בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6500 - וואלסטו געוואוסט וואס צרות מיינט, וואלסטו געטאנצן קאדאטשקע
צרות, שלום בית, התחזקות, אומאן, טעלעפאן, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אין די בריוו: "מען פרעגלט מיר אויס פון הימל פון אלע זייטן"; איך מיין דו ווייסט נישט וואס מיינט פרעגלען, וואלסטו געוויסט וואס מענטשן גייען אריבער, וואלסטו געוויסט וואס פאר א צרות עס איז דא אויף די וועלט - וואלסטו געטאנצן קאדאטשקע בייטאג און ביינאכט, וואלסט געזאגט און געשריבן: "דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, דער אייבערשטער געבט מיר נאר גוטס".


דו ווייסט נישט וואס צרות מיינט, ווייל אז די ווייב וויינט א האלבע נאכט - איז דאס נישט דיך פרעגלען פון הימל; וואס איז אז די ווייב וויינט? וואס איז אז די ווייב שרייט? דאס איז נישט קיין פרעגלען, דאס איז נישט קיין צרות; דאס איז די לעבן, און דאס איז די פליכט אויפן מאן, פרייליך מאכן די ווייב, דאס איז נישט קיין פרעגלען. און אז דו גייסט יעצט אריבער א שווערע צייט מיט פרנסה - איז נאך אויך נישט עק וועלט, און אז דו דארפסט באצאלן גרויסע קנסות פאר די קאמפעני וכו' וכו' - איז אויך נישט עק וועלט; דאך ביסטו געזונט, דאך ביסטו חתונה געהאט, און נאך טויזנטער גוטע זאכן וואס דו האסט.


פארליר זיך נישט, באלד קומט גרויס שפע, דו טו נאר דיינס מיט גרויס עקשנות, דו קום אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט די גרעסטע עקשנות, זאל זיין וואס זאל זיין. לאז דיין טעלעפאן אין קאר, פלאג זיך אויס פון די גאנצע וועלט, דאווען צום באשעפער, דאנק אים און בעט אים ער זאל דיר העלפן, זאלסט האבן פרנסה בריווח.


בנוגע אומאן וכו'; מוהרא"ש האט אמאל געזאגט פאר א שנה ראשונה אינגערמאן ער זאל בלייבן וכו', מוהרא"ש האט געוויזן וואס די הייליגע חכמים זאגן (עיין יומא פה:): "מוטב שיחלל שבת אחת וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6499 - אז מען וועט אויסווארטן, וועט מען זען גאר שיינע זאכן
התחזקות, מוסדות, סבלנות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן פון די שולע בית פיגא אין בני ברק. איך בעט פאר ענקער הצלחה, און אז ענק וועלן האבן סבלנות ווען עס איז 'ראשיתך מצער', אז מען וועט אויסווארטן וועט מען זען גאר שיינע זאכן, מען וועט אנקומען צו 'ואחריתך ישגה מאוד'.


מיר האבן אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פאר פופצן יאר צוריק די ערשטע בית פיגא אין אמעריקע, עס איז געווען א גרויס געלעכטער, ביי אונז אין די קהלה האבן רוב געלאכט, נישט אלע האבן אריינגעשיקט, מיר האבן שווער געארבעט, און ברוך השם היינט האבן מיר אפאר הונדערט תלמידות און צענדליגע חתונה געהאטע תלמידות, אוועק געשטעלטע שטיבער, געזונטע ערליכע אידישע שטיבער, געבויט מיט שטארקע יסודות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6498 - א פנים פון א ציגעלע
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, הלכה, עסן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, געב דאס פאר די חדר און פאר בית פיגא, די מלמדים און טיטשערס זאלן אריינלייגן אין די קינדער דאס גרויסקייט פון צדיקים, און מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן און פון צדיקים, און אז מען פאלגט נישט וואס שטייט אין די תורה שרייבט זיך דאס אויף אויפן שטערן פונעם מענטש, און אלע צדיקים זעען וואס דער מענטש האט געטון בחדרי חדרים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פונעם גאון רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה ווי בחורים שטייען אין א שורה און ווי איין בחור שטייט מיט א זויערע פנים, און העכער זיין קאפ זאל זיין א פנים פון א ציג.


אלע בחורים גייען מיט דרך ארץ, אלע זענען אנגעטון מיט די הוט און רעקל אזוי ווי עס פאסט, מען גייט ארויף די טרעפ פון די דירה פונעם גרויסן צדיק רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה, קיינער שטופט זיך נישט, יעדער וויל זוכה זיין צו באקומען א ברכה פונעם צדיק. דער צדיק וויל נישט מבטל זיין פון לערנען תורה, ווינטשט ער יעדן איינעם אין קורצן: "בוהא", דאס איז די ראשי תיבות פון "ברכה והצלחה", אזוי קען ער שנעלער צוריק גיין לערנען די הייליגע תורה.


איין בחור באקומט נישט קיין ברכה, דער צדיק קוקט אוועק און וויל אים נישט ווינטשן, דער בחור פרובירט נאכאמאל אריבער צו גיין, דער צדיק געבט א קוק אויפן בחור און קוקט גלייך אוועק, ער וויל אים נישט בענטשן, די גבאים זאגן: "דער בחור האט נאכנישט באקומען א ברכה", דער צדיק זאגט: "ווי קען איך געבן א ברכה פאר איינעם וואס עסט בשר בחלב? פאר איינער וואס עסט מילכיגס ווען ער איז פליישיג - געב איך נישט קיין ברכה!"


דער בחור האט דערשראקענערהייט מודה געווען און געזאגט: "איך בין זיך מודה אויף די גרויסע עבירה פון עסן מילכיגס ווען איך בין פליישיג, איך האב זייער ליב מילכיגע שאקאלאד און איך קען זיך נישט איינהאלטן, איך עס דאס אויך ווען איך בין פליישיג".


די גבאים פרעגן דעם צדיק: "ווי אזוי האט דער צדיק געוויסט אז דער בחור עסט בשר בחלב?" זאגט דער צדיק: "איך האב געקוקט אויף זיין פנים און איך האב געזען אויף זיין פנים א ציגעלע, און עס שטייט אין די הייליגע זוהר פרשת משפטים (דף קכה ע"ב), אז ווער עס עסט בשר בחלב - ווערט זיין פנים ווי א פנים פון א ציגעלע, מען פארלירט די מענטשליכע פנים".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה אז מען דארף עסן נאר כשר'ע עסן, און אויך אז מען זאל חס ושלום נישט עסן בשר בחלב, אפילו קיינער זעט נישט, ווייל דער אייבערשטער זעט אלעס, און אויך לערנען מיר זיך פון די מעשה דאס גרויסקייט פון די צדיקים, און אז מען קען זיך נישט באהאלטן פון א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6497 - אכטונג געבן אז עסן זאל נישט גיין אין מיסט
מוסדות, היטן די צייט, עסן, בל תשחית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס שטערט מיר אז מען ווארפט אוועק עסן ביי אונז אין די מוסד; איך קען נישט זען ווי עסן גייט אין מיסט.


אפשר קענען די מלמדים און טיטשערס דאס אהיים נעמען? עס זענען דא מלמדים וואס האבן נישט קיין פרוטה, די שטוב איז ליידיג פון עסן, און דא גיסט מען עסן אין מיסט? פארוואס זאלן נישט די מלמדים און לערערינס אהיים נעמען ברויט, מילך וכו'.


איך זאג נאכאמאל, איך בין מסכים צו נעמען די פראגראמען פון די שטאט פאר עסן וכו' - נאר בתנאי אז מען וועט נישט ווארפן עסן אין מיסט, און אויב מען ווארפט עסן אין מיסט - וויל איך מען זאל אפשטעלן די גאנצע לאנטש פראגראם.


אויך אין ישיבה ביי די בחורים זאלסטו אכטונג געבן עסן זאל נישט גיין אין מיסט; געב עס פאר די כולל אינגעלייט, לאז זיי אהיים נעמען די עסן.


גיי שלאפן פרי וועסטו קענען אויפשטיין פרי, וועסטו קענען דאווענען ווי א איד און לערנען, און אויך ווערן א גרויסער עושר; ווייל אז מען גייט שלאפן שפעט - שטייט מען אויף שפעט, קען מען נישט דאווענען ווי א איד, קען מען נישט זיין קיין עושר, מען דארף נאכלויפן א גאנצן טאג - ווי דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה יא) - די בהמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6496 - אפילו מען טראכט נאר פון זיין גוט, וועט מען אלעס פאררעכטן
צדיקים, תשובה, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט לערנען מיט בחורים די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה, יראת שמים און מידות טובות; איך ווייס עס איז דיר שווער.


היינט אינדערפרי ביים זאגן תיקונים האב איך זיך זייער מחי' געווען מיט וואס רבי שמעון איז מגלה, דאס גרויסקייט פון זיין מקושר צום צדיק און דאס גרויסקייט פון תשובה; אפילו מען טראכט נאר פון זיין גוט - וועט מען אלעס פאררעכטן. דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תיקון לב, דף עו ע"ב): "וְאִם הוּא צַדִּיק אִתְּמַר בֵּיהּ (משלי כד, טז) 'כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם'", אויב איז דער צדיק אנגעקומען אין גיהנום - וועט ער יא ארויסגיין פון דארט, "אָמַר לֵיהּ רַבִּי אֶלְעָזָר", האט רבי אליעזר געפרעגט זיין טאטן, רבי שמעון בר יוחאי: "וְאִם הוּא צַדִּיק אַמַּאי נָחִית תַּמָּן", וואס זוכט בכלל דער צדיק אין גיהנום? א צדיק גייט נישט אין גיהנום! זאגט רבי שמעון בר יוחאי: "אֶלָּא בְּגִין לְאַפָּקָא מִתַּמָּן כָּל נַפְשָׁא וְנַפְשָׁא", דער צדיק גייט אין גיהנום ארויס צו נעמען די נשמות, "מֵאִלֵּין דְּהִרְהֲרוּ בִתְיוּבְתָּא", וואס האבן געטראכט פון תשובה, די נשמות וואס האבן געוואלט תשובה טון, "וּמֵתוּ בְקַצְרוּת שְׁנִין", און זענען אוועק פון דער וועלט איידער זיי האבן תשובה געטון - "וְאִיהוּ טָרַח בְּגִינֵיהּ", קומט דער צדיק און מוטשעט זיך פאר זיי, ער איז זיי מתקן; קומט אויס פשט אין די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי, אז מען רעדט נישט פונעם צדיק אליין, נאר "וְאִם הוּא צַדִּיק" אויב איז מען מקושר צום צדיק, "אִתְּמַר בֵּיהּ (משלי כד, טז) 'כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל'", אפילו ער וועט פאלן זיבן מאל - "צַדִּיק וָקָם", וועט אים דער צדיק מתקן זיין.


דער צדיק לאזט זיך אראפ אין די טיפסטע בלאטעס, אין די הייסטע גיהנום'ס - צו מתקן זיין אלע נשמות. אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרב) פשט אין די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות כח:) רבי יוחנן - איידער ער איז נסתלק געווארן - האט ער געוויינט, די תלמידים האבן אים געפרעגט: "רבי, פארוואס וויינסטו?" האט ער געזאגט: "יֵּשׁ שְׁנֵי דְּרָכִים לְפָנַי, אֶחָד לְגַן עֵדֶן וְאֶחָד לְגֵּיהִנּוֹם, וְאֵינִי יוֹדֵעַ בְּאֵיזֶה דֶּרֶךְ מוֹלִיכִין אוֹתִי", עס איז דא צוויי וועגן, איינס פירט צום 'גן עדן' און איינס צום 'גיהנום', איך ווייס נישט וואו מען וועט מיך פירן; פרעגט דער רבי, ווי איז שייך רבי יוחנן זאל האבן א ספק אויב מען וועט אים פירן אין גיהנום? זאגט דער רבי, פארקערט, רבי יוחנן האט געוויינט אויב ער איז נישט גענוג גרויס צו קענען גיין אין גיהנום מתקן זיין די נשמות, ווייל – "הַצַּדִּיק הַגָּדוֹל מוֹלִיכִין אוֹתוֹ אַחַר מוֹתוֹ דֶּרֶךְ הַגֵּיהִנּוֹם, כְּדֵי לְהַעֲלוֹת מִשָּׁם נְשָׁמוֹת כַּיָּדוּעַ", דער גרויסער צדיק - ווען ער ווערט נסתלק - פירט מען אים צום גיהנום ער זאל מתקן זיין די נשמות, דאס האט רבי יוחנן מורא געהאט, אויב אים וועט מען דארט פירן וכו', עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6495 - אלע מלאכים זענען מקנא אז איר קענט דאווענען וויפיל איר ווילט
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אז איר וועט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, איר וועט מיטהאלטן אלעס וואס די סקול פארלאנגט - וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.


איר האט מיר געזאגט אז איר ווילט א גוטע שידוך, א בחור א ירא שמים, איר ווילט א מאן וואס וועט דאווענען מיט מנין וכו'; איר קענט זוכה זיין צו דעם אויב איר וועט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם: "רבונו של עולם איך דארף אן ערליכער מאן, איך דארף א מאן א ירא שמים, א מאן וואס וועט דאווענען און לערנען, הייליגער באשעפער איך וויל א מאן וואס וועט פרעגן יעדע זאך א דיין, אן ערליכער איד".


איך בעט אייך זייער, האלטס מיט די דאווענען אין סקול, קוקט נישט ארויס פון סידור, לאכט נישט צו קיינעם, טראכטס ווי איר שטייט יעצט אין גן עדן און איר רעדט צום אייבערשטן, און אלע מלאכים שטייען ארום אייך, און זענען מקנא ווי איר קענט דאווענען וויפיל איר ווילט, און זיי קענען נאר איין מאל דאווענען, און מער נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6494 - א לערערין דארף זיין צוגעגרייט פאר די גאנצע קומענדיגע וואך
הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב


ביטע פארלאנגען פון די טיטשערס זיי זאלן זיין אנגעגרייט אנהויב וואך, וואס זיי גייען לערנען פאר די גאנצע קומענדיגע וואך, מען קען נישט קומען אין סקול נישט אנגעגרייט. זיך פארלאזן אז מען וועט דאס טון אינדערפרי - איז נישט אחריות'דיג; וואס וועט זיין אז מען פארשלאפט? אדער עפעס מאכט זיך? און אז מען איז נישט אנגעגרייט - איז דאס אן עוולה.


פארגעסט נישט וואס דער עיקר ארבעט פון א מנהלת איז; זיך אינטערעסירן ביי יעדע לערערין וואס טוט זיך אין כיתה, און אויסהערן יעדע לערערין.


אויך דארף די מנהלת האבן א נאנטקייט מיט יעדע תלמידה, און נישט פארגעסן צו געבן גוטע ווערטער פאר יעדן פריוואט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6493 - די לעצטע שבת פון שנת תשפ"ד
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שבת קודש, מנהגים, הדרכות, כעס, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נצבים וילך, כ"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די שבת איז די לעצטע שבת פון תשפ"ד, די שבת קען מען אלעס פאררעכטן; אז מען וועט זיין פרייליך שבת, זיך נישט אויפרעגן, מען וועט טאנצן און זינגען שבת! שבת! שבת! - וועט מען אלעס פאררעכטן.


נאר מיט תפילה איז מען זוכה צו זיין פרייליך, נאר אז מען בעט: "באשעפער איך וויל זיין נאר פרייליך, באשעפער היט מיך פון כעס, היט מיך פון מחלוקת, היט מיך פון שרייען און שלאגן", נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו זיין פרייליך און רואיג.


קינדער - ווען זיי טאנצן, שפרינגען און ווילדעווען - קען מען ווערן זייער אנגעצויגן, אבער מיט תפילה קען מען זייער הנאה האבן פון דעם. פרוביר אויס צו בעטן דעם אייבערשטן אויף די פרט: "רבונו של עולם היט מיך פון כעס, העלף מיר איך זאל נישט ווערן נערוועז פון די לעבעדיגקייט פון מיינע ליכטיגע קינדער", דעמאלט האט מען הנאה פון די קינדער ווען זיי טאנצן און שפרינגען.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, מען קומט מיט בגדי שבת. דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזערע בקשות, מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. פלעכט אריין אייגענע תפילות ובקשות אין דיין שפראך, אויף אידיש, ביי די סליחות. גיס זיך אויס דאס הארץ, שעם זיך נישט צו בעטן נאכאמאל מחילה, דער אייבערשטער איז אונזער טאטע, ער איז דיין טאטע, מיין טאטע, יעדנ'ס טאטע; בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין און דיר אנשרייבן א גוט יאר.


ביי אלע תפילות; אנגעהויבן פון סליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום הקדוש, און אזוי ווייטער - זאלסטו זאגן די ווערטער: "אייבערשטער אידישע קינדער זענען זייער גוט, אידישע קינדער זענען זייער וואויל, קיינער וויל נישט זיין שלעכט, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, אפילו ווען מען פאלט אין עבירות איז דאס נישט פון שלעכטיקייט, עס איז פון די שווערע נסיונות", די ווערטער וועלן איבערדרייען אלע וועלטן, עס וועט פארשטאפן אלע מקטריגים.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#6492 - גיי אין אומאן וואו דו ביסט באקוועם, אבער אין א פלאץ פון יראת שמים
התחזקות, אומאן, ראש השנה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"ג אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. "ביי מיר איז דער עיקר ראש השנה" - זאגט דער רבי, "און גלייך מוצאי ראש השנה בייג איך צו מיינע אויערן צו הערן ווי דער שמש קומט שוין איבער א יאר קלאפן, וועקן צו סליחות, ווייל מיין זאך איז נאר ראש השנה" (שיחות הר"ן, סימן רטו).


"מיין פייערל וועט שוין טליען און ברענען ביז משיח וועט קומען" - האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט), און וויפיל די מתנגדים וועלן דאס שטערן - וועט עס נישט העלפן, "וואו איך וועל גיין, וואו מען וועט מיך פארטרייבן, וועל איך דארט מאכן ברסלב'ער חסידים" - האט רבי נתן געזאגט ווען מען האט אים פארטריבן פון זיין היים שטאט, פון ברסלב.


ובכן זאסטו נישט מורא האבן פון קיינעם, אפילו מען סטראשעט דיך מיט וכו' - זאלסטו זיך אנכאפן אין רבי'ן און זיך גוט צובינדן, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, שם): "איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן", און דער רבי האט געזאגט: "וואו איך וויל טרעטן וועל איך פאררעכטן".


פאק זיך איין אויפן וועג א זעקל ספרים, מען גייט פארן קרוב צו דרייסיג שעה; זאלסטו האבן וואס צו טון אויפן וועג. זאלסט עוסק זיין מיט דיין חיים טובים, און יעדע טריט נענטער צו אומאן זאלסטו זיך פרייען, און דאנקען דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא.


מאך נישט פון עיקר - טפל און פון טפל - עיקר, דער עיקר איז קומען קיין אומאן; וואו צו דאווענען, וואו איינצושטיין - דאס איז נישט דער עיקר, וואו דו ביסט באקוועם - זאלסטו גיין, נאר בתנאי אז עס איז א פלאץ פון יראת שמים, א פלאץ פון תמימות ופשיטות, א פלאץ פון אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6491 - ארויסנעמען פון הארץ די פיינטשאפט אויף א צווייטן
מחלוקת, שלום, ראש השנה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. ביי אונזער ד' אמות קען מען נאר קומען אז מען לאזט אפ אלע שנאה, אלע פיינטשאפט.


איך בעט דיר זייער זאלסט ארויסנעמען פון הארץ די פיינטשאפט וואס דו האסט צו א צווייטן, איך פארלאנג נישט פון דיר זאלסט האלטן ווי יענעם, און זיצן מיט יענעם וכו' וכו'; דו האסט דיין וועג, אן יענער האט זיין וועג וכו'; אבער די פיינטשאפט, דאס וועלן יענעם צערייסן און אויפעסן - דאס דארפסטו ארויסנעמען פון דיר, נאר אזוי קענסטו זיין אין אונזער חבורה, היכל הקודש. מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט די תקנה אז מען קען נישט זיין אין שול ביי תקיעת שופר אויב מען האט א שנאה אויף א צווייטן.


אז דו וועסט מוחל זיין אנדערע - וועט מען דיר מוחל זיין, אז דו וועסט קוקן גוט אויף אנדערע - וועט מען קוקן אויף דיר גוט, און אז דו וועסט גיין התבודדות יעדן טאג - וועסטו זען נאר גוטס.


"ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס אדער ווייל האב איך נישט געהאט יענעם טאג התבודדות, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות, איז דאס געווען ווינציג" - האט רבי נתן געזאגט.


איך ווארט זיך זען מיט דיר און מיט די גאנצע חבורת היכל הקודש ביים רבי'ן אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6490 - ווי אזוי קען מען זיין פון רבינ'ס לייט?
חסידות ברסלב, ראש השנה, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. דער רבי זאגט, די ערשטע נאכט ראש השנה פירט ער אריבער אלע זיינע לייט; ווי אזוי קען מען זיין פון רבינ'ס לייט? אז מען לערנט זיינע תורות, זיינע ספרים; נאר אזוי איז מען פון רבינ'ס לייט.


יעצט אלול - ערב די נסיעה קיין אומאן - זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין אלע רבינ'ס ספרים. הויב אן לערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, ביים אנהייב איז נישט גרינג, עס איז לאנגע תורות וכו', זאלסטו זאגן די ווערטער, זאגן אן פארשטיין. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען, אפילו מען פארשטייט נישט זאל מען זיך נישט אפשטעלן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו).


לערן מיט א קביעות יעדן טאג אביסל ליקוטי מוהר"ן, וועסטו אנהויבן בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


מאך זיך נאך א שיעור, מאך זיך א שיעור אין די שיחות פון רבי'ן, אין ספר חיי מוהר"ן און ספר שיחות הר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


בתחילת התקרבותי האב איך נישט פארשטאנען דעם ליקוטי מוהר"ן, איך האב גענומען מיין חיות פון די שיחות, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויסגעהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן".


אויך זאלסטו לערנען ספר המידות און ספר סיפורי מעשיות. דער רבי האט זייער אויסגעלויבט זיינע מעשיות, דער רבי האט געזאגט אז די מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף. און היינט האבן מיר ספר אשר בנחל; חיזוק, עצות און הדרכה פון מוהרא"ש, געשריבן פאר די היינטיגע דור. מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער און דאס אזוי אראפגעברענגט פאר אונזערע מוחות, פאר אונזערע גופים, וואס מיר זענען אזוי געפאלן און אזוי צעבראכן; די בריוו וועט דיר געבן חיזוק פאר יעדן מצב, עס וועט דיך אויפהייבן פון אלע נפילות וירידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6489 - זיך מתבודד זיין יעדע נאכט פאר צען מינוט
תפילות אויף אידיש, ראש השנה, התבודדות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן; "אלעס דארף מען פאלגן דעם צדיק" - זאגט דער רבי, "אויסער דאס וואס ער זאגט נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, דאס פאלגט מען נישט".


מאך זיך א קביעות יעדע נאכט זיך צו מתבודד זיין פאר צען מינוט. פאלג דעם רבין בתמימות ופשיטות, וואס האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נב), "הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה", מען זאל זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן ביינאכט, "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", מען זאל גיין אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט דארט, "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְנַפְשׁוֹ", קומט מען צו די מדריגה אז מען ווערט בטל צום אייבערשטן, מען ווערט נכלל אינעם אייבערשטן, מען וויל שוין גארנישט, מען דארף גארנישט - נאר דעם אייבערשטן.


ליבער ברודער פאלג דעם רבי'ן, גיי אין א ווינקל, אין א שטילע פלאץ און זאג: "אייבערשטער איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל זיין הייליג. הייליגער באשעפער, דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך קען זיך נישט קריגן מיט אים, העלף מיר".


אזוי זאלסטו יעדן טאג טון, שרייען און שרייען און שרייען; ווייל מיט די עצה פון התבודדות ותפילה - רייניגט מען די שלעכטע בלוט, מען רייניגט זיך פון די שלעכטע מידות, מען ווערט א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#6488 - שכר לימוד איז א חיוב צו באצאלן
שכר לימוד, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. די גאנצע וועלט שרייט: "המלך", אבער די הכתרה איז וואו? די הכתרה איז אין אומאן; "פון היכל קן ציפור וועל איך אראפקומען צו ענק" - האט דער רבי געזאגט, "און אפילו אויף די גאנצע וועג וואלט געווען אויסגעלייגט שארפע מעסערס" - זאגט רבי נתן - "וואלט איך געטרעטן אויף די מעסערס אנצוקומען צום רבינ'ס ראש השנה".


איך וויל זאלסט באצאלן שכר לימוד, שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד איז א חיוב צו באצאלן. נישטא קיין תירוץ נישט צו באצאלן, עס איז נישט אמת אז מען האט נישט קיין געלט צו באצאלן, ווייל פאר אלעס אנדערש איז דא געלט; ענדערש זאג 'עס איז מיר נישט אינטערעסאנט צו צאלן שכר לימוד, עס איז מיר נישט חשוב מיינע קינדער'ס לערנען'.


פון אפיס פרעגט מען מיר אויב מען זאל ארויפגיין מיט שכר לימוד, זיי זאגן מען מוז עפעס זען צו טון מען זאל קענען צאלן די איינגעשטעלטע. מען מוז צאלן שכר לימוד, גלייב אין די ווערטער פון חכמינו זכרונם לברכה (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים", ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל מען וועט פארדינען און וויפיל מען וועט פארלירן, "חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב", אויסער די געלט וואס מען געבט אויס פאר שבת און יום טוב, "וְהוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה", און די געלט וואס מען צאלט אז די קינדער זאלן לערנען תורה, "שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ", ביי דעם, אויב מען געבט אויס ווייניגער - פארדינט מען ווייניגער, "וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", און אויב געבט מען אויס מער - פארדינט מען מער.


על פי הלכה איז א טאטע מחויב צו זיצן און לערנען מיט זיינע קינדער, עס איז א מצות עשה, "וְשִׁנַּנְתָּם לְבָנֶיךָ" (דברים ו, ז), אויב מען דינגט א מלמד און מען באצאלט אים - איז מען אויך יוצא די מצוה, אבער אז מען לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - איז מען מבטל די מצוות עשה.


מיר וועלן זיך זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6487 - וועסט זיך אויפפירן שיין צו דיין ווייב, וועט זי דיר שיקן קיין אומאן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער אז דו גייסט אריבער שווערע ביטערע מניעות פון שטוב, דו ווייסט נישט וואס צו טון.


איין זאך קען איך דיר זאגן ליבער ברודער, אויב דו וועסט זיך אויפפירן שיין צו דיין ווייב, אזוי ווי א תלמיד היכל הקודש פירט זיך אויף; דו וועסט רעדן שיין מיט דרך ארץ, דו וועסט העלפן, דו וועסט מכבד זיין אירע עלטערן - וועט זי דיר שיקן קיין אומאן, זי וועט דיר נישט לאזן בלייבן ראש השנה אין שטוב.


דו גיי אין א ווינקל און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, דא איז דא א רבי וואס קען מיך מתקן זיין, א רבי וואס זאגט 'אלע מוזן קומען צו אים', א רבי וואס פארשטייט מיך, א רבי וואס קען מיר העלפן, און דא איז דא אזעלכע התנגדות, אזעלכע מניעות, הייליגער באשעפער מאך א נס אז מיין ווייב זאל מיך נישט צוריק האלטן פון פארן קיין אומאן, מיין ווייב זאל מיך שיקן מיט שמחה, מיין ווייב זאל האבן כח צו בלייבן אין שטוב מיט קינדער", און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען.


פארליר זיך נישט; ווייז איר דעם בריוו, און זאג איר דו וועסט פארן קיין אומאן נאר אויב זי איז מסכים, און איך בין זיכער אז דו וועסט רעדן שיין און ווייך - וועט זי דיך שיקן קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6486 - לכבוד די געבורטסטאג, מער מכבד זיין טאטע מאמע
כיבוד אב ואם, קבלה טובה, דאווענען, יום הולדת, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז איר זענט צופרידן אין בית פיגא, איר האט הנאה פון די לערערין, איז זענט קונה פיל שיינע זאכן.


אויף די פראגע אויב מען מעג טייטשטן די ווערטער ביי שמונה עשרה ביים דאווענען, אדער מען מעג נישט ווייל דאס איז א הפסק; דער ענטפער איז יא, איר מעגט זאגן די ווערטער און נאכדעם די טייטש, איר קענט זאגן: "סלח לנו אבינו כי חטאנו, זיי מיר מוחל אייבערשטער איך האב געזינדיגט", אדער, "רפאנו השם ונרפא, הייל מיך אויס אייבערשטער"; עס זענען געווען צדיקים וואס פלעגן אזוי דאווענען, עס איז נישט קיין הפסק.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטסטאג מער מכבד זיין טאטע מאמע, קיינמאל נישט טענה'נען מיט טאטע מאמע, און זיכער נישט זיך מתחצף זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6485 - פאר די זכותים צו ברענגען משיח, רעכנט מען נאר די חסד
שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ערשטנס א גרויסן יישר כח פארן דעקן די רענט יעדע חודש אין ישיבה, און אויך פאר די שולן וואס דו און ... דעקן יעדן חודש; ענק העלפן מיר זייער, און ענק האבן א חלק אין אלע גוטע מעשים וואס קומען ארויס פון דעם פלאץ.


איך בין געווען אין שטעטל אין בית פיגא, איז געקומען צו מיר א טיטשער און זיך שטילערהייט צעוויינט אז זיי האבן נישט אין שטוב גארנישט, זיי עסן שוין אפאר וואכן סיריעל מיט מילך, אויך איז נישטא קיין געלט פאר בגדים, שיך וכדומה, איך האב איר געפרעגט פארוואס זי מאכט נישט שטאטישע בענעפיטן, די רעגירונג טיילט פאר משפחות וואס פארדינען ווייניג און קענען זיך נישט דעקן – פוד-סטעמפס, זאגט זי אז זיי ווייסן נישט ווי אזוי.


וויל איך דיר בעטן מיין טייערער ..., העלף די משפחות וואס קענען זיך נישט דעקן און לעבן בצמצום – זיי זאלן קענען געניסן פון די שטאטישע פראגראמען. ווארט נישט מען זאל קומען צו דיר בעטן, דו דארפסט דערשמעקן די עניים בני טובים, וואס זענען זייער איידל, זייער נאטור איז נישט צו בעטן און נישט זיך אנלייגן, זיי שעמען זיך, זע זיי צו העלפן מיט די עסן פראגראם, און מיט די פראגראם וואס צאלט הייצונג און לעקטער, און אזוי ווייטער.


היינט בעיקבתא דמשיחא - וואס מען רעכנט צאם אין הימל די זכותים צו ברענגען משיח - רעכנט מען נאר די חסד; נאר דאס וועט ברענגען די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6484 - לפנים משורת הדין קען מען איבערבעטן
שידוכים, איבערבעטן

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


על פי דין דארפט איר נישט איבערבעטן, זיי דארפן אייך איבערבעטן, זיי האבן אייך אויסגעפאפט; איר זענט געווען א מיידל וואס האט געזוכט א שידוך און זיי האבן באהאלטן פון אייך וכו', איר זענט געגאנגען צום שידוך על דעת ער איז א געזונטער מענטש, און נאך די חתונה האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען האט אייך אפגענארט, דארפט איר זיי נישט איבערבעטן.


אבער אז איר ווילט טון לפנים משורת הדין - זאלט איר שיקן א שליח אים איבערבעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו א גוטע שידוך, א געזונטע שידוך, אן ערליכע שידוך, און אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות.


 


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#6483 - דיינע בחורים זאלסטו נישט אנטון קורצע רעקלעך
בחור, הדרכות, קליידער, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דיינע בחורים זאלסטו נישט אנטון קורצע רעקלעך, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תכב) מען זאל נישט גיין אנגעטון מיט די בגדים וואס מען גייט אין דייטשלאנד, דאס מיינט מען די קורצע רעקלעך, און ווען משיח וועט קומען וועט מען באשטראפן די וואס גייען אנגעטון ווי די גוים.


בפרט אז דו לערנסט מיט דיינע קינדער זוהר הקדוש, דארפסטו זען זיי זאלן גיין מיט לאנגע קליידער, נישט קורץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6482 - רבונו של עולם, איך וויל נישט קוקן עבירות
שמחה, בחור, התחזקות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער דיין געשריי ווי שווער עס איז דיר מיט שמירת עיניים; די וועג צו ישיבה און די וועג אהיים פון ישיבה איז דיר אזוי שווער, דו ווערסט ממש פארברענט.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער טייערער ..., שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, גיי יעדן טאג התבודדות און שריי צום אייבערשטן ער זאל דיר געבן כח זיך צו שטארקן אויף די ברענעדיגע יצר הרע וואס וויל דיך אויסרייסן פון די וועלט און יענע וועלט, ער זאל דיר געבן כח צו קענען היטן דיינע אויגן, און אויפן באס ווען דו פארסט צו און פון ישיבה - זאלסטו מיט זיך האבן א זעקל ספרים מיט א תהלים, זאלסט זאגן דעם יום תהלים און זאגן דיינע שיעורים; ח"י פרקים משניות, תיקונים וכו', און אז דו האסט נישט קיין כח צו לערנען אויפן וועג - זאלסטו פארמאכן דיינע אויגן און זיך שטילערהייט מתבודד זיין. מען קען זיין צווישן מענטשן און זיין אליין, מען קען זיצן אינאיינעם - און אין די זעלבע צייט זיך מתבודד זיין; וויין צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין א צדיק, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל נישט קוקן עבירות, איך וויל נישט קוקן אויף פריצות".


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, שמחה איז די שטערקסטע זאך אין עבודת השם, די שטערקסטע געווער קעגן די שווערע נסיונות אין קדושה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט), ווען א מענטש איז פרייליך און דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה - היט אים דער אייבערשטער אליין אפ פון אלע שלעכטס, און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית. דער רבי טייטשט דעם פסוק (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, דעמאלט: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ" – איז מער נישטא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6481 - אויב מען האט גע'גנב'עט, דארף מען באצאלן
גניבה, תשובה, באזאר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אויב מען האט גע'גנב'עט - דארף מען באצאלן, און אז מען האט גע'גנב'עט ווען מען איז געווען יונג, מען האט גענומען פון געשעפטן אלס קינד וכו' - דארף מען זיך מאכן א חשבון וויפיל מען האט גענומען - און דאס באצאלן, און אויב מען באצאלט און מען טוט תשובה - דארף מען נישט אריבערגיין עונש הגלגול.


אז מען קען נישט נאכגיין די פלעצער וואו מען האט גע'גנב'עט, אדער מען געדענקט נישט וכו' - דארף מען געבן די געלט פאר צרכי רבים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה בָּהֶם צָרְכֵי רַבִּים", אויב מען האט גע'גנב'עט און מען ווייסט נישט פון וועם מען האט גע'גנב'עט - זאל מען טון צרכי רבים, אזוי וועט מען פאררעכטן וואס מען דארף פאררעכטן; רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גזילה, הלכה ה') אז די גרעסטע צרכי רבים איז דרוקן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, ווייל דורך די ספרים ווערן מקורב צום אייבערשטן מענטשן וואס זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן; די גרעסטע צרכי רבים איז דרוקן די ספרים פון רבי'ן און דאס פארפלייצן.


אז איר האט גענומען קליידער פון באזאר, איר האט געמיינט עס איז בחינם - זאלט איר מאכן א חשבון וויפיל איר האט גענומען און דאס באצאלן. דאס האט נישט מיט מיר, עס איז נישט מיין געלט, איך קען נישט מוחל זיין אויף דעם; עס איז הקדש געלט, עס באלאנגט פאר די מוסד.


צעברעכט זיך נישט, מען קען אלעס פאררעכטן, מען קען אויף אלעס תשובה טון, און אז מען טוט תשובה - נעמט דער אייבערשטער אן די תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6480 - אנצינדען נאר היימישע ערליכע מוזיק
טעלעפאן, הדרכות, מוזיק, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פארן זיך אזוי אוועק געבן פאר אונזערע קינדער, אזויפיל הארץ און אזויפיל קאפ און מח - אריינצולייגן אין אונזערע תלמידות, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און סייעתא דשמיא מיט די תלמידות, יעדע תלמידה בית פיגא זאל מצליח זיין, קיין איין תלמידה זאל נישט אוועק פאלן.


איך וויל אייך בעטן, אזוי ווי ביי אונז טאנצן די מיידלעך יעדן טאג, דארף מען אכטונג געבן נישט אנצוצינדן קיין צעווילדעוועטע מוזיק, נישט קיין מוזיק פון נישט היימישע זינגערס. איך וויל נישט מען זאל הערן ביי אונז אין בית פיגא זינגערס וואס זינגען נישט היימיש, ערליך און אפגעהיטן. די סקול דארף האבן א כלי מיט כשר'ע ניגונים וואס נאר דאס קען מען אנצינדן, און בשום אין אופן אנצינדן וואס איז נישט ערליך און הייליג.


אויך קענען נישט קיין מיידלעך אין סקול ברענגען טעלעפאונס, אויך די עלטערע תלמידות קענען נישט ברענגען אין סקול קיין טעלעפאן, מען דארף זייער היטן די קינדער, מיט איין שלעכטע בילד וואס מען שיקט פון איינעם צום צווייטן - קען מען נאכדעם אסאך ליידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6479 - בית פיגא תלמידות דארפן דאווענען מיט די גאנצע הארץ
חיזוק פאר מיידלעך, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך הער זייער שיינע גריסן אויף אייך פון אייערע לערערינס, ווי שיין איר פירט זיך אויף, מיט דרך ארץ און מיט גוטע מידות.


לייגט אריין אייער גאנצע הארץ אין דאווענען, בית פיגא תלמידות דארפן דאווענען מיט די גאנצע הארץ. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "מיין זאך איז תפילה", עס איז נישט געווען איין שמועס וואס דער רבי האט געשמועסט און נישט גערעדט פון תפילה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִילָּה", דורך תפילה ווערט מען איינס מיט'ן אייבערשטן, "כִּי הַתְּפִילָּה הוּא שַׁעַר, שֶׁדֶּרֶךְ שָׁם נִכְנָסִין לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", תפילה והתבודדות איז די טויער אריין צו קומען צום אייבערשטן.


ווייזט דעם בריוו פאר אייערע חבר'טעס, זיי זאלן האבן חיזוק אויף תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6478 - פארשידענע וועגן צו העלפן בויען בית פיגא
חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, משמש דעם רבי'ן, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך פריי זיך צו הערן פון די מנהלת אז איר האט געבעטן איר ווילט העלפן די סקול פאר די קומענדיגע יאר און איר ווילט ווערן א טיטשער; דאס ווייזט אז איר האט א שטארקע געפיל פאר בית פיגא, איר האט א שטארקע הכרת הטוב, למעשה די יאר דארפן מיר נישט נאך טיטשערס, די יאר האבן מיר שוין גוטע טיטשערס.


וויסן זאלט איר, אויך ווען מען איז נאך אין קלאס - קען מען העלפן בויען די סקול, דורך זיך צושטעלן צו אלעס וואס די סקול זאגט. איר קענט מיר די יאר העלפן בויען בית פיגא דורך זיין א תלמידה וואס האלט מיט אלעס וואס מען פארלאנגט; סיי ביים דאווענען, מיט צו דאווענען מיט די גאנצע הארץ, סיי ביים לערנען, אויסהערן און מיטהאלטן, סיי ביים טאנצן, זיין א חלק פון די סקול, און ביים עסן, מיט עסן און נישט אוועק מאכן די עסן וכו'.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר נאך זיין א טיטשער ביי אונז אין בית פיגא, אדער קומענדיגע יאר, אדער שפעטער, אבער אז עס אינטערעסירט אייך אזוי שטארק בית פיגא, איר ווילט אויפבויען און העלפן - דארפט איר נישט ווארטן ביז איר וועט באקומען עמטליך א פאסטן, איר קענט שוין יעצט העלפן.


ביים דאווענען זאלט איר נישט ארויסקוקן פון סידור, עס זאל אייך נישט אינטערעסירן קיין איין מיידל; קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט אין סידור און בעט פאר אייך און פאר אייערע דורות. בית פיגא תלמידות דארפן דאווענען מיט די גאנצע הארץ, ווייל דעם רבינ'ס זאך איז תפילה, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צג): "מיין גאנצע זאך איז תפילה"; מיט דעם וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6477 - איך רעד נישט ביים דאווענען
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך שיק דיר דא נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, בעט דעם מעלער זאל מאלעווען א בילד ווי א איד זיצט מיט טלית ותפילין און א גוי שטייט נעבן אים מיט א שיינע הערליכע שטיק גאלד אויסגעקריצט א שיינע זאך, דער איד ווייזט מיט די הענט אויפן מויל אז ער קען נישט יעצט רעדן, און פון הימל קומט אראפ א בעבי וואס גייט ארויס א שטראל פון זיין פנים.


איך האף אז די מלמדים ביי אונז אין חדר וועלן נעמען די מעשיות מיט די בילדער און דאס אריינפרעגלען אין די קינדער, אויסלערנען די קינדער דאס גרויסקייט פון דאווענען און פון נישט רעדן ביים דאווענען. אויך די לערערינס אין בית פיגא וועלן אריינלייגן אין די תלמידות דאס גרויסקייט פון דאווענען, פון נישט רעדן ביים דאווענען און די שכר צו וואס מען קען זוכה זיין; צו קינדער צדיקים, ווען מען רעדט נישט ביים דאווענען.


די נאמען פון די מעשה איז 'איך רעד נישט ביים דאווענען'.


"מיסטער, קען יו גיוו מי טו דאלער פאר דיס פיס?"


"שא... נו... שא..."


"מיסטער, גיוו מי וואן דאלער..."


"נו... שא..."


דער איד רבי אברהם רעדט נישט קיין איין ווארט פארן דאווענען, אפילו ער קען מאכן אסאך געלט וועט ער נישט אפטרעטן פון דינען דעם אייבערשטן.


ויהי היום, רבי אברהם זיצט מיט טלית ותפילין און א גוי קומט צו אים מיט א טייערע שטיק גאלד וואס איז ווערט איבער מיליאן דאלער און פרעגט אים: "מיסטער, קען יו גיוו מי טו דאלער פאר דיס פיס?" אויב ער וויל אפקויפן דעם שטיק גאלד פאר צוויי דאלער, "שא... נו... שא..." – ענטפערט אים רבי אברהם, זאגט דער גוי: "מיסטער, גיוו מי וואן דאלער..." ער איז גרייט עס צו פארקויפן פאר איין דאלער, אבער רבי אברהם ענטפערט אים: ""נו... שא...", דער גוי זעט אז דער איד רבי אברהם ברעכט נישט זיין גוטער מנהג, ער רעדט נישט פארן דאוואנען און זיכער נישט ביים דאווענען, עס איז אים נישט ווערד צו זיין א גרויסער עושר אויב גייט דאס אויפן חשבון פון רעדן ביים דאווענען.


דער גוי גייט צו א צווייטן, יענער זעט ווי שיין די שטיק גאלד איז, און פאר איין דאלער קען ער ווערן א מיליאנער, ער קויפט דאס גלייך אפ און ווערט א ריזיגער עושר.


א רעש און א טומל איז געווארן אין הימל, רבי אברהם האט אוועק געגעבן זיין גאנצע עשירות נישט צו רעדן פארן דאווענען, מען רופט אויס אין הימל אז פארן אוועק געבן א שטיק גאלד נישט צו רעדן פארן דאווענען וועט מען אים געבן א קינד א שטיק גאלד, ער וועט געבוירן א קינד מיט א הייליגע נשמה, און אזוי איז טאקע געווען. רבי אברהם האט זוכה געווען צו זיין די טאטע פונעם גרויסן צדיק רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו.


טייערע קינדער, אויב א קינד וויל דיך שטערן אינמיטן דאווענען, ער רעדט צו דיר, ער שטערט דיר - וועלן מיר זיך נישט וויסנדיג מאכן, מיר וועלן ווייטער דאווענען צום אייבערשטן, ווייל ביים דאווענען רעדט מען נישט צו קיינעם, נאר צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6476 - נאר דער וואס טוט, שלאפט נישט איין
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, זאלסטו עפעס טון פארן שטעטל, אזוי וועסטו בלייבן פריש מקורב, ווייל נאר דער וואס טוט - שלאפט נישט איין.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון משמש זיין דעם רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי", דער קלענסטער פון מיינע מענטשן, "אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", קען איך צוברענגען צו די מדריגה פון גרויסע צדיקים, "וִיקַנֵּא מְאֹד אֶת הַמְקֹרָבִים אֵלָיו", און אלע וועלן מקנא זיין מיינע מקורבים, "מִכָּל שֶׁכֵּן אֶת מִי שֶׁזּוֹכֶה לְהוֹשִׁיט לוֹ וְכוּ'", בפרט די וואס העלפן מיר אפילו נאר מיט ברענגען פייער, עיין בהשמטות.


לייג זיך צייטליך און שטיי אויף פארטאגס, לערן יעדן פארטאגס לכל הפחות צוויי שעה דיינע שיעורים כסדרן, נאכדעם זאלסטו דאווענען און זיך גיין מתבודד זיין, און נאכדעם זאלסטו גיין טון פאר פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.