בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#25 - וואס פאר א נייע שיעור האסטו אנגעהויבן לכבוד חנוכה
לימוד התורה, שלום בית, רפואה, תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב. קוק אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט ענק; בעט דעם אייבערשטן זאלסט שטענדיג געדענקען וואס און ווי אזוי מיר זענען געווען בעפאר'ן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, מיר זאלן אלץ זיין דאנקבאר.


דיין ווייב איז נישט באקוועם מיט איר דאקטער; זי איז גערעכט, נעם איר צו אן אנדערע דאקטער, א פרויען דאקטער, אזוי וועט זי זיין באקוועם.


איך ווארט צו הערן וואס פאר א נייע שיעור דו האסט אנגעהויבן לכבוד חנוכה; מיר פסק'ענען כשיטת בית הלל, מוסיף והולך. מען דארף אלץ גיין מער און מער, נישט זיך באגנוגן מיט די אלטע שיעורים.

#24 - בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק
בית המדרש, אחדות, מוהרא"ש, היכל הקודש, חנוכה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די פרישע חבורה טייערע חברים אנשי שלומינו פון בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער אז איר האט זיך צאמגענומען צו מאכן א בית המדרש על שם רבינו, "בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק", א בית המדרש וואס מען פירט זיך אויפ'ן וועג פונעם הייליגן רבי'ן; דאס איז ביי מיר א גרויסע שמחה און פרייד.


אז איר ווילט מצליח זיין, איר ווילט וואקסן - זאלט איר אכטונג געבן אויף איין זאך, געבט אכטונג נישט צו האבן מיט קיין מחלוקת, מען זאל נישט רעדן אין בית המדרש פון קיין שום אנדערע זאכן, נאר פון די ווערטער וואס דער בעל תפילה האט אונז געלערנט, מען זאל דינען דעם אייבערשטן; רעדן צום אייבערשטן און רעדן פונעם אייבערשטן.


עס שטייט אין די הייליגע ספרים (עיין בני יששכר מאמרי חודש כסלו - טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז חנוכה ווערט נתגלה די אור הגנוז פון ששת ימי בראשית; ווען דער אייבערשטער האט באשאפן דער וועלט האט ער באהאלטן די ליכטיגקייט, אז די רשעים זאלן נישט הנאה האבן פון דעם (חגיגה יב.), אבער חנוכה ווערט דאס אנטפלעקט פאר יעדן איינעם, חנוכה איז יעדער איינער זוכה צו שפירן אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער; עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער אליין.


מיר קענען זאגן בפה מלא אז חנוכה ווערט נתגלה דעם אור הגנוז; איר האט געעפנט דעם בית המדרש אין חנוכה, מיר האבן זיך אריין געצויגן אין אונזער בנין אין וויליאמסבורג חנוכה, חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די הייליגע בריוו "אשר בנחל", וואס דאס האט ליכטיג געמאכט די וועלט; מוהרא"ש האט גענומען דעם אור הגנוז און דאס אנטפלעקט פאר אלעמען, פאר גרויסע און קליינע, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן, אלע זאלן האבן א וועג צו לערנען די תורה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך גוט אנכאפן איינער דעם צווייטן, מאכט א רינג, עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת.


אויב איר ווילט מיר אויפנעמען פאר גבאי בין איך גרייט צו זיין איינע פון די גבאים; ארויסהעלפן אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו זיין גבאי אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, עס איז דא אין דעם א גאנצע סיפור; ווייל אין אנהייב האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל פירן די ישיבה און שבת און יום טוב זאל א צווייטער זיין גבאי, שפעטער האט מוהרא"ש מיר גערופן און געזאגט: "איך וויל אז פון היינט זאלסטו רעדן און פירן דעם בית המדרש, קוק נישט אויף קיינעם און פרעג נישט קיינעם וואס צו טון".


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#23 - זייט אייך מקבל א גוטע זאך, וואס זאל זיין א זכות פאר אייך
קינדער, חנוכה, שדכנים, קבלה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'


איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר אייך; איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט האבן קינדער.


א שדכן'ס ארבעט איז נישט נאר מאכן די שידוך און אוועק גיין וכו', איך האב געמאכט אייער שידוך וועל איך מיטגיין מיט אייך אויף ווייטער, איך וועל ווייטער בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא און די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, זיי חתונה מאכן און אזוי ווייטער.


חנוכה איז א גרויסע צייט, וויל איך אייך בעטן, ביידע פון אייך, איר זאלט זיך מקבל זיין א גוטע זאך; עס דארף נישט זיין א גרויסע קבלה, דער עיקר זאל עס זיין מיט א תמימות. די הייליגע חכמים זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבָד שֶׁיְכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם"; איר דארפט קיינעם נישט דערציילן, דאס זאל זיין צווישן אייך אינעם אייבערשטן פאר א זכות פאר אייך.


בנוגע מאכן וכו'; מאכט נישט וכו', איר וועט האבן קינדער פונעם אייבערשטן.

#22 - מיר האבן געטראפן דעם פך שמן וואס דערלייכט אונזערע אויגן
חסידות ברסלב, תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וישב, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חנוכה איז א צייט פון הלל והודאה, פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


ווען דו זיצט ביי די לעכט זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט, בפרט אויף די חסד אז מיר האבן זוכה געווען צו טרעפן דעם פך שמן; אין אזא טונקלקייט, אין א דור וואס עס איז דא אזויפיל טומאה, אזויפיל נסיונות, האבן מיר דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים - די שמן טהור.


דורך די פך שמן קענען מיר אנצינדן די מנורה; מיר קענען באלייכטן אונזערע ז' נרות, די אויגן, אויערן, נאז און מויל (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כא).


 

#21 - לאמיר זיך מחזק זיין מיט די גוטע זאכן וואס מיר האבן
הפצה, תודה והודאה, חנוכה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב-מברכים טבת, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו היקרים, טייערע חברים פון ירושלים שיחיו


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן; שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב) אז חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (נוסח ועל הניסים): "וְקָבְעוּ שְׁמוֹנַת יְמֵי חֲנוּכָּה אֵלּוּ לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל".


יעדער איינער גייט אריבער וואס ער גייט אריבער, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט שווערע נסיונות, אבער אז מען קוקט גוט, מען זוכט דעם באשעפער'ס חסדים - קען מען טרעפן אין די טונקל א שיין.


דאס לערנען מיר פון חנוכה; אלעס איז געווען טמא, נאר איין קריגל אויל איז געבליבן ריין, פון דעם האט מען געמאכט דעם יום טוב.


אז מען טראכט אריין וואס וואלט געווען ווען די חשמונאים וואלטן נישט געווען ברסלב'ע חסידים, זיי וואלטן געמאכט אנשטאט א יום טוב - א תענית, עס ווייזט זיך אויס אז די חשמונאים זענען געווען ברסלב'ע חסידים, זיי האבן געלעבט מיט 'אזמרה' (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - געזוכט די נקודה טובה און פון דעם געמאכט אן עסק.


טייערע חברים, לאמיר זיך מחזק זיין מיט די גוטע זאכן וואס מיר האבן, לאמיר זינגען: "וּמִנוֹתָר קַנְקַנִּים...", לאמיר נישט קוקן אויף וואס מיר זענען אראפגעפאלן. אפילו די יוונים, דער יצר הרע - האט מיר מטמא געמאכט, ער האט מיר אראפגעווארפן אין פגם הברית רחמנא לצלן, איך בין איין שטיק טמא, איך היט נישט מיינע אויגן, איך האב שמוציגע געדאנקען - דאך זוך איך אין מיר א גוטע נקודה, פון דעם מאך איך אן עסק.


טייערע ברידער, לאמיר ראטעווען אנדערע אידן, לאמיר ראטעווען אונזערע ברידער; מיר דארפן עוסק זיין אין 'הפצה', יעדער דארף טראכטן 'וואס קען איך טון צו ראטעווען א צווייטן?'


די וועלט איז אנגעפילט מיט אזויפיל נסיונות; רבי נתן האט געזאגט: "עזרא הסופר גייט פון דער וועלט און אזויפיל טריף פסול פארמערט זיך, איין בלעטל פון רבי'ן וועט אלעס ראטעווען"; אזוי ווי רש"י זאגט (פרשת וישב; בראשית לז, א): "הַפֶּחָמִי תָמַהּ, אָנָה יִכָּנֵס כָּל הַפִּשְׁתָּן הַזֶּה", וואס טוט מען מיט אזויפיל פראבלעמען? קומט דער פיקח, דער מפיץ און זאגט: "איין פונק, איין ספר, איין קונטרס, גליון - פון רבי'ן פארברענט אלע קליפות און משחיתים".


טייערע ברידער, איר פארט "זאת חנוכה" קיין יבנאל, בעטס פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל, איך זאל האבן כח און קענען ווייטער ממשיך זיין.


א פרייליכן שבת און א ליכטיגער חנוכה.

#20 - חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעצט קומט חנוכה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב) אז חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (על הניסים): "וקבעו שמונת ימי חנוכה אלו להודות ולהלל".


זיי נישט קיין בטלן, נוץ אויס די חנוכה טעג מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן.


ווען דו צינדסט אן די הייליגע ליכט זאלסטו זיך מתבודד זיין ביי די ליכט; טראכט אריין די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר. ביסט געווען ביז נישט לאנג צוריק א פלג גוף, א צעבראכענער בחור, קיינער האט נישט געוואוסט פון דיר, קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף דיר, יעצט האסטו א שיינע משפחה, א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער.


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן, "להודות ולהלל לשמך הגדול, על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך".


א ליכטיגן חנוכה.


 

#19 - חנוכה, א יום טוב מיט די קינדער
אומאן, חינוך הילדים, מנהגים, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מיר קומען נענטער צום הייליגן יום טוב חנוכה; חנוכה איז א צייט פון חינוך, טון דאס פארקערטע וואס די יוונים האבן געוואלט טון - אויסרייסן די אמונה; דארפן מיר אריינברענגען אמונה אין אונזערע קינדער.


מוהרא"ש האט מקפיד געווען מען זאל נישט אוועקפארן חנוכה קיין אומאן ווען מען האט קליינע קינדער, ווייל קינדער דארפן באקומען א חינוך, זען ווי די טאטע צינדט אן די מנורה.


זע אוועקצולייגן אלע דיינע באשעפטיגונגען, זאלסט זיין צייטליך אין שטוב אנצוצינדן די מנורה ביים זמן מיט דיינע קינדער. וואש זיך די הענט פאר'ן צינדן און וואש די הענט פון די קינדער, גרייט אן א מנורה פאר יעדן קינד; מיידלעך צינדן נישט, נאר אינגלעך (קליינע מיידלעך קענען צינדן). טו זיך אן א שטריימל און בעקיטשע, זינג די זמירות און זיי זיך מתבודד. טאנץ מיט דיינע קינדער להודות ולהלל לשמך הגדול, על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך.


 

#18 - א סדר פאר חנוכה
מקוה, תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דא האסטו א סדר פאר חנוכה.


זע צו ענדיגן ארבעטן צייטליך, זאלסט קענען צינדן די ליכט אין צייט, גלייך נאך מעריב.


אז דו קענסט כאפן א טבילה פאר'ן צינדן - מה טוב ומה נעים.


בשעת'ן צינדן די מנורה קומט אראפ א גרויסע ליכטיגקייט, עס איז א גרויסע עת רצון, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות. זינג די זמירות ביי די ליכט און זיי זיך מתבודד; דער עיקר זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס, נישט לאנג צוריק ביסטו געווען איינער אליין און היינט האסטו א שיינע משפחה, א טייערע ווייב מיט א ליכטיגער זון.


מיר פירן זיך אז מען טוט אן בגדי שבת ביים צינדן.


אינדערפרי זאלסטו זאגן הלל מיט חיות, מיט שמחה; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד, "מקימי מעפר דל" ער האט מיר אויפגעהויבן פון "אשפות", ביז ער האט מיר געברענגט "להושיבי עם נדיבים" - צום הייליגן רבי'ן.

#17 - זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג
מוהרא"ש, יבנאל, חנוכה, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו נעמסט צאם אלע תלמידים אין ארץ ישראל צו פארן קיין יבנאל זאת חנוכה, מתפלל זיין ביים ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (בת עין פרשת וישב, על הפסוק ויהי כמשלוש חדשים וגו'; זרע קודש ליל ג' דחנוכה, דבור המתחיל "בפסוק") אז דער גמר פון ראש השנה איז אינעם טאג 'זאת חנוכה'. אלע תיקונים וואס הייבן זיך אן פון ראש חודש אלול, ראש השנה, יום כיפור, סוכות, הושענא רבה, שמיני עצרת, שמחת תורה, איז דער גמר דערפון זאת חנוכה; עס איז זייער א גרויסער טאג און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות.


זאת חנוכה איז זייער א פאסיגע צייט צו גיין קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש מתפלל זיין פאר זיך און פאר אלע אידן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


זייט אויך מתפל פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט'ן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - פאר די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#16 - ס'איז א חוב אויפ'ן מלמד צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין הייליג
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, מלמדים, חנוכה, תפלין, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע רעדן צו קינדער וכו'; אודאי זאלסטו רעדן צו קינדער פון זיין הייליג בקדושת הברית. עס ליגט א חוב אויפ'ן מלמד צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין הייליג, נישט צורירן מיט די הענט וכו'; וויפיל בחורים וויינען אז מען האט זיי נישט מחנך געווען זיי זאלן זיין הייליג און דערפאר האב זיי זיך צוגעוואוינט צו טון שלעכטס רחמנא לצלן, ווען מען וואלט ווען גערעדט צו זיי אין די יונגע יארן קלארע ווערטער וואלטן זיי זיך נישט געמוטשעט אין די עלטערע יארן.


פארשטייט זיך אז ווען מען רעדט דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט וכו'; מען דארף רעדן צו זיי לפי דרגתם, לויט זייער עלטער, זיי נישט דערשרעקן וכו'. דאס בעסטע איז אז מען זאגט: "דער אייבערשטער לאזט נישט לייגן די הענט וכו', עס איז א גרויסע עבירה אויב מען לייגט די הענט דארט"; אז דו וועסט רעדן צו דיינע תלמידים וועסטו זיי מציל זיין פון אלעם שלעכטס.


בנוגע קומען שבת חנוכה דאווענען מיט ברסלב'ע חסידים ניצול צו ווערן פון עולם התוהו; אודאי זאלסטו קומען דאווענען צווישן ברסלב'ע חסידים כאטשיג איין תפילה, קוק אריין אין ספר פעולת הצדיק (סימן תתמו) די גאנצע מעשה באריכות וואס דער רבי האט דערציילט מיט'ן רב וואס האט געהאט א חבר און זיי האבן צווישן זיך אפגעמאכט מיט א 'תקיעת כף' אז ווער עס וועט פריער נסתלק ווערן וועט קומען דערציילן פאר'ן צווייטן וואס עס טוט זיך אפ אויבן אין הימל. דער רב איז קודם נפטר געווארן און עס איז אריבער געלאפן גאנצע אכט און צוואנציג יאר ביז ער איז געקומען אין חלום צו זיין חבר, עס האט זיך אויסגעשטעלט אז דער רב האט בכלל נישט געוויסט אז ער איז נפטר געווארן, ער איז נעבעך געווען אין עולם התוהו אכט און צוואנציג יאר; ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט בזה הלשון: "ווער עס וועט קומען צו מיר דריי מאל א יאר - 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', וועט געראטעוועט ווערן פון דעם עונש פון עולם התוהו"; א פחד פון א מעשה, א מענטש גייט אוועק מזה העולם און זיין נשמה דריידט זיך אין 'עולם התוהו', ער מיינט אז ער לעבט נאך; דאס איז שרעקליכע יסורים פאר די נשמה.


בנוגע אויב מען מעג טראגן שבת די קמיע פון מוהרא"ש אין א מקום וואס איז נישט דא קיין עירוב; די פוסקים נעמען אן (עיין משנה ברורה סימן שח, סעיף קטן קכט) אז אפילו א קמיע וואס איז נישט קיין קמיע מומחה, עס איז נישט קלאר אז עס העלפט, קען מען טראגן היינטיגע צייטן וואס מיר האבן נישט קיין געהעריגע רשות הרבים, כל שכן אין דעם פאל וואס די קמיע פון מוהרא"ש איז איתמחי גברא ואיתמחי קמיע קען מען דאס טראגן שבת; מען דארף נאר אכטונג געבן עס זאל זיין אנגעטון אויפ'ן גוף, מען טאר דאס נישט האלטן אין די הענט אדער אין טאש (עיין משנה ברורה סימן שא, סעיף קטן פח).


איך האב נישט געוויסט אז דו קוקסט מיר אזוי נאך וכו'; איך זאג יא דעם לשם יחוד פאר'ן לייגן תפילין, נאר אסאך מאל ווען עס ווערט שפעט, איך בין אזוי טרוד וכו' זאג איך דעם לשם יחוד פאראויס, פאר איך קום אריין אין שול וכו'.


דער עיקר בעט איך דיר זייער, שטארק זיך; בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, געב א קוק דער הייליגער רבי נתן וואס ער איז דאך געווען אזוי מקושר צום רבי'ן, ווער איז נאך געווען אזוי נאנט מיטן רבי'ן ווי רבי נתן, דאך האט ער געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים צובינדן צו אים ער זאל נישט אוועק גיין, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב דיר שוין אריין געכאפט אין מיין זאק", האט רבי נתן געזאגט: "רבי, בינד מיר צו אינעם זאק איך זאל נישט אוועק גיין".


א ליכטיגן חנוכה.

#15 - רעדן שיין צו א צווייטן
מדות טובות, אחדות, חנוכה, שטעטל, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דעם שבת אין שטעטל, בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די געשמאקע לופט וואס מען שפירט דארט; ווי אלע לעבן צוזאמען מיט ליבשאפט, מען גרויסט זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן.


היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע חנוכה ליכט; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (עיין בספר בני יששכר מאמרי חודש כסלו – טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז בשעת מען צינדט אן די מנורה קומט אראפ זייער א גרויסע הייליגקייט און מען קען פועל'ן זייער גרויסע זאכן. זאלסטו זיך אויסבעטן ביי די ליכט; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און דאווענען און אויפציען דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן שיין צו אנדערע; רעד נישט שטעכעדיג, רעד נישט פליקעדיג, רעד שיין און איידל. מוהרא"ש האט איינגעפירט מען זאל זאגן פאר'ן דאווענען די תפילה פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, אין די תפילה בעט מען דעם אייבערשטן: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵירוֹ בְּדֶרֶךְ הַיָשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךְ", מיר זאלן רעדן שיין און איידל איינער מיט'ן צווייטן, אזוי ווי עס פאסט פאר דיר אייבערשטער.


איך ווארט און האף אז עס וועט ביי אונז מקוים ווערן וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִתְמְהוּ עַל גוֹדֶל הָאַהֲבָה שֶׁיֵשׁ בֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס איז דא צווישן אונז; מוהרא"ש זאגט אז ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן אין ברסלב, ער האפט אז אין "היכל הקודש" וועט די שיחה מקוים ווערן - אז די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז; איך האף אז דאס וועט זיין ביי אונז אין שטעטל.


איך בעט דיר נאכאמאל זאלסט רעדן שיין צו א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן מקבל זיין די קדושה פון חנוכה, מיר זאלן זוכה זיין צו זען די ליכטיגקייט פונעם אור הגנוז אין די תורה.

#14 - וויין צום אייבערשטן ווי א קינד וויינט צו זיין טאטע
תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; נעם די עצה פון רבי'ן – התבודדות און תפלה. גיי אין א ווינקל וואו קיינער הערט דיר נישט און וויין צו אים ווי א קינד וויינט צו זיין טאטע, וועסטו זען גרויסע נסים.


א אינגערמאן האט זיך מיר אויסגערעדט און מיר געזאגט אז ער שפירט זיך אין שטוב ווי ער איז סיי דער טאטע און סיי די מאמע, סיי די מאן און סיי די ווייב; ער דארף אלעס טון וכו', זיין ווייב טוט גארנישט. האב איך אים מחזק געווען און געזאגט "אז דו ביסט סיי דער טאטע און סיי די מאמע, זיי שוין אויך די בעיבי, זיי די קינד וואס וויינט; גיי אין א ווינקל און וויין צום אייבערשטן: רבונו של עולם, איך בין דער טאטע, די מאמע און יעצט בין איך א קליין קינד, איך וויין צו דיר, העלף מיר, האב אויף מיר רחמנות".


יעצט קומט שוין חנוכה; די שענסטע חנוכה מתנה וואס דו קענסט געבן פאר דיינע קינדער איז אז עס זאל זיין ליבשאפט צווישן דיר און דיין ווייב; קינדער דארפן נישט מער, קינדער דארפן א טאטע מאמע וואס ליבן זיך.


א גוט שבת.

#13 - איך בעט שוין לאנג דעם אייבערשטן איך זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל
הכרת הטוב, חנוכה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


עס קומט נישט אויס מיר זאלן רעדן אזויפיל, אבער זאלסט וויסן אז איך טראכט פון דיר יעדן טאג, ווייל איך בין דיר זייער מכיר טוב פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי.


איך האב זיך אריבער געכאפט קיין ארץ ישראל אויף איין טאג; איך וויל כסדר פארן צום ציון פון מוהרא"ש און יעצט איז מיר אויסגעקומען צו פארן אויף ...'ס חתונה, ער האט מיר באצאלט א טיקעט צו קומען. דאס איז א מעשה פון תפלה, ווייל איך בעט שוין לאנג דעם אייבערשטן איך זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל.


מארגן נאכט וועל איך זיין ביי מוהרא"ש'ס ציון, איך וועל דיר מזכיר זיין מיט דיין ווייב און דיין גאנצע משפחה לטובה.


מיר גייען שוין אט אט אריין אין דעם ליכטיגן יום טוב חנוכה, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", די טעג פון חנוכה איז ימי הלל והודאה, טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע נסים וואס ער טוט מיט אונז.


איך האב דיר ליב.

#12 - דער אייבערשטער טוט מיט אונז גרויסע ניסים
חסידות ברסלב, תודה והודאה, חנוכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


מיר שטייען יעצט פאר דעם הייליגן יום טוב חנוכה; היינט נאכט צינדן מיר אן די ערשטע ליכטל פון די הייליגע מנורה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב) אז די טעג פון חנוכה זענען טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע נסים, דאס איז שעשוע עולם הבא; ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן איז דאס 'עולם הבא', עס איז נישט פארהאן עפעס בעסערס פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און ווי מער א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן איז ער נענטער צום אייבערשטן.


גיב א קוק די נסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דו האסט אזוי שיין חתונה געהאט און די האסט שוין ליכטיגע קינדער קיין עין הרע, ווי אויך האסטו פרנסה – נסים ונפלאות! ועל כולם – דער גרעסטער נס – אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס ברענגט אונז יעדע רגע נאכאמאל צוריק צום אייבערשטן; ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן?!


דער רבי האט געזאגט: "איך האב דריי סארטן מענטשן: 1) וואס קומען הערן מיין תורה; 2) וואס קומען עסן קויליטש; 3) וואס זענען איינגעקריצט אין הארץ"; דארפן מיר זיך כסדר באנייען און זען אז מיר זאלן זיין פון די כתה וואס זענען איינגעקריצט אין הארץ.


מיר זעען זיך טאקע ווייניג אבער דו ביסט מיר אויסגעקריצט אין הארץ...


פון דיין ראש ישיבה.


...

#11 - ממשיך זיין ארויסצוגעבן נאך סידי'ס
ניגונים, חנוכה, רענט, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר דעם וואס דו העלפסט ארויס די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האף אז דו וועסט ממשיך זיין מיר צו העלפן ארויסגעבן נאך סידי'ס; די היינטיגע יוגנט האבן נישט אזא געפיל אין ליינען און וועלן ענדערש הערן מוזיק, דערפאר דארפן מיר נעמען אלע קונטרסים פון מוהרא"ש און פון יעדע קונטרס אויס געבן א סידי.


די פריערדיגע סידי "קום צוריק" האט אלע טעמים; אלע זאגן אז דאס איז שענער פון די ערשטע צוויי "טאנץ מיט אמונה", נאר ווייל דו האסט עס שיין געמאכט.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין אויב דו קענסט העלפן האברך ... נרו יאיר מיטן ארויסגעבן נאך סידי'ס; ער וויל זייער שטארק ארבעטן דערויף, דורכדעם וועסטו מצליח זיין.


יעצט קומט חנוכה, זאלסטו זען צו צינדן די הייליגע מנורה בשמחה! דו האסט דאך קליינע קינדער, זאלסטו זען צו טאנצן מיט זיי. לאז אפ "וויינען"; וויינען וועסטו ווען קיינער זעט נישט. אז דו וועסט וויינען ביי די ליכט וועלן דיין ווייב און קינדער נישט וועלן עס זאל זיין חנוכה; טאנץ און זינג מיט זיי וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן.


...

#10 - כ'האף דו וועסט זיין פון די עשרה ראשונים אין נייעם "קרית ברסלב"
חנוכה, רענט, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין מיידעלע תחי'; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט איר זוכה זיין צו מגדל זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים.


יעצט קומט חנוכה – א צייט פון "להודות ולהלל" פאר אלע ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער טוט פאר אונז יעדע רגע, זאלסטו אויסנוצן די הייליגע מינוטן ביי די הייליגע חנוכה ליכט צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים ונפלאות וואס ער טוט מיט דיר.


איך האף אז דו וועסט זיין פון די עשרה ראשונים אויפצובויען דעם נייעם "קרית ברסלב"; איך ווארט צו הערן אז דו האסט געקויפט א דירה. איך וועל מיטן אייבערשטנס הילף קומען קלאפן א מזוזה ביי דיר און ביי אלע וואס צוען זיך ארויס.


עס זעט אויס ווי א חלום אבער נאך אביסל וועט דאס ווערן א מציאות; מיר וועלן האבן א פלאץ וואו מיר וועלן מיטן אייבערשטנס הילף מגדל זיין אונזערע קינדער אויפן וועג פונעם הייליגן רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#9 - אפגעהאקט קשרים צוליב ברסלב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, משפחה, חנוכה, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן ... נרו יאיר האט מיר דערציילט וואס עס גייט אריבער אויף אייך פון אייערע עלטערן; מען האט אפגעהאקט אלע קשרים מיט אייך - סיי אייערע עלטערן און אזוי אויך אייערע געשוויסטער - קיינער רעדט נישט מיט אייך צוליב דעם חטא אז איר זענט מקורב געווארן צום רבי'ן און איר ווילט אויפציען א שיינע שטוב, ערליכע אידישע דורות. איך האב פון דעם גרויס ווייטאג און עס טוט מיר זייער וויי.


אייער ווייטאג איז טאקע גרויס, אבער פון דער אנדערע זייט זענט איר זייער גליקליך אז איר האט א טייערע מאן נרו יאיר און ליכטיגע קינדער; איר האט א הערליכע שטוב און א ווארימע שטוב. אייער מאן פירט זיך מיט יראת שמים און ער איז קובע עיתים לתורה, דעריבער איז אייער צרה נישט אזוי גרויס.


אמת, עס טוט טאקע וויי אבער דאך האט איר אן ערליכער מאן; וויפיל פרויען וויינען אז זיי האבן נישט קיין מאן, זייערע מענער זענען אריין געטון אין נארישקייטן און קומען נישט אהיים, און אפילו ווען זיי קומען שוין יא אהיים איז זייער מח נישט מיט די ווייב און קינדער.


איך וואונטש אייך א ליכטיגן חנוכה.

#8 - מ'דארף נישט גיין צו יעדע חנוכה מסיבה
כיבוד אב ואם, משפחה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האסט הנאה געהאט פון די דיבורים וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט כ"א כסליו אין קרית יואל, אזוי אויך אז דיין ווייב תחי' איז ארויס קלאר וואס ענק האבן צו טון בענין די חנוכה מסיבות.


אז עס קומט ענק אן שווער צו גיין צו מסיבות ווייל ענק האבן קליינע קינדער אין שטוב, און די מסיבה שלעפט זיך אריין ביז שפעט אויף דער נאכט וואס דאס איז גורם אז די קינדער גייען ארויס פון זייער געווענליכן סדר היום וכו', און דאס קלאפט אויס שווער אויף ענק – דארפן ענק נישט גיין.


ווער נישט דערשראקן ווען מען זאגט דיר: "דו צעברעכסט די משפחה", מיט דעם וואס דו קומסט נישט צו די מסיבות וכו', מאך זיך נישט צו טון פון דיינע געשוויסטער וואס טיידלען מיט די פינגער אויף ענק אז ענק מאכן צער פאר טאטע און מאמע מיטן זיך נישט באטייליגן ביים "משפחה שבת"; ווייל אויב איינער פון די משפחה מאכט אפ אז מען מוז אוועקפארן אויף שבת וכו', מיינט דאס נאכנישט "כיבוד אב ואם".


דיין כיבוד אב ואם זאל זיין אז דו זאלסט יעדן טאג גיין אין בית המדרש דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין; דאס איז אונזער כיבוד אב ואם! אז דו העלפסט ארויס דיין ווייב זיך פארען מיט די קינדער – דאס איז כיבוד אב ואם.


א גוט שבת.

#7 - גיי אהיים פרי צינדן די הייליגע מנורה
שלום בית, חינוך הילדים, חנוכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האב לעצטנס גרויס נחת פון דיר זעענדיג ווי דו לערנסט יעדן טאג דיינע שיעורים אין ישיבה.


ווייז די בריוו פאר דיין ווייב תחי', זי וועט הנאה האבן דערפון; א פרוי האט זייער הנאה צו זען און הערן אז איר מאן לערנט, די גאנצע לופט אין שטוב טוישט זיך צום גוטן.


יעצט קומט חנוכה זאלסטו אהיים גיין פרי צינדן די הייליגע מנורה און זינגען זמירות. אויך זאלסטו בעטן ביי די הייליגע ליכט פאר קינדער; ערליכע קינדער און הייליגע קינדער, ווי מער תפילה מען בעט פאר קינדער אלץ מער איז מען זוכה צו האבן וואוילע קינדער.


איך ווארט אויף דיר שבת ביים דאווענען ביי אלע תפילות; יעדע תפילה וואס דו קומסט פריי איך מיר. עס איז כדאי דו זאלסט קומען שבת אינדערפרי צום שיעור אין ספר "פעולת הצדיק"; מיר לערנען עס פארן דאווענען, דער אייבערשטער געבט אונז אזעלכע שיינע דיבורים וואס מען הערט נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ אויף דער וועלט; מען קען לעבן מיט דעם א גאנצע וואך.


...

#6 - חנוכה איז א יסוד אין חינוך
חינוך הילדים, חנוכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


יעצט קומט שוין דער יום טוב חנוכה וויל איך דיר מחזק זיין אז דו זאלסט ענדיגן ארבעטן פרי און גלייך אהיים גיין כדי דיינע קליינע קינדער זאלן נאך זען פארן גיין שלאפן ווי דו צינדסט אן די הייליגע ליכטלעך.


חנוכה איז א יסוד אין חינוך; קינדער דארפן זען ווי דער טאטע צינדט די ליכט און זינגט זמירות ביי די מנורה.


עס איז א גרויסע זאך צו גיין אין מקוה פארן צינדן די מנורה, בפרט אויב מען איז בכלל נישט געווען יענעם טאג אין מקוה, אבער אויב דאס וועט אוועקנעמען די צייט פון צו זיין פרי אין שטוב ווען די קינדער זענען נאך אויף – דאן איז דאס נישט כדאי.


איך האף אז דו וועסט פאלגן וואס איך זאג דיר, וועסטו מצליח זיין מיט דיינע קינדער.


...

#5 - חנוכה מאכט מען א נייע התחלה
תפילה והתבודדות, חנוכה

בעזהשי"ת - מוֹצָאֵי שַׁבָּת קוֹדֶשׁ פַּרְשַׁת וַיִשְׁלַח, שְׁנַת תשע"ה לפ"ק


לְכָבוֹד מֵיין לִיבֶּער ... נ"י


בָּרוּך הַשֵׁם מִיר גֵייעֶן יֶעצְט אַרַיין אִין דִי לִיכְטִיגֶע חֲנוּכָּה טֶעג; א חֲנוּכָּה מִיט דִי הַקְדָמוֹת פוּן רֶבִּי'ן אִיז גָאר אַנְדֶערְשׁ. דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן אַ מַתָּנָה וָואס הֵייסְט הִתְבּוֹדְדוּת, אוּן יֶעצְט חֲנוּכָּה זָאגְט דִי רֶבִּי אִיז "יְמֵי הוֹדָאָה" (לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן ב), מֶען זֶעצְט זִיך אַוֶועק בַּיי דִי מְנוֹרָה אַנְטְקֶעגְן דִי הֵיילִיגֶע לִיכְט, אוּן מֶען שְׁמוּעֶסְט מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן פָּנִים בְּפָנִים, מֶען דַאנְקְט אוּן מֶען לוֹיבְּט וְכוּ'.


טַייעֶרֶע ... דַארְפְסְט דָאך טַאנְצְן פַאר שִֹמְחָה אוֹיף דִי נִיסִים וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער טוּט מִיט דִיר. עֶר הָאט דִיר גֶעגֶעבְּן אַ טַייעֶרֶע וַוייבּ מִיט לִיכְטִיגֶע קִינְדֶערְלֶעך, דֶערְפַאר מַאך אַ נַייעֶ הַתְחָלָה, חֲנוּכָּה אִיז אַ לָשׁוֹן פוּן זִיך בַּאנַייעֶן - "חֲנוּכַּת הַמִּזְבֵּחַ", מֶען הֵייבְּט אָן פוּן דָאסְנַיי פוּן פְרִישׁ צוּ זַיין אַן עֶרְלִיכֶער אִיד, בִּפְרַט אַז מֶען כַאפְּט אַ טְבִילָה אִין מִקְוֶה פַאר מֶען צִינְדְט דִי חֲנוּכָּה לִיכְט; עַל כָּל פָּנִים יֶעדְן טָאג נִישְׁט פַארְפֶעלְן מִקְוֶה. דֶער יֵצֶר הָרָע קוּמְט אוּן מַאכְט דֶעם מֶענְטְשׁ אַלְט אוּן מִיד אוּן מְיֻאָשׁ, אָבֶּער דֶער רֶבִּי אִיז גְרֶעסֶער פוּנֶעם יֵצֶר הָרָע, אוּן עֶר מַאכְט אוּנְז פְרִישׁ, אַז מִיר זָאלְן כְּסֵדֶר אָנְהֵייבְּן פוּן פְרִישׁ.


מַאך אַ נַייעֶ הַתְחָלָה, אוּן דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער זָאל דִיר הֶעלְפְן אַז דוּ זָאלְסְט הָאבְּן כֹּחוֹת אָנְצוּגֵיין אַ גַאנְץ לֶעבְּן בַּתּוֹרָה וּתְּפִלָּה וְיִרְאַת ה'.


פוּן דַיין רֹאשׁ יְשִׁיבָה.

#4 - א זכיה פארצולערנען תורה פאר אידן
לימוד התורה, שלום בית, חנוכה

בעזהשי"ת - יוֹם א' פַּרְשַׁת וַיֵּשֶׁב, שְׁנַת תשע"ה לפ"ק


לְכָבוֹד מֵיין טַייעֶרֶע ... נ"י


דִי אִינְגֶעלַייט זָאגְן מִיר כְּסֵדֶר אַז זֵיי זֶענֶען זִיך מַמֶשׁ מְחַיֶה מִיט דַיין שִׁיעוּר גְמָרָא וָואס דוּ לֶערְנְסְט פָאר יֶעדֶע נַאכְט. דֶערְפַאר דַארְפְסְטוּ זַיין זֵייעֶר פְרֵיילִיך אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט דִיר גֶעגֶעבְּן דִי זְכִיָה צוּ פָארְלֶערְנֶען תּוֹרָה, לִלְמוֹד וּלְלַמֵּד לִשְׁמוֹר וְלַעֲשׂוֹת. אוּן אִיך הָאבּ הַנָאָה כְּסֵדֶר צוּ הֶערְן פוּן דִיר נָאך אַ סִיוּם אוּן נָאך אַ סִיוּם, אַז דוּ לֶערְנְסְט תּוֹרָה, וַוייל נָאר תּוֹרָה מַאכְט פְרֵיילִיך אוּן גְלִיקְלִיך. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ לֶערְנְט נִישְׁט קֵיין תּוֹרָה, אֲפִילוּ עֶר הָאט אַסַאך גֶעלְט אִיז עֶר אַן אָרֶעמַאן, אָבֶּער וֶוער עֶס לֶערְנְט תּוֹרָה אֲפִילוּ מִתּוֹך הַדְחַק - עֶר אִיז רַייך.


... טַייעֶרֶער, יֶעצְט חֲנוּכָּה וֶוען דוּ צִינְדְסְט דִי מְנוֹרָה, זֶעץ דִיך אַוֶועק קֶעגְן דִי הֵיילִיגֶע לִיכְט אוּן זַיי זִיך מִתְבּוֹדֵד אוּן שְׁמוּעֶס מִיטְן בַּאשֶׁעפֶער פָּנִים בְּפָנִים, אַה! אַ מְחַיֶה וִוי אַ מֶענְטְשׁ קֶען זִיך אָפְּלֶעבְּן אַ זִיס לֶעבְּן אוּן זַיין דָבוּק צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אָן דֶעם וָואס אֵיינֶער זָאל וִויסְן דֶערְפוּן.


קוּק צוּ וָואס דֶער רֶבִּי בְּרֶענְגְט אוּנְז, אַשְׁרֵינוּ מַה טוֹב חֶלְקֵינוּ אַז מִיר זֶענֶען אִין אַזַא הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ, וואוּ דִי פָּשׁוּט'סְטֶער אִיד אִיז צוּגֶעקְלֶעבְּט צוּם בַּאשֶׁעפֶער וְכוּ'.


מַאך פְרֵיילִיך אִין שְׁטוּבּ; מֶען דַארְף זַיין אוֹיבְן, אוּן אִין דִי זֶעלְבֶּע צַייט זַיין אוּנְטְן, פוּן אֵיין זַייט לֶערְנֶען אוּן דַאוֶוענֶען אוּן בְּרֶענֶען צוּם בַּאשֶׁעפֶער, אוּן פוּן דִי צְוֵוייטֶע זַייט הֶעלְפְן דִי וַוייבּ מִיט דִי וִוירְטְשַׁאפְט אוּן זַיין דָא וְכוּ'.


פוּן דַיין רֹאשׁ יְשִׁיבָה וָואס שְׁטָאלְצִירְט מִיט אַזַא תַּלְמִיד וִוי דִיר.

#3 - מוהרא"ש וועקט אונז אויף כסדר
מוהרא"ש, היכל הקודש, חנוכה

בעזהשי"ת - יוֹם א' פַּרְשַׁת וַיֵּשֶׁב, שְׁנַת תשע"ה לפ"ק


לְכָבוֹד מֵיין טַייעֶרֶע לִיבֶּער  ... נ"י


אִיך הָאבּ הַנָאָה צוּ זֶען אַז דוּ הָאסְט זִיך גֶענוּמֶען אִין דִי הֶענְט אַרַיין; דוּ קוּמְסְט אִין שׁוּל דַאוֶוענֶען, אוּן דוּ זִיצְט אוּן לֶערְנְסְט. נָאר דָאס בְּלַייבְּט פוּן דֶעם מֶענְטְשׁ, אוּן תּוֹרָה הִיט אָפּ דֶעם מֶענְטְשׁ, אוּן מַאכְט רַייך אוּן גְלִיקְלִיך.


וִוי גְלִיקְלִיך זֶענֶען מִיר אַז מִיר זֶענֶען אִין הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ בַּיי מוֹהַרָא"שׁ וָואס אִיז אוּנְז מְעוֹרֵר אוּן וֶועקְט אוּנְז אוֹיף כְּסֵדֶר, אַז מִיר זָאלְן נִישְׁט פַארְגֶעסְן אַז דֶער עִיקָר אִיז תּוֹרָה וּתְּפִלָּה וְיִרְאַת ה'.


שְׁטַארְק דִיך ... אוּן יֶעצְט חֲנוּכָּה צִינְד אָן דִי מְנוֹרָה אוּן זֶעץ דִיך קֶעגְן דִי הֵיילִיגֶע לִיכְט, אוּן גִיס דִיך אוֹיס דַיין הַארְץ. דַאנְק דֶעם בַּאשֶׁעפֶער אוֹיף אַלֶע אוֹיסְטֶערְלִישֶׁע נִיסִים וָואס מִיט דִיר הָאט פַּאסִירְט, אַז דוּ הָאסְט חֲתוּנָה גֶעהַאט אַזוֹי שֵׁיין, אוּן בָּרוּך הַשֵׁם פַּרְנָסָה הָאסְטוּ אוֹיך, אוּן בַּאלְד בִּיסְטוּ שׁוֹין אַ טַאטֶע'לֶע וְכוּ', שְׁמוּעֶס מִיטְן בַּאשֶׁעפֶער, זִינְג אוּן טַאנְץ, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט אַז חֲנוּכָּה אִיז טֶעג פוּן דַאנְקֶען אוּן לוֹיבְּן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן (לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן ב).


אוֹיך זֶע צוּ דַאוֶוענֶען מִיט מִנְיָן אַלֶע דְרֵיי תְּפִלוֹת, אֲפִילוּ עֶס קוּמְט אָן שְׁוֶוער, וַוייל מִנְיָן בְּרֶענְגְט אַ דָבָר שֶׁבְּמִנְיָן - פַּרְנָסָה, וּבִּזְכוּת דַאוֶוענֶען וֶועסְטוּ הָאבְּן הַצְלָחָה.


פוּן דַיין רֹאשׁ יְשִׁיבָה.

#2 - א קידוש ה' אז דו רעדטס איידל
חנוכה, ניבול פה

בעזהשי"ת - מוֹצָאֵי שַׁבָּת קוֹדֶשׁ פַּרְשַׁת וַיִשְׁלַח, שְׁנַת תשע"ה לפ"ק


לְכָבוֹד מֵיין טַייעֶרֶע ... נ"י


אַ גְרוֹיסֶער יְיַשֵׁר כֹּחַ פַאר אַלֶעס וָואס דוּ הֶעלְפְסְט מִיר, אוּן אִיך הָאבּ אַסַאך נַחַת פוּן דִיר; דוּ מַאכְסְט אַ קִידוּשׁ הַשֵׁם פַאר בְּרֶסְלֶב אוּן פַאר מוֹהַרָא"שׁ אוּן דִי יְשִׁיבָה. מֶענְטְשְׁן זָאגְן אַז דוּ בִּיסְט דֶער אֵיינְצִיגְסְטֶער אִינְגֶערמַאן וָואס קוּמְט אַרַיין אִין לָאמְבֶּער אוּן דוּ שֶׁעלְטְסְט נִישְׁט אוּן דוּ רֶעדְסְט נִישְׁט קֵיין נִיבוּל פֶּה רַחְמָנָא לִצְלָן, וָואס מֶען הֶערְט הַיינְט לַיידֶער הֵיימִישֶׁע חַסִידִי'שֶׁע אִינְגֶעלַייט רֶעדְן זֵייעֶר נִישְׁט שֵׁיין אוּן רֶעדְן שְׁמוּצִיג, אָבֶּער בָּרוּך הַשֵׁם אַז דוּ פִירְסְט זִיך עֶרְלִיך, אוּן מֶען קֶען דֶערְקֶענֶען אַ מֶענְטְשׁ אוֹיף זַיין רֶעדְן וָואס עֶר אִיז.


יֶעצְט קוּמְט דֶער יוֹם טוֹב חֲנוּכָּה, דַארְפְסְטוּ זִיך בַּאנַייעֶן אוּן זִיך פְלַייסְן אִין לֶערְנֶען, יֶעדְן טָאג חוּמָשׁ מִיט אַפָּאר פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת אוּן כָאטְשִׁיג אַ דַף גְמָרָא, וַוייל דָאס הִיט אָפּ דֶעם מֶענְטְשׁ פוּן שְׁלֶעכְטְס. אוֹיך זַיי מְחַזֵק דַיין וַוייבּ אַז זִי זָאל וַוייטֶער רֶעדְן אוֹיף דִי פְרוֹיעֶן הָאט-לֵיין; זִי רֶעדְט זֵייעֶר גוּט, אוּן זִי אִיז פִיל מִיט אֶמוּנָה אוּן הָאט אַ רַייכֶע שְׁפְּרַאך.


שְׁטַארְק דִיך ... אִיך הָאבּ הֲנָאָה וֶוען דוּ קוּמְסְט אִין יְשִׁיבָה, אָדֶער צוּ מְלַוֶה מַלְכָּה מִיט דַיין מִשְׁפָּחָה, אוֹיך וַוארְט אִיך אַז דוּ זָאלְסְט קוּמֶען אַ שַׁבָּת צוּ מִיר, הַצְלָחָה.

#1 - שמועס דיך אויס מיט'ן אייבערשטן ביי די חנוכה ליכט
תפילה והתבודדות, חנוכה

בעזהשי"ת - מוֹצָאֵי שַׁבָּת קוֹדֶשׁ פַּרְשַׁת וַיִשְׁלַח, שְׁנַת תשע"ה לפ"ק


לְכָבוֹד מֵיין טַייעֶרֶע ... נ"י


שְׁטַארְק דִיך ... יֶעצְט קוּמְט חֲנוּכָּה; וָואס מֵיינְט חֲנוּכָּה? אַ לָשׁוֹן פוּן חֲנוּכַּת הַמִּזְבֵּחַ - מֶען בַּאנַייט זִיך, מֶען הֵייבְּט אָן פוּן דָאסְנַיי אוּן מֶען אִיז זִיך מְחַזֵק, אוּן מֶען שְׁטַארְקְט דִי וַוייבּ וְכוּ'.


זַיי נִישְׁט קֵיין בַּטְלָן, יֶעצְט זֶעץ דִיך אַרָאפּ בַּיי דִי מְנוֹרָה קֶעגְן דִי הֵיילִיגֶע לִיכְט, אוּן שְׁמוּעֶס מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן פָּנִים בְּפָנִים, דַאנְק אִים אוּן לוֹיבּ אִים אוֹיף דִי חֲסָדִים וָואס עֶר טוּט מִיט דִיר. מֶען קֶען זִיך נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִוי גְלִיקְלִיך מִיר זֶענֶען אַז מִיר וֵוייסְן פוּן דִי עֵצָה פוּן הִתְבּוֹדְדוּת, אוּן מוֹהַרָא"שׁ בְּרֶענְגְט עֶס אַרַיין אִין אוּנְז; לְמָשָׁל חֲנוּכָּה, מֶענְטְשְׁן וֵוייסְן נִישְׁט וָואס מֶען טוּט חֲנוּכָּה; בָּרוּך הַשֵׁם מִיר תַּלְמִידֵי הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ זֶעצְן זִיך אַוֶועק בַּיי דִי חֲנוּכָּה לִיכְט, קוֹדֶם מִיט דִי וַוייבּ אוּן קִינְדֶער, אוּן מֶען פַארְצֵיילְט דִי נִיסִים וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט גֶעטוּן אוּן עֶר טוּט יֶעצְט, אוּן נָאכְדֶעם אִיז מֶען זִיך מִתְבּוֹדֵד, אַה! אַ מְחַיֶה וָואסֶערֶע שֵׁיינֶע אֵיידֶעלֶע שְׁטִילֶע לֶעבְּן קֶען מֶען זִיך אָפְּלֶעבְּן אָן דֶעם וָואס אֵיינֶער זָאל וִויסְן וְכוּ'.


שְׁטַארְק דִיך, אוּן זֶע אַבִּיסְל עוֹסֵק צוּ זַיין אִין הַפָצָה, וַוייל מִיר גֵייעֶן שׁוֹין בַּאלְד אַהֵיים, אוּן דָארְט אִיז דָאס זֵייעֶר חָשׁוּב.


פוּן דַיין רֹאשׁ יְשִׁיבָה וָואס אִיז זֵייעֶר שְׁטָאלְץ מִיט דִיר.