בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7032 - מען פארלירט אלעס דורך קוקן מאוויס און קליפס
מאוויס, פרנסה, שמירת עינים, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, כ"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען דו טוסט אן די טלית, ווען דו מאכסט די עטיפה - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען פון די יצר הרע פון עבירות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז), די מצוה פון ציצית ראטעוועט פון עריות; בעט דעם אייבערשטן אין דיין שפראך א קורצע תפילה: "הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר, איך וויל האבן הייליגע אויגן, הייליגע מוחין".


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, קוק נישט קיין מאוויס, קוק נישט קיין עבירות; דו ווארטסט דאך אויף א נס, דו ווילסט עס זאל געשען א נס מיט דיר מיט דיין פרנסה, מיט וכו', דער רבי זאגט אבער (ספר המדות אות ישועה, סימן ז): "אֵין עוֹשִׂין נֵס לְנוֹאֵף", מען מאכט נישט קיין נס פאר א נואף; דארפסטו כשר'ן דיין טעלעפאן, דיין קאמפיוטער, לעפטאפ - נישט צו קוקן די עקלדיגע אויסגעלאסענע עבירות רחמנא לצלן, נאר אזוי וועט קומען א נס.


מען פארלירט אלעס דורך קוקן עבירות, מען פארלירט די נשמה, מען פארלירט די טעם פון דאווענען. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", קען נישט דאווענען, מען שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; וואס פעלט דיר אויס די גאנצע צרה, מען פארלירט אלעס דורך קוקן מאוויס און קליפס.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#7031 - עלטערן זאלן קומען צום "אסיפת הורים"
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, כ"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד אלע עלטערן שיחיו, קרית ברסלב


היינט וועט זיין א צאמקום אין חדר פאר אלע עלטערן, די טאטעס פון די קינדער און די מלמדים וואס זענען אויך טאטעס, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", דער וואס לערנט תורה מיט קינדער איז אזוי ווי ער איז דער טאטע, און די תלמידים זענען זיינע קינדער.


די עלטערן וואס קומען, דאס ווייזט אז חינוך הבנים איז זיי ווערד, און די וואס קומען נישט - די ווייזן אז עס אינטערעסירט זיי נישט די גאנצע זאך, ער דארף די חדר נאר פאר א בעביסיטינג, מען זאל אים האלטן זיינע קינדער, השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#7030 - זיי מכבד דיין מענעדזשער און בעל הבית, אבער ביז ניבול פה
פרנסה, פרויען צאמקום, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האב נישט מורא צו זאגן ביי דיר אין די ארבעט מען זאל נישט רעדן קיין ניבול פה, האב נישט מורא פון קיינעם, ווייל אדער הערט ער אויף רעדן ניבול פה אדער הייבסטו אן רעדן ניבול פה; עס איז נישטא אזא זאך זיצן מיט איינעם וואס רעדט שמוציג און עס זאל זיך נישט אריבערכאפן.


לאז נישט רעדן ניבול פה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", דורך די עבירה פון רעדן ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", קומען ביטערע צרות און נייע שלעכטע גזירות אויף די וועלט; "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים חַס וְשָׁלוֹם", יונגע קינדער שטארבן חס ושלום, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", אלע שרייען און קיינער הערט נישט זייער געשריי.


זיי מכבד דיין מענעדזשער און בעל הבית, אבער ביז ניבול פה; אז ער שעמט זיך נישט צו עפענען א שמוציג מויל - זאלסטו אים זאגן: "אדער רעדסטו איידל, אז נישט גיי איך אוועק פון דא", און אז דו קענסט דאס נישט זאגן - זאלסטו אים שיקן א קאפי פון די בריוו, ווייל ניבול פה איז אזוי הארב אז דער רבי זאגט (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים פארזיגלט א גוטע גזירה פאר זיבעציג יאר - צערייסט מען די גוטע גזירה און ער ברענגט אויף זיך שלעכטס, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", אויך אז מען רעדט ניבול פה מאכט מען זיך טיפער דעם גיהנום.


היינט נאכט איז דא א צאמקום אין שטעטל פאר אלע מאמעס מיט די טיטשערס פון בית פיגא, איך וויל זייער דו זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען, איך וויל זי זאל זיין ביי די דרשות, עס איז דא זייער וויכטיגע זאכן וואס איז נוגע פאר דיין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#7029 - א בלאט גמרא וועט דיר ליכטיג מאכן
דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תרומה, כ"ה שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


באניי זיך, הויב אן צוריק לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, עס וועט דיר ליכטיג ווערן צוריק דיין לעבן, וועסט זען גלייך א חילוק אין יעדע פרט פון דיין לעבן.


מוהרא"ש זאגט פשט אין די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי'"; ווען איינער וויינט און קלאגט 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי, מיין לעבן איז מיר טונקל, כְּמֵתֵי עוֹלָם, מיין לעבן איז מיר טויט', קומען די הייליגע חכמים און מען טרייסט אים, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי', עס איז דא אן עצה פאר דיר, נעם די הייליגע גמרא און לערן גמרא, די הייליגע גמרא וועט דיר ליכטיג מאכן, דאס וועט דיר געבן לעבן.


נעם א גמרא לערן דעם בלאט גמרא, (היינטיגע בלאט איז סנהדרין דף סח), וועסט באקומען א פנים פון א מענטש, אן גמרא זעט מען אויס ווי א הונט; פארפאלן, אזוי האבן צדיקים געזאגט, נאר אז מען לערנט תורה האט מען א צורת אדם, און נאר די פרקים משניות און בלעטער גמרא וועלן אונז באשיצן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם ... אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד", וואס בלייבט דען פונעם מענטש? וואס נעמט מען מיט אין קבר? נאר די בלעטער גמרא, די מצוות און מעשים טובים; א שאד דער טאג זאל אריבערגיין אן לערנען גמרא, גמרא באשיצט דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דעם קומענדיגן שבת אין קרית ברסלב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#7028 - באשעפער, איך וויל רעדן שיין און הארציג צו מיין מאן
תפילות אויף אידיש, שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אייערע טייערער מאן נרו יאיר, ער איז אן ערליכער איד מיט יראת שמים און גוטע מידות, נישט יעדער איז זוכה צו אזא מתנה, ער העלפט מיר אזוי געטריי, ער העלפט אזוי די מוסדות, אלע האבן אים זייער ליב.


ער איז אביסל צעבראכן, ער וויל נאר איין זאך, ער וויל איר זאלט רעדן צו אים שיין און הארציג, ער איז אייך גרייט אלעס צו טון און אלעס צו מאכן, ער וויל נאר די איין זאך, א ווייב וואס רעדט שיין, א ווייב וואס רעדט מיט הארץ, ער וויל אזוי שטארק א שיינע שלום בית, ער בעט מיר חיזוק.


איך האב אים געזאגט איך וועל אייך שרייבן און איך בין זיכער אז איר וועט ארבעטן אויף דעם, איר וועט בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם פרט, בעטס דעם אייבערשטן די תפילה יעדן טאג, וועט איר זען ביז א קורצע צייט וועט איר באקומען די הארציגע ווייכע שיינע וועג פון רעדן.


"רבונו של עולם איך וויל רעדן שיין צו מיין מאן, איך וויל רעדן הארציג צו אים, נישט שאפן, נישט שרייען, און נישט חוזק מאכן. הייליגער באשעפער איך ווייס נישט וואס צו טון, יעדע מאל איך רעד מיט מיין מאן ווער איך נערוועז און איך הויב אן רעדן שטעכעדיג, בייסיג, ביז די שמועס ענדיגט זיך זייער נישט שיין.


הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין צו נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליין, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7027 - א רפואה פאר רוקן ווייטאג און עקזימע
שמחה, סגולות, רפואה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער רוקן ווייטאג, אז איר קענט זיך נישט בייגן - דאס קומט פון איין זאך, פון נישט זיין פרייליך; איר האט צופיל דאגות, די זארג גייט אריין אין די ביינער, עס גייט צו די רוקן, ביז מען קען זיך נישט בייגן און מען האט ווייטאג.


טוט אלעס אבי צו זיין פרייליך, פאלגט דעם רבי'ן וואס האט אונז געזאגט מען זאל זיין פרייליך, און אז עס איז ביטער - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך, מען דארף אויפזוכן אין די שלעכטס - גוטע זאכן, און ווען מען הויבט אן זיין פרייליך - צעפאלט די גאנצע טומאה, מען זעט אז אלעס איז גוט, גארנישט איז שלעכט.


שמחה איז די רפואה פאר אלע קרענק. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


בנוגע די עקזימע וואס קראצט וכו'; שמירט אן די הויט וואו עס איז דא די עקזימע מיט די איבערגעבליבענע אויל פון די שבת ליכט, און בעטס דעם אייבערשטן דאס זאל זיין פאר א רפואה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7026 - נישטא קיין איין פרוטה, לאז אבער נישט אפ די שמייכל
שמחה, התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, מען פרובירט אויס א מענטש מיט דחקות און ארעמקייט, מען וויל זען צו וועם ער וועט זיך ווענדן; וועט ער נאכאמאל קומען צום אייבערשטן און בעטן: "הייליגער באשעפער איך האב נישט קיין געלט, איך דארף ברענגען פאר מיין ווייב און קינדער, העלף מיר, מאך מיר א נס", אדער וועט ער זיך מייאש זיין.


אפילו דו האסט נישט קיין איין דאלער, קיין איין פרוטה - זאלסטו אבער אויף איין זאך נישט מוותר זיין און זען דאס צו איינקויפן, צו לייגן א שמייכל אויפן פנים, נישט ווערן פארלוירן, נאר זיין פרייליך, גלייב באמונה שלימה אז עס וועט קומען א נס.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער אידל און שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל. ער איז געווען א עני ואביון; ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו אזוי פרייליך, האסט דאך גארנישט?!" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין איין טאג גוט און דעמאלט וועלן מיר זיין זייער פרייליך, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7025 - רופן אדער אריבערגיין יעדן טאג צו די מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך אז איר און אייער מאן לעבן אינאיינעם בשלום און מיט ליבשאפט און אלעס איז פיין, איך האב אסאך געבעטן פאר ענקער הצלחה און איך בעט נאכאלץ ענק זאלן זוכה זיין צו האבן אמת'ע שלום בית.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט רופן אייער מאמע תחי' יעדן טאג, און אפילו אריבערגיין יעדן טאג צו איר, איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע נחת רוח וואס מען מאכט פארן אייבערשטן ווען מען איז מכבד א מאמע, מען רעדט מיט א מאמע, מען גייט באזוכן א מאמע; די לעבן איז דאך אזוי זיס און אזוי איינגענעם אז מען טוט שעצן א מאמע.


דעריבער זאלט איר זיך קובע זיין יעדן טאג אריבערגיין צו אייער מאמע, און אז איר קומט נישט אן - זאלט איר כאטשיג רופן אויפן טעלעפאן און איר מאכן נחת, און אין דעם זכות וועט איר זען ניסים, איר וועט זוכה זיין צו א פולע שטוב מיט געזונטע ערליכע קינדער און אייניקלעך.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין; זאגט עס מיט טייטש, דאס וועט אייך געבן א שטארקע אמונה מיט אסאך כח.


דא האט איר די דרייצן אני מאמין מיט די טייטש:


1) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא בּוֹרֵא עֶר בַּאשַׁאפְט, וּמַנְהִיג אוּן פִירְט, לְכָל הַבְּרוּאִים אַלֶע בַּאשֶׁעפֶענִישְׁן. וְהוּא לְבַדּוֹ אוּן עֶר אַלֵיין, עָשָֹה הָאט גֶעטוּן, וְעוֹשֶֹה אוּן טוּט אַלֶעס אוֹיף דֶער וֶועלְט, וְיַעֲשֶֹה אוּן וֶועט וַוייטֶער אַלֶעס טוּן, לְכָל הַמַּעֲשִֹים אַלֶעס וָואס פַּאסִירְט.


2) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא יָחִיד עֶר אִיז אֵיינֶער, וְאֵין יְחִידוּת אוּן עֶס אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אַ זַאךְ וָואס זָאל זַיין אֵיינְס, כָּמוֹהוּ, בְּשׁוּם פָּנִים אַזוֹי וִוי דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וָואס אִיז אֵיינְס. וְהוּא לְבַדּוֹ אוּן עֶר אַלֵיינְס, אֱלֹקֵינוּ אִיז אוּנְזֶער בַּאשֶׁעפֶער, הָיָה עֶר אִיז אֵייבִּיג גֶעוֶוען, הֹוֶה עֶר אִיז שְׁטֶענְדִיג דָא, וְיִהְיֶה אוּן וֶועט אֵייבִּיג זַיין.


3) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, אֵינוֹ גוּף אִיז נִישְׁט קַיין קֶערְפֶּער, וְלֹא יַשִֹּיגוּהוּ מַשִֹּיגֵי הַגּוּף אוּן עֶר הָאט נִישְׁט קַיין שׁוּם זַאךְ וָואס הָאט צוּטוּן מִיט אַ קֶערְפֶּער, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל אוּן מֶען קֶען אִים נִישְׁט צוּגְלַייכְן צוּ קַיין שׁוּם זַאךְ.


4) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא רִאשׁוֹן עֶר אִיז דֶער עֶרְשְׁטֶער, וְהוּא אַחֲרוֹן אוּן עֶר וֶועט זַיין דֶער לֶעצְטֶער.


5) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, לוֹ לְבַדּוֹ נָאר צוּ אִים אַלֵיין, רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל דַארְף מֶען בֶּעטְן, וְאֵין רָאוּי אוּן עֶס אִיז נִישְׁט וֶוערְד, לְהִתְפַּלֵּל צוּ בֶּעטְן, לְזוּלָתוֹ פוּן קֵיינֶעם אַנְדֶערְשׁ.


6) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת אַז אַלֶע וֶוערְטֶער פוּן דִי נְבִיאִים זֶענֶען אֱמֶת'דִיג.


7) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם אַז דִי נְבוּאָה פוּן מֹשֶׁה רַבֵּינוּ, הָיְתָה אֲמִתִּית אִיז אֱמֶת'דִיג, וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים אוּן אַז מֹשֶׁה רַבֵּינוּ אִיז גֶעוֶוען דִי טַאטֶע פוּן אַלֶע נְבִיאִים, לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו פַאר דִי וֶועלְכֶע זֶענֶען גֶעוֶוען פַאר אִים, וְלַבָּאִים אַחֲרָיו אוּן פַאר אַלֶע וָואס זֶענֶען גֶעקוּמֶען נָאךְ אִים.


8) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה אַז דִי גַאנְצֶע תּוֹרָה, הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ וָואס מִיר הָאבְּן הַיינְט, הִיא הַנְּתוּנָה הָאט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעגֶעבְּן, לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם פַאר מֹשֶׁה רַבֵּינוּ.


9) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה אַז דִי תּוֹרָה וָואס מִיר הָאבְּן, לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וֶועט נִישְׁט פַארְטוֹישְׁט וֶוערְן, וְלֹא תְהֵא אוּן עֶס וֶועט נִישְׁט זַיין, תוֹרָה אַחֶרֶת קַיין אַנְדֶערֶע תּוֹרָה, מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


10) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵֹה בְנֵי אָדָם וֵוייסְט אַלֶעס וָואס מִיר טוּעֶן אוּן וָואס אַנְדֶערֶע טוּעֶן, וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם אוּן אַלֶעס וָואס מִיר טְרַאכְטְן אוּן וָואס אַנְדֶערֶע טְרַאכְטְן, שֶׁנֶּאֱמַר אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (תְּהִלִים לג, טו): 'הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם' דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אַלֶע הֶערְצֶער, 'הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵֹיהֶם' אוּן עֶר וֵוייסְט אַלֶעס וָואס מֶען טוּט.


11) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, גּוֹמֵל טוֹב בַּאצָאלְט שְׂכַר, לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו פַאר דִי וָואס טוּעֶן דִי מִצְוֹת, וּמַעֲנִישׁ אוּן עֶר בַּאשְׁטְרָאפְט, לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו דִי וָואס פָאלְגְן נִישְׁט זַיינֶע מִצְוֹת.


12) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ אַז מָשִׁיחַ וֶועט קוּמֶען, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ אוּן אֲפִילוּ עֶס נֶעמְט שׁוֹין אַזַא לַאנְגֶע צַייט, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם מִיט דֶעם וַוארְט אִיךְ יֶעדְן טָאג, שֶׁיָּבוֹא אַז עֶר זָאל קוּמֶען.


13) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים אַז עֶס וֶועט זַיין תְּחִיַּת הַמֵּתִים, בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ וֶוען דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט דָאס טוּן, וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים אוּן עֶס וֶועט דֶערְהוֹיבְּן וֶוערְן זַיין נָאמֶען פַאר אֵייבִּיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7024 - אפגעשוירן די האר, א קרבן פאר'ן אייבערשטן
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מחזק אייער חבר'טע אויף די גרויסע זאך וואס זי האט געטון, די הייליגע זאך, פארן ברענגען א קרבן פארן אייבערשטן, פאר זיך אפשערן די האר. דערצייל איר די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, א פרוי איז געקומען צום נאסעדער רב זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז זי האט שוין חתונה געהאט אזויפיל יאר, און זי איז נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער, פרעגט דער צדיק: "און וואס איז מיט די האר?" האט זי געזאגט: "רבי עס איז מיר א גרויסע נסיון, עס איז מיר זייער שווער צו אפשערן די האר". ווען דער צדיק האט דאס געהערט האט ער שוין גארנישט געזאגט, די פרוי איז דארט געבליבן שטיין און געוויינט: "איך דארף א אינגל", אבער דער צדיק האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, אזוי איז געווען אפאר מאל, ביז דער גבאי זאגט איר: "וואס פארשטייט איר נישט, דער רבי האט דאך אייך געזאגט אז איר וועט זיך אפשערן וועט איר האבן א אינגל", איז זי ארויס און זי איז זיך געגאנגען אפשערן, און זי איז געהאלפן געווארן ביז א יאר מיט א זיסע צוקערדיגע אינגל.


די פרוי האט געטראכט צו זיך 'יעצט אז איך האב שוין א קינד, וואס דארף איך יעצט פאלגן דעם צדיק, איך וועל זיך צוריק לאזן וואקסן מיינע האר', אזוי האט זי געטון, זי האט זיך אויפגעהערט שערן, ביז איין טאג איז דער אינגל קראנק געווארן. זי איז געקומען לויפן צום צדיק וויינען: "רבי מיין איינציג קינד איז קראנק, איך דארף א ישועה", דער רבי זאגט איר: "וואס איז מיט דיר? דו מיינסט איך ווייס נישט אז דו שערסט זיך מער נישט?" און נעבעך דאס קינד איז געשטארבן.


וואויל איז די פרוי וואס לייגט אוועק אלע חכמות און פאלגט די הייליגע צדיקים, וועט זי נישט דערלייגן, זי וועט נאר פארדינען, זי וועט זען ליכטיגע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7023 - פארמאך דיין 'סאושל מידיע', איך זאג דיר צו שפע
חובות, סאשעל מידיא

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר געפרעגט וואס דו קענסט זיך פארנעמען צו זען א נס, ארויסגיין פון דיינע חובות.


אויב דו פארמאכסט דיין 'סאושל מידיע', זאג איך דיר צו אז ביז א קורצע צייט גייסטו ארויס פון דיינע שווערע חובות און עס גייט זיין גרויס שפע.


איך זאג דיר צו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7022 - זאג דיין ווייב זי קען בלייבן ביי די ארבעט
חיזוק פאר פרויען, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס פרויען רעדן צווישן זיך פון געבוירן קינדער און פון ווארטן וכו' - דאס איז נישט קיין ניבול פה; עס איז זיכער בעסער נישט צו מאכן קיין שמועסן פון דעם צוליב כמה סיבות, בפרט אויב איז דא ביי די שמועס פרויען וואס האלטן נאכנישט דארט, אבער דאס איז נישט ניבול פה; זאג דיין ווייב זי קען בלייבן ביי די ארבעט, דאס איז נישט קיין פראבלעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7021 - נישט שטערן א שידוך צוליב די פלאץ וואו מען דארף וואוינען
שידוכים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


אויף דיין פראגע וועגן א שידוך וואס מען טראגט דיר אן וכו'; וויסן זאלסטו, א שידוך - און אזוי אויך וואו א איד זאל וואוינען - דאס האט נישט מיטן מענטש, דאס איז פונעם אייבערשטן, און מען קען זיך נישט קעגן שטעלן.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אז מען טראגט אים אן א שידוך וואס דער שידוך אליין געפעלט אים זייער, אבער היות ער דארף גיין וואוינען דארט וכו' - וויל ער נישט דעם שידוך, ווייל ער וועט זיך נישט געפינען דארט דאס פלאץ. האט אים דער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "כְּשֶׁיֵּשׁ לְהָאָדָם לֵב אֵין שַׁיָּךְ אֶצְלוֹ מָקוֹם כְּלָל, כִּי אַדְּרַבָּא, הוּא מְקוֹמוֹ שֶׁל עוֹלָם וְכוּ'"; א מענטש דארף צוקומען צו לעבן מיטן אייבערשטן, דעמאלט וועט אים גוט זיין וואו ער איז נאר, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל.


דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, דו זאלסט חס ושלום נישט שטערן קיין שידוך צוליב די פלאץ וואו מען דארף וואוינען, דו בעט דעם אייבערשטן אז אויב עס איז נישט דיין שידוך - זאלן די אנדערע דאס אפזאגן, דו זאלסט קיינמאל נישט אפזאגן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7020 - א מלמד זאל דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים
סיפורי צדיקים, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו לייגסט אריין אין די קינדער תורה, יראת שמים און מידות טובות, וואויל איז דיר אז דיין פלאג און מיה איז אין זאכן וואס זענען נצחיות, דו בויסט אויף סאלדאטן פארן אייבערשטן.


זע צו דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים, דערצייל זיי די מעשה וואס האט אויפגעפלאמט דעם רבינ'ס הארץ ווען דער רבי איז געווען א קליין קינד. עס איז דא אפאר גירסאות אין די מעשה, דערצייל זיי אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט עס אין ספר פעולת הצדיק (עיין סימן כו).


די מעשה גייט אזוי, דער הייליגער רבי האט פארציילט ווי אזוי ער האט זוכה געווען אנצוהויבן דינען דעם אייבערשטן; דאס האט זיך אנגעהויבן דורך דעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים, ווייל דעם רבינ'ס מאמע פיגא האט גע'ירש'נט די הויז פון איר מאמע - די צדיקת אדל - דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער, וואס זי האט גע'ירש'נט דאס הויז פון איר טאטע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


אין דעם הויז איז דער הייליגער רבי געבוירן געווארן. ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי - דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, פלעגן זיי אריינגיין אין שטוב פון בעל שם טוב און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך פון זייער גרויסער רבי. דער רבי זייענדיג נאך א קליין אינגל פלעגט אויסהערן די שמועסן פון די קדושי עליון, די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, זכותם יגן עלינו.


אמאל האט דער רבי געהערט די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב און זי איז גלייך נאכדעם נפטר געווארן, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: "געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", מיט די ווערטער האט ער געלעבט און דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן.


ביז איינמאל שפאצירט ער אין וואלד בשעת ער זינגט זיך צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבערגעלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ", (וואס באמת שטייט דארט מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן נַאר האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלונג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישט דא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם; פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן קעגן די אמונה האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: 'געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?' דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


דערצייל זיי די מעשה א גאנץ יאר, נאכאמאל און נאכאמאל, קינדער דארפן נישט קיין נייע מעשיות, קינדער האבן מער ליב מעשיות וואס זיי האבן שוין געהערט. דערצייל זיי עס מיט תמימות, עס זאל אריינגיין אין זייער הארץ, ווייז זיי ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, אויף אן אופן פון קענען נאכמאכן, עס זאל ווערן איינגעקריצט אין זייער הארץ די אמונה אינעם אייבערשטן.


איך האב דיך ליב, איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך בין זייער פארנומען איך מוז ענדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7019 - דער עיקר פונעם מוסד איז די ווארעמקייט און ליבשאפט
כיבוד אב ואם, מוסדות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט אויסער זיך ווען דיינע עלטערן רעדן צו דיר וועגן דיינע קינדער, אז אונזערע מוסדות איז נישט גוט, מאך נישט קיין עסק דערפון; עלטערן מעגן זאגן, עלטערן הערט מען אויס מיט דרך ארץ, און מען גייט התבודדות, מען שמועסט אויס מיטן אייבערשטן אלע צדדים און מען טוט וואס איז ריכטיג.


בנוגע וכו'; מיר מאכן נישט אין בית פיגא קיין עסק פון יום הולדת, עס מאכט נישט גוט צווישן די קינדער, עס הויבט אן ווערן קאנקורענט.


בנוגע די צעטלעך אויף די פרשה וכו'; נישט דאס איז דער עיקר, דער עיקר איז די ווארעמקייט און ליבשאפט וואס די לערערינס לייגן אריין אין יעדן קינד, און דאס נישט מאכן קיין דרוק צווישן די קינדער, דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן, אז די קינדער זאלן גיין פרייליך, אהיים קומען פרייליך און עס זאל זיין שם שמים שגור על פיהם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7018 - א כלה לערערין
תודה והודאה, הדרכות, כלה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז מען האט שוין באשטימט א טאג פאר די חתונה פון אייער טאכטער תחי'; דער אייבערשטער זאל העלפן דאס יונג פארל זאלן לעבן מיט ליבשאפט און פרידן, און זאלן אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות.


בנוגע ביי וועם זי זאל גיין לערנען וכו'; ביי די פרוי מרת לעווי פון בני ברק די לערערין אין בית פיגא, זי וועט איר לערנען און אנגרייטן אויף אלעס וואס א אידישע ערליכע פרוי דארף וויסן אויף די חתונה, זי איז אונזער כלה לערערין אין ארץ ישראל.


דער עיקר זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט ענק, ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער כח באקומט מען, אלץ מער שיינט די זיסע געשמאקע איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7017 - יעדער וואס טוט מיט מענטשן, וועט זיין אויף אים קריטיק
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס וואס איר זאגט אז די קומענדיגע יאר ווילט איר מער נישט זיין א טיטשער ביי אונז אין בית פיגא, ווייל די עלטערן פון יענע קלאס זענען אומצופרידענע, זיי פירן זיך נישט אויף שיין צו א טיטשער וכו'.


וואס זאל איך אייך זאגן, צו זיין א טיטשער און צו האבן צו טון מיט מענטשן - איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך. מוהרא"ש זאגט, יעדער וואס טוט מיט מענטשן - וועט זיין אויף אים קריטיק, עס וועט גארנישט נוצן, אזוי מוז זיין, און ווער עס קען נישט אויסהאלטן - זאל שטיין ווייט פון דעם.


אבער דאס גרויסקייט פון טון מיט מענטשן - בפרט ווען עס רעדט זיך פון לערנען תורה, אמונה, תפילה, קדושה, יראת שמים, מידות טובות, איידלקייט מיט אידישע טעכטער - איז נישט צום באגרייפן, דער הייליגער זוהר זאגט (זהר חדש לך לך): "דירתו עם השכינה", דער אייבערשטער רוט ביי דעם מענטש, און אז מען קען זען אפי שכינתא.


נאך זאגן די הייליגע חכמים (סנהדרין צב.), דער וואס לערנט תורה מיט אנדערע, "זוכה ומלמדה לעולם הבא", אויף יענע וועלט וועט מען אויך זיין א טיטשער, מען וועט לערנען מיט די נשמות.


איך וועל אייך נישט זאגן וואס צו טון, איך ווייס גאר גוט וואס מיינט זיין א טיטשער, ארבעטן שווער און צוריק באקומען טענות וכו', איך טו דאס שוין איבער צוואנציג יאר און מען באקומט נאר צוריק טענות, ווייניג מענטשן האבן די שיינע מידה פון הכרת הטוב, זיך באדאנקען, איך ווייס די שוועריקייט, אבער אויב איר וועט העלפן בויען 'בית פיגא' - וועט אייער שכר זיין זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7016 - חס ושלום ווייזן פאר קינדער קליפס און ווידיאוס
מוסדות, הדרכות, ווידיאו

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע אויב מען זאל ווייזן פאר קינדער קליפס און מוזיק ווידיאוס; דו ווייסט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, חס ושלום ווייזן פאר קינדער קליפס און ווידיאוס.


עס איז דא א בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ווען איינע פון די איינגעשטעלטע אין חדר האבן געוויזן פאר די קינדער א קליפ פון א זינגער ווי ער טאנצט, איך האב נישט געוויסט פון די מעשה ביז איך האב באקומען די בריוו פון מוהרא"ש; איך וואלט קיינמאל נישט געלאזט אזא זאך פאסירן, איך בין אבער אין יענע צייט געווען זייער איבערגעשטרענגט, איך האב געהאלטן אינמיטן די פונדאמענט פון די מוסד, ווען אלע האבן נאך געלאכט, ווען קיינער האט מיך נישט געהאלפן, און פלוצלונג באקום איך א בריוו פון מוהרא"ש: "אויב דו וועסט ווייזן קליפס פאר די קינדער - זאלסטו אראפנעמען מיין נאמען פון די מוסד".


ווייז נישט קיין שום קליפס פאר קינדער; אפילו קליפס און ווידיאוס וואס מען מאכט פאר הפצה, פאר די מענטשן וואס מען קען נישט אנקומען צו זיי נאר דורך אן אונטער טיר, וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7015 - איך קען נישט ענטפערן וואו צו גיין וואוינען
כיבוד אב ואם, דירה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס מען פארלאנגט איר זאלט איבערלאזן אייער מאמע, אייער משפחה, און גיין וואוינען וכו'; אזוי גייט עס ביי אסאך פון די רבי'שע משפחות, מען פארלאנגט פון די קינדער און אייניקלעך מען זאל אלעס אוועקלייגן אין דער זייט אבי צו בויען די שול וכו', מען פארלאנגט מען זאל קומען דינען די שול, דינען די רעביסטעווע אויפן חשבון פון שלום בית און אויפן חשבון פון חינוך הבנים, אלץ אבי עס זאל זיין א כבוד פאר די הנהגה וכו'.


איך קען נישט ענטפערן פאר א צווייטן וואו צו גיין וואוינען, דאס קען קיינער נישט זאגן, איין עצה איז דא, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און נאכאמאל בעטן און זיך לאזן פירן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7014 - מאך זיך נישט צוטון פון קיינעם, לאז נישט אפ הפצה
מוהרנ"ת ז"ל, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צו טון פון די מתנגדים וואס שרייען אויף דיר און שפעטן פון דיר ווען דו גייסט הפצה, דו גיי ווייטער פארפלייצן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, פאר עיקבתא דמשיחא. האב נישט קיין חלישות הדעת, פון אינדרויסן זעט אויס די בילד גוט, אבער ווער עס ווייסט, ווייסט אז די מצב איז זייער ביטער, מענטשן זענען אזוי צובראכן, ווער רעדט נאך פון בחורים און מיידלעך, זיי איז אזוי ביטער, זיי פאלן אין עבירות, אונטער די טאטעס נאז, אונטער די מאמעס שירצל, די עלטערן חלומ'ען נישט וואס די קינדער מאכן און טוען, זיי ווילן זיין גוט אבער זיי האבן נישט קיין וועג, זיי האלטן אין איין פאלן, און נאר די קונטרסים בלאזט אריין אין זיי א חיות, א האפענונג, עס ראטעוועט זיי.


מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווי מען האט גע'רודפ'ט דעם הייליגן רבי נתן, מען האט אים כמה פעמים געוואלט הרג'ענען פאר די איינע חטא פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים פאר די וועלט, מען האט געדינגען פאר געלט מערדער זיי זאלן אים הרג'ענען מיט די ווייב און קינדער, און דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט און אים געראטעוועט, די מערדער האבן זיך טועה געווען, זיי זענען געגאנגען צו א צווייטן איד אין ברסלב מיטן נאמען נתן, א איד ר' נתן אפטייקער און דארט האבן זיי ליידער אויסגעפירט די שרעקליכע רציחה. זיי האבן אומגעברענגט יענעם ר' נתן, זיין ווייב, זיינ'ס א ברודער אהרן משה, און א דינסט. נאר צוויי קינדער האבן איבערגעלעבט, א קליין בעבי און א מיידל פון פיר יאר, וועלכע איז קריטיש פארוואונדעט געווארן איבער איר גאנצע קערפער, קוק נאך די מעשה אין די בריוו פון מוהרנ"ת (עלים לתרופה ב' וישב תקצ"ה, מכתב קנח). קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איז אריבער אויף מוהרנ"ת, און דאך האט ער זיך מחזק געווען און נישט אפגעלאזט די הפצה.


לאז נישט אפ די הייליגע עבודה פון 'הפצה'.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7013 - מאך די סעודות שבת אינטערעסאנט פאר די קינדער
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שבת קודש, היכל הקודש, חלישות הדעת, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-מברכים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך איז דער מנהג צו באקן חלות מיט א שליסל, דאס ווייזט אונז אז נאר דער אייבערשטער געבט פרנסה. עס העלפט גארנישט, נאר דער אייבערשטער געבט פרנסה.


ווער לערנט אונז די ריינע אמונה? די צדיקים. דער הייליגער רבי לערנט אונז אמונה, און דערפאר דארף מען אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן. ווייל דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון רבי'ן, ער וויל נישט מען זאל זיין ביים רבי'ן, ער טוט אלעס אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן, ער האט כל מיני טריקס, בלבולים, חלישות הדעת, אבי אוועק שלעפן פון רבי'ן, ווייל ער ווייסט אז ווער עס האלט זיך ביין רבי'ן - וועט ביים סוף זוכה זיין צו ווערן גאר א גרויסער צדיק, אזוי ווי מוהרנ"ת פלעגט זאגן: "אפילו א בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן וועט ער אלעס פאררעכטן".


מוהרא"ש דערציילט מען האט אים געשלאגן, מען האט אים געפייניגט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, מען האט אים אראפגעווארפן און געלייגט א גרויסן ברעט אויף אים און געטאנצן אויף אים און אים געסטראשעט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, און מוהרא"ש האט געשריגן: "ענק קענען האקן און שלאגן, ענק קענען טון מיט מיר וואס ענק ווילן, איך לאז נישט אפ דעם רבי'ן, איך וועל פון אזא רבי קיינמאל נישט אוועק גיין".


אויך האט מען אים גענומען צו גרויסע צדיקים וואס האבן אים געזאגט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, און מוהרא"ש האט געזאגט מיט עזות דקדושה: "אפילו דער רבי וועט מיר ברענגען מלאכים פון הימל וואס וועלן מיר זאגן אפצולאזן דעם רבי'ן - וועל איך דעם רבי'ן נישט אפלאזן, ווייל אז איך האב געטראפן א רבי וואס ברענגט מיך צום אייבערשטן און צו די תורה - וועל איך אזא רבי נישט אפלאזן".


מוהרא"ש האט גענומען די שטארקקייט פון הייליגן רבי נתן, וואס האט געזאגט סיי פארן רב רבי אהרן און סיי פאר ר' ליפא: "אפילו דער רבי אליין זאל מיך האקן מיט א דראנג - וועל איך פון אזא רבי נישט אוועק גיין", דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן, איך זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן מיין גאנצע לעבן און נישט האבן צו טון מיט קיין לצים, נישט האבן קיין חלישות הדעת, נאר יעדע מינוט ווערן פריש מקורב".


מאך זיך א חשבון, 'וואס האב איך אין די האנט? ווער געבט מיר אין די האנט? דא האב איך א רבי וואס געבט מיר אין די האנט תורה, תפילה, התבודדות, א וועג פאר מיינע קינדער, א וועג אין שלום בית, א וועג צו קענען חתונה מאכן מיינע קינדער ריין און ערליך, מה שביד בטוח, וואס מען האט אין דער האנט איז זיכער, דא האב איך א רבי וואס וועקט מיך אויף יעדן טאג און אפאר מאל א טאג צוריק צו קומען צום אייבערשטן איז וואס זענען בכלל מיינע ספיקות?!'


שבת זאלסטו מאכן שיינע סעודות, שמועס מיט דיינע קינדער, הער זיי אויס און דערצייל זיי שיינע זאכן, מאך די סעודות אינטערעסאנט, פרעג דיינע קינדער יעדער זאל דערציילן א מעשה פון תפילה, און לויב אויס דיינע קינדער, געב זיי ליבשאפט און ווארעמקייט.


א פרייליכן שבת.



 

#7012 - מיטנעמען דעם יום טוב אויף א גאנצע יאר
מוסדות, פסח, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, ח' לעומר, שנת תשפ"ה לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך אז עס איז אריין אין אונז אזא הייליגע יום טוב פסח, מיר האבן זוכה געווען צו טון די מצוות פון אויסרוימען די חמץ און עסן די הייליגע מצה און אזוי ווייטער, יעצט דארפן מיר נעמען די יום טוב אויף א גאנצע יאר, מיר דארפן זיך פרייען מיט די מצוות, דאס וועט זיין א שמירה פאר אונז פאר די גאנצע יאר.


היינט הויבן מיר אן די דריטע פרק אין מסכת מכות, דף יג, בעט איך דיר מיין טייערער ליבער ברודער כאפ זיך מיט, כאפ זיך ארויף אויפן וואגן און לערן דעם בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. אויך זאלסטו מעביר סדרה זיין, ווייל נאר די תורה בלייבט פונעם מענטש און נאר די תורה מאכט גליקליך. אויך זאלסטו גיין א שפאציר יעדן טאג אינדערפרי זיך מתבודד זיין, הויב אן מיט דאנקען דעם אייבערשטן און זיי ממשיך מיט בעטן פאר דיר און פאר דיינע דורות.


היינט אסרו חג איז די טאג וואס מיר האבן זוכה געווען צו עפענען ברסלב'ע מוסדות אין אמעריקע, מוסדות היכל הקודש, און אפילו עס זענען שוין טאקע אריבער אזויפיל יאר דארפן מיר יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן מוסדות וואו צו שיקן אונזערע קינדער זיי זאלן אויפוואקסן מיט אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#7011 - לייג אלעס אין דער זייט, און טו כיבוד אב
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט אז דיין טאטע דארף צוקומען צו די קינדער'ס הילף, ער האט זיך צעבראכן זיין פוס - זאלסטו אריבערגיין אים העלפן גיין און קומען.


עס איז אזוי נישט שיין צו הערן אז קיינער פון דיינע געשוויסטער קומען נישט, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, און נאר דער ברסלב'ער קינד געבט זיך אפ אזוי געטריי.


לייג אלע אנדערע זאכן אין דער זייט, און טו די מצוה פון כיבוד אב מיט די גאנצע הארץ, כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א), אז דאס איז חמורות שבחמורות, דאס איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7010 - נאר אז מען היט די תורה איז דא אמת'ע ליבשאפט און שלום
שלום בית, אידישע שטוב, מורה דרך, הלכה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט היטן די הלכות וכו' - וועט איר זען ווי דער אייבערשטער וועט אייך העלפן, עס וועט קומען א רוח טהרה אין שטוב, אויף אייך און אויף אייער מאן; נאר אז מען היט די תורה איז דא אמת'ע ליבשאפט און אמת'ע שלום.


שטייט שטארק, אייזן שטארק - נישט זיך אוועק רירן פון די תורה; אין די טעג וואס מען דארף היטן הלכות איז נישטא קיין דריידלעך און קיין מעשיות, עס איז א שפיל מיט פייער.


בנוגע אייער מאן; אמאל פלעגט ער מיר שרייבן, ער האט געהאט א שטיקל קשר - האב איך אים געקענט מחזק זיין, היינט הער איך נישט פון אים; הלוואי וואלט ער צוריק געמאכט די קשר, וועל איך אים מחזק זיין ער זאל היטן שבת און זיין אן ערליכער איד.


אז מען רייסט זיך אפ פון צדיק איז גאר ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7009 - דריי עצות ארויסצוגיין פון אלעם שלעכטס
שמחה, בחור, התחזקות, משניות, נסיונות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


נעכטן נאכדעם וואס דו האסט מיר דערציילט וואס דו ביסט אלץ אריבער האב איך באקומען א זייער שטארקע רחמנות אויף דיר, מיין הארץ גייט אויס פון צער וואס דו ביסט אריבער, אז אין דיין אלטע ישיבה האט דיך א בחור מטמא געווען, דו ביסט אראפגעפאלן נעבעך אין די שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, און נאכדעם האסטו זיך געקויפט שטילערהייט א טעלעפאן אפן צו די אינטערנעט און געזען גילוי עריות רחמנא לצלן, און זייט דעמאלט איז דיר ביטער די לעבן.


וויסן זאלסטו אז מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן קען מען אלעס איבערדרייען און אלעס פאררעכטן, מען קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק. דער רבי האט זייער אסאך עצות, אבער בעיקר איז דאס די דריי עצות פון לערנען יעדן טאג תורה, יעדן טאג גיין התבודדות און זיין פרייליך.


זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, דאס איז די בעסטע מעדעצין פאר ווער עס איז אריינגעפאלן אין מאוויס, ווייל דאס זאגן אכצן פרקים משניות בכל יום - רייניגט דעם מענטש, עס וואשט אויס די נשמה. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


לויט אנדערע שיטות איז אזא איינער וואס האט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן, שוין א פארפאלענער, נישטא קיין וועג ארויס פאר אים, דערפאר ווען מוהרנ"ת האט געהערט פון רבי'ן אזעלכע קלארע ווערטער, אז מען קען נעמען א בעל עבירה און אים מאכן פאר א צדיק, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן אויב דאס רעכנט אריין אויך דער וואס האט פוגם געווען בברית? האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס".


צווייטנס, זאלסטו זיך באשטימען א צייט יעדן טאג ערגעץ פריוואט וואו קיינער זעט נישט און הערט נישט וואס דו טוסט, און זאלסט זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים די מעשה ווי דער בחור האט דיך גערופן אין א סעלער, קודם האסטו נישט געוואלט גיין און נאכדעם האט ער דיך געמוטשעט און דו ביסט געפאלן אין די נעץ, און ווי נאכדעם האסטו זיך שטילערהייט געקויפט א טעלעפאן, קיינער אין די וועלט האט נישט געוואוסט, דו האסט געקוקט די ערגסטע פון די ערגסטע, די אפפאל פון די אפפאל, וואס אפילו ביי די גוים, ביי די פעלקער - איז דאס אזוי געמיין, אז נאר די נידריגסטע קוקן דאס. אז דו קענסט שרייען מיט קולות צום אייבערשטן - וואלט נאך בעסער געווען, ווייל אז דו האסט מקלקל געווען דיינע מוחין - איז דאס די עצה, שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך באנייען, געבן פרישע מוחין וכו'.


און דער עיקר די דריטע זאך, שמחה; דו זאלסט טון אלעס אויף די וועלט צו זיין פרייליך, דאס וועט דיך היטן זאלסט נישט צוריק פאלן, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך און דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה - זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) - היט אים דער אייבערשטער אליין אפ פון אלע שלעכטס, און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית. אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, דעמאלט: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ", איז מער נישט דא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7008 - נאר מיט די דריי תפלות אין שול, קען מען האבן הצלחה
שידוכים, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט דיר, דו פלעגסט אמאל דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און יעצט זע איך אז דו ביסט מזלזל אין דאווענען.


איך וויל זיין דיין שדכן, און איך טראכט פון א גוטע שידוך פאר דיר, אבער איך וויל מיט דיר זיין אפן, איך קען זיין דיין שדכן נאר אז דו דאווענסט שחרית מנחה מעריב; אז מען דאווענט נישט די דריי תפילות - איז נישטא קיין טשענס מען זאל מצליח זיין, אזוי ווי א קאר קען נישט פארן נאר מיט געז, און אויך א לעקטערישע קאר קען נישט פארן נאר מיט בעטערי, אזוי אויך קען א איד נישט האבן הצלחה נאר אז ער גייט אין שול דאווענען די דריי תפילות.


הויב אן פונדאסניי צו גיין אין שול יעדן טאג דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. אינדערפרי זאלסטו נישט גיין צו דיין ארבעט איידער דו דאווענסט, לאז די גאנצע וועלט קראכן, לאז אלעס צעפאלן, לאז די באנק אין א מיינעס, טו גארנישט פארן דאווענען, נאר נאכן דאווענען זאלסטו לויפן צו דיינע געשעפטן, אבער נישט פארן דאווענען. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לא): "ראוי להזדרז להתפלל תמיד בבקר השכם בכל מה שיוכל", עס איז ריכטיג מען זאל זיך צואיילן צו דאווענען שטענדיג דאס פריסטע וואס מען קען נאר, "כי לפי גדל מעלת התפלה שיקרה מעלתה מאד מאד", ווייל דאווענען איז אזוי גרויס און טייער, אויב מען שטופט דאס אפ - קען מען דאס אינגאנצן פארלירן, "מי יודע אם יזכה אחר כך להתפלל", ווער ווייסט דען וואס וועט זיין, אויב מען וועט נאך קענען דאווענען, "על כן כל מה שיוכל להקדים עצמו ראוי לו לזרז מאד ולהקדים" דעריבער דארף מען דאווענען וואס פריער.


הלואי זאלסטו מיך אויסהערן, וועסטו נישט דערלייגן נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.