בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5522 - מיט תפילה וסבלנות וועלן די עלטערן זיך איבערבעטן און קומען צו שמחות
כיבוד אב ואם, שלום, משפחה, סבלנות, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע טייערע ... און ...


מזל טוב פאר ענקער נייע געבוירענע אינגל נחמן נתן נרו יאיר. דער רבי האט אמאל געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק ב', סימן לב): "נחמן נתן לאכט פון דער וועלט"; זאל דער אייבערשטער ענק העלפן ענק זאלן נישט אויפהערן לאכן, עס זאל זיין ביי ענק נאר גליק און פרייד, ענק זאלן לעבן מיט ליבשאפט און פרידן מיט אלע קינדער אינאיינעם.


איך האב גרויס ווייטאג פון דעם וואס ענק גייען אריבער, עס טוט זייער וויי, ווען די עלטערן וויל נישט מיטהאלטן די שמחות, און ווען די עלטערן ווילן נישט רעדן מיט ענק פאר די איין זינד, אז איר זענט ברסלב'ער חסידים, דאס איז אלעס פון די לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויפן הייליגן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים.


ענק זאלן נאכאלץ פרובירן רופן די עלטערן און חס ושלום נישט רעדן אין שטוב צווישן די קינדער קיין איין ווארט פון די גאנצע פרשה, נישט צעמישן די קינדער, און מיט תפילה וסבלנות וועלן די עלטערן איין טאג זיך איבערבעטן און קומען צו ענקערע שמחות און ווערן פאראייניגט.


דער אייבערשטער זאל שוין שיקן אליהו הנביא וואס וועט מאכן שלום אויף די וועלט, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כד): "וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים".

#5521 - יישר כח פאר'ן העלפן צאלן די מלמדים
מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן צאלן די מלמדים; מיר זענען יעצט זייער געדרוקט, שוין אפאר וואכן וואס מען צאלט נישט די איינגעשטעלטע, און בזכותך - וואס דו האסט געברענגט צוועלף טויזנט דאלער – האט מען געקענט צאלן איין וואך געהאלט.


אויב דו ווייסט פון מענטשן וואס האבן א געפיל צו אונזער מוסד – וואלט איך מיט דיר געגאנגען בעטן צדקה, ווייל איך מוז באצאלן די מלמדים און די איינגעשטעלטע. נעכטן בין איך געפארן קיין מאנסי זיך טרעפן מיט מענטשן וואס האבן א געפיל פאר די מוסד, זיי בעטן צו העלפן מיט געוויסע זאכן.


איך קוק צוריק, דער אייבערשטער האט געמאכט אזעלכע ניסים ביז אהער, איך גלייב עס קומט נאך גרויסע ניסים.


גיי יעדן טאג אין פעלד זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן.

#5520 - נאר אז מען איז זיך מתבודד, קען מען זיך דערהאלטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, עבודת השם, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט אונז דערציילט אז רבי נתן האט געזאגט: "נאכן וויסן אלעס ווי זיך צו קענען קריגן מיטן יצר הרע, נאכן וויסן אלע עצות – קומט ער מיט א נייעם וועג, א פרישע נסיון, א פרישע בלבול, און מען דארף פונדאסניי רחמי שמים אים צו בייקומען".


איין עצה איז דא פאר יעדע פרישע נסיון און יעדע פרישע חלישות הדעת: תפילה והתבודדות; צוריק אנהויבן מיט די ערשטע און לעצטע עצה פון בעטן דעם אייבערשטן פשוט'ע ווערטער: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פונעם יצר הרע, ראטעווע מיך פון ווערן אלט און קאלט, באניי מיך, זיי מיך פון פריש מקרב צו דיר. העלף מיר איך זאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן, איך זאל בלייבן פריש אין היכל הקודש, איך זאל זיך נישט לאזן שטערן פון די בלבולים און חלישות הדעת".


נאר אז מען איז זיך מתבודד – קען מען זיך דערהאלטן.

#5519 - ווייטער בענקען און האפן, און נישט אפלאזן דאס וועלן
מחשבות, יאוש, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצג): "הַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל", די מחשבה איז זייער א שטארקע זאך, "וְאִם יְחַזֵּק וִיגַבֵּר מַחֲשַׁבְתּוֹ עַל אֵיזֶה דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם", און אויב מען שטארקט זיך צו טראכטן פון א געוויסע זאך, "יוּכַל לִפְעֹל שֶׁיִּהְיֶה כָךְ", קען ער ברענגען די זאך; אויב מען טראכט פון געלט – וועט מען האבן געלט, און אויב מען טראכט אז מען וויל זיין גוט און מען בעט דעם אייבערשטן טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטן" – וועט מען זוכה זיין צו ווערן ערליך און אפגעהיטן.


הכלל, מען טאר זיך נישט מייאש זיין, אפילו מען זעט עס גייען אריבער אזויפיל טעג און יארן, און מען איז נאך אזוי ווייט פון קדושה – דארף מען ווייטער בענקען און האפן, און נישט אפלאזן דאס וועלן.


זאג יעדן טאג נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ', קה, קלז, קן, די תיקון הכללי; עס איז א תיקון אויף אלעס.

#5518 - איך האב געזונטע ערליכע קינדער, ווער איז רייכער פון מיר?
קינדער, תודה והודאה, געלט

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע, פלעגט זאגן פאר יעדן איינעם: "איך בין די רייכסטע"; ווען איך בין אריינגעקומען צו איר – האט זי מיר געזאגט: "איך בין די רייכסטע, איך האב געזונטע ערליכע קינדער, ווער איז רייכער...?"


זינגט אויך דעם ניגון: "איך בין די רייכסטע, איך האב געזונטע ערליכע קינדער"; דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער שיינע גארטן, טייערע ליכטיגע קינדער, דאס איז די גרעסטע פארמעגן.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, די ראשי תיבות פון 'עשיר' איז: ע'ינים, ש'ינים, י'דים, ר'גלים; איינער וואס האט אויגן, ציינער, הענט און פיס – איז רייך, און אז מען האט האט א דאך איבערן קאפ, מיט הייצונג, מיט ליכטיגע קינדער – איז מען טאקע רייך.


 

#5517 - דורך הפצה קען מען זיך פטר'ן פון שרעקליכע בושות אויף יענע וועלט
הפצה, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון "הפצה"; אפילו מען לאכט און מען שפעט פון דיר – זאלסטו ווייטער גיין הפצה, ווייל די בושות אויבן אין הימל איז אזוי שרעקעדיג, און נאר דורך הפצה, דורך עוסק זיין אין צוריק ברענגען אידן צום אייבערשטן – קען מען זיך פטר'ן פון יענע שרעקליכע בושות.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אלעס קען איך זיך אויס'משל'ן פאר מיינע אויגן, אויסער די ברוך הבא אין קבר"; ווי גרויס און ווי שרעקליך די צער און בושה וועט זיין, אבער דורך זיין א מפיץ, דורך פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים – קען מען זיך ראטעווען פון די אלע צער און עגמת נפש.

#5516 - אז דיינע קינדער רופן דיך נישט, זאלסטו זיי רופן
קינדער, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו רעדן צו דיינע קינדער יעדן טאג, און אז זיי רופן דיך נישט – זאלסטו זיי רופן; פרעג זיי וואס טוט זיך אין ישיבה, פרעג זיי וואס זיי האבן געלערנט, וויפיל פרקים משניות, וויפיל בלאט גמרא; עס איז זייער וויכטיג צו האבן א שטיקל קשר מיט די קינדער.


אוודאי וואלט געווען ריכטיג דיינע קינדער זאלן דיך רופן יעדן טאג, אבער אויב זיי רופן נישט – זאלסטו זיי רופן, ווארט נישט אויף קיין כבוד, מאך נישט קיין חשבונות, טו צו דער זאך, זיי קלוג און האלט אן קשר מיט זיי.


יעדן טאג זאלטו לאזן טרערן צום אייבערשטן פאר יעדן איינציג קינד, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך, הייליג און עס זאלן זיך ציען דורות.

#5515 - דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע, דאס וועלן מיר מיטנעמען
מקוה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס ביסל וואס מען טוט צו העלפן בויען מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער פאר אמונה און תורה – דאס וועט בלייבן לנצח נצחים, און דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע – דאס וועלן מיר מיט נעמען.


א באזונדערע דאנק קומט אייך פארן מאכן אזוי באקוועם די מקוה טהרה; אלע זענען צופרידן, אלע זאגן ווי געשמאק מען מאכט זיי; דאס איז זייער א גרויסע זכות פאר אייך און אייערע דורות.

#5514 - אלע גוטע מעשים פונעם מאן, וועט די ווייב באקומען די זעלבע שכר
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך זייער פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר אונזערע מוסדות, איך ווייס עס איז נישט גרינג, איר האט אלעס אוועק געגעבן אבי צו העלפן די מוסדות; דער אייבערשטער וועט ענק באצאלן מיט גוטס, מיט נחת, מיט גליק און פרייד.


אלע גוטע מעשים וואס דער מאן טוט – וועט די ווייב באקומען שכר אזוי ווי ער, אויב זי העלפט אים, זי נעמט א גלייכע חלק אין אלע זיינע גוטע מעשים.

#5513 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט געבן יעדן קינד אסאך גוטע ווערטער
תודה והודאה, שלום בית, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז זייער וויכטיג ווען מען האלט ביים חתונה מאכן קינדער – צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד און יעדע אייניקל, ווייל ווי מער מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן – ווערט אלעס שענער און בעסער.


נאך א וויכטיגע זאך, ווען דו רעדסט מיט דיין זון – געדענק אים צו זאגן יעדע מאל א גוט ווארט אויף זיין ווייב, און ווען דו רעדסט מיט דיין שנור – זאלסטו איר יעדע מאל זאגן ווי דאנקבאר דו ביסט דעם אייבערשטן פאר אזא שנור.


עס איז אזוי וויכטיג פאר יונגע פארפעלקער צו הערן די זיסע ווערטער ווי: "האסט א וואוילע ווייב", "האסט א טייערער מאן".


בעט דעם אייבערשטן זאלסט געבן יעדן קינד אסאך גוטע ווערטער.

#5512 - זיך פארנעמען לכבוד די געבורטסטאג צו זאגן יעדן טאג "אני מאמין"
שמחה, תהלים, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים יעדן טאג, און פונעם באקומען דעם פאריגן בריוו פאראיאר – האט איר שוין געזאגט זעקס און צוואנציג מאל ספר תהילים; יעצט, די יאר, ווילט איר וויסן וואס זיך פארצונעמען לכבוד אייער געבורטסטאג.


די יאר זאלט איר זיך פארנעמען – לכבוד די געבורטסטאג – צו זאגן יעדן טאג די דרייצן "אני מאמין"; אין אנהויב וועט עס זיין א נייע זאך, אבער מיט די צייט וועט דאס ווערן א חלק פון אייער לעבן, איר וועט דאס קענען פון אויסנווייניג, עס וועט ווערן איינגעקריצט אין אייך.


הערט לעבעדיגע מוזיק, טאנצט און שפרינגט, ווייל שמחה איז די לייטער צו קומען צו די העכסטע פלאץ. דער הייליגער אריז"ל זכותו יגן עלינו האט מגלה געווען אז ער איז געקומען צו זיינע מדריגות דורך שמחה.

#5511 - א מלמד זאל נישט קארגן קיין גוטע ווערטער, און רעדן אסאך אמונה
קאמפלימענטס, קדושה, אמונה, מוסר, חיזוק פאר מלמדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דו לייגסט אריין אין די קינדער אמונה, תורה ויראת שמים; אין אזא דור וואס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות – ברענגסטו אריין קדושה ואמונה.


עס איז דא צוויי וועגן צו רעדן צו די קינדער, אדער רעדן קעגן די פראבלעמען, אדער רעדן אזויפיל פון אמונה – אז אלע פראבלעמען פאלן אוועק. עס זענען דא מלמדים וואס רעדן טעג און וואכן פון די פראבלעם און פון די פרצה וכו', אבער דעם רבינ'ס וועג איז רעדן אזויפיל פון אייבערשטן – ביז עס ווערט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" – די וועלט איז ליכטיג געווארן פונעם כבוד פונעם אייבערשטן.


אויך זאלסטו נישט קארגן גוטע ווערטער; מוסר ווערטער און קריטיק ווערטער – דאס דארף מען זייער קארגן, און ממש בלית ברירה, נאכן גוט אדורכטראכטן – נוצט מען אמאל די ווערטער, אבער גוטע ווערטער פאר קינדער – זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן", ווער עס האט א קליינעם פארשטאנד, "יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", דארף מער כבוד.

#5510 - די שענסטע זאך איז א אידישע איידעלע טאכטער
תפילות אויף אידיש, צניעות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די שענסטע זאך וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די אידישע פאלק איז "צניעות", אזוי ווי עס שטייט (תהילים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַת מֶלֶךְ פְּנִימָה", די שענסטע זאך איז א אידישע איידעלע טאכטער, "מִמִּשְׁבְּצוֹת זָהָב לְבוּשָׁהּ", זי איז שענער פון די שענסטע גאלדענע קליידער.


זאגט יעדן טאג די תפילה:


"שכוח אייבערשטער פאר מיין צניעות, שכוח אייבערשטער אז איך בין אויסדערוועלט, איך בין א איד און איך גיי אנגעטון איידל און שיין. איך בעט דיר אייבערשטער, העלף אז אלע מיינע דורות, מיינע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך – זאלן גיין אנגעטון איידל און שיין, און אלע זאלן האבן א געפיל אין איידלקייט".

#5509 - א פשוט'ער איד, דינען דעם אייבערשטן בשמחה
עבודת השם, פשטות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מאנסי


מענטשן מיינען אז מען דארף טון גרויסע עבודות, גרויסע זאכן, דער רבי לערנט אונז אנדערש, דער רבי לערנט אונז אז ביים אייבערשטן איז חשוב ווי פשוט'ער, דער רבי האט זייער ליב געהאט די פראסטע אידן וואס ווייסן נישט און פארשטייען נישט קיין סאך, נאר וואס טוען למעשה, די וואס זאגן תהילים, די וואס זאגן תחינות ובקשות.


עס איז געווען א איד אין ברסלב וואס פלעגט זאגן תהילים און אסאך תחינות און מעמדות, און דער רבי האט אים זייער מקנא געווען (עיין חיי מוהר"ן, סימן תק"כ).


בעט דעם אייבערשטן צו זיין א פשוט'ער איד, צו דינען דעם אייבערשטן בשמחה.

#5508 - לערן דעם רבינ'ס ספרים, און בעט דעם אייבערשטן צו פאלגן די עצות
תפילה והתבודדות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, און נאכן לערנען זאלסטו מאכן תפילה פון די תורה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "כְּשֶׁלּוֹמֵד תּוֹרָה מִצַּדִּיק הָאֱמֶת", ווען מען לערנט א תורה פונעם אמת'ן צדיק, "יַעֲשֶׂה מִזֶּה תְּפִלָּה", זאל מען מאכן פון דעם תפילה, "מִזֶּה נַעֲשֶׂה שַׁעֲשׁוּעִים גְּדוֹלִים מְאֹד לְמַעְלָה", און דער אייבערשטער האט א פארגענוגן פון די סארט תפילות.


אזוי אויך זאלסטו לערנען אשר בנחל און עצתו אמונה און זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן זאלסט קענען פאלגן די עצות.


איך באקום זייער גוטע גריסן אויף דיר, דיין שווער און שוויגער רעדן פון דיר, פון דיין דרך ארץ, זיי האבן גרויס נחת.

#5507 - בזכות לערנען אין שול פארטאגס, זאלסטו זוכה זיין צו בנים ובני בנים
קינדער, לימוד התורה, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער אזעלכע שיינע גרוסן אויף דיר, דו זיצט פארטאגס אין שול און דו לערנסט מיט התמדה; דאס איז מיר אזא תענוג ונחת רוח, איך בין אזוי צופרידן פון דעם, הלוואי זאלן אלע קומען פארטאגס לערנען.


בזכות לערנען אין שול פארטאגס – זאלסטו זוכה זיין צו בנים ובני בנים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת, שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם", ווער עס זינגט און לויבט דעם אייבערשטן פארטאגס איידער עס ווערט ליכטיג - "הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים", איז דאס א סגולה פאר קינדער, אויך פאר שלום בית, עיין שם.


שרייב מיר פון דיין עבודת השם – וועסטו מיך מחי' זיין, שרייב מיר אויך אויב דו גייסט יעדן טאג התבודדות און ווי לאנג, ווייל איך ווארט אזוי שטארק צו זען ביי די תלמידי הישיבה אז מען פאלגט דעם רבי'ן.

#5506 - א מלמד דארף האבן יראת שמים, ליצנות פארטרייבט די יראת שמים
קדושה, דאווענען, יראת שמים, ליצנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דיינע יארן, דיינע טעג – גייען אריבער מיט הייליגע זאכן; ביסט א מלמד, דו לערנסט מיט קינדער די הייליגע תורה.


געב אכטונג נישט צו האבן מיט ליצנות, א מלמד דארף האבן יראת שמים, ליצנות פארטרייבט די יראת שמים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ליצנות, סימן ה): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת אֵין לוֹ חָכְמָה", ליצנות פארטרייבט די יראת שמים.


לייג אריין אין די קינדער א חיות ביים דאווענען און ביים לערנען, זיי זאלן דאווענען הויך מיט א לעבעדיגקייט, אויך זאלן זיי לערנען הויך אויפן קול, מיט א ברען.


רעד צו זיי פון קדושת הברית, פון נישט אנרירן אות ברית קודש, אויך פון זיך היטן די אויגן.

#5505 - דיין טאטע איז אלט און שוואך, גיי אריבער יעדן טאג אים צו באדינען
כיבוד אב ואם, מוסר, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי נישט בייז אז איך זאג דיר מוסר, איך וויל נאר דיין אייביגע גוטס.


האסט אן אלטן טאטן, אלט און שוואך, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אים; פארוואס זאלסטו נישט אריבערגיין יעדן טאג אים משמש זיין? עס איז דאך די גרעסטע מצוה אויף דער וועלט מכבד זיין א טאטע, משמש זיין א טאטע; איך וויל נישט זאגן פאר אנדערע וואס צו טון, הלוואי זאל איך אליינס זיין אן ערליכער איד, אבער דו זאגסט מיר שטענדיג: "דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן ווי צו לעבן", "דער ראש ישיבה זאל מיך פאררעכטן אויב איך טו נישט גוט" – דערפאר זאג איך דיר.


דיינע אלע עבודות השם וואס דו דינסט דעם אייבערשטן איז זייער הייליג און חשוב, אבער די מצוה פון כיבוד אב ואם, אז מען האט אן אלטע שוואכע טאטע וואס ליגט אין בעט - ווי קען מען זיך פטר'ן מיט צושטעלן אן ערל? פארוואס זאלסטו נישט גיין יעדן טאג אים משמש זיין?


איך האב געלערנט כיבוד אב ואם פון מיינע עלטערן; מיין טאטע שליט"א, מיין מאמע תחי' – כל זמן זיי האבן געהאט זייערע עלטערן – האבן זיי טאג און נאכט באדינט די עלטערן. אויך מיין שווער שליט"א, כל זמן זיינע עלטערן האבן געלעבט – האט מען אים געזען טאג און נאכט משמש זיין די עלטערן.


איך שרייב דיר, איך וויל זאלסט אריינכאפן צו קענען טון די מצוה.

#5504 - די שמחה אין הימל ווען מען זאגט "טאטע"
חיזוק פאר פרויען, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


איין זאך בעט איך אייך זייער, פארגעסט נישט אז דער אייבערשטער האט אייך ליב, דער אייבערשטער ווארט איר זאלט רעדן צו אים; אזוי שטארק ווי א מאמע פרייט זיך ווען דאס קינד זאגט א ווארט, ווען דאס קינד זאגט "מאמי" – אסאך אסאך מער ווערט א שמחה אין הימל ווען מען זאגט: "טאטע".


אינדערפרי נאך ברכת השחר זאלט איר פרובירן צו זאגן די דרייצן "אני מאמין".

#5503 - אוועק ווארפן אלע חכמות, איז בעצם די גרעסטע חכמה
עצות, תמימות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, דער רבי לערנט אונז אזעלכע זיסע עצות און אזעלכע חיזוק ווי צו דינען דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, אוועק ווארפן אלע חכמות און דינען דעם אייבערשטן מיט א תמימות, וואס בעצם איז דאס די גרעסטע חכמה.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "וּבֶאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת, צָרִיךְ לַעֲבֹד אֶת ה' בִּתְמִימוּת בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", נאך אלע חכמות דארף מען דינען דעם אייבערשטן ווי א פראסטאק, "וְזֶה הִיא הַחָכְמָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַחָכְמוֹת", וואס דאס איז די העכסטע און גרעסטע חכמה.


אשרינו מה טוב חלקינו, מיר דארפן טאנצן יעדן טאג, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן א רבי וואס לאזט אונז נישט פאראפאלן גיין, זארגט פאר אונז מיר זאלן נישט פארשלאפן אונזערע יארן.


א גרוס פון דיינע טייערע קינדער, זיי דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און מיט שמחה.

#5502 - יעדע מצוה בלייבט אויף אייביג, וואס מיינט אייביג?
נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט אמאל געוואלט ארויסברענגען וואס מיינט 'אייביג', האט ער געגעבן א משל; אז מען וועט אנפילן די גאנצע וועלט מיט זאלץ און עס וועט קומען א פייגל עסן א ברעקעלע זאלץ – איין ברעקעלע יעדעס יאר – וועט זיך דאס אמאל ענדיגן? האט איינער געענטפערט: "ניין, עס קען זיך נישט ענדיגן", האט רבי נתן געזאגט: "ביסט נישט גערעכט, עס וועט זיך יא אמאל ענדיגן, אפילו עס וועט נעמען זייער זייער לאנג, אבער עס האט אן ענדע, מה שאין כן די שכר פון עולם הבא איז פאר אייביג, לנצח נצחים".


יעדעס ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן – איז לנצח נצחים, פאר אייביג, יעדע מצוה וואס מען טוט, כיבוד אב ואם, צניעות, חסד – בלייבט פאר אייביג.


וואויל איז דעם וואס טוט גוטע זאכן.

#5501 - גאר אנדערש דאס חתונה האבן, ווען מען איז מקורב צום צדיק אמת
שלום בית, חתונה, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האלסט שוין דא, דו גייסט שוין חתונה האבן, דו באקומסט א כלה ערליך און איידל; ווי מער דו וועסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן – אלץ מער גוטס וועט קומען צו דיר.


עס איז גאר אנדערש דאס חתונה האבן ווען מען איז מקורב צום צדיק אמת, די לעבן איז טעם גן עדן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רנב): "כְּשֶׁמְּקֹרָבִים לְצַדִּיק הָאֱמֶת", די אלע וואס זענען נאנט צום אמת'ן צדיק, "טוֹעֲמִים טַעַם גַּן עֵדֶן", שפירן די טעם וואס מען שפירט אין גן עדן; מען רעדט איידל און שיין צו די ווייב, מען ערווארט נישט פון איר – ממילא ווערט מען נישט אנטוישט, מען גרויסט זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, יעדע זאך וואס מען באקומט איז ווי א געשאנק; עס איז דא עסן – איז דאס א געשאנק, עס איז דא קליידער – איז עס א געשאנק.

#5500 - דו האסט אן איידעלע פרוי, זאלסטו איר אויסרומען און אויסלויבן
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף צום אייבערשטן אז דו פארשטייסט דאס שיינקייט פון אן איידעלע פרוי און דו ביסט עס מחשיב. דו האסט אן איידעלע פרוי; זאלסטו איר אויסרומען און אויסלויבן, נישט יעדער איז זוכה צו דעם. דער פסוק זאגט (משלי לא, י): "אֵשֶׁת חַיִל מִי יִמְצָא", אן ערליכע פרוי – ווער קען געפונען? נישט יעדער איז זוכה צו דעם, "וְרָחֹק מִפְּנִינִים מִכְרָהּ", אן ערליכע פרוי איז טייערער ווי טייערע פערל.


געב גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, זאג איר ווי שיין איר צניעות איז, זייט שטאלץ מיט ענקערע איידעלע לבוש, דער רבי זאגט צו ערליכע קינדער. (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה", א פרוי וואס איז איידל, "מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", וועט האבן ערליכע קינדער.


שרייב מיר פון צייט צו צייט, וועסטו מיך מחי' זיין.

#5499 - ווען די לערערין רעדט פון אנדערע גלויבנס
תפילות אויף אידיש, סקול, אמונה, צדקה, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס מען לערנט ביי אייך אין שולע וכו'; די ריכטיגע וועג איז, מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן תשובה טון, אלע זאלן זיך צוריק קערן צו די תורה און צו די אמונה.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; געבט יעדן טאג צדקה און בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר א שטארקע, קלארע און לויטערע אמונה". דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן ל): "אֱמוּנָה בָּא עַל יְדֵי צְדָקָה", דורך צדקה באקומט מען אמונה.


אויך זאלט איר קוקן אויפן הימל ווען די הימל איז שיין לויטער. דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן יד): "כְּשֶׁתִּסְתַּכֵּל בַּשָּׁמַיִם כְּשֶׁהֵם זַכִּים וּבְהִירִים", ווען דו וועסט קוקן אויפן הימל ווען זי איז לויטער און קלאר, "תִּזְכֶּה לֶאֱמוּנַת חֲכָמִים", וועסטו זוכה זיין צו אמונת חכמים; גייט צום פענסטער, קוקט ארויף צום הימל און זאגט: "הייליגער באשעפער געב מיר א קלארע לויטערע אמונה, איך וויל דיך זען, איך וויל דיך שפירן, איך זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך און זיך נישט צעמישן פון קיין שום זאך, אייבערשטער העלף מיר אז איך און מיינע דורות זאלן אלע האבן א שטארקע אמונה אין דיר, אמונה אין די הייליגע צדיקים, אמן".


(אז אייער לערערין וועט נאכאמאל רעדן פון אנדערע גלויבנס – זאלט איר נעמען א בליי און שרייבן אנדערע זאכן, אז אייער מח זאל זיך נישט צוהערן צו די זאכן וואס צעמישט.


הערט זיך צו אין כתה נאר צו די לערערינס וואס צעמישן נישט, נאר דארט הערט זיך צו, ווען מען רעדט פון אנדערע גלויבנס, פון עשיו און ישמעאל – זאלט איר זיך אריינטון אין אנדערע זאכן, און נישט צוהערן).

#5498 - פארצייכענען יעדעס קינד, ווער האט שוין באקומען א שמייכל און גוט ווארט
אמונה, רפואה, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


די בית פיגא תלמידות זענען זייער צופרידן פון אייערע שיעורים, זיי זענען זייער אסאך מקבל פון אייך, זיי ווארטן צו קומען אין שולע.


רעדט אסאך צו די מיידלעך פון אמונה פשוטה, ווייל דאס איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען; ווי מער מען שפירט דעם אייבערשטן – פאלן אוועק אלע מחלוקות, מען הערט אויף גליסטן, מקנא זיין אנדערע, מען רעדט נישט פון אנדערע, מען ווייסט אז דער אייבערשטער איז דא, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס.


אויך זאלט איר זיך פארצייכענען יעדע מיידל, ווער עס האט שוין באקומען א שמייכל, א גוט מארגן, א גוטן טאג. אויך זעט צו שמועסן מיט יעדע תלמידה במשך א וואך צוויי – פריוואט.


אויך לאזט מיר וויסן אייער פלאן פאר קומענדיגע זומער, אויב איר זענט גרייט נאכאמאל צו העלפן אין קעמפ.