן אויף קינדער? איר ווייסט וויפיל פרויען וויינען און טוען אלע סגולות צו האבן נאך א קינד און נאך א קינד? און אייך האט דער אייבערשטער דאס געגעבן אזוי שנעל און יעצט האט איר שוין נאכאמאל גוטע נייעס, בעט איך אייך, נעמטס דאס אן אזוי ווי מען נעמט אן א שיינע מתנה.


איך האב גערעדט צו אייער מאן און איך וועל אים ווייטער מחזק זיין ער זאל אייך שטיין צו די האנט, ער זאל אייך העלפן; איך ווייס אז ער וועט אייך העלפן, ער איז א צדיק, ער איז מער ווי אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1380 - רייניגן דעם בית המדרש
שלום בית, בית המדרש, היטן די צייט, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן רייניגן דעם בית המדרש.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זען אז דער בית המדרש זאל זיין געאייגנט נאר פאר תורה ותפילה און זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן; איך וויל נישט מען זאל זיצן ביינאכט און פארברענען די צייט.


איך האב געשיקט אפאר בחורים זאלן מיר העלפן בויען דעם עירוב אין שטעטל, זיי האבן נישט וואו צו עסן, זאלסטו זיי לאזן עסן נאכטמאל אין בית המדרש אבער עס דארף זיין מיט א צייט, נישט זיי זאלן זיצן ביז שפעט אין די נאכט אריין פארברענען טייערע צייט; אפגערעדט אינגעלייט וואס די ווייב ווארט זיי אין שטוב, זיי דארפן אהיים גיין.


ווען דו רייניגסט דעם בית המדרש זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך רייניג דעם בית המדרש זאלסטו מיך רייניגן פון מיינע עבירות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1379 - מ'זאל נישט פארברענען די צייט ביי דיר
תפילה והתבודדות, בחור, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן אין שטעטל ביי דיר אין שטוב אן עיר מקלט; לאז נישט בחורים זיך דרייען ביי דיר, נישט דא אזא זאך אז בחורים זאלן זיצן ביי דיר און פארברענען די צייט.


איך האב ארויסגעשיקט צוויי דריי בחורים וועלכע העלפן מיר בויען דעם עירוב, אויף זיי בין איך אחריות וואס זיי טוען וכו' וכו', אבער סתם אזוי זאלסטו אכטונג געבן עס זאל נישט זיין ביי דיר א פלאץ וואו מען פארברענט די צייט.


זיי זיך מתבודד, גיי אביסל שפאצירן אין דיין פעלד, זינג דארט צום אייבערשטן; שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן אלע דיינע ספיקות וועסטו ממתיק זיין פון דיר אלע דינים, דו וועסט וויסן ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1378 - גיי שפאצירן צווישן די גראז און שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תושב קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק.


דו וואוינסט אין אזא שיינע פלאץ, עס שפירט זיך ממש ווי יבנאל; אין שטעטל איז גרינג צו פאלגן דעם רבי'ן, צו מאכן התבודדות צווישן די גראז.


יעצט אין די צייט וואס די גראז הייבן אן צו שפראצן זאלסטו גיין יעדן טאג אביסל שפאצירן צווישן די גראז און זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן; דאנק אים און לויב אים אויף אלע גוטס וואס ער טוט מיט דיר. דער רבי האט געזאגט אמאל בשעת ער איז געווען אויף א שפאציר מיט זיינע תלמידים (שיחות הר"ן, סימן קסג): אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים, אֵיךְ כָּל עֵשֶׂב וְעֵשֶׂב אוֹמֵר שִׁירָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי פְּנִיָּה, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת, וְאֵינָם מְצַפִּים לְשׁוּם תַּשְׁלוּם גְּמוּל, כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי געשמאק איז צו גיין צווישן די גראז, צו הערן ווי זיי זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, אן קיין שום שלעכטע מחשבות; זיי ווארטן נישט אויף קיין שכר וכדומה, ווי גוט איז צו זיין צווישן זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1377 - נייע בית הדפוס אין ירושלים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל ה' עליהם יחיו.


מיט גרויס פרייד עפענען מיר יעצט א בית הדפוס אין ירושלים וואו מען וועט דרוקן ספרים און קונטרסים צו מחזק זיין אידישע קינדער.


אלע קרעכצן אויפ'ן מצב הדור, אלע באוויינען די נסיונות פונעם דור; מען ווייסט נישט וואס מען טוט, מען דערזעט זיך פארלוירן; אבער מיר ווייסן וואס מיר האבן צו טון, מיר האבן א צוואה פון רבי נתן וואס האט געזאגט איידער זיין הסתלקות: "עֶזְרָא הַסּוֹפֵר גֵייט אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט, אוּן טְרֵיף פָּסוּל אִיז זִיךְ מִתְגַּבֵּר, אַזוֹי פִיל וִוי סְ'אִיז הַיינְט דָא אֲלָפִים וּרְבָבוֹת טְרֵיף פָּסוּל; נָאר אֵיין בְּלֶעטְל פוּן רֶבִּינְ'ס סְפָרִים וֶועט זַיין אַ תִּיקוּן אוֹיף אַלְסְדִינְג", און ער האט אויסגעפירט: "אִיךְ זָאג אַייךְ אָן אַז אַייעֶר עוּבְדָא זָאל זַיין אִיר זָאלְט דְרוּקְן דִּי סְפָרִים, עֶס זָאל זַיין 'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה'; אִיר זָאלְט זַיין שְׁטַארְק מִיט 'גֶעלְט' מִיט 'רָצוֹן' אוּן מִיט 'טִרְחָא'".


ווער עס וויל האבן א חלק אין די גרויסע מצוה זאל זיך פארבינדן מיט די טייערע אינגעלייט: האברך ... נרו יאיר, האברך ... און האברך ... נרו יאיר.


וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אנדערע, דער וועט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלע ישועות.

#1376 - דאס שטעטל איז נאר אינטערעסאנט אויב ס'איז דא שלום און פריינטשאפט
מחלוקת, שטעטל, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב געהערט דיינע טענות.


וויסן זאלסטו אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען אז די וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל זאלן זיין צופרידן; איך געב אוועק טעג און נעכט זיצנדיג מיט די חברי הנהלה נאר לטובת די איינוואוינער.


עס לוינט נישט צו קומען וואוינען אין שטעטל אויב עס קומט ארויס פון דעם א פיינטשאפט צו אנשי שלומינו, עס לוינט נישט צו קויפן און בויען א הויז אז מען ווערט אנגעגעסן וכו', נישט פאר דעם בוי איך דעם שטעטל, נישט דאס איז די מטרה; די מטרה איז איין זאך, מיר זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט לעבן איינער מיט'ן צווייטן בשלום, מען וועט לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון חסד.


די אלע לשונות ווי 'מיין בלוט איז רויט', יענעמס בלוט איז רויט, בלוי, וכו', קומט נישט דא אריין, קיינעמס בלוט איז נישט רויטער אדער שווארצער, אלע זענען חשוב, אלע זענען אייניג; דאס וואס מען בויט נאכנישט ביי דיר איז דא א סיבה דערצו, אז די שטאט געבט נישט יעצט בזמן קאראנע קיין רשות צו בויען, און די אנדערע האבן שוין באקומען פון פארדעם.


עס איז א שאד זיך אויפצועסן און טראכטן אז מען בא'עוולה'ט דיר וכו'; זאלסט וויסן אז דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז מיר זייער געטריי, ער האט מיר זייער געהאלפן אלע יארן, פון אנהויב, אן קיין אינטערעסע; ער האט געבויט די ישיבה און איז אריין אין הונדערטער טויזנטער דאלער חובות, קיינער האט מיר נישט געהאלפן, נאר ער.


איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב געהאט אין שנת תשע"א, בשעת מיר האבן געדארפט ענדיגן דעם בנין הישיבה, האט מיר דער אינגערמאן געזאגט: "עד כאן, איך קען מער נישט", ער האט נישט געקענט בלייבן ארבעטן בחנם מיט א גאנצע קאמפעני ארבעטערס וכו', בין איך געקומען צו מוהרא"ש מיט אים, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז איך ווייס נישט וואס צו טון, ער וויל אנטלויפן; ער זאגט אז ער גייט אוועק, ער בלייבט נישט ארבעטן. האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו אים און אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן וואס צו טון ווען דו וויינסט אז מען צאלט נישט וכו', אבער אז דו וועסט בלייבן העלפן די ישיבה וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן וכו'". יעצט העלפט ער מיר בויען די שטעטל, ער העלפט מיר זייער, ער איז מיר באמת געטריי. ער וויל ענדיגן דיין דירה מער ווי דו אליינס ווילסט דאס ענדיגן, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעמס בלוט איז רויטער, יענעמס בלוט איז רויטער וכו', וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו וויינסט א גאנצע נאכט וכו', דאס איז גוט; הלוואי זאלן אלע זוכה זיין צו דעם, זיך צו מתבודד זיין גאנצע נעכט. די שאלה איז אויף וואס מען וויינט; וויינען דארף מען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו תיקון המדות, מען זאל ליב האבן יעדן איינעם, מען זאל נישט פיינט האבן איינער דעם צווייטן, מען זאל געדענקען ווער מען איז און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן.


אז דו פרעגסט מיר וואלט איך דיר געזאגט: "בוי נישט, ענדערש בלייב וואוינען וואו דו וואוינסט ווי איידער עס זאל ארויסקומען פיינטשאפט".


געב איבער פאר אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל אז עס איז א שאד צו קומען וואוינען אין די פאר מייל אין ליבערטי; די וועלט איז זייער גרויס, עס איז דא אזויפיל פלעצער וואו צו קויפן א הויז, פארוואס זאל מען זיך ארויסשלעפן ביז ליבערטי? אז מען וויל זיין מיט'ן ראש ישיבה זאל מען העלפן דעם ראש ישיבה; על כל פנים נישט אונטערברענגען.


איך וויל מען זאל בויען דוקא דורך די הנהלה, אז דו פארשטייסט בעסער איז דאך דא שענערע פלעצער וואו צו וואוינען. איך וויל מען זאל רעדן שיין צו די חברי ההנהלה און מען זאל זיי מחזק זיין; אז דו פארשטייסט בעסער פארוואס זיך שלעפן צו אזא פארשלעפטע פלאץ?


אז מען האט א טענה אויף איינעם קען מען דאס דורכרעדן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים.

#1375 - זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך איז די שווערסטע זאך
שמחה, תשובה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך איז ער ערליך; ער טוט נישט קיין נארישקייטן און טוט נישט קיין עבירות.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע כחות צו זיין נאר פרייליך; עס איז א שווערע זאך, עס איז פון די שווערסטע עבודות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כ): "לִזְכּוֹת לְשִׂמְחָה זֶה קָשֶׁה וְכָבֵד לְהָאָדָם לִזְכּוֹת לָזֶה יוֹתֵר מִשְּׁאָר כָּל הָעֲבוֹדוֹת", זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך איז שווערער ווי צוצוקומען צו סיי וועלכע אנדערע עבודות; דער יצר הרע ציטערט פון שמחה ווייל שמחה פארברענט אים, ער האט נישט קיין שליטה אויף א פרייליכער מענטש, דער אייבערשטער היט דעם מענטש וואס איז פרייליך ער זאל נישט פאלן אין פגם הברית (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן קסט).


צייל נישט וויפיל טעג דו ביסט נישט פוגם וכו'; שוין צוויי וואכן נישט פוגם געווען, שוין דריי וואכן וכו', וכו'; קוק נישט אויף דעם, דו בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, פון היינט הויב איך אן זיין אן ערליכער איד".


איך ווארט דיר צו זען; ביי אונז דאנקט מען דעם אייבערשטן: "שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְלֹא שַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי קְרוֹנוֹ"ת", וד"ל.


 

#1374 - נישט רעדן ביים דאווענען
תפילה והתבודדות, בית המדרש, נסים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל דיר בעטן א זאך וואס גייט דיר זיין זייער שווער צו טון, אבער אז דו וועסט עס טון וועסטו זען זייער גרויסע ניסים: "נישט רעדן ביים דאווענען".


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן אין שול בשעת מען דאווענט; אויב עס פאסירט אז דו דארפסט זייער וויכטיג רעדן, מען רופט דיר וכו', מען פרעגט דיר וכו' – זאלסטו ארויסגיין אינדרויסן פון שול און דארט ענטפערן, אבער אין שול זאלסטו נישט רעדן.


דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, בפרט ווען מען איז צוגעוואוינט פאר צענדליגער יארן צו רעדן, שמועסן און פלוישן ביים דאווענען; אבער אז דו וועסט פרובירן נישט צו רעדן, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם – וועסטו דאס קענען באווייזן.


איך שרייב דיר דאס נאר ווייל איך ליב דיר, איך זוך דיין הצלחה.


דער בריוו איז נישט סתם געשריבן, דאס איז אן הבטחה.

#1373 - שטארק דיך צו גיין אין מקוה
מקוה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בענק זיך נאך דיר; איך האף אז אלעס איז גוט ביי דיר און ביי דיין ווייב און קינדער.


גיי אין מקוה; לאז זיך נישט פונעם יצר הרע וואס מאכט אלט און מיד און ער קילט אפ דעם מענטש פון זיין אן ערליכער איד. זאג נישט און טראכט נישט אז "מקוה איז נישט קיין מצוה", ווייל צדיקים זאגן אז מקוה ברענגט דעם מענטש צו די גרעסטע מדריגות וואס קיין שום מצוה קען נישט צוברענגען; עס נעמט אראפ אלע דינים, עס הייליגט דעם מענטש און עס ברענגט אריין א פרישקייט אינעם מענטש, מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן. דעריבער איז דא אזעלכע מניעות אויף מקוה און אזויפיל תירוצים נישט צו גיין אין מקוה.


שרייב מיר צוריק א בריוו וועסטו מיר אויפלעבן; שרייב מיר דיינע סיומים, דיין עבודת ה'.


 


 

#1372 - לייג יעדן אינדערפרי אפאר פרוטות לצדקה
התחזקות, צדקה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


היינט איז א גרויסער טאג, דעם געבורטס-טאג פון מוהרא"ש.


איך דערמאן זיך אלץ ווי שטארק מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דיר ליב געהאט און דיין ווייב תחי'; נישט יעדער האט באקומען דעם שמייכל פון מוהרא"ש ווי דו און דיין ווייב האבן באקומען, מוהרא"ש האט געהאט זייער אסאך נחת פון ענק און איך גלייב אז ער האט ווייטער נחת אויבן אין גן עדן פון דיר און דיין משפחה.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם און לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם; גיי ווייטער אויף דיין וועג, לערן און דאווען און העלף דיין ווייב וועסטו ווייטער באקומען דעם שמייכל פון מוהרא"ש; איר וועט זען שיינע זאכן אין לעבן, פרנסה, און נחת פון די קינדער.


האלט א פושקע אין שטוב; לייג יעדן אינדערפרי אפאר פרוטות לצדקה (ווען עס ווערט אנגעפולט זאלסטו מיר עס ברענגען), דורכדעם וועסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


איך ליב דיר.

#1371 - די חשיבות פון א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט זוכה צו טון אזא הייליגע ארבעט, צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.


איך ווייס אז עס איז דיר שווער; איך ווייס גאנץ גוט וואס עס מיינט צו זיצן מיט קינדער א גאנצן טאג וכו', וכו', דאך איז דאס אסאך גרינגער ווי ארבעטן סתם אן ארבעט.


טאנץ פאר שמחה אז דיין לעבן גייט אריבער מיט הייליגקייט און ריינקייט, מיט זיצן מיט טייערע ריינע נשמה'לעך – דעם אייבערשטנ'ס קינדער.


ווען דו לערנסט מיט די קינדער זאלסטו זיך פארשטעלן ווי דער אייבערשטער, דער משגיח מן החלונות – קוקט אריין ווי אזוי דו לערנסט מיט זיינע קינדער; וואס געווענליך ווען א מלמד זעט א פרעמדן אריינקוקן און זיך אונטערהערן ווי אזוי ער לערנט דעמאלט פרובירט ער צו מאכן דאס בעסטע וכו', אזוי דארף א מלמד זיצן א גאנצע צייט מיט די קינדער, זיך פארשטעלנדיג אז דער אייבערשטער קוקט אריין.


אין ספר עצתו אמונה פרשת בהר בחקותי (תש"פ) איז דא א שיינע בריוו פון מוהרא"ש געשריבן פאר מיר; מוהרא"ש לייגט אראפ דעם יסוד פאר אונזער חדר. לערן דאס אסאך, עס וועט דיר אויך צוניץ קומען.

#1370 - איך פארלאז זיך נישט אויף קיינעם, נאר אויפ'ן אייבערשטן אליין
אמונה, מוסדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס עס הערט זיך מיט די געלט וואס די שטאט בארגט פאר מוסדות וכו', אזוי ווי מען הערט האבן אלע מוסדות באקומען יעצט צוליב די קאראנע גרויסע געלטער פון די שטאט מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע. מיר שטייען און ווארטן לישועת ה'; מיר ווערן צעדריקט פון די הוצאות צו דעקן די איינגעשטעלטע וואס ארבעטן אזוי איבערגעגעבן פאר אונז און פאר אונזערע קינדער.


איך טראכט פארוואס מיר האבן נישט באקומען, ווייל דער אייבערשטער וויל הערן אונזערע תפלות, אונזער געבעט; דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן קוקן נאר צו אים און נישט אויף קיין שום מענטש, נישט דער פרעזידענט און נישט דער גאווערנאר קען אונז העלפן, נאר ער אליין.


איך קוק אויף צוריק, אז שוין צוועלף יאר וואס די ישיבה שטייט, עלעף יאר וואס מיר האבן די תלמוד תורה און ניין יאר וואס מיר האבן די מיידל שולע; ביז אהער האט מיר "נאר" דער אייבערשטער געהאלפן, ווייס איך אז ער וועט מיר ווייטער נישט פארלאזן; איך גיי נישט צו קיינעם, איך חנפ'ע נישט קיינעם, איך דארף נישט קיינעם, נאר דעם אייבערשטן.

#1369 - א מפיץ דארף זיין אנגעטון שיין און ריין
הפצה, ריינקייט, מוהרא"ש, תכלית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך צו גיין הפצה; זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


אינעם היינטיגן גרויסן טאג ווען עס געפאלט דער געבורטס-טאג פון מוהרא"ש דארפן מיר זיך מאכן א שטיקל חשבון הנפש וואס מיר האבן שוין געטון אויף די וועלט צו ברענגען משיח, צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


געב א קוק צו וואס מען קען זוכה זיין; לאמיר זיך מאכן א חשבון, מוהרא"ש איז געווען איין מענטש אליין, איינער אליין; איך געדענק נישט נאך מענטשן וואס זענען געווען אזוי אליין ווי מוהרא"ש, ער האט גארנישט געהאט, אלע זענען געווען קעגן אים; מיט דעם אלעם האט ער פארשפרייט דעם רבי'ן אויף די גאנצע וועלט, אריינגעברענגט אזויפיל קדושה אין די וועלט, אזויפיל לימוד התורה אין די וועלט, אזויפיל שלום בית ביי פארפעלקער, אזויפיל אידן צוריק געברענגט צום אייבערשטן; מוהרא"ש איז צוריק צום אייבערשטן מיט אזויפיל זכותים, דארפן מיר זיך פרעגן מיט וואס וועלן מיר צוריק גיין צום אייבערשטן... ווייל די יארן גייען און לויפן אזוי שנעל, אזוי ווי עס שטייט "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה" (דברי הימים-א כט, טו), זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי דער שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי דער שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


גיי ווייטער הפצה, פארפעל נישט קיין איין טאג פון הפצה; געב אכטונג צו גיין אנגעטון שיין בשעת דו ביסט מפיץ. פוץ אויס דיינע שיך, מען טאר נישט ארומגיין מיט שמוציגע שיך; עס איז נישט קיין תירוץ אז אז מען וואוינט צווישן פעלדער וכו'. א תלמיד חכם טאר נישט גיין אנגעטון שמוציג, בפרט מיט שמוציגע שיך און זיכער נישט בשעת הפצה, וואס דעמאלט קוקט מען אויפ'ן מפיץ, מען וויל זען: 'וואס איז ברסלב? ווער איז ברסלב? ווי אזוי פירן זיך די ברסלב'ע?'


פוץ זיך אויס דיין הוט, דיין שיך און דיין רעקל פאר דו גייסט הפצה כדי דו זאלסט מאכן א גוטע און שיינע נאמען פאר'ן רבי'ן, אזוי וועסטו אויך קענען מקרב זיין אלפים ורבבות מענטשן צום אייבערשטן.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער און פון היינט אן וועסטו אכטונג געבן.

#1368 - אלע מפיצים זענען שטענדיג פריש
הפצה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


היינט איז א גרויסער טאג בפרט פאר תלמידי היכל הקודש, עס איז היינט די געבורטס-טאג פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


מוהרא"ש האט געזאגט: "איך בין געבוירן אינעם ספירה פון 'חסד שביסוד' צו ווייזן די חסד, דאס גענאדע פונעם אייבערשטן פאר אלע וואס זענען נעבעך געפאלן אין מידת היסוד".


מוהרא"ש האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, זיי צו ווייזן דעם וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ובפרט פאר בחורים און מיידלעך וואס זענען נעבעך געפאנגען אינעם נעץ פונעם יצר הרע – האט מוהרא"ש געשריבן און פארשפרייט מיליאנען ספרים זיי צו ווייזן א וועג זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן.


אין אזא גרויסע טאג דארפן מיר זיך פארנעמען און זיך באנייען צו טון דאס וואס מוהרא"ש האט געטון, פארשפרייטן די עצות און חיזוקים פאר די גאנצע וועלט.


ווער עס איז עוסק אין הפצה דער וועט בלייבן מקושר צום רבי'ן בזה ובבא.


קוק גוט וועסטו זען אז די אלע מפיצים זענען שטענדיג פריש; עס זענען דא וואס זענען שוין מפיצים דרייסיג פערציג יאר, די זענען שטענדיג מיט א חיות.

#1367 - אין הימל איז זייער חשוב דער וואס איז משמש דעם רבי'ן
מוסדות, זיכוי הרבים, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחקותי, כ' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט'ן בויען די שיינע מוסדות היכל הקודש.


דא זעט נישט יעדער דאס שיינקייט און גרויסקייט פון העלפן בויען דעם רבינ'ס מוסדות, אבער אויבן אין הימל איז זייער חשוב דער וואס איז משמש דעם רבי'ן; אלע זענען מקנא דעם וואס זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד ובהשמטות שם): "וִיקַנֵּא מְאֹד אֶת הַמְקֹרָבִים אֵלָיו", אלע וועלן מקנא זיין מיינע מקורבים, "מִכָּל שֶׁכֵּן אֶת מִי שֶׁזּוֹכֶה לְהוֹשִׁיט לוֹ אֵשׁ וְכוּ'", בפרט די וואס העלפן מיר אפילו נאר מיט'ן ברענגען פייער וכו'.


איך בין מקנא דיין זכות מיט די חסד וואס דו טוסט, דו זארגסט עס זאל זיין עסן פאר אנשי שלומינו און פאר די מלמדים; איך פערזענליך מיט מיין משפחה זענען זיך מחי' מיט די עסן.


זיי ממשיך מיט דיינע גוטע מעשים; לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם און זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם - וועסטו זוכה זיין צו גרויסע נסים.


א גריס פון דיינע קינדער, זיי זענען ליכטיג און טייער.

#1366 - ווען מ'דאנקט דעם אייבערשטן ווערט ברייט דער מח
תודה והודאה, שלום בית, הפצה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחקותי, כ' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעצט ווען עס איז אריבער א יאר פון דיין חתונה דארפסטו זיך שטארקן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט דיר ביז אהער.


ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן ווערט אים זייער ברייט זיין מח, מען גייט ארויס פון אלע קטנות'ן, מען איז ממתיק אלע דינים און מען איז זוכה צו גרויסע ניסים.


זיי מכבד דיין ווייב תחי' וועסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן ובפרט אין פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", ווער עס איז מכבד די ווייב וועט ווערן רייך.


שטארק זיך אין הפצה; זיי ממשיך צו מאכן שיינע זאכן צו פארשפרייטן פאר נאך אידישע קינדער די עצות פון רבי'ן.


איך האב דיר זייער ליב.

#1365 - א פרייליכער מענטש קען מער פארנעמען
שמחה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחקותי, כ' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז שוין א לאנגע צייט וואס איך האב דיר נישט צוריק געשריבן אויף דיין בריוו, זיי מיר דן לכף זכות; איך קום נישט אן צו וואס איך דארף טון, עס איז מיר פארגעסן געווארן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך; זיי פרייליך און מאך פרייליך אנדערע. גיי ארום מיט א שמייכל, ווייל אז מען איז פרייליך נעמט מען אוועק אלע פראבלעמען. א פרייליכער מענטש קען מער פארנעמען; מען ווערט נישט צעדריקט פון יעדע קלייניקייט, מען ווערט נישט פארלוירן ווען זאכן גייען נישט ווי געפלאנט, מען גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן.


יעדן טאג ווען דו קומסט אהיים זאלסטו גיין א טענצל מיט דיינע קינדער; זינג מיט זיי ניגונים פון אמונה ובטחון, דאס וועט זיי העלפן אויפוואקסן געזונט, זיי וועלן ווערן זעלבסט-זיכער מיט זיך.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט נאך דיר.

#1364 - שמחה נעמט ער אוועק אלע צרות און יסורים
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


אייער טאטע האט מיר געשריבן אז איר האט אסאך חיזוק פון די שיעורים אין ישיבה; איר מיט נאך מיידלעך זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פונעם הייליגן רבי'ן.


איר זאלט זען צו זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


הערטס לעבעדיגע מוזיק יעדן טאג; טאנצט און שפרינגט אז איר זענט א איד.


שטארקט זיך, נאך אביסל וועט איר טרעפן א גוטע שידוך.

#1363 - וואויל איז דיר אז דו זיצסט אין תפיסה פאר'ן בויען מוסדות התורה
אמונה, התחזקות, תפיסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך צו הערן פון דיר.


ווען איך טראכט פון דיר דערמאן איך זיך וואס פפוס האט געזאגט פאר דעם הייליגן תנא רבי עקיבא (ברכות סא:): "אַשְׁרֶיךָ רַבִּי עֲקִיבָא שֶׁנִּתְפַּסְתָּ עַל דִּבְרֵי תּוֹרָה, אוֹי לוֹ לְפַּפּוּס שֶׁנִּתְפַּס עַל דְּבָרִים בְּטֵלִים", וואויל איז דיר רבי עקיבא אז דו זיצט אין תפיסה פאר'ן לערנען תורה מיט אידישע קינדער, און וויי פאר מיר פפוס אז איך זיץ אין תפיסה פאר נארישקייטן; וויפיל מענטשן זיצן אין תפיסה פאר נארישקייטן וכו', פאר'ן גנב'נען געלט פאר זיך וכו', אדער פאר אנדערע זאכן וכו'; און דו זיצט אין תפיסה פאר'ן העלפן אויפבויען חדרים און ישיבות וואו טויזנטער אידישע קינדער לערנען תורה, וואס אויף זיי שטייט די וועלט. ביי דיר איז: "אַשְׁרֶיךָ ... שֶׁנִּתְפַּסְתָּ עַל דִּבְרֵי תּוֹרָה", וואויל איז דיר אז דו האסט געבויט תורה; האסט געבויט ישיבות און תלמוד תורה'ס.


עס איז שווער צו שרייבן דיבורי חיזוק ווען מען ווייסט נישט וואס 'תפיסה' איז, וויפיל א מענטש זאל זיך נאר פרובירן אויסצו'משל'ן וואס דאס מיינט 'זיצן אין תפיסה' - וועט ער דאס קיינמאל נישט פארשטיין; איז אפשר נישט שייך איך זאל דיר שרייבן חיזוק ווערטער, דאך שרייב איך דיר די פאר ווערטער. זאלסט וויסן אז מיר האבן אמת'ע מיטלייד מיט דיר, מיר בענקען זיך זייער נאך דיר און מיר ווארטן יעדן טאג צו הערן אז דו קומסט שוין ארויס פון דארט; בפרט יעצט ווען מיר האבן געמיינט אז דו ביסט שוין באפרייט געווארן וכו', אנשטאט דעם הערט מען אז ביז דערווייל ביסטו נאך דארט - איז עס זייער שווער פאר אונז. מיר דאווענען פאר דיר; אלע קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, פון גרויס ביז קליין - אז דו זאלסט ארויס קומען פון דארט ווי שנעלער.


מיר האבן הכרת הטוב פאר דיר און מיר וועלן שטענדיג געדענקען וואס דו האסט אונז געהאלפן.


שטארק זיך מיט אמונה פשוטה נישט צו האבן קיין קשיות אויף די אמונה, חזר'ן טאג טעגליך אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט און מיר ווילן גארנישט פארשטיין. ווי מער מען חזר'ט זיך די אמונה אלץ גרינגער ווערט דאס לעבן, מען שפירט שוין דא אויף די וועלט טעם גן עדן.


בנוגע זומער וכו'; מיר ווייסן נאך נישט, ווען מיר וועלן וויסן וועל איך דיר גלייך מודיע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט שנעל באפרייט ווערן און עס זאל דיר זיין גוט.

#1362 - וואס דו דארפסט בעט "נאר" פונעם אייבערשטן
תהלים, בריוו

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, ט"ו אייר, פסח שני, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי ניו יארק.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו ביסט צופרידן אין בית פיגא און אז דו זאגסט תהלים; דו זאגסט דעם יום תהלים יעדן טאג.


שרייב מיר נאך בריוו; שרייב מיר כאטשיג איין מאל א וואך וואס עס טוט זיך אין סקול און וואס דו לערנסט פון דיינע טיטשערס; איך וועל דיר פרובירן צוריק צו שרייבן.


וואס דו דארפסט בעט "נאר" פונעם אייבערשטן.


דיין ראש ישיבה.