בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6475 - עס נעמט אביסל צייט אז מאן און ווייב זאלן אוועקשטעלן זייער לעבן
שלום בית, תהלים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א גרויסע מצוה צו מחזק זיין נשות אנשי שלומינו, בפרט יונגע פארפעלקער, זיי געבן צו פארשטיין אז עס נעמט אביסל צייט אז מאן און ווייב זאלן אוועק שטעלן זייער לעבן, זאכן זאלן נישט שטערן און נישט באדערן.


רעדט נישט קיין פריוואטע זאכן פון אייער לעבן וכו', אבער בכלליות זאלט איר יא רעדן, איר זאלט זאגן אז ביי אייך נאך די חתונה האט אויך גענומען צייט ביז די שטוב שטעלט זיך אוועק.


זאגט יעדן טאג תהלים און זינגט אייערע תפילות צום אייבערשטן, זינגט שירות ותשבחות, אויך בעטס פאר אייערע דורות, זיי זאלן אלע זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6474 - ווי וואגט מען זיך מתחצף צו זיין פאר אן ערליכער איד?
דרך ארץ, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש ...


איך הער אז מען האט זיך מתחצף געווען ביי ענק אין שול פאר ר' ... שליט"א ווען ער האט מעורר געווען אז מען זאל דאווענען שבת אינדערפרי אין צייט.


עס טוט מיר זייער וויי אז ביי אונז אין שול זאל אזוינס פאסירן, און איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זען עס זאל זיין דרך ארץ, מען זאל מכבד זיין תלמידי חכמים און אויך עלטערע אידן; ווי וואגט זיך איינער זיך צו מתחצף זיין פאר א תלמיד חכם אן ערליכער איד?! ווי מעג זיין אזא זאך ביי אונז אין שול, און ווי קען זיין אז די גבאים שטייען אין דער זייט און קיינער איז נישט מוחה?


איך האב דיך אויפגענומען פאר גבאי, דארפסטו זען אז דער שול זאל זיך פירן ערליך, מען זאל דאווענען אין צייט און מען זאל מכבד זיין תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6473 - תשפ"ה איז ראשי תיבות: ת'הא ש'נת פ'שטות ה'יהדות
קבלה טובה, חומש רש"י, מעביר סדרה, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וזאת הברכה ב', י"א תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען שוין ענדיגן די וואך מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה, מען דארף נישט ווארטן אויף נאך שמחת תורה אנצוהויבן פרשת בראשית, נאר קומענדיגע וואך זונטאג, חול המועד סוכות - קען מען שוין אנהויבן פרשת בראשית. מוהרא"ש האט דאס אלע יארן געבעטן, מיר זאלן נישט פארפאסן די אנהויב יאר, מען זאל זיך מוסר נפש זיין פאר די מצוה פון מעביר סדרה זיין, יעדן טאג לערנען אביסל חומש, תרגום מיט רש"י.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זע צו ענדיגן פרשת וזאת הברכה, אזוי וועסטו קענען אנהויבן זונטאג חול המועד פרשת בראשית, לערנען יעדן טאג חומש, תרגום מיט רש"י, דורכדעם וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, דו וועסט האבן א שמירה עליונה, וועסט זיין אפגעהיטן פון די יצר הרע פון עבירות.


ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות וכו', פאלג וואס צדיקים זאגן בתמימות ופשיטות. מוהרא"ש האט אויך געוואוסט פון די ווערטער פון הייליגן אריז"ל וואס זאגט מען זאל מעביר סדרה זיין דווקא פרייטאג, און דאך האט ער אונז געמוטיגט אלע יארן ביי די שיעורים און אין די בריוו אז מיר זאלן במשך די וואך - אנגעהויבן פון זונטאג - מעביר סדרה זיין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגער ווילנער גאון זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער.


דאס זאל זיין פון דיינע נייע קבלות פאר די נייע יאר, לערנען יעדן טאג חומש, תרגום און רש"י, זיך פירן ווי א פשוט'ער איד, בתמימות ופשיטות, אזוי ווי מיר האבן דערמאנט אין אומאן ביי די שיעורים, תשפ"ה איז ראשי תיבות: ת'הא ש'נת פ'שטות ה'יהדות; ווייל מעביר סדרה זיין וועט דיר ברענגען יראת שמים. אזוי ווי דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו האט געזאגט פארן ערוגת הבושם זכותו יגן עלינו ווען ער איז אים געקומען באזוכן, דער ערוגת הבושם האט אים געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זען ווי פלייסיג זיי לערנען און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, ווען רבי מרדכי'לע איז ארויסגעקומען האט אים דער ערוגת הבושם געפרעגט: "נו, וואס זאגט איר אויף מיינע בחורים?" האט אים רבי מרדכי'לע געענטפערט: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" הערנדיג דאס איז דער ערוגת הבושם געווארן זייער דערשראקן און פארוואונדערט, ווי אזוי קען זיין אזא זאך? און ער פרעגט דעם הייליגן רבי מרדכי'לע: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" דער ערוגת הבושם האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם, און ער האט נאכגעפארשט ביי זיינע תלמידים אויב זיי ענדיגן יעדע וואך חומש רש"י, האבן זיי אים געענטפערט אז נישט, ווייל די וועכנטליכע פארהער איז פארגעקומען פרייטאג צופרי, און עס קומט זיי נישט אויס קיין צייט ווען צו קענען מעביר סדרה זיין, האט שוין דער ערוגת הבושם פארשטאנען אז רבי מרדכי'לע ווייסט וואס ער רעדט, און ער האט איינגעפירט אין זיין ישיבה אז מען זאל פארהערן זונטאג, און מען זאל יעדן טאג לערנען חומש רש"י.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6472 - רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, ראש השנה, מנהגים, כעס, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת'דיגע סעודות מיט דיין משפחה; די איין מאל א וואך וואס דער טאטע זיצט מיט די קינדער, דארף מען אויסניצן די צייט פאר חינוך הבנים והבנות, רעדן מיט זיי, שמועסן מיט זיי, אריינלייגן אין זיי מידות טובות ויראת שמים.


געב זיך אכטונג פון וואס דער הייליגער רבי רעדט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן א), פון קנאת המלאכים; ביי די שבת'דיגע סעודות איז דא א שטארקע קנאה פון די מלאכים, זיי זענען זייער מקנא אונזערע שיינע סעודות, פרובירן זיי אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין כעס און אין מחלוקות, און פון דעם ווערט קריגערייען ביי די שבת'דיגע סעודות, פון די קנאה פון די מלאכים וואס פארגינען נישט דעם מענטש זיין דביקות צום אייבערשטן.


ליבער ברודער געב זיך זייער אכטונג נישט צו ווערן בכעס, פארמאך זיך דיינע אויגן מיט ביטול צום אייבערשטן, זינג די זמירות מיט א בענקעניש צום אייבערשטן, פארגעס פון אלצדינג, פארגעס פון אלעס ארום דיר, וועסטו זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט זיין ביי דיין שבת טיש.


רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית, עס ליגט א חוב אויף עלטערן צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן חס ושלום נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים, מען ווייסט גארנישט וואס טוט זיך; עס איז נישט שייך נאכצוגיין די קינדער פיר און צוואנציג שעה, וואס יא? מען דארף רעדן מיט זיי, זיי זאגן זיי זאלן וויסן פון קדושת הברית, נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און נישט קוקן אויפן אות ברית קודש, און אויב חס ושלום א פרעמדער וויל אנרירן אדער הייסט אים אנרירן ביי אים - זאל ער אנטלויפן און נישט מורא האבן צו דערציילן, וועט אים גוט זיין. עס איז שווער צו רעדן פון די זאך, אבער אז מען רעדט נישט און די קינדער פאלן א קרבן פאר א מניוול - ווילסטו נישט טראכטן ווי שווער עס וועט זיין.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון די הנהגות ביי אנשי שלומינו:


ערב ראש השנה פירט מען זיך צו געבן פדיון נפש, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד), "ערב ראש השנה איז גוט צו מאכן פדיון נפש", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים", עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום", אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט געזאגט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#6471 - אז מאן און ווייב האבן זיך ליב, עפנט זיך די הימל
שמחה, שלום בית, שבת קודש, מנהגים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן די יאר נאך צוויי שבתים, די וואך און נאך איין שבת. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:): "אלמלי משמרין ישראל שתי שבתות כהלכתן מיד נגאלים", וואלט מען געהיטן צוויי שבתים וואלט מען גלייך געווארן אויסגעלייזט; לאמיר דעם שבת און די קומענדיגע וואך שבת - זיין זייער פרייליך, וועלן מיר ווערן אויסגעלייזט, יעדער איינער פון זיין ביטערע גלות.


פארלייג זיך זייער צו זיין משונה פרייליך דעם שבת, לאז נישט דעם סמ"ך מ"ם זיצן ביי דיר אין שטוב, לאז נישט די קליפות איבערנעמען די שטוב. דער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, ווייל ער האט זייער מורא ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום - דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי און ער ווערט ארויסגעטריבן פון אזא סארט שטוב.


אז מאן און ווייב האבן זיך ליב - עפנט זיך די הימל און עס קומט ליבשאפט אויפן מענטש פונעם אייבערשטן, און אז מען ווייסט און מען גלייבט אז די ווייב איז אויך אלוקית - עפנט זיך אויף די הימל און די גאנצע שטוב ווערט א מרכבה פאר די שכינה.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזערע בקשות - מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א גוט שבת.

#6470 - טשעפע נישט דיין ווייב'ס צניעות
צניעות, שלום בית, ראש השנה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טשעפע נישט דיין ווייב'ס צניעות, מאך נישט חוזק פון איר איידעלע וועג, רייס נישט ארונטער אירע גוטע מנהגים, ווייל עס איז נישטא שענערס, עס איז נישטא בעסערס - פון אן איידעלע ערליכע פרוי, א געטרייע מאמע פאר די קינדער.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט חתונה געהאט, און דאנק דעם אייבערשטן פאר די איידלקייט און באשיידנקייט; דאס איז די שענסטע מתנה פונעם אייבערשטן. "מִמִּשְׁבְּצוֹת זָהָב לְבוּשָׁהּ", אן איידעלע פרוי איז שענער פון די שענסטע גאלדענע קליידער (תהילים מה, יד).


דו וועסט נאך מודה זיין צו מיינע ווערטער, עס וועלן אריבערגיין די היציגע יארן, דו וועסט אזוי דאנקען דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז ערליך, זי האט א כשר'ע טעלעפאן, זי איז תמימות'דיג און ריין.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


אנשי שלומינו פירן זיך צו פאסטן ערב ראש השנה ביז חצות, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן תקפא, סעיף ב): "נוהגים להתענות בערב ראש השנה". מען גייט צום ציון און מען בעט זיך אויס א גוט יאר פאר זיך, פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.


היינט נאכט איז דא די וועכנטליכע שיעור, עס איז וויכטיג זאלסט קומען צום שיעור און בעט דעם אייבערשטן זאלסט מקבל זיין וואס מען רעדט, זיך נישט האלטן קלוגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6469 - כאטשיג איין מאל א וואך זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות
תפילה והתבודדות, שטעטל, תכלית, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אין קרית ברסלב, איך בין געווען אין בית פיגא, אין חדר און אין ישיבה; וואס זאל איך דיר זאגן, אשרינו שזכינו, מיר האבן הערליכע מוסדות. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט כמה וכמה פעמים: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזער מוסד פון קיינעם".


איך האב זיך געפרייט צו קענען זיין מיט די בחורים אין ישיבה, מיר האבן שוין היינט דריי ישיבות; אין ירושלים עיר הקודש, אין קרית ברסלב ליבערטי און אין וויליאמסבורג. איך האב פארגעלערנט די בלאט גמרא פאר די בחורים, ווייל עס גייט מיר ממש אין לעבן אריינצוברענגען אין די תלמידים די זאך פון לערנען יעדן טאג גמרא, עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען גמרא, לכל הפחות איין בלאט.


איך בין געווען אין די מוסד אפיס, איך האב דערציילט פאר די ארבעטערס, איך האב זיי געוויזן א טשעק פון איבער דרייסיג טויזנט דאלער וואס איז געקומען אין די פאסט. איך האב זייער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע אין די מוסדות, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, איינער האט געשיקט א גרויסע סכום אויף די פאסט. די געלט איז אנגעקומען אן קיין נאמען (א גאנץ ווינטער איז געקומען יעדע חודש פון די זעלבע אקאונט, צדקה, וואס מען קען נישט נאכגיין די נאמען), איך ווייס נישט ווער דאס איז, איך האב נישט וועם צו זאגן שכוח, נאר פארן אייבערשטן, און איך זאג א גאנצן טאג: "שכוח אייבערשטער אז דו לאזט מיך נישט פאלן, שכוח אייבערשטער אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט ריינע אמונה פשוטה און מיט אמונת צדיקים, שכח אייבערשטער אז אונזערע קינדער דארפן נישט אריבערגיין יעצט פאר אומאן בזיונות פון חדר אז זיי פארן קיין אומאן, שכוח אייבערשטער פאר אלעס".


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט קומען צום שיעור, מען מוז קומען כאטשיג איין מאל א וואך זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל, אז נישט שלאפט מען איין און מען קען חס ושלום אפשלאפן די גאנצע זיבעציג יאר. קום צום שיעור, דער רבי וועט דיך אויפוועקן זאלסט צוריק אנהויבן דיינע שיעורים כסדרן, חומש, משניות, גמרא, הלכה ואגדה; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


היינט אינדערפרי הער איך אין שול מענטשן זענען צעטומלט, א איד, א וואוילער איד, ער איז געווען אין די חברה הצלה, געטון חסד - איז פשוט נישט אויפגעשטאנען; ווען מען לעבט נישט מיט די מחשבה אז איין טאג גייט מען אוועק גיין פון דער וועלט ווערט מען אזוי פארלוירן און צעמישט ווען מען הערט אזעלכע געשעענישן, אבער אז מען לעבט מיט די מחשבה פון תכלית - דעמאלט גרייט מען זיך יעדן טאג אן מיט תורה, מיט תפילה, מיט גוטע מעשים; מען ווייסט אז איין טאג וועט מען דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6468 - קויף א שיינע מתנה פאר דיין ווייב אז זי שיקט דיך קיין אומאן
שלום בית, אומאן, ראש השנה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קום צום רבי'ן מיט זכותים, מיט מזכה זיין אידישע קינדער צוריק צו קומען צום אייבערשטן. די מפיצים פארנעמען די ערשטע א פלאץ ביים רבי'ן; דאס וויל דער רבי פון אונז, מיר זאלן טון פאר אידישע קינדער.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות אויבן אין הימל; ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א איד וואס ברענגט צוריק פארבלאנזשעטע נשמות צום אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:) 'תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא' קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, 'אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא' דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. 'וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי' ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, 'וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי' און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, 'כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי', קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, 'עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ' ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מיר פארן שוין קיין אומאן, קויף א שיינע מתנה פאר דיין ווייב אז זי שיקט דיך קיין אומאן, זי מאכט דיר נישט דעם טויט אזוי ווי אנדערע. מוהרא"ש האט מיר געזאגט - ווען איך בין געפארן מיין ערשטע יאר קיין אומאן ראש השנה שנת תשס"ו - איך זאל קויפן א שיינע מתנה פאר מיין ווייב אז זי איז נישט קיין אפהאלט אויף די נסיעה.


נעם מיט שמירה פארן וועג, נעם מיט ספרים פאר די מפיצים. רוף אריין צו קרן הדפסה בעטן א פעקל ספרים מיט צו נעמען קיין אומאן, די ספרים וואס מען נעמט מיט פאר הפצה - איז א שמירה פאר די רענצלעך אז עס זאל אנקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6467 - ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן
תפילות אויף אידיש, צרות, ראש השנה, מנהגים, שמירת עינים, וידוי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די צרות וואס דו ליידסט אין לעבן, ווער ווייסט אויב דו ביסט זיך דאס נישט אליין גורם; פון די פגמי הברית, פון מפקיר זיין די אויגן, זיך פארשמירן מיט קוקן ניאוף רחמנא לצלן; ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט עבירות רחמנא לצלן און מען פאלט נאכדעם אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - באשאפט מען דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן דעם מענטש א גאנץ לעבן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, בּוֹרֵא קְלִפּוֹת הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו, וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה - באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.


גיי אין פעלד שריי צום אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך בין אזוי ווייט פון דיר, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם, איך קען זיך נישט אפרייסן פון דעם. איך בין אזוי צעבראכן, איך זע נישט קיין וועג ווי איך וועל דאס קענען אפלאזן, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, מאך א נס איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן".


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות. אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל זינדיגן אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דעם מח. דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, דף קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית, מען איז פוגם ביסוד - גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט בפירוש אז מען דארף נישט פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו), דאס איז די עצה ארויס צו קריכן פון די בלאטע. דער רבי זאגט (שם, סימן יט) אפילו דער וואס איז אזוי אוועק געפאלן און טוט עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען אויך צוריק קומען דורך די הייליגע תורה, די תורה קען ארויסנעמען פון עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", און אויב מאכט מען זיך א קביעות צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג - קען מען זוכה זיין ארויס צו גיין פון די בלאטע און ווערן א גרויסע צדיק, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


ערב ראש השנה פירן זיך אנשי שלומינו צו גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן און מען מאכט דארט וידוי דברים, מען דערציילט פארן רבי'ן אלעס וואס מען האט געזינדיגט פון ווען מען איז געבוירן, אלעס וואס מען געדענקט. מען זאגט ארויס מיט די מויל אלע עבירות, אזוי גייען ארויס די שלעכטס פון די ביינער, וואס איז געווארן איינגעקריצט ביים טון די עבירות.


דער רבי האט אמאל געהערט ווי א פרוי שרייט ביים קבר פון איר טאטע, האט דער רבי דעמאלט געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט איר געזאגט: "פינקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6466 - לכבוד די נייע יאר, זיך אפשערן די האר נאך די חתונה
שערן די האר, אומאן, ראש השנה, קבלה טובה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל זייער אז אלע ווייבער וואס זענען אין אונזער קהילה - זאלן זיך שערן די האר. מוהרא"ש האט געבויט די קהילה, און דאס איז געווען ביי אים פון די שטארקע יסודות, אז מען זאל זיך אפשערן די האר נאך די חתונה; דארף מען אים פאלגן.


דער הייליגער זוהר שרייבט זייער שארף, אז א פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר און מען זעט דאס ארויס - וועט אין דעם שטוב זיין דחקות ועניות, מען וועט זיך זייער מוטשען מיט די קינדער. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


לכבוד דעם נייעם יאר זאל מען זיך מקבל זיין די זאך אין צניעות, מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי זיך אפשערן". עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


די ערשטע געלעגנהייט וואס מען קען - גייט מען אריבער צום ציון (אז מען קען קודם גיין אין מקוה - מה טוב ומה נעים). מען גייט צום ציון מיט כבוד, אנגעטון מיט דרך ארץ אזוי ווי עס פאסט. מען געבט א פרוטה לצדקה לזכות רבינו נחמן בן פיגא און מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און נאכן זאגן די תיקון הכללי זאגן מיר די תפילה פון רבי נתן. מוהרא"ש זאגט, די תיקון הכללי איז די אפעראציע, דער רבי מאכט אן אפערעציע ארויס צו נעמען די שלעכטע בלוטן, די עבירות, און די תפילה פון רבי נתן איז דאס אפוואשן די בלוט מיט די אייטער.


ביים ציון עסט מען נישט און מען טרינקט נישט, דער ציון איז נישט קיין פלאץ פון פארברענגען וכו'; דער ציון איז קודש קדשים, מען דארף דאס היטן מיט די גרעסטע כבוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6465 - דו שפירסט ווי מען דארף דיך נישט
התחזקות, עבודת השם, ראש השנה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס דו שפירסט ווי מען דארף דיך נישט, דו שפירסט ווי מען שטופט דיך אוועק, מען איז דיך מרחק פון הימל; וואס זאל איך דיר זאגן? דאס דארף אריבערגיין אויף יעדער וואס וויל זיין אן ערליכער איד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען מען וויל ווערן אן ערליכער איד, דער מענטש שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, ער האט שטארקע ראיות אז מען דערווייטערט אים; אבער - פירט דער רבי אויס: "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך - דאן וועט ער אלעס אריבערגיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס איז נאר פארהאן.


מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


ראש השנה פירן זיך אנשי שלומינו נישט צו רעדן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא): "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן, צְרִיכִין לְמַעֵט בְּדִבּוּר מְאֹד מְאֹד", ראש השנה דארף מען זייער אכטונג געבן צו רעדן וואס ווייניגער, דערפאר זענען זיך תלמידי היכל הקודש מקבל א 'תענית דיבור' נישט צו רעדן קיין איין ווארט א גאנץ ראש השנה, מען ניצט דעם דיבור נאר צו רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6464 - זיץ אויף איין פלאץ ביז דו ענדיגסט אלע דיינע שיעורים
התחזקות, ראש השנה, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך. אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות, און דאס שיינקייט איז - זיך צו קענען דערהאלטן און נישט ווערן צעפאלן; וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און גייט אן מיט זיין עבודת השם.


מאך זיך א הויפן (פֵּייל) ספרים; א חומש, א משניות, א גמרא, און אזוי ווייטער - און זיץ אויף איין פלאץ ביז דו ענדיגסט אלע דיינע שיעורים. צעטייל די פרשת השבוע לויט די טעג פון די וואך, הויב אן זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, ביז סוף וואך זאלסטו ענדיגן די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות; אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין אלעס, דאס זאל דיך נישט שוואך מאכן פון לערנען, קוק נישט אויף דעם, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", ביים לערנען דארף מען נישט - נאר איין זאך, נאר זאגן די ווערטער, ביז מען קומט צו אז מען הויבט אן פארשטיין.


אויך זאלסטו לערנען גמרא, מאך זיך א קביעות צו לערנען ש"ס כסדרן זיבן בלאט גמרא יעדן טאג (אויסער די בלאט בבלי און ירושלמי), עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט אונטער א שעה; עס וועט דיר ליכטיג ווערן אין לעבן, די תורה מאכט ליכטיג, די תורה מאכט זיס, מען ווערט נאנט צום אייבערשטן.


מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן; איך פריי זיך זייער אז דו קומסט קיין אומאן, אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, זאלסטו מאכן א פלאן פאר דיין ווייב וואו זי זאל זיין ראש השנה, זע זי זאל זיין אויף א פלאץ וואו מען וועט איר נישט טשעפען א גאנץ יום טוב; אויב ביי איר מאמע וועט מען מאכן ליצנות פון איר - זאלסטו פרעגן דיינע עלטערן אויב זיי ווילן איר ארייננעמען, אדער זאל זי בלייבן אין שטוב וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6463 - אז מיר וועלן זיך ליב האבן, וועלן מיר זען ישועות
הכרת הטוב, מחלוקת, שלום, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך אין די פרשה האבן מיר די פרשה פון ביכורים, דאס איז די מצוה פון הכרת הטוב, דאס איז די שענסטע מידה, און אז מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן - דארפן מיר האבן הכרת הטוב און צוריק טון פאר מוהרא"ש וואס ער בעט.


מוהרא"ש בעט אין די צוואה איין זאך; מיר זאלן זיך נישט קריגן, מיר זאלן נישט האבן צו טון מיט מחלוקת, מיר זאלן זיך נאר ליב האבן, ווייל דאס איז די שליסל צו אלעס, אונזער הצלחה איז אנגעהאנגען נאר אין די איין זאך; אויב עס וועט בלייבן די ליבשאפט צווישן אונז, כל זמן מיר וועלן זיך פארגינען און ליב האבן - וועלן מיר האבן א ריזיגע הצלחה, אויך וועלן מיר ווייטער שפירן א טעם אין די התקרבות לרבינו, מען קען שפירן אז דער רבי איז מיט אונז, אבער נאר אז די ליבשאפט וועט אנהאלטן; חס וחלילה אויב עס וועט געלונגען פארן סמ"ך מ"ם צו מאכן קנאה און שנאה צווישן אונז - וועט די קהילה, די מוסד און די שיינע חבורה צעפאלן, היה לא תהיה, און מען וועט שוין נישט שפירן די זיסע טעם פון התקרבות לצדיק, ווייל (בראשית מט, ו): "בִּקְהָלָם אַל תֵּחַד כְּבֹדִי", דער צדיק גייט אוועק ווען מען קריגט זיך און מען האט זיך פיינט.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, דער רבי נעמט נישט אן קיין בעלי מחלוקת, און אז מען האט איינעם וויי געטון, מען האט איינעם פארשעמט - העלפט גארנישט; עס העלפט נישט קיין תיקון הכללי אויף דעם ביז מען בעט יענעם איבער, וואויל איז דעם וואס איז מרבה שלום.


אז מיר וועלן זיך ליב האבן - וועלן מיר זען ישועות אין אלעס וואס מיר ווארטן. מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל דעם סיפור, אז דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו: "מיט וואס האסטו זוכה געווען אז מען זעט ביי דיר אזעלכע גרויסע מופתים?" האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט: "ברודער, איך האב אריינגעברענגט א שטארקע ליבשאפט צווישן מיינע תלמידים, מען האט זיך זייער ליב איינער דעם צווייטן און מען רעדט שיין איינער צום צווייטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6462 - לויבן און אויסרימען ווען ס'איז דריי עקעדיג
תהלים, עבודת השם, תמימות, סיפורי מעשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה מיט אנשי שלומינו איז געווען זייער שיין, שבת אינדערפרי נאכן דאווענען ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פון דער חכם און תם (סיפורי מעשיות מעשה ט), ווי ביטער עס איז געווען דאס לעבן פארן חכם, ער האט געזוכט אין יעדע זאך נאר די חסרונות, און דער תם האט געזוכט אין יעדע זאך דאס גוטס, און אפילו די שיך מיט די דריי עקן האט ער אזוי אויסגעלויבט און אויסגערומט, און אז די עסן אדער די ווייב איז דריי עקעדיג - דארף מען דאס לויבן און אויסרומען, אזוי לעבט מען א זיסע לעבן.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון פרשת השבוע, עס שטייט (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", האבן מיר געלערנט שיחות הר"ן (סימן קנד) וואו דער רבי זאגט: "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ", וואס איז דער סוד ווי אזוי ער האט זוכה געווען אנצוקומען צו די הויכע מדריגות? "הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק' (פְּשִׁיטוּת)", נאר ווייל ער האט זיך געפירט בתמימות ופשיטות, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און אסאך גערעדט מיטן אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און אויך דורך זאגן אסאך תהילים פשוט'ערהייט, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און אזוי האט ער זוכה געווען אנצוקומען צו וואו ער איז אנגעקומען.


מיר האבן זיך זייער מחי' געווען מיט די שיחה, ווייל דאס קענען מיר נאכטון, מיר קענען זאגן תהילים און מיר קענען אלע שמועסן מיטן אייבערשטן.


ווען מיר פלעגן הערן מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און פון זיין הייליגע ברודער רבי זושא זכותו יגן עלינו, און פון אנדערע צדיקים; זייער מסירות נפש, זייערע תעניתים, זייערע סיגופים, ווי זיי פלעגן זיך פייניגן זייער גוף פארן אייבערשטן מיט ברעכן אייז, זיך טובל'ען אין די ווינטער אין טייך; האבן מיר געטראכט אז דאס איז נישט אויף נאכצומאכן, דאס איז נישט פאר אונזערע גופים, מיר זענען שוואכע באקוועמע מענטשן, מיר וועלן שוין צדיקים נישט זיין, אבער אז מען הערט אזא שיחה וואס דער רבי זאגט "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ", וואס איז די סוד ווי אזוי ער האט זוכה געווען אנצוקומען צו די הויכע מדריגות? "הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן פְּשִׁיטוּת", נאר ווייל ער האט זיך געפירט בתמימות ובפשיטות, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און אסאך גערעדט מיטן אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און דורך זאגן אסאך תהילים פשוט'ערהייט, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", דאס קענען מיר אלע נאכמאכן.


היינט פארטאגס בין איך געפארן מתפלל זיין מיט מיינע קינדער אין קווינס ביים אוהל, איך נעם מיט מיינע קינדער, איך וויל זיי מחנך זיין אז ווען זיי וועלן עלטער ווערן זאלן זיי שטענדיג גיין אויף קברי צדיקים מתפלל זיין. איך האב געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס ווארטן אויף שידוכים, און אויף די וואס ווארטן אויף קינדער, זיי זאלן אלע אויפגעראכטן ווערן.


אויב דו ווייסט פון אנשי שלומינו וואס קענען נישט פארן קיין אומאן, זיי קענען נישט ארויספארן פון אמעריקע וכו' - זאלסטו מיר לאזן וויסן, ווייל איך וויל זייער שטארק מאכן א מנין אין שטעטל, איך וויל נישט לאזן די שטעטל אן קיין מנין ראש השנה, כדי די פרויען זאלן קענען הערן שופר בלאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6461 - איין תירוץ איז דא; אז דער רבי זאגט קומען, קומט מען
אומאן, ראש השנה, מנהגים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן, אין די בריוו, ביי די דאטום פון פרשת כי תבוא - שרייבט ער: "לסדר 'כי תבוא לאומאן'", ווייל מען גרייט זיך שוין צום גרויסן נסיעה צום הייליגן רבי'ן, יעדער איינער צעברעכט זיינע שוועריקייטן וואס ווילן אפהאלטן זיין נסיעה צום רבי'ן. אזוי ווי רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה זינגט אינעם ליד שיר ידידות: "שׁוֹמְרִים זֹאת תַּלְמִידָיו, מִדֵּי שָׁנָה בְּשָׁנָה לְהִתְרָאוֹת לְפָנָיו, שׁוֹבְרִים עַל זֶה מְנִיעוֹת עֲצוּמוֹת, כִּי זֶה תִּקוּנָם הַמְּיֻחָד לִפְנֵי יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת".


שפרינג אריבער אויף דיינע בלבולים, נישטא קיין תירוצים אויף דיינע קשיות. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו), וועגן קומען אויף ראש השנה: "וועט זיין נאך א קשיא", ווייל נאר אזוי קען מען קומען; מיט נאך א קשיא און מיט נאך א קשיא, און איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


מיר גייען ראש השנה אנגעטון ווייס; פאק זיך איין א ווייסע בעקיטשע אדער א ווייסע קיטל. אויך איז גוט צו קומען צום רבי'ן מיט נייע קליידער; א נייע העמד, מיט נייע אונטער וועש, און א נייע טלית קטן מיט א נייע קאפל. מוהרא"ש האט זיך אזוי געפירט, און אזוי פיר איך זיך.


איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט קומען - קומט מען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6460 - מיט עקשנות דקדושה קומט מען אן צו גאר שיינע זאכן
תפילה והתבודדות, התחזקות, שטעטל, עבודת השם, אומאן, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען הערליך שיין, שבת מיט אנשי שלומינו איז מעין עולם הבא.


שבת אינדעפרי האבן מיר געלערנט די מעשה פון די חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), דער רבי דערציילט אז די עלטערן פון די צוויי קינדער האבן פארלוירן זייער געלט; מיר האבן גערעדט וויפיל צרות מענטשן האבן פון געלט, און נאכאלץ לויפט מען דאס נאך, און די איינציגסטע וועג געראטעוועט צו ווערן פון גליסטן געלט - איז דורך דעם צדיק.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען מיט די לשון וואס דער רבי זאגט (שם): "אוּן דֶער סֵדֶר פוּן דִי מְשָׁרְתִים, אַז פְרִיר מוּז מֶען זַיין אֵיין אוּנְטֶער מְשָׁרֵת, אוּן מֶען מוּז טָאן שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט, אוּן מִנֶעמְט וֵויינִיג שְׂכִירוּת, דֶערְנָאךְ וֶוערְט מֶען עֶרְשְׁט אֵיין אֵייבֶּער מְשָׁרֵת"; אז דאס גייט ארויף אויך ברוחניות, ביי עבודת השם איז אין אנהויב זייער שווער, בבחינת אונטער משרת, קוים וואס מען קומט אן צו טון עפעס, בבחינת מען באקומט ווייניג שכירות, דאך אז מען דערהאלט זיך, מען טוט ווייטער, מען לאזט נישט אפ, מען געבט נישט אויף - איז מען זוכה צו ווערן אן אויבער משרת.


אז מען ווייסט די הקדמה אין לעבן, מען ווייסט אז אזוי גייט עס, אזוי שפירט מען, און אז אלע צדיקים וואס האבן זוכה געווען צו קומען צו זייערע מדירגות - זענען קודם געווען בבחינת אונטער משרת, און מיט עקשנות דקדושה זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות - קען מען אויך זוכה זיין צו קומען צו גאר שיינע זאכן.


שבת ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט שיחות הר"ן (סימן רלב), וואו דער רבי זאגט: "הָעִקָּר הוּא הַדִּבּוּר" דער עיקר איז ניצן דעם דיבור; בעטן דעם אייבערשטן צו קענען זיין ערליך, "שֶׁעַל יְדֵי הַדִּבּוּר יְכוֹלִין לִכְבֹּשׁ הַכֹּל וּלְנַצֵּחַ כָּל הַמִּלְחָמוֹת" און מיטן מויל קען מען איבערקומען אלע מלחמות, "אַף עַל פִּי שֶׁיְּכוֹלִין לְהִתְבּוֹדֵד בְּמַחֲשָׁבָה" מען קען אויך מיטן מחשבה זיך מתבודד זיין, "אֲבָל הָעִקָּר הוּא הַדִּבּוּר" אבער דער עיקר איז ארויס צו זאגן מיטן מויל די תפילות ובקשות. מיר האבן גערעדט אויף וואס די תורה זאגט (דברים כא, י): "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ", אז דו וועסט ארויסגיין מלחמה האלטן מיט דיין פיינט, דאס מיינט מען דעם סמ"ך מ"ם וכת דיליה וואס די זענען די גרעסטע פיינט פונעם מענטש, זאלסטו ניצן די עצות פון די צדיקים וואס האבן מגלה געווען ווי אזוי מען קען זיי מנצח זיין, דורכן ניצן די מויל, דורך רעדן צום אייבערשטן, און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, שם): "לְעִנְיַן מַה שֶּׁקָּשָׁה עַל הָאָדָם לְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ" דאס וואס עס איז אזוי שווער זיך צו אויסרעדן דאס הארץ פארן אייבערשטן, "אוֹ לִפְנֵי הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים מַה שֶּׁבְּלִבּוֹ" אויך דאס וואס עס קומט אן אזוי שווער צו דערציילן פאר צדיקים אלע שוועריקייטן וואס גייט איבער, "וְכָל זֶה מֵחֲמַת בּוּשָׁה וּכְבֵדוּת שֶׁלּוֹ" עס איז אזוי שווער און אזוי פארשעמט, "שֶׁאֵין לוֹ עַזּוּת דִּקְדֻשָּׁה" מען האט נישט די שטארקקייט וואס מען דארף צו האבן ווען מען וויל זוכה זיין צו קדושה, "בְּוַדַּאי הוּא שְׁטוּת גָּדוֹל" דאס איז א גרויסע נארישקייט, "כִּי הֲלֹא הוּא רוֹצֶה לִכְבֹּשׁ בְּדִּבּוּרוֹ מִלְחָמָה חֲזָקָה שֶׁהוּא מִלְחֶמֶת הַיֵּצֶר" ווייל אז ער וויל מנצח זיין דעם יצר הרע, און מיטן רעדן און בעטן דעם אייבערשטן, און מיטן זיך דורכרעדן מיט צדיקים - וועט ער זיי קענען מנצח זיין, "וְעַכְשָׁו" און יעצט, "כְּשֶׁהוּא סָמוּךְ לַדָּבָר" ווען ער האלט שוין אזוי נאנט, "וְלִכְבֹּשׁ וּלְשַׁבֵּר חוֹמוֹת וְלִפְתֹּחַ שְׁעָרִים עַל יְדֵי הַדִּבּוּר" ער גייט שוין אט אט צעברעכן די פעסטע מויערן און עפענען די טירן, "וּבִשְׁבִיל מְנִיעָה קַלָּה מֵחֲלִישׁוּת דַּעְתּוֹ וְכַיּוֹצֵא יִמָּנַע חַס וְשָׁלוֹם מִלְּדַבֵּר" זאל ער זיך צוריק האלטן? "כִּי הֲלֹא הַמְּנִיעָה הַזֹּאת נֶחֱשֶׁבֶת לִסְתִימָה שֶׁל קוּרֵי עַכָּבִישׁ כְּנֶגֶד הַחוֹמוֹת שֶׁרוֹצֶה לְשַׁבֵּר בְּדִבּוּרוֹ" עס איז אזוי ווי א גיבור וואס נעמט איין ריזיגע פעסטונגען און ווען ער זעט אויפן טיר א שפינען וועבאכץ, און ער גייט צוריק - איז דאס א נארישקייט און א טפשות, אזוי אויך ווען מען וויל זוכה זיין צו זיין א צדיק און מען האלט זיך צוריק פון זיך מתבודד זיין; ווייל דער עיקר נצחון איז דורכן דיבור.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין אוהל מתפלל זיין, איך האב מיט גענומען מיינע קינדער מתפלל זיין פאר א גוט יאר. איך האב געזאגט דעם יום תהלים און זיך מתבודד געווען, און ברוך ה' זיך געקענט אביסל אויסגיסן דאס הארץ.


אויב דו בלייבסט דא די יאר, דו קענסט נישט פארן קיין אומאן - ביטע לאז מיר וויסן, ווייל איך וויל זייער שטארק איבערלאזן א מנין אין שטעטל, איך וויל אזוי שטארק עס זאל זיין אלע תפילות און תקיעת שופר אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6459 - איך בין מקנא דיין זכות פון מתקן זיין עירובין
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל ועד העירוב קרית ברסלב ליבערטי


איך בין מקנא דיין זכות פון מתקן זיין עירובין; דיין מסירות נפש פארן עירוב ביי אונז אין שטטעל, סיי מיטן בויען, סיי מיטן שטיין יעדן טאג פונעם יאר זיכער מאכן אז עס איז דא אין שטעטל א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב.


איך בין מקנא דיינע זכותים, עס שטייט פון צדיקים אז מתקן זיין עירובין איז זייער מסוגל פאר קינדער און פאר רפואות.


איך ווינטש דיר און דיין משפחה, בזכות די מצוה פון מתקן זיין עירובין זאלן ענק אלע זוכה זיין צו געזונט און צו אלעס גוטס, און צו א כתיבה וחתימה טובה.

#6458 - אין די פארנומענסטע צייט, לויפסטו ארום פאררעכטן די עירוב
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מענידזשער פון די עירוב אין קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן זיך מנדב זיין צו טון אלעס – אז די עירוב זאל זיין כשר יעדע וואך.


אין די פארנומענסטע צייט, ערב שבת – לויפסטו ארום פאררעכטן די עירוב, די זכות זאל דיר ביישטיין.

#6457 - בודק זיין די עירוב אין שטעטל יעדן ערב שבת ויום טוב
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מתנדב זיין די גאנצע יאר שנת תשפ"ד, יעדן ערב שבת ויום טוב – בודק זיין די עירוב אין שטעטל.


בזכות די מצוה זאלסטו זוכה זיין געבענטשט צו ווערן מיט ישועות און רפואות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#6456 - ווילסט געהאלפן ווערן, לייג אריין אפאר פרוטות פאר רבי מאיר'ל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, שד"ר מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען אויף וואס דו העלפסט מיר מיטן צאמנעמען צדקה פאר אונזערע מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש, כהיום האלטן מיר ביי זיבן באזונדערע מוסדות נאר אין ארץ הקודש; א חדר און בית פיגא אין ירושלים, א חדר און בית פיגא אין בני ברק און אין טבריה, און אויך א ישיבה אין ירושלים.


טייל אויס פאר אלע אנשי שלומינו פושקעס וואס עס זאל שטיין דערויף: "צדקת רבי מאיר בעל הנס", אז ווער עס וויל געהאלפן ווערן זאל אריינלייגן אפאר פרוטות פאר רבי מאיר'ל, מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, רבי מאיר'ל נעמט אויך פרוטות, אויך קליינע סכומים, און מען קען זען גרויסע ישועות.


אויף דיין פראגע, ווען מען מאכט פדיון נפש להמתקת הדינים, אויב מען קען דאס לייגן אין די צדקה פושקע, אדער דאס דארף גיין דירעקט אין די האנט פון דער וואס מאכט די פדיון? מוהרא"ש זאגט (שו"ת ברסלב חלק ד, מכתב תנ) אז מען קען מאכן פדיון נפש דורך געבן אין די פושקע וואס קומט אן צום צדיק, מוהרא"ש זאגט: "בוודאי אם יכולים לתת לידי הצדיק מה טוב ומה נעים" אודאי איז בעסער אז מען קען דאס איבערגעבן אין די האנט פונעם צדיק, "אבל אם לא, יכולים להכניס בקופת הצדקה שלו" אבער אז מען קען נישט - קען מען געבן די פדיון נפש אין די פושקע.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים" עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום" אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט דערציילט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6455 - ביי ליכט צינדען איז א צייט וואס די הימל עפנט זיך
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט, ליכט צינדן, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין אנצוצינדן די שבת ליכט אפאר מינוט פארן זמן הדלקת הנירות, און בעטס ביי די ליכט פאר אייערע דורות, אלע זאלן זיין ערליכע אידן.


בעטס ביי די שבת ליכט פאר אייערע דורות, אלע זאלן זיין ערליכע אידן, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ביי די ליכט אז דעם הייליגן רבינ'ס עצות זאל אריינגיין אין די וועלט; ביי די ליכט איז א צייט וואס די הימל עפנט זיך, און דערפאר האט רבי נתן זכרונו לברכה געבעטן זיין ווייב און טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, זאלסט אריינשיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; אזוי דארפן אלע פרויען בעטן: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת, א שיינע לעבן, א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך מאך ליכטיג די שטוב, איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן".


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6454 - סגולות פאר א פרוי, צו האלטן די קינדער
קינדער, אמונה, התחזקות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי', לעיקוואד


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן וואס ענק זענען יעצט אריבער, ענק האבן פארלוירן וכו', נאכן זיך אזוי מוטשען מיט טריטמענטס וכו'; עס איז ענק זייער שווער, ענק זענען זייער צעבראכן.


איך בעט דיר טייערער ..., שטארק זיך מיט אמונה, דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, און אז עס זעט אויס שלעכט - איז דאס אויך גוט, דער אייבערשטער איז דער בעל הרחמים, ער מאכט נאר גוט.


שטארק זיך מיט אמונה, אזוי וועט אוועק גיין אלע פחדים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות מפלת, סימן א): "עַל יְדֵי פַּחַד הָאִשָּׁה מַפֶּלֶת" דורך שרעק קען א פרוי פארלירן וכו'. אויך זאלסטו קויפן א מאגנעט פאר דיין ווייב זי זאל עס טראגן מיט זיך, דער רבי זאגט (שם, סימן ב): "סְגֻלָּה לְמַפֶּלֶת נְפָלִים שֶׁתִּשָּׂא אֶצְלָהּ מַגְנֵט", און אויך איז דא א סגולה: "גַּם תִּשָּׂא אֶצְלָהּ חֲתִיכַת עֵץ מִקֶּבֶר הַצַּדִּיק" זי זאל טראגן מיט זיך א שטיקל האלץ פון א קבר פון א צדיק; אז מען זעט א בוים העכער א קבר פון א צדיק - זאלסטו נעמען א קליין שטיקל צווייג און דאס האלטן מיט זיך, "גַּם יִתֵּן צְדָקָה", אויך איז צדקה א סגולה נישט צו פארלירן וכו'.


אויך זאל זי נישט גיין מיט גאלדענע צירונג, ווייל דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן א): "אִשָּׁה הַמַּפֶּלֶת נְפָלִים" א פרוי וואס פארלירט וכו' – "לֹא תֵּלֵךְ בְּקִשּׁוּטֵי זָהָב" זאל נישט גיין מיט קיין גאלדענע צירונג.


איך בין מתפלל פאר ענק און איך ווארט צו הערן בקרוב גוטע בשורות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6453 - אז מ'קוקט מאוויס, ווערן די מח נערווען געשעדיגט
מאוויס, שמירת עינים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו קוקסט נישט קיין מאוויס. אלע צרות קומען ווען מען היט נישט די אויגן און מען איז פוגם בברית, מען ווערט א נערוועזער, א גערעגטער, מען פארלירט די פרנסה, די שכינה הקדושה גייט אוועק פונעם מענטש.


די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ" דער אייבערשטער איז מיט דיר, "לְהַצִּילְךָ" דיך צו ראטעווען, "וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ" צו איבערגעבן דיינע פיינט אין דיינע הענט, אבער מיט איין תנאי – "וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ" דו זאלסט זיין הייליג, "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר" עס זאל נישט געזען ווערן ביי דיר קיין שמוץ, ווייל אויב עס וועט זיין ביי דיר שמוץ – "וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ" וועט דער אייבערשטער אוועק גיין פון דיר; ווען מען קוקט עקלדיגע בילדער, קליפס, מאוויס און ווידיאוס פון עבירות - גייט די שכינה הקדושה אוועק פונעם מענטש, דאס מאכט מען זאל זיך פייניגן מיט שווערע געפילן א גאנץ לעבן, מען האט שלעכטע מחשבות, מען האט דמיונות און פחדים, מען האט נישט קיין מנוחה; מען לויפט פון איין טעראפיסט צום צווייטן, מען זוכט אן עצה, א רפואה - אבער גארנישט העלפט נישט ווי לאנג מען איז מפקיר די אויגן.


בעט דעם אייבערשן זאלסט בלייבן מיט די געפיל צום הייליגן רבי'ן און זיך דרייען מיט אנשי שלומינו, ערליכע אידן תמימים, אן ליצנות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6452 - דו רעדסט פונעם אייבערשטן? דו ביסט ברסלב?
אמונה, מוסדות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, תכלית, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס דערמאנט אונז פון דעם הייליגן באשעפער; וויפיל מיר פארגעסן און מיר גייען צוריק צו אונזערע שטותים - קומט דער רבי און וועקט אונז, און דערמאנט אונז מיר זאלן נאכאמאל טראכטן פונעם אייבערשטן, און בעט אונז מיר זאלן רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, וואס איז די לימוד פון הייליגן רבי'ן אנדערש פון אנדערע צדיקים? אלע צדיקים רעדן דאך פון די זעלבע זאכן; פון תורה, פון תפילה, פון אמונה וכו' וכו', וואס איז ברסלב? זאגט מוהרא"ש, אלע צדיקים ווייזן דיר א וועג ווי אזוי דו קענסט אנקומען נאנט ווערן צום אייבערשטן, דער צדיק זאגט - דורך תורה וועסטו אנקומען הויך, דער צדיק זאגט - דאס איז די וועג וכו', ווידעראום דער רבי זאגט אנדערש, דער רבי עפנט אונז די אויגן מיר זאלן זען אז 'דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', מען דארף נאר עפענען די מויל און אנהויבן רעדן צו אים.


נעכטן ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון וואס די תורה זאגט (דברים טז, יח): "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ" מען זאל שטעלן מנהיגים, די שאלה איז ווי אזוי ווייסט מען צו וועלכער מנהיג צו גיין? מוהרא"ש דערציילט, מענטשן זענען געקומען צו א גרויסן צדיק און אים געפרעגט, זיי וואוינען אין א גרויסע שטאט מיט אסאך גוטע אידן, וועם זאלן זיי נעמען פאר א רבי? האט דער צדיק געענטפערט, עס שטייט אין די תורה: "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ",  מען זאלן ממנה זיין אין יעדע שטאט און אין יעדע געגנט רבנים און דיינים, וועלכער מנהיג זאל מען אויפנעמען? "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ לִשְׁבָטֶיךָ" א מנהיג וואס שיינט אריין אין ענק 'דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער איז דא, רעד צו אים, בעט אים'.


אינטערעסאנט איז, ווען א תלמיד היכל הקודש רעדט מיט א פרעמדער, ווען יענער ווייסט נישט אז ער דרייט זיך אין רבינ'ס חדר, אין היכל הקודש - וועט יענער פרעגן: "דו ביסט ברסלב?" ווייל נאכן רעדן אפאר ווערטער און הערן ווי אין יעדע שמועס קומט אריין אייבערשטער, "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ" - ווייסט מען שוין אז דאס איז א ברסלב'ער.


עס איז א גרויסע שמחה פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל אז מיר האבן געעפנט די וואך נאך א שולע אין ארץ ישראל, מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין בני ברק; איך באקום צוריק זייער שיינע גריסן ווי די לערערינס ארבעטן געטריי, מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה פשוטה מיט שמחה.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6451 - מתנדב זיין בודק צו זיין די עירוב אין שטעטל די גאנצע יאר
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם כל הקהל הקודש פארן זיך מתנדב זיין בודק צו זיין די עירוב אין שטעטל די גאנצע יאר תשפ"ד - יעדן ערב שבת ויום טוב.


בזכות המצוה הזאת זאלסטו זוכה זיין צו ישועות ורפואות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.