בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7766 - האסט ליב דיינע קינדער?
חינוך הילדים, חסד, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ו' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מחנך דיינע קינדער, ביסט פארנומען מיט אזויפיל עסקנות און פון דיינע אייגענע קינדער פארגעסטו. מוהרא"ש זאגט, מען זעט ביי אברהם אבינו, ער האט אריינגעברענגט אמונה אין די גאנצע וועלט, אבער ער האט נישט מחנך געווען זיין זון ישמעאל און ביים סוף האט ער אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב, און אזוי איז מיט אסאך מענטשן, מען איז פארנומען אויפצוטון מיט די גאנצע וועלט, און פון די אייגענע קינדער פארגעסט מען, מען האט נישט קיין צייט פאר זיי.


אז דו קושט דיין קינד מיינט נישט אז דו האסט אים ליב, דו האסט דיך אליינס ליב, האסט א דאלי פאר דיר צו שפילן; אויב וואלסטו אים ליב געהאט - וואלסטו אים מחנך געווען, וואלסט געזארגט ער זאל לערנען, ער זאל דאווענען, ער זאל מאכן ברכות, ער זאל האבן גוטע מידות, וואלסט גערעדט מיט זיינע מלמדים ווען זיי זענען נאך יונג; דאס איז א סימן פון ליבשאפט, אז מען איז מחנך די קינדער צו לערנען און צו דאווענען.


חס ושלום אויב מען איז נישט מחנך די קינדער יונגערהייט דארף מען זיי שפעטער פארטרייבן פון שטוב, אזוי ווי אברהם אבינו האט געדארפט טון מיט ישמעאל, און אזוי האט אויך פאסירט מיט יצחק אבינו, ער האט נישט געהיטן אויף עשו, "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו" (בראשית כה, כח), ער האט אים קיינמאל נישט געזאגט וואס צו פאררעכטן, וואס נישט צו טון, איז ער ביים סוף ארויס לתרבות רעה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא טז:) ער האט עובר געווען אויף נערה המאורסה און אויף רציחה, ער האט כופר געווען בתחיית המתים און געלייקנט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, און ער האט געוואלט הרג'ענען די ברודער יעקב, ביז יעקב אבינו האט געדארפט אנטלויפן פון שטוב; אלעס האט זיך אנגעהויבן אז די עלטערן האבן נישט געזארגט פאר אים.


געב אכטונג אויף דיינע קינדער, נעם נישט אוועק זייער תמימות, לאז זיי מיט זייער אמונת חכמים, לאז זיי מיט די תמימות וואס די מלמדים רעדן צו זיי, וויי פאר די קינדער וואס די עלטערן פארדרייען דעם קאפ מיט די סם פונעם נחש הקדמוני 'עס איז נישט ממש אזוי', 'עס איז נישט אזוי ווי דער מלמד זאגט', 'ווער זאגט ער איז א צדיק?' וויי אז מען צעמישט די קינדער, נאכדעם זענען די קינדער גארנישט מקבל, זיי קענען שוין גארנישט הערן.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער יעצט בין איך פארנומען אין שטוב מיט מיינע קינדער, מיין ווייב איז זיך געגאנגען אפרוען נאכן האבן די קינד, איך דארף זיין מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7765 - א ריינע הארץ, א פארגינערישע הארץ, א ברסלב'ע הארץ
חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אויף די פיינטשאפט צווישן ברסלב'ע חסידים, וואלטן מיר זיך ליב געהאט וואלטן מיר געקענט ברענגען די גאולה. וואס דארף מען זיך קריגן? וואס איז שלעכט אז עס איז דא כמה חבורות וכמה כיתות? דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אעשה מכם כיתות כיתות", איך וועל מאכן פון ענק גרופעס גרופעס; עס איז דאך אזוי שיין און זיס צו זען ווי יעדער האט זיך זיין נקודה ביים צדיק, פארוואס זאל מען זיך נישט ליב האבן? פארוואס זאל מען זיך נישט קענען ליידן?


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שם, סימן רצב): "די וועלט וועט זיך ווינדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך", און מוהרא"ש זאגט, יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דער דיבור נאכנישט; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור, מען זאל זיך ליב האבן, מען זאל זיך פארגינען איינער דעם צווייטן.


מען דארף אסאך שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל א גוטע הארץ, א ריינע הארץ, א פארגינערישע הארץ, א לב בשר, א ברסלב'ע הארץ"; ווי דער רבי זאגט (שם, סימן שלט), אז לעתיד לבוא וועלן אלע אידן זיין ברסלב'ע חסידים, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לו, כו): "ונתתי לכם לב בשר".


איך בין אביסל פארנומען אין די טעג, מיין ווייב איז זיך געגאנגען אפרוען, איך בין יעצט מיט די קינדער סיי דער טאטע סיי די מאמע, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7764 - דער רך הנמול זאל ראטן אין דעם גרויסן זיידן
סיפורי צדיקים, שמחות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פרייטאג האב איך זוכה געווען צו מאכן א ברית מילה, די ברית איז געווען ביי מיין טאטע שליט"א אין קארלסבורג בית המדרש. מיין טאטע שליט"א איז געווען סנדק, דער מוהל איז געווען הרב ר' אהרן ווייס שליט"א, מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געווען סנדק מעומד, ויקרא שמו בישראל 'עמרם' נאכן זיידן הצדיק רבי עמרם אויש זכר צדיק לברכה, מיין טאטע'ס עלטער זיידע. מיין טאטע'ס מאמע חיה רעכיל עליה השלום איז א טאכטער פון רבקה פיגא עליה השלום, איר טאטע איז געווען דער צדיק רבי עמרם אויש, ער האט געוואוינט אין שטאט סאטמער, ער איז געווען א גרויסער צדיק, א גרויסער עובד השם.


ער האט חתונה געהאט און ערשט געוואוינט אין מונקאטש, עס איז דא א בריוו וואו דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו שרייבט מען זאל זען אויסצוהאלטן דעם אינגערמאן ער זאל קענען לערנען און דאווענען און בלייבן וואוינען אין מונקאטש, אויך האט דער גבאי פון דעם הייליגן מנחת אלעזר אמאל געפרעגט דעם מנחת אלעזר אז מען טראגט אים אן א זון פון רבי עמרם אויש, ער וויל פרעגן אויב ער זאל טון די שידוך, האט אים דער הייליגער מנחת אלעזר געזאגט: "איך האב געמיינט דו ביסט קלוגער, אז מען טראגט דיר אן רבי עמרם'ס א זון קומסטו מיר פרעגן? שוין זאלסטו כאפן און מאכן די שידוך, איך זאג דיר שוין מזל טוב"; שפעטער איז ער אריבער קיין סאטמער, זיין רבי דער קרן לדוד האט אים גערופן צו זיין דארט א מלמד, ער פלעגט אויך גיין אסאך נאך געלט פאר אלמנות און יתומים.


זיין יארצייט איז געווען די וואך, כ"ח תשרי, און מיין זון איז געבוירן כ"ה תשרי, האב איך געגעבן דעם נאמען נאך אים, ויהי רצון אז דער רך הנמול זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, ער זאל ראטן נאך דעם גרויסן זיידן, ער ליגט אין פעסט, איך בין שוין געווען ביי זיין ציון.


עס איז דא אסאך מעשיות אויף דעם זיידן, איך וויל דיר דערציילן איין מעשה פון דעם זיידן רבי עמרם זכר צדיק לברכה. ער פלעגט גיין אין מקוה ביי חצות הלילה אפרעכטן חצות, נאכדעם איז ער געגאנגען נאכאמאל אין מקוה ביים עלות, נאכדעם פלעגט ער לייגן צוויי פאר תפילין אין שטוב און ליינען קריאת שמע, און נאכדעם איז ער נאכאמאל געגאנגען אין מקוה און געגאנגען דאווענען, ער פלעגט גיין אפאר מאל א טאג אין מקוה. אמאל פאסירט נאך סוכות, א איד קלאפט אריין צו אים און זאגט אים: "איך בין היינט געווען מיט דיר אין מקוה און עס איז מיר גע'גנב'עט געווערן זעכציג טויזנט לאי (ביי אונז איז דאס דאלער), און אזוי ווי נאר דו ביסט געווען מיט מיר אין מקוה וויל איך צוריק מיין געלט", ער זאגט פאר רבי עמרם: "איך בין דיך נישט חושד אז דו האסט די געלט גע'גנב'עט פאר דיר אליינס, איך ווייס אז דו גייסט נאך געלט טאג און נאכט פאר אלמנות און יתומים, מן הסתם האסטו דאס גענומען פאר זיי, איך דארף צוריק מיין געלט", דער רבי עמרם האט אים אין אנהייב פרובירט צו זאגן: "איך האב חס ושלום נישט גענומען אייער געלט", אבער דער איד האט אנגעהויבן מאכן קולות: "געבט מיר צוריק מיין געלט!" רבי עמרם האט שנעל געטראכט אז דא וועט זיין א גרויסע חילול השם, האט ער אים געזאגט: "איך בין מודה אז איך האב גענומען די געלט, איך האב דאס שוין פארטיילט פאר די אלמנות און יתומים, איך בעט אייך איבער און איך בעט אייך זייער, לאמיר מאכן א געשעפט, איך וועל דיר באצאלן צוביסליך, איך וועל דיר געבן יעדע וואך מיין געהאלט", און דער איד האט מסכים געווען, א גאנץ ווינטער האט מען געהונגערט ביי רבי עמרם אין שטוב, די גאנצע געהאלט איז געגאנגען פאר יענעם.


ביז ערב פסח, ווען דער איד האט פסח'דיג געמאכט, האט ער גערייניגט אלע טאשן פון אלע רעקלעך, האט ער באמערקט די גאנצע פעקל געלט, די גאנצע זעכציג טויזנט לאי, ער האט זיך דערמאנט אז יענעם אינדערפרי ווען ער איז אהיים געקומען פונעם יריד מיט די סכום געלט האט ער אויסגעטון דעם שיינעם רעקל און אנגעטון אן אנדערע רעקל און געלאפן אין מקוה, און זעט אויס אז ער האט פארגעסן אז די געלט ליגט אינעם אנדערן רעקל, און אזוי האט ער אומזיסט חושד געווען רבי עמרם אויש. ער האט זיך זייער דערשראקן, ער איז אריבער געלאפן צום הייליגן סאטמער רבי זכותו יגן עלינו, וואס טו איך דא? ער האט דערציילט די גאנצע מעשה. דער רבי האט אים געזאגט: "גיי צו רבי עמרם און פרעג אים אליין", ער איז אריבער צו רבי עמרם און אים געבעטן ער זאל אים מוחל זיין, רבי עמרם האט אים געזאגט: "איך בין דיר מוחל", דער איד האט געוואלט געבן א גרויסע סכום געלט פאר די שרעקליכע חשד, אבער רבי עמרם האט אים געזאגט: "די געלט וויל איך נישט נעמען, דאס האב איך געדארפט אריבערגיין, דאס איז געווען פאר מיר א נסיון"; איך דערצייל דיר די מעשה ווייל איך וויל דו זאלסט וויסן ווי ווייט מען דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן קיין קריגעריי, קיין חילול השם.


זיי ממשיך צו לערנען יעדן טאג חומש, משניות. לערן גמרא; הלוואי זאלסטו זיך צוריק כאפן מיטן דף שיעור, קומענדיגע יאר וועלן מיר מסיים זיין גאנץ ש"ס, עס איז א זאך וואס אלע קענען טון, מען דארף נאר עפענען די גמרא און זאגן די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7763 - אריינשטעקן דעם קאפ אין ישיבה
מקוה, בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר ויזרח


אפילו דו ביסט שוין נישט אין ישיבה, ביסט געגאנגען ארבעטן – דאך זאלסטו זיך קובע זיין צו לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום, איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך. אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג משניות; דאס וועט אויסרייניגן דיין מח פון אלע שמוץ, עס וועט דיך מאכן פאר אן ערליכער איד.


אויך בעט איך דיר זייער, גיי יעדן טאג אין מקוה, טוב דיך אין מקוה און בעט א שטילע קורצע תפילה: "הייליגער באשעפער מאך מיך ריין, איך וויל זיין ריין און הייליג".


הלוואי וועסטו זיך אריינשטעקן דיין קאפ ווען דו קענסט נאר ביי א שיעור, אדער שמועס – אין ישיבה, הערן רעדן פון רבינ'ס ווערטער. דער רבי האט געזאגט: "ווען מען הערט פון מיר ווערט מען פריש געבוירן כקטן שנולד", מען טוט תשובה, מען ווערט אן ערליכער איד.

#7762 - צעברעך דיינע קרעדיט קארטלעך
חובות, הדרכות, קרעדיט קארד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


היט זיך פון די קליפת אמעריקע, טומאת אמעריקע, וואס איז קרעדיט קארדס; עס זעט אויס א גוטע גלאנציגע זאך, מען פאלט אריין אין דעם און דאס פירט צום שאול תחתית, מען ווערט א בעל חוב, מען צאלט שווערע ציפעדיגע אינטערעסט און מען קען זיך נישט ארויסזען דערפון.


טייערער ברודער, טו אלעס אויף דער וועלט פטור צו ווערן פון די טומאה, צעברעך די קארטלעך, ווארף אוועק די טומאה און ניץ נאר דעביט קארדס; דאס מעג מען, דאס קען מען ניצן נאר אז מען האט דעקונג, מה שאין כן קרעדיט קארדס איז א גרויסע סכנה.


הלוואי וואלטן מיר אלע תלמידים געטראסט און נישט געדארפט צוקומען צו זען מיט די אויגן אז איך בין גערעכט נאכן ליגן אין טיפע חובות ה' ירחם.


גיי נאך געלט, טו יעדע ארבעט וואס קומט נאר אונטער, אבי ארויס צו גיין פון די בלאטע.

#7761 - מתקן זיין דעם נפש רוח ונשמה מכל סוג ופגם
שלום בית, שלום

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן וואס דו זאלסט טון עס זאל מתקן זיין דיין נפש רוח ונשמה מכל סוג ופגם.


נעם פאר דיר די עבודה פון מחזק זיין אנדערע; מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט, מיט אויסהערן, מיט געבן דעם גוטן געפיל ווי מען איז אינטערעסירט אין יענעם, בפרט אנשי שלומינו וואס דארפן גאר אסאך חיזוק, בבחינת: "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ" (סוכה נב.).


מוהרנ"ת איז דאך געווען אזא גרויסער מתמיד, ער האט אזויפיל געלערנט, דאך האט ער געהאט א הנהגה אז ווען איינער איז געקומען צו אים האט ער געמאכט א קנייטש דארט וואו ער האט געהאלטן, פארמאכט די ספר און יענעם אויסגעהערט און יענעם געגעבן חיזוק. מוהרנ"ת האט מקבל געווען פון רבי'ן אז דאס איז העכער פון אלצדינג, מחיה זיין און מחזק זיין נשמות ישראל.


אויך זאלסטו שטארקן דיין ווייב, איר פרייליך מאכן; זי איז זייער א טייער קינד, זאלסט איר געבן וואס זי דארף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7760 - אכטונג געבן ווי אזוי מ'רעדט, נישט דערשרעקן
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זאגן תהילים ביינאכט וכו'.


אייער מאן איז זייער איידל, ער איז אויסנאם איידל, ער קומט פון זייער אן איידעלע שטוב וואו מען רעדט זייער ווייך און שיין, יעדע ווארט וואס איז נישט אזוי ווייך ווערט ער אויסער זיך, עס מאכט אים דערשראקן און עס גייט אים צו זיין געזונט.


איך קום נישט דא מיט קיין טענות חס ושלום, איך קום נאר דא דערציילן פאקטן, אז מען דארף זייער זייער אכטונג געבן ווי מען זאגט און ווי מען רעדט צו אים, עס זאל אים נישט דערשרעקן.


א גוט שבת.



 

#7759 - געבליבן פרייליך
שמחה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, יום טוב, סוכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


בעט דעם מעלער ער זאל דיר מאלן א בילד ווי ר' מענדל פוטערפאס טאנצט, און נעבן דעם זעט מען א צעפאלענע סוכה און ווי די ביימער בייגן זיך פון א ווינט, איך וויל מאכן לכבוד סכות א מעשה'לע פאר די קינדער פון דאס גרויסקייט פון צדיקים, אז אפילו מען נעמט זיי אלעס אוועק, זיי האבן גארנישט, מען פייניגט זיי - בלייבן זיי פרייליך.


"אוי מיין סוכה איז אוועקגעפלויגן מיט די ווינט, יעצט וועל איך נישט האבן קיין סוכה, אוי וויי... מען האט מיר אלעס אוועק גענומען, נישט קיין שופר ראש השנה, נישט קיין ד' מינים סוכות, גארנישט גארנישט, און יעצט האב איך נישט קיין סוכה אויך נישט... אוי וויי..."


געווען איז דאס מיט יארן צוריק ווען די קאמעניסטן די רשעים האבן געפייניגט די ערליכע אידן, ווי זיי האבן געזען א איד וואס בייגט זיך נישט פאר זיי האבן זיי אים פארשיקט קיין סיביר, ווייט ווייט פון אידן, ווייט ווייט פון משפחה. אין סיביר איז א גאנץ יאר אייז קאלט, דארט האבן זיי געפייניגט די ערליכע אידן זיי זאלן זיך אונטערגעבן פאר די רוסישע צאר, און חס ושלום אפלאזן די תורה.


געווען איז דארט א איד א גרויסער צדיק וואס האט געהייסן ר' מענדל פוטערפאס זכרונו לברכה, אויך אים האט מען פארטריבן קיין סיביר פארן לערנען תורה מיט אידישע קינדער. ר' מענדל איז געווען דארט פאר צענדליגער יאר, און וויפיל מען האט אים געפייניגט האט מען אים נישט געקענט אוועקנעמען פון די תורה און פון באשעפער.


עס איז געקומען פאר די הייליגע טעג, און ר' מענדל טראכט צו זיך 'וואס וועט דא זיין? עס קומט ראש השנה און איך האב נישט קיין שופר, עס קומט סוכות און עס איז נישטא קיין אתרוג, קיין לולב מיט הדסים און ערבות, אבער א סוכה קען איך האבן; איך וויל זיך צאמקלאפן אפאר ברעטער און לייגן צווייגן מיט בלעטער פאר סכך, אזוי וועל איך קענען מקיים זיין די הייליגע מצוה פון עסן יום טוב סוכות אין די הייליגע סוכה'.


אומר ועושה, ר' מענדל איז זייער פרייליך, ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל אים העלפן טרעפן שטיקלעך העלצער און ער קלאפט זיך צוזאמען א סוכה, ער ווארט שוין 'ווען וועט שוין זיין סוכות און איך וועל קענען דא אין גלות סיביר מקיים זיין די הייליגע מצוה'.


"אוי מיין סוכה איז אוועקגעפלויגן מיט די ווינט, יעצט וועל איך נישט האבן קיין סוכה, אוי וויי... מען האט מיר אלעס אוועק גענומען, נישט קיין שופר ראש השנה, נישט קיין ד' מינים סוכות, גארנישט גארנישט, און יעצט האב איך נישט קיין סוכה אויך נישט... אוי וויי..."


דער צדיק ר' מענדל וויל שוין אנהייבן וויינען פון צער, אבער ער געבט זיך א כאפ און זאגט 'היינט איז יום טוב סוכות, יום טוב דארף מען זיין פרייליך, יום טוב טאר מען נישט וויינען און זיין בצער; אז מען האט מיר אלעס אוועק גענומען, נישט קיין שופר, נישט קיין סוכה, נישט קיין ד' מינים - זאל איך יעצט אוועק געבן די מצוה פון שמחה? ניין! איך גיי נישט וויינען, איך גיי זיין פרייליך! איך וועל האבן די מצוה פון זיין פרייליך מיטן אייבערשטן'; ער האט אנגעהויבן טאנצן 'ושמחת בחגך והיית אך שמח'.


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך ארויס פון די מעשה אז מיר זאלן געדענקען צו זיין פרייליך אז מען איז א איד, און אפילו מען האט נישט וואס מען וויל, מען האט נישט וואס מען דארף זאל מען ווייטער בלייבן פרייליך מיטן אייבערשטן.


לאמיר זינגען און טאנצן: "טאטע איך לויב דיך, טאטע איך דאנק דיך, ווייל איך בין א איד".


א גוט שבת.



 

#7758 - אין איין מינוט קען מען טראסקען זייער טיף
קדושה, בחור, משניות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווארף אוועק דיין טעלעפאן וואס מען קען אריינלייגן א נישט כשר'ע סים; האסט דאך אליין געזען וואס האט פאסירט וכו', ווי אין איין מינוט האסטו געטראסקעט אין די טיפסטע פלעצער רחמנא לצלן, איז וואס קלערסטע אפילו פון האלטן א טעלעפאן וואס מען קען אריינלייגן א נישט כשר'ע סים און דו וועסט חס וחלילה נאכאמאל קוקן עבירות רחמנא לצלן און זיך דארפן מוטשען השם ישמרינו...


ביסט געווען ביים רבי'ן אויף ראש השנה, האסט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתוודה געווען, וועט דיך דער רבי זיכער מתקן זיין, אבער מהיום והלאה זאלסטו מער נישט האבן קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם ניאוף רחמנא לצלן.


מאך זיך א שיעור אין גורס זיין משניות; יעדן טאג זאלסטו זאגן פרקים משניות, דאס וועט דיך ארויס נעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. ווען רבי נתן האט געהערט דעם שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי אים געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד".


א גוט שבת.



 

#7757 - ווי אזוי ווערט מען פרייליך?
תפילות אויף אידיש, שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר האט געבעטן אן עצה צו זיין פרייליך, צו זיין א פרייליכע ווייב, א פרייליכע מאמע, איר ווילט אזוי שטארק זיין פרייליך, און אלץ ווערט איר אראפגעשלעפט אין עצבות און מרה שחורה, און דאס קלאפט אויס אויף די קינדער און נאכדעם אויף אייער מאן און אויף אייך אליינס; איר דארפט אן עצה.


די עצה איז: דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך. דער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון זוכן דאס גוטס, און טראכטן נאר פון דעם, און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם. דער רבי איז מגלה א סוד ווי אזוי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר הרחבת לי"; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט, "יִרְאֶה", וועט מען זען, "שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען מען האט שווערע צייטן, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", איז אויך דארט באהאלטן דער אייבערשטער און מאכט מיטן מענטש גרויסע חסדים, און אז מען קוקט גוט, זעט מען אז עס איז מיט גרויסע חסדים, און אז מען דאנקט אויף די חסדים ווערט מען פרייליך.


דא האט איר א קליינע תפילה אויף שמחה, בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, העלף מיך האבן א שטארקע אמונה איך זאל דיך שפירן שטענדיג, איך זאל האבן אזא שטארקע אמונה ביז איך וועל ווערן זייער פרייליך, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7756 - אינגעלייט מיט בארד און פיאות שפילן די מוזיק
היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט אלע טעג פון חול המועד וואס דו האסט געשפילט און מסדר געווען די הערליכע מוזיק, איך בין זייער צופרידן פון די מוזיקאנטן, עס איז ממש פאר מיר א חלום אז אינגעלייט מיט בארד און פיאות שפילן די מוזיק. איך האב באטראכט די מוזיק, האב איך געזען דאס מלמדים און כולל אינגעלייט שפילן; עס איז אזוי גוט אז די קינדער וואס שטייען שעות אויף שעות און קוקן אויף די מוזיקאנטן זאלן זען א גוטע בילד, נישט ווי מגולחים אן בארד, אן פיאות מיט בלוריות וכו' - שפילן.


גיי שלאפן פרי, מאך גארנישט ביינאכט, אלעס וואס דארף ווערן ערלעדיגט זאלסטו טון אינדערפרי. רעד נישט מיט קיינעם נאך מעריב, אויסער מיט דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7755 - זיכער געבן א כתה אינעם נייעם תלמוד תורה
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר געפרעגט אויב דו מעגסט זיך אונטערנעמען צו געבן א כיתה אינעם נייעם שטאק וואס מען בויט פאר די תלמוד תורה.


וואס איז די פראגע בכלל? ווען עס קומט צו אויסגעבן געלט אין שטוב פאר א הויז - דארט זאלסטו פרעגן אויב עס פעלט אויס צו מאכן אזא סארט לעקטער, אזא סארט פעינט און אזא סארט זון שטוב וכו' וכו', און אויב דו ווילסט קויפן א שטריימל פאר צען טויזנט דאלער; דאס זאלסטו פרעגן אויב דו זאלסט טון, און דאס ענטפער איך דיר שוין, טו עס נישט, מאך זיך נישט נאריש.


למעשה זעט מען אז ביי די זאכן האט מען נישט קיין ספיקות, מען איז זיכער אז מען דארף עס האבן, מען מיינט אז מען גייט דא בלייבן, מיט די דירה, און מיט די שטאקעדיגע שטריימל, מען ווייסט נישט אז אט פירט מען שוין צו די קבורה, נאר ווען עס קומט צו בויען א תלמוד תורה, ישיבה, כוללים, מקוואות - ווערט מען פול מיט ספיקות אויב מען זאל אויסגעבן געלט.


אודאי זאלסטו קויפן א זכות פון א כיתה, עס איז דאך פאר דיינע קינדער! דו ווייסט פארוועם איך בין אריין אין די חובות, נאר פאר דיר און פאר די אנדערע חברים וואס דארפן א פלאץ פאר די קינדער צו לערנען, ווייל איך האב געזען דיין זון פאריאר זיצן אין א צעקוועטשטע בוידעם, דער מלמד מיט צוואנציג קינדער זיצן אין א ד' על ד', איז וואס פאסירט? די קינדער ווערן צעקוועטשט, הייבן זיי אן צו ווילדעווען, ווערט דער מלמד איבערגעשטרענגט, און ער שרייט, קומט אויס אז א גאנץ יאר שרייען די קינדער מיטן מלמד איינער אויפן צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7754 - אהיימברענגען א גוטע זאך פאר די ווייב
שלום בית, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר געפרעגט וואס דו קענסט זיך מקבל זיין, א גוטע זאך לכבוד דיין געבורטס טאג.


זיי זיך מקבל אז ווען דו וועסט זיין ביי א שמחה, א פארטי וכדומה - זאלסטו אהיים ברענגען א גוטע זאך פאר דיין ווייב. דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך, די גוטע קבלה געפינען מיר אין די גמרא ביים הייליגן רבי חייא (יבמות סג.): "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ", פלעגט ער דאס שיין איינפאקן, "וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", און עס אהיים געברענגט פאר איר. די גמרא זאגט, ער האט געזאגט אז ער טוט דאס ווייל "שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", זי ציט אויף מיינע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות; דאס זאלסטו זיך פארנעמען לכבוד דיין געבורטס טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7753 - שעצן דעם מאן, נישט קיין חילוק וואס ער איז
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית יואל


נאכדעם וואס ענק זענען געווען ביי מיר און איך האב געזען אז די מצב אין שטוב איז נישט גוט, ענקער שלום בית איז זייער זייער נישט גוט. איך האב שפעטער גערעדט מיט אייער מאן, ער האט געוויינט צו מיר אז ער וויל אזוי שטארק האלטן די שטוב מיט די זיסע ליכטיגע קינדער, זיי זאלן נישט ווערן פארוואגלט; וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט פרובירן צו טוישן איין זאך פון אייך, די וועג ווי אזוי איר רעדט צו אים, און אפילו ער טוט געפערליכע זאכן - זאלט איר רעדן בדרך כבוד, אזוי וועט מען קענען ראטעווען די שטוב.


איך האב ביי מיר אפאר בריוו פון אונזער זיידע ר' חיים מענדל כהן עליו השלום, ווי ער שרייבט פאר איינע פון די טעכטער (קען זיין גאר פאר ...): "עס איז דא א פאלשע טעות ביי פרויען, אז דאס ענין פון האלטן בכבוד דעם מאן - איז שייך נאר ווען ער איז א באוואוסטער תלמיד חכם און אן אנגעזעענער פערזאן אין גאס, וואס מענטשן געבן אים כבוד, אבער אז איר גורל איז צו האבן א מאן אן איש פשוט וכו', פאר אזא מאן האלט נישט די פרוי וויכטיג אים צו געבן א געהעריגן כבוד, אדער ווי דער רמב"ם הייסט, ער זאל זיין חשוב ביי איר ווי א שר אדער א מלך אין שטוב.


אזא השקפה איז פאלש, די פרוי דארף פארשטיין אז דעם כבוד וואס די תורה פארלאנגט פון איר זי זאל געבן איר מאן - ווערט נישט געמאסטן לויט די חשיבות פון איר מאן, קען ער זיין סיי וואס א נידריגע מדריגה ער איז, ליגט אויף די פרוי דער פליכט אים מכבד זיין און אים שעצן - נישט וועגן קיין שום זאך - נאר ווייל ער איז איר מאן, און די פרוי פון אזא מאן וועט זוכה זיין צו די זעלבע שכר וואס א פרוי וואס האט א צדיק מפורסם פאר א מאן, ווייל די פרוי דארף וויסן און זיין קלאר אז דאס חשיבות פון די פרוי מעסט זיך נאר לויט ווי זי האלט בכבוד איר מאן; מעג די פרוי זיך האלטן פאר א צדיקת, פאר א קלוגע, א געבילדעטע, א מיוחסת; אויב זי איז נישט נוהג כבוד פאר איר מאן, סיי וואס א נידריגע מדריגה ער איז קעגן איר - איז די פרוי אפגעזען ביי יעדן, און אלע אירע צדקות און פעיגקייטן גייט אין רויעך וכו'".


איך שיק אייך א קאפי פונעם בריוו פון אונזערע זיידע ר' חיים מענדל, איך האף צום אייבערשטן עס וועט זיין פאר אייך א חיזוק.


איך וועל רעדן מיט אייער מאן, איך וועל אים מחזק זיין ער זאל גארנישט טוישן פון די מסורה, ער זאל נישט אוועק גיין קיין ריר פון וואס מען האט זיך געפירט ביי אונזערע עלטערן, ער זאל נאר נעמען פון ברסלב די חיזוק און שכל, איך וועל אים זאגן ער זאל זינגען שלום עליכם שטייעדיג נישט זיצעדיג, און זיצן ביי די סעודה מיט א שטריימל, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7752 - כוונת הנענועים
הפצה, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זע ווי עס פלאקערט אין דיר הפצה, וויל איך דיר בעטן דו זאלסט מאכן פון דעם בריוו קליינע קארטלעך (נישט גאר קליין), און דאס אויסטיילן אין אלע שולן. אויבן זאל שטיין אין גרויס: "כוונת הנענועים", און אונטער דעם - די כוונת וואס מען זאל אינזין האבן ביים שאקלען, ביי די נענועים.


ווען מען שאקלט צו רעכטס (דרום) - האט מען אינזין: 'רבונו של עולם, איך וויל שטענדיג געדענקען ווען עס גייט מיר גוט, אלעס גייט רעכטס - אז אלעס איז פון דיר'.


ווען מען שאקלט צו לינקס (צפון) - בעט מען: 'רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז אפילו ווען זאכן גיין לינקס - איז עס אויך דו'.


ווען מען שאקלט צו פארנט (מזרח) - בעט מען: 'רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען ווען אלעס גייט ווי געפלאנט אז עס איז נישט מיין געלונגענקייט, נאר אלעס איז פון דיר באשעפער'.


ווען מען שאקלט ארויף צום הימל (מעלה) – בעט מען: 'אייבערשטער העלף מיר, הייב מיך אויף צו דיר, נעם מיך ארויס פון מיינע נארישקייטן'.


ווען שאקלט אראפ (מטה) - זאל מען זיך גוט אויסוויינען: 'רבונו של עולם, איך בין אזוי אראפגעפאלן, קום מיט מיר מיט, לאז מיך נישט בלייבן געפאלן, הייב מיך אויף, איך וויל זיין אן ערליכער איד.


ווען מען שאקלט אויף פארקערט (מערב) - בעט מען: 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט מיר פארקערט וויל איך געדענקען פון דיר, אז אלעס איז פון דיר, איך זאל בלייבן מיט א שטארקע אמונה'.


מאך הארטע קארטלעך, שיינע קרעפיקס, געפינטלט, און פון אונטן זאל שטיין די האטליין נומער, און געב עס פאר אלע מפיצים פון אלע שטעט, זיי זאלן דאס אויסלייגן אין די שולן.


דרוק עס ביי אונזער קרן הדפסה היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7751 - מסירת נפש פאר'ן ווילן פונעם אייבערשטן
אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך זייער מיט דיין הייליגע ארבעט, טויזנטער און טויזנטער זענען זיך מחי' מיט די בריוו פון איש אמונות און פון עצתו אמונה.


איך וויל מאכן א מעשה פאר די קינדער וואס מוהרא"ש האט דערציילט ביי די סעודת ברית פון מיין זון הערשל נרו יאיר. די ברית איז געווען אין בארא פארק ביי מוהרא"ש אין שול, דער מוהל איז געווען מיין פעטער, מיין שווער'ס ברודער, הרב דוד מייזליש שליט"א דער ווייטצענער רב. די ברית איז געווען מאנטאג פרשת דברים, ראש חודש מנחם אב, שנת תשע"ד. די מעשה האב איך געהערט עלף יאר צוריק, און ווען איך דערמאן זיך די מעשה - קומט מיר צו וויינען פון התרגשות, פון דאס הייליקייט פון אידישע קינדער.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א פרוי זיצט אויף דער ערד מיט א קינד אויפן שויס מיט א מעסער אין האנט, און ווי א נאצי שטייט מיט רציחה מיט אן אויסגעשטרעקטן ביקס. אויך זאל מען זען אין דער זייט מענטשן מיט די געשטרייפטע קליידער, און אויך זאל מען זען די שטעכעדיגע דראטן, אזוי ווי עס איז געווען אין לאגער.


דאס איז די מעשה:


די פרוי האלט א זעקל מיט ביידע הענט, קיינער ווייסט נישט וואס עס ליגט אין די זעקל, עפעס א סוד האלט זי דארט, זי גייט שטילערהייט צום בלאזובער רב זכר צדיק לברכה און זי פרעגט אים עפעס שטילערהייט, דער נאצי ימח שמו שטרעקט אויס זיין רעוואלווער און פרעגט דעם רב: "זאגט מיר שוין יעצט וואס פאר א סודות ענק רעדן דא, אז נישט וועל איך ענק שיסן".


דער רב ענטפערט פאר דעם רשע אז די פרוי האט אים געבעטן א מעסער, "א מעסער? וואס דארף זי א מעסער?!" דער נאצי נעמט ארויס זיין מעסער און געבט עס פאר די פרוי, דער נאצי ווייסט נישט וואס די פרוי וויל טון מיט די מעסער, זיכער וויל זי זיך אליינס שעדיגן, אבער קינדער, ווער ווייסט? ווער ווייסט וואס ליגט אין די זעקל און ווער ווייסט פארוואס די פרוי וויל א מעסער?


טייערע קינדער, אין די צייטן פון די צווייטע וועלט מלחמה ווען די דייטשע רוצחים האבן אויסגע'הרג'עט אלע אונזערע זיידעס און באבעס, האט פאסירט די מעשה. א פרוי האט געבוירן א קינד אין לאגער, א זיסע ליכטיגע אינגעלע בעבי, די פרוי האט באהאלטן די קינד אין א זעקל אז די נאציס זאלן אים נישט זען, און ווען די פרוי האט פארשטאנען אז מען גייט איר שוין כמעט הרג'ענען מיט איר זיסע ליכטיגע אינגל בעבי, האט זי זייער שטארק געוואלט מאכן א ברית פארן קינד, און דאס איז די סיבה פארוואס זי האט געבעטן א מעסער פונעם רב, זי האט געוואלט איר קינד זאל זיין גע'מל'עט איידער ער גייט אוועק פון די וועלט.


ווען דער נאצי ימח שמו האט געגעבן די מעסער פאר די פרוי האט די פרוי זיך אראפגעזעצט, געעפנט די זעקל און געגעבן א שריי: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותו וצנו להכניסו בבריתו של אברהם אבינו", און געמאכט די ברית, און ווען דער נאצי האט דאס געזען האט ער געשוימט פאר כעס, ער האט שיעור נישט פארלוירן זיין אטעם; דאס האט ער נישט געקענט טראכטן, אז דער איד איז אזא עקשן, דער איד איז אזוי שטארק, ער לאזט נישט אפ די אמונה, ער דינט דעם באשעפער מיט מסירות נפש.


ער האט געכאפט זיין רעוואלווער און זיי ביידע געשאסן צום טויט, די מאמע מיט איר נייע געבוירענע קינד, און זייער נשמה איז ארויף אין הימל צום העכסטן פלאץ, ביזן כסא הכבוד, מיט אלע זעקס מיליאן אידישע קינדער.


טייערע קינדער ווי איז דא נאך אזא הייליגע זאך ווי א איד וואס וויל גארנישט, דער איד איז זיך מוסר נפש צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן. לאמיר אלע בעטן דעם אייבערשטן: "חַנּוּן הַבִּיטָה מִמְּרוֹמִים", הייליגער באשעפער קוק אראפ פון הימל און זע - "תִּשְׁפֹּכֶת דַּם הַצַּדִּיקִים" דאס פארגאסענע בלוט פון אידישע קינדער, "וְתַמְצִית דָּמִים", און ווי מען קוועטשט אונז אויס אונזער בלוט, "תִּרְאֶה בְּפַרְגּוּדָךְ וְהַעֲבֵר כְּתָמִים, אֵל מֶלֶךְ יוֹשֵׁב עַל כִּסֵּא רַחֲמִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7750 - נייע אלבום "וואס איז א רבי?"
הפצה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ענדיגסט ארויסגעבן די אלבוים מיטן נאמען "וואס איז א רבי?"


דא האסטו די ווערטער פון די ניגון פון די מעשה וואס דער הייליגער קאמארנער זכותו יגן עלינו ברענגט (חומש היכל הברכה שמות מ, יח; ועוד), אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געהאקט זיין קאפ אין וואלד אין א בוים און געוויינט און געשריגן: "פאר משיח וועט קומען וועלן זיין רבי'ס אזוי ווי די בלעטלעך פון בוים וואס וועלן פארפירן אידישע קינדער".


אויך דער הייליגער מנחת אליעזר ברענגט (דברי תורה מהדורה תניינא, אות טו): "עס וועלן זיין רבי'ס אזוי ווי יאק מאק, וואס וועלן צוריק האלטן די גאולה"; 'יאק מאק' מיינט שומשום, אזוי סאך רעבי'ס ווי ברעקלעך סעסעמי.


וואס איז א רבי, וואס מיינט א רבי, פארוואס דארף מען גיין צו א רבי?


וואס איז א צדיק, וואס מיינט א צדיק, פארוואס דארף מען גיין צו א צדיק?


א צדיק געבט מיר לעבן, צום הייליגן באשעפער זיך צוקלעבן.


דער צדיק געבט א שטוב, וואו מ'האט זיך זייער זייער ליב.


א צדיק ווייזט א וועג, צו לערנען תורה אלע טעג,


לערן חומש יעדן טאג פון וואך, כאפ אריין משניות נאך און נאך.


ווען מ'מאכט ביזנעס, ווייסט מען זייער גוט, מען מוז פארדינען יעדע מינוט.


מ'מאכט א חשבון, מען מוז זען קלאר, וואס האב איך פארדינט, פארגאנגענעם יאר.


דער הייליגער בעל שם, איז אריין אמאל אין וואלד, און נישט ארויסגעקומען באלד.


די געטרייע חסידים, געטרייע תלמידים, גייען קוקן ווי דער רבי האלט.


זעען זיי א שרעקעדיגע זאך, דער רבי שרייט און וויינט און ער קאכט.


ער האקט אריין זיין קאפ אין א בוים, זיי שטייען דארט פארגאפט און ערשטוינט.


האבן זיי דעם רבי'ן געפרעגט, וואס האבן מיר דא מיטגעלעבט,


וואס איז די וויינען און שרייען, און האקן קאפ, וואס טוט דאס מיינען?


ענטפערט צוריק, דער הייליגער צדיק, איך קוק אויף פאראויס איך האב א ווייטן בליק.


עס וועלן זיך פארמערן, רבי'ס ווי די שטערן, אפילו "יאק מאק", וועט אויך א רבי ווערן.


ס'טוט מיר וויי, וויין איך און איך שריי, איך שוין יענעם דור, א רחמנות אויף זיי,


ווי קען מען זיין חסיד'יש, און גיין צום רבינ'ס טיש, אז מען לערנט נישט גמרא און קיין חומש,


ווי זאל איך נישט וויינען, ווי זאל איך נישט קלאגן


איך קען נישט די צער דורכטראגן.


אז ס'קען זיין א רבי, וואס געבט נישט די חסידים,


אביסל חומש רש"י מיט אפאר פסוקים.


ס'גייט אוועק די טעג, ס'גייט אוועק די יאר,


דער חסיד רירט זיך נישט, אפילו איין האר.


מ'רעדט זיך נעבעך איין, אונז זענען די עכטע,


אבער נישט געענדיגט, אפילו איין מסכתא.


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון מאכן סידיס צו היילן די בת מלך, דער רבי פירט אויס די מעשה פון די זיבן בעטלערס: "און איך הייל זי", מיט די כח הנגינה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7749 - רעדן מיט דרך ארץ, וועט אלעס זיין גוט
כיבוד אב ואם, שייטל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


...


מזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט און ענק זאלן מגדל זיין דאס קינד לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


אויף אייער פראגע וכו'; זאגט אייער מאן אז עס וועט אייך זיין זייער שווער צו קומען צו די ברית מיט א שייטל ווען אייערע עלטערן ווייסן נישט אז איר האט אויסגעטון די טיכל און אנגעטון א שייטל, זאגט אייער מאן אז עס לוינט נישט צו צעשטערן די שמחה, ענדערש זאלן ענק אריבערגיין איין טאג צו אייערע עלטערן און זאגן אז ענק ווילן נישט מצער זיין, ענק האבן דאס געטון מיט דעת תורה, ענק זענען ערליך, ענק ווילן נישט וויי טון קיינעם.


איך בין זיכער אז ענק וועלן רעדן מיט דרך ארץ וועט אלעס זיין גוט, עס וועט נישט ווערן קיין מחלוקת.

#7748 - עס איז גוט צו זיין באשעפטיגט
חיזוק פאר פרויען, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז גוט צו זיין באשעפטיגט, אזוי וועט איר זיך נישט מוטשען מיט די נישט גוטע מחשבות; אז מען האט ליידיגע צייט, מען איז נישט פארנומען - דעמאלט קומען זיי שטערקער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הבטלה מביאה לידי שעמום", גיין ליידיג ברענגט צו דעפרעסיע.


עפנט א פלעי גרופ אדער א בעבי סיטינג, אזוי וועט איר זיין פארנומען דורכן טאג. און אויך זאלט איר זיך מתבודד זיין יעדן אינדערפרי, בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך, שמועסט אויס אייער הארץ, דערציילט אים אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין אייך, און בעטס אים פאר ישוב הדעת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7747 - מזמור לתודה איז א סגולה פאר געבוירן
קינדער, סגולות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אז דיין ווייב האט די יאר צוויי מאל פארלוירן וכו', דו ווילסט וויסן ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו אויסטראגן וכו'.


נעם די עצה פון רבי'ן פון מזמור לתודה, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), מזמור לתודה איז א סגולה פאר געבוירן; דאס הייסט אז מען זינגט און מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען זינגט א גאנצן טאג: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט, כי טוב ה', דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו אונז" - דאס העלפט מען זאל זוכה זיין צו אויסטראגן און געבוירן בנקל ובנחת.


יעצט פארן מיר צום רבי'ן אויף אומאן, זיין דארט ראש השנה; וועסטו זיכער פועל'ן אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7746 - פאלג אלעס די ישיבה
בחור, ישיבה, הדרכות, ציצית

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נעמסט התחזקות פון הייליגן רבי'ן.


בנוגע קומען לערנען אין ברסלב וכו'; עקשן דיך נישט, פאלג דיינע עלטערן, גיי אין די ישיבה וואו זיי ווילן דו זאלסט גיין.


בנוגע וכו'; פאלג אלעס די ישיבה, סיי מיט נעמען מעדעצין און סיי מיט רעדן מיט די איינגעשטעלטע. אויך זאלסטו זיך קובע זיין א צייט יעדן טאג צו רעדן מיטן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים.


בנוגע גיין תכלת וכו'; נישט דאס איז ברסלב, מאך נישט פון טפל עיקר. אז דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט גיין מיט דעם - זאלסטו נישט גיין מיט דעם, דער עיקר פון ברסלב'ע חסידות איז צוויי זאכן, איינס דאס רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטע פריינד, און די צווייטע זאך איז זיין פרייליך; זיך פרייען מיט דעם אז מען איז א איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7745 - הייליגער באשעפער, איך וויל שלום אין שטוב
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שבת קודש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו נאר זיין בשמחה און נישט מאכן קיין עסק אויב די שטוב איז נישט מסודר אדער די עסן איז נישט לויט דיין טעם; פארגעס נישט אז ערב שבת ווילן די קליפות נאר איין זאך, עס זאל ווערן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב; זאלסט דאס זיי נישט נאכגעבן.


איך האב דיר שוין אסאך געשריבן, דאך שרייב איך דיר נאכאמאל, איך וויל דו זאלסט וויסן אז מען מוז האבן שלום בית, נאר מיט שלום בית האט מען ריינע מוחין, נאר מיט שלום בית קען מען זיין הייליג, און דער סמ"ך מ"ם טוט אלעס אבי עס זאל ווערן א ריס צווישן מאן און ווייב, בפרט ווען עס קומט די הייליגע טעג.


גיי אביסל התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל שלום אין שטוב, איך וויל רעדן שיין אין שטוב, איך וויל זען דאס גוטס אין שטוב, ראטעווע מיך פון די קליפות וואס מאכן מיך נערוונדיג און גערעגט, העלף אונז מיר זאלן זיך ליב האבן, מיר זאלן לעבן בשלום".


גיי התבודדות, גיי שריי אויס דיין הארץ, דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה, רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א פריינד, וואויל איז דער וואס לעבט מיט דעם און פאלגט דעם רבי'ן; גייט התבודדות, שמועסן מיטן אייבערשטן.


א פרייליכן שבת.



 

#7744 - א זיסע יאר, א גוטע יאר, מיט ישועות און רפואות
יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו, ט' תשרי, ערב יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז נישט קיין צייט צו שרייבן בריוו, איך וויל נאר צוויי זאכן; איינס, איך וויל דיך בענטשן זאלסט האבן א זיסע יאר, א גוטע יאר, מיט ישועות און רפואות. און אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט מיך מזכיר זיין אין דיינע תפילות ביים דאווענען.


א גוט געבענטשט יאר.

#7743 - מנהגים פון ערב יום כיפור
מנהגים, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א גרויסע טאג, 'שלש עשרה מידות', מען קומט שוין נענטער צום הייליגן טאג יום הכיפורים, איך וויל דיר שרייבן עטליכע מנהגים פאר דעם גרויסן טאג:


מארגן ערב יום הקדוש פארטאגס מאכט מען די מנהג פון כפרות, עס איז מיר א גרויסע שמחה אז די יאר וועלן מיר נאכאמאל קענען מקיים זיין אין שטעטל די הייליגע מנהג פון כפרות מיט שוחטים פון אנשי שלומינו.


דער מנהג איז אז ערב יום הקדוש גייען אלע אין מקוה, אויך די משפחות.


ביי חצות טוט מען זיך אן בגדי שבת, מען עסט א סעודה מיט די משפחה, ביי די סעודה דערציילט מען פאר די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער וואשט אונז אפ פון אלע עבירות, ער איז אונז מוחל אלע עבירות, און מען רעדט צו די קינדער פון אכטונג געבן נישט צו טשעפען אנדערע, ווייל אויף דעם העלפט נישט יום הקדוש, ביז מען בעט זיך איבער.


דער מנהג איז אז מען צינדט א 'לעבעדיגע לעכט' אין שטוב וואס ברענט א גאנצן טאג.


יום כיפור גייט מען אנגעטון ווייס; א ווייסע קיטל, א ווייסע קאפל, און אויך די פרויען גייען ווייס; א ווייסע טיכל און א ווייסע שירצל.


אז מען ווייסט אז מען האט איינעם מצער געווען - דארף מען יענעם איבערבעטן, ווייל יום הקדוש איז מכפר אויף אלצדינג, אויסער אויף בין אדם לחבירו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#7742 - סוכות איז מוהרא"ש'ס זאך
תפילות אויף אידיש, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב', י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


סוכות איז מוהרא"ש'ס זאך, מוהרא"ש'ס יום טוב. מוהרא"ש זאגט, דער רבי האט געזאגט זיין זאך איז ראש השנה, מוהרנ"ת האט געזאגט זיין זאך איז יום הקדוש, דער אייבערשטער איז מוחל יעדן איינעם און מוהרא"ש זאגט: "מיין זאך איז סוכות", ווען מען זעט אז עסן, טרינקען, שלאפן - איז רוחניות אלקות, מען מאכט פון גשמיות – רוחניות, עס ווערט א שילוב פון די צוויי שמות הקדושים הוי"ה אדנ"י, וואס ביידע אינאיינעם איז סוכ"ה, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר, תיקון יג; ועוד) סוכה איז איין און ניינציג אזוי ווי די צוויי הייליגע שמות יאהדונה"י; מען זיצט ארום גענומען מיט די הייליגע אושפיזין, די הייליגע געסט.


מארגן וועלן מיר זוכה זיין צו קענען מקיים זיין די הייליגע מצוה פון שאקלען די ד' מינים, ביים שאקלען זאלסטו זיך מתבודד זיין, ביי אלע זייטן זאלסטו בעטן נאר די איין זאך, זאלסט בעטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין מיט דיר, סיי רעכטס סיי לינקס, סיי פאראויס, סיי ווען איך בין בבחינת עייל, בחינת רצוא, בחינת אם אסק שמים - זאל איך זיין מיט דיר און וויסן אז איך קען גיין העכער און העכער", און ווען דו שאקלסט אונטן זאלסטו וויינען און שרייען: "הייליגער באשעפער געב מיר נאך א געלעגנהייט, איך וויל נישט בלייבן ליגן אין די בלאטע, איך וויל זיין מיט דיר", און ווען דו שאקלסט צו מערב זאלסטו אויך בעטן: "הייליגער באשעפער איך וויל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר אפילו אלעס גייט מיר פארקערט".


דאנערשטאג נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבי'ן, מיר וועלן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן 'אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, אז מיר האבן א רבי וואס האט רחמנות אויף אונז און געבט אונז עצות ווי מיר זאלן קענען זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן'.


א פרייליכן יום טוב.