בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#37 - אז דער טאטע קומט נישט אהיים, זאל די מאמע צינדען מיט די קינדער
חנוכה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז אייער מאן קומט נישט אהיים, זיין סדר איז פארדריידט; ער שלאפט בייטאג און איז אויף ביינאכט, ער קומט ערשט אהיים פארטאגס - זאלט איר צינדן די מנורה.


נעמט אייערע קינדער און צינדט מיט זיי די ליכט, זינגט מיט זיי די שיינע חנוכה ניגונים און עסט די גוטע חנוכה עסן; מאכט זיכער מען זאל שפירן אז עס איז חנוכה.


איך בעט אייך זייער, פארלירט זיך נישט; גייט אן מיט אייער לעבן, לאזט זיך נישט נאך. בעטס דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט האבן כח צו זיין די טאטע און די מאמע, איר זאלט נישט אונטערברעכן. בעטס אים איר זאלט זיין פרייליך, עס זאל אייך גארנישט אנגיין. אויך זאלט איר בעטן פאר אייער מאן, עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.


איך בין זייער אסאך מתפלל פאר אייך, איר זאלט האבן כח און נחת פון אייערע קינדער.

#36 - חנוכה דארף מען צינדן מיט די קינדער, זינגען מיט זיי און טאנצן מיט זיי
חינוך הילדים, חנוכה, נסיעה

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה סיגעט


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך אז דו ביסט מיט געקומען מיט די נסיעה אויף די מקומות הקדושים, דער אייבערשטער זאל צוהערן אונזערע תפילות, מיר זאלן אהיים ברענגען ישועות פאר אונז און פאר אלעמען.


איך האב געבעטן ביי אלע מקומות הקדושים פאר דיר, פאר דיין ווייב און פאר דיינע קינדער. האברך ... נרו יאיר האט מיר געגעבן ביי אלע פלעצער דיין נאמען, דיר מזכיר זיין לטובה.


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, חנוכה איז א צייט פון "להודות ולהלל", דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


חנוכה איז א צייט פון חינוך הבנים והבנות, מוהרא"ש איז געווען זייער ברוגז אויף די וואס פארן אוועק פון שטוב אן די משפחה; חנוכה דארף דער טאטע צינדן די לעכט מיט די קינדער, זינגען מיט זיי, טאנצן מיט זיי און אריינלייגן אין זיי אמונה פשוטה.


איך האב דיר זייער ליב, איך בעט פאר דיר.

#35 - זיין א מלמד מיט שטארקייט אבער מיט געשמאק
תודה והודאה, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מיר זענען זייער צופרידן פון דיין מלמדות, די קינדער קענען זייער גוט די לימודים. זיי ווילן גיין אין חדר, זיי גייען מיט א שמחה; עס איז דא ביי דיר אין כתה א געשמאקע לופט, א פרייליכע לופט.


מלמדות איז א חכמה ואינה מלאכה; פון איין זייט דארף זיין א שטארקע דרך ארץ, א ווארט פון א מלמד דארף זיין א ווארט, מען מוז פאלגן, מען מוז זיין מיט דרך ארץ. פון די אנדערע זייט טאר אבער נישט זיין קיין שרעק, עס דארף זיין איינגענעם; נאר אזוי קענען די קינדער אויפכאפן די לימודים.


רעד צו די קינדער פון קדושה, רעד צו זיי קלאר וואס מען טאר נישט טון; קליינע קינדער קען מען נישט זאגן "אות ברית קודש", זיי ווייסן נישט וואס מען רעדט, מען דארף רעדן צו זיי קלארע ווערטער לויט זייער פארשטאנד.


יעצט קומט חנוכה, זאלסטו זיצן ביי די הייליגע ליכט און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט דיר.


איך האב דיר זייער ליב.

#34 - אונזער הצלחה איז נאר אז מיר וועלן זיך ליב האבן
חנוכה, בית המדרש, בריוו, ארץ ישראל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מכרכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך אינאיינעם, זייט אייך מחזק מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן. געדענקט, אונזער הצלחה איז נאר אז מיר וועלן זיך ליב האבן און זיך ליידן; אז מיר וועלן זיך ליב האבן - וועלן מיר קענען אריינברענגען אורו של משיח, דעם רבינ'ס שכל - אין די גאנצע וועלט.


פארשטייט גוט, יעדער מענטש איז א שכל פרטי, יעדער מענטש האט זיין וועג ווי אזוי ער טראכט, זיין וועג ווי אזוי ער פירט זיך, מיר אלע קומען צום רבי'ן דער רבי זאל אונז היילן, דער רבי זאל אונז ברענגען צום תכלית, מיר זאלן טראכטן פון בורא כל עולמים. ווען מען נעמט זיך צאם א גאנצער עולם קען אויסקומען רייבערייען, דער שלעפט אהער, דער שלעפט אהין, יעדער איינער האט דאך זיין וועג פון טראכטן, אבער אז מען קוקט אויף די נשמה, מען קוקט אויף די תכלית; פארוואס מען האט זיך צאמגענומען - דעמאלט איז גוט, דעמאלט האט מען זיך ליב.


מיינט נישט אז איך בין ווייט פון ענק; מצד הגוף זענען מיר אביסל ווייט, אבער מיין הארץ, מיין מח - איז מיט ענק. איך האלט מיט יעדע ריר ביי אייך אין שול, די גבאים שרייבן מיר יעדע פרט ופרט, איך פריי זיך בעיקר מיט איין זאך, דאס איז ביי מיר דער עיקר; אינגעלייט און בחורים שרייבן מיר אז מען האלט זיך זייער באחדות, יעדער שפירט זיך גוט אין שול, מען שמייכלט איינער צום צווייטן, מען פארגינט זיך איינער דעם צווייטן; דעריבער שרייב איך אייך, זייט ממשיך מיט די וועג ווי אזוי איר פירט זיך - וועט דער בית המדרש אין ירושלים זיין א מאגאנעטישער פלאץ, עס וועלן קומען און קומען בחורים און אינגעלייט, אלע וועלן טרעפן חיזוק דארט.


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, ביי אונז פירט מען זיך אנצוטון בגדי שבת ווען מען צינדט, מען דאווענט מעריב און מען גייט אהיים גלייך צינדן. מוהרא"ש איז געווען זייער ברוגז אויף די וואס פארן אוועק שבת חנוכה, לאזן איבער די ווייב און קינדער; מוהרא"ש זאגט, חנוכה איז א חינוך יום טוב, חנוכה איז א צייט וואס דער טאטע זיצט אין שטוב מיט די קינדער, מען פריידט זיך, מען זינגט און מען טאנצט אינאיינעם.


איך בין געווען די וואך ביי א נסיעה צו מקומות הקדושים, איך האב זייער הנאה געהאט פון די נסיעה, בעיקר צו זיין מיט אפאר חברים פון אונזער בית המדרש אין ירושלים. אינו דומה ווען מען זיצט אפאר טעג אינאיינעם, מען זיצט אינאיינעם, מען פארט גאנצע טעג און נעכט אינאיינעם, דעמאלט זעט מען דעם מענטש דורך און דורך, איך האב זייער הנאה געהאט.


מיר האבן גערעדט אויפ'ן וועג אסאך נקודות ווי אזוי א שול דארף זיך פירן, די גבאים וועלן אייך שוין איבערגעבן. איך וויל זייער שטארק אז דער שול אין ירושלים זאל זיך פירן מיט א מורא'דיגע דרך ארץ וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.


איך האב געהערט פון די גבאים בשעת די נסיעה אז איר ווארט זייער שטארק אויף א בריוו, דער גאנצער עולם וויל אזוי שטארק א בריוו; וועל איך פרובירן מיט אלע כוחות אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו.


א פרייליכן שבת און א ליכטיגער חנוכה.

#33 - אויבן אין הימל קוקט מען צו וועם לויפט דער מענטש בעת צרה
חנוכה, אמונה, התחזקות, עבודת השם, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג אהיים פון א נסיעה, מיר זענען געפארן מתפלל זיין ביי קברי צדיקים. איך זיץ יעצט אין עירפארט, איך האב אביסל צייט, וועל איך דיר שרייבן אביסל חיזוק.


וויסן זאלסטו, אויבן אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מענטש. דא קוקט מען ווער עס האט געלט, ווער עס האט כבוד, ווער עס האט א פאלאץ, א טייערע קאר וכו' וכו', מען מאכט אן עסק פון די זאכן, אבער אויבן אין הימל איז אן אנדערע וועלט, אויבן קוקט מען ווער עס דערהאלט זיך, מען קוקט צו וועם לויפט דער מענטש בעת צרה; דער וואס איז שטארק אין אמונה, דער וואס פארלירט זיך נישט ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל - דער איז זייער חשוב.


אויך איז חשוב יעדע מצוה, יעדע ווארט תורה, בפרט ווען מען איז פאריאגט צו ברענגען פרנסה און מען כאפט אריין אביסל תורה, א פרק משניות, א בלאט גמרא, א קאפיטל תהלים - איז דאס זייער חשוב.


עס קומט א צייט וואס מען זעט דאס שיינקייט פון די תורה ותפלה, דעמאלט בלייבט נאר דאס איבער.


יעצט קומען די הייליגע חנוכה טעג, די טעג זענען געשטעלט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; זאלסטו זיך באנייען און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר.

#32 - זיצן אין די זייט און דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חנוכה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך שפיר אז איך דארף אייך שרייבן ווי איבערגענומען איך בין פון אייער מאן.


עס איז אריבער אפאר יאר פון ענקער חתונה, יעצט קען מען זען ווער דער מענטש איז. די ערשטע שטיק צייט פון די חתונה איז ביי אלעמען א צייט וואס מען ווארט צו זען ווי דער מענטש וועט זיך באלאנסירן. יעצט זע איך אייער מאן קומען אין שול לערנען, ער האט זיינע שיעורים קבועים, ער דאווענט ערליך און אלע האבן הנאה פון אים, ער העלפט די מוסד אזוי געטריי. איך האלט זייער פון אים, איך האב אים זייער ליב, מיר ווערן אלץ נענטער און נענטער.


חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן, זאלט איר זיצן אין די זייט ווען אייער מאן צינדט אן די הייליגע ליכט און דאנקען דעם אייבערשטן, זיצט מיט די קינדער און זאגט: "שכוח אייבערשטער".

#31 - אפאר הנהגות פאר די הייליגע חנוכה טעג
חנוכה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


יעצט קומען די הייליגע חנוכה טעג, איך וועל דיר שרייבן אפאר הנהגות:


-         מיר פירן זיך אנצוטון בגדי שבת (שטריימל און בעקיטשע) בעפארן צינדן די הייליגע ליכט, מען בלייבט זיצן מיט די בגדי שבת די האלבע שעה אדער מער – וואס מען זיצט ביי די ליכט.


-         מיר צינדן נישט ביים פענסטער ווייל היינט איז די עיקר פרסומי ניסא אין שטוב, מיר צינדן ביי א טיר, ביי די לינקע זייט.


-         עס איז כדאי צו כאפן א טבילה בעפאר'ן צינדן, אבער דאס קען נישט אפשטופן דאס צינדן.


-         ערב שבת חנוכה צינדט דער מאן אן קודם די מנורה און גלייך נאכדעם צינדט די ווייב די שבת ליכט.


-         מוצאי שבת חנוכה מאכט מען קודם הבדלה און נאכדעם צינדט מען אן די חנוכה לעכט.


-         מען דארף זיין אין שטוב אלע נעכט חנוכה צייטליך, אפילו די וואס זענען עוסק אין די הייליגסטע זאך, אין הפצה – דארפן אלעס אפשטעלן און אהיים גיין צינדן אין צייט, זינגען און טאנצן מיט די משפחה.


-         חנוכה איז א צייט פון "להודות ולהלל", מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר האבן אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים.

#30 - זע צו זיין צייטליך אין שטוב צו צינדען די חנוכה ליכט
תודה והודאה, חנוכה, ניגונים, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט קומט יום טוב חנוכה, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, דאס איז שעשועי עולם הבא.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט אנהייבן פון היינט, פונדאסניי - דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר.


זע צו זיין צייטליך, ביים זמן הדלקה - אין שטוב, זעקס אזייגער איז דער זמן. מאך זיך גרייט דו זאלסט קענען זיין צייטליך.


צינד די הייליגע מנורה, זינג זמירות און זאג: "שכוח אייבערשטער פאר מיין לעבן, שכוח אייבערשטער איך בין א איד, שכוח אייבערשטער איך האב א משפחה, שכוח פאר יעדע זאך"; דאנק און לויב אן א שיעור, דאס וועט עפענען א טיר אין הימל, עס וועט קומען נאך ניסים, נאך ישועות.


א יישר כח פאר אלס וואס דו האסט געהאלפן פאר די נסיעה; איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער.

#29 - זינג די זמירות און זינג אייגענע אויפגעמאכטע היימישע ניגונים
תודה והודאה, חנוכה, ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה", די חנוכה טעג, "הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", זענען טעג פון לויבן דעם אייבערשטן; וויל איך דיר שוין בעטן דו זאלסט טון אלעס אין דער וועלט צו זיין צייטליך אין שטוב, צינדן די הייליגע מנורה ביים זמן.


זעקס אזייגער דארף מען שוין זיין נאך מעריב, נאך מקוה און נאך אלע הכנות – צינדן די הייליגע מנורה. מען דארף זיצן ביי די ליכט ווייניגסטנס א האלבע שעה, זינג די זמירות און זינג אייגענע אידישע ניגונים, אייגענע אויפגעמאכטע אויסגעטראכטע היימישע ניגונים, ווי צום ביישפיל:


"אייבערשטער איך געדענק נאך - נישט לאנג צוריק בין איך געווען אין לאך.


איך בין געווען איינער אליין - נישט געהאט וואו צו גיין.


געשלאפן אין גאס - קאלט און נאס.


יעצט זיך איך אין שטוב - מען האט זיך אזוי ליב.


מיט מיין ווייב און קינד - אויף דעם דאנק איך דיר אצינד".


קוק אויף די ליכט און דאנק דעם אייבערשטן אויף די ניסים, ווייל דו ביסט א גרויסער נס.


 

#28 - חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות
חינוך הילדים, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס קומט שוין די הייליגע חנוכה טעג, דער הייליגער יום טוב.


מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז אז חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות, דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן צו זיין צייטליך אין שטוב צינדן מיט די אינגלעך ביים זמן, זעקס אזייגער זאלסטו שוין שטיין מיט'ן שמש זאגן דעם לשם יחוד; מאך אלע הכנות פארויס, מקוה וכדומה, אלעס זאלסטו טון פריער אין טאג אז ביים זמן זאלסטו שוין צינדן.


זיץ ביי די ליכט; קודם זינג די זמירות, נאכדעם זאלסטו דערציילן דיינע קינדער פון די נס חנוכה און אונזער נס אז מיר ווייסן פון רבי'ן, נאכדעם זאלסטו זיך מתבודד זיין; מוהרא"ש זאגט, ביי די לעכט איז א צייט פון פועל'ן ישועות.

#27 - וואס פאר א נייע שיעור האסטו אנגעהויבן לכבוד חנוכה
תודה והודאה, חנוכה, שלום בית, רפואה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב. קוק אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט ענק; בעט דעם אייבערשטן זאלסט שטענדיג געדענקען וואס און ווי אזוי מיר זענען געווען בעפאר'ן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, מיר זאלן אלץ זיין דאנקבאר.


דיין ווייב איז נישט באקוועם מיט איר דאקטער; זי איז גערעכט, נעם איר צו אן אנדערע דאקטער, א פרויען דאקטער, אזוי וועט זי זיין באקוועם.


איך ווארט צו הערן וואס פאר א נייע שיעור דו האסט אנגעהויבן לכבוד חנוכה; מיר פסק'ענען כשיטת בית הלל, מוסיף והולך. מען דארף אלץ גיין מער און מער, נישט זיך באגנוגן מיט די אלטע שיעורים.

#26 - בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק
חנוכה, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די פרישע חבורה טייערע חברים אנשי שלומינו פון בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער אז איר האט זיך צאמגענומען צו מאכן א בית המדרש על שם רבינו, "בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק", א בית המדרש וואס מען פירט זיך אויפ'ן וועג פונעם הייליגן רבי'ן; דאס איז ביי מיר א גרויסע שמחה און פרייד.


אז איר ווילט מצליח זיין, איר ווילט וואקסן - זאלט איר אכטונג געבן אויף איין זאך, געבט אכטונג נישט צו האבן מיט קיין מחלוקת, מען זאל נישט רעדן אין בית המדרש פון קיין שום אנדערע זאכן, נאר פון די ווערטער וואס דער בעל תפילה האט אונז געלערנט, מען זאל דינען דעם אייבערשטן; רעדן צום אייבערשטן און רעדן פונעם אייבערשטן.


עס שטייט אין די הייליגע ספרים (עיין בני יששכר מאמרי חודש כסלו - טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז חנוכה ווערט נתגלה די אור הגנוז פון ששת ימי בראשית; ווען דער אייבערשטער האט באשאפן דער וועלט האט ער באהאלטן די ליכטיגקייט, אז די רשעים זאלן נישט הנאה האבן פון דעם (חגיגה יב.), אבער חנוכה ווערט דאס אנטפלעקט פאר יעדן איינעם, חנוכה איז יעדער איינער זוכה צו שפירן אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער; עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער אליין.


מיר קענען זאגן בפה מלא אז חנוכה ווערט נתגלה דעם אור הגנוז; איר האט געעפנט דעם בית המדרש אין חנוכה, מיר האבן זיך אריין געצויגן אין אונזער בנין אין וויליאמסבורג חנוכה, חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די הייליגע בריוו "אשר בנחל", וואס דאס האט ליכטיג געמאכט די וועלט; מוהרא"ש האט גענומען דעם אור הגנוז און דאס אנטפלעקט פאר אלעמען, פאר גרויסע און קליינע, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן, אלע זאלן האבן א וועג צו לערנען די תורה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך גוט אנכאפן איינער דעם צווייטן, מאכט א רינג, עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת.


אויב איר ווילט מיר אויפנעמען פאר גבאי בין איך גרייט צו זיין איינע פון די גבאים; ארויסהעלפן אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו זיין גבאי אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, עס איז דא אין דעם א גאנצע סיפור; ווייל אין אנהייב האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל פירן די ישיבה און שבת און יום טוב זאל א צווייטער זיין גבאי, שפעטער האט מוהרא"ש מיר גערופן און געזאגט: "איך וויל אז פון היינט זאלסטו רעדן און פירן דעם בית המדרש, קוק נישט אויף קיינעם און פרעג נישט קיינעם וואס צו טון".


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#25 - זייט אייך מקבל א גוטע זאך, וואס זאל זיין א זכות פאר אייך
קינדער, חנוכה, שדכנים, קבלה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'


איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר אייך; איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט האבן קינדער.


א שדכן'ס ארבעט איז נישט נאר מאכן די שידוך און אוועק גיין וכו', איך האב געמאכט אייער שידוך וועל איך מיטגיין מיט אייך אויף ווייטער, איך וועל ווייטער בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא און די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, זיי חתונה מאכן און אזוי ווייטער.


חנוכה איז א גרויסע צייט, וויל איך אייך בעטן, ביידע פון אייך, איר זאלט זיך מקבל זיין א גוטע זאך; עס דארף נישט זיין א גרויסע קבלה, דער עיקר זאל עס זיין מיט א תמימות. די הייליגע חכמים זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבָד שֶׁיְכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם"; איר דארפט קיינעם נישט דערציילן, דאס זאל זיין צווישן אייך אינעם אייבערשטן פאר א זכות פאר אייך.


בנוגע מאכן וכו'; מאכט נישט וכו', איר וועט האבן קינדער פונעם אייבערשטן.

#24 - מיר האבן געטראפן דעם פך שמן וואס דערלייכט אונזערע אויגן
תודה והודאה, חנוכה, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וישב, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חנוכה איז א צייט פון הלל והודאה, פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


ווען דו זיצט ביי די לעכט זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט, בפרט אויף די חסד אז מיר האבן זוכה געווען צו טרעפן דעם פך שמן; אין אזא טונקלקייט, אין א דור וואס עס איז דא אזויפיל טומאה, אזויפיל נסיונות, האבן מיר דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים - די שמן טהור.


דורך די פך שמן קענען מיר אנצינדן די מנורה; מיר קענען באלייכטן אונזערע ז' נרות, די אויגן, אויערן, נאז און מויל (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כא).


 

#23 - לאמיר זיך מחזק זיין מיט די גוטע זאכן וואס מיר האבן
תודה והודאה, חנוכה, הפצה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב-מברכים טבת, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו היקרים, טייערע חברים פון ירושלים שיחיו


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן; שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב) אז חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (נוסח ועל הניסים): "וְקָבְעוּ שְׁמוֹנַת יְמֵי חֲנוּכָּה אֵלּוּ לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל".


יעדער איינער גייט אריבער וואס ער גייט אריבער, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט שווערע נסיונות, אבער אז מען קוקט גוט, מען זוכט דעם באשעפער'ס חסדים - קען מען טרעפן אין די טונקל א שיין.


דאס לערנען מיר פון חנוכה; אלעס איז געווען טמא, נאר איין קריגל אויל איז געבליבן ריין, פון דעם האט מען געמאכט דעם יום טוב.


אז מען טראכט אריין וואס וואלט געווען ווען די חשמונאים וואלטן נישט געווען ברסלב'ע חסידים, זיי וואלטן געמאכט אנשטאט א יום טוב - א תענית, עס ווייזט זיך אויס אז די חשמונאים זענען געווען ברסלב'ע חסידים, זיי האבן געלעבט מיט 'אזמרה' (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - געזוכט די נקודה טובה און פון דעם געמאכט אן עסק.


טייערע חברים, לאמיר זיך מחזק זיין מיט די גוטע זאכן וואס מיר האבן, לאמיר זינגען: "וּמִנוֹתָר קַנְקַנִּים...", לאמיר נישט קוקן אויף וואס מיר זענען אראפגעפאלן. אפילו די יוונים, דער יצר הרע - האט מיר מטמא געמאכט, ער האט מיר אראפגעווארפן אין פגם הברית רחמנא לצלן, איך בין איין שטיק טמא, איך היט נישט מיינע אויגן, איך האב שמוציגע געדאנקען - דאך זוך איך אין מיר א גוטע נקודה, פון דעם מאך איך אן עסק.


טייערע ברידער, לאמיר ראטעווען אנדערע אידן, לאמיר ראטעווען אונזערע ברידער; מיר דארפן עוסק זיין אין 'הפצה', יעדער דארף טראכטן 'וואס קען איך טון צו ראטעווען א צווייטן?'


די וועלט איז אנגעפילט מיט אזויפיל נסיונות; רבי נתן האט געזאגט: "עזרא הסופר גייט פון דער וועלט און אזויפיל טריף פסול פארמערט זיך, איין בלעטל פון רבי'ן וועט אלעס ראטעווען"; אזוי ווי רש"י זאגט (פרשת וישב; בראשית לז, א): "הַפֶּחָמִי תָמַהּ, אָנָה יִכָּנֵס כָּל הַפִּשְׁתָּן הַזֶּה", וואס טוט מען מיט אזויפיל פראבלעמען? קומט דער פיקח, דער מפיץ און זאגט: "איין פונק, איין ספר, איין קונטרס, גליון - פון רבי'ן פארברענט אלע קליפות און משחיתים".


טייערע ברידער, איר פארט "זאת חנוכה" קיין יבנאל, בעטס פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל, איך זאל האבן כח און קענען ווייטער ממשיך זיין.


א פרייליכן שבת און א ליכטיגער חנוכה.

#22 - חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעצט קומט חנוכה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב) אז חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (על הניסים): "וקבעו שמונת ימי חנוכה אלו להודות ולהלל".


זיי נישט קיין בטלן, נוץ אויס די חנוכה טעג מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן.


ווען דו צינדסט אן די הייליגע ליכט זאלסטו זיך מתבודד זיין ביי די ליכט; טראכט אריין די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר. ביסט געווען ביז נישט לאנג צוריק א פלג גוף, א צעבראכענער בחור, קיינער האט נישט געוואוסט פון דיר, קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף דיר, יעצט האסטו א שיינע משפחה, א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער.


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן, "להודות ולהלל לשמך הגדול, על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך".


א ליכטיגן חנוכה.


 

#21 - חנוכה, א יום טוב מיט די קינדער
חינוך הילדים, חנוכה, אומאן, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מיר קומען נענטער צום הייליגן יום טוב חנוכה; חנוכה איז א צייט פון חינוך, טון דאס פארקערטע וואס די יוונים האבן געוואלט טון - אויסרייסן די אמונה; דארפן מיר אריינברענגען אמונה אין אונזערע קינדער.


מוהרא"ש האט מקפיד געווען מען זאל נישט אוועקפארן חנוכה קיין אומאן ווען מען האט קליינע קינדער, ווייל קינדער דארפן באקומען א חינוך, זען ווי די טאטע צינדט אן די מנורה.


זע אוועקצולייגן אלע דיינע באשעפטיגונגען, זאלסט זיין צייטליך אין שטוב אנצוצינדן די מנורה ביים זמן מיט דיינע קינדער. וואש זיך די הענט פאר'ן צינדן און וואש די הענט פון די קינדער, גרייט אן א מנורה פאר יעדן קינד; מיידלעך צינדן נישט, נאר אינגלעך (קליינע מיידלעך קענען צינדן). טו זיך אן א שטריימל און בעקיטשע, זינג די זמירות און זיי זיך מתבודד. טאנץ מיט דיינע קינדער להודות ולהלל לשמך הגדול, על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך.


 

#20 - א סדר פאר חנוכה
מקוה, תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דא האסטו א סדר פאר חנוכה.


זע צו ענדיגן ארבעטן צייטליך, זאלסט קענען צינדן די ליכט אין צייט, גלייך נאך מעריב.


אז דו קענסט כאפן א טבילה פאר'ן צינדן - מה טוב ומה נעים.


בשעת'ן צינדן די מנורה קומט אראפ א גרויסע ליכטיגקייט, עס איז א גרויסע עת רצון, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות. זינג די זמירות ביי די ליכט און זיי זיך מתבודד; דער עיקר זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס, נישט לאנג צוריק ביסטו געווען איינער אליין און היינט האסטו א שיינע משפחה, א טייערע ווייב מיט א ליכטיגער זון.


מיר פירן זיך אז מען טוט אן בגדי שבת ביים צינדן.


אינדערפרי זאלסטו זאגן הלל מיט חיות, מיט שמחה; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד, "מקימי מעפר דל" ער האט מיר אויפגעהויבן פון "אשפות", ביז ער האט מיר געברענגט "להושיבי עם נדיבים" - צום הייליגן רבי'ן.

#19 - זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג
חנוכה, יבנאל, מוהרא"ש, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו נעמסט צאם אלע תלמידים אין ארץ ישראל צו פארן קיין יבנאל זאת חנוכה, מתפלל זיין ביים ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (בת עין פרשת וישב, על הפסוק ויהי כמשלוש חדשים וגו'; זרע קודש ליל ג' דחנוכה, דבור המתחיל "בפסוק") אז דער גמר פון ראש השנה איז אינעם טאג 'זאת חנוכה'. אלע תיקונים וואס הייבן זיך אן פון ראש חודש אלול, ראש השנה, יום כיפור, סוכות, הושענא רבה, שמיני עצרת, שמחת תורה, איז דער גמר דערפון זאת חנוכה; עס איז זייער א גרויסער טאג און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות.


זאת חנוכה איז זייער א פאסיגע צייט צו גיין קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש מתפלל זיין פאר זיך און פאר אלע אידן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


זייט אויך מתפל פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט'ן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - פאר די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#18 - די כלי צו מקבל זיין אלע ברכות איז "שלום"
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חנוכה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


היינט זאת חנוכה איז א גרויסע טאג, היינט קען מען פועל'ן ביים אייבערשטן גרויסע ניסים, בעטס דעם אייבערשטן פאר אייך פאר אייער מאן און בעיקר פאר אייערע דורות זיי זאלן זיין ערליכע אידן וועט איר זוכה זיין צו קינדער צדיקים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", ער האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל, וּמִשְׁתַּטֵּחַ, וּמִתְחַנֵּן, וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים, וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים אינעם בית המקדש. דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אין בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


בפרט היינטיגע טעג וואס עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל, פון יעדע שטוב זעט מען קינדער וואס גייען אוועק פון אידיש'ן וועג, עס כאפט א פחד און א שרעק צו זען ווי פון די שענסטע און בעסטע משפחות פאלן אוועק קינדער, בחורים דרייען זיך מיט טעלעפאונס וואס איז אפן צו אלע עבירות, מען קוקט אויף דעם עבירות, מיידלעך ווארפן אראפ פון זיך צניעות, זיי גייען אנגעטון נישט איידל השם ישמרינו, דארפן מיר וויינען און בעטן און שרייען צום אייבערשטן פאר אונזערע דורות זיי זאלן בלייבן אויפ'ן דרך התורה.


היינט זאת חנוכה איז א טאג וואס מען קען פועל'ן ישועות, אבער מיר דארפן מאכן א כלי צו קענען נעמען די ברכות און ישועות פונעם אייבערשטן, א מענטש בעט דעם אייבערשטן ער זאל אים העלפן, דער אייבערשטער וויל אים העלפן אבער ער האט נישט קיין כלי צו קענען נעמען די ברכות און ישועות. דאס איז אזוי ווי א מענטש קומט בעטן ער וויל טרינקען ער איז דורשטעריג, אבער אז ער האט נישט קיין כלי קען מען אים נישט געבן קיין טרינקען, וואס איז די כלי? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עוקצין ג, יב): "לֹא מָצָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלִי מַחֲזִיק בְּרָכָה לְיִשְׂרָאֵל אֶלָּא הַשָּׁלוֹם", ביים אייבערשטן איז דער גרעסטער זאך שלום; שלום איז די כלי וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון אונז, אז מען לעבט בשלום האט מען א כלי לקבל אלע ברכות, אז מען בעט זיך איבער מען געבט נאך, מען איז מוותר מאכט מען זיך א גרויסע כלי מען קען נעמען אן א שיעור ברכות און ישועות פונעם אייבערשטן.


וואס מיינט שלום? זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאמען צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים פון פייער און די מלאכים פון וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים - כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען.


זעט מען וואס מיינט שלום, מען איז מחבר צוויי פארקערטע זאכן; יעדער מענטש האט זיינע נאטורן, זיין וועג ווי אזוי ער טראכט, קיינער טראכט נישט ווי דער צווייטער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לח.): "לְהַגִּיד גְּדוּלָּתוֹ שֶׁל מֶלֶך מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, שֶׁאָדָם טוֹבֵעַ כַּמָּה מַטְבְּעוֹת בְּחוֹתָם אֶחָד וְכוּלָּן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא טוֹבֵעַ כָּל אָדָם בְּחוֹתָמוֹ שֶׁל אָדָם הָרִאשׁוֹן וְאֵין אֶחָד מֵהֶן דּוֹמֶה לַחֲבֵירוֹ", ווען א מענטש מאכט א זאך, קען ער מאכן א פארעם דערפון און נוצן דעם פארעם נאכצומאכן די זעלבע זאך און אלעס וואס ער מאכט מיט דעם פארעם זעט אויס די זעלבע, אבער דער אייבערשטער האט באשאפן אן א שיעור מענטשן אויף דער וועלט, אלע זעען אויס ווי אדם הראשון אבער קיין איינער זעט נישט אויס גענוי ווי דער אנדערער און זיכער טראכט נישט איינער ווי דער צווייטער.


בעט איך אייך זייער, מאכטס אייך א כלי צו קענען נעמען די ברכות פונעם אייבערשטן, לעבטס בשלום מיט אייער מאן, אפילו ער האט פארקערטע נאטורן פון אייך, ער איז פייער און איר זענט וואסער, אדער פארקערט – איר זענט פייער און ער איז וואסער, שלום איז ווען עס איז דא צוויי פארקערטע מענטשן מיט פארקערטע נאטורן אבער ביידע ווילן איין זאך, ביידע ווילן טון דעם רצון השם, אויפשטעלן א ערליכע שטוב, ערליכע אידישע דורות, קינדער און קינד'ס קינדער וואס וועלן דינען דעם הייליגן באשעפער.


איר זאלט זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה און א גוט קוויטל.

#17 - ס'איז א חוב אויפ'ן מלמד צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין הייליג
חינוך הילדים, מלמדים, חנוכה, חסידות ברסלב, תפלין, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע רעדן צו קינדער וכו'; אודאי זאלסטו רעדן צו קינדער פון זיין הייליג בקדושת הברית. עס ליגט א חוב אויפ'ן מלמד צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין הייליג, נישט צורירן מיט די הענט וכו'; וויפיל בחורים וויינען אז מען האט זיי נישט מחנך געווען זיי זאלן זיין הייליג און דערפאר האב זיי זיך צוגעוואוינט צו טון שלעכטס רחמנא לצלן, ווען מען וואלט ווען גערעדט צו זיי אין די יונגע יארן קלארע ווערטער וואלטן זיי זיך נישט געמוטשעט אין די עלטערע יארן.


פארשטייט זיך אז ווען מען רעדט דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט וכו'; מען דארף רעדן צו זיי לפי דרגתם, לויט זייער עלטער, זיי נישט דערשרעקן וכו'. דאס בעסטע איז אז מען זאגט: "דער אייבערשטער לאזט נישט לייגן די הענט וכו', עס איז א גרויסע עבירה אויב מען לייגט די הענט דארט"; אז דו וועסט רעדן צו דיינע תלמידים וועסטו זיי מציל זיין פון אלעם שלעכטס.


בנוגע קומען שבת חנוכה דאווענען מיט ברסלב'ע חסידים ניצול צו ווערן פון עולם התוהו; אודאי זאלסטו קומען דאווענען צווישן ברסלב'ע חסידים כאטשיג איין תפילה, קוק אריין אין ספר פעולת הצדיק (סימן תתמו) די גאנצע מעשה באריכות וואס דער רבי האט דערציילט מיט'ן רב וואס האט געהאט א חבר און זיי האבן צווישן זיך אפגעמאכט מיט א 'תקיעת כף' אז ווער עס וועט פריער נסתלק ווערן וועט קומען דערציילן פאר'ן צווייטן וואס עס טוט זיך אפ אויבן אין הימל. דער רב איז קודם נפטר געווארן און עס איז אריבער געלאפן גאנצע אכט און צוואנציג יאר ביז ער איז געקומען אין חלום צו זיין חבר, עס האט זיך אויסגעשטעלט אז דער רב האט בכלל נישט געוויסט אז ער איז נפטר געווארן, ער איז נעבעך געווען אין עולם התוהו אכט און צוואנציג יאר; ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט בזה הלשון: "ווער עס וועט קומען צו מיר דריי מאל א יאר - 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', וועט געראטעוועט ווערן פון דעם עונש פון עולם התוהו"; א פחד פון א מעשה, א מענטש גייט אוועק מזה העולם און זיין נשמה דריידט זיך אין 'עולם התוהו', ער מיינט אז ער לעבט נאך; דאס איז שרעקליכע יסורים פאר די נשמה.


בנוגע אויב מען מעג טראגן שבת די קמיע פון מוהרא"ש אין א מקום וואס איז נישט דא קיין עירוב; די פוסקים נעמען אן (עיין משנה ברורה סימן שח, סעיף קטן קכט) אז אפילו א קמיע וואס איז נישט קיין קמיע מומחה, עס איז נישט קלאר אז עס העלפט, קען מען טראגן היינטיגע צייטן וואס מיר האבן נישט קיין געהעריגע רשות הרבים, כל שכן אין דעם פאל וואס די קמיע פון מוהרא"ש איז איתמחי גברא ואיתמחי קמיע קען מען דאס טראגן שבת; מען דארף נאר אכטונג געבן עס זאל זיין אנגעטון אויפ'ן גוף, מען טאר דאס נישט האלטן אין די הענט אדער אין טאש (עיין משנה ברורה סימן שא, סעיף קטן פח).


איך האב נישט געוויסט אז דו קוקסט מיר אזוי נאך וכו'; איך זאג יא דעם לשם יחוד פאר'ן לייגן תפילין, נאר אסאך מאל ווען עס ווערט שפעט, איך בין אזוי טרוד וכו' זאג איך דעם לשם יחוד פאראויס, פאר איך קום אריין אין שול וכו'.


דער עיקר בעט איך דיר זייער, שטארק זיך; בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, געב א קוק דער הייליגער רבי נתן וואס ער איז דאך געווען אזוי מקושר צום רבי'ן, ווער איז נאך געווען אזוי נאנט מיטן רבי'ן ווי רבי נתן, דאך האט ער געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים צובינדן צו אים ער זאל נישט אוועק גיין, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב דיר שוין אריין געכאפט אין מיין זאק", האט רבי נתן געזאגט: "רבי, בינד מיר צו אינעם זאק איך זאל נישט אוועק גיין".


א ליכטיגן חנוכה.

#16 - רעדן שיין צו א צווייטן
חנוכה, שטעטל, מדות טובות, נקודות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דעם שבת אין שטעטל, בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די געשמאקע לופט וואס מען שפירט דארט; ווי אלע לעבן צוזאמען מיט ליבשאפט, מען גרויסט זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן.


היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע חנוכה ליכט; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (עיין בספר בני יששכר מאמרי חודש כסלו – טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז בשעת מען צינדט אן די מנורה קומט אראפ זייער א גרויסע הייליגקייט און מען קען פועל'ן זייער גרויסע זאכן. זאלסטו זיך אויסבעטן ביי די ליכט; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און דאווענען און אויפציען דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן שיין צו אנדערע; רעד נישט שטעכעדיג, רעד נישט פליקעדיג, רעד שיין און איידל. מוהרא"ש האט איינגעפירט מען זאל זאגן פאר'ן דאווענען די תפילה פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, אין די תפילה בעט מען דעם אייבערשטן: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵירוֹ בְּדֶרֶךְ הַיָשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךְ", מיר זאלן רעדן שיין און איידל איינער מיט'ן צווייטן, אזוי ווי עס פאסט פאר דיר אייבערשטער.


איך ווארט און האף אז עס וועט ביי אונז מקוים ווערן וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִתְמְהוּ עַל גוֹדֶל הָאַהֲבָה שֶׁיֵשׁ בֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס איז דא צווישן אונז; מוהרא"ש זאגט אז ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן אין ברסלב, ער האפט אז אין "היכל הקודש" וועט די שיחה מקוים ווערן - אז די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז; איך האף אז דאס וועט זיין ביי אונז אין שטעטל.


איך בעט דיר נאכאמאל זאלסט רעדן שיין צו א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן מקבל זיין די קדושה פון חנוכה, מיר זאלן זוכה זיין צו זען די ליכטיגקייט פונעם אור הגנוז אין די תורה.

#15 - וויין צום אייבערשטן ווי א קינד וויינט צו זיין טאטע
תפילה והתבודדות, חנוכה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; נעם די עצה פון רבי'ן – התבודדות און תפלה. גיי אין א ווינקל וואו קיינער הערט דיר נישט און וויין צו אים ווי א קינד וויינט צו זיין טאטע, וועסטו זען גרויסע נסים.


א אינגערמאן האט זיך מיר אויסגערעדט און מיר געזאגט אז ער שפירט זיך אין שטוב ווי ער איז סיי דער טאטע און סיי די מאמע, סיי די מאן און סיי די ווייב; ער דארף אלעס טון וכו', זיין ווייב טוט גארנישט. האב איך אים מחזק געווען און געזאגט "אז דו ביסט סיי דער טאטע און סיי די מאמע, זיי שוין אויך די בעיבי, זיי די קינד וואס וויינט; גיי אין א ווינקל און וויין צום אייבערשטן: רבונו של עולם, איך בין דער טאטע, די מאמע און יעצט בין איך א קליין קינד, איך וויין צו דיר, העלף מיר, האב אויף מיר רחמנות".


יעצט קומט שוין חנוכה; די שענסטע חנוכה מתנה וואס דו קענסט געבן פאר דיינע קינדער איז אז עס זאל זיין ליבשאפט צווישן דיר און דיין ווייב; קינדער דארפן נישט מער, קינדער דארפן א טאטע מאמע וואס ליבן זיך.


א גוט שבת.

#14 - איך בעט שוין לאנג דעם אייבערשטן איך זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל
חנוכה, הכרת הטוב, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


עס קומט נישט אויס מיר זאלן רעדן אזויפיל, אבער זאלסט וויסן אז איך טראכט פון דיר יעדן טאג, ווייל איך בין דיר זייער מכיר טוב פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי.


איך האב זיך אריבער געכאפט קיין ארץ ישראל אויף איין טאג; איך וויל כסדר פארן צום ציון פון מוהרא"ש און יעצט איז מיר אויסגעקומען צו פארן אויף ...'ס חתונה, ער האט מיר באצאלט א טיקעט צו קומען. דאס איז א מעשה פון תפלה, ווייל איך בעט שוין לאנג דעם אייבערשטן איך זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל.


מארגן נאכט וועל איך זיין ביי מוהרא"ש'ס ציון, איך וועל דיר מזכיר זיין מיט דיין ווייב און דיין גאנצע משפחה לטובה.


מיר גייען שוין אט אט אריין אין דעם ליכטיגן יום טוב חנוכה, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", די טעג פון חנוכה איז ימי הלל והודאה, טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע נסים וואס ער טוט מיט אונז.


איך האב דיר ליב.

#13 - דער אייבערשטער טוט מיט אונז גרויסע ניסים
תודה והודאה, חנוכה, חסידות ברסלב, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


מיר שטייען יעצט פאר דעם הייליגן יום טוב חנוכה; היינט נאכט צינדן מיר אן די ערשטע ליכטל פון די הייליגע מנורה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב) אז די טעג פון חנוכה זענען טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע נסים, דאס איז שעשוע עולם הבא; ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן איז דאס 'עולם הבא', עס איז נישט פארהאן עפעס בעסערס פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און ווי מער א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן איז ער נענטער צום אייבערשטן.


גיב א קוק די נסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דו האסט אזוי שיין חתונה געהאט און די האסט שוין ליכטיגע קינדער קיין עין הרע, ווי אויך האסטו פרנסה – נסים ונפלאות! ועל כולם – דער גרעסטער נס – אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס ברענגט אונז יעדע רגע נאכאמאל צוריק צום אייבערשטן; ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן?!


דער רבי האט געזאגט: "איך האב דריי סארטן מענטשן: 1) וואס קומען הערן מיין תורה; 2) וואס קומען עסן קויליטש; 3) וואס זענען איינגעקריצט אין הארץ"; דארפן מיר זיך כסדר באנייען און זען אז מיר זאלן זיין פון די כתה וואס זענען איינגעקריצט אין הארץ.


מיר זעען זיך טאקע ווייניג אבער דו ביסט מיר אויסגעקריצט אין הארץ...


פון דיין ראש ישיבה.


...