בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7400 - העלף דיין ווייב, זי זאל קענען העלפן בית פיגא
שלום בית, משמש דעם רבי'ן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט מחזק זיין דיין ווייב זי זאל ממשיך זיין העלפן בית פיגא, די מנהלת דארף איר האבן, זי זאגט אז זי טוט די ארבעט זייער געטריי און זייער צום זאך.


אפשר קענסטו זיך מאכן אין דיין סדר היום איר אהיים נעמען פון בית פיגא, גלייך ווען זי ענדיגט איר ארבעט; ווייל דאס אהיים פארן איז אביסל שווער, און עס נעמט צייט, און אז דו וועסט איר אהיים נעמען פון די ארבעט וועט זי אנקומען פריער אין שטוב, זי וועט האבן צייט פאר זיך און פאר די שטוב, איידער די קינדער קומען אהיים.


איך פארשטיי אז עס איז שווער צו זיין א מאמע ווען מען איז נישט אין שטוב, די שטוב ארבעט ווערט נישט געטון צייטליך, אבער פארגעס נישט, דאס איז נישט סתם אן ארבעט, דאס איז באדינען דעם הייליגן רבי'ן, און אלע וואס העלפן אונזער "בית פיגא סקול" – זעען הצלחה, און די שכר איז לנצח נצחים.

#7399 - די זכות פון הכנסת אורחים וועט ברענגען ישועות
קינדער, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער הארציגער...


בזכות וואס דו און דיין ווייב טוען די מצוה פון הכנסת אורחים, ענק נעמען אריין... וועלן ענק זוכה זיין צו זען ישועות, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות. אזוי ווי דער רבי זאגט: "הכנסת אורחים מזכה את האשה לבנים", די מצוה פון הכנסת אורחים העלפט מען זאל זוכה זיין צו קינדער.

#7398 - א שאד עס זאל ווערן קאליע די ליבשאפט פאר נארישע געלט
שלום בית, געלט, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


געב דיין ווייב געלט צו קויפן קליידער און פאר די קינדער קליידער, מאך נישט אנגעצויגן אין שטוב, פארלאנגט נישט א דין וחשבון אויף די געלט.


איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "געלט איז רינדעכיג, עס גייט און עס קומט", אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן, פארוואס רופט מען עס "זוז"? ווייל עס גייט פון איינעם צום צווייטן, און אויב מען כאפט אן די געלט שטארק, מען לאזט עס נישט אוועק, שטעלט זיך אפ די שפע, עס קומט נישט קיין פרישע.


איך זע אז ביי די זאך ווערט א ריס אין ענקער שטוב אין די ליבשאפט, א שאד א שאד עס זאל ווערן קאליע די ליבשאפט פאר די נארישע געלט.

#7397 - א גוטע זיסע לעבן, נישט קיין געמאכטע לעבן
ווידיאו, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיך שוין אזוי לאנג נישט געזען, איך בענק זיך צו דיר, איך וויל הערן וואס דו מאכטס, וואס דו טוסט.


איך וויל דיר בעטן זאלסט נישט קוקן קיין קליפס פון נארישע מענטשן וואס האלטן זיך אויבער חכמים, ווייל אין זייערע ווערטער ליגט באהאלטן סם המות, עס זעט אויס שיין, עס זעט אויס זיס, אזוי ווי עס שטייט: "כי נופת תטפנה שפתי זרה", די ליפן וואס רעדן פרעמדע דעות פון אפיקורסות, ציען זייער, עס טראפט פון זייערע ליפן זיסקייט, אבער "ואחריתה", איר סוף איז, "מרה כלענה", ביטער, ווי א ביטערע גראז, "חדה כחרב פיות", עס איז אזוי ווי א שארפע שווערד וואס ברענגט טויט.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, ווארף אוועק די נישט גוטע כלים אויף וואס דו קוקסט די שלעכטע זאכן, איך וועל דיר ברענגען א וואוילע כלה, אן איידעלע זיסע כלה, דו וועסט האבן א גוטע לעבן, נישט קיין געמאכטע לעבן, וועסט נישט דארפן רעדן אויף קליפס, עס וועט דיר גוט זיין, הלוואי וועסטו מיר גלייבן, אז די ערליכע לעבן איז זיס און שיין, הלוואי וועסטו מיך אויסהערן און געטרויען און פירן א שיינע ערליכע לעבן.


דו האסט אזעלכע טייערע טאטע מאמע, זיי זענען אזעלכע וואוילע מענטשן, זיי האבן דיך אזוי ליב, איך האב דיך אויך זייער ליב, איך וויל דו זאלסט האבן די זיסע לעבן וואס איך האב.


איך בעט דיך זייער, איך וויל הערן פון דיר, איך בעט דיר ענטפער מיר עפעס, בלייב ביים רבי'ן אין היכל הקודש, הער נישט קיין פאדקעסט, הער נישט קיינעם אויס, נאר ערליכע אידן וואס רעדן פון תורה, פון אמונה, פון יראת שמים.

#7396 - איינפלאנצן די שכל פון הייליגן רבי'ן אין די קינדער
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען מיר האבן געעפנט בית פיגא סקול האט מען געלערנט מיט די קינדער פון רבי'ן, מען האט געלערנט ספורי מעשיות, שיחות פון מוהרא"ש, ספר המדות וכו' וכו', מען האט זיך פארלייגט גאר אסאך אויף לערנען פון רבי'ן, מיט די צייט איז די סקול געווארן גרעסער, און מיט די צייט וועט עס ווערן נאך גרעסער, דארף מען געדענקען צו אנהאלטן די לימודים מיט די תלמידות, ווייל דאס איז דער עיקר; איינפלאנצן די שכל און חכמה פון הייליגן רבי'ן.


א גרוס פון אייער טייערער זון ..., איך בין מיך מחי' צו לערנען מיט אים אינדערפרי דעם בלאט גמרא, איך האף צו לערנען מיט אים נאך שיעורים, איך האב אים זייער ליב, ער האט גאר גוטע כשרונות און גוטע מידות, ער וועט וואקסן א גרויסער צדיק.


איך האף צו קומען מארגן מחזק זיין אלע טיטשערס פאר די זומער הויבט זיך אן.

#7395 - דיזיינען א שיינע ארון הקודש פאר די נייע שול אין שטעטל
שטעטל, בית המדרש, טאנצן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך בעטן אויב דו קענסט דיזיינען א שיינע ארון הקודש פאר די נייע שול אין שטעטל, איך וויל זאלסט מאכן העכערן ארון הקודש די ברסלב'ע קרוין, און העכער די קרוין זאל שטיין אין גרויס: "אין שום יאוש בעולם כלל".


זאלסט מאכן די אותיות גאר גרויס, ווייל אזוי וועלן אלע זען און זיך דערמאנען פון רבי'ן און זיך באנייען און נישט אויסהערן דעם בעל דבר וואס שטייט און קאנווינסד אלעמען מען זאל זיך מייאש זיין; וועט מען זיך דערמאנען פון רבי'ן, וועט מען תשובה טון; ווייל דער רבי זאגט: "ווען מען וועט זיך דערמאנען אין מיר וועט מען ווערן כקטן שנולד און תשובה טון".


גיי א טענצל נאך שחרית, לכתחילה טאנץ מיט אנדערע און בדיעבד גיי אליינס א טענצל.

#7394 - רעד נישט אין שול, וועסטו האבן אן אייגענע הויז
רעדן, בית המדרש, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


איך זע ווי עס גייט דיר אזוי אין לעבן צו קויפן א הויז, דו ווארטסט שוין אזוי לאנג פאר אן אייגענע הויז.


נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען אין שול ביי די דריי תפילות, און אז דו האסט עפעס וויכטיג צו רעדן זאלסטו רעדן נאר אינדרויסן פון שול, אין שול רעד נישט מיט קיינעם; וועסטו זייער שנעל האבן אן אייגענע הויז.


עס וועט זיין שווער נאר אין אנהויב, נאך א שטיק צייט וועסטו זען ווי גרינג עס איז נישט צו רעדן אין שול ביים דאווענען, עס איז בדוק ומנוסה, דאס ברענגט גרויס וואונדער.

#7393 - מאכן א סדר אויפצונעמען אנשי שלומינו
שטעטל, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן מאכן א סדר אויפצונעמען אנשי שלומינו, אלע וואס ווילן קומען זיך שואל עצה זיין. זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז במשך די צען וואך וואס איך בין אין שטעטל קענען זיי קומען פרעגן און זיך דורכרעדן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט רעדן שיין און מיט הארץ צו אלעמען, ווייל עס גייט אריבער אויף מענטשן וואס גייט אריבער, מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו זיין א פוסע על ראשי עם ישראל, געב יעדן איינעם די געפיל מען זאל קענען פרעגן אלע פראגעס און זיך שפירן באקוועם צו אלעס דורכשמועסן.


איך קום יעצט פון א לוי', מיין שוואגער נרו יאיר האט פארלוירן א טייער קינד פון צוועלף יאר. ביי די לוי' האב איך זייער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף זיין טייער פאלק, די אידישע קינדער, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצות, פון די עצה פון תפילה והתבודדות, פון קענען זיך דורכשמועסן מיטן אייבערשטן, אידישע קינדער זענען אזוי טייער און אזוי הייליג, מען דארף נאר דעם צדיק זאל אריין בלאזן רוח חיים, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן, אלע זאלן גלייבן אין זיך.


דו זארג נישט פאר מיין צייט, איך בין גרייט צו זיצן ביזן עלות השחר צו העלפן אנשי שלומינו.


לאז מיר וויסן אויב דו ווילסט העלפן אנשי שלומינו.

#7392 - די נארישע מחשבות קומען פון נישט זיין פרייליך
שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די מחשבות מאכט זיך ביי אסאך, די מחשבות קומען פון ווייניג אמונה. מען רעדט פון אמונה אין זיך, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "האסטו אין דיר נישט קיין אמונה". דאס איז געווען ווען רבי נתן איז געווען ביים רבי'ן, און דער רבי האט געזאגט די תורה פון ליקוטי מוהר"ן (חלק ב', סימן פו), אז ווען מען האט נישט קיין אמונה דארף מען טון שווערע עבודות, דערציילט רבי נתן: "איך האב גלייך געטראכט 'וואס מיינט דער רבי דא? איך האב דאך אמונה?' און דער רבי האט גלייך תופס געווען מיינע מחשבות און אויף מיר געגעבן א שריי 'און אז דו האסט יא אמונה האסטו אבער אין דיר נישט קיין אמונה'", עיין שם (שיחות הר"ן, סימן קמ).


דאס איז די סיבה פון די מחשבות וואס איר טראכט אז אייער מאן דארף אייך נישט וכו', דאס קומט פון אייער אייגענע צעקלאפטקייט.


טוט אלעס צו זיין פרייליך, זייט זיך מוסר נפש אויף שמחה, ווייל די אלע נארישע מחשבות קומען פון נישט זיין פרייליך, און בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט אים שפירן, איר זאלט אים זען, איר זאלט זיין שטארק מיט זיך אליינס, וועט איר מער נישט האבן די דמיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#7391 - שלאפן העלפט פאר געזונטע נערווען און פאר אמונה
שלאפן, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן אז דיין ווייב קומט מער און מער צו אירע כוחות, איך בעט פאר איר זי זאל זיין געזונט פיזיש און גייסטיש און ענק זאלן האבן אלעס גוטס.


זע דיין ווייב זאל שלאפן גענוג, און אויך זאל זי גיין שלאפן פרי נישט שפעט, מען דארף שלאפן גוטע שעות, שפעטסטנס זאל זי גיין שלאפן עלף אזייגער. שלאפן איז זייער וויכטיג פאר די מח, שלאפן העלפט פאר געזונטע נערווען און פאר אמונה. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "יש כמה שטותים ובלבולים המתדבקים ומתחברים בהמח", עס קלעבט זיך אן אינעם מח אסאך שטותים און בלבולים, "ובפרט בלבולי האמונה", און עס שאט ספעציעל פאר אמונה, "ועל ידי השנה נפרדים מהמח", און דורך שלאפן גייט עס אוועק, "וביותר מועיל השנה לאמונה", און אז מען שלאפט העלפט עס זייער פאר א שטארקע אמונה, מען ווערט אויסגערוט, מען קומט צו זיך; זאלסטו זען אז דיין ווייב זאל גיין שלאפן צייטליך, וועט זי קומען צו אירע כוחות.


זאג איר עס איז גארנישט שלעכט צו נעמען מעדעצין, זאג איר אז אלע נעמען מעדעצין, זי זאל זיך נישט אראפקוקן.


מאך איר פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#7390 - כולל געהאלט, נאר אויב מען קומט צייטליך
כולל, היטן די צייט

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד...


זיי מיר מוחל, איך קען דיר נישט צאלן די כולל געהאלט. דער ראש הכולל זאגט מיר אז דו קומסט טאג נאך טאג שפעט; וואלט עס געווען אן אונס, איינמאל אין א שטיק צייט - וואלט איך נישט אראפגערעכנט פון די קליינע געהאלט, אבער אז דאס איז באופן קבוע - קען איך נישט געבן די געהאלט.


א שאד, ביסט אזוי טייער און אזוי גוט, ביסט מער פון מיר, אבער צייטליך דארף מען קומען.


 

#7389 - דער מאן שפילט זיך אינדרויסן מיט נארישקייטן
שלום בית, מורה דרך, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט רחמנות האבן אויף דיין ווייב און מער נישט גיין צום קיאסק, דו זאגסט מיר אליין אז דו גייסט נאר פאר איין מינוט און דו זיצט דארט אפ גאנצע נעכט, און דיין ווייב דארף זיך אליין אן עצה געבן מיט די געזינדל, זי פאלט פון אירע כוחות מיט די קליינע קינדער.


איך בעט דיך זייער, איך האב דיך אזוי מקרב געווען אלס בחור, און איך האב דיר געמאכט דיין שידוך מיט אזויפיל ליבשאפט, און אזויפיל שעה שוין אוועק געגעבן פאר דיר, פאר דיין שלום בית, פאר דיין הצלחה, יעצט בעט איך דיר די איין טובה: גיי נישט מער אין קיאסק, ריר נישט אן מער קיין קאמפיוטער און קיין טעלעפאן; דו ווייסט ביי דיר אז פאר דיר איז די זאכן א סכנה, ווי נאר דו הויבסט אן מיט קוקן נייעס - פארגעסטו פון דיין ווייב, פון דיין משפחה, דו ווערסט אזוי צוגעקלעבט צו דעם פאר לאנגע שעות.


איך האף איך מעג דיר נאך זאגן, לעצטנס האב איך באמערקט ביי אסאך אינגעלייט, ווען איך האב זיי געזאגט ווי אזוי זיך צו פירן - זענען זיי באליידיגט געווארן, און דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן מער נישט קומען וכו' וכו', געב איך אכטונג מער נישט זאגן, און אונזער גאנצע שייכות איז אז איך שמייכל און איך גרוס גוט שבת און שוין, איך וויל נישט אונזער שייכות זאל זיין מיט א שמייכל און שוין, אבער איך וויל נישט דו זאלסט ווערן באליידיגט פון מיר, איך שרייב דיר נאר ווייל דו האסט מיר געזאגט נאכן ליל שישי שיעור פון פרשת בהעלותך אז דו האסט תשובה געטון ווען דו האסט געהערט די שיעור אז מען זאל רחמנות האבן אויף די ווייב, נישט זיצן ביינאכט אינדרויסן פון שטוב, ווייל עס איז א גרויסע רחמנות וואס גייט אריבער אויף יונגע ווייבלעך, ווי זיי ווארטן דער מאן זאל אהיים קומען, און דער מאן שפילט זיך אינדרויסן מיטן טעלעפאן, מיט די נייעס, מיט נארישקייטן.


הלוואי וועסטו אנעמען מיינע ווערטער, וועסט נאר מרוויח זיין.

#7388 - צניעות הויבט זיך אן ביי די דריי יאר
צניעות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער פון דריי יאר דארפן שוין גיין אנגעטון איידל, צניעות הויבט זיך אן ביי די דריי יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7387 - געדענק ווי אזוי דו ביסט געווען אלס קינד
תפילות אויף אידיש, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז אנשי שלומינו ווען זיי ווערן עלטער, מען ווערט מער און מער ערנסטער - דארפן זיי רחמי שמים נישט אוועק צו שטופן די בני הנעורים, און ווער רעדט נאך ווען מען איז א מגיד שיעור, א מנהל, אדער מלמד - איז דאס נאך א גרעסערע סכנה, ווייל ווי מער ערנסטער מער ווערט - אלץ מער סכנה איז מען פאר בני הנעורים, מען זאל זיי נישט מרחק זיין און מחליש דעת זיין וכו'.


דעריבער בעט איך דיר זייער, היות דו ווערסט עלטער און מער ערנסטער, און דו ביסט א מלמד - זאלסטו יעדן אינדערפרי גיין א שפאציר מיטן אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן סבלנות צו יעדן תלמיד, דו זאלסט מקרב זיין יעדן תלמיד, פארגינען א גוט ווארט פאר יעדן תלמיד און פארגינען א שמייכל פאר יעדן תלמיד, והעיקר זאלסטו דערמאנען ביי התבודדות דיין התנהגות אלס קינד און אלס בחור, זאג: "רבונו של עולם, איך בין דאך געווען אזוי און אזוי, איז וואס פארברען איך יעצט מענטשן, איך וואלט דאך נישט געוואלט מען זאל מיך פארברענען, און אזוי ווי איך ווייס ביי מיר אז עכט אין מיין הארץ בין איך גוט און ווען איך האב געטון די אלע נארישקייטן בין איך נאכאלץ געווען גוט, און איך וואלט נישט געוואלט איינער זאל מיך פארשעמען און פארטרייבן פון צדיק, אזוי זאל איך קיינעם נישט מרחיק זיין און קיינעם נישט פארטרייבן פון צדיק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7386 - מיטנעמען מיט זיך די אכט יארן בית פיגא
חיזוק פאר מיידלעך, ספר המידות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


לכבוד וואס איר טוט גראדואירן די אכט קלאסן פון בית פיגא, געב איך אייך א מתנה די ספר המידות, דער ספר וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד". און אזוי ווי מיר האבן געהערט פון מוהרא"ש אז אפילו מען לערנט נישט אין בית פיגא קיין תורה מיט מיידלעך, איז אבער אנדערש די ספרים פון רבי'ן, וואס זענען איין שטיק מוסר, א מאגנעט וואס ציט און שלעפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מיטנעמען מיט זיך די אכט יארן בית פיגא, וואס מען האט געלערנט מיט אייך די ריינע אמונה, צו וויסן און צו געדענקען אז אלעס וואס גייט אריבער אויף די וועלט בכלליות און אויפן מענטש בפרטיות - איז פונעם אייבערשטן, און נאר פאר דאס גוטס פונעם מענטש, און אפילו עס זעט אויס אמאל שווער, עס ווערט אמאל טונקל - דארף מען געדענקען אז דער אייבערשטער מאכט דאס נאר פאר אונזער טובה.


אויך זאלט איר מיט נעמען מיט אייך אייער גאנץ לעבן די זיסע עצה וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא; די עצה פון שמועסן מיטן אייבערשטן. געדענק אז אויסער אייער טאטע האט איר נאך א טאטע, דער אייבערשטער, וואס איז די טאטע פון אונז אלע, און ווען איר דארפט עפעס זאלט איר זיך צו אים ווענדן, שמועסט מיט אים און בעטס אים, וועט איר זען וואונדער.


אויך זאלט איר מיט נעמען אין לעבן דאס שיינקייט פון אידישע טעכטער, צו גיין אנגעטון איידל און באשיידן, איר זאלט געדענקען דאס שיינקייט פון אידישע טעכטער. מיר זענען אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט אמעריקאנער, מיר זענען אויסגעמישט צווישן די פעלקער אבער מיר זענען אידישע טעכטער; זאלט איר גיין מיט שטרימפ וואס זעט נישט אויס ווי די פיס, און אויך מיט קליידער וואס זענען נישט אויסגעשניטן, נישט קורץ און נישט געפאסט, איר זאלט מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן און פאר די צדיקים.


עס איז נישט מעגליך אראפצושרייבן די מסירות נפש וואס מוהרא"ש האט געהאט פאר אונז מיטן עפענען פאר אונז די סקול "בית פיגא", וויפיל טרערן מוהרא"ש האט פארגאסן פארן אייבערשטן אז מיר זאלן האבן די הייליגע בית פיגא שולע וואו די תלמידות וועלן ליב האבן צו זיין א איד, ליב האבן צו גיין אנגעטון איידל, ווי עס פאסט פאר די אידישע פאלק.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה.

#7385 - די גרויסע זכות צו העלפן מוסדות אין ארץ הקודש
צדקה, טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך הער פון דעם גבאי'ן ר' אהרן נרו יאיר אז דו העלפסט זייער די מוסדות אין ארץ ישראל. איך בין דיר זייער דאנקבאר, העלפן די מוסדות אין ארץ הקודש איז זייער א גרויסע זכות; בכלל העלפן מוסדות איז זייער גרויס, אבער ווען עס קומט צו ארץ הקודש - איז דאס נאך מער חשוב, און אזוי ווי דו ווייסט זענען אונזערע מוסדות געבויט על טהרת הקודש, מיר נעמען נישט קיין געלט פון די נישט גוטע, איז ווער עס העלפט האט א גאר גרויסע זכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7384 - די שרעק שאדט דאס מערסטע
אמונה, ארץ ישראל, מלחמה

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


יעצט ווען עס איז דא די מלחמה מיט איראן דארפן ענק זיך זייער שטארקן אין אמונה, ענק דארפן רעדן אסאך פון אמונה, בעיקר אין שטוב צו די ווייב און קינדער, ווייל נאר אמונה נעמט אוועק די פחדים, נאר אמונה בארואיגט.


איך בעט ענק אלע, געבט אכטונג אויף אייער משפחה, אויף זייער רואיגקייט, אויף זייער פרייליכקייט, און ווען עס גייט אן אלארעם און ענק באשיצן זיך - זאלן ענק פרייליך מאכן די משפחה, זינגען אמונה און מאכן ווערטלעך, ווייל דאס מערסטע וואס שאט פאר די נפש איז די שרעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#7383 - א גוטע קבלה אז די אפעראציע זאל אריבערגיין בשלום
רפואה, קבלה טובה, ברכת המזון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן די אפעראציע זאל אריבער גיין בשלום, דער מלאך רפאל זאל זיין ביי די אפעראציע און דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט זיך פארנעמען אז די אפעראציע זאל אריבער גיין גוט, און דו זאלסט שוין נישט דארפן מער קיין אפעראציעס וכו'; נעם זיך פאר צו בענטשן ברכת המזון מיט א בענטשער און מיט שמחה.


א רפואה שלימה.


 

#7382 - העלפן אונזער בית פיגא שולע
משמש דעם רבי'ן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערע ... תחי'


איך דאנק אייך זייער פארן העלפן אונזער בית פיגא שולע, נאר מיט אייער הילף, מיט אייער איבערגעגעבנקייט - האלטן מיר דא. עס ווערט פארשריבן אין הימל פאר אייביג אז איר האט די יאר אוועקגעגעבן פון אייך פאר אידישע קינדער עס זאל זיין א ווארעמע שולע בית פיגא, וואו אונזערע טעכטער לערנען די ריינע אמונה און די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט נחת, מיט געזונט, מיט אלעס וואס איר באגערט.


 


נ. ב. איך וועל זיך זייער פרייען אויב איר וועט בלייבן קומענדיגע יאר העלפן בית פיגא.

#7381 - בית פיגא יאר-בוך
בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערע בית פיגא תלמידות שתחיו


לכבוד די געהויבענע צייט וואס ענק טוען גראדואירן די ערשטע אכט קלאסן, וויל איך אייך שרייבן אפאר ווערטער פאר די יאר-בוך וואס ענק געבן ארויס.


טייערער תלמידות פון בית פיגא, עס איז נישט מעגליך אין איין בריוו אראפצושרייבן די גרויסע מסירות נפש וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געהאט אין זיין לעבן און מיטן גרינדן אונזער בית פיגא שולע וואו מיר ווערן נתחנך צו זיין נאנט צום אייבערשטן, און צו זיין געטרייע ערליכע אידישע מאמעס.


איך בין זייער איבערגענומען צו זען וואס פאר א שיינע פירות בית פיגא געבט ארויס, ערליכע אידישע מאמעס, ערליכע אידישע פרויען וואס זענען שטארק מיט אמונה, און וואס האבן ליב דעם אייבערשטן און האבן ליב די תורה וועג.


יעצט ווען ענק גראדואירן די אכט קלאסן זאלן ענק דאנקען דעם אייבערשטן אז ענק האבן געהאט אזעלכע הייליגע יארן אין די הייליגע ווענט פון בית פיגא.


ענקער איידעלע אויפפירונג, ענקער באשיידנקייט און געפיל צו צניעות – איז א קידוש השם און א נחת רוח פארן אייבערשטן, פאר דעם הייליגן רבי'ן מיט זיינע הייליגע תלמידים און מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך בין מתפלל פאר אלע תלמידות בית פיגא, ענק זאלן אלע האבן הצלחה און ברכה אין ענקער לעבן, אמן.

#7380 - שמייכל צו אלעמען, און הער לעבעדיגע מוזיק
שמחה, בחור, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארלייג זיך אויף די איין זאך, צו פאלגן דעם רבי'ן צו זיין פרייליך; ווייל אין שמחה איז אנגעהאנגען אלע ישועות בגשמיות וברוחניות. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט, ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטוירים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


שמייכל צו אלעמען, און הער לעבעדיגע מוזיק, און אויך גיי א טענצל יעדן טאג. דער עיקר זאלסטו גריסן אלעמען מיט א שמייכל, דאס וועט צו העלפן נענטער ברענגען דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7379 - נישט לויפן מיט שרעק און פאניק
שבת קודש, מלחמה, דף גמרא, חודש תמוז

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן מסכת עבודה זרה, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן די מסכתא און לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא. עס איז גאר אנדערש א טאג וואס מען לערנט תורה, עס איז גאר אנדערש; עס איז אן אנדערע טאטע, מען איז אן אנדערע מאן, אן אנדערע מענטש ביי די ארבעט, עס איז כרחוק מזרח צו מעריב; א טאג וואס מען לערנט גמרא, וואס מען זאגט גמרא - איז מען הייליג און נאנט צום אייבערשטן.


איך ווייס אז דו ווילסט נישט אנהויבן נאך א מסכתא ווייל דו האסט שוין אזויפיל מאל אנגעהויבן און עס האט נישט אנגעהאלטן, דו ביסט מיואש, דו ווילסט אפילו נישט פרובירן, אבער טייערער ברודער, וואס וועסטו דערלייגן? וואס קענסטו דערלייגן אז דו וועסט לערנען? וועסט דאך נאר פארדינען; וואלט איך געקומען צו דיר בעטן געלט צו אינוועסטירן קען זיין עס וועט פארלירן און עס קען זיין דו וועסט פארדינען, און אפילו עס וועט פארדינען - וואס וועט זיין מיט די רווחים? דאס וועט מען פון פריש אינוועסטירן, און ווער זאגט אז דעמאלט וועט עס מאכן רווחים... אבער ביי די הייליגע תורה, אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה - וועסטו נאר מרוויח זיין.


די וואך שבת בענטשט מען שוין ראש חודש תמוז, עס געבט א קיצל, מען האלט שוין דא, עס קומען שוין כמעט די הייליגע טעג, בעט איך דיר זייער זאלסט שבת זיין זייער פרייליך אז דו ביסט א איד. דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת, איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך, און דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


אויך וויל איך באזונדער שרייבן פאר מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, יעצט ביי די מלחמה מיט איראן. מען הערט אז אידישע קינדער זענען געשעדיגט געווארן פון די באמבעס, און בעיקר מיט די פחד מיט וואס מען לעבט שוין א גאנצע וואך, פון די שרעק פון די אלארעמס, און פון די קולות פון די באמבעס; וויל איך ענק בעטן, געבט אכטונג אויף ענקערע משפחות, געבט אכטונג אויף די קינדער, מאכט זיי פרייליך, מאכט ווערטלעך, און ווען ענק לויפן צו די בונקערס זאלן ענק חס ושלום נישט לויפן מיט שרעק און פאניק, ווייל דאס איז זייער שעדליך, עס קען בלייבן אויף די לעבן, ענק דארפן זינגען ניגוני אמונה, לעבעדיגע ניגונים. יעצט איז נישט קיין צייט פאר שטייטע ווארעמע ניגונים, מען דארף פרייליך מאכן די משפחה, די קינדער זאלן זיין רואיג.


א גוט שבת.

#7378 - דאס גרויסקייט פון גיין מיט צדיקים
צדיקים, אמונת חכמים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער פון דאס גרויסקייט פון גיין מיט צדיקים. דערצייל זיי וואס דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיין אייניקל דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו ווען ער האט אים געפרעגט מיט וועם ער איז געווען ביי די מחלוקת אויף משה רבינו, ווען ער האט דערציילט אלע זיינע גלגולים, אז ער איז געווען אין די צייט פון מדבר. האט אים זיין אייניקל, דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו - געפרעגט: "זיידע, אויף וועמענ'ס זייט ביסטו געווען ביי די מחלוקת פון קרח ועדתו?" האט דער הייליגער ישמח משה געזאגט: "איך בין געשטאנען אין דער זייט, איך האב נישט גענומען קיין צד", האט דער ייטב לב געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין אז דו ביסט נישט געשטאנען מיט משה רבינו?!" האט ער אים געענטפערט: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער נסיון איז געווען; קרח האט געהאט מיט זיך אלע רבי'ס מיט אלע שיינע אידן, עס איז געווען זייער שווער צו וויסן וואס מען האט צו טון, ווייל קרח האט זיך אהערגעשטעלט ווי אן עובד ה', ווען ער איז געווען אן אפיקורס".


דערצייל פאר דיינע קינדער ווי מען דארף אכטונג געבן זיך צו האלטן ביי צדיקים, און אפילו גרויסע מענטשן מאכן טעותים מיטן רעדן אויף צדיקים. מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיט האלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.


דאס האט זייער שטארק געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקת, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקת וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


ביי דיין שבת טיש זאל מען רעדן שטענדיג פון אמונת חכמים, באק אריין אין דיינע קינדער אז מען לעבט מיט צדיקים איז גוט, און אז מען מאכט חוזק פון צדיקים - איז זייער ביטער.


א פרייליכן שבת, א גוטן חודש.

#7377 - איז די מלחמה יעצט אין איראן די מלחמת גוג ומגוג?
טעלעפאן, מורה דרך, ארץ ישראל, מלחמה, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מענטשן פרעגן אויב די מלחמה יעצט מיט איראן איז מלחמת גוג ומגוג; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אונז געזאגט אז די מלחמה פון גוג ומגוג איז אינעם מענטש אליין; אינעם מח, אין הארץ פונעם מענטש. אזוי ווי דער רבי האט פאראויס געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", פאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א מבול פון כפירות און אפיקורסות.


טייערער ליבער ברודער, איך בעט דיר, קוק נישט קיין שום פאדקעסט, קוק נישט קיין קליפס. ווארף אוועק די טעלעפאן, עס איז א גרויסע סכנה, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. ווער איז דיין רבי? וועם פרעגסטו דיינע שאלות? פרעג אים אויב דו זאלסט האבן דיין טעלעפאון, אדרבה, איך וויל הערן ווי דיין ערליכער איד, דיין מורה דרך - זאגט דיר אז דו קענסט האבן א טעלעפאן, טעבלעט לעפטאפ - וואו מען זעט קליפס, אינטערוויאס, פאדקעסט פון ליצנות און פון כופרים בה'; איך גלייב אז קיין איין דיין וועט דיר דאס מתיר זיין.


אוי וויי, מיין הארץ וויינט ווען איך זע ווי דו ביסט אין א סכנה, אלעס גייט דיר גיין חרוב, אלעס גייט דיר צעפאלן, ווייל דער סמ"ך מ"ם וויל דיך אין דער ערד לייגן, ער וויל דיר אוועק נעמען דיין ווייב, דיין שטוב, דיין גאנצע לעבן, עס איז זייער שרעקעדיג.


דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער סמ"ך מ"ם וויל נישט צונעמען נאר יענע וועלט, ער וויל צונעמען די שיינע זיסע לעבן פון די וועלט", און ווער עס האט אויגן קען דאס זען, ווי שטיבער צעפאלן.


מען הערט אין די נייעס ווי מען קען איינפלאנצן א באמבע אין א טעלעפאן און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט, איז דאס פאר מיר א לימוד אז דער טעלעפאן איז א באמבע וואס הרג'ט מיך, עס נעמט אוועק מיין יראת שמים, מיין תמימות, מיין נאאיווקייט.


מען איז פארנומען מיט די נייעס, מיט די מלחמה פון איראן; די מלחמה מיט די טעלעפאן איז סאך א שווערערע מלחמה ווי די מלחמה יעצט מיט איראן, עס איז סאך א גרעסערע סכנה; וויפיל באמבעס פלאצן טאג טעגליך, וויפיל יראת שמים ווערן אוועק גענומען, וויפיל פארלירט מען פון דעם...


עס טוט מיר זייער וויי אז אלעס פרעגסטו מיר און אלעס טוסטו - ביז די טעלעפאן, דאס פארשטייסטו בעסער.

#7376 - בעטן דעם אייבערשטן נישט צו האבן מיט מחלוקת
לשון הרע, דף גמרא, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ענדיגן מיר אינאיינעם מסכת שבועות און מארגן הויבן מיר אן מסכת עבודה זרה. איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, און אז דו קענסט נישט לערנען דעם בלאט גמרא - זאלסטו זאגן די ווערטער, גורס זיין די הייליגע אותיות התורה. די תורה וועט דיר געבן רוח חיים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ח), אין די תורה ליגט באהאלטן די רוח חיים פונעם אייבערשטן, און דורך לערנען תורה באקומט מען א לעבעדיגע גייסט, מען הויבט אן לעבן, מען הויבט אן הנאה האבן פון די לעבן.


איך ווייס נאכנישט וועגן די שיעור היינט נאכט, היות עס איז דא א חתונה אין ישיבה און איך ווייס נאכנישט אויב איך וועל דארפן אונטערפירן די חתן וכו', וועט נישט זיין קיין שיעור; אויב זאכן וועלן זיך טוישן - וועט מען שפעטער מודיע זיין וואו די שיעור וועט זיין.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואס דארפסטו מער ווי די וואכעדיגע סדרה, ווען די תורה זאגט אויף די מרגלים (במדבר יג, ג): "אֲנָשִׁים רָאשֵׁי בְנֵי יִשְׂרָאֵל", און רש"י זאגט: "וְאוֹתָהּ שָׁעָה כְּשֵׁרִים הָיוּ", זיי זענען געווען ערליכע אידן דעמאלט, און וואס האט זיך אזוי שלעכט געענדיגט, מיט רעדן קעגן דעם אייבערשטן און קעגן משה רבינו; עס כאפט א שרעק ווען מען לערנט די פרשיות, ווי גרויסע מענטשן וואס די תורה איז מעיד אז זיי זענען געווען ערליכע, זענען אויך אזוי אוועק געפאלן, צו אוועק פירן גאנץ כלל ישראל פונעם אייבערשטן און צו מאכן א בכי' לדורות, איז דאך זיכער אז אונז קליינע מענטשלעך דארפן זיך זייער אכטונג געבן נישט צו גיין קעגן צדיקים.


איין עצה איז דא, די וואך זעט מען אין די פרשה איין עצה, רש"י זאגט (שם, טז): "הִתְפַּלֵּל עָלָיו, קָהּ יוֹשִׁיעֲךָ מֵעֲצַת מְרַגְּלִים", משה רבינו האט געדאווענט צום אייבערשטן אז זיין תלמיד יהושע זאל נישט אנקומען צו די עצה פון די מרגלים, און אויך כלב בן יפונה איז געלאפן צו קברי אבות מתפלל זיין (רש"י שם, כב), דארפן מיר אויך דאס טון, בעטן דעם אייבערשטן נישט צו הערן לשון הרע און נישט צו האבן מיט מחלוקת אויף קיינעם נישט, און אודאי און אודאי נישט אויף צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.