בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6511 - בזכות מתקן זיין עירובין, זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מתנדב זיין די גאנצע יאר - יעדן ערב שבת – צו בודק זיין די עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי.


בזכות די גרויסע מצוה פון מתקן זיין עירובין - זאלסטו זוכה זיין צו ברכות, ישועות ורפואות און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#6510 - פרעגן די מיינונג פון נאך א דאקטער
רפואה, דאקטורים, ציינער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב


בנוגע דער ציין דאקטער נעבן שטעטל וואס שלעפט ארויס ציין אבי צו מאכן געלט, ביי ביידע פון ענק האט ער שיעור ארויסגעשלעפט אלע ציין און נאכן גיין צו א צווייטן ציין דאקטער האט ער ענק געזאגט אז אלעס איז גוט; זאלן ענק דאס מודיע זיין פאר אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אכטונג געבן.


בכלל איז וויכטיג צו וויסן, אויב א ציין דאקטער זאגט מען דארף שוין יעצט די מינוט ארויסשלעפן וכו' – זאל מען גיין פרעגן א צווייטן ציין דאקטער און נאר נאכן הערן פון צוויי דאקטוירים, און מיט תפילה און צדקה - ווייסט מען ווי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6509 - די בחורים זאלן האבן נאר ריינע טעלעפאנען
טעלעפאן, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיינע מעסידזשעס.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מגיד שיעור פאר בחורים, דו לערנסט מיט זיי תורה און יראת שמים, רוב טאג גייט אריבער מיט הייליגע ארבעט, איך בין מתפלל פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין מיט יעדן איינציגסטן תלמיד.


איך וויל דיר בעטן, איך וויל נישט די בחורים זאלן האבן טעלעפאונס וואס מען קען זען דערויף ווידיא, א טעלעפאן אהיים צו רופן - קענען זיי האבן, אבער נישט מער פון דעם.


זע אז אונזערע ד' אמות זאלן זיין ריינע, די בחורים קענען נישט האבן קיין טעלעפאן וואס מען קען שיקן בילדער און ווידיא.


פיר די ישיבה מיט הארץ, באנעם זיך צו יעדן תלמיד מיט געפיל.


ווייז דעם בריוו פאר אלע תלמידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6508 - דאווענען אין אומאן וואו מען שפירט זיך מער באקוועם
אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער טייערער הרב ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו ביסט מער באקוועם צו דאווענען אין אומאן ביי ... מנין - זאלסטו דארט גיין דאווענען, דאווען אין אומאן וואו דו ביסט מער באקוועם און וואו דו האסט מער ישוב הדעת, אויך אויב אונזער בנין איז דיר נישט אזוי באקוועם וכו' וכו' - זאלסטו טון וואס קומט דיר אויס גוט.


מוהרא"ש האט אלע יארן געזאגט מען זאל נישט מאכן קיין עסק וואו מען דאווענט אין אומאן, דער עיקר איז - קומען צום רבי'ן קיין אומאן, און וואו מען שפירט זיך מער באקוועם - דארט זאל מען דאווענען. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד): "יא עסן - נישט עסן, יא שלאפן - נישט שלאפן, יא דאווענען - נישט דאווענען, דער עיקר מען זאל זיין ביי מיר אויף ראש השנה".


דארפסט נישט דאווענען ביי מיר, איך האב נישט קיין חלישות הדעת פון די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6507 - נישט ברענגען אין שול קיין ברוינפן
שטעטל, בית המדרש, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט נישט ברענגען אין שול קיין ברוינפן; עס איז א תקנה וואס מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט אין אלע שולן היכל הקודש נישט צו ברענגען קיין ברוינפן. אפילו ווען מען האלט שוין נאכן דאווענען, נאך סיפורי מעשיות און רוב עולם איז שוין אהיים - זאל מען נישט ניצן די שול צו טרינקען וכו'.


העלף מיר בויען די שטעטל; וואס דו טוסט ביי דיר אין שטוב - דארט רעדט איך נישט אריין, דארט דארף מען אויך אכטונג געבן די שבת סעודות זאל זיין מיט יראת שמים, די קינדער זאלן זען שיינע שבת סעודות וכו' וכו', אבער אין שול וויל איך דיר בעטן נישט צו ברענגען קיין משקה המשכר. איך ווארט זאלסט מיר צוריק שרייבן אז דו וועסט אזוי טון, און דו וועסט מיר העלפן בויען אונזער שיינע שטעטל קרית ברסלב, און איך וועל מיך נישט דארפן שעמען אויף יענע וועלט פון מוהרא"ש און פון אלע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6506 - פארלערנען פשוטע זאכן, און עס זאל זיין דרך ארץ
דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע זכות פארצולערנען אין בית המדרש ביים רבי'ן, סיי סיפורי מעשיות און סיי ביי שלש סעודות, מחזק זיין אנשי שלומינו; ווער נאך דארף אזויפיל חיזוק ווי ברסלב'ער חסידים, נאכדעם וואס דער רבי נעמט אראפ איין הסתרה, מען הויבט אן זען ווי ווייט מען איז, און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן; דארף מען אסאך חיזוק.


ווען דו לערנסט פאר זאלסטו רעדן דברים פשוטים, לעובדא ולמעשה, נישט קיין תורות מיט קיין לומדות; קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן ווי א גרויסער ידען אין רבינ'ס ספרים דו ביסט, און ווי א גרויסער תלמיד חכם דו ביסט. עס מאכט זייער נערוועז ווען דער בעל דרשן קוקט זיך פאר משלים מיט נמשלים און זוכט אפיר צו קראצן מאמרים און שיחות וואס נאר ער ווייסט און קיינער ווייסט נישט וכו', קיינער קומט נישט הערן ווי א גרויסער תלמיד חכם דו ביסט, מען קומט הערן פשוט'ע ווערטער, תמימות'דיגע ווערטער - וואס מען קען גלייך אנהויבן טון; ווי למשל, רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאגן א פרק משניות און רעדן שיין אין שטוב צו די ווייב; אנשי שלומינו קומען הערן חיזוק, די סארט דיבורים דארפן זיי.


אויף די איין זאך זאלסטו יא שטיין, אז בשעת דו רעדסט זאל מען נישט שמועסן. אויב מען שמועסט אויפן קול, מען לאכט - זאלסטו אפטרעטן פון רעדן, זאלן די גבאים ערשט אוועק שטעלן דרך ארץ, דרך ארץ קדמה לתורה, נאכדעם וועט מען פארלערנען. רעד נישט און לערן נישט פאר אין שול אויב מען שמועסט אויפן קול וכו'; אויב מען שמועסט אין שול, מען לאכט - זאלסטו מיט א שמייכל זיך אויפשטעלן און אהיים גיין מאכן די שבת סעודה, און סעודת מלוה מלכה, און מקיים זיין (תהילים א, א): "במושב לצים לא ישב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6505 - אראפנעמען אפאר מינוט און רעדן צום אייבערשטן
חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך הער פון די טיטשערס און פון די פרינציפל זייער שיינע זאכן אויף אייך, זיי זאגן אלע אז איר זענט א דרך ארץ'דיגע מיידל מיט גוטע מידות.


דאס ווייסט איר אוודאי אז דער הייליגער רבי האט אנטפלעקט די סוד ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו ווערן אזא גרויסער צדיק, נאר ווייל ער האט זיך געפירט בתמימות ופשיטות און אסאך גערעדט צום אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט דאס טון וועט אויך ווערן א גרויסער צדיק; זאלט איר יעדן טאג אראפנעמען אפאר מינוט און רעדן צום אייבערשטן און שמועסן מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, וועט איר זייער מצליח זיין אין לעבן.


ווייזט דעם בריוו פאר אייערע טייערע עלטערן, זאלן זיי האבן א פארגענוגן אז זייער טאכטער איז א דרך ארץ'דיגע מיידל און האט גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6504 - מען דארף פיטערן פאר מענטשן דעם ליקוטי מוהר"ן
כולל, ליקוטי מוהר"ן, שפתי תפתח

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע אינגעלייט פון כולל שפתי תפתח, ה' עליהם יחיו


אשריכם ואשרי חלקכם אז ענק העלפן ארויסגעבן דעם פירוש שפתי תפתח אויף ליקוטי מוהר"ן, עס איז א גרויסע זכות צו ענדיגן דעם ספר, ווייל זייער אסאך בחורים און אינגעלייט ווילן לערנען ליקוטי מוהר"ן, אבער זיי זענען נאך ווייט פון פארשטיין, זיי דארפן מען זאל זיי דאס פיטערן אזוי ווי מען פיטערט א קליין קינד, און מיט די פירוש שפתי תפתח פארשטייען זיי דעם הייליגן ספר, און ווי מיר האבן מקובל פון הייליגן רבי'ן, ווען מען וועט זען דעם ספר ליקוטי מוהר"ן ווערט נתפשט אויף די וועלט - קען מען זיך גרייטן צו משיח.


דערפאר בעט איך אייך חברי הכולל, לייגט אריין מער צייט, קאפ און מח צו ענדיגן מגיה זיין תורה ה', עס זאל נאך קענען ארויסקומען אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה, און איך וויל ענק שוין אנהויבן שיקן חלקים פון תורה ו' בעזרת השם.


כתיבה וחתימה טובה.
.

#6503 - דיינע עלטערן זענען טייערע עלטערן
כיבוד אב ואם, מוסדות, חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע ווייטאגליכע בריוון.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט פארלירן, קוק צוריק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר ביז אהער, דו און דיין ווייב מיט דיין גאנצע משפחה זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, ענק לעבן בשלום ובשלוה, א יאר צוויי צוריק האסטו אויך געמיינט אז די וועלט ענדיגט זיך וכו' , אלעס האט זיך אזוי שיין געענדיגט; נאר די איין זאך, אז דיינע עלטערן האבן יעצט אנגעהויבן א מלחמה פארן חטא אז דו האסט געלייגט דיינע קינדער אין ברסלב'ע מוסדות.


ווער נישט צעבראכן פון דעם, און חס ושלום זיך אויפפירן צו זיי נישט מיט דרך ארץ, דיינע עלטערן זענען טייערע עלטערן, זיי זענען דערשראקן פון די פילע לשון הרע אויף ברסלב בכלליות, און אויף היכל הקודש בפרטיות, ובפרטי פרטיות וכו', אז אונזערע מוסדות זענען נישט קיין מוסדות וכו' וכו', דעריבער זענען זיי לוחם, אבער אז דו וועסט זיי ווייטער מכבד זיין און זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן; גארנישט וועלן, נאר דביקות, נאר ביטול - וועסטו זען ווי דיינע עלטערן וועלן זאגן פאר אלעמען "פון דעם זון האבן מיר דאס מערסטע נחת".


דאנק דעם אייבערשטן אז דו און דיין ווייב לעבן בשלום און מיט אהבה, זייט אייך מחזק אינאיינעם מיט די מצוה פון כיבוד הורים ומורים, און ביז א קורצע צייט וועלן דיינע עלטערן זיך איבערדרייען, און זיך פרייען אז ענק זענען מקורב ביים רבי'ן.


חס ושלום אפהאקן מיט די עלטערן, דו זאלסט ווייטער גיין צו זיי און רעדן מיט זיי, און אויב זיי ווילן נישט רעדן - זאלסטו אביסל ווארטן, "חֲבִי כִמְעַט רֶגַע עַד יַעֲבָר זָעַם" (ישעי' כו, כ).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#6502 - אוועקגיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, אומאן, ראש השנה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו שרייבסט מיר, איך וויל האבן מיט דיר א קשר, און מיט די הילף פון באשעפער דיר העלפן אוועק שטעלן א שיינע שטוב.


בנוגע די טענות וואס דו האסט אויף מרת..., אז זי לערנט דיין ווייב דיך צו מאכן שפירן ווי א שמאטע, דו ווילסט איר אנרופן וכו'; איך ווייס נישט אויב עס איז א גוטע עצה, ענדערש זאלסטו מיר שרייבן אדער דערציילן וואס דיין ווייב טוט נישט גוט צוליב מרת ..., וואס זי מאכט דיר שאדן, און איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף איר עס איבערגעבן און זען וואס מען קען בעסער מאכן, זי איז נישטא צו העצן פרויען אויף מענער, זי איז דא נאר צו העלפן אוועק שטעלן שטיבער זיך פירן מיט שלום און שלוה.


אויף דיין פראגע אויב דו גייסט קענען יוצא זיין ביי אונזער קיבוץ אין אומאן תקיעת שופר, היות מען רופט אויס פאר די תקיעות אז ווער עס האט איינעם פיינט זאל ארויסגיין פון בית המדרש; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אזוי געטון און אזוי טוט מען ביי אונזער מנין, אויב מען האט איינעם פיינט קען מען נישט זיין אין שול ביי תקיעת שופר, מען מוז ארויסנעמען אלע פיינטשאפט פון הארץ, יעדן איינעם ליב האבן און אויף יעדן איינעם רחמנות האבן.


אויב דו שפירסט נאכאלץ אז דיין ווייב קוועטשט דיך אויס מיט אירע געוויינען, כהיום (נישט אלטע זאכן) - זאלסטו מיר עס שרייבן און איך וועל איר מחזק זיין זי זאל דאס נישט טון, זי זאל דיך נישט צעקוועטשן און צעדרוקן.


אויף דיין פראגע וויפיל מאל מען זאל גיין צו עלטערן אויף שבתים; ווען מען איז יונג, מען האט נאכנישט קיין גרויסע ווירטשאפט - איז גוט צו גיין צו עלטערן מער אפט, ווייל שפעטער מיט די צייט ווען די משפחה צואוואקסט זיך - איז שווער דאס פארן און קומען.


בנוגע רעדן מיט א שוויגער וכו'; דארפסט נישט רעדן מיט דיין שוויגער, איך רעד אויך נישט מיט מיין שוויגער. אז מען גייט צו א סעודה באדאנקט מען זיך, מען זאגט שכוח, און ווען מען קומט אריין אין שטוב באגריסט מען, אזוי אויך ביי א שמחה ווינטשט מען מזל טוב, אבער אזוי דורכן יאר פעלט נישט אויס צו רעדן.


דאס וואס דו שרייבסט אז צווישן אנשי שלומינו זענען דא וואס מאכן דיר נערוועז און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ענדערש אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש וכו'; טייערער ברודער, היינט איז עס דאס, מארגן איז עס א צווייטע זאך, אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה, וואס וועסטו טון ווען דו וועסט ווערן היימיש אין יענעם שול און דארט וועלן דיר זאכן אנהויבן באדערן? וואו וועסטו דעמאלט גיין? די עכטע עצה איז - קוקן אויף יעדן מיט רחמנות אויגן, און וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, יעדער טראכט אנדערש, און יעדער איז הייליג, יעדער איד איז א קינד ביים אייבערשטן, און אז זאכן באדערן און זאכן שטערן - דארף מען זיך אליין אויסוואשן מיט הייסע טרערן, מען דארף גיין אין פעלד און וויינען צום אייבערשטן, מען זאל זיך אזוי אויסלייטערן ביז מען האט יעדן איינעם ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6501 - איך האב א שטארקע געפיל צו יבנאל
יבנאל, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, יבנאל


איך פריי זיך זייער צו הערן אז ענק גייען אן מיט אונזער בית המדרש, די חבורה ווערט שענער און שענער. איך וועל אם ירצה ה' קומען קיין ארץ ישראל, וועל איך קומען צו ענק. איך האב ליב ענקער חבורה, איך האב א שטארקע געפיל צו יבנאל, די פלאץ וואו מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען ביי זיין לעבן.


יישר כח פארן מיר שרייבן די פרטים וואס טוט זיך ביי אונזער שול אין יבנאל, די נעמען פון די מתפללים. געב א גרוס פאר אלע חבירים, און אויב ענק וועלן זיך ווייטער האלטן אינאיינעם - וועלן ענק זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.


בנוגע די בריוו וואס איך שיק ערב שבת; איך וועל פרובירן דאס צו שיקן פריער, אזוי וועלן ענק דאס באקומען ערב שבת און דאס קענען פארליינען ביי שלש סעודות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6500 - וואלסטו געוואוסט וואס צרות מיינט, וואלסטו געטאנצן קאדאטשקע
צרות, שלום בית, התחזקות, אומאן, טעלעפאן, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אין די בריוו: "מען פרעגלט מיר אויס פון הימל פון אלע זייטן"; איך מיין דו ווייסט נישט וואס מיינט פרעגלען, וואלסטו געוויסט וואס מענטשן גייען אריבער, וואלסטו געוויסט וואס פאר א צרות עס איז דא אויף די וועלט - וואלסטו געטאנצן קאדאטשקע בייטאג און ביינאכט, וואלסט געזאגט און געשריבן: "דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, דער אייבערשטער געבט מיר נאר גוטס".


דו ווייסט נישט וואס צרות מיינט, ווייל אז די ווייב וויינט א האלבע נאכט - איז דאס נישט דיך פרעגלען פון הימל; וואס איז אז די ווייב וויינט? וואס איז אז די ווייב שרייט? דאס איז נישט קיין פרעגלען, דאס איז נישט קיין צרות; דאס איז די לעבן, און דאס איז די פליכט אויפן מאן, פרייליך מאכן די ווייב, דאס איז נישט קיין פרעגלען. און אז דו גייסט יעצט אריבער א שווערע צייט מיט פרנסה - איז נאך אויך נישט עק וועלט, און אז דו דארפסט באצאלן גרויסע קנסות פאר די קאמפעני וכו' וכו' - איז אויך נישט עק וועלט; דאך ביסטו געזונט, דאך ביסטו חתונה געהאט, און נאך טויזנטער גוטע זאכן וואס דו האסט.


פארליר זיך נישט, באלד קומט גרויס שפע, דו טו נאר דיינס מיט גרויס עקשנות, דו קום אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט די גרעסטע עקשנות, זאל זיין וואס זאל זיין. לאז דיין טעלעפאן אין קאר, פלאג זיך אויס פון די גאנצע וועלט, דאווען צום באשעפער, דאנק אים און בעט אים ער זאל דיר העלפן, זאלסט האבן פרנסה בריווח.


בנוגע אומאן וכו'; מוהרא"ש האט אמאל געזאגט פאר א שנה ראשונה אינגערמאן ער זאל בלייבן וכו', מוהרא"ש האט געוויזן וואס די הייליגע חכמים זאגן (עיין יומא פה:): "מוטב שיחלל שבת אחת וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6499 - אז מען וועט אויסווארטן, וועט מען זען גאר שיינע זאכן
התחזקות, מוסדות, סבלנות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן פון די שולע בית פיגא אין בני ברק. איך בעט פאר ענקער הצלחה, און אז ענק וועלן האבן סבלנות ווען עס איז 'ראשיתך מצער', אז מען וועט אויסווארטן וועט מען זען גאר שיינע זאכן, מען וועט אנקומען צו 'ואחריתך ישגה מאוד'.


מיר האבן אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פאר פופצן יאר צוריק די ערשטע בית פיגא אין אמעריקע, עס איז געווען א גרויס געלעכטער, ביי אונז אין די קהלה האבן רוב געלאכט, נישט אלע האבן אריינגעשיקט, מיר האבן שווער געארבעט, און ברוך השם היינט האבן מיר אפאר הונדערט תלמידות און צענדליגע חתונה געהאטע תלמידות, אוועק געשטעלטע שטיבער, געזונטע ערליכע אידישע שטיבער, געבויט מיט שטארקע יסודות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6498 - א פנים פון א ציגעלע
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, הלכה, עסן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, געב דאס פאר די חדר און פאר בית פיגא, די מלמדים און טיטשערס זאלן אריינלייגן אין די קינדער דאס גרויסקייט פון צדיקים, און מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן און פון צדיקים, און אז מען פאלגט נישט וואס שטייט אין די תורה שרייבט זיך דאס אויף אויפן שטערן פונעם מענטש, און אלע צדיקים זעען וואס דער מענטש האט געטון בחדרי חדרים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פונעם גאון רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה ווי בחורים שטייען אין א שורה און ווי איין בחור שטייט מיט א זויערע פנים, און העכער זיין קאפ זאל זיין א פנים פון א ציג.


אלע בחורים גייען מיט דרך ארץ, אלע זענען אנגעטון מיט די הוט און רעקל אזוי ווי עס פאסט, מען גייט ארויף די טרעפ פון די דירה פונעם גרויסן צדיק רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה, קיינער שטופט זיך נישט, יעדער וויל זוכה זיין צו באקומען א ברכה פונעם צדיק. דער צדיק וויל נישט מבטל זיין פון לערנען תורה, ווינטשט ער יעדן איינעם אין קורצן: "בוהא", דאס איז די ראשי תיבות פון "ברכה והצלחה", אזוי קען ער שנעלער צוריק גיין לערנען די הייליגע תורה.


איין בחור באקומט נישט קיין ברכה, דער צדיק קוקט אוועק און וויל אים נישט ווינטשן, דער בחור פרובירט נאכאמאל אריבער צו גיין, דער צדיק געבט א קוק אויפן בחור און קוקט גלייך אוועק, ער וויל אים נישט בענטשן, די גבאים זאגן: "דער בחור האט נאכנישט באקומען א ברכה", דער צדיק זאגט: "ווי קען איך געבן א ברכה פאר איינעם וואס עסט בשר בחלב? פאר איינער וואס עסט מילכיגס ווען ער איז פליישיג - געב איך נישט קיין ברכה!"


דער בחור האט דערשראקענערהייט מודה געווען און געזאגט: "איך בין זיך מודה אויף די גרויסע עבירה פון עסן מילכיגס ווען איך בין פליישיג, איך האב זייער ליב מילכיגע שאקאלאד און איך קען זיך נישט איינהאלטן, איך עס דאס אויך ווען איך בין פליישיג".


די גבאים פרעגן דעם צדיק: "ווי אזוי האט דער צדיק געוויסט אז דער בחור עסט בשר בחלב?" זאגט דער צדיק: "איך האב געקוקט אויף זיין פנים און איך האב געזען אויף זיין פנים א ציגעלע, און עס שטייט אין די הייליגע זוהר פרשת משפטים (דף קכה ע"ב), אז ווער עס עסט בשר בחלב - ווערט זיין פנים ווי א פנים פון א ציגעלע, מען פארלירט די מענטשליכע פנים".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה אז מען דארף עסן נאר כשר'ע עסן, און אויך אז מען זאל חס ושלום נישט עסן בשר בחלב, אפילו קיינער זעט נישט, ווייל דער אייבערשטער זעט אלעס, און אויך לערנען מיר זיך פון די מעשה דאס גרויסקייט פון די צדיקים, און אז מען קען זיך נישט באהאלטן פון א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6497 - אכטונג געבן אז עסן זאל נישט גיין אין מיסט
מוסדות, היטן די צייט, עסן, בל תשחית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס שטערט מיר אז מען ווארפט אוועק עסן ביי אונז אין די מוסד; איך קען נישט זען ווי עסן גייט אין מיסט.


אפשר קענען די מלמדים און טיטשערס דאס אהיים נעמען? עס זענען דא מלמדים וואס האבן נישט קיין פרוטה, די שטוב איז ליידיג פון עסן, און דא גיסט מען עסן אין מיסט? פארוואס זאלן נישט די מלמדים און לערערינס אהיים נעמען ברויט, מילך וכו'.


איך זאג נאכאמאל, איך בין מסכים צו נעמען די פראגראמען פון די שטאט פאר עסן וכו' - נאר בתנאי אז מען וועט נישט ווארפן עסן אין מיסט, און אויב מען ווארפט עסן אין מיסט - וויל איך מען זאל אפשטעלן די גאנצע לאנטש פראגראם.


אויך אין ישיבה ביי די בחורים זאלסטו אכטונג געבן עסן זאל נישט גיין אין מיסט; געב עס פאר די כולל אינגעלייט, לאז זיי אהיים נעמען די עסן.


גיי שלאפן פרי וועסטו קענען אויפשטיין פרי, וועסטו קענען דאווענען ווי א איד און לערנען, און אויך ווערן א גרויסער עושר; ווייל אז מען גייט שלאפן שפעט - שטייט מען אויף שפעט, קען מען נישט דאווענען ווי א איד, קען מען נישט זיין קיין עושר, מען דארף נאכלויפן א גאנצן טאג - ווי דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה יא) - די בהמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6496 - אפילו מען טראכט נאר פון זיין גוט, וועט מען אלעס פאררעכטן
צדיקים, תשובה, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט לערנען מיט בחורים די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה, יראת שמים און מידות טובות; איך ווייס עס איז דיר שווער.


היינט אינדערפרי ביים זאגן תיקונים האב איך זיך זייער מחי' געווען מיט וואס רבי שמעון איז מגלה, דאס גרויסקייט פון זיין מקושר צום צדיק און דאס גרויסקייט פון תשובה; אפילו מען טראכט נאר פון זיין גוט - וועט מען אלעס פאררעכטן. דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תיקון לב, דף עו ע"ב): "וְאִם הוּא צַדִּיק אִתְּמַר בֵּיהּ (משלי כד, טז) 'כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם'", אויב איז דער צדיק אנגעקומען אין גיהנום - וועט ער יא ארויסגיין פון דארט, "אָמַר לֵיהּ רַבִּי אֶלְעָזָר", האט רבי אליעזר געפרעגט זיין טאטן, רבי שמעון בר יוחאי: "וְאִם הוּא צַדִּיק אַמַּאי נָחִית תַּמָּן", וואס זוכט בכלל דער צדיק אין גיהנום? א צדיק גייט נישט אין גיהנום! זאגט רבי שמעון בר יוחאי: "אֶלָּא בְּגִין לְאַפָּקָא מִתַּמָּן כָּל נַפְשָׁא וְנַפְשָׁא", דער צדיק גייט אין גיהנום ארויס צו נעמען די נשמות, "מֵאִלֵּין דְּהִרְהֲרוּ בִתְיוּבְתָּא", וואס האבן געטראכט פון תשובה, די נשמות וואס האבן געוואלט תשובה טון, "וּמֵתוּ בְקַצְרוּת שְׁנִין", און זענען אוועק פון דער וועלט איידער זיי האבן תשובה געטון - "וְאִיהוּ טָרַח בְּגִינֵיהּ", קומט דער צדיק און מוטשעט זיך פאר זיי, ער איז זיי מתקן; קומט אויס פשט אין די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי, אז מען רעדט נישט פונעם צדיק אליין, נאר "וְאִם הוּא צַדִּיק" אויב איז מען מקושר צום צדיק, "אִתְּמַר בֵּיהּ (משלי כד, טז) 'כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל'", אפילו ער וועט פאלן זיבן מאל - "צַדִּיק וָקָם", וועט אים דער צדיק מתקן זיין.


דער צדיק לאזט זיך אראפ אין די טיפסטע בלאטעס, אין די הייסטע גיהנום'ס - צו מתקן זיין אלע נשמות. אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרב) פשט אין די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות כח:) רבי יוחנן - איידער ער איז נסתלק געווארן - האט ער געוויינט, די תלמידים האבן אים געפרעגט: "רבי, פארוואס וויינסטו?" האט ער געזאגט: "יֵּשׁ שְׁנֵי דְּרָכִים לְפָנַי, אֶחָד לְגַן עֵדֶן וְאֶחָד לְגֵּיהִנּוֹם, וְאֵינִי יוֹדֵעַ בְּאֵיזֶה דֶּרֶךְ מוֹלִיכִין אוֹתִי", עס איז דא צוויי וועגן, איינס פירט צום 'גן עדן' און איינס צום 'גיהנום', איך ווייס נישט וואו מען וועט מיך פירן; פרעגט דער רבי, ווי איז שייך רבי יוחנן זאל האבן א ספק אויב מען וועט אים פירן אין גיהנום? זאגט דער רבי, פארקערט, רבי יוחנן האט געוויינט אויב ער איז נישט גענוג גרויס צו קענען גיין אין גיהנום מתקן זיין די נשמות, ווייל – "הַצַּדִּיק הַגָּדוֹל מוֹלִיכִין אוֹתוֹ אַחַר מוֹתוֹ דֶּרֶךְ הַגֵּיהִנּוֹם, כְּדֵי לְהַעֲלוֹת מִשָּׁם נְשָׁמוֹת כַּיָּדוּעַ", דער גרויסער צדיק - ווען ער ווערט נסתלק - פירט מען אים צום גיהנום ער זאל מתקן זיין די נשמות, דאס האט רבי יוחנן מורא געהאט, אויב אים וועט מען דארט פירן וכו', עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6495 - אלע מלאכים זענען מקנא אז איר קענט דאווענען וויפיל איר ווילט
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אז איר וועט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, איר וועט מיטהאלטן אלעס וואס די סקול פארלאנגט - וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.


איר האט מיר געזאגט אז איר ווילט א גוטע שידוך, א בחור א ירא שמים, איר ווילט א מאן וואס וועט דאווענען מיט מנין וכו'; איר קענט זוכה זיין צו דעם אויב איר וועט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם: "רבונו של עולם איך דארף אן ערליכער מאן, איך דארף א מאן א ירא שמים, א מאן וואס וועט דאווענען און לערנען, הייליגער באשעפער איך וויל א מאן וואס וועט פרעגן יעדע זאך א דיין, אן ערליכער איד".


איך בעט אייך זייער, האלטס מיט די דאווענען אין סקול, קוקט נישט ארויס פון סידור, לאכט נישט צו קיינעם, טראכטס ווי איר שטייט יעצט אין גן עדן און איר רעדט צום אייבערשטן, און אלע מלאכים שטייען ארום אייך, און זענען מקנא ווי איר קענט דאווענען וויפיל איר ווילט, און זיי קענען נאר איין מאל דאווענען, און מער נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6494 - א לערערין דארף זיין צוגעגרייט פאר די גאנצע קומענדיגע וואך
הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב


ביטע פארלאנגען פון די טיטשערס זיי זאלן זיין אנגעגרייט אנהויב וואך, וואס זיי גייען לערנען פאר די גאנצע קומענדיגע וואך, מען קען נישט קומען אין סקול נישט אנגעגרייט. זיך פארלאזן אז מען וועט דאס טון אינדערפרי - איז נישט אחריות'דיג; וואס וועט זיין אז מען פארשלאפט? אדער עפעס מאכט זיך? און אז מען איז נישט אנגעגרייט - איז דאס אן עוולה.


פארגעסט נישט וואס דער עיקר ארבעט פון א מנהלת איז; זיך אינטערעסירן ביי יעדע לערערין וואס טוט זיך אין כיתה, און אויסהערן יעדע לערערין.


אויך דארף די מנהלת האבן א נאנטקייט מיט יעדע תלמידה, און נישט פארגעסן צו געבן גוטע ווערטער פאר יעדן פריוואט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6493 - די לעצטע שבת פון שנת תשפ"ד
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שבת קודש, מנהגים, הדרכות, כעס, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נצבים וילך, כ"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די שבת איז די לעצטע שבת פון תשפ"ד, די שבת קען מען אלעס פאררעכטן; אז מען וועט זיין פרייליך שבת, זיך נישט אויפרעגן, מען וועט טאנצן און זינגען שבת! שבת! שבת! - וועט מען אלעס פאררעכטן.


נאר מיט תפילה איז מען זוכה צו זיין פרייליך, נאר אז מען בעט: "באשעפער איך וויל זיין נאר פרייליך, באשעפער היט מיך פון כעס, היט מיך פון מחלוקת, היט מיך פון שרייען און שלאגן", נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו זיין פרייליך און רואיג.


קינדער - ווען זיי טאנצן, שפרינגען און ווילדעווען - קען מען ווערן זייער אנגעצויגן, אבער מיט תפילה קען מען זייער הנאה האבן פון דעם. פרוביר אויס צו בעטן דעם אייבערשטן אויף די פרט: "רבונו של עולם היט מיך פון כעס, העלף מיר איך זאל נישט ווערן נערוועז פון די לעבעדיגקייט פון מיינע ליכטיגע קינדער", דעמאלט האט מען הנאה פון די קינדער ווען זיי טאנצן און שפרינגען.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, מען קומט מיט בגדי שבת. דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזערע בקשות, מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. פלעכט אריין אייגענע תפילות ובקשות אין דיין שפראך, אויף אידיש, ביי די סליחות. גיס זיך אויס דאס הארץ, שעם זיך נישט צו בעטן נאכאמאל מחילה, דער אייבערשטער איז אונזער טאטע, ער איז דיין טאטע, מיין טאטע, יעדנ'ס טאטע; בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין און דיר אנשרייבן א גוט יאר.


ביי אלע תפילות; אנגעהויבן פון סליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום הקדוש, און אזוי ווייטער - זאלסטו זאגן די ווערטער: "אייבערשטער אידישע קינדער זענען זייער גוט, אידישע קינדער זענען זייער וואויל, קיינער וויל נישט זיין שלעכט, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, אפילו ווען מען פאלט אין עבירות איז דאס נישט פון שלעכטיקייט, עס איז פון די שווערע נסיונות", די ווערטער וועלן איבערדרייען אלע וועלטן, עס וועט פארשטאפן אלע מקטריגים.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#6492 - גיי אין אומאן וואו דו ביסט באקוועם, אבער אין א פלאץ פון יראת שמים
התחזקות, אומאן, ראש השנה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"ג אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. "ביי מיר איז דער עיקר ראש השנה" - זאגט דער רבי, "און גלייך מוצאי ראש השנה בייג איך צו מיינע אויערן צו הערן ווי דער שמש קומט שוין איבער א יאר קלאפן, וועקן צו סליחות, ווייל מיין זאך איז נאר ראש השנה" (שיחות הר"ן, סימן רטו).


"מיין פייערל וועט שוין טליען און ברענען ביז משיח וועט קומען" - האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט), און וויפיל די מתנגדים וועלן דאס שטערן - וועט עס נישט העלפן, "וואו איך וועל גיין, וואו מען וועט מיך פארטרייבן, וועל איך דארט מאכן ברסלב'ער חסידים" - האט רבי נתן געזאגט ווען מען האט אים פארטריבן פון זיין היים שטאט, פון ברסלב.


ובכן זאסטו נישט מורא האבן פון קיינעם, אפילו מען סטראשעט דיך מיט וכו' - זאלסטו זיך אנכאפן אין רבי'ן און זיך גוט צובינדן, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, שם): "איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן", און דער רבי האט געזאגט: "וואו איך וויל טרעטן וועל איך פאררעכטן".


פאק זיך איין אויפן וועג א זעקל ספרים, מען גייט פארן קרוב צו דרייסיג שעה; זאלסטו האבן וואס צו טון אויפן וועג. זאלסט עוסק זיין מיט דיין חיים טובים, און יעדע טריט נענטער צו אומאן זאלסטו זיך פרייען, און דאנקען דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא.


מאך נישט פון עיקר - טפל און פון טפל - עיקר, דער עיקר איז קומען קיין אומאן; וואו צו דאווענען, וואו איינצושטיין - דאס איז נישט דער עיקר, וואו דו ביסט באקוועם - זאלסטו גיין, נאר בתנאי אז עס איז א פלאץ פון יראת שמים, א פלאץ פון תמימות ופשיטות, א פלאץ פון אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6491 - ארויסנעמען פון הארץ די פיינטשאפט אויף א צווייטן
מחלוקת, שלום, ראש השנה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. ביי אונזער ד' אמות קען מען נאר קומען אז מען לאזט אפ אלע שנאה, אלע פיינטשאפט.


איך בעט דיר זייער זאלסט ארויסנעמען פון הארץ די פיינטשאפט וואס דו האסט צו א צווייטן, איך פארלאנג נישט פון דיר זאלסט האלטן ווי יענעם, און זיצן מיט יענעם וכו' וכו'; דו האסט דיין וועג, אן יענער האט זיין וועג וכו'; אבער די פיינטשאפט, דאס וועלן יענעם צערייסן און אויפעסן - דאס דארפסטו ארויסנעמען פון דיר, נאר אזוי קענסטו זיין אין אונזער חבורה, היכל הקודש. מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט די תקנה אז מען קען נישט זיין אין שול ביי תקיעת שופר אויב מען האט א שנאה אויף א צווייטן.


אז דו וועסט מוחל זיין אנדערע - וועט מען דיר מוחל זיין, אז דו וועסט קוקן גוט אויף אנדערע - וועט מען קוקן אויף דיר גוט, און אז דו וועסט גיין התבודדות יעדן טאג - וועסטו זען נאר גוטס.


"ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס אדער ווייל האב איך נישט געהאט יענעם טאג התבודדות, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות, איז דאס געווען ווינציג" - האט רבי נתן געזאגט.


איך ווארט זיך זען מיט דיר און מיט די גאנצע חבורת היכל הקודש ביים רבי'ן אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6490 - ווי אזוי קען מען זיין פון רבינ'ס לייט?
חסידות ברסלב, ראש השנה, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. דער רבי זאגט, די ערשטע נאכט ראש השנה פירט ער אריבער אלע זיינע לייט; ווי אזוי קען מען זיין פון רבינ'ס לייט? אז מען לערנט זיינע תורות, זיינע ספרים; נאר אזוי איז מען פון רבינ'ס לייט.


יעצט אלול - ערב די נסיעה קיין אומאן - זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין אלע רבינ'ס ספרים. הויב אן לערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, ביים אנהייב איז נישט גרינג, עס איז לאנגע תורות וכו', זאלסטו זאגן די ווערטער, זאגן אן פארשטיין. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען, אפילו מען פארשטייט נישט זאל מען זיך נישט אפשטעלן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו).


לערן מיט א קביעות יעדן טאג אביסל ליקוטי מוהר"ן, וועסטו אנהויבן בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


מאך זיך נאך א שיעור, מאך זיך א שיעור אין די שיחות פון רבי'ן, אין ספר חיי מוהר"ן און ספר שיחות הר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


בתחילת התקרבותי האב איך נישט פארשטאנען דעם ליקוטי מוהר"ן, איך האב גענומען מיין חיות פון די שיחות, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויסגעהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן".


אויך זאלסטו לערנען ספר המידות און ספר סיפורי מעשיות. דער רבי האט זייער אויסגעלויבט זיינע מעשיות, דער רבי האט געזאגט אז די מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף. און היינט האבן מיר ספר אשר בנחל; חיזוק, עצות און הדרכה פון מוהרא"ש, געשריבן פאר די היינטיגע דור. מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער און דאס אזוי אראפגעברענגט פאר אונזערע מוחות, פאר אונזערע גופים, וואס מיר זענען אזוי געפאלן און אזוי צעבראכן; די בריוו וועט דיר געבן חיזוק פאר יעדן מצב, עס וועט דיך אויפהייבן פון אלע נפילות וירידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6489 - זיך מתבודד זיין יעדע נאכט פאר צען מינוט
תפילות אויף אידיש, ראש השנה, התבודדות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן; "אלעס דארף מען פאלגן דעם צדיק" - זאגט דער רבי, "אויסער דאס וואס ער זאגט נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, דאס פאלגט מען נישט".


מאך זיך א קביעות יעדע נאכט זיך צו מתבודד זיין פאר צען מינוט. פאלג דעם רבין בתמימות ופשיטות, וואס האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נב), "הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה", מען זאל זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן ביינאכט, "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", מען זאל גיין אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט דארט, "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְנַפְשׁוֹ", קומט מען צו די מדריגה אז מען ווערט בטל צום אייבערשטן, מען ווערט נכלל אינעם אייבערשטן, מען וויל שוין גארנישט, מען דארף גארנישט - נאר דעם אייבערשטן.


ליבער ברודער פאלג דעם רבי'ן, גיי אין א ווינקל, אין א שטילע פלאץ און זאג: "אייבערשטער איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל זיין הייליג. הייליגער באשעפער, דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך קען זיך נישט קריגן מיט אים, העלף מיר".


אזוי זאלסטו יעדן טאג טון, שרייען און שרייען און שרייען; ווייל מיט די עצה פון התבודדות ותפילה - רייניגט מען די שלעכטע בלוט, מען רייניגט זיך פון די שלעכטע מידות, מען ווערט א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#6488 - שכר לימוד איז א חיוב צו באצאלן
שכר לימוד, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. די גאנצע וועלט שרייט: "המלך", אבער די הכתרה איז וואו? די הכתרה איז אין אומאן; "פון היכל קן ציפור וועל איך אראפקומען צו ענק" - האט דער רבי געזאגט, "און אפילו אויף די גאנצע וועג וואלט געווען אויסגעלייגט שארפע מעסערס" - זאגט רבי נתן - "וואלט איך געטרעטן אויף די מעסערס אנצוקומען צום רבינ'ס ראש השנה".


איך וויל זאלסט באצאלן שכר לימוד, שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד איז א חיוב צו באצאלן. נישטא קיין תירוץ נישט צו באצאלן, עס איז נישט אמת אז מען האט נישט קיין געלט צו באצאלן, ווייל פאר אלעס אנדערש איז דא געלט; ענדערש זאג 'עס איז מיר נישט אינטערעסאנט צו צאלן שכר לימוד, עס איז מיר נישט חשוב מיינע קינדער'ס לערנען'.


פון אפיס פרעגט מען מיר אויב מען זאל ארויפגיין מיט שכר לימוד, זיי זאגן מען מוז עפעס זען צו טון מען זאל קענען צאלן די איינגעשטעלטע. מען מוז צאלן שכר לימוד, גלייב אין די ווערטער פון חכמינו זכרונם לברכה (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים", ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל מען וועט פארדינען און וויפיל מען וועט פארלירן, "חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב", אויסער די געלט וואס מען געבט אויס פאר שבת און יום טוב, "וְהוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה", און די געלט וואס מען צאלט אז די קינדער זאלן לערנען תורה, "שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ", ביי דעם, אויב מען געבט אויס ווייניגער - פארדינט מען ווייניגער, "וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", און אויב געבט מען אויס מער - פארדינט מען מער.


על פי הלכה איז א טאטע מחויב צו זיצן און לערנען מיט זיינע קינדער, עס איז א מצות עשה, "וְשִׁנַּנְתָּם לְבָנֶיךָ" (דברים ו, ז), אויב מען דינגט א מלמד און מען באצאלט אים - איז מען אויך יוצא די מצוה, אבער אז מען לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - איז מען מבטל די מצוות עשה.


מיר וועלן זיך זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6487 - וועסט זיך אויפפירן שיין צו דיין ווייב, וועט זי דיר שיקן קיין אומאן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער אז דו גייסט אריבער שווערע ביטערע מניעות פון שטוב, דו ווייסט נישט וואס צו טון.


איין זאך קען איך דיר זאגן ליבער ברודער, אויב דו וועסט זיך אויפפירן שיין צו דיין ווייב, אזוי ווי א תלמיד היכל הקודש פירט זיך אויף; דו וועסט רעדן שיין מיט דרך ארץ, דו וועסט העלפן, דו וועסט מכבד זיין אירע עלטערן - וועט זי דיר שיקן קיין אומאן, זי וועט דיר נישט לאזן בלייבן ראש השנה אין שטוב.


דו גיי אין א ווינקל און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, דא איז דא א רבי וואס קען מיך מתקן זיין, א רבי וואס זאגט 'אלע מוזן קומען צו אים', א רבי וואס פארשטייט מיך, א רבי וואס קען מיר העלפן, און דא איז דא אזעלכע התנגדות, אזעלכע מניעות, הייליגער באשעפער מאך א נס אז מיין ווייב זאל מיך נישט צוריק האלטן פון פארן קיין אומאן, מיין ווייב זאל מיך שיקן מיט שמחה, מיין ווייב זאל האבן כח צו בלייבן אין שטוב מיט קינדער", און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען.


פארליר זיך נישט; ווייז איר דעם בריוו, און זאג איר דו וועסט פארן קיין אומאן נאר אויב זי איז מסכים, און איך בין זיכער אז דו וועסט רעדן שיין און ווייך - וועט זי דיך שיקן קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.