בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7486 - רייס אויס די עקלדיגע מידה פון כעס
תפילות אויף אידיש, סגולות, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואש זיך אינדערפרי אויף ברויט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות כעס, סימן יז): "סגולה לכעס שיאכל פת שחרית", עסן פת שחרית איז א סגולה צו ווערן געראטעוועט פון כעס, און אויך איז דאס מסוגל אוועקצונעמען אלע קרענק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא קמא צב:) פת שחרית נעמט אוועק דריי און אכציג קרענק; דעריבער איז כדאי זיך צו וואשן אינדערפרי, עסן ברויט, און בענטשן מיט א סידור וואס דאס איז מסוגל פאר עשירות.


כעס איז זייער אן עקלדיגע מידה, אלע צרות קומען פון כעס, ווייל דורך כעס פארגעסט מען פונעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות הרהורים, סימן טז): "על ידי כעס בא הרהורי עבודה זרה", דורך כעס קומט מען צו טראכטן פון עבודה זרה; וואלט מען געהאט א שטארקע אמונה אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן - וואלט מען זיך נישט אויפגערעגט, מען וואלט אלעס געקענט ליידן און דערהייבן, און דורך כעס פארלירט מען די אמונה, מען קומט צו ספיקות אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, רייס אויס די עקלדיגע מידה פון כעס, בפרט אין שטוב זאלסט זיך נישט כעס'ן אויף דיין ווייב, עס איז א גרויסע עבירה, דאס ברענגט אויף דיר צרות השם ישמרינו, די געלט פארלירט מען דורך כעס, און די נשמה פארלירט מען דורך כעס, עס וועט דיר גארנישט העלפן די כעס, ביי התבודדות זאלסטו זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך וויל א שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, יעדע מאל עפעס גייט מיר נישט - פאל איך אריין אין א כעס, איך פיר זיך אויף ווי א נישט נארמאלער, איך שריי, איך צעברעך זאכן, איך שלאג, איך ווער ממש ווי א חיה אן דעת, בעט איך דיר אייבערשטער העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן פון דיר פאר איין רגע, איך זאל בלייבן מיט א שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל זיין פרייליך, רואיג און נישט בכעס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7485 - שולד געפילן וועלן נישט העלפן
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט פון די שולד געפילן וואס פייניגן אייך, אז איר זענט שולדיג וכו' אז זי איז אראפ פון די אידישע וועג רחמנא לצלן, און דאס איז צוליב דעם וואס איר האט זי געטשעפעט וכו' וכו'.


די שולד געפילן וועלן אייך נישט העלפן, די שולד געפילן וועט איר נישט צוריק ברענגען צום אייבערשטן, עס ווערט נאר אייך אריינלייגן אין דעפרעסיע און אייך חרוב מאכן; ענדערש זאלט איר זאגן יעדן טאג א תפילה צום אייבערשטן פאר איר, בעטס אויף אייער אייגענע שפראך, אין אידיש, א תפילה, זאגט:


"הייליגער באשעפער העלף אז ... זאל תשובה טון, זי זאל צוריק קומען צו די תורה וועג, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף ...'ס נשמה און אויף אלע פארבלאנזשעטע נשמות, אידישע טייערע נשמות וואס זענען פארבלאנזשעט, וואס האבן אפגעלאזט די תורה.


הייליגער באשעפער ברענג זיי אלע צוריק צו דיר, און אויך אויף מיר האב רחמנות, איך בין א רחמנות, עס פייניגט מיר מיין געוויסן, איך הער נישט אויף טראכטן אויף וואס איך האב געטון ווען איך בין געווען יונג און נאריש, זיי מיר מוחל און נעם אן מיין צעבראכן הארץ, איך קען נישט זיין א געזונטע מאמע און א געזונטע ווייב אזוי, מאך מיך פרייליך, אנא ה' הושיעה נא".


זאגט די תפילה יעדן טאג וועט די שולד געפיל אוועק גיין, און זי וועט תשובה טון און חתונה האבן און אויפשטעלן אידישע דורות.

#7484 - פרויען צוזאמקום פאר די וואס מאכן שוין חתונה
שטעטל, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך בין יעצט זומער אין שטעטל, איך בין שוין דא אפאר וואכן, איך זע דיינע קינדער, אלע חתונה געהאט, אלע אזוי ליכטיג און טייער, אלע מענער קומען אין שול טאג טעגליך דאווענען און לערנען, און אויך די טעכטער און די שנירן זענען אלע איידל און ערליך, פירן שיינע שטובער, דאס איז זיכער א שטיקל באצאלונג פאר אלעס וואס ענק טוען די אלע יארן פארן רבי'ן; סיי דו און סיי דיין ווייב תחי' מיט די לעידיס עקזילערי, די חתונות אין ישיבה, די ילד שעשועים, די פארטיס פאר די מוסד, און אזוי ווייטער.


איך וויל בעטן אויב איר קענט מאכן וועכנטליך די פרויען שיעור פאר די פרויען וואס מאכן שוין חתונה די קינדער, עס איז בעסער פאר זייער יארגאנג זיך צאמקומען און זיך מחזק זיין, אביסל שמועסן ווען די טעכטער און שנירן זענען נישט אונטער די פיס, און פאר נאך סיבות; עס וועט זיין א גרויסע תועלת פאר די קהילה.

#7483 - נעגל וואסער נעמט אראפ אלע פחדים
פחדים, תודה והודאה, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בין זייער צופרידן צו הערן אז איר האט זיך מקבל געווען אפצוגיסן נעגל וואסער ביים בעט און דאס האט אוועק גענומען די פחדים, פאניק אטאקעס און ענקזייעטי; איר זענט שוין רואיג און פרייליך.


עס איז ממש אזוי, נעגל וואסער נעמט אראפ אלע פחדים; אזוי שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן ד', סעיף יט), אז די אלע צייטן וואס מען דארף וואשן די הענט, אויב מען וואשט נישט – האט מען אומזיסטע שרעק, מען ווייסט נישט פון וואס די שרעק קומט.


אויך דורך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן גייען אוועק די רוחות רעות; דורך זאגן טעגליך: "שכוח אייבערשטער פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, פאר אזויפיל גוטס, פאר אזויפיל חסדים".

#7482 - שרעקליכע נסיונות צו קוקן עבירות
תפילות אויף אידיש, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, ווי דו שטארקסט זיך אויף דיינע נסיונות, און דו קויפסט נישט קיין סמארטפאון. איך בין זייער צופרידן פון דיר, און איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בלייבן פעלזן פעסט נישט צו האבן די כלי וואס נעמט אוועק יעדע ברעקל יראת שמים.


דא האסטו א קליינע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך האב שרעקליכע נסיונות צו קוקן עבירות. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר ווי איך גיי אט אט דורכפאלן און זיך קויפן א כלי צו קוקן נאוף. הייליגער באשעפער היט מיך, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל נישט פארלירן מיין יראת שמים, איך וויל נישט פארלירן מיין ווייב, מיינע קינדער, איך וויל זיין א צדיק, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל אמונה, איך וויל קדושה..."


אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר.

#7481 - נישט דערשרעקן קינדער מיט א חי'
פחדים, כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, ווידיאו

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט וכו'; מען טאר נישט זאגן פאר קינדער "א קאץ גייט קומען", "א הונט גייט קומען", דאס איז א גרויסע סכנה; קוק אין ספר קב הישר וואו ער שרייבט דארט די גרויסע סכנה פון זאגן פאר א קינד אז א חי' גייט קומען (עיין ספר של"ה שער האותיות אות ד, סימן לב).


אז מען וויל די קינד זאל נישט נעמען פון פריזער קעיק וכו', קען מען אויסלערנען די קינדער, און זאגן נאכאמאל און נאכאמאל נישט צו עפענען אליין די פריזער, דאס איז די וועג, אבער חס ושלום דערשרעקן מיט א קאץ, מיט א הונט...


ובנוגע די פראגע וואס מען טוט אז מען גייט צו עלטערן און די באבע ווייזט פאר די אייניקלעך ווידיאוס, קליפס וכו'; דאס איז זייער א הייקעלע פראגע, ווייל עלטערן דארף מען זייער מכבד זיין, און עס איז נישט שייך מוסר צו זאגן, די ריכטיגע וועג איז, זאגן איידל און שיין אז די קינדער זענען נישט צוגעוואוינט צו דעם, זיי ווערן דערשראקן, זיי קענען נישט נאכדעם אויסהערן אין חדר, אבער חס ושלום זאגן מוסר פאר עלטערן.

#7480 - וואס בלייבט דען פונעם מענטש?
תודה והודאה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב הנאה אז דו העלפסט די מוסדות, איך פריי זיך אז דו האסט א געפיל, דו לייגסט אריין דיינע כוחות אין זאכן וואס בלייבט; ווייל אז מען טראכט נאר אביסל אריין, וואס בלייבט דען פונעם מענטש? די יארן גייען אריבער און עס בלייבט גארנישט איבער, נאר תורה תפילה און גוטע מעשים, און דאס ביסל וואס מען איז משמש דעם רבי'ן, דאס ביסל וואס מען טוט אויפצושטעלן אידישקייט, שול'ן, מקוואות, ישיבות, חדר און מיידל שולע, כוללים וכו'.


דאנק דעם אייבערשטן פאר די חסדים, גיי א שפאציר און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, דאווענען דריי תפילות מיט מנין, און לערנען און דאווענען.

#7479 - איך וויל אזוי שטארק ליב האבן שבת
תפילות אויף אידיש, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


בנוגע וואס איר זאגט אז שבת איז אייך נישט קיין פרייליכע צייט, איר ווערט לאנגווייליג (באורד), איר בעט א תפילה אויף דעם; דא האט איר א תפילה:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר אלע חסדים, פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר, פאר מיין מאן און קינדער, אלעס איז מיר אזוי גוט, אלעס איז אזוי זיס, איין זאך איז מיר שווער, ווען עס קומט שבת ווער איך נישט פרייליך, איך ווארט שבת זאל אריבערגיין, על כן באתי, דעריבער קום איך צו דיר, העלף מיר, איך וויל ליב האבן שבת, איך וויל זיין פרייליך שבת; וואס איז מיט מיר? ווי קען זיין אזוינס? שבת איז דאך אזא הייליגע טאג, שבת איז דאך הייליג, שבת איז שיין, שבת איז פיין, שבת איז ריין. איך וויל דיך ליב האבן אייבערשטער, איך וויל אזוי שטארק ליב האבן שבת, איך זאל שוין אפווארטן שבת פון פרייטאג נאכמיטאג, זיין אנגעטון שבת'דיג, צינדן לעכט אביסל פריער, און זיך נישט יאגן מוצאי שבת אוועק צו גיין פון שבת.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין א איד, ליב האבן יעדע אידישע מנהג, יעדע אידישע קלייד, יעדע אידישע עסן, און אזוי ווייטער".

#7478 - אראפגענומען סטעטוס, בזכות די שיעורים
אומאן, ראש השנה, נייעס, סטאטוס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיך זייער דערפרייט מיט די גוטע נייעס אז דו קוקסט מער נישט קיין סטעטוס וכדומה, דו האסט אראפגענומען די זאכן פון דיין טעלעפאן, דו שרייבסט מיר אז דאס קומט בזכות פון די אלע שיעורים וכו'; איך האב זיך זייער מחזק געווען ווייטער צו געבן שיעורים, איבערגעבן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ווי מען קען זוכה זיין צו א זיסע האניגדיגע לעבן אז מען היט זיך די אויגן.


נאך אביסל פארן מיר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ביים רבי'ן וועלן מיר זוכה זיין צו אלע תיקונים, און אפילו עס איז שווער די נסיעה וכו', האט דאך שוין דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד), יא עסן, נישט עסן, יא שלאפן, נישט שלאפן, יא דאווענען וכו', העיקר קומען קיין אומאן לקבל את התיקונים.

#7477 - הייזער אין די נייע געגנט פון שטעטל
שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיך פארן מיר העלפן אין שטעטל מיטן ברענגען הייזער פאר אנשי שלומינו, און איך וויל דו זאלסט וויסן, מיר וועלן בקרוב אנהויבן ארבעטן אויפן עירוב אינעם נייעם געגנט עס זאל זיין באקוועם פאר אנשי שלומינו.


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט פרובירן באזעצן די נייע געגנט מיט א סדר, לייגן איינער נעבן די אנדערער, נישט ווארפן מזרח, מערב, צפון, דרום; עס זאל זיין גרינג פאר אנשי שלומינו.


איך האב נאך אפאר גוטע משפחות וואס ווילן גיין אין די נייע געגנט, זיי ווילן גוטע הייזער פאר גוטע פרייזן, איך וועלן רעדן מיט דיר.


...


לערן יעדן טאג די בלאט גמרא, אפילו אן הבנה, דאס וועט דיך באשיצן פון אלעם שלעכטס.

#7476 - ווען קינדער פון שכנים שלאגן
חינוך הילדים, שלום, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נישט יעדע מאמע ווייסט וואס צו טון ווען די קינדער קריגן זיך, חס ושלום אנרירן א פרעמדע קינד, און אז מען זעט א שכן'ס קינד שלאגט אייער קינד – טאר מען נישט שלאגן. (מען דארף אפשטעלן די קריגעריי אבער נישט שלאגן), און אז איר זעט ווי א שכן'טע שלאגט אייער קינד ווייל אייער קינד האט געשלאגן איר קינד – איז דאס נישט ריכטיג.


איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט און שלום צווישן אנשי שלומינו און צווישן נשות אנשי שלומינו. מיר קענען זייער מצליח זיין מיט אחדות, בפרט צווישן די פרויען. אויב וועט זיין צווישן אונז ליבשאפט קענען מיר צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, און דעריבער זוכט דער סמ"ך מ"ם ווי ער קען מאכן מחלוקת צווישן אנשי שלומינו, אז מיר זאלן נישט מצליח זיין.


דורך קוקן אויף אנדערע מיט רחמנות – גייט ארויס די אכזריות, אזוי קען מען זיין מיט אלעמען בשלום.

#7475 - בעטן ברחמים ובתחנונים און ווארטן מיט געדולד
קינדער, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב אסאך געטראכט וואס איז ריכטיג ענק זאלן טון זוכה זיין צו קינדער, אויב ענק זאלן מאכן טיפולים, מען קען זאגן יא מאכן, מען קען זאגן נישט מאכן; פאר ענק איז גוט זיך איבער צו געבן צום אייבערשטן, אים בעטן ברחמים ובתחנונים און ווארטן מיט געדולד ביז די הילף וועט קומען.


איך בעט פאר ענק, און איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים און ענק וועלן זען בקרוב א ישועה.

#7474 - מזמור לתודה וועט עפענען די טויערן פון הימל
תודה והודאה, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעמט זיך פאר צו זאגן יעדן טאג קאפיטל ק', מזמור לתודה, און ביי די ווערטער 'כי טוב ה' זאלט איר זיך טייטשן די ווערטער "ווייל דער אייבערשטער איז גוט", 'לעולם חסדו', "אויף אייביג זענען זיינע גענאדע", 'ועד דור ודור אמונתו', "און אין אלע דורות איז זיין באגלייבטקייט".


דאס וועט עפענען די טויערן פון הימל, אייך ברענגען א ישועה, איר וועט זיין געזונט און שטארק, איר וועט זען ניסים.


אויך זאלט איר זיך שטארקן און היטן די הלכות טהרה, ווייל טהרת המשפחה היט די קערפער פון אלע שרעקעדיגע קרענק, השם ישמרינו.

#7473 - טו וואס אהרן הכהן האט געטון
מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע וכו'; זיי אהרן הכהן, טו וואס אהרן הכהן האט געטון, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, יב): "הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן, אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם", ער האט ליב געהאט שלום, ווען ער האט געזען צוויי מענטשן קריגן זיך – האט ער פאר זיי ביידע געזאגט ליגנט אז דער צווייטער האט חרטה און ער וויל אים האלזן און קושן וכו' וכו', שפעטער האבן זיי זיך צאמגעטראפן און זיך ארום גענומען מיט גרויס ליבשאפט (אבות דרבי נתן יב, ג).


אזוי זאלסטו טון ווען דו רעדסט מיט ..., זאלסט אים זאגן ווי שטארק ... האט חרטה און קען זיך נישט מוחל זיין, ווי שטארק ער וויל שלום מאכן, און ווען דו רעדסט מיט ... זאלסטו זאגן די זעלבע ווערטער, טראכט נישט פון זאגן ליגנט, ווייל ערשטנ'ס, די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סה:): "מותר לשנות בדבר השלום", מען מעג זאגן אנדערש פון די ווארהייט עס זאל זיין שלום, צווייטנס, עס איז נישט ליגנט, ווייל אין אמת'ן ווילן אלע זיין גוט, נאר דער יצר הרע פארדרייט און רייצט אן דעם מענטש צוליב גאווה וכו' – זיך צו קריגן, אבער באמת ווילן אלע טאקע שלום.


די וואך שבת ראש חודש מנחם אב איז די יארצייט פון אהרן הכהן, מיר דארפן זיך פארנעמען צו טון די זאך וואס ער האט געטון, נאכלויפן שלום, ווייל שלום איז דעם אייבערשטנ'ס נאמען, און אויף שלום שטייט די וועלט.

#7472 - גיין הפצה לשם שמים
הפצה, פרנסה, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו פרעגסט וואס דו קענסט טון, דו גייסט הפצה אבער מענטשן געבן דיר פרוטות, עס דעקט זיך נישט דיינע הוצאות.


גיי הפצה לשם שמים, לתקן עולם במלכות שקי, להפנות אליך כל רשעי ארץ; האב אינזין דעם אייבערשטן, האב אינזין צוריק צו ברענגען נאך אידן צום אייבערשטן, וועט די שפע קומען און דו וועסט האבן גרויס הצלחה.


אויב חס ושלום מען טראכט פון געלט איז מען א גרויסער רחמנות, דעמאלט האט מען נישט די געלט און נישט די הפצה, מען בלייבט מיט גארנישט. אזוי האב איך געזען במשך די יארן, די מפיצים וואס די קאפ שטייט גראד, די קאפ טראכט פונעם אייבערשטן – די זענען מצליח מיט אלעס, סיי מיט פרנסה, סיי מיט די קינדער וכו' וכו'.


די יאר פרשת עקב הבא עלינו לטובה מאכן מיר נאכאמאל די יערליכע "אנשי חיל" קאמפיין, איך האף דו וועסט מיר העלפן מער פון דיינע כוחות.

#7471 - א קינד וואס איז אנדערש פון די קלאס
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע דיין טאכטער וואס מען רופט דיר פון בית פיגא אז זי איז אנדערש פון די קלאס, און אז זי דארף הילף, דו מיט דיין ווייב פרעגן וואס ענק קענען בעסער מאכן; איין זאך קענען ענק טון, יעדן טאג אוועק געבן אפאר מינוט צו בעטן דעם אייבערשטן פאר איר, ווייל תפילה איז די שטערקסטע סגולה, תפילה איז קעגן די טבע, אפילו על פי דרך הטבע זעט נישט אויס ווי מען קען טוישן די זאך, מיט אמונה און תפילה קען מען אלעס טוישן לטובה.


פאלג מיך, דו און דיין ווייב זאלן יעדן טאג מיט א קביעות בעטן דעם אייבערשטן פאר דריי מינוט אז זי זאל זיין א גוט קינד, זי זאל זיין א געזונט קינד, זי זאל מיט האלטן און אויפכאפן וואס זי דארף מיט האלטן און וויסן.


זאג: "הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר מיינע קינדער, העלף מיר אז ... תחי' זאל אויפכאפן און פארשטיין וואס מען לערנט, אויך זיין א קינד וואס קומט זיך אויס מיט קינדער און לערערינס וכו'", וועסטו זען ווי ניסים וועט פאסירן מיט איר.

#7470 - עס מוז זיין א וועג פאר די פרויען צו קומען און גיין
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלה קהילת היכל הקודש


עפעס דארפן ענק זען צו טון, העלפן עס זאל זיין פאר די פרויען א וועג צו קומען און צו גיין, איך קען עס נישט נעמען אז די פרויען זענען איינגעשפארט אין שטוב, זיי קענען נישט גיין און קומען, פון אנהויב בויען די שטעטל בעט איך ענק מען זאל אוועק שטעלן א שאטעל וכדומה, און עס האט זיך נאכנישט אויסגעארבעט.


איך טראכט א געדאנק, מען זאל מאכן פרויען קאר סערוויס, און די קהילה זאל באצאלן א חלק פון יעדע נסיעה פאר די משפחות וואס זענען מעמבערס, עפעס אזוי, אז די פרויען זאלן זיך נישט שפירן ווי אין א תפיסה. צום ביישפיל, א פרוי וויל פארן לאקאל א נסיעה וואס קאסט צוואנציג דאלער, וועלן די משפחות וואס זענען מעמבערס צאלן האלב, און די קהילה וועט צאלן די איבריגע חלק.


עפעס מוזן ענק טון, ווייל דאס וואס פרויען זענען פארשפארט אין שטוב ברענגט מיט זיך א קייט פון פראבלעמען וד"ל.


אויך דארפן ענק זען צו שאפן נאך א פלאץ פאר די חדר און סקול, די קינדער קענען נישט ממשיך זיין אין די קליינע פלאץ, מען מוז עפעס טון, מען טאר נישט זיין אזוי צעקוועטשט, עס איז א סכנה.

#7469 - א חסידישע שטוב, מיט שלום בית
שלום בית, חסידות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב, האבן מיר גערעדט אז דו ווילסט דיינע קינדער זאלן גיין חסידי'ש, מיט פיאות, און זי וויל די קינדער זאלן גיין קליינע פיאות אויף די אויערן; דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג.


דאס ווייסטו אוודאי אז מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זיך באהאלטן די פיאות פון די חתונה, ווייל די רביצין האט נישט געוואלט אראפגעלאזטע פיאות, למען השלום בית האט ער דאס געטון, און אין די זעלבע צייט האט מוהרא"ש זיך מתבודד געווען מיט טרערן, געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן אז זיין ווייב זאל נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זי זאל יא הנאה האבן פון פיאות, ביז איין טאג האט מוהרא"ש זיך צוריק אראפגעלאזט זיינע פיאות.


אזוי זאלסטו טון, קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, מאך נישט קיין גאראטשקע, און אין די זעלבע צייט זאלסטו גיין התבודדות אז דיין שטוב זאל זיין געבויט ערליך און הייליג, קינדער מיט בארד און פיאות און א מאמע מיט א צוגעדעקטע קאפ און אפגעשוירן וכו' וכו', ווייל מיט תפילה קומט מען אן זייער ווייט און זייער שיין.

#7468 - אוועקגעבן א ניר פאר א טאטע
כיבוד אב ואם, רפואה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט אוועק געבן א ניר פאר דיין טאטע; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט אז מען דארף נישט געבן א ניר פאר א פרעמדער מענטש, אבער פאר א טאטע איז זיכער גוט צו געבן, און אז דו האסט זיך בודק געווען און דו קענסט געבן לעבן פאר דיין טאטע זאל זיין געזונט – איז זיכער א גוטע זאך דו זאלסט עס טון.


גנב'ע אראפ יעדן טאג אפאר מינוט פאר התבודדות, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און טון מצוות, בעט אים פאר דיין לעבן, פאר דיין ווייב, פאר דיין משפחה, שמועס מיט אים אין דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, דער רבי זאגט דורך התבודדות קומט מען צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, צו דביקות להשם יתברך.

#7467 - נעם ארויס דיינע קליינע קינדער אויף א שפאציר מיט'ן אייבערשטן
תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


ווען דו קומסט אהיים זאלסטו העלפן אין שטוב, נעם ארויס די קליינע קינדער, גיי א שפאציר מיט זיי און דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, קענסט מיט איין גוטע טון אויפטון צוויי זאכן; איינס, דיין ווייב וועט האבן אפאר מינוט צו אטעמען, זי איז איבערגעשטרענגט מיט די פיצלעך קינדער, זי וועט קענען כאפן איר אטעם און אין די זעלבע צייט וועסטו זיך מתבודד זיין. ערשט וועסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז דו ביסט געזונט, דיין ווייב און די קינדער זענען געזונט, און אויף די נס אז דו ביסט חתונה געהאט מיט ליכטיגע קינדער, און אויך וועסטו זיך קענען אביסל אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אויף שמחה, אויף שלוות הנפש, אויף שלום בית, אויף פרנסה בריווח, אויף נחת פון די קינדער, ועל כולם זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן, לעבן מיט אים.


וואויל איז דעם מענטש וואס האט רחמנות און געפיל צו זיין ווייב, וואויל איז דעם אינגערמאן וואס פארשטייט די פלאג און די מיה פון זיין ווייב, ער איז איר מחזק, ער העלפט מיט וואס ער קען נאר.


איך האב דיך זייער ליב, איך ווייס עס וועט דיר גרינגער ווערן, יעצט איז אלעס איבערגעשטרענגט, יעצט איז א צייט צו העלפן אין שטוב.

#7466 - די פרויען מוזן קענען ארויסגיין אינמיטן טאג
שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


דו ווייסט וואס איך וויל, איך האב ענק שוין געזאגט אן א שיעור מאל וואס איך וויל, איך וויל אז די פרויען אין שטעטל זאלן נישט זיין ווי איינגעשפארט אין די שעות וואס דער מאן ארבעט; האב איך געבעטן מען זאל צושטעלן א שאטעל, איך האב דאס ענק געזאגט אן א שיעור מאל, און למעשה איז דאס נישטא.


דו פרעגסט היות עס קאסט אסאך געלט וכו' וכו'; ערשטנס ביי דיר אין שטוב דרייווט דיין ווייב און דו קענסט זיך פארמאגן צוויי קארס, קוקסטו עס אן ווי אן איבריגע זאך. איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זיך אריינלייגן אין די שיך פון רוב רובם שטעטל, וואס די ווייבער דרייוון נישט, און אזוי דן זיין אויב מען דארף א שאטעל; די פרויען זענען פארשפארט און דאס איז גורם אסאך פראבלעמען.


אויף דיין טענה אז עס קאסט אסאך געלט; איז אפשר קען מען פארמאכן די שטעטל און אלעמען צוריק שיקן אין שטאט, אזוי וועט עס גארנישט קאסטן.


אפגערעדט וואס מען האט געטון די יאר מיט די טיטשערס, ווי זיי זענען פארשעמט געווארן טאג נאך טאג מיט די וועג צו קומען צו סקול, וואס אויף זיי איז אריבער; זאל דער אייבערשטער אונז מוחל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7465 - מעג מען איינקויפן אויפ'ן קאמפיוטער?
חיזוק פאר פרויען, עבודת השם, אנליין שאפינג

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל נאכאמאל קלאר מאכן אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם איינצוקויפן אויפן קאמפיוטער (שאפינג אנליין), די אלע בריוון און שיעורים קעגן דעם קאמפיוטער, אז דאס איז א מכשף (מחשב) דאס איז בנוגע האלטן אין שטוב וכו', דעמאלט ווערט אויס שטוב, אויס מאמע וכו', אבער גיין אין א קיאסק אדער צו אן אפיס מפעם לפעם ערלעדיגן די שטוב זאכן און איינקויפן וואס מען ברויך – דאס קען מען.


בנוגע וכו'; אדרבה, עס איז זייער גוט ליב צו האבן שיינע זאכן, א שיינע הויז, שיינע קליידער וכדומה, דער רבי וויל אונז נישט מאכן שלעפערישע מענטשן וואס לעבן אן טעם און אן געשמאק, דער רבי וויל גאר עפעס אנדערש פון אונז, ער וויל מיר זאלן געדענקען אז עס איז דא א באשעפער, אין די שיינע הויז זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן, אין די שיינע קאר זאל מען רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, מיט שיינע טישטוכער מיט שיינע קליידער – זאל מען זיין שטאלץ אז מען איז א איד.

#7464 - זיך נישט מאכן פאר א רחמנות צו באקומען הילף
צדקה, פרנסה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין פראגע אויב מען מעג איינגעבן אז די קינדער זענען נישט אינגאנצן נארמאל כדאי צו באקומען שטאטישע הילף פון פראגראמען.


די ענטפער איז זייער קלאר אז נישט, עס איז נישט אויסגעהאלטן און זייער נישט ריכטיג, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (פאה ח, ט) ווער עס מאכט זיך משוגע צו געווינען רחמנות אין מענטשן'ס אויגן צו באקומען צדקה – וועט מען ביים סוף טאקע ווערן א רחמנות.


אזוי אויך איז נישט ריכטיג צו לעבן אויף צדקה, נאר אז מען צוטיילט די געלט טאקע פאר צדקה און מען נעמט אראפ פראצענט, דעמאלט איז מען אזוי ווי א גבאי צדקה און עס הייסט נישט ווי מען לעבט פון צדקה.


זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מיט א סידור, וועסטו האבן גרויס שפע.

#7463 - די אלע נשמות גייען ארויף צום אייבערשטן
קינדער, התחזקות, נשמה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר היינט דערציילט אז איר האט אנגעהויבן ווארטן וכו' און למעשה האט איר פארלוירן וכו'; ער בעט מיר אויב איך קען אייך שרייבן אפאר ווערטער.


וויסן זאלט איר, די גאנצע זאך איז העכער פון אונזער פארשטאנד, דאס איז א זאך וואס האט מיט נשמות און גלגולים, מיר קענען נישט פארשטיין די זאכן; איז בעסער מיר זאלן בכלל נישט טראכטן פון די זאכן, ווייל מיר וועלן דאס סיי ווי נישט פארשטיין.


די אלע נשמות גייען ארויף צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מח ע"ב; מדרש אותיות דרבי עקיבא, אות א) אז דער אייבערשטער לערנט מיט זיי תורה און ביי תחיית המתים וועלן זיי זיך פרייען מיט די עלטערן.


שטארקט אייך, אייער ישועה איז נאנט, איר וועט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7462 - קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן
מדות טובות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, די מעשה פון חז"ל, (ירושלמי דמאי א, ג; חולין ז.), ווי רבי פנחס בן יאיר זאגט פאר זיינע תלמידים אז די וואס געבן אכטונג אויף די כבוד פון די חברים - די דארפן נישט מורא האבן פון ווערן דערטראנקען, די קענען אריינגיין אין וואסער.


יעצט אין די דריי וואכן דארף מען חזר'ן מיט די קינדער פון זיך נישט קריגן, פון אכטונג געבן נישט וויי צו טון חברים.


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד ווי איינער גייט אריבער א טייך, ווי די טייך איז געשפאלטן, און אין דער זייט שטייען נאך אפאר מענטשן.


די מעשה הייבט זיך אן אינמיטן:


איך האב מורא אריינצוגיין אין די וואסער, אויך איך האב מורא, אפשר וועט די וואסער אונז פארשוועמען, אפשר נאר דער רבי וואס איז אזוי גרויס, ער דארף נישט מורא האבן; די תלמידים פרעגן דעם צדיק: "רבי, מיר מעגן אויך אריבער גיין אין וואסער?"


טייערע קינדער, דער הייליגער צדיק רבי פנחס בן יאיר איז געגאנגען אויסלייזן א איד פון די רוימער, ער האט איינגעשפאנט זיין אייזל און געפארן אינאיינעם מיט זיינע תלמידים.


אויפן וועג שמועסט דער צדיק מיט זיינע תלמידים, ער דערציילט זיי פונעם באשעפער'ס וואונדער, מען זעט די שיינע בערג און די שיינע טאלן, די שיינע זון מיט די וואלקענעס.


זיי פארן ביז זיי קומען אן צו א טייך, נישטא קיין בריק, נישטא קיין שיפן, דער צדיק פארלירט זיך נישט, דער צדיק בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך א נס אז די טייך זאל זיך שפאלטן, איך זאל קענען ראטעווען דעם איד פון תפיסה".


דער צדיק רופט זיך אן צום טייך: "טייך, טייך, איך בין גוזר אויף דיר דו זאלסט זיך שפאלטן", די טייך מאכט זיך נישט וויסנדיג, זי גיסט אירע וואסערן ווייטער אזוי ווי עס וואלט גארנישט פאסירט, ביז דער צדיק זאגט: "אויב דו וועסט זיך נישט שפאלטן וועל איך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך אינגאנצן אויסטרוקענען, עס וועט ווערן אויס טייך".


אלע תלמידים קוקן מיט וואונדער און זיי זעען ווי די טייך שפאלט זיך, דער צדיק גייט אריין אינמיטן פון די וואסער, אבער די תלמידים האבן מורא, איינער רופט זיך אן צום אנדערן: "איך האב מורא אריינצוגיין אין די וואסער", "אויך איך האב מורא", "אפשר וועט די וואסער אונז פארשוועמען, אפשר נאר דער רבי וואס איז אזוי גרויס, ער דארף נישט מורא האבן", די תלמידים פרעגן דעם צדיק: "רבי מיר מעגן אויך אריבער גיין אין וואסער?"


דער צדיק רבי פנחס בן יאיר דרייט זיך אויס צו זיי און זאגט זיי די ווערטער: "די וואס האבן נישט געטשעפעט די חברים, די דארפן נישט מורא האבן, די קענען מיט מיר אריינקומען אין די וואסער, אבער די תלמידים וואס טשעפען אנדערע - די זאלן בעסער נישט אריינגיין אין וואסער, ווייל די וואסער וועט זיי פארשוועמען.


טייערע קינדער, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל מער קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, איך זאל נישט טשעפען קיינעם, און קיינער זאל נישט ווערן פון מיר געטשעפעט, אפילו אומווילנדיג, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.