בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#25 - אנשטאט הערן האטליינס, זאלסטו ענדערש פארברענגען מיט דיין ווייב
לימוד התורה, שלום בית, כולל, נייעס, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב פריער גערעדט מיט ר' ... נרו יאיר, ער האט מיר דערציילט ווי פלייסיג דו לערנסט צוזאמען מיט די אנדערע כולל אינגעלייט.


עס האט מיר זייער דערפריידט, ממש זה חלקי מכל עמלי, דאס איז מיר ווערד פון מיין פלאג און מי, צו הערן ווי פלייסיג די תלמידי הכולל לערנען.


איך וועל אם ירצה ה' זיין קומענדיגע וואך שבת אין שטעטל, וועל איך באצאלן אלע כולל אינגעלייט פאר אלע וואכן פון חודש חשון.


שטארק זיך און שטארק אלעמען, בפרט דיין ווייב תחי'; ווען דו קומסט אהיים, דו עסט נאכטמאל, די צייט וואס דו ביסט אין שטוב - זאלסטו מיט איר פארברענגען. הער נישט קיין הא"ט ליינ"ס, נישטא וואס צו הערן, זיי מאלן וואסער; די זעלבע נייעס גייט איבער און איבער און איבער, יעדע מאל מיט אנדערע נעמען; רעד צו דיין ווייב און הער איר אויס.

#24 - דו האסט חתונה געהאט, קענסטו יעצט לערנען תורה בטהרה
לימוד התורה, חתונה, כולל, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפלה, יעצט איז דיין שענסטע צייט; דו האסט חתונה געהאט, האסט אן אשת חיל, קענסטו יעצט לערנען תורה בטהרה, מיט א ריינע מח.


קום צייטליך אין כולל און לאז זיך נישט שטערן פון קיינעם, אז עס קומען אריין אינגעלייט אינמיטן טאג, זיי זוכן צו שמועסן וכו', זאלסטו זיך ארויסדרייען; אין די צייט וואס מען לערנט איז גארנישט דא, נאר לערנען.


העלף מיר בויען דעם שטעטל "קרית ברסלב"; נאר מיט לערנען תורה, נאר דורך קביעת עתים לתורה - וועלן מיר האבן א שיינע שטאט.


די הייליגע חכמים זאגן (מגילה ג:) וואס מאכט א שטאט זאל ווערן א שטאט? אויב עס זענען דא צען מענטשן וואס לערנען און דאווענען.


ווייז דעם בריוו פאר די אנדערע כולל אינגעלייט.

#23 - נישטא אזא זאך ווי 'בין הזמנים'
לימוד התורה, כולל, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט ארויסכאפן צו לערנען יעדן טאג; אפילו יעצט אום חודש תשרי וואס עס איז נישטא קיין כולל דארף מען לערנען די הייליגע תורה.


דו ווייסט דאך ווי שטארק מוהרא"ש פלעגט חוזק מאכן פון "בין הזמנים"; מוהרא"ש פלעגט זאגן: "נישטא אזא זאך ווי 'בין הזמנים', איינמאל איז דא 'בין הזמנים', ווען א מענטש שטארבט, צווישן די מיתה און דאס באגראבן - דעמאלט איז 'בין הזמנים', דעמאלט האט דער נפטר גרויס צער, ה' ישמרינו, אבער כל זמן מען לעבט איז נישטא 'בין הזמנים'".


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, נוץ אויס דיינע יונגע יארן; יעצט האסטו דיינע שענסטע יארן. האסט חתונה געהאט, האסט שוין א ליכטיג קינד, האסט אן אשת חיל; זאלסטו לערנען און דאווענען.


איך און מאמי האבן אזויפיל נחת יעדעס מאל מיר הערן גוטע גריסן אז דו לערנסט און דאווענסט, דאס געבט אונז כח אויף ווייטער.


יישר כח פאר'ן דאווענען פסוקי דזמרה, עס איז געווען זייער שיין.

#22 - הכרת הטוב פאר'ן העלפן אויסהאלטן די טייערע כולל אינגעלייט
הכרת הטוב, כולל

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה דעם ספר ליקוטי מוהר"ן אלס הכרת הטוב פאר'ן מיר העלפן אויסהאלטן די טייערע כולל אינגעלייט - תלמידי היכל הקודש וואס לערנען בהתמדה רבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער.

#21 - כולל היכל הקודש אין קרית ברסלב ליבערטי
לימוד התורה, כולל, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד האברך היקר לי ... נרו יאיר


עס איז מיר היינט א גרויסע שמחה אז מיר האבן געעפנט אונזער צווייטע כולל; מיר האבן שוין איין כולל אין וויליאמסבורג, היינט האבן מיר געעפנט די צווייטע כולל אין קרית ברסלב ליבערטי.


יעצט וועט די שטעטל וואקסן מער און מער, ווייל אז די פלאץ איז געבויט אויף תורה האט דאס א קיום.


איך בין זייער פרייליך צו הערן גוטע גריסן אויף דיר אז דו לערנסט פלייסיג; איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט זיך נישט לאזן שטערן פון קיינעם. אז עס קומען אריין מענטשן דורכ'ן טאג אין שול וואס זוכן וואס צו טון מיט זייער צייט זאלסטו זיך נישט לאזן שטערן, זאלסט ווייטער לערנען פלייסיג וועלן זיי פון זיך אליינס אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#20 - לערן מיט די פרישע אינגעלייט
הלכה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.


איך וועל דיר זייער מכיר טובה זיין אז דו וועסט נעמען די פרישע אינגעלייט'לעך און לערנען מיט זיי. אז דו האסט א ברירה צו נעמען פאר א חברותא א פרישער אינגערמאן אדער א אינגערמאן וואס האלט שוין אפאר יאר נאך די חתונה, זאלסטו ענדערש נעמען די פרישע אברכים; עס איז זייער וויכטיג אז זיי זאלן נאך אביסל לערנען, די עלטערע וועלן זיך אן עצה געבן וכו'. נעם אינגעלייט'לעך און לערן מיט זיי, פארטאגס און ביינאכט בהתמדה רבה.


איך האב אזא חיות צו זען ווי דער כולל בליהט, עס ווערן נתרבה ספסלי בית המדרש און מען לערנט בהתמדה הלכה; איך בין זיכער אז מוהרא"ש קוקט אראפ פון אויבן אין הימל און שעפט נחת פון אונזער כולל היכל הקודש.


איך בעט דיר זאלסט אנהויבן לערנען מיט די אינגעלייט ווי אזוי מען פסק'נט מראות. מיר גייען מיט די וועג וואס צדיקים האבן געזאגט: "די וועלט זאגט 'אז מען קען נישט ארונטער גיין מען אריבער', אבער מיר זאגן מען זאל גיין 'לכתחילה אריבער'"; אזוי אויך הויב אן 'לכתחילה אריבער', אפילו אנדערע זאגן מען זאל נישט אנהויבן מיט דעם וכו'.

#19 - וואס א ווייב קען מאכן מיט'ן מאן, קען קיינער נישט מאכן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי-קדושים, ד' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


א גריס פון דיין טייערער מאן ... נרו יאיר; ער לערנט אין כולל זייער פלייסיג, ער פירט זיך זייער וואויל, ער געבט מיר צו א שטיק לעבן.


בכלל געבט מיר דער כולל לעבן, זעענדיג ווי די אינגעלייט לערנען מיט א שטארקע התמדה.


איך האף אז דו שעצט אים און דו ווייזט אים אז דו פרייסט זיך אז ער לערנט, ווייל די חיזוק פון די ווייב איז די שטערקסטע חיזוק; וואס א ווייב קען מאכן מיט'ן מאן - קען קיינער נישט מאכן. זאלסטו אים מכבד זיין און אים זאגן ווי שטארק דו פרייסט זיך אז ער לערנט.


לעב א פשוט'ע לעבן; גיי נישט נאך די וואס קויפן טייערע זאכן, דו גיי דיין וועג אזוי ווי דו האסט געלערנט אלע יארן אין בית פיגא.


ענקער ראש ישיבה.

#18 - דער כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן
הלכה, מוסדות, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר געבן א גריס פון דיין זון ... נרו יאיר; ער לערנט זייער פלייסיג אין אונזער כולל גמרא און הלכה.


מיר הייבן אן דעם טאג אין כולל צען אזייגער; די ערשטע שיעור איז דער בלאט גמרא, נאכדעם אום עלף אזייגער לערנען זיי יעצט הלכות שבת ביז פיר אזייגער, נאכדעם אום פינף אזייגער לערנען זיי הלכות טהרה.


עס קען זיין אז איך האב א נגיעה און איך קען נישט מעיד זיין אויפ'ן כולל, אבער איך האלט אז דער כולל איז א גרויסער חידוש; די אינגעלייט לערנען זייער פלייסיג, אלע וואס זעען דעם כולל זאגן אז דאס איז א חידוש שבחידושים.


דער כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן; דאס איז ביי מיר די חשוב'סטע זאך פון די קהילה. איך קוק ארויס אויף דעם, אז מיר וועלן זוכה זיין צו האבן דיינים וואס וועלן פסק'ענען שאלות פאר די קהילה.


 

#17 - וואס צו לערנען ווען די כוללים זענען פארשפארט
לימוד התורה, שלום בית, משניות, כולל, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר געשריבן אין דיין נאמען, אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי דו זאלסט זיך פירן מיט דיינע לימודים, בפרט יעצט ווען די כולל איז פארמאכט, וואס דו זאלסט לערנען.


דאס בעסטע איז אין אנהויב צו לערנען אסאך משניות און אסאך גמרא; די צוויי לימודים האבן א מורא'דיגע סגולה. משניות איז משנה דעם מענטש, מען באקומט א שכל הישר, דער מח ווערט מיושב, מען ווייסט ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן. און גמרא האט א כח אז עס פארברענט אלע קליפות וואס מען האט באשאפן במשך אלע יארן דורך די עבירות, בפרט וואס איז באשאפן געווארן פון די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


דעריבער זאלסטו זיך פלייסן אין די צוויי לימודים; זע צו זאגן לכל הפחות יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס וועט דיר אינגאנצן משנה זיין מן הקצה אל הקצה, עס וועט דיר אינגאנצן טוישן, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן און ער ווערט ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו ער איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויך זאלסטו לערנען אסאך גמרא; איין שיעור זאלסטו האבן אינעם דף היומי, נאכדעם א באזונדערע שיעור אין ש"ס כסדרן, און נאך א שיעור, זאלסט נעמען איין מסכתא און דאס איבער חזר'ן מאה פעמים ואחד, הונדערט און איין מאל; דאס וועט פארברענען אלע שלעכטס, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; מען זעט טאקע אז דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון בלעטער גמרא, ער וועט אלעס לאזן דעם מענטש טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


נאכדעם קענסטו האבן שיעורים אין נ"ך, אין תוספתא, אין מדרשים און אין זוהר וכו', וכו', אן קיין פרעשור; ווען מען האט איבריגע צייט כאפט מען אריין נאך א לימוד און נאך אפאר שורות וכו'.


זיי מחזק דיין ווייב תחי' זי זאל נישט מורא האבן פון וכו'; בזכות וואס זי פארשפרייט די אמונה פאר אנדערע פרויען, זי איז מחזק פרויען אין מיידלעך וועט זי האבן א גרינגע לידה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - קומען צייטליך אין כולל
היטן די צייט, כולל, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע כולל אינגעלייט, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט קומען צייטליך אין כולל; ווען איך הער אז מען לערנט פלייסיג אין כולל, מען קומט צייטליך - געבט מיר דאס כח. ווייל איך וויל אז דער שטעטל זאל זיין א פלאץ פון תורה, איך וויל אז אלע אינגעלייט, בעלי בתים וואס ארבעטן א גאנצן טאג זאלן אנהויבן דעם טאג מיט תורה, ווייל נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש; דאס ביסל וואס מען לערנט, דאס ביסל וואס מען דאווענט.


א רחמנות אויף די וואס לערנען נישט און דאווענען נישט; דער גאנצער לעבן גייט אריבער מיט פלאג און ווייטאג.


אז איר וועט קומען פארטאגס לערנען וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.

#15 - יישר כח פאר'ן צושטעלן א נאכטמאל ארויסצוהעלפן די כולל
צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט זיך מתנדב געווען צו מאכן א נאכטמאל ארויסצוהעלפן אונזער כולל, און איר שרייבט מיר אז איר האט שוין געזען א גרויסע ישועה מיט אייער זון נרו יאיר.


דאס איז נאך גארנישט וואס איר וועט נאך זען; איר וועט בקרוב זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך אין זכות פון העלפן די חשוב'ע כולל יונגעלייט זיי זאלן קענען לערנען בהתמדה רבה.


איך הער כסדר גריסן פון מענטשן וואס קומען אין כולל, זיי זאגן אלע פה אחד אז מען זעט כמעט נישט אזא מקום תורה וואו אלע אברכים לערנען בהתמדה רבה א גאנצן טאג בלי הפסק כלל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער בזכות המצוה הזאת.


פון ענקער ראש ישיבה.

#14 - פרישע אינגעלייט אין כולל
כולל, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר ווייטער העלפן מיט די כולל. וויסן זאלסטו אז דער כולל היכל הקודש איז פאר אונז א ספעציעלע מתנה פונעם אייבערשטן; עס זיצן יונגעלייט יראים ושלמים און לערנען גמרא והלכה בהתמדה רבה, אויף א פארנעם וואס מען זעט נישט דאס גלייכן.


יעצט זענען נתרבה געווארן ספסלי בית המדרש, עס זענען אריינגעקומען ברוך ה' פרישע אברכים, דארפן מיר יעצט האבן יעדע וואך קרוב צו פופצן הונדערט דאללער. בעט איך דיר זאלסט מיר ווייטער העלפן און אין דעם זכות וועסטו ארויס גיין פון אלע דיינע חובות און דו וועסט זוכה זיין צו גרויס שפע.


קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר ביז אהער; אלע דיינע קינדער זיצן און לערנען, דאס איז דאך מער פון געלט. איינער האט געלט, א צווייטער האט הייזער, א דריטער האט געשעפטן און דו האסט קינדער וואס פירן זיך בדרכי התורה והיראה.


ברוך ה' דיין איידעם נרו יאיר איז א טייערער יונגערמאן, ער איז אויך אריין אין כולל און לערנט מיט א שטארקע התמדה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - דאנק דעם אייבערשטן פאר דיין ערליכער מאן
לימוד התורה, שלום בית, תודה והודאה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אונזער טייערע ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בין נעכטן געווען אין מיידל קעמפ וואו איך האב אריינגעבליקט אין כולל, וויל איך דיר איבערגעבן א גריס פון דיין מאן נרו יאיר, ער לערנט זייער פלייסיג.


פאר מיר איז דער כולל א מתנה פונעם אייבערשטן, מיר האבן יונגעלייט וואס לערנען מיט גרויס התמדה. די יונגעלייט זענען ערליך און ריין.


דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם וואס דו האסט א מאן אן ערליכער איד וואס לערנט און דאוונט; נישט יעדער איז זוכה צו דעם. דארפסטו דאס מחשיב זיין, אים לויבן און מחזק זיין ער זאל ווייטער גיין אויף דעם וועג.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע נסים.

#12 - דער כולל איז מיין גאנצע נחת
כשרות, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די נחת און פרייד וואס איך האב יעדעס מאל ווען איך קוק אריין אין כולל און איך זע ווי איר לערנט בהתמדה רבה.


 צומאל גיי איך ארויף אינמיטן טאג נאר צו כאפן א בליק און זיך אנפולן מיט נחת, נאכ'ן זיין פארנומען מיט אזויפיל זאכן וכו', - עס איז נישט גרינג צו עוסק זיין מיט מענטשן, מען קען פשוט אראפגיין פון זינען; די ישיבה – די בחורים, תלמוד תורה, בית פיגא, ועל כולם יונגעלייט, שלום בית וכו', וכו' – איז דער כולל מיין גאנצע נחת.


איך בעט דיר זייער זאלסט מקרב זיין מיינע זון החתן ... נרו יאיר ואחיו הבחור ... זיי זאלן לערנען פלייסיג גמרא והלכה; טוט מיט מיר דעם חסד וועל איך דיר שטענדיג מכיר טובה זיין.


בנוגע דעם הכשר וכו'; זיין ... האט איבער גענומען דעם געשעפט און עס האט מער נישט מיט ... נרו יאיר, ער נעמט א צווייטע הכשר, דארפן מיר מער נישט געבן דארט דעם הכשר.


איך האף אז דעם זוממער הבא עלינו לטובה וועסטו אויך לערנען מיט די יונגע בחורים הלכה; עס גייט מיר אין לעבן צו האבן תלמידים וואס לערנען הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מאך זיך א שיעור אין "תיקוני זוהר"
לימוד התורה, הפצה, כולל, גליון, תיקוני זוהר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינע מסיבת "טיי אווענט" פאר'ן כולל, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין ביי דיר אין שטוב אנטייל נעמען ביי די מסיבה. דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה וברכה אין אלע דיינע וועגן.


מאך זיך א שיעור אין "תיקוני זוהר"; מען זאגט נאך בשם צדיקים א ווארט, אז "תיקוני זוהר" איז א באד פאר די נשמה.


דער הייליגער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל עבירה ער זאל זאגן יעדן טאג 5 דפים תיקוני זוהר, וועט ער זוכה זיין צו תשובה טון.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו ביסט מפיץ דעם גליון היכל הקודש אין מאנסי; נעם צוזאם אלע תלמידים פון ישיבה וואס וואוינען אין מאנסי און זיי זאלן דאס ארומטיילן אין מאנסי, א טייל זאלן גיין יעדן ערב שבת ארומטיילן די גליונות וואס זענען מחי' אזויפיל בחורים און יונגעלייט וואס זענען אויסגעדורשט פאר אביסל חיזוק.


דיין ראש ישיבה.


...

#10 - מסיבה פאר אונזער כולל היכל הקודש
כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך דאנק אייך פאר'ן אוועקגעבן אייער דירה עס זאל זיין די אכסניא של תורה צו מאכן דארט די מסיבה פאר אונזער כולל היכל הקודש. און פאר'ן צוגרייטן דעם פלאץ מיט געשמאקע עסן און טרינקען מיט וואס אויפצונעמען די וואס קומען העלפן אונזער כולל.


אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו זען נחת פון אייערע קינדער צוזאמען מיט אייער טייערער מאן ... נרו יאיר, און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב שבועות – קבלת התורה בשמחה, און צו די ברכות וואס קומען אראפ אויף כלל ישראל.

#9 - ברוך ה' אז מיר האבן געטראפן א דירה
שמחות, כולל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין חשוב'ער מחותן ר' ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א מעשה פון תפילה; מיר האבן אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן טרעפן א דירה פאר'ן חתן נרו יאיר, א געשמאקע דירה און ברוך ה' אז מיר האבן געטראפן א דירה; א פיינע דירה וואו די חתן כלה וועלן קענען אנהייבן זייער לעבן מיט'ן אייבערשטן, און דינען דעם אייבערשטן בקדושה ובטהרה.


מיין הארץ איז פול מיט לויב צום אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו טרעפן אזא טייערע כלה תחי' פאר אונזער זון נרו יאיר; "אילו פינו מלא שירה כים וכו' אין אנחנו מספיקים להודות לך", אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז.


דער חתן נרו יאיר וויל ממשיך זיין צו לערנען נאך די חתונה אין כולל; איך האף אים צו טרעפן א גוטע חברותא, אזוי וועט ער ברענגען נחת פאר אונז אלע.


ברוך ה' אלעס איז שוין גרייט צו די חתונה; מיר ציילן שוין די טעג, מיר ווארטן שוין זוכה צו זיין צו שטיין אונטער די חופה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זען נחת ביי זיי און ביי אלע אונזערע קינדער; מיר זאלן קענען חתונה מאכן אלע קינדער יונגערהייט און ריינערהייט, אמן.

#8 - כ'האף דו וועסט ווייטער צאמנעמען געלט פאר די כולל
לימוד התורה, צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן מיר העלפן צוזאמשטעלן געלט צו קענען באצאלן אלע כולל יונגעלייט אין צייט.


ברוך ה' עס איז אריבער דער צווייטער זמן אין כולל און מיר האבן געקענט באצאלן אלע יונגעלייט אין צייט.


דו אליינס האסט דריי פון דיינע קינדער וואס זיצן אין כולל און לערנען מיט התמדה; איז כדאי דו זאלסט ארויף גיין אינמיטן טאג כאפן א בליק וואס מיינט התמדת התורה, וועסטו האבן מער חשק ממשיך צו זיין ווייטער צו צוזאמנעמען געלט מיר ווייטער צו העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 


 

#7 - יישר כח פאר'ן צוזאמנעמען געלט פאר די כולל
הכרת הטוב, כולל

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, תענית אסתר, י"ג אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך שיק דיר דא משלוח מנות איש לרעהו פאר'ן זיך אזוי געטריי אפגעבן מיט אונזער כולל; פאר'ן העלפן צוזאמנעמען געלט א גאנץ יאר פאר'ן כולל.


דער כולל איז ביי מיר מורא'דיג חשוב; איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר'ן מיר געבן די זכיה צו האבן אזעלכע טייערע יונגעלייט וואס לערנען מיט אזא התמדה רבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע דיינע קינדער און דו זאלסט ווייטער האבן די זכיה צו העלפן די כולל יונגעלייט לערנען די הייליגע תורה.

#6 - יישר כח פאר'ן אוועקגעבן דעם שטוב צו מאכן א טיי אוונט
הכרת הטוב, צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע ענינים.


איך דאנק אייך פאר'ן אוועק געבן אייער שטוב צו מאכן דעם "טיי אווענט" פאר אונזער חשוב'ע כולל.


אינעם זכות פון העלפן די כולל יונגעלייט לערנען תורה זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער, אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן תלמידי חכמים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים, "הֲווּ לֵיהּ בְּנִין רַבָּנָן" וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְמוֹקִיר רַבָּנָן", ווער עס איז מכבד תלמידים חכמים, "הֲווּ לֵיהּ חַתְנְוָותָא רַבָּנָן", וועט האבן איידעמער תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלעס גוטס אינעם זכות פון מאכן אייער שטוב א אכנסיא פאר תלמידי חכמים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:): "הַמְאָרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס נעמט אריין א תלמוד חכם אין זיין שטוב און דער וואס געבט אוועק זיין שטוב פאר א מסיבה אז תלמידי חכמים זאלן האבן א שטוב – "וּמַאֲכִילוֹ וּמַשְׁקֵהוּ וּמְהַנֵּהוּ מִנְּכָסָיו, עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה" – וועט אים דער אייבערשטער היטן פון אלעם שלעכטס און געבן אלעס גוטס.

#5 - טיי אוונט פאר'ן כולל היכל הקודש
צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלן ענק האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך דאנק אייך פאר'ן אוועק געבן אייער שטוב צו מאכן דעם ערשטן "טיי אווענט" פאר'ן כולל "היכל הקודש".


ביי די טיי אווענט האב איך זיך דערמאנט וואס הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט פרייטאג צו נאכטס ביים טיש ווען עס איז געווען א גרויסער עולם און מען האט זיך געשטופט: "איך האף אז מוצאי שבת ביים דינער וועט אויך זיין אזא געדרענג", און ער האט דערביי געטייטשט דעם מדרש (עיין תנא דבי אליהו רבא, פרק יז): "בְּשָׁעָה שֶׁאָמְרוּ יִשְׂרָאֵל נַעֲשָׂה וְנִשְׁמָע", איז דאך געווען א מורא'דיגע געדרענג, "מִיָּד אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה", מען זאל ברענגען געלט צו בויען דעם משכן, איז גלייך געווארן פלאץ ווייל יעדער איז זיך צולאפן, ודפח"ח; האב איך געטראכט אז ביי אלע שיעורים קומט צו לויפן אן עולם, אבער ווען מען בעט הילף פאר'ן מוסד ווערט ליידיג.


עס איז טאקע געווען אינגאנצן א מנין וכו', אבער פאר מיר מיינט עס אסאך; צו זען די פאר תלמידים וואס האבן ארויסגעוויזן זייער הארץ מיר צו העלפן.


אדרבה, גיי ארויף אין כולל קוקן ווי די יונגעלייט לערנען בהתמדה רבה, אזאנס וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.

#4 - מ'דארף זיי מאכן אינטערעסאנט דאס לערנען
לימוד התורה, בחור, כולל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך בין יעצט אויפן וועג קיין אומאן וואו איך פאר מיט מיין ווייב אין קינדער צו מתפלל זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון; איך וועל דארט מתפלל זיין פאר דיר אז דו זאלסט מצליח זיין.


שטארק  דיר און זיין ממשיך מיט דיין התמדת התורה; איך האב גרויס נחת יעדעס מאל ווען איך קום אין "כולל היכל הקודש" און איך זע ווי איר לערנט בהתמדה רבה. איך האף אז נאך אינגעלייט וועלן קומען לערנען אין כולל; אפילו די אינגעלייט וואס ארבעטן דורכן טאג זאל קומען כאטשיג פאר אביסל לערנען די הייליגע תורה, ווייל נאר דאס ביסל תורה וועט איבער בלייבן פון אונז.


איך קום יעצט פון יבניאל וואו איך האב געהערט פון די אינגעלייט אז מוהרא"ש האט זייער שטארק געוואלט אז יעדער איינציגער אינגערמאן זאל קומען לערנען – אפילו נאר אביסל.


דער עיקר זאלסטו זען צו לערנען מיט די בחורים הלכה למעשה; הייב אן מיט זיי "טור", נאכדעם זאלסטו לערנען מיט זיי אביסל "בית יוסף" כדי זיי צו אויסלערנען ווי אזוי מען לערנט א שטיקל "בית יוסף", אבער עס פעלט נישט אויס צו לערנען יעדע שטיקל וכו' כדי עס זאל זיי זיין אינטערעסאנט. קודם דארף מען זיי אריינגעבן די אפעטיט דערצו אז זיי זאלן הנאה האבן פונעם לימוד, און נאכדעם זאלסטו לערנען מיט זיי מחבר, רמ"א, טורי זהב און מגן אברהם ביז הלכה למעשה. עס פעלט אבער נישט אויס צו לערנען יעדע איינציגע שטיקל, מען דארף גיין מן הקל אל החמור.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים.


שטארק דיר און זיי ממשיך אין דיין עבודת ה' בבחינת מוסיף והולך.


...

#3 - זיי ממשיך צוזאמנעמען געלט פאר'ן כולל
לימוד התורה, צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין צו גיין נאך געלט פאר אונזער כולל.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין כולל זען ווי פלייסיג די אינגעלייט לערנען; זיי הייבן אן דעם טאג מיטן דף גמרא. אזוי האט מוהרא"ש אויסגעשטעלט דעם סדר היום אינעם כולל אין יבניאל, מען זאל אנהייבן מיט דעם דף גמרא, דאס לערנט מען פון צען ביז עלף אזייגער, נאכדעם לערנט מען הלכות שבת; פארמיטאג לערנט מען שכירות וקבלנות און אמירה לעכו"ם ביז איינס אזייגער, דערנאך פון צוויי ביז פיר לערנט מען די סימנים הקטנים פון הלכות שבת. אז עס מאכט זיך דיר א טאג וואס איז נישט דא קיין ארבעט איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן זען ווי פלייסיג די אינגעלייט לערנען.


דער כולל איז מיר ווי א מתנה פונעם אייבערשטן פארן אנגיין מיט די ישיבה טראץ אלע שוועריקייטן.


יעצט האט מען צוגעלייגט נאך א לימוד פון פינף ביז זעקס אזייגער; דעמאלט לערנט מען יורה דעה חלק ב' - הלכות טהרה.


איך וויל יעצט אריין ברענגען נאך אינגעלייט וואס זאלן לערנען הלכה און גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.

#2 - גיי אין כולל כאטש פאר איין סדר
לימוד התורה, הלכה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ענדערש זאלסטו קומען לערנען אין כולל ווי צו גיין ליידיג.


מיר האבן יעצט צוגעלייגט נאך א שיעור אין כולל פון פינף ביז זעקס אזייגער וואס דעמאלט לערנט מען הלכות טהרה - יורה דעה חלק ב'; איך וועל מיך זייער פרייען אויב דו וועסט זיך איינשרייבן אין כולל כאטשיג פאר די שעה וואס דו ארבעטסט נישט.


געדענק וואס דער רבי זאגט: "אביסל איז אויך גוט"; אז מען לעבט מיט דעם ווארט קומט מען אן אסאך מער ווי די וואס ווילן נאר אנקומען אסאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - מחזק די אינגעלייט פון כולל
לימוד התורה, הלכה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע כולל אינגעלייט "תלמידי היכל הקודש" נרם יאיר.


וויסן זאלט איר אז ביי מיר איז דער כולל ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אויף די צען יאר וואס מיר האבן די ישיבה, און מיר האבן זיך דערהאלטן טראץ אלע שוועריקייטן וואס מיר זענען אריבער.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מען איז אריין אינעם צווייטן זמן וואס איר זענט זוכה צו זיצן אין די ד' אמות של הלכה; ביים אייבערשטן איז חשוב די ד' אמות של הלכה מער פון אלעס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז מען האט צוגעלייגט נאך א שיעור בהלכה, אז איר לערנט פארנאכטס יורה דעה חלק ב - הלכות טהרה.


איך וויל זייער שטארק פארברייטערן די כולל אז נאך אינגעלייט זאלן קומען אין כולל לערנען הלכה און גמרא; איך וועל מחזק זיין די אינגעלייט וואס ארבעטן נישט דורכן גאנצן טאג זיי זאלן זיך איינשרייבן אין כולל אפילו פאר איין סדר, ווייל ביים רבי'ן איז געווען א יסוד לערנען הלכה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט).